שאלה אין קורצן ענין
#106 - ווי אזוי מאך איך זיס און פרייליך דעם יום טוב?
שמחה, מועדים וזמנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אז די וואך גייט זיין א שיעור פאר פרויען, האב איך געוואלט בעטן אויב איר קענט רעדן אביסל איבער די שיינקייט פונעם יום טוב פורים, און נאך מער איבער די שיינקייט פונעם יום טוב פסח.


ביי מיר אינדערהיים איז דער מצב אזוי אנגעשטרענגט אין די טעג פון די ימים טובים, אז איך שפיר נישט קיין שום שיינקייט אין די הייליגע ימים טובים, שוין פון חמשה עשר בשבט הויבט זיך שוין ביי אונז די פרעשור פון פסח.


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך, ובפרט אויף דעם וואס איר מאכט די תורה און אידישקייט פאר א זיסע זאך.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קלה): "אִם הוּא מְקֻשָּׁר לְהַצַדִּיק, יוּכַל לְהַרְגִּישׁ קְדוּשַׁת יוֹם טוֹב"; דאס קען מען ממש זען בחוש, אז ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן איז מען זוכה צו שפירן די קדושה פון יום טוב און מען ווארט אויפן יום טוב. אלע קענען מעיד זיין אז זייט מען איז ביים רבי'ן האט דער יום טוב אלע טעמים; פאר מען איז געקומען צום צדיק איז יעדע יום טוב געווען א אנגעצויגענע צייט, אבער אז מען איז ביים רבי'ן, מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען פאלגט דעם רבינ'ס עצות, איז יעדע יום טוב א פרייליכע צייט.


דער יצר הרע ציטערט זייער ווען עס קומט יום טוב. ער ווייסט אז א גאנץ יאר זענען אידישע קינדער פארפלאגט מיט פרנסה וכו', עס קומט נישט אויס קיין צייט צו פארברענגען מיט די קינדער און יום טוב וועט דאך ארויס קומען דעם אמת ווער דער איד איז און אלעס וואס ער האט מלשין געווען אויף אידישע קינדער וועט אוועק פאלן און זיין גאנצע ארבעט וועט צונישט ווערן, ווייל מען וועט זעט ווי אידן פארבענקען זיך צום אייבערשטן יום טוב וכו', מען נעמט אויף דעם יום טוב מיט אזא שיינקייט, מען גרייט זיך און מען פרייט זיך וכו', דערפאר מאכט ער אן אנגעצויגנקייט.


דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט פארציילט א מעשה. אז עס איז געווען א איד וואס האט זיך נישט געקענט צוזאמנעמען און ער האט נישט געקענט טרעפן זיינע חפצים אינדערפרי. עס האט אים גענומען שעות יעדן אינדערפרי ווילאנג ער האט געטראפן אלע זיינע קליידער וכו', האט אים איינער געגעבן אן עצה אז ער זאל אראפשרייבן יעדן טאג פאר ער גייט שלאפן אויף א צעטל וואו ער לייגט יעדע זאך, אזוי אז אינדערפרי וועט ער אלעס טרעפן. ער האט אזוי געטון; ער האט אראפ געשריבן אויפן צעטל אז די הוט ליגט דא, דער רעקל לייג איך דא, מיינע הויזן הענגט דארט און מיין מאנטל דארט וכו' וכו', אינדערפרי וועקט ער זיך אויף און ער גייט איבער דעם צעטל, ס'איז ממש א מחי', ער האט געטראפן יעדע זאך. אבער ער הייבט אן שרייען: "רבונו של עולם, מיינע חפצים ווייס איך וואו עס געפונט זיך, אבער וואו בין איך אליין?!"


זעט מען פון דעם א מורא'דיגע זאך, ווען עס קומט יום טוב און א מענטש גרייט זיך אן מיט אלע פיטשעווקעס און אלעס קלאפט, נייע וועש, נייע בעקיטשעס, נייע קאך וכו' וכו'; אבער דער מענטש אליין איז נישט דא, דער מענטש איז פיל מיט עצבות און מרה שחורות, ער איז צוקריגט מיט די משפחה, אנגעבלאזן וכו'.


איין יאר ערב סוכות האט ר' נחמן טולטשינער געהאלפן ר' נתן אויפצושטעלן די סוכה, ווען ער האט געענדיגט האט ער זיך אויסגעדרוקט פאר ר' נתן: "אז מען ארבעט אליינס אויפצושטעלן די סוכה שפירט מען אן אנדערע טעם אינעם יום טוב", האט אים ר' נתן געזאגט: "דאס האסטו נאך נישט פרובירט, צו בעטן ערב סוכות פונעם אייבערשטן: 'רבונו של עולם איך וויל שפירן א טעם אינעם יום טוב סוכות', וואסערע טעם מען שפירט דעמאלט אינעם יום טוב סוכות"; אן תפילה האט גארנישט קיין טעם, וויפיל מען פרובירט אריין צו לייגן כוחות וכו', אויב נעמט מען נישט אריין דעם אייבערשטן, האט עס יענעם טעם.


דאס איז נישט דוקא ביי די מצוה פון סוכה. דאס זעלבע איז ביי יעדע יום טוב און ביי יעדע מצוה; ווי מער א מענטש בעט דעם אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו א שיינע יום טוב און צו א פרייליכע יום טוב, האט ער א שיינעם יום טוב.


מוהרא"ש פלעגט פארציילן יעדעס יאר פסח די מעשה פון ר' דוד ממיקולייב זכר צדיק לברכה, א תלמיד פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פארן הייליגן בעל שם טוב. ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'; אויפן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביים גרעניץ, ר' דוד האט זייער געהאפט אז מען גייט נישט עפענען דעם טייערן פאס, אבער צו זיין גרויס ווייטאג האט דער גרעניץ וועכטער געעפענט די וויין און עס געמאכט יין נסך. למעשה איז ער צוריקגעקומען צום הייליגן בעל שם טוב מיט ליידיגע הענט, און ער איז געווען זייער צובראכן פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטער אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פארן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.


זעט מען פון דעם אז אן תפילה איז א שאד די הארעוואניע; דערפאר זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דו זאלסט נישט נכשל ווערן מיט חמץ חס ושלום און אז דו זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב פסח, אזוי וועסטו זיכער האבן א פרייליכע יום טוב.


איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס צו בעטן ביז יום טוב פסח:


"הייליגער באשפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו מקבל זיין דעם הייליגן יום טוב בשמחה ובטוב לבב און איך זאל זוכה זיין צו ווערן אפגעהיטן און נישט נכשל ווערן אין א משהו חמץ. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל מיר פרייען א גאנץ יום טוב, איך זאל מיך נישט אויפרעגן אויף מיין משפחה און איך זאל ליב האבן צו פארברענגען אין שטוב מיט מיין משפחה.


הייליגער באשעפער, יעדעס מאל ווען עס קומט א יום טוב ווער איך אנגעצויגן און איך שפיר ווי די מרה שחורה איז זיך אויף מיר מתגבר, עס איז ביי מיר אויסגעלאשן די ליכט פון יום טוב און איך שפיר נישט קיין שום טעם אין יום טוב.


העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך און צופרידן. העלף מיר איך זאל זיך נישט קריגן מיט קיינעם, איך זאל לעבן מיט אמונה און איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו מקיים זיין אלע מצוות פון יום טוב מיט א שמחה.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש איז פרייליך, ער טוט די מצוות פרייליכערהייט, איז א סימן אז ער איז אן ערליכע איד.

#105 - וואס קען איך טון אז כ'בין מיואש פון מיין לעבן?
תפילה והתבודדות, שמחה, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין מיואש פון מיין לעבן. איך גיי שוין צו טעראפי, עס העלפט מיר ב"ה, אבער אינעווייניג בין איך נאך צומישט, ממילא בלייב איך שלאפן ביז בערך 4:00 נאכמיטאג, און איך פיל נישט אז איך קען רעדן צום אייבערשטן.


וואס טו איך? אפשר קענט איר ארויסהעלפן?


יהושע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהושע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלע דיינע פראבלעמען וואס גייט אריבער אויף דיר איז ווייל דו ביסט נישט פרייליך; ווען דו וואלסט ווען געווען פרייליך וואלט דיר גארנישט געפעלט.


דער הייליגער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון מידת השמחה. ווייל ווען א מענטש איז פרייליך באקומט מען ישוב הדעת, און ווי מער מען איז פרייליך איז מען מער מצליח אין לעבן אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דער וואס איז שטענדיג פרייליך איז שטענדיג מצליח.


די נאטור פון א מענטש איז צו זיין טרויעריג, ווייל אויף יעדן גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן וואס דאס שלעפט אראפ דעם מענטש אין דאגות און אין מרה שחורה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "כִּי טֶבַע הָאָדָם לִמְשֹׁך עַצְמוֹ לְמָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת מֵחֲמַת פִּגְעֵי וּמִקְרֵי הַזְּמַן, וְכָל אָדָם מָלֵא יִסּוּרִים", יעדער איינער האט זיך זיינע שוועריקייטן אין לעבן וואס מאכט אים דערביטערט און צוגעלייגט, "עַל כֵּן צָרִיך לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", דערפאר דארף א מענטש פרובירן מיט אלע זיינע כוחות צו זיין פרייליך; מען דארף זיך פרייליך מאכן מיט וואס מען קען - אפילו מיט נארישקייטן.


מען קען נישט צו קומען צו שמחה נאר דורך תפילה; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך וועט ער צוקומען צו די העכסטע מדריגות וואס איז דא אויף דער וועלט.


שמחה פארברענט אלע קליפות, און מוהרא"ש זאגט אז דאס איז דער סימן ווי אזוי א מענטש קען זיך מעסטן צי ער איז ביי די קדושה צי חס ושלום ביי די טומאה, ער זאל קוקן אויב ער איז פרייליך. ווייל שמחה פארברענט אלע קליפות, וואס זייער גאנצער זאך איז עצבות ומרה שחורה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", עפר דאס איז עצבות ועצלות וואס דאס קומט פונעם יסוד העפר (עיין לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפט).


דערפאר זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דו זאלסט ארויס קריכן פון דיין עצבות ומרה שחורה און דו זאלסט שטענדיג זיין פרייליך, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


איך שרייב דיר דא א תפילה וואס דו זאלסט זאגן יעדן טאג:


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל ארויס גיין פון מיין דעפרעשאן, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטיות. איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפה'נען און נישט פון קיינעם מורא האבן. בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר אמן".

#104 - מיין ווייב איז דעפרעסט צוליב מיינע קינדער וואס פירן זיך נישט ערליך
שלום בית, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב עטליכע בחורים וואס גליטשן ליידער אוועק, איך פרוביר זיך אן עצה צו געבן און זיי מחזק זיין אז זיי זאלן זיך דערהאלטן, אבער יעצט קומט די שווערסטע פראבלעם אז מיין ווייב איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע פון דעם, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף יעדן איינעם גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן, עס איז נישט דא קיין מענטש בזה העולם וואס מוטשעט זיך נישט. אונזער ארבעט איז, מיר זאלן פרובירן מיט אלע אונזערע כוחות זיך צו שטארקן, זיך פרייליך צו מאכן.


איך בעט דיר זייער, שטארק דיר און זיי פרייליך, מאך פרייליך דיין ווייב; אז מען האט א שטוב מיט קינדער, דארף מען פרובירן מיט אלע כוחות אנצוגיין, אז די אנדערע קינדער זאלן דיר חס ושלום נישט אוועקפאלן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן סה): "כְּשֶׁאָדָם מְסַפֵּר לַחֲבֵרוֹ צַעֲרוֹ, צָרִיךְ הַשּׁוֹמֵעַ לְהַחְכִּים בִּשְׁעַת הַשְּׁמִיעָה, שֶׁלֹּא יָבוֹא עָלָיו הַצַּעַר הַזֶּה", ווען מען הערט ווי איינער דערציילט א צרה דארף מען זיין קלוג, און טראכטן: 'וואס קען איך טון אז דער צרה זאל נישט קומען אויף מיר'; דאס גייט אויך ארויף ביים מענטש אליין. ווען א מענטש זעט אז עס האט אים פאסירט א צרה, דארף ער טראכטן: 'ווי אזוי קען איך מאכן עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל'. ווען עלטערן זעען אז א קינד איז אוועק געפאלן פון אידישן וועג לא עלינו, דארפן זיי אכטונג געבן אז די אנדערע קינדער זאלן נישט מיט פאלן.


דערפאר זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב, זי זאל ווייטער זיין א פרייליכע מאמע, און אז זי וועט זיין פרייליך וועט זי דיר מחזק זיין; דער עיקר זייט אייך מחזק מיט אמונה פשוטה, איר זאלט נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, איר זאלט ווייטער פרובירן מיט אלע אייערע כוחות מחנך צו זיין אייערע קינדער בשמחה ובטוב לב.


שלמה המלך זאגט (קהלת יא, ו): "בַּבֹּקֶר זְרַע אֶת זַרְעֶךָ, וְלָעֶרֶב אַל תַּנַּח יָדֶךָ, כִּי אֵינְךָ יוֹדֵע אֵי זֶה יִכְשָׁר - הֲזֶה אוֹ זֶה, וְאִם שְׁנֵיהֶם כְּאֶחָד טוֹבִים"; מען טאר נישט ווערן צעפאלן ווען מען זעט ווי די ארבעט פון יארן איז אוועק געפאלן. קוק אן דער הייליגער תנא רבי עקיבא ווי ער האט זיך דערהאלטן; ער האט געהאט פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים, ער האט זיך מיט זיי געמוטשעט, ווער עס האט תלמידים ווייסט ווי שווער עס איז צו ארבעטן מיט תלמידים, מען דארף האבן כוחות עצומים, מען דארף האבן אייזערנע נערווען מען זאל נישט ווערן בכעס וכו', און אלע זיינע תלמידים זענען אויסגעשטארבן. וואס האט דער הייליגער תנא רבי עקיבא געטון? ער האט אנגעהויבן פון פריש, ער האט געעפענט נאכאמאל זיין ישיבה און ער האט אויפגעשטעלט פינף תלמידים וואס האבן ליכטיג געמאכט דער וועלט.


וואס האבן אונזערע זיידעס און באבעס געטון ווען דער ימח שמו'ניק האט אויסגע'הרג'ט זעקס מיליאן אידן, גאנצעטע משפחות זענען פארברענט געווארן, און עס איז בלויז איבער געבליבן (ירמיהו ג, יד): "אֶחָד מֵעִיר, וּשְׁנַיִם מִמִּשְׁפָּחָה"? זיי האבן אויפגעשטעלט פון פריש א נייעם דור. מיינע זיידעס און באבעס, אלע האבן זיי געהאט איינגעקריצט נומערן אויף זייער האנט, זיי זענען אלע געווען אין אוישוויץ, זיי פלעגן דערציילן ווי זיי האבן אלעס פארלוירן, זייער גאנצע משפחה, אבער זיי האבן זיך געשטארקט און אנגעהויבן פון דאסניי, די זענען די גרעסטע העלדן זייט דער וועלט שטייט. דאס זעלבע איז ווען א מענטש זעט ווי זיינע קינדער פאלן אים אוועק איינס נאכן צווייטן, טאר מען נישט אויפגעבן, מען דארף נאכמאכן רבי עקיבא, אנהייבן פון דאסניי.


איך האף אז דו וועסט זיך מחזק זיין און ווייטער דינען דעם אייבערשטן בשמחה ובטוב לבב, דו וועסט מחזק זיין דיין ווייב און איר פרייליך מאכן, וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער, עס וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#103 - זאל מען ארבעטן נאר אויף שמחה? ווי אזוי דינט מען דעם באשעפער מיט גשמיות?
שמחה, מדות טובות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבור הראש ישיבה שליט''א,


קודם יישר כח פאר'ן אוועקגעבן צייט צו ענטפערן שאלות, און יעצט וואלט איך געוואלט פרעגן עטליכע שאלות.


שאלה א', לויט ווי מוהרא''ש זאגט אז די ערשטע זאך זאל מען ארבעטן אויף שמחה, איז וואס זאל מען טון ביז מען איז קונה די מדה, זאל מען נישט ארבעטן אויף אנדערע זאכן ווי שלום בית און חינוך הבנים? עס קען דאך אדורך גיין יארן ביז מען איז קונה די מדה.


שאלה ב', אויך וואלט איך געוואלט פרעגן ווי אזוי קען מען האבן הכרת הטוב פאר'ן רבש"ע אויף דעם וואס ער האט באשאפן די נשמה וואס דעמאלט איז דא נהמא דכסיפא און ממילא מוז די נשמה אראפקומען דא אויף די וועלט און אדורך גיין אלע שוועריקייטן, סיי צדיקים און אוודאי רשעים. עס וואלט לויט די פראסטע שכל געווען בעסער אז די נשמה זאל בכלל נישט באשאפן ווערן, אזוי ווי די ספרים פרעגן וואס איז די גרויסקייט פון יציאת מצרים אז ער האט אונז אריינגעברענגט אין מצרים און די תירוץ וואס זיי ענטפערן כדי זיי אויס צולייטערן איז נישט שייך דא.


שאלה ג', איר דערמאנט אסאך אין אייערע שיעורים אז מען קען לעבן דא אויף די וועלט בגשמיות און דאך דינען השי''ת, עס נישט קיין סתירה, איז מיר שווער ווייל אין שו''ע שטייט סימן רל''א בערך, אז א מענטש זאל נאר טון אלע זיינע עניני גשמיים נאר אויב עס איז א צורך אין עבודת השם, צום ביישפיל נישט עסן אדער שלאפן מער וויפיל עס פעלט אויס.


א גרויסן יישר כח.


עקיבא יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד עקיבא יוסף נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "צְרִיכִים לְבַקֵּשׁ קוֹדֶם עַל מִדָה אַחַת, וּכְּשֶׁשׁוֹבְרִים אֶת הַמִּדָּה הַזּוֹ, אָז צְרִיכִים לְהִתְפַּלֵּל עַל מִדָה שְׁנִיָּה, וְכֵן לְבַקֵּשׁ בְּכָל פַּעַם עַל מִדָה אַחֶרֶת עַד שֶׁיְבַטֵל מִמֶּנּוּ אֶת כָּל הַמִּדּוֹת וְהַתַּאֲווֹת רָעוֹת", א מענטש זאל קודם נעמען איין מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און ווען ער האט שוין צעבראכן די שלעכטע מדה זאל ער נעמען נאך א מדה און בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, ביז ער וועט זוכה זיין צו צעברעכן אלע זיינע שלעכטע מידות.


שטעלט זיך די קשיא: ביי וועלכע מדה הייבט מען אן, אויף וועלכע מדה זאל מען בעטן ערשט? מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אז די ערשטע זאל מען בעטן אויף "שמחה", ווייל איינמאל מען איז פרייליך, פאלט שוין אוועק אלע מידות רעות און שלעכטע תאוות, און אז מען איז פרייליך, האט מען נישט אזויפיל פראבלעמען. דאס מיינט נישט צו זאגן אז א מענטש דארף נישט בעטן אויף שלום בית, אויף קינדער, און אויף פרנסה וכו' וכו', פארקערט, דער עיקר  שלימות פון התבודדות איז ווען דער מענטש רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי ער רעדט צו א גוטע חבר; אודאי דארף מען בעטן אויף גוטע קינדער, טייכן טרערן דארף מען פארגיסן צום אייבערשטן אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


נאר ווען א מענטש וויל אויסארבעטן זיינע שלעכטע מידות, און ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל האבן גוטע מידות, אויב הייבט מען אן מיט שמחה, פאלן אוועק אלע שלעכטס, ווייל ווען א מענטש איז טרויעריג און דעפרעסט, דעמאלט פאלט ער אריין אין כעס און אין שלעכטע מעשים, אזוי אויך ער פאלט אין קדושה, ווייל אלע פראבלעמען הייבן זיך אן ווען מען איז נישט פרייליך. דערפאר דארף א מענטש פרובירן מיט אלע זיינע כוחות צו זיין שטענדיג פרייליך, און שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זיין פרייליך.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס מען איז באשאפן געווארן וכו'; עס איז נישט כדאי אריין צו גיין אין די אלע חקירות וכו', ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵך אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה, קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדרייט דער וועלט, און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאך געגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַך", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין יג:): "נוֹחַ לוֹ לָאָדָם שֶׁלֹא נִבְרָא יוֹתֵר מִשֶׁנִּבְרָא, וְעַכְשָׁיו שֶׁנִּבְרָא יְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו", עס איז בעסער פארן מענטש ער זאל ווען נישט באשאפן ווערן, אבער יעצט אז מיר זענען שוין באשאפן געווארן זאל מען זען אריינצוכאפן ווי מער מצוות ומעשים טובים; דערפאר, אז דער אייבערשטער האט אונז באשאפן, דארפן מיר אים דאנקען און לויבן אן קיין חכמות וכו'.


ר' נתן האט געזאגט: ווען דער אייבערשטער זעט ווי א מענטש דאנקט און לויבט אים, זאגט דער אייבערשטער פאר די מלאכים: "קוקט אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט", און פארקערט אויך, ווען דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט זיך נישט אויף אפצורעדן, זאגט ער: "איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט".


דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי קען מען לעבן מיטן אייבערשטן צוזאמען מיט עולם הזה וכו', אמער עס שטייט דאך אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רלא) אז מען טאר נישט הנאה האבן פון עסן און שלאפן, און פון אנדערע הנאות; דיין קשיא איז דער תירוץ, קוק אריין דארט אין שולחן ערוך (שם) ווי דער מחבר רעכענט אויס אלעס וואס דער מענטש טוט - עסן, שלאפן, וכו' וכו', אז מען זאל אלעס טון מיטן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיך דָעֵהוּ". דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "ווי איז שייך תאוות, עסן דארף מען אז מען זאל קענען לעבן, שלאפן דארף מען כדי מען זאל קענען האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, און חתונה האבן דארף מען ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, ממילא ווי איז שייך תאוות?


דער רבי האט געזאגט, ווען ער זאל וויסן אין זיין יונגע יארן צו וואס מען קען צו קומען דורך התבודדות, וואלט ער זיך נישט מסגף געווען אין די אינגע יארן; דער עיקר דארף א מענטש אויסניצן זיינע טעג און יארן מיט לימוד התורה און תפילה.


דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע דרך הלימוד, א וועג ווי אזוי יעדער איד קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגער תורה. אפילו איינער וואס האט נישט קיין מח, און ער פארשטייט נישט קיין לערנען - קען אויך זוכה זיין צו ענדיגן כל התורה כולה אויב פאלגט ער דעם רבי'ן און הייבט אן לערנען כסדרן, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "הָעִקָּר הִיא הָאֲמִירָה, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר וּמִמֵּילָא יָבִין", דער עיקר זאל מען זען צו זאגן די ווערטער פון די תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, און ביים סוף וועט מען פארשטיין. דערפאר בעט איך דיר זייער, זיי קלוג און זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא און הלכה, נאר דאס וועט איבער בלייבן פון אונז, און נאר דאס מאכט פרייליך א מענטש, פון אלע חקירות און חכמות האט דער מענטש גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#102 - זאגן תיקון חצות נאכ'ן סדר נאכט?
שמחה, תיקון חצות, סדר נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי לאנג בערך דארף נעמען א סדר? און אויך וויל איך וויסן אויב מען זאגט תיקון חצות נאכ'ן סדר פאר מען גייט שלאפן?


איך וויל זיך באדאקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן מיך האלטן ביים לעבן, איך קען ממש נישט אנגיין אין לעבן אן די עצות און חיזוק, ובפרט די מוט און שטארקקיייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט מיר, דאס מאכט מיר ממש געזונט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ענדיגן שפעט אדער ענדיגן פרי - אין דעם איז נישטא קיין מנהג, דאס האט מיט יעדע משפחה.


לייג נישט דיין קאפ אין די קטנות הדעת, ווי שפעט ענק האבן געענדיגט די סדר אדער ווי אנדערע וואס טוען זיך אויף ווי פרי מען האט געענדיגט; לייג דיין קאפ אין גדלות המוחין, ליל הסדר איז אזוי הייליג, עס פלאקערט א פייער ביזן הימל, דער אייבערשטער מיט די גאנצע פמליא של מעלה קומען צו אונז זיך צו הערן ווי מיר מאכן די סדר נאכט, מען קען פועל'ן ליל הסדר אלע ישועות, מען קען זיך מתבודד זיין; דא א שטילע תפילה און דארט א שטילע תפילה, מען קען אזוי גוט אויסניצן די נאכט מיט בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע מצר-ים, אלע קטנות, אלע בלבולים, און זוכה זיין צו גדלות המוחין, דאס מיינט מען נאר טראכטן פונעם אייבערשטן.


תיקון חצות קומט נישט אויס צו זאגן, מוהרנ"ת פלעגט זאגן: "היות פסח ביינאכט איז די איינציגסטע נאכט וואס מען זאגט נישט תיקון חצות - האט מען אריינגעלייגט אין די נוסח הגדה ביים סוף דעם פיוט 'אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב, במהרה במהרה בימנו בקרוב', צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שוין צוריק אויפבויען דעם בית המקדש.


די פיוט לויפט לויט די א' ב', מען דאנקט דעם אייבערשטן מיט די א' ב'; ווייל מיר ווילן מתקן זיין אלע א' ב' וואס מיר האבן געניצט אויף נישט גוטע זאכן, אויף לשון הרע, רכילות, ליצנות און ניבול פה, וואס דאס אלעס איז גורם די גלות און עס האלט צוריק אז עס זאל געבויט ווערן דעם בית המקדש, און מיט דעם וואס מען לויבט דעם אייבערשטן לויט די א' ב' - איז מען מתקן אלעס.


פארגעס נישט פונעם עיקר, פון זיך פרייען אז מיר זענען זוכה צו מקיים זיין די הייליגע מצוות, און טון די מצוות מיט די כוונה צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, ווייל דורך שמחה איז מען זוכה צו קומען צו גאר הויכע מדריגות.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#101 - ווי אזוי מאכט מען א סדר אינדערהיים?
שמחה, כעס, פסח, סדר נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן מיט'ן ווייזן א וועג ווי אזוי צו מאכן פסח א סדר אינדערהיים?


איך בין פול מיט ספיקות; ווי אזוי זאגט מען די הגדה? שטייט, שנעל, מיט טייטש, אן טייטש? ווען דערציילט מען פאר די קינדער פון מצרים, פון פרעה און די צען מכות? בשעת די הגדה אדער ביי שלחן עורך? ווי אזוי ווייסט מען אויף זיכער וויפיל עס איז א כזית פאר זיך און פאר די ווייב, פון די מצות און די מרור? זאל איך האלטן א וואג אויפ'ן טיש, אזוי ווי אסאך מענטשן טוען, אדער נישט? איך טראכט אפשר אז דאס קען ברענגען צו נערווען ביים סדר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זאג די הגדה מיט חיות און שמחה, הויך אויפן קול. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רא) אז פסח שרייט מען ביים דאווענען און ביי די הגדה, אזוי באקומט מען מוחין צו וויסן און גלייבן אז דער איבערשטער איז דא; דאס איז דער עיקר, די אנדערע זאכן שנעל, שטייט, מיט טייטש, אן טייטש, דערציילן די מכות וכו' - דאס איז ביי יעדן איינעם לויט ווי עס שטימט מיט זיי, דער עיקר עס זאל זיין מיט שמחה און מיט חיות, וואס דאס איז דער עיקר; מען דארף געדענקען נישט צו מאכן פון עיקר - טפל און פון טפל - עיקר.


מען דארף נישט קיין וואגשאל, מען דארף נישט מאכן די נייע זאכן, דער עיקר איז די שמחה און די חיות אז מיר זענען זוכה צו זיצן נאך א פסח מיטן אייבערשטן מיט די גאנצע פמליא של מעלה. דער זוהר הקדוש איז מגלה (פרשת בא, דף מ:), פסח ביינאכט קומט דער אייבערשטער כביכול מיט אלע מלאכים צו אלע שטיבער, און זיי האלטן מיט די סדר נאכט ווי מען דערציילט די ניסים פון יציאת מצרים.


דער עיקר זאלסטו זיך היטן פון עצבות און כעס, ווייל פסח ביינאכט איז זייער א הייליגע צייט, און צדיקים זאגן, פארוואס רופט מען אן פסח ביינאכט די 'סדר נאכט'? ווייל עס קומט אראפ א הייליגקייט פון הימל און עס בלייבט אויפן גאנצן יאר, און ווי אזוי מען פירט זיך פסח ביינאכט - אזוי וועט זיין די יאר.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#100 - ווי אזוי בארואיגט מען די ערב פסח נערווען?
שלום בית, שמחה, עבירות, פסח, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב ליידט אויף די נערווען, די גאנצע ערב פסח טעג איז א שווערע אנגעצויגענע דורכגאנג.


יעצט וויל זי נאכנישט אנהויבן די ארבעט, ווייל זי האט נישט קיין כח. זי זאגט אז נאך אביסל גייט שוין אנהויבן און זי גייט עס מאכן אזוי ווי יעדעס יאר. אויב וויל איך אנהויבן פסח'דיג מאכן, איז זי נישט מסכים, און למעשה ווייס איך שוין אז ווען שוין ענדליך אנהויבן, וועט זי ווידער שוואך ווערן, און עס וועט זיך אנהויבן אלע פראבלעמען ווי געווענליך.


וואס טוט מען דא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען אויף יעדן איינעם זאגן אז מען האט מיט די נערווען; ווען מען איז נישט פרייליך האט יעדער איינער מיט די נערווען, מוהרא"ש זאגט, אויב מען האט נאר איין מאל געקוקט א שלעכטע זאך אדער חס ושלום פוגם געווען במעשה האט מען שוין מיט די נערווען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטות", אז מען זינדיגט האט מען מיט די נערווען.


שמחה איז די עצה פאר שטארקע נערווען; מאך פרייליך דיין ווייב, מאך א גוטע לופט אין שטוב, העלף איר מסדר זיין דאס פסח מאכן, צעטייל עס אין טעג; היינט דער שטוב, מארגן א צווייטע שטוב, איבערמארגן זיך אפריען, און נאכדעם די חלק קאך, און אזוי ווייטער; העלף מאכן סדר אין מח, אז מען דארף נישט אלעס מאכן אין איין טאג.


עס שטייט אין פסוק (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס פון אלע קטנות און בלבולים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י): "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", דורך זיין פרייליך גייט מען אריין אין א נייע וועלט, אין א פרייע וועלט, מען גייט ארויס פון אלע נערווען, מען ווערט אן אויסגעלייזטער, מען גייט ארויס פון די אייגענע גלות, די מח ווערט פריי; זאלסט פרייליך מאכן דיין ווייב וועט זי האבן כח ארויסצונעמען די חמץ און אריינברענגען די פסח, ווייל אויב חס ושלום מען איז נישט פרייליך - קען מען גארנישט טון, השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#99 - איז מיין מאן ערליך?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, שמחה, עצבות, מחשבות, חשדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס הויבט מיר ווידער אן אריינקומען אין קאפ די שלעכטע מחשבות אז אפשר איז מיין מאן נישט ערליך, אפשר קוקט מיין מאן אויף אנדערע, אפשר טראכט ער און דארף אנדערע, חס ושלום.


די שלעכטע מחשבות נעמען ממש איבער מיין מח און מיין לעבן, וואס קען איך טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא, שבת פרה, י"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין געזונטע מחשבות צו טראכטן אז דער מאן קוקט אויף אנדערע און דארף אנדערע; עס איז עצת היצר הרע וואס וויל אוועק נעמען די שמחה און פארשווארצן דאס לעבן. מוהרא"ש זאגט, עס איז דא פרויען וואס האבן די מחשבות און דאס איז ממש ווי א קרענק, עס מאכט חרוב אלעס. איך בעט אייך זייער, קוקט נישט נאך אייער מאן, עס איז נישט פון די פליכטן וואס א ווייב האט, קוקט נישט זיין טעלעפוין; קוקט גוט, זוכט גוט.


אלע נישט גוטע מחשבות קומען פון עצבות ומרה שחורה, און די גוטע מחשבות קומען פון שמחה, ווייל דארט וואו עס איז דא שמחה - דארט איז דא קדושה; בשמח"ה איז די אותיות מחשב"ה (תיקוני זוהר תיקון כב, סז.), אז מען איז פרייליך רוט די שכינה ביים מענטש.


בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט ארויס קריכן פון די עצבות ומרה שחורה און איר זאלט שטענדיג זיין פרייליך, וועט איר זוכה זיין צו אלעס גוטס.


זאגט די תפילה יעדן טאג:


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד און נישט קיין גוי. העלף מיך אייבערשטער אז איך זאל ארויסגיין פון מיין דערביטערטקייט, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קוקן גוט אויף מיין מאן, איך זאל נישט חושד זיין מיין מאן אויף שלעכטע זאכן, איך זאל נאר זען דאס גוטס ביי אים, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטית. איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפ'ענען און נישט פון קיינעם מורא האבן, בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - בלייבן פארוויינט נאך התבודדות?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, שמחה, התבודדות, תודה והודאה, וויינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען מתוק מדבש, אזוי זיס און געשמאק, יעדע שיעור הויבט מיך אויף, איז מיר מחזק, און ברענגט מיר נענטער צום אייבערשטן, איך האב נישט די ווערטער צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן וואס האט אונז געשיקט דעם הייליגן רבי'ן מיט זיינע תלמידים.


איך בין מקפיד צו גיין יעדן טאג מאכן התבודדות, אבער כמעט יעדן טאג שטעל איך זיך אינדערמיט, ווייל איך הויב אן וויינען. איך הויב נאר אן צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק איך וויל זיין גוט, און איך הויב אן וויינען גלייך ווי א קליין קינד, און דערנאך ווען איך קום אהיים זע איך נישט אויס אין א גוטע מוט, מיין ווייב ווערט דערשראקן זי ווייס נישט וואס גייט פאר, וואס האט פאסירט מיט מיר, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


אסאך מאל ווען איך הויב אן שפירן אז עס קומט מיר טרערן, שטעל איך גלייך אפ די התבודדות און איך הויב זיך אן אונטערזינגען א פרייליכן ניגון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם רבי'ן, דו ביסט זיך יעדן טאג מתבודד, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה), די עבודה פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן - איז א וועג פאר יעדן איינעם, מקטן ועד גדול פון גרויס ביז קליין, און דורכדעם קען מען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


ווען דו ביסט זיך מתבודד זאלסטו געדענקען צו ענדיגן מיט א גוטע זאך, נישט בלייבן פארוויינט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז.): "מַתְחִיל בִּגְנוּת וּמְסַיֵּים בְּשֶׁבַח", מען הייבט אן מיט נישט שיינע זאכן און מען ענדיגט מיט לויבן דעם אייבערשטן; פסח ביינאכט ווען מען דערציילט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון און מען רעדט זיך אויס צום אייבערשטן - הייבט מען אן דערציילן: "מִתְּחִלָּה עוֹבְדֵי עֲבוֹדָה זָרָה הָיוּ אֲבוֹתֵינוּ", און מען ענדיגט צו: "אֲשֶׁר גְּאָלָנוּ וְגָאַל אֶת אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם"; אזוי דארף צוגיין התבודדות, מען הייבט אן דערציילן דעם אייבערשטן ווי מען זעט אויס און ווי מען האלט, ווי ווייט מען איז פון קדושה, אבער מען מוז ענדיגן מיט שבח, מען מוז ענדיגן: "רבונו של עולם איך גיי אנהייבן פונדאסניי, מעכשיו ווער איך אן ערליכע איד, איך גיי דיר זיין געטריי", און אזוי ווייטער.


דערצייל נישט אין שטוב דיינע איבערגייאכצער, און אז דיין ווייב פרעגט דיר פארוואס דו וויינסט, זאלסטו איר זאגן: "איך וויין פון שמחה, איך בין דאנקבאר דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אונז"; דערצייל נישט אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד און עס גייט דיר נישט, דיין ווייב קען זיך דערשרעקן וכו'.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#97 - ווי אזוי גרייט מען זיך צום יום טוב מיט רואיגקייט?
שלום בית, שמחה, פסח, יום טוב, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב בעט מיר איך זאל פרעגן אן עצה פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס דערנענטערט זיך די הייליגע ימים טובים פון פורים און פסח, און דאס דערמאנט איר וואס זי האט מיטגעמאכט לעצטע יאר אין די צייטן, ווי שווער זי האט זיך געמוטשעט, ווי שווער זי האט געארבעט, וויפיל לחץ און דרוק זי האט געהאט, ווי זי האט ממש געפלאצט און נישט געקענט פארנעמען די שוועריקייטן; און יעצט ווען עס קומט נאכאמאל, וויל זי נישט עס זאל זיך נאכאמאל איבער'חזר'ן די זעלבע, ווי אזוי קען מען זיין רואיג, זיך גרייטן צו די ימים טובים מיט א רואיגקייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומען די ימים טובים טעג, און מען דארף אנגרייטן די שטוב - דארף מען צעטיילן די ארבעט צווישן מאן און ווייב, די ווייב שטעלט אהער דעם יום טוב, אבער דאס קען נאר ארבעטן אז דער מאן מאכט איר פרייליך, אז ער קומט אהיים פרייליך, און מאכט צייט איר אויסהערן און אויסרעדן.


דיין ארבעט איז בארואיגן דיין ווייב און איר פרייליך מאכן, זיך מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, און זיך אינאיינעם איבערגעבן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט, זיך יעדן טאג איבערגעבן צום אייבערשטן, בפרט ווען עס קומט א שבת און א יום טוב דארף מען זיך פון פריש איבערגעבן צום אייבערשטן; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי וְשֶׁל בָּנַי וְהַתְּלוּיִים בִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף געב איך זיך איבער צום אייבערשטן, איך געב איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פארן אייבערשטן, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ. וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר, הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", עס איז זייער גוט זיך איבערגעבן צום אייבערשטן גלייך אינדערפרי, אזוי דארף איך נישט טראכטן נאכדעם 'צי איך האב גוט געטון און אפשר וואלט איך געדארפט טון פארקערט', ווייל אז איך האב זיך איבערגעגעבן צום אייבערשטן איז אלעס זיכער גוט, "וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת און יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב, לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד", אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.


מאך פרייליך דיין ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה, בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב; וועט זי קענען אויפנעמען אלע ימים טובים רואיג מיט שמחה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#96 - וואס טוט מען מיט קינדער וואס דרייען איבער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, שבת טיש, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


 איך האב געוואלט פרעגן צוויי שאלות וועגן מיינע קינדער אין שטוב, ברוך השם זייער וואוילע לעכטיגע קינדער, אבער יעצט ווען דער צווייטער ווערט שוין גרויס, הייבט ער אן פארפירן און ווילדעווען, און ער שלעפט מיט דער גרעסערן.


איינס, וואס טו איך אז זיי הייבן אן צו שפייען און זיי לאכן? אפילו ווען איך זאג זיי צו אויפהערן, און אפילו אז איך זאג זיי שטרענג, העלפט עס נישט, זיי לאכן נאך מער און שפייען שטערקער און מיט א גרעסערע חיות, און אז איך געב זיי א פאטש העלפט עס אויך נישט, נאר אויב איך נעם יעדן איינעם באזונדער אליין דעמאלט העלפט א פאטש, איז ריכטיג זיי צו געבן א פעטשעלע פאר דעם?


צווייטנס, אסאך מאל שבת הייבן זיי אן שלעפן דעם טישטוך, און אויך דעמאלט העלפט נישט גארנישט, אינדערוואכן האבן מיר נישט קיין טישטוך ביים עסן, קען איך זיי נישט אויסלערנען אז מען קען נישט שלעפן, נאר שבת, און דעמאלט פון איין זייט וויל איך נישט מאכן שטרענגע סעודות און זיי דארפן אסאך אנשרייען, אבער פון די אנדערע זייט קערן זיי דאך איבער דעם טיש?


יישר כח אויף אלע שיעורים און בריוו, וואס העלפן און זענען מחזק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט קינדער קען מען נאר מצליח זיין אז מען איז נישט אנגעצויגן, נאר מען איז רואיג און פרייליך, נאר דעמאלט זענען די אויערן אפן; די קינדער שפירן דאס, די קינדער ווייסן דאס, און נאר אז דער טאטע אדער מאמע, און אזוי אויך אין חדר און אין שולע - אז מען איז רואיג, מען איז נישט אין נערווען - דעמאלט הערן זיי וואס מען רעדט, ווידעראום אויב מען איז גערעגט וכו' - העלפט נישט זאגן, העלפט נישט שרייען און אויך נישט שלאגן, (שלאגן טאר מען נישט; דער רבי האט אונז געזאגט נישט שלאגן קיין קינדער, און עס העלפט נישט).


איך האב באקומען זייער אסאך הדרכה פון מוהרא"ש ווי אזוי צו פירן א ישיבה, א חדר, מיידל שולע; וואס מיינסטו - וואס זענען די סודות? וואס זענען די טריקס? מוהרא"ש האט מיר אלץ געזאגט: "זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער אין ישיבה, אין חדר און אין מיידל שולע, נאר אזוי וועסטו מצליח זיין", אויך האט מיר מוהרא"ש געגעבן די עצה אז יעדע מאל איידער איך געב א שיעור פאר די תלמידים זאל איך זינגען מיט זיי, אזוי וועט זיך עפענען זייער הארץ, און נאר דאס ארבעט; אז עס איז פרייליך, אזוי זענען די אויערן אפן.


בנוגע די שבת טישטוך וכו', געב זיך אן עצה עס זאל זיך נישט אראפגליטשן; אדער קענסטו לייגן קליפס ביי די זייטן, אדער קענסטו אונטער לייגן א הארטע דורכזיכטיגע פלעסטיק און אויף דעם לייגן די ווייכע דינע פלעסטיק וואס מען בייט ביי די סעודות, דאס האלט די טישטוך אין פלאץ, אזוי איז דא כמה עצות, אבער דאס אלעס ארבעט נאר אויב מען איז פרייליך, אויב מען איז מיט די נערווען - העלפט גארנישט. אך און וויי א שבת סעודה וואס גייט מיט נערווען, עס ענדיגט זיך מיט מכות, און די ענדע ענדע איז אז די קינדער גייען אוועק וכו' השם ישמרינו.


בעט דעם אייבערשטן אסאך אויף שמחה און אויף קענען האבן א וועג מיט די קינדער, צו גוטע קינדער איז מען זוכה דורך בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד", עס איז געווען א כהן, "שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", זייער אן ערליכער איד, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת", ער האט געהאט צען קינדער, "שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", זעקס זין און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים", ער פלעגט יעדן טאג זיך אראפווארפן אויף דער ערד, וויינען און בעטן דעם אייבערשטן, "וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר", ער פלעגט אויפלעקן דער ערד מיט זיין צינג (דאס איז אן אויסדריק ווי איינער פארפירט און וויל עפעס פועל'ן) - "כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און קיינער זאל נישט צוקומען צו קיין עבירות, "אָמְרוּ, לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית", און מען דערציילט אויף אים, עס איז נישט אריבער קיין סאך צייט, נאך א קורצע צייט, "עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם", האט עזרא הסופר צוריק געברענגט אלע אידן קיין ארץ ישראל און אויפגעבויט דעם בית המקדש, און דער איד איז אויך געווען פון די וואס זענען צוריק געגאנגען קיין ירושלים, "עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - קומט אהיים צעלאזט
חינוך הילדים, שמחה, מדות טובות, חדר

תוכן השאלה‎

א אינגערמאן פרעגט:


יעדן טאג ווען אונזער זון קומט אהיים פון חדר, ארום פינף אזייגער נאכמיטאג, איז ער זייער צעלאזט און ער טשעפעט וכו', וואס קען מען טון? דאס איז א טעגליכע ערשיינונג, און מען דארף זיך באמת היטן פון אים...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

מען זאל אים פרייליך מאכן.

#94 - ווי אזוי העלפט מען דאס קינד מצליח זיין?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, מדות טובות, שולד געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים אין חינוך, איך לערן זיך אסאך פון די שיעורים, און איך האב זייער הנאה דערפון.


מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז העלפן מיט עטליכע שאלות אין חינוך.


א.    אונזער פינף יעריגע טאכטער איז זייער נישט קיין צופרידענע, זי איז נישט פרייליך מיט וואס זי האט, און אלץ האט זי טענות אויף יעדע זאך אז יענער באקומט מער, אלץ מוז מען איר צוגעבן נאך אביסל פון וואס מען טיילט; ווי אזוי קען מען איר אויסלערנען צו זיין פרייליך מיט וואס זי האט?


ב.    איך שפיר אז איך האב נישט א גוטע קשר מיט די טאכטער, זי האט אפילו געזאגט אמאל פאר מיין מאן אז מאמי פארשטייט איר נישט, פארשטייט זיך אז דאס מאכט מיר אסאך שולד געפילן, און דאס מאכט אז איך זאל איר לאזן טון אסאך זאכן מער ווי אנדערע.


ג.      אויך זאגט זי אסאך ליגנט, ווי אזוי קען איך איר העלפן מיט דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס וועט פארראכטן ווערן די צווייטע פראבלעם - וועט די ערשטע אויך פארראכטן ווערן; קלאפט זיך נישט אז איר זענט נישט א גוטע מאמע, דאס זיך אראפקלאפן איז די ערגסטע זאך, דאס נישט זיין פרייליך און צופרידן - דאס מאכט די קינד זאל נישט זיין צופרידן און נישט זיין רואיג מיט זיך.


קינדער ווערן געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן, און די עלטערן דארפן זיי העלפן דאס אויסארבעטן, יעדער מענטש האט זיינע זאכן וואס דארף ווערן פארראכטן און ווען מען איז יונג איז עס גרינגער אויסצוארבעטן, עלטערן דארפן העלפן די קינדער יונגערהייט אויסארבעטן די מידות.


אז דאס קינד האט טענות פארוואס א צווייטער האט מער וכו', זאגט מען פארן קינד: "עס איז נישט גוט קוקן אויף א צווייטן, מען ווערט נישט פרייליך און צופרידן דורכדעם וואס דער צווייטער האט יא אדער נישט", מען רעדט צום קינד פון קוקן אויף די גוטס, פון דאנקען אויף וואס מען האט יא.


אויך דארפן עלטערן אסאך בעטן פאר די קינדער, מען דארף בעטן פאר יעדן קינד באזונדער. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", ער האט געהאט צען קינדער - זעקס זין און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל, וּמִשְׁתַּטֵּחַ, וּמִתְחַנֵּן, וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים, וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אינעם בית המקדש, דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אין בית המקדש.


דער עיקר זאלט איר פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל מען קען נאר מצליח זיין מיט קינדער אויב מען איז פרייליך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דער וואס איז שטענדיג פרייליך איז שטענדיג מצליח; קינדער האבן ליב א פרייליכע שטוב, א פרייליכע מאמע, א פרייליכע מצב; זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג צו זיין פרייליך.


דא האט איר א תפילה צו זאגן יעדן טאג:


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיר אייבערשטער, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט השגחה פרטית, איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפע'נען און נישט פון קיינעם מורא האבן; בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - פארוואס איז מיין מאן אזא שלימזל?
חובות, התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שמחה, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי נעמט מען די כוחות ווייטער אנצוגיין? ווי לאנג נאך וועט אונז דער אייבערשטער אויספרובירן? מיין מאן קלאפט זיך, אז ער איז געבוירן א שלימזל, ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין, און מיט רעכט, ער באקומט נאר ניין'ס פון יעדע פרנסה אין וואס ער געט זיך איין, די חובות וואקסן יעדן טאג, ווי אזוי קען מען לעבן אזוי טאג איין טאג אויס?


אפשר קען ראש ישיבה שליט"א מיר ענטפערן און מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעצט איז אייער עבודת השם צו מחזק זיין אייער מאן, אים זאגן: "עס וועט נאך זיין גוט, עס וועט פאסירן א נס, עס וועט קומען שפע"; יעצט דארפט איר זיך ארויסשטעלן אלס דער שטארקער, נישט וויינען און נישט אראפקלאפן.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד פשט אויף וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב; אז אויב די ווייב איז קלוג, זי ווייסט וואס צו טון אין די צייטן וואס עס איז ענג; שטארקן איר מאן, אים מוטיגן - וועט אריבער גיין די טעג און עס וועט קומען עשירות, און אז די פרוי איז אויך בקטנות הדעת, זי שלעפט נאך מער אראפ די מצב, זי וויינט מיט, זי קרעכצט מיט, זי קוקט מיט א נישט גוטע אויג - דעמאלט ווי קען זיין עשירות? דאס זאגט דער רבי: 'עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה', דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב.


זארגט נישט וועגן די חובות, איר זאלט שמייכלען צו אייער מאן און אים געבן גוטע ווערטער, און ווען אייער מאן איז נישט אין שטוב - זאלט איר זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן אין אייער שפראך מיט די וועג ווי אזוי איר רעדט צו א גוטע פריינד, אים בעטן ער זאל ענק געבן שפע, ענק זאלן האבן פרנסה; וועט איר זיכער זען א גרויסע נס.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - וועלכע סארט תכלת איז די עכטע?
סיפורי צדיקים, רפואה, שמחה, ציצית, תכלת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די מורא'דיגע הארציגע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשיקט. עס האט מיר ממש אנגעווארעמט די הארץ, און מיך זייער מחזק געווען.


ברוך ה' אז בזכות דער ראש ישיבה שליט"א האב איך אנגעטון תכלת אויף די ציצית שוין איבער א יאר צוריק. לעצטנס האט מיר איינער אבער מסביר געווען אז די תכלת וואס רוב מענטשן גייען פון ראדזין איז נישט די עכטע, ווייל מען זעט קלאר ווי עס גייט אראפ די קאליר, עס איז אבער דא א נייע סארט תכלת וואס אויף דעם איז דא אלע הוכחות אז עס איז די עכטע תכלת און עס איז דא רבנים וואס גייען אויך מיט די נייע סארט תכלת.


האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל ווייטער גיין מיט די תכלת ראדזין אדער צו טוישן צו די נייע?


א גרויסער יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אנשי שלומנו פירן זיך צו גיין מיט תכלת אויף די ציצית; דאס קומט פון ווען דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט זיך געטראפן מיט הרב הקדוש רבי גרשון חנוך העניך מראדזין זכותו יגן עלינו, וואס אין זיין צייט איז ארויסגעקומען די תכלת, אין שנת תרמ"ח.


רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה האט געזאגט, ווען דער רבי האט געזאגט אז פון אים ביז משיח וועט שוין נישט זיין קיין נייע זאכן האט דער רבי געקרעכצט און געזאגט דאס ווארט: "אה... תרחם"; האט רבי אברהם געזאגט אז די כוונה פון רבי'ן איז אז עס וועט טאקע נישט זיין קיין נייע זאכן ביז משיח וועט קומען, אויסער די איין זאך, עס וועט נתגלה ווערן די זאך פון תכלת אין יאר תרח"ם, דעמאלט וועט ארויסקומען די תכלת וואס שוין אזויפיל יארן איז דאס נישט געווען.


בנוגע וועלכע תכלת צו גיין; מוהרא"ש איז געגאנגען מיט די ראדזינער תכלת, אבער מוהרא"ש זאגט עס איז נישט משנה וועלכע תכלת מען גייט, אמאל איז געווען א חשש פון כלאים האט מען געדארפט אכטונג געבן עס זאל זיין טאקע די כשר'ע, אבער היינט גייט מען מיט טליתים פון וואל, איז נישט קיין שום פראבלעם צו גיין מיט פתיל תכלת, אדרבה, דורכדעם קומט מען צו קוקן אויף די ציצית און מען איז מקיים די מצוות עשה פון "וּרְאִיתֶם אֹתוֹ" (במדבר טו, לט), און דורכדעם ווערט מען אפגעהיטן פון ניאוף, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ז), ציצית איז מסוגל צו געראטעוועט ווערן פון ניאוף.


דער עיקר זאלטו זיך פרייען מיט דיין ציצית, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שם): "סְגֻלָּה לְחוֹלֶה לְהִסְתַּכֵּל עַל הַצִּיצִית", ציצית איז א רפואה פאר אלע קרענק, און מוהרא"ש איז דאס מסביר לויט דעם רבינ'ס ווערטער וואס דער רבי זאגט (שם חלק ב, סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך; קומט אויס, אז מען קוקט אויף די ציצית, מען זעט זיך אנגעטון מיט די הייליגע מצוה, און אפילו מען איז טאקע ווייט פון קדושה וטהרה, אבער 'ציצית גיי איך דאך יא'; מיט דעם ווערט מען פרייליך, און אזוי ווערט מען פטור פון אלע מחלות, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#91 - זיצן א האלבע שעה ביי חנוכה ליכט?
חינוך הילדים, חנוכה, שמחה, משפחה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד די ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט יעצט די חנוכה טעג, און איך דערמאן זיך אז יעדעס יאר ווען איך קום אהיים נאך א גאנצן טאג און איך בין אפגעמוטשעט און הונגעריג, איך זינג אפאר מינוט זמירות, און איך האב נישט קיין כח צו זיצן ביי די לעכט א האלבע שעה. ביי מיין טאטע אבער איז געווען ממש אן הלכה אז מען גייט נישט אוועק פון די לעכט פאר א האלבע שעה, מען זינגט און מען טאנצט ביז א האלבע שעה צום ווייניגסטנס, וויל איך פרעגן צי איך זאל זיך אנשטרענגען מיט אלעם צו זיצן א גאנצע האלבע שעה ביי די לעכט?


יישר כח פאר אלע חיזוק און הדרכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


יא, שטרענג זיך אן צו זיצן ביי די לעכט פאר א האלבע שעה, זינג און טאנץ מיט דיין משפחה אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז, און וואס ער טוט מיט אונז אין יעדן דור. אז דו ביסט זייער הונגעריג קענסטו ביי די לעכט עפעס טועם זיין, אויך מעג מען טועם זיין פארן צינדן די לעכט, נאר נישט קובע זיין א סעודה.


דער עיקר זאלסטו מאכן געשמאק די מצוות, דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה", ווער עס טוט די מצוות פרייליכערהייט, "זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", איז דאס א סימן אז דער מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער האט ליב דעם אייבערשטן, ער פרייט זיך מיטן אייבערשטן; דאס וועט אריינגיין אין דיינע קינדער, זיי זאלן בלייבן ערליכע אידן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#90 - ווי אזוי קוקט מען גוט אויפ'ן לעבן?
שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף אן עצה צו זיין פרייליך. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א שיינע בריוו אז דאס לעבן ליגט נאר אין מיינע הענט, עס איז נישט די מאן און די קינדער, עס איז נישט די שכנים און אנדערע, עס איז נאר אז איך אליין דארף אנהויבן קוקן גוט אויפ'ן לעבן, און דעמאלט וועט מיר ווערן גוט אין לעבן; איך ווייס אבער נישט וואס צו טון צו ווערן פרייליך.


אסאך מאל שפיר איך זיך אזוי שטארק צעבראכן, איך פיל אז קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער, קיינעם אינטערעסירט נישט וואס איך לייד.


איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן, איך פרוביר אזוי שטארק אים צו דערציילן אלעס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, אבער איך שפיר נישט אלעמאל ווי מען הערט מיר אויס, חס ושלום, און דאס מאכט אז איך זאל זיך נישט קענען אלעס אויסרעדן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר שרייבן א תפלה צו קענען בעטן דעם אייבערשטן צו זיין פרייליך, צו קוקן גוט אויף מיין לעבן, צו קוקן גוט אויף מיין מאן, נישט צו מקנא זיין א צווייטן, נישט פרובירן זיך צוצוגלייכן צו א צווייטן?


יישר כח פאר'ן מיר פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, יישר כח פאר'ן מיר לאזן דערציילן אלעס וואס שטערט מיך, אן דארפן מורא האבן צו ווערן אוועקגעווארפן און אראפגעקוקט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דא האט איר א תפילה אויף שמחה, בעטס די תפילה יעדן טאג און אפילו אפאר מאל א טאג, ביז איר וועט זוכה זיין צו זיין פרייליך. מוהרא"ש זאגט, אנשטאט צו בעטן באזונדער אויף פראבלעמען - זאל מען בעטן דער עיקר אויף שמחה, וועלן ממילא אלע פראבלעמען אוועק פאלן.


אויך איז וויכטיג צו וויסן אז דאס גייט נישט אין איין טאג, מען דארף האבן סבלנות, בעטן און בעטן ביז מען איז זוכה צו פארטרייבן די עצבות ומרה שחורה.


דא האט איר די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, נעם אוועק פון מיר די דעפרעסיע און שווארצע וואלקענס, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - ווי אזוי היילט מען פחדים און פאניק אטאקעס?
רפואה, תפילות אויף אידיש, אמונה, ספרי ברסלב, שמחה, ניגונים, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין פול מיט שרעקעדיגע פחדים שוין א שטיק צייט, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א געוויסע שטארקע פחד וואס איך האב געהאט, און דערנאך באקום איך פאניק אטאקעס פון דעם.


איך ווייס אז עס קומט פון נישט האבן אמונה, דעריבער האב איך אנגעהויבן הערן ניגונים פון אמונה, איך האב אנגעהויבן ליינען "עצתו אמונה", אבער עס העלפט מיר נישט, לעצטנס האבן זיך די פחדים גאר שטארק צושפילט, יעדן טאג פון עפעס אנדערש. איך הויב זיך אן ווארפן פאר פחד, מיין הארץ הויבט אן קלאפן זייער שנעל, און דערנאך זייער שטייט, נישט אויפ'ן ריכטיגן ריטעם, און איך דארף ארבעטן גאר שווער אויף מיר זיך צו בארואיגן. די פחדים גייען נישט אוועק, זיי קומען צוריק יעדן טאג פאר אן אנדערע סיבה.


וואס קען איך טון? איך בין קיינמאל נישט געווען אזוי, ווי אזוי קען איך לעבן א רואיגע לעבן? ווי אזוי קען איך האבן א נארמאלע לעבן אן די שרעקליכע פחדים יעדן טאג? איך וויל פשוט זיין רואיג און פרייליך.


איך שפיר ווי איך ווער דערטראנקען אין פחדים, איך ווער אריינגעשלעפט אין אן ענדלאזער ים פון פחדים און איך זע נישט דעם ברעג ארויס, עס ווערט נאר ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, ווי אזוי קען איך זיך ארויסזען דערפון, ביטע העלפט מיר.


איך שרייב יעצט דעם בריוו אינמיטן די נאכט, איך קען נישט איינשלאפן פון פחד, און איך האף זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן א וועג ארויס פון די פחדים, צו קענען לעבן א רואיגע און געשמאקע פרייליכע לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד אז נאר יעצט ווען דו ווארפסט זיך פאר שרעק און דו קענסט קוים אטעמען, נאר יעצט צינדסטו אן ניגוני אמונה און האסט אנגעהויבן צוריק צו ליינען קונטרסים פון אמונה, א שאד אז דו טוסט דאס נישט אלע דיינע טעג; ווייל נאר אמונה היילט אויס די קרענק פון שרעק, פון ענקזייעטי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה), אז אמונה איז די היילונג פאר די שרעקליכע פיין.


קאנצעטריר דיך אויף די דריי זאכן וועסטו ווערן אויסגעהיילט:


1)    הער לעבעדיגע אידישע ניגונים, (גוי'אישע ניגונים מאכט ערגער, עס ציט אן די נערווען ה' ישמרינו), ניגונים פון אמונה, ניגונים פון האפענונג.


2)    ליין ספרים פון אמונה; היינט איז דא טויזנטער ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש געשטעלט און געבויט נאר אויף אמונה. מאך זיך א שיעור אין די ספר "אשר בנחל" אין אידיש, לערן יעדן טאג א בריוו, לערן אין א סדר, דאס וועט אויפבויען די אמונה, דאס וועט דיך היילן.


3)    יעדן טאג זאלסטו בעט א תפילה אויף אמונה, דאס האסטו א קליינע תפילה צו זאגן, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות:


"רבונו של עולם איך בין אזוי דערשראקן פון גארנישט און פון נישט, עס ציטערט מיר מיין גאנצע קערפער, יעדע מינוט פון א צווייטע שרעק, איך קען נישט אנגיין אזוי, עס כאפט מיר אן א פלוצלונגדיגע פחד, עס ווערט אזוי שטארק אז איך פארליר מיין אטעם, איך שפיר ווי די שלעכטע רוח האט מיך געכאפט, איך קען נישט ווייטער אזוי לעבן.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, אז איך זאל דיך שפירן יעדע רגע, איך זאל געדענקען אז דו ביסט דא, דו טוסט אלעס, איך זאל געדענקען אז איך בין אין דיינע הענט, אזוי ווי א קינד ליגט אין שויס פון די מאמע אן קיין שום זארג, און וואס די קינד דארף באקומט זי פון מאמע.


הייליגער באשעפער איך וויל זיין געזונט, איך וויל זיין רואיג, איך וויל זיין פרייליך, קענען אנגיין מיט מיין סדר היום, שלאפן ביינאכט און טון בייטאג אלע מיינע געברויכן, מאך מיך פרייליך, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות רבינו נחמן בן פיגא ותלמידיו הקדושים, אמן סלה".


א רפואה שלימה.

#88 - קויפן א טעבלעט, נאר מיטצוהאלטן די וועטער?
קאמפיוטער, שמחה, טעבלעט, וועטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ליג זייער שטארק אין די וועטער, דאס איז מיין 'האבי' און הנאה, איך בין זייער מקושר צו דעם, צו פארשטיין און מיטהאלטן די וועטער.


איך פלעג האבן א לעפטאפ אינדערהיים מיט א פילטער נאר פאר די וועטער, באנק, און אימעיל, ביז איך בין מקורב געווארן און געהערט ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מען זאל נישט האבן קיין שום אינטערנעט אינדערהיים, האב איך דאס אויפגעהערט צו ניצן און אוועקגעלייגט.


למעשה האב איך נישט קיין מנוחה, עס שטערט מיר זייער אז איך קען נישט מיטהאלטן די וועטער, עס איז שווער מסביר צו זיין אויף טעקסט וואס וועטער איז, עס איז אסאך אסאך טיפער ווי צו אנרופן די וועטער האטליינס; האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל קויפן א טעבלעט און האלטן נאר אין די קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זוך דיר נישט קיין צרות, נעם נישט קיין טעבלעט פאר די זאכן, זע עס זאל נישט אריינקומען די רוח סערה ביי דיר אין קאפ. מען קען ווערן אומגליקליך דורך דעם קאמפיוטער, אזויפול אומשולדיגע אינגעלייט און בחורים זענען געפאלן פון האבן א טעבלעט נאר פאר דעם און נאר פאר יענץ.


זע צו זיין פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו אומאן ראש השנה?
אומאן, תפילות אויף אידיש, ראש השנה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א מחזק זיין אויף דעם וואס איך האב נישט זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה? איך האב אזוי געהאפט און געדאווענט און געוויינט אויף דעם, איך בין אזוי צעבראכן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דאס איז דיין גאנצע צער, אז דו האסט נישט זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה; אנדערע האבן צער פון נארישקייטן, אנדערע האבן בכלל נישט קיין ווילן צו זיין ביים רבי'ן; פון דעם אליין דארפסטו זיך זייער פרייען, אז דו האסט ווייטאג פון דעם אז דו האסט נישט געקענט אנקומען די יאר צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


מיט דעם בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך מוסר נפש זיין צו זיין פרייליך. דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סו), דער עיקר איז די ווילן; ווי מער מען גליסט און מען וויל טון גוטס - איז מען זוכה צו דעם, און דו קענסט זיין זיכער אז דער אייבערשטער רעכנט דיר דיין ווילן, דיין בענקשאפט, דיין גליסטעניש - כאילו דו האסט דאס געטון, און חס ושלום טראכטן שלעכט און זיין דערביטערט.


הייב שוין אן מיט תפילות און געבעט פאר קומענדיגע יאר, דו זאלסט זוכה זיין צו זיין אין אומאן ראש השנה. דאווען יעדן טאג אויף דעם, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען צעברעכן די שווערע מניעות.


דער עיקר זאלסטו זיין פרייליך, זיי זיך מוסר נפש צו זיין פרייליך, בעט די תפילה יעדן טאג: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין צו נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


א פרייליכן שבת.

#86 - איבערטראכטן אלטע הלכה שאלות?
הלכה, תפילות אויף אידיש, ספיקות, שמחה, שאלות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין מנוחה פון אן אלטע מעשה. פאר עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט אסאך שאלות, און דעמאלט האב איך נישט אליין געפרעגט דעם דיין נאר מיין מאן פלעגט אלעס פרעגן. און נאכדעם האבן מיר אנגעהויבן ווארטן א שמחה, און ווען איך דערמאן זיך פון דעם האב איך נישט קיין מנוחה, ווייל איך טראכט אז ווען איך וואלט אליין געפרעגט וואלט מען מיר אנדערש גע'פסקנ'ט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די זאך פון איבער טראכטן נאכן פרעגן שאלות איז א שרעקליכע יצר הרע, דאס האט נישט מיט אידישקייט, דאס האט נישט מיט קדושה, דאס האט מיט די יצר הרע וואס וויל צעברעכן; ווייל אז מען האט געטון וואס מען דארף טון, מען האט געפרעגט ביים רב אדער דיין - טאר מען מער נישט איבער טראכטן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו זיין פרייליך, וועט איר האבן גוטע מחשבות. דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כב, דף סז.): "וְאַתְוָון בְּשִׂמְחָ"ה אִיהִי מַחֲשָׁבָ"ה", מחשבה איז די זעלבע אותיות פון בשמחה; דורך זיין פרייליך קען מען האבן גוטע מחשבות. אזוי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "עַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה" ווען א מענטש איז נישט פרייליך, "אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ" איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל, "וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ" מען קען נישט טראכטן גוט, די קאפ לויפט נעגעטיוו, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת" אבער ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען ער טראכטן גראד וכו'; ווייל ווען מען איז פרייליך איז דער מח ברייט אפן און נישט מצומצם.


 בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיך איך זאל זיין פרייליך, ביז איך זאל זיין אזוי שטארק פרייליך, איך זאל דיך שפירן אין אלע מיינע ביינער און אין אלע מיינע אדערן, די שמחה וועט קומען צו מיינע פיס און איך וועל טאנצן יעדן טאג פון גרויס שמחה אויף די גרויסע חסדים אז איך בין איד און אז איך קען טון דיינע מצוות.


אנא השם איך בעט דיר אייבערשטער, הרחק ממני את העצבות והעצלות, נעם אוועק פון מיר די דערביטערטקייט און די פוילקייט, העלף מיר איך זאל יעדן טאג רעדן מיט אנדערע פון דאס גרויסקייט פון שמחה, איך זאל זוכה זיין צו קענען פרייליך מאכן אנדערע, און אזוי וועל איך אליין זוכה זיין צו זיין פרייליך, און בזכות וואס איך וועל זיין אזוי שטארק פרייליך וועל איך נכלל ווערן אין דיר, ביז איך וועל קומען צו זען נאר דיך, איך וועל גארנישט זען נאר דיך.


העלף מיר הייליגער באשעפער איך זאל זוכה זיין צו האבן א קלארע לויטערע ריינע אמונה, איך זאל געדענקען אז עס איז גארנישט דא נאר דו באשעפער, און זיי מיר מוחל אלע מיינע עבירות, און איך זאל גארנישט וועלן נאר זיין מיט דיר, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#85 - וואס טוט מען אז מען איז צעפראסקעט און צעפלויגן?
תפילה והתבודדות, שמחה, סדר היום, ישוב הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אסאך ארבעט, און איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו האנדלען, איך פיל ווי עס טרעט מיך צו צו די נערווען. איך קען זיך נישט מסדר זיין און צוזאמנעמען, איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, יעדע זאך איז א גאנצע בארג, איך האב נישט קיין געדולד פאר גארנישט, און נאכדעם ליידן מיין טייערע ווייב און קינדער, איך דארף דער צדיק, דער דאקטער, זאל מיך אויסהיילן.


איך ווייס נישט וואס עס איז שוין ווייטער געשען מיט מיך, פון נעכטן ווען איך בין אויפגעשטאנען, איך בין פשוט צעפראסקעט און צעפלויגן, איך פיל ווי מיין מח פלאצט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין פראבלעם איז אז דו מאכסט נישט קיין התבודדות; וואלסטו געגאנגען אנהייב טאג א שפאציר (אדער אין א צימער, ווי אזוי עס ארבעט בעסער פאר דיר) - זיך אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן אלעס וואס ליגט אויף דיר צו טון, און אים דערציילט דיינע געפילן ווי דו שפירסט, ווי דו ווערסט צעקוועטשט - וואלט אלעס גרינגער געווארן; ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט ישוב הדעת, עס איז מסדר די מח.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י), ווען א מענטש איז נישט פרייליך פארלירט ער די ישוב הדעת, דער מח ווערט איבערגעשטרענגט, דאס מאכט אים שפירן ווי מען ווערט צעקוועטשט פון זאכן וואס דארפן ווערן געטון, און אז מען איז זיך מתבודד, מען הייבט אן דעם טאג מיט תודה והודאה, מען דאנקט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אידן און מיר זענען ביים צדיק, מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן - ווערט מען פרייליך און אז מען איז פרייליך האט מען ישוב הדעת, די מח קען פארנעמען גאר אסאך. אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", נאר אויב דער מענטש איז פרייליך קען זיין מח פארנעמען, ווייל שמחה מאכט פריי, מען לעבט אין א פרייע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#84 - פארוואס טראכט איך שלעכטע זאכן פאר'ן שלאפן?
סיפורי צדיקים, קדושה, אשר בנחל, שמחה, דרשות, שלאפן, שמירת עינים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך האלט אין משניות מער ביים סוף, און איך מאך ברוך ה' התבודדות.


לעצטנס ווען איך גיי שלאפן קומט מיר ארויף אין קאפ נישט איידעלע בילדער און אויסגעלאסענע פרויען, און עס איז מיר שווער צו איינשלאפן, איך וויל פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה אויף דעם.


אויך וויל איך בעטן אביסל חיזוק אויף לערנען גמרא, ביי משניות רוק איך זיך ברוך ה', ווייל איך זאג עס צופרי אויפ'ן באס, אבער גמרא זאג איך נישט געווענליך, וויל איך בעטן אביסל חיזוק אויף דעם.


אזוי אויך לעצטנס פיל איך זיך זייער אראפגעשלעפט און צעבראכן, איך רעג זיך אויף מיינע געשוויסטער, אבער איך ווייס נישט פארוואס, עס קען זיין אז אלעס האט א שייכות, אבער איך פיל זיך זייער צעבראכן.


איך וויל דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אלע שיעורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז גוט זאלסט זיך לייגן שלאפן מיט א מעשה ביכל פון צדיקים, אדער מיט די בריוו פון התחזקות וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין ספר אשר בנחל און דאס גלייכן, אויך קענסטו הערן א שיעור התחזקות און אזוי איינשלאפן, וועסטו האבן א הייליגע שלאף; עס איז גאר אנדערש ווען מען שלאפט איין מיטן רבינ'ס התחזקות, מיט אמונה און שמחה.


ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו היטן דיינע אויגן, און ווען דו ביסט אונטערוועגנס זאלסטו אריינקוקן אין א ספר, נישט מפקיר זיין דיינע אויגן.


עס שטייט פון צדיקים, אויפן פסוק (בראשית לח, כא): "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה", ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו קדושה? "הִוא בָעֵינַיִם עַל הַדָּרֶךְ", אז מען היט די אויגן אונטערוועגנס; ווייל אז מען היט די אויגן ווערט מען פרייליך, און מען איז זוכה צו ריינע מוחין, און מען איז פרייליך, מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם, און צו אלעס גוטס.


זיי פרייליך, טו אלעס אבי צו זיין פרייליך.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#83 - פארוואס טראכט איך אזויפיל שלעכטע מחשבות?
אמונה, ספיקות, שמחה, זעלבס זיכערקייט, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער, דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, און ש'כח ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר און פאר אלע אידן.


איך האב געוואלט עפעס זאגן, מחשבות וואס איך טראכט טאג און נאכט, עס זעצט אין מיין קאפ און עס לאזט נישט קיין מנוחה, מיין קאפ איז נישטא.


די מחשבות זענען ווי פאלגנד: איך פיל ווי איך האב זיך פיינט, איך וויל זיך צעפליקן און צערייסן, איך קען זיך נישט ליידן; נישט ווי אזוי איך זע אויס, נאר פאר ווער איך בין און פאר וואס איך טו, איך בין אזוי אויפגערעגט אויף מיר, פארוואס? ווייס איך נישט, סתם אזוי, איך פיל זיך ווי דער ערגסטער מענטש וואס איז פארהאן, ספעציעל ווען איך הויב אן וויינען אז איך טראכט די זאכן, פיל איך ווי איך וויל זיך אין דער ערד לייגן, די ערד זאל זיך עפענען און מיך באגראבן, ווייל איך בין אזוי נישט פרייליך. וואס געשעט ווען איך דערזע זיך אין אזא מרה שחורה און עצבות? איך הויב אן טראכטן אז עס איז א שאד מיך צו חתונה מאכן, ווייל א פרוי וואס איז נישט פרייליך צעגראדזשעט איר מאן, און אויך קען מען נישט געבן פון זיך, איז א שאד צו אנמאכן אזא צרה, און אויך זאגט דער רבי אז מען דארף שטיין ווייט פון עצבות און מרה שחורה און נאר זיין פרייליך, אבער אין מיין קאפ זעט נישט אויס ווי עס איז דא פאר מיר א מעגליכקייט נאך אמאל צו זיין פרייליך, ווייל שוין דאס איז עס, פרייליך קען איך נישט זיין.


איך ווייס גאנץ גוט אז די עצה פאר מיר איז נאר עס צו זאגן פאר'ן אייבערשטן, אבער איך האב א קשיא, פארוואס ווען איך בין נישט אזוי געדרוקט מיין הארץ רעד איך צום אייבערשטן א מחי', אבער יעצט ווען נאר דאס איז מיר נאך געבליבן צו טון, קען איך נישט ארויסרעדן קיין איין ווארט צום אייבערשטן פון דעם נושא, אנדערע זאכן יא, אבער דאס נישט.


איך פיל ווי איך גיי אונטער, איך פיל ווי איך קען שוין נישט דערהייבן מער, איך דערטרענק זיך יעדן טאג אין די ים פון די מחשבות, הלוואי זאל איך נאכאמאל אנהויבן מיין לעבן, איך פיל זיך ווי אויף א תלי', און ווי מ'גייט מיך אט אט הענגען.


וואס איז די מעשה מיט מיר? פארוואס טראכט איך אזוי? איך בין נישט אין ארדענונג, איך פיל ווי איך וויל שרייען צום אייבערשטן: "ראטעוועט!!!" אבער איך קען נישט.


איך אנטשולדיג זיך פאר'ן נישט ענדיגן די בריוו, אבער איך קען מער נישט שרייבן, עס איז פונקט גענוג, איך מיין אז איך דארף מער נישט שרייבן.


יישר כח נאכאמאל פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אנשטאט טראכטן אזוי סאך פון זיך, אויב מען איז יא אדער נישט, דארף מען ענדערש טראכטן פונעם אייבערשטן, מען דארף טראכטן 'עס איז דא א באשעפער וואס האט אלעס באשאפן און ער געבט אלעמען לעבן, ער איז אלעס און אלעס איז ער'; ווי מער מען טראכט פונעם אייבערשטן, ווי מער מען חזר'ט די הייליגע אמונה – אלץ מער פרייליך ווערט מען, און די נארישע מחשבות צי מען איז יאר ווערד אדער נישט, צי מען איז די ערגסטע מענטש אדער די בעסטע מענטש, די אלע זאכן ווערן בטל ומבוטל, ווייל ווי נאר מען חזר'ט אמונה – ווערט ליכטיג, די אויגן עפענען זיך אויף, מען הויבט אן זען די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, מען קען זיך מער און מער ליידן, ווייל אלעס איז אייבערשטער.


דערפאר בעט איך אייך, חזר'ט זיך אמונה, חזר'ט זיך 'אין עוד מלבדו', חזר'ט זיך 'ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה, שם אלופו של עולם'.


אויך זאלט איר אלעס טון צו זיין פרייליך, הערט לעבעדיגע נגונים פון אמונה, אויך טאנצט און שפרינגט, אויך מאכט זאכן וואס מאכן אייך פרייליך, ווייל שמחה איז די עצה פאר די נארישע מחשבות. העיקר זאלט איר זיך פרייען אז איר זענט א איד און איר טוט מצות פארן אייבערשטן, און אז דער אייבערשטער האט אייך ליב.


אויך מאכט יעדן טאג א צייט צו דאנקען דעם אייבערשטן. נעמט אפאר מינוט און דאנקט אים, וועלן די מחשבות אוועק פליען און איר וועט אנהויבן זיך זייער שטארק ליב האבן.

#82 - פארוואס בין איך כסדר חושד יעדן איינעם?
שלום בית, חינוך הילדים, שמחה, חשדות, א גוט אויג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי ווערט מען פטור פון טראכטן אויף יעדן מענטש אז ער טוט חלילה עבירות? אפילו ווען מיינע קינדער שפילן זיך אפאר מינוט צו שטיל, גיי איך שוין קוקן צי זיי שפילן זיך איידל. ווען מיין מיידל שפילט זיך מיט מיין פלימעניק, פינף זעקס יעריגע קינדער, בין איך די גאנצע צייט אנגעצויגן.


איך האב מורא עס זאל נישט שאטן מיינע קינדער'ס צוטרוי פון מיר צו זיי, און בכלל שטערט עס מיר מורא'דיג שטארק, איך וויל ארויסגיין פון דעם אינגאנצן.


איך האף דער ראש ישיבה האט ארויס דעם פראבלעם, כאטש עס איז נישט אינגאנצן ארויסגעברענגט.


יישר כח אויף די כסדר'דיגע חיזוק, בפרט מיט'ן באזוך אין ארץ ישראל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


טראכטן אויף יעדן איינעם אז עפעס טויג נישט איז נישט געזונט, און נאכלויפן די קינדער יעדע רגע, יעדע מינוט - איז אויך נישט געזונט, און עס וועט שאטן פאר די קינדער פאר זייער זעלבסטזיכערקייט; ווייל ווי אזוי מען קוקט אויף די קינדער - אזוי וואקסן זיי, און אז די קינדער שפירן ווי די עלטערן זענען נישט רואיג מיט זיי - וואקסן זיי אויף נישט רואיג מיט זיך, און אז די קינדער שפירן ווי די עלטערן האלטן פון זיי און זענען רואיג מיט זיי - וואקסן זיי אויף זייער געזונט.


איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז עס איז דא ביי געוויסע פרויען אזא זאך אז זיי געטרויען נישט זייער מאן, זיי לעבן שטענדיג מיט מחשבות 'אפשר קוקט מיין מאן אויף איינעם?' 'אפשר האט ער מיט איינעם?' 'אפשר רעדט ער מיט איינעם?' מוהרא"ש זאגט אויף דעם אז דאס איז א נישט געזונטע זאך, און אזוי אויך מיט קינדער; מען קען נישט טראכטן טאג און נאכט 'וואו זענען די קינדער?' און 'אפשר טוט איינער מיט זיי נישט גוטע זאכן?' דאס איז נישט געזונט.


דערפאר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל ארויסגיין די זאך פון אייך, איר זאלט נישט טראכטן טאג און נאכט פון די זאכן, בעטס דעם אייבערשטן צו האבן גוטע אויגן, קוקן אויף יעדן איינעם גוט, און נישט ארום גיין מיט חשדות, און אויך זאלט איר מתפלל זיין אויף שמחה, בעטן דעם אייבערשטן צו זיין פרייליך, ווייל שמחה נעמט אוועק די אלע נישט גוטע מחשבות.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.