שאלה אין קורצן ענין
#20 - איך בין אסאך דורכגעפאלן, כ'האב נישט קיין טעם אין לעבן, וואס טו איך?
שמחה, תשובה, עצבות, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס איז שוין דורכגעגאנגען גאר אסאך אין לעבן, שוין פון גאר יונג האב איך זיך געשאפט א סמארטפאון און געזען דארט פארשטייט זיך כל דבר אסור, און זיך אנגעקניפט מיט שעדליכע עלעמענטן. זייט דעמאלט האב איך געהאט אסאך ירידות און עליות, איך האב געהאט גוטע צייט וואס איך האב זיך אריינגעלייגט אין לערנען און געווען ערליך און געשפירט גוט, ווידער האב איך צייטן וואס ס'קומט מיר צוריק אין מח די אלע שלעכטע זאכן, און איך וויל נאר זיין שלעכט, און אלעס אוועקווארפן.


איך שפיר נישט קיין שום טעם אין לעבן. באמת אין הארץ וויל איך זיין וואויל און טון דעם רצון ה', אבער די נסיונות זענען אסאך מאל שטערקער ווי מיר. איך מוז האבן א גוטע עצה ווי אזוי מצליח צו זיין אין מיין לעבן, און ווי אזוי צו האבן א סיפוק און טעם אין מיין לעבן.


פארן קיין אומאן, אדער אנדערע ברסלבע עצות, איז נישט גוט פאר מיר, ווייל מיין טאטע וועט מיר זיכער נישט לאזן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט אריין געפאלן אין קוקן עבירות רחמנא לצלן, זיך פארבינדן מיט עבירות השם ישמרינו, און דו האסט אזויפיל געזינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, וואס אויף דעם שטייט (משלי ב, יט): "כָּל בָּאֶיהָ לֹא יְשׁוּבוּן וְלֹא יַשִּׂיגוּ אָרְחוֹת חַיִּים", ווער עס פאלט אריין אין דעם קען שוין נישט צוריק קומען צום אייבערשטן.


איין נחמה האסטו נאך; דער אייבערשטער האט אונז געשיקט א מתנה אין אונזער דור דער הייליגער רבי וואס האט רחמנות אויף אידישע קינדער - בפרט אויף די וואס פאלן אראפ אין עבירות, ער ווייזט זיי א וועג זיי זאלן קענען צוריק קומען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): אמת אז אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת ויחי, ריט:) אז ווער עס איז פוגם בפגם הברית, רחמנא לצלן, העלפט נישט קיין תשובה, אבער דער רבי זאגט "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט, רַק הוּא לְבַד", אז אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, נאר ער, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה, אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם" און ער זאגט אז עס העלפט יא תשובה.


איי וועסטו פרעגן ווי קען זיין אזא זאך אז דער רבי זאגט אנדערש פונעם זוהר הקדוש?! רבי נתן פרעגט דאס (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ד, אות ד): ווי אזוי קען זיין אזא זאך אז דער זוהר הקדוש זאגט אז ווען א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און דער רבי זאגט אז עס העלפט יא תשובה? זאגט רבי נתן זייער א וויכטיגע זאך, וואס איז וויכטיג צו וויסן אין לעבן. אז באמת העלפט תשובה אויף יעדע עבירה, עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף, נאר וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, ווייל ווען א מענטש איז פוגם בברית רייסט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, דערפאר, ווען דער מענטש וויל תשובה טון דארף ער אריבער גיין דעם נסיון, ער דארף הערן ווי מען זאגט אים: "דו קענסט שוין נישט תשובה טון!" אויב האט ער שכל און ער זאגט: "איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן אויף קיין שום פאל, צי מען דארף מיר יא צי מען דארף מיר נישט, איך פונעם אייבערשטן וועל זיך קיינמאל נישט אפטיילן; איך נעם זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, נישט קיין חילוק צי איך וועל יא ווערן א צדיק צי נישט, נישט קיין חילוק צי איך וועל מיר דארפן מיין גאנץ לעבן מוטשען", אזא איינער וועט זוכה זיין צו תשובה טון. אבער איינער וואס האט נישט קיין שכל נעמט דאס אן בפשטות, און זאגט: "איך קען שוין נישט תשובה טון, איך בין דערנאך".


דו בעטסט מיר אן עצה ווי אזוי דו קענסט ארויסקריכן פון די עבירות אין וואס דו זינקסט; אז דו ווילסט באמת ארויס קריכן פון דיינע שמוציגע מעשים נעם דעם רבינ'ס עצה, און אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן קענסטו נאך ארויס קריכן פון דיינע עקלדיגע מעשים; די עצה פאר דעם איז "תורה", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי אים געענטפערט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד"; זעט מען אז תורה קען יעדן איינעם העלפן און יעדן צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


בדרך כלל די אלע וואס זענען אראפ געפאלן אין ביטערע עבירות, בפרט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האבן שוין נישט קיין מח צו פארשטיין לערנען, ווייל דער מח איז זיי פארברענט געווארן פון די עבירה. די איינציגסטע וועג פאר זיי איז אז זיי זאלן נעמען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן סימן עו) און גורס זיין אסאך פרקים משניות, אפילו בלי הבנה כלל; דאס וועט זיי ארויס שלעפן פון זייער פלאנטער און זיי אפהאלטן פון זייער רגילות'ער.


ועל כולם זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות; שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן און בעט אים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט זיך ארויס זען פון די טומאה און פון די קליפות וואו דו ביסט איין געפאלן. בעט אים ער זאל דיר שוין געבן א שידוך אז דו זאלסט קענען זיין אפגעהיטן פון עבירות, דאס איז א עצה אויך פאר אמונה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן שכל צו פאלגן דעם רבי'ן וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך דיר טוישן, דו וועסט ווערן א פרייליכער מענטש און אן ערליכער איד.

#19 - ווי אזוי קען איך אויפשטיין פרי?
שלום בית, שמחה, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, איך האב ב"ה א גוט לעבן מיט א גוטע שלום בית, אבער ס'דא איין זאך וואס שטערט מיר די שלום בית, און דאס איז אז ס'איז מיר זייער שווער אויפצושטיין אינדערפרי. וויפיל איך פראביר אלע מיטלען, וועט עס העלפן אפשר פאר איין טאג, און נאכדעם גייט עס צוריק צום אלטן.


איך האב אן ארבעט, מוז איך אויפשטיין אין צייט צו די ארבעט. ווען איך שטיי אויף לויף איך גלייך צו די ארבעט, און שפעטער ביי הפסקה גיי איך שנעל דאווענען.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן עצות און חיזוק איבער דעם?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין עיקר פראבלעם איז אז דו ביסט נישט פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך טאנצט ער ארויס אינדערפרי פון בעט און לויפט אין שול דאווענען, מה שאין כן ווען מען איז בעצבות און מרה שחורה'דיג דעמאלט וויל מען נישט אויפשטיין, מען בלייבט שלאפן ביז שפעט אין טאג אריין. נאכדעם ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז עס איז שוין שפעט ווערט מען נאך מער ברוגז אויף זיך און מען לייגט זיך צוריק שלאפן וכו'.


זאלסטו זען מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך און בעט דעם אייבערשטן אויף דעם; מוהרא"ש זאגט אז דער עיקר אויף וואס מען דארף מתפלל זיין און ארבעטן – איז אויף צו זיין פרייליך, ווייל אויב מען איז פרייליך גייט אלעס ווי עס דארף צו זיין, מה שאין כן ווען מען איז בעצבות איז דער גאנצער לעבן נישט ווערד.


איך שיק דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אִיךְ דַאנְק דִיר 'שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי' - אַז אִיךְ בִּין אַ אִיד אוּן נִישְׁט קַיין גּוֹי! אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אוּן פַאר מַיין גֶעזוּנְט. אִיךְ דַאנְק דִיר בַּאשֶׁעפֶער אוֹיף יֶעדֶע פְּרַט בַּאזוּנְדֶער; פַאר מַיין וַוייבּ, פַאר מַיינֶע קִינְדֶער, דוּ בִּיסְט אַזוֹי גוּט צוּ מִיר.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אַז עֶס זָאל מִיר אָנְקוּמֶען גְרִינְג אוֹיפְצוּשְׁטֵיין; עֶס אִיז מִיר מַמָּשׁ אוּמְמֶעגְלִיךְ אוֹיפְצוּשְׁטֵיין אִינְדֶערְפְרִי. אִיךְ הָאבּ נִישְׁט קַיין חֵשֶׁק אַרוֹיס צוּ קוּמֶען פוּן בֶּעט, אוּן נָאכְדֶעם וֶוען אִיךְ שְׁטֵיי שׁוֹין אוֹיף הָאבּ אִיךְ נִישְׁט קַיין צַייט צוּ גֵיין דַאוֶוענֶען אִיךְ לוֹיף גְלַייךְ אַרְבֶּעטְן; דָאס אַלֶעס אִיז אַ שְׁפִּיל פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע וָואס וִויל מִיר צוּנֶעמֶען מַיין אִידִישְׁקַייט, מַיין טַלִּית וּתְּפִילִין. עֶר וַוארְפְט מִיר אַרָאפּ אִין עַצְבוּת, עֶר רֶעדְט מִיר אַיין אַז דוּ בִּיסְט בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר אוּן עֶר בְּרֶענְגְט אַרַיין אִין מִיר מַחְשָׁבוֹת זָרוֹת כְּאִילוּ אִיךְ בִּין שׁוֹין פַארְפַאלְן, אַז אִיךְ קֶען שׁוֹין נִישְׁט תְּשׁוּבָה טוּן אוּן אַז מַיין תּוֹרָה אוּן מִצְוֹות גֵייעֶן צוּ דִי סִטְרָא אַחֲרָא. דָאס מַאכְט מִיר זֵייעֶר צֶעבְּרָאכְן אוּן אִיז גוֹרֵם אַז אִיךְ בְּלַייבְּן אִין בֶּעט שְׁלָאפְן.


הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל וִויסְן אַז דָאס אַלֶעס קוּמְט פוּנֶעם יֵּצֶר הָרָע, וַוייל בֶּאֱמֶת הָאסְטוּ מִיר זֵייעֶר לִיבּ אוּן דוּ וַוארְסְט אוֹיף מַיין תּוֹרָה וּתְּפִילָה; הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג גֶעדֶענְקֶען אַז אֲפִילוּ אִיךְ הָאבּ גֶעזִינְדִיגְט קֶען אִיךְ תְּשׁוּבָה טוּן, אַזוֹי וֶועל אִיךְ אוֹיפְשְׁטֵיין פְרִי, אִיךְ וֶועל לוֹיפְן אִין מִקְוָה אוּן נָאכְדֶעם וֶועל אִיךְ גֵיין לֶערְנֶען אוּן דַאוֶוענֶען.


נֶעם אָן מַיין גֶעבֶּעט אוּן הֶעלְף מִיר אִין זְכוּת פוּן דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים; אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן - רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - פארוואס קען א פרוי נישט טון אלע מצות אזוי ווי די מענער?
שמחה, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, און איך וויל אויך דאווענען דריי מאל א טאג, לייגן טלית און תפלין, און טון אלע מצות פונקט ווי די מענער. איך קום פון זייער א פרומע שטוב, מיין טאטע האט אלעמאל געטון אלע מצות מיט גרויס ברען, און איך שפיר אז איך וויל אויך האבן די העכערקייט וואס מ'שפירט אין דעם. אסאך מאל טראכט איך אוועקצולייגן געלט און זיך קויפן שטילערהייט תפלין און עס אנטון אינדערהיים ווען קיינער זעט נישט.


איך שעם זיך צו רעדן צו מיין מאן וועגן דעם, און איך ווייס נישט וואס צו טון, און איך האף איר וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


ווער לאזט אייך נישט דאווענען און טון אלע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן?! פרויען זענען אויך מחיוב צו דאווענען; אדרבה, אז עס ברענט אייך אזוי שטארק צו טון דעם רצון השם זאלט איר דאווענען צום אייבערשטן און אים בעטן פאר אייך, פאר אייערע דורות און פאר אלע אידן.


דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון אידישע פרויען. מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אזא דיבור: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט; פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי האט מחשיב געווען די תפילות פון פרויען.


פרויען זענען גאר נישט ווייניגער ווי די מענער; אויב עפעס זענען די פרויען חשוב'ער ווי די מענער, ווייל אין זייער זכות ציט זיך ווייטער כלל ישראל. אז דער אייבערשטער זאגט אז פרויען זענען פטור פון מצוות עשה'ס מיינט דאס נישט צו זאגן אז זיי זענען ווייניגער וכו' נאר דאס איז דער ווילן פונעם אייבערשטן, אז די מצוות וואס האט צוטון מיט א צייט זענען מענער מחיוב און פרויען פטור.


נעמט ארויס פון אייער קאפ די זאך פון תפילין. פרויען זענען פטור פון אנטון תפילין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט ( הרמ"א באורח חיים סימן לח, סעיף ג) אז אויב א פרוי וויל אנטון תפילין דארף מען איר צוריק האלטן דערפון; טלית ותפילין איז נאר פאר א מאן.


אנשטאט זוכן מצוות וואס זענען נישט שייך פאר פרויען זאלט איר זיך פרייען מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר פרויען - מגדל זיין קינדער לעבודת השם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער האט צוגעזאגט שכר פאר פרויען מער ווי פאר די מענער ווייל אין זייער זכות איז דא תורה ביי כלל ישראל; זיי שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה און ווארטן אפ זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים פון לערנען תורה.


דער עיקר זאלט איר זען צו זיין פרייליך מיט וואס איר האט וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#17 - וואס טו איך אז שמחה העלפט מיר נישט?
קדושה, בחור, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות און חיזוק.


איך האב געשריבן אמאל א בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך פאל דורך מיט מקרה לילה רחמנא ליצלן און איך ווייס נישט וואס צו טון. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געענטפערט אז איך זאל זיין פרייליך, און אזוי וועל איך זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


למעשה פרוביר איך טאקע צו זיין פרייליך, אבער איך זע נישט אז ס'זאל מיר העלפן. אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א ארויסהעלפן?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל נאכט נאך נאכט מיט די עבירה פון מקרה לילה רחמנא לצלן, ער האט געוויינט צום הייליגער מגיד ער זאל אים געבן אן עצה, האט ער אים געגעבן אן עצה. דער איד איז צוריק געקומען נאך אפאר טעג צום מגיד זי"ע אז די עצה העלפט נישט, האט אים דער טשערנאבלער מגיד געגעבן אן אנדערע עצה, איז ער צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט און ער ווערט ווייטער נכשל במקרה לילה רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט דארפן צוריקומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויס געברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס און פון מקרה לילה".


נעם די עצה פון הייליגן מגיד זכותו יגן עלינו; אנשטאט צו ליגן אין בעט מיטן טעלעפאון וכו' און קוקן זאכן וואס ברענגט נישט קיין יראת שמים, זאלסטו איינשלאפן מיטן רבינ'ס ספרים. נעם די ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט די הקדמות פון רבי'ן; נעם דעם ספר אשר בנחל וואס איז איין שטיק חיזוק, עס ברענגט אריין שמחה אפילו ווען מען איז צעבראכן אויף שברי שברים, דורכדעם וועסטו ניצול ווערן פון אלע טומאות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אָמַר רָבָא, וְכֵן לַחֲלוֹם טוֹב", אז מען וויל גוטע ערליכע חלומות זאל מען איינשלאפן מיט שמחה; פאר'ן גיין שלאפן זאלסטו אריין קוקן אין רבינ'ס ספרים וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכט.


דער אייבערשטער זאל דיר אפהיטן פון אלעם שלעכט.

#16 - ווי אזוי קען איך זיך פרייען מיט אידישקייט?
שמחה, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי, און איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען זיך פרייליך אז איך בין א איד. רוב מענטשן זענען פרייליך מיט זייער אידישקייט, אבער ליידער ארבעט דאס נישט ביי מיר, איך זע נישט דער גליק דערפון. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן זען די שיינקייט פון אידישקייט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר דארפן זיך זייער פרייען מיט'ן "שלא עשני גוי", אז דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער. מיר זעען זייער גוט וואס גוים זענען; דאס אידישע פאלק איז אזוי ווי א קליינע שעפעלע צווישן זיבעציג וועלף און מיר ווייסן דאך וואס די זיבעציג פעלקער - פארציקנדע חיות - האבן געטון דורכאויס די אלע יארן פאר דאס קליינע שעפעלע - נשמות ישראל. זיי שטעלן זיך ארויס אז זיי ווילן נאר 'שלום' און זייער וועג איז 'אהבה', אבער שוין צוויי טויזנט יאר וואס זיי הרג'נען אונז אידן מיט אלע מיתות משונות – סקילה, שריפה, הרג און חנק, אלעס מיט'ן פאלשן פנים מיט וואס זיי שטעלן זיך אהער אז זייער וועג איז צו גיין מיט ליבשאפט.


ווער האט נישט געהערט און געליינט וואס די עמלקים - די דייטשע רשעים ימח שמם וזכרם - האבן געטון מיט מיליאנען אידן; זיי האבן גענומען אומשולדיגע אידן – מענער, פרויען און קליינע קינדער און גע'הרג'ט מיט די גרעסטע מאס רציחה, איבער זעקס מיליאן אידן האבן זיי אויסגע'הרג'ט בשעת אלע פעלקער האבן זיי ארויסגעהאלפן און אפילו די וואס האבן נישט דירעקט געהאלפן זענען געשטאנען אין די זייט און גארנישט געזאגט; אזוי אויך איז ניטאמאל דא א סכום וויפיל מיליאנען אידישע קינדער די רוסן - די פארשאלטענע קאמוניסטן - האבן אויסגע'הרג'ט במשך די יארן!


מיט דעם אליינס דארפן מיר זיך פרייען, אז מיר זענען אידן און מיר זענען נישט מסוגל צו טון אזעלכע רציחות; מיר זענען אן אויסדערוועלט פאלק, א פאלק פון רחמנות און א פאלק וואס טוט חסד. אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (יבמות עט.): "שְׁלֹשָׁה סִימָנִים יֵשׁ בְּאוּמָה זוּ", דריי סימנים זענען דא ביי די אידישע קינדער, - "הָרַחְמָנִים, וְהַבַּיישָׁנִין וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים", אידן האבן רחמנות, אזוי ווי עס שטייט (דברים יג, יח): "וְנָתַן לְךָ רַחֲמִים", דער אייבערשטער וועט אונז געבן רחמנות; אידן שעמען זיך, זיי האבן אין זיך די מדה פון בושה אזוי ווי עס שטייט (שמות כ, יז): "וּבַעֲבוּר תִּהְיֶה יִרְאָתוֹ עַל פְּנֵיכֶם", און אידן האבן די מדה פון טון חסד, אזוי ווי עס שטייט (בראשית יח, יט): "לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו וְאֶת בֵּיתוֹ" וגו'; מיט דעם אליינס דארפן מיר זיך פרייען.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ווען דער הייליגער קלויזנבורגער רב זכותו יגן עלינו איז געווען אין די ארבעטס לאגער'ן אונטער די רוצחים - די נאציס ימח שמם וזכרם ביי די צווייטע וועלט מלחמה, האבן זיי איין תקופה געארבעט עבודת הפרך אין די ווארשא געטאו, זיי האבן געדארפט בויען א וואנט. די ברוטאלע נאציס ימח שמם זענען געשטאנען מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן און ווער עס האט נישט געארבעט פלייסיג האבן זיי דערשאסן צום טויט רחמנא לצלן. איין טאג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן אזוי אז עס איז נישט מעגליך געווען צו בויען דעם וואנט ווייל די רעגן האט אפגעווישט די ליים (צעמענט), די צעבראכענע אידן האבן געלייגט סעמענט און די רעגן האט דאס אפגעוואשן; עס איז געווען ביטער קאלט און די אידן זענען געפאלן פון די כוחות בשעת די נאציס שטייען און לאכן זיך אונטער פון די אידן, נעבן דעם קלויזנבורגער רבי זי"ע איז געשטאנען א פרייער איד וואס האט אויך געדארפט העלפן בויען דעם וואנט אינעם גאס רעגן, האט ער געפרעגט מיט געשפעט דעם רבי'ן: "רבי, מארגן וועט איר נאך אלץ מאכן די ברכה שלא עשני גוי?" מיינענדיג צו זאגן: 'וואס האבן מיר אז מיר זענען אידן? וואס איז די שמחה מיט 'שלא עשני גוי' אז מען פייניגט אונז?' האט דער קלויזנבורגער רב געזאגט: "מארגן וועל איך מאכן די ברכה מיט א גרעסערע שמחה ווי פריער, זעענדיג וואס גוים זענען מסוגל צו טון; נעמען אן אומשולדיג פאלק און אונז אזוי רצח'נען און פייניגן מיט דאס גרעסטע פייניגונגען וואס א נארמאלע מענטש קען נישט דורכטראגן, מיט דעם אליינס פריי איך מיר, אז איך בין נישט א גוי".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות; משיח זאל אונז נעמען צוריק קיין ארץ ישראל, דעמאלט וועט מען זען די שיינקייט פון דאס אידישע פאלק, במהרה בימינו, אמן.

#15 - איך האלט זיך ערליך, און איך פאל דורך, וואס מיינט דאס?
קדושה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אלע דרשות און קונטרסים, און אויף אלעס.


דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח, אין די טעג פון בין הזמנים, האב איך באקומען א קונטרס "הייליגע אויגן", און דאס האט מיר זייער מעורר געווען און מחזק געווען, און פון דעמאלט האב איך ב"ה קיין איין מאל נישט פוגם געווען בברית.


אבער ס'איז יא געווען עטליכע זייט דעמאלט וואס איך בין דורכגעפאלן מיט מקרה לילה רחמנא ליצלן, און אויך אום יום כיפור, און איך קען נישט טראכטן פון וואס דאס קומט. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן וואס איך דארף טון? וואס מאנט דער אייבערשטער פון מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס א מענטש פאלט אראפ אין מקרה לילה קומט פון ארום גיין שטענדיג דערביטערט. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט): ווען א מענטש איז פרייליך וועט אים דער אייבערשטער אליינס אפהיטן פון 'פגם הברית', ווייל די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן קומט נאר פון עצבות, דערביטערניש און דעפרעסיע, אזוי ווי מען זעט אז די קליפה (לילי"ת די נוקבא פונעם ס"מ) וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן מיט די עבירה ווערט אזוי אנגערופן, ווייל דאס איז א לשון פון יללה - 'וויינען'.


אז דו פרעגסט: "וואס מאנט דער אייבערשטער פון מיר?" זאג איך דיר אז דער אייבערשטער מאנט נאר איין זאך פון דיר: "דו זאלסט זיין פרייליך", בפרט בשעת דו טוסט א מצוה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, סימן א) אז ווען א מענטש טוט א מצוה בשמחה, ער פריידט זיך מיט די מצוה, ווייזט ער מיט דעם אז זיין הארץ איז ריין.


די הייליגע חכמים דערציילן (ברכות ט:) אז רבי אלעא האט געזאגט פאר עולא: ווען דו גייסט ארויף קיין ארץ ישראל זאלסטו באגריסן מיין ברודער רב ברונא, "דְאָדָם גָדוֹל הוּא", ווייל ער איז א גרויסער מענטש, "וְשָׂמֵחַ בְּמִצְוֹת", און ער פריידט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט. "זִימְנָא חֲדָא סָמַךְ גְאוּלָה לִתְפִלָּה וְלָא פָּסִיק חוּכָא מִפּוּמֵיהּ כּוּלֵּיהּ יוֹמָא", איין מאל האט ער זוכה געווען מקיים צו זיין די הלכה פון סומך זיין גאולה לתפילה און זיין שמייכל איז אים נישט אראפ פון פנים א גאנצן טאג; דאס איז אן אדם גדול, דער וואס פריידט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט און מיט יעדע נקודה טובה, ווי סמיכות גאולה לתפלה האט ער זיך געפריידט א גאנצן טאג.


באמת פרעגן אלע אויף די מעשה (עיין תוספת, דבור המתחיל "כל"): יעדער איז דאך סומך גאולה לתפילה, וואס איז די רבותא פון רב ברונא "דְלָא פָּסִיק חוּכָא מִפּוּמֵיהּ כּוּלֵּיהּ יוֹמָא?!" נאר דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות  י:) אז חזקיהו המלך האט סומך געווען גאולה לתפילה, זאגט דער רבי אז די פשט איז: "שֶׁגָּאַל אֶת הַתְּפִילָה מִן הַגָּלוּת", ער האט אויסגעהיילט די תפלה פון גלות; ער האט מגלה געווען די זאך פון תפלה אז מען קען ארויס גיין פון אלע פראבלעמען דורך רעדן צום אייבערשטן וואס דורך דעם קען יעדער איד זוכה זיין צו זיין גאולה. דאס קען זיין פשט וואס רבי אלעא האט געזאגט פאר עולא, "זִימְנָא חֲדָא סָמַךְ גְאוּלָה לִתְפִלָּה, וְלָא פָּסִיק חוּכָא מִפּוּמֵיהּ כּוּלֵּיהּ יוֹמָא", ער האט זיך געפריידט א גאנצן טאג ווייל ער האט געהאט די זאך פון תפילה, דאס מיינט אז ער האט סומך געווען גאולה לתפילה.


דער עיקר אויף וואס מען דארף בעטן דעם אייבערשטן איז אויף שמחה. ווייל אלע צרות און יסורים וואס מענטשן גייען אריבער איז נאר ווייל מען איז נישט פרייליך; שמחה איז דער וועג ארויס צו גיין פון אלע צרות און אלע עבירות, שמחה היילט אויס א מענטש און עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיינע צרות. אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", דעריבער זאלסטו אסאך בעטן אויף שמחה וועסטו זוכה זיין צו זיין פרייליך.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר מחזק זיין אז דו זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטן מיט א פרייליכקייט, וועסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.

#14 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א שווערע שווער און שוויגער?
שמחה, עצבות, מנין, שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט פאר נישט צו לאנג, איך מיט מיין ווייב ארבעטן און מיר פרובירן אנצוגיין אין לעבן, איך בין אבער זייער פארווייטאגט אין לעבן, צוליב מיין שווערע שווער און שוויגער מיט וועמען איך בין אריינגעפאלן.


איך בין געווען זייער א גוטער און געלונגענער בחור, ווען ס'איז אבער געקומען צו שידוכים איז מיר געגאנגען זייער שווער, ווייל איך האב איין באבע וואס איז א ספרדי'שע, און ביי אונז אין חסידות ... איז דאס א געפערליכע זאך, און ס'שאדט זייער שטארק פאר א שידוך.


האב איך געמוזט מסכים זיין צו דעם שידוך, מיט א שווער און שוויגער וואס זענען נישט אינגאנצן בסדר, עס פעלט זיי נישט קיין געלט, אבער ביי זיי גייט עס אז די זין באקומען אלעס, זיי האבן געקויפט דירות פאר אלע זין, אבער די טעכטער באקומען גארנישט, שוין אינמיטן די שבע ברכות האבן זיי נישט געוואלט געבן פאר מיין ווייב צוויי שקלים ווייל זי האט שוין חתונה געהאט און זי באלאנגט שוין אין זייער משפחה...


דער מצב טוט מיר זייער וויי, און דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט. פאר די חתונה פלעג איך דאווענען, רעדן צום אייבערשטן, און איך פלעג לערנען פלייסיג, אבער יעצט דאווען איך נישט שוין צייטליך, איך דאווען נישט מיט מנין, כ'האב שוין נישט געעפנט קיין גמרא אין דריי חדשים, איך בין זייער דעפרעסט און טרויעריג.


איך האף איר וועט מיר קענען מחזק זיין און ארויסהעלפן.


א גרויסן יישר כח, ארי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ארי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל אבער איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם; דיין שווער קומט דיר עפעס?! דיין שוויגער קומט דיר עפעס?! וואס איז מיט דיר געשען אז דו ביסט אזוי דיפרעסט - עד כדי כך אז דו גייסט נישט דאווענען און דו לערנסט נישט? טאנץ פאר שמחה אז דו האסט א ווייב, פארוואס זאלסטו נישט קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון; דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר א נס אז דו האסט חתונה געהאט און דו האסט א טייערע ווייב, אנשטאט דו זאלסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף דעם נס, זוכסטו פון אונטער דער ערד אויף וואס זיך אפצורעדן... איך וואלט דיר געזאגט דו זאלסט אויף הערן צו באשולדיגן יעדן איינעם, וויי קיינער איז דיר גארנישט שולדיג.


א מענטש וואס דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך ווייל יעדע זאך איז ביי אים ווי א מתנה; אז ער קען זען - איז דאס ביים אים א מתנה; אז ער קען הערן, רעדן און שמעקן - איז ביי אים ווי א מתנה און ער דאנקט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף די אלע זאכן - אזא מענטש איז נישט ברוגז אויף קיינעם, ער חזר'ט שטענדיג צו זיך: 'קיינער קומט מיר גארנישט און קיינער איז מיר גארנישט שולדיג; בפרט מיין טאטע מאמע, שווער און שוויגער און מיין ווייב זענען מיר גארנישט שולדיג, אדרבה איך בין זיי שולדיג 'הכרת הטוב''; אזא מענטש לעבט א זיסע און געשמאקע לעבן ווייל יעדע זאך וואס ער באקומט דאנקט מען און מען לויבט פון וועם מען האט עס באקומען.


איך האף אז דו רעדסט נישט צו דיין ווייב אנטקעגן אירע עלטערן; אפילו זי אליינס קען זיך אמאל אפרעדן אויף איר טאטע מאמע זאלסטו חס ושלום נישט רעדן אויף זיי, ווייל דאס וועט איר זייער וויי טון און דאס וועט מאכן א פירוד אין דיין שלום בית. רעדט צו איר שיין פון אירע עלטערן, דאס וועט ברענגען קירוב לבבות צווישן אייך.


ווען דו גייסט צו דיין שווער און שוויגער זאלסטו זיי מכבד זיין, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב, שמואל-א, כד): "חַיָיב אָדָם בְּכָבוֹד חָמִיו כְּבִּכְבוֹד אָבִיו", א מענטש איז מחויב צו מכבד זיין זיין שווער פונקט אזוי ווי ער דארף מכבד זיין זיין טאטע; נאך אביסל וועסטו שוין האבן א גרויס מיידל, טראכט אריין ווי אזוי עס וועט זיך שפירן ווען איינער וועט קומען און איר אנרעדן אנטקעגן דיר? ער וועט האבן אזויפיל שכל ווי דיר און ער וועט שרייען אז דו קומסט אים די גאנצע וועלט, ער וועט נאך ברענגען זיינע ראיות וכו', ווי אזוי וועט דיר עס שמעקן?


זע צו לערנען אין שטוב און גיי נישט ארויס ביינאכט, א אינגערמאן דארף זיין אין שטוב ביינאכט; לערן אין שטוב אז דיין ווייב זאל זען ווי דו לערנסט. א פרוי האט זייער ליב צו זען ווי איר מאן לערנט און זי קוקט אסאך מער ארויף איר מאן ווען זי זעט אים לערנען.


אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה וועסטו האבן פון אלעם גוטס; דו וועסט נישט דארפן געלט פון דיין שווער, אדרבה, דו וועסט האבן אזוי פיל אז דו וועסט נאך קענען העלפן דיינע עלטערן און דיין שווער און שוויגער, דו וועסט זיין א משפיע נישט קיין מקבל.


א ליכטיגן חנוכה.

#13 - קען איך אפשר האבן א תפלה אויפצושטיין צייטליך?
שמחה, עצות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די ווארעמע און שיינע דרשות. איך האב געוואלט בעטן אויף דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר שרייבן א תפלה צו זאגן יעדע נאכט צו קענען אויפשטיין צייטליך אינדערפרי יעדן טאג.


א גרויסן יישר כח, שלומי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלומי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דא האסטו א תפילה אויף צו קענען אויפשטיין אינדערפרי:


"רבונו של עולם איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר מיין לעבן; איך דאנק דיר אז איך בין געזונט, אז איך בין א איד און נישט קיין גוי, איך דאנק דיר באשעפער אז איך קען זען, איך קען שטיין און איך קען זיך באוועגן.


העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך און איך זאל נישט זיין דעפרעסט, עס איז מיר ממש אוממעגליך אויפצושטיין אינדערפרי, איך האב נישט קיין חשק ארויס צו קומען פון בעט ווייל איך בין זייער צעבראכן; דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ אין עבירות, ער רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר און ער ברענגט אריין אין מיר מחשבות זרות כאילו איך בין שוין פארפאלן, אז איך קען שוין נישט תשובה טון און אז מיין תורה און מצוות גייען צו די סטרא אחרא. דאס מאכט מיר זייער צעבראכן און איז גורם אז איך בלייבן אין בעט שלאפן.


העלף מיר איך זאל וויסן אז דאס אלעס קומט פונעם יצר הרע, ווייל באמת האסטו מיר זייער ליב און דו ווארסט אויף מיין תורה ותפילה; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שטענדיג געדענקען אז אפילו איך האב געזינדיגט קען איך תשובה טון, אזוי וועל איך אויפשטיין פרי, איך וועל לויפן אין מקוה און נאכדעם וועל איך גיין לערנען און דאווענען".


וויסן זאלסטו אז אלע פראבלעמען קומען פון עצבות און מרה שחורה, אויך דער פראבלעם פון נישט אויפשטיין קומט פון דעפרעסיע; דעריבער דארף מען זיך נייטן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך. זע צו הערן מוזיק יעדן טאג, טאנץ יעדן טאג און זיי זיך מחזק זיין אויף אלעס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט דיר אזוי וועסטו קענען אויפשטיין אינדערפרי.


דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געהייסן פאר איינעם פון אנשי שלומינו ער זאל טאנצן יעדן טאג, ר' נתן האט געזאגט: "ווער עס איז פרייליך וועט נישט זען דעם פנים פון גיהנום".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#12 - איך בין זייער דעפרעסט, און איך שטיי אויף שפעט, האט איר אן עצה?
בחור, שמחה, עצבות, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, און איך מוטשע זיך זייער מיט'ן אויפשטיין צופרי אין צייט, און דאס שטערט מיר זייער שטארק אין לעבן, אויך לייד איך שטארק אויף דעפרעסיע, און ס'קען זיין אז די צוויי פראבלעמען זענען פארבינדען איינס מיט'ן אנדערן.


איך האב שוין געמאכט אסאך תפלות אויף דעם, און איך וועל ווייטער מאכן, איך האב אבער אסאך פחדים פון דעם, איך האב מורא אז דאס וועט מיר שאטן נאך די חתונה, און איך וועל זיך מוזן גט'ן צוליב דעם חס ושלום.


איך ווייס דער ראש ישיבה האלט נישט פון טערעפי, דעריבער וויל איך וויסן אויב דער ראש ישיבה האט פאר מיר אן אנדערע עצה.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיר און זיי פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר און וועט נאך טון מיט דיר.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען א עני ואביון, אז עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל? נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט טאקע האבן מיר גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט".


עס איז פארהאן זייער א גוטע עצה פאר אלע וואס קענען נישט אויפשטיין צייטליך; מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט דאס כסדר אין 'אשר בנחל' פאר בחורים און אינגעלייט וואס קענען נישט אויפשטיין צייטליך און זיי שלאפן אריין ביז טיף אין טאג אריין; די עצה איז "גיין שלאפן צייטליך". די עצה קאסט נישט גיין געלט און עס איז בדוק ומנוסה - אז מען לייגט זיך שלאפן צייטליך שטייט מען אויף צייטליך, ווידעראום אז מען איז אויף ביז שפעט אויף דער נאכט שטייט מען אויף שפעט.


געווענליך האבן בחורים זייער ליב אויף צו זיין שפעט אויף דער נאכט; מען פארברענגט די צייט, מען זיצט און מען פלוישט שעות אויף שעות דברים של מה בכך. נאכדעם גייט מען שלאפן מידערהייט אן קיין ליינען קריאת שמע און אן קיין נעגל וואסער, מען פאלט אריין אין בעט אן יראת שמים. דאס איז אלעס מעשה שטן, ער ארבעט זייער שטארק אז מען זאל האבן א פארדרייטע סדר - שלאפן בייטאג און אויף זיין ביינאכט אזוי האט ער שוין נאכדעם צוגרינד געלייגט דעם גאנצן טאג. א וואוילער בחור מאכט זיך א סדר, ער גייט שלאפן פרי און ער ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן.


נאך אן עצה איז דא פאר דיפרעשן: "לימוד התורה"; ווען מען לערנט תורה ווערט מען פרייליך. דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע זיסע וועג ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די הייליגע ווערטער פון די תורה. פאלג דעם רבי'ן און הייב אן לערנען משניות; זאג א פרק נאך א פרק. אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל ווען א מענטש איז דיפרעסט האט ער נישט דעם כח פון זיך קאנצעטרירן און פארשטיין וכו', ווער רעדט נאך ווען א מענטש איז פוגם בברית, ער איז אריין געפאלן אינעם נעץ פונעם יצר הרע און איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, דער מענטש פארלירט אינגאנצן זיין מח. מיט דעם אלעם זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט ארויס גיין פון די הענט פון יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - איך בין זייער אויסגעלאשן, ווי אזוי קריך איך ארויס דערפון?
תפילה והתבודדות, שמחה, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה א פיינער מאן מיט ליכטיגע קליינע קינדערלעך, עס גייט מיר ב"ה זייער גוט אין לעבן, איך שפיר אבער אסאך מאל זייער אויסגעלאשן, איך האב ממש נישט קיין שום טעם אין לעבן, און פארשטייט זיך אז דאן האב איך שוין נישט קיין געדולד זיך אפצוגעבן מיט מיין מאן און קינדער ווי עס דארף צו זיין.


ס'מאכט זיך אסאך מאל אז עס פאלט ארויף אויף מיר אזא עצבות און מרה שחורה, אז איך שעם זיך ממש פון זיך אליין, אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה ווי אזוי ארויסצוקריכן דערפון.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות"; דאס הייסט אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען זיך אויסצושמועסן זיין הארץ מיטן אייבערשטן.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט אז אנהייב פון זיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן איז דער רבי געגאנגען מיט אים איינמאל אויף א שפאציר; דער רבי האט גערעדט מיט אים זיינער שיינע זאכן און אים זייער מחיה געווען און מחזק געווען, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי ארויף געלייגט זיין האנט אויף ר' נתנ'ס אקסל און אים געזאגט בלויז געציילטע ווערטער, וואס די פאר ווערטער האבן אים מחי' געווען זיין גאנצע לעבן; דער הייליגער רבי האט אים געזאגט: "אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד"; דער רבי האט אים דעמאלט אנפלעקט דעם זאך פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, אים אלעס אויסדערציילן און גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


האט רבי נתן זכרונו לברכה שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויף געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'אוּן וַוייטֶער אִיז זֵייעֶר גוּט, אַז מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיך אוֹיס פַאר אַ גוּטְן פְרֵיינְד', האב איך גלייך געשפירט אז איך האב שוין א וועג צו מצליח צו זיין אין לעבן, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן (פעולת הצדיק, סימן תכג-תכד)".


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א פיינער מאן מיט ערליכע קינדער, איר דארפט נישט ווארטן צו רעדן צום אייבערשטיין ווען איר ווערט שוין מרה שחורה; יעדן צופרי ווען איר שטייט אויף און איר שיקט אייערע קינדער אין חדר און אין שולע זאלט איר זיך מתבודד זיין, איר זאלט אויסשמועסן אייער הארץ צום אייבערשטן; דאנקט אים אויף אייער לעבן, דורכדעם וועט איר זוכה זיין צו ווערן פרייליך.


איך שרייב אייך א תפילה וואס איר זאלט מתפלל זיין יעדן אינדערפרי, דאס וועט אייך ארויס נעמען פון אייער מרה שחורה און עצבות.


"רבונו של עולם איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר; איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין מאן און פאר מיינע ליכטיגע קינדער. איך בין אזוי גליקליך און אזוי רייך אז איך האב א ערליכע מאן און זיסע קינדער.


הייליגער באשעפער זייער אסאך מאל ווער איך אויסגעלאשן, איך שפיר נישט קיין טעם אין לעבן, איך ווייס אבער נישט פארוואס; איך אליינס פרעג זיך די קשיא, נאכדעם וואס איך האב אלעס גוטס פארוואס בין איך נישט פרייליך?! הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, נעם מיר ארויס פון מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל שטענדיג זיין פרייליך, איך זאל לעבן מיט אמונה, איך זאל דיר שפירן אז דו ביסט שטענדיג מיט מיר, און איך זאל נישט פארגעסן פון דיר.


רבונו של עולם! איך בעט דיר זייער, העלף ארויס אלע אידן, העלף אז אלע אידן זאלן האבן אזא שיינע לעבן ווי מיר האבן, העלף אז אלע בחורים און מיידלעך זאלן טרעפן זייערע שידוכים, אלע זאלן האבן אזעלכע זיסע קינדערלעך ווי דו האסט מיר געגעבן; העלף ארויס אלע אידן זאלן האבן פרנסה, אידישע קינדער זאלן זיך נישט אזוי מוטשען; העלף אונז און שיק אונז שוין משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט שטענדיג זיין פרייליך.

#10 - ווי אזוי קען איך אוועקווארפן מיינע שלעכטע געוואוינהייטן?
בחור, סמארטפאון, אינטערנעט, שמחה, תשובה, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 15 יעריגע בחור, איך האב געהאט זייער א שווערע עבר, מ'האט מיר אסאך פארשעמט און געשלאגן, און דאס האט מיר געמאכט פיינט האבן צו זיין א איד, איך האב נאר געטראכט אז איך וויל ווערן א גוי, איך האב זיך געקויפט א סמארטפאן און צאמגעקוקט דאס ערגסטע, און איך האב געטון עבירות ממש להכעיס צו ווייזן אז כ'בין נישט קיין איד.


דער אייבערשטער האט מיר אבער געהאלפן אז איך בין אנגעקומען צו אייערע שיעורים און דאס האט מיר ממש געטוישט מיין בליק אויפ'ן לעבן, איך האב אנגעהויבן זען אז אידישקייט איז נישט אזוי שלעכט, יעצט וויל איך שוין זיין א פשוטער ערליכער איד, אבער די אלע עבירות אין וואס איך בין שוין געווארן צוגעבינדען, מאכן מיר זייער שווער אנצוגיין, איך קען זיך ממש נישט שלאגן מיט מיין יצר הרע, אפשר קענט איר מיר מחזק זיין איך זאל קענען זיין א פשוטער ערליכער איד?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מחזק זיין מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מענטש וואס טוט תשובה.


וואויל איז דיר אז דו האסט אפגעלאזט דיינע שלעכטע מעשים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", אויף יעדע מכה איז דא א רפואה און אין יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע, תְּשׁוּבָה", וואס איז דא רפואה פאר די יצר הרע? תשובה; ווען א מענטש האט געטון עבירות רחמנא לצלן איז זיין רפואה ער זאל תשובה טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער, ווארף אוועק דיין סמארט-פאון; דאס איז נישט קיין גוטע זאך און עס וועט דיר נישט ברענגען קיין גוטס. ווייל אז מען קוקט שמוציגע זאכן ווערט מען אויסגעריסן אויך פון דער וועלט; דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון דער וועלט און סיי פון יענע וועלט. ר' אברהם בן ר' נחמן האט געזאגט: "דער ס"מ וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף די וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן פארלירט מען דעם מח און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"


איך ווייס אז עס איז זייער שווער אוועק צו ווארפן א סמארט-פאון, ווייל דאס איז ספעציעל אזוי אויסגעשטעלט צו כאפן דעם מענטש'ס מוח, עס ציט און ציט ביז מען ווערט ממש צוגעקלעבט צו דעם, מיט דעם אלעם האט א מענטש א כח צו זאגן: "איך דארף דאס מער נישט"; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר א איד וואס איז געקומען פרעגן ווי אזוי עס קען זיין אז א מענטש האט א בחירה; אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי איז שייך צו זאגן פארן מענטש: "דו האסט א בחירה?" עס איז דאך אומעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין דער ענין פון בחירה; אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען מיר נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.


פאלג מיר, ווארף אוועק דיין סמארט-פאון, זיי א העלד! אפילו קיינער ווייסט נישט אז דו האסט דאס, דו שפילסט אויס דיינע עלטערן און דיינע מגידי שיעורים וכו', ווייז אבער פארן אייבערשטן אז דו ווילסט זיין גוט; דער אייבערשטער בעט (שיר השירים רבה ה, ב): "פִּתְחוּ לִי פֶּתַח כְּחֻדָּהּ שֶׁל מַחַט, וַאֲנִי אֶפְתַּח לָכֶם כְּפִתְחוֹ שֶׁל אוּלָם", עפן מיר אויף א קליינע טיר אזוי ווי די שפיץ פון א נאדל און איך וועל דיר נאכדעם העלפן; אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין פאון, דו וועסט אויפהערן קוקן די עקעלדיגע מאוויס, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.


איך בעט דיר נאכאמאל, שטארק דיר און זיי פרייליך, דורכדעם וועסטו מצליח זיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך דער איז מצליח; זאלסט זען ארום צו גיין מיט א שמייכל א גאנצן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - וואס איז אזוי שלעכט מיט דראגס?
רפואה, שמחה, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה פון דעם ראש ישיבה'ס דרשות און חיזוק, עס שטערט מיר אבער זייער ווען איר רעדט אזוי שארף קעגן דראגס, איך קען נישט פארשטיין וואס ס'איז אזוי שלעכט מיט'ן נעמען אמאל א 'דשוינט', דאס קען צומאל העלפן אנטלויפן פון די צרות און פראבלעמען, פארגעסן פון אלע שוועריקייטן.


איך וויל באמת פארשטיין וואס ס'איז אזוי שלעכט דערמיט, און איך בין גרייט צו טוישן מיין מיינונג, אויב איר קענט מיר דאס טאקע ערקלערן מיט שכל, נישט סתם אפענטפערן און אריינשניידן אין מיר...


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא וואו צו אנטלויפן ווען מען האט חס ושלום א צרה; ווען א מענטש גייט אריבער שוועריקייטן קען ער נישט אנטלויפן פון דעם, עס איז דא נאר איין עצה: "אנטלויפן צום אייבערשטן!" מיט דעם וואס מען נעמט דראגס רחמנא לצלן ווערט די צרה נאר ערגער. איינמאל מען פאלט אריין אין דראגס איז זייער ביטער, ווייל דאס הרג'עט דעם מענטש און מען פארלירט דעם מח מחשבה, ביז מען ווערט אויסגעריסן פון דער וועלט און פון יענער וועלט; מען רעדט זיך איין אז מען ווערט דערהויבן וכו', אבער באמת ווערט מען דערנידערט.


ווען א מענטש הייבט אן נעמען דראגס זעט אים דאס אין אנהייב אויס ווי עס שעדיגט נישט, אבער (משלי ה, ד): "וְאַחֲרִיתָהּ מָרָה כַלַּעֲנָה", דער סוף איז זייער ביטער; מען פארלירט דעם מח און מען קען שוין נישט טראכטן גלייך.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא שמיני, ה): אויפן פסוק (ויקרא י, ט): "וַיְדַבֵּר ה' אֶל אַהֲרֹן, יַיִן וְשֵׁכָר אַל תֵּשְׁתְּ", פרעגן די הייליגע חכמים: "לָמָּה הוּא מְצַוֶּה עַל הַיַּיִן", פארוואס האט דער אייבערשטער אנגעווארנט מען זאל נישט טרינקען וויין? "שֶׁכָּל הַשּׁוֹתֶה יַיִן, חַבּוּרוֹת וּפְצָעִים וּבֹשֶׁת וְחֶרְפָּה בָּאוֹת עָלָיו", ווייל ווער עס טרינקט וויין קומט צו שלעכטע זאכן, וְרוּחַ הַקֹּדֶשׁ צֹוַחַת: "לְמִי אוֹי? לְמִי אֲבוֹי?" ווער שרייט אוי וויי? "לְמִי מִדְיָנִים?" ווער קריגט זיך מיט מענטשן? "לְמִי שִׂיחַ?" ווער רעדט אסאך נארישקייטן? "לְמִי פְּצָעִים חִנָּם?" ווער כאפט קלעפ? "לְמִי חַכְלִלוּת עֵינָיִם?" ווער האט רויטע אויגן? "לַמְאַחֲרִים עַל הַיָּיִן", די אלע וואס טרינקען וויין און נעמען דראגס וואס איז די זעלבע זאך.


ווען א מענטש נעמט דראגס רחמנא לצלן אדער א מענטש טרינקט אלקאהאל קומט ער דורכדעם צו טון הארבע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם): "יִתְהַלֵּךְ בְּמֵישָׁרִים, סוֹף שֶׁהוּא מַתִּיר אֶת הָעֲבֵרוֹת וְעוֹשֶׂה אוֹתָם הֶפְקֵר כְּמִישׁוֹר. מֵשִׂיחַ עִם אִשָּׁה בַּשּׁוּק וּמְנַבֵּל אֶת פִּיו, וְאוֹמֵר דְּבָרִים רָעִים בַּשִּׁכְרוּת וְאֵינוֹ מִתְבַּיֵּשׁ, לְפִי שֶׁנִּטַּלְטְלָה דַּעְתּוֹ וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ מַהוּ אוֹמֵר וּמַהוּ עוֹשֶׂה", מען פארלירט די שכל, מען הייבט אן רעדן ניוול פה, מען טוט שלעכטע זאכן, מען שעמט זיך נישט פון גארנישט און מען ווייסט נישט וואס מען טוט.


דער סוף איז נעבעך זייער ביטער, אזוי ווי עס שטייט ווייטער אין פסוק: "וְאַחֲרִיתוֹ כְּנָחָשׁ יִשָּׁךְ", עס איז אזוי ווי איינער וואס כאפט א ביס פון א שלאנג; ווען א שלאנג בייסט שפירט מען נישט גלייך וואס האט פאסירט, אבער נאך א שטיק צייט ווערט דער מענטש אינגאנצן פאר'סמ'ט, אזוי אויך, דער וואס טרינקט אדער נעמט דראגס, אין אנהייב זעט מען נישט אזוי ווייט דעם בראך אבער צום סוף איז זייער ביטער.


הלואי וואלטן מענטשן געטראכט פאר זיי הייבן אן נעמען דראגס וואס דער סוף וועט זיין מיט זיי, דעמאלט וואלטן זיי נישט צוגעקומען אריין צו פאלן אין זייער פלאנטער. דער פראבלעם איז אבער, אז די אלע וואס זענען שוין אריין געפאלן אין דראגס אדער אין טרינקען אלקאהאל, מיט זיי קען מען שוין נישט רעדן, זיי האלטן אז דאס איז נישט קיין פראבלעם, זיי האלטן אז דער וואס נעמט נישט - ער איז גאר דער משוגע'נער.


דער רבי זאגט שוין (שיחות הר"ן, סימן סז) אז דער גאנצער פראבלעם מיט משוגעים איז אז זיי ווילן נישט אויסהערן וואס דער קלוגער מענטש זאגט, זיי זאגן: "מיר זענען די חכמים, מיר ווייסן וואס גוט איז"; ווייל אויב וואלטן זיי געפאלגט וואס חכמים און קלוגע מענטשן זאגן וואלטן זיי געקענט ארויס גיין פון אלע זייערע משוגעת'ן.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער און אונז אפהיטן פון אלעם שלעכטס.

#8 - ביי מיינע עלטערן איז זייער אנגעצויגן פסח, ווי אזוי האלט איך זיך פרייליך?
כיבוד אב ואם, שמחה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר מיין לעבן, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט דריי יאר צוריק, ווען איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, וואס האבן ממש געעפנט מיינע אויגן.


איך בין א בחור פון 19 יאר, איך הער ווי דער ראש ישיבה זאגט ביי די שיעורים ווי אזוי מ'דארף פירן א סדר מיט רואיגקייט, ווי אזוי מ'קען האבן א פרייליכע פסח, ס'זאל נישט זיין קיין אנגעצויגנקייט אינדערהיים. דאס איז אלעס זייער שיינע זאכן, וואס קען איך אבער טון אז ביי אונז אינדערהיים איז נישט אזוי, מיין טאטע איז געפערליך נערוועז און שרייט זייער אסאך, יעדעס יאר קומט צו פרישע חומרות ביי אונז. מיינע חתונה געהאטע געשוויסטער ווילן שוין נישט קומען צו אונז אויף פסח, ווייל ס'איז שוין ממש נישט אויסצוהאלטן.


איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה געבן א וועג ווי אזוי איך קען האבן א רואיגע געשמאקע פסח צום ערשטן מאל?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני-א, י"א ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיטן הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט אונז אז מיר זאלן שטענדיג זוכן דאס גוטס; אפילו ווען עס גייט אריבער שוועריקייטן אויפן מענטש זאל מען אויפזוכן דעם אייבערשטן אינעם שוועריקייט, מען זאל זוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיטן מענטש און מען זאל אים דאנקען און לויבן דערויף.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן; אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס, האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


בנוגע וואס דו פרעגסט ווי אזוי דו קענסט האבן א געשמאקע יום טוב; נוץ דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות. בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב, בעט אים דו זאלסט שטענדיג זיין פרייליך, עס זאל דיר גארנישט באדערן און עס זאל דיר גארנישט אנגיין. ווען א מענטש איז פרייליך און ער הערט נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט וואס דער אייבערשטער געבט אים פאלן ממילא אוועק אלע פראבלעמען און אלע ווייטאגן וכו'.


פון איין זייט איז דיר זייער שווער צו מקיים זיין מצות כיבוד אב ואם וכו', אבער פון דער אנדערע זייט איז די שכר זייער גרויס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", ווי שווערער עס קומט אן צו מקיים זיין א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען, בפרט די מצוה פון כיבוד אב ואם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶם בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא; כִּבּוּד אָב וָאֵם", אויף כיבוד אב ואם באצאלט דער אייבערשטער שכר נישט נאר אויף יענע וועלט, נאר אויך אויף דער וועלט; אז דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן וועסטו זען נחת ביי דיינע קינדער. נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און ווי אזוי דו האסט זיך אויפגעפירט צו דיינע עלטערן וועסטו צוריק באקומען מיט פראצענט פון דיינע קינדער.


דו שרייבסט מיר: "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח"; וויל איך דיר זאגן אז דאס איז דיין אייגענע פראבלעם, דאס האט גארנישט צו טון מיט דיינע עלטערן, דו דארפסט ארבעטן אויף דיר אליינס אז דו זאלסט זיין פרייליך. כל זמן דו וועסט באשולדיגן דיינע עלטערן וכו' וועסטו גארנישט האבן דערפון, נאר שברון לב און עגמת נפש; עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן עלטערן און לייגן די גאנצע מיסט אויף זיי אבער דאס וועט דיר גארנישט העלפן אין לעבן. אז דו וועסט ארבעטן אויף דיינע מידות, צו זיין א זיסער איד, דו זאלסט זיין א פרייליכער איד, דו זאלסט נישט זיין קיין נערוועזער מענטש, שרייען און שלאגן וכו', וועט דיר גוט זיין. עס וועט מקוים ווערן ביי דיר (שופטים יד, יד): "מֵעַז יָצָא מָתוֹק".


דו שרייבסט אז דו שעפסט חיות פון רבי'ן די לעצטע דריי יאר; לערן אביסל ספר "אשר בנחל" וועסטו זען וואס ברסלב איז, מוהרא"ש ברענגט סיפורים פון אנשי שלומינו וואס האבן גארנישט געהאט אין לעבן און זיי זענען שטענדיג געווען פרייליך. איך ווייס נישט צי דו האסט נאך זוכה געווען צו קענען מוהרא"ש וואס איז געווען א לעבעדיגער ביישפיל. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט גארנישט געהאט אין לעבן; ווען איך זאג דיר גארנישט געהאט מיין איך טאקע גארנישט, נישט סתם געזאגט, אזוי ווי מען זאגט און מען שרייבט וכו', ער האט גארנישט געהאט אין לעבן און מיט דעם אלעם איז ער שטענדיג געווען פרייליך, שטענדיג ארום געגאנגען מיט א שמייכל און א גאנץ לעבן מחזק געווען אידישע קינדער.


יעצט פרעג איך דיר, דו ביסט א יונגער בחור און נאך אביסל הייבסטו אן דיין לעבן, פארוואס זאלסטו זיין אזוי צעבראכן און שרייבן: "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט קיין איין פרייליכע פסח"? פארוואס? ווייל דיין טאטע האט חומרות, איז וואס? דאס איז א צרה? מאך דיר פרייליך, דאנק דעם אייבערשטן אז דו זיצט ביים סדר טיש מיט טאטע און מאמע! וויפיל אידישע קינדער ליגן נעבעך אין שפיטאל און קענען נישט זיצן אין שטוב ביים סדר, דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט ארויס גיין פון דיין אייגענע מצרים, דיין מצר–ים, דיין קטנות הדעת; זאלסט זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן וואס דעמאלט דארף מען שוין גארנישט. ווען א מענטש שפירט אביסל נאנטשאפט צום אייבערשטן איז ער א צופרידענער מענטש, און מיר אלע זאלן שוין זיין זוכה זיין צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#7 - ווי אזוי קען מען זיך גרייטן פרייליכערהייט צום יום טוב פסח?
שמחה, פסח, יום טוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס איר האט געשריבן ווי אזוי מ'קען האבן א פרייליכע יום טוב, דאס האט מיר זייער איבערגענומען, צו זען ווי אזוי מ'קען זיך צוגרייטן צו א יום טוב מיט רואיגקייט און שמחה, א גרויסן יישר כח.


איך האב געוואלט בעטן אויב איר קענט שרייבן נאך איבער די גרויסקייט פון פסח, ווי אזוי מ'קען זיך צוגרייטן צום יום ווי עס דארף צו זיין פון א רוחניות'דיגע שטאנדפונקט. און אויך אויב איר קענט שרייבן ווי אזוי מ'דארף זיך אומגיין מיט'ן רייניגן לכבוד פסח, ווי אזוי מ'קען דאס טון אויף א נארמאלן אופן, נישט מיט קיין משוגעת'ן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך פארברענט ער אלע קליפות און זיי קענען נישט האבן קיין שליטה אויף אים, ווייל די גאנצע זאך פונעם ס"מ איז עצבות און מרה שחורה, וויינען און קלאגן, מה שאין כן ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", עס הערשט א שמחה; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רוהט נישט ביי איינעם וואס איז טרויעריג, נאר ביי א מענטש וואס איז פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך איז ער ביי די קדושה און אזוי אויך פארקערט, ווען א מענטש איז בעצבות איז ער ביי די טומאה. דאס איז די וועג ווי אזוי א מענטש קען זיך מעסטן וואו ער האלט אויף דער וועלט.


דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה, ווייל דאס איז דער שליסל צו אלע מדריגות און צו אלע הייליגקייטן. ווען א מענטש דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה, היט אים דער אייבערשטער אפ פון אלע שלעכטס און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיטן אייבערשטן איז: יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


בפרט ווען מיר גרייטן זיך צו דעם גרויסן יום טוב פסח ווען מען איז זוכה ארויס צו גיין פון די טומאה, ווייל פסח גייט דאך יעדער איד ארויס פון גלות מצרים אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז:): "חַיָּב אָדָם לִרְאוֹת אֶת עַצְמוֹ כְאִלּוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם", דארף מען נאכמער מתפלל זיין אויף שמחה, ווייל אין די זעלבע צייט קומט דער יצר הרע און זוכט ווי אזוי ער קען אויפרעגן דעם איד, ווי אזוי ער קען אים אוועק גנב'נען זיינע מדריגות און זיינע קדושות, ער זוכט ווי אזוי ער קען מאכן אז דער טאטע זאל זיך אויפרעגן אויף די קינדער, אדער מאן און ווייב זאלן זיך צעאנפערן וכו'.


דערפאר דארף מען האבן ישוב הדעת און געדענקען נישט צו שרייען און זיך אויפרעגן אויף די שטוב; מענטשן מיינען אז 'שטויב איז חמץ און קינדער זענען די קרבן פסח. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מען דארף געדענקען ווען מען מאכט פסח'דיג אז שטויב איז נישט קיין חמץ און קינדער זענען נישט קיין קרבן פסח", אזוי אויך דארף מען געדענקען אז א משהו כעס איז מדאורייתא און א משהו עצבות איז חמץ גמור - אויף דעם העלפט נישט קיין ביטול א גאנץ יאר.


מען דארף זיך פרייען מיט די מצוות בפשיטות, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות.


דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (עיין שיחות הר"ן, סימן רלה) ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן חז"ל (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים נאר פאר אונז מענטשן לויט דעם וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין; דאס איז לגבי סתם חומרות, אבער אפילו אויף דאס וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין בספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה וואס אין דעם וועט ער זייער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', אזוי ווי מען זעט אין די גמרא (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי' וְכוּ'", מיט דעם אלעם זאגט דער רבי אז מען מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, מען מיינט נאר צו זאגן אז ער זאל נעמען איין מצוה וואס אין דעם מצוה זאל ער מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות. הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.


אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריין געפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צו קומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


אז מיר שטייען יעצט פאר אזא הייליגע יום טוב דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זיך פרייען מיט די מצוות, אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט (עיין הקדמת ספר חרדים) אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט די מצוות פונעם אייבערשטן, אפילו מען זאל אים געבן די גאנצע געלט פון דער וועלט וואלט ער נישט אוועק געגעבן קיין שום מצוה.


אז א איד פריידט זיך מיט די מצוות איז א סימן אז ער האט א ריינע אמונה און ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות שמחה א) "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש פריידט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט, איז א סימן אז דער מענטש איז אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - כ'האב שוין אלעס געטון, פארוואס האב איך נאכאלץ נישט געטראפן מיין שידוך?
לימוד התורה, בחור, שידוכים, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 24 יאר, איך בין געוואויר געווארן פונעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד ביי די 16 יאר, זייט דעמאלט איז נאכנישט דורך א וואך וואס איך האב נישט מעביר סדרה געווען, און אויסער דעם האב איך געלערנט אסאך אנדערע לימודים, איך האלט שוין ביים ענדיגן אי"ה די 92'סטע מאל ששה סדרי משנה, איך האב שוין געענדיגט מדרש רבה, תנחומא, ספרא, ספרי, מכילתא, ספרי זוטא, און איך האב שוין געלערנט צוויי מאל ד' חלקי שלחן ערוך און תוספתא. און אין די לעצטע פאר יאר האב איך ב"ה זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה.


מיין גאנצער חיות וואס האלט מיר פריש איז נאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויך האלט איך מיט יעדן טאג די גמרא שיעור פונעם ראש ישיבה. א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


און יעצט צום ענין, איך וויל שוין חתונה האבן, שוין זייט די 17 יאר זאג איך יעדן טאג די תפלות פון ספר "מציאת הזווג", איך האב שוין אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע, און איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות אויף מיר און מיר שיקן מיין שידוך, ווייל איך האלט עס מער נישט אויס. איך ווער עלטער און עלטער, און איך הויב שוין אן מורא צו האבן אז איך וועל שוין קיינמאל נישט חתונה האבן.



אפשר קענט איר מיר געבן חיזוק און אן עצה וואס איך דארף צו טון.


חיים


תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה; עס איז א פארגעניגן צו הערן פון דיר אז דו גייסט יעצט מסיים זיין די צוויי און ניינציגסטער מאל ששה סדרי משנה.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאסירט ווען א מענטש לערנט משניות; משניות טוישט דעם מענטש צו זיין ערליך. אזוי אויך איז "מִשְׁנָה" די אותיות "מְשַׁנֶה", ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן. משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע און פון אלע שלעכטס, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות פון (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון אלע פראבלעמען וואו דער מענטש איז נעבעך אריין געפאלן.


איך בעט דיר זייער טייערער חיים נרו יאיר, שטארק דיר און האב בטחון אינעם אייבערשטן. מיר דארפן אויסווארטן אויף אונזער ישועה און מען טאר זיך נישט פארלירן און האבן קשיות חס ושלום. מיר דארפן גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א מורא'דיגער פונקטליכקייט, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס. דער אייבערשטער מאכט שידוכים און נאר צו אים דארפן מיר זיך ווענדן ווען מיר דארפן א ישועה און מיר דארפן אויסווארטן ביז די ישועה קומט אן.


אסאך מאל פרעגן בחורים: "פארוואס גייט מיר נישט קיין שידוך, בשעת אלע מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט וכו'"; וויסן זאלסטו אז דאס איז נישט קיין נייע זאך, מיר געפונען דאס שוין ביי יוסף הצדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג"; יוסף הצדיק וואלט אויך געקענט פרעגן: 'פארוואס האב איך נישט קיין שידוך ווען אלע מיינע ברודער האבן שוין זייער שידוך', נאר וואס האט יוסף הצדיק געטון? ער האט זיך מחזק געווען. אפילו ער האט געהאט ביטערע שווערע נסיונות; מען האט אים איינגעשפארט אין תפיסה פאר גארנישט און פאר נישט, ער איז געווען איינער אליין אין א פרעמדע לאנד וכו' וכו', מיט דעם אלעם האט ער זיך מחזק געווען, ער האט געטאנצן אין תפיסה און ער איז געווען לוסטיג און פרייליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז): אויפן פסוק (תהלים לא, ח): "אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו' -  זֶה יוֹסֵף", עיין שם.


דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין זיווג; נאר דערהאלט זיך און לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן. די שלעכטע מחשבה וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר אז דו טראכסט: 'איך וועל קיינמאל נישט חתונה האבן' - דאס טראכטן אלע בחורים. דאס איז דער וועג פון דעם יצר הרע ווי אזוי ער צוקלאפט א בחור אדער א מיידל; ער מאכט זיי טראכטן שלעכטע מחשבות: 'איך וועל קיינמאל נישט טרעפן א שידוך', 'קיינער וועט מיר נישט וועלן', 'איך וועל בלייבן אליינס'.


דער יצר הרע ברענגט אריין די אלע שלעכטע מחשבות אין בחורים ווייל ביי אים איז א שמחה ווען א בחור ווערט בעצבות. דער נביא ירמיהו קלאגט (איכה א, טו): "קָרָא עָלַי מוֹעֵד לִשְׁבֹּר בַּחוּרָי", די ראשי תיבות פון די ווערטער איז עמל"ק און בלע"ם; ביי זיי איז א גאנצער יום טוב ווען נאך א בחור איז צובראכן. ווייל ווען א מענטש איז בעצבות איז ער מער נישט בעל הבית אויף זיך, דעמאלט האט דער ס"ם א גוטער געלעגנהייט אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן.


זע צו גיין אנגעטון שיין צוזאמגענומען; בדרך כלל ווען א בחור ווערט עלטער הייבט ער זיך אן נאכצולאזן וכו'. בעט איך דיר זייער, געב אכטונג אויף דיר און זע אנצוטון פרישע קליידער יעדן טאג. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף די קליידער; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "אויב מען גייט מיט צעריסענע און שמוציגע קליידער זענען די קליידער תובע דעם מענטש 'פארוואס האסטו נישט אכטונג געגעבן אויף אונז?'" דערפאר זאלסטו אכטונג געבן צו גיין מיט זויבערע קליידער, מען טאר נישט גיין מיט קליידער מער ווי איין טאג. אויך זאלסטו גיין אין שויער יעדן טאג; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוֹחֵץ אָדָם פָּנָיו יָדָיו וְרַגְלָיו בְּכָל יוֹם בִּשְׁבִיל קוֹנוֹ"; זאלסט זיך נישט נאכלאזן און זאלסט גיין צוזאמגענומען דיין בארד און פיאות וכו'.


אויב דו וועסט זיך האלטן פריש וכו' און דו וועסט ארום גיין מיט א שמייכל וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך; דו וועסט בקרוב חתונה האבן און מגדל זיין בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אמן.

#5 - ווי אזוי מאך איך זיס און פרייליך דעם יום טוב?
מועדים וזמנים, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אז די וואך גייט זיין א שיעור פאר פרויען, האב איך געוואלט בעטן אויב איר קענט רעדן אביסל איבער די שיינקייט פונעם יום טוב פורים, און נאך מער איבער די שיינקייט פונעם יום טוב פסח.


ביי מיר אינדערהיים איז דער מצב אזוי אנגעשטרענגט אין די טעג פון די ימים טובים, אז איך שפיר נישט קיין שום שיינקייט אין די הייליגע ימים טובים, שוין פון חמשה עשר בשבט הויבט זיך שוין ביי אונז די פרעשור פון פסח.


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך, ובפרט אויף דעם וואס איר מאכט די תורה און אידישקייט פאר א זיסע זאך.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קלה): "אִם הוּא מְקֻשָּׁר לְהַצַדִּיק, יוּכַל לְהַרְגִּישׁ קְדוּשַׁת יוֹם טוֹב"; דאס קען מען ממש זען בחוש, אז ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן איז מען זוכה צו שפירן די קדושה פון יום טוב און מען ווארט אויפן יום טוב. אלע קענען מעיד זיין אז זייט מען איז ביים רבי'ן האט דער יום טוב אלע טעמים; פאר מען איז געקומען צום צדיק איז יעדע יום טוב געווען א אנגעצויגענע צייט, אבער אז מען איז ביים רבי'ן, מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען פאלגט דעם רבינ'ס עצות, איז יעדע יום טוב א פרייליכע צייט.


דער יצר הרע ציטערט זייער ווען עס קומט יום טוב. ער ווייסט אז א גאנץ יאר זענען אידישע קינדער פארפלאגט מיט פרנסה וכו', עס קומט נישט אויס קיין צייט צו פארברענגען מיט די קינדער און יום טוב וועט דאך ארויס קומען דעם אמת ווער דער איד איז און אלעס וואס ער האט מלשין געווען אויף אידישע קינדער וועט אוועק פאלן און זיין גאנצע ארבעט וועט צונישט ווערן, ווייל מען וועט זעט ווי אידן פארבענקען זיך צום אייבערשטן יום טוב וכו', מען נעמט אויף דעם יום טוב מיט אזא שיינקייט, מען גרייט זיך און מען פרייט זיך וכו', דערפאר מאכט ער אן אנגעצויגנקייט.


דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט פארציילט א מעשה. אז עס איז געווען א איד וואס האט זיך נישט געקענט צוזאמנעמען און ער האט נישט געקענט טרעפן זיינע חפצים אינדערפרי. עס האט אים גענומען שעות יעדן אינדערפרי ווילאנג ער האט געטראפן אלע זיינע קליידער וכו', האט אים איינער געגעבן אן עצה אז ער זאל אראפשרייבן יעדן טאג פאר ער גייט שלאפן אויף א צעטל וואו ער לייגט יעדע זאך, אזוי אז אינדערפרי וועט ער אלעס טרעפן. ער האט אזוי געטון; ער האט אראפ געשריבן אויפן צעטל אז די הוט ליגט דא, דער רעקל לייג איך דא, מיינע הויזן הענגט דארט און מיין מאנטל דארט וכו' וכו', אינדערפרי וועקט ער זיך אויף און ער גייט איבער דעם צעטל, ס'איז ממש א מחי', ער האט געטראפן יעדע זאך. אבער ער הייבט אן שרייען: "רבונו של עולם, מיינע חפצים ווייס איך וואו עס געפונט זיך, אבער וואו בין איך אליין?!"


זעט מען פון דעם א מורא'דיגע זאך, ווען עס קומט יום טוב און א מענטש גרייט זיך אן מיט אלע פיטשעווקעס און אלעס קלאפט, נייע וועש, נייע בעקיטשעס, נייע קאך וכו' וכו'; אבער דער מענטש אליין איז נישט דא, דער מענטש איז פיל מיט עצבות און מרה שחורות, ער איז צוקריגט מיט די משפחה, אנגעבלאזן וכו'.


איין יאר ערב סוכות האט ר' נחמן טולטשינער געהאלפן ר' נתן אויפצושטעלן די סוכה, ווען ער האט געענדיגט האט ער זיך אויסגעדרוקט פאר ר' נתן: "אז מען ארבעט אליינס אויפצושטעלן די סוכה שפירט מען אן אנדערע טעם אינעם יום טוב", האט אים ר' נתן געזאגט: "דאס האסטו נאך נישט פרובירט, צו בעטן ערב סוכות פונעם אייבערשטן: 'רבונו של עולם איך וויל שפירן א טעם אינעם יום טוב סוכות', וואסערע טעם מען שפירט דעמאלט אינעם יום טוב סוכות"; אן תפילה האט גארנישט קיין טעם, וויפיל מען פרובירט אריין צו לייגן כוחות וכו', אויב נעמט מען נישט אריין דעם אייבערשטן, האט עס יענעם טעם.


דאס איז נישט דוקא ביי די מצוה פון סוכה. דאס זעלבע איז ביי יעדע יום טוב און ביי יעדע מצוה; ווי מער א מענטש בעט דעם אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו א שיינע יום טוב און צו א פרייליכע יום טוב, האט ער א שיינעם יום טוב.


מוהרא"ש פלעגט פארציילן יעדעס יאר פסח די מעשה פון ר' דוד ממיקולייב זכר צדיק לברכה, א תלמיד פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פארן הייליגן בעל שם טוב. ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'; אויפן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביים גרעניץ, ר' דוד האט זייער געהאפט אז מען גייט נישט עפענען דעם טייערן פאס, אבער צו זיין גרויס ווייטאג האט דער גרעניץ וועכטער געעפענט די וויין און עס געמאכט יין נסך. למעשה איז ער צוריקגעקומען צום הייליגן בעל שם טוב מיט ליידיגע הענט, און ער איז געווען זייער צובראכן פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטער אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פארן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.


זעט מען פון דעם אז אן תפילה איז א שאד די הארעוואניע; דערפאר זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דו זאלסט נישט נכשל ווערן מיט חמץ חס ושלום און אז דו זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב פסח, אזוי וועסטו זיכער האבן א פרייליכע יום טוב.


איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס צו בעטן ביז יום טוב פסח:


"הייליגער באשפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו מקבל זיין דעם הייליגן יום טוב בשמחה ובטוב לבב און איך זאל זוכה זיין צו ווערן אפגעהיטן און נישט נכשל ווערן אין א משהו חמץ. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל מיר פרייען א גאנץ יום טוב, איך זאל מיך נישט אויפרעגן אויף מיין משפחה און איך זאל ליב האבן צו פארברענגען אין שטוב מיט מיין משפחה.


הייליגער באשעפער, יעדעס מאל ווען עס קומט א יום טוב ווער איך אנגעצויגן און איך שפיר ווי די מרה שחורה איז זיך אויף מיר מתגבר, עס איז ביי מיר אויסגעלאשן די ליכט פון יום טוב און איך שפיר נישט קיין שום טעם אין יום טוב.


העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך און צופרידן. העלף מיר איך זאל זיך נישט קריגן מיט קיינעם, איך זאל לעבן מיט אמונה און איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו מקיים זיין אלע מצוות פון יום טוב מיט א שמחה.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש איז פרייליך, ער טוט די מצוות פרייליכערהייט, איז א סימן אז ער איז אן ערליכע איד.

#4 - וואס קען איך טון אז כ'בין מיואש פון מיין לעבן?
תפילה והתבודדות, שמחה, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין מיואש פון מיין לעבן. איך גיי שוין צו טעראפי, עס העלפט מיר ב"ה, אבער אינעווייניג בין איך נאך צומישט, ממילא בלייב איך שלאפן ביז בערך 4:00 נאכמיטאג, און איך פיל נישט אז איך קען רעדן צום אייבערשטן.


וואס טו איך? אפשר קענט איר ארויסהעלפן?


יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלע דיינע פראבלעמען וואס גייט אריבער אויף דיר איז ווייל דו ביסט נישט פרייליך; ווען דו וואלסט ווען געווען פרייליך וואלט דיר גארנישט געפעלט.


דער הייליגער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון מידת השמחה. ווייל ווען א מענטש איז פרייליך באקומט מען ישוב הדעת, און ווי מער מען איז פרייליך איז מען מער מצליח אין לעבן אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דער וואס איז שטענדיג פרייליך איז שטענדיג מצליח.


די נאטור פון א מענטש איז צו זיין טרויעריג, ווייל אויף יעדן גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן וואס דאס שלעפט אראפ דעם מענטש אין דאגות און אין מרה שחורה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "כִּי טֶבַע הָאָדָם לִמְשֹׁך עַצְמוֹ לְמָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת מֵחֲמַת פִּגְעֵי וּמִקְרֵי הַזְּמַן, וְכָל אָדָם מָלֵא יִסּוּרִים", יעדער איינער האט זיך זיינע שוועריקייטן אין לעבן וואס מאכט אים דערביטערט און צוגעלייגט, "עַל כֵּן צָרִיך לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", דערפאר דארף א מענטש פרובירן מיט אלע זיינע כוחות צו זיין פרייליך; מען דארף זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען - אפילו מיט נארישקייטן.


מען קען נישט צו קומען צו שמחה נאר דורך תפילה; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך וועט ער צוקומען צו די העכסטע מדריגות וואס איז דא אויף דער וועלט.


שמחה פארברענט אלע קליפות, און מוהרא"ש זאגט אז דאס איז דער סימן ווי אזוי א מענטש קען זיך מעסטן צי ער איז ביי די קדושה צי חס ושלום ביי די טומאה, ער זאל קוקן אויב ער איז פרייליך. ווייל שמחה פארברענט אלע קליפות, וואס זייער גאנצער זאך איז עצבות ומרה שחורה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", עפר דאס איז עצבות ועצלות וואס דאס קומט פונעם יסוד העפר (עיין לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפט).


דערפאר זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דו זאלסט ארויס קריכן פון דיין עצבות ומרה שחורה און דו זאלסט שטענדיג זיין פרייליך, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


איך שרייב דיר דא א תפילה וואס דו זאלסט זאגן יעדן טאג:


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל ארויס גיין פון מיין דעפרעשאן, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטיות. איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפה'נען און נישט פון קיינעם מורא האבן. בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר אמן".

#3 - מעג א מיידל גיין מיט א גיטאר אויפ'ן גאס?
שמחה, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק. איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי מיין לערערין זאגט אז מ'זאל ברענגען מוזיקאלישע אינסטרומענטן אין שולע, וויל איך וויסן אויב ס'איז צניעות'דיג צו גיין מיט א גיטאר אויפ'ן רוקן אויפ'ן גאס, אדער דאס איז צו אויפפאלנד און ס'קען ציען אן אויג פון מענער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א גוטע זאך אז איר שפילט פאר זיך אין שטוב מיט אייער גיטאר וכו'.


דער רבי זאגט (סיפורי מעשיות מעשה יג, דעם זעקסטן טאג) אז דער עיקר רפואה ווי אזוי מען קען אויסהיילן דעם בת מלך איז דורך ניגונים; מען דארף וויסן אז יעדער איד האט אין זיך א הייליגע נשמה וואס ווערט אנגערופן "בת מלך" און די נשמה פאלט נעבעך אראפ וכו' דורך דעם מלך האכזר וואס שיסט אריין די צען פיילן וכו', ביז דער בעטלער אן די הענט - וואס דאס איז דער הייליגער רבי - קומט און ציט ארויס אלע פיילן פון איר, אזוי ווי דער רבי ענדיגט די מעשה "און איך הייל זי" - דורך די צען ניגונים וכו'.


אז דיין לערערין זאגט אז מען מעג ברענגען אינסטרומענטן אין סקול צו מאכן פרייליך די מיידלעך דעמאלט איז נישט קיין פראבלעם צו טראגן א גיטאר אין סקול, אבער מען קען דאס נישט אנטון אויפן רוקן ווייל עס איז נישט קיין צניעות פאר א מיידל צו גיין מיט א גיטאר אויפן רוקן. אדער זאלט איר דאס נעמען מיט א קאר צו סקול, אדער לייגן אין א בעג אז ווען איר גייט אין גאס מיטן גיטאר זאלט איר נישט ארויסשטארן וכו'.

#2 - מיין ווייב איז דעפרעסט צוליב מיינע קינדער וואס פירן זיך נישט ערליך
שלום בית, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב עטליכע בחורים וואס גליטשן ליידער אוועק, איך פרוביר זיך אן עצה צו געבן און זיי מחזק זיין אז זיי זאלן זיך דערהאלטן, אבער יעצט קומט די שווערסטע פראבלעם אז מיין ווייב איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע פון דעם, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף יעדן איינעם גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן, עס איז נישט דא קיין מענטש בזה העולם וואס מוטשעט זיך נישט. אונזער ארבעט איז, מיר זאלן פרובירן מיט אלע אונזערע כוחות זיך צו שטארקן, זיך פרייליך צו מאכן.


איך בעט דיר זייער, שטארק דיר און זיי פרייליך, מאך פרייליך דיין ווייב; אז מען האט א שטוב מיט קינדער, דארף מען פרובירן מיט אלע כוחות אנצוגיין, אז די אנדערע קינדער זאלן דיר חס ושלום נישט אוועקפאלן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן סה): "כְּשֶׁאָדָם מְסַפֵּר לַחֲבֵרוֹ צַעֲרוֹ, צָרִיךְ הַשּׁוֹמֵעַ לְהַחְכִּים בִּשְׁעַת הַשְּׁמִיעָה, שֶׁלֹּא יָבוֹא עָלָיו הַצַּעַר הַזֶּה", ווען מען הערט ווי איינער דערציילט א צרה דארף מען זיין קלוג, און טראכטן: 'וואס קען איך טון אז דער צרה זאל נישט קומען אויף מיר'; דאס גייט אויך ארויף ביים מענטש אליין. ווען א מענטש זעט אז עס האט אים פאסירט א צרה, דארף ער טראכטן: 'ווי אזוי קען איך מאכן עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל'. ווען עלטערן זעען אז א קינד איז אוועק געפאלן פון אידישן וועג לא עלינו, דארפן זיי אכטונג געבן אז די אנדערע קינדער זאלן נישט מיט פאלן.


דערפאר זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב, זי זאל ווייטער זיין א פרייליכע מאמע, און אז זי וועט זיין פרייליך וועט זי דיר מחזק זיין; דער עיקר זייט אייך מחזק מיט אמונה פשוטה, איר זאלט נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, איר זאלט ווייטער פרובירן מיט אלע אייערע כוחות מחנך צו זיין אייערע קינדער בשמחה ובטוב לב.


שלמה המלך זאגט (קהלת יא, ו): "בַּבֹּקֶר זְרַע אֶת זַרְעֶךָ, וְלָעֶרֶב אַל תַּנַּח יָדֶךָ, כִּי אֵינְךָ יוֹדֵע אֵי זֶה יִכְשָׁר - הֲזֶה אוֹ זֶה, וְאִם שְׁנֵיהֶם כְּאֶחָד טוֹבִים"; מען טאר נישט ווערן צעפאלן ווען מען זעט ווי די ארבעט פון יארן איז אוועק געפאלן. קוק אן דער הייליגער תנא רבי עקיבא ווי ער האט זיך דערהאלטן; ער האט געהאט פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים, ער האט זיך מיט זיי געמוטשעט, ווער עס האט תלמידים ווייסט ווי שווער עס איז צו ארבעטן מיט תלמידים, מען דארף האבן כוחות עצומים, מען דארף האבן אייזערנע נערווען מען זאל נישט ווערן בכעס וכו', און אלע זיינע תלמידים זענען אויסגעשטארבן. וואס האט דער הייליגער תנא רבי עקיבא געטון? ער האט אנגעהויבן פון פריש, ער האט געעפענט נאכאמאל זיין ישיבה און ער האט אויפגעשטעלט פינף תלמידים וואס האבן ליכטיג געמאכט דער וועלט.


וואס האבן אונזערע זיידעס און באבעס געטון ווען דער ימח שמו'ניק האט אויסגע'הרג'ט זעקס מיליאן אידן, גאנצעטע משפחות זענען פארברענט געווארן, און עס איז בלויז איבער געבליבן (ירמיהו ג, יד): "אֶחָד מֵעִיר, וּשְׁנַיִם מִמִּשְׁפָּחָה"? זיי האבן אויפגעשטעלט פון פריש א נייעם דור. מיינע זיידעס און באבעס, אלע האבן זיי געהאט איינגעקריצט נומערן אויף זייער האנט, זיי זענען אלע געווען אין אוישוויץ, זיי פלעגן דערציילן ווי זיי האבן אלעס פארלוירן, זייער גאנצע משפחה, אבער זיי האבן זיך געשטארקט און אנגעהויבן פון דאסניי, די זענען די גרעסטע העלדן זייט דער וועלט שטייט. דאס זעלבע איז ווען א מענטש זעט ווי זיינע קינדער פאלן אים אוועק איינס נאכן צווייטן, טאר מען נישט אויפגעבן, מען דארף נאכמאכן רבי עקיבא, אנהייבן פון דאסניי.


איך האף אז דו וועסט זיך מחזק זיין און ווייטער דינען דעם אייבערשטן בשמחה ובטוב לבב, דו וועסט מחזק זיין דיין ווייב און איר פרייליך מאכן, וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער, עס וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#1 - זאל מען ארבעטן נאר אויף שמחה? ווי אזוי דינט מען דעם באשעפער מיט גשמיות?
מדות טובות, עבודת השם, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבור הראש ישיבה שליט''א,


קודם יישר כח פאר'ן אוועקגעבן צייט צו ענטפערן שאלות, און יעצט וואלט איך געוואלט פרעגן עטליכע שאלות.


שאלה א', לויט ווי מוהרא''ש זאגט אז די ערשטע זאך זאל מען ארבעטן אויף שמחה, איז וואס זאל מען טון ביז מען איז קונה די מדה, זאל מען נישט ארבעטן אויף אנדערע זאכן ווי שלום בית און חינוך הבנים? עס קען דאך אדורך גיין יארן ביז מען איז קונה די מדה.


שאלה ב', אויך וואלט איך געוואלט פרעגן ווי אזוי קען מען האבן הכרת הטוב פאר'ן רבש"ע אויף דעם וואס ער האט באשאפן די נשמה וואס דעמאלט איז דא נהמא דכסיפא און ממילא מוז די נשמה אראפקומען דא אויף די וועלט און אדורך גיין אלע שוועריקייטן, סיי צדיקים און אוודאי רשעים. עס וואלט לויט די פראסטע שכל געווען בעסער אז די נשמה זאל בכלל נישט באשאפן ווערן, אזוי ווי די ספרים פרעגן וואס איז די גרויסקייט פון יציאת מצרים אז ער האט אונז אריינגעברענגט אין מצרים און די תירוץ וואס זיי ענטפערן כדי זיי אויס צולייטערן איז נישט שייך דא.


שאלה ג', איר דערמאנט אסאך אין אייערע שיעורים אז מען קען לעבן דא אויף די וועלט בגשמיות און דאך דינען השי''ת, עס נישט קיין סתירה, איז מיר שווער ווייל אין שו''ע שטייט סימן רל''א בערך, אז א מענטש זאל נאר טון אלע זיינע עניני גשמיים נאר אויב עס איז א צורך אין עבודת השם, צום ביישפיל נישט עסן אדער שלאפן מער וויפיל עס פעלט אויס.


א גרויסן יישר כח.


עקיבא יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא יוסף נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "צְרִיכִים לְבַקֵּשׁ קוֹדֶם עַל מִדָה אַחַת, וּכְּשֶׁשׁוֹבְרִים אֶת הַמִּדָּה הַזּוֹ, אָז צְרִיכִים לְהִתְפַּלֵּל עַל מִדָה שְׁנִיָּה, וְכֵן לְבַקֵּשׁ בְּכָל פַּעַם עַל מִדָה אַחֶרֶת עַד שֶׁיְבַטֵל מִמֶּנּוּ אֶת כָּל הַמִּדּוֹת וְהַתַּאֲווֹת רָעוֹת", א מענטש זאל קודם נעמען איין מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און ווען ער האט שוין צעבראכן די שלעכטע מדה זאל ער נעמען נאך א מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, ביז ער וועט זוכה זיין צו צעברעכן אלע זיינע שלעכטע מידות.


שטעלט זיך די קשיא: ביי וועלכע מדה הייבט מען אן, אויף וועלכע מדה זאל מען בעטן ערשט? מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אז די ערשטע זאל מען בעטן אויף "שמחה", ווייל איינמאל מען איז פרייליך, פאלט שוין אוועק אלע מידות רעות און שלעכטע תאוות, און אז מען איז פרייליך, האט מען נישט אזויפיל פראבלעמען. דאס מיינט נישט צו זאגן אז א מענטש דארף נישט בעטן אויף שלום בית, אויף קינדער, און אויף פרנסה וכו' וכו', פארקערט, דער עיקר  שלימות פון התבודדות איז ווען דער מענטש רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי ער רעדט צו א גוטע חבר; אודאי דארף מען בעטן אויף גוטע קינדער, טייכן טרערן דארף מען פארגיסן צום אייבערשטן אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


נאר ווען א מענטש וויל אויסארבעטן זיינע שלעכטע מידות, און ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל האבן גוטע מידות, אויב הייבט מען אן מיט שמחה, פאלן אוועק אלע שלעכטס, ווייל ווען א מענטש איז טרויעריג און דעפרעסט, דעמאלט פאלט ער אריין אין כעס און אין שלעכטע מעשים, אזוי אויך ער פאלט אין קדושה, ווייל אלע פראבלעמען הייבן זיך אן ווען מען איז נישט פרייליך. דערפאר דארף א מענטש פרובירן מיט אלע זיינע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, און שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זיין פרייליך.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס מען איז באשאפן געווארן וכו'; עס איז נישט כדאי אריין צו גיין אין די אלע חקירות וכו', ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵך אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה, קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדרייט דער וועלט, און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאך געגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַך", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין יג:): "נוֹחַ לוֹ לָאָדָם שֶׁלֹא נִבְרָא יוֹתֵר מִשֶׁנִּבְרָא, וְעַכְשָׁיו שֶׁנִּבְרָא יְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו", עס איז בעסער פארן מענטש ער זאל ווען נישט באשאפן ווערן, אבער יעצט אז מיר זענען שוין באשאפן געווארן זאל מען זען אריינצוכאפן ווי מער מצוות ומעשים טובים; דערפאר, אז דער אייבערשטער האט אונז באשאפן, דארפן מיר אים דאנקען און לויבן אן קיין חכמות וכו'.


ר' נתן האט געזאגט: ווען דער אייבערשטער זעט ווי א מענטש דאנקט און לויבט אים, זאגט דער אייבערשטער פאר די מלאכים: "קוקט אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט", און פארקערט אויך, ווען דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט זיך נישט אויף אפצורעדן, זאגט ער: "איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט".


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי קען מען לעבן מיטן אייבערשטן צוזאמען מיט עולם הזה וכו', אמער עס שטייט דאך אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רלא) אז מען טאר נישט הנאה האבן פון עסן און שלאפן, און פון אנדערע הנאות; דיין קשיא איז דער תירוץ, קוק אריין דארט אין שולחן ערוך (שם) ווי דער מחבר רעכענט אויס אלעס וואס דער מענטש טוט - עסן, שלאפן, וכו' וכו', אז מען זאל אלעס טון מיטן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיך דָעֵהוּ". דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "ווי איז שייך תאוות, עסן דארף מען אז מען זאל קענען לעבן, שלאפן דארף מען כדי מען זאל קענען האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, און חתונה האבן דארף מען ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, ממילא ווי איז שייך תאוות?


דער רבי האט געזאגט, ווען ער זאל וויסן אין זיין יונגע יארן צו וואס מען קען צו קומען דורך התבודדות, וואלט ער זיך נישט מסגף געווען אין די אינגע יארן; דער עיקר דארף א מענטש אויסניצן זיינע טעג און יארן מיט לימוד התורה און תפילה.


דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע דרך הלימוד, א וועג ווי אזוי יעדער איד קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגער תורה. אפילו איינער וואס האט נישט קיין מח, און ער פארשטייט נישט קיין לערנען - קען אויך זוכה זיין צו ענדיגן כל התורה כולה אויב פאלגט ער דעם רבי'ן און הייבט אן לערנען כסדרן, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "הָעִקָּר הִיא הָאֲמִירָה, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר וּמִמֵּילָא יָבִין", דער עיקר זאל מען זען צו זאגן די ווערטער פון די תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, און ביים סוף וועט מען פארשטיין. דערפאר בעט איך דיר זייער, זיי קלוג און זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא און הלכה, נאר דאס וועט איבער בלייבן פון אונז, און נאר דאס מאכט פרייליך א מענטש, פון אלע חקירות און חכמות האט דער מענטש גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.