שאלה אין קורצן ענין
#237 - ווי אזוי גייט מען ארויס פון חובות?
חובות, תפילה והתבודדות, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, איך בין זיך מחיה און איך לעב מיט די דרשות, איך האב ב"ה אנגעהויבן לערנען, איך לערן יעדן טאג חומש, א דף גמרא און ש"ס כסדרן, אביסל תהלים און אפאר פרקים משניות.


איך ארבעט זייער שווער פון צופרי ביז ביינאכט, און דאס דאווענען מיט מנין קומט מיר אן זייער שווער, ממש מיט מסירות נפש, און די איינציגסטע זאך וואס איז מיר מחזק איז דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז דאס דאווענען מיט מנין ברענגט דבר שבמנין, דאס ברענגט געלט.


איך זע אבער אז ביי מיר ארבעט עס נישט, איך האב חתונה געהאט קוים עטליכע יאר צוריק, און איך האב שוין צוועלף טויזנט דאלער חובות. איך האב געהערט א שיעור איבער די שעדליכקייט פון קרעדיט קארדס, און איך האב טאקע צוגעמאכט אלע קארטלעך, אבער איך קען נישט דעקן מיינע הוצאות.


זעענדיג אז איך בין סיי ווי אנגעזעצט מיט חובות, פארליר איך די חשק צו דאווענען מיט מנין. איך דארף חיזוק אויף דאווענען מיט מנין, און א וועג ווי אזוי ארויסצוגיין פון חובות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט אין שול יעדן טאג דאווענען שחרית, מנחה און מעריב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן"; "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון, "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס מען איז זוכה ווען מען דאווענט מיט מנין וואלטן אלע מקפיד געווען אויף דעם זייער שטארק.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.): ווען מען דאווענט מיט מנין נעמט דער אייבערשטער אן די תפילות אפילו מען האט נישט אינזין וכו'; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", ווען א מענטש קומט יעדן טאג אין שול און ער פארפעלט אמאל צו קומען, פרעגט זיך דער אייבערשטער גלייך נאך אויף אים: "וואו איז דער מענטש, וואס איז מיט אים אז ער איז נישט געקומען היינט אין שול?" און דער אייבערשטער העלפט אים; זעט מען פון דעם אז ווען מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך די השגחה אויף זיך, דעריבער בעט איך דיר שטארק זיך ווייטער צו דאווענען מיט מנין, זיי נישט מזלזל אין דעם, וועסטו זוכה זיין צו האבן שפע.


בענין דיינע חובות וכו';  בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין ארויס צו גיין פון דיינע חובות ווייל חובות איז זיייער א שלעכטע זאך פארן מענטש. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן עז): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוּת בְּלִי יִשׁוּב הַדַּעַת נַּעֲשֶֹה בַּעַל חוֹב", ווער עס טוט זאכן שנעל אן ישוב הדעת ווערט א בעל חוב; נאך זאגט דער רבי  (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל זיך היטן פון זיין א בעל חוב.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי ארויס צו גיין פון חובות, אז מען זאל אנהייבן באצאלן צוביסליך; דעריבער אז דו ווילסט באמת ארויסגיין פון דיינע חובות זאלסטו אזוי טון, הייב אן באצאלן דיינע חובות צוביסליך וועסטו קענען אלעס באצאלן. דאס איז בדוק ומנסה, אבער א מענטש טראכט: 'איך האב א חוב פון הונדערט טויזנט דאללער, ווי וועל איך דאס קענען באצאלן?' און דערפאר באצאלט ער גארנישט, ער גייט נאר אריין טיפער אין חובות וכו' וכו', אבער אז מען צאלט צוביסליך - נאך אביסל און נאך אביסל - ענדיגט מען מיט אלע חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#236 - וואס טו איך אז איך האב נישט קיין פראבלעמען?...
חתונה, תפילה והתבודדות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אויס אייערע שיעורים, און דער ראש ישיבה שליט"א רעדט זייער אסאך אז מ'דארף זיך אויסרעדן און זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן. איך האב אבער איין פראבלעם, אז איך האב פשוט נישט קיין פראבלעמען...


אלעס גייט מיר ב"ה אויפ'ן בעסטן אופן, איך בין ב"ה א חתן, איך האב אסאך חברים, איך קום פון א גוטע שטוב, איך בין פון די מצוינים אין ישיבה, און אזוי ווייטער איז מיר אלעס זייער גוט ב"ה.


פארשטייט זיך אז ס'מאכט זיך אמאל קליינע פראבלעמען, אבער נישט אזעלכע וואס איך זאל זיך דארפן מיט דעם "אויסרעדן" צום אייבערשטן.


יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת, און אויפשטעלן קינדער וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


וואס זאל איך דיר זאגן, אין אנהייב איז טאקע שווער צו רעדן צום אייבערשטן אבער איינמאל מען ברעכט דאס דורך, מען פאלגט דעם רבי'ן און מען טוט די עצה וואס ער האט אונז געגעבן - די עצה פון התבודדות - האט מען שוין נישט דעם פראבלעם פון נישט האבן וואס צו רעדן וכו'. מען קען נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס לעבט נישט מיט די עצה וואספארא זיסע איינגענעמע טעם מען שפירט ווען מען גייט אויף דעם וועג; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "אִלְמָלֵא לֹא בָּאתִי אֶלָּא לִשְׁמוֹעַ דָּבָר זֶה - דַּיֵּנוּ", ווען מיר וואלטן ווען מקורב געווארן צום רבי'ן בלויז צו הערן די זאך פון התבודדות - וואלט שוין גענוג געווען; פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט מיר זאלן וויסן פון רבי'ן, אז דער רבי זאל אונז אויסלערנען מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתנ'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתנ'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּ אַ גוּטֶע פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס דָאס הַארְץ צוּ אַ גוּטֶע פְרֵיינְד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


אין אנהייב איז זייער שווער צו רעדן צום אייבערשטן, בפרט ווען א מענטש איז נעבעך פארשמירט מיט חטאות נעורים אין פגם הברית, ער האט נעבעך מוצא געווען זרע לבטלה רחמנה לצלן רחמנא לשיזבן, דעמאלט איז אים שווער צו עפענען זיין מויל און רעדן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער קען נישט דאווענען, ווייל ווען א מענטש זינדיגט פארלירט ער די אמונה ער זעט נישט און שפירט נישט דעם אייבערשטן; דארף מען אויף דעם אליינס בעטן דעם אייבערשטן, אז מען זאל קענען רעדן.


ווער נאך דארף אזוי סאך דאווענען און בעטן ווי א חתן וואס דארף בעטן פאר זיין לעבן; ער זאל זוכה זיין צו האבן געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, קינדער און איינקלעך וואס וועלן גיין בדרך התורה והיראה. דו ווייסט דאך די מעשה וואס האט פאסירט ווען דער רבי'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט איז אוועקגעגאנגען פון איר און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען אויף וואס מען דארף אלץ בעטן - פאר יעדע פרט אין לעבן, אפילו אויף צו האבן א העלפער אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.


 

#235 - א רמז אז ביי א שידוך קוקט מען אויפ'ן דאווענען
שידוכים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח אויף די מורא'דיגע שיעורים, ס'איז ממש מחיה עצמות היבשות.


איך האב געטראכט א מקור אויף דעם וואס מוהרא"ש זי"ע זאגט אז ביי א שידוך זאל מען קוקן אויפ'ן דאווענען פונעם בחור, כאטש וואס מוהרא"ש אליין איז גענוג א מקור.


אזוי ווי איר זאגט אייביג אז מיט'ן דרך הלימוד קומט מען אן איבעראל, האב איך געלערנט אין מדרש רבה (חיי שרה, פרשה ס', אות ט"ו) "ותשא רבקה את עיניה ותרא את יצחק. אמר רב הונא, צפת שידו שטוחה בתפילה, אמרה ודאי אדם גדול הוא, לכך שאלה עליו", איידער רבקה איז געווארן א כלה צו יצחק, האט זי געקוקט און געזען ווי אזוי ער דאוונט.


יישר כח פאר אלעס.


יחזקאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יחזקאל נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אנשי שלומינו ווען זיי האבן געהאלטן ביי א שידוך טון מיט א טאכטער און זיי האבן געוואלט וויסן אויף א בחור צי ער איז אן ערליכער בחור צי נישט, אז זיי זאלן גיין קוקן ווי אזוי דער בחור דאווענט; אויב דער בחור דאוונט אזוי ווי עס דארף צו זיין, ער דאווענט אין א סידור, ער שטייט אויף איין פלאץ פון אנהייב דאווענען ביזן סוף דאווענען און ער דריידט זיך נישט ארום און זיכער אז ער שמועסט נישט ביים דאווענען - דאס ווייזט אז דער בחור האט יראת שמים, אבער אויב דריידט ער זיך א גאנצן דאווענען אהער און אהין איז א סימן אז ער איז אינו מן הישוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיך שטארקן אין תפילה, וועלן מיר זוכה זיין צו אלע ברכות, רפואות און ישועות.

#234 - וואס טו איך אז כ'האב נישט קיין געדולד צו גיין דאווענען און אנטון תפלין?
קדושה, תפילה והתבודדות, עצבות, זריזות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זוכה געווען צו זיין דאס יאר אין אומאן צום ערשטן מאל, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א. זייט ראש השנה האב איך אנגעהויבן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, און איך האלט שוין ביים צווייטן מאל משניות ב"ה.


פון די אנדערע זייט אבער פארפאס איך זייער אסאך גוטס, איך האב נישט קיין געדולד צו גיין דאווענען און לייגן תפלין, און אזוי אויך אין אנדערע זאכן בין איך זייער נאכגעלאזט. ווען איך פלעג הערן אייערע שיעורים יעדן טאג האב איך זיך געשטארקט, אבער לעצטנס בין איך זייער פארנומען און ס'קומט מיר נישט אויס צייט צו הערן די שיעורים, און דעריבער פאל איך אראפ.


איך האף איר וועט מיר ארויסהעלפן, יישר כח


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס ביסטו אזוי פארביטערט? ביסט אזוי אראפגעפאלן רחמנא לצלן עד כדי כך אז דו לייגסט נישט קיין תפילין און דו דאווענסט נישט? דאס קומט נאר פון ביטערניש.


איך וויל דיר פרעגן וואס וועט דיר העלפן צו זיין דערביטערט?!


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער קען נישט דאווענען, ער שפירט א ביטערע טעם אינעם דאווענען; דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון "מַיִּין מְרִירִין" - ביטערע וואסער. ער וויל נישט קומען אין שול דאווענען און ווען ער קומט שוין יא אין שול האט ער נישט קיין געדולד אפילו נאר צו עפענען דעם סידור, און ווען ער עפענט שוין דעם סידור קומט אים אן אזוי שווער דאס דאווענען; דאס קומט פון די עבירה פון פגם הברית. די עבירות מאכן אים דיפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", די עבירה ברענגט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און האט נישט קיין געדולד צו דאווענען.


זאגט דער רבי: "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", א מענטש קען נישט שפירן א טעם אין דאווענען נאר אז ער פאררעכט זיינע פגמי הברית, ער טוט תשובה און ער היט זיך אפ פון שלעכטס; דעריבער אויב מען איז אפגעהיטן אין קדושה, מען היט זיך די אויגן און די מחשבה דאן איז דאס דאווענען א זיסע זאך, עס שפירט זיך ווי "מַיִם מְתוּקִים" - זיסע וואסער, מען וויל נאך און נאך דערפון.


דערפאר בעט איך דיר טייערער ברודער - שטארק דיך! די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו קומען אין שול דאווענען שחרית און אנטון תפילין; הייב נישט אן דיין טאג פאר דו גייסט אין מקוה זיך טובל'ען פארן אייבערשטן און דו דאווענסט. אז דו וועסט עס אפשטופן אויף שפעטער וועסטו נישט דאווענען. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לא): "דאווענען איז אזוי גרויס, אז מען טאר דאס נישט אוועק שטופן אויף שפעטער"; אזוי ווי מיר זעען אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה:): "תַּנְיָא, אַבָּא בִּנְיָמִין אוֹמֵר: עַל שְׁנֵי דְבָרִים הָיִיתִי מִצְטַעֵר כָּל יָמַי, עַל תְּפִלָּתִי שֶׁתְּהֵא סָמוּךְ לְמִטָּתִי וְכוּ'", אבא בנימין האט א גאנץ לעבן מקפיד געווען צו דאווענען גלייך ווען ער שטייט אויף; ווייל אז מען שטופט עס אפ אויף שפעטער ווער ווייסט צי מען וועט בכלל דאווענען.


געדענק וואס די הייליגע חכמים זאגן (מנחות מד.): "ווער עס לייגט תפילין וועט לאנג לעבן".

#233 - פארוואס געבט מיר דער אייבערשטער נישט קיין פרנסה?
תפילה והתבודדות, פרנסה, סגולות, ברכת המזון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, איך ארבעט עלף שעה א טאג פאר פרנסה, און איך הער אסאך אייערע דרשות בשעת מיין ארבעט, און איך לערן זיך אזויפיל עצות אין לעבן פון די שיעורים, און פארשטייט זיך אז דאס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן, און האט מיר ארויסגעהאלפן אין פילע הינזיכטן.


איך פרוביר צו רעדן אסאך צום אייבערשטן, אים בעטן אלעס וואס איך דארף, און איך זע טאקע גרויסע ישועות ווי דער אייבערשטער העלפט מיר אזויפיל מאל, אבער ביי איין זאך שפיר איך ווי דער אייבערשטער ענטפערט מיר נישט, דאס איז ביי פרנסה. איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן אויף פרנסה, איך וויין און איך וויין צום אייבערשטן אז איך זאל האבן פרנסה בשפע ובניקל, אבער איך זע נישט גארנישט עס זאל מיר עפעס בעסער ווערן. איך גלייב אז דאס איז זיכער פאר מיין טובה, דער אייבערשטער פארשטייט בעסער וואס ס'איז גוט פאר מיר, אבער ווי אזוי קען איך בעסער מאכן מיין מצב, נאכדעם וואס ס'איז שוין דורך אכט יאר און איך זע נישט קיין שום ישועה?


איך בעט זייער איר זאלט מיר ענטפערן און ארויסהעלפן, ווייל איך שפיר ממש אז איך האלט עס שוין מער נישט אויס.


א גרויסן יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי קענסטו זאגן אז עס איז שוין אריבער אכט יאר און דו זעסט נישט קיין ישועה; ווער האט דיר געגעבן עסן די אכט יאר? ווער האט דיר געגעבן קליידער - פאר דיר, דיין ווייב און קינדער  - די אכט יאר? נאר דער אייבערשטער!


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "לְעוֹלָם אֲפִילוּ בַּעַל הַנֵס אֵינוֹ מַכִּיר בְּנִיסוֹ", דער מענטש כאפט נישט וואספארא ניסים דער אייבערשטער מאכט מיט אים יעדן טאג; א מענטש טראכט: 'עס קומט אז איך זאל זיין געזונט וכו', מיר וועט גארנישט פאסירן קיין שלעכטס' און ער כאפט נישט אז יעדע רגע וואס ער לעבט איז מיט ניסים.


די הייליגע חכמים זאגן (שמות רבה כד, א): "בּוֹא וּרְאֵה כַּמָּה נִסִּים עוֹשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עִם הָאָדָם וְהוּא אֵינוֹ יוֹדֵעַ", טראכט אריין וואספארא נסים דער אייבערשטער מאכט פאר אונז און מען כאפט דאס ניטאמאל, "שֶׁאִלּוּלֵי הָיָה אוֹכֵל פַּת כְּשֶׁהִיא חַיָּה הָיְתָה יוֹרֶדֶת בְּתוֹךְ מֵעָיו וּמְשָׂרֶטֶת אוֹתוֹ", ווען מען עסט ווען טריקענע ברויט וואלט דאס צעקראצט דעם מאגן און מען וואלט נישט געקענט לעבן, "אֶלָּא בָּרָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בְּתוֹךְ גַּרְגַּרְתּוֹ שֶׁהוּא מוֹרִיד אֶת הַפַּת בְּשָׁלוֹם", וואס טוט דער אייבערשטער? ער האט באשאפן אינעם האלז אזוי ווי א קוואל מיט וואסער - די שפייעכץ - אז די עסן זאל נישט צעקראצן און דערווערגן דעם מענטש; קיינער טראכט נישט פון דעם אז דאס איז אויך א נס, אז די עסן קען אראפ גיין בשלום אינעם האלז וכו', מען טראכט נישט צו דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט באשאפן שפייעכץ, און דאס איז בלויז איינע פון די טויזענטער ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט פאר אונז.


קוק אויף צוריק וועסטו זען ווי דיינע תפילות ווערן אנגענומען; אכט יאר וואס דו לעבסט א שיינע לעבן מיט א ווייב און קינדער, דו ברענגסט זיי עסן און קליידער, פון וואו האסטו דאס? אלעס קומט דאך נאר פונעם אייבערשטן!


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו וואס ער טייטש דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", אז א מענטש וויל זען דעם אייבערשטער ווי אזוי ער וועט אים העלפן - דאס קען מען נישט זען, אבער אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן. מיט דעם טייטש ער: "וְרָאִיתָ - אֶת אֲחֹרָי" – קוק אויף צוריק, קוק וואספארא חסדים איך האב געטון מיט דיר, וועסטו מיר זען; אבער "וּפָנַי - לֹא יֵרָאוּ" – וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה? דאס ווייסט מען נישט און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס, נאר מען דארף גלייבן, ווארטן, האפן און בעטן.


דו בעסט אן עצה פאר פרנסה בריוח; נעם די עצה וואס מוהרא"ש האט שטענדיג גע'חזר'ט מיט אונז, מען זאל בענטשן ברכת המזון דוקא אין א בענטשער. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס וואס ער האט זוכה געווען צו אזא גרויסע עשירות איז נאר בזכות וואס ער פלעגט קיינמאל נישט בענטשן פון אויסענווייניג, ער האט נאר געבענטשט אין א בענטשער.

#232 - צדיקים האבן געדאווענט אינעווייניג אין סידור
תפילה והתבודדות, צדיקים, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שיעור פון אייך אז מ'קען דערקענען דאס יראת שמים פון א בחור אויף זיין דאווענען, אויב ער דאווענט אויף איין פלאץ און ער קוקט אריין אין סידור.


האב איך געוואלט צולייגן אויף א הערה, אז ווען דער לב שמחה פון גור זי"ע איז אריין מיט זון, דער היינטיגער גורער רבי שליט"א, פאר זיין בר מצוה צו נעמען א ברכה פון הרה"ק רבי אהרן מבעלז זי"ע, האט דער הייליגער בעלזער רב אנגעזאגט דעם בחור אז ער זאל אלעמאל מקפיד זיין אויף דריי זאכן. איינס, צו שטיין אויף איין פלאץ ביים דאווענען פון אנהויב ביז'ן סוף, צווייטנס, נישט צו רעדן קיין דברים בטלים מיט די תפלין, דריטנס, צו דאווענען אינעווייניג אין סידור. און מ'קען טאקע זען ביז'ן היינטיגן טאג ווי דער גורער רבי שליט"א רירט זיך נישט אוועק פון פלאץ דעם גאנצן דאווענען, און ער דאווענט אלעמאל נאר אינעווייניג אין סידור.


איינמאל בין איך געווען ביי אים אין שול פרייטאג צו נאכטס ביים דאווענען, און די עלעקטער האט זיך פלוצלינג פארלאשן, האט איך געזען ווי ער האט געהאלטן די סידור הויך אויף א וועג אז ער זאל קענען זען אביסל דורך די לעקטער וואס האט אביסל אריינגעשיינט פון אינדרויסן, אלעס אז ער זאל קענען אריינקוקן אינעווייניג אין סידור.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג רעדן און מעורר זיין אז מען זאל דאווענען נאר אין א סידור און מען זאל שטיין אויף איין פלאץ ביים דאווענען. יעדעס מאל מען איז געקומען צו מוהרא"ש פרעגן אויף א שידוך פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל נאכקוקן דעם בחור ווי אזוי ער דאווענט, אויב דאווענט ער אויף איין פלאץ און ער דאווענט אין א סידור איז א סימן ער איז אן ערליכער בחור.


אז מען דאווענט אויסענווייניג איז אפגערעדט אז מען קען נישט אינזין האבן, נאר אפילו די ווערטער זאגט מען נישט, מען פארט אריין פון איין שטיקל דאווענען צום צווייטן. צדיקים האבן געטייטשט דאס וואס שטייט אין די מגילה (אסתר ט, כה): "אָמַר עִם הַסֵּפֶר, יָשׁוּב מַחֲשַׁבְתּוֹ הָרָעָה"; אז מען דאווענט אין א סידור איז דאס א סגולה אז מען זאל מכוון זיין די פירוש המילות און אלע פרעמדע מחשבות זאלן אוועק גיין, אזוי אויך ברענגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו (צעטל קטן, סימן יא) אז ווען מען דאווענט זאל מען דאווענען אויף איין פלאץ אין א סידור, דאס איז מסוגל צו קענען מכוון זיין די פירוש המילות.


אינטערעסאנט צו הערן דאס וואס דו דערציילסט פון הייליגן בעלזער רב זכותו יגן עלינו; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, סעיף קטן י) אז פאר זיין בר מצוה האט אים זיין מאמע עליה השלום גענומען צום בעלזער רב נעמען א ברכה, (ווייל זיין טאטע, דער טאקייער רב זכרונו לברכה האט זיך דאן געפונען אין אמעריקע מיט זיין עלטסטער זון, און מוהרא"ש איז געבליבן אליינס מיט זיין מאמע אין ארץ ישראל בשעת זיין בר מצוה) ער האט געבענטשט מוהרא"ש און אים אנגעזאגט דריי זאכן: א - ער זאל נישט רעדן מיט די תפילין; ב - ער זאל זיך נישט ארום דרייען ביים דאווענען; ג – ער זאל זייער אכטונג געבן אויף א גוף נקי (ער האט אים געזאגט בזה הלשון: "ווען מען רייניגט זיך דארף מען נוצן אסאך פאפיר"; ער האט איבער געזאגט אפאר מאל "אסאך פאפיר"), און ער האט אויסגעפירט: "אויב דו וועסט דאס מקיים זיין וועסטו אויסוואקסן א גדול בישראל".


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן אז מיר זאלן האבן שפע ברכה והצלחה.

#231 - פארוואס שרייבט מוהרא"ש אזוי שארף וועגן דאווענען מיט מנין?
תפילה והתבודדות, אשר בנחל, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין א בריוו אין ספר הקדוש "אשר בנחל" וואו מוהרא"ש שרייבט דארט זייער שארף פאר א פרוי אז איר מאן האט זיכער נישט קיין יראת שמים אויב ער דאווענט ביחידות. עס האט מיר זייער וויי געטון דאס צו ליינען, ווייל איך מוטשע זיך אויך מיט דעם, און איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איך זאל קענען דאווענען מיט מנין, ווי אזוי קען מען זאגן אז מען איז נישט קיין ירא שמים אויב דאווענט מען צום אייבערשטן, אז מ'דאווענט האט מען דאך יראת שמים?


קען זיין אז מוהרא"ש איז געווען אזוי גרויס אז לגבי אים הייסט דאס אז מ'האט נישט קיין יראת שמים אויב דאווענט מען נישט מיט מנין, אבער ווי אזוי קען מען שרייבן אזוי שארף און לכבוד דעם צונעמען דעם טיטל ירא שמים פון א פשוטן מענטש?


איך האף איר וועט מיר דאס קענען ערקלערן.


יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש שרייבט (שו"ת ברסלב חלק א, מכתב ד) פאר א פרוי וואס פרעגט א שאלה: "בעלי הוא ירא שמים ולומד בכולל, אבל יש לו דבר שמפריע לי שהוא אוהב לישון, וכל יום הוא מתעורר בשעה 10:00 או 11:00, ואז הוא מניח תפילין ומתפלל בבית, ואחר כך הולך לכולל", מיין מאן איז ירא שמים אן ערליכער איד, אבער ער האט זייער ליב צו שלאפן; ער שטייט אויף צען אזייגער, דעמאלט לייגט ער תפילין און דאווענט אין שטוב ביחידות, דאס שטערט מיר זייער, און זי פרעגט וואס זי זאל טון.


ענטפערט איר מוהרא"ש: "צר לי להודיע לך שאת כותבת שבעלך הוא ירא שמים וכו', אם זה היה נכון הוא לא היה מתפלל ביחידות בבית וכו'", עס טוט מיר זייער וויי וואס דו שרייבסט אויף דיין מאן אז ער איז א "ירא שמים", אויב וואלט ער געווען א 'ירא שמים' וואלט ער דען געדאווענט אין שטוב ביחידות?!


דו פרעגסט היתכן צו שרייבן אזא שארפע בריוו וכו'; עס זעט אויס ווי דו האסט זיך אפגעשטעלט ביי די ערשטע שורה, ליין דעם גאנצן תשובה וועסטו זען די רחמנות וואס מוהרא"ש האט אויף זיי. פון איין זייט ברענגט מוהרא"ש ארויס דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט: "כי אי אפשר לתאר ולשער את מעלת המתפלל את השלוש תפלות במנין דייקא, כי אז הוא עת רצון גדול בשמים", מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דאווענען דוקא מיט מנין, "כמאמרם ז"ל (ברכות ח.): מַאי דִּכְתִיב (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְּךָ ה' עֵת רָצוֹן" אֵימָתַי עֵת רָצוֹן? בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין; אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן, ווען איז דער עת רצון וואס דעמאלט ווערן אנגענומען אלע תפילות? בשעת ווען דער ציבור דאווענט, "וכן על ידי שמתפללים במנין נמשך עליו השגחה שלימה", ווען מען דאווענט מיט מנין ציט מען ארויף אויף זיך די השגחה, "כמאמרם ז"ל (ברכות ו:): כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול; מיט דעם וואס א מענטש איז מקפיד צו דאווענען מיט מנין דיקא, איז ווען ער קען נישט קומען ווייל עפעס גייט אריבער אויף אים פרעגט דער אייבערשטער אויף אים פארוואס ער איז נישט געקומען, און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פון דעם מענטש דער פראבלעם, "הרי שמשתלם להתפלל במנין, שעל ידי זה ממשיך על עצמו השגחה עליונה", זעט מען אז עס איז ווערד צו דאווענען מיט מנין כדי צו ציען אויף זיך די השגחה.


מוהרא"ש שרייבט איר ווייטער: "עצה לקום מוקדם, הוא ללכת לישון מוקדם", די בעסטע עצה אויפצושטיין פרי איז זיך צי לייגן פרי, "כי בדרך כלל הס"מ מסבב עם כל אחד בלילה שיסתובב בלא כלום ובלא מעש וכו' וכו', כי יודע שכך יתפוס אותו בבוקר שלא יוכל לקום, ויאחר את זמן התפלה וכו', ולא יתפלל במנין", דער ס"מ זוכט אויפצוהאלטן דעם מענטש ביינאכט ער זאל זיין באשעפטיגט ביז שפעט ביינאכט, ווייל ער ווייסט אז אויב וועט דער מענטש גיין שלאפן שפעט וועט ער אויפשטיין שפעט, אזוי ארום וועט ער פארפאסן זמן תפילה און נישט דאווענען מיט מנין, דעריבער האלט ער אויף דעם מענטש ביינאכט ער זאל נישט גיין שלאפן, אלעס נאר ווייל ער וויל אים צונעמען זיין דאווענען וכו'.


פון דער אנדערע זייט שרייבט איר מוהרא"ש: "את לא צריכה להיות השוטרת שלו", דו זאלסט נישט זיין פאר אים זיין פאליס-מאן און נישט שאפן אויף אים, "עם כל זאת מה טוב ומה נעים באם תחזקי אותו שילך לישון מוקדם יחסית וכו', כדי שיוכל לקום לתפלה", נאר זיי אים מחזק צו גיין שלאפן פרי, אזוי וועט ער אליינס אויפשטיין צייטליך, "וזה גם חינוכי להילדים שיראו שאבא הולך להתפלל במנין", דאס איז אויך זייער וויכטיג פאר די חינוך פון די קינדער, זיי זאלן זען ווי דער טאטע גייט אין שול דאווענען מיט מנין, דורכדעם וועלן זיי אויך גיין אין שול דאווענען.


מוהרא"ש איז איר מחזק: "ואת גודל הזכות של האשה שמחזקת ומעודדת את בעלה שיתפלל במנין וילך ללמוד, זה אין לתאר ואין לשער כלל", מען קען זיך נישט פארשטעלן די זכות וואס א פרוי האט אויבן אין הימל מיט דעם וואס זי איז מחזק איר מאן צי דאווענען און לערנען, "עד שאמרו חכמינו הקדושים (ברכות יז.): גְדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים וכו', דער אייבערשטער האט צוגעזאגט שכר פאר די פרויען מער ווי פאר די מענער, צוליב וואס אין זייער זכות איז דא תורה ביי כלל ישראל, ווייל די פרויען שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה און ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען תורה.


דו פרעגסט 'היתכן צו שרייבן אזא שארפע בריוו וכו''; פארוואס זאלסטו אנקוקן דעם בריוו אז דאס איז שארף ווען דאס איז געשריבן מיט אזא רחמנות?! אז מען זאגט פאר א מענטש וואס ער דארף פאררעכטן איז דאס נישט שארף, שארף איז ווען מען זאגט פאר איינעם: "דו ביסט שוין פארפאלן", שארף איז ווען מען שרייבט: "דיין דאווענען איז גארנישט ווערד", "דיין תורה גייט פאר די קליפות", אז מען זאגט פאר א מענטש וואס ער האט צו פאררעכטן איז דאס לויטער רחמנות.


מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, מען זאגט נישט פאר די קינדער וואס צו טון ווייל מען וויל זיין 'גוטע עלטערן'; מען כאפט נישט אז מיטן נישט זאגן וואס צו טון ווערט מען נישט קיין באליבטע עלטערן, מען ווערט שלעכטע עלטערן. קינדער האבן ליב ווען מען זאגט זיי וואס צו טון, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות אהבה, סימן ז): "כְּשֶׁתְּחַזֵּק אֶת הָאָדָם בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, הוּא יֹאהַב אוֹתְךָ", ווען דו וועסט מחזק זיין א מענטש ער זאל זיך שטארקן אין עבודת השם וועט ער דיך ליב האבן; עלטערן דארפן זאגן פאר קינדער וואס צו טון, און אזוי אויך א רבי, א מורה דרך דארף זאגן פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן.


וויסן זאלסטו אז עס נישט דא נאך אזא ספר וואס איז מחזק און מעודד אידישע קינדער ווי דער ספר הקדוש: "אשר בנחל", בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אידישע קינדער זיי מחזק זיין און זיי צוריק קערן צום אייבערשטן. ווער עס געוואוינט זיך צו צו לערנען אין דעם ספר דארף שוין נישט קיין שום חיזוק, ווייל עס איז נישט דא נאך א ספר וואס איז מחזק דעם מענטש ווי דעם ספר: "אשר בנחל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#230 - וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן רעדן ביים דאווענען?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איז דא ערגעץ וואו אין די ברסלב'ע ספרים וואו עס ווערט געברענגט וועגן דעם ענין פון נישט רעדן ביים דאווענען וכדומה?


אשר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אשר נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין ברסלב איז דער ספר המנהגים דער שלחן ערוך!


עס איז באוויסט דעם סיפור אז א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן מיט זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן, האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: "איר מעגט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי איר ווילט (דאס מיינט, איר קענט זאגן אלע סארט פשטים אין מיינע תורות), מיט איין תנאי, אז איר זאלט נישט אפטרעטן פון א סעיף קטן אין שלחן ערוך"; ווייל ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר אז מען זאל נישט אוועק גיין פון הלכה.


וואס דארף מען מער פון דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ל:): "אֲפִלּוּ הַמֶּלֶךְ שׁוֹאֵל בִּשְׁלוֹמוֹ - לֹא יְשִׁיבֶנּוּ", מען טאר נישט מפסיק זיין אינמיטן דאווענען צו רעדן מיט איינעם, אפילו א קעניג באגריסט דעם מענטש טאר מען אויך נישט ענטפערן, "וַאֲפִלּוּ נָחָשׁ כָּרוּךְ עַל עֲקֵבוֹ - לֹא יַפְסִיק", און אפילו א שלאנג איז ארום זיינע פוס טאר מען אויך נישט מפסיק זיין; און אודאי סתם צו רעדן איז זיכער אן איסור. אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן צו), אז בשעת'ן דאווענען טאר מען נישט רעדן און נישט טון קיין שום זאך וואס נעמט אוועק די מחשבה פונעם דאווענען.


אז דו ווילסט וויסן די הארבקייט פון רעדן ביים דאווענען, קוק וואס דער הייליגער זוהר זאגט (זוהר ואתחנן, רסו:): "וּמָאן דְּאִשְׁתָּעֵי בְּבֵי כְּנִישְׁתָּא", ווער עס שמועסט אין שול בשעת'ן דאווענען, "וַוי לֵיהּ דְּאַחְזֵי פִּרוּדָא", וויי פאר אים אז ער טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וַוי לֵיהּ דְּגָרַע מְהֵימְנוּתָא", וויי פאר אים אז ער גייט אוועק פון די אמונה, "וַוי לֵיהּ דְּלֵית לֵיהּ חוּלָקָא בֶּאֱלָהָא דְּיִשְׂרָאֵל", וויי פאר אים אז ער האט נישט קיין חלק באלוקי ישראל, "דְּאַחְזֵי דְּלֵית לֵיהּ אֱלָהָא", ער ווייזט אז עס איז נישט דא קיין באשעפער, "וְלָא אִשְׁתְּכַח תַמָּן", אז דער אייבערשטער געפונט זיך נישט אין שול, "וְאַנְהִיג קְלָנָא בְּתַּקִּיפָא עִלָּאָה", דעריבער פירט ער זיך מיט קלות און ער גרינגשעצט אינעם אייבערשטן; זעט מען פון דעם ווי הארב עס איז צו רעדן ביים דאווענען.


מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען קומט אין שול נישט צו רעדן ביים דאווענען, אויך צוליב חינוך הבנים; ווייל ווען קינדער זעען ווי דער טאטע שמועסט ביים דאווענען ווערט ביי זיי ביליג דאס גאנצע דאווענען, ביז זיי וועלן אינגאנצן אפלאזן דאס דאווענען. דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן בשעת'ן דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה.

#229 - דער ענין צו רעדן ווייניג אום ראש השנה, איז אויך ביים רעדן צום אייבערשטן?
ראש השנה, תפילה והתבודדות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דאס וואס דער רבי זאגט אז מ'זאל ווי ווייניגער רעדן אום ראש השנה, מיינט אויך מ'זאל ווייניג רעדן צום אייבערשטן אום ראש השנה?


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא): "בְּרֹאשׁ־הַשָּׁנָה בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן, צְרִיכִין לְמַעֵט בְּדִבּוּר מְאֹד מְאֹד", ראש השנה דארף מען זייער אכטונג געבן צו רעדן וואס ווייניגער, "וְאָמַר: שֶׁאָדָם גָּדוֹל צָרִיךְ לְדַקְדֵּק בָּזֶה בְּיוֹתֵר", נאך האט דער רבי געזאגט אז א גרויסער מענטש דארף נאך מער אכטונג געבן נישט צו רעדן קיין איין איבעריגע ווארט ראש השנה, "עַל־כֵּן הוּא אֵינוֹ אוֹמֵר בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן אֲפִלּוּ הַפַּיִט, רַק מַה שֶּׁיָּסַד רַבִּי אֶלְעָזָר הַקָּלִיר, אֲבָל שְׁאָר הַפַּיִט אֵינוֹ אֹמֵר, מֵחֲמַת שֶׁאָדָם גָּדוֹל צָרִיךְ לְדַקְדֵּק אָז בְּיוֹתֵר לִבְלִי לְדַבֵּר שׁוּם דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ מֻכְרָח", דעריבער האט דער רבי זיך געפירט נישט צו זאגן די אלע פיוטים ראש השנה, ער האט נאר געזאגט נאר די פיוטים וואס דער הייליגער רבי אלעזר הקליר האט מתקן געווען, ווייל ראש השנה דארף מען זייער אכטנג נישט צו רעדן נאר וואס מען מוז.


אזוי פירן זיך טאקע אלע אנשי שלומינו מדור דור נישט צו רעדן ראש השנה; מען איז מקבל אויף זיך א 'תענית דיבור' אויף גאנץ ראש השנה, ווייל ראש השנה איז מען דן דעם מענטש אויף אלע זיינע מעשים, און דער רבי זאגט בשם דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אז פאר מען איז גוזר א גזירה אויפן מענטש שטעלט מען פאר דעם מענטש ער זאל זיך אליינס פסק'נען און דער מענטש פסק'נט וואספארא שטראף מען זאל אים געבן (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קיג) דאס הייסט דער מענטש שמועסט פון אנדערע, ער דערציילט וואס א צווייטער האט געטון, פרעגט אים איינער: "וואס זאגסטו אויף דעם?" און ער פסק'נט אפ אז מען דארף יענעם געבן אזאנס און אזעלעכס, ער כאפט נישט אז ער האט זיך יעצט אליינס גע'פסק'נט. דער אייבערשטער הערט צו יעדעס ווארט וואס א מענטש רעדט אויף א צווייטן, און אזוי שטראפט מען דעם מענטש זעלבסט. דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף א צווייטן א גאנץ יאר, בפרט ראש השנה וואס דעמאלט זענען די ספרי חיים און ספרי מתים אפען (ראש השנה לב:); דעריבער פירן זיך אנשי שלומינו נישט צו רעדן א גאנץ ראש השנה. וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט די הנהגה.


אבער ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן דעמאלט איז 'כל המרבה בתפילה הרי זה משבח', ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן און מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן איז מען מער פארזיכערט צו האבן א גוט יאר.


ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן גרויסע ישועות; חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס גרויסע ניסים וואס האט אלץ פאסירט אום ראש השנה (ראש השנה יא.) ראש השנה זענען די הייליגע אמהות שרה אמינו, רחל אמינו און חנה נפקד געווארן מיט קינדער; ראש השנה איז יוסף ארויס פון תפיסה; ראש השנה האט זיך אויפגעהערט די ארבעט פאר די אידן אין מצרים; ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן קינדער, ערליכע קינדער און נחת פון די קינדער; ראש השנה קען יעדער איינער זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע תפיסה, אזוי ווי יוסף הצדיק איז ארויס פון תפיסה; ראש השנה קען מען פועל'ן פרנסה בניקל, מען זאל נישט דארפן ארבעטן אזוי ביטער שווער, אזוי ווי די שיעבוד מצרים האט זיך אויפגעהערט ראש השנה.


מיר געפונען ביי חנה - שמואל הנביא'ס מאמע אז זי איז געהאלפן געווארן ראש השנה, נאר ווייל זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א א, יב): "וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה'", חנה האט אסאך געדאווענט צום אייבערשטן פאר קינדער ביז זי איז געהאלפן געווארן, זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (ירושלמי ברכות פרק ד, הלכה א): "שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה בִּתְפִלָּה נֶעֱנֶה"; פון דא זעט מען אז דורכדעם וואס מען דאווענט און מען בעט אסאך דעם אייבערשטן ווערט מען געהאלפן.


זעט מען אז ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן מיט אסאך תפילה אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל אונז געבן א גוט יאר, אידישע קינדער זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן - יעדער איינער פון זיין אייגענע גלות, און מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין צו די גאולה כלליות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#228 - ווען איז די ריכטיגע צייט צו זאגן תיקון חצות?
תפילה והתבודדות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל א געוואלדיגן יישר כח פאר'ן מזכה זיין את הרבים מיט די הערליכע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח צו העלפן אידישע קינדער אין אלע הינזיכטן.


איך האב געהערט פון אייך איבער די גרויסקייט פון זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, איך בין אבער נישט קלאר ווען מ'דארף עס זאגן. איך בין געווענליך אויף ביז שפעט ביינאכט, איך קען נישט גרינג איינשלאפן און דעריבער לערן איך דעמאלט מיינע שיעורים. וויל איך וויסן צי איך קען זאגן תיקון חצות פאר'ן גיין שלאפן. און אויך אויב וויל איך יא איין נאכט גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי, צי זאל איך עס זאגן פאר'ן שלאפן אדער נאכ'ן אויפשטיין אינדערפרי.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך איז אז מען זאל זיך לייגן שלאפן פרי און אויפשטיין פרי, און פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות צו זאגן סדר תיקון חצות זעקס שעה נאכן צאת הכוכבים. אבער נישט יעדער איינער קען באווייזן צו גיין שלאפן פרי וכו', דעריבער קען מען זיך פארלאזן אויף שיטת הרב הקדוש מקאמארנע זכותו יגן עלינו (שלחן הטהור סימן א, סעיף ד) אז חצות איז שטענדיג צוועלף אזייגער סיי ווינטער און סיי זומער; ווייל דער רבי זאגט אז מען קען זיך פארלאזן אפילו אויף איין פוסק (עיין חיי מוהר"ן סימן תמד; פעולת הצדיק סימן תקלו).


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזרז זיין מיר זאלן נישט פארפאסן קיין איין נאכט פון זאגן תיקון חצות, ווייל דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דערפאר ווען א מענטש זעט אז עס גייט אריבער נאכט נאך נאכט און ער בלייבט שלאפן, זאל ער כאטש זאגן תיקון חצות פאר ער גייט שלאפן, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כד, ו): "כִּי בְתַחְבֻּלוֹת תַּעֲשֶׂה לְּךָ מִלְחָמָה", בפרט אין די זומער טעג וכו' זאל מען זאגן תיקון חצות פארן זיך לייגן, אבער אין די ווינטער טעג ווען מען קען זיך לייגן פריער, דעמאלט קען מען זאגן דעם תיקון חצות אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמט): "וְעִקַּר חֲצוֹת הוּא תָּמִיד אַחַר שִׁשָּׁה שָׁעוֹת מִתְּחִלַּת הַלַּיְלָה - הֵן בַּקַּיִץ וְהֵן בַּחֹרֶף".


געדענק וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמז) מענטשן זענען גרייט צו פארלירן אסאך תורה ומעשים טובים צוליב חומרות, עיין שם; דארפן מיר שטענדיג זיין קלוג און אריין כאפן גוטע זאכן, נישט זוכן דוקא חומרות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#227 - וואס טו איך אז כ'האב פארלוירן מיין געפיל צו התבודדות?
התחזקות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אייך נאכאמאל דאנקען פאר אייערע טייערע שיעורים וואס זענען כמים קרים על נפש עייפה, אויסער אלע איבריגע מעלות וואס איר פארמאגט, האט דער אייבערשטער אייך אויך געשאנקען מיט א קלארע שפראך, אז אפילו א קליין קינד קען פארשטיין פון די דרשות וואס מ'האט צו טון אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב א לענגערע צייט געשפירט זייער א געשמאקע טעם אין התבודדות, אזוי ווייט אז איך פלעג האבן א חבר פארוועם איך פלעג דערציילן מיינע זאכן און ס'האט מיר שוין מער נישט אויסגעפעלט, אבער יעצט האט זיך ביי מיר פארמאכט די גאנצע זאך, איך שפיר מער נישט קיין שום טעם אין רעדן צום אייבערשטן, אפשר האט איר פאר מיר אן עצה?


פנחס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד פנחס נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען די תורה אין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח - וועסטו האבן מורא'דיגע חיזוק אנצוגיין מיט דיין עבודת השם.


דער הייליגער רבי זאגט דארט: "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, לִבְלִי לְהָנִיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, דְּהַיְנוּ מְעַט מִקְצָת עֲבוֹדָתוֹ שֶׁהִתְחִיל, אַף אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה", א מענטש דארף זיין זייער א גרויסער עקשן נישט אפצולאזן זיין עבודת השם - סיי אין תורה סיי אין תפילה, "וּזְכֹר דָּבָר זֶה הֵיטֵב, כִּי תִּצְטָרֵךְ לָזֶה מְאֹד כְּשֶׁתַּתְחִיל קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", געדענק גוט וואס איך זאג דיר – זאגט דער רבי – ווייל ווען דו וועסט אנהייבן דינען דעם אייבערשטן וועסטו דאס דארפן גוט וויסן, "כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד, לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ, לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ", ווייל מען דארף זיין א גרויסער עקשן נישט אויפצוהערן דינען דעם אייבערשטן ווען עס גייט אריבער ספיקות און בלבולים וכו' וכו', מען דארף זיך האלטן מיט אלע כוחות; לערן דורך דעם גאנצן תורה וועסטו האבן שטארקע חיזוק.


שטארק דיך ווייטער צו רעדן צום אייבערשטן; אפילו דו שפירסט נישט קיין טעם אין דעם, דאך זאלסטו זיך ווייטער אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן. פארצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר; קוק נישט אויף קיין געפילן - צי דו שפירסט יא א טעם צי דו שפירסט נישט א טעם אין דעם, און אפילו עס דאכט זיך דיר אז מען דארף דיר נישט און מען איז דיר מרחק וכו', זאלסטו ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע עבודה.


מיין נישט אז די הייליגע צדיקים האבן נישט געהאט די שווערע נסיונות, אלע צדיקים האבן געהאט די שוועריקייטן און נאך אסאך מער נסיונות ווי מיר האבן, דאך האבן זיי ווייטער געדינט דעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט אים נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט, און אז קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּא, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאך אלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעמען האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ  וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


זעט מען אז מען דארף זיין זייער שטארק נישט אויפצוהערן בעטן און דאווענען אפילו ווען עס ווערט פארמאכט די געפילן אז מען שפירט גארנישט און מען זעט גארנישט, אדרבה מען זעט נאר פארקערט, מען זעט ווי מען בעט און מען בעט און עס רירט זיך גארנישט, דארף מען זיין א גרויסער עקשן נישט אפצולאזן די עבודת השם יתברך.


זיי זיך מחזק מיט דיין חבר צו פאלגן דעם רבי'ן און זיך מחזק צו זיין אויף תפילה והתבודדות; אז מען האט א גוטע חבר קען מען זוכה זיין צו זייער שיינע זאכן. שלמה המלך זאגט (קהלת ד, ט-י): "טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד אֲשֶׁר יֵשׁ לָהֶם שָׂכָר טוֹב בַּעֲמָלָם", עס איז בעסער צו דינען דעם אייבערשטן מיט א חבר ווי זיין איינער אליין, "כִּי אִם יִפֹּלוּ הָאֶחָד יָקִים אֶת חֲבֵרוֹ, וְאִילוֹ הָאֶחָד שֶׁיִּפּוֹל וְאֵין שֵׁנִי לַהֲקִימוֹ", ווייל אז מען פאלט אראפ ווען מען איז אליין, איז נישט דא ווער זאל העלפן אויפהייבן דעם מענטש, אבער אז מען האט א חבר קען דער חבר אים העלפן זיך אויפהייבן; דעריבער זאלסטו זיך מחזק זיין מיט א גוטער חבר. די עיקר דיבורים זאלן זיין פון אמונה און תפילה, אזוי וועסטו האבן די שטארקייט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#226 - וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי ארויסצוגיין פון חובות?
חובות, תפילה והתבודדות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די שיעורים און בריוו וואס וואס געטוישט מיין גאנץ לעבן צום גוטן ברוך ה'.


איך האב זיך געטראפן אין גרויסע חובות פון איבער פופציג טויזנט דאלער, איך האב גענומען א דרך פון ברסלב פון איינע פון די גרויסע משפיעים אין ארץ ישראל וואס ער זאגט אז דער רבי האט געהייסן מאכן התבודדות פאר א גאנצע שעה יעדן טאג, ער שרייבט אין זיין ספר אז דער רבי זאגט אז ס'איז דא אן עבירה וואס די שטראף אויף דעם איז אז מ'ווערט א בעל חוב, איז ער מסביר די וועג ווי אזוי ארויסצוקריכן דערפון, און ער מאכט א סדר ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן די שעה, די ערשטע האלבע שעה דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן פאר די מתנה פון חובות, ווייל אויב דער אייבערשטער האט מיר אריינגעפירט אין חובות איז דאס זיכער גוט פאר מיר, און ביי די צווייטע האלב שעה דארף מען בעטן דעם אייבערשטער ער זאל מיר אויפמאכן די אויגן צו זען וועלכע עבירה איך האב געטון וואס דאס האט מיר געמאכט פאר א בעל חוב. איך טו דאס שוין פאר בערך פינף זעקס חדשים, און דער מצב איז טאקע געווארן אסאך בעסער.


לעצטנס האב איך אנגעהויבן לערנען אשר בנחל, און ס'זעט מיר נישט אויס אז מוהרא"ש איז געגאנגען אויף דעם מהלך, האב איך געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר קלאר שטעלן וואס איז דער ריכטיגער וועג פאר מיר לויט ווי מוהרא"ש האט געלערנט, ווי אזוי תשובה צו טון אויף די עבירה וואס ברענגט חובות, און א וועג ארויסצוגיין פון חובות.


א גרויסן יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לעבסט מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי בלאזט אריין אין אונז א חיות - א לעבן אז מיר זאלן זיך קענען דערהאלטן מיט אלע כוחות אנצוגיין אפילו ווען עס גייט אריבער אויף אונז שווערע צייטן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט א וועג ארויס צו גיין פון חובות; מען זאל גיין נאך געלט און באצאלן צוביסלעך. אז דו האסט חובות אין די סומע פון פופציג טויזנט דאללער, הייב אן צו באצאלן צוביסלעך, זאג נישט: "ווען איך וועל האבן די גאנצע סכום אויף איין מאל וועל איך עס באצאלן", נאר טו אזוי: אז דו קומסט פארן פיש געשעפט טויזנט דאללער ווארט נישט ביז דו וועסט האבן טויזנט דאללער אים צו באצאלן, ווייל קיינער האט נישט קיין עקסטערע טויזנטער דאס צו גיין באצאלן אויף איין מאל, אבער א פינפער האסטו - יא? גיי אריין און לייג עס אויפן חשבון, און אזוי ווייטער ביי די אנדערע פלעצער וואו דו ביסט שולדיג געלט, גיי יעצט און טראג אריין אין געשעפט א פינפער, א צענער, א צוואנציגער, וויפיל דו האסט אין טאש.


די הייליגע חכמים לערנען אונז (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפְנֶה" - וועל איך באצאלן, "שֶׁמָּא לֹא תִּפָּנֶה" - ווייל ווער זאגט אז דו וועסט האבן צו באצאלן? אז מען פאלגט א צדיק און מען צאלט צוביסלעך, דאן קומט אריין די ברכה און מען קען אלעס באצאלן.


ווען מוהרא"ש האט חתונה געהאט האט ער אליינס אפגעדרוקט אלע דעם רבינ'ס ספרים און ער איז געבליבן שולדיג פארן דרוקער איבער אכציג טויזנט דאללער (אפילו היינט איז אכציג טויזנט דאללער א סאך געלט, כל שכן דעמאלט בימים ההם איז עס געווען עטליכע מאל די היינטיגע ווערד), פלעגט מוהרא"ש שטענדיג דערציילן ביי די שיעורים ווי אזוי ער האט באצאלט דעם מדפיס; ער האט דאס אליינס באצאלט אן קיין עסקנים און אן קיין גמחים, ער איז יעדן טאג אריין צום דרוקער און באצאלט אויפן חשבון וויפיל ער האט געהאט אין טאש, ביז ער האט אלעס באצאלט. און אזוי פירן זיך די ערליכע ברסלב'ע חסידים, זיי באצאלן צוביסלעך וואו זיי זענען שולדיג.


דאס וואס דו פרעגסט וואס איז די עבירה וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "יֶשׁ עֲבֵירָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵירָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא עבירות וואס דאס מאכט אז דער מענטש זאל שטענדיג זיין א בעל חוב; דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. ווען א מענטש איז חס ושלום פוגם בברית, ער היט זיך נישט די אויגן, ער קוקט מאוויס און קליפס פון עבירות רחמנא לצלן, ווערט פארשטאפט זיין מח און עס ווארפט אים אריין אין א קטנות הדעת, ער מיינט אז ער מוז בארגן געלט, און צום סוף בלייבט ער נעבעך א גרויסער בעל חוב.


די איינציגסטע עצה ארויסצוקריכן פון אלע חובות איז אז מען טוט תשובה און מען וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, מען בעט אים אז מען זאל ארויס קריכן פון די בלאטע וואו מען איז אריין געפאלן, מען בעט אים ער זאל געבן שפע כדי מען זאל קענען באצאלן אלע חובות.


דערפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף אידיש יעדן טאג, ער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן שפע און דו זאלסט קענען באצאלן אלע דיינע חובות.


אויב דו ווילסט באמת באצאלן דיינע חובות זאלסטו אננעמען די עצה פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: גיי נאך געלט יעדן טאג און אזוי זאלסטו צוביסלעך באצאלן דיינע חובות; עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, עס איז א בושה צו זיין א גנב, עס איז א בושה ווען מען בארגט געלט און מען באצאלט נישט.


על פי הלכה (שולחן ערוך יורה דעה, סימן רנ) אויב מען האט נישט קיין געלט קען מען גיין נאך געלט פאר זיך אליינס; פארשטייט זיך אז אין שטוב איז נישט כדי צו זאגן אז מען גייט נאך געלט פאר זיך, מען זאגט 'איך גיי נאך געלט פאר א חבר וואס האט נישט אויף יום טוב' וד"ל.


דו זאלסט ווייטער רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים בעטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט קענען באצאלן פאר יעדן איינעם ביזן לעצטן פרוטה כדי דו זאלסט קענען אוועק גיין פון דער וועלט אן צו זיין שולדיג פאר א צווייטן אפילו איין פרוטה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#225 - איך האב גע'גנב'ט אלס קינד, ווי אזוי קען איך דאס באצאלן?
תפילה והתבודדות, שאלות, תפלות אויף אידיש, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, איך לעב ממש אן אנדער לעבן מיט אייערע עצות, איך פרובירט צו רעדן צום אייבערשטן, און איך האב שוין געענדיגט דריי מאל משניות.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי אלס קינד פלעג איך אסאך גנב'ענען פון געשעפטן, און למעשה ווייס איך נישט יעצט וויפיל איך האב גע'גנב'ט, אויך האט דער געשעפט שוין אן אנדערער באלעבאס, איך וויל נישט דארפן מגולגל ווערן חס ושלום, איך ווייס אבער נישט פון וועמען און וויפיל איך האב גע'גנב'ט.


אויך דארף איך אן עצה אויף התבודדות, ווען איך מאך שוין אפ אז איך גיי גיין אויף שפאציר צו רעדן צום אייבערשטן, ווער איך זייער אומגעדולדיג, וואס קען איך טון צו האבן א געשמאק צו רעדן צום אייבערשטן?


א גרויסן יישר כח, משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד משה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין גאנץ 'ששה סדרי משנה' און דו האלסט שוין ביים דריטן סיום; דאס וואשט אויס דעם מענטש פון אלע שלעכטע מעשים, און מען באקומט א נייע נשמה.


אויב דו געדענקסט פון וועם דו האסט גע'גנב'ט זאלסטו מקיים זיין (ויקרא ה, כג): "וְהֵשִׁיב אֶת הַגְּזֵלָה אֲשֶׁר גָּזָל", אז דו ווייסט נישט וויפיל, זאלסטו פרעגן דעם מענטש וויפיל דו זאלסט אים געבן. אויב דו ווייסט נישט פון וועם דו האסט גע'גנב'ט, אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה מֵהֶן צָרְכֵי רַבִּים", ווען א מענטש האט גע'גנב'ט פון מענטשן און ווייסט נישט פון וועם ער האט גע'גנב'ט זאל ער טון צרכי רבים; ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה, אות לו): עס איז נישט דא א גרעסערע צרכי רבים ווי דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים וואס זענען מחי' ומחזק די גאנצע וועלט, און עס ברענגט צוריק צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דעריבער, אז דו ווילסט מתקן זיין דאס וואס דו האסט גע'גנב'ט וכו', זאלסטו דרוקן דעם היליגן רבינ'ס ספרים, בפרט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, וואס דאס איז דעם רבינ'ס ווערטער אראפ געברענגט אויף א וועג אז יעדער זאל דאס קענען פארשטיין און ארויס נעמען פון דעם חיזוק און עצות אויף עבודות השם. אז דו וועסט דאס דרוקן וועט דאס זיין א תיקון אויף וואס דו האסט אוועק גענומען פונעם רבים, ווייל דאס האט שוין אפגעראטעוועט צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה בזה הלשון: "אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן "אַשֶׁר בַּנַּחַל" וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


בנוגע אן עצה אויף התבודדות, אז יעדעס מאל דו גייסט ארויס אויף א שפאציר רעדן צום אייבערשטן ווערסטו אומגעדולדיג; קודם כל דארפסטו וויסן אז דאס אליינס, אז מען גייט אויף א פלאץ רעדן צום אייבערשטן - אפילו מען רעדט נישט - איז זייער חשוב ביים אייבערשטן (עיין שיחות הר"ן, סימן רעה), דאס אליינס אז מען וויל זיך אויסרעדן, איז אויך חשוב ביים אייבערשטן.


מאך פון דעם אליינס א תפילה; בעט דעם אייבערשטן אויף דעם אליין: "רבונו של עולם, איך דארף אן עצה צו קענען רעדן צו דיר. יעדעס מאל ווען איך וויל רעדן צו דיר ווער איך אומגעדולדיג, העלף מיר איך זאל האבן א קלארע אמונה, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר און אזוי וועל איך רעדן צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#224 - דער מח פליעט מיר אוועק ביים דאווענען, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה?
תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א יישר כח פאר די ענטפער און חיזוק וועגן זיך האלטן צו א קבלה, דער בריוו האט מיר זייער מחזק געווען.


יעצט האב געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט די מחשבות וואס לאזן נישט צורוה, בעיקר ביים לערנען און דאווענען. ווען איך הויב אן דאווענען הויבט מיר דער קאפ אן גלייך צו פליען אין אלע עקן וועלט, און אזוי אויך ביים לערנען קען איך זיך נישט צוזאמנעמען די מחשבה.


היינט האב איך אנגעהויבן דאווענען מיט א פעסטע החלטה אז איך גיי אינזין האבן די ווערטער, און א מינוט שפעטער טרעף איך זיך אין די אנדערע עק וועלט... ובפרט שלעכטע מחשבות וואס קומען ארויף פון יארן צוריק, ווי אזוי ווערט מען פטור פון דעם?


יישר כח, אהרן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס דיינע תפילות טוען אויף אויבן אין הימל - אפילו עס איז פול מיט מחשבות זרות און בלבולים וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קכב): ווען א מענטש דאווענט און עס קומט אים אריין פרעמדע מחשבות, איז די עצה 'זיך נישט וואוסענדיג מאכן דערפון', נאר ווייטער דאווענען ביז ער וועט זיך שטארקן איבער זיי, "כִּי אֵין צְרִיכִין לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל, רַק לֵילֵך כְּסֵדֶר בִּתְפִלָּתוֹ וְלִבְלִי לְהַבִּיט לַאֲחוֹרָיו כְּלָל, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יִסְתַּלְּקוּ מִמֶּנוּ", מען זאל נישט צוריק טראכטן פון וואס מען האט געטראכט וכו' נאר מען זאל ווייטער דאווענען כסדר, און זיי וועלן פון זיך אליינס אוועק גיין.


פונקט אזוי ווי ביי א מלחמה ווען מען האט צו טון מיט רוצחים, ווען עס קומט א גיבור און גייט אריין צווישן זיי, אזוי גייענדיג צווישן די רוצחים האקט ער אפ - דעם א האנט און דעם א פוס וכו' וכו', אזוי אויך זאגט דער רבי: "וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כֵּן הוּא מַמָּשׁ בְּעִנְיַן הַתְּפִלָּה, שֶׁכְּשֶׁמִּתְפַּלְּלִין כְּסֵדֶר וְאֵין מַשְׁגִּיחִין עַל הַמַּחֲשָׁבוֹת זָרוֹת וְדוֹחִין אוֹתָם וּמַפִּילָם אֲזַי בְּדֶרֶך הִלּוּכוֹ בִּתְפִלָּתוֹ הוּא חוֹתֵך לָזֶה יָד וְלָזֶה רֶגֶל וְכוּ', כִּי כָל מַחֲשָׁבָה זָרָה הוּא קְלִפָּה, וְהִיא קוֹמָה שְׁלֵמָה, כַּמּוּבָא, וּכְשֶׁמִּתְגַּבֵּר לְהִתְפַּלֵּל כְּסֵדֶר וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם אֲזַי הוֹרֵג אוֹתָם אוֹ חוֹתֵך מֵהֶם אֵיבָרִים אֵיבָרִים", אזוי אויך איז ווען עס קומען אריין בשעת'ן דאווענען שלעכטע מחשבות, וואס יעדע מחשבה איז א שלעכטע מלאך וואס ווערט באשאפן פון עבירות, ווען דער מענטש דאווענט ווייטער און ער קוקט נישט אויף די מחשבות זרות, דורכדעם האקט ער אפ פון די קליפות זייערע אברים, ביז ער איז זיי אינגאנצן מנצח.


ר' נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקצ): "פַּעַם אַחַת הָיָה קוֹבֵל אִישׁ אֶחָד לְפָנָיו זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֵיךְ שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לְהִתְפַּלֵּל, כִּי הַמַּחֲשָׁבוֹת זָרוֹת מְבַלְבְּלִין אוֹתוֹ מְאֹד", אמאל איז געקומען א איד צום רבי'ן זיך באקלאגן אז עס איז אים שווער דאס דאווענען, ווייל די מחשבות לאזן אים נישט צורוה, "הֵשִׁיב לוֹ רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מְקַבְּלִין זֹאת לְכַפָּרַת עָוֹן, וְחִיֵּךְ קְצָת", האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט: "נעמט מען דאס אן פאר כפרת עוונות"; ר' נתן איז דאס מסביר (שם) אז אלע מחשבות זרות וואס קומען צום מענטש ביים דאווענען און ביים לערנען, דאס זענען זיינע אייגענע עבירות, און אז דער מענטש דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, נאר ער ווייסט אז דער אייבערשטער האט אים ליב און וויל אים מקרב זיין און נעמט אן זיינע תפילות; ער האט צער פון די מחשבות, און יעדעס מאל וואס עס קומען אים אריין די מחשבות בעט ער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, וועט דאס זיין פאר אים כפרת עוונות.


דעריבער זאלסטו נישט ווערן צעבראכן און אויפהערן דאווענען ווען דו זעסט ווי די שלעכטע מחשבות זענען זיך אויף דיר מתגבר און זיי לויפן דיר נאך; ממש ביי יעדע תפילה קומען זיי אן, אנגעהויבן ביי שחרית, מנחה און מעריב קומען זיי און לאזן דיר נישט דאווענען, אזוי אויך ווען מען טוט א מצוה קומען זיי און נעמען אוועק דעם מח מחשבה, זאלסטו נישט אפלאזן דאס דאווענען און קיום המצוות, נאר זאלסט ווייטער דאווענען מיט א שמחה. דו פראביר אינזין צו האבן וואס דו דאווענסט, און אפילו עס גייט דיר נישט און דו האסט נישט אינזין קיין איין ווארט און דיינע מחשבות פליען אוועק ווייט ווייט, דאך זאלסטו פראבירן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער צו דאווענען און אינזין האבן וואס דו זאגסט ארויס מיט דיין מויל, און דו קענסט זיין זיכער אז דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון יעדעס ווארט וואס דו דאווענסט.


בעט דעם אייבערשטן פאר דו גייסט אין בית המדרש: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל דאווענען מיט כוונה. העלף מיר אז מיין מח זאל מיר נישט אוועק פליען בשעת'ן דאווענען צי בשעת איך טו אנדערע זאכן; יעדעס מאל מאך איך אפ מיט א פרישקייט אז 'היינט גיי איך דאווענען בכוונה' און איך טרעף מיר נאכן דאווענען אן אינזין האבן קיין איין ווארט. הייליגער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות; איך וויל גארנישט, איך דארף גארנישט, נאר אביסלע נאנטקייט צו דיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל לעבן מיט דיר און נישט מסיח דעת זיין פון דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#223 - דארף מען זיך עקש'ענען, אדער זיך פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן?
שידוכים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס זענען ממש כמים קרים על נפש עיפה. לעצטנס האב איך געהערט ביי א שיעור אז דעם אייבערשטן דארף מען מוטשען און פגע'ן, אזוי ווי א קליין קינד קאפעט און פארפירט ביז ער באקומט וואס ער דארף. פון די אנדערע זייט זינגט איר דעם ניגון "זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל", אז מ'דארף זיך אינגאנצן איבערגעבן צום אייבערשטן און וועלן נאר וואס דער אייבערשטער וויל. ווי אזוי ארבעטן די צוויי זאכן צוזאמען? דארף מען זיך עקשנ'ען, אדער זיך איבערגעבן צום אייבערשטן?


מרדכי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיך עקשנ'ען ביים אייבערשטן איז נישט קיין סתירה מיטן זיך איבערגעבן צום אייבערשטן; ווען א מענטש האט א צרה דארף ער בעטן, וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל אים שיקן א ישועה. אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אכטונג געבן נישט צו דוחק זיין את השעה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה - הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ", ווער עס עקשנ'ט זיך - ער זאגט 'עס מוז יעצט געשען דאס און דאס' - דער וועט ווערן זייער אנטוישט און צעבראכן.


חכמינו הקדושים זאגן (ברכות לב:): "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", אויב א מענטש זעט אז ער בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער האט עס נישט באקומען, זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהילים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ, וְקַוֵּה אֶל ה'"; ווייל אז מען עקש'נט זיך איין מיט תפילה, מען הערט נישט אויף בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל, דאן זעט מען גרויסע ישועות.


מיט דעם אלעם דארף מען וויסן וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:): "כָּל הַמַּאֲרִיךְ בִּתְפִלָּתוֹ וּמְעַיֵּין בָּהּ סוֹף בָּא לִידֵי כְאֵב לֵב", ווער עס זאגט: 'איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן און איך זע נאך נישט קיין ישועה', דער באקומט הארץ ווייטאג, אזוי ווי עס שטייט (משלי יג, יב): "תּוֹחֶלֶת מְמוּשָׁכָה מַחֲלָה לֵב", אזוי ווי רש"י זאגט (שם, דבור המתחיל "ומעיין בה"): "מְצַפֶּה שֶׁתֵּעָשֶׂה בַּקָּשָׁתוֹ עַל יְדֵי הַאֲרִכָתוֹ, סוֹף שֶׁאֵינָהּ נַעֲשֵׂית, וְנִמְצֵאת תּוֹחֶלֶת מְמֻשֶּׁכֶת חִינָם, וְהִיא כְּאֵב לֵב כְּשֶׁאָדָם מְצַפֶּה וְאֵין תַּאֲוָתוֹ בָּאָה"; עיין שם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען זיין זייער שטארק נישט צו ווערן מייאוש ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויסצואווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן, און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן; ער איז זיך מתבודד יעדן טאג, ער רעדט צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך און דערציילט אים אלעס וואס דרוקט אים, און ער ווייסט אז עס איז דא נאר איין אדרעס פאר אלע פראבלעמען וואס גייט אריבער – דער הייליגער באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#222 - איך מוטשע זיך מיט פרנסה, און מיט תורה און תפלה, וואס טוט מען?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו אייערע שיעורים, וואס האבן מיר ממש געטוישט דאס לעבן צום גוטן. איך ארבעט אסאך שעות, און אין די איבריגע צייט פארברענג איך מיט מיין פאמיליע, און עס קומט מיר נישט אויס קיין צייט צו לערנען, ווען איך בין אבער געוואויר געווארן דורך אייך פון דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, האב איך אנגעהויבן צו לערנען, און איך האב ב"ה שוין געענדיגט גאנץ ששה סדרי משנה.


למעשה אבער קומט אפילו דאס אויך אן זייער שווער, דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף מיר און נעמט מיר ממש צו די גאנצע צייט, איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן אבער איך שפיר אז מיינע תפלות ווערן נישט געענטפערט.


מיין פרנסה איז נישט די בעסטע, סיי מיט דעם וואס איך ארבעט אויף א פלאץ מיט פרייע אידן, און דאס איז זייער נישט גוט פאר מיר, אויך מאך איך נישט גענוג געלט, קוים וואס איך קען ענדיגן דעם חודש, און פון קויפן א דירה איז שוין אפגערעדט אז ס'איז נישט מעגליך. איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן אז איך זאל טרעפן א בעסערע פרנסה, אויף א בעסערע פלאץ, דערווייל זע איך אבער נישטא אז די תפלות זאלן ברענגען פירות.


און אפילו דאס ביסל התבודדות קומט מיר אויך אן זייער שווער, די איינציגסטע צייט וואס איך האב צו מאכן התבודדות איז נאר שפעט ביינאכט, און ווען איך גיי שלאפן שפעט שטיי איך נאכדעם אויף שפעט, און דאס שטערט מיר דעם גאנצן טאג.


איך האף אז איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן און מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דארפסט טאנצן פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה אין דיין לעבן, וויפיל עלטערע מענטשן האבן נאך נישט געענדיגט אפילו איינמאל אין לעבן גאנץ ששה סדרי משנה; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט די הייליגע תורה.


משנה באטרעפט דריי הונדערט פינף אין ניינציג, און פרנסה באטרעפט אויך דריי הונדערט פינף אין ניינציג; בזכות לימוד משניות וועסטו האבן שפע ברכה און הצלחה.


יעדער איינער מוטשעט זיך; עס איז נישט דא אויף דער וועלט א מענטש וואס זאל זיך נישט פלאגן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד". אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישט דא קיין עולם הזה, נאר דא איז דער גיהנום אליין, ווייל יעדער איינער איז פול מיט יסורים. נאך זאגט דער רבי (שם) אז יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', און אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, ער לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישט דא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


איך בעט דיר זייער, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות; דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: ווען א מענטש דאנקט שטענדיג דעם אייבערשטן; ווען מען פרעגט אים: "וואס מאכסטו?" "וואס הערט זיך?" ענטפערט ער: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן", דאן זאגט דער אייבערשטער: "קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און אזוי דאנקבאר; איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט, און מען געבט אים א גוט לעבן".


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר דיין ווייב און קינדער; דאנק אים אז דו ביסט געזנט און שטארק. וויפיל אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל מיט ביטערע יסורים; דאנק אים און לויב אים וועט ער דיר עפענען די הימל און דו וועסט זען די ניסים וואס ער דיר מאכן.

#221 - ווי אזוי ערקלערט מען פאר קינדער די גמרא "ננעלו שערי תפלה"?
תפילה והתבודדות, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד מורי ורבי דער ראש ישיבה שליט"א,


איך רוף אייך מורי ורבי, כאטש וואס איך האב קיינמאל נישט געלערנט ביי אייך און איר קענט מיר אפילו נישט, זאלט איר אבער וויסן אז איר רעדט טאקע צו די בחורים אין ניו יארק, אבער אייער השפעה קומט אן איבער די גאנצע וועלט. די דרשות, בריוון, חיזוק יומי, האט געטוישט מיין גאנצע וועלט, מיין גאנצע שטוב איז געווארן איין שטיק אמונה אין אייער זכות. אויסער די שלום בית, לימוד התורה, און נאך פילע עצות וואס האט מיר אזויפיל געהאלפן.


איך בין א מלמד, און איך האב פארגעלערנט פאר די קינדער די גמרא אין מסכת ברכות, אז פון ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן איז פארשפארט געווארן די טויערן פון תפלה, אבער די טויערן פון טרערן איז יא געבליבן אפן. די גמרא איז מיר זייער שווער געווען, ווי אזוי קען מען זאגן אז ווען א איד דאווענט צום אייבערשטן זענען די טויערן צוגעשפארט פאר אים? אויב בעט ער נישט מיט טרערן וועלן זיינע תפלות נישט אנקומען צום אייבערשטן? איך וועל אייך זייער מכיר טובה זיין אויב איר וועט מיר דאס קענען קלאר שטעלן.


אגב, דער אינגערמאן וואס האט מיר געוויזן דעם ערשטן מאל א דרשה פון אייך, איז א מתנגד פון ברסלב. ער האט מיר דאס געוויזן אויף צו מאכן ליצנות דערפון, און ער האט גארנישט געכאפט אז איך וועל אנהויבן אויסהערן די שיעורים בקביעות, און דאס וועט מיר אזויפיל העלפן אין לעבן...


בהוקרה ובברכה, שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד המלמד שלמה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיין חלק אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד; עס נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי א מלמד וואס לערנט תורה ויראת שמים מיט אידישע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז פונקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון דער וועלט, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד. א מלמד פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוען גוטע זאכן גייט אלעס אויפן חשבון פונעם מלמד.


דאס וואס דו פרעגסט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב.): "וְאָמַר רַבִּי אֶלְעָזָר מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ נִנְעֲלוּ שַׁעֲרֵי תְפִלָּה", פון ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן זענען פארמאכט די טויערן פון תפילה; וויסן זאלסטו אז עס איז דא אסאך שיטות אין חז"ל, אין די מדרשים זענען דא כמה דרכים - איינער זאגט אזוי און דער אנדערער זאגט אזוי, אבער אויף יעדע זאך איז דא א פשט. חכמינו הקדושים זאגן (פסחים פה:): "אֲפִילוּ מְחִיצָה שֶׁל בַּרְזֶל אֵינָהּ מַפְסֶקֶת בֵּין יִשְׂרָאֵל לְאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", אפילו א אייזערנע וואנט איז נישט מפסיק צווישן אונז אידן מיטן אייבערשטן, נאך זאגן חז"ל (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ וְלֹא נָבִיא, לֹא כֹהֵן וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", דוד המלך האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר אונזערע דורות ווען מיר וועלן זיין אין גלות, אן קיין קעניג, אן קיין נביא, אן קיין כהן גדול און אן קיין אורים ותומים, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", רבונו של עולם נעם אן זייערע תפילות.


מיר ווייסן נאר וואס צדיקים האבן אונז געזאגט - בפרט דער הייליגער רבי - אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און זיך מתבודד זיין יעדן טאג. דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) אז ער האט געהערט פון אסאך צדיקים, אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן תפילה והתבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדן נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.


עס איז נישט געווען קיין שמועס ביים רבי'ן וואס דער רבי זאל נישט רעדן צו אונז פון תפילה, אונז מחזק זיין אז מיט תפילה ווערט מען נאנט צום אייבערשטן און אז דורך תפילה קען מען געהאלפן ווערן, נישט קיין חילוק ווער עס זאל נאר זיין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וירא, א): "הֱווּ זְהִירִין בִּתְפִלָּה, שֶׁאֵין מִדָּה אַחֶרֶת יָפָה הֵימֶנָּה וְהִיא גְדוֹלָה מִכָּל הַקָּרְבָּנוֹת", דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן, זייט נזהר אין תפילה ווייל דאס איז די שענסטע זאך, און דאס איז ביי מיר חשוב'ער פון אלע קרבנות, "וַאֲפִלּוּ אֵין אָדָם כְּדַאי לַעֲנוֹת בִּתְפִלָּתוֹ וְלַעֲשׂוֹת חֶסֶד עִמּוֹ, כֵּיוָן שֶׁמִּתְפַּלֵּל וּמַרְבֶּה בְּתַחֲנוּנִים, אֲנִי עוֹשֶׂה חֶסֶד עִמּוֹ", און אפילו א מענטש וואס איז נישט ראוי מען זאל אים העלפן און טון מיט אים חסדים, אויב ער דאווענט און בעט מיר - וועל איך אים העלפן.


פארצייל פאר די קינדער מעשיות איבער דאס גרויסקייט פון תפילה, פארצייל זיי וואס חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (מדרש דברים רבה ב, טז): עס איז געווען אמאל א שטורם ווינט אויפן וואסער, און א שיף איז פארבלאנדשעט געווארן און אנגעקומען צו א ווייטע שטאט, אויפן שיף האבן זיך געפונען איין איד מיט אסאך גוים, ווען דער שיף איז אנגעקומען צו די פרעמדע מדינה זענען אלע גוים צוגעקומען בעטן פון דעם איד ער זאל זיי גיין קויפן עסן, האט דער איד זיי צוריק געפרעגט מיט וואונדער: "איך בין דען באקאנט דא, אז איר אלע קומט מיר בעטן איך זאל קויפן עסן?" האבן די גוים געשריגן צו דעם איד און געזאגט: "א איד איז קיינמאל נישט אליין, א איד האט אייביג דעם אייבערשטן מיט זיך", פירט דער מדרש אויס: "הֲוֵי אַשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרוֹבִים אֵלָיו (דברים ד, ז)".


פאר די קינדער זאלסטו מסביר זיין וואס די ראשונים זאגן פשט אין דעם (עיין במאירי בבא מציעא נט), אז דאס מיינט נישט צו זאגן אז דער אייבערשטער הערט נישט אויס די תפילות פון אונז אידן, עס איז נאר אנדערש היינט ווי אין די צייטן ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, אז היינט דארף מען קלאפן אויפן טיר אז די תפילות זאלן ארויפגיין, מה שאין כן ווען מען וויינט דעמאלט האט דער אייבערשטער גלייך רחמנות אפילו היינט אויך, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (שמות יב:): "אָמַר רַבִּי יְהוּדָה, כָּל מִלִּין דְּעָלְמָא תַּלְיָין בִּתְשׁוּבָה, וּבִצְלוֹתָא דְּצַלֵּי בַּר נָשׁ לְקוּדְשָׁא בְּרִיך הוּא, וְכָל שֶׁכֵּן, מַאן דְּאוֹשִׁיד דִּמְעִין בִּצְלוֹתֵיהּ, דְּלֵית לָך תַּרְעָא, דְּלָא עָאלִין אִינּוּן דִּמְעִין", עס איז נישט דא א זאך וואס עס נוצט נישט דערויף תשובה, בפרט ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן; קיין שום טיר איז נישט פארמאכט פאר א מענטש וואס קומט צום אייבערשטן און וויינט זיך אויס צו אים.


לייג אריין אין די קינדער יראת שמים; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ צו זיין ערליכע אידן, זיי וועלן מקנא זיין די צדיקים און זיי וועלן נאכטון די צדיקים. עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג עוסק זיין נאר אין תפילה.

#220 - איך בעט שוין אזויפיל, און איך זע נאכנישט קיין ישועה, פארוואס?
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן.


איך בין א 15 יעריגע מיידל, מיר וואוינען אין א דירה מיט נאר איין שלאף שטוב, מיט 5 נפשות, און מיר זענען זייער צודריקט. איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז מיין טאטע זאל טרעפן א גרעסערע דירה פאר אונז, איך האב זיך שוין פארגענומען אפאר זאכן, אבער גארנישט האט געהאלפן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה אדער א סגולה צו טרעפן א דירה.


א דאנק פון פאראויס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן און מען זעט נישט קיין ישועה טאר מען נישט טראכטן אז די תפילות גייען חס ושלום לאיבוד; קיין איין תפילה גייט נישט לאיבוד. אסאך מאל נעמט דער אייבערשטער די תפילות און נוצט דאס פארן לעבן פונעם מענטש, אבער קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן; מיר דארפן ווייטער מתפלל זיין און האפן צום אייבערשטן אז מען וועט בקרוב באקומען די ישועה.


נאך אביסל קומט איר שוין אריין אין די יארן פון שידוכים, דעריבער בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים וועט איר זען גרויסע ניסים אין לעבן; אין תהילים ליגט אלע ישועות.

#219 - ווי אזוי קען איך האבן א פרייליכע יום טוב, ווען מיין מאן פארט קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס אז דער ראש ישיבה גייט יעצט אנהויבן צו רעדן איבער די גרויסקייט פון פארן קיין אומאן אויף ראש ישיבה, וואס זאל איך אבער טון אז איך ווער ממש קראנק ווען איך טראכט נאר אז מיין מאן גייט מיר איבערלאזן אויף ראש השנה.


איך האב נישט וואו צו גיין אויף יום טוב, איך האב נישט קיין קרובים אדער חבר'טעס וואס זייערע מענער פארן קיין אומאן. און ביי מיינע עלטערן איז א באזונדערע מעשה, מיין מאמע היט ליידער נישט קיין שבת ויום טוב, און מיין טאטע יא, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן וואס ס'גייט פאר ביי מיינע עלטערן אין שטוב ביי א יום טוב'דיגע סעודה. ביז יעצט בין איך סיי ווי אהינגעגאנגען, אבער יעצט אז מיין קינד שוין עלטער, און ער פארשטייט שוין, קען איך אים נישט צולאזן דאס מיטצוהאלטן. איז מיין איינציגסטע ברירה צו בלייבן אליין אינדערהיים, און פארשטייט זיך אליין אז דאס וועט מיר נישט זיין קיין שמחת יום טוב.


איך האף אז איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן, איך זאל נישט דארפן צוריק האלטן מיין מאן פון פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר גייט אין די וועגן פון די הייליגע תורה און איר געבט אכטונג אויף אייערע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; איר טוט זייער גוט אז איר האלט זיך צוריק פון צו גיין צו אייערע עלטערן אז אייערע קינדער זאלן נישט זען ווי די באבע היט נישט קיין שבת.


בנוגע אז איר ווילט נישט בלייבן אליינס ראש השנה וכו'; ערשטנס דארפט איר נישט בלייבן אליין, עס איז דא נאך פרויען וואס וואלטן זיך געפריידט צו האבן נאך א פרוי מיט זיך דורכאויס ראש השנה (איר קענט זיך פארבינדן אין אפיס פון די קהלה, מען וועט אייך העלפן מיט דעם פרט).


צווייטנס דארפט איר וויסן אז דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות"; א מענטש זאל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, דעריבער זעט צו מתפלל זיין אז אייער מאמע תחי' זאל תשובה טון, עס זאל אריין גיין אין איר א רוח טהרה זי זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; פון יעצט ביז ראש השנה זאלט איר מתפלל זיין אז זי זאל תשובה טון, אזוי וועט איר קענען גיין מיט אייערע קינדער צו איר.


דריטנס וויל איך אייך פרעגן, ווען עס וואלט געווארט אויף אייער מאן א שווערע משפט חס ושלום, וואלט ער זיכער ארום געלאפן צו די גרעסטע לויערס זיי בעטן אז זיי זאלן עפעס טון פאר אים, זיי זאלן אים ראטעווען, ער וואלט נישט געקוקט אויף גארנישט אין דער וועלט, גארנישט וואלט אים געקענט אפהאלטן פון פארן צום גרעסטן לויער; איר וואלט אים זיכער געזאגט: "פאר וואו דו ווילסט, צו וועם דו ווילסט, אבי דו זאלסט זיך קענען ראטעווען", ווער רעדט נאך אויב עס וואלט געווארט אויף אים טויט שטראף רחמנא לצלן, דעמאלט וואלט דאך א מענטש געטון אלעס אויף דער וועלט צו ווערן געראטעוועט.


יעצט פרעג איך אייך, עס ווארט אויף אונז אלע א גרויסן משפט, ראש השנה גייט מען אונז אלע משפט'ן; מען זאגט ביים דאווענען: "מִי יִחְיֶה, וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ, וּמִי בַּמַּיִם וכו' וכו'"; אלע שרעקליכע טראגעדיעס וואס מען הערט א גאנץ יאר השם ישמרינו – אלעס ווערט אנגעשריבן ראש השנה, יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן, מענער און פרויען; יונגע קינדער בלייבן אן עלטערן ה' ירחם, אלע שפיטעלער זענען אנגעפילט מיט אידישע קינדער השם ירחם; איז דא א רבי וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, ער קען אונז אלע מתקן זיין, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "שֶׁעוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן פארעכטן; איז דאך זיכער אז א מענטש מיט שכל קוקט נישט אויף קיינעם, ער כאפט זיינע פעקלעך און לויפט זיך ראטעווען.


דעריבער דארפט איר זיך פרייען אז אייער מאן פארט פועל'ן ראש השנה ביים רבי'ן א גוט יאר; ער וועט אייך אהיים ברענגען ישועות אין אלע אייערע ענינים.


מיט תפילה וועט איר צוריק ברענגען אייער מאמע'ן צום אייבערשטן; תפילה איז זייער א שטארקע זאך, און וואס מען קען פועל'ן מיט תפילה קען מען נישט באקומען דורך קיין שום אנדערע וועג.


איר זאלט האבן א געזונטן זומער.

#218 - אויף לערנען האב איך שוין אן עצה, איז דא אן עצה אויך פאר דאווענען?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייערע שיעורים און עצות, וואס העלפן מיר אזויפיל ארויס אין לעבן. איך האב ברוך ה' אנגעהויבן לערנען תורה נאך א דאנק דעם סדר דרך הלימוד, און איך גיי שוין ענדיגן בקרוב צום ערשטן מאל אין לעבן גאנץ ששה סדרי משנה.


אבער כאטש וואס אין לערנען בין איך געהאלפן געווארן, בין איך אבער נאך זייער שוואך אין דאווענען, איך מוטשע זיך זייער שטארק מיט'ן דאווענען, אפשר איז דא עפעס א סדר דרך התפלה פון רבי'ן? עפעס אן עצה ווי אזוי צו קענען דאווענען מיט געשמאק? איך שפיר ממש א ביטערן טעם ווען מ'הויבט נאר אן דאווענען, פארוואס איז דאס אזוי?


א גרויסן יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט די הייליגע תורה און דו גייסט יעצט מסיים זיין דעם ערשטן מאל אין דיין לעבן "ששה סדרי משנה"; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אלע ברכות וואס ליגט אין די תורה.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות ראש חודש, הלכה ה, אות כט): 'תורה' ווערט אנגערופן 'רחל', און 'תפילה' ווערט אנגערופן 'לאה'; ער טייטשט אויס מיט דעם דער פסוק (בראשית כט, יח): "וַיֶּאֱהַב יַעֲקֹב אֶת רָחֵל", א איד האט ליב צו לערנען תורה ווייל מען זעט דאס שיינקייט פון תורה; ווען מען ענדיגט לערנען א מסכתא זעט מען וואס מען האט אויפגעטון, מען קען דאס אנכאפן וכו', אבער ביי לאה שטייט (בראשית כט, יז): "וְעֵינֵי לֵאָה רַכּוֹת", לאה'ס שיינקייט זעט מען נישט אן; קיינער ווייסט נישט וואס פאסירט מיט די תפלות וואס מען בעט דעם אייבערשטער, וואו די תפילות גייען וכו', ווייל תפילה איז א באהאלטענע זאך, אזוי ווי עס שטייט (דברים כט, כח): "הַ'נִּסְתָּרֹת לַ'ה' אֱ'לֹהֵינוּ", דאס איז די ראשי תיבות לא"ה; תפילה איז פארהוילן פון אלעמען, נאר דער אייבערשטער זעט די תפילות וואס מיר דאווענען, דעריבער כאפן זיך מענטשן שטערקער צו צו לערנען ווי צו דאווענען און מען איז מזלזל אין תפילה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יב, ט): "כְּרוּם זֻלֻּת לִבְנֵי אָדָם", און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "אֵלּוּ דְּבָרִים הָעוֹמְדִים בְּרוּמוֹ שֶׁל עוֹלָם, וּבְנֵי־אָדָם מְזַלְזְלִין בָּהֶם", ווי רש"י זאגט מיינט דאס תפילה; תפילה איז פון די זאכן וואס איז די העכסטע זאך אויף דער וועלט אבער מענטשן זענען אין דעם זייער מזלזל.


אבער א מענטש וואס לעבט מיט אמונה, ער גלייבט און ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, דעמאלט וועט ער זיכער בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס ער דארף, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט צו יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


אויף דעם אליינס דארף מען אויך מתפלל זיין, אז מען זאל זוכה זיין צו בעטן יעדע זאך פונעם אייבערשטן. מען זעט ווי דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהלים כז, ד): "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה' אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ, שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי", רבונו של עולם איך בעט דיר איין זאך, איך זאל מיין גאנץ לעבן נאר גיין צו דיר, זיך נאר ווענדן צו דיר, איך זאל לעבן מיט אמונה אין דיר; אזוי דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן (אסתר ה, ז): "שְׁאֵלָתִי וּבַקָּשָׁתִי" איך בעט דיר אז איך זאל קענען בעטן און דאווענען.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל לעבן מיט אמונה, איך זאל דיך שפירן, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, אזוי וועל איך האבן חשק צו דאווענען צו דיר.


רבונו של עולם איך ווייס נישט וואס צו טון; עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך, טרינקען טרינקט זיך, אבער וואס זאל איך טון אז עס דאווענט זיך נישט? וואס זאל איך טון אז איך האב נישט קיין געדולד צו דאווענען? דאווענען איז מיר ממש אן אפקומעניש, העלף מיר איך זאל דיר שפירן, איך זאל האבן א קלארע אמונה אז עס איז מלא כל הארץ כבודו, דעמאלט וועל איך דאווענען און לערנען אזוי ווי עס דארף צו זיין", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ביז דו וועסט זוכה זיין צו שפירן אלע זיסע טעמים אינעם דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#217 - דער רבי איז מחזק יעדן איינעם. זיך דערהאלטן ווען דער מאן איז אוועקגעפאלן
קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, חברים, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס האלטן אונז ממש ביים לעבן, ובפרט אויף דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מ'קען תשובה טון אויף פגם הברית.


איך האב אייך געשיקט דעם בריוו איבער מיין חבר וואס זיין טאטע איז אוועקגעפאלן פון אידישקייט, א גרויסן יישר כח פאר אייער הערליכער ענטפער וואס איז געווען ממש כמים קרים על נפש עיפה, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין חבר, איך האב אים איבערגעגעבן דעם בריוו (ער האט נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט, און איך שיק דעם בריוו אויך נאר מיט רשות פון מיין טאטע אין זיין אפיס), און ער האט ממש געהאט טרערן אין די אויגן ווען ער האט זיך באדאנקט פאר די הארציגע תפלה, און פאר די עצה אז מ'קען מאכן פון דעם אליין א תפלה, אז מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן.


ער האט געוויזן דעם בריוו אויך פאר זיין מאמע, זי האט זיך אויך זייער מחזק געווען, און זי האט געבעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען שרייבן א תפלה אויך פאר איר.


יישר כח, מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף דער וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): אויף דעם וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה; האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר - נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט מיט די עבירה".


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; א מענטש זאל דערציילן פארן אייבערשטן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה. ווען א מענטש פירט זיך אזוי, נעמט דאס אראפ פון אים אלע עונשים און דינים.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דו שרייבסט אז דער רבי האלט דיר ממש ביים לעבן. דער אמת איז אז דער רבי האלט אונז אלע ביים לעבן; דער רבי געבט אונז אלע לעבן, ער פרישט אונז אויף מיר זאלן נישט אויפגעבן, נאר מיר זאלן אנהייבן פון דאסניי צו דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן נישט נאכגיין די אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אין אונז אריין, כאילו מיר זענען פארפאלן. דער רבי שלאגט זיך מיטן יצר הרע, דער רבי שרייט אויס (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל!" "קיינער איז נישט פארפאלן", "קיינער איז נישט פארלוירן"; עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


בנוגע דיין חבר וכו'; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואספארא גרויסע מצוה דו האסט מיט דעם וואס דו ביסט מחזק דיין חבר ... נרו יאיר. קיינער קען נישט משיג זיין די שרעקליכע צער און יסורים וואס א קינד גייט אריבער ווען עלטערן קריגן זיך, בפרט אין פאל וואס דער טאטע האט זיך נעבעך געטראפן חברים וואס שלעפן אים אוועק פונעם אייבערשטן, ער איז צעריסן און צעפליקט אינערליך השם ירחם, וואס די קינדער ליידן נעבעך צוזאם פון דעם. דעריבער האסטו זייער א גרויסע מצוה אז דו רעדסט מיט אים און איר זענט זיך אינאיינעם מחזק מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דו האסט מיר געבעטן איך זאל שרייבן א בריוו פאר זיין מאמע, האב איך דא בייגעלייגט א בריוו.


 


לכבוד מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר ציט אויף אייערע קינדער צו גיין אין די וועגן פון די תורה און איר לייגט אריין אין זיי צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" אויף וואס באקומען די פרויען שכר? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וְכוּ'", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער אין תלמוד תורה און ווארטן זיי אפ ווען זיי קומען אהיים; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א מאמע וואס העלפט אירע קינדער גיין אין חדר און אין ישיבה, דורכדעם וועט זי זוכה זיין צו עולם הבא.


עס טוט זייער וויי צו הערן אז איר גייט אריבער שווערע צייטן מיט אייער מאן וכו' וואס ער האט קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן; די גאנצע ארבעט פון חינוך הבנים והבנות פאלט אויף אייך, איר דארפט זיין סיי די טאטע און סיי די מאמע. אבער וויסן זאלט איר, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פארן מאן; א פרוי האט זייער שטארקע כוחות צו פירן א שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס האט חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, נאכדעם וואס עס זענען אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, האבן זיי זיך גע'גט, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, פירט אויס דער מדרש: "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אינעם פרוי.


אז איר וועט זיין שטארק אין די אמונה, און פון דער אנדערע זייט וועט איר אנהייבן געבן פאר אייער מאן אסאך ווארימקייט - וועט איר אים צוריק ברענגען צו די אמונה און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; די אלע וואס גייען אוועק פונעם אידישן וועג, זיי פאררופן זיך "נישט גלויביג" (Atheist) די זענען בדרך כלל נישט קיין אפיקורסים, די זענען זייער צובראכענע נשמות וואס עס פעלט זיי "תשומת לב", זיי האבן נישט באקומען קיין ליבשאפט וכו', אבער אז מען געבט זיי אביסעלע ווארימקייט און ליבשאפט ווערן זיי אלע ערליכע אידן. דעריבער אז איר וועט האבן אסאך סבלנות, איר וועט נישט צעברעכן אייער שטוב, איר וועט זיין שטארק מיט אייער אמונה אינעם אייבערשטן, און איר וועט זיך פירן מיט אייער מאן מיט שיינעם, דורכדעם וועט איר אים צוריק ברענגען צו די אמונה.


אין יעדע צרה שיקט דער אייבערשטער א ליכטיגקייט; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט וואוילע קינדער, בפרט אייער בחור וואס לערנט פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים און ער איז זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; דאס איז דאך מער פון אלסדינג. וואס נאך דארף א אידישע מאמע ווען זי זעט ווי אירע קינדער לערנען און דאווענען, דאס איז דאך די שטרעבן פון יעדע מאמע, און פארקערט, אז מען האט נישט קיין נחת פון די קינדער האט מען דאך גארנישט השם ירחם, דערפאר דארפט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז איר האט קינדער ערליכע אידן.


אודאי ווייסט איר אז דער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; ווען מען האט פארציילט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען בטל מאכן די ווייבער שול", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, און עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פארקערט; משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען".


דערפאר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אייער שפראך, אז איר זאלט זוכה זיין צו מחנך זיין אייערע קינדער אויפן אידישן וועג, און אז אייער מאן זאל זיך אפלאזן פון זיינע געפאלענע חברים, וועט איר זען די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אייך.


איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג און אזוי אויך זאלט איר דאס זאגן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט, וואס דעמאלט איז אן עת רצון אנצונעמען אלע תפילות:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר און איך לויב דיר אויף אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, בפרט אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיר געגעבן אזעלכע טייערע קינדער וואס לערנען און דאווענען; וויפיל איך זאל דיר דאנקען קען איך דיר נישט אנהייבן דאנקען אויף די זכיה צו זיין א מאמע פון קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, דאס איז דאך מיין גאנצע שטרעבן אין לעבן, צו זען ווי מיינע קינדער פירן זיך אויפן אידישן וועג.


הייליגער באשעפער! איך בעט דיר זייער, העלף מיר אז מיין מאן זאל זיך צוריק קערן צו דיר; מיר האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער, אלעס איז געווען וואויל און פיין, אבער יעצט פירט ער זיך נישט ווי א איד דארף זיך פירן, ער טוט נישט קיין מצוות, ער טוט נישט גוטע זאכן. הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין שטארק, איך זאל האבן כח צו מחנך זיין ווייטער די קינדער אויפן דרך התורה; העלף עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין מיין מאן, העלף ער זאל זיך אפלאזן פון די געפאלענע חברים וואס צוען אים אוועק פון דיר. העלף מיר בזכות די אבות הקדושים אברהם יצחק און יעקב, העלף מיר בזכות די אמהות הקדושות שרה רבקה רחל און לאה, און בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, ובזכות אלע צדיקים און צדקניות וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, אמן".

#216 - וואס טו איך אז איך האב נישט קיין געדולד צו דאווענען?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א היימישע מיידל פון א היימישע חסידישע סקול, איך האב געלערנט אלע יארן די וויכטיגקייט פון דאווענען, ספעציעל אין די יארן ווען מ'האט נאכנישט די עול פון א מאן מיט קינדער, למעשה איז מיר אבער זייער שווער צו דאווענען. אפילו איך קען גוט די פירוש המילות ווערט מיר אבער זייער לאנגווייליג צו דאווענען יעדן טאג די זעלבע ווערטער פונעם סידור.


ווען איך זאג תהלים איז מיר נישט אזוי לאנגווייליג, ווייל איך זאג אלעמאל אנדערע קאפיטלעך, אויך ווען איך רעד צום אייבערשטן יעדן טאג עטליכע מינוט, איז מיר אויך גרינגער, אבער דאס דאווענען אין סידור איז מיר זייער שווער. וויל איך וויסן וואס איז די ווייניגסטע וואס א מיידל דארף דאווענען, בין אין מחויב צו דאווענען מער פון ברכות און קריאת שמע?


א גרויסן ש'כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר בחקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און געפרעגט דעם רבי'ן ממש די זעלבע שאלה וואס איר פרעגט; ער האט געפרעגט דעם רבי'ן וואס ער זאל טון אז ער האט נישט קיין געדולד צו דאווענען, האט אים דער רבי געזאגט: זאלסט דאווענען אן געפיל און אן געדולד, דער געפיל וועט שוין נאכקומען, "כְּמוֹ לְמָשָׁל שֶׁנִּמְצָא לִפְעָמִים שֶׁהָאָדָם עוֹשֶׂה לְעַצְמוֹ רֹגֶז, עַד שֶׁבָּא בְּכַעַס, וְנִתְרַגֵּז",  אזוי ווי איינער מאכט זיך ברוגז און נאכדעם ווערט ער טאקע ברוגז. דאס זעלבע זאך איז מיטן דאווענען, מען זאל קודם דאווענען אן קיין געפיל, מען זאל דאווענען מיט א חיות און זיך מאכן ווי מען האט א געפיל און א חשק, און די געפיל וועט שוין נאכקומען (שיחות הר"ן, סימן עד).


דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעֵצָה זֹאת הִיא עֵצָה גְּדוֹלָה מְאֹד גַּם בְּכָל הַדְּבָרִים שֶׁבִּקְדֻשָּׁה. שֶׁבִּתְחִלָּה צְרִיכִין לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא לָהוּט אַחַר אוֹתוֹ הַדָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה וְאַחַר־כָּךְ זוֹכִין בֶּאֱמֶת לָזֶה", אזוי דארף מען זיך פירן מיט יעדע דבר שבקדושה, מען זאל טון אלע מצות וואס דער אייבערשטער הייסט טון אפילו אן געפילן און אן א טעם, נאר מען זאל זיך מאכן ווי מען וויל דאס זייער שטארק טון, און נאכדעם וועט מען טאקע זוכה זיין צו שפירן א טעם אין די מצוות.


דעריבער זאלט איר דאווענען אפילו איר האט נאך נישט קיין געפיל, ביז דער אייבערשטער וועט העלפן אז איר וועט אנהייבן שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אייך, דעמאלט וועט איר שוין נישט אפלאזן דעם סידור.


די סיבה פארוואס מענטשן זענען מזלזל אין תפילה איז ווייל מען האט נישט קיין אמונה; אפילו די וואס גלייבן אינעם אייבערשטן גלייבן אבער נישט אז דער אייבערשטער איז מיט זיי יעדע רגע. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ' וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו, וּבִשְׁבִיל שֶׁהָאָדָם אֵינוֹ יוֹדֵעַ זאֹת יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, בִּשְׁבִיל זֶה אֵינוֹ מִתְלַהֵב כָּל כָּך, וְאֵינוֹ מְדַקְדֵּק כָּל כָּך", ווען א מענטש וואלט געהאט א קלארע ריינע אמונה, ער וואלט געוואוסט אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים, ביי אים און נעבן אים און ער שטייט און ווארט צו הערן וואס ער בעט אים, וואלט ער זיכער געדאוונט מיט א געפיל, נאר וויבאלד דער מענטש האלט נאך נישט ביי די קלארע אמונה, האט ער נישט קיין געפיל אין דאווענען.


דארף מען אויף דעם אליינס בעטן; מען זאל האבן א ריינע אמונה, מען זאל שפירן און זען דעם אייבערשטן, מען זאל וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער איז דא, עס איז 'מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ'; דעמאלט וועט מען זיך נאר ווענדן צו אים, און דעמאלט וועט מען נישט אפלאזן דעם סידור.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע אייערע וועגן.

#215 - איך בין זייער אויסגעלאשן, ווי אזוי קריך איך ארויס דערפון?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א פיינער מאן מיט ליכטיגע קליינע קינדערלעך, עס גייט מיר ב"ה זייער גוט אין לעבן, איך שפיר אבער אסאך מאל זייער אויסגעלאשן, איך האב ממש נישט קיין שום טעם אין לעבן, און פארשטייט זיך אז דאן האב איך שוין נישט קיין געדולד זיך אפצוגעבן מיט מיין מאן און קינדער ווי עס דארף צו זיין.


ס'מאכט זיך אסאך מאל אז עס פאלט ארויף אויף מיר אזא עצבות און מרה שחורה, אז איך שעם זיך ממש פון זיך אליין, אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה ווי אזוי ארויסצוקריכן דערפון.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות"; דאס הייסט אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען זיך אויסצושמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט אז אנהייב פון זיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן איז דער רבי געגאנגען מיט אים איינמאל אויף א שפאציר; דער רבי האט גערעדט מיט אים זיינער שיינע זאכן און אים זייער מחיה געווען און מחזק געווען, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף ר' נתנ'ס אקסל און אים געזאגט בלויז געציילטע ווערטער, וואס די פאר ווערטער האבן אים מחי' געווען זיין גאנצע לעבן; דער הייליגער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט דעם זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס אויסדערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


האט רבי נתן זכרונו לברכה שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד', האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד)".


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א פיינער מאן מיט ערליכע קינדער, איר דארפט נישט ווארטן צו רעדן צום אייבערשטיין ווען איר ווערט שוין מרה שחורה; יעדן צופרי ווען איר שטייט אויף און איר שיקט אייערע קינדער אין חדר און אין שולע זאלט איר זיך מתבודד זיין, איר זאלט אויסשמועסן אייער הארץ צום אייבערשטן; דאנקט אים אויף אייער לעבן, דורכדעם וועט איר זוכה זיין צו ווערן פרייליך.


איך שרייב אייך א תפילה וואס איר זאלט מתפלל זיין יעדן אינדערפרי, דאס וועט אייך ארויס נעמען פון אייער מרה שחורה און עצבות.


"רבונו של עולם איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר; איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין מאן און פאר מיינע ליכטיגע קינדער. איך בין אזוי גליקליך און אזוי רייך אז איך האב א ערליכע מאן און זיסע קינדער.


הייליגער באשעפער זייער אסאך מאל ווער איך אויסגעלאשן, איך שפיר נישט קיין טעם אין לעבן, איך ווייס אבער נישט פארוואס; איך אליינס פרעג זיך די קשיא, נאכדעם וואס איך האב אלעס גוטס פארוואס בין איך נישט פרייליך?! הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, נעם מיר ארויס פון מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל שטענדיג זיין פרייליך, איך זאל לעבן מיט אמונה, איך זאל דיר שפירן אז דו ביסט שטענדיג מיט מיר, און איך זאל נישט פארגעסן פון דיר.


רבונו של עולם! איך בעט דיר זייער, העלף ארויס אלע אידן, העלף אז אלע אידן זאלן האבן אזא שיינע לעבן ווי מיר האבן, העלף אז אלע בחורים און מיידלעך זאלן טרעפן זייערע שידוכים, אלע זאלן האבן אזעלכע זיסע קינדערלעך ווי דו האסט מיר געגעבן; העלף ארויס אלע אידן זאלן האבן פרנסה, אידישע קינדער זאלן זיך נישט אזוי מוטשען; העלף אונז און שיק אונז שוין משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט שטענדיג זיין פרייליך.

#214 - איך וויל נאר א ברסלבער חתן, וואס זאל איך טון?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל אין די יארן, מיין עלטערן זוכן פאר מיר א שידוך, איך הער אבער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך וואלט זייער געוואלט האבן א חתן וואס הערט אויך די געוואלדיגע לימודים.


ווען מיין מאמע האט אבער געהערט אז איך וויל א ברסלב'ע שידוך האט זי נישט געוואלט הערן דערפון, זי ווייסט דאך נישט וואס ברסלב איז. מיין שאלה איז אויב זאל איך זיך עקשנ'ען און ווארטן דוקא נאר אויף א ברסלב'ע שידוך, אדער נישט.


דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו פאר א כלה אז זייער אסאך בחורים הערן די שיעורים אויך אין אנדערע ישיבות, איך זע אבער ביי מיינע ברידער אז נישט אלע הערן די שיעורים, און איך זע אויך ביי זיי ווי אזוי עס זעט אויס א לעבן אן די לימודים, און איך וויל זייער נישט אז מיין לעבן זאל אזוי אויסזען.


איך וויין אסאך צום אייבערשטן וועגן דעם, איך ווייס אבער נישט וואס איך דארף צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א קלארע ענטפער וואס איך האב צו טון.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי זייער גוט אייערע עלטערן פארוואס זיי ווילן נישט קיין ברסלב'ער בחור פאר אן איידעם, ווייל עלטערן ווילן נאר דאס גוטס פון די קינדער, עלטערן ווילן דאס בעסטע פאר די קינדער, און היות זיי האבן געהערט אסאך לשון הרע אויף ברסלב, ווילן זיי נישט קיין ברסלב'ער בחור, אבער ווען זיי וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז, וואלטן זיי "נאר" גענומען א ברסלב'ער בחור פאר אן איידעם. ווייל ביים רבי'ן איז 'שלום בית' א יסוד היסודות, און דער רבי האט זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם". דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים און צער לידה וכו'.


זאל איינער ברענגען נאך א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט אזוי פארלאנגט פון זיינע תלמידים מען זאל אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב; 'שלום בית' איז ביים רבי'ן א יסוד, און ווער עס ווייסט מבחין צו זיין, זעט ווי שיין ברסלב'ער אידן לעבן; מען איז מכבד די ווייב, מען לעבט מיט תכלית און מען ציט אויף אן ערליכער שטוב פארן אייבערשטן.


דעריבער זאלט איר זיין זייער שטארק ביי זיך און קלאר שטעלן פאר אייערע עלטערן אז איר ווילט אויפשטעלן א ברסלב'ער שטוב; זאגט זיי: "טייערע טאטע און מאמע, איך בין א ברסלב'ער, מיין לעבן איז דער הייליגער רבי, איך לעב פון דעם רבינ'ס חיזוק און פונעם רבינ'ס עצות; בעט איך ענק טייערע טאטע מאמע, הערט אליינס אויס וואס מען רעדט אין ברסלב, וואס מען פארקויפט אין ברסלב; קוקט אייך צו ווי אזוי ברסלב'ער אידן לעבן, וועט איר זיך איבערצייגן אז מיר האבן איין ציל אין לעבן, איך וויל וואס איר ווילט און איר ווילט וואס איך וויל"; אזעלכע ווערטער זאלט איר רעדן צו אייערע עלטערן, דאן וועט זיך אלעס טוישן. געדענקט וואס שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", דער וואס רעדט שיינע רייד נעמט אוועק כעס; אז מען רעדט שיינע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען ביים סוף.


אודאי זאלט איר נישט פארגעסן פאר איין סקונדע אז א שידוך קומט "נאר" פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל 'מֵה' יָצָא הַדָּבָר'"; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוואוסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן; און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


מאכט תפילה, דאווענט צום אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו א בחור א ירא שמים וואס זאל זיין אן ערליכער מאן, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר! איך וויל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, א ווארעמע שטוב, א שטוב אזוי ווי דער רבי לערנט אונז, א שטוב וואו מען וועט לעבן מיט אמונה, מיט שמחה, מיט קדושה, א שטוב וואו איך און מיין מאן וועלן זיך מכבד זיין. העלף מיר אייבערשטער אז מיינע עלטערן זאלן נישט אויסהערן לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן בקרוב אייער שידוך, און אודאי זאלט איר זוכה זיין צו טרעפן א בחור וואס לעבט מיטן באשעפער און האט מורא פונעם אייבערשטן, אמן.

#213 - איך עס מרור מיט מיינע קינדער
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז מיינע קינדער געבן מיר עסן מרור, און כאטש וואס יעצט ווילן זיי האבן קשר מיט מיר, בין איך אבער נמאס געווארן פון זיי. ס'קען זיין אז איך אנטלויף פאר שלחן עורך, אבער איך שפיר אז איך האב מער נישט קיין כח צו זיי, איך מאך אסאך התבודדות וועגן דעם, איך פיל אבער אז ס'העלפט נישט.


איך וועל אייך געבן א משל וואס איך האב געהאט די וואך. איין טאג בין איך געווען ממש איבערגעפילט מיט צער און איך בין געגאנגען זיך אויסרעדן מיין הארץ צום אייבערשטן, איך האב געשפירט ווי איך האב ארויסגעגעבן מיין גאנצע צער, ווען איך בין אבער צוריק געקומען האב איך געטראפן מיין זון נאך ליגן אין בעט, דאס האט מיר אזוי אויפגערעגט, אז די גאנצע שעה התבודדות איז געווען לא נודע כי באו אל קרבנה.


ביטע העלפט מיר ארויס. יישר כח.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הייב אן טראכטן אז עפעס גייט פאר מיט דיר... זיי מיר מוחל אויף וואס איך גיי דיר זאגן אבער איך הייב אן פארשטיין דיינע קינדער. אויב דו ביסט א מענטש וואס רעגט זיך אויף ווען דו זעסט דיין זון שלאפן וכו' דארפסטו קודם אסאך ארבעטן אויף דיר פאר דו ביסט פארנומען מיט דיינע קינדער.


נאכן ליינען דיין בריוו פארשטיי איך וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות התבודדות, סימן ב): "עַל-יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת וּמַפְנֶה לִבּוֹ לְבַטָּלָה, בָּא לְכַעַס"; זיי מיר מסביר וואס עס שטערט דיר אז דיין זון שלאפט זיך אויס אביסל? דו שרייבסט אז דאס האט דיר זייער אויפגערעגט; פריי דיך אז דיין זון קומט אהיים, ער שפירט זיך גוט אין שטוב און ער לויפט נישט אוועק וכו'.


דו האסט מיר שוין געשריבן זייער אסאך בריוו אז דו דארפסט חיזוק מיט דיינע קינדער, אז צוויי קינדער זענען אנטלאפן פון שטוב און יעצט זאגט דער דריטער אז ער גייט אוועק גיין וכו'; יעצט זע איך אז דו ביסט נישט גערעכט. קודם כל וואס הייסט "דו ביסט נמאס געווארן פון זיי"? דו שרייבסט אז זיי ווילן האבן קשר מיט דיר אבער "דו ביסט נמאס געווארן פון זיי"; אז דו ביסט נמאס פון זיי פארוואס זאלן זיי וועלן זיין אין שטוב? קוק וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", קינדער וואקסן אויף שוטים ווען זיי האבן א טאטע א כעסן.


ווען דו גייסט התבודדות זאלסטו קודם בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר, אז דו זאלסט לעבן מיט ישוב הדעת, דו זאלסט זיך נישט אויפרעגן און דו זאלסט לעבן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; אז דיין גאנצע התבודדות וועט זיין נאר אויף דיר וועסטו זיך נישט אויפרעגן נאכן גיין התבודדות, פארקערט, דו וועסט ווערן בטל צום אייבערשטן, גארנישט וועט דיר שטערן און גארנישט וועט דיר קענען אויפרעגן.


אודאי זאלסטו בעטן אז דיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און זיי זאלן דיר ברענגען נחת וכו', אבער דער עיקר זאלסטו בעטן אז דו זאלסט לעבן מיט אמונה, דו זאלסט וויסן מיט א קלארקייט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן לה): "כַּעַס בָּא עַל-יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת שֶׁאֵינוֹ כָּרָאוּי", אז דו וועסט בעטן אויף אמונה וועסטו זיך נישט אויפרעגן ווען עפעס וועט גיין אקעגן דיין ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.