תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך קען נישט גענוג דאנקען דעם ראש ישיבה פאר די שיינע שיעורים און פאר די אלע עצות וויאזוי אנצוגיין אין לעבן.
איך האב לעצטענס געמופט ב"ה צו א נייע גרעסערע דירה. ביי די אלטע דירה איז נישט געווען צו סאך שכנים פאר די קינדער צו שפילן, און דא איז דא אסאך שכנים. מיר האבן געהאפט אז דא וועלן די קינדער האבן מיט וועם צו שפילן, למעשה איז אבער דא א פראבלעם אז די שכנים שיקן די קינדער לערנען אין א מוסד ווי מ'האלט נישט פון די מוסד וואו מיינע קינדער לערנען, אין די קינדער הערן נישט אויף צו שלאגן און טשעפען מיינע קינדער, אין זיי שרייען זיי נאך מיט שלעכטע נעמען.
איך האב שוין פרובירט צו רעדן צו די עלטערן אבער ס'האט גארנישט געהאלפן, וואס נאך קען איך טון?
יואל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וירא, ט' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד יואל נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האב געליינט דיין בריוו, און איך פארשטיי גאר גוט די ווייטאג וואס דו גייסט אריבער אז די שכנים טשעפען דיינע קינדער; איך בין דאס אריבער ווען איך האב געעפענט די ישיבה בשנת תשס"ט לפרט קטן. דעמאלט האבן מיינע קינדער מורא געהאט צו גיין שפילן אינדרויסן, ווייל קינדער פלעגן זיי נאך שרייען מיט אלע מיאוס'ע ווערטער. דאס האט מיר זייער וויי געטון, איך פלעג טראכטן צו מיר 'דאס אז מען שרייט מיר אן גייט מיר נישט אזוי אן, ווי דאס אז מען רודפ'ט מיינע קינדער צוליב זייער טאטע וכו''; וואס האב איך געטון? די קינדער וואס האבן געוואוינט אין די בנין וואו איך וואוין, צו זייערע עלטערן בין איך אריבער געגאנגען און גערעדט צו זיי שיינערהייט, איך האב זיי געזאגט: "וויסן זאלט איר אז אייער זון טשעפעט מיינע קינדער, איך בעט אייך רעדט צו אים", געלויבט דעם אייבערשטער אז עס האט זיך אפגעשטעלט צוביסליך, אבער מיט די קינדער פון די גאס וכו' - זיי האב איך נישט געקענט אפשטעלן, זיי פלעגן מיר מאכן א באגלייטן יעדן טאג מיט 'קאצן מוזיק', צענדליגער קינדער פלעגן מיר נאכפארן מיט די בייקס און באזינגען: "פוי", "שגץ"; דעמאלט פלעג איך אויסרעכענען אהיימצוקומען אין די צייט ווען די קינדער זענען נישט אין גאס וכו'. מיינע קינדער האב איך נישט געשיקט אין פארק שפילן, איך האב זיי געהאלטן מיט מיר וכו'.
עס איז דא וועגן ווי אזוי מען קען דאס אפשטעלן; למשל, מען קויפט פארן קינד א סארט בייק וואס קיינער פון די שכנים האבן נישט, און אלע קוקן דאס ארויף, וועלן זיי נאכלויפן דיין קינד צי מען קען עס בארגן וכו'. אדער מען קויפט זיי א שפילצייג וואס אלע קינדער וועלן אים נאכלויפן צו וועלן שפילן מיט אים.
אבער דער ריכטיגער וועג איז, מען דארף אויפבויען די קינדער און זיי אויסלערנען נישט צו ווערן צעקלאפט ווען איינער טשעפעט זיי; און אויב זיי זעען ווי קינדער האבן זיך גענומען אויף זייערע ביינער, זאלן זיי צוריק געבן אן רחמנות, דאס איז נישט קיין נקמה, דאס ווערט אנגערופן: 'סעלף דיפענס', דאס איז א בפירוש'ע הלכה: "הַבָּא לְהָרְגְך, הַשְׁכֵּם לְהָרְגְך"; ווען איינער וויל דיר הרג'נען, זאלסטו אים קודם הרג'נען, דאס דארף מען אויסלערנען פאר קינדער ווען זיי באקלאגן זיך אז קינדער טשעפען זיי, מען זאל זיי אויפבויען אז זיי זאלן זיך נישט לאזן צעקלאפן.
מען דארף אויך אויסלערנען אז נקמה איז א לאו אין די תורה; נקמה מיינט ווען איינער האט דיר געטון א שלעכטע זאך טאר מען נישט צוריק טון קיין שלעכטס, אבער ווען איינער נעמט זיך אויף מיינע ביינער און וויל מיך אויסרייסן, דעמאלט איז דא אן אנדערע הלכה - הַשְׁכֵּם לְהָרְגְך.
א בחור האט מיר דערציילט, ווען ער איז געווען א קינד פון צען יאר אלט, און ער איז געווען נישט קיין דאר קינד בכלל וכו', איז ער אמאל אריין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בעטן א ברכה ער זאל ווערן דאר; מוהרא"ש האט גלייך פארשטאנען וואס דא גייט פאר, א קינד וואס קומט בעטן א ברכה ער זאל זיין דאר, איז נאר ווייל מען טשעפעט אים אין חדר, אנדערש וואלט ער נישט געבטן אזא סארט ברכה, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "דו דארפסט נישט זיין דאר, עס פעלט דיר גארנישט, דו זאלסט זיין פרייליך; און אויב איינער טשעפעט דיר אז דו ביסט גראב, זאלסטו אים צוריק געבן אזוי ווי עס דארף צו זיין". דער בחור פארציילט מיר, אז זייט דעמאלט האט זיך ביי אים אלעס געטוישט, ער איז צוריק געגאנגען אין חדר, און ווען א קינד האט חוזק געמאכט פון אים האט ער אים געגעבן מנה אחת אפים, ביז אפאר טעג איז ער געווען דער העלד צווישן די קינדער, און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער איז געווארן מיט דער צייט זעלבסט-זיכער מיט זיך, און ער איז אויסגעוואקסן א געזונטער מענטש.
א מלמד פון אנשי שלומינו דערציילט מיר, ער איז א מלמד אין כתה ב', און א יאר צוריק האט ער באקומען א קינד וואס איז געווען זייער צעקלאפט, ער איז געזיצן א גאנצן טאג אין דער זייט, איינזאם, מיט זיין פינגער אין מויל; ער פלעגט קיינמאל נישט גיין שפילן מיט די קינדער. דער מלמד האט דאס נישט געקענט צו קוקן, איז ער געגאנגען פרעגן ביים מלמד פון כתה א', וואס איז די מעשה מיט דעם קינד וכו', האט אים דער מלמד געזאגט: "דער קינד – מיט א ביטל - אים פלעג איך יעדן טאג פארשעמען פאר אלע קינדער, ווייל ער נעמט זיין פינגער אין מויל ווי א בעבי"; דער מלמד האט אים יעדן טאג פארשעמט ברבים רחמנא לצלן, און ער פלעגט שפעטן פון אים אין כתה ברבים: "קוקט קינדער, מיר האבן א בעבי אין כתה א' מיט זיין פינגער אין מויל", אזוי פלעגט ער יעדן טאג טון.
למעשה האט ער גארנישט אויפגעטון, ווייל דער קינד איז ווייטער געזיצן מיטן פינגער אין מויל, נאר איין זאך האט ער אויפגעטון אז דער קינד איז געווארן זייער צעקלאפט און פארשעמט, ער האט נישט געהאט קיין חברים, אלע האבן געלאכט פון אים, נאר ער איז געבליבן מיט איין חבר - מיט זיין פינגער...
דער מלמד איז געווארן זייער דערשראקן צו הערן ווי דער פריערדיגער מלמד האט יעדן טאג פארשעמט דעם קינד, און ער האט געמאכט התבודדות, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים אריינשיינען אן עצה וואס צו טון מיט דעם קינד, ווי אזוי ער קען העלפן אז דער קינד זאל ווערן צוריק א חלק פון די כתה. דער אייבערשטער האט אים געהאלפן ער האט געהאט ישוב הדעת און געזאגט פאר דעם קינד: "איך האב נאכגעקוקט אין שלחן ערוך, איך האב געזען אז על פי הלכה מעג מען נעמען די פינגער אין מויל", און ווען ער האט געהערט די קינדער חוזק מאכן פון דעם, האט ער געזאגט הויך פאר אלע קינדער אז מען מעג נעמען די פינגער אין מויל, עס איז נישט קיין עבירה, און פלאי פלאים עס איז אריבער צוויי דריי וואכן, דער קינד האט אפגעלאזט זיין אלטע חבר - זיין פינגער, און האט מער נישט גענומען זיין פינגער אין מויל, ער האט באקומען נייע חברים און ער איז צוריק געווארן א חלק פון זיין כתה.
זעט מען פון דעם, ווי ווייט מען דארף אכטונג געבן אויפצובויען קינדער, זיי זאלן נישט זיין ביי זיך צעקלאפט און צעבראכן ווען איינער מאכט זיי אוועק, און ווען מען טשעפעט זיי.
דערפאר זאלסטו זייער מחזק זיין דיינע קינדער זיי זאלן זיין אזוי שטארק ביי זיך, אז זיי זאלן נישט ווערן צעקלאפט אויב איינער וויל נישט שפילן מיט זיי, מוהרא"ש זאגט, א מענטש דארף זיין אזוי זיכער מיט זיך, אז ווען ער זעט ווי איינער דארף אים נישט, זאל ער זאגן צו זיך: "דו דארפסט מיר נישט, דארף איך דיר נישט טויזנט מאל".
ועל כולם האבן מיר אן עצה פון תפילה; וויין זיך אויס צום אייבערשטער אז מען זאל נישט טשעפען דייע קינדער. בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זען נחת פון דיינע קינדער, זיי זאלן זיין ערליכע אידן יראי ה', זיי זאלן לעבן מיטן באשעפער, זיי זאלן לערנען און דאווענען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.