שאלה אין קורצן ענין
#197 - וואס קען איך טון אז כ'בין מיואש פון מיין לעבן?
תפילה והתבודדות, שמחה, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין מיואש פון מיין לעבן. איך גיי שוין צו טעראפי, עס העלפט מיר ב"ה, אבער אינעווייניג בין איך נאך צומישט, ממילא בלייב איך שלאפן ביז בערך 4:00 נאכמיטאג, און איך פיל נישט אז איך קען רעדן צום אייבערשטן.


וואס טו איך? אפשר קענט איר ארויסהעלפן?


יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלע דיינע פראבלעמען וואס גייט אריבער אויף דיר איז ווייל דו ביסט נישט פרייליך; ווען דו וואלסט ווען געווען פרייליך וואלט דיר גארנישט געפעלט.


דער הייליגער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון מידת השמחה. ווייל ווען א מענטש איז פרייליך באקומט מען ישוב הדעת, און ווי מער מען איז פרייליך איז מען מער מצליח אין לעבן אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דער וואס איז שטענדיג פרייליך איז שטענדיג מצליח.


די נאטור פון א מענטש איז צו זיין טרויעריג, ווייל אויף יעדן גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן וואס דאס שלעפט אראפ דעם מענטש אין דאגות און אין מרה שחורה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "כִּי טֶבַע הָאָדָם לִמְשֹׁך עַצְמוֹ לְמָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת מֵחֲמַת פִּגְעֵי וּמִקְרֵי הַזְּמַן, וְכָל אָדָם מָלֵא יִסּוּרִים", יעדער איינער האט זיך זיינע שוועריקייטן אין לעבן וואס מאכט אים דערביטערט און צוגעלייגט, "עַל כֵּן צָרִיך לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", דערפאר דארף א מענטש פרובירן מיט אלע זיינע כוחות צו זיין פרייליך; מען דארף זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען - אפילו מיט נארישקייטן.


מען קען נישט צו קומען צו שמחה נאר דורך תפילה; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך וועט ער צוקומען צו די העכסטע מדריגות וואס איז דא אויף דער וועלט.


שמחה פארברענט אלע קליפות, און מוהרא"ש זאגט אז דאס איז דער סימן ווי אזוי א מענטש קען זיך מעסטן צי ער איז ביי די קדושה צי חס ושלום ביי די טומאה, ער זאל קוקן אויב ער איז פרייליך. ווייל שמחה פארברענט אלע קליפות, וואס זייער גאנצער זאך איז עצבות ומרה שחורה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", עפר דאס איז עצבות ועצלות וואס דאס קומט פונעם יסוד העפר (עיין לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפט).


דערפאר זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דו זאלסט ארויס קריכן פון דיין עצבות ומרה שחורה און דו זאלסט שטענדיג זיין פרייליך, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


איך שרייב דיר דא א תפילה וואס דו זאלסט זאגן יעדן טאג:


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל ארויס גיין פון מיין דעפרעשאן, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטיות. איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפה'נען און נישט פון קיינעם מורא האבן. בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר אמן".

#196 - איך בין ב"ה געהאלפן געווארן, יישר כח
תפילה והתבודדות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג רבי יואל ראטה שליט"א


דא שרייבט צו אייך דער אינגערמאן וואס האט געשריבן דעם בריוו מיט'ן קעפל "מיר ווילן האבן נאך קינדער".


עס איז שוין אריבער אביסל מער פון א חודש זייט איך האב אייך געשריבען מיט מיין צובראכן הארץ דעם דאזיגען בריוו, אין איר האט מיר ווארעם מחזק גיווען און מיר געשריבן: "הער נישט אויף צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר דיין קינד, וועסטו בקרוב זוכה זיין צו גרויסע ניסים. איך ווארט צו הערן פון דיר ווי דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן". דעריבער שפיר איך יעצט א חוב ווען איך האב א פרייליכע און א גליקליך הארץ אייך מבשר צו זיין די גוטע בשורה וואס איר ווארט צו הערן...


א גרויסן יישר כוח פאר די בריוו, און אזוי אויך אויף אלע חיזוק הדרכות און עצות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן פון דיר אז עס איז דא גוטע נייעס ביי אייך וכו'.


ביי דיר איז ממש מקוים געווארן וואס דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: ווען דער אייבערשטער הערט ווי א מענטש דאנקט און לויבט אים, זאגט ער פאר די מלאכים: "קוקט אן דעם איד, ער דאנקט און לויבט מיר, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט", און פארקערט אויך, אז דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט זיך נישט אויף אפצורעדן, זאגט ער: "איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט"; דערפאר זאלסטו נישט אויפהערן צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער האט געטון מיט דיר. דאנק אים אז דו האסט חתונה געהאט און דו האסט א לעכטיג קינד און יעצט ווארט איר שוין וכו', אזוי וועט דער אייבערשטער טון מיט דיר וואונדערליכע ניסים.


איך בין דיר זייער דאנקבאר אז דו האסט מיר מבשר געווען די גוטע בשורה; הלואי זאלן אלע צוריק קומען פארציילן די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט זיי. ווען א מענטש איז אין א צרה קומען ער זיך אויסגיסן דאס הארץ און בעט עצות, אבער ווען מען ווערט געהאלפן פארגעסט מען צו דערציילן וכו'.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מען רופט אים זאגן אז מען איז אין שפיטאל און מען דארף א ישועה, די פרוי איז א מקשה לילד, אבער ווען זי האט דאס קינד רופט מען נישט אן זאגן די גוטע בשורה און ער זיצט א גאנצע נאכט און איז מתפלל וכו' בשעת די ישועה איז שוין דא. דערפאר דאנק איך דיר אז דו ביסט געקומען דערציילן די גוטע בשורה.


איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר אייך.

#195 - ווען איך גיי נאך צדקה, זאל איך זאגן אז איך גיי פאר מיר?
חובות, תפילה והתבודדות, בזיונות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פריערדיגע בריוו וואס דער ראש ישיבה האט מיר צוריקגעשריבן, און א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס העלפן מיר אויף יעדן טריט און שריט.


איך האב געוואלט פרעגן אויף דעם וואס דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז אויב קען מען נישט דעקן די הוצאות, און מ'האט חובות, זאל מען גיין נאך געלט. איך פאלג און איך גיי צו עשירים נאך געלט, אבער נאכדעם טוט עס מיר זייער וויי ווייל די עשירים געבן מיר די זעלבע אדער ווייניגער ווי ווען איך וואלט ווען נישט געזאגט אז איך גיי פאר מיר אליין. זאל איך זאגן פאר וועם איך גיי אדער איז בעסער נישט צו זאגן? ווייל איך באקום ממילא נישט מער און איך האב סתם בזיונות דערפון. און איך ווער פארעקלט פון דעם.א


איך האב נישט קיין ווערטער ארויסצוברענגען מיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה, זייט איך בין געוואויר געווארן פון די עצות וואס די ראש ישיבה לערנט מיט אונז האט זיך מיין לעבן געטוישט, ממש מן הקצה אל הקצה!


דער אייבערשטער זאל שענקען פאר'ן ראש ישיבה אסאך כח אנצוגיין ווייטער צו קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס און מוהרא"ש'ס עצות אז אנדערע אידן זאלן אויך וויסן אז מען קען לעבן א חיים טובים.


יישר כח פאר אלעס.


יעקב משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיינע חובות אין וואס דו ביסט אריין געפאלן; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה, שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון דעם איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער 'בעל חוב'. און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף דער וועלט נישט צו זיין א בעל חוב, וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה - פגם הברית רחמנא לצלן.


די עצה ארויס צו קריכן פון דעם איז, אז מען זאל תשובה טון; מען זאל וויינען צום אייבערשטן אז מען זאל קענען ארויס קריכן פון אלע חובות, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר; קוק ווי איך זינק אין שווערע חובות, איך ווייס אז איך בין זיך אליינס שולדיג, ווייל איך האב געטון עבירות וואס דער עונש אויף דעם איז אז מען ווערט א בעל חוב, איך בין נכשל געווארן אין פגם הברית, אבער רבונו של עולם איך וויל תשובה טון, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים. הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך א חנון המרבה לסלוח, אז מען טוט תשובה ביסטו מוחל אויף אלע עבירות, בעט איך דיר, נעם מיך ארויס פון מיין זומפ, נעם אן מיין תשובה און העלף מיר ארויס צו קריכן פון מיינע חובות", אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן און לייג אריין דיינע אייגענע תפילות ובקשות.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין נאך צדקה פאר זיך; געדענק גוט וואס איך האלט אין איין חזר'ן: "עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, אדער צו נעמען א פשוט'ע ארבעט וכו', א בושה איז אז מען בארגט און מען באצאלט נישט וואס אזוי ווערט מען אנגערופן א רשע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם", א רשע בארגט און באצאלט נישט".


לאז אפ עשירים און חנפ'ע נישט קיינעם; געדענק וואס מוהרא"ש שרייבט אונז אין די צוואה, וזה לשונו: "אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן, פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם".


דערפאר חנפ'ע נישט קיינעם, טראכט נישט פון דעם עושר און פון דעם גביר; דו גיי ווייטער נאך געלט ביז דו וועסט אפצאלן דיינע חובות אין וואס דו דערטרינקסט זיך, ווייל ווי לאנג א מענטש האט חובות האט ער נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח קען מען נישט דינען דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב". ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות.


ווען דו גייסט נאך געלט דארפסטו נישט זאגן אז דו גייסט פאר דיר וכו', נאר זאג "צדקה פאר אן ארעמע משפחה".


זע צו גיין נאך געלט יעדע צופרי - אפילו נאר ביי דעם מנין וואו דו דאווענסט שחרית מנחה מעריב. טראכט נישט: 'וואס וועט שוין זיין אז איך וועל מאכן אפאר דאללער, איך בין דאך שולדיג טויזענטער דאללער פאר מענטשן און גמח'ן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פְּרוּטָה וּפְרוּטָה מִצְטָרֶפֶת", אז דו האסט געמאכט א צענער, א צוואנציגער, גיי באצאל דאס; אזוי צוביסלעך וועסטו ארויס קריכן פון דיינע חובות.


איך ווייס אז עס איז שווער און דו שעמסט זיך, אבער געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פא.): "מוּטָב תִּכַּסְּפוּ בִּי בְּעָלְמָא הָדֵין, וְלָא תִּכַּסְּפוּ מִינֵיהּ לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ענדערש זאל א מענטש פארשעמט ווערן אויף דער וועלט ווי איידער פארשעמט צו ווערן אויף יענער וועלט; א מענטש וואס גייט נאך געלט צו באצאלן חובות איז אן ערליכע איד, עס איז בכלל נישט קיין בושה צו גיין קלייבן געלט, א בושה איז ווען א מענטש איז שולדיג געלט פאר מענטשן און ער זיצט ביי זיך אין שטוב און שטעלט זיך אהער ווי א שיינער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפגעראכטן ווערן און קענען באצאלן אלע דיינע חובות.

#194 - אויב וויינען האט נישט געהאלפן, ווי אזוי וועלן פשוטע תפלות העלפן?
קינדער, תפילה והתבודדות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די טייערע שיעורים וואס זענען ממש כמים קרים על נפש עייפה.


איך זע נאכאלץ נישט קיין גאנצע ישועה מיט מיין זון וואס האט ליידער אוועק געגליטשט, כאטש וואס איך לערן מיט אים אויפ'ן טעלעפאן יעדן טאג משניות, ווייס איך האב אבער נישט וואו ער האלט מיט זיין אידישקייט און מיט'ן היטן שבת.


אמאל פלעג איך זייער אסאך וויינען צום אייבערשטן איבער דעם, מיינע אויגן פלעגן ממש וויי טון פון אזויפיל וויינען, אבער יעצט האב איך מער נישט קיין כח צו וויינען, איך בעט טאקע אסאך דעם אייבערשטן, אבער אן קיין וויינען.


און איך טראכט צו זיך אז אויב האבן די שטורעמישע תפלות מיט גרויס געוויין נישט געקענט אויפטון און ברענגען די גאנצע ישועה, ווי אזוי וועלן די פשוטע תפלות יא העלפן?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קיב): "וְהַמַּשְׂכִּיל הַמֵּבִין יֵשׁ לוֹ לְהִתְפַּלֵּל כָּל יָמָיו שֶׁיִּזְכֶּה פַּעַם אֶחָד כָּל יְמֵי חַיָּיו לְדַבֵּר דִּבּוּר אֶחָד שֶׁל אֱמֶת לִפְנֵי ה' כָּרָאוּי", א מענטש דארף א גאנץ לעבן בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו מתפלל זיין כאטש איין אמת'ע תפילה אין זיין לעבן; אבער דער רבי זאגט נישט א סימן מען זאל וויסן ווען מען איז זוכה צו די אמת'ע תפילה.


קיינער ווייסט נישט ווען די אמת'ע תפילה קומט ארויס פונעם מענטש; א מענטש מיינט אז ווען מען גיסט זיך אויס דאס הארץ וכו' איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אבער ווען מען איז פארמאכט און מען קען אפילו נישט וויינען, קוים וואס מען קען ארויס זאגן א ווארט, דאס איז נישט חשוב. עס איז נישט אזוי; אמאל קען זיין אז דוקא ווען דער מענטש איז אזוי צעקלאפט וכו', ער דאווענט און בעט דעם אייבערשטן טרוקענערהייט וכו', דעמאלט קומט ארויס פון אים א דיבור אמת.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צה): ווען א מענטש דאווענט צום אייבערשטן זאל ער נישט טראכטן: 'ווען גיי איך שוין אביסל וויינען?' 'ווען גיי איך קענען בעטן מיט טרערן?' ווייל דאס אליינס איז מחשבות זרות; נאר ווען מען דאווענט דארף מען טראכטן פון וואס מען זאגט און נישט וועלן גארנישט אפעס אנדערש. חוץ פון דעם זאגט דער רבי, אז אויב מען ווארט צו וויינען וועט מען ביידע נישט האבן – נישט דאס וויינען און נישט דאס דאווענען.


דערפאר זאלסטו זיך נישט מבלבל זיין צי דו וויינסט יא, צי דו וויינסט נישט; דו זאלסט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיין קינד ער זאל תשובה טון. קוק נישט אויף די אלע מחשבות וכו' וואס דאס קומט פונעם יצר הרע. דער יצר הרע האט זייער מורא פון תפילה, דערפאר זוכט ער צו מבלבל זיין דעם מענטש מיט אלע סארט קאפ דרייענישן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#193 - מעג מען וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אום שבת?
שבת קודש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן ישר כח פאר אלע אייערע שיעורים, עס העלפט מיר זייער אסאך אין מיין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג שבת מאכן התבודדות, צו בעטן דעם אייבערשטן און וויינען צום אייבערשטן אום שבת, אדער טאר מען שבת נישט וויינען און בעטן?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ווערט גע'פסקנ'ט (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) אז אויב איינער האט הנאה ווען ער וויינט, ער שפירט זייער גוט נאכדעם וואס ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטער און טוט תשובה וכו' - מעג ער וויינען שבת, ווייל דאס איז זיין עונג שבת; דערפאר איז נישט קיין שום פראבלעם זיך צו מתבודד זיין אום שבת קודש.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפילה, סימן מח): "שַׁבָּת וְרֹאשׁ חֹדֶשׁ יוֹתֵר מְסֻגָּל לְהַעֲלוֹת הַתְּפִילָּה", שבת איז א צייט וואס אלע תפילות גייען ארויף צום אייבערשטן; דערפאר, וואויל איז דעם מענטש וואס ניצט אויס די צייט פון שבת קודש זיך מתבודד צו זיין מיטן אייבערשטן, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', דער וועט זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#192 - פארוואס אינדערפרי קען איך רעדן צום אייבערשטן, און ביינאכט נישט?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים און עצות.


איך וויל מיטטיילן מיט אייך אן אינטערעסאנטע זאך וואס האט זיך געמאכט ביי מיר בנוגע צו תפילה און התבודדות. עס מאכט זיך ביי מיר אסאך מאל אז אין די צופרי שעות בין איך ברוך ה' מצליח צו רעדן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן, ווען עס קומט אבער די ביינאכט שעות גייט מיר גארנישט, עד כדי כך אפילו ווען איך גיי דורך א פראבלעם ביינאכט, למשל אז איינער רעגט מיר אויף, דאן קומט מיר בכלל נישט אריין אין קאפ די עצה אז איך קען בעטן דעם אייבערשטן, כאילו לא היה.


איך וואלט זיך געפריידט אויב דער ראש ישיבה האט אן עצה אדער אן ערקלערונג ווי אזוי דאס קען זיין אז דער זעלבער מענטש וואס מארגן אינדערפרי וועט ער ווייטער רעדן צום אייבערשטער, איז ער אבער ביינאכט אינגאנצן פארמאכט.


מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי עס קען זיין ביי דעם זעלבן מענטש אז צופרי זאל ער רעדן צום אייבערשטן און ביינאכט ווערט ער אויסגעלאשן און פארגעסט אינגאנצן פון תפילה.


דער רבי איז דאס מסביר (ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן סב, אות ה) אויפן זוהר (פרשת משפטים צה.): "עוּלִימְתָּא שַׁפִּירְתָּא דְּלֵית לָהּ עֵינִין; גּוּפָא טְמִירְתָא, וְאִתְגְּלֵי, נָפְקַת בְּצַפְרָא וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא", זאגט דער רבי אזוי: די אמונה ווערט אנגערופן "עוּלִימְתָּא שַׁפִּירְתָּא"; דאס הייסט, ווען מען פרעגט א מענטש וואס גלייבט אינעם אייבערשטן: "זאג מיר וואס דו שפירסט, זאג מיר וואס דו גלייבסט", וועט דער מענטש נישט קענען ענטפערן וואס ער שפירט און וואס ער גלייבט, ווייל יעדע זאך וואס האט מיט אמונה איז א זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין, אבער פאר דעם מענטש וואס גלייבט איז עס אזוי קלאר - ממש ווי ער זעט דאס מיט זיינע אויגן. דאס איז פשט, "גּוּפָא טְמִירְתָא", אמונה איז א זאך וואס איז באהאלטן און מען קען דאס נישט מסביר זיין, אבער - "וְאִתְגְּלֵי", דער מענטש וואס גלייבט, ביי אים איז עס אזוי קלאר ווי ער זעט דאס מיט זיינע אויגן.


יעדע צופרי באנייט דער אייבערשטער די אמונה, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ"; זאגט דער רבי אז דאס איז פשט, "נָפְקַת בְּצַפְרָא", אינדערפרי באווייזט זיך די אמונה, אבער במשך דעם טאג ווען דער מענטש ווערט באשעפטיגט מיט זיינע זאכן, ווערט צוביסלעך אפגעשוואכט די אמונה; מען הייבט אן טראכטן פון געלט, מען הייבט אן טראכטן פון (דברים ח, יז): "כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה" און מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, דאס איז פשט "וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא", במשך דעם טאג ווארט די אמונה פארדעקט.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז יעדן טאג אינדערפרי האסטו כח צו רעדן צום אייבערשטן און ווען עס קומט ביינאכט פארגעסטו פון די אמונה; זאלסטו זען צו מאכן התבודדות גלייך אינדערפרי פאר דו הייבסט אן צו ווערן באשעפטיגט מיט דיינע ענינים.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי): "וּבְיוֹתֵר מוֹעִיל הַשֵּׁנָה לָאֱמוּנָה", ווען א מענטש שלאפט ווערט געשטארקט זיין אמונה; דערפאר זעט מען אז אינדערפרי איז א מענטש מער רואיג און געלאסן, ווייל נאכן שלאפן האט א מענטש מער אמונה און עס איז אים גרינגער צו רעדן צום אייבערשטן, מה שאין כן ווען עס קומט ביינאכט ווען דער מענטש איז אויסגעמוטשעט, פאלט ארויף אויפן מענטש א מידקייט און מען ווערט צעבראכן.


דערפאר איז זייער גוט זיך צו מאכן אביסל צייט גלייך אינדערפרי צו רעדן צום אייבערשטן, זיך מיישב זיין וואס מען דארף נאך פארעכטן און וואס מען דארף זיך פארבעסערן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נד): "כָּך רָאוּי לִהְיוֹת מִנְהַג יִרְאֵי הַשֵּׁם תֵּכֶף בַּבּקֶר בַּהֲקִיצוֹ, קֹדֶם שֶׁיַּתְחִיל שׁוּם דָּבָר יִזְכֹּר מִיָּד בְּעָלְמָא דְּאָתֵי", דאס איז דער וועג ווי אזוי אן ערליכער איד דארף זיך פירן, גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי זאל מען טראכטן פון תכלית - עס קומט נאך א וועלט און קיינער בלייבט נישט דא. עס גייט קומען א טאג וואס אלע וועלן מיר איבערלאזן די וועלט, מען וועט נעמען דעם מענטש און אים אריין לייגן אין גרוב. דארט וועט גארנישט ניצן - נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מיר האבן זיך אנגעגרייט וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זיך מתבודד יעדן צופרי; דו פארציילסט פארן אייבערשטן דיין גאנצע הארץ, דיין גאנצע לעבן, אלעס וואס טוט דיר וויי.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#191 - ווי אזוי קען איך זיין ריין פון פגם הברית?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן וואס איך קען טון צו זיין ריין פון פגם הברית. איך האב מיך שוין פרובירט פארצונעמען אלע סארט קבלות צו זיין ערליך, און איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטער דערפאר, אבער איך קען נישט ארויס קריכן דערפון, וואס איז די עצה? וויאזוי שטארקט מען זיך אויף די יצר הרע?


א גרויסן דאנק אויף אלעס און אלעמען.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) "כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. אזוי אויך "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן ר"מ, סעיף יד): ווי מער א מענטש איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט ער אפגעשוואכט און פארעלטערט, מען פארלירט די כוחות, אזוי אויך "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערן אים אפגעשוואכט, עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון זיין מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פונעם קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפן מענטש; זעט מען פון דעם וואס די עבירה ברענגט אויפן מענטש בגשמיות.


נאכדעם האט דער מענטש שאדן ברוחניות, אז ער פארלירט אלסדינג; ווען א מענטש זינדיגט אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט ער דעם טעם פון דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית, אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", ווער עס איז פוגם בברית, קען נישט דאווענען.


נאך א שאדן, אז מען ווערט זייער דעפרעסט; א מענטש כאפט נישט פון וואס ער איז אזוי בעצבות, אבער באמת קומט זיין דעפרעסיע און צעבראכענקייט ווייל ער זינדיגט אין פגם הברית, די עבירות מאכן אים דעפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער אין די תורה: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך, און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן.


די עצה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע געוואוינהייט - איז תפילה והתבודדות, מען דארף שרייען צום אייבערשטן אז מען זאל קענען ארויסגיין פון די ביטערע עבירה.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה, דאס זאלסטו זאגן יעדן טאג פארן אייבערשטן, נישט איין מאל און נישט צוויי מאל, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר; איך וויל זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה, אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויס צו רייסן דערפון. הייליגער באשעפער, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריקפאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, איך גיי ארום מיט נארישע געדאנקען, איך רעד מיר איין אז דו דארפסט מיר נישט, איך בין אזוי דערשראקן אז איך קען שוין נישט תשובה טון".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן; זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.


בדרך כלל ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית האט נישט קיין מח צו לערנען בעיון, דערפאר זאלסטו זאגן יעדן טאג משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, ווייל דיין מח איז אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, זאלסט זאגן פרקים משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, און ער ווערט ריין.


משניות האט א סגולה אז דאס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות, נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות, איז דאס א מורא'דיגע זאך; ח"י פרקים משניות יעדן טאג מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער, עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש, ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין דער עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און ווען מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#190 - איך ווייס נישט קיין סאך הלכות
הלכה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, בין איך געוואויר געווארן אזויפיל זאכן אין אידישקייט וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט ביז יעצט, פון גרויסע זאכן ביז קליינע פרטים.


איך בין א געווענליכער בחור, איך בין אויפגעוואקסן אין א געווענליכע אידישע שטוב, אבער ערשט לעצטנס האב איך אנגעהויבן אויפפאסן ווי ווייניג איך ווייס ווען עס קומט צו דאווענען אדער צו הלכות. למשל ביז צוויי יאר צוריק האב איך נישט געוואוסט אז מוצאי שבת זאגט מען אתה חוננתנו ביים שמונה עשרה, נאך א ביישפיל וואס איך בין ממש לעצטנס געוואויר געווארן וועגן די פיר פרשיות וואס מ'דארף זאגן מיט די תפלין, ווי אזוי מ'דארף זיך בייגן ביים אויסטרעטן פון שמונה עשרה, אויף וועלכע האנט צו פאלן ביי תחנון, און אזוי ווייטער נאך פארשידענע הלכות וואס איך האלט אין איין געוואויר ווערן.


איך הער אסאך מאל ביי די שיעורים ווי איר פרעגט פון די בחורים וואס מען זאל רעדן ביים שיעור, אפשר וואלט געווען כדאי צו לערנען יעדן טאג אביסל הלכות ביים שיעור, איך בין זיכער אז איך וועל זיך אויסלערנען דערפון גאר אסאך, און זיכער וועלן אנדערע אויך הנאה האבן דערפון.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר, איך האב באקומען גאר אסאך פון אייך, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן ווי אזוי מיין גאנצע לעבן האט זיך מיר געטוישט דורך אייערע שיעורים. דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט אייער הייליגע ארבעט ארויסצוהעלפן אידישע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל הלכה; היינט זענען דא א שפע פון ספרים אויף הלכה, עס קומען כסדר ארויס ספרים אויף הלכות אין אלע שפראכן, אויף אידיש, אויף ענגליש וכו', כדי אז די מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין לשון הקודש זאלן אויך קענען הלכות און וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "צוויי זאכן דארף יעדער איד טון יעדן איינציגסטן טאג"; די ערשטע זאך וואס דער רבי פארלאנגט פון יעדן איד, אז מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה, און דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שלחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך, טורי זהב, מגן אברהם וכו'; קוק דער לשון וואס דער רבי זאגט: "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו ער האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


הלכה איז געווען ביים רבי'ן דער וויכטיגסטער שיעור. דער רבי האט געזאגט (שם) אז הלכה קומט פאר אלע אנדערע שיעורים, "כִּי עַל יְדֵי חֲטָאִים נִתְעָרֵב טוֹב וָרַע", ווייל דורכדעם וואס א מענטש זינדיגט, מישט ער אויס גוטס מיט שלעכטס; ער ווייסט נישט וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, אויף שלעכטס זאגט ער אז דאס איז טוב, און אויף גוטס זאגט ער אז דאס איז רע; די עצה אויף דעם איז, צו לערנען הלכה, "וְעַל יְדֵי לִמּוּד פּוֹסֵק, שֶׁמְּבָרֵר הַכָּשֵׁר וְהַפָּסוּל הַמֻּתָּר וְהָאָסוּר הַטָּהוֹר וְהַטָּמֵא, עַל יְדֵי זֶה נִתְבָּרֵר וְנִפְרַשׁ הַטּוֹב מִן הָרָע", ווייל ווען מען לערנט הלכה זעט מען גלייך וואס איז גוטס און וואס איז שלעכטס, וואס מעג מען טון און וואס טאר מען נישט טון.


עס איז באוואוסט דעם סיפור אז א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן מיט זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן, האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: "איר מעגט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי איר ווילט (דאס מיינט, איר קענט זאגן אלע סארט פשטים אין מיינע תורות), מיט איין תנאי, אז איר זאלט נישט אפטרעטן פון א סעיף קטן אין שלחן ערוך"; ווייל ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר מען זאל נישט אוועק גיין פון הלכה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים, ווייל "מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּעוֹלָמוֹ, אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה בִּלְבַד", פון ווען מיר האבן פארלוירן דעם בית המקדש - דעם אייבערשטנ'ס הויז, וואוינט דער אייבערשטער דארט וואו מען לערנט הלכה; דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג הלכה.


די צווייטע זאך וואס דער רבי האט געזאגט אז יעדער איד דארף טון יעדן טאג איז איז "התבודדות"; מען זאל רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס פארציילן פארן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו', און וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#189 - מעג מען דאווענען נאך חצות?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך מעג דאווענען נאך חצות.


יישר כח פאר אלעס.


וואלווי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד וואלווי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): "ווען א איד איז שטארק מיטן דאווענען דריי מאל א טאג, שחרית, מנחה און מעריב, וועט ער בלייבן א איד; דאס האלט א איד שטארק אז מען זאל נישט אוועקפאלן פון אידישקייט".


דער רבי זאגט (שם): דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", איז ער געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסי, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן, האט דער אייבערשטער געמאכט א נס, עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג, ביז דער בארג איז אים אריין געפאלן אויפן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פיס און אים גע'הרג'עט. זאגט דער רבי, עוג מלך הבשן דאס איז דער יצר הרע וואס ער האט פיינט יעדן איד און ער וויל אים הרג'נען, ווען ער זעט אז א איד האלט זיך אין מחנה ישראל דורך ג' פרסי, דורך זיינע דריי תפילות, זאגט ער, איך וועל אויסרייסן פון אים די דריי תפילות אזוי וועל איך אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל.


דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק אז א מענטש זאל אנהייבן מזלזל זיין אין דאווענען; קודם הייבט דער מענטש אן צו פארפאסן מנחה מעריב, נאכדעם הייבט מען אן שניידן פון שחרית, מען ווערט א תלמיד חכם - מען ווייסט שוין וואס איז דער עיקר דאווענען און וואס איז נאר א לכתחילה וכו' וכו', נאכדעם פאלט מען נאך א שטאפל, מען טוט אן די תפילין און מען זאגט בלויז שמע ישראל מיט די ערשטע דריי ברכות פון שמונה עשרה, ביז מען הערט אויף אינגאנצן צו דאווענען; אזוי נעמט דער יצר הרע אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן. קומט משה רבינו וואס דאס איז דער אמת'ער צדיק, ער לערנט אויס פארן מענטש: "געב א שפרינג" – "טאנץ ארויס פון בעט", און "טאנץ אריין אין שול", מיט דעם הרג'סטו דעם יצר הרע. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח.): "בָּא לְהָרְגְך, הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ", לייגט דער זוהר הקדוש צו איין ווארט (הקדמת תקוני זהר, ח:): "הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ - בִּצְלוֹתָא"; זעט מען אז דורכ'ן דאווענען שחרית מנחה מעריב הרג'עט מען דעם יצר הרע.


דערפאר זאלסטו זען צו גיין דאווענען שחרית גלייך ווען דו שטייסט אויף; שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לא): "רָאוּי לְהִזְדָּרֵז לְהִתְפַּלֵּל תָּמִיד בַּבֹּקֶר הַשְׁכֵּם בְּכָל מַה שֶׁיּוּכַל, כִּי לְפִי גֹּדֶל מַעֲלַת הַתְּפִלָּה, שֶׁיְּקָרָה מַעֲלָתָהּ מְאֹד מְאֹד, מִי יוֹדֵעַ אִם יִזְכֶּה אַחַר כַּך לְהִתְפַּלֵּל", מען דארף דאווענען גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, ווייל דאווענען איז זייער א גרויסע און טייערע זאך, און אויב מען שטופט עס אפ אויף שפעטער, ווער ווייסט צי מען וועט בכלל דאווענען; דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל גארנישט טון פארן דאווענען, און ער האט אוועק געמאכט די אלע וואס גרייטן זיך מיט הכנות וכו' (עיין שיחות הר"ן, סימן ל).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#188 - ווי אזוי דאנק איך דעם אייבערשטן אויף די נס מיט ר' שלום מרדכי רובאשקין?
אחדות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך באדאנקען פאר אייערע געוואלדיגע שיעורים, בזכות די שיעורים און די דרשות האב איך זייער סאך געבעטן און גערעדט צום אייבערשטן, און איך בעט נאך אלץ ב"ה.


איך האב אויך זייער פיל געבעטן אז ר' שלום מרדכי רובאשקין נ"י זאל באפרייט ווערן פון תפיסה, עס האט מיך זייער געבאדערט אז א איד זיצט אין תפיסה על לא דבר, נעכטן האב איך ספעציעל נאכאמאל אנגעהויבן מתפלל זיין פאר אים, איך האב געטענה'ט מיט'ן אייבערשטן פארוואס זאל רובאשקין זיצן אין תפיסה, און יעצט הער איך די גוטע נייעס אז ער איז ברוך ה' באפרייט געווארן, ממש איך בין אן א לשון... ווי אזוי קען איך דאנקען דעם אייבערשטן פאר אזא נס?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז אז ר' שלום מרדכי רובאשקין ני איז ארויס פאריגע וואך פון תפיסה - דאס איז א נס פאר גאנץ כלל ישראל.


די נייעס האט אויפגעשטורעמט די גאנצע וועלט; מיר האבן געטאנצן שבת נאך אלע תפילות אין ישיבה אויף די ניגונים: "חסדי ה' כי לא תמנו", "פדה בשלום נפשי", "ואני אבטח בך".


יעדער איד פריידט זיך מיט די נס; מען זעט אז דער אייבערשטער הערט אויס די געבעט פון אידישע קינדער, מען זעט אז עס איז נישט דא קיין ייאוש אויף דער וועלט. דאס שטארקט אונז אלע מיר זאלן ווייטער בעטן פאר אידישע קינדער, מיר זאלן מתפלל זיין פאר אלע וואס דארפן א רפואה, פאר אלע וואס דארפן ישועות, יעדע תפילה קומט אן צום אייבערשטן.


מען דארף פארציילן פאר די ווייב און קינדער די גאנצע מעשה: "פרשת שלום מרדכי בן רבקה". מען האט גענומען אן אומשולדיגער מענטש, און אים איינגעשפארט אין תפיסה פאר לאנגע יארן, און אלע אידן פון די גאנצע וועלט האבן געבטן פאר אים יעדן טאג, ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן אז ער איז באפרייט געווארן פון תפיסה פלוצלינג, אום זאת חנוכה. דאס וועט אויפבויען אין זיי די אמונה פשוטה, מען זאל גלייבן אז עס איז נישט דא עפעס אנדערש וואס צו טון ווען מען האט א צרה - חוץ תפילה. דאס וועט אויפבויען אין זיי אז עס איז נישט דא פון וועם צו בעטן נאר פונעם אייבערשטן.


מען דארף שטענדיג חזר'ן מיט די ווייב און קינדער: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", איך גלייב אז ווען מען דארף א ישועה דארף מען נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש האט א נס, זאל ער דאס דערציילן פאר יעדן איינעם, דאס וועט מאכן אז דער אייבערשטער זאל מאכן מיט אים נאך ניסים".


דערפאר, אז דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ר' שלום מרדכי איז ארויס פון תפיסה, דארף מען שמועסן פון דעם נס און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם, וועט דער אייבערשטער טוהן מיט אונז נאך ניסים. מיר דארפן אלע גרויסע נסים, אידישע קינדער גייען אריבער ביטערע צרות און שווערע יסורים; די שפיטעלער זענען ליידער פיל מיט אידישע קינדער. אז מיר וועלן פארציילן די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז, וועט ער טון מיט אונז נאך ניסים.


מען זעט די אחדות וואס איז דא ביי כלל ישראל; גאנץ כלל ישראל פריידט זיך מיט אים. אפילו מענטשן פון אנדערע קרייזן, מענטשן וואס האבן אים קיינמאל נישט געזען, מענטשן וואס קענען אים נישט - יעדער גייט ארום מיט א מורא'דיגע שמחה אויף די גרויסע נס. דאס ווייזט פארן אייבערשטן אז אלע אידן זענען פאראייניגט מיט א שטארקע אחדות, דאס וועט ברענגען די גאולה שלימה בקרוב ממש.

#187 - דארף מען דאווענען שטייט אדער שנעל?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א הארציגן ישר כח פאר די חיזוק בריוון איר זענט ממש מחיה נפשות, זאל אייך השם יתברך געבן געזונט און לעבן צו קענען ממשיך זיין מקרב צו זיין נפשות צום אייבערשטן, וואס עס איז נישטא קיין גרעסערע זכות פון דעם. אשריכם.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה, איך בין לעצטנס געווען אין איינע פון די בתי מדרשים אויף שבת און מען האט אזוי שנעל געכיפערט דאס דאווענען ממש ווי איינער דארף כאפן א טרעין, איך האב קוים געקענט ארויס זאגן די ווערטער (ס'איז געווען שבת, און איך בין זיכער אז קיינער דארף נישט כאפן דארט קיין טרעין...).


איך האב אויך נישט ליב ווען מען ציט אויס סתם ווערטער, אבער אזוי צו כיפערן נאך דערצו אויף שבת קודש? איך האב באמת נישט געוואוסט וואס צו טראכטן, צי איך בין משוגע, צי זיי זענען משוגע. וואו יאגט מען זיך? האב איך געוואלט וויסן וואס איז דעם ראש הישיבה'ס אויסקוק דערויף?


צום באמערקן אין סידור עת רצון פון מוהרא"ש זי"ע האב איך געזען ביים סוף פון די הקדמה ווי ער שרייבט אז "דער סידור איז נישט געשריבן געווארן פאר הָרָצִים בַּסּוּסִים רֹכְבֵי הָרֶכֶשׁ הָאֲחַשְׁתְּרָנִים בְּנֵי הָרַמָּכִים, פאר די וואס כיפערן דעם דאווענען" וכו', עיין שם.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואו דו האסט געדאווענט און פון וועלכע שול דו רעדסט; אין היכל הקודש האט מוהרא"ש זכרונו לברכה אוועקגעשטעלט ווי לאנג עס זאל נעמען דאס דאווענען. שבת אינדערפרי דארף נעמען דאס דאווענען נישט מער ווי צוויי שעה; אודאי אז מען קומט אין שול ביי ברוך שאמר אדער ביי נשמת קען מען זיך נישט מיט כאפן, עס זעט אויס ווי דו שרייבסט (אסתר ח, יד): "הָרָצִים רֹכְבֵי הָרֶכֶשׁ הָאֲחַשְׁתְּרָנִים, יָצְאוּ מְבֹהָלִים וּדְחוּפִים", מען דאווענט שנעל און מען כאפט אפ דעם דאווענען, אבער אז מען קומט צייטליך אין שול, מען הייבט אן דאס דאווענען מיטן בעל תפילה פון אנהייב, דעמאלט איז זייער געשמאק צו דאווענען, דאס דאווענען האט א טעם ווי זיסע וואסער, מען איז זיך מחי' מיט יעדעס ווארט.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו שלעפן ביים דאווענען; אין שלחן ערוך שטייט (אורח חיים, סימן נג, סעיף יא): אויב דער בעל תפילה דאווענט שטייט ווייל ער וויל מכבד זיין דעם אייבערשטן מיט זיין קול - איז זייער גרויס זיין שכר, אבער אויב ער טוט דאס סתם צו ווייזן זיין שיינע קול, איז עס א גרויסע עבירה. ווייל מיט דעם וואס מען ציט אויס דאס דאווענען קומען נישט מענטשן אין שול.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם בברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", קען נישט דאווענען. ער שפירט א ביטערע טעם אין דאווענען; דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון "מַיִּין מְרִירִין" - ביטערע וואסער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שמות טו, כג): "וְלא יָכְלוּ לִשְׁתּוֹת מַיִם מִמָּרָה, כִּי מָרִים הֵם", די אידן האבן נישט געקענט טרינקען דאס וואסער ווייל עס איז געווען ביטער; בפשטות מיינט דער פסוק צו זאגן אז מען האט נישט געקענט טרינקען די וואסער ווייל עס איז געווען ביטער, מוהרא"ש זאגט: כִּי מָרִים הֵם, "זיי" זענען געווען ביטער, זיי האבן נישט געקענט טרינקען די וואסער ווייל "זיי" זענען געווען ביטער, דאס וואסער איז געווארן ביטער ביי זיי אין מויל. אז מען קוקט א גאנצע וואך שמוציגע קליפס, מען ליגט אין ניאוף, אין ביטערע מעשים, איז קיין שום וואונדער נישט אז ווען עס קומט צום דאווענען דאווענט מען נישט, מען קומט שפעט און מען דאווענט נישט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען זייער קעגן שלעפן דאס דאווענען; אפילו ראש השנה ווען מען איז ממליך דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט, דער אנהייב פונעם יאר, האט מוהרא"ש אויך אוועק געשטעלט ווי לאנג עס זאל נעמען דאס דאווענען - פון אכט אזייגער ביז צוויי אזייגער.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געבעטן צו דאווענען תפילת שחרית ראש השנה, פון שנת תשע"ב לפ"ק. מענטשן זענען געווען ברוגז אויף מיר אז איך דאווען שנעל, "וואו איז דא צו לויפן" - האבן זיי מיר פארגעהאלטן. איך האב אבער נאר געטון וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט; מוהרא"ש האט מיר שטענדיג געוויזן מיט די הענט שנעלער, שנעלער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - אויף א צרה דארף מען בעטן אדער דאנקען?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און דרשות וואס זענען ממש מחיה נפשות!


איך האב לעצנטס געהערט פון איינעם פון די רבנים פון ברסלב וואס האט געזאגט אין א דרשה אז ווען עס קומט א צרה אויף א מענטש ח"ו, דארף דער מענטש דאנקען דעם אייבערשטן פאר צען מינוט אויף די צרה, און דאן וועט ער זען א ישועה. האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס איז טאקע דער ריכטיגער וועג.


א גרויסן יישר כח!


נתן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נתן נרו יאיר


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה 'התבודדות'; מוהרא"ש זאגט, ווען מיר וואלטן מקורב געווארן צום רבי'ן נאר צו באקומען די מתנה, וואלט שוין אלעס כדי געווען.


'התבודדות' איז טייטש אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך, אויף זיין מאמע לשון, אלעס אויס דערציילן פארן אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט (שבחי הר"ן, סימן י) אז ער איז צו געקומען צו זיינע מדריגות נאר דורך די עצה פון התבודדות, נאך האט דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים, אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות. ווען דער רבי האט דאס געזאגט, אז מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות, זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו, זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדן נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט, אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.


ווען א מענטש גייט אריבער צרות ויסורים, איז די איינציגסטע עצה ארויס צו גיין דערפון - דורך בעטן דעם אייבערשטן. עס איז א מצוות עשה מן התורה צו שרייען צום אייבערשטן ווען עס קומט א צרה (רמב"ם, פרק א' מהלכות תעניות, הלכה א), און אזוי לערנט אונז דער הייליגער רבי, אז מיר זאלן נאר אנטלויפן צום אייבערשטן, וויינען צו אים ער זאל רחמנות האבן אויף אונז.


דאס וואס דו שרייבסט אז מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן צען מינוט אויף די צרה וואס מען האט וכו', דאס איז קעגן די תורה. ווען מען לערנט תורה זעט מען וואס די אבות הקדושים האבן געטון ווען זיי האבן געהאט א צרה; וואס האט יצחק אבינו געטון ווען ער האט געווארט אויף קינדער? ער האט געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (בראשית כה, כא): "וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ", יצחק אבינו האט געדאוונט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סג, ה): "יצחק אבינו איז געשטאנען אין איין וויקל, רבקה איז געשטאנען אינעם אנדערן ווינקל, און אזוי האבן זיי געדאוונט ביז דער אייבערשטער האט זיי געגעבן קינדער; וואס האט יעקב אבינו געטון ווען ער האט געזען ווי עשו וויל אים הרג'נען? ער האט געבעטן דעם אייבערשטן; וואס האבן די אידן געטון אין מצרים ווען פרעה האט זיי געפייניגט? זיי האבן געקרעכצט צום אייבערשטן, און זיי האבן געשריגן צו אים ער זאל זיי העלפן.


נעם דעם ספר תהילים, קוק וואס דוד המלך האט געטון ווען ער האט געהאט צרות און יסורים - ער האט געשריגן צום אייבערשטן: "העלף מיר אייבערשטער", "ראטעווע מיר אייבערשטער", אויך האט ער געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה) אז דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס, האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


עס איז נישט דא אזא זאך ווי צו זאגן פאר א מענטש: "דאנק דעם אייבערשטן אויף די צרה וואס דו האסט", עס איז סתם ליצנות געמאכט אויפן חשבון פון מענטשן; גיי צו א איד וואס האט נישט קיין קינדער פאר לאנגע יארן, און זאג אים ער זאל יעדן טאג טאנצן פאר צען מינוט: "א מחיה אז איך האב נישט קיין קינדער", "איך דאנק דיר אייבערשטער אז מיר האבן נישט קיין קינדער", דאס איז סתם ליצנות געמאכט אויפן חשבון פון א צעבראכענעם איד. אודאי דארף מען טאנצן יעדן טאג, מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט - מער ווי צען מינוט, אבער מען טאר זיך נישט אפנארן.


א מענטש דארף גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים איז זיכער לטובותו, דער אייבערשטער ער ווייסט וואס עס איז גוט פארן מענטש, אויף דעם בעטן מיר (תהלים פה, ח): "הַרְאֵנוּ ה' חַסְדֶּךָ", ווייז אונז אייבערשטער אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אונז איז חסדים; אבער ארויס צו גיין פון א צרה איז דא איין עצה - בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אז דער אייבערשטער זאל אוועק נעמען פון אים זיינע יסורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#185 - ס'איז מיר זייער שווער צו רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר שוין א לענגערע צייט צו מאכן התבודדות, אבער די ווערטער קומען נישט ארויס געהעריג; רוב מאל איז עס נאר במחשבה, אדער דורך שרייבן, אדער זאג איך נאר "טאטי העלף מיר".


איך האב מורא צו מתפלל זיין, ווייל שוין לאנג צוריק האט מיר איינער געזאגט א מדרש וואס דערציילט אז א מענטש איז געווען אין מדבר און ער האט שוין נישט געהאט קיין כח צו גיין ווייטער האט ער מתפלל געווען אז ער זאל האבן אן אייזל, זאגט דער מדרש אז א קעניג איז דעמאלט אריבערגעגאנגען די מדבר מיט אן אייזל און ער האט געהייסן דעם מענטש אז ער זאל עס אים שלעפן, אבער ער זאל נישט רייטן אויף די אייזל, זאגט דער מדרש אז דאס איז געקומען ווייל ער האט נישט מתפלל געווען אז ער זאל האבן אן אייזל "צו רייטן", ער האט נאר געבעטן אן אייזל און ער האט עס באקומען.


איך פארשטיי עס נישט, דער אייבערשטער האט דאך געוואוסט אז ער דארף עס צו רייטן? איך ווייס נישט וואו דער מדרש איז, אבער עס מאכט מיר שווער צו מתפלל זיין ווייל אויב איך וועל נישט זאגן קלאר די תפלה קען נאך ארויסקומען שלעכטס דערפון.


איינער האט מיר געגעבן אן עצה צו זאגן נאכן מתפלל זיין יהיו לרצון אמרי פי "והגיון ליבי". וואס איז די עצה פונעם ראש ישיבה? און וואס איז פשט אין דעם מדרש?


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, יב כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


וויסן זאלסטו, דאס אז עס קומט דיר אן שווער צו רעדן צום אייבערשטן, דו ווילסט רעדן צום באשעפער אבער די ווערטער קומען נישט ארויס פון מויל וכו', אזוי איז ביי יעדן איינעם אין אנהייב. ווייל ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אפגעשוואכט זיין אמונה, ער שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז ביי אים, מיט אים, און נעבן אים. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל הָאָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה בָּאָדָם", ווען א מענטש זינדיגט הייבט ער אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן, די אמונה ווערט ביי אים זייער שוואך. דערפאר זעט מען אז ווי יונגער דער מענטש איז, איז די אמונה שטערקער ביי אים, וועגן דעם זעט מען אז קינדער האבן זייער א שטארקע אמונה, ווייל זיי זענען נאך ריין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד, כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוהט ביי יעדן איינעם, ווי נאר מען האט געזינדיגט איז די שכינה אוועק געגאנגען; וואס מיינט שכינה? ווען א מענטש ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער; ווייל אלעס וואס מען זעט מיט די אויגן איז נאר א לבוש פונעם אייבערשטן, די גאנצע וועלט איז איין שטיק אייבערשטער, דער אייבערשטער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, נאר דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי, מדבר. ווען א מענטש ווייסט אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט אים, ביי אים, און נעבן אים, דאס מיינט 'השראת השכינה' - די שכינה רוהט ביי אים, דעמאלט הייבט דער מענטש אן רעדן צום אייבערשטן, ער פארציילט אלעס פארן אייבערשטער, ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ אזוי ווי ער וואלט גערעדט מיט זיין חבר.


אבער ווען א מענטש זינדיגט רחמנא לצלן, גייט אריין אינעם מענטש נארישע חכמות, שטותים און דמיונות, כאילו דער אייבערשטער האט איבער געלאזט די וועלט וכו'. מען קען זען מענטשן דרייען זיך ארום צעבראכן און צעריסן, מען גייט ארום מיט קשיות און ספיקות אויפן אייבערשטן רחמנא לצלן, אויף דעם איז די עצה מען זאל שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך וויל האבן א ריינע אמונה, איך וויל גלייבן אז דו ביסט דא, איך וויל רעדן צו דיר וכו' וכו'", ווי מער א מענטש שטופט זיך אריין צו גיין בהיכל המלך וועט ער זוכה זיין אנצוקומען אינעווייניג.


דערפאר, אז דו שרייבסט אז דו קענסט נישט רעדן צום אייבערשטן איז די עצה זאלסט דאס בעטן פונעם אייבערשטער, און אז דו וועסט זיין אן עקשן וועסטו אויספירן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "צָרִיך לִּהְיוֹת עַקְשָׁן גָדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַך", מען דארף זיין א עקשן ווען מען וויל זיין אן ערליכער איד, דאס מיינט צו זאגן אז מען טאר נישט אפלאזן עבודת התפילה, מען דארף בעטן און בעטן ביז מען איז זוכה אז מען עפענט אויף די טיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ד.) ווען אליעזר איז געגאנגען זוכן א שידוך פאר יצחק, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל טרעפן א שידוך פאר יצחק, האט ער נישט גוט געבעטן, ער האט געזאגט פארן אייבערשטן: "אויב איך וועל בעטן פון א מיידל געב מיר טרינקען און זי וועט זאגן 'טרינק און געב טרינקען פאר די קעמלעך' דאס איז א סימן אז זי איז די כלה", ער האט אבער נישט גוט געבעטן, ווייל וואס וואלט ער געטון ווען עס קומט צו גיין א מיידל מיט א אומזעבארע פעלער, און ער וואלט איר געבעטן וואסער, וואלט ער אריין געפאלן מיט א פעלערדיגע כלה וכו', למעשה האט אים דער אייבערשטער געהאלפן אז רבקה איז ארויסגעקומען. זעט מען פון דעם אז א מענטש דארף זיך גוט אויסשמועסן מיטן אייבערשטן ווען ער זוכט א שידוך, ער זאל בעטן בפרטי פרטיות און נישט פארפעלן צו בעטן אויף קיין שום פרט.


ווען דו הערסט א מעשה אז איינער האט געבעטן דעם אייבערשטן נישט ווי עס דארף צו זיין און ער האט באקומען נאר וואס ער האט געבעטן, דארפסטו ארויס נעמען פון די מעשה זיך מחזק צו זיין, אז וואס מען בעט באקומט מען, נישט פשט אז עס זאל דיר מאכן אויפהערן רעדן צום אייבערשטן, ווייל אן תפילה האט מען זיכער גארנישט. די אלע מדרשים וואס ברענגען אראפ מעשיות פון תפילה, דאס איז מחזק צו זיין דעם מענטש, ער זאל בעטן דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין, נישט מען זאל נעמען די מדרשים אויפצוהערן רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 


 

#184 - ווי אזוי רעדט מען צו קליינע קינדער וועגן דעם אייבערשטן?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אייערע דרשות און חיזוק, איך זע עס יעדן טאג, עס מאכט מיך גוט, און מיין גאנצע שטוב מאכט עס גוט.


איך וויל פרעגן ווי אזוי מען רעדט צו קליינע קינדער וועגן דעם אייבערשטן? ווען זיי שפילן זאגן זיי 'איך בין די גרעסטע', 'ניין, דער אייבערשטער איז גרעסער', זיי טראכטן אז דער אייבישטער איז א גוף און ער איז ערגעץ, און ער איז גרויס. איך געדענק ווען איך בין געווען קליין האב איך אין בעט געטראכט ווי אזוי דער אייבערשטער זעט אויס, אפשר אזוי ווי א... (איך וויל נישט זאגן ווייל עס איז א שאנדע פאר'ן אייבערשטן צו שרייבן וואס איך האב געטראכט) אבער אזוי האב איך געטראכט, אפשר אזוי ווי...


מיין קשיא איז, אפשר איז נישט גוט צו רעדן אסאך פונעם אייבערשטן, ווייל קינדער מיט זייער קליינע קעפל כאפן עס נישט געהעריג. אבער למעשה דארף מען זיי דאך מחנך זיין, און אסאך רעדן אז אזוי זאלן זיי רעדן צום אייבערשטן ווען זיי ווערן גרויס, אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט אין די דרשות.


אויך לערן איך זיי אויס צו רעדן צום אייבערשטן, אבער איך טראכט אז זיי זעען אז זיי בעטן און זיי ווערן נישט געהאלפן, טראכטן זיי אז עס איז א ליגנט.


אויך ווען איך בין געווען קליין האב איך געטראכט ווער האט באשאפן דעם אייבערשטן, ממילא טראכט איך אז אפשר דארף מען זאגן פאר קינדער אז מען טאר עס נישט טראכטן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס


מרת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער, ווי יונגער זיי זענען, איז זייער אמונה אסאך שטערקער, ווייל זייער נשמה איז נאך אינגאנצן ריין. דערפאר זעט מען ביי זיי א שטארקע תמימות; זייער דאווענען און לערנען איז זייער איידל און ריין, ווייל זייער אמונה איז קלאר. אבער ווי עלטער מען ווערט און מען הייבט אן נאכצוגיין דעם יצר הרע, ווערט זייער אמונה אפגעשוואכט. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל הָאָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה בָּאָדָם", ווען א מענטש זינדיגט ברענגט דאס אים צו האבן קשיות אויף די אמונה. אבער קינדער, וויבאלד זיי האבן נאכנישט געזינדיגט, זענען זיי זייער שטארק מיט אמונה.


וואויל איז פאר עלטערן וואס לייגן אריין אמונה אין זייערע קינדער; יעדע זאך וואס די קינדער דארפן, יעדע זאך וואס זיי בעטן פון די עלטערן, זאלן די עלטערן זאגן פאר די קינדער: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "פארצייל פארן אייבערשטן", אזוי וועלן די קינדער אויסוואקסן ערליכע אידן, תמימות'דיגע אידן. ווען זיי וועלן ווערן גרעסער וועט זיין ביי זיי א דבר פשוט צו רעדן צום אייבערשטן, זיי וועלן לעבן מיט אמונה.


דאס וואס איר האט מורא אז זיי וועלן אמאל בעטן עפעס דעם אייבערשטן, און זיי וועלן נישט באקומען וואס זיי בעטן, וועט דאס גורם זיין אז זייער אמונה וועט ווערן שוואכער; קודם כל דארף מען וויסן אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען וואס מען בעט, אזוי ווי מיר זאגן ביים דאווענען: "ברוך אתה ה' שומע תפילה", דער אייבערשטער הערט אויס יעדע תפילה וואס א מענטש בעט. דאס וואס מיר זעען אז מען בעט און מען בעט און מען זעט נאך נישט די ישועה, דארף מען וויסן אז דער אייבערשטער ווייסט וואס עס איז דאס בעסטע פארן מענטש. מיר דארפן האבן אמונה און גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אפילו וואס זעט אויס שלעכט, אזוי אויך אז די תפילה וואס מען האט געבעטן בלייבט אויבן אין הימל, דער אייבערשטער נעמט די תפילה און לייגט דאס אוועק פאר אנדערע ישועות.


ווען קינדער קומען און זאגן "מיר האבן שוין געבעטן און מיר ווערן נישט געהאלפן", דארף מען זיי אויסלערנען אז דער אייבערשטער ווייסט אז די זאך איז נישט גוט פאר אונז וכו', דער אייבערשטער נעמט אונזערע תפילות און ער לייגט דאס אוועק פאר אנדערע זאכן, ווייל קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן.


דער עיקר דארף מען געדענקען, אויב מען וויל מצליח זיין מיט קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן. מען האט אמאל געפרעגט א ברסלב'ער חסיד, ווי אזוי ער האט מצליח געווען מיט זיינע קינדער, האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב באקומען גוטע קינדער אזוי ווי מען רייסט אראפ אן עפל פון בוים? איך האב יעדן טאג געוויינט צום אייבערשטן מיט טרערן, נאכדעם האב איך גענומען מיינע טרערן און זיך אפגעווישט דעם פנים מיט די טרערן; איך האב געבעטן, רבונו של עולם, געב מיר ערליכע קינדער, זיי זאלן זיין גרויסע צדיקים, זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון עבירות וכו' וכו'".


דערפאר דארפן עלטערן געדענקען צו מתפלל זיין פאר די קינדער ווען זיי זענען נאך קליין, ווען זיי זענען נאך ריין און הייליג, דורכדעם וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער און שעפן פון זיי אסאך אידיש נחת.


דער אייבערשטער זאל ענק העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער, אמן.

#183 - איך זאג קוים משניות, זאל איך זאגן תיקון חצות?
תפילה והתבודדות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס שטארק זיך אריינגעלייגט נאנט צו ווערן צום רבי'ן דורך דער ראש ישיבה שליט"א לאורך ימים בעבודתו הגדולה מאד וקדוש.


וויל איך פרעגן איבער דעם וואס איר זאגט וועגן תיקון חצות, פאר איינעם וואס האלט קוים ביים זאגן משניות, נאר ווען איך קען פרוביר איך צו מאכן אביסל צייט; איז וואס איז וועגן תיקון חצות, וואס מוהרא"ש שרייבט אזוי סאך פון דעם, זאל איך עס טון?


איך האף זייער צו באקומען א תשובה אויף דעם פונ'ם ראש ישיבה שליט"א.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, י"ח מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי לאנג מיינסטו נעמט צו זאגן "תיקון חצות"; אפילו מען זאל עס זאגן מיט אלע פינף קינות, נעמט עס נישט מער ווי א האלבע שעה. אויב האט מען נישט קיין צייט, זאגט מען נאר די צען קאפיטלעך תהלים פון תיקון רחל און תיקון לאה, דאס נעמט אינגאנצן זעקס מינוט, דאס קען יעדער איינער טון.


מענטשן האלטן זיך צוריק פון זאגן "תיקון חצות", ווייל מען מיינט אז דאס איז נאר געמאכט פאר גרויסע צדיקים; די מעשה ביכלעך לייגן אראפ "תיקון חצות" כאילו דאס איז א שרעקעדיגע זאך, 'מען צינדט אן א ליכט און מען זיצט אויף דער ערד מיט א זאק וכו'', ווען קינדער הערן ווי מען לייגט דאס אראפ אזוי דראמאטיש, ווערט דאס איינגעזעצט ביי זיי אין מח אז דאס מיינט נישט זיי, דאס איז נאר פאר צדיקים וואס זענען זייער גרויס וכו'. אבער עס איז נישט אזוי, "תיקון חצות" דארף יעדער איינער זאגן, דאס איז אן הלכה אינעם ערשטן סימן אין שלחן ערוך (סימן א, סיעף ב) און אזוי טוען אלע ברסלב'ער חסידים, מען זאגט יעדע נאכט תיקון חצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז מען זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן תיקון חצות פאר מען גייט שלאפן; אז מען מאכט זיך א חשבון זעט מען אז עס קומט אויס רוב מאל צו גיין שלאפן ביי חצות, דערפאר זאגט מוהרא"ש אז מען זאל דעמאלט זאגן דעם תיקון חצות, מען ליינט קריאת שמע און מען זאגט נאכדעם תיקון חצות.


תיקון רחל איז צוויי קאפיטלעך (קאפיטל קלז): על נהרות בבל און (קאפיטל עט): מזמור לאסף. דערנאך זאגט מען (איכה ה): זכור ה' מה היה לנו, נאכדעם זאגט מען תיקון לאה (קאפיטל כד): לדוד מזמור, (קאפיטל מב): כאיל תערג, (קאפיטל מג): שפטני, (קאפיטל כ): יענך ה', (קאפיטל סז): למנצח בנגינות, (קאפיטל קיא): אודה ה', (קאפיטל נא): בבוא עליו נתן הנביא, (קאפיטל קכו): שיר המעלות; שבת און יום טוב און ווען מען זאגט נישט קיין תחנון, זאגט מען נישט תיקון רחל, נאר די זעקס קאפיטלעך פון תיקון לאה.


פרעג איך דיר, ווי לאנג נעמט צו זאגן די פאר קאפיטלעך תהילים אויף דעם סדר וואס דער הייליגער אריז"ל האט מתקן געווען. וואויל איז דיר אז דו וועסט זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#182 - ביים בענטשן, מעג מען דאנקען אויף אידיש?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


אויב איך האב געהאט גאר א גוטע פרישטאג לדוגמא, און איך שפיר אז איך וויל באדאנקן דעם רבוש"ע מער ווי געווענליך, איז אויסגעהאלטן להלכה עס צו זאגן בשעת'ן בענטשן אין אידיש?


יישר כח.


אייזיק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, ט' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אייזיק נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף בענטשן ברכת המזון מיט די נוסח וואס די הייליגע חכמים האבן מתקן געווען (הגם על פי הלכה איז ברכת המזון בכל לשון; עיין משנה ברורה אורח חיים, סימן קפה, סעיף קטן א) ווייל אִם לֹא הִזְכִּיר בְּבִרְכַּת הָאָרֶץ בְּרִית וְתּוֹרָה - מַחֲזִירִין אוֹתוֹ (סימן קפז, סעיף ג), אויב מען דערמאנט נישט אין ברכת המזון "עַל בְּרִיתְך שֶׁחָתַמְתָּ בִּבְשָׂרֵנוּ, וְעַל תּוֹרָתְך שֶׁלִמַּדְתָּנוּ" האט מען נישט יוצא געווען ברכת המזון. דערפאר דארף מען אכטונג געבן צו בענטשן אינעווייניג אין א בענטשער; דער משנה ברורה זאגט (סימן קפה, סעיף קטן א): "וְהַמְדַקְדֵּק יִזָּהֵר לְבָרֵך לְכַתְּחִילָה תּוֹך הַסֵּפֶר וְלא בַּעַל פֶּה", מען זאל מדקדק זיין צו בענטשן פון אינעווייניג מיט א בענטשער און נישט אויף אויסענווייניג.


דער משנה ברורה ברענגט אראפ א מעשה פון ספר חסידים, אז עס איז געווען א ערליכער איד וואס ער איז געקומען אין חלום צו איינע פון זיינע קרובים, און אים געזאגט: "יעדן טאג גיי איך אריבער א שווערע משפט, ווייל איך האב נישט אכטונג געגעבן ווען איך האב געבענטש צו בענטשן מיט כוונה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זייער אסאך מעורר זיין אלע זיינע תלמידים מען זאל זיך צוגעוואוינען צו בענטשן דוקא אין א בענטשער. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז א סגולה פאר עשירות, און ער פלעגט זאגן אז דאס וואס ער האט זוכה געווען צו זיין גרויסע עשירות, איז נאר ווייל ער האט זיך צוגעוואוינט נאך פון אלץ בחור צו בענטשן אינעווייניג.


דערפאר, זיי נישט קיין אויבער חכם; קום נישט מיט קיין נייע זאכן אז מען זאל בענטשן אין אידיש. דו בענטש ברכת המזון אזוי ווי די חכמים האבן אונז מתקן געווען, און אז דו ווילסט דאנקען דעם אייבערשטן פאר די פיינע עסן, זאלסטו טון וואס דער הייליגער רבי האט געטון (חיי מוהר"ן, סימן רלז), דער רבי האט זיך נישט באגעניגנט מיט די נאך ברכה, נאר ער פלעגט שוין אין די יונגע יארן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אידיש פאר אלע עסן וואס ער האט געגעסן בפרטיות, אזוי ווי ר' נתן שרייבט דארט, אז דער רבי האט געדאנקט דעם אייבערשטער אויף די רעטעך, אויף די לעקעך - דאס זאלסטו נאכמאכן; זאלסט בענטשן אזוי ווי מען דארף בענטשן, מיט יראת שמים, און נאכן בענטשן זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן בפרטי פרטיות אויף אלעס וואס ער געבט דיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נ.): "מִבִּרְכוֹתָיו שֶׁל אָדָם נִיכָּר, אִם תַּלְמוּד חָכָם הוּא, אִם לָאו", ווען א מענטש מאכט ברכות אזוי ווי עס דארף צו זיין, זעט מען אז ער איז אן ערליכער איד.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אכילה, חלק ב', סימן ג): "עַל יְדֵי בִּרְכַּת הַמָּזוֹן נִתְוַדַּע הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בָּעוֹלָם"; אברהם אבינו האט אריין געברענגט דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט. ער פלעגט געבן צו עסן פאר אלע גוים בחינם, און ווען מען איז אים געקומען זאגן יישר כח, פלעגט ער זאגן: "נישט פאר מיר קומט דעם יישר כח, דאנקט דעם אייבערשטן וואס ער האט באשאפן די וועלט מיט די גוטע עסן", האבן זיי אלע געבענטשט דעם אייבערשטן, ביז אלע האבן אנגעהויבן צו וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט (עיין מדרש בראשית רבה מג, ז). דאס זאגט דער רבי: "עַל יְדֵי בִּרְכַּת הַמָּזוֹן, נִתְוַדַּע הַשֵּׁם יִתְבָּרַך בָּעוֹלָם", אז מען עסט און מען בענטשט, דורך דעם ווערט דער אייבערשטער גרויס אויף די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#181 - דאס מייחד זיין יחודים, איז דאס שייך אויך פאר פשוטע מענטשן?
תפילה והתבודדות, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין ספר אשר בנחל חלק כ"ב דף ס"א, שרייבט דארט מוהרא"ש זצ"ל אזוי: "וצריך שתדע אהובי, כי עסק היחודים הוא ענין נורא ונשגב מאד מאד, ועל פי דברי האריז"ל בשער היחודים, הוא מעלה יותר מלמוד התורה הקדושה, היינו בשעה שאדם מדבר עמו יתברך, יצייר לפני עיניו שמו יתברך הוי"ה ברוך הוא בד' מלויין: ע"ב, ס"ג, מ"ה, ב"ן. וכל מה שיזכה לבטל את עצמו ביותר אליו יתברך, ויזכה ליחד שמות אלו, יותר יאיר לו עריבות, נעימות, זיו, חיות אלוקתו יתברך בהארה ובזיו נורא ונשגב מאד. אשרי מי שחזק בזה תמיד!"


האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס איז שייך אויך פאר פשוטע מענטשן? און אויב מ'קען נישט מייחד זיין די אלע יחודים, אויב ס'איז גענוג אז מ'טראכט נאר פון די שם הוי"ה?


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש) אז יעדעס מאל ווען א מענטש איז מייחד א יחוד, ער טראכט פונעם אייבערשטן, איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל; בפרט ווען מען איז מייחד דעם שם הוי"ה ברוך הוא מיט די מילוי פון ע"ב, ס"ג, מ"ה און ב"ן, איז מען זוכה אז צו שפירן דאס זיסקייט און געשמאק פון חיות אלוקותו יתברך שמו.


אבער וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש געוואוינט זיך צו, ער נעמט דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, און ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן; ער טרעפט זיך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט שמועסט ער אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף אים - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, במשך הימים והשנים ווערט אים דער מח לויטער און ריין, און עס הייבט אים אן צו שיינען פאר די אויגן דעם שם הוי"ה ברוך הוא.


דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך פרשת נח, ד"ה וילד נח שלשה בנים): "וְזֶה סִימָן לְבַּעַל תְּשׁוּבָה גָמוּר, כְּשֶׁהַשֵּׁם הַקָדוֹשׁ שֵׁם הֲוַיָ"ה בָּרוּך הוּא עוֹמֵד לְנֶגֶד עֵינָיו, הוּא סִימָן שֶׁתִּקֵּן בְּיִרְאָתוֹ כָּל חֲטָאָיו", דאס איז דער סימן פאר א בעל תשובה, אז עס שיינט אים און עס לייכט פאר זיינע אויגן דעם שם הוי"ה ברוך הוא; אבער דאס קומט צום מענטש ווען א מענטש איז זוכה און ער גייט אין מקוה יעדן טאג, ער גייט דריי מאל א טאג און שול דאווענען מיט מנין, און דאווענט מיט א סידור אן קיין כוונות, אן קיין שמות ויחודים, נאר ער דאווענט פשוט בתמימות, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "נאך אלע מיינע כוונות און נאך אלע שמות ויחודים, לייג איך אלעס אין דער זייט, און איך דאווען ווי א קינד דאווענט אין חדר"; ווען א מענטש איז זוכה, ער פירט זיך בתמימות ובפשיטות, ער לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, ער לערנט יעדן טאג אביסל משניות און גמרא וכו', און יעדע זאך וואס עס גייט אריבער אויף אים פארציילט ער פארן אייבערשטן, איז ער זוכה אז עס הייבט אים אן לייכטן דעם שם הוי"ה וכו'.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און אים געפרעגט וואס ער זאל אינזין האבן ביים דאווענען ווען ער זאגט דעם אייבערשטנס נאמען, האט אים דער רבי געענטפערט: "וואס איז שלעכט אינזין צו האבן פשוט ג-א-ט...! ווען מען זאגט ארויס דעם אייבערשטענס נאמען דארף שוין כאפן א פחד", עיין שם (חיי מוהר"ן, סימן תיד).


וואויל איז דעם וואס איז מקיים אלע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן בשמחה עצומה, בתמימות ובפשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#180 - מעג מען רעדן צום אייבערשטן צווישן די תקיעות אום ראש השנה?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


אין די טעג פון ראש השנה העעל"ט, איז מיר איינגעפאלן א שאלה. ווען מען דאווענט די שמונה עשרה פון מוסף אום ראש השנה, מעג מען דארט רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש? אדער אפשר איז עס א הפסק צווישן די תקיעות?


מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת וזאת הברכה-א, ז' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו טוסט די עצה פון הייליגן רבי'ן צו מאכן התבודדות; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות; דאס הייסט, מען זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, מען זאל אים אלעס דערציילן - אלע ירידות, אלע נפילות און אלעס וואס טוט וויי פארן מענטש.


און דער רבי האט געזאגט (שם, סימן צו): "אֲפִילּוּ כְּשֶׁאֵין יְכוֹלִין לְדַבֵּר כְּלָל, אֲפִילּוּ כְּשֶׁמְּדַבְּרִין רַק דִּבּוּר אֶחָד, גַּם כֵּן טוֹב מְאֹד", אפילו מען האט נישט קיין דיבורים וואס צו רעדן צום אייבערשטן, מען קען נאר זאגן איין ווארט, איז דאס אויך זייער חשוב אין הימל.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): "עִקַּר הַחִיּוּת מְקַבְּלִין מֵהַתְּפִילָּה, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב: 'תְּפִילָּה לְאֵל חַיָּי'", דער גאנצער חיות פונעם מענטש קומט פון דעם וואס א מענטש דאווענט צום אייבערשטן. נאך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ב) אז תפילה, דאס איז אזוי ווי די נאז פונעם מענטש; א מענטש אן א נאז קען נישט לעבן, ווייל מען אטעמט פון די נאז, אזוי דארף א מענטש זיך צוגעוואוינען אזוי שטארק צו לעבן מיט תפילה אז עס זאל זיין ביי אים ממש ווי אטעמען; עס איז נישט שייך צו זאגן פאר א מענטש יעצט קען מען יא אטעמען, יעצט קען מען נישט אטעמען, אטעמען דארף מען א גאנצע צייט, אזוי אויך דארף זיך א מענטש צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן יעדע מינוט און יעדע סקונדע - א גאנצן טאג, אזוי אויך אינמיטן דאווענען, און דאס איז בכלל נישט קיין הפסק. פארקערט, ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן ביים דאווענען, איז אים דאס גאנצע דאווענען גאר אנדערש, ער שפירט ווי ער רעדט צום אייבערשטן.


קומט אויס אז ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, ווערט ביי אים שטערקער זיין אמונה, ער הייבט אן שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, און דעמאלט וועט ער גאר אנדערש דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט, און ער הערט צו יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין, און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער האט געהערט פון אלטע ברסלב'ער אידן וואס האבן געוואוינט אין אומאן, אז עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א שוסטער, זייער א פשוט'ער איד, ווען מען פלעגט אריין קומען צו אים אין זיין געשעפט, האט מען געזען א מורא'דיגע בילד פאר זיך, ער פלעגט שטיין און האקן מיטן האמער אויף די שיך און רעדן צום אייבערשטן, ער איז געווען אזוי פארטיפט אין רעדן צום אייבערשטן, אז ער פלעגט נישט באמערקן ווי איינער איז אריין געקומען אין געשעפט.


ווען ער פלעגט באמערקן ווי איינער שטייט דארט, פלעגט ער אפשטעלן די ארבעט און פרעגן דעם מענטש וואס איז דארט אריין געקומען: "איך האב א שאלה, איך ארבעט מיט שיך, און ווען מען כאפט אן שיך ווערט מען טמא, און איך וויל רעדן צום אייבערשטן, וויל איך וויסן צי איך מעג רעדן צום אייבערשטן ווען איך ארבעט מיט די שיך?" מוהרא"ש האט פארציילט אז ער האט געהערט די מעשה פון עטליכע ברסלב'ע אידן, וואס אלע האבן געהאט די זעלבע מעשה, און אלע האבן פארציילט אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס אים צו ענטפערן.


בשעת מוהרא"ש האט דערציילט די מעשה האט א אינגערמאן אריין געפרעגט אינמיטן שיעור: "למעשה מעג מען רעדן צום אייבערשטן אויף א פלאץ וואס מען טאר נישט לערנען, אדער ווען מען איז נישט געוואשן די הענט?" און מוהרא"ש האט געזאגט: "עס איז 'הלכה ואין מורין כן'"; דאס הייסט, עס איז דא הלכות וואס מען קען נישט זאגן אז מען זאל אזוי טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#179 - ביי א ציון, בעט מען פונעם צדיק אדער פונעם אייבערשטן?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
קודם וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה פאר די שיינע שיעורים וואס געבן מיר חיזוק אנצוגיין יעדן טאג!
איך וואוין אין קרית יואל, און פון ווען איך האב אסאך געהערט פונעם ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פון ארויפגיין מתפלל זיין ביים ציון פונעם סאטמאר רבי'ן זי"ע, און בכלל וועגן די גרויסקייט פון א ציון פון א צדיק, גיי איך כסדר ארויף צום ציון. כמעט יעדעס מאל וואס איך פאר דורך דארט, אפילו אויב איך האב נאר א מינוט צוויי, גיי איך ארויף דארט מתפלל זיין. און ב"ה אז איך האב שוין געזען אסאך גרויסע ישועות נאך זייענדיג ביים ציון.
איך וויל אבער פרעגן, אז איך האב אסאך מאל מחשבות און ספיקות צי מ'מעג בעטן פונעם צדיק, אדער דארף מען בעטן פונעם אייבערשטן געהאלפן צו ווערן אין זכות פונעם צדיק?
ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט ארויף כסדר צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמער; דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוֹת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַ"; דערפאר איז א גרויסע זאך צו גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, ווייל דארט איז א פלאץ וואס די תפילות גייען ארויף אין הימל, אפילו ווען דער מענטש איז נישט ראוי.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס מען קען אלץ פועל'ן דורך תפילה, און דאס איז די שטערקסטע זאך וואס א איד פארמאגט; אויפן פסוק (בראשית כז, כב): "הַקֹּל קוֹל יַעֲקֹב" זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה סה, כ) אז ווען בלק האט געזען ווי משה רבינו האט גע'הרג'עט עוג מלך הבשן און סיחון מלך האמורי, האט ער געשיקט שלוחים קיין מדין צו פרעגן וואס איז דער כח פון משה רבינו, כדי צו וויסן ווי אזוי מען קען אים בייקומען, אָמְרוּ זִקְנֵי מִדְיָן: "אֵין כּוֹחוֹ אֶלָּא בְּפִיו", האבן די זקני מדין געזאגט אז זיין גאנצער כח איז מיט זיין מויל; אלעס וואס ער דארף, און אלע זיינע נצחונות איז דורך תפילה, האט בלק געזאגט: "אַף אָנוּ נָבוֹא כְּנֶגְדָּם בְּאָדָם שֶׁכּוֹחוֹ בְּפִיו."


ווען מען גייט צו א קבר פון א צדיק בעט מען דעם אייבערשטן: "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם", אז בזכות די צדיקים זאל איך געהאלפן ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#178 - וואס זענען די תקנות הישיבה?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, בחור

תוכן השאלה‎

פון שלום.

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
איך בין א בחור און איך בין נישט געהעריג אין א ישיבה, איך האלט זיך פאר א תלמיד פונעם ראש ישיבה, און איך בין טאקע אמת'דיג פון די שטארקע תלמידים. איך האב א סמארט פאן, און איך וויל וויסן די תקנות הישיבה בנוגע א סמארט פאון, וואס מעג מען האבן און וואס טאר מען נישט האבן? איך וויל זיך פירן אין לעבן לויט די תקנות הישיבה.
און די זעלבע אויך מיט לערנען תורה, וויפיל דארף איך לערנען יעדן טאג?
און דאס מערסטע וויל איך וויסן ווי אזוי קען איך ווערן אן ערליכער איד?
א גרויסן ש'כח, איך ווארט פאר אן ענטפער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד הבחור שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט מיר וואס איז די תקנות הישיבה; די תקנות פון ישיבה איז - צו זיין אן ערליכער איד, לערנען די הייליגע תורה און טון אלע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן.


דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א מתנה פאר אונזער דור - דער הייליגער רבי זכרונו לברכה, וואס נאר ער האט עצות פאר אונזער דור, אז מיר זאלן קענען זיין ערליכע אידן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט) אז אפילו א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין עבירות רחמנא לצלן, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, יהי' מה שיהי', וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיין פלאנטער, און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות, אז אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אבער אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג חי פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


דערפאר אז דו ווילסט זיין א תלמיד היכל הקודש, זאלסטו זיך מאכן א שיעור יעדן טאג אין משניות; ווען דו האסט אפאר מינוט זאלסטו זאגן א פרק משניות, אזוי וועסטו זוכה זיין צו א נייע ריינע הייליגע נשמה.


דאס וואס דו פרעגסט מיר אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, און דו ווילסט וויסן ווי אזוי מען איז זוכה צו זיין אן ערליכער איד; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד) אז ער האט ער זוכה געווען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן; און דער רבי האט געזאגט סוף ימיו, אז ווען ער וואלט געוואוסט צו וואס מען קען אלץ זוכה זיין דורך די הנהגה פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואלט ער נישט אזוי פיל געפאסט און געטון סיגופים וכו'.


דערפאר טייערער שלום ני"ו, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט זאלסטו זיך אויס שמועסן דיין הארץ; פארצייל אלעס פארן אייבערשטן, סיי וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע דיינע ווייטאגן וואס דו האסט, און סיי ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, דו ווילסט האבן ריינע אויגן און א ריינע מח, און ווי שווער עס קומט דיר אן צו זיין אפגעהיטן וכו' וכו', און אזוי וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכע איד.


דאס וואס דו פרעגסט צי דו זאלסט האלטן דיין סמארט-פאון וכו'; איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו שאלה איז, ווער געדענקט נישט ווי אזוי מוהרא"ש פלעגט רעדן ביי די שיעורים אז דאס נעמט אוועק יעדעס ביסל יראת שמים וואס דער מענטש האט. און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין מה.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע איז נאר שולט אויף וואס די אויגן זעען; דערפאר, אז דו פרעגסט מיר צי דו זאלסט אוועק לייגן דעם סמארט-פאון, און דו שרייבסט מיר אז דו ווילסט זיין א תלמיד הישיבה, וואלט איך דיר געזאגט אז דו זאלסט עס אוועק ווארפן, און אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב, און דו וועסט מאכן נחת פאר דיינע עלטערן.


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#177 - ס'איז שווער צו רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

פון ארי'.

לכבוד הראש ישיבה שליט"א.
וואס טוט מען אויב די התבודדות גייט נישט? עס קומט מיר אן שווער צו רעדן צום אייבערשטן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ה' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד ארי' ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט מיר אז עס קומט דיר אן שווער צו רעדן צום אייבערשטן; קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (שבחי הר"ן, סימן יב) אז ער איז אריבער אזוי סאך שוועריקייטן אין זיינע יונגע יארן, עס האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, און ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן, האט זיך אים געדאכט ווי מען דארף אים נישט, ווייל ער האט געזען אז עס גייט אריבער אסאך יארן און ער האט נאך אלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, און דערפאר האט ער אויפגעהערט צו רעדן צום אייבערשטן, ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, עיי"ש.


דערפאר בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע עצה וואס דער רבי האט אונז געגעבן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה) אז א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז געוואוינט צו רעדן, און אלעס פארציילן פארן אייבערשטן; דער רבי זאגט דארט: "הִתְבּוֹדְדוּת הִיא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", רעדן צום אייבערשטן איז דער גרעסטער זאך וואס א מענטש קען נאר טון, און אלע צדיקים פלעגן אסאך רעדן צום אייבערשטן.


אין אנהייב איז עס טאקע שווער, ווייל ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אפגעשוואכט די אמונה און ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, ער מיינט אז דער אייבערשטער איז ערגעץ באהאלטן אויבן אין א ווייטע הימל וכו', אבער ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, און ברעכט דורך זיינע שוועריקייטן - ער בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך וויל רעדן צו דיר, איך וויל גלייבן אין דיר, איך וויל נאר דיר; דעמאלט מיט די צייט ווערט אים אויסגערייניגט זיין מח, און ער שפאצירט אריבער מיט אמונה זיין גאנץ לעבן.


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#176 - אויספרעגן די תלמידים זייער פריוואטע עבר?
חינוך הילדים, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, ישיבה, ראש ישיבה, סדר דרך הלימוד, וידוי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער ברוך ה' אויס די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א און איך ליין די בריוו, און איך פרוביר צו לעבן מיט די אלע עצות און חיזוק, איך בין זיך מחי' מיט דעם און איך בין אויך מחי' מיין תלמידים, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


איך האב יעצט געהערט אן אלטע שיעור פון עטליכע יאר צוריק, און דער ראש ישיבה שליט"א רעדט דארט פון דעם אז מען פרעגט קיינמאל נישט אויס א בחור זיינע פריוואטע זאכן, מען רעדט נישט מיט א תלמיד פון זיין עבר. פון די אנדערע זייט איז אבער דא היינט אלע סארט שיטות און מהלכים אין חינוך, און עס זעט אויס אז עס ארבעט יא. אז אויב מען שמועסט אפ מיט א בחור אז אויב ער פאלט חס ושלום אראפ און ער איז פוגם רחמנא ליצלן, זאל ער עס דערציילן פאר זיין מורה דרך, און דאס העלפט אים זיך מתגבר זיין נישט צו זינדיגן, (פארשטייט זיך נאר אויב דער בחור איז מסכים צו דעם), און עס זעט למעשה אויס אז די וועג ארבעט.


מיין שאלה איז וואס צו טון אויף למעשה, איך פרוביר צו מדריך זיין די תלמידים ביי מיר אין ישיבה, סיי ברבים און סיי פריוואט, לויט די הדרכות פונעם ראש ישיבה שליט"א. איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס איז ריכטיג צו טון.


יישר כח פאר אלע חיזוק, איך דאנק אסאך דעם אייבערשטן וואס האט מיר מזכה געווען געוואויר צו ווערן פון די געוואלדיגע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ראש הישיבה, הרב ... שליט"א


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אשריכם ואשרי חלקכם אז איר זענט מחזק בחורים, היינטיגע טעג איז טון מיט בחורים ממש הצלת נפשות; מיט יעדע גוט ווארט און מיט יעדע שמייכל - קען מען אפראטעווען דורות, וואויל איז דער וואס איז מחזק בחורים און בלאזט אריין אין זיי חיזוק ויראת שמים.


עס איז נישט כדאי אויסצופרעגן די תלמידים זייער עבר, זייערע עבירות, מען האט גארנישט דערפון; זייט מחזק אייערע תלמידים מיט תורה ותפילה און שמחת המצוות. א שאד צו טאפן אין די פינסטערניש, מען האט גארנישט דערפון, מען דארף זיי אויסלערנען זיי זאלן דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס מען האט געטון און אלעס וואס מען האט פוגם געווען, און תשובה טון און זיך מקבל זיין צו זיין גוט.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר קלאר געזאגט, קיינמאל נישט אויסהערן די בחורים זייער עבר, מוהרא"ש האט מיר געזאגט הונדערטער מאל: "לייג אריין אין די בחורים סדר דרך הלימוד; זיי זאלן לערנען משניות, זיי זאלן לערנען גמרא אפילו אן קיין הבנה, דאס וועט זיי ריין מאכן און זיי ברענגען צו ווערן ערליכע אידן", און אזוי פירט זיך די ישיבה שוין קרוב צו צוואנציג יאר; מען קריכט נישט אריין אין קיינעמ'ס קישקעס, מען רעדט נאר אויף להבא, מען זאל זיך היטן פון שלעכטס.


רעדט צו אייער תלמידים פונעם רבינ'ס דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן סימן עו), פון לערנען תורה אפילו אן פארשטיין; בחורים גייען אריבער ביטערע שווערע נסיונות, זיי פאלן אין קדושה וכו', און נאר דורך תורה קענען זיי זיך דראפען און דערהאלטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#175 - וויפיל נאך דארף איך וויינען און בעטן פאר א שידוך?
שידוכים, תפילה והתבודדות, תודה והודאה, וויינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל אין די יארן פון שידוכים, און איך ווארט אויף ניסים און ישועות. איך ווייס אז נאר דער אייבערשטער קען מיר העלפן, מיין ישועה איז נישט געוואנדן אין קיינעם אויסער אים, און מיין הילף וועט נאר קומען פון דעם וואס איך וועל נאכאמאל און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן, נאכאמאל וויינען צום אייבערשטן, ווייל נאר ער האט אמת'דיג רחמנות אויף מיר.


יעצט אין חנוכה, א צייט פון ניסים למעלה מדרך הטבע, איך ווייס אז יעצט דארף איך נאך מער בעטן און בעטן און איינרייסן הימלען, איך בעט און איך וויין און איך בין מתפלל, צומאל שפיר איך אבער אז עס איז מיר שוין צו שווער מתפלל צו זיין, שוין גענוג, איך האב שוין פארגאסן צופיל טרערן, ווי אזוי קען איך נאך וויינען? וויפיל קען איך נאך בעטן אזוי סאך? הייליגער באשעפער, גענוג, איך בעט דיר, העלף מיר שוין, ברענג מיר שוין מיין ישועה!


ווי אזוי קען מען אזויפיל בעטן א גאנצן צייט און זיך נישט מייאש זיין, ווען עס איז מיר אזוי שווער?


איך ווייס אז צום סוף וועט מיר דער אייבערשטער העלפן, איך האף בקרוב, אבער דערווייל איז מיר נאך אזוי שווער, כאטש וואס איך ווייס אז דער אייבערשטער הערט אויס יעדע תפלה, און איך וועל נאך זען גרויסע ישועות.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן עפעס חיזוק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט די צער וואס בחורים און מיידלעך גייען אריבער ביים ווארטן אויף זייער שידוך, קיינער האט נישט קיין אנונג פון די צער און ווייטאג וואס זיי שפירן יעדע מינוט און יעדע רגע. זייער גוט אז איר רעדט זיך אויס צום אייבערשטן, איר וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, איר גייט מיט די וועג פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט די עצה פון התבודדות, מען זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אויף די מאמע לשון, אין א פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט, דערציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס מען גייט אריבער, ברוחניות ובגשמיות, דערציילן ווי שווער עס איז צו זיין אליין און ווי שטארק מען וויל שוין אויפגעראכטן ווערן מיטן טרעפן א שידוך.


אבער מען דארף וויסן אז דאס רעדן, שמועסן און וויינען צום אייבערשטן אליין - איז נישט גוט, מען מוז דאס טון אינאיינעם מיט תודה והודאה; שטענדיג ווען מען בעט אויף א צרה, ווען מען רעדט זיך אויס צום אייבערשטן - מוז דאס גיין אינאיינעם מיט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב), דאס רעדן צום אייבערשטן איז ווי א שארפע שווערד וואס האט צוויי שארפן, וואס זענען די צוויי שארפן? פון איין זייט דאנקט מען און מען לויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט שטענדיג מיטן מענטש, און פון די אנדערע זייט איז דא דאס בעטן דעם אייבערשטן, און דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות נחלות, הלכה ד), אז די ביידע זאכן גייען אינאיינעם, און עס קען נישט גיין באזונדער, ווייל נאר אז מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - האט מען כח צו בעטן אויף ווייטער, דורך תודה והודאה ווערט דער סמ"ך מ"ם פארברענט, דער סמ"ך מ"ם וויל נאר מחליש דעת זיין, ער זאגט: "וואס האסטו צו דאווענען? וואס האסטו צו בעטן? מען הערט דיך נישט אויס, דו ווערסט סיי ווי נישט געהאלפן, א שאד די תפילות" וכו' וכו', אבער אז מען דאנקט און מען לויבט אויף די שטענדיגע חסדים - ווערט מען שטארק אז מען קען יא פועל'ן ביים אייבערשטן.


מהיום והלאה זאלט איר נאר וויינען צום אייבערשטן אינאיינעם מיט דאנקען און לויבן; הויבט אן מיט תודה והודאה און ענדיגט מיט דאנקען און לויבן, און אינדערמיט זאלט איר זיך גוט אויסוויינען פאר אלעס וואס איר דארפט, וועט איר זען וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#174 - וואס וועט זיין מיט א שידוך פאר מיר?
שידוכים, תפילה והתבודדות, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס וועט זיין מיט א שידוך פאר מיר? איך האב שוין נישט קיין כח צו ווארטן, ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו די סגולות פון רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים"; פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף סדרה, וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה (עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, קריאה לחנוכה), און ווען דו ענדיגסט זאגן די "קרבנות הנשיאים" זאלסטו זאגן די הארץ רייסנדע תפילה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#173 - וואס טוט מען ווען מען רעדט שמוציג ביים שבת טיש?
תהלים, שבת טיש, תפילה והתבודדות, משפחה, ניבול פה, רעדן, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


געלויבט דער אייבערשטער אז איך האב געענדיגט תהלים שוין באלד צום הונדערט און אכציגסטן מאל, איך האב וואו צו לויפן ווען ס'איז מיר שווער, איך האב וואו צו דאנקען ווען ס'איז מיר אזוי גוט און זיס, דער ספר תהלים גייט מיט מיר מיט אין יעדע מצב און אין יעדע צייט, עס באגלייט מיר און געבט מיר כח אנצוגיין.


איך האב געוואלט בעטן אן עצה וואס צו טון ווען איך זיץ ביי מיינע עלטערן אין שטוב ביים שבת טיש און איינער הויבט אן רעדן פון שמוציגע זאכן. איך וויל זיך האלטן זויבער און הייליג און נישט הערן אזעלכע זאכן, אבער אז מען רעדט דאס ביים שבת טיש, וואס איך מוז דארט זיצן און מיטהאלטן, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען רעדט ביים שבת טיש שמוציגע זאכן רחמנא לצלן - זאלט איר פארדרייען די שמועס מיט חכמה, ווען מען שמוסט פארט מען פון איין ענין צום צווייטן ענין, מען כאפט זיך נישט; זאלט איר האלטן קאפ, אריינדרייען נייעס וואס איז כשר און ריין.


דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ב, ממלך וקיסר), די בת קיסר האט געזאגט פאר די גזלנים: "אִיר זֶענְט גַזְלָנִים מִיט אַייעֶר גְבוּרָה אוּן מִיר זֶענֶען גַזְלָנִים מִיט חָכְמָה", מיר קענען אסאך שפראכן וכו'; דאס איז א לימוד פון רבי'ן, אז מען קען מיט חכמה און מיט אנדערע שפראכן זיך ראטעווען פון ווערן בארויבט פונעם סמ"ך מ"ם; דאס דארף מען ניצן מיט משפחה, ווען מען קען נישט מאכן קיין קריגערייען וכו'; קען מען מיט חכמה זיך ארויסדרייען.


לאזט נישט אפ דעם הייליגן תהילים; זאגט תהילים און פלעכטס אריין ביים זאגן די תהילים אייערע אייגענע לויב ווערטער צום אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה), ווען מען מאכט פון תורה – תפילה, מען זאגט תהילים און מען מאכט גלייך פון דעם אייגענע תפילות - גייט ארויף אזעלכע שעשועים צום אייבערשטן, וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען בעפאר.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.