שאלה אין קורצן ענין
#48 - ווי אזוי מאך איך מיין ווייב מיטהאלטן די הכנות צו קידוש?
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, אמונה, שמחה, תשובה, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל שרייבן איבער א זאך וואס שטערט מיך שוין זייט מיין חתונה, איך האב קיינמאל נישט געשריבן דערוועגן ווייל איך האב געטראכט אז עס איז נארישע זאך און איך האב עס פרובירט צו דערשטיקן אז עס זאל מיך נישט וויי טון, למעשה זע איך אבער אז יעדע שטיק צייט הויבט מיך עס נאכאמאל אן צו שטערן זייער שטארק, דעריבער האב איך באשלאסן אז איך מוז יא פרעגן דערוועגן, און אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן אז עס דארף מיר טאקע נישט באדערן, וועל איך זייער שטארק פרובירן צו ארבעטן אויף מיר אז עס זאל מיר טאקע נישט וויי טון.


מיין מעשה גייט אזוי; איך בין צוגעוואוינט פון אלס קינד אז פאר קידוש פרייטאג צונאכטס איז זייער א הייליגע צייט, מען קען דעמאלטס אסאך פועל'ן, ביי מיין טאטע אינדערהיים איז אייביג געווען דעמאלט זייער דערהויבענע מינוטן, די גאנצע משפחה איז געשטאנען ארום די טיש און געקוקט אויף מיין טאטע בשעת מיין טאטע זאגט די לשם יחוד (ביי די חסידות פון וואו איך קום איז איינגעפירט צו זאגן צוויי לאנגע לשם יחוד'ס פאר קידוש) מען האט געקענט זען אויף מיין טאטע א מורא'דיגע ליכטיקייט.


עס קען זיין אז איך מאך זיך נאריש, אבער נאך מיין חתונה, ווען איך האב גערופן מיין ווייב אז איך וויל מאכן קידוש, אויב האב איך נישט אנגעהויבן זאגן קידוש די רגע וואס איך האב איר גערופן איז זי געווארן אינגאנצען באבלאזן פארוואס איך רוף איר שוין אויב איך בין נאכנישט גרייט. אדער איז זי צוריק אוועקגעגאנגען אדער האט זי זיך אראפגעזעצט, איך האב איר פרובירט אפאר מאל צו בעטן אז זי זאל מיר טון א טובה און שטיין די צוויי מינוט ביז איך הייב אן קידוש, זי האט אבער נישט געוואוסט וואס איך וויל, און איך האב געפילט ווי איך רעד צו טויבע אויערן. יעצט שטערט מיך עס אסאך שטערקער, ווייל איך האב שוין גרויסע קינדער.


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיך פארשטיין, און געבן אן עצה וואס צו טון וועגן דעם.


איך בין שולדיג מיין לעבן פאר'ן ראש ישיבה, אן דעם ראש ישיבה וואלט איך מסתמא שוין נישט געווען ביים זינען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת מען מאכט קידוש פרייטאג צו נאכטס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן, און ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס עס טוט זיך אין הימל ווען מען מאכט קידוש - וואלט מען געטאנצן פאר שמחה; ווייל ווען מען מאכט קידוש איז מען זוכה צו באקומען א שטארקע אמונה. אזוי ווי רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ציצית הלכה ה, אות טו) אז ביים נעמען דעם בעכער אין די האנט צו מאכן קידוש - באקומט מען א שטארקע אמונה.


ווען מען מאכט קידוש ווערט מען אן עדות אויף בריאת שמים וארץ. דערפאר, איידער מען מאכט קידוש, ווען מען נעמט דעם בעכער אין די האנט - דארף מען תשובה טון כדי מען זאל נישט זיין קיין פסול'ער עדות. מען דארף טראכטן פון תשובה און פון תיקון המעשים, און חרטה האבן אויף אלע שלעכטע מעשים. דאס איז וואס מען זעט ביי ערליכע אידן א שטארקע דביקות ביים מאכן קידוש און דאס האט מען אויך געזען ביים הייליגן רבי'ן, ווי רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קסט): "קֹדֶם הַקִּדּוּשׁ הָיָה נוֹטֵל הַכּוֹס בְּיָדוֹ" איידער דער רבי האט געמאכט קידוש האט ער גענומען דעם בעכער אין האנט, "וְהָיָה עוֹמֵד זְמַן רַב" און ער איז געשטאנען א לאנגע צייט, "עִם הַכּוֹס בְּיָדוֹ" מיט'ן בעכער אין די האנט, "לִפְנֵי הַשֻּׁלְחָן" פאר'ן טיש, "בִּשְׁתִיקָה" שטילערהייט, "וְלֹא הָיוּ שׁוֹמְעִין מִמֶּנּוּ" און מען האט נישט געהערט פון רבי'ן קיין שום זאך, "כִּי אִם קְצָת קוֹל הִשְׁתּוֹקְקוּת" נאר א שטילע קול פון בענקעניש, "וְעָלָה אָז לְמָקוֹם שֶׁעָלָה" און דעמאלט איז דער רבי ארויף מיט זיין מח מחשבה דארט וואו ער איז ארויף. "אַחַר כָּךְ" נאכדעם, "אַחַר שֶׁשָּׁהָה הַרְבֵּה מְאֹד" נאכן לאנג ווארטן "פָּתַח פִּיו בִּנְעִימוּת נִפְלָא: 'יוֹם הַשִּׁשִּׁי'", האט ער אנגעהויבן מיט זיין זיסע קול, יום השישי.


מאך נישט דיין ווייב זאל דארפן שטיין און זיך נישט רירן; לאז איר אנגרייטן די סעודה, לאז איר זיין באשעפטיגט מיט אירע זאכן, און ווען דו ביסט גרייט צו מאכן קידוש - וועט זי קומען, און אז דו וועסט דארפן ווארטן נאך אפאר מינוט - וועסטו קענען נאך אביסל בענקען צום אייבערשטן.


געב אכטונג נישט צו מאכן פון די מצוות - נערווען, מען דארף מאכן די מצוות מיט א שמחה. און ווען דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן שטיין מיט דרך ארץ ביי קידוש - זאלסטו דאס מאכן מיט שמחה, נישט מיט נערווען; ווייל שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. אויך ווען מען גרייט זיך צו מאכן קידוש, מען טוט תשובה - דארף דאס זיין מיט א שמחה, אזוי האט אונז דער רבי געזאגט, (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "שבת דארף מען זיין זייער פרייליך"; דער רבי האט געפרעגט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קנה): "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך בין פרום (ערנסט)", האט אים דער רבי געזאגט: "שבת דארף מען זיין פרייליך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - דארף מען גיין שבת אינדערפרי מיט'ן שטריימל אין שול?
שבת קודש, שמחה, בגדי שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט די ווערטער אויסצודרוקן מיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה שליט"א וואס באלייכט די אויגן פון טויזנטער אידן מיט די שיין פון הייליגן רבי'ן, און איך האב אויך די זכי' נהנה זיין פון דעם גרויסן אור.


איך ווייס וויפיל דער ראש ישיבה רעדט אזוי סאך איבער אויסגעבן געלט פאר נארישקייטן ביי חתונות, אבער ביי אונזער קהלה האבן אסאך בחורים זיך איינגעקויפט שיינע און טייערע שטריימלעך לויט די היינטיגע מאדעס און איך צווישן זיי.


שבת אינדערפרי קומט מיר אן גאר שווער צו גיין מיט די שטריימל אין שול, ווייל עס ווערט קאליע אום זומער פון די שטארקע זון דא אין ארץ ישראל, און אום ווינטער פון די רעגן. מיין טאטע און מיינע עלטערע ברידער שרייען כסדר אויף מיר אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, נאר די ליידיגייער גייען אזוי, איך שפיר ווי זיי רייסן מיר אראפ.


פון איין זייט וויל איך זיך בייגן צו זיי און יא גיין מיט'ן שטריימל שבת צופרי, אבער פון די אנדערע זייט לאזט מיר נישט מיין הארץ קאליע מאכן מיין שיינע שטריימל. ביטע אויב דער ראש ישיבה קען מיר א עצה געבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די זאך פון טראגן א שטריימל האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו מתקן געווען ווען ער האט געזען וואס די פריצים טוען מיט אידישע קינדער, זיי פלעגן נעמען א איד און חוזק מאכן, אים אנטון א הויט פון א חי' און געהייסן טאנצן, די פריצים זענען געזיצן אין קרעטשמע גע'שיכור'ט און געהוליעט, און דער צעבראכענער גלות איד האט געדארפט טאנצן ווען אלע לאכן פון אים; האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געמאכט פון דעם א שיינע לבוש פאר שבת קודש.


גיי שבת מיט'ן שטריימל אין שול, אפילו עס ווערט אויסגענוצט; יעדע בגד וואס מען טוט אן ווערט אויסגענוצט, פאר דעם צוועק קויפט מען דאס, עס זאל זיך אויסנוצן; וואס דארפסטו דעם שטריימל אויב דו גייסט נישט מיט דעם, סתם צו האבן א שיינע שטריימל זאלן ליגן אין שטריימל האלטער?


דער עיקר זאלסטו זיך פרייען שבת. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך; זינג און טאנץ מיט דיינע קינדער. ווען קינדער זעען א פרייליכע שטוב שבת - ווילן זיי בלייבן ערליכע אידן; דאס איז דער עיקר, דאס איז וויכטיגער פון אלעמען, וויכטיגער פון א שיינע שטריימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - דאס עסן פון יום טוב איז אויך אזוי הייליג ווי אכילת שבת קודש?
שבת קודש, יום טוב, עסן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער רבי זאגט אין ליקוטי מהר"ן אז דאס עסן פון שבת איז כלו אלוקות כלו קודש, וויל איך וויסן אויב דאס גייט אויך אויף עסן פון יום טוב אדער איז דאס נאר פון שבת?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "אֲכִילַת שַׁבָּת הִיא כָּל כֻּלּוֹ קֹדֶשׁ", - דאס איז אויך אויף די סעודות פון יום טוב; אזוי ווי רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות יום טוב ב, ב): "כִּי אֲכִילַת יִשְרָאֵל, בִּפְרָט בְּשַׁבָּת וְיוֹם טוֹב, הוּא קֹדֶשׁ", די סעודות פון שבת און יום טוב איז הייליג; אזוי אויך זאגט רבי נתן אויף די סעודה פון ערב יום הכיפורים (שם הלכות שבת ז, נא): "כִּי הָאֲכִילָה שֶׁל עֶרֶב יוֹם כִּפּוּר שֶׁהוּא מִצְוָה זֶה בְּחִינַת אֲכִילַת שַׁבַּת קֹדֶשׁ", - אז דאס איז אויך הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען פאלגן דעם רבי'ן, זיין פרייליך שבת און יום טוב.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#45 - קען מען טאנצן מיט די משפחה אינדערהיים אום שבת?
שלום בית, שבת קודש, שמחה, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע הערליכע שיעורים און בריוון, סיי עס איז מיר זייער מחזק זיך אויפצוהייבן פון מיינע שוועריקייטן און סיי עס געבט מיר א קלארע וועג ווי אזוי צו גיין פאראויס.


איך האב געוואלט פרעגן, היות דער ראש ישיבה שרייבט אסאך וועגן זיין פרייליך שבת, מאכן לעבעדיג אין שטוב, און אזוי ווייטער, דאס האט מיר געברענגט אנצוהויבן בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם און ווען איך בעט אסאך דעם אייבערשטן האבן מיר טאקע א פרייליכע לעבעדיגע סעודה ברוך ה' און יעדער האט הנאה. אסאך מאל ווערט אזוי פרייליך ביי אונזער סעודה אז איך וויל טאנצן מיט די גאנצע משפחה, איך ווייס אבער נישט אויב עס פאסט און ס'איז אויסגעהאלטן צו טאנצן מיט די גאנצע משפחה אינאיינעם, וואס איז די ריכטיגע וועג אין דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת, איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


בעיקר דארף מען זיין זייער פרייליך ביי די סעודה, ווייל די סעודות שבת זענען זייער הייליג. דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חָדֵּי בְכָל חַד וְחַד", רבי אבא ווען ער איז געזיצן ביי די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו איז געווען זייער פרייליך שבת, ער האט געטאנצן א גאנץ שבת; עס האט אויסגעזען ווי ער איז מיט א קאפ העכער פון דעם וואס ער איז געווען טאנצעדיג א גאנץ שבת, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו, מען טאנצט שבת.


נעם דיינע קינדער און טאנץ מיט זיי ביי די סעודה; קינדער האבן זייער ליב ווען מען טאנצט, קינדער האבן זייער ליב שמחה; אז מען ווייזט פאר די קינדער א פרייליכע תורה, א פרייליכע שבת, פרייליכע מצוות - וועלן זיי קיינמאל נישט אפלאזן די תורה.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו, דאס וואס דער רבי זאגט (עיין ליקוטי הלכות נפילת אפים, הלכה ד' אות ה): "עס האט א פנים אז מען קען נישט זיין פרייליך נאר אז מען מאכט זיך נאריש"; לכאורה, ווי איז שייך זיך נאריש מאכן? מיר דארפן זיך דאך פירן בדרך כבוד כדי מען זאל נישט רעדן אויף ברסלב, אז מיר וועלן זיך נאריש מאכן וועלן אלע זאגן וואס מען זאגט שוין וכו'; נאר דאס גייט ארויף אין שטוב מיט די קינדער, מען זאל זיך נאריש מאכן מיט די קינדער, זיך פרייליך מאכן, מאכן פרייליכע זאכן וואס קינדער האבן ליב.


אויך די שלום בית ווערט שענער און בעסער ווען עס הערשט שמחה אין שטוב; אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט טאנצן מיט דיינע קינדער בשעת דיין ווייב וועט זיצן אין די זייט, זי וועט קוועלן פון שמחה זעענדיג ווי דו טאנצט מיט די קינדער - דאס וועט מאכן מען זאל זיך איבער בעטן, מען זאל זיין בשלום ובשלוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - מעג מען בעטן שבת אויף פרנסה?
שבת קודש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מ'מעג רעדן צום אייבערשטן אום שבת קודש איבער געברויכן פון פרנסה?


יישר כח פאר אלעס, ובפרט פאר אייער באזוך אין לעיקוואד, וואס האט מיר ממש מחי' געווען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שבת איז א צייט וואס מען קען שפירן דעם אייבערשטן שטערקער ווי א גאנצע וואך; שבת קענען אפילו פשוט'ע מענטשן שפירן דעם אייבערשטן זייער שטארק. דעריבער איז שבת א צייט וואס מען קען בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך: פרנסה, געזונט, קינדער וכו' וכו'; מען מעג אפילו וויינען אום שבת ווען מען בעט דעם אייבערשטן.


די הייליגע חכמים זאגן (מדרש אגדה; הובא בבית יוסף אורח חיים סימן רפח): דער הייליגער תנא רבי עקיבא, ווען ער פלעגט דאווענען שבת פלעגט ער וויינען, עס איז אים געווען א פארגעניגן דאס וויינען צום אייבערשטן. ער פלעגט זאגן שיר השירים מיט הייסע טרערן, ער פלעגט שפירן ביים זאגן שיר השירים זייער א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן; פון דעם זעט מען אז אויב דאס איז אן עונג שבת מעג מען וויינען (טורי זהב סימן רפח, סעיף קטן ב).


זיי מכבד דעם שבת וועסטו האבן שפע פאר די גאנצע וואך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (שבת קיט.): ווען א מענטש איז מכבד דעם שבת ווערט ער געבענטשט מיט עשירות, אזוי ווי רבי חייא בר אבא האט דערציילט, אמאל בין איך געווען אין די שטאט לודקיא און איך בין דארט איינגעשטאנען ביי איינעם, האב איך געזען אז מען האט אים אריין געברענגט א גאלדענעם טיש, דער טיש איז געווען פון געמאכט פון אזויפיל גאלד אז זעכצן מענטשן האבן דאס געדארפט אויפהייבן; אינעם טיש זענען געווען זעכצן זילבערנע קייטלעך צוגעבינדן צו זיי טעלערס און גלעזער, אויפ'ן טיש זענען געווען אלע סארט געשמאקע עסן און טרינקען און שמעקעדיגע בשמים.


ווען מען האט אריין געברענגט דעם טיש האט מען געזינגען דעם קאפיטל (תהלים כד, א): "לַה' הָאָרֶץ וּמְלֹאָהּ וגו'", אלעס אויף די וועלט איז דעם אייבערשטנ'ס, נאכן עסן האבן זיי געזינגען דעם קאפיטל (תהלים קטו, טז): "הַשָּׁמַיִם שָׁמַיִם לַה' וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם", האב איך זיך זייער געוואונדערט - דערציילט רבי חייא בר אבא - "איך האב געפרעגט דעם מענטש, וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא רייכטום?" האט ער מיר געזאגט: "איך בין א קצב (בוטשער) און ווען איך זע א שיינע בהמה לייג איך דאס אוועק פאר מיר פאר שבת", האט אים רבי חייא געזאגט: "אַשְׁרֶיךָ שֶׁזָּכִיתָ", וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו דעם, "וּבָרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁזִּכֵּךְ לְכָךְ", און געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט דיר מזכה געווען מיט דעם.


זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט א גאנצע וואך מיט'ן שבת, איז מען זוכה צו גרויס עשירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - וואס טו איך אז מיין ווייב שלאפט דעם גאנצן שבת?
שלום בית, שבת קודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זייער גוט חתונה געהאט, מיט א וואוילע גוטע ווייב, א גאנצע וואך פארט אלעס א מחי', דער פראבלעם הויבט זיך נאר אן ווען ס'קומט שבת קודש.


איך פרוביר צו העלפן מיט וואס מ'קען, אבער מיין ווייב האט נישט קיין שום סדר, זי זאגט אז שבת איז איר טאג און ס'איז געמאכט צו שלאפן. איך קען אהיימקומען אינדערפרי פון שול, און זי קען בלייבן שלאפן ביז טיף נאכמיטאג, און גלייך נאך די סעודה ווייטער שלאפן.


די שאלה איז אויב איך זאל עס אזוי לאזן, אבער למעשה האב איך א שטוב מיט אינגלעך און ס'ווערט צעפארן דער גאנצער שבת. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין פראבלעם איז נישט אזא שטארקע פראבלעם; דאנק דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס דו האסט - א גוטע ווייב, א וואוילע ווייב; דו האסט גוט חתונה געהאט.


עס זעט דיר אויס ווי נאר דו האסט א פראבלעם מיט שלום בית יעדן שבת, וויסן זאלסטו אז עס איז נישט נאר דיין פראבלעם, ביי יעדע שטוב קומט דער שטן און זוכט צו מאכן א שטיקל אמפעריי, אז מען זאל זיך נישט ליב האבן. אזוי ווי דער הייליגער חיד"א שרייבט (מורה באצבע סימן ד, אות קמ): "ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע אידישע שטוב און ער ווארט נאר אז עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב"; ווייל ער האט זייער מורא ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי און ער ווערט פארטריבן פון אזא סארט שטוב.


קוק אויף דיין ווייב מיט א גוט אויג, פריי זיך אז זי רוט זיך אביסל אויס יעדן שבת; הלואי ווען דו קענסט איר העלפן אינמטן די וואך זי זאל אביסל שלאפן, קומען צו זיך פון די שווערע ארבעט.


ווען דו קומסט אהיים פון שול זאלסטו איר העלפן אנגרייטן די סעודה; נעם די קינדער און זע אז אלע אינאיינעם זאלן העלפן אנגרייטן די סעודה, נאכדעם ווען דיין ווייב שטייט אויף זאלסטו מאכן א שיינע סעודה. זאלסט טאנצן און פאטשן א גאנץ שבת אז מיר זענען אידן און מיר היטן שבת.


לאז נישט דעם שטן אריין אין שטוב; לאז נישט קיין פלאץ פאר קריגערייען, זאלסט טון אלעס אויף די וועלט אז דיין ווייב זאל זיך קענען אביסל אויסרוען פון די גאנצע וואך.


אז דו וועסט טון וואס שטייט אין דעם בריוו וועסטו זען ווי עס וועט אוועק גיין די גאנצע פראבלעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - וואס שמועסט מען ביים שבת טיש?
שבת קודש, חינוך הילדים, אמונה, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ביי א שיעור דאנערשטאג נאכט האב איך געהערט ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז מען זאל רעדן נייעס ביים שבת טיש און אויך מילי דשטותא וכדומה, נאר מען זאל זיין שטארק און געדענקן צוריקצוברענגן די שמועס צום אייבערשטן. וואס מיינט עס? און ווי אזוי טוט מען דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א): "כִּי אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ תָּמִיד לְהִסְתַּכֵּל בְּהַשֵׂכֶל שֶׁל כָּל דָּבָר וּלְקַשֵּׁר עַצְמוֹ אֶל הַחָכְמָה וְהַשֵׂכֶל שֶׁיֵּשׁ בְּכָל דָּבָר", אין יעדע זאך וואס מען זעט דארף מען אויפזוכן דעם אייבערשטן אין דעם, "כְּדֵי שֶׁיָּאִיר לוֹ הַשֵׂכֶל שֶׁיֵּשׁ בְּכָל דָּבָר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל-יְדֵי אוֹתוֹ הַדָּבָר", ווען מען זעט עפעס א זאך דארף מען ארויס נעמען פון דעם א וועג צו דינען דעם אייבערשטן; אפילו מען הערט א שמועס, א נייעס וכדומה, דארף מען ארויס נעמען פון דעם רמזים ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ, וַאֲפִילּוּ מִסִּפּוּרֵי הַגּוֹיִים צוֹעֵק גַּם כֵּן כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", פון יעדע זאך זעט מען ארויס דער אייבערשטן, אפילו פון די נייעס פון די אומות העולם הערט מען אויך ארויס דעם אייבערשטן; דאס הייסט, יעדעס מאל ווען מען הערט א נייעס דארף מען ארויס נעמען פון דעם א וועג אין לעבן.


א שבת טיש קומט נישט צו דערציילן נייעס, א שבת סעודה איז א צייט וואס דער טאטע לייגט אריין אין די קינדער אמונה אינעם אייבערשטן און ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה, דאס וואס מיר האבן גערעדט ביים שיעור אז מען זאל דערציילן נייעס ביים טיש דאס איז נאר אין א פאל ווען די קינדער ווילן נישט הערן קיין תורות וכו' דעמאלט זאל מען זיי מקרב זיין צום אייבערשטן מיט חכמה דורך שמועסן נייעס און אין די שמועס לייגט מען אריין א ווארט דא א ווארט דארט פון אמונה וכו'.


יעצט אז עס האט פאסירט אזא שרעקליכע פאסירונג, רוצחים זענען געקומען הרג'נען אידן, זיי האבן ג'הרג'ט אן אומשולדיגער בחור מיט א אומשולדיגע מאמע פון קליינע קינדער השם ינקום דמם; וואו מען גייט און וואו מען שטייט קאכט זיך די נייעס, קען מען מיט די נייעס מאכן א כלי אריין צו ברענגען דעם אייבערשטן. מען לייגט אריין אינמיטן פונעם שמועס וואס מוהרא"ש זאגט, אז פאר מען גייט ארויס פון שטוב זאל מען לייגן די האנט אויף די מזוזה און בעטן א קליינע תפילה: "הייליגער באשעפער היט מיר, ברענג מיר צוריק אהיים געזונטערהייט", און ווען מען קומט אן אהיים זאל מען לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגן: "יישר כח אייבערשטער אז איך בין צוריק אהיים בשלום".


מען קען אריין לייגן אינעם שמועס אז מיר זענען אין גלות, "עשיו שונא ליעקב", די גוים האבן אונז פיינט; מען זאל זיך נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די גוים זענען אונזערע פריינד און אזוי ווייטער. מען דערציילט די ניסים און חסדים וואס מען האט געזען אינעם צרה און אזוי ווייטער.


בנוגע מילתא דשטותא; דער רבי זאגט (עיין ליקוטי הלכות, נפילת אפים ד, ה): "עס האט א פנים אז מען קען נישט זיין פרייליך נאר אז מען מאכט זיך נאריש"; דאס קען מען מקיים זיין אין שטוב מיט די קינדער, מען מאכט זיך פרייליך מיט די קליינע קינדער, מען טוט אלעס אויף דער וועלט אבי צו זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - מעג מען זיך שיין מאכן ביי די שבת ליכט?
שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב א פרוי מעג זיך שיין מאכן און זיך שמירן דאס פנים ערב שבת, און אזוי צינדן די שבת ליכט? אדער איז עס א בזיון פאר די שבת ליכט אז מען שטייט אזוי פאר די ליכט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם זיך שיין צו מאכן לכבוד שבת; אדרבה, עס איז א מנהג ביי אסאך מקומות זיך אנצוטון ספעציעלע מלבושים בשעת מען צינדט די ליכט. עס זענען דא וואס זענען מקפיד אנצוטון א טיכל מיט א שירצל ווען מען גייט צינדן די שבת ליכט. מוהרא"ש ברענגט בשם דעם הייליגן מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו א רמז אויף דעם, "נר" איז בגימטריא "צעיף" (ליכט באטרעפט אזוי ווי טיכל), און צָעִי"ף איז די ראשי תיבות: עַ'מְּךָ יִ'שְׂרָאֵל צְ'רִיכִים פַּ'רְנָסָה, אידישע קינדער דארפן פרנסה. איז דא וואס בשעת מען צינדט די שבת ליכט טוען זיי אן א טיכל כדאי ממשיך צו זיין פרנסה פאר די גאנצע וואך (עיין דברי תורה חלק ו', סימן סח).


נאך ברענגט מוהרא"ש אז בשעת הדלקת הנרות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן קינדער; איז דא וואס טוען אן א שירצל (סינר) וואס קומט מרמז זיין וואס שטייט (ישעיהו נו, ג): "וְאַל יֹאמַר הַסָּרִיס, הֵן אֲנִי עֵץ יָבֵשׁ", א מענטש זאל נישט זאגן: "איך בין א טריקענע בוים וואס קען נישט ברענגען קיין קינדער", דערפאר טוט מען זיך אן די שירצל (סינר) וואס איז די סופי תיבות "וְאַל יֹאמַ'ר הַסָּרִי'ס הֵ'ן אֲנִ'י עֵץ יָבֵשׁ", צו ווייזן אז אפילו די דאקטורים זאגן אז מען קען נישט האבן קיין קינדער, איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש; בשעת לעכט צינדן קען מען פועל'ן קינדער.


ווען מען צינדט די שבת ליכט איז זייער א גרויסע צייט; עס ווערט געברענגט פון צדיקים אז בשעת די ליכט ברענען קען דער שטן נישט מקטרג זיין און די מזיקים האבן נישט קיין שליטה. (עיין בעל הטורים פרשת תרומה על הפסוק "וְעָשִׂיתָ מְנֹרַת זָהָב טָהוֹר", שמות כה, לא): "בְּמָקוֹם נֵר אֵין שָׂטָן וְאֵין מַּזִּיק, וּבִזְכוּת נֵר מִצְוָה וְתוֹרָה אוֹר סוֹתֵם פִּיו שֶׁל שָׂטָן מִלְּהַסְטִין"; עס איז א עת רצון צו פועל'ן ישועות בכלל, בפרט קען מען דעמאלט פועל'ן ישועות פאר קינדער.


ווען פרויען וואלטן ווען געוויסט ווי חשוב זייערע תפילות זענען ביים אייבערשטן, בפרט די תפילות וואס מען בעט ווען מען צינדט אן די שבת ליכט וואלטן זיי מתפלל געווען צום אייבערשטן פאר זיך, פאר'ן מאן און בעיקר פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן. עס איז נישט קיין בזיון פאר די ליכט אז מען מאכט זיך שיין לכבוד שבת.


רבי נתן זכרונו לברכה האט געבעטן זיין ווייב און טעכטער, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן, זאלסט אריין שיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; אזוי דארפן אלע פרויען בעטן: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב מיר א שיינע שבת, א שיינע לעבן, א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך מאך ליכטיג די שטוב איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#40 - ווי אזוי האלט מען זיך רואיג מיט אזעלכע שרעקעדיגע נייעסן?
שבת קודש, פחדים, היטן די צייט, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך זייער מחיה מיט די שיעורים און בריוו, א גרויסן יישר כח.


איך האב א זאך וואס נעמט מיר ממש צו די מנוחה, איך ליין די נייעס יעדע וואך שבת, און איך זע אז דער מצב אויף דער וועלט ווערט מער און מער אנגעצויגן צווישן אלע לענדער, און איך ציטער אויב עס וועט חס ושלום אויסברעכן א מלחמה, וואס עס קען חס ושלום געשען. אסאך מאל קען איך ממש נישט איינשלאפן פאר נערוועזקייט, טראכטנדיג וואס וועט זיין מארגן. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל זאלטו וויסן על פי הלכה טאר מען נישט ליינען שבת קיין צייטונג, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך אורח חיים סימן שז, סעיף טז; עיין משנה ברורה סעיף קטן סג). ובפרט אז דאס מאכט דיר דערשראקן איז דאך זיכער אז מען טאר נישט (משנה ברורה סימן שז, סעיף קטן ג).


אפילו אין די וואכן טעג זאלסטו נישט ליינען קיין צייטונגען ווייל עס נעמט צו דעם מח מחשבה פונעם מענטש און עס ברענגט אומזיסטיגע פחדים וכו'. דער הייליגער מנחת אליעזר טייטשט דעם פסוק פון די תוכחה (ויקרא כו, לו): "וְהֵבֵאתִי מֹרֶךְ בִּלְבָבָם", דער אייבערשטער זאגט, אויב מען וועט נישט גיין אין די וועגן פון די תורה וועל איך ברענגען א מורא אין ענק, "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף", איר וועט אנטלויפן פאר שרעק פונעם קול וואס די בלעטלעך געבן ארויס ווען די ווינט בלאזט אויף דעם, טייטשט ער (בספר חיים ושלום) אז דער "עָלֶה נִדָּף", מיינט מען דער פארשטונקענעם בלעטל פון א צייטונג וואס דערשרעקט טאג איין טאג אויס פון מלחמות וכדומה.


חכמינו זכרונם לברכה ברענגען (תורת כהנים, ז) רבי יהושע בן קרחה האט דערציילט, "פַּעַם אַחַת הָיִינוּ יוֹשְׁבִים בֵּין הָאִילָנוֹת", איינמאל זענען מיר געזיצן צווישן די ביימער, "וְנָשְׁבָה הָרוּחַ וְהִטִּיחוּ הֶעָלִים זֶה בָּזֶה", אינמיטן האט א ווינט צעבלאזן די ביימער און די בלעטלעך האבן זיך געשאקלט איינער אויפ'ן צווייטן און ארויסגעגעבן א קול, "עָמַדְנוּ וְרַצְנוּ וְאָמַרְנוּ 'אוֹי לָנוּ שֶׁמָּא יַדְּבִּיקוּנוּ הַפָּרָשִׁים!'", מיר זענען אנטלאפן פון פחד אז מען גייט אונז הרג'נען, "לְאַחַר זְמַן נִפְנִינוּ אַחֲרֵינוּ, וְרָאִינוּ שֶׁאֵין בֶּרְיָה", נאכדעם האבן מיר געזען אז קיינער יאגט נישט און קיינער לויפט אונז נישט נאך, האבן מיר געוויינט אז עס איז מקיום געווארן ביי אונז דאס וואס שטייט "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף"; אזא פנים האבן די וואס ליינען צייטונגען, מען ווערט דערשראקן און צעמישט. מען קען נישט שלאפן פון פחד, בשעת קיינער יאגט נישט און קיינער רודפ'ט נישט.


תלמידי היכל הקודש נעמען נישט אריין אין שטוב קיין שום צייטונג און קיין שום מאגאזין; דער גאנצער צייטונג איז איין שטיק ליצנות און איין גרויסער בלאף. די ציל פון א צייטונג איז נאר צו ווייזן (צפניה ב, טו): "אֲנִי וְאַפְסִי עוֹד", איך, איך און נאכאמאל איך, און עולם גולם שטייט און ליינט דאס בשעת מען כאפט נישט אז עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך און מען האט גארנישט דערפון, דאס איז חוץ דעם וואס עס נעמט אוועק דאס יראת שמים פונעם מענטש.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיין טאטע שליט"א האט קיינמאל נישט געלאזט אריין ברענגען אין שטוב קיין שום צייטונג; שבת האב איך געזען מיין טאטע שליט"א נאר לערנען און פארברענגען מיט די קינדער, איך האב נישט געוויסט בכלל אז עס איז דא צייטונגען ביז איך בין געפארן לערנען אין ישיבה וואו האב איך געזען דאס רחמנות פון די וואס ליינען שעות אויף שעות דעם נארישן צייטונג.


שבת איז א צייט פון לערנען און דאווענען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק א): אויפן פסוק (תהלים קלט, טז): "'יָמִים יֻצָּרוּ וְלוֹ אֶחָד בָּהֶם', זֶה יוֹם שַׁבָּת לְיִשְֹרָאֵל; אַף עַל פִּי שֶׁאַתֶּם עוֹשִׂים מְלָאכָה כָּל שִׁשָׁה יָמִים", אפילו א מענטש ארבעט א גאנצע וואך, "יוֹם הַשַׁבָּת יַעֲשֶׁה כּוּלוֹ תּוֹרָה", זאל ער אויסנוצן שבת אויף לערנען תורה, "מִכָּאן אָמְרוּ: לְעוֹלָם יַשְׁכִּים אָדָם וְיִשְׁנֶה בְּשַׁבָּת, וְיֵלֵך לְבֵּית הַכְּנֶסֶת וּלְבֵית הַמִדְרָשׁ, יִקְרָא בַּתּוֹרָה וְיִשְׁנֶה בַּנְּבִיאִים, וְאַחַר יֵלֵךְ לְבֵיתוֹ וְיֹאכַל וְיִשְׁתֶּה, לְפִי שֶׁאֵין לוֹ מְנוּחָה לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָא עִם עוֹשֵׂי תּוֹרָה בִּלְבַד", דערפאר זאל א מענטש אויפשטיין שבת צופרי און גיין אין שול לערנען און דאווענען, און נאכדעם אהיים גיין מאכן די סעודה, ווייל דער אייבערשטער האט נישט קיין נחת פונם מענטש נאר ווען ער לערנט תורה.


אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער, דו וועסט מער נישט אריין קוקן אין צייטונגען וכדומה וועט דיר גוט זיין בזה ובבא .


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#39 - מעג מען עסן א קענדי פאר קידוש אדער הבדלה?
שבת קודש, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים. איך האב היינט געהערט אין א גמרא שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די הארבקייט פון עסן פאר הבדלה, אז מ'באקומט א מחלה אין די האלז רחמנא ליצלן. האב איך געוואלט פרעגן אויב א [ricola] קענדי מעג מען יא, ווייל אסאך מאל קומט אויס אז איך דארף ווארטן זייער לאנג ביז איך קען הערן הבדלה. און די זעלבע וויל איך וויסן אויב מ'מעג נעמען א קענדי אין מויל פרייטאג צו נאכטס פאר קידוש, אויב מ'דארף ווארטן א לאנגע צייט.


יישר כח, נישטא גענוג ווערטער צו באדאנקען פאר אלע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאר קידוש טאר מען נישט עסן, אויך טאר מען נישט טרינקען - אפילו וואסער (שלחן ערוך אורח חיים סימן רע"א, סעיף ד), אזוי אויך טאר מען נישט עסן פאר מען מאכט הבדלה (שם סימן רצ"ט, סעיף א).


אז דו ביסט הונגעריג פרייטאג צו נאכטס זאלסטו גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה, אזוי ווי דער שלחן ערוך פסק'נט (שם סימן רע"א, סעיף א): "כְּשֶׁיָּבֹא לְבֵיתוֹ יְמַהֵר לֶאֱכֹל מִיָּד", שבת ביינאכט דארף מען גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה; אנשטאט שמועסן אין שול פון דברים של מה בכך, גיי אהיים שמועס מיט דיין ווייב און קינדער פון די סדרה, פון צדיקים; פארצייל זיי מעשיות פון תפילה.


אזוי אויך מוצאי שבת זאלסטו נישט עסן גארנישט פאר הבדלה, עס ווערט געברענגט פון אריז"ל (עיין בליקוטי מהרי"ח סדר הבדלה מוצאי שבת; כף החיים סימן רצ"ט סעיף קטן ו) אז אפילו וואסער זאל מען נישט טרינקען פאר הבדלה.


עס איז זייער וויכטיג זיך צו מאכן א שיעור אין הלכה כדי מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", און אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען כאטשיג איין הלכה אפילו נישט כסדרן מען ער האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


הלכה איז געווען ביים רבי'ן דער וויכטיגסטער שיעור. דער רבי האט געזאגט (שם) אז הלכה קומט פאר אלע אנדערע שיעורים, "כִּי עַל יְדֵי חֲטָאִים נִתְעָרֵב טוֹב וָרַע", ווייל דורכדעם וואס א מענטש זינדיגט מישט ער אויס גוטס מיט שלעכטס; ער ווייסט נישט וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, אויף שלעכטס זאגט ער אז דאס איז טוב, און אויף גוטס זאגט ער אז דאס איז רע; די עצה אויף דעם איז, צו לערנען הלכה, "וְעַל יְדֵי לִמּוּד פּוֹסֵק, שֶׁמְּבָרֵר הַכָּשֵׁר וְהַפָּסוּל הַמֻּתָּר וְהָאָסוּר הַטָּהוֹר וְהַטָּמֵא, עַל יְדֵי זֶה נִתְבָּרֵר וְנִפְרַשׁ הַטּוֹב מִן הָרָע", ווייל ווען מען לערנט הלכה זעט מען גלייך וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, וואס מעג מען טון און וואס טאר מען נישט טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - פארוואס זאגט מען נישט קיין תחנון אום פרייטאג?
שבת קודש, חסידות ברסלב, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


כ'האב פארשטאנען אז דער מנהג אין היכל הקודש איז נישט צו זאגן תחנון פרייטאג ביי שחרית, איינער פון מיינע חברים האט מיר געזאגט אז ס'האט נישט קיין מקור אין הלכה, און ס'איז גאר קעגן די הלכה. וויל איך וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר אנצייכענען דעם מקור צו דעם מנהג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א מנהג ביי חסידים און ביי אנשי מעשה נישט צו זאגן קיין תחנון פרייטאג ערב שבת.


דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו פלעגט נישט זאגן קיין תחנון ערב שבת אזוי האט זיך אויך געפירט דער הייליגער צדיק רבי צבי הירש מזידיטשוב זכותו יגן עלינו און נאך צדיקים (דאס ווערט געברענגט אין ספר ליקוטי מהרי"ח, סדר התנהגות ערב שבת), ווייל ערב שבת הייבט מען שוין אן צו שפירן דאס ליכטיגקייט פון שבת און אויך דארף מען איינקויפן אלעס פאר שבת.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך אויך געפירט נישט צו זאגן קיין תחנון ערב שבת.


ערב שבת דארף מען זיך צוגרייטן צו מקבל זיין דעם גרויסן גאסט - דעם הייליגן שבת - מיט גרויס שמחה און מיט הייליגקייט. ביי צדיקים האט מען געשפירט א הייליגקייט יעדן ערב שבת; מען דערציילט נאך אז ביים הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו איז געווען אזא הייליגקייט יעדן ערב שבת אז אפילו די משרתות (די פרויען וואס פלעגן העלפן רוימען און קאכן) פלעגן זיך איבער בעטן יעדן ערב שבת, זיי האבן אנגעהויבן שפירן אזא זיסקייט פונעם שבת אז אלע מחלוקת'ער זענען בטל געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין דעם שבת מיט שמחה.

#37 - וואס טו איך מיט מיינע קינדער וואס האלטן נישט ביים איינזיצן ביים שבת טיש?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים דעם פארגאנגענעם זומער, און דאס האט מיר זייער געטוישט צום גוטן אין אלע הינזיכטן, ווי אויך האב איך אנגעהויבן לערנען תורה יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה, און איך זאג יעדן טאג דריי פרקים משניות, איך שפיר זיך ממש ווי א נייער מענטש.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז מ'זאל דערציילן מעשיות פאר די קינדער ביים שבת טיש, איך פרוביר די לעצטע פאר וואכן צו דערציילן מעשיות ביים טיש, אבער מיינע קינדער הערן מיר בכלל נישט אויס, זיי קריגן זיך ארום די גאנצע סעודה, איז דא עפעס אן עצה אויף דעם?


יישר כח, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


מיין נישט אז נאר דיינע קינדער זענען ווילד און שפרינגעדיג וכו', ווייל דאס איז די געזונטע נאטור פון קינדער; געזונטע קינדער שפרינגען און קריגן זיך ביים שבת טיש און די ארבעט פון די עלטערן איז צו פראבירן מיט אלע חכמות צו מאכן אז די סעודה זאל זיין אינטערעסאנט.


ווען מען האט עלטערע קינדער און יונגערע קינדער אינדערהיים דארף מען מאכן די סעודה אינטערעסאנט פאר ביידע, מען קען נישט פארלאנגען פון קליינע קינדער צו זיצן ביים טיש במשך די גאנצע סעודה, דעריבער איז גוט אז אנהייב סעודה זאל מען מער רעדן צו די קליינטשיגע קינדער ווי לאנג זיי האלטן נאך מיט די סעודה, און שפעטער ווען די קליינע קינדער גייען זיך שפילן זאל מען מער פארברענגען מיט די עלטערע; מען גייט איבער די פרשה, מען פרעגט יעדן קינד א שאלה און מען פארברייטערט דעם תירוץ מיט אינטערעסאנטע מדרשים וכו'.


פארשטייט זיך אז מיט אלע חכמות און עצות דארף מען מאכן אסאך תפילות יעדע וואך פאר דער שבת קומט צו גיין אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך שבת מיט די ווייב און קינדער. ווייל דער יצר הרע ציטערט זייער פונעם שבת, ער ווייסט אז שבת איז א צייט וואס דער איד קלעבט זיך צו צום אייבערשטן און שבת בויעט דער איד זיין שטוב, זיין ווייב און זיינע קינדער, דערפאר מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת און אנגעצויגנקייט, אבי דער שבת זאל זיין צעשטערט. אזוי ווי דער הייליגער חיד"א זאגט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ) אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע אידישע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב; ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר אום שבת קודש, ווייל ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט  (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות שלום, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם"; אויב מען איז בשלום וועט מען האבן ברכות; דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט קריגן און מען זאל זיך נישט בייזערן אויף יעדע קלייניקייט וואס פאסירט, אזוי ארום וועט מען ניצול ווערן פונעם שטן און זוכה זיין צו א פרייליכע שבת.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל הערשן א פרייליכע אטמאספער ביי דיר אין שטוב; אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן. קינדער ווארטן א גאנצע וואך פארן הייליגן שבת, שבת איז א צייט וואס מען פארברענגט מיט זיי מיט שמחה און מנוחה.


געדענק אז אלעס ווענדט זיך אין דעם ראש המשפחה; אז דער טאטע איז פרייליך איז אלעס גוט און אז דער טאטע איז נערוועז דעמאלט איז זייער ביטער. דער טאטע דארף נישט מאכן קיין עסק פון יעדע קלייניקייט, נישט יעדע זאך דארף מען זען און נישט יעדע זאך דארף מען הערן; אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע וועלן זיצן נעבן דיר און זיך פרייען מיט דיר ביי די סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - ווי אזוי קען איך מתקן זיין די עבירה פון חילול שבת?
שבת קודש, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר א צייט פון איינס און א האלב יאר האב איך מחלל שבת געווען במזיד רחמנא ליצלן, מתוך רוח שטות. לעצטנס פיל איך נישט אזוי גוט, אויך מיין פרנסה גייט מיר נישט, און איך בין זיכער אז דאס איז וועגן חילול שבת, און איך וויל תשובה טון און דאס מתקן זיין.


איך האב זיך מחזק געווען מיט מיין שיעור אין הלכות שבת, אבער איך מיין אז דאס איז נישט גענוג, די גאנצע צייט זאג איך זיך אליין דעם פסוק "מחלליה מות יומת", און איך ווער נאך מער דערשראקן.


וואס קען איך טון דאס מתקן צו זיין?


מנחם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די תורה זאגט (שמות לא, יד): "מְחַלְלֶיהָ מוֹת יוּמָת", ווער עס איז מחלל שבת דארף מען פארשטיינערן; אבער דאס איז נאר אז דער מענטש טוט נישט קיין תשובה, אויב אבער דער מענטש טוט תשובה אז אים דער אייבערשטער מוחל און ער באקומט נישט דעם עונש.


דער רמב"ם שרייבט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, אבער איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, און דער רמב"ם פירט אויס: "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", ווער עס פארמערט זיך מתוודה צו זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש טוט תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף וואס ער האט געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתוודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


ווען א מענטש טוט תשובה מעקט דער אייבערשטער אויס זיינע זינד. דער פראבלעם איז אז דער מענטש גלייבט נאר אינעם זינד, אבער ווען עס קומט צו תשובה גלייבט ער נישט אז ער קען אויך תשובה טון. אבער באמת דארף מען גלייבן אז מען קען אויף אלעס תשובה טון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אויך אז דו קענסט פארעכטן; מען דארף גלייבן אין דעם, מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה און ער ווארט אז מיר זאלן זיך צוריקקערן צו אים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "אָמַר רַבִּי חִיָּיא בַּר אַבָּא אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן, כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתָהּ אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ מוֹחֲלִין לוֹ", ווער עס היט שבת איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות, אפילו ער איז זייער זינדיג און ער האט געדינט עבודה זרה רחמנא לצלן; זעט מען פון דעם ווי גרויס די שכר איז ווען א מענטש איז זוכה און ער היט אפ דעם הייליגן שבת.


אז דו וועסט היטן שבת וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח, אויך וועסטו האבן א רפואה שלימה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות שבת, חלק ב', סימן א): "הַשַּׁבָּת נוֹתֶנֶת חַיִּים גַּשְׁמִיִּים גַם כֵּן", אז מען היט שבת באקומט מען לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט תשובה טון און צוריק אנהייבן היטן שבת וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#35 - ווען שבת קומט איז עס א גן עדן אדער א גהינום?
שבת קודש, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב ר' יואל ראטה שליט"א


איך בין געפארן מיט א היטש אין א קאר און עס האט דארט געארבעט א וואונדערליכע סידי פון אמונה און חיזוק, וואס דאס איז דרך אגב געווען א גרויסע ישועה ווייל עס איז מיר אריבער זייער שווערע טעג, איך האב געפרעגט דארט פון וועמען די סידי איז, זאגט מען מיר אז דאס איז איינער ר' יואל ראטה, איך האב אים געפרעגט וואו מען קען עס באקומען, האט ער מיר געגעבן א קארטל פון די אלע נומערן וואו מען קען הערן שיינע שיעורים און אויך די ניגונים, איך האב זיך מחיה געווען מיט די אוצר פון שיעורים, און איך האב שוין געזען ישועות פון די אלע אמונה וואס איך האב אין מיר אריינגענומען.


האב איך געוואלט פרעגן א שאלה: עס האלט מיר אין איין שפילן אין קאפ די תנועה פון דעם ניגון "ווען שבת קומט, א גן עדן איז אין שטוב". איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, ווייל ביי מיר איז די שטוב א גהינום ווען שבת קומט. ביים שבת טיש שלאגן זיך די קינדער ארום און איך גיי ארויס פון די כלים. אויסער דעם האט עס נישט קיין פנים פון א סעודה, איך זינג זמירות אבער קיינער זינגט נישט מיט, איך זאג תורות און ס'טוט זיך א איבערקערעניש. הלואי זאלט איר מיר קענען אויסלערנען ווי אזוי צו פירן א שבת טיש.


א יישר כח נאכאמאל, די שיעורים און די ניגונים האבן אין מיר אריינגעבלאזן א נייע נשמה.


שלום

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלום נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קינדער דארפן נישט קיין תורות און קינדער פארשטייען נישט קיין תורות, קינדער האבן ליב צו הערן שיינע מעשיות. דערפאר זאלסטו זיך אנגרייטן שיינע מעשיות צו דערציילן, וועסטו זען ווי אלע וועלן דיר אויסהערן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן ב): "סְגֻלָּה לְבָנִים לְהַקְטִין עַצְמוֹ", א סגולה פאר קינדער איז זיך צו האלטן קליין; מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז ווען מען האלט זיך קליין און מען לאזט זיך אראפ צו די קינדער; מען שפילט מיט זיי, מען פארציילט זיי מעשיות, מען אינטערעסירט זיך וואס זיי טוהן, דעמאלט איז מען זייער מצליח מיט זיי.


ווען א מלמד וויל אריין לייגן אין די קינדער יראת שמים און מוסר, איז דא צוויי וועגן; אדער נעמען א מוסר ספר און פארלערנען יעדן טאג א פרק וכו', וואס דעמאלט וועלן בלויז אפאר קינדער אויסהערן, ווייל נישט אלע קינדער זענען אינטערעסירט וכו', אדער איז דא א קלוגער מלמד וואס הייבט אן אזוי: "קינדער, היינט זע איך אז איר זענט זייער וואויל, וועל איך ענק דערציילן זייער אן אינטערעסאנטע מעשה". און ווען ער פארציילט די מעשה האלט ער חשבון אריין צו פלעכטן מוסר אין די מעשה וכו', וואס דעמאלט האלטן אלע קינדער מיט. ווייל יעדעס קינד וויל הערן א מעשה און נישט נאר א קינד, נאר אפילו דערוואקסענע מענטשן - יעדער הערט אויס א מעשה; דערפאר, אז דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן זיצן ביים שבת טיש זאלסטו זיך אנגרייטן מעשיות, וועלן דיינע קינדער דיר אויסהערן.


אז מען האט שוין עלטערע קינדער קען מען אפילו פארציילן נייעס און אריין פלעכטן אין דעם אמונה מיט מידות טובות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ, וַאֲפִילּוּ מִסִּפּוּרֵי הַגּוֹיִים צוֹעֵק גַּם כֵּן כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", פון יעדע זאך שרייט ארויס דער אייבערשטער, אפילו פון די נייעס פון די אומות העולם הערט מען אויך ארויס דעם אייבערשטן.


חינוך איז נישט קיין גרינגע זאך, חינוך איז פון די שווערסטע ארבעט וואס א איד האט, אבער ביים סוף שניידט מען שיינע פירות. עס איז דא צוויי וועגן אין לעבן, איין וועג איז קצרה וארוכה - מען מאכט זיך גרינג אנהייב לעבן, מען לייגט נישט אריין כוחות אין חינוך, מען געבט זיך נישט אפ מיט זיי, נאר מען זוכט ווי מען קען פטור ווערן פון פארברענגען מיט די קינדער. עס איז טאקע קצרה, אבער שפעטער איז עס ארוכה, ווייל מען וועט חרטה האבן. נאכדעם איז דא א דרך ארוכה וקצרה - מען ארבעט שווער מיט זיי, מען ענטפערט זיי זייערע קשיות, מען האט געדולד צו זייערע מעשיות וכו', דעמאלט וועט שפעטער זיין קצרה.


בעט דעם אייבערשטן אז ביי דיר זאל אויך זיין ווי דער ניגון גייט: "ווען שבת קומט, א גן עדן איז אין שטוב".

#34 - וואס איז דער ענין פון גיין שבת מיט ווייסע זאקן?
שבת קודש, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע עצות און חיזוק וואס דער ראש ישיבה באקט אריין אין אונז טאג נאך טאג במסירות הגוף והנפש.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה: ס'איז באוואוסט אז מוהרא"ש זי"ע האט זייער געוואלט אז זיינע תלמידים זאלן גיין מיט ווייסע זאקן שבת קודש, איז מיר שווער אז לכאורה א לבוש איז דאך נישט חשוב, און ס'איז נישט קיין חילוק ווי אזוי מ'גייט אנגעטון, איז וואס איז די גרויסע ענין?


יישר כח פאר אלעס.


נתן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נתן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווי אזוי אן ערליכער איד קען פרעגן אזא שאלה וואס גרעניצט זיך מיט ליצנות; אזוי אוועק צו מאכן און פרעגן: "א לבוש איז נישט אזא חשוב'ע זאך", ווען דער ערשטער יסוד אין אידישקייט איז דאס אידישע לבוש; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש אגדה): "לֹא נִגְאֲלוּ יִשְׂרָאֵל מִמִצְרַיִם אֶלָא עַל שֶׁלֹא שִׁינוּ אֶת לְבוּשָׁם", מיר זענען ארויס פון מצרים נאר ווייל מיר האבן נישט משנה געווען אונזער לבוש. אידישע קינדער זענען געווען אפגעזונדערט פון די מצריים די גוים מיט זייערע אידישע קליידער, אזוי ווי עס שטייט (דברים כו, ה): "וַיְהִי שָׁם לְגוֹי גָּדוֹל עָצוּם וָרָב", דרש'ענען חז"ל: "מְלַמֵּד שֶׁהָיוּ יִשְׂרָאֵל מְצֻיָּנִים שָׁם", די אידן זענען געווען אפגעטיילט פון די גוים מיט זייער לבוש.


זאג נישט אז אידישע קליידער איז נישט חשוב, דאס איז דער וועג פון דעם יצר הרע; קודם קומט ער צום מענטש און לאכט אפ פון איין זאך נאכדעם קלאפט ער אראפ דעם מענטש אינגאנצן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קה:): "כַּךְ אוּמָּנֻתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע, הַיוֹם אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה כַּךְ, וּלְמָחָר אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה כַּךְ, עַד שֶׁאוֹמֵר לוֹ עֲבוֹד עֲבוֹדָה זָרָה, וְהוֹלֵךְ וְעוֹבֵד".


מוהרא"ש האט איינגעפירט אין יבנאל מען זאל גיין שבת אנגעטון נישט נאר מיט ווייסע זאקן, נאר אויך מיט א ווייסע בעקיטשע ווייל דער אר"י הקדוש זאגט (פרי עץ חיים שער השבת, פרק ד'): "צָרִיך שֶׁיִּלְבּוֹשׁ בְּכָל שַׁבָּת בְּגָדִים לְבֵנִים, לָכֵן אַל יִפְחוֹת מֵאַרְבָּעָה בִּגְדֵי לָבָן, כְּמוֹ מַלְבּוּשׁ עֶלְיוֹן וְתַּחְתּוֹן, וְאֵזוֹר, וְחָלוּק", שבת זאל מען גיין מיט ווייסע קליידער. און ר' חיים ויטאל זכרונו לברכה שרייבט: "איך האב מקבל געווען פון מיין רבי דער אר"י הקדוש, אז ווי אזוי א מענטש גייט אנגעטון שבת אויף דער וועלט וועט ער זוכה זיין צו גיין אנגעטון אויף יענע וועלט", עיין שם.


נאר וויבאלד מיר לעבן צווישן מענטשן וואס גייען אנגעטון שווארץ וכו', קענען מיר נישט גיין אנגעטון מיט ווייסע בעקיטשעס ווייל מיר וועלן אויסקוקן ווי א חתן צווישן אבלים, אלע וועלן לאכן וכו'; אבער ווען מוהרא"ש האט זיך אריין געצויגן אין יבנאל מיט אנשי שלומינו, האט מוהרא"ש געזאגט: "דא זענען מיר אליין וכו', קענען מיר מקיים זיין וואס דער אר"י הקדוש שרייבט".


דאס איז די זאך פון גיין ווייסע זאקן שבת, ווייל אז מען קען נישט גיין אינגאנצן ווייס גייט מען כאטש מיט ווייסע זאקן לכבוד שבת.

#33 - זאל איך גיין ווייסע זאקן שבת, אפילו מיין מאמע וויל נישט?
שבת קודש, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ב"ה א חתן געווארן, און אין עטליכע וואכן ארום וועט זיין מיין חתונה אי"ה.


איך האב געהאט א שטיקל קריגעריי מיט מיין מאמע, סתם אזוי לעבן מיר זייער גוט, מיר האבן זייער א פריינדליכע שטוב, מיר האבן זיך אבער געקריגט איבער דעם וואס איך האב געוואלט גיין שבת מיט ווייסע זאקן נאך די חתונה, און ביים ווארט האט די כלה אויך געפרעגט אויב איך גיי גיין מיט ווייסע זאקן, מיין טאטע גייט נישט מיט ווייסע זאקן, אבער מיין שווער גייט יא, און מיין מאמע וויל נישט אז איך זאל גיין דערמיט.


מיין מאמע לעבט אזוי ווי פאר הונדערט יאר צוריק, זי מיינט אז מען ווערט א רבי ווען מען גייט מיט ווייסע זאקן, זי כאפט נישט אז היינט גייט יעדער אינגערמאן אזוי. מיר האבן למעשה איינגעקויפט די שטאפיר, און איך האב געקויפט די הויזן שיך זאקן אזוי ווי איך האב געוואלט.


לעצטנס האב איך געהערט פון אייך א שארפע שיעור וועגן מכבד זיין עלטערן, איך האב געגעבן פאר מיין מאמע צו הערן דעם שיעור און זי האט זייער הנאה געהאט. אבער יעצט ווייס איך נישט וואס צו טון, איך פיל פון איין זייט אז איך בין א שגץ אז איך פאלג איר נישט, אבער איך האלט אז נאך די חתונה וועט זי עס אויך ליב האבן. איך האב עס זייער שטארק ליב, איך שפיר אז איך גיי זיך פילן ווי א גוי אן דעם שבת. פאר מיין טאטע גייט עס נישט אן.


וואס האלט דער ראש ישיבה אז איך דארף צו טון?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א) אז דאס איז חמורות שבחמורות, דאס איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ירושלמי קידושין כ.): ר' טרפון'ס מאמע איז אמאל געגאנגען שפאצירן שבת און איר שיך האט זיך צעריסן, האט ר' טרפון זיך אראפגעלייגט און געלייגט זיינע הענט אויף דער ערד זאגענדיג: "מאמע, טרעט אויף מיר", כדי זי זאל נישט גיין בארוועס, אזוי איז ער געגאנגען מיט איר ביז זי איז אנגעקומען צו איר שטוב. איינמאל ווען ר' טרפון האט זיך נישט גוט געשפירט, האט זיין מאמע געבעטן די חכמים זיי זאלן מתפלל זיין פאר אים ווייל ער איז איר מכבד מער וויפיל מען דארף, האבן איר די חכמים געפרעגט: "וואס טוט ער?" האט זי פארציילט ווי ער האט זיך אראפגעלייגט אויף דער ערד ווען איר שיך האט זיך צעריסן, ער האט געלייגט זיינע הענט אז איך זאל קענען גיין וכו', האבן די חכמים געזאגט: "אפילו ער זאל דיר טון טויזנט מאל אזוי ווי ער טוט דיר יעצט, האט ער נאך נישט מקיים געווען די מצוה ווי עס דארף צו זיין".


בנוגע אנטון ווייסע זאקן לכבוד שבת וכו'; זיי מסביר פאר דיין מאמע אז היינט איז דאס א חסידי'שער לבוש וכו' און אלע חסידי'שע אידן גייען מיט ווייסע זאקן שבת, אזוי וועט זי נישט זיין קעגן דעם אז דו זאלסט אויך גיין וכו'.


געדענק, דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעהן ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת און זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות לה' ולתורתו.

#32 - מעג מען וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אום שבת?
שבת קודש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן ישר כח פאר אלע אייערע שיעורים, עס העלפט מיר זייער אסאך אין מיין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג שבת מאכן התבודדות, צו בעטן דעם אייבערשטן און וויינען צום אייבערשטן אום שבת, אדער טאר מען שבת נישט וויינען און בעטן?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ווערט גע'פסקנ'ט (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) אז אויב איינער האט הנאה ווען ער וויינט, ער שפירט זייער גוט נאכדעם וואס ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטער און טוט תשובה וכו' - מעג ער וויינען שבת, ווייל דאס איז זיין עונג שבת; דערפאר איז נישט קיין שום פראבלעם זיך צו מתבודד זיין אום שבת קודש.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפילה, סימן מח): "שַׁבָּת וְרֹאשׁ חֹדֶשׁ יוֹתֵר מְסֻגָּל לְהַעֲלוֹת הַתְּפִילָּה", שבת איז א צייט וואס אלע תפילות גייען ארויף צום אייבערשטן; דערפאר, וואויל איז דעם מענטש וואס ניצט אויס די צייט פון שבת קודש זיך מתבודד צו זיין מיטן אייבערשטן, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', דער וועט זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - איינער פון מיינע קינדער שטערט זייער דעם שבת טיש
שבת קודש, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א טאטע פון 7 קינדער קע"ה, און איך פאלג וואס דער ראש ישיבה זאגט ביי די שיעורים ווי אזוי מ'דארף זיך אראפלאזן צו די קינדער, און זייט דעמאלט שעפ איך ב"ה אסאך נחת פון זיי.


איך האב אבער א פראבלעם מיט איינע פון מיינע אינגלעך, וואס איז בערך צען יאר אלט. יעדן שבת ביים טיש רעדט ער הויך אין ער לאזט קיינעם נישט קומען צום ווארט, און ער שטערט די גאנצע געשמאקייט פון די סעודה. וויפיל כ'האב פרובירט מיט גוטן אבער מיט שטרענגן העלפט עס נישט. ווען ער קומט צום שבת טיש ווערט ער ארויס פון קאנטראל, און דאס נעמט מיך ממש ארויס פון די כלים.


איך וועל זיין דאנקבאר אויב דער ראש ישיבה וועט מיר שרייבן וואס צו טון.


א גרויסן שכח פאר די שיינע שיעורים.


שלמה חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלמה חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז ווי יונגער מען איז מחנך די קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן ווי עס דארף צו זיין, וועט מען האבן מער נחת פון זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיך לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶך אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויס לערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; זייער אסאך עלטערן זענען זיך טועה מיט דעם וואס זיי טראכטן אז חינוך הייבט זיך אן שפעטער ווען די קינדער זענען שוין גרעסער. עס איז נישט אזוי, נאר חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז נאך גאר יונג, ווייל א מענטש ווערט באשאפן מיט שלעכטע נאטורן, און מען דארף דאס אויסארבעטן.


דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו שרייבט (צעטל קטן, סימן טז): "הָאָדָם לֹא נִבְרָא, רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶּבַע", א מענטש איז באשאפן געווארן ער זאל זיך אויסארבעטן זיינע מידות, און ער זאגט (שם) אז דאס איז גרינגער צו טון ווען מען איז יונג.


עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער זיי זאלן זיך אויסארבעטן זייערע שלעכטע מידות; די הייליגע חכמים לערנען אונז אז דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה; ווען עס קומט צו דרך ארץ, דארט טאר מען קיינמאל נישט נאכגעבן. צום ביישפיל, ווען דער טאטע זעט ווי דער קינד פאלגט נישט די מאמע, דארף דער טאטע זיך שטעלן זייער שטארק אויף דעם, און אויסלערנען דעם קינד אז מען דארף פאלגן מאמי; ווער רעדט נאך אויב דער קינד האט זיך מתחצף געווען פאר די מאמע אדער טאטע, דארף מען אים מחנך זיין אז מען טאר נישט ענטפערן פאר א טאטע אדער מאמע.


דאס איז א' ב' פון חינוך; א קינד דארף וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט, נישט דא קיין ויכוחים, נישט דא קיין הסברים און נישט דא קיין טעמים, ווען א קינד פרעגט: "פארוואס דארף איך דאס טון?" איז דער תירוץ: "ווייל טאטע מאמע האבן אזוי געזאגט", אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען; וואויל איז פאר עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער ווען זיי זענען יונג.


וויסן זאלסטו אז ווען קינדער זענען שוין עלטער הערן זיי זיך שוין נישט צו צו וואס מען רעדט צו זיי, נאר ווי יונגער זיי זענען אלץ מער הערן זיי אויס; שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר" ווער עס האט ליב זיין קינד, זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר, איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה א, א): ווען א מענטש איז נישט מחנך זיין קינד, ווייל ער שוינט אים, זאל ער וויסן אז דער קינד וועט צום סוף אראפגיין פון אידישן וועג. אזוי ווי מיר זעען ביי אברהם אבינו, ווען ער האט געזען ווי ישמעאל קומט אהיים מיט א געטשקע, ער שפילט זיך מיט עבודה זרה'ס, האט ער אים געשוינט און גארנישט געזאגט, ביז ער האט אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב ער זאל נישט קאליע מאכן זיין ברודער יצחק. אזוי אויך איז געווען מיט עשיו; עס שטייט אין די תורה (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו, כִּי צַיִד בְּפִיו", יצחק האט ליב געהאט עשו און ער האט אים גארנישט געזאגט, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה. זעט מען פון דעם, אז ווען א מענטש זאגט נישט קיין מוסר פאר זיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, וועט ער חרטה האבן שפעטער.


עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן די מדרש (פרשת שמות - רבה א, א; תנחומא א), וועסטו זען ווי חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס נאך מעשיות פון אבשלום און אדוניה וואס דוד המלך זייער טאטע האט זיי נישט געזאגט קיין מוסר, און וואס עס איז געשען מיט זיי.


דער מדרש פירט אויס, אז אברהם האט מחנך געווען יצחק, און יצחק האט מחנך געווען יעקב און אזוי ווייטער, דורכדעם זענען זיי געווארן גרויסע צדיקים, און מען האט געהאט פון זיי אסאך נחת.


עלטערן טארן נישט מורא האבן צו מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיך אויפירן מיט דרך ארץ; א טאטע דארף אויסלערנען פאר זיינע קינדער, אז ווען א טאטע רעדט טאר מען נישט אריין רעדן, א טאטע דארף מחנך זיין זיינע קינדער, אז ווען דער טאטע קומט אריין אין שטוב דארף מען זיך אויפשטעלן.


עס זענען דא עלטערן וואס טראכטן 'עס פאסט מיר נישט צו פארלאנגען פון מיינע קינדער מען זאל מיך מכבד זיין, עס זעט אויס ווי לכבוד עצמו אני דורש וכו'', אבער עס איז נישט אזוי; ווער דען זאל אויסלערנען פארן קינד ווי אזוי זיך צו פירן? עס קומט מיר אויס צו שמועסן מיט בחורים, און אסאך מאל שטיי איך און איך וואונדער זיך זעענדיג ווי קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט די א-ב פון כיבוד אב ואם, א-ב פון דרך ארץ; עס זעט אסאך מאל אויס ווי די קינדער זענען עזות פנימ'ער, עס איז אבער נישט אזוי, די קינדער זענען נישט שולדיג אז זייערע עלטערן האבן זיי נישט מחנך געווען.


בנוגע דיין זון וואס ער שטערט וכו; אסאך מאל ווען א קינד דארף אסאך אויפמערקזאמקייט (תשומת לב) און ער באקומט עס נישט, הייבט ער אן צו מאכן צרות פאר אלע וואס זענען ארום אים, כדי צו געווינען אויפמערקזאמקייט. דערפאר ווען מען זעט ווי א קינד דארף מער תשומת לב, דארף מען אים דאס געבן נאך פאר ער הייבט אן שטערן. א קלוגער מלמד נעמט די קינדער וואס זענען חברה לייט אז זיי זאלן אים העלפן, אזוי שפארט ער זיך איין אסאך קאפ וויי, ווייל איינמאל מען געוואונט זיי מען ווערט מיט זיי אויף איין זייט, דעמאלט טוישט זיך אלעס און זיי זוכן נאר צו זיין מיט זייער רבי אויף איין זייט.


פארשטייט זיך אז אן תפילה ניצט גארנישט, מען קען וויסן אלע עצות מיט אלע חכמות אבער אן תפילה אנעם אייבערשטער קען מען גארנישט טון. דערפאר דארף מען אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


מוהרא"ש האט אמאל דערציילט, אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו, און ער האט געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און געוויזן פאר דעם איד, און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.

#30 - דארף איך טוישן די מנהגים פון מיין טאטע און זיך פירן ווי היכל הקודש?
שבת קודש, ספיקות, היכל הקודש, מנהגים, עבודת השם, בלבולים, ניטל, שבועות, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך האב נעכטן געענדיגט ששה סדרי משנה די צוויי און צוואנציגסטע מאל און היינט האב איך אנגעהויבן נאכאמאל. ברוך ה' איך הער די שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, ממש עס פרישט מיך אויף און עס לייגט אריין אמונה און בטחון אין מיינע ביינער. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך וויל פרעגן א שאלה וואס איז מיר צומאל גורם בלבולים, איך רעד לגבי די מנהגים ווי אזוי מען פירט זיך אין היכל הקודש; איך ווייס אז אין היכל הקודש איז דער עיקר צו רעדן פונעם אייבערשטן, א פלאץ פון אמונה, בטחון און תורה ותפילה, און אזוי ווייטער, ווען עס קומט אבער צו פרטיות'דיגע מנהגים, איז מיר עס אפאר מבלבל, צום ביישפיל דאס וואס איך האב געזען תשעה באב אז מען זאגט נישט קיין קינות אום תשעה באב אינדערפרי, נאר מען זאגט נאכאמאל מגילת איכה. אויך דאס וואס מען זאגט נישט די געהעריגע לאנגע תיקון ליל שבועות אום יום טוב שבועות ביינאכט, נאר די קורצע. אויך אום ניטל פירט מען זיך אז מען לערנט יא.


מיין טאטע פירט זיך אזוי ווי אלע פירן זיך, און איך וויל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; זאל איך זיך פירן ווי מיין טאטע אדער ווי אין היכל הקודש?


אויך וויל איך פרעגן, מיין טאטע האט געלערנט אלס אינגל אין סאטמאר און ער איז זייער מקפיד אויפ'ן זמן רבינו תם, סיי לגבי זמן מוצאי שבת קודש און ביים אויספאסטן נאך א תענית; האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי איך זאל זיך פירן, זאל איך ממשיך זיין צו טון אזוי ווי מיין טאטע אדער נישט?


יישר כח


 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, געב א קוק אויף תכלית; וואס האסטו אין די האנט? האסט צוויי און צוואנציג מאל ששה סדרי משנה, דאס איז מער פון אלעמען, אויך ווערסטו געשטארקט מיט אמונה און בטחון; אויף דעם זאלסטו קוקן.


מיר זאגן אויך קינות, מיר ליינען מגילת איכה סיי בייטאג און סיי ביינאכט און מיר זאגן די קינות פון ביינאכט, אויך אינדערפרי זאגן מיר די קינות פון ביינאכט, און אז דו ווילסט זאגן דעם גאנצן קינות - קענסטו דאס זאגן.


אזוי אויך קענסטו זאגן דעם גאנצן תיקון ליל שבועות, קיינער זאגט נישט מען זאל דאס נישט זאגן; מוהרא"ש זאגט, מענטשן זאגן בכלל נישט דעם תיקון ליל שבועות ווייל מען זעט אז דאס איז זייער אסאך און דעריבער האלט מען זיך צוריק פון זאגן, אויף דעם ארויף זאגט מוהרא"ש מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק, און די תרי"ג מצוות וואס דאס נעמט נישט לאנג, דאס קענען אלע באווייזן.


בנוגע לערנען ניטל; מוהרא"ש זאגט מען זאל גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס לערנען, איך ווייס נישט פארוואס דו קוקסט אויף די אלע זאכן שווארץ.


בנוגע זמן רבינו תם; אודאי און אודאי זאלסטו האלטן די זמן רבינו תם, דאס האט נישט מיט חסידי סאטמאר, דאס איז דער זמן וואס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אלע דארפן האלטן דעם זמן.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - מעג איך מאכן מיינע פיאות מיט א קעמל אום שבת נאך די מקוה?
שבת קודש, הלכה, מקוה, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי יעדעס מאל ווען איך גיי שבת אין מקוה מאך איך נאכדעם מיינע פיאות מיט א קעמל, ווייל איך קען נישט אנגיין אן דעם, האב איך געוואלט פרעגן, אויב עס איז בעסער אז איך זאל ענדערש נישט גיין שבת אין מקוה, אדער איז דא עפעס אן היתר צו מאכן די פיאות מיט א קעמל אום שבת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מען איז זוכה דורך מקוה. דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה" (שיחות הר"ן, סימן קמא), ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות, און בפרטיות אין פגם הברית - איז די ערשטע זאך 'מקוה'. נאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה - איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה - נעמט מען אוועק אלע דינים.


א קעמל איז מוקצה, עס איז חילול שבת; מען טאר נישט נוצן א קעמל שבת (שלחן ערוך אורח חיים סימן שג, סעיף כז).


שבת איז שיין פיאות וואס איז נישט געקעמט. גיי אין מקוה, און חס ושלום קעמען די פיאות, און אז מען זעט שיינע געקעמטע פיאות שבת קודש  - איז דאס נישט שיין, מען קען נישט קוקן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#28 - מעג מען ברענגען קליינע קינדער שבת אין שול?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, בית המדרש, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער ברענגען קליינע קינדער שבת אין שול, עס איז זיכער אז אויב דאס קינד מאכט א גערודער און דרייט איבער דעם בית המדרש, קען מען זיי נישט ברענגען אין שול, איך פרעג אבער וועגן מיינע קינדער וואס ביי שמונה עשרה, און ווען דער רב פון בית המדרש רעדט, ווייסן זיי צו זיין שטיל, אבער סתם אזוי אינמיטן דאס דאווענען איז שווער צו פארלאנגען פון זיי צו זיצן שטיל די גאנצע צייט נעבן מיר, און זיי ווילן אויך נישט ארויסגיין שפילן אינדרויסן.


געווענליך שפילן זיי ביי מיין טיש אין שול מיט זייער חברים, זיי קריכן ארויף און אראפ און טאנצן אביסל ארום, אבער אלעס מער רואיג און שטיל. אבער מיין חבר האט מיר מעורר געווען אז דאס שטערט לכאורה מענטש פון דאווענען, פון די אנדערע זייט וויל איך אבער יא ברענגען די קינדער אין שול, זיי זאלן הנאה האבן און טרעפן חברים, און זיי זאלן זען ווי אזוי מען דאווענען, און די קינדער האבן טאקע ליב צו קומען אין שול און אויך מיין ווייב האט הנאה דערפון ווי פארשטענדליך, אבער למעשה זענען זיי נאך קליין און איך קען נישט פארלאנגען פון זיי זיך אויפצופירן ווי גרויסע קינדער.


למעשה ווייס איך נישט וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון, דארף איך זיך רעכענען מיט דעם אז אפשר שטערן זיי אנדערע מענטשן פון דאווענען? איך רעד נישט פון גרויסע איבערדרייענישן מיט קולות, מען רעדט סתם פון קליינע קינדער וואס שפילן זיך שטילערהייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, מען קען ברענגען קינדער אין שול נאר אויב מען געבט אכטונג אויף זיי, ווייל אז מען ברענגט קינדער אין שול און מען לאזט זיי אויף הפקר - איז ענדערש זיי צו לאזן אין שטוב.


ברענג דיינע קינדער אין שול, אבער נאר אז דו וועסט אכטונג געבן אויף זיי. זיי זאלן נישט רעדן און דו וועסט דאווענען מיט זיי, דו וועסט זיי מחנך זיין אויף כבוד בית המדרש.


דער עיקר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט מצליח געווען מיט די קינדער, האט ער געזאגט: "איך האב אסאך טרערן פארגאסן פאר זיי, איך האב אנגעפילט א גלעזל טרערן ביי תיקון חצות פאר גוטע ערליכע קינדער, אזוי האב איך מצליח געווען".


אזוי אויך איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט געהאט זייער גוטע ערליכע קינדער. ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז דער סוד פון די הצלחה, האט ער געזאגט: "וואס מיינט איר, קינדער זענען עפעלעך וואס מען רייסט אראפ פון בוים? איך האב אסאך געוויינט צום אייבערשטן זיי זאלן זיין ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - ווי אזוי באקום איך צייט און געדולד צו זאגן תהלים?
שבת קודש, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די הערליכע בית פיגא סקול וואו איך לערן.


איך האב געוואלט בעטן אביסל חיזוק אויף זאגן תהילים, ווי דער ראש ישיבה ווייסט האב איך א גרויסע געבענטשטע משפחה, איך דארף אסאך העלפן אינדערהיים, און עס קומט כמעט נישט אויס אז איך זאל האבן אן עקסטערע רגע אין טאג ווען איך זאל מיך קענען אראפזעצן זאגן תהילים, נאר שבת.


שבת איז די איינציגסטע צייט ווען איך קען זאגן תהילים, אבער אפילו דעמאלט ווען איך האב שוין יא אביסל צייט האב איך נישט קיין געדולד פאר דעם, ווייל איך וויל זיך אביסל סתם הנאה און שפילן עפעס אדער ליינען עפעס.


איך וואלט זיך זייער געפריידט צו באקומען א בריוו פון דער ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר העלפט אייער מאמע תחי', דאס איז דאך די גרעסטע מצוה.


די הייליגע חכמים זאגן אונז (ירושלמי פאה א, א) אז די מצוה פון מכבד זיין טאטע מאמע איז חמורות שבחמורות, עס איז פון די הארבסטע מצוות, נאך זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (קידושין ל:): "בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אֹמֵר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", דער אייבערשטער זאגט, אויב זענט איר מכבד די עלטערן - איז דאס אזוי ווי איר זענט מיך מכבד.


אוי געוואלד, וויפיל קינדער ווייסן נישט פון די מצוה פון כיבוד אב ואם, וויפיל קינדער זענען אזוי אריינגעטון מיט פרענדס, מען לויפט ארויס פון שטוב מיט חבר'טעס, מען לאזט איבער די מאמע מיט די שטוב ארבעט. די אויסגעמוטשעטע מאמע דארף אלעס טון פאר די קינדער און די קינדער זענען נישט געלערנט וואס איז דאס א "מאמע", וואס איז דאס "לעבן", מען איז מזלזל אין די מאמע, שפעטער ווען מען וווערט אליינס א מאמע און מען קען קוים אטעמען - דעמאלט כאפט מען זיך, מען האט חרטה.


וואויל איז אייך אז איר העלפט אין שטוב. פרובירט צו זאגן יעדן טאג איין קאפיטל תהילים, און שבת זאלט איר זאגן פינף קאפיטלעך. אויך זאלט איר זיך אפרוען און שפילן געימס און זאגן לכבוד שבת קודש, און אלץ זאל די מצוה פון כיבוד אב ואם שטיין העכער אלעס.

#26 - ווי אזוי שטארק איך זיך צוריק אנצוהויבן היטן שבת?
שבת קודש, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר צוריק צו קומען צו אידישקייט, צו זיין א פשוטער איד. איך האב זיך ברוך ה' אויסגעלערנט אז עס מאכט נישט אויס וואס עס איז געווען ביז יעצט און וואס עס וועט זיין שפעטער, דער עיקר איז צו קוקן אויף די יעצטיגע מינוט, און דאס העלפט מיר אסאך ארויס.


ווען עס קומט אבער צום שבת קודש מוטשע איך זיך זייער שטארק, איך וויל היטן שבת, אבער איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר אן זייער שווער, איך שפיר ווי איך קען דאס נישט באווייזן. איך רעד צום אייבערשטן, איך שריי און איך וויין צו אים, אבער למעשה ווערט מיר נאר שווערער און שווערער יעדן שבת. איך שפיר יעדן שבת ווי איך ווער מער און מער אוועקגעשטופט אלץ ווייטער און ווייטער.


איז דא עפעס הדרכה און עצות וואס דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כה, יב): "אִם תִּזְכּוּ לִשְׁמֹר שַׁבָּת מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִלּוּ שְׁמַרְתֶּם כָּל הַמִּצְווֹת שֶׁבַּתּוֹרָה, וְאִם חִלַּלְתֶּם אוֹתָהּ מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִלּוּ חִלַּלְתֶּם כָּל הַמִּצְווֹת", ווער עס היט שבת איז אזוי ווי ער היט אפ די גאנצע תורה, און אויב חס ושלום מען היט נישט שבת - לייקנט מען בכל התורה כולה; היטן שבת איז אזוי גרויס אז ווער עס היט שבת - איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתוֹ, אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ, מוֹחֲלִין לוֹ", ווער עס היט שבת, אפילו ער האט געדינט עבודה זרה - איז אים דער אייבערשטער מוחל, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נו, ב): "'אַשְׁרֵי אֱנוֹשׁ יַעֲשֶׂה זֹּאת וּבֶן אָדָם יַחֲזִיק בָּהּ, שֹׁמֵר שַׁבָּת מֵחַלְּלוֹ, וְשֹׁמֵר יָדוֹ מֵעֲשׂוֹת כָּל רָע', אַל תִּקְרֵי מֵחַלְּלוֹ אֶלָּא מָחוּל לוֹ".


היט שבת - וועסטו האבן אלעס גוטס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת, שם): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ נַחֲלָה בְּלִי מְצָרִים", ווער עס איז זיך מענג שבת, ער האט פארגענוגן שבת - געבט מען אים פון הימל גוטס אן קיין ענדע, נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַמְעַנֵּג אֶת הַשַּׁבָּת נוֹתְנִין לוֹ מִשְׁאֲלוֹת לִבּוֹ", ווער עס פריידט זיך שבת - געבט מען אים פון הימל אלעס וואס ער באגערט.


בעט דעם אייבערשטן די תפילה, און לייג צו דיינע אייגענע ווערטער - וועסטו זוכה זיין צו היטן שבת און שפירן א טעם אין שבת:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען היטן שבת, איך זאל מיך פרייען שבת; איך האב אזעלכע שווערע נסיונות. יעדע שבת ווערט מיר אזוי ביטער שווער, איך ווער אזוי צעבראכן און דערביטערט אז איך פארליר מיין שכל און איך בין מחלל שבת; הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל היטן שבת, איך בעט דיר הייליגער באשפער העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, איך זאל זיין פרייליך, איך זאל ליב האבן שבת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט מיינע קינדער שבת אין שול?
שבת קודש, חינוך הילדים, בית המדרש, סכנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם מיינע קינדער שבת אין שול, איך ווייס אבער נישט וואס צו טון ווען זיי לויפן ארום אין שול, דרייען אלעס איבער, און זיי הערן ניטאמאל וואס איך רעד.


די גבאים פון שול האבן מיר שוין געהייסן עטליכע מאל איך זאל אהיימטראגן די קינדער, וואס זאל איך טון?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נאר ברענגען קינדער אין שול אז מען האלט זיי מיט זיך.


עס איז א גרויסע אחריות פאר די עלטערן וואס ברענגען קינדער אין שול און לאזן זיי אויף הפקר; עס זענען דא עלטערן וואס מיינען אז א שול איז א פלאץ פאר בעבי סיטן, מען וויל העלפן די ווייב, מען נעמט ארויס די קינדער און מען ברענגט זיי אין שול אויף הפקר; א שול איז נישט קיין בעבי סיטינג, עס איז א חילול בית המדרש און עס שטערט די מתפללים.


מוהרא"ש זאגט מען זאל ברענגען קינדער אין שול, אפילו גאר קליינע קינדער - זיי מחנך זיין, זיי אויסצולערנען דאווענען, זיי מרגיל זיין ווי אזוי דאווענען זעט אויס; וואס איז קדושה, כתר, קריאת התורה, וכדומה; דאס קען נאר זיין אז מען האלט די קינדער נעבן זיך מיט דרך ארץ, אבער סתם ברענגען קינדער אין שול און זיי לאזן ארום ווילדעווען – דאס טאר מען נישט.


אז דיינע קינדער הערן נישט וואס דו רעדסט - זאלסטו פרובירן א שפראך וואס רעדט צו זיי; עס זענען דא קינדער ווען זיי זעען נאש - דאס רעדט צו זיי, מען ווייזט זיי א נאש און מען זאגט זיי "ווער עס זיצט שיין נעבן טאטי באקומט א גוטע נאש"; אדער מען שמועסט אפ אז מען גייט גיין צו א פארק - ווער עס האט כך וכך טיקעטס, און אזוי איז דא אסאך וועגן ווי אזוי מען קען זיי מרגיל זיין צו דאווענען און צו זיצן מיט דרך ארץ, מען זאגט זיי "ווער עס וועט פאלגן טאטע מאמע - וועט באקומען א בייק".


הכלל, סתם ברענגען קינדער אין שול און זיי לאזן אויף הפקר - איז א שרעקליכע עולה, סיי עס שטערט דאס דאווענען, און עס קען פאסירן מיט זיי אן אומגליק חס ושלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ווי אזוי קען מען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט שבת?
שלום בית, שבת קודש, תשובה, גט, זיכוי הרבים, קירוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן פאר מיין זיסע געשמאקע לעבן, איך ווייס אפילו נישט וויפיל איך בין שולדיג פאר'ן אייבערשטער אז איך האב אן ערליכער מאן וואס היט תורה און מצות.


די וואך שבת בין איך געווען ביי מיין שוועסטער, איך האב געזען וויפיל איך דארף לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אז מיין מאן היט שבת, איר מאן איז געווען א גאנץ שבת אויף זיין טעלעפאן, ער איז קוים אריינגעקומען אפאר מינוט דא און דארט פאר די סעודה, אבער ער איז נאכאלץ דער וואס האקט קעגן דעם ראש ישיבה, ער טענה'ט אז זאגן משניות הייסט נישט געלערנט, עס איז נעבעך א ביטער געלעכטער. ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטן רחמנא ליצלן, אבער ער קען אלעס אפפרעגן מיט ראיות און פשטים.


איך ווייס נישט ווי אזוי מיין שוועסטער קען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט קיין תורה; פון איין זייט וויל זי זיך נישט גט'ן, אבער פון די אנדערע זייט וויל זי נישט ווייטער לעבן אזוי.


ש'כח אייבערשטער אז איך היט שבת, אז מיין מאן היט שבת! ש'כח אייבערשטער אז איך האב אפילו נישט קיין תאוה צו נוצן מיין טעלעפאן שבת!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דאס הארץ רייסנדע בריוו.


אוי עס רייסט דאס הארץ, אוי עס שטעכט אין הארץ - צו הערן ווי טייערע נשמות, אידישע קינדער פאלן אוועק.


אפשר זאלט איר רעדן צו אייער שוועסטער און איר מקרב זיין מיט איר מאן; איך בין זיכער אז ווי נאר זיי וועלן טועם זיין דעם רבי'ן, זיי וועלן הערן די זיסע חיזוק, די זיסע רייד פון רבי'ן וועט ער תשובה טון און די שטוב וועט בלייבן א גאנצע שטוב.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "די וועלט זאל מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיט'ן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.