שאלה אין קורצן ענין
#260 - ווי אזוי ווערט מען אן ערליכער איד?
התחזקות, תפילה והתבודדות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיין אן ערליכער איד, ווי אזוי באווייזט מען דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", און דער הייליגער רבי נתן זאגט אויף דעם (שם): דאס גייט ארויף אויף די ספרים פון רבי'ן, ווער עס לערנט די ספרים פון רבי'ן און פרובירט צו פאלגן ווערט אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק; ווייל די ספרים האבן א מורא'דיגן כח אויפצואוועקן א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן.


אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד דארפסטו וויסן א וויכטיגע זאך, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען א מענטש וויל ווערן אן ערליכער איד, מען שפירט ווי מען איז נישט ווערד, ווי קיינער דארף אים נישט, "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", אבער דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך, דאן וועט ער אלעס אריבער גיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס זענען נאר פארהאן.


דערפאר אז דו ווילסט זיין א ערליכער איד, דו ווילסט זיין נאנט צום אייבערשטן - זאלסטו נישט אפלאזן דיין ווילן, זאלסט נישט ווערן דערשראקן ווען מען פרובירט דיר אויס מיט שווערע נסיונות, דו זיי שטארק נישט אפצולאזן דיין גוטע ווילן, ווייל מען גייט דיר פרובירן אראפ צו ווארפן, מען גייט דיר פרובירן צוריק צו כאפן צו די אלטע וועג.


געדענק וואס דער רבי זאגט (שם): "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס - אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד רַחֲמָנָא לִצְלָן", דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא ווען זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין אט אט זיין אן ערליכער איד, זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין כמעט אריין אין די טיר פון קדושה, דעמאלט פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אויפ'ן מענטש מיט א מורא'דיגע שטארקייט רחמנא לצלן, און ווען דער מענטש ווייסט נישט אז דאס איז נאר אים אוועק צו שלעפן און אים צו צעברעכן - געבט ער אויף און לאזט אלעס אפ.


התבודדות איז א זאך וואס מען קען נישט אוועק פאלן פון דעם; אנדערע עבודות השם וואס א מענטש איז זיך מקבל - קען ער נאך פן דעם אראפפאלן, אנדערש איז התבודדות וואס דאס בלייבט מיט'ן מענטש אין אלע צייטן; איז מען אין א גוטע פלאץ - רעדט מען דארט צום אייבערשטן, איז מען אראפגעפאלן, מען איז אין נישט א גוטע פלאץ - רעדט מען דארט צום אייבערשטן.


דאס זאגט דוד המלך (תהילים, קלט): "אִם אֶסַּק שָׁמַיִם", אז איך פלי אין הימל, איך בין אין א מצב אזוי ווי א מלאך, "שָׁם אָתָּה", איז דער אייבערשטער דארט, איך רעד צו אים פון דארט, "וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל", און אויב איך בין אראפגעפאלן אין די טיפע גיהנום, איך ליג אין עבירות רחמנא לצלן - "הִנֶּךָּ", איז דער אייבערשטער ווייטער מיט מיר, איך רעד צו אים פון דארט; דאס רעדן צום אייבערשטן גייט מיט מיט'ן מענטש אין אלע צייטן און אין אלע זיינע מצבים, אזוי ווי א מאמע וואס גייט מיט מיט איר קינד, אפילו די קינד פארשמירט זיך בלייבט די מאמע געטריי פאר'ן קינד, אזוי איז דאס רעדן צום אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן עח).


היינט איז זייער גרינג צו ווערן אן ערליכער איד; אמאליגע צייטן ווען מען האט געוואלט זיין אן ערליכער איד האט מען געדארפט טון שווערע עבודות, מען האט געדארפט פאסטן און זיך מסגף זיין וכו' וכו' - ביז מען האט זוכה געווען זיך אויפצוהייבן אביסל פון די וועלט און ווערן נענטער צום אייבערשטן, היינט האבן מיר דער רבי, דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג צוצוקומען צום אייבערשטן, דורך די וועג פון התבודדות, מען זאל זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז באקוועם צו רעדן, כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטער חבר; אים אלעס דערציילן, אלע זאכן וואס מען טוט און אלע מעשים און מחשבות אין וואס דער יצר הרע ווארפט אים אראפ, דאס ברענגט דעם מענטש ער זאל ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#259 - ווי אזוי פירט מען זיך אינדערהיים?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך באדאנקען אויב די ענטפער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן אויף מיין שאלה ווי אזוי איך קען מאכן מיין ווייב מער אינטערעסירט אין מיר. איך בין אלעמאל געווען צעמישט ווייל ביים רבי'ן האט מען דאך נישט געהאלטן פון פרישות, און דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז מ'דארף כסדר נאכלויפן די ווייב, און יעצט איז מיר דאס קלאר געווארן ברוך ה'.


איך האב געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען ביטע שרייבן מער אויף די נקודה ווי ווייט מעגליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט שייך צו שרייבן איבער זאכן צווישן מאן און ווייב מפני הצניעות, איך וועל דיר שרייבן ברמיזה.


נאכלויפן די ווייב טאג און נאכט וכו' איז נישט די וועג אויפצובויען שלום בית, מיט דעם ווערט מען נישט קיין גוטער מאן; נישט דאס מיינט געבן ליבשאפט, דאס איז פארקערט פון געבן ליבשאפט.


ליב האבן א צווייטן איז ווען מען גייט ארויס פון די אייגענע וועג פאר יענעם; אז דער מאן זארגט פאר זיין ווייב אויף זאכן וואס ער האט נישט קיין באזונדערע הנאה דערין - דאס מיינט געבן ליבשאפט. ווען ביידע, סיי דער מאן און סיי די ווייב - גייען ארויס פון זייער לעבן פאר'ן צווייטן, מען טוט יענעמ'ס ווילן אפילו ווען מען וואלט אנדערש געוואלט - אזא פארפאלק האבן שלום בית, דאס איז א גליקליכע קאפל.


דאס וואס מען רעדט אזויפיל אין היכל הקודש אז מען זאל נישט לעבן מיט חומרות ופרושות, מיינט מען נישט צו זאגן מען זאל נאכלויפן די ווייב וכו'; פארקערט, אז מען לויפט נאך די ווייב וכו' ווערט מען ביליג אין אירע אויגן, מען פארלירט דאס חשיבות, מען ווערט אויס מאן וכו'; זי הייבט אן שאפן אויף אים אזוי ווי א האר שאפט אויף זיינע קנעכט.


דאס איז נישט קיין סתירה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, אז דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס האט געבעטן דעם רבי'ן זאל אים זאגן וויפיל וכו'; יענעמס ווייב האט געהייסן חוה, און דער רבי האט אים געזאגט: "עס שטייט דאך (תהלים יט, ג): וְלַיְלָה לְּלַיְלָה - יְ'חַוֶּה", דאס מיינט מען נישט צו זאגן מען זאל נאכלויפן און מוטשען די ווייב; אך און וויי פאר דעם וואס לויפט נאך די ווייב, דער ווערט זייער ביליג וכו'.


אז דו ווילסט זיין א גוטער מאן זאלסטו אכטונג געבן צו רעדן שיין צו דיין ווייב; זאלסט האבן שטארקע נערוון זיך נישט צו פארלירן ווען זאכן גייען פארקערט פון דיין ווילן. ווען דיין ווייב איז איבערגעשטרענגט, זי פארלירט זיך און רעדט נישט אזוי שיין, זאלסטו זיין שטארק ביי דיר נישט צו ענטפערן, איר נישט וויי טון, נאר ווייטער שיין רעדן - דאס וועט מאכן דו זאלסט זיין א גוטער מאן.


אויך זאלסטו קיינמאל נישט רעדן אויף איר משפחה; אפילו דיין ווייב וועט אליינס חוזק מאכן פון אירע עלטערן - זאלסטו נישט מיט לאכן, דו זאלסט איר אויסהערן און שווייגן. ווייל קיינער וויל נישט הערן ווי מען מאכט חוזק און מען מאכט אוועק זיין משפחה; פון א פרעמדן וויל מען דאס נישט הערן.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן וואס מיינט געבן, וואס מיינט זיין א גוטער מאן און וואס מיינט נאכלויפן; זאג פאר'ן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך ווייס גארנישט, איך ווייס נישט ווי אזוי מען לעבט א גוטע ערליכע לעבן, איך ווייס נישט וואס מיינט נאכלויפן די ווייב, איך ווייס נישט וואס מיינט זיין א גוטער מאן, העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, העלף מיר איך זאל האבן א גוטע שלום בית".


בעטן דעם אייבערשטן איז די עצה פאר אלע עצות; דאס איז די עצה ווען מען האט נישט קיין עצה, ווען מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן. דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רלח): "די ווערטער וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה"; ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צי אזוי, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן"; אזוי זאלסטו טון, אז דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו טון די עצה פון התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#258 - ווי אזוי פאררעכט מען די עבירות וואס מ'האט פוגם געווען?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב יעצט געליינט א קונטרס פון מוהרא"ש זי"ע, וואו ער ברענגט זייער שארפע מאמרים פון הייליגן רבי'ן איבער פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן. האב איך געוואלט פרעגן, הגם אז מיט די חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א בין איך זיך מתגבר און איך געב אכטונג אויף מיינע אויגן, כאטש וואס איך האב נישט געגלויבט אמאל אז איך וועל דאס נאך קענען באווייזן, וויל איך אבער וויסן ווי אזוי מ'קען תשובה טון אויף לשעבר, אויף די שלעכטע זאכן וואס איך האב אמאל עובר געווען.


דער רבי זאגט דאך אז ס'ווערן באשאפן פון דעם כוחות הטומאה וואס לויפן נאך דעם מענטש אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איז דא א וועג ווי אזוי מבטל צו זיין די כוחות הטומאה, אדער איז דאס שוין פארפאלן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפגעפאלן אין די עבירה און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


נאר דער רבי האט די כח ארויס צו נעמען די וואס זענען אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית; ווייל די עבירה פון פגם הברית איז גאר א גרויסע עבירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, עס איז ערגער פון אלע עבירות; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אבן העזר סימן כג, סעיף א): "עָוֹן זֶּה חָמוּר מִכָּל עֲבֵירוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות אויף די וועלט, מען פארלירט אלעס דורך די עבירה, מען ווערט קראנק, אלט און שוואך. דער שאדן וואס דאס ברענגט אויפ'ן מענטש איז געפערליך, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רמ, סעיף יד): ווען מען איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט מען אפגעשוואכט, פארעלטערט און מען פארלירט די כוחות. אזוי אויך: "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערט אפגעשוואכט און עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפ'ן מענטש.


דאס איז אויסער דעם וואס מען פארלירט די פרנסה; דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז דער וואס ווארפט ארויס די טראפלעך פון מח, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


דאס איז אויסער דעם וואס מען באקומט שונאים; מען באשאפט קליפות וואס זענען זיך נוקם אינעם מענטש, זיי מאכן שרעקליכע יסורים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, "בּוֹרֵא קְלִפּוֹת", טוט מען באשאפן קליפות, "הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו", די קליפות גייען אריין אין מענטשן, זיי קריגן זיך מיט'ן מענטש, "וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", און זענען אים מצער.


דאס איז אויסער וואס מען פארלירט אלע ליכטיגקייטן; עס ווערט טונקל, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן. די אמונה קילט זיך אפ; מען דריידט זיך ארום מיט קשיות אויף די אמונה, מען גייט ארום מיט שלעכטע געדאנקען, ביז מען וויל מער נישט לעבן. מען ווערט א בייזער מענטש, מען ווערט בעצבות ומרה שחורה, מען פארלירט אלעס אין די וועלט. מען שפירט ביי זיך וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח ע"א; ויחי ריט.): "מַאן דְאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַּנְיָא חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז מוציא זרע לבטלה העלפט נישט קיין תשובה; מען שפירט זיך אויסגעשלאסן פון אלעס, מען גייט ארום מיואש.


נאכן הערן אזעלכע זאכן, איז דאך זייער געפערליך; ווי הייבט מען אן? וואס קען מען טון אז מען האט ליידער יא עובר געווען אויף די עבירה? וואס קען מען טון נישט צו באקומען די אלע שרעקליכע שטראפן? אויף דעם האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף אונז און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אונז אויף פון די נידריגסטע פלעצער און מיט זיינע עצות ברענגט ער אונז צוריק צום אייבערשטן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט קען נאך יא תשובה טון און קען אלעס פאררעכטן"; אז מען וועט פרעגן: 'ווי קען זיין אזא זאך אז דער רבי זאגט עס העלפט יא תשובה נאכדעם וואס אלע ספרים זאגן אז עס העלפט נישט קיין תשובה?' דאס פרעגט רבי נתן (ליקוטי הלכות תפילין הלכה ד, אות ד): "ווי קען זיין אזא זאך אז דער זוהר הקדוש זאגט אז ווען א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און דער רבי זאגט אז עס העלפט יא תשובה?" זאגט רבי נתן, "באמת העלפט תשובה אויף יעדע עבירה, עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף, נאר וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, ווייל ווען א מענטש איז פוגם בברית רייסט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, דערפאר, ווען דער מענטש וויל תשובה טון שטעלט מען אים אונטער אזא שרעקליכע נסיון, דער נסיון איז אז מען זאגט אים ער איז שוין דערנאך, ער דארף הערן ווי מען זאגט אים 'דו קענסט שוין נישט תשובה טון'; אויב האט ער שכל און ער זאגט 'עס גייט מיר גארנישט אן, איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן אויף קיין שום פאל, צי מען דארף מיר יא צי מען דארף מיר נישט, איך פונעם אייבערשטן וועל זיך קיינמאל נישט אפטיילן, איך נעם זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, נישט קיין חילוק צי איך וועל יא ווערן א צדיק צי נישט, נישט קיין חילוק צי איך וועל מיך דארפן מוטשען מיין גאנץ לעבן אדער נישט', אזא איינער וועט זוכה זיין תשובה צו טון. אבער דער וואס האט נישט קיין שכל און זאגט 'איך קען שוין נישט תשובה טון, איך בין דערנאך', בלייבט ער אינדרויסן השם ישמרינו".


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך ווייטער מיט שמירת עינים, היט אפ דיינע אויגן נישט צו קוקן עבירות און היט זיך פון טון עבירות - וועסטו אלעס פאררעכטן, בפרט אז דו וועסט אנהייבן לערנען די הייליגע תורה - וועסטו מבטל זיין אלע קליפות. נישטא נאך א זאך וואס זאל פארברענען די קליפות ווי די הייליגע תורה, ווען מען לערנט די הייליגע תורה ווערן די קליפות בטל ומבוטל כעפרא דארעא, זיי ווערן אויס, ווי די שטויב פון די ערד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהייבן לערנען משניות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זאגט אז די שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות; אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, דערפאר אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט, ניטאמאל עברי מיט טייטש קענסטו, זאלסטו ווייטער לערנען, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, זאל מען ווייטער לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין".


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תיקוני זוהר; דער הייליגער אריז"ל האט געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה וואס האט געבעטן א תיקון פאר עבירות, ער זאל זאגן יעדן טאג אפאר בלאט פון ספר התיקונים; ווען מען זאגט די ווערטער פון תיקוני זוהר וואשט עס אפ דעם מענטש פון אלע פלעקן.


ועל כולם זאלסטו זיך שטענדיג מתודה זיין; יעדן טאג זאלסטו מאכן א צייט וואס דו וועסט דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, דאס וועט ארויסנעמען די עבירות פון דיינע ביינער. ווען א מענטש זינדיגט ווערן איינגעקריצט די עבירות אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנוֹתָם [חֲקוּקָה] עַל עַצְמֹתָם", און דאס גייט נישט ארויס נאר דורך דעם וואס מען איז זיך מתודה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד). זאג דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, שעם זיך נישט צו דערציילן יעדע פרט און פרט און בעט אים: "רבונו של עולם זיי מיר מוחל, פארגעב מיר מיינע זינד, איך וויל זיין גוט; איך האב חרטה וואס איך האב געטון, איך זאג דיר צו אייבערשטער איך גיי עס מער נישט טון, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל קענען זיין שטארק נישט צו טון מער קיין עבירות".


דאס זאלסטו טון יעדן טאג; א גאנצן טאג זאלסטו זיין פרייליך, נאר איין צייט אין טאג זאלסטו זיך מתודה זיין און צעברעכן דיין הארץ. וועסטו זוכה זיין אויסצומעקן אלעס וואס דו האסט געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#257 - מעג מען האבן א סמארטפאון פאר די ארבעט?
שלום בית, תפילה והתבודדות, דרשות, סמארטפאון, תפלות אויף אידיש, בחירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מחי' אונזער גאנצע שטוב, איך און מיין ווייב און די קינדער הערן אויס אלע שיעורים, און דאס איז אונזער וועג ווייזער אין לעבן.


איך האב א סמארטפאון פאר די ארבעט, און מיין ווייב טענה'ט אז איך מוז עס אויפגעבן, ווייל אפילו איך נוץ עס טאקע בלויז פאר פרנסה, און עס האט א גוטע פילטער, פון דעסט וועגן איז עס נישט גוט פאר די חינוך פון די קינדער, ווייל זיי ווייסן נישט אויב ס'האט א פילטער, און זיי וועלן גיין נאך ווייטער, און האבן סמארטפאון אן א פילטער, און נישט פאר פרנסה.


דער אמת איז אז איך נוץ עס טאקע באמת נאר פאר פרנסה, איך בין נאך קיינמאל נישט אריינגעגאנגען זען קיין שום סטאטוס, און ווען מ'זעט מיר אריינרעדן אינעם טעלעפאן [אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א מאכט עס נאך ביי די שיעורים] איז עס נאר אז איך געב אנווייזונגען פאר מיין ארבייטער ווי אזוי צו טון וואס ער דארף טון, איך שיק נישט קיין שטותים. דארף איך אויפגעבן מיין טעלעפאן און אויפהערן צו ארבעטן?


פון די שיעורים ווער איך אביסל צעמישט, אמאל זאגט דער ראש ישיבה אז מ'קען האבן א פאון אבער מ'זאל נישט אריינברענגען אינדערהיים, אבער א צווייטע מאל זאגט דער ראש ישיבה, "פארוואס דארפסטו עס האבן? פאר ביזנעס?! אך און וויי פאר אזא ביזנעס!"; אמאל זאגט דער ראש ישיבה אז אויב מ'דארף עס פאר פרנסה איז אן אנדערע זאך, און ווידער מאכט דער ראש ישיבה חוזק פונעם סמארטפאון מיט די מעשה מיט די קו, אז ער שלעפט אריין דעם קו אין בית המדרש לצורך פרנסה.


למעשה האב איך אפגעמאכט מיט מיין ווייב אז מיר גייען פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון, און מיר וועלן פאלגן וואס דער ראש ישיבה וועט זאגן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט קיינמאל נישט געזאגט פאר א צווייטן וואס צו טון, דער רבי האט גערעדט אויף אן אופן עס זאל אלץ בלייבן די בחירה.


מען האט יענעם געווינקען ווי אזוי זיך צו פירן אבער נישט געזאגט קלאר; ווייל ווי קען מען זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון? עס קען זיין אז מיט דעם וואס מען זאגט יענעם וואס צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן - מיט דעם שניידט מען אים אפ פונעם אייבערשטן. צום ביישפיל, מען זאגט פאר'ן מענטש זיך צו פירן מיט אן עבודה וואס איז נישט שייך פאר אים, קען מען אים דורכדעם אינגאנצן מרחק זיין, דעריבער האט דער רבי שטענדיג געענטפערט אויף א וועג אז יענער זאל אליינס אויסקלויבן די גוטע וועג.


אזוי אויך, דער הייליגער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכותו יגן עלינו, ווען מען פלעגט אים פרעגן הנהגות, מען פלעגט אים פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן פלעגט ער אלץ זאגן: "ווי קען מען זאגט יענעם ווי אזוי זיך צו פירן? איין זאך קען מען, יענעם מחזק זיין ער זאל בעטן דעם אייבערשטן; ווען מען איז מחזק א צווייטן ער זאל רעדן צום אייבערשטן וועט ער שוין אליינס וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


אז דו ווילסט באמת וויסן וואס צו טון מיט'ן טעלעפאן זאלסטו יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג; העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, העלף מיר איך זאל בלייבן ערליך, איך מיט מיינע קינדער; העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט'ן טעלעפאן", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


מיט יעדע זאך זאלסטו אזוי טון; וואס דו ווייסט נישט און וואס דו מיינסט אז דו ווייסט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים בעטן: "הורינו ה' דרכך אהלך באמיתך, ווייז מיר דעם וועג אייבערשטער, ווייז מיר ווי אזוי זיך צו פירן; איך ווייס גארנישט, איין מינוט וויל איך דאס - א צווייטע מינוט וויל איך יענץ, העלף מיר אייבערשטער איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן", דורכדעם וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דאס וואס דו ווערסט צעמישט פון די שיעורים; איינמאל הערסטו מען זאל בכלל נישט האבן קיין טעלעפאן, א צווייטע מאל הערסטו 'אז דו האסט א טעלעפאן לייג א פילטער', א דריטע מאל הערסטו דער עיקר זאל מען נישט אהיים ברענגען וכו' וכו'; דאס איז ווייל מען דארף ארום דרייען מיט יעדן איינעם לויט זיין קאפ אז יענער זאל עס קענען נעמען, עס זאל ביי יענעם פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#256 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון פחדים און חשדות?
שלום בית, תפילה והתבודדות, שמחה, עצבות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן ענטפערן מיין שאלה איבער מיין מאן וואס איז אויפגעוואקסן אלס יתום און איז פול מיט פחדים, ער איז מיר חושד כסדר מיט נארישקייטן. מיין מאן זאגט מיר אז ער וויל אליין ארויסגיין פון די פחדים, ער פארשטייט אז עס שטערט דאס לעבן, ער ווייסט אבער נישט ווי אזוי זיך צו העלפן. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א שרייבן פאר אים אן עצה און חיזוק אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אייער ווייב האט מיר געשריבן אז זי וויל דיר העלפן, זי וויל דיר אויפבויען און דיר העלפן ארויס גיין פון דיין אומזיכערקייט; זי האט מיר געשריבן איך זאל דיר שרייבן עצות פון רבי'ן ווי אזוי מען קען ארויסגיין פון די פחדים.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "דַע, שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲבֹר עַל גֶּשֶׁר צַר מְאֹד מְאֹד", די וועלט איז ווי א שמאלער בריק, מען דארף אריבער גיין זייער א שמאלער בריק, "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר שֶׁלֹּא יִתְפַּחֵד כְּלָל", דער עיקר איז מען זאל נישט מורא האבן; מוהרא"ש זאגט, ווען מען גייט אויף א שמאלן בריק דארף מען האבן א צוים פון ביידע זייטן כדי מען זאל נישט אראפפאלן, דער רבי געבט אונז צוויי צוימען אין וואס מען זאל זיך אנכאפן אז מען זאל קענען דורך גיין די וועלט בשלום, דאס איז 'שמחה' און 'התבודדות', אז מען האט די צוויי צוימען קען מען אריבער גיין אפילו דעם שמאלסט'ן בריק אן קיין שום פחד.


דער ערשטער צוים איז שמחה; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט; ווען מען איז פרייליך דעמאלט איז דא א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ווען א מענטש איז פרייליך קען ער צוקומען צו די גרעסטע מדריגות, ווען מען איז פרייליך גייט מען ארויס פון אלע צרות און פון אלעם שלעכטס, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", דורך שמחה גייט מען ארויס פון אלע פראבלעמען (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י).


דער יצר הרע וויל נאר אז א מענטש זאל ווערן מרה שחורה'דיג און אריין פאלן אין א טיפע דעפרעסיע, דאס איז זיין גאנצע ציל וואס ער וויל עררייכן ווען ער ווארפט אראפ א מענטש אין עבירות - אים אריין ווארפן אין א קטנות הדעת, אין עצבות ומרה שחורה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "עַצְבוּת הִיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז ער אין די הענט פון די נישט גוטע, דער אייבערשטער האט פיינט ווען מען איז דעפרעסט; דעריבער דארף מען פאלגן דעם רבי'ן און זיך פרייליך מאכן מיט יעדע גוטע נקודה וואס מען האט.


דער צווייטער צוים איז התבודדות; דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי מיר זאלן קענען נאנט ווערן צום אייבערשטן. אמאל האט מען געדארפט טון שווערע עבודות צו קענען זיין נאנט צום אייבערשטן, מען האט געדארפט פאסטן און זיך מסגף זיין וכו' וכו' ביז מען האט זוכה געווען זיך אויפצוהייבן אביסל פון די וועלט און ווערן נענטער צום אייבערשטן. ביז דער רבי איז געקומען און אונז געגעבן די גרינגע וועג פון התבודדות; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל"; א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די שפראך וואס ער איז באקוועם צו רעדן, כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטער חבר. אים אלעס דערציילן, אלע זאכן וואס מען טוט און אלע מעשים און מחשבות אין וואס דער יצר הרע ווארפט אים אראפ, דאס ברענגט דעם מענטש ער זאל ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן.


אז מען איז שטארק מיט די צוויי עבודות, מען פרובירט צו זיין פרייליך מיט יעדע מצוה וואס מען טוט; מען פריידט זיך מיט דעם וואס מיר זענען אידישע קינדער, מיר זענען נישט קיין גוים, מען פריידט זיך מיט'ן אייבערשטן און מען איז שטארק מיט די זאך פון התבודדות, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן מען דערציילט אים אלעס וואס גייט אריבער, דעמאלט איז מען זוכה אריבער צו גיין די וועלט - דעם שמאלן בריק'ל אן קיין פחדים און אן קיין שרעק. מען ווערט זיכער מיט זיך; מען פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, דעמאלט האט מען נישט קיין שום פחדים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א'): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון האט נישט קיין פחדים פון קיינעם; ווייל ער ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים און ער ליגט אין זיינע הענט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#255 - מעג מען בעטן שבת אויף פרנסה?
שבת קודש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מ'מעג רעדן צום אייבערשטן אום שבת קודש איבער געברויכן פון פרנסה?


יישר כח פאר אלעס, ובפרט פאר אייער באזוך אין לעיקוואד, וואס האט מיר ממש מחי' געווען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שבת איז א צייט וואס מען קען שפירן דעם אייבערשטן שטערקער ווי א גאנצע וואך; שבת קענען אפילו פשוט'ע מענטשן שפירן דעם אייבערשטן זייער שטארק. דעריבער איז שבת א צייט וואס מען קען בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך: פרנסה, געזונט, קינדער וכו' וכו'; מען מעג אפילו וויינען אום שבת ווען מען בעט דעם אייבערשטן.


די הייליגע חכמים זאגן (מדרש אגדה; הובא בבית יוסף אורח חיים סימן רפח): דער הייליגער תנא רבי עקיבא, ווען ער פלעגט דאווענען שבת פלעגט ער וויינען, עס איז אים געווען א פארגעניגן דאס וויינען צום אייבערשטן. ער פלעגט זאגן שיר השירים מיט הייסע טרערן, ער פלעגט שפירן ביים זאגן שיר השירים זייער א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן; פון דעם זעט מען אז אויב דאס איז אן עונג שבת מעג מען וויינען (טורי זהב סימן רפח, סעיף קטן ב).


זיי מכבד דעם שבת וועסטו האבן שפע פאר די גאנצע וואך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (שבת קיט.): ווען א מענטש איז מכבד דעם שבת ווערט ער געבענטשט מיט עשירות, אזוי ווי רבי חייא בר אבא האט דערציילט, אמאל בין איך געווען אין די שטאט לודקיא און איך בין דארט איינגעשטאנען ביי איינעם, האב איך געזען אז מען האט אים אריין געברענגט א גאלדענעם טיש, דער טיש איז געווען פון געמאכט פון אזויפיל גאלד אז זעכצן מענטשן האבן דאס געדארפט אויפהייבן; אינעם טיש זענען געווען זעכצן זילבערנע קייטלעך צוגעבינדן צו זיי טעלערס און גלעזער, אויפ'ן טיש זענען געווען אלע סארט געשמאקע עסן און טרינקען און שמעקעדיגע בשמים.


ווען מען האט אריין געברענגט דעם טיש האט מען געזינגען דעם קאפיטל (תהלים כד, א): "לַה' הָאָרֶץ וּמְלֹאָהּ וגו'", אלעס אויף די וועלט איז דעם אייבערשטנ'ס, נאכן עסן האבן זיי געזינגען דעם קאפיטל (תהלים קטו, טז): "הַשָּׁמַיִם שָׁמַיִם לַה' וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם", האב איך זיך זייער געוואונדערט - דערציילט רבי חייא בר אבא - "איך האב געפרעגט דעם מענטש, וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא רייכטום?" האט ער מיר געזאגט: "איך בין א קצב (בוטשער) און ווען איך זע א שיינע בהמה לייג איך דאס אוועק פאר מיר פאר שבת", האט אים רבי חייא געזאגט: "אַשְׁרֶיךָ שֶׁזָּכִיתָ", וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו דעם, "וּבָרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁזִּכֵּךְ לְכָךְ", און געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט דיר מזכה געווען מיט דעם.


זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט א גאנצע וואך מיט'ן שבת, איז מען זוכה צו גרויס עשירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#254 - א פארנומענע פרוי זאל ענדערש דאווענען אדער איז גענוג די ברכות מיט תהלים?
תהלים, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען אויף אלע חיזוק אין לעבן. דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער שיקן כח און ברכה אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


איך פרוביר צו זאגן די יום תהילים יעדן טאג, אזוי דער ראש ישיבה זאגט אז א פרוי זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, און איך האב געוואלט פרעגן וואס צו טון אויב איך יאג נישט אן צו זאגן תהילים ווען ס'איז נאך טאג, קען איך אויך זאגן ביינאכט? ווייל איך ווייס אז ס'איז נישט לכתחילה צו זאגן תהילים ביינאכט.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וואס צו טון ווען איך האב א פארנומענע טאג, איז בעסער צו דאווענען שחרית אדער בעסער זאגן ברכות און דעם יום תהילים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו זאגן תהילים ביינאכט. עס ווערט געברענגט אין ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים, סימן רלח, סעיף ב) אז תהילים קען מען זאגן ביינאכט, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן.


א אידישע מאמע וואס איז פארנומען טאג און נאכט מיט די שטוב ווירטשאפט קען יוצא זיין דאווענען מיט התבודדות; אין די צייט וואס איר קאכט און איר רייניגט די שטוב וכו' וכו' - זאלט איר שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים בעטן פאר אלעס וואס איר דארפט, מיט דעם איז מען יוצא די מצוה פון דאווענען.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; מען האט אמאל געזאגט פאר'ן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


ביי פרויען איז שטערקער די זאך פון התבודדות, ווייל עס איז דא ביי זיי מער תמימות, עס איז דא ביי זיי מער אמונה; דער הייליגער רבי האט זייער געהאלטן פון די תמימות וואס פרויען האבן, ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן; פרויען האבן אין זיך א מורא'דיגע תמימות, דערפאר זענען זיי נענטער צום אייבערשטן, ווייל ווי מער מען פירט זיך בתמימות ובפשיטות אלץ מער רעדט מען צום אייבערשטן.


הייבטס אן די טאג מיט די ברכות און ווען איר האט אביסל צייט זאלט איר זאגן תהילים, און דער עיקר זאלט איר אסאך רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#253 - מיין ווייב ליידט שרעקליכע יסורים, ווי אזוי קענען מיר זיך דערהאלטן?
התחזקות, שלום בית, רפואה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א יאר צייט וואס מיין ווייב ליידט אויף ארטרייטיס [דלקת מפרקים], זי איז ממש געפייניגט מיט שטארקע יסורים. איך הער די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א און דאס געבט מיר כח צו זיין סיי א טאטע און סיי א מאמע פאר מיינע זיסע קינדער קע"ה, אבער מיר שפירן אז עס גייט שוין אריבער אלע גרעניצן.


איך מיט מיין ווייב האלטן אין איין שרייען און וויינען צום אייבערשטן, אבער איך שפיר ווי מיר טאפן א וואנט, איך זע נישט דעם וועג ארויס, איך שפיר ווי איך פאל שוין אריין אין יאוש, איך דארף חיזוק צו קענען ווייטער זיך דערהאלטן.


יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, אן דעם וואלט איך זיכער נישט געקענט אנגיין ביז יעצט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט מייאש זיין, מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:): "אִם רוֹאֶה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און מען זעט אז מען ווערט נישט געהאלפן - זאל מען נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ וְקַוֵּה אֶל ה'"; מען טאר נישט אויפגעבן ווען מען בעט דעם אייבערשטן און מען זעט נאך נישט די ישועה, מען דארף ווארטן און ווייטער בעטן ביז מען ווערט געהאלפן.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען האבן זייער אסאך סבלנות ווען מען זעט אז עס גייט אריבער א לאנגע צייט און מען זעט נאך נישט די ישועה. מען דארף האבן אסאך סבלנות נישט אויפצוהערן בעטן; ווייל יעדע זאך וואס מען וויל פועל'ן האט א סכום וויפיל תפילה עס פאדערט זיך אויף דעם.


מיר געפונען ביי משה רבינו, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן אז ער וויל אריינגיין אין ארץ ישראל; זאגן חכמינו זכרונם לברכה (דברים רבה יא, י): "משה רבינו האט געבעטן פינף הונדערט און פופצן תפילות, אזויפיל וויפיל דאס ווארט 'ואתחנן' באטרעפט, ווען משה רבינו וואלט געבעטן נאך איין תפילה וואלט ער זוכה געווען אריין צו גיין קיין ארץ ישראל, אבער דער אייבערשטער האט אים געזאגט (דברים ג, כו): 'רַב לָךְ, אַל תּוֹסֶף דַּבֵּר אֵלַי עוֹד בַּדָּבָר הַזֶּה', בעט נישט מער אויף דעם"; זעט מען פון דעם אז מען טאר נישט אפלאזן תפילה, מען דארף בעטן איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל אן אן אויפהער, ביז דער אייבערשטער העלפט.


נעמט אריין אין אייך די אמונה, חזר פאר זיך און חזר מיט דיין ווייב: "וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אלעס איז נאר פאר די טובה פונעם מענטש. און ווען מען פארשטייט נישט דאס גוטס, מען זעט נישט דאס גוטס, מען זעט נאר דאס שלעכטס - איז דאס נאר אזוי פאר אונזערע אויגן, אבער באמת איז דאס גוט"; איי וועסטו פרעגן, אויב איז דאס גוט פארוואס זאל מען בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מאכן אנדערש? ווי אזוי קען מען בעטן ער זאל טוישן וואס ער טוט - ווען אלעס איז גוט?! ווייל דער אייבערשטער הייסט אונז מיר זאלן אים בעטן, מיר זאלן אים מוטשען ער זאל מאכן אזא סארט גוט וואס מיר זעען דאס גוטס מיט אונזערע אויגן, אבער אין די זעלבע צייט וואס מיר וויינען און בעטן ער זאל מאכן גוט, גלייבן מיר אז עס איז גוט; ווייל אלעס אלעס וואס גייט אריבער אויף אונז איז נאר לטובה.


שטארק דיין ווייב, בלאז אריין אין איר אמונה; דאס וועט איר פרייליך מאכן און ווען זי וועט זיין פרייליך וועלן די שלעכטע קרענק אוועק גיין פון איר, ווייל שמחה איז די רפואה פאר אלע מחלות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "כָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך, "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


דו מאך איר פרייליך, עס איז א מצוה פרייליך צו מאכן די ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָּׁה - בַּעֲלָהּ מְּשַׂמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאכן זיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל האבן א שנעלע רפואה, זי זאל זיך אינגאנצן אויסהיילן.

#252 - ווי נעמט מען כח צו די לחץ פון די הייליגע טעג?
תהלים, ראש השנה, תפילה והתבודדות, תשובה, ימים נוראים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט די הייליגע טעג, און מיין קאפ הויבט מיר אן שווינדלען, איך האב נישט קיין כוח צו זיין ערנסט, צו מתפלל זיין, צו די גאנצע ראש השנה און יום כיפור. יעדעס יאר ווארט איך נאר אז די הייליגע טעג זאל אוועקגיין די לחץ אז איך ווייס "מ'מוז" זיך אויסבעטן ווייל יעצט שרייבט מען אן די גאנצע יאר, מאכט מיר שוין יעצט אנגעצויגן. ס'איז א פאקט אז ס'קומט א משפט אויף יעדן איינעם, אבער עס ברענגט מיר צו שפירן אזוי ווי איינער פילט פאר א משפט, ער איז דערשראקן און נערוועז.


איך ווייס אז ערליכע אידן ווי אייך זינגען זיך אונטער די ניגונים פון ראש השנה און דאס ברענגט זיי שמחה, אבער ביי מיר איז פארקערט אז איינער הייבט אן צו זינגען א תנועה פון די הייליגע טעג דרייט זיך מיר די קישקעס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע טעג זענען טעג פון רחמים; דער אייבערשטער ווייזט זיין רחמנות, ער שטייט און ווארט מען זאל תשובה טון, מען זאל פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן. עס זענען נישט קיין שרעקעדיגע טעג, עס זענען טעג פון ליבשאפט, עס איז א צייט וואס יעדער איינער קען צוקומען צום אייבערשטן.


דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו זאגט (לקוטי תורה פרשת ראה לב, ב) א משל צו א גרויסער קעניג וואס זיצט אין א מעכטיגע פאלאץ, דעמאלט קענען נישט צוקומען פשוט'ע מענטשן, עס איז נישטא קיין וועג צוצוקומען צום קעניג, אבער ווען דער קעניג איז אין פעלד, דעמאלט קענען אלע צוקומען צום קעניג, דעמאלט שמייכלט דער קעניג צו יעדן איינעם. זאגט דער הייליגער בעל התניא, חודש אלול איז דער אייבערשטער אזוי ווי א קעניג אין פעלד, דעמאלט איז א צייט ווען יעדער איינער באקומט א שמייכל פונעם קעניג, אן קיין אונטערשיד ווער מען איז.


מענטשן ווערן פארלוירן ווען עס קומען די הייליגע טעג ווייל מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען מיינט מען דארף טון גרויסע עבודות; מען דארף פאסטן, מען דארף זיך אפשיידן פון די וועלט און ווען מען דערזעט זיך אז מען טוט גארנישט ווערט מען זייער בעצבות. אבער באמת איז זייער גרינג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, עס איז זייער גרינג אנצוקומען צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים. ווייל יעדער איד וויל זיין ערליך און טון די ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה טאקע צו ווערן אן ערליכער איד און עס איז דא אפאר סיבות דערצו, איינער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער דארף טון, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו דער וואס האט אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו זיין שטארק און נישט ווערן צעבראכן פון אלע נסיונות און שטערונגען וכו' וכו', זאגט דער רבי: "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", ווער מען זאגט תהלים, אפילו מען האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט מען נתעורר תשובה צו טון, און מען ווייסט וואס מען האט צו טון, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", מען קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז מען איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דערבער זאלסטו זען צו זאגן יעדן טאג תהילים און זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן; בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר מקרב זיין צו אים. מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון התבודדות, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז גרעסער פון אלע עבודות. א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַך, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", און זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, זיך אויס גיסן דאס הארץ און אים בעטן: "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף מיר, זיי מיר מקרב צו דיר", מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויס צו ברענגען אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", אויפ'ן שפראך וואס מען רעדט איז גרינגער זיך אויס צו גיסן דאס הארץ.


טו די עבודה גאנץ חודש אלול וועסטו שפירן א נאנטקייט צום אייבערשטן, דו וועסט שפירן עפעס וואס דו האסט נאך קיינמאל בעפאר נישט געשפירט, די זיסע געשמאקע איינגענעמע טעם וואס צדיקים שפירן אין גן עדן; דיין לעבן וועט זיין אן לחץ, אן פרעשור, דו וועסט הנאה האבן פון די הייליגע טעג.


א כתיבה וחתימה טובה!

#251 - זאל איך ווייטער לערנען ספרי חב"ד, אדער ענדערש ברסלב'ע ספרים?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות, חב"ד, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א ליבאוויטשער חסיד, און איך הער אסאך די שיעורים, אבער די גאנצע זאך פון התבודדות און רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, רעדט נישט צו מיר. ווייל ווי באקאנט האט מען אין חב"ד געלייגט א גרעסערער דגוש אויף התבוננות און מחשבה, דאס רעדן האט מען נאר געטון ביים דאווענען אין סידור די תפלות. ווי אזוי קען איך זיך שטארקן יא צו רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מ'לערנט אין ברסלב?


כאטש וואס איך בין אויפגעוואקסן אין חב"ד, האט מען אבער ביי אונז אינדערהיים געלערנט די ברסלב'ע ספרים, מיין טאטע פלעגט פארלערנען "סיפורי מעשיות", און מיין נאמען איז "נתן". כאטש וואס מ'האט עס נישט געלערנט אלס א וועג ווייזער אין לעבן, בין איך אבער באקאנט מיט די ברסלב'ע ספרים. איך האב אבער א פראבלעם אז דער וועג ווי אזוי די ספרים זענען געשריבן רעדט נישט צו מיר אזוי שטארק, ס'איז געשריבן אויף צו א פשוטע וועג. פון די אנדערע זייט אבער, ווען עס קומט צו לערנען די ספרים פון חב"ד, האב איך זייער ליב דער וועג ווי אזוי ס'איז געשריבן, מיט'ן גאנצן אמת און א הויכע שכל, אבער למעשה איז מיר עס שווער צו נוצן אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן לעובדא ולמעשה.


איך בין זייער צעמישט אין לעבן, איך ווייס נישט וואס איך וויל און וואס איך דארף וועלן. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ווייזן א וועג וועלכע ספר איך זאל לערנען, אדער אויף וועלכע נקודות איך זאל זיך פארלייגן, אז ער זאל קענען מצליח זיין אין לעבן און אין עבודת ה'.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לערן ווייטער ספרי חב"ד, לאז נישט אפ די הייליגע ספרים; בנוסף לזה זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות, עס זעט טאקע אויס ווי א פשוט'ע וועג, אבער די פשוט'ע זאכן דאס זענען די וויכטיגסטע אין לעבן.


ברויט און וואסער איז נאך מער פשוט'ער, אבער אן ברויט, אן וואסער - איז נישטא קיין לעבן. אזוי אויך און נאך מער איז די גאנצע זאך פון רעדן צום אייבערשטן, עס איז זייער א פשוט'ע זאך, אבער אן דעם קען מען זיך נישט דערהאלטן, מיט די ביטערע נסיונות וואס גייט אריבער אויף יעדן איינעם ברוחניות ובגשמיות.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א חבד'סקער בחור וועלכער האט געהאט א קרוב אין אומאן, ווען ער איז געווען אין אומאן ביי זיין קרוב האט ער דאס ערשטע מאל געהערט פון "התבודדות". ווייל אין חב"ד רעדט מען מער פון מחשבה, פון זיך מתבונן זיין אין גדלות הבורא, עס איז אים זייער געפאלן די פשוט'ע עבודה וואס דער רבי געבט אונז, מען זאל רעדן צום אייבערשטן כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען שמועסט זיך אויס מיט א גוטער פריינד, מען זאל אלעס דערציילן דעם אייבערשטן.


שפעטער ווען די רוסן ימח שמם האבן אים פארכאפט און געפירט קיין סיביר האט ער געהאט דארט א שרעקליכע נסיון, ער האט נושא חן געווען ביי די רוסן ימח שמם און זיי האבן אים גענומען פאר א משרת אין זייער אפיס, דארט איז אויך געווען פארכאפט א גוי'שע מיידל, א גלח'ס א טאכטער און זי האט זיך פארטשעפעט אין אים, זי האט אים געמוטשעט ער זאל מיט איר טון אן עבירה, ער זאל מיט איר חתונה האבן. טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט - האט זי אים געמוטשעט אן קיין אויפהער; ער האט דאך געהערט פון ברסלב'ער חסידים די זאך פון התבודדות, פלעגט ער זיך ארויס כאפן יעדע נאכט אין די ביטערע פרעסטן און געשריגן צום אייבערשטן: "אייבערשטער, וואס טו איך דא? איך לייד דא פון א שרעקליכע נסיון, איך שפיר ווי אט אט ווער איך אויס, אט אט ווער איך פארברענט, אייבערשטער נעם צו מיין נשמה ווי איידער איך זאל זיין מיט די גוי'טע", אזוי האט ער געשריגן יעדע נאכט און דערפון האט ער באקומען כח עומד צו זיין בנסיון פאר נאך א טאג, דעם קומענדיגן טאג ווען די נסיון איז נאכאמאל אונטערגעקומען האט ער נאכאמאל גענומען די פשוט'ע עצה פון התבודדות.


ווען עס איז אריבער דריי יאר האבן אים די רוסן באפרייט, מען האט געמאכט א געזעגענונגס מאלצייט, האט דאס מיידל געבעטן די אפיצירן אויב זי קען רעדן אפאר ווערטער פאר זיין כבוד, און זי האט אויסגעשריגן און געזאגט: "אויב איז דא אין די וועלט א הייליגער מאן איז עס דער בחור! איך מוטשע אים פאר אזא לאנגע צייט ער זאל זיין מיט מיר, און ער האט מיר קיינמאל נישט אנגערירט".


דער בחור איז צוריק געקומען קיין אומאן און דערציילט די געשיכטע; אלע אידן פון קליין און גרויס וואס האבן געהערט די מעשה האבן געוויינט, זיי האבן באוואונדערט ווי א יונגער בחור זאל קענען זיין אזוי שטארק ווי יוסף הצדיק; האט דער בחור געזאגט: "ווען איך וואלט ווען נישט געוואוסט פון די פשוט'ע עצה פון התבודדות, וואלט איך זיכער פארברענט געווארן; נאר די עצה, די פשוט'ע עצה פון רעדן צום אייבערשטן, פון וויינען צו אים, פון זיך אויסשמועסן מיט אים, דאס האט מיר געראטעוועט".


דעריבער בעט איך דיר זייער, לאז נישט אפ דיין וועג אין עבודת השם; בלייב מקושר צו די הייליגע רביים נשיאי חב"ד וועלכע האבן ליכטיג געמאכט די וועלט, ובנוסף לזה זאלסטו נעמען די פשוט'ע ברויט, די פשוט'ע וואסער, די פשוט'ע וועג פון שמועסן מיט'ן אייבערשטן, דאס וועט דיר ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


די פשוט'ע וועג פון התבודדות קען ברענגען א מענטש צו די גרעסטע מדריגות, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך האב זוכה געווען צוצוקומען צו וואס איך בין צוגעקומען נאר ווייל איך האב זיך געפירט בתמימות ופשיטות, איך האב אסאך גערעדט צום אייבערשטן, איך האב זיך געפירט ווי א פראסטאק".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין פשוט'ע ערליכע אידן.

#250 - קענען אויך פשוטע מענטשן מלמד זכות אויף אידן?
תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען מ'רעדט צום אייבערשטן, מעג מען דעמאלט אויך מלמד זכות זיין אויף אידן, ווי למשל זאגן פאר'ן אייבערשטן אז אידן זענען באמת גוט נאר ס'איז דא זייער שווערע נסיונות.


צדיקים פלעגן דאך אזוי רעדן צום אייבערשטן, איך וויל אבער וויסן אויב פשוטע מענטשן קענען דאס אויך זאגן, און ס'העלפט עפעס מער פון סתם תפלה, אדער איז דאס נאר אן עבודה פון צדיקים?


יישר כח פאר אלע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, ווען עס קומט צו בעטן פאר אידן עס זאל זיי זיין גוט, ווען עס קומט צו רעדן גוטס אויף אידישע קינדער, מלמד זכות זיין אויף זיי - דעמאלט האט מען מורא אויב מען איז געמאכט פאר דעם, מען טראכט אויב מען מעג רעדן, אפשר איז דאס נאר פאר צדיקים, נאר צדיקים רעדן צום אייבערשטן גוטס אויף אידישע קינדער; ווידער די וואס זענען מקטרג אויף אידישע קינדער, זיי האבן נישט קיין בלבולים אויב דאס איז געמאכט פאר זיי וכו' וכו'.


דו פרעגסט אויב דאס איז געמאכט פאר פשוט'ע אידן אדער דאס איז אן עבודה פון צדיקים; וויסן זאלסטו אז ביי די וועלט קוקט מען אן די גאנצע זאך פון התבודדות ווי א זאך וואס געהערט פאר צדיקים. מען דערציילט מעשיות ווי מען פלעגט הערן צדיקים רעדן צום איבערשטן, מען האט געהערט ווי צדיקים בעטן אויף עסן, אויף א דינסט, אויף א הויז וכו' וכו'. מען שטעלט נישט צאם אז אונז פשוט'ע מענטשן קענען דאס אויך טון און דארפן דאס טון; דאס טוט דער רבי, דער רבי נעמט עבודות וואס זעט אויס ווי דאס איז נאר פאר גרויסע מענטשן און ער ברענגט אונז צו צו דעם; דער רבי ברענגט אונז צו אז מיר זאלן שפירן דעם אייבערשטן און מיר זאלן רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן". אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף רבי נתן'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתן'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דאס ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


וואויל איז דעם וואס איז זיך מתבודד, ער בעט דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר אידישע קינדער; ער טענה'ט מיט'ן אייבערשטן פאר זיך און פאר אנדערע, ער זאגט: "רבונו של עולם נישט דא אזא שיינע פאלק ווי די אידישע קינדער, נישט דא אזא הייליגע פאלק ווי די אידישע קינדער; דאס וואס אידישע קינדער פאלן אראפ אין עבירות דאס איז נישט אז זיי ווילן דאס, נאר דאס איז פונעם יצר הרע. רבונו של עולם לייז אונז אויס פון דעם ביטערן גלות, מיר זענען אויסגעמישט צווישן גוים - דאס מאכט אז מיר זאלן אריינפאלן אין נישט גוטע זאכן, מיר זענען געבינדן אין די הענט פונעם יצר הרע, אבער עכט ווילן מיר אלע זיין גוט".


דער רבי האט אונז פארגעהאלטן און געפרעגט (שיחות הר"ן, סימן ע): "הַיִתָּכֵן שֶׁאָנוּ מַנִּיחִין אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְיַחֲשֹׁב לִגְזֹר גְּזֵרוֹת בָּעוֹלָם?" היתכן מיר לאזן דעם אייבערשטן מאכן גזירות אויף די וועלט; מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז. ווייל ווען א מענטש בעט דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן אויף אים, ער שרייט: "אייבערשטער איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין אן ערליכער איד", לאזט דער אייבערשטער אפ כביכול אלע גזירות און הערט אויס דעם מענטש ווי ער וויינט צו אים. דעריבער זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו:): "רֶבִּי מֵאִיר אוֹמֵר: גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה - שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָֹה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כּוּלוֹ", תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש טוט תשובה איז מען אים מוחל און מען איז מוחל פאר די גאנצע וועלט; ווייל דער מענטש זאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל זיין, גוט קוק נישט אויף דעם וואס איך פאל אראפ, און אזוי ווי איך וויל זיין גוט אזוי ווילן אלע אידישע קינדער זיין גוט, יעדער איינער וויל זיין ערליך נאר יעדער איינער האט זיינע נסיונות"; ווען א מענטש טענה'ט אויף דעם וועג איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#249 - וואס טו איך אז מיינע עלטערן לאזן מיר נישט האבן א כשר'ע סמארטפאון?
תהלים, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך באדאנקען פאר די וואונדערליכע שיעורים וואס האט געטוישט מיין לעבן. ובפרט דער סדר דרך הלימוד און די עצה פון התבודדות.


איך בין א בחור פון 16 יאר אלט, שוין פון גאר אלס קליין קינד, זייט איך געדענק, האב איך שוין אנגעהויבן טון עבירות מיט אנדערע קינדער, און זייט דעמאלט פאל איך אין די שמוציגע עבירות, אמאל מער און אמאל ווייניגער. ביז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און איך האב געטראפן די שיעורים, און צוביסלעך האב איך געקענט אנהויבן ארויסקריכן דערפון, פארשטייט זיך אז יעדן טאג האב איך נאך א וועלט מלחמה זיך צו האלטן ערליך.


איך לערן אין א מצוינ'דיגע ישיבה, איך הייס פון די בעסטע בחורים אין מיין שיעור, מיין טאטע און מאמע האב נישט קיין אנונג וואס איך גיי אריבער, און דערפאר לאזן מיר נישט קויפן א סמארטפאון, איך רעד פון א כשר'ע סמארטפאון מיט א גוטע פילטער, זיי לאזן מיר נאר קויפן א פשוטע טעלעפאן אן קיין טעקסט.


אונזער משפחה הייסן מער אפענע קעפ, אבער אזוי ווי איך בין דער "גוטער" בחור האבן זיי מער מורא פאר מיר, זיי כאפן אבער אז איך האלט שוין לאנג נאך די אלע זאכן, איך וויל נאר די סמארטפאון פאר כשר'ע זאכן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה און חיזוק איבער דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווילסט הערן דעם אמת? דער אמת איז אז דיינע עלטערן זענען גערעכט; דו ביסט זייער א וואוילער בחור. פון די ווערטער וואס דו שרייבסט זעט מען אז דו ביסט טאקע פון די בעסטע בחורים אין ישיבה; דו שרייבסט אזוי שיין ווי דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף דיר אז דו האסט זיך דערוואוסט פון הייליגן רבי'ן און ווי דער דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו) און די עצה פון התבודדות האט געביטן דיין לעבן, ווי דו הייבסט אן ארויסצוקריכן פון וכו' - ביסטו דאך טאקע א וואוילער בחור.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט די צוויי עצות; ערשטנס - מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה. זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, תרגום מיט רש"י; זונטאג זאלסטו לערנען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משנה, דאס וועט אויסוואשן דיין נשמה פון אלע עוונות און חטאים; נאכדעם זאלסטו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, הייב אן ש"ס און גיי כסדרן. אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועט דער אייבערשטער דיר פארצייען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


צווייטנס - זיי זיך מתבודד; זוך דיר אויף א שטילע פלאץ, דארט זאלסטו זיך אויסרעדן צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף די אלע מעשים מגונים, די מעשי תועבה אין וואס דו ביסט אריין געפאלן פון אלס יונג קינד; דו דארפסט אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף די שרעקליכע עבירות וואס דו ביסט באגאנגען, אזוי וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין.


זע צו זאגן אביסל תהילים, דאס וועט דיר צוריק ברענגען צום אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#248 - איז נאך דא א וועג פאר מיר צו האבן א זיס לעבן?
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, בחור, משניות, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


לעצטנס האב איך אנגעהויבן צו הערן אייערע שיעורים און די חיזוק יומי, און עס איז מיך זייער מחזק.


איין זאך שטערט מיר אבער זייער שטארק, אז איר רעדט זייער שטארק קעגן פגם הברית, און איך בין טיף איינגעטונקען אין דעם שוין פון די ניין יאר, און עס ווערט נאר ערגער און ערגער, כמעט יעדן צווייטן טאג פאל איך נאכאמאל דורך.


ביי אייערע שיעורים הער איך אז מען דערלייגט דעם שידוך, מען ווערט משוגע און אזוי ווייטער. און דאס צעברעכט מיר זייער שטארק. איך בן שוין היינט כמעט 18 יאר, מיינט דאס אז איך גיי שוין האבן א ביטער לעבן? איז נאך דא עפעס צו טון דאס צו פאררעכטן, און פון יעצט ארויסקריכן דערפון?


איך וויל נאך יא האבן א זיסע גוטע לעבן, איז נאך דא א וועג פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי איינער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן ווערט אוועק געריסן פונעם אייבערשטן, דער הייליגער זוהר זאגט (ויחי ריט:): "לֵית לָךְ חוֹבָא בְּעָלְמָא דְּלָא אִית לֵיהּ תְּשׁוּבָה", עס איז נישט דא אן עבירה וואס עס העלפט נישט דערויף תשובה, "בַּר מֵהַאי", אויסער ווען א מענטש איז פוגם בברית, אויף דעם העלפט נישט תשובה, "וְלֵית לָךְ לְחֲיָיבָא דְּלָא חֲמָּאָן אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", עס איז נישט דא קיין זינדיגער מענטש וואס וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן, "בַּר מֵהַאי", נאר ווער עס זינדיגט אין פגם הברית; די עבירה פון פגם הברית אזוי אזוי הארב, ווייל פון יעדע טיפה וואס דער מענטש איז מוציא לבטלה קען ווערן א קינד, איז עס אזוי ווי דער מענטש הרג'עט זיינע קינדער. דאס איז ווען א מענטש זינדיגט איין מאל וכו', כל שכן אויב א מענטש זינדיגט אסאך מאל, ווערט ער דערווייטערט פונעם אייבערשטן, אזוי זאגט דער הייליגער זוהר.


אבער וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס מוטשען זיך און זענען געפאלן אין די עבירה, דער רבי הייבט אויף די אלע נשמות און מיט זיינע זיסע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


די עבירה פון פגם הברית איז טאקע זייער גרויס אבער דער רבי איז נאך גרעסער; דער רבי איז אזוי גרויס, ער ברענגט אלע צוריק צום אייבערשטן, ער איז מגלה פאר אלעמען אז עס העלפט יא תשובה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך; איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט".


די ערשטע זאך זאלסטו זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי"; די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ). דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף שוין גארנישט זארגן; נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט אראפ ברענגען דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין, א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, מיר האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון"; זאלסטו יעדן טאג זאגן די תיקון הכללי.


צווייטנס, מאך זיך א שיעור אין משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן; אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט מען דעם מח. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביז'ן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן, מען ווערט א פאר'חלומ'טער, מען ווערט א צעמישטער, דער קאפ פליט מיט טויזנט מחשבות; זאלסטו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד, רַק הָאֲמִירָה לְבַד; לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין.


אין אנהייב וועסטו נישט האבן אזא געשמאק אין דעם אבער אז דו וועסט דאס טון מיט עקשנות, דו וועסט לערנען משניות אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דו וועסט זאגן פרקים משניות יעדן טאג, וועט דאס דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו מענטשן וואס זענען ווייט פון קדושה - מען פאלט אין עבירות רחמנא לצלן, מען ליגט אין שאול תחתית רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", דאך איז די תורה אזוי שטארק, די תורה קען ארויס ציען אפילו אזא איינעם פון זיין פלאנטער, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, "כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אז דו ווילסט באמת ארויסקריכן פון דיין שלעכטע געוואוינהייט זאלסטו פאלגן דעם רבי'ן, זאלסט זיך מאכן א שיעור אין משניות, דאס וועט דיר ארויסשלעפן פון דיין פלאנטער.


א רחמנות אויף דיר, דו מוטשעסט זיך שוין פון אלס קינד מיט עבירות, דער סמ"ך מ"ם האט דיר פארכאפט ביי די ניין יאר השם ירחם, דאך איז דא אפילו פאר דיר א וועג ארויס. אזוי ווי רבי נתן דערציילט, אז בשעת דער רבי האט געזאגט דעם שמועס אז תורה קען ארויסשלעפן א מענטש פון עבירות האט ער געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן", האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן, וועט די תורה ארויסשלעפן פון בלאטע און אים מאכן פאר אן ערליכער איד".


דריטנס, זאלסט זיך מתבודד זיין יעדן טאג; זוך אויף א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, גיי אהין און רעד זיך אויס דאס הארץ. דערצייל פאר'ן אייבערשטן אז דו ביסט אזוי ווייט פארקראכן אין די טומאה, שוין לאנגע יארן וואס דו זינדיגסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וויין צו אים ער זאל דיר מוחל זיין; מיט דעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די דריי זאכן: יעדן טאג זאגן תיקון הכללי, יעדן טאג לערנען אפאר פרקים משניות און זיך מתבודד זיין יעדן טאג - וועסטו ביז א קורצע צייט ארויס קריכן פון די טומאה און דו וועסט ווערן אן ערליכע איד, אן אמת'ער בעל תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#247 - ווי אזוי קען איך מאכן אז מיינע מיידלעך זאלן דאווענען?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים, עס געבט מיר פיל חיזוק אין לעבן.


מיינע טעכטער זענען ב"ה זייער וואויל, זיי פאלגן, זיי העלפן מיט די שטוב ארבעט מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, און איך דאנק דעם אייבערשטן דערפאר. עס איז אבער דא איין זאך וואס באדערט מיר זייער, איך בין אויפגעוואקסן אין א היימישע שטוב, און ביי אונז האבן די מיידלעך אלעמאל געדאווענט פרייטאג צו נאכטס און שבת אינדערפרי, דער גאנצער שבת האט זיך געדרייט אויפ'ן דאווענען, מיט א געשמאק און א חיות. ווי אויך האבן מיר יעדן אינדערפרי געזאגט ברכות. פאר מיינע טעכטער פאלט אבער בכלל נישט איין צו דאווענען, אפילו אין דער וואכן, זיי ווייסן אז פרויען זענען פטור פון דאווענען און שוין.


איך ווייס נישט אויב ס'פעלט זיי יראת שמים, אדער ווייסן זיי פשוט נישט ווי אזוי זיך צו פירן, אדער אפשר בין איך דער וואס ווייסט נישט ריכטיג, אפשר דארפן זיי טאקע גארנישט דאווענען.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן ווי אזוי איך דארף צו באהאנדלען די זאך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אמאל אז געווען א אידענע וואס איז געקומען צום רב מיט אן ענליכע בקשה וואס איר האט, זי האט זיך באקלאגט אז זי ווייסט נישט פארוואס ביי איר איז אנדערש ווי ביי איר מאמע, ביי איר מאמע עליה השלום פלעגט שטענדיג וואקסן אין גארטן אונטערן שטוב טאמאטעס, איגערקעס, פאפריקע וכו', עס איז געווען אזוי געשמאק; ווען מען איז אויפגעשטאנען אינדערפרי פלעגט מען גיין ארויס נעמען פרישע גרינס, מען פלעגט זיך ממש דערקוויקן, ביי מיר - וויינט די פרוי - וואקסט נישט קיין שום גרינס; זי האט געוויינט און געבעטן אן עצה. האט דער רב איר געענטפערט מיט א שמייכל: "אייער מאמע עליה השלום פלעגט פלאנצן, זי האט געאקערט, געזייט און באוואסערט, איז נאכדעם ארויסגעקומען פיינע גרינס, אז איר ווילט האבן פיינע גרינס זאלט איר זיך באפלייסן מיט'ן פלאנצן וכו' וועט ביי אייך אויך וואקסן".


דאס זעלבע זאג איך אייך, קינדער וואקסן נישט פון זיך אליין, מען דארף אסאך הארעווען צו זען שיינע פירות. אזוי ווי ווען מען פלאנצט איז דא ווייכע ערד און הארטע ערד, אזוי איז מיט קינדער. יעדעס קינד איז א באזונדערע וועלט פאר זיך, ביי איינעם זעט מען שנעלער די פירות און ביי א צווייטן נעמט דאס אביסל לענגער, אבער דאס איז זיכער, אז מען אקערט און מען פלאנצט זעט מען שיינע פירות.


קינדער דאווענען נישט פון זיך אליין, מען דארף זיי זאגן איין מאל און א צווייטע מאל און א דריטע מאל, טויזנט מאל איז ווייניג געזאגט - ביז זיי הייבן אן דאווענען פון זיך. אייער מאמע האט אין אייך אריין געלייגט א גוטע חינוך, זי האט אייך מחנך געווען צום דאווענען, דאס דארפט איר נאכמאכן; איר דארפט רעדן מיט די קינדער, זיי זאגן: "יעצט דארף מען דאווענען"; די קינדער וועלן מן הסתם נישט הערן ווי איר רעדט צו זיי, זיי וועלן זיין פארנומען מיט זייערע זאכן; איינער מיט ליינען, א צווייטער מיט שפילן, אזוי ווי די געזונטע נאטור ביי קינדער איז, אז זיי הערן נישט, זאלט איר דאס נאכאמאל זאגן, מיט אביסל א העכערע קול, ביז זיי וועלן זען אז מען דארף פאלגן און זיי וועלן דאווענען.


עס איז בכלל נישט קיין שאלה צו מיידלעך דארפן דאווענען, אודאי דארפן מיידלעך דאווענען, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כ:): "וְחַיָּבִין בִּתְפִלָה", פרויען זענען מחויב צו דאווענען; און אז זיי ווילן נישט דאווענען דארפט איר נישט ווערן פארלוירן, נאר זיי זאגן נאכאמאל און נאכאמאל ביז זיי וועלן דאווענען און אויסוואקסן ערליכע אידן.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן מיט די הענט אויפ'ן פנים, איר זאלט נישט שוינען קיין טרערן; בעטס:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, פאר מיין מאן, פאר מיינע קינדער און פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער צדיקים, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים; טאטע זיסער לייג אריין א זיסע טעם אין מיינע קינדער זיי זאלן ליב האבן צו דאווענען, זיי זאלן ליב האבן דעם סידור, זיי זאלן שפירן ווי דער סידור איז זייער לעבן, וואס זיי דארפן אין לעבן זאלן זיי נאר בעטן פון דיר.


נעם אן מיין געבעט בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן אוועק געגעבן זייער לעבן פאר דיין כבוד וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְיָ צוּרִי וְגֹאֲלִי".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#246 - ווי אזוי שטארקט מען זיך צו רעדן צום אייבערשטן?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, פוילקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' און מחזק מיט די דרשות און עצות צו יעדע צייט. א גרויסן יישר כח.


איך ווייס און איך פארשטיי די וויכטיגקייט פון רעדן און בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך, און אלס א מאמע פון קינדער האב איך גענוג און נאך וואס צו בעטן, פון דעסטוועגן האב איך אבער נישט קיין געפיל צו רעדן צום אייבערשטן, וויפיל איך הער וועגן דעם און איך נעם זיך אונטער איך גיי עס טון, ווען עס קומט אבער למעשה רעד איך נישט צום אייבערשטן, איז דא אן עצה אויף דעם?


אויך לייד איך אסאך פון פוילקייט, און איך זוך אן עצה ווי אזוי זיך צו שטארקן אויף דעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי',


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וועל אייך קודם ענטפערן אויף אייער צווייטע פראגע.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפט) אז מען דארף זיך זייער אכטונג געבן פון עצבות און עצלות, ווייל דער גאנצער כח פונעם סמ"ך מ"ם איז עצבות און עצלות, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", דער שלאנגס עסן איז ערד; דער שלאנג איז דער סמ"ך מ"ם, זיין זאך איז ערד, וואס פון ערד קומט די שלעכטע נאטורן פון פוילקייט און צוגעלייגטקייט, דער סמ"ך מ"ם זוכט אריין צו ברענגען אין מענטשן די נאטורן וואס קומט פון ערד.


ווען מען האט די שלעכטע נאטורן פון דעפרעסיע און פוילקייט, דארף מען נעמען די עצה וואס רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ה', אות מ), די עצה פון אמונה; אמונה קומט אויך פון ערד, עס איז אבער פון הייליגע ערד, אזוי ווי עס שטייט (תהלים לז, ג): "שְׁכָן אֶרֶץ וּרְעֵה אֱמוּנָה"; אז מען האט אמונה הייבט מען אן באקומען חיות, מען וויל לעבן, מען וויל אויפטון, מען וויל וואקסן, מען וויל מצליח זיין; אמונה הייבט דעם מוט פונעם מענטש.


דערפאר אז איר שרייבט אז איר זענט פויל, איר האט נישט קיין מוט, זאלט איר זיך שטארקן אין אמונה, איר זאלט רעדן פון אמונה מיט אנדערע און אויך מיט זיך אליינס. אזוי אויך איז כדאי איר זאלט הערן ניגונים פון אמונה, דורכדעם וועט ביי אייך געשטארקט ווערן דער מוט, איר וועט האבן חשק צו טון אייער ארבעט מיט א חשק און זריזות.


דאס וועט שוין זיין אן עצה פאר אייער ערשטע פראגע, וואס צו טון צו זיין שטארק אין תפילה; ווייל אז מען האט א שטארקע אמונה, מען גלייבט אז דער אייבערשטער איז דא, 'מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', דעמאלט רעדט מען גרינג צו אים. ווען א מענטש גלייבט אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים און הערט צו וואס ער בעט אים, וואלט ער געדאווענט יעדעס ווארט מיט כוונה. דער סיבה פארוואס מען איז מזלזל אין תפילה איז ווייל מען האט נישט די אמונה אז דער אייבערשטער געפונט זיך דא, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה', וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט צו יעדעס ווארט וואס ער בעט אים, וואלט ער געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#245 - מעג מען מאכן א גורל צו וויסן וואס צו טון?
תהלים, תפילה והתבודדות, ספיקות, תפלות אויף אידיש, גורל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר ממש מחיה.


איך האב אסאך מאל שאלות און ספיקות וואס צו טון, און איך פיר זיך צו זאגן א קאפיטל תהלים, און צו מאכן א גורל וואס צו טון, און איך טו לויט ווי דער גורל קומט אויס, וויל איך פרעגן אויב ס'איז ריכטיג אזוי צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א קלארע הלכה אז מען טאר נישט מאכן א גורל. דער הייליגער מחבר זאגט (יורה דעה סימן קעט, סעיף א): "אֵין שׁוֹאֲלִים בְּחוֹזִים בַּכּוֹכָבִים וְלֹא בְּגוֹרָלוֹת", מען טאר נישט מאכן קיין גורל צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, אזוי ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", מען דארף זיך פירן בתמימות מיט'ן אייבערשטן.


תהלים זאלסטו ווייטער זאגן; יעדעס מאל דו האסט א ספק וואס צו טון זאלסטו נעמען דעם תהילים און זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים און בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, אויף דיין מאמע לשון: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל וויסן וואס צו טון, יא אדער ניין, אהער אדער אהין, שווארץ אדער ווייס"; וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דאס איז די עצה וואס דער רבי געבט אונז, מיר זאלן בעטן דעם אייבערשטן איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל: "רבונו של עולם, געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן". רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלח) דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי געזאגט: "די ווערטער פון 'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ' דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה"; ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צי אזוי, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן". אזוי זאלסטו טון; אז דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם טאטע זיסער, געב מיר א גוטע עצה, איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#244 - ווי אזוי פאררעכט מען די הארבע עבירות פון די יונגע יארן?
קדושה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תפלות אויף אידיש, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר לאנגע יארן צוריק, אלס יונגער בחור, האב איך געטון אסאך עבירות אין פגם הברית רחמנא ליצלן, ברוך ה' אז שוין פאר אסאך יארן פיר איך זיך ווי עס דארף צו זיין, איך האב מער נישט קיין שייכות מיט די אלע שלעכטע זאכן, מיין שאלה איז אבער ווי אזוי איך קען פאררעכטן די אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטון אין די יונגער יארן. ווייל צדיקים האבן אונז שוין געזאגט אז תעניתים איז נישט די וועג צו פאררעכטן, וואס איז יא די וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן איז פון די הארבסטע עבירות, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך אבן העזר סימן כג, סעיף א): "אָסוּר לְהוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה. וְעָוֹן זֶה חָמוּר מִכָּל עֲבֵרוֹת שֶׁבַּתּוֹרָה", די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות פון די תורה; אויך זעען מיר וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה, "רַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי אַמִּי אָמְרֵי, כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", רבי יצחק און רבי אמי זאגן, עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים, "רַב אַסִּי אָמַר, כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", רב אסי זאגט, עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


אז מען טוט נישט תשובה איז זייער ביטער, ווייל ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט בלייבן די אלע וכו' צוגעטשעפעט צו אים, זיי לאזן אים נישט אפ און זיי באגלייטן אים זיין גאנץ לעבן, ביז צום קבר. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמא): "כְּשֶׁנִּפְטָר הָאָדָם הֵם הוֹלְכִים אַחַר הַמִּטָּה", ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט דעמאלט קומען אלע קליפות און מזיקים וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירה און זיי באגלייטן אים, "וּמְקוֹנְנִים עָלָיו, כְּמוֹ בָּנָיו מַמָּשׁ מִמִּין אָדָם", זיי קלאגן אויפ'ן נפטר אזוי ווי די אייגענע קינדער, "רַחֲמָנָא לִצְלָן מֵעֳנָשִׁים הַלָּלוּ, כַּיָּדוּעַ", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אזעלכע שרעקליכע עונשים, עיין שם.


וויי און ביטער איז פאר דעם מענטש וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער רייסט זיך אפ פונעם אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (ויחי ריט:): "לֵית לָךְ חוֹבָא בְּעָלְמָא דְּלָא אִית לֵיהּ תְּשׁוּבָה", עס איז נישט דא קיין עבירה וואס עס העלפט נישט דערויף קיין תשובה, "בַּר מֵהַאי", אויסער ווען א מענטש איז פוגם בברית, אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה, "וְלֵית לָךְ לְחֲיָיבָא דְּלָא חֲמָּאָן אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", און עס איז נישטא קיין זינדיגער מענטש וואס וועט נישט זוכה זיין צו זען דעם אייבערשטן, "בַּר מֵהַאי", נאר ווער עס זינדיגט אין פגם הברית; אזוי הארב איז די עבירה פון פגם הברית.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר וואס זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה; דער רבי האט געזאגט: נאר איך פארשטיי פשט אין דעם זוהר און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט מיט די עבירה".


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; א מענטש זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה. ווען א מענטש פירט זיך אזוי, נעמט דאס אראפ פון אים אלע עונשים און דינים.


דערפאר, אז דו ווילסט באמת פאררעכטן דיינע חטאות נעורים פאלג דעם רבי'ן, זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און יעדן טאג זאלסט אהינגיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, און ווי ער ווארפט דיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה, בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האלט אין איין אראפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויס צו רייסן דערפון. הייליגער באשעפער, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל פאררעכטן די שלעכטע מעשים מיינע וואס איך האב פוגם געווען די אלע יארן", אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס דערציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.


אנשטאט פאסטן זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות; יעדן טאג זאלסטו לערענען פרקים משניות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיר ארויס נעמען פון דיין בלאטע, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתיות, "אַף־עַל־פִּי־כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל־כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; ווען רבי נתן האט געהערט די שיחה, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי אים געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#243 - ווי לאנג דארף נעמען דאס דאווענען שחרית?
תפילה והתבודדות, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וויפיל צייט דארף נעמען לכל הפחות דאס דאווענען שחרית פון הודו ביז שמונה עשרה? איך רעד נישט פון כולל אינגעלייט, נאר פאר ארבייטערס וואס דאווענען מיט'ן זיבן אזייגער מנין אינדערפרי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען דאווענט בציבור נישט אויסצוציען דאס דאווענען כדי מען זאל נישט שווער מאכן פאר'ן עולם, און אזוי ווערט געפסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן נג, סעיף יא): "כָּל שֶׁמַּאֲרִיךְ בִּתְפִלָּתוֹ לֹא טוֹב עוֹשֶׂה, מִפְּנֵי טֹרַח הַצִּבּוּר", מען זאל נישט אויסציען דאס דאווענען כדי נישט שווער צו מאכן פאר'ן עולם; ווייל דאס איז גורם אז מענטשן זאלן נישט קומען אין שול דאווענען, בפרט אינדערפרי ווען מען יאגט זיך צו גיין ארבעטן, דעמאלט דארף מען זיין זייער פארזיכטיג נישט צו פעניען אז מען זאל קענען גיין ארבעטן.


אויך דערציילן די הייליגע חכמים (ברכות לא.) אויף דעם הייליגן תנא רבי עקיבא, ווען ער האט געדאווענט ביחידות האט ער געדאווענט זייער לאנג און ווען ער האט געדאווענט מיט'ן עולם האט ער געדאווענט שנעל נישט שווער צו מאכן פאר'ן ציבור; זעט מען פון דעם אז ווען מען דאווענט זאל מען נישט אויסצוען לענגער כדי נישט שווער צו מאכן פאר'ן עולם.


פון הודו ביז ברכו דארף נישט נעמען מער פון צען מינוט, און פון ברכו ביז שמונה עשרה נעמט נאך פיר - פינף מינוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#242 - פארוואס האט מוהרא"ש געליטן אזויפיל צרות?
תפילה והתבודדות, צרות, צדיקים, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פונעם ראש ישיבה שליט"א אז אויב מען פאלגט דעם רבי'ן האט מען א שיינע לעבן. פון די אנדערע זייט האב איך אבער געליינט א בריוו ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער די צרות וואס מוהרא"ש זי"ע האט געליטן זיין גאנץ לעבן, האב איך זיך דערשראקן פארוואס אזא איינער ווי מוהרא"ש - וואס איז געווען איין שטיק התבודדות און איין שטיק הפצה און איין שטיק פון אלע עצות פון רבי'ן - פארוואס האט ער געהאט א לעבן פון צרות?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר זענען זייער ווייט פון פארשטיין פארוואס דער אייבערשטער מאכט אז צדיקים זאלן ליידן דורכאויס זייער לעבן אלע שווערע יסורים און צרות; דער הייליגער רבי נתן איז דאס מסביר באריכות (ליקוטי הלכות תפילין הלכה ה', אות כז-כח): "יֵשׁ צַדִּיקִים גְּדוֹלִים כָּל כַּךְ שֶׁאֵין צְרִיכִין סִיּוּעַ מִלְּעַילָא וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִתְנַהֵג עִמָּהֶם בַּתְּחִלָּה בְּמִדַּת הַדִּין וְהֵם עוֹמְדִים בְּכָל הַנִּסְיוֹנוֹת וְסוֹבְלִים כָּל מִינֵי יִסּוּרִים וְצָרוֹת הַנִּמְשָׁכִין מִמִּדַּת הַדִּין", עס זענען דא גרויסע צדיקים וואס ליידן זייער גאנץ לעבן ביטערע שווערע ניסיונות, "וְנִשְׁאָרִים עַל עָמְדָם, עַד שֶׁזּוֹכִין לְמַה שֶּׁזּוֹכִין", און די צדיקים דערהאלטן זיך, זיי בלייבן שטארק מיט זייער וועג ביז זיי זענען זוכה צו וואס זיי זענען זוכה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יא, ה): "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס די צדיקים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לב, ג): "הַיּוֹצֵר הַזֶּה אֵינוֹ בּוֹדֵק קַנְקַנִּים מְרוֹעָעִים", דער טעפער וואס מאכט טעפ, ווען ער וויל באקוקן די טעפ אויב עס איז גענוג שטארק, קלאפט ער נישט אויף די שוואכע טעפ, "וּמָה הוּא בּוֹדֵק? בְּקַנְקַנִּים יָפִים", ער קלאפט אויף די שטארקע טעפ, "שֶׁאַפִלּוּ מֵקִישׁ עֲלֵיהֶם כַּמָּה פְעָמִים אֵינָם נִשְׁבָּרִים", וויפיל ער קלאפט אויף זיי צעברעכן זיי זיך נישט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי טוט דער אייבערשטער מיט די צדיקים, ער קלאפט אויף זיי צו זען אויב זיי וועלן זיך דערהאלטן. דער הייליגער תנא רבי יוסי זאגט: "הַפִּשְׁתָּנִי הַזֶּה, בְּשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ יָפָה, כָּל שֶׁהוּא כּוֹתְשָׁהּ הִיא מִשְׁתַּבַּחַת, וְכָל זְמַן שֶׁהוּא מַקִּישׁ עָלֶיהָ הִיא מִשְׁתַּמֶּנֶת", ווען מען האט גוטע פלאקס דעמאלט קען מען דאס גוט אויסקלאפן, ווייל ווי מער מען קלאפט דאס אויס ווערן זיי בעסער און פעטער, "וּבְשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ רָעָה, אֵינוֹ מַסְפִּיק לָקוּשׁ עָלֶיהָ אַחַת עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת", ווען מען האט שוואכע סחורה קען מען נישט קלאפן אויף זיי ווייל זיי ווערן אינגאנצן צעהאקט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי טוט דער אייבערשטער מיט צדיקים, ער קלאפט אויף זיי ווייל ער ווייסט אז זיי וועלן ווערן מער נאנט צו אים און זיי וועלן ווערן מער בטל צו אים. נאך זאגט דער הייליגער רבי אליעזר א משל צו א בעל הבית וואס האט צוויי קוען, א שוואכע קו און א שטארקע קו, "עַל מִי הוּא נוֹתֵן אֶת הָעֹל, לֹא עַל זֹאת שֶׁכֹּחָהּ יָפֶה?" אויף וועלכע קו לייגט דער בעל הבית ארויף די יאך? זיכער אויף די שטארקע קו, "כָּךְ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי מאכט דער אייבערשטער, ער נעמט די צדיקים און זיי פרובירט ער אויס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יא, ה): "ה' צַדִּיק יִבְחָן".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קע): "כָּל אֶחָד לְפִי נִשְׁמָתוֹ וּלְפִי עֲבוֹדָתוֹ כָּךְ יֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים", יעדער איינער לויט ווי גרויס ער איז און לויט זיין עבודת השם גייט אויף אים אריבער יסורים, "יֵשׁ שֶׁיֵּשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִבָּנָיו וּמֵאָבִיו וּמִשָּׁכֵן", עס זענען דא וואס ליידן פון די קינדער, פון די עלטערן און פון שכנים, "וְיֵשׁ שֶׁהוּא בְּמַדְרֵגָה גְּדוֹלָה מִמֶּנּוּ וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִשְּׁכֵנִים רְחוֹקִים", נאכדעם איז פארהאן איינער וואס איז אין א גרעסערע מדריגה, ער ליידט אויך פון ווייטע שכנים, "וְיֵשׁ גָּדוֹל מִמֶּנּוּ וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִכָּל הָעִיר", נאכדעם איז דא א גרעסערער צדיק וואס ליידט פון די גאנצע שטאט, "וְיֵשׁ גָּדוֹל מְאֹד וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים מִכָּל הָעוֹלָם", נאכדעם איז דא גאר א גרויסער צדיק וואס ליידט פון די גאנצע וועלט; דאס איז געווען מיט מוהרא"ש, אלע האבן געשפעט פון אים; מענטשן פון די גאנצע וועלט, מענטשן וואס האבן אים קיינמאל נישט געקענט און קיינמאל נישט געזען האבן חוזק געמאכט און גערעדט אויף אים.


וואס מיר דארפן זיך אפלערנען פון די צדיקים, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן און צעשאסן ווען עס גייט אריבער אויף אונז וואס עס גייט אריבער; דער צדיק בלייבט שטענדיג שטארק מיט זיין אמונה. דארפן מיר זיך שטארקן אין אמונה ווען עס גייט אריבער וואס גייט אריבער, מוהרא"ש'ס שיינקייט איז געווען אז ווי מער ער איז אריבער שווערע ביטערע יסורים האט ער אלץ מער באלאכטן די וועלט מיט זיינע עצות און חיזוקים, ער האט ליכטיג געמאכט פאר די גאנצע וועלט.


מיר האבן נישט קיין השגה וואס א צדיק איז, מיר זענען זייער ווייט פון קענען פארשטיין א צדיק וואס איז אינגאנצן בטל ומבוטל פאר'ן אייבערשטן; מיר דארפן זיך מחזק זיין מיט די עצות און חיזוקים וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז איבערגעלאזט און גיין אין זייערע וועגן, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#241 - פארוואס ווער איך נישט געהאלפן אפילו נאכ'ן בעטן?
תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער ליב די חיזוקים פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס איז מיר זייער מחזק, און איך פרוביר צו פאלגן וואס איך הער, און זיך שטארקן עס מקיים צו זיין.


עס קומט מיר נישט אן גרינג, אבער איך שטרענג איך אן צו ווערן מער ערליך און וואויל, אבער עס טוט מיר זייער וויי אז אסאך מאל בעט איך דעם אייבערשטן געוויסע זאכן און איך זע נישט אז איך זאל ווערן געהאלפן. בפרט ווען עס קומט צו פרנסה, איך בעט און איך בעט אזוי סאך אויף דעם, און איך זע נישט קיין ישועה, איך מוטשע זיך זייער שטארק, און איך זע נישט אז דער אייבערשטער זאל העלפן מיינע תפלות.


איך פארשטיי אז דאס איז מיין נסיון, און איך טאר זיך נישט צעברעכן, אבער ביז ווי לאנג נאך וועל איך דארפן ווארטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אמת דו מוטשעסט זיך זייער, דו ארבעסט ביטער שווער צו קענען ברענגען פרנסה, אבער אז דו וועסט אריין טראכטן און צוריק קוקן די אלע יארן: ווער האט דיר געגעבן לעבן? ווער האט דיר מפרנס געווען ביז אהער? וועסטו זען אז דער אייבערשטער הערט אויס דיינע תפילות און געבט דיר לעבן.


א מענטש משל'ט זיך אויס אז דער אייבערשטער וועט אים אויסהערן און אים געבן א פעקל געלט פון מיליאן דאללער, (באמת קען מען דאס אויך באקומען דורך תפילה); מען שטייט און מען ווארט ווען וועט אראפפאלן א פעקל אין די סומע פון כך וכך געלט און מען ווערט צעבראכן ווען מען זעט אז עס קומט נישט אן, אבער מען כאפט נישט און מען לייגט נישט צו קאפ אז למעשה לעבט מען ווייטער און מען גייט אן מיט'ן לעבן; מען האט עסן יעדן טאג, די ווייב און קינדער האבן עסן, ווער געבט דאס אלעס? ווער ברענגט דאס אלעס? דאס קומט אלעס פון די תפילות וואס מען בעט דעם אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער, זאג נישט: "דער אייבערשטער הערט נישט אויס מיינע תפילות", זאג נישט: "איך זע נישט קיין ישועה"; קוק אויף צוריק וועסטו זען ווי יעדע תפילה ווערט אויסגעהערט ביים אייבערשטן, די עסן און די קליידער ביז אהער האט דיר דער אייבערשטער געגעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו וואס ער טייטשט דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", אז א מענטש וויל זען דעם אייבערשטן ווי אזוי ער וועט אים העלפן - דאס קען מען נישט זען, אבער אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן. מיט דעם טייטשט ער: "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי" – קוק אויף צוריק, וועסטו מיר קענען זען, קוק וואס פאר א חסדים איך האב געטון מיט דיר ביז יעצט, וועסטו מיר זען; אבער "וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ" – וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה? דאס ווייסט מען נישט און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס, מען דארף גלייבן און ווארטן, האפן און בעטן.


זיי מכבד דיין ווייב און רעד צו איר שיין; זאלסט קיינמאל נישט שרייען אויף איר, און חס ושלום נישט פארשעמען און טשעפען, וועסטו זוכה זיין צו האבן עשירות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע פרנסה קומט בזכות די פרוי, אז מען רעדט שיין צו די ווייב איז מען זוכה צו זיין רייך; זוך נישט צו זיין גערעכט, עס איז א גרויסע רחמנות אויף די מענטשן וואס קריגן זיך טאג און נאכט. ענדערש געב נאך ווי איידער זיין גערעכט.


א ליכטיגן חנוכה.

#240 - וואס טוט מען ווען מ'ווערט נישט געהאלפן דורך תפלה?
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א אז די איינציגסטע עצה אויף יעדע זאך איז נאר תפלה. איך וויסן אויב ס'איז טאקע ממש אזוי, ווייל איך האב געהערט אמאל דרשות פון מגידים אז מ'קען בעטן דעם אייבערשטן אבער אויב באקומט מען נישט וואס מ'האט געבעטן, מיינט דאס אז דער אייבערשטער האט געענטפערט "ניין" אויף די תפלה, ווייל דער אייבערשטער ווייסט אז ס'איז נישט גוט איך זאל באקומען יענע זאך.


ווי אזוי קען איך טאקע וויסן וואס דער אייבערשטער ענטפערט מיר? אסאך מאל בעט איך א זאך און איך זע אז איך באקום עס נישט, ווי אזוי קען איך וויסן אויב דער אייבערשטער וויל מיר נישט געבן די זאך, אדער דארף איך פשוט נאך ווייטער בעטן און בעטן ביז דער אייבערשטער וועט מיר געבן וואס איך דארף.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. דער רבי טייטשט אויס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", אז קבע איז א לשון פון גזילה, "הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער סיי וועלכע אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה", ווייל דאס איז אזוי ווי דו גנב'עסט מיט דיינע תפילות, "רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען זיין זייער שטארק נישט אויף צו געבן, ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויס צו ווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן, און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#239 - מוז א פרוי גיין אין שול דאווענען?
חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים וואס זענען מיר אזוי מחזק, ובפרט פאר די שיעורים פאר פרויען וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן, קיינער אין דעם דור געבט נישט אזעלכע שיעורים וואס לערנען אויס ווי אזוי זיך פירן אינעם פאקטישן לעבן יעדן טאג.


איך בין א יונגע פרוי, איך האב נאכנישט קיין קינדער, דעם פארגאנגענעם ראש השנה האב איך געטראכט צו זיך אויב איך זאל ענדערש גיין אין שול דאווענען און מתפלל זיין, אדער ענדערש בלייבן אינדערהיים. פון איין זייט קען איך טאקע גיין אין שול, איך האב נאכנישט קיין קינדער זיך צו דארפן אפגעבן מיט זיי, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך זיך נישט באקוועם צו וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אין שול צווישן פרויען, ווען מ'וועט קוקן אויף מיר און זען ווי איך וויין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר זענט נישט באקוועם צו דאווענען אין שול קענט איר דאווענען אין שטוב; ווען איר האט צייט זאלט איר שמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים בעטן וואס איר דארפט. דורך התבודדות ותפילה ווערט געשטארקט די אמונה; מען הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן ביז עס גייט שוין נישט אן וואס מענטשן טראכטן און רעדן וכו'.


א מענטש דארף צוקומען צו אזא מדריגה, צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, אז עס זאל אים נישט אנגיין וואס אנדערע מענטשן זאגן און טראכטן אויף אים. ווייל ווען מען איז א נצרך לבריות - מען רעדט זיך איין אז א צווייטער קען העלפן אדער שלעכטס טון, דעמאלט זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ו:): "כֵּיוָן שֶׁנִּצְטָרֵךְ אָדָם לַבְּרִיּוֹת פָּנָיו מִשְׁתַּנּוֹת כִּכְרוּם", דארף מען זיך פארשטעלן מיט אנדערע קאלירן, מען קען נישט דאווענען צווישן מענטשן ווייל מען טראכט א גאנצן צייט: 'אפשר וועט איינער קוקן ווי אזוי איך דאווען?' 'אפשר וועל איך האבן כבוד?' 'אפשר וועל איך קריגן געלט?' דעמאלט זאגט דער רבי בפירוש (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סו): "כִּי מִי שֶׁהוּא נִצְרָךְ לַבְּרִיּוֹת", ווער עס טראכט פון מענטשן, ער מיינט אז מענטשן קענען אים העלפן, "קָשֶׁה לוֹ מְאֹד לְהִתְפַּלֵּל בָּרַבִּים", פאר אים איז זייער שווער צו דאווענען צווישן מענטשן, "וְטוֹב וְנוֹחַ לוֹ לְהִתְפַּלֵּל בְּיָחִיד", אזא איינער איז בעסער ער זאל דאווענען פריוואט.


אז איר וועט אסאך רעדן צום אייבערשטן וועט איר אנהייבן זען אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט, נאר דער אייבערשטער; איר וועט אנהייבן שפירן דעם אייבערשטן, דעמאלט וועט אייך שוין נישט מבלבל זיין קיין שום זאך. אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "מִי שֶׁאֵינוֹ נִצְרָךְ לַבְּרִיּוֹת, שֶׁאֵינוֹ צָרִיךְ לָהֶם לְשׁוּם דָּבָר", ווער עס טראכט נישט פון מענטשן, ער איז נישט אנגעהאנגען אויף קיינעם, "יוּכַל לַעֲמֹד בֵּין אֲלָפִים אֲנָשִׁים לְהִתְפַּלֵּל בֶּאֱמֶת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לְבַדּוֹ", דער קען דאווענען צווישן טויזנטער מענטשן און דאווענען נאר פאר'ן אייבערשטן אליינס, "מֵאַחַר שֶׁאֵין נִצְרָךְ לְשׁוּם בְּרִיָּה - לֹא לְפַרְנָסָה, וְלֹא לְכָבוֹד, וְלֹא לְשׁוּם דָּבָר, רַק 'שִׂבְרוֹ עַל ה' אֱלֹקָיו'", ווייל ער דארף נישט קיינעם, ער דארף נישט פון קיינעם פרנסה, ער דארף נישט פון קיינעם קיין כבוד ער דארף גארנישט, ער דארף נאר דעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#238 - זאל איך דאווענען אפילו ווען איך קען נישט אינזין האבן?
תפילה והתבודדות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע חיזוק און שיעורים און פאר'ן מיר געבן א נייע לעבן.


מיין שאלה איז, ווען איך האב נישט געהעריג דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, צי מעג איך דעמאלט דאווענען און זאגן קריאת שמע אדער ברכת המזון וכדומה, אין די צייט וואס איך טראכט בכלל נישט אריין אין די ווערטער, נאר איך זאג אזוי ווי תהילים?


איך האב געהערט א דרשה פון איינעם וועגן אינזין האבן דאס דאווענען, איך זע אבער ביי מיר אז ווען איך האב לחץ אז איך מוז אינזין האבן, וועל איך בכלל נישט דאווענען. איך האב שוין אסאך פרובירט, אבער א מינוט שפעטער פליעט שוין מיין קאפ אוועק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו טרעפסט זיך אינמיטן דאווענען מיט שלעכטע מחשבות זאלסטו זיך נישט קריגן מיט דיינע מחשבות און זיי אוועק שטופן, נאר אנהייבן אינזין האבן פון דארט וואו דו האלסט, און אז דיין מחשבה פליט נאכאמאל אוועק זאלסטו זיך נישט קריגן דערמיט, נאר פרובירן אינזין האבן דארט וואו דו האלסט.


מען קען זיך נישט קריגן מיט א מחשבה; ווען מען זעט ווי די מחשבות הייבן אן אוועק פליען דארף מען טראכטן פון גוטע זאכן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רלג): "כְּשֶׁמִּתְגַּבְּרִים עַל הָאָדָם מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת וְהִרְהוּרִים וְהוּא מִתְחַזֵּק וּמִתְגַּבֵּר עֲלֵיהֶם וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם, יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִזֶּה, וְהוּא יָקָר מְאֹד בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווען א מענטש טראכט נישט גוטע מחשבות און ער שטארקט זיך אויף די מחשבות און איז זיי מנצח, האט דער אייבערשטער א גרויסע תענוג און נחת רוח פון אים, "כְּמָשָׁל שֶׁיֵּשׁ אֵצֶל הַמְּלָכִים, לִפְעָמִים בְּיוֹמָא דְּפַגְרָא הֵם מַנִּיחִין כַּמָּה חַיּוֹת שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה, וְהֵם עוֹמְדִים וּמִסְתַּכְּלִים, וְיֵשׁ לָהֶם תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִן הַנִּצָּחוֹן", אזוי ווי עס איז דא ביי די קעניגן, אין געוויסע טעג ברענגען זיי חיות זאלן זיך קריגן איינער מיט'ן צווייטן, אלע שטייען און קוקן ווער עס גייט מנצח זיין, זיי האבן א גרויסע תענוג ווען די חיות זענען מנצח איינער דעם צווייטן, "כְּמוֹ כֵן מַחֲשָׁבוֹת קְדוֹשׁוֹת הֵם חַיּוֹת טְהוֹרוֹת וּמַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת הֵם חַיּוֹת טְמֵאוֹת", אזוי איז מיט די מחשבות פונעם מענטש, די מחשבות פונעם מענטשן זענען אזוי ווי חיות, גוטע מחשבות זענען אזוי ווי טהור'ע חיות און שלעכטע מחשבות זענען אזוי ווי טמא'נע חיות, "וּמַנִּיחִים בְּכַוָּנָה מִלְּמַעְלָה שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה", מען ברענגט די שלעכטע מחשבות פון אויבן זיך צו קריגן מיט די גוטע מחשבות, "וְיֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל כְּשֶׁהָאָדָם מִתְגַּבֵּר עַל הַחַיּוֹת טְמֵאוֹת וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם", דער אייבערשטער האט א געוואלדיגע תענוג און נחת רוח ווען מען שטארקט זיך אויף זיי.


דער רבי זאגט (שם): "הַכְּלָל שֶׁאִי אֶפְשָׁר בְּשׁוּם אֹפֶן בָּעוֹלָם שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּפַעַם אֶחָד", עס איז נישט שייך מען זאל טראכטן צוויי מחשבות אויף איין מאל, "עַל כֵּן בְּקַל יְכוֹלִין לְגָרֵשׁ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת רַק בְּשֵׁב וְאַל תַּעֲשֶׂה, דְּהַיְנוּ שֶׁלּא לַחֲשֹׁב אוֹתוֹ הַמַּחֲשָׁבָה, רַק לַחֲשֹׁב אֵיזֶה מַחֲשָׁבָה אַחֶרֶת בְּתוֹרָה אוֹ עֲבוֹדָה, אוֹ אֲפִלּוּ מַשָּׂא וּמַתָּן, כִּי אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּשׁוּם אֹפֶן", ממילא איז זייער גרינג נישט צו טראכטן קיין שלעכטע מחשבות דורך דעם וואס מען נעמט אריין אין זיך א גוטע מחשבה, מען טראכט פון תורה תפילה אדער אפילו פון ביזנעס, אזוי גייט פון זיך אליינס אוועק די שלעכט מחשבה.


נאך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "אֵין צְרִיכִין לַעֲשׂוֹת מִלְחָמָה וּלְנַעְנֵעַ ראשׁוֹ אָנֶה וָאָנָה כְּדֵי לְגָרֵשׁ הַמַּחֲשָׁבוֹת רָעוֹת", עס פעלט נישט אויס זיך צו שלאגן מיט שלעכטע מחשבות אדער ווארפן די קאפ אהער און אהין אוועק צו שטופן די שלעכט מחשבה, "כִּי אֵין זֶה מוֹעִיל כְּלָל", ווייל עס וועט נישט העלפן, "אַדְּרַבָּא, עַל יְדֵי זֶה מִתְגַּבְּרִים יוֹתֵר", פונקט פארקערט, עס וועט נאר שטערקער מאכן די שלעכטע מחשבה, "רַק לִבְלִי לְהַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל, רַק לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ בַּמֶּה שֶּׁהוּא עוֹסֵק, בְּתוֹרָה אוֹ תְּפִלָּה אוֹ מַשָּׂא וּמַתָּן", די בעסטע זאך איז מען זאל זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעם, מען זאל טראכטן פון תורה און פון תפילה און אפילו פון ביזנעס "וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל לַאֲחוֹרָיו כְּלָל וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא תִּסְתַּלֵּק", מען זאל בכלל נישט קוקן אויף זיי, וועלן זיי ממילא אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#237 - רעדן צום אייבערשטן איז א הפסק?
הלכה, ראש השנה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, חיזוק, און עצות, איך בין זיך ממש מחיה מיט דעם, עס געבט מיר כח אנצוגיין אין לעבן און זיין נאנט צום באשעפער מיט שמחה און געשמאק. בפרט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס דאס האלט מיר ממש ביים לעבן, איך רעד צו אים ווען איך קען, ספעציעל ווען איך גיי אויפ'ן גאס און אויך ביי שמונה עשרה נאך יהיו לרצון.


דעם פארגאנגענעם ראש השנה ביי מוסף האב איך זיך געטראפן רעדן צום אייבערשטן, אבער איך האב אנגעהויבן טראכטן אויב דאס איז אויסגעהאלטן, ווייל מ'טאר דאך נישט מפסיק זיין צווישן די תקיעות, וויל איך וויסן אויב דאס הייסט טאקע אן הפסק.


אויך ווען מ'האט געזאגט יוצרות, האב איך גערעדט צום אייבערשטן אויף אידיש, איך ווייס נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן, אבער איך האב געשפירט מער א געשמאק צו רעדן פון מיין הארץ צום אייבערשטן, ווי צו זאגן די יוצרות וואס איך פארשטיי געווענליך נישט די טייטש פון דעם.


וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פירסט זיך מיט די עצה פון רבי'ן, דו ביסט זיך מתבודד סיי אויפ'ן גאס און סיי ביים דאווענען. אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט, מיר זאלן א גאנצן טאג רעדן צום אייבערשטן; פון ווען מיר שטייען אויף אינדערפרי ביז ווען מיר גייען שלאפן - זאלן מיר שמועסן מיטן אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט (שבחי הר"ן, סימן י) ער איז צו געקומען צו זיינע מדריגות נאר דורך די עצה פון התבודדות; נאך האט דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט, אז מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות, זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און האבן אנגעפאנגען אויסצורעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדן נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט, אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.


רעדן צום אייבערשטן איז נישט קיין הפסק; אפילו דארט וואו מען טאר נישט מפסיק זיין מיינט מען נישט מפסיק זיין מיט'ן רעדן צום אייבערשטן, מען מיינט שמועסן און רעדן צו מענטשן וכו', אבער צום אייבערשטן קען מען און מוז מען רעדן וואו אימער מען געפונט זיך; אזוי האבן זיך געפירט גרויסע צדיקים זכותם יגן עלינו, זייער דאווענען איז געווען איין שטיק התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#236 - א מחשבה נאך תפלה, איז א סימן פונעם אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, אמונה, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך האב ב"ה געפאלגט דעם ראש ישיבה און איך בין אדורכגעגאנגען כמעט כל התורה כולה, איך האב געמאכט הונדערטער סיומים אויף אסאך חלקי התורה, בפרט ששה סדרי משנה, נ"ך, ש"ס, תוספתא, תנא דבי אליהו, מדרש רבה, מדרש תנחומא, פרקי דרבי אליעזר, ספרי רבינו, תיקוני זוהר, א גרויס חלק ירושלמי און א גרויס חלק רמב"ם און זוהר, שלחן ערוך, ספרי חסידות, ספרי שו"ת ועוד, אויסערדעם בין איך מעביר סדרה יעדע וואך, און איך זאג תהילים יעדן טאג. איך קען נישט גענוג דאנקען דעם ראש ישיבה פאר די לימודים וואס באגלייטן מיך כסדר, אפילו יעצט ווען איך ארבעט יעדן טאג שווער פרוביר איך צו לערנען יעדן טאג די שיעורים קבועים, בפרט אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס וואס נאכ'ן שלאפן א שעה צוויי כאפ איך מיך צו צו די שיעורים ווי א הונגעריגער, און איך לערן שעות ביז מ'דארף שוין לויפן צו מנחה, ס'איז אזוי זיס צו זיצן און לערנען שעות נאכאנאנד אלע חלקי התורה, אז מ'וויל עס ממש נישט אפלאזן נאר מ'מוז שוין לויפן צו מנחה...


יעצט צו מיין שאלה, איך זוך א גוטן ארבייטער אין אפיס, און איין טאג בין איך געזעסן אין אפעס און געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר צושיקן איינעם וואס איז גוט פאר מיר, און פלוצלינג קומט איינער אריין אין אפיס און זאגט מיר אז ער זוכט די סארט ארבעט. קען איך עס אננעמען אלס א מעסעדזש פונעם אייבערשטן אז ער איז א גוטער ארבייטער פאר מיר?


איך האב געלערנט אין פעולת הצדיק אז דעם רבינ'ס זיידע, רבי נחמן הורידענקער ז"ל, איז אמאל געווען אין א גאסט הויז און זיך געוואשן צום עסן און פלוצלינג איז אים אריינגעקומען אין קאפ די ווערטער "אל תלחם לחם רע עין" און ער האט נישט געוואלט מאכן א המוציא, ביז נאכדעם איז אים אריינקומען די ווערטער "ואת העורבים צויתי לכלכלך" און דאן האט ער יא געגעסן. וויל איך וויסן צי דאס איז געזאגט געווארן פאר יעדן מענטש אז וואס ס'קומט אים אריין אין די מחשבה נאכ'ן מתפלל זיין, קען ער אננעמען אז אזוי וויל מען פון הימל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און אלע דיינע ספיקות זאלסטו אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו פרעגן יעדע זאך דעם אייבערשטן, העלפט אים דער אייבערשטער ער זאל וויסן וואס צו טון. אפילו מיר פשוט'ע מענטשן וואס מיר זענען נאך זייער ווייט וכו' און מיר דארפן תשובה טון אויף וואס מיר האבן פוגם געווען, אבער אויב מען בעט דעם אייבערשטן ער זאל ענטפערן און ווייזן א רמז וואס צו טון וכו' העלפט דער אייבערשטן און ער ווייזט אונז פונקטליך ווי אזוי זיך צו פירן.


דער הייליגע בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט, אז ווען א מענטש לעבט מיט אמונה און השגחה פרטיות, ער בעט דעם אייבערשטן זאל אים ענטפערן, פארט פלוצלינג דורך א פערד און וואגן און פון די רעש פון די רעדער הערט ער: "יא, יא, יא", אדער: "פָאר, פָאר, פָאר", אדער: "גיי, גיי, גיי, גיי", אזוי ווייסט ער וואס צו טון; זעט מען פון דעם אז אפילו מיר פשוט'ע מענטשן, אויב מיר לעבן מיט התבודדות קענען מיר ארויסנעמען רמזים פון יעדע זאך און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). ווער עס לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן - דער דארף שוין נישט קיין שום ראיות און הוכחות אויפ'ן דרך הלימוד, ווייל אז מען קוקט זיך אליינס אן זעט מען וואס מען איז זוכה ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען איז זוכה ביז א קורצע צייט צו שפאצירן אין די גאנצע תורה.


לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן ביז דו וועסט מסיים זיין כל התורה כולה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לָאָדָם, שֶׁיַּעֲבֹר וְיֵלֵךְ בְּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כֻּלָּם, כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", עס איז גוט פאר'ן מענטש דורך צו לערנען יעדע ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים, שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְדִינוֹת וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט און געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלעס נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, "כְּמוֹ שֶׁדֶּרֶךְ הַשָּׂרִים לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר: 'הָיִיתִי בְּוַרְשָׁא' וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס: "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, "כְּמוֹ כֵן רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְּהַיְנוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים כַּנַּ"ל", די זעלבע זאך דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט: "איך האב אלעס געלערנט, איך בין געווען איבעראל"; "וּלֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶּׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פאר'ן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.