שאלה אין קורצן ענין
#279 - זאגן אז טאטי לערנט, אין די צייט וואס ער ארבעט?
חינוך הילדים, קינדער, אמת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען מיין מאן גייט ארויס צו די ארבעט, און מיין דריי יעריג אינגל פרעגט מיר וואו טאטי איז, מעג איך אים זאגן אז טאטי איז געגאנגען לערנען תורה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען טאר נישט זאגן קיין ליגנט, און עס העלפט נישט זאגן ליגנט; קינדער ווייסן אלעס און קענען די עלטערן בעסער ווי די עלטערן קענען זיך אליינס.


זאגט דעם אמת, טאטי איז געגאנגען דאווענען און ברענגען פרנסה, און אויך האט טאטי שיעורים אין לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#278 - קען איך רעדן צו די קינדער פון זאכן וואס איך האלט נישט דערביי?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, סבלנות, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, מלמדים, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד און איך הער די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס העלפט מיר זייער ארויס אין מיין פאסטן, ספעציעל בין איך זיך מחי' יעדע וואך מיט'ן גליון "שיעורי חינוך", אזויפיל גוטע עצות און הדרכות אין חינוך.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך האב זיך איינגעפירט אז איך זאג פאר די קינדער נאר זאכן וואס איך אליין האלט דערביי, אבער דאס מאכט מיר א פראבלעם ביי געוויסע זאכן וואס איך דארף אויסלערנען פאר די קינדער, אבער איך אליין טו עס נישט ווי עס דארף צו זיין, און איך שפיר זיך ווי א פאפער אויב איך וועל זיי הייסן טון א זאך וואס איך טו נישט. צום ביישפיל ווען איך זאג זיי מוסר אז מען דארף דאווענען אויף איין פלאץ און נישט ארומשפאצירן ביים דאווענען, מען דארף זיצן מיט דרך ארץ ביים דאווענען, מען רעדט יעצט צום אייבערשטן, און אזוי ווייטער; אבער אין די זעלבע צייט ווייס איך אז איך האלט נאכנישט ביי דעם דערווייל, פארשטייט זיך אז ווען איך דאווען מיט די קינדער, דאווען איך שטייטליך, אבער ווען איך דאווען צופרי אין שול, האב איך נישט צופיל געדולד צום דאווענען, איך קום אן שפעט צום דאווענען און איך גיי ארויס פרי, און איך קען זיך נישט צופיל קאנצעטרירן אויפ'ן דאווענען. איך ווייס עס איז נישט גערעכט, אבער וואס זאל איך טון אז דאס איז דערווייל די מציאות.


ווען עס קומט צו רעדן צו די קינדער וועגן דאווענען, ווייס איך נישט ווי אזוי עס צו טון אויף אן אמת'ע וועג; אפשר זאל איך רעדן הויך אזוי ווי צו מיר אליין אז אזוי דארף מען דאווענען, און די קינדער וועלן זיך צוהערן? אדער זאל איך זיי זאגן אז אפילו מען זעט ערוואקסענע מענטשן שפאצירן ארום ביים דאווענען, איז דאס נאר ווייל זיי האבן זיך שלעכט איינגעוואוינט, אבער דער אמת'ער וועג איז יא צו דאווענען אויף איין פלאץ?


איך שפיר ווי איך דארף הדרכה אויף דעם, ווייל עס איז נישט נאר ביי די נושא פון דאווענען, עס קומט כסדר אויס ביי יעדע צווייטע זאך וואס איך דארף מחנך זיין קינדער אויף דעם, אבער איך אליין בין ווייט פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד אסאך צו די קינדער פון אמונה און פון תפילה, וועט דאס אויך משפיע זיין אויף דיר. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קו) דורך רעדן פון יראת שמים, חיזוק און אמונה - צו אנדערע - פועל'ט עס אויפן מענטש אליינס, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל", ווען א מענטש איז צעבראכן, "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין", אז ער קען זיך נישט מחזק זיין און זיין אן ערליכער איד, "עֵצָה לָזֶה", איז די עצה, "שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים", ער זאל רעדן צו אנדערע, "וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", דורכדעם וואס ער איז מחזק א צווייטן - וועט ער אליינס ווערן מחוזק.


דער עיקר דארף א מלמד האבן אסאך סבלנות, אזוי ווי מיר געפינען ביי די מעשה פון רבי פרידא וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עירובין נד:), רבי פרידא האט געהאט א תלמיד וואס האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט מיט אים, מען האט אים געדארפט איבערזאגן פיר הונדערט מאל, רבי פרידא מיט זיין גרויס סבלנות האט מיט אים געלערנט נאכאמאל און נאכאמאל ביז פיר הונדערט מאל. איין מאל האט רבי פרידא געזען אז דער תלמיד פארשטייט נישט אפילו ביי פיר הונדערט מאל, פרעגט ער אים: "האידנא מאי שנא", וואס איז יעצט אנדערש אז דו פארשטייסט נאכאלץ נישט? זאגט דער תלמיד, איך האב נישט קיין קאפ צו פארשטיין, ווייל איך זע אז דער רבי יאגט זיך צו גיין, טראכט איך אגאנצן צייט אז יעצט גייט שוין דער רבי מיך איבערלאזן, איך האב נישט קיין קאפ צו פארשטיין, האט רבי פרידא אים געזאגט: "הב דעתיך ואתני ליך", לייג צו קאפ און איך וועל דיר לערנען, "הדר תנא ליה ארבע מאה זימני", און ער האט אים נאכאמאל געלערנט פיר הונדערט מאל, און ער האט זוכה געווען צו לעבן פיר הונדערט יאר און צו עולם הבא.


א מלמד דארף האבן אייזערנע נערוון פאר די קינדער, איינער וואס ווערט נערוועז פון קינדער - טאר נישט זיין קיין מלמד, א נערוועזער מלמד קען מאכן די קינדער בעלי מומין פאר זייער גאנץ לעבן רחמנא לצלן. מוהרא"ש דערציילט, א איד איז געקומען צום גרויסן גאון רבי מאיר שפירא זכר צדיק לברכה זיך אדורכרעדן אויב ער זאל ווערן א מלמד, פרעגט אים דער גאון: "וואס האסטו געטון ביז יעצט?" זאגט ער: "איך בין געווען א שוחט", פרעגט ער אים: "פארוואס האסטו דאס אפגעלאזט?" זאגט ער: "מען האט מיך אפגעזאגט ווייל איך בין נישט קיין באגלייבטער", זאגט אים רבי מאיר: "ווער נישט קיין מלמד, אז דו האסט נישט מצליח געווען מיט שחט'ן קעלבלעך ווילסטו גיין שחט'ן קינדער?!" זעט מען אז צו זיין א מלמד דארף מען זיין א ירא שמים און האבן אסאך סבלנות.


שטארק זיך מיט דיין ארבעט, צעברעך זיך נישט און צעקלאפ זיך נישט, דו לייג אריין אין די קינדער יראת שמים און דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, וועלן זיי ווערן צופלאקערט צו זיין ערליכע אידן, און אויך דיין הארץ וועט זיך אנצינדן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט מען אויפגעפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו ווערן אן ערליכער איד; מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, וויל מען אויך ווערן א צדיק, בפרט ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#277 - אלס משגיח אין א ישיבה, דארף איך רעדן צו די בחורים פון קדושה?
חינוך הילדים, קדושה, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען אויף די געוואלדיגע השקעה וואס איר לייגט אריין אין אזויפיל אידישע קינדער, און אויך אין מיר, וואס באקומען אזויפיל כח און חיזוק צו ווערן מער דערנענטערט צום אייבערשטן, צו געדענקען און טראכטן פונעם אייבערשטן און אים דאנקען אויף אלע גוטע זאכן וואס ער טוט פאר אונז.


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א פאסטן אלס משגיח אין א ישיבה פאר יונגערע בחורים אין ארץ ישראל, און איך האב ברוך ה' אן השפעה אויף צענדליגע צענדליגע תלמידים, וואס שטייגן אין תורה און יראת שמים.


איך האב געוואלט פרעגן איידלערהייט און מיט דרך ארץ איבער דעם וואס איך הער אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון פארשידענע איידעלע נושאים אין אידישקייט אויף זייער א קלארע און אפענע וועג, אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א אמאל צוגעלייגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס מען זאל נישט רעדן אזוי, "זאל מען דען נישט אויסלערנען פאר די קינדער הלכות שבת, ווייל מען דארף מורא האבן אז איינער וועט לכבוד דעם גיין אנצינדען א לעקטער אום שבת?"


איך וואונדער זיך אויב איז טאקע דאס די ריכטיגע וועג, און אויב איך זאל אויך רעדן אזוי אדער ענליך צו דעם צו מיינע תלמידים. דער ראש ישיבה שליט"א זעט טאקע אז די תלמידים זענען מער אפגעהיטן? אז זיי זענען מער באשיצט? זיי קענען גרינגער ביישטיין זייערע נסיונות? ווייל אויב יא, דארף מען טאקע טוישן די צוגאנג צו דעם, און איך דארף טאקע אנהויבן מער רעדן און זיין מער אפן און קלאר ביים רעדן צו מיינע תלמידים איבער די זאכן.


איך ווארט זייער צו באקומען א קלארע ענטפער און הדרכה איבער דעם, און נאכאמאל וויל איך זיך באדאנקען אויף די געוואלדיגע שיעורים וואס זענען זייער מחזק און האבן געטוישט ביי מיר אסאך זאכן צום גוטן, און האבן מיר דערנענטער צום אייבערשטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, שובבי"ם, ה' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר רעדן צו די בחורים פון קדושת הברית, אז מען רעדט נישט צו זיי - פון ווי זאלן זיי וויסן ווי זיך צו פירן און ווי צו זיין הייליג...?


איך ווייס עס איז דא וואס האבן פארדרייטע שיטות, מען זאל נישט רעדן צו קינדער פון קדושה וטהרה, אבער די צדיקים, די מנהיגי ישראל וואס האבן אוועקגעשטעלט אידישקייט פאר די קומענדיגע דורות, דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו און נאך - זיי האבן אונז אוועקגעשטעלט קלארע אנווייזונגען, יא צו רעדן צו די קינדער פון נישט אנרירן די אות ברית קודש, און זיך היטן פון מענטשן וואס ווילן מטמא זיין.


אז איר וועט נישט רעדן צו די בחורים - וועלן זיי נכשל ווערן אין ביטערע עבירות פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און נאכדעם וועט דאס גיין ווייטער, זיי וועלן טון עבירות איינער מיטן צווייטן. אזוי ווי ליידער עס טוט זיך, און עס קען אייך חס ושלום שאטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח) אליהו הנביא איז געווען אמאל אין בבל און געטראפן א ראש ישיבה פון צוויי הונדערט תלמידים, נאך א יאר איז ער נאכאמאל געווען דארט און מער נישט געטראפן דעם מלמד, דער מלמד איז געשטארבן, זיין ווייב און קינדער זענען געשטארבן און אלע תלמידים, עס זענען איבערגעבליבן בלויז עטליכע יונגע תלמידים, האט אליהו הנביא געוויינט פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה מיט די תלמידים זענען געשטארבן, איז געקומען צו אים א מלאך פון הימל און געפרעגט: אליהו, פארוואס וויינסטו? האב ער געענטפערט: צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן...? וְאָמַר לִי: "לֹא יָפָה עָשִׂיתָ שֶׁאַתָּה בּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל וּמִתְאַנֵּחַ עֲלֵיהֶם", האט דער מלאך געזאגט: וויין נישט אליהו, אָמַרְתִּי לוֹ: "מִפְּנֵי מָה", וְאָמַר לִי: "שֶׁהֵן הָיוּ עוֹשִׂין דְּבָרִים מְכֹעָרִים וּדְבָרִים שֶׁאֵינָן רְאוּיִין, וּמְקוּלְקָלִין בְּעַצְמָם, וְהָיוּ מוֹצִיאִין שִׁכְבַת זֶרַע חִנָּם וְהֵן לֹא הָיוּ יוֹדְעִין בְּעַצְמָן שֶׁהַמִּיתָה מַשִּׂיגָתָן", זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן.


אויך זאלט איר אריינלייגן אין די בחורים די וועג פון לערנען פון הייליגן רבי'ן, דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך - וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


דער רבי זאגט דארט ווייטער: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#276 - וואס טו איך אז מיין מאן רעדט קעגן אונזער רבי אין פארנט פון די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן האט לעצטנס אנגעהויבן מזלזל זיין און רעדן קריטיק אויף אונזער רבי צו וועמען מיר גייען. איך וויל זייער מחנך זיין אונזערע קינדער מיט תמימות, נישט מיט'ן רעדן אויף רבי'ס און צדיקים, אבער מיין מאן טענה'ט אז ער איז גערעכט און ער טוט ריכטיג, ווייל אויב דער רבי טוט אן עוולה דארף מען עס פארשרייבן, דער עיקר איז נאר צו גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט אין א צדיק, און עס מוז נישט זיין אז וואס דער צדיק טוט איז זיכער גוט.


פארשטייט זיך אז אין די געגנווארט פון די קינדער בין איך שטיל און איך בין מכבד מיין מאן, נישט קיין חילוק וואס ער זאגט נאר, אבער עס טוט מיר וויי אז ער רעדט קעגן אונזער צדיק. וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט גוט צו רעדן צו די קינדער פון די זאכן וכו'; בפרט ווען די קינדער דאווענען דארט און זיי לערנען דארט - איז זיכער נישט גוט אז מען רעדט צו די קינדער, מען שפעט פון די הנהגה וכו'; די קינדער ווערן צעמישט און נאכדעם זענען זיי גארנישט מקבל. א קינד'ס מח איז זייער הייקל, אז מען צעמישט זיי - פאלן זיי אוועק השם ישמרינו, זיי ווייסן נישט וואס יא אנצונעמען און וואס נישט, זיי ווייסן נישט וואס איז יא וויכטיג און וואס נישט.


געבט אכטונג אויף אייער שלום בית, דאס איז נאך וויכטיגער פאר די הצלחה פון די קינדער. איר קענט שיין רעדן צו אייער מאן אז מען זאל נישט אריינמישן די קינדער אין מחלוקות, אבער אין די זעלבע צייט זאלט איר נאך מער אכטונג געבן אויף די ליבשאפט צווישן אייך און אייער מאן. דער סמ"ך מ"ם זאל דאס נישט קאליע מאכן, ווייל דאס איז נאך וויכטיגער פאר די הצלחה פון די קינדער.


בעטס דעם אייבערשטן פאר די קינדער, עלטערן דארפן אסאך בעטן פאר גוטע קינדער; עס איז נישט קיין גרינגע זאך, גוטע קינדער וואקסט נישט אויפן בוים, אויף גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט, א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז איר זאלט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#275 - ווי אזוי פועל'ט מען ביי די ווייב אנצוטון טייץ פאר די קליינע מיידל?
שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, צניעות, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער איז פיר און האלב יאר אלט, און מיין ווייב וויל איר נישט אנטון קיין טייץ, נאר שטרימפ. עס שטערט מיר זייער שטארק אבער מיין ווייב זאגט אז איר הארץ לאזט איר דאס נישט טון, ווייל עס ליגט איר נאך אין די ביינער ווען זי איז געווען א קליין מיידל אין דעי קעמפ און זי איז געווען די איינציגסטע אין איר קלאס וואס איז געגאנגען מיט טייץ, און איר לערערין פלעגט חוזק מאכן פון איר, ספעציעל ווען די לערערין פלעגט אנטון די קינדער נאכ'ן שווימען, און עס איז איר געווען שווערער איר אנצוטון ווייל זי האט געהאט טייץ, פלעגט די לערערין שפעטן פון איר, און דעריבער פלעגט זי חוזק מאכן פון איר, און עס האט איר זייער וויי געטון.


מיין ווייב זאגט אז ווען אונזער מיידל וועט ווערן פינף יאר, דעמאלט וועט זי איר אנטון טייץ. מיין שאלה איז אויב איך זאל זיך קריגן מיט איר וועגן דעם, וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער אסאך וואס האבן א פיינטשאפט צו איידלקייט איז דאס ווייל מען האט זיי פארשעמט אין די יונגע יארן, מען האט געלאכט פון זיי, אדער מען האט זיי אריינגעלייגט די זאך פון צניעות מיט כח, נישט מיט ליבשאפט; ביז עס איז זיי אזוי שלעכט - אז זיי ווילן נאר גיין אנגעטון נישט איידל, נישט שיין; אלעס קומט פון נישט גוט מחנך זיין.


א ווייב קען מען נישט צווינגען, א ווייב קען מען נישט הייסן וואס צו טון; מען קען שיין רעדן, מען קען שמועסן נאכאמאל און נאכאמאל פון די שיינקייט פון גיין אנגעטון שיין און איידל, און מיט אסאך תפילה און אסאך טרערן צום אייבערשטן - ביז עס גייט אריין א רוח טהרה אין איר.


געדענק וואס דער רבי זאגט "מיט גוטנס פועל'ט מען בעסער ווי מיט שלעכטנס"; נאך האט דער רבי געזאגט: "אויב מען זעט מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן".


מיט א ווייב איז נישטא אזא זאך ווי גיין מיט כח, מיט א ווייב דארף מען גיין זייער איידל, זייער ווייך; מיט כח קען מען גארנישט פועל'ן, מיט כח מאכט מען נאר ערגער; בפרט ווען מען וויל פועל'ן א געפיל אין אזעלכע הייקעלע זאכן ווי אנטון די קינדער אידיש און איידל - דארף מען דאס מאכן מיט א זיסקייט און א הייליגקיייט, מען דארף כסדר אויסלויבן און אויסרימען דאס שיינקייט פון אידישע קליידער.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אין אידיש פאר דיר, פאר דיין ווייב און פאר דיינע דורות, אז איר אלע זאלן גיין אין די אידישע וועג, איר זאלט ליב האבן די אידישע וועג, ליב האבן דעם איד און פיינט האבן דעם נישט איד, פיינט האבן סטרא אחרא, פיינט האבן קליפות.


גיין אויסגעטון איז נישט שיין, גיין אויסגעטון איז עקלדיג און אויב מען האט דאס ליב - דארף מען וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א ריינעם הארץ, א ריינעם מח, געב מיר א געפיל אין אידישקייט".


אינגעלייט קומען צו מיר וויינען אז עס איז אריין א רוח רעה אין זייער ווייב, א ש-ד האט זיך אריינגעכאפט אין זיי, פלוצלונג טוען זיי אן הויזן און לאזן וואקסן די האר, זיי גייען אין שטוב מיט אן אויפגעדעקטע קאפ, שמירן די נעגל השם ישמרינו; זיי וויינען און פרעגן, וואס קענען מיר טון? דער ענטפער איז: "נישטא קיין עצה, מען קען נישט צווינגען א ווייב וואס צו טון און מען קען נישט צעברעכן א שטוב פאר די זאכן, עס איז נאר דא די איין עצה, רעדן זייער ווייך און שיין צו זיי, מיט אסאך ליבשאפט, און גיסן טרערן צום אייבערשטן, וויינען צום אייבערשטן 'עַד יֵעָרֶה עָלֵינוּ רוּחַ מִמָּרוֹם'" (ישעי' לב, טו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#274 - ווי אזוי איז מען מסביר אמונה פאר קינדער?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, אמונה, סגולות, חלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און בריוו וואס שיינען און לייכטן אויף אונזער לעבן.


איך פרוביר צו רעדן כסדר צו מיינע קינדער וועגן אמונה פשוטה, אבער מיין אינגל, צען יאר אלט, איז געקומען צו מיר וויינען ביינאכט אז פאר ער ליינט קריאת שמע טראכט ער מאדנע זאכן, ער טראכט אז וואס ער גייט יעצט זאגן אין קריאת שמע איז נישט אמת חס ושלום, און עס שטערט אים.


ווי אזוי קען מען זאגן און מסביר זיין פאר א קינד אויף זיין שפראך אז יא דאס איז אמת אז מיר האבן איין איינציגער הייליגער באשעפער אויף די גאנצע וועלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד מיט דיינע קינדער וואס מער פון אמונה - וועלן זיי האבן א שטארקע אמונה, ווייל ווי מער מען רעדט פון אמונה - ווערט שטערקער און שטערקער די אמונה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן י): "אֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אמונה איז אנגעהאנגען אינעם מויל; דורך רעדן פון אמונה - באקומט מען אמונה. אלע דיבורים זאלן זיין אמונה.


עס איז גוט אז דיין ווייב זאל מאכן חלות לכבוד שבת און ביים אפשיידן חלה זאל זי בעטן אז די קינדער זאלן האבן אמונה. ווייל דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן יד): "אִשָּׁה הַזְּהִירָה בְּחַלָּה", א פרוי וואס שיידט אפ חלה, "בָּנֶיהָ בַּעֲלֵי אֱמוּנָה", וועלן אירע קינדער האבן אמונה.


דער עיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, צדיקים; די תפילות וואס עלטערן בעטן פאר די קינדער איז די שטערקסטע סגולה פאר גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#273 - ווי אזוי מאך איך מיין ווייב מיטהאלטן די הכנות צו קידוש?
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, אמונה, שמחה, תשובה, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל שרייבן איבער א זאך וואס שטערט מיך שוין זייט מיין חתונה, איך האב קיינמאל נישט געשריבן דערוועגן ווייל איך האב געטראכט אז עס איז נארישע זאך און איך האב עס פרובירט צו דערשטיקן אז עס זאל מיך נישט וויי טון, למעשה זע איך אבער אז יעדע שטיק צייט הויבט מיך עס נאכאמאל אן צו שטערן זייער שטארק, דעריבער האב איך באשלאסן אז איך מוז יא פרעגן דערוועגן, און אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן אז עס דארף מיר טאקע נישט באדערן, וועל איך זייער שטארק פרובירן צו ארבעטן אויף מיר אז עס זאל מיר טאקע נישט וויי טון.


מיין מעשה גייט אזוי; איך בין צוגעוואוינט פון אלס קינד אז פאר קידוש פרייטאג צונאכטס איז זייער א הייליגע צייט, מען קען דעמאלטס אסאך פועל'ן, ביי מיין טאטע אינדערהיים איז אייביג געווען דעמאלט זייער דערהויבענע מינוטן, די גאנצע משפחה איז געשטאנען ארום די טיש און געקוקט אויף מיין טאטע בשעת מיין טאטע זאגט די לשם יחוד (ביי די חסידות פון וואו איך קום איז איינגעפירט צו זאגן צוויי לאנגע לשם יחוד'ס פאר קידוש) מען האט געקענט זען אויף מיין טאטע א מורא'דיגע ליכטיקייט.


עס קען זיין אז איך מאך זיך נאריש, אבער נאך מיין חתונה, ווען איך האב גערופן מיין ווייב אז איך וויל מאכן קידוש, אויב האב איך נישט אנגעהויבן זאגן קידוש די רגע וואס איך האב איר גערופן איז זי געווארן אינגאנצען באבלאזן פארוואס איך רוף איר שוין אויב איך בין נאכנישט גרייט. אדער איז זי צוריק אוועקגעגאנגען אדער האט זי זיך אראפגעזעצט, איך האב איר פרובירט אפאר מאל צו בעטן אז זי זאל מיר טון א טובה און שטיין די צוויי מינוט ביז איך הייב אן קידוש, זי האט אבער נישט געוואוסט וואס איך וויל, און איך האב געפילט ווי איך רעד צו טויבע אויערן. יעצט שטערט מיך עס אסאך שטערקער, ווייל איך האב שוין גרויסע קינדער.


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיך פארשטיין, און געבן אן עצה וואס צו טון וועגן דעם.


איך בין שולדיג מיין לעבן פאר'ן ראש ישיבה, אן דעם ראש ישיבה וואלט איך מסתמא שוין נישט געווען ביים זינען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת מען מאכט קידוש פרייטאג צו נאכטס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן, און ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס עס טוט זיך אין הימל ווען מען מאכט קידוש - וואלט מען געטאנצן פאר שמחה; ווייל ווען מען מאכט קידוש איז מען זוכה צו באקומען א שטארקע אמונה. אזוי ווי רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ציצית הלכה ה, אות טו) אז ביים נעמען דעם בעכער אין די האנט צו מאכן קידוש - באקומט מען א שטארקע אמונה.


ווען מען מאכט קידוש ווערט מען אן עדות אויף בריאת שמים וארץ. דערפאר, איידער מען מאכט קידוש, ווען מען נעמט דעם בעכער אין די האנט - דארף מען תשובה טון כדי מען זאל נישט זיין קיין פסול'ער עדות. מען דארף טראכטן פון תשובה און פון תיקון המעשים, און חרטה האבן אויף אלע שלעכטע מעשים. דאס איז וואס מען זעט ביי ערליכע אידן א שטארקע דביקות ביים מאכן קידוש און דאס האט מען אויך געזען ביים הייליגן רבי'ן, ווי רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קסט): "קֹדֶם הַקִּדּוּשׁ הָיָה נוֹטֵל הַכּוֹס בְּיָדוֹ" איידער דער רבי האט געמאכט קידוש האט ער גענומען דעם בעכער אין האנט, "וְהָיָה עוֹמֵד זְמַן רַב" און ער איז געשטאנען א לאנגע צייט, "עִם הַכּוֹס בְּיָדוֹ" מיט'ן בעכער אין די האנט, "לִפְנֵי הַשֻּׁלְחָן" פאר'ן טיש, "בִּשְׁתִיקָה" שטילערהייט, "וְלֹא הָיוּ שׁוֹמְעִין מִמֶּנּוּ" און מען האט נישט געהערט פון רבי'ן קיין שום זאך, "כִּי אִם קְצָת קוֹל הִשְׁתּוֹקְקוּת" נאר א שטילע קול פון בענקעניש, "וְעָלָה אָז לְמָקוֹם שֶׁעָלָה" און דעמאלט איז דער רבי ארויף מיט זיין מח מחשבה דארט וואו ער איז ארויף. "אַחַר כָּךְ" נאכדעם, "אַחַר שֶׁשָּׁהָה הַרְבֵּה מְאֹד" נאכן לאנג ווארטן "פָּתַח פִּיו בִּנְעִימוּת נִפְלָא: 'יוֹם הַשִּׁשִּׁי'", האט ער אנגעהויבן מיט זיין זיסע קול, יום השישי.


מאך נישט דיין ווייב זאל דארפן שטיין און זיך נישט רירן; לאז איר אנגרייטן די סעודה, לאז איר זיין באשעפטיגט מיט אירע זאכן, און ווען דו ביסט גרייט צו מאכן קידוש - וועט זי קומען, און אז דו וועסט דארפן ווארטן נאך אפאר מינוט - וועסטו קענען נאך אביסל בענקען צום אייבערשטן.


געב אכטונג נישט צו מאכן פון די מצוות - נערווען, מען דארף מאכן די מצוות מיט א שמחה. און ווען דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן שטיין מיט דרך ארץ ביי קידוש - זאלסטו דאס מאכן מיט שמחה, נישט מיט נערווען; ווייל שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. אויך ווען מען גרייט זיך צו מאכן קידוש, מען טוט תשובה - דארף דאס זיין מיט א שמחה, אזוי האט אונז דער רבי געזאגט, (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "שבת דארף מען זיין זייער פרייליך"; דער רבי האט געפרעגט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קנה): "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך בין פרום (ערנסט)", האט אים דער רבי געזאגט: "שבת דארף מען זיין פרייליך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#272 - מעג איך זיין א מלמד תינוקות אלס בחור?
חינוך הילדים, בחור, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון צוואנציג יאר, איך ארבעט אלס א העלפער אין א געוויסע חדר אין כיתה א', אבער איך האב געזען שטיין אין די גמרא אז א בחור זאל נישט זיין קיין מלמד תינוקות, האב איך געוואלט וויסן צי איך זאל ווייטער אנהאלטן מיט מיין ארבעט אויף קומענדיגן זמן, אדער זאל איך עס אויפגעבן?


א גרויסן יישר כח פאר אלע גוטע עצות וואס איר געבט אונז, ביטע נישט ארויסלייגן די שאלה אין די עצתו אמונה א דאנק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פוסקים זאגן (שבט הלוי חלק ה', סימן רו, אות ב) היינטיגע צייטן, ווען די מאמעס ברענגען נישט די קינדער צום מלמד - קען א בחור אויך זיין א מלמד, און כל שכן א העלפער פאר א מלמד.


עס איז וויכטיג פאר מלמדים צו לערנען הלכות מלמדים. עס קומט מיר אויס צו טרעפן מלמדים, איך פרעג זיי אויב זיי האבן געלערנט הלכות מלמדים, זיי ווייסן ניטאמאל אז עס איז דא אזא זאך ווי הלכות מלמדים; ווי קען מען זיין א מלמד אן לערנען די הלכות?


עס איז דא וויכטיגע הלכות, צום ביישפיל, א מלמד טאר נישט זיין אויף ביינאכט, א מלמד מוז זיין גוט אויסגערוט ווען ער גייט אריין אין כתה. אויך טאר א מלמד נישט פאסטן; א מלמד מוז זיין אויסגערוט און זאט, אז מען איז אויסגערוט און זאט - האט מען געדולד צו די קינדער.


עס ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט, כדי ער זאל נישט זיין מיד; אויך טאר א מלמד נישט פאסטן.


לייג אריין אין די קינדער אמונה, זינג מיט זיי: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#271 - זאל איך לאזן מיין בחור גיין אין מקוה?
חינוך הילדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין בחור איז יעצט בר מצוה געווארן, ער דארף אנהויבן גיין אין מקוה יעדן טאג, אבער איך בין נישט רואיג מיט דעם. א מקוה איז געמאכט געווארן צו ברענגען מער קדושה וטהרה, אבער ליידער זעט מען ווי מענטשן ווייקן זיך אין מקוה ווי הערינגען און רעדן דארט אלע שטותים והבלים הויך אויפן קול.


איך ווייס אז מקוה איז באמת א גוטע זאך, די שאלה איז צו היינט איז נאכאלץ אזוי, היינטיגע צייטן ווען מ'נוצט דאס אויס פאר הוללות ופריקת עול, איז עס נאכאלץ א גוטע זאך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מקוה איז זייער א הייליגע זאך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת", דורך מקוה נעמט מען אראפ פון זיך אלע דינים, "וִישׁוּעָה בָּאָה", און מען זעט א ישועה; ווייל ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה טובל'ט מען די נשמה אויבן אין הימל.


זיי מחנך דיינע קינדער זיי זאלן גיין אין מקוה און לערן זיי אויס נישט צו שמועסן אין מקוה, אבער נישט זאגן מבטל זיין מקוה ווייל מען שמועסט אין מקוה, באלד וועסטו זאגן מען זאל נישט קומען אין שול ווייל עס זענען דא מענטשן וואס שמועסן ביים דאווענען; זוך נישט קיין חכמות וכו', פיר זיך בתמימות ובפשיטות, דו גיי אין מקוה און לערן אויס דיינע קינדער צו גיין אין מקוה.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה וועט מען האבן א תקוה, מען וועט אלעס פארעכטן". אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


ביי אנדערע זאכן, ווי צום ביישפיל גיין אין גרויסע געשעפטן וואו עס איז שווער מיט שמירת עיניים - דארט זאלסטו נישט גיין און נישט נעמען דיינע קינדער, אדער צום ביישפיל פארן מיט'ן באן, וואס איז זייער שווער דארט מיט שמירת עיניים, גיין אין גאס וכדומה לזה, דארט זאלסטו זיך צוריק האלטן און אויך אכטונג געבן אויף דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#270 - ווען נעמט מען ארויס קינדער פון חדר אן ביטול תורה?
חינוך הילדים, לימוד התורה, קברי צדיקים, ראש ישיבה, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער ארויסנעמען מיינע קינדער פון חדר אדער ישיבה, צו גיין אויף רוחניות'דיגע פלעצער.


איך וואוין אין ארץ ישראל, און יעדע שטיק צייט פאר איך קיין צפון צו גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, אדער צומאל צו אנדערע פלעצער צו נעמען חיזוק, צום ביישפיל ווען דער ראש ישיבה שליט"א קומט קיין ארץ ישראל, און מיינע קינדער ווילן זייער שטארק מיטקומען מיט מיר, ספעציעל מיין 15 יעריגער בחור.


יעדעס מאל בין איך זייער מסופק וואס צו טון, איך ווייס אז זיי האבן ליב חדר און ישיבה, זיי לערנען פלייסיג, וואס איז דאך באמת גרעסער פון אלעס, "ותלמוד תורה כנגד כולם", איך פיל זייער שלעכט אז איך זאל זיי ארויסנעמען און שטערן פון לערנען, אבער פון די אנדערע זייט קען זיין דאס וועט זיי געבן חיזוק און פרישע כוחות צו קענען זיך נאך מער שטארקן אין לערנען.


איך בין אויפגעוואקסן מיט שטרענגע עלטערן וואס האבן מיר קיינמאל נישט געלאזט גיין אין ערגעץ אין די צייט וואס עס איז געווען א סדר הלימוד אין ישיבה, אפילו די מיידלעך האט מען קיינמאל נישט געלאזט פארפעלן א סדר אין שולע. איך ווייס אבער נישט וואס די ריכטיגע וועג איז אין דעם ענין, וואס בארעכטיגט דאס ארויסנעמען א קינד פון חדר אדער ישיבה, און וואס נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אויף קברי צדיקים מיט דיינע קינדער. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", ווען מען איז מתפלל ביי קברי צדיקים טוט דער אייבערשטער גוטס אפילו מען איז נישט ווערד.


גיין צו קברי צדיקים מיט דיינע קינדער מתפלל זיין איז נישט קיין ביטול תורה; פארקערט, עס וועט אריינגיין אין זיי א ליבשאפט צו לערנען. בזכות די צדיקים וועלן זיי ווערן ערליכע אידן, זיי וועלן אויסוואקסן צדיקים.


מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה - פלעגט מיר נעמען אלס קינד צו מקומות הקדושים. ער פלעגט גיין יעדן ערב ראש חודש קיין קרית יואל צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, איך פלעג אלץ מיטגיין מיט אים, אויך פלעג איך מיטגיין מיט אים קיין מירון צום הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, און דארט ארום פארן צו אלע הייליגע צדיקים אין צפת און אין טבריה.


אויך האב איך זוכה געווען צו פארן מיט אים קיין פוילן צום הייליגן רבי אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו און צו אלע צדיקים וואס ליגן אין פוילן. אויך קיין אוקריינא; ער האט מיר גענומען אלס יונגער בחור קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, און אויף מעזיבוז צום ציון פונעם הייליגן צדיק, אור שבעת הימים, דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און אזוי ווייטער.


מיין זיידע האט נישט מבטל געווען קיין איין מינוט פון לערנען תורה, דאך איז ער געפארן כסדר צו קברי צדיקים מתפלל זיין און פועל'ן ישועות.


קענסט אויסרעכענען צייטן וואס עס איז פאסיג פאר קינדער זיי זאלן נישט פעלן פון חדר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#269 - זאל איך לייגן א דגוש צו לערנען לשון הקודש מיט די קינדער?
חינוך הילדים, מלמדים, חדר, יראת שמים, לשון הקודש, דקדוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די ליכטיגע שיעורים וואס זענען ממש מחיה נפשות, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט נאך פון מוהרא"ש זי"ע אז אין געוויסע פלעצער טוט מען זיך אויף אז ביי זיי איז געווען אזא שטופעניש, ממש סכנת נפשות, אבער ביי אונז איז אפשר נישטא די גרויסע שטופעניש, אבער עס איז ממש מחיה נפשות.


זייענדיג א מלמד גייען מיר קומענדיגע יאר ביי אונז אין חדר אנהויבן לערנען "שרשים ושימושים", דאס מיינט אז מען לערנט מיט די קינדער לשון הקודש, צו צעטיילן די ווערטער אין חלקים לויט די שורש, און דערנאך די שימושים בעפאר און דערנאך. למעשה זענען דא וואס קריגן אויף דעם נייעם מהלך און זאגן אז מ'דארף לאזן די קינדער אליין אויפכאפן לשון הקודש פונקט ווי ער כאפט אויף אנדערע זאכן, ער ווערט נאר צומישט פון לערנען די שרשים און דאס ברענגט נאכדעם פראבלעמען.


זייענדיג אן איינגשטעלטער דארף איך דאס ממילא טון, איך האב נישט קיין ווארט אריינצורעדן אין דעם, מיין שאלה איז נאר צי איך זאל אריינלייגן אין דעם כוחות און לייגן א דגוש דערויף, אדער עס טון מער ווי א טעכנישע ארבעט וואס דארף געטון ווערן, און זיך נישט שטעלן אויף דעם.


אויך בין איך נייגעריג אויב אין "היכל הקודש" איז דא דער סארט לימוד מיט די קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר לערנען די אלטע וועג ווי אזוי די הייליגע צדיקים האבן אוועקגעשטעלט ווי אזוי צו לערנען מיט הייליגע קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, מיר מאכן נישט קיין שום נייע זאכן.


דו לייג א דגוש אריינצולייגן אין די קינדער אמונה ויראת שמים, אלע אנדערע זאכן איז זייער שיין און זייער וואויל - נאר אז עס איז דא אמונה און יראת שמים, אן אמונה ויראת שמים איז גארנישט דא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ", דער וואס האט דעת דער האט אלעס, "דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַה בֵּיהּ", דער וואס האט נישט קיין דעת - האט גארנישט; וואס איז דעת? אמונה; דער וואס ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער פירט די וועלט, ער האט אלעס געטון, ער טוט אלעס און וועט אלעס טון, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס איז נאר א פארשטעלאכץ פון אים - דאס איז דעת; אויב האט מען די פינטעלע דעת - האט מען שוין סיי ווי אלעס.


ווען דו קומסט אין חדר לערנען מיט די קינדער זאל דאס זיין דיין איינציגסטע ציל: אריינלייגן אין זיי אמונה בהשם יתברך, אריינפרעגלען אין זיי יראת שמים, זיי זאלן מורא האבן פונעם אייבערשטן; זאלסט אריינבראקן אין זיי ליב האבן דעם אייבערשטן.


די טאג אין חדר איז איינגעטיילט; דאווענען מיט די קינדער, עסן מיט די קינדער, שרייבן מיט די קינדער, לערנען מיט די קינדער, דערציילן מעשיות פאר זיי, אבער אלעס דארף זיין מיט איין ציל: זיי זאלן וויסן עס איז דא א באשעפער!


אז מען הייסט דיר לערנען שרשים וכו' - זאלסטו דאס טון, אבער דאס איז נישט קיין עיקר. ווער רעדט נאך אז מען וויל לערנען דקדוק מיט קינדער, דאס איז זיכער איבריג. דער רבי זאגט בפירוש (שיחות הר"ן, סימן רלה): "בִּשְׁבִיל זֶה עָזְבוּ הָעוֹלָם חָכְמוֹת הַדִּקְדּוּק וְאֵינָם עוֹסְקִים בּוֹ כְּלָל. כִּי דִּקְדּוּק אֵין צְרִיכִין כְּלָל", די וועלט האט זיך שוין אפגעלאזט פון לערנען דקדוק, ווייל עס פעלט נישט אויס פאר עבודות השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#268 - ווי אזוי קען איך זיין א גוטע מאמע?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, סבלנות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דאנקבאר פאר אלע דרשות און חיזוק וואס מיר באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ווייס אז איך מיט מיין מאן וואלטן קיינמאל נישט אנקומען צו וואו מיר האלטן יעצט, ווען נישט די געוואלדיגע דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


עס איז דא איין זאך וואס גייט מיר זייער שווער, דאס איז צו מחנך די קינדער. איך האב ברוך ה' ליכטיגע קלוגע געזונטע קינדער, אבער איך פיל זייער שלעכט פאר זיי, ווייל איך און מיין מאן שרייען אסאך אויף זיי, און צומאל געבן מיר זיי אויך פעטש. מיינע קינדער פאלגן נישט! זיי פאלגן נישט מיר און נישט מיין מאן! זיי קריגן זיך, פארגינען נישט, און הרג'ענען זיך א גאנצן טאג.


וויפיל איך פרוביר צו זיין א גוטע מאמע, קען איך אבער נישט אויסהאלטן, און ביים סוף שריי איך אויף זיי, און איך פיר זיך נישט צו די קינדער ווי עס דארף צו זיין.


עס טוט מיר זייער וויי, און איך וואלט זייער געוואלט גיין צו "חינוך קלאסן", זיך אויסצולערנען ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, אבער מיין מאן וויל נישט איך זאל גיין, ווייל דער ראש ישיבה רעדט קעגן דעם.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר העלפן און מיר געבן דעם ריכטיגן וועג אין חינוך, אז איך און מיין מאן זאלן קענען זיין בעסערע עלטערן, נישט שרייען און שלאגן די קינדער ווען זיי רעגן אונז אויף מיט זייער אויפפירונג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן איז גערעכט, איר וועט גארנישט באקומען ביי די פלעצער.


שרייען אויף קינדער איז נישט קיין עצה, און שלאגן איז זיכער נישט קיין עצה. שלאגן העלפט נישט; שלאגן איז א וועג זיך אויסצוגעבן די נערווען. שרייען איז א פוילע וועג, סבלנות איז די וועג; מיט קינדער דארף מען האבן אייזערנע נערווען, נאכמאל זאגן און נאכאמאל זאגן, נישט ווערן אויפגערעגט ווען מען פאלגט נישט.


חינוך הבנים והבנות איז א שווערע ארבעט, אבער עס לוינט זיך די ארבעט, עס לוינט צו האבן סבלנות פאר קינדער; ביים סוף שניידט מען שיינע פירות.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן געדולד, נישט ווערן פארלוירן ווען די קינדער פאלגן נישט. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער, ווי אזוי מען מאכט אז קינדער זאלן פאלגן - אזוי וועט איר מצליח זיין מיט זיי. איר וועט נישט דארפן שרייען און שלאגן, ווייל דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן איז די סוד פון הצלחה, נישטא קיין אנדערע עצה נישטא קיין אנדערע טריק מיט קינדער - נאר בעטן און בעטן דעם אייבערשטן.


איר ווייסט די מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק אן אלטע תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז די תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#267 - פארוואס דארף מיין בחור אויפשטיין אזוי פרי פארטאגס?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון איז אין א ישיבה וואס מ'גייט דארט אהיים שפעט ביינאכט, און אינדערפרי דארף איך אים שוין אויפוועקן גאר פרי פארטאגס, עס רעגט מיר זייער אויף, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס רעגט אייך אויף? דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער זון לערנט פלייסיג פון אינדערפרי ביז שפעט ביינאכט, דאס איז דאך די גרעסטע תענוג פאר עלטערן, צו זען די קינדער גיין אין ישיבה לערנען און דאווענען, דינען דעם הייליגן באשעפער! וויפיל עלטערן זעען זייער קינד גיין ארבעטן פון אינדערפרי ביז שפעט ביינאכט, זיי וואלטן ווען גע'חלש'ט אז זייער קינד זאל גיין אין ישיבה לערנען און דאווענען, וואס איז אייער פראבלעם?!


אז איר וועט אים אפווארטן מיט ווארעמקייט, מיט א גוט ווארט, מיט עסן וכדומה, און איר וועט אים אויפוועקן אינדערפרי ער זאל גיין לערנען - וועט איר זוכה זיין לחיי עולם הבא. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" פרויען האבן דאך נישט די מצוה פון לערנען די הייליגע תורה, וואס ברענגט זיי לחיי עולם הבא? "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער לערנען תורה, אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר.


א גוט ווארט פון א מאמע איז שטערקער פון אלעס אויף די וועלט, א ווארעם ווארט וואס א מאמע געבט פאר'ן בחור, זי מאכט אים זיך גוט שפירן; זי רומט אים, סיי דירעקט און סיי אומדירעקט, דאס הייסט זי זאגט א גוט ווארט אויפ'ן קינד פאר'ן מאן גענוג הויך אז דער קינד זאל הערן - דאס איז אזוי שטארק, עס קען אים ראטעווען פון אלע שווערע ביטערע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#266 - מעג מען זאגן מיט די קינדער לעילוי נשמת נפטרים וועמען מען קען נישט?
חינוך הילדים, תפילות אויף אידיש, אמונה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד און זייער אסאך מאל שיקן די אנדערע מלמדים אריין צעטלעך מיט א נאמען צו זאגן פאר'ן לערנען לעילוי נשמת. איך ווייס אבער נישט אויב מען קען זאגן לעילוי נשמת א נאמען וואס איך קען בכלל נישט, איך ווייס נישט ווער דאס איז?


אפשר קען מען ענדערש זאגן סתם בכלליות לעילוי נשמת אלע נשמות וואס דארפן א תיקון?


איך האב זיך געמאכט א קליינע נוסח צו זאגן פאר'ן לערנען; הרינו לומד היום לעילוי נשמת כל הנשמות שאין להם תיקון השלם וכל הנשמות ערטילאין וכל הניצוצות הקדושות שנפלו לתוך הקליפות. א צייט שפעטער האב איך עס אבער דערציילט פאר מיין חבר, און ער זאגט מיר אז עס קען זיין אז מען טאר עס נישט טון ווייל עס קען זיין א סכנה. וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה אויב מען מעג אזוי זאגן? און אויב מען מעג עס זאגן מיט די קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק מיט יארן צוריק ווען איך בין געווען א מלמד פלעגן מלמדים זיך אפרעדן אז די צעטלעך וואס מען ברענגט אריין אינמיטן לערנען, מען זאל בעטן פאר די נאמען, מען זאל אינזין האבן דעם חולה - דאס שטערט וכו'.


איך האב זיי געזאגט אז דאס איז זייער וויכטיג פאר די חינוך פון די קינדער; ווען דער מנהל שיקט אריין א נאמען, א חולה אדער איינער וואס דארף א ישועה, אדער א יארצייט; וואס פאסירט? די קינדער ווערן נתחנך וואס צו טון בעת צרה, ווען מען האט א צרה זאל מען בעטן דעם אייבערשטן, און בעטן אז אנדערע זאלן בעטן פאר מיר.


ווען מען האלט אינמיטן לערנען און עס קומט אריין א צעטל אז מען זאל בעטן פאר איינעם וואס עס ווארט אים א שווערע משפט, דער מלמד ווערט ערנסט, ער פארמאכט די אויגן, ער זאגט: "הייליגער באשעפער העלף", אלע קינדער זאגן אים נאך: "הייליגער באשעפער העלף אז פלוני אלמוני זאל ארויסגיין זכאי בדין" וכו'; אויסער די גרויסע נס וואס גייט יעצט פאסירן מיט יענעם, די תפילות גייען זיכער יענעם העלפן - געשעט יעצט נאך א זאך, די קינדער ווערן געלערנט וואס צו טון בעת צרה.


דער אומדירעקטער לימוד איז נאך שטערקער פון די לימוד וואס מען לערנט; עס זענען אלץ דא קינדער וואס זיי הערן נישט אויס די שיעורים פון מוסר וכדומה, אבער די אומדירעקטע לימודים גייען אריין אין זיי, ביז זיי ווערן ערליכע אידן.


מלמדים דארפן וויסן אריינצולייגן אין די קינדער אומדירעקט אמונה, אמונת חכמים און תפילה. ביי יעדע שמועס, ביי יעדע נייעס, קינדער רעדן, קינדער דערציילן - ווארפט מען אריין ברעקלעך אמונה; צווישן די קינדערישע שמועסן, די קינדערישע נארישקייטן - ווארפט מען אריין "דער אייבערשטער פירט די וועלט", "דער אייבערשטער הערט אויס תפילות ישראל".


וואויל איז די מלמדים וואס זייער ציל איז אריינצואווארצלען אמונה אין אידישע נשמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#265 - ווי אזוי האלט מען ערליך די קינדער, ווען די ארומיגע משפחה זענען אנדערש?
שלום בית, אחדות, חינוך הילדים, קדושה, מאוויס, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן ברוך ה' אין א ווארעמע ערליכע חסידישע שטוב, מיינע עלטערן האבן אונז זייער גוט מחנך געווען צו זיין שטאלץ מיט אידישקייט. אבער נאך מיין חתונה האב איך זיך דערזען פאר א נסיון, מיין ווייב איז ברוך ה' זייער ערליך און וואויל, אבער ביי איר משפחה איז מען נישט אזוי מקפיד אויף זאכן, מ'איז פארנומען מיט אסאך נארישקייטן, אריינגערעכנט מיט סמארטפאונס, סאשעל מידיא, און דאס גלייכן. איך פרוביר אנצוהאלטן מיין חסידישקייט און ערליכקייט, אבער ס'איז מיר זייער שווער צו זיין ביי מיין שווער אינדערהיים און זיין אנדערש פון יעדן, נישט קענען מיטהאלטן פון וואס זיי רעדן און שמועסן, דאס איז מיר א שווערע נסיון. יעדער זיצט מיט די כלים און מען שיקט זאכן איינער צום צווייטן, און איך שפיר מיך ווי א יון אין די סוכה, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


ספעציעל איז מיר שווער אויב מ'ווייזט דארט א ווידיא פאר די גאנצע משפחה, און די קינדער ווילן אויך מיטהאלטן, ווי אזוי האלט מען זיך ביי שטארקע גדרים, אן צו גרינגשעצן אין די משפחה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער א הייקעלע און וויכטיגע שאלה, ווייל פון איין זייט דארף מען אכטונג געבן אויף שלום, מען זאל זיך נישט קריגן מיט משפחה און נישט גרינגשעצן אין עלטערן, און פון די אנדערע זייט דארף מען אכטונג געבן אויף זיך מען זאל בלייבן מיט יראת שמים, און אויך דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן מיט יראת שמים.


דער רבי האט אונז דערציילט אזא מעשה וואס דו האסט, מיט א חכם וואס האט נישט געוואלט אז זיינע קינדער זאלן פארפאלן גיין. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג', מחיגר) עס איז אמאל געווען א חכם, און דער קיסר פון די לאנד איז געווען א גרויסער אפיקורס, איז געגאנגען דער חכם, ער האט גערופן די גאנצע משפחה און זיי געזאגט: "איר זעט דאך אז דער קיסר איז א גרויסער אפיקורס און האט שוין געמאכט די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים, און א טייל פון אונזער משפחה האט ער שוין אויך געמאכט פאר אפיקורסים, בכן לאמיר אוועקגיין אין מדבר כדי מיר זאלן בלייבן מיט אונזער אמונה אין גאט ברוך הוא", זיי זענען געגאנגען צו א מדבר און דער חכם האט געמאכט א רינג ארום זיי אז קיינער זאל זיי גארנישט קענען שלעכטס טון.


מוהרא"ש זאגט (נהרי אפסרמון) די רינג איז די הייליגע אמונה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, ט): "וֶאֱמוּנָתְךָ סְבִיבוֹתֶיךָ"; ווען א מענטש איז ארום גענומען מיט אמונה - קען אים קיינער נישט שלעכטס טון, ווייל די קליפות און מזיקים האבן נאר א שליטה ווען די אמונה איז אפגעשוואכט, דעמאלט האבן זיי א טיר אריין צו קומען צום מענטש, אבער ווער עס איז שטארק מיט אמונה - קען אים קיינער נישט שלעכטס טון.


אויך איז א רינג א סימן פון אחדות, אז מען מאכט א שטארקע רינג, מען לעבט בשלום, מען לעבט מיט ליבשאפט, מען איז מוותר איינער פאר'ן צווייטן, מען קריגט זיך נישט - דעמאלט האט די שלעכטס נישט קיין שליטה, דעמאלט קען קיינער נישט צעברעכן די שטוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נצבים, א): "בְּנֹהַג שֶׁבָּעוֹלָם, אִם נוֹטֵל אָדָם אֲגֻדָּה שֶׁל קָנִים, שֶׁמָּא יָכֹל לְשָׁבְרָם בְּבַת אַחַת" אז מען מאכט א בינטל פון אסאך שטעקענעס, קען מען דאס נישט צעברעכן, "וְאִלּוּ נוֹטֵל אַחַת אַחַת, אֲפִלּוּ תִּינוֹק מְשַׁבְּרָן", אבער אויב מען נעמט איין שטעקן באזונדער, קען דאס אפילו א קינד צעברעכן.


דאס איז די עצה פאר דיר און פאר אלע עלטערן וואס ווילן היטן די שטוב אז די קינדער זאלן בלייבן ערליך און אפגעהיטן, מען דארף שטארק ארבעטן עס זאל זיין שלום בית אין שטוב, דאס איז דער פונדאמענט פון די שטוב. מענטשן מיינען אז שלום בית איז א שיינע זאך, מען קוקט אויף דעם ווי א היינטיגע זאך, ווי א זאך וואס איז נישט בעצם א יסוד אין לעבן, אבער עס איז נישט אזוי, שלום בית איז די וויכטיגסטע זאך פאר א איד, מען קען נישט אויפציען קינדער נאר מיט שלום בית; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז דא א שטארקע רינג, טאטע מאמע האבן זיך ליב - וואקסן אויף ערליך און געזונט, און חס ושלום אויב מען קריגט זיך - איז דאס די ערגסטע זאך פאר זיי.


קינדער ווייסן און שפירן אויב עס איז דא ליבשאפט צווישן טאטע מאמע, מען קען זיך נישט מאכן, מען קען זיי נישט אפנארן, זיי ווייסן דאס נאך בעסער פון די עלטערן אליינס, און דאס איז די שטערקסטע זאך פאר זייער עתיד.


דערפאר, אז דו ווילסט היטן דיינע קינדער - זאלסטו זען צו טון וואס דער חכם האט געטון, מאך א רינג ארום דיין משפחה; זע עס זאל זיין ליבשאפט, פארברענג אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דאס איז מער פון אלעס. קינדער וואס פארברענגען מיט די עלטערן דארפן נישט קיין ווידיאו"ס, אויך רעד אין שטוב פון אייבערשטן, דערצייל מעשיות פון תפילה, מעשיות פון השגחה פרטיות, שמועס ביי די שבת סעודות פון אייבערשטן - וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס און דו וועסט האבן ערליכע שיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#264 - ווי אזוי פארענטפערט מען די קשיות פון די קינדער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, קשיות, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב איין זון וואס וואקלט זיך אביסל אין ערליכקייט, און ברוך ה' אז ס'איז דא נאך קינדער סיי יונגער און סיי עלטער פון אים. לעצטנס האט ער זיך געקויפט א נישט כשר'ע טעלעפאן, די אנדערע קינדער הויבן אן פרעגן וואס איז פשט פון דעם וואס ער האט דאס, און אויך רעדן זיי זיך אפ אז די קינדער פון זייער קלאס מאכן חוזק פון זיי אז זייער ברודער האט טריפה'נע זאכן; ווי אזוי ערקלער איך דאס פאר די קינדער אויף א קלוגע פארשטענדליכע וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישט אלע פראגעס וואס קינדער פרעגן - דארף מען ענטפערן, ווען זיי פרעגן אזעלכע הייקעלע פראגעס דריידט מען זיך ארויס מיט חכמה.


קינדער זוכן אלץ די סארט תירוצים; פארוואס יענער מעג יא און איך טאר נישט? פארוואס דארף איך גיין שלאפן ווען א צווייטער איז נאך אויף? קינדער זוכן זיך שטענדיג ארויסצודרייען מיט די טענה פארוואס יענער מעג און מיר טארן נישט; די ריכטיגע וועג איז צו זאגן: "וואס קוקסט אויף א צווייטן? דו דארפסט טון וואס איז ריכטיג; וואס יענער טוט - האט גארנישט מיט דיר".


אז די קינדער קומען אהיים זאגן אז מען טשעפעט זיי אין חדר - דארפסטו רעדן מיט'ן מלמד און מיט'ן מנהל זיי זאלן מחנך זיין די קינדער, זיי אויסלערנען נישט צו טשעפען א צווייטן.


עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפולט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#263 - וואס טו איך מיט מיין בחור וואס מאכט מיר אוועק כסדר?
חינוך הילדים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם וואס שטערט מיך זייער, מיין זון - אן ערוואקסענער בחור - שרייט אויף מיר און קריטיקירט מיך אויף יעדע קליינע זאך, וואס ער קען טרעפן אז איך פיר זיך עפעס נישט אויף ווי די הלכה איז לויט זיין פארשטאנד, וועט ער מיר גלייך פארהאלטן, און ער האלט מיך אין איין אוועקמאכן. איך שפיר ווי איך האלט עס נישט אויס, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט זיך אביסל צו שפעט אויפגעוועקט; חינוך הייבט זיך אן ווען די קינדער זענען גאר קליין, ווען זיי זענען צוויי יאר, דריי יאר, פיר יאר - דעמאלט איז צייט זיי אויסצולערנען ווי אזוי מען רעדט צו טאטע מאמע.


זייער אסאך מאכן דעם טעות, מען לאזט די קליינע קינדער אויפוואקסן קרום, מען לאזט זיי ענטפערן די עלטערן מיט חוצפה, מען זאגט 'יעצט זענען זיי נאך קליין, מען דארף זיי נישט מחנך זיין', און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף - האט מען צער פון זיי.


אויב דו האסט נאך קליינע קינדער זאלסטו שוין אנהייבן זיי מחנך זיין ווי אזוי מען רעדט צו טאטע מאמע; שלמה המלך זאגט (משלי כג, יג-יד): "אַל תִּמְנַע מִנַּעַר מוּסָר", האלט זיך נישט צוריק פון זאגן מוסר פאר דיין קינד ווען ער איז יונג, "כִּי תַכֶּנּוּ בַשֵּׁבֶט, לֹא יָמוּת", האב נישט מורא אים צו שלאגן, ער וועט נישט שטארבן פון א פאטש, "אַתָּה, בַּשֵּׁבֶט תַּכֶּנּוּ", דו זאלסט אים שלאגן, "וְנַפְשׁוֹ, מִשְּׁאוֹל תַּצִּיל", אזוי וועסטו אים ראטעווען פון גיהנום.


יונגע קינדער דארף מען מחנך זיין צו פאלגן טאטע מאמע, קינדער דארפן וויסן אז א טאטע זאגט יא איז יא, אז א מאמע זאגט ניין איז ניין, און אז דאס קינד פאלגט נישט - געבט מען קליינע פעטשעלעך, אזוי ראטעוועט מען דאס קינד פון שלעכטס, אזוי וואקסן זיי אויף געזונט.


יעצט מיט דיין בחור איז שוין אביסל שפעט, יעצט דארפסטו שוין ארבעטן מיט חכמה; ווען ער פירט זיך אויף נישט דרך ארץ'דיג זאלסטו אים זאגן: "מען טאר נישט אזוי רעדן צו א טאטע".


גרינגער וועט דיר זיין זיך אנצונעמען פאר דיין ווייב; ווען דו הערסט אים רעדן נישט שיין צו דיין ווייב, זאלסטו אים באמערקן דערויף און זאגן: "מען קען נישט רעדן אזוי צו מאמי", און דיין ווייב וועט דיר העלפן, ווען זי הערט ווי ער רעדט צו דיר נישט שיין וועט זי אים זאגן: "מען קען נישט רעדן אזוי צו טאטי"; אין יעדע פאל זאלסטו אים זאגן: "מען קען נישט רעדן אזוי צו א טאטע".


חינוך איז פון די העכסטע זאכן ביי אידישע קינדער; ווען מען זעט זיך מיט קינדער מחוצפים, עזות פנימ'ער - ווייסט מען נישט ווער איז דער פראבלעם, רוב מאל איז דאס די עלטערנ'ס פראבלעם, זיי האבן נישט מחנך געווען די קינדער, און ווען מען זעט קינדער בעלי דרך ארץ - איז די קרעדיט די עלטערנ'ס. שלמה המלך זאגט (משלי יג, א): "בֵּן חָכָם", א קלוג קינד, "מוּסַר אָב", איז ווייל ער האט א טאטע וואס האט אים געלערנט ווי אזוי זיך צו פירן, "וְלֵץ", און קינדער וואס זענען לצים, "לֹא שָׁמַע גְּעָרָה", איז ווייל זיי האבן נישט געהערט קיין געשריי, נאך זאגט ער (שם כב, טו): "אִוֶּלֶת, קְשׁוּרָה בְלֶב נָעַר", קינדער זענען צוגעבינדן מיט נארישע נאטורן, "שֵׁבֶט מוּסָר, יַרְחִיקֶנָּה מִמֶּנּוּ", מיט שטראף נעמט מען אוועק די נארישקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#262 - קענען מיינע פרייע עלטערן קומען וואוינען נעבן מיר?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן ענטפער ווי אזוי זיך צו פירן מיט מיינע עלטערן וואס זענען ליידער נאך פריי און היטן נישט קיין אידישקייט, ס'האט מיר זייער שטארק געהאלפן.


איך האב געוואלט פרעגן נאך עפעס אין דעם זעלבן ענין. איך האב שוין אסאך מאל געבעטן מיינע עלטערן זיי זאלן נישט געבן פאר מיינע קינדער צו קוקן אין זייער סמארטפאון, אבער זיי געבן נאך ווייטער. ספעציעל מיין מאמע וואס זי האלט אז ס'איז זייער וויכטיג פאר קינדער אויפצואוואקסן מיט א קאמפיוטער און א סמארטפאון, ווייל דאס וועט זיי מאכן מער קלוג און אפן צו די וועלט. וואס קען איך טון וועגן דעם?


צווייטנס, איך וויל אז מיינע עלטערן זאלן קומען וואוינען נעבן מיר, אז איך זאל זיי קענען ארויסהעלפן און מכבד זיין, איך ווייס אבער אז אויב קומען זיי דא וואוינען וועל איך נישט קענען לאזן מיינע קינדער גיין צו זיין אליין, אבער איך וועל אויך נישט קענען אלץ מיטגיין מיט זיי. איך ווייס אז אויב איינער זוכט דוקא אינטערנעט וועט ער עס קענען טרעפן, אבער אויב איז עס אזוי גרינג ווי ביי מיינע עלטערן אין שטוב, וועט עס טרעפן אפילו איינער וואס זוכט עס נישט דוקא, דעריבער פארשטיי איך אז אויב וועלן מיינע עלטערן וואוינען נעבן מיר קען עס זיין א סכנה פאר מיינע קינדער. איז מיין שאלה אויב איך זאל זיי פארשלאגן צו קומען וואוינען נעבן אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט אודאי נעמען אייערע עלטערן וואוינען ביי אייך, עס וועט נישט שטערן די חינוך פון אייערע קינדער. איר זאלט ווייטער געבן אייערע קינדער אן ערליכע חינוך און אין די זעלבע צייט זיי פארשטיין געבן אז זיידי און באבי זענען נישט שלעכט, זיי זענען אומוויסנד, מען האט אויסגעריסן פון זיי די תורה און מצוות.


רעדט צו די קינדער איבער דאס שיינקייט און גרויסקייט פון היטן די תורה און מצוות - וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים, און איר וועט זען אז אייערע עלטערן וועלן אויך תשובה טון, זיי וועלן אנהייבן צוביסליך גיין אין די וועג פון די תורה.


די שכל איז עפעס נישט פשוט, דאס איז א טיפע קלוגע שכל וואס מוהרא"ש האט מחדש געווען. ווי איר ווייסט דאך, מוהרא"ש האט אלע יארן עוסק געווען און די הייליגע מצוה פון צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ער האט גענומען מענטשן פון די טיפסטע אפגרונד און זיי געברענגט צו זיין ערליכע אידן און אויפשטעלן שיינע שטובער. מוהרא"ש האט אלע יארן געלערנט אנשי שלומינו ווי אזוי צו האנדלען מיט זייערע עלטערן, ממש א חידוש שבחידושים וואס מען געפונט נישט אין אנדערע פלעצער; פון איין זייט האט מוהרא"ש אונז גענומען און אונז געברענגט צו די גרעסטע מדריגות, צו דביקות בשם, צו דרגות וואס פריערדיגע צדיקים זענען אנגעקומען נאך יארן הארעוואניע, און אין די זעלבע צייט איז מוהרא"ש געווען אזוי שטארק דא אויף דער ערד, אזוי פארשטאנען דעם מענטש, אזוי סאך גערעדט מען זאל זיך נישט אפטיילן פון משפחה, מען זאל בלייבן מקושר מיט די משפחה, מען זאל ווייטער גיין צו שמחות און מען זאל איינליידענען די משפחה ווען מען מאכט א שמחה.


אויך האט מוהרא"ש אונז געלערנט מיר זאלן גיין באזוכן אונזערע עלטערן אפילו ווען די עלטערן פירן זיך נישט אזוי ווי מען דארף, השם ישמרינו; פארקערט ווי מען לערנט אין אנדערע מקומות אז מען זאל זיך אפטיילן און נישט האבן שייכות, וואס די וועג האט נישט קיין קיום; אדער פאלט מען צוריק רחמנא לצלן, אדער מאכט דאס א שטארקע פיינטשאפט פון די משפחה אויף פרומע אידן.


מוהרא"ש'ס וועג האט אויפגעוויזן אז הונדערטער און טויזנטער משפחות האבן זיך צוריק געקערט צום אייבערשטן דורך די וועג פון שלום און שלוה; ווייל ווען מען זעט א מענטש פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין, עלטערן זעען ווי זייער קינד רעדט שיין מיט דרך ארץ צו זיי, אפילו ער האט אן אנדערע וועג, ער גייט בדרך התורה, ווען זיי גייען נאכנישט אין די וועג, דאך רעדט ער שיין, ער קומט באזוכן און ער רעדט מיט דרך ארץ; דאס מאכט אז זיי זאלן קוקן אויף די תורה און אויפ'ן באשעפער גוט, און זיי וועלן אויך גיין אין די וועג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארומט זיך מיט אזא איינעם.


עס איז נישט קיין סתירה אייערע עלטערן מיט אייערע קינדער; געבט זיך אפ מיט אייערע עלטערן מיט די גרעסטע כבוד, דרייט אויס די שטוב אלעס ארום זיי, די גאנצע שטוב זאל זיך דרייען ארום זיי; די קינדער זאלן שמועסן מיט זיי, די קינדער זאלן גיין שפאצירן מיט זיי, נעמט זיי ביי די שבת'דיגע סעודות זיי זאלן מיט עסן, געבט זיי צו פארזוכן פון די געשמאקע טעם פון א שבת סעודה, זיי זאלן זען ווי שיין אייער משפחה זינגט זמירות, עס וועט נישט נעמען לאנג ביז זיי וועלן תשובה טון, זיי וועלן צוריקקומען צום אייבערשטן און איר וועט האבן נחת פון אייערע קינדער און אייניקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#261 - ווי אזוי שטעלט מען איין דרך ארץ אין קלאס, אן שלאגן?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד שוין זיבן יאר צום גוטן, איך לערן מיט די קינדער און איך בין ברוך ה' זייער מצליח. איך וויל נישט שטערן און אוועקנעמען די טייערע צייט פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער איך שפיר אז איך בין א שליח ציבור פון די 24 קינדער וואס לערנען ביי מיר, און איך טאר זיך נישט צוריק האלטן פון פרעגן.


דאס איז איבער דעם ענין פון שלאגן קינדער, איך פארשטיי אז דער ענין איז זייער פארדרייט געווארן ביי מלמדים, סיי אז מ'האט געשלאגן פון כעס אן דעם וואס דאס קינד זאל אפילו וויסן פארוואס ער כאפט, און סיי אז מ'האט געשלאגן קינדער ווייל זיי האבן נישט געקענט דאס לערנען אדער פאר'ן זיך פאר'חלומ'ן, און אזוי ווייטער.


איך אלס מלמד האב אויך געגעבן פעטש פאר קינדער, אבער נאר פאר חוצפה, און אויך נאר ווען איך בין נישט אין כעס, און אויך ווען דאס קינד ווייסט פארוואס ער באקומט עס. געווענליך פלעג איך עס טון נאר אנהויב יאר, ווען עס מאכט זיך אלץ דער ערשטער מחוצף וואס וויל אויספרובירן דעם מלמד, אדער צומאל עטליכע, און זיי האבן געכאפט און נאכדעם האבן שוין אלע קינדער געוואוסט אז חוצפה איז נישט אקצעפטירט אין דעם קלאס.


דאס יאר האב איך מאיזה סיבה שיהיה פארקוקט אנהויב יאר, און איך האב נאר גערעדט, "הער אויף", "רעד נישט ווען א רבי רעדט", "מען קען נישט זיצן אויפ'ן רבינ'ס פלאץ", אבער למעשה האב איך פארשפילט דאס יאר, עס איז געווען א יאר פון חוצפה, איך האב שטארק חרטה געהאט פארוואס איך האב נישט איינגעשטעלט סדר אין כיתה אנהויב יאר, אבער עס איז צו שפעט יעצט, די כיתה פארט שוין אויף רעדער.


איך וויל הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון די קומענדיגע יאר הבעל"ט, וואס איז די ריכטיגע וועג זיך צו פירן מיט דעם, איך הער אז דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן.


יישר כח פאר אלע שיעורים, בריוון, און אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו שלאגן קיין קינדער, ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט שלאגן קינדער. בדרך כלל, ווען קומט אויס א מלמד זאל שלאגן קינדער? ווען דער מלמד איז נערוועז און אנגעצויגן, ער איז נישט געשלאפן געהעריג ביינאכט, ער איז הונגעריג וכדומה, דעמאלט פאסירן די אלע מעשיות פון שלאגן קינדער השם ישמרינו; קינדער פרובירן אויפצורעגן דעם מלמד, זיי טוען ווילדע זאכן, זיי ווילן זען אויב עס גייט זיי געלונגען אויפצורעגן דעם מלמד; אויב דער מלמד פארלירט זיך און שלאגט די קינדער - דאן האט ער אלעס פארלוירן, ווייל די קינדער זעען אז מען קען אים אויפרעגן און אים ארויסנעמען פון די גלידער, גייען זיי ווייטער אויף דעם וועג, די פעטש שטעלט זיי נישט אפ.


דעריבער ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמה, סעיף יח) אז א מלמד טאר זיך נישט מסגף זיין; מען דארף גוט עסן און גוט שלאפן, זיין זאט און אויסגערוט, כדי צו האבן אייזערנע נערווען פאר די קינדער. א מלמד וואס איז גוט אויסגערוט און גוט זאט, ווען א קינד וויל אים אויפרעגן - פארלירט ער זיך נישט, ער ווערט נישט נערוועז, ער שלאגט נישט, אדער מאכט ער זיך ווי ער זעט נישט. רוב מאל איז דאס די וועג מיט די קינדער וואס זוכן צו אויספרובירן דעם מלמד, מען זאל זיך מאכן ווי מען זעט נישט, מען זאל ווייטער אנגיין מיט די סדר היום, און ווען דער קינד זעט אז ער האט נישט מצליח געווען - הערט ער אויף צו שטערן, און ווען מען דארף יא זאגן, מען קען נישט פארזען - דעמאלט געבט מען א קנס אדער באקומט נישט דער קינד א גוטע זאך וכו'; אבער ער שלאגט נישט, ער האלט זיך רואיג.


די שטערקסטע זאך וואס א מלמד קען טון מיט קינדער וואס מען דארף זיי לערנען דרך ארץ וכדומה - איז נישט ארויסלאזן ביי הפסקה; מען הייסט זיי בלייבן זיצן אין כתה דורכאויס די צייט וואס די קינדער גייען זיך שפילן, דאס שטעלט א קינד אין פלאץ. פארשטייט זיך דער קינד וועט פרובירן אלע מיטלען צו קענען גיין שפילן, ער וועט שרייען, ער וועט וויינען און פארפירן, אבער אז דער מלמד בלייבט שטארק, ער ווערט נישט פארלוירן, ער זאגט דעם קינד: "היינט האסטו געשטערט די כתה, קענסטו נישט ארויסגיין שפילן", "היינט ביסטו געווען נישט דרך ארץ'דיג - וועסטו בלייבן דא"; דער קינד וועט וויינען, ער וועט ווילדעווען אבער ער וועט זיך בארואיגן און ביז אפאר מאל וועט ער פארשטיין אז ער דארף זיך פירן מיט דרך ארץ.


נאך א וויכטיגע זאך צו וויסן, מען טאר נישט ווייזן פארלוירנקייט פאר די קינדער. אז דער קינד הייבט אן פארפירן, ער קען נישט נעמען די עונש, די קנס וכו'; אז דער מלמד ווערט שוואך און ער זאגט פאר'ן קינד: "אוקעי, יעצט קענסטו גיין, איך בין דיר מוחל", האט דער מלמד פארלוירן אלעס, ער האט גארנישט אויפגעטון; די קינדער דארפן וויסן אז א ווארט פונעם מלמד איז א ווארט, אז מען האט אים געזאגט בלייבן אין כתה בלייבט עס אזוי, מען זאגט רואיגערהייט פאר'ן קינד: "מארגן וועסטו קענען גיין שפילן".


פארשטייט זיך מען דארף האבן שכל, מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס; ווען יא צו געבן אן עונש און ווען נישט; נישט אויף יעדע זאך געבט מען אן עונש, אבער ווען מען געבט שוין יא, דארף מען זיין זייער שטארק מיט דעם.


עס איז זייער א גוטע זאך אז מלמדים און מחנכים זאלן געבן פרסים, און מיט דעם קען מען אויך אויפטון זיי מחנך זיין אויף דרך ארץ. די קינדער וואס זענען דרך ארץ'דיג, זיי באקומען, און א קינד וואס פארפירט און פירט זיך נישט אויף אזוי ווי מען דארף - ער באקומט נישט די פרס, פרסים איז א שטארקע מיטל פאר'ן מלמד.


אויב א קינד שטערט די לימודים מיט א זאך וואס ער האט געברענגט פון שטוב - נעמט מען אוועק די זאך און מען געבט דאס נישט צוריק פאר אפאר טעג, אזוי לערנט ער זיך אויס נישט צו שטערן מער, אפילו דער קינד קומט וויינען און שרייען אז ער דארף צוריק די שפיל, לערנט מען אים אויס, מען זאגט אים: "ניין, דו באקומסט נישט צוריק די שפיל; האסט געשטערט דאס לערנען וועסטו דאס נישט קענען האבן פאר א וואך". אזוי און דאס גלייכן קען מען מחנך זיין די קינדער, אבער נישט שלאגן; שלאגן איז בכלל נישט קיין חינוך, שלאגן מאכט נאר ערגער, שלאגן ווייזט אז דער מלמד איז שוואך און ער קען זיך נישט קיין עצה געבן אין כתה.


א מלמד דארף זיין זייער שטארק שטענדיג געדענקען דעם כלל וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה מא.): "שמאל דוחה וימין מקרבת", פון איין זייט זיין שטארק, אבער אין די זעלבע צייט - זיין ווייך, ווייזן א שטארקע ליבשאפט פאר די קינדער. דער מלמד דארף געדענקען אז די כתה איז נישט קיין תפיסה, די תכלית איז נישט איינצושפארן די קינדער, בינדן די קינדער מיט קייטן, זיי זאלן שפירן ווי זיי זיצן אין תפיסה, די כתה דארף זיין אין די אויגן פונעם מלמד און ביי די קינדער - ווי א פאלאץ, די חדר איז די פאלאץ פונעם אייבערשטן; אין כתה לערנט מען פונעם אייבערשטן, דער מלמד דארף שטענדיג רעדן צו די קינדער אז דער אייבערשטער איז דא, אלעס איז ער, און ער איז אלעס.


אז מען שטעלט אוועק די כתה אויף דעם אופן דארף מען בכלל נישט שלאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט די תלמידים.

#260 - מעג איך האבן א קאמפיוטער אינדערהיים זיך צו לערנען א פאך?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די וואונדערליכע שיעורים און בריוו וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן.


איך האב א קאמפיוטער אינדערהיים, מיט א גוטע פילטער, איך נוץ דאס פאר מיין ארבעט, און יעצט לערן איך זיך אויך אויף דעם א קורס פאר מיין פאך, און דאס גייט דורכ'ן אינטערנעט.


יעצט האב איך געזען אז מוהרא"ש זי"ע שרייבט אז מ'זאל נישט אריינברענגען א קאמפיוטער אינדערהיים, ספעציעל פאר די חינוך פון די קינדער, איז מיין שאלה וואס איך טו יעצט, איך האלט אינמיטן א לאנגע קורס, וואס וועט זיך ענדיגן אין צוויי יאר ארום, און איך לערן דאס אין די נאכט שעות אינדערהיים, איך האב שוין אינוועסטירט אין דעם פאך אסאך יארן און אסאך געלט זיך צו לערנען, און ס'איז ממש א שאד איך זאל עס איבערלאזן אינדערמיט, איך האב אבער נישט קיין אנדערע פלאץ וואו זיך דאס צו לערנען ביינאכט אינדרויסן פון מיין הויז. וואס זאל איך טון?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך ענדיגן לערנען די פאך ביי דיר אין שטוב.


אז דו וועסט אכטונג געבן נישט צו נוצן דעם קאמפיוטער נאר אויף זיך צו לערנען די פאך - וועט דיר נישט שאטן; אז דו וועסט דאס נוצן פאר אנדערע זאכן, קוקן אויף דעם זאכן - דאס מיינט מוהרא"ש אז עס קען שאטן פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זעל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#259 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין אינגל וועלן גיין אין מקוה?
חינוך הילדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבן מיט שלום בית, פרנסה, דרך הלימוד, חינוך און נאך און נאך. איך ווייס יעדן טאג פון לעבן אז אויב איך וועל גיין מיט די שכל פון עצתו אמונה, וועל איך מצליח זיין.


מיין יונגסטער זון גייט ווערן דריי יאר אין בערך צוויי חדשים ארום, וויל איך פרעגן ווען איז די פריעסטע עלטער וואס מ'קען נעמען א קינד אין מקוה ערב שבת.


מיין עלטערער זון גייט שוין ווערן אכט יאר און ער איז נאכנישט געווען אין מקוה, און דאס שטערט מיר זייער. אין אנהייב האט זיך עס אנגעהויבן ווען איך האב געהאט א דזשאב וואס איך האב געארבעט פרייטאג ביז צום זמן, למעשה האט ראש ישיבה מיר געגעבן אן עצה צו נעמען א צווייטן וואס זאל טון מיין ארבעט פרייטאג. שפעטער האט זיך אינגאנצן געטוישט מיין ארבעט, אבער די זאך פון נעמען מיין זון אין מקוה האב איך נישט פארראכטן, יעדע וואך מיט אן אנדערע מעשה, ער זאגט אז ער וויל נישט גיין, ער זאגט אז עפעס באדערט אים, איך ווייס נישט וואס, אפאר מאל פרעג איך אים ניטאמאל ווייל איך ווייס נישט וואס איך זאל טון ווען ער זאגט אז ער וויל נישט גיין. אפאר מאל האב איך געטראכט צו גיין שטרענג, ווער ס'איז נישט געווען אין מקוה קען נישט האבן שבת קיין גרעיפ דזשוס, סאדע אדער נאש, אבער יעצט האב איך שוין בלבולים וואס די ראש ישיבה זאגט אז ווען קינדער ווערן גרעסער קען מען נישט צווינגען ווייל שפעטער וועט ער נישט טון די זאך וואס מ'האט אים געצווינגען.


יעדן פרייטאג טראכט איך וואס פארא וועג צו גיין און איך קען נישט מחליט זיין, איך האב אים שוין צוגעזאגט אסאך גוטע זאכן אויב ער וועט גיין אין מקוה, אבער דערווייל האט גארנישט געארבעט. איך ווייס אז איך האב נישט גוט געטון, איך האב געקענט טון בעסער, אבער איך וויל דאס פאררעכטן, וויאזוי זאל איך דאס פאררעכטן?


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר וואס עלטערן דארפן זיך פארלייגן ביי חינוך הבנים והבנות - איז אויסלערנען די קינדער אז מען מוז פאלגן טאטע מאמע, דאס איז דער יסוד ביי חינוך, דאס דארף מען טון ווען די קינדער זענען נאך גאר קליין, ביי צוויי יאר, דריי יאר אלט - ביז די קינדער לערנען זיך אויס צו פאלגן די עלטערן.


רוב עלטערן ווייסן דאס נישט; מען טראכט נישט, אדער מען ווייסט נישט, אדער האט מען נישט קיין כח, מען לאזט די קינדער טון וואס זיי ווילן, די קינדער וואקסן אויף אן דרך ארץ און שפעטער ווען זיי ווערן עלטער קומט ארויס די חוצפה זייער שטארק, דעמאלט איז שוין צו שפעט, דעמאלט קען מען זיי שוין שווער בייגן צום גוטן.


יא מקוה, נישט מקוה - נישט דאס איז דיין פראבלעם; מען קען זאגן אז מען דארף גיין אין מקוה און מען קען זאגן אז עס איז נישט געפערליך אז דער קינד וויל נישט גיין, נישט דאס איז דער פראבלעם, דיין פראבלעם איז אז דיינע קינדער דארפן וואקסן געזונט, זיי דארפן וויסן אז א טאטע מאמע זאגן יא איז יא און אז טאטע מאמע זאגן ניין איז ניין, מען קען נישט זאגן פארקערט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו דיינע קינדער, ווי אזוי זיי מחנך זיין, ווי אזוי זיי פרייליך מאכן; מיט תפילה וועסטו זוכה זיין צו ערליכע קינדער, ערליכע אייניקלעך, עס וועלן זיך ציען שיינע דורות פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#258 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס האט גרויסע פחדים?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע עצות און שכל וואס איר געבט פאר מיר, פאר מיין ווייב, פאר מיינע קינדער, און פאר וועם נישט. איך בין ברוך ה' א מלמד, און איך שעפ מיין חכמה פון אייערע בריוון, גליונות שיעורים, חיזוק יומי, און אזוי ווייטער.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב א קינד אין מיין קלאס וואס איז א שרעקליכער פחדן, איך האב קיינמאל נישט געהערט איינעם אדרעסירן דעם פראבלעם, אבער היות איך הער אויס יעדע שיעור, בין איך אנגעקומען צו א שיעור ווי דער ראש ישיבה רעדט איבער די מלמדים אין קרית ברסלב ווי זיי געבן אכטונג אויף די כבוד פון די קינדער און אויף זייערע געפילן, הער איך דארט ווי דער ראש ישיבה דערציילט פון א קינד וואס איז אריין אין א פחד אז דער מלמד אדער באס דרייוער גייט אים איבערלאזן, און דער ראש ישיבה רעדט דארט ארום ווי אזוי מען אכטונג אויף דעם קינד, דער מלמד מאכט עס מיט חכמה נישט איבערצולאזן דאס קינד קיינמאל אליין.


איך וויל וויסן אויב דאס איז אן הנהגה אזוי זיך צו פירן מיט א קינד וואס האט פחדים, ווייל איך טראכט אז מען קען דאך נישט באגלייטן דאס קינד זיין גאנץ לעבן, ווי אזוי לערנט מען אויס אזא קינד זיך צו ספראווען מיט די פחד? איז דאס טאקע די לעזונג אז דער מלמד זאל מיטנעמען דאס קינד מיט זיך איבעראל וואו ער גייט? דאס קינד וועט דאך אזוי זיך נישט אויסלערנען צו לעבן נארמאל?


איך פרעג ווייל איך האב יעצט אזא קינד אין מיין קלאס וואס האט שרעקליכע פחדים, איך הייב אים אויף, און איך רעד אסאך מיט אים אז ער זאל רעדן צום אייבערשטן, אבער דער חלק אז ביזדערווייל באגלייט מען דאס קינד כסדר, כאפ איך נישט געהעריג. איך וועל זיך פרייען צו האבן א קלארע מהלך אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לייג אריין אין די קינדער, דיינע תלמידים – אמונה, רעד אסאך פון אייבערשטן, ווי מער דו וועסט רעדן דיבורי אמונה - אלץ מער וועלן זיי נישט מורא האבן, ווייל אמונה נעמט אוועק אלע פחדים.


בנוגע דיין תלמיד וואס האט שטארקע פחדים; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף אים און דו וועסט רעדן צו אים פון אייבערשטן - וועט ער ווערן א געזונט קינד.


אז דו רעדסט פון די מעשה וואס מיר האבן געהאט אין חדר אין קרית ברסלב ליבערטי, וועל איך דיר דערציילן די סוף פון די מעשה.


פאר לאנגע חדשים האט דער קינד נישט געהאט קיין מנוחה, ער פלעגט זיך ווארפן פאר שרעק, עס איז אריין אין אים א פחד נאכדעם וואס א באס דרייווער האט געוואלט מאכן סדר צווישן די לעבעדיגע קינדער וואס טאנצן און שפרינגען אויפ'ן באס אויפ'ן וועג אהיים, ער האט געזאגט פאר די קינדער: "ווער עס גייט נישט פאלגן וועט נישט קענען מיט קומען אויפ'ן באס, ער וועט בלייבן אליין אין חדר!" דער קינד האט דאס אנגענומען זייער ערנסט, עס איז אריין אין אים א פחד אז מען גייט אים איבערלאזן אין חדר, ער האט מער נישט געוואלט קומען אין חדר; גאנצע טעג איז ער געבליבן אין שטוב און ווען זיינע עלטערן האבן אים געהייסן גיין איז ער געגאנגען מיט וויינען און שרעק.


אין חדר האט ער זיך נישט אוועק גערירט פון זיין מלמד; דער מלמד איז אן ערליכער, א פארשטענדליכער, פלעגט ער אים מיט נעמען מיט זיך, ער האט זייער אכטונג געגעבן אויפ'ן קינד. ווען דער מלמד איז געגאנגען אין אפיס - איז ער מיט געגאנגען, ווען ער איז געגאנגען רעדן אויפ'ן טעלעפאן - איז ער מיט געגאנגען. די קינדער פון כתה האבן אים מקנא געווען, ער פלעגט זאגן פאר זיינע עלטערן 'די קינדער זענען מיר מקנא, זיי מיינען אז איך גיי מיט די רבי ווייל איך בין א מיוחס, זיי ווייסן נישט וואס פאר א יסורים איך האב'.


ער פלעגט אהיים גיין א שעה פריער ווייל די לעצטע שעה פלעגט ער זיך ממש ווארפן פאר שרעק אז אפשר גייט מען אים איבערלאזן. ער האט נישט געוואלט גיין זונטאג און פרייטאג אין חדר, ווייל דעמאלט האט ער נישט קיין וועג אהיים פריער.


עס איז נישט שייך אראפ צו שרייבן וואס ער איז אריבער די פאר חדשים; די עלטערן האבן נישט געהאט קיין מנוחה, זיי האבן נישט געוויסט וואס צו טון, זיי האבן פארגאסן אסאך טרערן צום אייבערשטן, איך האב אסאך געבעטן פאר'ן קינד און דער מלמד האט אסאך מתפלל געווען פאר'ן קינד.


דער סוף פון די מעשה איז, איך בין געווען אין שטעטל קרית ברסלב דעם יום טוב שבועות; דערציילט מיר דער טאטע פונעם קינד אז זיין זון זאגט אים ער ווייסט נישט פארוואס ער האט אזוי מורא געהאט, ער קען נישט פארשטיין וואס איז דא מורא צו האבן...


אזוי אויך דערציילט מיר דער טאטע, אז זיין קינד האט נישט געוואלט גיין אין שול ווייל אויפ'ן וועג זענען דא הינט וואס בילן, דער קינד פלעגט האבן שרעקליכע פחדים פון די הינט. די עלטערן האבן אלץ גערעדט פון אמונה אז קיינער קען גארנישט טון, נאר דער אייבערשטער; די הינט בילן - אבער קענען גארנישט טון, דער אייבערשטער היט אונז, אז מען בעט דעם אייבערשטן פאסירט גארנישט; ביז דער קינד האט שוין נישט מורא, ער גייט אין שול אן קיין שום פחד, דאס איז די איינציגטסע עצה אוועק צו נעמען שרעק, רעדן פון אמונה.


מען דארף האבן מלמדים און טיטשערס וואס האבן אמונה, ווייל מען קען נישט לערנען אמונה מיט תלמידים נאר אז מען האט אליינס א שטארקע אמונה; אז דער מלמד אליינס קווענקלט און איז נישט זיכער מיט אמונה, ער אליינס פאר זיך האט פחדים, ער נעמט פילן פאר פחדים - ווי אזוי קען ער העלפן זיינע תלמידים?


וואויל איז דער וואס איז מקורב צום רבי'ן, דער האט א קלארע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#257 - לערנען ענגליש איז א סתירה מיט'ן רבינ'ס תמימות ופשיטות?
חינוך הילדים, אמונה, חכמות, תמימות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אויסדרוקן מיין דאנקבארקייט פאר אייער איבערגעגעבנקייט אויפצואוועקן מענטשן צו דינען דעם אייבערשטן מיט'ן רבינ'ס עצות.


איך ארבעט אלס אן ענגליש טיטשער אין א חסידישע חדר, איך בין א בעל תשובה איז מיר עס א גרינגע ארבעט, איך דארף נישט אריינלייגן צופיל כוחות זיך צוצוגרייטן, און איך פרובירט אלץ אריינצולייגן אין יעדע געלעגנהייט דיבורים פון אמונה, תכלית, און השגחה פרטית.


לעצטנס האב איך אנגעהויבן טראכטן אז למעשה לערן איך מיט די קינדער די אלע וועלטליכע זאכן און חכמות, און דער רבי רעדט דאך אזוי סאך פון תמימות ופשיטות, איז דאס נישט קיין סתירה מיט דעם וואס איך לערן חכמות מיט די קינדער? איז עס אויסגעהאלטן לויט'ן רבינ'ס לימודים צו זיין אן ענגליש טיטשער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז בכלל נישט קיין סתירה, דער רבי זאגט בפירוש (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", פון יעדע זאך קען מען זען דעם אייבערשטן, "כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער איז אין די גאנצע וועלט, אלעס איז נאר ער, אלעס איז א לבוש פון אין סוף ברוך הוא, אלעס וואס מיר זעען; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער אליינס.


זיי ממשיך מיט דיין ארבעט, זוך ווי דו קענסט אריינלייגן אין די לימודים די ריינע אמונה. לייג אריין אין קינדער די ריינע אמונה אז דער אייבערשטער האט באשפאן די וועלט, ער פירט אלעס און טוט אלעס, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, מען דארף נישט מורא האבן פון קיינעם ווייל קיינער קען גארנישט טון, מען זאל נישט חנפה'נען קיינעם ווייל קיינער קען נישט געבן דעם מענטש, נאר דעם אייבערשטן דארף מען דינען.


וואויל איז דעם וואס לערנט מיט קינדער אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#256 - וואס טוט מען ווען דאס קינד וויינט אסאך ביינאכט?
חינוך הילדים, קינדער, לימוד התורה, פרנסה, התבודדות, תיקון חצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער, דריי יאר אלט, וועקט זיך אויף כמעט יעדע נאכט און וויינט גאר אסאך, ביז מ'קען איר ענדליך בארואיגן זי זאל צוריק איינשלאפן ביז אינדערפרי, און דאס איז זייער שווער אויפצושטיין יעדע נאכט נאכאמאל. ווי אזוי קען איך איר העלפן שלאפן געהעריג די גאנצע נאכט?


אויך האב איך ברוך ה' א קינד פון א האלב יאר אלט, איך האב אים זייער ליב, די שאלה איז אויב לויט'ן רבי'ן טאר איך אים נישט קושן, נאר זיך מער דערווייטערן פון אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין קינד וועקט זיך אויף ביינאכט און וויינט - זאלסטו מיט וויינען מיט'ן קינד צום אייבערשטן. ברסלב'ע חסידים ווילן דאך מקיים זיין וואס דער רבי זאגט, מען זאל זאגן ביינאכט תיקון חצות; ווען די קינדער וועקן זיך אויף אינמיטן די נאכט, קען מען דעמאלט מתפלל זיין פאר זיך און פאר די קינדער.


מוהרא"ש פלעגט זאגן א סגולה פאר בעלי בתים ווען זיי שטייען אין געשעפט און קיינער קומט נישט אריין איינקויפן, אז מען זאל נעמען א ספר, א משניות וכדומה אין אנהייבן לערנען - וועט דער סמ"ך מ"ם זיכער מאכן עס זאלן קומען מענטשן איינקויפן, אבי מען זאל נישט לערנען. דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דיין קינד וועקט זיך אויף ביינאכט, עס וויינט און וויל נישט צוריקגיין שלאפן - זאלסטו אנהייבן מיט צו וויינען צום אייבערשטן, בעטן פאר אידישע קינדער זאלן נישט האבן קיין צרות; בעט משיח זאל שוין קומען און אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן - וועט דיין קינד שנעל איינשלאפן, אבי דו זאלסט שוין אויך צוריק גיין שלאפן.


בנוגע קישן קינדער; דער רבי האט טאקע געזאגט: "א קינד קישט מען נישט, און א קינד שלאגט מען נישט"; אבער דאס מיינט מען נישט קליינע קינדער, דאס מיינט מען ווען די קינדער וואקסן אונטער, דעמאלט איז נישט כדאי מען זאל צערטלן די קינדער; ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, שלאגט מען דאס קינד ווען עס איז לעבעדיג און שפרינגעדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#255 - אלס מלמד, מעג איך פארן אינמיטן זמן קיין אומאן?
אומאן, חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כתה א' מלמד, איך האב חשק צו פארן מיט מיין ווייב צום הייליגן רבינ'ס ציון, ערגעץ וואו אינמיטן די יאר. די שאלה איז אויב איך מעג דאס טון אינמיטן זמן.


יישר כח פאר אלע שיעורים, חיזוק און עצות, און הדרכה פאר מלמדים, איך ווייס באמת נישט ווי אזוי מלמדים געבן זיך אן עצה אן דעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שווערע שאלה; דו ברענגסט צוויי זאכן וואס יעדע איינע פון זיי איז די חשוב'סטע זאך.


ווען מען רעדט פון רבינ'ס ציון, איז דאס די גרעסטע זאך פאר'ן מענטש; איז דאך זיכער אז מען דארף ענטפערן "אודאי פארן" - אן קיין שום שאלה נישט; ווידער ווען מען רעדט פון מלמדות, וואס איז דא גרעסערס פון זיין א מלמד פון קינדער? דאס איז דאך פון די גרעסטע זאכן אויף די וועלט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בְּהֶבֶל פִּיהֶם שֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט דאך נאר אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן; נאך מער, ווען משיח קומט יעצט און בעט די מלמדים זאלן אים קומען העלפן אויפבויען דעם בית המקדש, וואס מיר ווארטן שוין דערויף איבער צווייי טויזנט יאר - טארן מלמדים נישט גיין העלפן, די מלמדים דארפן בלייבן אין חדר מיט די קינדער, לערנען מיט זיי די הייליגע תורה (שבת, שם); איז ווען מען לייגט צאם ביידע, איז דאס א שווערע שאלה.


פרעג דעם מנהל ביי דיר אין מוסד אויב דו קענסט שטעלן א במקום; רעכן אויס א צייט וואס די קינדער וועלן נישט פארלירן פון די לימוד וכו', דער במקום וועט דאווענען מיט זיי, לערנען מיט זיי די פרשה און חזר'ן מיט זיי אביסל עברי, אזוי וועסטו זיך קענען אריבערכאפן צום ציון המצוינת, קודש הקדשים - זוכה זיין צו די גרויסע תיקונים וואס דער רבי האט מבטיח געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.