שאלה אין קורצן ענין
#241 - מוז א פרוי גיין אין שול דאווענען?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר אזוי מחזק, ובפרט פאר די שיעורים פאר פרויען וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן, קיינער אין דעם דור געבט נישט אזעלכע שיעורים וואס לערנען אויס ווי אזוי זיך פירן אינעם פאקטישן לעבן יעדן טאג.


איך בין א יונגע פרוי, איך האב נאכנישט קיין קינדער, דעם פארגאנגענעם ראש השנה האב איך געטראכט צו זיך אויב איך זאל ענדערש גיין אין שול דאווענען און מתפלל זיין, אדער ענדערש בלייבן אינדערהיים. פון איין זייט קען איך טאקע גיין אין שול, איך האב נאכנישט קיין קינדער זיך צו דארפן אפגעבן מיט זיי, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך זיך נישט באקוועם צו וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אין שול צווישן פרויען, ווען מ'וועט קוקן אויף מיר און זען ווי איך וויין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר זענט נישט באקוועם צו דאווענען אין שול קענט איר דאווענען אין שטוב; ווען איר האט צייט זאלט איר שמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים בעטן וואס איר דארפט. דורך התבודדות ותפילה ווערט געשטארקט די אמונה; מען הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן ביז עס גייט שוין נישט אן וואס מענטשן טראכטן און רעדן וכו'.


א מענטש דארף צוקומען צו אזא מדריגה, צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, אז עס זאל אים נישט אנגיין וואס אנדערע מענטשן זאגן און טראכטן אויף אים. ווייל ווען מען איז א נצרך לבריות - מען רעדט זיך איין אז א צווייטער קען העלפן אדער שלעכטס טון, דעמאלט זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ו:): "כֵּיוָן שֶׁנִּצְטָרֵךְ אָדָם לַבְּרִיּוֹת פָּנָיו מִשְׁתַּנּוֹת כִּכְרוּם", דארף מען זיך פארשטעלן מיט אנדערע קאלירן, מען קען נישט דאווענען צווישן מענטשן ווייל מען טראכט א גאנצן צייט: 'אפשר וועט איינער קוקן ווי אזוי איך דאווען?' 'אפשר וועל איך האבן כבוד?' 'אפשר וועל איך קריגן געלט?' דעמאלט זאגט דער רבי בפירוש (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סו): "כִּי מִי שֶׁהוּא נִצְרָךְ לַבְּרִיּוֹת", ווער עס טראכט פון מענטשן, ער מיינט אז מענטשן קענען אים העלפן, "קָשֶׁה לוֹ מְאֹד לְהִתְפַּלֵּל בָּרַבִּים", פאר אים איז זייער שווער צו דאווענען צווישן מענטשן, "וְטוֹב וְנוֹחַ לוֹ לְהִתְפַּלֵּל בְּיָחִיד", אזא איינער איז בעסער ער זאל דאווענען פריוואט.


אז איר וועט אסאך רעדן צום אייבערשטן וועט איר אנהייבן זען אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט, נאר דער אייבערשטער; איר וועט אנהייבן שפירן דעם אייבערשטן, דעמאלט וועט אייך שוין נישט מבלבל זיין קיין שום זאך. אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "מִי שֶׁאֵינוֹ נִצְרָךְ לַבְּרִיּוֹת, שֶׁאֵינוֹ צָרִיךְ לָהֶם לְשׁוּם דָּבָר", ווער עס טראכט נישט פון מענטשן, ער איז נישט אנגעהאנגען אויף קיינעם, "יוּכַל לַעֲמֹד בֵּין אֲלָפִים אֲנָשִׁים לְהִתְפַּלֵּל בֶּאֱמֶת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לְבַדּוֹ", דער קען דאווענען צווישן טויזנטער מענטשן און דאווענען נאר פאר'ן אייבערשטן אליינס, "מֵאַחַר שֶׁאֵין נִצְרָךְ לְשׁוּם בְּרִיָּה - לֹא לְפַרְנָסָה, וְלֹא לְכָבוֹד, וְלֹא לְשׁוּם דָּבָר, רַק 'שִׂבְרוֹ עַל ה' אֱלֹקָיו'", ווייל ער דארף נישט קיינעם, ער דארף נישט פון קיינעם פרנסה, ער דארף נישט פון קיינעם קיין כבוד ער דארף גארנישט, ער דארף נאר דעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#240 - זאל איך דאווענען אפילו ווען איך קען נישט אינזין האבן?
תפילה והתבודדות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע חיזוק און שיעורים און פאר'ן מיר געבן א נייע לעבן.


מיין שאלה איז, ווען איך האב נישט געהעריג דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, צי מעג איך דעמאלט דאווענען און זאגן קריאת שמע אדער ברכת המזון וכדומה, אין די צייט וואס איך טראכט בכלל נישט אריין אין די ווערטער, נאר איך זאג אזוי ווי תהילים?


איך האב געהערט א דרשה פון איינעם וועגן אינזין האבן דאס דאווענען, איך זע אבער ביי מיר אז ווען איך האב לחץ אז איך מוז אינזין האבן, וועל איך בכלל נישט דאווענען. איך האב שוין אסאך פרובירט, אבער א מינוט שפעטער פליעט שוין מיין קאפ אוועק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו טרעפסט זיך אינמיטן דאווענען מיט שלעכטע מחשבות זאלסטו זיך נישט קריגן מיט דיינע מחשבות און זיי אוועק שטופן, נאר אנהייבן אינזין האבן פון דארט וואו דו האלסט, און אז דיין מחשבה פליט נאכאמאל אוועק זאלסטו זיך נישט קריגן דערמיט, נאר פרובירן אינזין האבן דארט וואו דו האלסט.


מען קען זיך נישט קריגן מיט א מחשבה; ווען מען זעט ווי די מחשבות הייבן אן אוועק פליען דארף מען טראכטן פון גוטע זאכן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רלג): "כְּשֶׁמִּתְגַּבְּרִים עַל הָאָדָם מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת וְהִרְהוּרִים וְהוּא מִתְחַזֵּק וּמִתְגַּבֵּר עֲלֵיהֶם וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם, יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִזֶּה, וְהוּא יָקָר מְאֹד בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווען א מענטש טראכט נישט גוטע מחשבות און ער שטארקט זיך אויף די מחשבות און איז זיי מנצח, האט דער אייבערשטער א גרויסע תענוג און נחת רוח פון אים, "כְּמָשָׁל שֶׁיֵּשׁ אֵצֶל הַמְּלָכִים, לִפְעָמִים בְּיוֹמָא דְּפַגְרָא הֵם מַנִּיחִין כַּמָּה חַיּוֹת שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה, וְהֵם עוֹמְדִים וּמִסְתַּכְּלִים, וְיֵשׁ לָהֶם תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִן הַנִּצָּחוֹן", אזוי ווי עס איז דא ביי די קעניגן, אין געוויסע טעג ברענגען זיי חיות זאלן זיך קריגן איינער מיט'ן צווייטן, אלע שטייען און קוקן ווער עס גייט מנצח זיין, זיי האבן א גרויסע תענוג ווען די חיות זענען מנצח איינער דעם צווייטן, "כְּמוֹ כֵן מַחֲשָׁבוֹת קְדוֹשׁוֹת הֵם חַיּוֹת טְהוֹרוֹת וּמַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת הֵם חַיּוֹת טְמֵאוֹת", אזוי איז מיט די מחשבות פונעם מענטש, די מחשבות פונעם מענטשן זענען אזוי ווי חיות, גוטע מחשבות זענען אזוי ווי טהור'ע חיות און שלעכטע מחשבות זענען אזוי ווי טמא'נע חיות, "וּמַנִּיחִים בְּכַוָּנָה מִלְּמַעְלָה שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה", מען ברענגט די שלעכטע מחשבות פון אויבן זיך צו קריגן מיט די גוטע מחשבות, "וְיֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל כְּשֶׁהָאָדָם מִתְגַּבֵּר עַל הַחַיּוֹת טְמֵאוֹת וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם", דער אייבערשטער האט א געוואלדיגע תענוג און נחת רוח ווען מען שטארקט זיך אויף זיי.


דער רבי זאגט (שם): "הַכְּלָל שֶׁאִי אֶפְשָׁר בְּשׁוּם אֹפֶן בָּעוֹלָם שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּפַעַם אֶחָד", עס איז נישט שייך מען זאל טראכטן צוויי מחשבות אויף איין מאל, "עַל כֵּן בְּקַל יְכוֹלִין לְגָרֵשׁ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת רַק בְּשֵׁב וְאַל תַּעֲשֶׂה, דְּהַיְנוּ שֶׁלּא לַחֲשֹׁב אוֹתוֹ הַמַּחֲשָׁבָה, רַק לַחֲשֹׁב אֵיזֶה מַחֲשָׁבָה אַחֶרֶת בְּתוֹרָה אוֹ עֲבוֹדָה, אוֹ אֲפִלּוּ מַשָּׂא וּמַתָּן, כִּי אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּשׁוּם אֹפֶן", ממילא איז זייער גרינג נישט צו טראכטן קיין שלעכטע מחשבות דורך דעם וואס מען נעמט אריין אין זיך א גוטע מחשבה, מען טראכט פון תורה תפילה אדער אפילו פון ביזנעס, אזוי גייט פון זיך אליינס אוועק די שלעכט מחשבה.


נאך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "אֵין צְרִיכִין לַעֲשׂוֹת מִלְחָמָה וּלְנַעְנֵעַ ראשׁוֹ אָנֶה וָאָנָה כְּדֵי לְגָרֵשׁ הַמַּחֲשָׁבוֹת רָעוֹת", עס פעלט נישט אויס זיך צו שלאגן מיט שלעכטע מחשבות אדער ווארפן די קאפ אהער און אהין אוועק צו שטופן די שלעכט מחשבה, "כִּי אֵין זֶה מוֹעִיל כְּלָל", ווייל עס וועט נישט העלפן, "אַדְּרַבָּא, עַל יְדֵי זֶה מִתְגַּבְּרִים יוֹתֵר", פונקט פארקערט, עס וועט נאר שטערקער מאכן די שלעכטע מחשבה, "רַק לִבְלִי לְהַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל, רַק לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ בַּמֶּה שֶּׁהוּא עוֹסֵק, בְּתוֹרָה אוֹ תְּפִלָּה אוֹ מַשָּׂא וּמַתָּן", די בעסטע זאך איז מען זאל זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעם, מען זאל טראכטן פון תורה און פון תפילה און אפילו פון ביזנעס "וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל לַאֲחוֹרָיו כְּלָל וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא תִּסְתַּלֵּק", מען זאל בכלל נישט קוקן אויף זיי, וועלן זיי ממילא אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#239 - רעדן צום אייבערשטן איז א הפסק?
הלכה, ראש השנה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, חיזוק, און עצות, איך בין זיך ממש מחיה מיט דעם, עס געבט מיר כח אנצוגיין אין לעבן און זיין נאנט צום באשעפער מיט שמחה און געשמאק. בפרט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס דאס האלט מיר ממש ביים לעבן, איך רעד צו אים ווען איך קען, ספעציעל ווען איך גיי אויפ'ן גאס און אויך ביי שמונה עשרה נאך יהיו לרצון.


דעם פארגאנגענעם ראש השנה ביי מוסף האב איך זיך געטראפן רעדן צום אייבערשטן, אבער איך האב אנגעהויבן טראכטן אויב דאס איז אויסגעהאלטן, ווייל מ'טאר דאך נישט מפסיק זיין צווישן די תקיעות, וויל איך וויסן אויב דאס הייסט טאקע אן הפסק.


אויך ווען מ'האט געזאגט יוצרות, האב איך גערעדט צום אייבערשטן אויף אידיש, איך ווייס נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן, אבער איך האב געשפירט מער א געשמאק צו רעדן פון מיין הארץ צום אייבערשטן, ווי צו זאגן די יוצרות וואס איך פארשטיי געווענליך נישט די טייטש פון דעם.


וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פירסט זיך מיט די עצה פון רבי'ן, דו ביסט זיך מתבודד סיי אויפ'ן גאס און סיי ביים דאווענען. אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט, מיר זאלן א גאנצן טאג רעדן צום אייבערשטן; פון ווען מיר שטייען אויף אינדערפרי ביז ווען מיר גייען שלאפן - זאלן מיר שמועסן מיטן אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט (שבחי הר"ן, סימן י) ער איז צו געקומען צו זיינע מדריגות נאר דורך די עצה פון התבודדות; נאך האט דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט, אז מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות, זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און האבן אנגעפאנגען אויסצורעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדן נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט, אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.


רעדן צום אייבערשטן איז נישט קיין הפסק; אפילו דארט וואו מען טאר נישט מפסיק זיין מיינט מען נישט מפסיק זיין מיט'ן רעדן צום אייבערשטן, מען מיינט שמועסן און רעדן צו מענטשן וכו', אבער צום אייבערשטן קען מען און מוז מען רעדן וואו אימער מען געפונט זיך; אזוי האבן זיך געפירט גרויסע צדיקים זכותם יגן עלינו, זייער דאווענען איז געווען איין שטיק התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#238 - א מחשבה נאך תפלה, איז א סימן פונעם אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, אמונה, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך האב ב"ה געפאלגט דעם ראש ישיבה און איך בין אדורכגעגאנגען כמעט כל התורה כולה, איך האב געמאכט הונדערטער סיומים אויף אסאך חלקי התורה, בפרט ששה סדרי משנה, נ"ך, ש"ס, תוספתא, תנא דבי אליהו, מדרש רבה, מדרש תנחומא, פרקי דרבי אליעזר, ספרי רבינו, תיקוני זוהר, א גרויס חלק ירושלמי און א גרויס חלק רמב"ם און זוהר, שלחן ערוך, ספרי חסידות, ספרי שו"ת ועוד, אויסערדעם בין איך מעביר סדרה יעדע וואך, און איך זאג תהילים יעדן טאג. איך קען נישט גענוג דאנקען דעם ראש ישיבה פאר די לימודים וואס באגלייטן מיך כסדר, אפילו יעצט ווען איך ארבעט יעדן טאג שווער פרוביר איך צו לערנען יעדן טאג די שיעורים קבועים, בפרט אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס וואס נאכ'ן שלאפן א שעה צוויי כאפ איך מיך צו צו די שיעורים ווי א הונגעריגער, און איך לערן שעות ביז מ'דארף שוין לויפן צו מנחה, ס'איז אזוי זיס צו זיצן און לערנען שעות נאכאנאנד אלע חלקי התורה, אז מ'וויל עס ממש נישט אפלאזן נאר מ'מוז שוין לויפן צו מנחה...


יעצט צו מיין שאלה, איך זוך א גוטן ארבייטער אין אפיס, און איין טאג בין איך געזעסן אין אפעס און געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר צושיקן איינעם וואס איז גוט פאר מיר, און פלוצלינג קומט איינער אריין אין אפיס און זאגט מיר אז ער זוכט די סארט ארבעט. קען איך עס אננעמען אלס א מעסעדזש פונעם אייבערשטן אז ער איז א גוטער ארבייטער פאר מיר?


איך האב געלערנט אין פעולת הצדיק אז דעם רבינ'ס זיידע, רבי נחמן הורידענקער ז"ל, איז אמאל געווען אין א גאסט הויז און זיך געוואשן צום עסן און פלוצלינג איז אים אריינגעקומען אין קאפ די ווערטער "אל תלחם לחם רע עין" און ער האט נישט געוואלט מאכן א המוציא, ביז נאכדעם איז אים אריינקומען די ווערטער "ואת העורבים צויתי לכלכלך" און דאן האט ער יא געגעסן. וויל איך וויסן צי דאס איז געזאגט געווארן פאר יעדן מענטש אז וואס ס'קומט אים אריין אין די מחשבה נאכ'ן מתפלל זיין, קען ער אננעמען אז אזוי וויל מען פון הימל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און אלע דיינע ספיקות זאלסטו אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו פרעגן יעדע זאך דעם אייבערשטן, העלפט אים דער אייבערשטער ער זאל וויסן וואס צו טון. אפילו מיר פשוט'ע מענטשן וואס מיר זענען נאך זייער ווייט וכו' און מיר דארפן תשובה טון אויף וואס מיר האבן פוגם געווען, אבער אויב מען בעט דעם אייבערשטן ער זאל ענטפערן און ווייזן א רמז וואס צו טון וכו' העלפט דער אייבערשטן און ער ווייזט אונז פונקטליך ווי אזוי זיך צו פירן.


דער הייליגע בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט, אז ווען א מענטש לעבט מיט אמונה און השגחה פרטיות, ער בעט דעם אייבערשטן זאל אים ענטפערן, פארט פלוצלינג דורך א פערד און וואגן און פון די רעש פון די רעדער הערט ער: "יא, יא, יא", אדער: "פָאר, פָאר, פָאר", אדער: "גיי, גיי, גיי, גיי", אזוי ווייסט ער וואס צו טון; זעט מען פון דעם אז אפילו מיר פשוט'ע מענטשן, אויב מיר לעבן מיט התבודדות קענען מיר ארויסנעמען רמזים פון יעדע זאך און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). ווער עס לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן - דער דארף שוין נישט קיין שום ראיות און הוכחות אויפ'ן דרך הלימוד, ווייל אז מען קוקט זיך אליינס אן זעט מען וואס מען איז זוכה ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען איז זוכה ביז א קורצע צייט צו שפאצירן אין די גאנצע תורה.


לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן ביז דו וועסט מסיים זיין כל התורה כולה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לָאָדָם, שֶׁיַּעֲבֹר וְיֵלֵךְ בְּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כֻּלָּם, כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", עס איז גוט פאר'ן מענטש דורך צו לערנען יעדע ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים, שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְדִינוֹת וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט און געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלעס נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, "כְּמוֹ שֶׁדֶּרֶךְ הַשָּׂרִים לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר: 'הָיִיתִי בְּוַרְשָׁא' וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס: "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, "כְּמוֹ כֵן רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְּהַיְנוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים כַּנַּ"ל", די זעלבע זאך דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט: "איך האב אלעס געלערנט, איך בין געווען איבעראל"; "וּלֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶּׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פאר'ן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#237 - ווי אזוי קענען דאווענען אשכנזים און ספרדים צוזאמען?
אחדות, תפילה והתבודדות, נוסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, איך מיט מיין ווייב זענען זיך זייער מחיה דערמיט.


איך וואוין אין א קליין שטעטל וואו ס'איז דא א ברסלב'ע שטיבל, און דארט דאווענען סיי אשכנזים און סיי ספרדים, מיר ווילן מאכן א מנין צו דאווענען צוזאמען אום יום כיפור, מיר האבן געהערט אז ביי מוהרא"ש פלעגן אויך דאווענען אשכנזים און ספרדים צוזאמען, מיר ווילן אבער וויסן פונקטליך ווי אזוי מ'האט אוועק געשטעלט דעם נוסח, אז מיר זאלן דאס אויך קענען טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג וויינען אויף מחלוקת, ער פלעגט זאגן: "דער גאנצער גלות איז אז עס איז דא פירודים צווישן אידישע קינדער, די אשכנזים ווילן נישט די ספרדים, און צווישן זיך איז מען אויך צעריסן און צעשלאגן וכו' וכו', אזוי אויך ביי די ספרדים, צווישן זיך האט מען זיך פיינט איינער דעם אנדערן". מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר זענען אלע אויף איין שיף, די אומות העולם מאכן לעכער אינעם שיף און ווילן אונז חס ושלום דערטרענקען, דארפן מיר זיך העלפן איינער דעם אנדערן".


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט באוויזן אין יבניאל אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן אפילו מען שטאמט נישט פונעם זעלבן אפשטאם, אויך ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ האט מוהרא"ש געמאכט אז סיי אשכנז'ישע אידן און סיי ספרד'ישע אידן פון אלע עדות זאלן קענען דאווענען אונטער איין דאך. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר מכבד געווען צו זיין בעל תפילה און מיר געבעטן איך זאל זינגען די ספרד'ישע פיוטים; עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי אלע שבטים זיצן צוזאמען, די ספרד'ישע אידן זיצן און הערן ווי מיר זאגן אונזערע שטיקלעך ביים דאווענען - 'ונתנה תוקף', 'לקל עורך דין', 'וכל מאמינים', וואס דאס איז זייער חשוב ביי אונז, און מיר פלעגן אויסהערן ווי די ספרד'ישע אידן זינגען זייערע שטיקלעך, ווי למשל: 'עת שערי רצון', 'בחצוצרות וקול שופר', וואס דאס איז ביי זיי אזוי ווי ביי אונז 'ונתנה תוקף'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו וואס ער וועט אונז ארויס נעמען פון גלות, דעמאלט וועט נישט זיין קיין מחלוקות און פירודים, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", די וואלף מיט'ן לעמעלע, די לעמפערט מיט'ן ציגעלע וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קוה מיט'ן בער וועלן צוזאמען פאשענען, דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות, "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", און קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און נישט שלעכטס טון פאר'ן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן, מען וועט לעבן מיט אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#236 - מעג מען געבן צדקה ביינאכט?
תפילה והתבודדות, שלאפן, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויב וועל איך פרובירן אראפצושרייבן מיינע טיפע געפילן און שבחים אויף די געוואלדיגע שיעורים, פול מיט חכמה, מדות טובות, און יראת שמים, וועל איך אנפילן גאנצע בלעטער און נאכאלץ נישט ענדיגן, וועל איך צוגיין גלייך צו מיין פראגע.


איך בין א מיידל און איך בין א לערערין פאר יונגע קינדער, און ווען איך האב אן איבריגע מינוט הער איך אויס די שיעורים, און דאס געבט מיר די חיזוק און די עצות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, די עלטערן און די הנהלה זענען זייער צופרידן פון מיין ארבעט און צוגאנג צו די קינדער, און זיי ווייסן נישט אז עס קומט נאר פון די שיעורים, איך גיי נישט אריין אין קלאס איידער איך הער אביסל אויף חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך הער אסאך מאל אויך די גמרא שיעורים, און איך מיש אויף צום סוף צו הערן וועגן חינוך, האב איך איין טאג געהערט אינמיטן מישן א גמרא שיעור אז ביינאכט זאל מען נישט געבן צדקה ווייל דעמאלט איז די צייט פון די שדים. איך האב א מנהג, זייט איך האב געהערט אז דער רבי האט אלס קינד צעטיילט די מטבעות אויף אסאך פרוטות צו געבן אסאך צדקה, צו לייגן יעדן טאג א פרוטה אין די פושקע איינמאל אינדערפרי מיט א תפלה אויפ'ן טאג מצליח צו זיין, און סוף טאג פאר'ן ליינען קריאת שמע שעל המטה לייג איך נאך א פרוטה, און איך דאנק דעם אייבערשטן פאר'ן טאג. זאל איך אויפהערן צו געבן צדקה ביינאכט?


אגב פיר איך זיך צו רעדן צום אייבערשטן יעדע נאכט פאר'ן ליינען קריאת שמע, און איך זע קלאר ווי דער אייבערשטער הערט צו מיינע תפלות און העלפט מיר זייער אסאך, יעצט טראכט איך אבער אז אפשר איז ביינאכט נישט די ריכטיגע צייט פאר דעם? אבער למעשה האב איך נישט קיין אנדערע צייט ווען דאס צו טון מיט א רואיגקייט.


דער אייבערשטער זאל געבן ווייטער אסאך כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע געבן צדקה ביינאכט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פאה ח, ח) אז רבי חנינא בר פפא פלעגט טיילן צדקה ביינאכט, איינמאל האט אים דער שר פון די שדים געטראפן און אים געפרעגט: "עס שטייט דאך אין די תורה (דברים יט, יד): 'לֹא תַסִּיג גְּבוּל רֵעֲךָ' ביינאכט איז א צייט וואס באלאנגט פאר די שדים, נאכט איז נישט א צייט פאר מענטשן, פארוואס קומסטו אריין אין מיין פלאץ?" האט אים רבי חנינא גענטפערט: "עס שטייט (משלי כא, יא): 'מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף', אז מען געבט צדקה נעמט מען אוועק שלעכטס", ווען דער שד האט דאס געהערט האט ער זיך איינגעבויגן און אנטלאפן. פון דא איז דער מקור אז מען געבט נישט צדקה ביינאכט, מיט דעם אלעם זעט מען בפירוש אינעם פסוק, "מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף", אז ווער עס געבט צדקה שטילערהייט נעמט אוועק אלע שלעכטס און אלע קליפות וואס ווילן שלעכטס טון דעם מענטש.


מוהרא"ש זאגט נאך בשם צדיקים, אז אפילו עס ווערט געברענגט אין די פוסקים מען זאל נישט געבן צדקה ביינאכט, זאגן צדיקים אז עס איז כדאי צו באקומען אלע עונשים ווי איידער צו פארשעמען אן ארימאן ווען ער בעט צדקה, מיט'ן אים זאגן: "ביינאכט געבט מען נישט צדקה"; מיר דארפן מקיים זיין וואס רבי חנינא האט געענטפערט פארן ש-ד (משלי כא, יא): "מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף", אז מען געבט צדקה נעמט מען אוועק שלעכטס און אלע קליפות וואס ווילן שלעכט טון דעם מענטש ווערן אויס, בטל ומבוטל.


זייטס ממשיך צו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת דין, סימן מג): "מִי שֶׁמְּקַשֵּׁר אֶת עַצְמוֹ בַּלַּיְלָה לְמִדַּת אֱמוּנָה, נִמְתָּק מֵעָלָיו הַדִּין", ווער עס נעמט אריין אין זיך ביינאכט די אמונה, נעמט ער אראפ פון זיך אלע דינים; זייט זיך מתבודד ביינאכט, שמועסטס מיטן אייבערשטן, דערציילטס אים אלעס פון אייער טאג וועט איר אראפנעמען פון זיך אלע דינים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.

#235 - איך בין טיף אין תהום, ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון דארט?
קדושה, תפילה והתבודדות, תשובה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כולל אינגערמאן, איך הייס א חשובער אינגערמאן, אבער ליידער פלאג איך זיך געפערליך אין עניני קדושה, און הוז"ל רחמנא ליצלן, איך בין טיף אין דער ערד אין תהום, איך באזוך כסדר אלע עקלדיגע וועבסייטס, און איך זע ממש נישט קיין וועג ארויס, ווי אזוי קען איך געראטעוועט ווערן?


איך הער אסאך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און יעדעס ווארט שאקלט מיר אויף די נשמה, ווען איך שוין ארויסקריכן פון מיין בלאטע? דער תהום איז שוין נישט גענוג פאר מיר!


אויך וויל איך וויסן אויב די פראגראמען וואס איז דא צו גיין פאר אדיקשענס, קענען מיר אפשר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז אלע צרות וואס מען ליידט אין לעבן קומט צוליב פגם הברית; ווען א מענטש היט זיך נישט די אויגן, ער קוקט עבירות רחמנא לצלן און ער פאלט נאכדעם אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, באשאפט ער דורכדעם קליפות ומשחיתים וואס פייניגן אים זיין גאנץ לעבן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות נאוף, סימן כו): "עַל-יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה בּוֹרֵא קְלִפּוֹת, הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי-אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", דורך די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה באשאפט מען קליפות, און די קליפות גייען אריין אין מענטשן וואס קריגן זיך מיט אים און טוען אים אפ שרעקליכע יסורים.


הדבר הראשון זאלסטו אוועק ווארפן דיין טעלעפאן, טעבלעט און קאמפיוטער - די כלים אויף וואס דו קוקסט אלע עבירות, ווייל אלעס הייבט זיך אן מיט די אויגן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין במדבר רבה י, ב): "עַיִן רוֹאֶה וְלֵב חוֹמֵד" – אז מען היט זיך נישט די אויגן דעמאלט גליסט די הארץ וכו', ביז מען פאלט אריין אין עבירות רחמנא לצלן; אזוי אויך פארלירט מען די ווייב, ווייל מען גייט ארום מיט שלעכטע מחשבות, מען מיינט אז א צווייטער האט א בעסערע לעבן; פון אזויפיל קוקן נישט גוטע זאכן ווערט מען אזוי פארשווארצט ביז מען פארלירט די געפיל אין שטוב צו די ווייב און קינדער. דאס אלעס הייבט זיך אן ווען מען היט זיך נישט די אויגן.


שנית, זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן; גיי אין א ווינקל און רעד זיך אויס דיין הארץ צום איבערשטן. זאג פאר'ן אייבערשטן וואס דו טוסט, דערצייל אים ווי דו בלאפסט, דו האסט א פנים ווי א שיינער איד ווען באמת ביסטו אין תהום, שריי צו אים:


"רבונו של עולם! איך ליג אין א געמיינע בלאטע, איך קוק עקלדיגע עבירות; איך קוק ... מאוויס און איך פאל אראפ אין פגם הברית, הייליגער באשעפער וואס זאל איך טון?! איך היט נישט מיינע אויגן און איך קוק אויף שמוץ, איך בין אזוי משוגע, עס איז ממש מקוים געווארן ביי מיר די קללה וואס שטייט אין די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך בין ממש משוגע פאר ניאוף, איך קוק און קוק אויף נאך און נאך עבירות; רבונו של עולם! וואס זאל איך טון אז עס איז ביי מיר מקוים געווארן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר אויב עס איז אין אים אריין א רוח שטות; וואס זאל איך טון אז איך בין אנגעפילט מיט רוח שטות? איך שפיר ווי איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, איך בין פארשקלאפט פאר מיינע בלאטעס.


הייליגער באשעפער, איך קען צו קיינעם נישט רעדן פון דעם, ווייל מענטשן מיינען אז איך בין א חשוב'ער אינגערמאן, מען האלט מיר אלץ איינער פון די חשוב'ע כולל אינגעלייט, אבער דו טאטע ווייסט דאך יא דעם אמת ווער איך בין און וואס איך טו, העלף מיר אייבערשטער, אנא השם! העלף מיר איך זאל האבן שמירת עיניים, איך זאל האבן א ריינע מח; איך זאל שוין איינמאל פאר אלע מאל אפלאזן אלע נארישקייטן. איך ווייס נישט וואס צו טון, דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ כסדר נאכאמאל און נאכאמאל; אָנָּא ה' הוֹשִׁיעָה נָא, אָנָּא ה' הַצְלִיחָה נָא".


אז דו וועסט טון די צוויי זאכן, דו וועסטו אוועק ווארפן אלע כלים אויף וואס דו קענסט קוקן עבירות און דו וועסט וויינען צום אייבערשטן אויף די תפילה, וועסטו זען ווי צוביסלעך וועסטו ארויס גיין פון דיין בלאטע, דו וועסט זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער בעל תשובה און א גרויסער צדיק.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#234 - איך וויל דאווענען מיט מנין, וואס טו איך אבער אז מ'ציעט זייער לאנג?
תפילה והתבודדות, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, מיט א שיינע משפחה מיט ליכטיגע קינדערלעך ב"ה, איך בין ב"ה זייער מצליח אין פרנסה, אויך אין רוחניות בין איך א געווענליכער אינגערמאן, און איך האב אלעמאל געהאט א געפיל צו זיין נאנט צום אייבערשטן, פארשטייט זיך אז אמאל איז עס געווען שטערקער און אמאל שוואכער, אזוי ווי ביי יעדן איינעם.


מיט עטליכע חדשים צוריק האב איך אבער באקומען א קארטל פון איינעם, און פון דעם בין איך אנגעקומען צו הערן אייערע דרשות, און איך מוז זאגן אז מיין לעבן האט זיך מיר ממש אינגאנצן געטוישט, איך האב שוין געלערנט די ברסלב'ע ספרים אויך ביז יעצט, אבער די וועג ווי אזוי איר לייגט עס אראפ מיט אזא פשטות, אז יעדער איד, נישט קיין חילוק אין וואסערע מצב ער געפונט זיך, קען זיך געבן א הויב אויף, א שאקל אפ פון אלע שלעכטס, און צוריק לויפן צום אייבערשטן, דאס האב איך יעצט צום ערשטן פארשטאנען.


איך האב באקומען פיל חיזוק צו רעדן צום אייבערשטן, און איך האב גענומען דעם סדר דרך הלימוד און איך האב שוין זוכה געווען צו ענדיגן פיר מאל ששה סדרי משנה, און איך דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז איך האב געטראפן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


מיין שאלה איז אזוי, איך וואוין אויף א פלאץ וואו ס'איז דא ממש געציילטע מנינים שחרית יעדן טאג, איך פרוביר אלץ צו דאווענען מיט'ן ערשטן מנין אינדערפרי, אויב אבער פארשפעטיג איך דעם מנין, מוז איך דאווענען מיט'ן צווייטן מנין פונעם רב דאהי, און דאס מיר זייער שווער, ווייל מ'ציעט אויס דאס דאווענען מורא'דיג לאנג און ס'גייט מיר ממש אויף די נערווען, א געווענליכע שחרית נעמט אזוי לאנג ווי די ראש השנה'דיגן דאווענען אין א נארמאלע בית המדרש. איין טאג האב איך געלערנט משניות נאכ'ן אויסטרעטן שמונה עשרה ווארטנדיג אז דער בעל תפלה זאל אנהויבן די הויכע שמונה עשרה, און איך האב אנגעיאגט צו לערנען ניין פרקים אין די צייט, דאס איז אבער נישט קיין עסק, און דעריבער וועל איך ענדערש דאווענען ביחידות, אבער למעשה וויל איך יא דאווענען מיט מנין, אבער ס'איז מיר זייער שווער צו דאווענען מיט אזא לאנגע מנין. וואס קען מען טון אין אזא צייט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפ'ן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון? - "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען די ציבור דאוונט.


נאך זאגן די הייליגע חכמים (תענית ח.): "אֵין תְּפִלָּתוֹ שֶׁל אָדָם נִשְׁמַעַת אֶלָּא אִם כֵּן מֵשִׂים נַפְשׁוֹ בְּכַפּוֹ", דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות נאר ווען מען האט אינזין וואס מען דאוונט. פרעגט די גמרא, עס שטייט דאך (תהלים עח, לו-לז): "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם, וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ, וְלִבָּם לֹא נָכוֹן עִמּוֹ, וְלֹא נֶאֶמְנוּ בִּבְרִיתוֹ", די אידן האבן געפאפט דעם אייבערשטן מיט זייער מויל, זיי האבן נישט אינזין געהאט ווען זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן וכו', דאך זאגט דער פסוק ווייטער, "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', אז דער אייבערשטער האט אנגענומען זייערע תפילות און ער האט זיי מוחל געווען אויף זייערע עבירות? ענטפערט די גמרא: "לֹא קַשְׁיָא, כָּאן בְּיָחִיד כָּאן בְּצִבּוּר", אויב מען דאוונט מיט מנין דעמאלט נעמט דער אייבערשטער אן יעדע תפילה אפילו מען האט נישט אינזין וכו'; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין, אז דער אייבערשטער נעמט אן די תפילה אזוי ווי עס זעט אויס, אפילו מען האט נישט אינזין דאס דאווענען אזוי ווי עס דארף צו זיין.


זיי נישט מזלזל אין דאווענען מיט מנין. אז מען דאוונט זייער לאנג און עס בלייבט דיר איבער אסאך צייט פון ווען דו ענדיגסט שמונה עשרה ביז דער בעל תפילה הייבט אן וכו' - קענסטו דעמאלט ענדיגן דיינע שיעורים, נעם א תהילים און זאג דעם יום תהלים. אויך בשעת'ן דאווענען קענסטו זיך מתבודד זיין; אז דער בעל תפילה איז מאריך זאלסטו זיך איבער דעקן מיט'ן טלית און זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן. אבער זאלסט ווייטער דאווענען מיט מנין, דורכדעם וועסטו מבטל זיין אלע קליפות ומשחיתים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה ג:): "דָּבָר שֶׁבְּמִנְיָן - אֲפִילוּ בְּאֶלֶף לֹא בָּטֵל", זאגט מוהרא"ש אז מען דאוונט מיט מנין, אפילו דער מענטש זאל האבן טויזנטער קליפות וואס ווילן אוועק נעמען און מבטל זיין זיינע תפילות, אבער "לֹא בָּטֵל", זיינע תפילות ווערן נישט בטל ווייל עס איז 'במנין' ער דאוונט מיט מנין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#233 - זאל איך טוישן מיין לבוש פון חב"ד צו ברסלב?
תפילה והתבודדות, חב"ד, לבוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען א חב"ד'סקער חסיד, און פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געווארן א ברסלב'ער חסיד. אין חב"ד איז דער מנהג נישט צו לאזן וואקסן לאנגע פיאות על פי סוד, ווידער אין ברסלב איז דער מנהג יא צו לאזן לאנגע פיאות, זיכער אויך מיט הויכע ענינים דערביי.


איז מיין שאלה אויב איך בין געווען אין חב"ד און יעצט בין איך ברסלב, אויב זאל איך לאזן וואקסן לאנגע פיאות אזוי ווי ברסלב'ע חסידים, אדער זאל איך בלייבן אזוי ווי איך האב זיך געפירט אין חב"ד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ווייסטו אוודאי אז ברסלב מיט חב"ד זענען שטענדיג געווען בשלום און מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט; דער רבי זכרונו לברכה איז געווען זייער נאנט מיט'ן הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און ער האט צוגעזאגט פאר'ן צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו אז ווען ער וועט צוריק אהיים פארן וועט ער גלייך גיין צום בעל התניא מאכן שלום צווישן זיי, און אזוי האט דער רבי געטון; גלייך ווען ער איז אנגעקומען צוריק, נאך איידער ער איז אהיים געגאנגען איז ער געפארן צום בעל התניא און ער איז דארט אויפגענומען געווארן מיט א גרויסע שמחה (עיין פעולת הצדיק, סימן רסד; שיח).


אויך איז דער בעל התניא זכותו יגן עלינו געקומען אויף א שבת צום רבי'ן (שבת פרשת יתרו, שנת תק"ע). ווען ער איז אנגעקומען נאנט צום שטאט ברסלב איז דער רבי ארויס געפארן מיט אסאך תלמידים אים מקבל פנים זיין, און דער רבי האט אים זייער אויסגעלויבט וכו' (עיין פעולת הצדיק, סימן תתצב).


ווען עס איז געווארן די מחלוקת אויפן רבי'ן האט דער בעל התניא געזאגט: "איך בין נישט ווי די אלע וואס זענען מחזק רבי נחמן, נאר איך מיט אים זענען איינס, ווער עס טשעפעט רבי נחמן טשעפעט מיר וכו'".


זעט מען פון דעם אז מען דארף נישט אפלאזן די אלטע וועג וכו', מען קען זיין ביידע אינאיינעם. בלייב אויפן וועג ווי דו און דיין משפחה גייען, דער עיקר זאלסטו נעמען די התחזקות אום די עצות פון רבי'ן, בפרט די עצה פון התבודדות - זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף יד אייגענע שפראך.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט אז אין אנהייב פון זיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן איז דער רבי אמאל געגאנגען מיט אים אויף א שפאציר; דער רבי האט גערעדט מיט אים זייער שיינע זאכן און אים זייער מחיה און מחזק געווען, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט בלויז געציילטע ווערטער, וואס די פאר ווערטער האבן אים מחי' געווען זיין גאנצע לעבן; דער הייליגער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט די זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס דערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


האט רבי נתן זכרונו לברכה שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד', האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד)".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#232 - קען מען מאכן התבודדות בלויז מיט די מחשבה?
תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, תפלות אויף אידיש, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים יעדן טאג, איך הער אויס יעדן שיעור אויפ'ן טעלעפאן, און איך בין זיך ממש מחיה.


איך האב צוויי שאלות צו פרעגן; א. ווען ס'איז מיר שווער ארויסצורעדן די ווערטער צום אייבערשטן, קען איך מאכן התבודדות בלויז מיט די מחשבה? ב. ווען איך גיי אויף א ציון פון א צדיק איז מיר אסאך מאל שווער צו זאגן דארט תהלים, קען מען זאגן דארט משניות אנשטאט תהילים?


איך האב אנגעהויבן זאגן ח"י פרקים משניות, און איך שפיר ממש ווי איך בין געווארן א נייער מענטש.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין אנהייב איז טאקע שווער צו רעדן צום אייבערשטן און מען דארף האבן אויף דעם אסאך חיזוק, אבער ווען מען איז זוכה דערצו, מען הייבט אן שמועסן מיטן אייבערשטן - דעמאלט דארף מען שוין קיינעם נישט אויף די וועלט.


דאס דארף זיין דער עיקר אויף וואס א איד דארף בעטן, ער זאל זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן און שטענדיג רעדן צו אים; דאס איז געווען דוד המלך'ס תפילה (תהלים כז, ד): "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה' אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ, שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי, לַחֲזוֹת בְּנֹעַם ה' וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ", איין זאך בעט איך דיר אייבערשטער איך זאל שטענדיג זיין מיט דיר, איך זאל שטענדיג זיצן אין דיין שטוב און לעבן מיט דיר; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך דער געדאנק: "איך האב קיינעם נישט אויף די וועלט נאר דעם אייבערשטן", און ער הייבט אן רעדן צום אייבערשטן אויף זיין מאמע לשון אזוי ווי ער רעדט צו זיינס א חבר און וואס ער דארף בעט ער פונעם אייבערשטן, דער מענטש איז דער גליקליכסטער מענטש אויף די וועלט.


אז עס איז דיר שווער צו רעדן צום אייבערשטן זאלסטו בעטן אויף דעם אליינס, מאך זיך א תפילה וואס דו זאלסט בעטן שטענדיג דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפר העלף מיר איך זאל רעדן צו דיר, עס איז מיר זייער שווער צו רעדן צו דיר; מיט מענטשן קען איך שטיין און שמועסן שעות אויף שעות, אפילו דברים של מה בכך, אבער ווען עס קומט צו רעדן צו דיר ווער איך ממש שטום, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר, איך זאל האבן א קלארע אמונה אז דו ביסט מיט מיר, דעמאלט וועט מיר זיין גרינגער צו רעדן צו דיר.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן א ריינע אמונה; איך זאל וויסן און געדענקען אז אלעס אלעס ביסטו, די גאנצע וועלט איז א לבוש פון דיר; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס ביסטו אליינס".


דעריבער אז דו קענסט נישט רעדן צום אייבערשטן זאלסטו דאס אליינס בעטן פונעם אייבערשטן אן א שיעור. דער הייליגער דגל מחנה אפרים זכותו יגן עלינו ברענגט (פרשת בחקותי) בשם זיין זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, אז אמאל איז געווען א קעניג וואס האט געלאזט אויסרופן פאר די גאנצע לאנד אז ווער עס דארף א בקשה קען דאס קומען בעטן, אלע זענען געקומען בעטן פונעם קעניג זייערע בקשות; איינער האט געבעטן געלט, א צווייטער האט געבעטן כבוד, איינער האט געבעטן אז דער קעניג זאל זיך נוקם זיין אין זיינע שונאים, יעדער איינער האט געבעטן א צווייטע בקשה. איז געקומען א חכם וואס ער האט גארנישט געבעטן עפעס ספעציעל פאר זיך, ער האט נאר געבעטן איין זאך, ער וויל קענען רעדן מיטן קעניג יעדן טאג; מיט דעם האט ער ממילא באקומען אלע זיינע באדערפענישן ווייל ער רעדט צום קעניג יעדן טאג און ער בעט אים אלעס וואס ער דארף.


דו קענסט לערנען ביי קברי צדיקים דיינע שיעורים כסדרן, וועסטו אויך זוכה זיין צו גרויסע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#231 - פארוואס זאל מען נישט פארן אין פעלד מאכן התבודדות?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איידער איך פרעג מיין שאלה וויל איך זיך קודם באדאנקען אויף אלע שיעורים און חיזוק, אין זכות פון די שיעורים בין איך ב"ה זוכה צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי מיט א פרק תוספתא, און נאך שיעורים, און אויך האב איך לכבוד דעם אריינגעברענגט דעם אייבערשטן אין מיין שטוב, יעדע זאך זאגט מען ברוך ה', בעזרת ה', און אזוי ווייטער.


יעצט צו מיין שאלה, דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז ברסלב'ע חסידים טוען אלעס וואס דער רבי שרייבט בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות. פארוואס ווען עס קומט אבער צו רעדן צום אייבערשטן, וואס דער רבי שרייבט קלאר אז ס'זאל זיין אין פעלד צווישן די גראז, פארוואס פונקט ביי דעם זאגט מען אז ס'מיינט נישט דוקא אין פעלד, נאר מ'קען איבעראל רעדן צום אייבערשטן, און מוהרא"ש זאגט אז מ'קען זיך פארשטעלן ווי די גאנצע וועלט איז א וואלד, און די גוים זענען די חיות, וכדומה. פארוואס זאל מען נישט מקיים זיין בתמימות ופשיטות צו רעדן צום אייבערשטן אין פעלד אזוי ווי דער רבי שרייבט?


איך פרעג נישט חס ושלום לקנטר, איך וויל באמת פארשטיין, תורה היא וללמוד אני צריך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנשי שלומינו וואס וואוינען צווישן פעלדער און וועלדער זענען טאקע מקיים וואס דער רבי זאגט אז מען זאל זיך מתבודד זיין צווישן די גראז; עס איז דאך גאר אנדערש דאס התבודדות וואס מען מאכט אין פעלד צווישן די גראז ווי דאס התבודדות אין שטאט. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער שרה, בשעת ווען ער איז געגאנגען מיט איר אויף א שפאציר: "ווען דו וואלסט ווען זוכה געווען צו הערן דאס געזאנג פון די גראז וואלסטו געהערט ווי יעדע גראז זינגט און לויבט דעם אייבערשטן; ווי גוט און ווי אנגענעם איז צו הערן ווי זיי זינגען זייערע לידער און ווי וואויל איז זיך צו מתבודד זיין צווישן זיי (שיחות הר"ן, סימן קסג)"; מיר הערן נישט די שירות ותשבחות פון די גראז אבער מיר שפירן עפעס אן אנדערע טעם בשעת מען איז צווישן זיי.


היות אז נישט יעדער איינער איז זוכה צו וואוינען צווישן פעלדער און וועלדער, אסאך מענטשן וואוינען אין שטאט אין פלעצער וואו עס איז נישט דא קיין פעלדער –דארף מען זיי מחזק זיין זיי זאלן זיך מתבודד וואו אימער מען געפונט זיך. דאס לערנט אונז מוהרא"ש, מיר זאלן לעבן מיט'ן מציאות.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט צו לעבן אין ווירקליכקייט (ריאליטעט) און זיך נישט לאזן נארן, מען זאל נישט אפשטופן דאס רעדן צום אייבערשטן אויף ספעציעלע געלעגנהייטן, ווען מען וועט האבן א פעלד וכו', נאר וואו מען געפונט זיך זאל מען זיך פון דארט מקשר זיין און זיך צוקלעבן צום אייבערשטן.


מוהרא"ש דערציילט אז עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער סוחר, אמאל האט מען אים געפונען זיצן אין גאס וויינען, איז מען צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט: "וואס גייט פאר? פארוואס וויינסטו? וואס האט פאסירט?" קודם האט ער זיך פרובירט ארויסצודרייען און נישט ענטפערן, אבער ווען מען האט אים אסאך געמוטשעט האט ער גענטפערט נישט מער און נישט ווייניגער: "איך וויין צום אייבערשטן אז איך וויל זיין אן ערליכער איד", האט מען אים געפרעגט: "פארוואס וויינסטו דא אין גאס? גיי אריין אין שול, דארט איז די פלאץ פון תשובה און תיקון המעשים!" האט ער געענטפערט: "איך האב געהערט פון רבי נתן נאכזאגן פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכד): 'לִּפְעָמִים מַגִּיעַ לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְהִשְׁתּוֹקְקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּאֵיזֶה מָקוֹם', ווען א מענטש האט א הרהור תשובה זאל ער דאס נישט אפשטופן אויף שפעטער נאר ער זאל בלייבן דארט וואו ער שטייט, 'שֶׁצָּרִיךְ שָׁם בְּאוֹתוֹ הַמָּקוֹם דַּיְקָא, לְהִתְחַזֵּק בְּזֶה הַהִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְהַהִשְׁתּוֹקְקוּת, כְּגוֹן לְדַבֵּר שָׁם אֵיזֶה דִּבּוּרִים שֶׁל תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת אוֹ דִּבְרֵי הִשְׁתּוֹקְקוּת בַּפֶּה וּבַלֵּב כְּפִי הָעִנְיָן', און פון דארט זאל ער ארויס זאגן אפאר ווערטער פאר'ן אייבערשטן, 'וְלֹא יַמְתִּין וְלא יָזוּז מִמְּקוֹמוֹ', ער זאל נישט ווארטן אויף שפעטער און נישט אוועק גיין פון וואו ער געפונט זיך, 'אַף עַל פִּי שֶׁאֵין זֶה הַמָּקוֹם מוּכָן לְכָךְ, כְּגוֹן שֶׁלֹּא בִּמְקוֹם קְבִיעוּת לְתוֹרָה וּתְפִלָּה, רַק בְּדֶרֶךְ הִלּוּכוֹ וְכַיּוֹצֵא', אפילו די פלאץ איז נישט געאייגנט פאר תורה און תפילה, ער איז אינטערוועגענס וכדומה, 'כִּי כְּשֶׁיָּזוּז מִמְּקוֹמוֹ, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁיִּפְסֹק', ווייל אויב וועט ער דאס אפשטופן וועט אוועק גיין זיין התעוררות, 'וְכֵן מִמֶּנּוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה בְּעַצְמוֹ רָאִינוּ עִנְיָן כָּזֶה כַּמָּה פְּעָמִים', און אזוי האבן מיר געזען ביים רבי'ן אסאך מאל", עיין שם.


איך ווייס נישט פארוואס דו טראכסט אז אנשי שלומינו זענען דאס נישט מקיים, בשעת עס זענען פארהאן צענדליגער טויזנטער בריוון פון מוהרא"ש געשריבן פאר אנשי שלומינו וואס וואוינען אין 'יבניאל עיר ברסלב', אז זיי זאלן זיך מתבודד זיין אויף די בערג און אויף די פעלדער פון יבניאל. עפן דעם ספר אשר בנחל וועסטו זען בריוו נאך בריוו ווי מוהרא"ש שרייבט: "גיי ארויף אויפ'ן בארג יעדן טאג און שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן, וועסטו האבן א ישועה".


מוהרא"ש האט אוועק געמאכט דאס וואס חברים נעמען זיך צוזאם און מען פארט צוזאמען אין פעלד וכדומה מאכן התבודדות וכו', ווייל שלימות התבודדות איז ווען מען גייט איינער אליינ'ס - בד בבד יהי' קודש; מען זוכט א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, וואו קיינער הערט נישט און ווייסט נישט וואו מען געפונט זיך, מען גייט אליינס מיטן אייבערשטן און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ. דאס איז וואס מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן טון. מה שאין כן ווען מען גייט צוזאמען איז דאס א שפיל; דער שרייט הויך, קומט דער צווייטער און שרייט נאך העכער, קומט דער דריטער וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#230 - מוז מען גיין אין פעלד צו מאכן התבודדות, אדער נישט?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אביסל צעמישט איבער וואס עס מיינט התבודדות. פון איין זייט האב איך געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מוהרא"ש פלעגט פארן צו "מארין פארק" צו מאכן דארט התבודדות, זעט אויס אז מ'דארף באשטימען א פלאץ וואו צו מאכן התבודדות. און פון די אנדערע זייט מאכט מוהרא"ש חוזק פון די וואס דינגען א טענדער ארויסצופארן איינמאל א וואך דאנערשטאג צו גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, מוהרא"ש פלעגט זיך אויסדרוקן, "און וואס וועט זיין ביז דאנערשטאג?". און דער ראש ישיבה זאגט אויך כסדר אז מ'קען מאכן התבודדות סיי ווי אימער מ'איז.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א דאס אויסקלארן? א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ד): "רַבִּי חֲנִינָא בֶּן חֲכִינַאי אוֹמֵר, הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה וכו'" - מורא'דיגע סודות וואס מען איז זוכה ווען מען איז זיך מתבודד. דער רבי טייטשט אויס דעם גאנצן מאמר אויף התבודדות. "הַנֵּעוֹר בַּלַּיְלָה", ווען מען איז אויף ביינאכט, מען איז זיך מתבודד און מען שמועסט זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן, "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", מען גייט התבודדות ביינאכט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, ווייל דער עיקר שלימות פון התבודדדות איז אז מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, און דארט זאל מען זיך אויסרעדן, אויסשמועסן און דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן. "וּמְפַנֶּה לִבּוֹ לְבַטָּלָה", ער איז זיך מבטל אינגאנצן צום אייבערשטן, ער טראכט נישט פון זיינע זאכן נאר ער ליידיגט אויס זיין הארץ, דורכדעם איז ער זוכה צו קומען - "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְּנַפְשׁוֹ", צו אזא מדריגה אז ער ווערט נכלל אינעם אייבערשטן וואס איז א חיוב המציאות.


דער יסוד היסודות אין חסידות ברסלב איז 'התבודדות'. קיינער מאכט נישט חוזק פון גיין אין פעלד רעדן צום אייבערשטן, מען קען נישט קריגן אויפן רבינ'ס ווערטער פון גיין התבודות אין פעלדער און אין וועלדער. דער רבי האט בפירוש געזאגט: "איך האב געוואלט מיינע מענטשן זאלן זיך דרייען אויף פלעצער וואו מענטשן קומען נישט אן דארט".


מוהרא"ש פלעגט אוועק מאכן דאס וואס מען נעמט זיך צוזאם חברים און מען פארט צוזאמען מאכן התבודדות וכו'. ווייל שלימות התבודדות איז ווען מען גייט איינער אליינס; קיינער הערט נישט און ווייסט נישט וואו מען געפונט זיך, מען גייט אליינס מיטן אייבערשטן. מה שאין כן ווען מען גייט צוזאמען איז דאס א שפיל, דער שרייט הויך קומט דער צווייטער און שרייט נאך העכער, קומט דער דריטער וכו'; אזוי אויך אויב מען האט נישט קיין פעלדער און וועלדער, מען וואוינט אין שטאט - זאל מען נישט זוכן תירוצים נישט צו גיין התבודדות און ווארטן אויף ליל שישי זיך צוזאמנעמען וכו', נאר מען דארף זיך מתבודד זיין וואו מען שטייט און וואו מען גייט. אבער אז מען קען טרעפן א פלאץ וואו מענטשן דרייען זיך נישט און דארט זיך מתבודד זיין - איז נישט שייך דאס אוועק צו מאכן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן אלס בחור ביי די זעכצן יאר, פלעגט ער אסאך גיין אין פעלדער און אין וועלדער רעדן צום אייבערשטן. אין אנהייב האט ער זייער מורא געהאט צו זיין איינער אליינס אין וואלד, אויך האט ער מורא געהאט פון די חיות וכו', און עס איז אים זייער שווער געווען, האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#229 - ווען וועט שוין משיח צדקנו קומען?
תפילה והתבודדות, משניות, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אסאך שאלות צו פרעגן, אבער מער פון אלעם האב איך איין גרויסע שאלה; ווי לאנג נאך וועלן מיר זיך מושטען אין דעם ביטערן שווערן רוחניות'דיגן גלות? ווען קומט שוין משיח און ס'וועט שוין זיין ומלאה הארץ דעה את ה'?


ס'ווערט שווערער און שווערער צו זיין אן ערליכער איד, די דורות פאלן מיט אזא שנעלע טעמפא, אידישע קינדער פאלן ווי פליגן, נישט אומזיסט האט רבי יוחנן געזאגט "ייתי ולא אחמיניה", ער האט נישט געוואלט מיטהאלטן די ביאת המשיח ווייל ער האט געוואוסט ווי שלעכט דער דור וועט דעמאלט אויסזען.


מ'רעדט אזויפיל פון אלע גוטע זאכן, פארוואס זאל מען אבער נישט איבערדרייען די וואלט אז אידן זאלן איינרייסן אז משיח זאל שוין קומען, וואס דעמאלט וועט מען שוין אויטאמאטיש געהאלפן ווערן מיט אלעס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער רעדט נישט פון ביאת משיח? אלעס וואס מיר רעדן און מיר טוען איז נאר כדאי מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון גלות.


אז דו ווילסט טון עפעס פאר ביאת משיח זאלסטו לערנען יעדן טאג אסאך פרקים משניות וועסטו מקרב זיין די גאולה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות; און דער הייליגער בני יששכר זכותו יגן עלינו זאגט (חודש תמוז אב - מאמרי חדשי תמוז אב, מאמר ב): "סַךְ כָּל הַשָּׁעוֹת מִן הכ"ב יָמִים הֵם תקכ"ח", די שעות פון די דריי וואכן איז סך הכל פינף הונדערט אכט און צוואנציג, "עַל כֵּן יֶשׁ בַּמִּשְׁנָיוֹת תקכ"ח פְּרָקִים מִנְיַן מַפְתֵּ"חַ", דערפאר איז דא אין ששה סדרי משנה פינף הונדערט אכט און צוואנציג פרקים, "כְּמִנְיַן מַפְתֵּחַ הַגְּאֻלָּה", ווייל דאס איז דער שליסל מיר זאלן דורכדעם ארויס גיין פון גלות, וואס דאס איז קעגן די פינף הונדערט אכט און צוואנציג שעה פון די דריי וואכן וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין הַגָּלֻיּוֹת מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת הַמִּשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר אינעם זכות פון די וואס לערנען משניות, "וּכְשֶׁמְדַבְּרִין וְשׁוֹנִין בְּמוֹ פִינוּ הַתּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה, אֲזַי נִפְתַּח הַסָּתוּם", און ווען מען חזר'ט משניות ווערט געעפנט די פארמאכטקייט פון אונזער גלות, אזוי ווי עס שטייט (הושע ח, י): "'גַּם כִּי יִתְנוּ בַגּוֹיִם עַתָּה אֲקַבְּצֵם', לָשׁוֹן מַתְנִיתִין", 'יִתְנוּ' איז א לשון פון משניות, אז מען וועט לערנען משניות אין גלות, "עַתָּה אֲקַבְּצֵם", וועט אונז דער אייבערשטער אויסלייזן; זאלסטו זיך באפלייסן אין לימוד משניות וועסטו האבן א חלק אין ברענגען די גאולה.


אויך זאלסטו זיך יעדן טאג זיך מתבודד זיין; הייב אן שוין לעבן מיט דעם לימוד וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די גאנצע וועלט, דעם לימוד פון התבודדות ותפילה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ – הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט איינעמען וועט זיין נאר דורך תפילה; משיח צדקינו וועט אריין ברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים. מען וועט רעדן צום אייבערשטן - יעדער איינער וואס ער דארף, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'"; און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיהו נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן".


אלע דיבורים וואס מיר רעדן איז פון די לימודים וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישט דא קיין חילוק, נאר איין חילוק איז דא, ביי משיח וועט מער נישט זיין קיין בחירה און יעצט איז נאך דא די בחירה"; דאס טוט שוין דער רבי יעצט מיט אונז, ער ברענגט אריין און אונז אזא געטליכקייט און אזא ליכטיגקייט אז מיר שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז. און איינמאל א מענטש שפירט דעם אייבערשטן הייבט ער אן רעדן צום אייבערשטן.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה די זאך פון התבודדות; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און הייבט אן זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, ער דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטן אזוי ווי ער וואלט דאס דערציילט פאר א גוטער חבר, - איז דער גליקליכסטער מענטש. ביי אים ווערט מקוים דאס וואס שטייט (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכְכֶם, וְהָיִיתִי לָכֶם לֵאלֹהִים וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי לְעָם", זאגט אויף דעם רש"י: "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן כְּאַחַד מִכֶּם וְלֹא תִּהְיוּ מִזְדַּעְזְעִים מִמֶּנִּי", מען שפאצירט כביכול מיטן אייבערשטן, מען רעדט צו אים שפאצירנדיג, אה ממש גן עדן אליינס!


עס איז נישט דא קיין זיסערע זאך ווי ווען א מענטש שפירט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים; ער שפירט ווי עס איז מלא כל הארץ כבודו און ער רעדט מיטן השם יתברך פנים אל פנים. וואויל איז אים אויף די וועלט און וואויל איז אים לעולם הבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#228 - אפשר געבט איר מיר חיזוק איידער איך פאל אוועק אינגאנצן?
התחזקות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אין א שווערע מצב, און איך וויל האבן חיזוק איידער איך פאל אוועק אינגאנצן, אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל, וואס טוט מען ווען מען איז אין א שווערע מצב אין מען שפירט ווי מען פאלט אינגאצן אוועק? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן – דאס איז ביטול", מען פרעגט נישט קיין קשיות.


צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "לָמָּה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט "לָמָּה – פארוואס?" אבער א איד זאגט: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט האט א חשבון", מען פארמאכט זיך דאס מויל און מען פרעגט נישט: "פארוואס?" "פארווען?" ווייל מען ווייסט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, מען פארמאכט די אויגן און מען וויל גארנישט פארשטיין, מען גלייבט אז אלעס איז לטובה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ס:): "לְעוֹלָם יְּהֵא אָדָם רָגִיל לּוֹמַר", א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן שטענדיג: "כָּל דְּעָבִיד רַחְמָנָא - לְטַב עָבִיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט; ווען א מענטש נעמט דאס אריין אין זיך, ער לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים קומט פונעם אייבערשטן און דאס איז נאר פאר זיין אייביגע טובה, דאן לעבט ער שוין יעצט אין 'גן עדן'. אזא איינער טראכט נישט פון אוועק פאלן אדער אנדערע שלעכטע מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן רחמנא לצלן, אזא איינער ווען עס גייט אריבער אויף אים א שווערע צייט ווערט ער נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר, אנשטאט טראכטן שלעכטע מחשבות חס ושלום זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט: "תפילה והתבודדות"; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס דו גייסט אריבער, וואס שטערט דיר און בעט אים ער זאל דיר העלפן, וועסטו זען אז אלעס וועט זיך טוישן, דיין לעבן וועט דיר שיין ווערן און דו וועסט הנאה האבן פון דיין לעבן.


אין אנהייב איז נישט גרינג צו רעדן צום אייבערשטן ווייל ווען א מענטש זינדיגט מאכט ער זיך א מחיצה צווישן אים אינעם באשעפער, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם", מען שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז דא, דעריבער איז שווער צו רעדן צו אים כדבר איש אל רעהו. אבער אז מען ברעכט דאס דורך מיט'ן בעטן אויף דעם אליינס, איז מען זוכה צו לעבן א גוטע לעבן, מען שפירט אלע טעמים פון גן עדן אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#227 - פארוואס קומט מיר אן אזוי שווער צו רעדן צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות און חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך הער אסאך ביי די דרשות וועגן התבודדות, און איך פרוביר עס טאקע צו טון, איך וויל אבער וויסן אויב דאס וואס דער רבי זאגט צו מאכן התבודדות א שעה, מיינט עס טאקע א גאנצע שעה, אדער זאל מען מאכן וויפיל מען קען?


אויך וויל איך פארשטיין פארוואס דאס קומט מיר אן אזוי שווער, איך אליין ווייס און שפיר ווי סאך דאס העלפט מיר, אבער פון דעסט וועגן קומט עס מיר אן אזוי שווער צו רעדן צום אייבערשטן, פארוואס איז דאס אזוי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו פירסט זיך מיט די הייליגע הנהגה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, די הנהגה וואס די אבות הקדושים אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו האבן זיך געפירט, זיי זענען געגאנגען זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן באשעפער יעדן טאג. דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, ווייל מען קען נישט זיין אן ערליכער איד אן התבודדות.


דו פרעגסט וויפיל צייט מען זאל רעדן צום אייבערשטן; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צו): "שֶׁרְצוֹנוֹ שֶׁיִּהְיֶה לָנוּ כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ הִתְבּוֹדְדוּת וּלְבַלּוֹת כָּל הַיּוֹם עַל זֶה", איך וויל מען זאל זיך צוגעוואוינען א גאנצן טאג צו רעדן מיט'ן אייבערשטן, דאס זאל מען טון במשך דעם טאג, מיט דעם זאל מען זיין פארנומען דורכ'ן טאג, "אַךְ לָאו כָּל אָדָם יָכוֹל לְקַיֵּם זֹאת, עַל כֵּן בְּהֶכְרֵחַ לְצַוּוֹת לָהֶם שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה שָׁעָה הִתְבּוֹדְדוּת, כִּי גַּם זֶה טוֹב מְאֹד", אבער וויבאלד נישט יעדער איינער קען דאס טון, זיך באשעפטיגן א גאנצן טאג מיט התבודדות, דעריבער האט דער רבי געוואלט מען זאל זיך קובע זיין א באשטימע צייט פאר התבודדות, "אֲבָל מִי שֶׁלִּבּוֹ חָזָק בַּה', וְרוֹצֶה לְקַבֵּל עָלָיו עֹל עֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בֶּאֱמֶת, רְצוֹנוֹ שֶׁיִּהְיֶה לוֹ כָּל הַיּוֹם הִתְבּוֹדְדוּת", אבער ווער עס איז שטארק מיט'ן אייבערשטן און וויל דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת זאל א גאנצן טאג רעדן צום אייבערשטן. אזוי ווי מיר געפונען אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כא.): "וּלְוַאי שֶׁיִּתְפַּלֵּל אָדָם כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ", הלואי זאל א מענטש דאווענען א גאנצן טאג.


דאס וואס דו באקלאגסט זיך אז דאס רעדן צום אייבערשטן קומט דיר אן אזוי שווער און דו פרעגסט פארוואס; דאס קומט מחמת חסרון אמונה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאוונט און ער הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאוונט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגסטע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס, "וּבִשְׁבִיל שֶׁהָאָדָם אֵינוֹ יוֹדֵעַ זֹאת יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם", אבער כל זמן דער מענטש האט נישט די שטארקייט אין אמונה, "בִּשְׁבִיל זֶה אֵינוֹ מִתְלַהֵב כָּל כָּךְ, וְאֵינוֹ מְדַקְדֵּק כָּל כָּךְ", איז ער נישט אזוי שטארק אין דאווענען צום אייבערשטן, "וְכָל אֶחָד לְפִי מִעוּט שִׂכְלוֹ וִידִיעָתוֹ", יעדער איינער לויט ווי ווייניג געפיל ער האט אין אמונה אזוי איז ביי אים אפגעשוואכט דאס דאווענען.


מוהרא"ש זאגט אז מען זעט ווי מיט א חבר קען מען רעדן שעות אויף שעות על דא ועל הא, אבער ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן קען ער נישט עפענען זיין מויל ארויס צו זאגן אפילו איין ווארט; דאס קומט נאר פון חסרון אמונה, אז מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט. די עצה אויף דעם איז צו וויינען צום אייבערשטן אויף דעם אליינס: "הייליגער באשפער העלף מיר איך זאל האבן אמונה און איך זאל דיר שפירן, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר און ווי דו הערסט מיר אויס ווען איך רעד צו דיר". אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כג): "כְּשֶׁנּוֹפֵל מֵאֱמוּנָתוֹ יִבְכֶּה", ווען א מענטש פאלט פון אמונה, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן זאל ער וויינען צום אייבערשטן און בעטן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#226 - פארוואס דארף מען אזויפיל בעטן אויף משיח?
תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, דאס איז ממש מיין לעבן, עס האט מיר אינגאנצן געטוישט צום גוטן, אין שלום בית, אין קדושה, און אין אלע ענינים.


איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א וועגן די עצה פון התבודדות, צו רעדן אסאך צום אייבערשטן, און אז איינער וואס טוט דאס איז באמת א גליקליכער מענטש. ברוך ה' אז אין זכות פון די שיעורים גייט ביי מיר נישט דורך א טאג וואס איך זאל נישט רעדן צום אייבערשטן. וויל איך אבער פרעגן פארוואס מיר בעטן אזוי סאך אז משיח זאל שוין קומען, אויב דער גאנצער תכלית איז נאר צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, איז דאך אזא מענטש שוין נישט אין גלות, וואס פעלט נאך אויס צו בעטן אויף משיח?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס דיבורים; דער רבי לערנט מיט אונז די לימודים וואס משיח וועט לערנען מיט אונז. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישט דא קיין חילוק, איין חילוק איז דא, ביי משיח וועט מער נישט זיין קיין בחירה און יעצט איז נאך דא די בחירה"; משיח צדקינו וועט אריין ברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים און מען וועט רעדן צום אייבערשטן.


דאס טוט דער רבי מיט אונז שוין יעצט, ער לערנט מיט אונז אז מיר זאלן נוצן דעם שווערד פון משיח. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ – הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט איינעמען וועט זיין נאר דורך תפילה; קיינער וועט נישט זיין פארנומען מיט א צווייטן, יעדער וועט טראכטן נאר פונעם אייבערשטן און מען וועט זיך נישט קריגן איינער מיט'ן צווייטן וואס דאס איז דער גלות וואס מיר ליידן, מען קריגט זיך איינער מיט'ן צווייטן.


מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויס צו גיין פון גלות; מוהרא"ש זאגט אז דער גאנצער גלות איז איין ווארט: 'מחלוקת'; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא סט:): "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן", אז די עבירה פון שנאת חנם איז נאך אלץ צווישן אונז.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג וויינען אויף מחלוקת, ער פלעגט זאגן: "דער גאנצער גלות איז אז עס איז דא פירודים צווישן אידישע קינדער"; די אשכנזים ווילן נישט די ספרדים און צווישן זיך איז מען אויך צעריסן און צעשלאגן וכו' וכו', אזוי אויך ביי די ספרדים, מ'וויל נישט די אשכנזים און צווישן זיך האט מען זיך אויך פיינט איינער דעם אנדערן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר זענען אלע אויף איין שיף, די אומות העולם מאכן לעכער אינעם שיף און ווילן אונז חס ושלום דערטרענקען"; דארפ'ן מיר זיך העלפן איינער דעם אנדערן און נישט זוכן יענעם צו קלאפן, דאס איז דער גלות און אויף דעם בעטן מיר און ווארטן אז משיח זאל אונז שוין אויסלייזן פון די אלע קטנות'ער, און מיר זאלן זיך ליב האבן איינעם דעם צווייטן. אזוי ווי עס שטייט ביי די נבואה אויף די צייט ווען משיח וועט קומען (ישעיהו יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", דער וואלף מיט די לעמעלע, דער לעמפערט מיט די ציגעלע וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קו מיט'ן בער וועלן צוזאמען פאשען, דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות. "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און קיינער וועט נישט שלעכטס טון פאר'ן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן און מען וועט לעבן מיט אמונה.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין ארויס נעמען פון דעם ביטערן גלות, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ביאת משיח וואס וועט אריין ברענגען אין יעדן איינעם אז מען זאל רעדן צום הייליגן באשעפער, אזוי ווי דער פסוק זאגט (צפניה ג, ט): "אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה' לְעָבְדוֹ שְׁכֶם אֶחָד", יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן און יעדער וועט אוועק ווארפן די געלט, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו ב, כ): "בַּיּוֹם הַהוּא יַשְׁלִיךְ הָאָדָם אֵת אֱלִילֵי כַסְפּוֹ, וְאֵת אֱלִילֵי זְהָבוֹ", אמן.

#225 - וואס טו איך אז איך שפיר ווי א חוזק מיט מיינע תפלות?
התחזקות, תפילה והתבודדות, שלאפן, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן דאנק פאר אלע שיעורים און חיזוק, איך שטארק זיך ב"ה זייער אינעם סדר דרך הלימוד, איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג, און פרוביר זיך צו שטארקן אין קדושה.


איך מוטשע זיך זייער מיט שמירת עינים, ס'איז מיר זייער שווער זיך צו שטארקן אויף די שווערע נסיונות, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם אבער איך שפיר ווי איך מאך חוזק פונעם אייבערשטן חס ושלום, ווייל איך בעט יעדן טאג און איך פאל נאכאמאל דורך יעדן טאג, וואס קען איך טון דערצו?


אויך האב איך א פראבלעם אז איך שטיי אויף זייער שפעט, וויפיל איך פרוביר מיט אלע מיטלען, מיט וועקער-זייגערס וכדומה, אויפצושטיין פרי גייט עס מיר נישט, און דאס מאכט מיר אויך שווער צו רעדן צום אייבערשטן, איך שפיר ווי דער אייבערשטער זאגט מיר, 'גיי צוריק שלאפן, שטיי אויף מארגן צופרי ווי א נארמאלער מענטש, און דעמאלט זאלסטו קומען רעדן צו מיר'.


איך מוז האבן אן עצה צו קענען אויפשטיין נארמאל אינדערפרי.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך, וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו געבסט נישט אויף און דו בעטסט נאכאמאל און נאכאמאל אויף שמירת עיניים.


שפיר זיך נישט ווי א חוזק אז דו בעטסט יעדן טאג דעם אייבערשטן און דו זאגסט צו פאר'ן אייבערשטן אז דו גייסט זיין ערליך און נאכדעם פאלסטו נאכאמאל אראפ; אזוי גייט עס אין עבודת השם, מען פאלט אראפ און מען הייבט זיך אויף, מען פאלט נאכאמאל און מען הייבט זיך אויף.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען מען גייט אין א געדעכטע בלאטע, מען שפירט ווי מען זינקט איין און מען גייט זיך אט אט דערטרענקען גייט מען א פוס אריין, א פוס ארויס, א פוס אריין און א פוס ארויס - ביז מען קומט אן אינדרויסן, מען בלייבט נישט שטיין מיט ביידע פיס"; אזוי אויך ווען מען פאלט אראפ אין עבירות און מען ווערט נכשל און קוקן עבירות, מען קוקט אויף אלע שמוץ און אלע טומאות, נאכדעם קומט מען צו די הארבע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דארף מען שרייען צום אייבערשטן: "טאטע ראטעווע מיר!" אן א שיעור מאל, און געדענקען: "א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס", ביז מען איז זוכה ארויס צו גיין פון די טומאה.


שפיר זיך נישט ווי א חוזק ווייל אזוי גייט עס אין עבודת השם, מיין נישט אז צדיקים האבן נישט קיין שווערע ביטערע נסיונות, מיין נישט אז זיי האבן נישט קיין נפילות וכו'; דער חילוק איז אז די צדיקים שטארקן זיך און זיי הייבן זיך אויף, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם", אפילו ער פאלט אראפ הייבט ער אן פונדאסניי; ער קוקט נישט אויף צוריק, אויף וואס איז געווען, נאר ער קוקט אויף פאראויס.


איך בעט דיר זאלסט זיך שטארקן און נישט אפלאזן די זאך פון תפילה, און דו זאלסט ווייטער בעטן אויף שמירת עיניים אפילו דו האלטסט אין איין פאלן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט איך זאל מאכן א ניגון אויף די ווערטער: "מ'פאלט און מ'פאלט און מען הייבט זיך אויף, מ'פאלט און מ'פאלט און מען הייבט זיך אויף"; דאס איז די שיינקייט פון א איד, אז ער הייבט זיך אויף שטענדיג און ער גייט אן, נישט נאכלאזן און אויפגעבן.


בנוגע זיך צוריק לייגן שלאפן וכו'; עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס ווען ער פלעגט אויפשטיין שפעט האט ער געזאגט צו זיך מיט שמחה: "פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד"; אין דעם ליגט א שטארקע חכמה, אז מען זאל נישט ווערן צעפאלן און זאגן: "פון מארגן וועל איך זיין א נארמאלער מענטש", נאר פון יעצט וועל איך דינען דעם אייבערשטן.


נאכאמאל: "א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס פאלט נישט אראפ וכו', א שטארקער מענטש איז דער וואס הייבט זיך אויף".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#224 - וואו זענען אלע תפלות וואס מיר האבן מתפלל געווען פאר שמעי ע"ה?
תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס טוט מיר אזוי וויי אז שמעי ענדצווייג ע"ה איז נפטר געווארן, און נאך מער שטעכט מיר וואו זענען געגאנגען די אלע תפלות און טרערן וואס מ'האט פארגאסן צו בעטן דעם אייבערשטן פאר זיין רפואה.


איך ווייס נישט נאך פון נאך א מענטש וואס האט אזויפיל מתפלל געווען, אזויפיל געוויינט און געבעטן, ווי שמעי ע"ה.


איך שעם זיך צו זאגן, אבער איך בין געשטאנען ביי זיין לויה און זיך געבראכן קאפ אויב אזויפיל תפלות און אזויפיל טרערן זענען נישט געענטפערט געווארן, ווי אזוי קען איך זיך נאך שטארקן ווייטער צו בעטן און מתפלל זיין, ווי אזוי קען איך האפן אז דער אייבערשטער וועט ענטפערן מיינע תפלות וואס זענען נישט מיט טרערן און נישט אזויפיל שעות, און נישט מיט אזא צעבראכן הארץ, און נישט פון אזא ריין הארץ ווי שמעי?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז פאר אונז זייער שווער אראפצושלונגען די ביטערע נייעס אז מיר האבן פארלוירן א טייערע תלמיד הישיבה - שמעי עליו השלום.


מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. מיר דארפן שטענדיג חזר'ן: "מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט"; דער אייבערשטער פירט די וועלט, "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד)", פארוואס? פאר ווען? און פאר וואו? דאס האט נישט מיט אונז.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


יעדע "פארוואס?" איז א קשיא אנטקעגן די אמונה; מוהרא"ש זאגט: "לָמָה? יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט -  "אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ", וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: "שֶׁכָּכָה לוֹ".


ווען מען זעט ווי יונגע מענטשן ווערן אוועקגעריסן פון די וועלט דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות כ.) אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז אמאל געזיצן מיט זיינע תלמידים און געלערנט תורה אונטער די שאטן פון א פייגן בוים, ווען עס איז געקומען די צייט וואס די פייגן הייבן אן ווערן געצייטיגט האבן זיי געזען ווי דער בעל הבית שטייט אויף יעדן אינדערפרי נאך פאר זיי קומען לערנען אראפ נעמען די געצייטיגע פייגן, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט פארוואס ער שטייט אויף אזוי פרי דאס צו טון, זיי האבן געטראכט אז מן הסתם איז דער בעל הבית זיי חושד און ער האט מורא אז זיי וועלן גנב'נען פון די געצייטיגטע פייגן, דעריבער פעדערט ער זיך יעדן אינדערפרי אראפצונעמען די פרישע געצייטיגטע פייגן, האבן זיי מחליט געווען אז זיי וועלן גיין צו א צווייטע פלאץ. ווען דער בעל הבית האט געזען אז זיי זענען אוועק פון די שאטן פון זיין בוים האט דאס אים זייער געשטערט, ער האט זיי געזאגט: "אַף חֲדָא מִצְוָה דַּהֲוִיתָן נְהִיגִין וְעָבְדִין עַמֵי מְנַעְתּוּנַּהּ מִינִּי?" די איין מצוה וואס איך האב געהאט אז איר פלעגט לערנען אונטער מיין פייגן בוים האט איר אויך אוועקגענומען פון מיר? האבן זיי אים געזאגט: "מיר זענעון אוועק געגאנגען ווייל מיר האבן געזען אז דו ביסט אונז חושד אז מיר וועלן גנב'נען פייגן. דער בעל הבית האט זיי נישט געענטפערט פארוואס ער שטייט אויף אזוי פרי, ער האט זיי אבער געבעטן אז זיי זאלן צוריק קומען לערנען תורה אונטער זיין פייגן בוים. דעם קומענדיגן טאג איז ער נישט אויפגעשטאנען פארטאגס קלויבן די פייגן, ער האט געווארט די זון זאל אויפשיינען און ווען די זון האט אויפגעשיינט זענען אלע פייגן פארפוילט געווארן, האבן די חכמים פארשטאנען פארוואס ער שטייט אויף יעדן טאג אזוי פרי אראפצונעמען די פייגן, און זיי האבן געזאגט: "בַּעַל הַתְּאֵנָה יוֹדֵעַ אֵימָתַי עוֹנָתָהּ שֶׁל תְּאֵנָה לִלְקֹט וְהָיָה לוֹקְטָהּ", דער בעל הבית פונעם פייגן בוים ווייסט פונקטליך ווען עס איז די צייט אראפצונעמען די פייגן פון בוים, "כָּךְ הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹדֵעַ אֵימָתַי עוֹנָתָן שֶׁל צַדִּיקִים לְסַלֵּק מִן הָעוֹלָם וְהוּא מְסַלְּקָן", אזוי אויך ווייסט דער אייבערשטער פונקטליך ווען עס איז די צייט צוריק צו נעמען די נשמה פון די צדיקים; דעריבער זאלסטו נישט פרעגן קיין קשיות און שאלות: "וואו זענען די תפילות?" "פארוואס איז ער נפטר געווארן?" ווייל מען טאר מען נישט פרעגן: "פארוואס? פאר ווען? פאר וואו?" נאר מען דארף האלטן אין איין חזר'ן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט - אזוי ווי רבי עקיבא האט געזאגט.


וואויל איז פאר דעם וואס האט נישט קיין קשיות, דער מענטש איז זוכה צו לעבן א חיים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#223 - האט איר פאר מיר א דרך תשובה אויף מיינע עבירות?
תפילה והתבודדות, תשובה, בחור, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור און איך וויל האבן א דרך תשובה אויף מיינע עבירות, איך פאל אראפ נאך און נאך, און שפיר אז איך מער נישט אזוי אנגיין.


איך האב פרובירט צו לערנען משניות, אבער ס'איז מיר שווער צו זאגן אין א משניות, וויל איך וויסן אזוי ווי איך האב א טעלעפאן מיט א פילטער, מעג איך לערנען משניות פונעם טעלעפאן, אדער ס'מוז זיין דוקא פון א געהעריגע משניות.


נאך א שאלה האב איך, אסאך מאל נאכדעם וואס איך פאל דורך אין אן עבירה, האב איך נישט קיין חשק צו דאווענען, איז דאס עפעס אן עצה אויף דעם?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געוואוין זיך צו צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ].


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן ווייל דאס איז א תיקון פאר אלע עבירות בכלליות און בפרט אויף פגם הברית רחמנא לצלן. נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, שם) אז אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון דער וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, "אבער מיר" - זאגט דער רבי – "האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון".


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך. עס נעמט נישט מער ווי אפאר מינוט, עס זעט אויס ווי א קלייניקייט אבער עס איז זייער א גרויסע זאך; אין דעם איז תלוי דיין תשובה.


דו זאלסט ווייטער זאגן משניות אפילו עס איז דיר שווער; דאס איז נאר אין אנהייב ווען דער מענטש וויל זיך ארויס רייסן פון די קליפות, דעמאלט קומט אים אן זייער שווער יעדע משנה, יעדע ווארט וכו', אבער מיט די צייט וועט דיר עס ווערן אסאך גרינגער.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס משניות טוט מיט א מענטש; משניות רייניגט דעם מענטש און טוישט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", ווי מער א מענטש איז עוסק אין משניות איז ער זיך מער מְשַׁנֶה און ווערט מער ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז די ראשי תיבות פון הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


ווען דו ווילסט גיין דאווענען זאלסטו זיך נישט מבלבל זיין פונעם יצר הרע וואס זוכט דיר אוועק צו נעמען דיין חשק מיט'ן אויפברענגען דיין עבר; זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך הייב אן פון יעצט, זיי מיר מוחל וואס איז געווען", און שטעל זיך דאווענען מיט שמחה; ווארט נישט אויף די חשק, די חשק קומט במשך די צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#222 - וואס טוט איך אז איך שעם זיך צו דערציילן מיינע עבירות פאר'ן אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, תשובה, בושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אסאך מאל ווען איך וויל רעדן צום אייבערשטן, האלט איך זיך צוריק, ווייל איך שעם זיך פשוט פונעם אייבערשטן מיט די עבירות וואס איך טו. אויך ביינאכט ווען איך וויל איבערגיין מיין טאג מיט'ן אייבערשטן, שעם איז זיך צו רעדן ווי אזוי מיין טאג איז נעבעך אריבער. און צום סוף קומט אויס אז איך רעד גארנישט צום אייבערשטן, האט איר עפעס אן עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו שעמסט זיך פונעם אייבערשטן; בושה איז א גוטע מידה און דאס איז איינע פון די מידות וואס אידישע קינדער פארמאגן (עיין יבמות עט.).


אבער נישט דאס זאל דיר מאכן זאלסט נישט רעדן צום אייבערשטן; אדרבה, זאג ארויס פאר'ן אייבערשטן פארשעמטערהייט: "הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות", דורכדעם וועט אראפ גיין פון דיר אלע דינים. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בא, דף מא.) אז א מענטש זאל דערציילן אלע זיינע שלעכטע מעשים וואס ער האט געטון פאר'ן אייבערשטן אפילו דער אייבערשטער ווייסט אלעס, זעט אלעס און ווייסט וואס גייט זיין. לכאורה, פארוואס פעלט אויס צו דערציילן אלע נישט גוטע מעשים וואס מען טוט אז דער אייבערשטער ווייסט אלעס? זאגט דער זוהר הקדוש, ווייל דער שטן שטייט און איז מקטרג אויף דעם מענטש, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלע שלעכטע זאכן וואס דער מענטש טוט. איז אויב קומט דער מענטש פאר דעם און זאגט אויס פארן אייבערשטן וואס ער האט געטון, דאן קען דער שטן מער נישט קומען מקטרג זיין, "וְעַל דָּא, אִצְטְרִיךְ לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאַקְדְּמָא וּלְפָרֵט חֶטְאוֹי", דעריבער פאר מען גייט שלאפן זאל מען דערציילן אלעס פארן אייבערשטן, אזוי קען דער שטן מער נישט מקטרג זיין.


דערצייל פארן אייבערשטן אלע דיינע מעשים, בעט אים ער זאל דיר אפהיטן און העלפן זיך מתגבר זיין אויפן יצר הרע, און זאג אים צו אז מארגן וועסטו שוין זיין גוט; דאס וועט דיר העלפן דו זאלסט זיך קענען אומקערן צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו אמת'ע תשובה.

#221 - מעג מען זיך עקשנ'ן מיט תפלה, אדער נישט?
תפילה והתבודדות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי זאגט אסאך אז מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן זייער פיל, מ'דארף אים בעטן און בעטן אויף אלע מיני וועגן און קיינמאל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי אז מ'טאר זיך נישט עקשנ'ן. ווי אזוי ארבעטן די צוויי זאכן אינאיינעם?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", אז קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אויף אנדערע געברויכן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", מען דארף זיין א גרויסער עקשן ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן מייאוש ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויסצואווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה, אבער פון די אנדערע זייט טאר מען נישט דוחק זיין די שעה אז עס מוז זיין אזוי ווי איך וויל וכו' און דער אייבערשטער מוז טון וואס איך וויל וכו' ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:): "כָּל הַמַּאֲרִיךְ בִּתְפִלָּתוֹ וּמְעַיֵּין בָּהּ סוֹף בָּא לִידֵי כְאֵב לֵב", ווער עס זאגט: 'איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן און איך זע נאך נישט קיין ישועה?' דער באקומט הארץ ווייטאג, אזוי ווי עס שטייט (משלי יג, יב): "תּוֹחֶלֶת מְמוּשָׁכָה מַחֲלָה לֵב", אזוי ווי רש"י זאגט (שם, דבור המתחיל "ומעיין בה"): "מְצַפֶּה שֶׁתֵּעָשֶׂה בַּקָּשָׁתוֹ עַל יְדֵי הַאֲרִכָתוֹ, סוֹף שֶׁאֵינָהּ נַעֲשֵׂית, וְנִמְצֵאת תּוֹחֶלֶת מְמֻשֶּׁכֶת חִינָם, וְהִיא כְּאֵב לֵב כְּשֶׁאָדָם מְצַפֶּה וְאֵין תַּאֲוָתוֹ בָּאָה"; עיין שם.


דאס זאגט אונז דער הייליגער רבי, פון איין זייט דארף א מענטש טראכטן: 'בין איך א גרויסער עקשן, איך וועל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן און אים שטענדיג בעטן, אבער פון די אנדערע זייט בעט איך אים ברחמים ובתחנונים: "רבונו של עולם העלף מיר! איך דארף א ישועה; איך ווייס עס קומט מיר גארנישט און איך בין נישט ווערד זאלסט מיר אויסהערן, דאך בעט איך דיר אייבערשטער געב מיר א מתנת חינם און נעם אן מיין געבעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#220 - איך האב נישט קיין געפיל צו אידישקייט, וואס קען איך טון?
תפילה והתבודדות, עבודת השם, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין געפיל צו אידישקייט, וואס קען איך טון?


לייבי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד לייבי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן רבי'ן; דו ווייסט דאך אז דער רבי האט זייער אסאך גערעדט צו זיינע תלמידים פון תפילה והתבודדות און פון זאגן תהילים - אז דאס איז דער עיקר אין עבודת השם. איינמאל ווען דער רבי האט גערעדט פון זאגן תהילים, תחינות ובקשות און שמועסן מיטן אייבערשטן האט זיך אנגערופן ר' יודל זכותו יגן עלינו - א תלמיד פון רבי'ן - און געפרעגט: "אֵיךְ זוֹכִין שֶׁיִּהְיוּ הַדִּבּוּרִים בְּהִתְעוֹרְרוּת הַלֵּב?" ווי איז מען זוכה צו זאגן תהילים און רעדן צום אייבערשטן מיט א געפיל, אז עס זאל ארויס קומען פון הארץ? האט דער רבי אים געזאגט: "תּאֹמְרוּ לִי, אֵצֶל אֵיזֶה צַדִּיק קִבַּלְתֶּם הִתְעוֹרְרוּת הַלֵּב? הָעִקָּר הוּא הָאֲמִירָה בַּפֶּה", דער עיקר איז מען זאל רעדן צום אייבערשטן אפילו אן קיין שום געפיל און קיין שום טעם (חיי מוהר"ן, סימן תמא).


עס שטייט נישט ביי קיין שום מצוה: "צְרִיכִין לְהַרְגִּישׁ טַעַם בְּהַמִּצְוָה", אז מען דארף שפירן א טעם ווען מען טוט די מצוה; עס שטייט נישט אין הלכות תפילין אז מען קען לייגן תפילין נאר ווען מען האט א געפיל. מיר דארפן דינען דעם אייבערשטן אין אלע מצבים - נישט קיין חילוק צי מען שפירט א טעם אדער נישט.


נעם דיר גוט אריין אין קאפ אז: "אידישקייט האט גארנישט מיט געפילן"; א מענטש דארף דינען דעם אייבערשטן אפילו ער שפירט נישט קיין שום טעם אין זיין עבודת השם; דאס דארף זיין דער שטרעבן פון א איד: צו דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות אן קיין שום חכמות און זיך פרייען מיט פשטות יהדות; גיין דאווענען יעדן טאג שחרית מנחה מעריב מיט מנין, לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, אביסל משניות און גמרא און זיין פרייליך מיט דעם אז מען איז א איד און אז מען איז זוכה צו דינען דעם אייבערשטן.


מאך דיר א שיעור אין רבינ'ס ספרים, אין זיינע הייליגע שיחות - וועסטו האבן חיזוק צו זיין א איד. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן מח): אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב זכר צדיק לברכה געהערט אויסרופן אין הימל אז ער האט פארלוירן זיין גאנצע עולם הבא, ער איז ער געווארן זייער צעבראכן דערפון און ער האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחי' זיין, האט ער זיך אנגערופן: "אֲנִי אוֹהֵב אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלֹא עוֹלָם הַבָּא", איך האב ליב דעם אייבערשטן אפילו איך וועל נישט האבן קיין עולם הבא! "וְכָל אָדָם אֲפִלּוּ אִישׁ פָּשׁוּט, אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת כִּי־אִם כְּשֶׁיָּכוֹל לַעֲמֹד בַּכֹּל כַּנַּ"ל", זאגט דער רבי אז יעדער איד וואס וויל דינען דעם אייבערשטן דארף זיין גרייט צו דינען דעם אייבערשטן אפילו מען וועט נישט באקומען קיין שום שכר - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענע וועלט, נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#219 - ווי אזוי גייט מען ארויס פון חובות?
חובות, תפילה והתבודדות, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, איך בין זיך מחיה און איך לעב מיט די דרשות, איך האב ב"ה אנגעהויבן לערנען, איך לערן יעדן טאג חומש, א דף גמרא און ש"ס כסדרן, אביסל תהלים און אפאר פרקים משניות.


איך ארבעט זייער שווער פון צופרי ביז ביינאכט, און דאס דאווענען מיט מנין קומט מיר אן זייער שווער, ממש מיט מסירות נפש, און די איינציגסטע זאך וואס איז מיר מחזק איז דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז דאס דאווענען מיט מנין ברענגט דבר שבמנין, דאס ברענגט געלט.


איך זע אבער אז ביי מיר ארבעט עס נישט, איך האב חתונה געהאט קוים עטליכע יאר צוריק, און איך האב שוין צוועלף טויזנט דאלער חובות. איך האב געהערט א שיעור איבער די שעדליכקייט פון קרעדיט קארדס, און איך האב טאקע צוגעמאכט אלע קארטלעך, אבער איך קען נישט דעקן מיינע הוצאות.


זעענדיג אז איך בין סיי ווי אנגעזעצט מיט חובות, פארליר איך די חשק צו דאווענען מיט מנין. איך דארף חיזוק אויף דאווענען מיט מנין, און א וועג ווי אזוי ארויסצוגיין פון חובות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט אין שול יעדן טאג דאווענען שחרית, מנחה און מעריב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן"; "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון, "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס מען איז זוכה ווען מען דאווענט מיט מנין וואלטן אלע מקפיד געווען אויף דעם זייער שטארק.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.): ווען מען דאווענט מיט מנין נעמט דער אייבערשטער אן די תפילות אפילו מען האט נישט אינזין וכו'; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", ווען א מענטש קומט יעדן טאג אין שול און ער פארפעלט אמאל צו קומען, פרעגט זיך דער אייבערשטער גלייך נאך אויף אים: "וואו איז דער מענטש, וואס איז מיט אים אז ער איז נישט געקומען היינט אין שול?" און דער אייבערשטער העלפט אים; זעט מען פון דעם אז ווען מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך די השגחה אויף זיך, דעריבער בעט איך דיר שטארק זיך ווייטער צו דאווענען מיט מנין, זיי נישט מזלזל אין דעם, וועסטו זוכה זיין צו האבן שפע.


בענין דיינע חובות וכו';  בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין ארויס צו גיין פון דיינע חובות ווייל חובות איז זיייער א שלעכטע זאך פארן מענטש. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן עז): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוּת בְּלִי יִשׁוּב הַדַּעַת נַּעֲשֶֹה בַּעַל חוֹב", ווער עס טוט זאכן שנעל אן ישוב הדעת ווערט א בעל חוב; נאך זאגט דער רבי  (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל זיך היטן פון זיין א בעל חוב.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי ארויס צו גיין פון חובות, אז מען זאל אנהייבן באצאלן צוביסליך; דעריבער אז דו ווילסט באמת ארויסגיין פון דיינע חובות זאלסטו אזוי טון, הייב אן באצאלן דיינע חובות צוביסליך וועסטו קענען אלעס באצאלן. דאס איז בדוק ומנסה, אבער א מענטש טראכט: 'איך האב א חוב פון הונדערט טויזנט דאללער, ווי וועל איך דאס קענען באצאלן?' און דערפאר באצאלט ער גארנישט, ער גייט נאר אריין טיפער אין חובות וכו' וכו', אבער אז מען צאלט צוביסליך - נאך אביסל און נאך אביסל - ענדיגט מען מיט אלע חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#218 - וואס טו איך אז איך האב נישט קיין פראבלעמען?...
חתונה, תפילה והתבודדות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אויס אייערע שיעורים, און דער ראש ישיבה שליט"א רעדט זייער אסאך אז מ'דארף זיך אויסרעדן און זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן. איך האב אבער איין פראבלעם, אז איך האב פשוט נישט קיין פראבלעמען...


אלעס גייט מיר ב"ה אויפ'ן בעסטן אופן, איך בין ב"ה א חתן, איך האב אסאך חברים, איך קום פון א גוטע שטוב, איך בין פון די מצוינים אין ישיבה, און אזוי ווייטער איז מיר אלעס זייער גוט ב"ה.


פארשטייט זיך אז ס'מאכט זיך אמאל קליינע פראבלעמען, אבער נישט אזעלכע וואס איך זאל זיך דארפן מיט דעם "אויסרעדן" צום אייבערשטן.


יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת, און אויפשטעלן קינדער וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


וואס זאל איך דיר זאגן, אין אנהייב איז טאקע שווער צו רעדן צום אייבערשטן אבער איינמאל מען ברעכט דאס דורך, מען פאלגט דעם רבי'ן און מען טוט די עצה וואס ער האט אונז געגעבן - די עצה פון התבודדות - האט מען שוין נישט דעם פראבלעם פון נישט האבן וואס צו רעדן וכו'. מען קען נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס לעבט נישט מיט די עצה וואספארא זיסע איינגענעמע טעם מען שפירט ווען מען גייט אויף דעם וועג; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "אִלְמָלֵא לֹא בָּאתִי אֶלָּא לִשְׁמוֹעַ דָּבָר זֶה - דַּיֵּנוּ", ווען מיר וואלטן ווען מקורב געווארן צום רבי'ן בלויז צו הערן די זאך פון התבודדות - וואלט שוין גענוג געווען; פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט מיר זאלן וויסן פון רבי'ן, אז דער רבי זאל אונז אויסלערנען מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּ אַ גוּטֶע פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּ אַ גוּטֶע פְרֵיינְד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


אין אנהייב איז זייער שווער צו רעדן צום אייבערשטן, בפרט ווען א מענטש איז נעבעך פארשמירט מיט חטאות נעורים אין פגם הברית, ער האט נעבעך מוצא געווען זרע לבטלה רחמנה לצלן רחמנא לשיזבן, דעמאלט איז אים שווער צו עפענען זיין מויל און רעדן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער קען נישט דאווענען, ווייל ווען א מענטש זינדיגט פארלירט ער די אמונה ער זעט נישט און שפירט נישט דעם אייבערשטן; דארף מען אויף דעם אליינס בעטן דעם אייבערשטן, אז מען זאל קענען רעדן.


ווער נאך דארף אזוי סאך דאווענען און בעטן ווי א חתן וואס דארף בעטן פאר זיין לעבן; ער זאל זוכה זיין צו האבן געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, קינדער און איינקלעך וואס וועלן גיין בדרך התורה והיראה. דו ווייסט דאך די מעשה וואס האט פאסירט ווען דער רבי'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט איז אוועקגעגאנגען פון איר און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען אויף וואס מען דארף אלץ בעטן - פאר יעדע פרט אין לעבן, אפילו אויף צו האבן א העלפער אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.


 

#217 - וואס טו איך אז כ'האב נישט קיין געדולד צו גיין דאווענען און אנטון תפלין?
קדושה, תפילה והתבודדות, עצבות, זריזות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זוכה געווען צו זיין דאס יאר אין אומאן צום ערשטן מאל, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א. זייט ראש השנה האב איך אנגעהויבן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, און איך האלט שוין ביים צווייטן מאל משניות ב"ה.


פון די אנדערע זייט אבער פארפאס איך זייער אסאך גוטס, איך האב נישט קיין געדולד צו גיין דאווענען און לייגן תפלין, און אזוי אויך אין אנדערע זאכן בין איך זייער נאכגעלאזט. ווען איך פלעג הערן אייערע שיעורים יעדן טאג האב איך זיך געשטארקט, אבער לעצטנס בין איך זייער פארנומען און ס'קומט מיר נישט אויס צייט צו הערן די שיעורים, און דעריבער פאל איך אראפ.


איך האף איר וועט מיר ארויסהעלפן, יישר כח


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס ביסטו אזוי פארביטערט? ביסט אזוי אראפגעפאלן רחמנא לצלן עד כדי כך אז דו לייגסט נישט קיין תפילין און דו דאווענסט נישט? דאס קומט נאר פון ביטערניש.


איך וויל דיר פרעגן וואס וועט דיר העלפן צו זיין דערביטערט?!


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער קען נישט דאווענען, ער שפירט א ביטערע טעם אינעם דאווענען; דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון "מַיִּין מְרִירִין" - ביטערע וואסער. ער וויל נישט קומען אין שול דאווענען און ווען ער קומט שוין יא אין שול האט ער נישט קיין געדולד אפילו נאר צו עפענען דעם סידור, און ווען ער עפענט שוין דעם סידור קומט אים אן אזוי שווער דאס דאווענען; דאס קומט פון די עבירה פון פגם הברית. די עבירות מאכן אים דיפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", די עבירה ברענגט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און האט נישט קיין געדולד צו דאווענען.


זאגט דער רבי: "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", א מענטש קען נישט שפירן א טעם אין דאווענען נאר אז ער פאררעכט זיינע פגמי הברית, ער טוט תשובה און ער היט זיך אפ פון שלעכטס; דעריבער אויב מען איז אפגעהיטן אין קדושה, מען היט זיך די אויגן און די מחשבה דאן איז דאס דאווענען א זיסע זאך, עס שפירט זיך ווי "מַיִם מְתוּקִים" - זיסע וואסער, מען וויל נאך און נאך דערפון.


דערפאר בעט איך דיר טייערער ברודער - שטארק דיך! די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו קומען אין שול דאווענען שחרית און אנטון תפילין; הייב נישט אן דיין טאג פאר דו גייסט אין מקוה זיך טובל'ען פארן אייבערשטן און דו דאווענסט. אז דו וועסט עס אפשטופן אויף שפעטער וועסטו נישט דאווענען. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לא): "דאווענען איז אזוי גרויס, אז מען טאר דאס נישט אוועק שטופן אויף שפעטער"; אזוי ווי מיר זעען אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה:): "תַּנְיָא, אַבָּא בִּנְיָמִין אוֹמֵר: עַל שְׁנֵי דְבָרִים הָיִיתִי מִצְטַעֵר כָּל יָמַי, עַל תְּפִלָּתִי שֶׁתְּהֵא סָמוּךְ לְמִטָּתִי וְכוּ'", אבא בנימין האט א גאנץ לעבן מקפיד געווען צו דאווענען גלייך ווען ער שטייט אויף; ווייל אז מען שטופט עס אפ אויף שפעטער ווער ווייסט צי מען וועט בכלל דאווענען.


געדענק וואס די הייליגע חכמים זאגן (מנחות מד.): "ווער עס לייגט תפילין וועט לאנג לעבן".