שאלה אין קורצן ענין
#232 - מ'טשעפעט מיר, און איך האב פחדים פון פייער
חיזוק פאר מיידלעך, פחדים, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס אסאך מאל זענען דא מיידלעך אין מיין קלאס וואס טשעפען מיר און ווילן נישט שפילן מיט מיר, ווי אזוי קען איך מאכן אז יעדער זאל וועלן שפילן מיט מיר?


אויך האב איך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך האב אסאך פחדים פון פייער, איך האב זייער מורא פון פייער. מיין מאמע זאגט מיר אז איך זאל פרובירן צו פארגעסן דערפון, אבער ס'איז מיר זייער שווער צו פארגעסן דערפון.


יישר כח פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן.


א מיידל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר זאגט אז מיידלעך טשעפענען אייך; וויסן זאלט איר אז דאס לעבן איז ווי א שפיגל. ווען מען שמייכלט, וואס זעט מען אין שפיגל? א שמייכל; אז איר וועט קיינעם נישט טשעפענען וועט אייך אויך קיינער נישט טשעפענען. אז איר וועט זיין פרייליך, איר וועט א גאנצן טאג טאנצן און זינגען, וועט יעדער איינער וועלן זיין אייער חבר'טע.


דאס וואס איר שרייבט אז איר האט פחדים פון פייער; זייער אסאך מענטשן האבן די סארט פחדים, בפרט קינדער האבן זייער אסאך מאל מורא פון פייער וכדומה. דער יצר הרע ווארפט אן פחדים אויף מענטשן, ווייל אזוי וויל ער צעברעכן דעם מענטש. מיר זינגען פורים: "אֲרוּרָה זֶרֶשׁ אֵשֶׁת מַפְחִידִי", פארשאלטן זאל זיין זרש די ווייב פון המן וואס ער ווארפט פחדים אויף מענטשן; דאס איז די טריק פונעם יצר הרע, ער ווארפט אריין דעם מענטש אין פחדים ביז ער מאכט אז דער מענטש זאל ווערן א דיפרעסטער מענטש. אבער א מענטש וואס לעבט מיטן אייבערשטן, אים קען מען נישט אריין ווארפן אין פחדים, ווייל ער ווייסט אז עס קען גארנישט פאסירן קיין שלעכטס, נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איר זאלט נישט האבן קיין פחדים, וועט איר זען אז איר וועט מער נישט מורא האבן. דער רבי האט אסאך סגולות אויף פחדים; זעט צו לערנען אין ספר המידות אות פחד און פראבירט צו פאלגן אלעס וואס שטייט דארט. איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן.


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון קיינעם, העלף מיר איך זאל גלייבן אז דו האסט אלעס באשאפן און דו פירסט די גאנצע וועלט. באשעפער, איך האב זייער שרעקעדיגע מחשבות פון פייער, איך ציטער אזוי שטארק פון פייער אז איך קען נישט איינשלאפן ביינאכט פון שרעק; העלף מיר אייבערשטער אז די פחדים זאלן אוועק גיין פון מיר. יוֹדֵעַ מַחְשָׁבוֹת הוֹשִׁיעָה נָא, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל אייביג טאנצן און זינגען, איך זאל זיין אזוי פרייליך אז יעדער וואס וועט שטיין נעבן מיר וועט אויך פרייליך ווערן, העלף מיר אייבערשטער בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, זכותם יגן עלינו, אמן".

#231 - ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין נאכ'ן פארלירן א קינד ל"ע?
קינדער, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד מו"ר הגאון הראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, איך האב שוין חתונה געהאט פאר 6 יאר, און איך האב ב"ה 2 קינדער בלי עין הרע כן ירבו.


איין יאר ל"ג בעומר אין מירון האב איך באקומען א סידי מיט אייערע הייליגע ניגונים, און אזוי בין איך אנגעקומען אויך צו הערן אייערע שיעורים, און דאס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן, די ווערטער זענען מיר מחזק ממש כמים קרים על נפש עייפה. נאך אסאך נסיונות און שוועריקייטן וואס איך בין דורכגעגאנגען, און איך גיי נאכאלץ דורך, איז נישטא נאך א זאך וואס איז מיר אזוי מחזק ווי די הייליגע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


לעצטנס בין איך דורכגעגאנגען נאך א שוועריקייטן רחמנא ליצלן. מיט מיין צווייטע אינגל איז אויך געבוירן געווארן א צווילינג מיידל, זי האט געהאט קאמפליקאציעס גלייך ביים געבוירן ווערן, איך האב געגעבן א גרויסע קידוש אום שבת און איר געגעבן א נאמען, אבער שבת נאכמיטאג איז זי ליידער אוועק ל"ע, זעקס שעה נאכ'ן געבן דעם נאמען, און דריי און האלב טעג נאכ'ן געבוירן ווערן.


ס'איז מיר געווען גאר שווער צו הערן די ביטערע בשורה מוצאי שבת, מיר פרובירן זיך מחזק זיין און זיך דערהאלטן, אבער ס'קומט נישט אן גרינג, אפשר קענט איר מיר אביסל מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן די שרעקליכע בשורה; המקום ינחם אתכם, דער אייבערשטער זאל ענק טרייסטן, אייך מיט אייער ווייב תחי', איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


דער אר"י הקדוש זאגט אז דער שם הוי"ה בהכאה באטרעפט מקו"ם. דאס הייסט: י' פעם י', ה' פעם ה', ו' פעם ו', ה' פעם ה', באטרעפט מקו"ם; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר אזוי: "הוי"ה בהכאה", דאס הייסט, ווען א מענטש כאפט קלעפ, דארף ער וויסן אז אלע קלעפ קומט פונעם אייבערשטן. אויב מען ווייסט אז הוי"ה -  דער אייבערשטער, בהכאה - ער שלאגט מיר, דעמאלט איז "עולה מקום" בלייב איך שטיין אויף מיין פלאץ, איך גיי נישט אוועק פון די אמונה, ווייל עס וועט גארנישט ניצן.


דערפאר - זאגט מוהרא"ש - ניצט מען דעם לשון 'המקו"ם ינחם אתכם' ווען מען איז מנחם אבל, ווייל מען זאגט פארן מענטש: "געדענק, "המקו"ם" ינחם אתכם, אלע קלעפ וואס גייט אריבער קומט פונעם אייבערשטן".


מיר ווייסן גארנישט, מיר דארפן נאר איין זאך חזר'ן - די הייליגע אמונה; מיר דארפן חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", עס איז נישט דא וואס צו זאגן עס איז נישט דא וואס צו פארשטיין, א איד ווייסט אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט בצדק ובמשפט בחסד וברחמים. ווען א מענטש האט אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער און קיינער קען אים גארנישט טון - נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס, דעמאלט איז דער מענטש גליקליך און פרייליך.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד): ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז פאר זיין טובה וועגן, דער מענטש לעבט שוין אין גן עדן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נ.): "'בַּיּוֹם הַהוּא יִהְיֶה ה' אֶחָד וּשְׁמוֹ אֶחָד', פרעגן חז"ל, יעצט איז נישט ה' אחד ושמו אחד?! נאר יעצט ווען עס גייט גוט פאר א מענטש, זאגט ער הטוב והמטיב און חס ושלום ווען עס גייט נישט גוט פאר א מענטש זאגט ער דיין האמת, אבער לעתיד לבא וועט מען אויף אלעס זאגן הטוב והמיטב"; דערפאר, ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים איז דער אייבערשטער, דעמאלט לעבט ער אין עולם הבא.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיך און שטארק דיין ווייב תחי'; אפילו עס איז דיר ביטער וכו' וכו' האב נישט קיין קשיות אויף דאס וואס דו גייסט אריבער. געדענק אז (תהלים קמה, יז): "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו, וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו", און (שם, ט): "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער איז גוט צו יעדן איינעם; איי איך זע עס נישט, איי איך פארשטיי עס נישט - דארף איך האבן אמונה אז אלעס איז לטובה און דאס אז איך זע עס נישט און פארשטיי עס נישט - דאס איז אויך פאר מיין טובה.


זיי זיך מחזק מיט דיין יונגעלע, און זע צו מחזק צו זיין דיין ווייב ווייל זי דארף נאך מער חיזוק פון דיר.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער.

#230 - איך בין א בחור וואס פילט נישט קיין טעם אין לעבן, קענט איר מיר העלפן?
בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, נישט יונג, און דערווייל זיץ איך נאך אין ישיבה. איך בין א מענטש וואס טוט אלץ פאר אנדערע, איך פרוביר צו העלפן א צווייטן, און איך פרוביר צו טון דעם רבינ'ס עצות, אבער איך פיל נישט קיין טעם אין מיין לעבן, אפשר קענט איר מיר מחזק זיין און ארויסהעלפן?


א גרויסן יישר כח.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו זאגסט אז דו ביסט נישט פרייליך און דו שפירסט נישט קיין טעם אין דיין לעבן, דאס איז ווייל דו דארפסט חתונה האבן. ווילאנג א מענטש האט נישט חתונה איז ער נישט פרייליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "אָמַר רַבִּי תַּנְחוּם אָמַר רַבִּי חֲנִילָאִי כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִׂמְחָה", ווי לאנג מען האט נישט חתונה איז מען נישט פרייליך, אזוי ווי עס שטייט (דברים יד, כו): "וְשָׂמַחְתָּ אַתָּה וּבֵיתֶ"; "בְּלֹא בְּרָכָה", מען האט נישט קיין ברכה, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מד, ל): "לְהָנִיחַ בְּרָכָה אֶל בֵיתֶך"; "בְּלֹא טוֹבָה", און מען האט נישט קיין גוטס, אזוי ווי עס שטייט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ".


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אן עצה וואס מיט די עצה קען מען זוכה זיין אנצוקומען צו די גרעסטע מדריגות, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעְלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן און ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ מיטן אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער דערציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, זאגט ער שוין נישט אז ער האט נישט קיין טעם אין לעבן, פארקערט, דער מענטש הייבט אן שפירן א טעם גן עדן אויף די וועלט, ער שפירט זיך נאנט צום אייבערשטן און ער דארף שוין קיינעם נישט, ער דארף נאר דעם אייבערשטן אליינס.


דערפאר, אז דו שרייבסט אז דיין לעבן האט נישט קיין טעם, פאלג דעם רבינ'ס עצה פון 'התבודדות'; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, פארצייל פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר. וויין צו אים: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ! רבונו של עולם, איך שפיר נישט קיין טעם אין לעבן, איך בין נישט פרייליך, באשעפער איך וויל חתונה האבן, איך וויל אנהייבן לעבן, העלף מיר אייבערשטער".


וויסן זאלסטו אז א בחור איז דער גרעסטער רחמנות אויף דער וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז קיינער פארשטייט נישט קיין בחור, קיינער ווייסט נישט די צער וואס א בחור גייט אדורך. א בחור וויל זיין ערליך, ריין און הייליג, אבער עס גייט אים נישט, ער האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ביז עס ווערט אים נמאס דאס לעבן און ער גייט ארום מיט שלעכטע מחשבות כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים; אבער אז מען פאלגט דעם רבי'ן און מען מאכט התבודדות, דעמאלט ווערט מען פרייליך.


זע צו זאגן יעדן טאג אביסל משניות און תהילים; נאר דאס בלייבט פונעם מענטש. קוק וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "אַשְׁרֵי מִי שֶׁזּוֹכֶה לֶאֱכֹל כַּמָּה פְּרָקִים מִשְׁנָיוֹת, וְלִשְׁתּוֹת אַחַר כָּךְ אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים, וּלְהִתְלַבֵּשׁ בְּאֵיזֶה מִצְווֹת", וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט אפאר קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצות.


דער אייבערשטער זאל דיר שיקן בקרוב דיין שידוך.

#229 - וואס טו איך אז מיין ווייב וויל נאר היילן נאטורליך?
שלום בית, רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א זאך וואס שטערט מיר זייער שטארק, איך ווייס נישט צי איך בין גערעכט אדער נישט.


מיין ווייב און אויך איר מאמע האלטן זייער פון גיין נאטורליך מיט יעדע זאך, זיי טענה'ן אז די דאקטורים קוקן נאר אויף געלט, און מ'קען יעדע זאך היילן נאטורליך. אמאל האב איך נאך מסכים געווען דערצו, אבער ס'איז געקומען צו א שטאפל וואס איך האלט עס שוין מער נישט אויס, למשל ווען מ'האט שטארקע יסורים טאר מען נישט נעמען טיילענאל אדער אנדערע זאכן וואס בארואיגן. איך האב אינדערהיים א גאנצע שאפע מיט נאטירליכע ווייטעמינען, און מען עסט מער ווייטעמינען ווי עסן.


מיין שוויגער האלט אויס די גאנצע ווייטעמין געשעפט... און מיין ווייב מאכט עס שוין כמעט נאך. איך פיל ווי איך ווער משוגע. א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די צייט צו ענטפערן.


שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלמה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זיך זייער היטן פון די אלע וואס רעדן קעגן גיין צו דאקטורים; אמת טאקע אז דער הייליגער רבי האט געזאגט מען זאל זייער אכטונג געבן פון גיין צו דאקטורים (שיחות הר"ן, סימן נ) אבער פון די אנדערע זייט האט דער רבי געזאגט: "אז מען גייט שוין יא צום דאקטער זאל מען גיין צו גאר א גרויסן דאקטער"; דאס הייסט, מען זאל נישט גיין צו א דאקטער וואס לערענט זיך יעצט וכו', נאר צו א דאקטער וואס האט שוין לאנגע יארן עקספירענס.


מען דארף זייער אכטונג געבן פון די אלע וואס זאגן מען זאל נישט גיין צו קיין דאקטורים. מיר קענען נישט זיין קלוגער פון די תורה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ס.): אויפן פסוק (שמות כא, יט): "וְרַפֹּא יְרַפֵּא" – מִכַּאן שֶׁנִתְּנָה הַתּוֹרָה רְשׁוּת לְרוֹפֵא לְרַפְּאוֹת; נאך זאגן חז"ל (סנהדרין יז:): "עִיר שֶׁאֵין בּוֹ רוֹפֵא, אֵין תַּלְמוּד חָכָם רַשַׁאי לָדוּר בְּתוֹכָהּ", מען טאר נישט וואוינען אין א שטאט וואו עס איז נישט דא קיין דאקטער.


דער רבי האט קלאר געזאגט אז מען איז מחויב צו געבן שאטס פאר די קינדער; דער רבי האט געזאגט: "ווער עס געבט נישט קיין פאקין פאר די קליינע קינדער ביי א פערטל יאר, איז א רוצח", נאך האט דער רבי געזאגט: "מען מעג גיין אפילו אינמיטן ווינטער אין די גרויסע שנייען און קעלט צו א דאקטער צו מאכן פאקין (שאטס) פאר די קינדער", דאס זענען די שאטס וואס מען געבט היינטיגע צייטן פאר קינדער קעגן אלע ערליי מחלות, אויף מיזעלס, פאליאו וכו'; ווער עס געבט נישט פאר די קינדער וואקסינען קעגן אלע סארט מחלות - איז א רוצח. קוק אריין דעם לשון פון רבי'ן (ספר אבניה ברזל, סימן לד): "צְרִיכִין לְהַעֲמִיד לְכָל יֶלֶד פַּאקִין קוֹדֶם רֶבַע שָׁנָה, וְאִם לֹא - הוּא כְּמוֹ שׁוֹפֵךְ דָמִים, וַאֲפִילוּ אִם דָרִים הַרְחֵק מִן הָעִיר מְחוּיָבִים לִיסַע עֲבוּר זֶה וַאֲפִילוּ בִּזְמַן שֶׁהַקוֹר גָדוֹל, וּלְהַעֲמִיד לְיֶלֶד פַּאקִין קוֹדֶם רֶבַע שָׁנָה".


דאס האט דער רבי געזאגט נאך פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, ווען די מעדעצינישע וועלט איז נישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי היינט, איז דאך זיכער אז אין די היינטיגע טעג דארף מען זייער אכטונג געבן צו געבן שאטס פאר די קינדער. מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות און נישט זיין קיין אויבער חכם.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, אז אין אומאן האט געוואוינט א גרויסער ערליכער איד אן אייניקל פון רבי'ן, ער איז געווען א משפיע און פלעגט פארלערנען וכו', זיין גאנץ לעבן פלעגט ער רעדן קעגן גיין צו דאקטורים און ווען ער איז עלטער געווארן איז נישט געווען קיין איין דאקטער וואו ער זאל נישט האבן געווען; זעט מען אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון זאגן פאר א צווייטן נישט צו גיין צום דאקטער. און אודאי אז מען גייט צום דאקטער דארף מען אכטונג געבן ער זאל נישט זיין קיין דאקטער וואס האלט זיך אינמיטן לערנען נאר א דאקטער מיט אסאך ערפארונג.


ווען מען גייט צום דאקטער דארף מען פאר דעם בעטן דעם אייבערשטן און געבן צדקה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג): נאכדעם וואס מען געבט א פדיון פאר א צדיק קען מען גיין צום דאקטער, עיין שם.


מוהרא"ש זאגט אז פאר מען גייט צום דאקטער זאל מען לערנען די תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ג), געבן צדקה און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שיקן א גוטער דאקטער און מען זאל האבן א רפואה שלימה.


ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב, וועט זי אפלאזן די אלע צודרייטע שיטות וואס פארדרייען דעם קאפ.

#228 - מיינע עלטערן שרייען צופיל אויף מיר, וואס טו איך?
צניעות, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, זיבעצן יאר אלט, און איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך לייד אסאך פון מיינע עלטערן וואס שרייען מיר נאך מיט מיאוס'ע צונעמען און מיאוס'ע ווערטער, דאס טוט מיר זייער שטארק וויי.


אויך מיין שוואגער שרייט מיר נאך אז איך בין א "גראבער", און דאס טוט מיר זייער וויי.


קענט איר מיר ביטע געבן אן עצה?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין צניעות פאר אייך צו רעדן מיט אייער שוואגער; דאס אז ער שרייט אויף אייך "גראבער" וכו', דאס איז נישט גערעכט פון אים, אבער איך מוז אייך זאגן אז איר זענט אויך נישט גערעכט, ווייל אויב איר וואלט נישט גערעדט מיט אים וואלט ער בכלל נישט געשריגן אויף אייך.


דערפאר, פון היינט און ווייטער זאלט איר נישט רעדן מיט קיין פרעמדע מענער - אפילו מיט אייערע שוואגערס; איר זענט שוין נישט קיין קליין מיידל, איר זענט שוין א גרויס מיידל, דארפט איר אכטונג געבן ווי אזוי איר פירט זיך. פירט זיך אויף איידל וועט איר האבן א גוט לעבן.


בנוגע אייערע עלטערן, אז זיי שרייען אויף אייך מיאוס'ע ווערטער וכו'; איר דארפט זיי דן זיין לכף זכות אז זיי מיינען אייך נישט וויי צו טון. אויף יעדן איינעם גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן און אסאך מאל כאפט מען זיך נישט און מען שרייט אויף די קינדער. איר זאלט קיינמאל נישט ענטפערן פאר אייערע עלטערן ווען זיי שרייען אויף אייך, אין דעם זכות וועט איר האבן א שיין לעבן.

#227 - ווי אזוי לערן איך מיט די קינדער ביי אבות ובנים, ווען איך פארשטיי נישט קיין גמרא?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער נתעורר געווארן פון די קליפ וואס ווייזט ווי טאטע'ס געבן זיך נישט אפ מיט די קינדער נאר זיי זענען פארנומען מיט די סמארט פאון, און איך פרוביר אריינצולייגן מער צייט אין מיינע קינדער.


איך האב א שאלה, עס איז דא 'אבות ובנים' ביי אונז אין שול יעדן מוצאי שבת, איך זיץ מיט אלע מיינע קינדער, איך קען אבער נישט קיין גמרא, און איך פארשטיי נישט וואס זיי רעדן. זאל איך פשוט זיצן און שמועסן מיט זיי? אדער זאל איך זיי פארהערן נאר חומש רש"י וואס דאס קען איך יא ב"ה?


אויך וויל איך וויסן אזוי ווי איך האב 4 אינגלעך, יעדער אין אן אנדערע עלטער, וויפיל צייט זאל איך געבן פאר יעדן פון זיי ביי אבות ובנים?


איך קען נישט קיין חינוך, איך פרוביר זיך צו לערנען אביסל פון אייערע שיעורים.


יישר כח פאר אלעס.


זלמן לייב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן לייב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אוועק אביסל צייט פאר דיינע קינדער צו איבערגיין מיט זיי וואס זיי האבן געלערנט אין חדר דורכאויס די וואך, דאס וועט דיר ברענגען נחת פון דיינע קינדער ווען זיי וועלן עלטער ווערן.


א טאטע וואס געבט נישט אוועק פאר זיינע קינדער לכל הפחות איין שעה א וואך זיך צו אינטערעסירן וואס די קינדער מאכן, וואס זיי לערנען וכו' און שמועסט אביסל מיט זיי וכו', דער וועט זיך רייסן די האר פון קאפ ווען זיינע קינדער וועלן עלטער ווערן; קינדער וואקסן נישט פון זיך אליין, נאר אז מען געבט זיך אפ מיט זיי אין זייערע יונגע יארן וועלן זיי וואקסן שיינע פירות.


דאס וואס דו זאגט אז דו קענסט נישט קיין גמרא וכו'; קודם כל היינט איז דא גמרא'ס מיט טייטש אויף אלע שפראכן, אזוי אז אפילו איינער וואס האט נישט געלערנט אין די יונגע יארן קען אויך פארשטיין מער ווייניגער פון וואס די גמרא רעדט זיך. צווייטנס דארפסטו וויסן, אז דער עיקר פון 'אבות ובנים' איז נישט אז מען זאל דעמאלט פארהערן די קינדער, נאר דער ציל פון 'אבות ובנים' איז צו מאכן א קשר צווישן טאטע און קינד. א גאנצע וואך איז דער טאטע פאריאגט און פארפלאגט על המחיה ועל הכלכלה און עס קומט נישט אויס ער זאל שמועסן מיט זיינע קינדער, האט מען געמאכט 'אבות ובנים', אז מוצאי שבת זאל יעדע טאטע זיך אוועק זעצן אין בית מדרש מיט זיינע אינגלעך, ער טאטע זאל זיי דערציילן שיינע מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון די פרשה און אויסהערן די קינדער וואס זיי טוהן אין חדר וכו'.


אז מען האט א שטוב מיט קינדער הייבט מען אן פון די יונגערע, ווייל זיי דארפן דאס מער און מען לערנט מיט יעדן קינד אביסל וכו'; פארשטייט זיך אז מען טאר נישט מאכן קיין אויסנאם פון איין קינד מער פון די אנדערע, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת י:): "לְעוֹלָם אַל יְשַׁנֶּה אָדָם בְּנוֹ בֵּין הַבָּנִים", נאר מען דארף יעדן איינעם געבן אייניג אויפמערקזאמקייט. אויב מען האט א קינד וואס ער מוטשעט זיך מער וכו', דארף מען אים מער ארויסהעלפן וכו'. דער עיקר פון 'אבות ובנים' איז אז דער טאטע זאל אויסהערן זיינע קינדער וואס זיי טוהן א גאנצע וואך וכו' און זיי ארויסהעלפן וכו', מען דארף זיי נישט פארהערן.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אוועק א שעה יעדע מוצאי שבת ביי 'אבות ובנים' פאר דיינע קינדער. קינדער הערן אויס יעדעס ווארט וואס זייער טאטע רעדט צו זיי, בפרט קליינע קינדער; זיי איז נישט קיין חילוק צו דער טאטע איז א תלמיד חכם אדער א פשוט'ער מענטש, קינדער הערן אויס זייער טאטע יעדעס ווארט וואס ער זאגט זיי.


גיי איבער די פרשה מיט דיינע קינדער און לאז דיר אראפ צו זיי, וועסטו שעפן פון זיי נחת. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב' סימן ב): "סְגֻלָּה לַבָּנִים לְהַקְטִין עַצְמוֹ", א סגולה פאר קינדער איז זיך צו האלטן קליין; מוהרא"ש איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אז מען האלט זיך קליין און מען לאזט זיך אראפ צו די קינדער, מען שפילט מיט זיי, מען פארציילט זיי מעשיות, מען אינטערעסירט זיך וואס זיי טוהן - דעמאלט איז מען זייער מצליח מיט זיי.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף גוטע קינדער, וואויל איז פאר עלטערן וואס בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף גוטע קינדער וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער.

#226 - איך האב מורא פון הערן שרעקעדיגע פלעיס
שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע געשוויסטער הערן אסאך מאל פלעיס, איך האב זייער מורא ווען איך הער א שרעקעדיגע פלעי. וואס זאל איך טון?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זאגט פאר אייערע געשוויסטער אז איר ווילט ענדערש הערן ערליכע סי די'ס ווי צו הערן ליצנות וכו'; היינט איז דא ערליכע סי די'ס פון ערליכע זינגערס.


מען דארף זייער אכטונג געבן וואס מען הערט ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ווער עס הערט א ניגון פון נישט אן ערליכער זינגער וכו' וועט דאס אים שטערן צו דינען דעם אייבערשטן. און פארקערט אויך: "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", אויב דער זינגער איז אן ערליכער איד וועט דאס אים ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


מען דארף זייער אכטונג געבן פון ליצנות; אנשטאט הערן טעיפס פון ליצנות וכו', זאלט איר ענדערש הערן מעשיות פון צדיקים, אדער פרייליכע ניגונים פון אמונה וכו'. היינט איז דא זייער גוטע טעיפס פאר קינדער פון גוטע ערליכע מחנכים וואס פארציילן זייער שיינע מעשיות אנגעפילט מיט יראת שמים. אויך איז דא טעיפס פון ערליכע אידן וואס זינגען ניגונים וואס ברענגט אריין אמונה אין די צוהערער.


בעטס אייערע געשוויסטער אז ווען איר זענט אין שטוב זאלן זיי ענדערש אנצידן טעיפס וואס ברענגט יראת שמים, נישט וואס לעשט אויס יעדע אידישער פונק וכו'.


ווייזט די בריוו פאר אייערע געשוויסטער.

#225 - דארף מען האבן חומרות אין שטוב?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בענק זיך זייער צום ראש ישיבה, ב"ה אז מיין לעבן ווערט בעסער און בעסער מיט די עצות וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה. יישר כח פאר אלע שיעורים, איך הער אויס כסדר די שיעורים און איך בין זיך מחיה מיט זיי, און איך הער צוריק אויך פון אסאך אנדערע וואס זענען זיך מחיה מיט די שיעורים, דאס איז זייער גאנצער לעבן.


ווען איך האב געלערנט מיט'ן ראש ישיבה אלס חתן האט מיר דער ראש ישיבה געזאגט נאכצוקוקן צוויי גמרות וועגן ענינים שבינו לבינה, און עס אויך ווייזן פאר מיין ווייב, איך האב אבער פארגעסן די מראה מקומות, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה נאכאמאל דאס אנצייכענען?


איך האף אי"ה צו קומען פסח אויף אמעריקע.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן פון דיר און איך בענק מיר נאך דיר; איך האף אז דו פירסט זיך אזוי ווי דו האסט געלערנט אין ישיבה אלע יארן. דו ניצט אויס דיינע יונגע יארן - די שענסטע יארן פון לעבן - מיט תורה ותפילה און עבודת השם יתברך.


בנוגע וואס דו פרעגסט וכו'; הלואי זאל מען לערנען אלע חתנים און כלות צו לעבן אן פרישות און חומרות. דעמאלט וואלט נישט געווען אזוי סאך פראבלעמען אויף דער וועלט, ווייל רוב שלום בית פראבלעמען קומען פון דעם וואס מען לערנט פאלשע לימודים פון חומרות ופרישות.


דערפאר איז דער רבי געווען אזוי שטארק קעגן חומרות, אזוי ווי ער האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ, צָרִיך לְהַרְחִיק מְאֹד, כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים".


דאס זענען נישט זאכן וואס מען קען שרייבן דערפון, אז דו וועסט קומען צו מיר וועלן מיר רעדן פנים בפנים.

#224 - מעג מען פייפן מיט די מויל?
שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'מעג פייפן מיט די מויל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט (אשר בנחל אידיש, חלק ב', מכתב קפח) אז עס איז מקובל פון צדיקים אז אויב מען פייפט מיטן מויל וכו' רופט מען צו זיך אלע קליפות ומשחיתים און אז דאס איז נישט קיין איידעלע זאך.


זע זיך צו פירן איידל וועסטו האבן א שיין לעבן.

#223 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן זיין אינדערהיים ביינאכט?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מיין מאן איז נישט אין שטוב ביינאכט. דאס שטערט מיר זייער וועגן אסאך זאכן, און איינס פון די סיבות איז אז אין די שעות האב איך שוין געווענליך נישט קיין כח און קיין סבלנות פאר די קינדער און איך פיל אז ווען ער איז אויך אין שטוב גייט דאס פיל גרינגער.


ער טענה'ט אז ער מוז האבן די צייט פאר זיך, ער איז אזוי אויסגעמוטשעט און דאס איז זיין חיות, ער קען בשום אופן נישט מוותר זיין אויף דעם.


איך ווייס באמת נישט וואס צו טון, איך בין נישט א מענטש וואס איז מסכים צו לעבן פארביסענערהייט ווייל מיין מאן געבט מיר נישט וואס איך דארף, איך גיי זיך נישט בעטן ביי אים אויף מיין לעבן, איך קען זיך לערנען צו לעבן גוט אויך אזוי.


מיין שאלה איז אויב אין דעם פאל זאל איך אפמאכן אז ער זאל זיך גיין זיין וועג לחיים ולשלום, און איך וועל זיך שוין מסדר זיין אליין, אדער איז אפשר יא דא א וועג אים איבערצורעדן אז ער זאל זיין מער אין שטוב ביי די נעכט.


פארשטייט זיך אז איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איז דא נאך עפעס וואס איך קען טון דערוועגן?


איך וויל אביסל מער ערקלערן מיין מצב, עס איז דא זייער אסאך זאכן מיט וואס מיר זענען נישט אייניג, מסתמא אזוי ווי ביי יעדע פאר-פאלק. ב"ה אז איך האב זיך אויסגעלערנט נישט צו נעמען צום הארץ, נאר זיך מסדר זיין אליין, און קוקן נאר אויף זיינע גוטע זאכן, און ער האט ב"ה אסאך גוטע זאכן. ער איז זייער אן ערליכער, א תלמיד חכם, גוטע מידות, ער נעמט אויף זיך די פולע אחריות פון פרנסה און נאך פיל פיל מעלות. ב"ה.


א גרויסן גרויסן ישר כח אויף אלעס, איך קען נישט גלויבן אז איך האב וועמען צו פרעגן מיינע שאלות. איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר מיר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער יסוד היסודות פון שלום בית איז צו זיין אפען איינער מיטן צווייטן; אויב עפעס טוט וויי דארף מען זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן. אויב מען רעדט נישט, אדער איינער האט מורא פונעם צווייטן צו רעדן איז דאס איז נישט שלום בית און מען דארף זען ווי אזוי זיך צו עפענען און זיך אדורך רעדן איינער מיטן צווייטן.


איר האט זיכער שוין געהערט דעם דיבור פון ר' נתן זכרונו לברכה. ווען מען איז אים געקומען דערציילן אז עס איז דא אין שטאט א איד א גרויסער צדיק, ממש די גאנצע שטאט רעש'ט זיך מיט אים. איינע פון זיינע גרויסע מדריגות איז אז ער איז א "שותק" - ער שווייגט, ער רעדט גארנישט, מען הערט נישט פון אים קיין איין ווארט, האט ר' נתן געזאגט: "דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט שווייגן, מען זאל יא רעדן, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; אין דעם ווארט ליגט דעם שליסל פון שלום בית. שלום בית איז נישט פשט אז מען עסט זיך אויף וכו', שלום בית מיינט אז מען רעדט יא, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן.


בדרך כלל ווען א מענטש רעדט נישט, ער געבט נישט ארויס וואס עס באדערט אים און וואס עס דרוקט אים, ווערט ער מיט די צייט אנגעגעסן אין זיך און ווען ער קען דאס שוין מער נישט נעמען און עס פלאצט אויס - איז זייער נישט גוט; זייער אסאך מאל צעפאלן אידישע שטובער נאר ווייל מען האט נישט גערעדט. מען האט זיך אנגעגעסן איינער אויפן צווייטן ביז מען האט שוין נישט געקענט מער און מען האט אויסגעפלאצט זייער נישט שיין איינער אויפן צווייטן.


איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן מיט אייער מאן נאכאמאל, איר וועט רעדן מיט אים שיינע דיבורים און אים מסביר זיין אז ווען עס קומט ביינאכט פאלט איר פון אייערע כוחות און איר דארפט זיין הילף אין שטוב, איר וועט אים בעטן אז איר קוקט ארויס אויף זיין מיט-ארבעט וכו'. איר וועט אים זאגן: "מיין טייערער מאן, איך קען ניצן דיין הילף ביינאכט, עס איז מיר אסאך גרינגער ווען דו קומסט אהיים", וועט ער אייך זיכער העלפן.


יעדער איינער דארף חיזוק וכו'; געווענליך דארף דער מאן זיין דער וואס איז מחזק די ווייב, אבער א קלוגע פרוי ווארט נישט אויף דעם, נאר זי איז די וואס איז מחזק איר מאן וכו'. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויעט אויף איר הויז; א קלוגע פרוי מאכט זיך א גן עדן פון איר לעבן, זי מאכט פרייליך איר מאן, זי ווארט נישט אויף אים אז ער זאל אנהייבן געבן גוטע ווערטער וכו', נאר זי איז דער וואס געבט גוטע ווערטער און מאכט פרייליך די גאנצע שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עוקצין ג, יב): "לֹא מָצָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלִי מַחֲזִיק בְּרָכָה לְיִשְׂרָאֵל אֶלָּא הַשָּׁלוֹם", ביים אייבערשטן איז דער גרעסטער זאך שלום; וואס מיינט שלום? זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאמען צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן צוויי מלאכים. זאגט דער רבי (שם): "כִּי זֶה הַמַּלְאָך מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען. זעט מען אז דאס איז דער עיקר פון שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיי"ש.


יעדער מענטש האט זיינע נאטורן און זיין וועג ווי אזוי ער טראכט, קיין איין מענטש טראכט נישט ווי דער צווייטער אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לח.): "לְהַגִּיד גְּדוּלָּתוֹ שֶׁל מֶלֶך מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, שֶׁאָדָם טוֹבֵעַ כַּמָּה מַטְבְּעוֹת בְּחוֹתָם אֶחָד וְכוּלָּן דּוֹמִין זֶה לָזֶה, אֲבָל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא טוֹבֵעַ כָּל אָדָם בְּחוֹתָמוֹ שֶׁל אָדָם הָרִאשׁוֹן וְאֵין אֶחָד מֵהֶן דּוֹמֶה לַחֲבֵירוֹ", ווען א מענטש מאכט א זאך קען ער מאכן א פארעם דערפון און נוצן דעם פארעם נאכצומאכן די זעלבע זאך און אלעס וואס ער מאכט מיט דעם פארעם זעט אויס די זעלבע, אבער דער אייבערשטער האט באשאפן אן א שיעור מענטשן אויף דער וועלט, אלע זעהן אויס ווי אדם הראשון אבער קיין איינער זעט נישט אויס גענוי ווי דער אנדערער און זיכער טראכט נישט איינער ווי דער צווייטער.


ביי איין פארפאלק איז דער מאן פייער און די ווייב וואסער, און ביי איינעם איז פארקערט - זי איז פייער און ער איז וואסער, שלימות איז ווען ביידע ווילן איין זאך, אויפשטעלן א ערליכע שטוב, ערליכע אידישע דורות, קינדער און קינדס קינדער וואס וועלן דינען דעם הייליגן באשעפער.


דערפאר זאלט איר זיך שטארקן אז איר האט א מאן א תלמיד חכם מיט גוטע מידות, א ירא שמים, און ער זארגט פאר אייער שטוב פאר די פרנסה. איר זאלט ווייטער מתפלל זיין אויף אלעס וואס איר דארפט און געדענקט וואס דער תם פלעגט זאגן פארן חכם ווען דער חכם האט אים געוואלט אויפדרינגען אז ער קען נישט צו קומען צו זיין זאך, ער פלעגט אים ענטפערן מיט תמימות ופשיטות: "ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, קען זיין מיט איין אויגן בליק אז איך זאל צו קומען צו דיין זאך", ווייל מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס באקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#222 - א שלעכטער חבר האט גע'הרג'ט מיין לעבן
קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך אייך זאגן יישר כח פאר די חיזוק דרשות וואס איך הער פון אייך טעגליך, דאס איז פאר מיר ווי געזאלין וואס העלפט מיר ווייטער אנגיין אין לעבן.


ספעציעל האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר די נעכטיגע דרשה וואס איר האט גערעדט וועגן זיך היטן פון שלעכטע חברים. וואס זאל איך אייך זאגן? איך בין געווארן אומגליקליך ביי די 9 יאר דורך א שלעכטער חבר, איך האב נאך דאן נישט פארשטאנען בכלל וואס דאס איז, און ביז ווען איך האב זיך געכאפט אז איך טו זאכן וואס מען טאר נישט, איז שוין געווען צו שפעט, איך בין שוין געליגן צו טיף אין בלאטע, און איך האב זיך שוין נישט געקענט ארויסזען דערפון.


איך האב ב"ה שיין חתונה געהאט, איך האב אבער א טויטע לעבן, די נארישע תאוות לויפן מיר נאך, און איך האב ממש נישט קיין לעבן. ווען איך וואלט געקענט רעדן צו יונגע אינגלעך און בחורים וואלט איך אזוי געשריגן אז דער דאך וואלט איינגעפאלן, איך וואלט זיי געזאגט אז זיי זאלן זיך היטן פון שלעכטע חברים ווי פון פייער, ווייל אויב וועלן זיי זיך נישט היטן וועלן זיי פארפאלן ווערן אויף אייביג, איך רעד שוין ברוחניות נאר אפילו בגשמיות וועלן זיי מער נישט קענען האבן קיין שום הנאה אין לעבן, זייער לעבן וועט זיך ענדיגן אויף אייביג, זיי וועלן קיינמאל מער נישט קענען לעבן ווי א נארמאלער מענטש אויף דער וועלט.


איך וויל אז איר זאלט דאס איבערגעבן פאר די בחורים, ווי שטארק מען דארף זיך היטן. פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א נארמאלער מענטש, אבער אינעווייניג בין איך אינגאנצן צעפליקט און צעריסן, פיל מאל טראכט איך ממש פון ענדיגן מיין לעבן, אבער ס'שטייט דאך אז בעל כרחך אתה חי.


איך בין שוין געווען ביי אזויפיל מענטשן אבער קיינער האט מיר נישט געקענט העלפן, מיין איינציגסטער טרייסט איז נאר אייערע שיעורים און חיזוק יומי וואס שטופט מיר צו גיין גלייך צום אייבערשטן און זיך אויסוויינען צו אים, נאר דאס בארואיגט מיר, נאר דאס קען מיר העלפן. די חיזוק פון אייך בלאזט אריין אין מיר א פרישע גייסט.


איך וואלט אייך זייער מכיר טובה געווען אויב איר קענט מיר שרייבן אפאר ווערטער חיזוק.


א טויטע-לעבעדיגער אינגערמאן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית ווערט ביי אים אויסגעלאשן די אמונה, מען שפירט זיך גענוי אזוי ווי דו חתמ'עסט זיך אונטער דיין בריוו: "א טויטע לעבעדיגער אינגערמאן"; מען שפירט טעם מיתה אין לעבן, מען הייבט אן טראכטן כל מיני שלעכטע מחשבות און מען הייבט אן האבן ספיקות וכו'.


דער פסוק זאגט (ישעיהו א, ד): "הוֹי גּוֹי חֹטֵא עַם כֶּבֶד עָו‍ֹן זֶרַע מְרֵעִים, בָּנִים מַשְׁחִיתִים, עָזְבוּ אֶת ה', נִאֲצוּ אֶת קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל נָזֹרוּ אָחוֹר", דער פסוק גייט ארויף אויף די עבירה פון פגם הברית, אז חוץ פון די גרויסע עבירה וואס מען טוט מיט בָּנִים מַשְׁחִיתִים רחמנא לצלן, הייבט מען אן ווערן אויסגעלאשן, מען שפירט מער נישט קיין אלוקית און מען גייט ארום צעקלאפט און צעבראכן וכו' - "עָזְבוּ אֶת ה' נִאֲצוּ אֶת קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל, נָזֹרוּ אָחוֹר", מען שפירט זיך דערווייטערט פונעם אייבערשטן וכו'.


צו די אלע מענטשן קומט דער רבי און שרייט צו זיי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען"; דער רבי לאזט זיך אראפ און מאכט זיך כאילו ער איז אונזער חבר, אזוי ווי מען זעט ביי משה רבינו (שמות יח, ז ): "וַיִּשְׁאֲלוּ אִישׁ לְרֵעֵהוּ לְשָׁלוֹם", זאגט רש"י (שם): "אֵינִי יוֹדֵעַ מִי הִשְׁתַּחֲוָה לְמִי, כְּשֶׁהוּא אוֹמֵר אִישׁ לְרֵעֵהוּ, מִי הַקָּרוּי 'אִישׁ', זֶה מֹשֶׁה שֶׁנֶּאֱמַר 'וְהָאִישׁ מֹשֶׁה'", איך ווייס נישט ווער איז דער 'איש' און ווער איז דער 'רעהו', אבער וויבאלד עס שטייט "וְהָאִישׁ מֹשֶׁה עָנָיו מְאֹד", ווייס איך אז משה איז דער איש און יתרו איז דער רעהו; זאגט ר' נתן (לקוטי הלכות, הלכות בכור בהמה טהורה הלכה ד', אות כב): משה רבינו איז דאך געווען דער גרעסטער מענטש אויף דער וועלט, ער האט מקבל געווען די תורה פונעם אייבערשטן אליינס, לאידך גיסא - יתרו איז געווען א כומר, א גלח, א טמא'נער געצן דינער, דאך שטייט אז משה רבינו האט באגריסט "רעהו" זיין חבר. זעט מען פון דא אז דער צדיק לאזט זיך אראפ צו אלעמען, אפילו צו אונז פשוט'ע מענטשן, מגושמים, אין די פלאץ וואו מיר ליגן אין וואס מיר טוהן און ער איז אונז מקרב צום הייליגן באשעפער.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים. ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן אז ער וויל זיין ערליך; ער וויינט צו אים: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ!" דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים; דער אייבערשטער איז אים מוחל און נעמט אים צוריק.


בפרט א מענטש וואס דער יצר הרע האט אים געפאנגען אין זיין נעץ, ער זינדיגט אין די מיאוס'ע עבירה פון פגם הברית. וואס באמת וויל דער מענטש זיין ערליך, ריין און הייליג, אבער עס גייט אים נישט, ער האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ביז עס ווערט אים נמאס דאס לעבן און ער גייט ארום מיט שלעכטע מחשבות כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים; אזא מענטש, ווען ער קומט צום אייבערשטן און גיסט זיך אויס דאס הארץ, נעמט דער אייבערשטער אלע זיינע תפילות און ער איז זוכה אויסצומעקן אלע קליפות ומשחיתים וואס ער האט באשאפן דורך זיינע מעשים.


דערפאר, אז דו ביסט אזוי איינגעזינקען אין בלאטע וכו' נאכדעם וואס שוין צענדליגער יארן זינקסטו אין דיינע בלאטעס וכו' - פאלג דעם רבי'ן; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, פארצייל אים אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן?! איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר אז איך האלט עס שוין נישט אויס. איך האלט אין איין אריין פאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן אז דער לעבן איז מיר שוין נמאס. רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר, לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, געב מיר כח, העלף מיר אז איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט אויף מיר ברוגז, איך גיי ארום מיט נארישע מחשבות, איך רעד מיר איין אז דו דארפסט מיר נישט וכו'".


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא אזא זאך אז א מענטש איז שוין פארפאלן, אפילו דו שרייבסט אז דו ביסט אזוי פארזינקען אין דיינע שלעכטע מעשים וכו' וכו', דאך האט דער רבי גוטע עצות ווי אזוי מען קען ארויס קריכן פון בלאטע. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְדוּשָׁה מְאֹד, שֶׁנִלְכְּדוּ בַּמְּצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בָּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם", אפילו א מענטש איז נעבעך אריין געפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע, ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָדוֹל כָּל כַּך, עַד שֶׁיְכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִים בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיוּב חָזָק לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כַּך וְכַּך, יִהְיֶה אֵיך שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה הנ"ל ווי גרויס תורה איז, האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן צי דאס איז אויך געזאגט געווארן פאר איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. האט אים דער רבי געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס, תורה איז בתפארת און ברית איז ביסוד. דאס הייסט, אפילו דער מענטש וואס האט פוגם געווען בברית, ער האט קאליע געמאכט דעם יסוד וכו', אויב וועט ער לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה וואס איז בתפארת, וועט ער אלעס מתקן זיין און ווערן אן ערליכער איד"! (חיי מוהר"ן, סימן תקעג).


יעצט גיי זאג פאר א מענטש וואס ליגט אין ביטערע עבירות: "לערן"; ווי קען אזא מענטש לערנען, ער האט דאך נישט קיין מח?! ווייל געווענליך די אלע וואס זענען אריין געפאלן אין די הענט פונעם יצר הרע און זענען נכשל געווארן מיט די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, די האבן בדרך כלל פארלוירן זייער כח פון קאנצעטרירן, זייער מח איז נישט מסודר און מיושב, אפילו זיי וועלן זיצן ביי א שיעור וואו מען לערנט תורה וועט זייער קאפ אוועק פארן וכו', צו זיי קומט דער רבי מיט א וואונדערליכע סדר דרך הלימוד.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


"וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט זוכה זיין דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיי"ש.


זע צו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים.


אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן און לערנען תורה וועסטו צוקומען צו ווערן לעבעדיג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:): "תּוֹרָה מְבִיאָה לִידֵי זְהִירוּת, זְהִירוּת מְבִיאָה לִידֵי זְרִיזוּת, זְרִיזוּת מְבִיאָה לִידֵי נְקִיּוּת, נְקִיוּת מְבִיאָה לִידֵי פְרִישׁוּת, פְּרִישׁוּת מְבִיאָה לִידֵי טַהֲרָה, טַהֲרָה מְבִיאָה לִידֵי קְדוּשָׁה, קְדוּשָׁה מְבִיאָה לִידֵי עֲנָוָה, עֲנָוָה מְבִיאָה לִידֵי יִרְאַת חֵטְא, יִרְאַת חֵטְא מְבִיאָה לִידֵי חֲסִידוּת, חֲסִידוּת מְבִיאָה לִידֵי רוּחַ הַקֹּדֶשׁ, רוּחַ הַקֹּדֶשׁ מְבִיאָה לִידֵי תְּחִיַּת הַמֵּתִים"; אז מען לערנט תורה קומט מען אן ביז תחיית המתים, דו וועסט ווערן א לעבעדיגער איד.

#221 - מיינע עלטערן רודפ'ן מיר זייער אסאך, וואס טו איך?
שידוכים, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס איך נעם פון אייערע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן כח אנצוגיין.


איך האב אייך געוואלט בעטן אן עצה ווי אזוי איך קען זיך האלטן פרייליך אין די צייט וואס מיינע עלטערן רודפ'ן מיר זייער אסאך אינדערהיים. איך בין נישט דאר, און מיינע עלטערן הערן נישט אויף מיר צו סעקירן אויף דעם, און שרייען אויף מיר אז איך וועל קיינמאל נישט קענען חתונה, איך וועל נאר קענען חתונה האבן מיט א בלינדער בחור, ווייל ער וועט נישט זען ווי גראב איך בין. און דאס טוט מיר זייער שטארק וויי.


בכלל באקום איך זייער ווייניג קאמפלימענטן פון זיי, נאר אויב איך קען זיין ממש הונדערט פראצענט גוט, אבער קריטיק האלט איך אין איין הערן, מ'פארשעמט מיך און מ'שרייט מיר נאך מיט צונעמען, און מיינע ברידער העלפן נאך ארויס מיר צו רופן מיט אלע סארט צונעמען.


ווען איך בין אינדערהיים שפיר איך ממש ווי אין גהינום, איך פיל אז איך האלט עס מער נישט אויס. מיין חבר'טע האט מיר געזאגט וועגן אייך, אז איך זאל אייך שיקן א בריוו דערוועגן, אפשר וועט איר מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין קלעם.


א גרויסן יישר כח,


א מיידל פון לאנדאן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך קען ממש נישט קומען צו זיך הערנדיג די צער וואס איר גייט אריבער וכו' אז מען טשעפעט אייך מיט א זאך וואס האט נישט צו טון מיט אייך. עס זענען דא מענטשן וואס פארדייען בעסער דאס עסן און עס זענען דא מענטשן וואס זייער גוף פארדייט נישט אזוי שטארק דאס עסן.


זארגט נישט פאר אייער שידוך ווייל א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא" און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער איז דער וואס געבט שידוכים.


זארגט גארנישט פאר אייער שידוך, בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט זוכה זיין צו האבן א זיס לעבן און זיסע קינדער. יעדעס מאל איר גייט אריבער א בזיון פון אייערע עלטערן, זיי טשעפענען אייך אז איר וועט נישט חתונה האבן וכו', זאלט איר שטילערהייט מאכן א תפילה צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן א גוטע לעבן, א ערליכע מאן און געזונטע קינדער, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך"; יעדעס מאל מען טוט אייך וויי, מען שרייט אויף אייך מיאוס'ע ווערטער, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אנדערע אידן וואס גייען אריבער צער און עגמת נפש.


וויסן זאלט איר אז ווען א מענטש האט א בזיון קען ער אויס'פועל'ן גרויסע ישועות, ער האט א גרעסערע כח אין הימל פון סיי ווער, ווייל דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס זיין הארץ איז אים צעבראכן, אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, יט): "קָרוֹב ה' לְנִשְׁבְּרֵי לֵב"; דערפאר, יעדעס מאל ווען איר האט א בזיון זאלט איר בעטן פאר אידישע קינדער; בעטס פאר אלע וואס ווארטן אויף קינדער, בעטס פאר אלע וואס דארפן א רפואה, ווייל דער אייבערשטער נעמט אן זייער שנעל די תפילה פון א צעבראכענעם הארץ.


איך בעט אייך נאכאמאל, האט נישט מורא, איר וועט נישט באקומען א בלינדער חתן. אויב איר וועט זיין שטארק און איר וועט זיך דערהאלטן, וועט איר נאך חתונה האבן שענער ווי אייער גאנצע משפחה.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, איך דאנק דיר אז איך בין געזונט, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן. אייבערשטער, איך האב א זאך וואס שטערט מיר זייער שטארק, מיינע עלטערן טשעפענען מיר אז איך גיי נישט טרעפן א שידוך ווייל איך בין גראב, זיי זאגן מיר כסדר אז קיינער גייט נישט וועלן חתונה האבן מיט מיר נאר א קראנקע בחור און דאס צעברעכט מיר זייער שטארק; וואס קען איך טון? איך קען אויך באשטיין אויסצוקוקן גוט, אבער יעדעס מאל וואס איך מאך אפ אז איך גיי אכטונג געבן וואס איך עס, איז עס מיר מורא'דיג שווער. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל נישט מורא האבן פון קיינעם, איך זאל זיין שטארק אין אמונה און איך זאל וויסן אז מיין שידוך איז נאר אנגעהאנגען אין דיר. העלף מיר אז מיינע עלטערן זאלן מיר נישט צעברעכן, העלף מיין טאטע מאמע אז זיי זאלן האבן פרנסה און אלעס וואס זיי דארפן אז זיי זאלן נישט שרייען אויף מיר און זיי זאלן מיר נישט וויי טון.


הייליגער באשעפער, נעם אן מיינע בזיונות און זיי מיר מוחל אויף אלעס וואס איך האב געטון אין מיין לעבן און העלף אלע אידן, יעדער זאל האבן פרנסה, געזונט און נחת פון זייערע קינדער", אזוי זאלט איר בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, וועט איר זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


איך שרייב אייך א בריוו וואס איר זאלט איבערגעבן פאר אייערע עלטערן.


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד...


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער טאכטער ווי זי וויינט זיך אויס איר הארץ אז איר מאכט פון איר חוזק און איר קלאפט איר כסדר אראפ מיט דעם וואס זי איז גראב; איר זאגט איר אז זי וועט חתונה האבן מיט א בלינדער בחור וואס וועט נישט זען ווי אזוי זי זעט אויס.


איך טראכט אז אפשר כאפט איר נישט אז ווען איר רעדט אזוי צו אייער טאכטער הרג'ט איר אייער טאכטער, זי ווערט פון דעם צעקלאפט און צעבראכן. נישט נאר אז דאס וועט נישט העלפן זי זאל עסן ווייניגער, נאר דאס וועט איר נאך מער צעברעכן און איר מאכן פאר א קאליקע מיידל אז זי וועט טאקע נישט קענען חתונה האבן רחמנא לצלן.


ווען מען וויל העלפן א קינד צו פארלירן וואג וכו' קען מען דאס נישט טון מיט צווינגען, דאס וועט נאר ערגער מאכן, ווייל ממה נפשך, קומט דאס פון א געזונטהייט פראבלעם איז דאס דאך נישט דעם קינד'ס פראבלעם און זי איז גארנישט שולדיג, איז ווי מעג מען וויי טון א קינד און טשעפען מיט מיאוס'ע לשונות ווי "גראבער", ווען עס איז פשוט א פראבלעם וכו'. און אויב איז עס מחמת עצבות ומרה שחורה, וואס ווי באקאנט ווען א מענטש איז צוגעלייגט קען ער אסאך מאל צונעמען וואג וכו', וועט איר זיכער נישט אויף טון מיט דעם וואס איר וועט איר דערשרעקן אז זי וועט נישט טרעפן קיין שידוך, דאס וועט בלויז מאכן אז זי זאל מער עסן וכו'.


כאפט אייך באצייטנס פאר איר וועט איר אינגאנצן פארלירן; וויפיל עלטערן וויינען אז זייער קינד וויל נישט אהיים קומען און דרייט זיך מיט שלעכטע חבר'טעס, דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער מען זאל נישט וויסן פון קיין צער. זייער אסאך מאל זענען די עלטערן אליינס שולדיג ווייל זיי דערנידערן זייער קינד מיט מיאוס'ע ווערטער: גראבער, פוילער, משוגע'נער וכו'; ביז דער קינד וויל זיך פשוט ראטעווען פון ווערן א קאליקער, אנטלויפט מען פון שטוב און מען זוכט א פלאץ וואו מען קען אטעמען. וויפיל אידישע קינדער וואלגערן זיך אין די גאסן, עס איז ממש מקוים געווארן וואס שטייט (איכה ד, ח): "חָשַׁךְ מִשְּׁחוֹר תָּאֳרָם לֹא נִכְּרוּ בַּחוּצוֹת, צָפַד עוֹרָם עַל עַצְמָם יָבֵשׁ הָיָה כָעֵץ", עס וואלגערן זיך אידישע נשמות אויף די גאסן וואס מען דערקענט זיי שוין נישט אז זיי זענען בכלל אידן, וויפיל פון די קינדער זענען שולדיג די עלטערן אליינס ווייל זיי טשעפען זייערע קינדער...


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.) אז די אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים"; דאס הייבט זיך אן אין שטוב מיט די קינדער, אז עלטערן דארפן רחמנות האבן אויף די קינדער, אויף א טאטע וואס האט נישט רחמנות אויף זיינע קינדער זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בְּשֵׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", דאס איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל; עס זענען דא מענטשן וואס שטעלן זיך אהער ווי שיינע אידן אין גאס, מען העלפט יעדן איינעם, מען נעמט אריין יענעמס קינדער, אבער די אייגענע קינדער רצח'ט מען מיט די גרעסטע רציחה.


איך האף אז איר וועט זיך כאפן באצייטנס, איר וועט פארעכטן ווי אזוי איר רעדט, וועט איר זוכה זיין צו האבן נחת פון אייערע קינדער, אמן.


 


 

#220 - ווען איך גיי נאך צדקה, זאל איך זאגן אז איך גיי פאר מיר?
חובות, תפילה והתבודדות, בזיונות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פריערדיגע בריוו וואס דער ראש ישיבה האט מיר צוריקגעשריבן, און א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס העלפן מיר אויף יעדן טריט און שריט.


איך האב געוואלט פרעגן אויף דעם וואס דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז אויב קען מען נישט דעקן די הוצאות, און מ'האט חובות, זאל מען גיין נאך געלט. איך פאלג און איך גיי צו עשירים נאך געלט, אבער נאכדעם טוט עס מיר זייער וויי ווייל די עשירים געבן מיר די זעלבע אדער ווייניגער ווי ווען איך וואלט ווען נישט געזאגט אז איך גיי פאר מיר אליין. זאל איך זאגן פאר וועם איך גיי אדער איז בעסער נישט צו זאגן? ווייל איך באקום ממילא נישט מער און איך האב סתם בזיונות דערפון. און איך ווער פארעקלט פון דעם.א


איך האב נישט קיין ווערטער ארויסצוברענגען מיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה, זייט איך בין געוואויר געווארן פון די עצות וואס די ראש ישיבה לערנט מיט אונז האט זיך מיין לעבן געטוישט, ממש מן הקצה אל הקצה!


דער אייבערשטער זאל שענקען פאר'ן ראש ישיבה אסאך כח אנצוגיין ווייטער צו קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס און מוהרא"ש'ס עצות אז אנדערע אידן זאלן אויך וויסן אז מען קען לעבן א חיים טובים.


יישר כח פאר אלעס.


יעקב משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיינע חובות אין וואס דו ביסט אריין געפאלן; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה, שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון דעם איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער 'בעל חוב'. און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף דער וועלט נישט צו זיין א בעל חוב, וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה - פגם הברית רחמנא לצלן.


די עצה ארויס צו קריכן פון דעם איז, אז מען זאל תשובה טון; מען זאל וויינען צום אייבערשטן אז מען זאל קענען ארויס קריכן פון אלע חובות, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר; קוק ווי איך זינק אין שווערע חובות, איך ווייס אז איך בין זיך אליינס שולדיג, ווייל איך האב געטון עבירות וואס דער עונש אויף דעם איז אז מען ווערט א בעל חוב, איך בין נכשל געווארן אין פגם הברית, אבער רבונו של עולם איך וויל תשובה טון, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים. הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך א חנון המרבה לסלוח, אז מען טוט תשובה ביסטו מוחל אויף אלע עבירות, בעט איך דיר, נעם מיך ארויס פון מיין זומפ, נעם אן מיין תשובה און העלף מיר ארויס צו קריכן פון מיינע חובות", אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן און לייג אריין דיינע אייגענע תפילות ובקשות.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין נאך צדקה פאר זיך; געדענק גוט וואס איך האלט אין איין חזר'ן: "עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, אדער צו נעמען א פשוט'ע ארבעט וכו', א בושה איז אז מען בארגט און מען באצאלט נישט וואס אזוי ווערט מען אנגערופן א רשע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם", א רשע בארגט און באצאלט נישט".


לאז אפ עשירים און חנפ'ע נישט קיינעם; געדענק וואס מוהרא"ש שרייבט אונז אין די צוואה, וזה לשונו: "אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן, פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם".


דערפאר חנפ'ע נישט קיינעם, טראכט נישט פון דעם עושר און פון דעם גביר; דו גיי ווייטער נאך געלט ביז דו וועסט אפצאלן דיינע חובות אין וואס דו דערטרינקסט זיך, ווייל ווי לאנג א מענטש האט חובות האט ער נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח קען מען נישט דינען דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב". ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות.


ווען דו גייסט נאך געלט דארפסטו נישט זאגן אז דו גייסט פאר דיר וכו', נאר זאג "צדקה פאר אן ארעמע משפחה".


זע צו גיין נאך געלט יעדע צופרי - אפילו נאר ביי דעם מנין וואו דו דאווענסט שחרית מנחה מעריב. טראכט נישט: 'וואס וועט שוין זיין אז איך וועל מאכן אפאר דאללער, איך בין דאך שולדיג טויזענטער דאללער פאר מענטשן און גמח'ן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פְּרוּטָה וּפְרוּטָה מִצְטָרֶפֶת", אז דו האסט געמאכט א צענער, א צוואנציגער, גיי באצאל דאס; אזוי צוביסלעך וועסטו ארויס קריכן פון דיינע חובות.


איך ווייס אז עס איז שווער און דו שעמסט זיך, אבער געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פא.): "מוּטָב תִּכַּסְּפוּ בִּי בְּעָלְמָא הָדֵין, וְלָא תִּכַּסְּפוּ מִינֵיהּ לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ענדערש זאל א מענטש פארשעמט ווערן אויף דער וועלט ווי איידער פארשעמט צו ווערן אויף יענער וועלט; א מענטש וואס גייט נאך געלט צו באצאלן חובות איז אן ערליכע איד, עס איז בכלל נישט קיין בושה צו גיין קלייבן געלט, א בושה איז ווען א מענטש איז שולדיג געלט פאר מענטשן און ער זיצט ביי זיך אין שטוב און שטעלט זיך אהער ווי א שיינער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפגעראכטן ווערן און קענען באצאלן אלע דיינע חובות.

#219 - מיין חבר'טע איז זייער צעבראכן, אפשר קענט איר געבן אביסל חיזוק?
שידוכים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון לאנדאן, ענגלאנד. און איך בין זיך מחיה מיט אייערע שיעורים אויפ'ן טעלעפאן, ווי אויך מיט די בריוו וועלכע געבן אזויפיל עצות און הדרכה אין לעבן.


איך האב לעצנטס געהאט א מעשה אז א מיידל פון מיין קלאס האט זיך אויסגערעדט איר הארץ פאר מיר אז זי לייד זיך צוזאם זייער שטארק אינדערהיים, אירע עלטערן שרייען גאר אסאך אויף איר, און וויפיל זי טוט נאר פאר זיי, זענען זיי קיינמאל נישט צופרידן. אויך האט זי זיך מיר אפגערעדט אז אירע עלטערן פארשעמען איר זייער אסאך אויף דעם וואס זי איז נישט גענוג דאר, און זיי זאגן איר אז זי וועט קיינמאל נישט קענען טרעפן א שידוך אזוי. זי שפירט ממש ווי אין גיהנום ווען זי איז אינדערהיים.


איך האב ממש רחמנות געהאט אויף איר, וואס זי מאכט נעבעך מיט אזוי סאך, איך האב פרובירט איר מחזק צו זיין, און אזוי ווי איך האב שוין געליינט אסאך בריוו ווי איר זענט מחזק אידישע קינדער, האט איך איר גע'עצה'ט אז זי זאל אייך שרייבן א בריוו, אפשר וועט זי באקומען חיזוק פון אייך, זי האט אבער נישט געוואלט שרייבן, דעריבער שרייב איך אייך דעם בריוו. אפשר קענט איר שרייבן עטליכע ווערטער פאר די מיידל איר מחזק צו זיין אין איר מצב וואס זי גייט אריבער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר האט איר מחזק געווען, זי האט מיר געשריבן א בריוו.


איך מיין אז איר זאלט פארציילן די מעשה פאר אייער טיטשער אדער מנהלת, אפשר קענען זיי מחזק זיין די מיידל און איר בארואיגן אז זי וועט טרעפן א שידוך און עס איז נישט עק וועלט ווי אזוי זי זעט אויס וכו'. אפשר וועלן זיי רעדן צו אירע עלטערן און זיי אויפמערקזאם מאכן אז זייער טאכטער איז זייער צעבראכן אז מען שרייט אויף איר וכו'.


אז דער אייבערשטער האט געפירט אז זי האט זיך פאר אייך אויסגערעדט איר הארץ וכו' דארפט איר געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא שמות יב, ז): "מִצְוָה הַבָּאָה לְיָדְךָ אַל תַּחְמִיצֶנָּה", אז עס קומט אונטער א מצוה זאל מען עס גלייך טון; דערפאר, אז די מיידל האט גענומען די קוראזש צו רעדן צו אייך, דארפט איר רעדן מיט איר און איר מחזק זיין אז א שידוך האט נישט צו טון ווי אזוי מען זעט אויס וכו', נאר אז א שידוך דארף ווערן וועט זיך דער גאנצע וועלט איבערדרייען אז דער שידוך זאל צושטאנד קומען. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אז אמאל מאכט דער אייבערשטער א מלחמה צווישן צוויי לענדער נאר צוליב א שידוך וואס דארף ווערן; ווייל דער חתן וואוינט אין איין מדינה און די כלה וואוינט אין אן אנדערע מדינה און ביידע ווילן נישט זוכן א שידוך אין דער פרעמד, זיי ווילן נאר א שידוך פון זייער לאנד, מאכט דער אייבערשטער א מלחמה וכו' ביז דער שידוך ווערט.


ליידער דרייען זיך ארום נישט איין אזא מיידל צווישן מיידלעך, נאר הונדערטער אדער גאר טויזענטער מיידלעך וואס זענען ביי זיך אין הארץ אזוי צעקלאפט, יעדער מיט זיין מעשה; איינעם טשעפעט מען אז זי איז נישט אזוי דאר, א צווייטן טשעפעט מען אז זי איז נישט אזוי געלונגען ווי די שוועסטער, דער דריטער טשעפעט מען ווייל זי איז נישט אזוי שיין וכו'. איז וואויל פאר א מיידל וואס זוכט אויף די סארט מיידלעך און שפילט מיט זיי, שפאצירט מיט זיי און רעדט מיט זיי. אפילו זיי נאר אויסהערן ווי זיי רעדן זיך אויס, ווייזן מיטלייד און זיי מחזק זיין זיי זאלן זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#218 - זאל איך גיין ווייסע זאקן שבת, אפילו מיין מאמע וויל נישט?
שבת קודש, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ב"ה א חתן געווארן, און אין עטליכע וואכן ארום וועט זיין מיין חתונה אי"ה.


איך האב געהאט א שטיקל קריגעריי מיט מיין מאמע, סתם אזוי לעבן מיר זייער גוט, מיר האבן זייער א פריינדליכע שטוב, מיר האבן זיך אבער געקריגט איבער דעם וואס איך האב געוואלט גיין שבת מיט ווייסע זאקן נאך די חתונה, און ביים ווארט האט די כלה אויך געפרעגט אויב איך גיי גיין מיט ווייסע זאקן, מיין טאטע גייט נישט מיט ווייסע זאקן, אבער מיין שווער גייט יא, און מיין מאמע וויל נישט אז איך זאל גיין דערמיט.


מיין מאמע לעבט אזוי ווי פאר הונדערט יאר צוריק, זי מיינט אז מען ווערט א רבי ווען מען גייט מיט ווייסע זאקן, זי כאפט נישט אז היינט גייט יעדער אינגערמאן אזוי. מיר האבן למעשה איינגעקויפט די שטאפיר, און איך האב געקויפט די הויזן שיך זאקן אזוי ווי איך האב געוואלט.


לעצטנס האב איך געהערט פון אייך א שארפע שיעור וועגן מכבד זיין עלטערן, איך האב געגעבן פאר מיין מאמע צו הערן דעם שיעור און זי האט זייער הנאה געהאט. אבער יעצט ווייס איך נישט וואס צו טון, איך פיל פון איין זייט אז איך בין א שגץ אז איך פאלג איר נישט, אבער איך האלט אז נאך די חתונה וועט זי עס אויך ליב האבן. איך האב עס זייער שטארק ליב, איך שפיר אז איך גיי זיך פילן ווי א גוי אן דעם שבת. פאר מיין טאטע גייט עס נישט אן.


וואס האלט דער ראש ישיבה אז איך דארף צו טון?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א) אז דאס איז חמורות שבחמורות, דאס איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ירושלמי קידושין כ.): ר' טרפון'ס מאמע איז אמאל געגאנגען שפאצירן שבת און איר שיך האט זיך צעריסן, האט ר' טרפון זיך אראפגעלייגט און געלייגט זיינע הענט אויף דער ערד זאגענדיג: "מאמע, טרעט אויף מיר", כדי זי זאל נישט גיין בארוועס, אזוי איז ער געגאנגען מיט איר ביז זי איז אנגעקומען צו איר שטוב. איינמאל ווען ר' טרפון האט זיך נישט גוט געשפירט, האט זיין מאמע געבעטן די חכמים זיי זאלן מתפלל זיין פאר אים ווייל ער איז איר מכבד מער וויפיל מען דארף, האבן איר די חכמים געפרעגט: "וואס טוט ער?" האט זי פארציילט ווי ער האט זיך אראפגעלייגט אויף דער ערד ווען איר שיך האט זיך צעריסן, ער האט געלייגט זיינע הענט אז איך זאל קענען גיין וכו', האבן די חכמים געזאגט: "אפילו ער זאל דיר טון טויזנט מאל אזוי ווי ער טוט דיר יעצט, האט ער נאך נישט מקיים געווען די מצוה ווי עס דארף צו זיין".


בנוגע אנטון ווייסע זאקן לכבוד שבת וכו'; זיי מסביר פאר דיין מאמע אז היינט איז דאס א חסידי'שער לבוש וכו' און אלע חסידי'שע אידן גייען מיט ווייסע זאקן שבת, אזוי וועט זי נישט זיין קעגן דעם אז דו זאלסט אויך גיין וכו'.


געדענק, דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעהן ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת און זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות לה' ולתורתו.

#217 - אויב וויינען האט נישט געהאלפן, ווי אזוי וועלן פשוטע תפלות העלפן?
קינדער, תפילה והתבודדות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די טייערע שיעורים וואס זענען ממש כמים קרים על נפש עייפה.


איך זע נאכאלץ נישט קיין גאנצע ישועה מיט מיין זון וואס האט ליידער אוועק געגליטשט, כאטש וואס איך לערן מיט אים אויפ'ן טעלעפאן יעדן טאג משניות, ווייס איך האב אבער נישט וואו ער האלט מיט זיין אידישקייט און מיט'ן היטן שבת.


אמאל פלעג איך זייער אסאך וויינען צום אייבערשטן איבער דעם, מיינע אויגן פלעגן ממש וויי טון פון אזויפיל וויינען, אבער יעצט האב איך מער נישט קיין כח צו וויינען, איך בעט טאקע אסאך דעם אייבערשטן, אבער אן קיין וויינען.


און איך טראכט צו זיך אז אויב האבן די שטורעמישע תפלות מיט גרויס געוויין נישט געקענט אויפטון און ברענגען די גאנצע ישועה, ווי אזוי וועלן די פשוטע תפלות יא העלפן?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קיב): "וְהַמַּשְׂכִּיל הַמֵּבִין יֵשׁ לוֹ לְהִתְפַּלֵּל כָּל יָמָיו שֶׁיִּזְכֶּה פַּעַם אֶחָד כָּל יְמֵי חַיָּיו לְדַבֵּר דִּבּוּר אֶחָד שֶׁל אֱמֶת לִפְנֵי ה' כָּרָאוּי", א מענטש דארף א גאנץ לעבן בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו מתפלל זיין כאטש איין אמת'ע תפילה אין זיין לעבן; אבער דער רבי זאגט נישט א סימן מען זאל וויסן ווען מען איז זוכה צו די אמת'ע תפילה.


קיינער ווייסט נישט ווען די אמת'ע תפילה קומט ארויס פונעם מענטש; א מענטש מיינט אז ווען מען גיסט זיך אויס דאס הארץ וכו' איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אבער ווען מען איז פארמאכט און מען קען אפילו נישט וויינען, קוים וואס מען קען ארויס זאגן א ווארט, דאס איז נישט חשוב. עס איז נישט אזוי; אמאל קען זיין אז דוקא ווען דער מענטש איז אזוי צעקלאפט וכו', ער דאווענט און בעט דעם אייבערשטן טרוקענערהייט וכו', דעמאלט קומט ארויס פון אים א דיבור אמת.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צה): ווען א מענטש דאווענט צום אייבערשטן זאל ער נישט טראכטן: 'ווען גיי איך שוין אביסל וויינען?' 'ווען גיי איך קענען בעטן מיט טרערן?' ווייל דאס אליינס איז מחשבות זרות; נאר ווען מען דאווענט דארף מען טראכטן פון וואס מען זאגט און נישט וועלן גארנישט אפעס אנדערש. חוץ פון דעם זאגט דער רבי, אז אויב מען ווארט צו וויינען וועט מען ביידע נישט האבן – נישט דאס וויינען און נישט דאס דאווענען.


דערפאר זאלסטו זיך נישט מבלבל זיין צי דו וויינסט יא, צי דו וויינסט נישט; דו זאלסט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיין קינד ער זאל תשובה טון. קוק נישט אויף די אלע מחשבות וכו' וואס דאס קומט פונעם יצר הרע. דער יצר הרע האט זייער מורא פון תפילה, דערפאר זוכט ער צו מבלבל זיין דעם מענטש מיט אלע סארט קאפ דרייענישן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#216 - זאל איך זיך אפלאזן פון מיין שמוץ, און נישט קוקן אויף די שווערע קאנסעקווענצן?
קדושה, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג רבי יואל ראטה שליט"א,


שלום וברכה, איך בין דער בחור וואס האט געפרעגט וועגן א אינגערמאן וואס שלעפט מיך צו נישט איידעלע זאכן. א גרויסן יישר כח פאר אייער תשובה.


איך וויל אבער קלארער מסביר זיין מיין סיטואציע אז דער ראש ישיבה זאל בעסער פארשטיין מיין מצב. יענער האט בילדער און ווידיאס פון מיר וואס ער קען מיר סטראשן מיט דעם און מיר אריינלייגן אין גרויסע פראבלעמען, איך ווייס פון אנדערע וועלכע האבן אסאך געליטן פון די סארט זאכן. למעשה איז יענער א שיינער באלעבאס און איך בין אן אפגעריסענער בחור פון א משוגענע שטוב, און מ'וועט זיכער יענעם גלייבן מער פון מיר. זאל איך טאקע קוקן אויף גארנישט און שפרינגען אין וואסער אריין?


ווער גייט מיר גלייבן, ווער גייט זיך אננעמען פאר מיר אין פאל פון נויט? ס'איז גענוג אז איך פיל זיך א שמאטע אונטער יענעם, איך פיל זיך ווי יענעמ'ס חפץ מיך צו ניצן פאר זיינע תאוות... איך בין גארנישט ווערד פאר מיך אליין... און דער אמת איז אז איך וויל זיך ארויסרייסן פון אים, איך וויל אזוי שטארק... איך וויין אסאך מאל אין בעט און איך וויל זיין געלונגען און צופרידן, אבער וואס זאל איך טון אז מיין גורל איז אזוי?! - ווי אזוי קען איך זיך העלפן?


מיין שאלה איז נאכאמאל צי אייער עצה איז טאקע אז איך זאל אויף גארנישט קוקן און זיך נישט רעכענען מיט די קאנסעקווענצן? איך רעד שוין נישט פון געלט וואס איז אמת'דיג א נושא פאר זיך, איך האב ממש נישט געהאט קיין געלט פאר וועש אנצוטון איידער איך האב זיך פארפלאנטערט מיט אים, זאל איך טאקע אריינשפרינגען און נישט קוקן אויף גארנישט? דער ראש-ישיבה נעמט אחריות אויב עפעס וועט געשען חלילה?


מיט דאנק פאר אייער פריערדיגע ענטפער, און איך קוק ארויס אויף אן ענטפער אויף דעם יעצטיגן בריוו.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זע אז דו פארשטייסט נאך אלץ נישט אין וואסערע סכנה דו געפונסט זיך; נישט גענוג וואס דער שגץ האט געטון מיט דיר וכו' האט ער דיר אויך צוגענומען דיין מח אז דו קענסט שוין נישט טראכטן גראד.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ק): אויפן פסוק (בראשית לט, יב): "וַתִּתְפְּשֵׂהוּ בְּבִגְדוֹ", דער יצר הרע כאפט א מענטש מיט זיינע קליידער, ער מאכט אז דער מענטש זאל זיין פארנומען מיט קליידער וכו', אבער ווער עס האט שכל, דער קוקט נישט אויף גארנישט. זאגט דער רבי: "אַף עַל פִּי שֶּׁאֵין לוֹ בֶּגֶד לִלְבֹּשׁ, אַף עַל פִּי כֵּן אֵינוֹ מַטְרִיד עַצְמוֹ בָּזֶה וְאֵינוֹ רוֹצֶה לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְבַלְבֵּל בָּזֶה", אפילו ער האט נישט קיין קליידער אנצוטון, קוקט ער אויף גארנישט, "וְזֶהוּ 'וַיָּנַח בִּגְדוֹ אֶצְלָהּ וַיָּנָס', שֶׁמֵנִּיחַ בִּגְדוֹ וּמַלְבּוּשׁוֹ וְנָס וּבוֹרֵחַ מֵהֶם וְאֵינוֹ מַשְׁגִּיחַ כְּלָל עַל זֶה, רַק עוֹשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ בַּעֲבוֹדַת ה' כְּפִי מַה שֶׁיָּכוֹל", דאס איז פשט אין פסוק; יוסף הצדיק איז אנטלאפן איבערלאזנדיג זיינע קליידער, ער האט אויף גארנישט געקוקט.


איך בעט דיר ברחמים, אנטלויף פון אים! אז נישט וועט דיר זיין זייער ביטער, ווייל פונעם אייבערשטן קען מען זיך נישט באהאלטן. האק אפ אלע דיינע פארבינדונגען וואס דו האסט מיט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן י): "לֹא תִּכָּנֵס עִם פִּתּוּיֶיךָ בְּטוֹעֵן וְנִטְעָן, כִּי אֲרִיכַת הַרְגָּשַׁת הַחוֹשֵׁב אֲפִלּוּ לִבְחִינַת הַשּׁוֹלֵל, תִּפְעַל הַגְבָּרַת הַחֵפֵץ, וְתִתְהַפֵּךְ הָרָצוֹן אֵלָיו", מען זאל נישט רעדן מיט איינעם וואס וויל אריין שלעפן אין עבירות - נישט לטוב און נישט לרע; נישט זאגן איך גיי טון און אויך נישט זאגן איך גיי נישט טון, ווייל דאס עצם רעדן מיט א מניוול איז סכנות נפשות.


מען דארף וויסן אז א זאך וואס די תורה לאזט נישט טון - טוט מען נישט, אן קיין הסברים און אן קיין תירוצים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז קלוג; עס איז נישט דא נאך אזא צרה ווי די צרה אין וואס דו געפינסט זיך. אנטלויף פון דעם רשע מרושע און האק אפ אלע קשרים וואס דו האסט מיט אים, געדענק אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וואס ווייסט אלעס און זעט אלעס און מען קען זיך נישט באהאלטן פון אים.


אז דו ווילסט באמת ארויס קריכן פון דיינע שמוציגע מעשים נעם דעם רבינ'ס עצה און אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן קענסטו נאך ארויס קריכן פון דיינע עקעלדיגע מעשים. די עצה פאר דעם איז תורה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די ביטערע  עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי אים געענטפערט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד"; זעט מען אז תורה קען יעדן איינעם העלפן, און יעדן צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


בדרך כלל די אלע וואס זענען אראפ געפאלן אין ביטערע עבירות, בפרט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האבן שוין נישט קיין מח צו פארשטיין לערנען, ווייל דער מח איז זיי פארברענט געווארן פון די עבירה. די איינציגסטע וועג פאר זיי איז אז זיי זאלן נעמען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן סימן עו) און גורס זיין אסאך פרקים משניות, אפילו בלי הבנה כלל, דאס וועט זיי ארויס שלעפן פון זייער פלאנטער און זיי אפהאלטן פון זייער רגילות.


דאס איז דער איינציגסטער וועג פאר דיר ארויס צו קריכן פון דיינע מעשי תועבה אין וואס דו האסט זיך מרגיל געווען השם ישמרינו, איך האף אז דו וועסט פאלגן וואס איך שרייב דיר און תשובה טון.

#215 - ווי אזוי איז מען א גוטער בחור אין ישיבה?
בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור אין ישיבה, איך וויל זיך צושטעלן צו די סדרים און זיין וואויל, אבער פון די אנדערע זייט האב איך מורא אז אנדערע בחורים וועלן מיר אראפקוקן און פארשעמען אז איך בין א נעבעך אז איך שטעל זיך צו צו אלע פארלאנגען פון מיין ראש ישיבה און די משגיחים.


יישר כח.


דוב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד דוב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ווילסט זיך צושטעלן צו אלעס וואס מען פארלאנגט אין ישיבה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, א): "דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות; א בחור וואס פירט זיך מיט דרך ארץ צו זיינע מגידי שיעורים און ראשי ישיבות איז א סימן אז ער האט יראת שמים און ער וועט מצליח זיין אין לעבן. ביים רבי'ן איז געווען א גרויסער יסוד דרך ארץ ומידות טובות, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" - "שֶׁיְּהֵא שֵּׁם שָׁמַיִם מִתְאַהֵב עַל יָדְך", א מענטש דארף זען אז דורך אים זאלן מענטשן ליב האבן דעם אייבערשטן; ווען א מענטש לערנט די הייליגע תורה און ער איז משמש תלמידי חכמים, אויב פירט ער זיך אויף מיט דרך ארץ, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו, אַשְׁרֵי רַבּוֹ, שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן און וואויל איז פאר זיינע רבי'ס וואס האבן אים געלערנט תורה. ווידער פארקערט, ווען מען זעט א מענטש וואס לערנט נישט, זאגט מען: "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלא לָּמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוק ווי שיין דער מענטש וואס לערנט תורה פירט זיך אויף, אויף אים איז געזאגט געווארן דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער זאגט: "איך בארים זיך מיט דיר". אבער דער וואס פירט זיך נישט אויף מיט דרך ארץ, וואס זאגן מענטשן? "אוֹי לּוֹ לִפְלוֹנִי שֶׁלָּמַד תּוֹרָה, אוֹי לּוֹ לְאָבִיו וּלְרַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וויי פאר אים און וויי פאר זיינע עלטערן און רבי'ס וואס האבן אים געלערנט וכו'; עיין שם.


ווען דיינע חברים וועלן זען ווי דו שטעלסט זיך צו צום סדר הישיבה וועלן זיי דיר נישט טשעפען, פארקערט מען וועט דיר מכבד זיין און שעצן, דו וועסט טרעפן חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם. די אלע בחורים וואס זאגן אז מען טשעפעט זיי אין ישיבה וכו', זייער אסאך מאל זענען זיי זיך אליינס ווערד דאס געלט, זיי רייצן זיך מיט בחורים און זאגן מוסר פאר חברים, וואס דאס מאכט אז אלע זאלן זיך נעמען אויף אים.


אז א בחור דינט דעם אייבערשטן, ער לערנט און דאווענט, ער איז נישט פארנומען מיט א צווייטנס רוחניות - וועט אים קיינער נישט טשעפען. אין ברסלב האט מען זייער אכטונג געגעבן אויף א צווייטנס גשמיות און אויף די אייגענע רוחניות.


זוך דיר נישט צו זיין דער משגיח אויף די בחורים און לויף נישט פארציילן יעדע מאל ווען די בחורים זענען אביסל לעבעדיג וכו'; גיי דיר דיין וועג וועט דיר קיינער נישט שטערן.


די בחור'ישע יארן זענען פון איין זייט זייער שווער, ווייל מען ווארט אויף א שידוך און דער יצר הרע ברענט און פלאקערט וכו', אבער פון די אנדערע זייט, אויב א בחור ניצט אויס זיינע יונגע יארן קען ער זוכה זיין צו זייער שיינע זאכן. אלס בחור האט מען נאך נישט דעם עול הפרנסה, קינדער וכו', מען קען זיצן און לערנען און ענדיגן כל התורה כולה.


דער רבי האט אונז געגעבן א "סדר דרך הלימוד" (שיחות הר"ן, סימן עו) וואס איז א דבר השוה לכל נפש, יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען און מסיים זיין די גאנצע תורה דורך דעם סדר. בפרט א בחור, אויב האט ער שכל און ניצט אויס זיינע טעג און יארן, קען ער אין א קורצע צייט אנקומען גאר אסאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#214 - ווי אזוי קען איך העלפן מיין חבר, וואס איינער וויל אים אראפפירן פון וועג?
אמונה, חברים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן קונטרס "עצתו אמונה", וואס איך האב באקומען פון א חבר, עס האט מיך זייער שטארק מחיה געווען און געגעבן עצות אויף אסאך זאכן.


איך האב א חבר, א זעכצן יעריגער בחור וואס ארבעט א האלבע טאג און א האלבע טאג זיצט ער אין ישיבה. די וואך דערציילט ער מיר אז א סעילסמאן, א פרייער איד, פון איינע פון די קאמפאניס וואס ברענגען סחורה צו די פלאץ וואו ער ארבעט, איז געווארן זייער גוט מיט אים אין ער שמועסט אסאך מיט אים, און בתוך הדברים פרעגט ער אים קשיות אויף די אמונה. אויך וויל אים יענער ארויסנעמען צו רעסטוראנטס פאר נאכטמאל.


איך פארשטיי אז דאס איז זייער נישט גוט פאר אים, און ער איז א תמים און ער כאפט נישט די גרוב וואס ער גראבט זיך אליין. איך האב פרובירט אים מסביר צו זיין, אבער ער האט בכלל נישט פארשטאנען וואס איז דער פראבלעם, ער פריידט זיך אז איינער געבט אים אויפמערקזאמקייט.


וואס נאך קען איך טון אים צו העלפן און ראטעווען?


א גרויסן יישר כח.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי אים מחזק ער זאל האבן איינעם אין לעבן וועם ער זאל פרעגן יעדע זאך, זיי אים מחזק ער זאל זיין מקושר צו אן ערליכן איד, א דיין, א רב, אדער זיין ראש ישיבה,  פון וועם ער זאל פרעגן זיינע שאלות און מיט וועם ער וועט זיך שפירן באקוועם צו רעדן און פארציילן וואס עס גייט אריבער אויף אים.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ, עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה, שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", ווער עס פרעגט אלע זיינע ספיקות פון זיין רבי און אפילו דער רבי פארשעמט אים פרעגט ער ווייטער אלע זיינע ספיקות, וועט ער זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן זיין גרעסערע תלמידי חכמים ווי זיין רבי; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ד.): דוד המלך פלעגט פרעגן זיין רבי מפיבושת: מְפִיבֹשֶׁת רַבִּי, יָפֶה דַּנְתִּי? יָפֶה חִיַּבְתִּי? יָפֶה זִכִּיתִי? יָפֶה טִהַרְתִּי? יָפֶה טִמֵּאתִי? וְלֹא בּוֹשְׁתִּי"; דערפאר האט ער זוכה געווען צו האבן א זון וואס איז געווען גרעסער אין לערנען פון זיין רבי.


ווען דו רעדסט מיט א חבר און דו זעסט אז ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין און דו טראכסט צי דו זאלסט אים זאגן מוסר אדער נישט, דארפסטו געדענקען אז די וויכטיגסטע זאך איז אים צו מחזק זיין ער זאל האבן שייכות מיט אן ערליכער איד, זיך מיט אים דורך רעדן און פרעגן זיינע שאלות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד"; מען דארף יעדע זאך פרעגן און זיך נישט שעמען.


יעצט צום עצם שאלה, צי ער זאל ארויס גיין עסן מיט דעם סעילסמאן וכו'; דאס איז דער וועג ווי אזוי דער יצר הרע כאפט אריין אידישע קינדער. אזוי ווי דער רבי דערציילט אין די מעשה פונעם חכם ותם (ספורי מעשיות, מעשה ט): "ווען דער חכם האט באקומען די בריוו פון דער שליח פונעם קעניג האט ער געמאכט א גרויסע סעודה און אינמיטן די סעודה האט דער חכם אנגעהויבן צו רעדן קעגן די אמונה", עיין שם; דאס איז דער וועג פון דער יצר הרע, ער מאכט א סעודה און דעמאלט ברענגט ער אריין ספיקות אין די אמונה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה ח.): אויב מען גייט עסן מיט א גוי א סעודה, "אַף עַל פִּי שֶׁאוֹכְלִין מִשֶּׁלָּהֶן וְשׁוֹתִין מִשֶּׁלָּהֶן", אפילו דער איד ברענגט זיך מיט זיינע אייגענע כשר'ע עסן, "מַעְלָה עֲלֵיהֶם הַכָּתוּב כְּאִילוּ אָכְלוּ מִזִּבְחֵי מֵתִים", רעכנט דאס די תורה ווי דער איד עסט פלייש וואס מען האט מקריב געווען פאר עבודה זרה, אזוי ווי עס שטייט (שמות לד, טו): "וְקָרָא לְך וְאָכַלְתָּ מִזִּבְחוֹ". פון ווען דער גוי רופט דיר צו עסן מיט אים, רעכנט מען דאס שוין "כְּאִילוּ אָכְלוּ מִזִּבְחֵי מֵתִים" - ווי ער דינט עבודה זרה.


ליידער פאלן אזוי אוועק היינטיגע טעג זייער אסאך אינגעלייט. מען גייט ארויס עסן מיט גוים - כלומר'יש פאר ביזנעס; מען פארברענגט און מען שמועסט צוזאמען, נאכדעם הייבן זיי אן פרעגן זייערע קושיות, זיי מאכן ליצנות, ביז מען פאלט אוועק פון די אמונה.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און שיקן דעם גואל צדק במהרה בימינו, אמן.

#213 - מעג מען וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אום שבת?
שבת קודש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן ישר כח פאר אלע אייערע שיעורים, עס העלפט מיר זייער אסאך אין מיין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג שבת מאכן התבודדות, צו בעטן דעם אייבערשטן און וויינען צום אייבערשטן אום שבת, אדער טאר מען שבת נישט וויינען און בעטן?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ווערט גע'פסקנ'ט (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) אז אויב איינער האט הנאה ווען ער וויינט, ער שפירט זייער גוט נאכדעם וואס ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטער און טוט תשובה וכו' - מעג ער וויינען שבת, ווייל דאס איז זיין עונג שבת; דערפאר איז נישט קיין שום פראבלעם זיך צו מתבודד זיין אום שבת קודש.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפילה, סימן מח): "שַׁבָּת וְרֹאשׁ חֹדֶשׁ יוֹתֵר מְסֻגָּל לְהַעֲלוֹת הַתְּפִילָּה", שבת איז א צייט וואס אלע תפילות גייען ארויף צום אייבערשטן; דערפאר, וואויל איז דעם מענטש וואס ניצט אויס די צייט פון שבת קודש זיך מתבודד צו זיין מיטן אייבערשטן, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', דער וועט זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#212 - מיינע עלטערן לאזן מיר נישט האבן א סעלפאון, וואס טו איך?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל פון פופצין יאר, איך הער כסדר אויס אייערע שיעורים און חיזוק יומי, און דאס העלפט מיר אסאך אין לעבן.


איך האב אייך געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך וויל זייער שטארק האבן א סעלפאון, אבער מיינע עלטערן ווילן מיר דאס נישט ערלויבן.


עס שטערט מיר אז מיין ברודער האט שוין געהאט א סעלפאון ווען ער איז געווען פערצן יאר, און פארוואס טאר איך נישט האבן קיין סעלפאון ביי די פופצין.


איך וועל אייך דאנקבאר זיין אויב איר וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פאלגט אייערע עלטערן; אז זיי זאגן אז איר דארפט נישט קיין סעלפאון ווייסן זיי וואס זיי זאגן. אויב איר וועט זיי פאלגן וועט איר זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און איר וועט האבן נחת פון אייערע קינדער.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, השמטה, תחלת חלק שני): אויפן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן וויבאלד ער איז געווען איינער אליינס; ווען א מענטש קוקט נאר אויף זיך, דעמאלט איז ער א גליקליכער מענטש, א צופרידענער מענטש. אז אייערע עלטערן ווילן נישט אז איר זאלט האבן א סעלפאון, פאלגט זיי. אפילו עס שטערט אייך פארוואס אייער ברודער מעג יא האבן וכו'.


אויב מען קוקט אויף זיך דעמאלט איז מען מצליח; אלע פראבלעמען הייבן זיך אן ווען מען קוקט אויף א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.

#211 - קענט איר מיר דערציילן אביסל איבער מוהרא"ש זי"ע?
חסידות ברסלב, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי עס דערנענטערט זיך דער גרויסער טאג, די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, האב איך געוואלט פרעגן אויב איר קענט מיר עפעס שרייבן עובדות והנהגות וואס איר האט געזען ביי מוהרא"ש במשך די יארן.


יישר כח,


נחמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נחמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר א צווייטן איד; עס איז אים געגאנגען אין לעבן אז נאך א איד זאל וויסן פונעם אייבערשטן, נאך א איד זאל וויסן אז ער האט נאך א תקנה. ווער רעדט נאך פון שלום בית; עס איז אים געגאנגען אין לעבן אז נאך א איד זאל האבן שלום בית. מוהרא"ש האט אלעס געלייגט אין דער זייט ווען עס איז געקומען צו העלפן א פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן.


ווען מען פלעגט פרעגן ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה ער זאל פארציילן א מופת פון ר' נתן, פלעגט ער זאגן: "א מופת בין איך" - פון "נחמן וואסער טרעגער" איז געווארן "ר' נחמן טולטשינער"; ווען ער איז געווען א אינגל איז ער געווארן א יתום לא עלינו און זיין פעטער האט אים מגדל געווען. איינמאל איז ר' נתן געקומען צו גאסט אין דעם שטאט טולטשין און ער איז איינגעשטאנען ביי דעם פעטער. ר' נחמן טולטשינער - נאך זייענדיג א יונגער בחור - האט געהערט ווי ר' נתן זאגט תורה, און אינמיטן די תורה האט ר' נתן געזאגט ווערטער וואס האט געכאפט זיין הארץ: "די וועלט איז נישט, און מען קען עס נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא און מען קען עס באקומען"; די ווערטער איז אים אריין אין הארץ און ער האט געמאכט א קשר מיט ר' נתן.


ווען ר' נתן האט געזען אז דער בחור נחמן האט אין זיך אסאך תמימות האט ער אים מקרב געווען און אים געזאגט ווי אזוי ער זאל לערנען וכו', ביז ער איז אויסגעוואקסן און געווארן ר' נחמן טולטשינער; פלעגט ער זאגן: "א מופת בין איך", אז פון "נחמן וואסער טרעגער" איז געווארן "ר' נחמן טולטשינער".


דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו איז אלץ אינגערמאן געפארן צו זיין הייליגער רבי דער גרויסער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו און דארט געלערנט פאר עטליכע יאר, ווען ער איז אהיים געקומען האט אים זיין שווער – וואס איז געווען א גרויסער מתנגד – געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט ביי דיין רבי'ן?" האט ער געזאגט: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט", האט דער שווער אים אויסגעלאכט און געזאגט: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, איך וועל אריין רופן די דינסט און איך וועל איר פרעגן צי זי ווייסט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, וועט זי אויך וויסן", אזוי האט ער געטון און די דינסט רופט זיך אן: "וואסערע פראגע איז דאס? אודאי איז דא א גאט אויף דער וועלט!"


פרעגט ער זיין איידעם: "פארוואס האסטו געדארפט אוועק פארן פון שטוב פאר אזא לאנגע צייט צו לערנען אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, קוק אויף די דינסט, זי ווייסט אויך אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אן פארן צו א רבי?!" האט דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע געענטפערט פאר זיין שווער: "יא יא, זי זאגט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אבער איך לעב מיט דעם".


אין דעם ווארט ליגט זייער אסאך; מענטשן פרעגן כסדר פארוואס מיר דארפן דעם הייליגן רבי'ן און ווען מיר ענטפערן אז מיר דארפן דעם רבי'ן ווייל ער ברענגט אין אונז אריין אמונה - אז מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און מיר זאלן אים אלעס בעטן, דרוקט מען זיך אויס מיט וואונדער: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א באשעפער און מען קען אים אלעס בעטן?!" אבער דער  אמת איז אז "יעדער ווייסט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אבער מיר לעבן מיטן אייבערשטן".


דאס איז וואס איך קען דיר דערציילן פון מוהרא"ש און דאס איז מוהרא"ש'ס מופת, אז ער האט גענומען פשוט'ע אידן און זיי געברענגט צום אייבערשטן. ווען איך קוק אויף מיר טראכט איך צו מיר 'דאס איז די גרעסטע מופת פון מוהרא"ש, אז ער האט אין מיר געקענט אריין לייגן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און איך זאל רעדן צום אייבערשטן'.


קוק וואס דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט): "וְעִקַּר הַחִדּוּשִׁים וְהַמּוֹפְתִים הַנּוֹרָאִים שֶׁרָאִינוּ מִמֶּנּוּ ז"ל, הוּא רַק בְּעִנְיַן הִתְקָרְבוּת יִשְׂרָאֵל לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", דער עיקר מופתים וואס מיר האבן געזען ביים הייליגן רבי'ן איז געווען נאר אינעם ענין פון מקרב זיין אידישע קינדער צום הייליגן באשעפער, "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁנִּכְנַס אֶחָד אֶצְלוֹ וְרָצָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, תֵּכֶף נֶהְפַּךְ מִיָּד לְאִישׁ אַחֵר מַמָּשׁ", יעדעס מאל ווען איינער איז געקומען צום רבי'ן און ער האט געוואלט ווערן אן ערליכע איד, האט מען געזען ווי דער מענטש ווערט אן אנדערע מענטש אינגאנצן.


ווען איינער בעט מיר אז איך זאל אים דערציילן מופתים פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וכו', דערצייל איך וואס עס איז ביי מיר דער גרעסטער מופת און דאס גרעסטע צדקות, אז א מענטש זאל שטיין און רעדן מיט מענטשן איבער פופציג יאר, בשעת די אלע מענטשן וואס ער האט געהאלפן - רובם ככולם, זענען געווארן זיינע מתנגדים; אסאך מנהיגים - סיי אין ברסלב און סיי אין דער וועלט האבן גענומען חיזוק פון דעם צדיק און גערעדט האבן זיי אלע אויף אים מיט א גרינגשעצונג. און דער חידוש איז וַיִּפְנוּ מִשָּׁם הָאֲנָשִׁים - וַיֵּלְכוּ סְדֹמָה, וְמוהרא"ש עוֹדֶנּוּ עֹמֵד לִפְנֵי ה'... מוהרא"ש איז ווייטער געגאנגען אויף זיין וועג, ער האט ווייטער מגלה געווען פאר אלעמען דעם הייליגן רבינ'ס עצות, ווייטער געשריבן ספרים וואס זענען מחי' ומחזק די גאנצע וועלט בלי שום גוזמא.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עבודה זרה ח:) אז די רומים האבן געמאכט א גזירה אויף די אידן אז מען טאר נישט געבן קיין סמיכה פאר קיינעם און ווער עס וועט געבן סמיכה וועט מען אים הרג'נען, אזוי אויך וועט מען הרג'נען די גאנצע שטאט וואו מען האט געגעבן סמיכה וכו'. זאגן חז"ל: "בְּרַם זָכוּר אוֹתוֹ הָאִישׁ לַטּוֹב וְרַבִּי יְהוּדָה בֶּן בָּבָא שְׁמוֹ", מען דארף געדענקען דאס מסירת נפש פון דעם גרויסן צדיק רבי יהודה בן בבא, ווייל ווען נישט אים וואלט ווען פארגעסן געווארן געוויסע הלכות וכו'. וואס האט ער געטון? ער האט גענומען פינף תנאים און זיך באהאלטן מיט זיי צווישן צוויי בערג און זיי דארט געגעבן סמיכה. ווען ער האט געזען אז די רומים קומען האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אנטלויפט, אז איר זאלט בלייבן לעבן", האבן זיי אים געפרעגט: "רֶבִּי, וְאַתָּה מַה תְּהֵא עָלֶיך?" רבי, דו קענסט דאך נישט אנטלויפן – ווייל ער איז געווען א זקן – וואס וועט זיין מיט דיר? האט ער זיי געזאגט: "הֲרֵינִי מוּטָל לִפְנֵיהֶם כְּאֶבֶן שֶּׁאֵין לָהּ הוֹפְכִין", איך וועל דא בלייבן ליגן ווי א שטיין וואס האט נישט קיין שום הרגש, זאלן זיי מיר כאפן און הרג'נען כדי איר זאלט זיך קענען ראטעווען.


די תלמידים האבן זיך טאקע געראטעוועט און אים האט מען געכאפט. דערציילט די גמרא: "לֹא זָזוּ מִשָׁם עַד שֶׁנָּעֲצוּ לְגוּפוֹ ג' מֵאוֹת לוּלְנִיָּאוֹת שֶׁל בַּרְזֶל, וַעֲשָׂאוּהוּ לְגוּפוֹ כִּכְבָרָה", זיי האבן אים נישט אפגעלאזט ביז מען האט אין אים אריין געשטאכן דריי הונדערט מעסערס, ביז זיין הייליגע גוף איז געווארן געלעכערט ווי א זופ.


דאס איז א מופת, דאס א צדיק; ער איז גרייט מען זאל אים שטעכן מיט דריי הונדערט מעסערס אבי עס זאל נישט פארגעסן ווערן די תורה ביי אידישע קינדער. וויפיל מען רעדט אויף אים און וויפיל מען שפייט אויף אים, איז ער ביי זיך אזוי בטל, אז ער גייט ווייטער אן מיט זיין הייליגע ארבעט צו פארשפרייטן דעם אייבערשטן אויף דער וועלט.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב) אז א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו זיין אזוי ווי דער ערד; די ערד ווערט נישט ברוגז אויף מענטשן ווען מען טרעט אויף איר, מען שפייט אויף איר און מען ווארפט מיסט אויף איר וכו' וכו', די ערד געבט ווייטער ארויס אלע גוטע פרוכט און אלע מענטשליכע באדערפענישן. אזוי אויך דארף א מענטש זיין א גוטער און א געבער; אפילו מען שפייט אויף אים און אפילו מען רעדט אויף אים, זאל ער ווייטער זיין גוט צו יעדן איינעם. דאס איז אויפן שפיץ גאפל וואס איך קען דיר זאגן אז איך האב געזען ביי מוהרא"ש; ער איז געווען כְּאַסְקֻפָּה הַנִדְּרֶסֶת פאר אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נאך גיין זיינע וועגן, מיר זאלן פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימינו אמן.

#210 - איך בין א כלה, קענט איר מיר געבן הדרכות פאר'ן נייעם לעבן?
חתונה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

שלום לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


אי"ה קומענדיגע וואך האב איך חתונה בשעה טובה ומוצלחת. איך וויל זייער שטארק בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו שרייבן אביסל עצות, שכל, און הדרכה, ווי אזוי צו פירן מיין נייע לעבן.


א גרויסן יישר כח.


א כלה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר אייער חתונה בשעה טובה ומוצלחת; דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן אויפשטעלן א "בית נאמן בישראל", ערליכע אידישע דורות, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, אמן.


איר האט מיר געבעטן פאר הנהגות, שכל און הדרכה פארן לעבן.


איר ווייסט דאך אודאי דעם סיפור אז ווען דער רבי'ס טאכטער איז געקומען צום רבי'ן זיך באקלאגן אז איר דינסט איז אוועקגעגאנעגען פון איר און זי דארף א דינסט צו העלפן אין שטוב, האט איר דער רבי געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן פאר א דינסט ווען דו ביסט געשטאנען אונטער די חופה?" זעט מען וואסערע כח חתן כלה האבן ביום חופתם, מען קען אין דעם טאג אלעס פועל'ן.


ווען א מענטש געוואוינט זיך איין זיך אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן איז ער א געהאלפענער, ווייל וואס עס וועט אריבער גיין אויף אים וועט ער דערציילן פארן אייבערשטן; וואס עס זאל פאסירן מיט אים ווייסט ער אז דאס איז נישט קיין פערצופאל נאר דאס קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווען מען וויל שטראפן א מענטש, נעמט מען אים אוועק זיין אמונה"; ווייל ווען א מענטש האט א קלארע ריינע און לויטערע אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דומם, צומח, חי, מדבר, אלעס איז נאר עצם עצמיות חיות אלוקתו יתברך, קען מען אים נישט שטראפן, ווייל וואס עס וועט נאר פאסירן מיט אים ווייסט ער אז דאס איז נישט קיין פערצופאל און ער איז דאס מקבל באהבה.


אז מען וויל האבן שכל ווי אזוי צו לעבן - סיי מיט זיך אליין און כל שכן מיט א מאן, דארף מען טון וואס שטייט אין פסוק (איכה ב, יט): "שִׁפְכִי כַמַּיִם לִבֵּךְ, נֹכַח פְּנֵי ה'" - זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן און אים בעטן אז מען זאל וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן מיט א מאן און ווי אזוי מען פירט זיך מיט קינדער וכו', אזוי באקומט מען שכל. מוהרא"ש זאגט: "שכל איז די ראשי תיבות "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ", דאס איז די שכל וואס דער רבי געבט אונז, מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, ערליכע אידישע דורות, אמן.

#209 - מיין ווייב רעדט זיך אפ אסאך, וואס זאג איך איר?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל: ב"ה די האט-ליין איז מורא'דיג, די שיעורים זענען געוואלדיג!


יעצט צום ענין: איך האלט אז איך האב גוט מחנך געווען מיינע קינדער, און איך בין זיי ווייטער גוט מחנך, אבער מיין ווייב האלט אין איין קרעכצן: "געדענקסט דעמאלטס האבן מיר נאכגעגעבן פאר די קינד... און וועגען דעם איז ער יעצט אזוי אוון אזוי... געדענקסט אונז האבן נישט געגעבן ליבשאפט פאר די קינד און וועגען דעם איז ער אזוי..."


וויפיל איך פראביר איר צו דערמאנען אז אונזער שטוב איז ב"ה פול מיט ליבשאפט, און אז זי פארגעסט די גוטע זאכן, ווי למשל: ווען מען האט יא געשריגן אויף א קינד, געזאגט ניין פאר א קינד, און פון די אנדערע זייט געגעבן גוטע ווערטער און מחזק געווען, און מיר האבן ב"ה קיינמאל קיינמאל נישט געזאגט קיין נעגאטיווע זאך פאר א קינד, ווערט זי אבער נישט בארואיגט דערפון, און זי רעדט זיך ווייטער אפ.


איך מיין אז איר פראבלעם שאפט זיך פון דעם אז ב"ה אונזער שטוב איז אזוי קריסטאל, און זי ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אין אנדערע שטובער ווי די עלטערן האבן בכלל נישט קיין השגה ווי אזוי צו זיין א ביישפיל פאר די קינדער, ווי אזוי צו זיין סיי שטרענג און סיי ווארעם, און די קינדער וואקסן אויף פצועים בגוף ובנפש.


ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט איר? און וואס זאל איך איר זאגן?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן אז דו האסט א שיינע שטוב אזוי ווי דו דרוקסט זיך אויס אין דיין בריוו: "אונזער שטוב איז ווי קריסטאל", וואס דארפסטו זיך זוכן פון אונטער דער ערד אויף וואס זיך אפצורעדן? דאנק דעם אייבערשטן אגאנצן טאג פאר די חסדים וואס ער טוט מיט דיר; זיי פרייליך און מאך פרייליך דיין שטוב וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך איז מצליח.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א) אז דער יצר הרע איז זיך מתלבש אין מצוות און אזוי פארנארט ער דעם מענטש אוועק צו גיין פונעם אייבערשטן; ווייל ווען דער יצר הרע זעט אז ער קען נישט בייקומען א מענטש, רעדט ער אים איין מיט זיינע פרומקייטן אז ער זאל מאכן א מחלוקת וכו'. דער מענטש ווייסט נישט אז דער יצר הרע רעדט אים דאס איין און ער הייבט זיך אן צו קריגן מיט די ווייב, ער מיינט אז דאס איז לשם שמים און אזוי כאפט אים דער יצר הרע אריין אין זיין נעץ. אבער א מענטש מיט אביסל שכל ווייסט און געדענקט אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי זיך צו קריגן - אפילו לשם שמים, ווייל מחלוקת איז פון די סטרא אחרא, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו):"בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן".


וויסן זאלסטו, ווען דיין ווייב קאמפלעינט אז די קינדער פירן זיך נישט אויף גוט וכו' מיינט זי נישט זיך צו טענה'ען מיט דיר וכו', נאר זי וויל אז דו זאלסט איר אויסהערן און מחזק זיין אז עס איז יא גוט. עס איז א טעות וואס זייער אסאך מענטשן מאכן אין לעבן, ווען די ווייב רעדט זיך אפ וכו' מיינט מען אז מען האט א ווייב א קאמפלעינער. מען מיינט אז מען איז אריין געפאלן מיט א פרוי וואס זוכט זיך שטענדיג אפצורעדן, אבער עס איז נישט אזוי. ווען א פרוי רעדט זיך אפ איז נישט פשט אז זי וויל זיך אפרעדן, זי וויל קאמפלעינען וכו', נאר זי וויל הערן אז עס איז יא גוט, זי וויל הערן פאזעטיווע ווערטער. אנשטאט זי זאל בעטן איר מאן: "געב מיר חיזוק", "זאג מיר אז דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן"; זאגט זי עס אויף א וועג וואס הערט זיך ווי טענות: "וואס וועט זיין?" "עס איז נישט דא קיין געלט", "די קינדער טויגן נישט"; אבער באמת איז דאס נאר ווייל זי וויל הערן שיינע פאזעטיווע ווערטער, זי וויל הערן ווי דו זאגסט: "עס איז נישט עק וועלט"; זי וויל הערן "עס איז נישט אזוי געפערליך", "באלד וועט זיין געלט", "די קינדער זענען זייער טייער".


געדענק אז א פרוי איז א גאנצן טאג אין שטוב מיט די קינדער, זי גייט נישט ארויס דריי מאל א טאג אין שול, מה שאין כן דער מאן טרעפט זיך מיט חברים, מען הערט דא א גוט ווארט, דארט א גוט ווארט. ווי אויך גייט זי נישט אין שול שבת הערן גוטע דיבורים און התחזקות וכו', זי האט נאר איין פלאץ ווי זי קען הערן התחזקות - פון איר מאן. אויב דער מאן האט שכל, ער איז מחזק זיין ווייב און ער בויט איר אויף, דעמאלט דארף די פרוי גארנישט, זי וועט נישט קאמפלעינען און זי וועט זיך נישט אפרעדן אזוי פיל.


קוק וואס ר' נתן שרייבט (שיחות הר"ן, סימן רסד) ווי דער רבי האט אונז געבעטן און געווארנט אז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און רחמנות האבן אויף זיי, ווייל פרויען גיין אריבער זייער פיל צער פון אויפהאדעווען די קינדער וכו'.


צו האבן שלום בית דארף מען נישט מער ווי א ברעקעלע שכל; מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן וכו'. די וועלט זאגט אז שכל קען מען נישט באקומען, אבער עס איז נישט אזוי, נאר מען קען יא באקומען שכל. ווען א מענטש גיסט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן וועט ער זוכה זיין צו באקומען שכל, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז די ראשי תיבות פונעם פסוק (איכה ב, יט): "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ נֹכַח פְּנֵי ה'" - איז שכל; ווען א מענטש גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, וועט ער זוכה זיין צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דערפאר, אז דו ווילסט ווייטער ממשיך זיין אז "דיין שטוב זאל בלייבן קריסטאל" זאלסטו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן און טון וואס ער האט אונז געהייסן; זאלסט זיך אויסשמועסן דיין הארץ מיטן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. פון איין זייט זאלסטו אים דאנקען פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר און פון דער אנדערע זייט זאלסטו אים בעטן ברחמים ובתחנונים אז דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן אין שטוב מיט דיין ווייב, דו זאלסט וויסן אז מען דארף זיין א וותרן, מען דארף נישט אלץ זיין גערעכט, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן.

#208 - זאל איך שיקן מיין בחור צו עקטן אויף א פלעי?
חינוך הילדים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א בחור פון 14 יאר אלט, און מיין ברודער האט מיר געבעטן אויב איך קען אים שיקן צו עקטן אויף א פלעי וואס ער מאכט.


איך וויל וויסן אויב ס'איז דא א פראבלעים מיט דעם?


יישר כח.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי, ווייל דאס וועט אים אוועק נעמען זיין קאפ פון לערנען און דאווענען.


די אלע וואס מאכן פלעיס זענען גרויסע לצים און עס איז נישט קיין פלאץ פון יראת שמים וכו'.


איינמאל א מענטש פאלט אריין אין ליצנות איז אים זייער שווער ארויס צו קריכן פון דארט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ב', הלכה ח): "קָשָׁה הִיא הַלֵּיצָנוּת, שֶׁתְּחִלָּתָהּ יִסּוּרִין וְסוֹפָהּ כְּלָיָה", ליצנות איז אזוי שלעכט אז דאס רייסט אויס א מענטש פון דער וועלט; צי וואס פעלט דיר אויס אז דיין בחור וואס האט יעצט בר מצווה געהאט זאל זיך דרייען מיט זיי? ער וועט נישט קענען מיטהאלטן וואס מען לערנט אין ישיבה פאר לאנגע חדשים; אלע חדשים ביזן פלעי וועט ער נישט קענען דאווענען און לערנען ווייל זיין קאפ וועט אים זיין ביי די פלעי. און אפילו נאכן פלעי וועט ער שוין בלייבן פארטראכט וכו'.


עס זענען דא עלטערן וואס האבן נישט קיין כח אז די קינדער זאלן זיצן מיט זיי אין שטוב, זוכן זיי וואו זיי קענען שיקן די קינדער ביינאכט; איינער שיקט דעם קינד זיך צו לערנען שפילן אינסטרומענטן וכו', א צווייטער שיקט זיינע קינדער זיך לערנען א צווייטע זאך; אלעס וועט מען טון אבי דער קינד זאל זיך נישט דרייען מיט די עלטערן. דאס איז נישט קיין גוטע וועג, ווייל ווי מער מען פארברענגט מיט די קינדער אלץ מער וואקסן זיי אויף געזונט און שטארק ברוחניות ובגשמיות.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, אמן.