שאלה אין קורצן ענין
#1822 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון די צוגעבינדענקייט צו מאוויס?
קדושה, תפילה והתבודדות, צרות, מאוויס, תשובה, שמירת עינים, סמארטפאון, סדר דרך הלימוד, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר חיזוק אנצוגיין אין לעבן, ווען נישט דעם וואלט מיין לעבן געווען פיל שווערער.


איך בין זיך מתבודד כמעט יעדן טאג, און איך האב א שטארקע רצון צו זיין אן ערליכער איד, איך געפין זיך ברוך ה' אין אן ערליכע משפחה, אבער אין מיין הויז מעג מען האבן סמארטפאונס, און ליידער קוק איך אויף דעם גאר שלעכטע זאכן, ספעציעל אין די בין הזמנים טעג ווען איך בין מער אינדערהיים קוק איך גאר אסאך שלעכטע זאכן דארט, און איך קען נישט אויפהערן מיט דעם, איך בין ממש צוגעבינדען צו דעם. יעדעס מאל איך בין זיך מתבודד לאז איך עס אפ פאר עטליכע מינוט, אבער גלייך נאכדעם פאל איך שוין נאכאמאל צוריק צו דעם.


איך ווייס און איך גלייב אז דער אייבערשטער איז דא, ער זעט יעדע זאך וואס איך טו, איך שעם זיך פון מיך אליין, אבער איך זיך ממש נישט שטארקן אויף די נסיונות, איך ווייס פשוט נישט וואס צו טון.


נעכטן האב איך געקוקט א מאווי, זייער שלעכטע זאכן, אלע דריי הארבסטע עבירות ליגן דערין, און איך האב זיך געשפירט זייער שלעכט. איך האב גערעדט מיט א חבר וואס קען אביסל קבלה ספרים און ער האט מיר געזאגט אז מען קען טאקע תשובה טון אבער עס איז זייער שווער, ווייל פון די עבירות ווערן באשאפן קליפות און שדים און עס איז דא א כף הקלע, און עס איז נישט אזוי גרינג תשובה צו טון, עס איז מיר געווארן שווארץ פאר די אויגן.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך קען זיך נישט אזוי גוט ארויסברענגען ווייל איך בין זייער צעמישט, איך ווייס נאר איין זאך אז איך דארף וויכטיג א גרויסע ישועה זיך ארויסצוזען פון די אלע שלעכטע זאכן אין וואס איך ליג. וואס טו איך? אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיך העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק נישט קיין מאוויס, הרג'ע נישט דיין לעבן. מאוויס איז זייער שעדליך, מען קען נישט האבן א גוטע לעבן אז מען קוקט מאוויס, מען באשאפט קליפות, שדים און מזיקים וואס שעדיגן דעם מענטש.


עס לוינט נישט צו קוקן מאוויס, מען פארלירט אלעס, מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט. מען ליידט שפעטער פון די קינדער, און אז מען איז פוגם בברית ליידט מען פון מענטשן. אזוי האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אונז אנטפלעקט, ווער עס איז פוגם במחשבה ליידט פון די קינדער, ווער עס איז פוגם בדיבור ליידט פון די ווייב און ווער עס איז פוגם במעשה ליידט פון מענטשן; פרעגט איך דיר, לוינט זיך די פאר מינוט תענוג צו ליידן א גאנץ לעבן פון די קינדער? לוינט זיך צו קוקן די נארישע אויסגעטראכטע מאוויס און ליידן צרות די גאנץ לעבן?!


מאך זיך א שיעור אין לערנען משניות, משניות צעברעכט תאוות ניאוף. אז דו וועסט זאגן משניות טאג נאך טאג, דו וועסט דאס טון מיט אן עקשנות - וועסטו ארויסגיין פון דיין פלאנטער, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.


זאג משניות כסדרן דוקא, זאג א פרק נאך א פרק, דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו ווייטער זאגן מיט עקשנות. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען א וועג צו לערנען, עיין שיחות הר"ן (סימן עו) וואו דער רבי זאגט: "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד", מען דארף נישט ביים לערנען, "רַק הָאֲמִירָה לְבַד", נאר זאגן די ווערטער, "לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", זאגן די ווערטער אין א רייע, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין. "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף" און אויב מען וועט נישט פארשטיין - "יָבִין אַחַר כָּךְ", וועט מען שפעטער, מיט די צייט - פארשטיין, עיין שם.


האב רחמנות אויף דיר און אויף דיין נשמה, קוק נישט מער קיין מאוויס; דאס איז אמת'דיג תשובה טון. אז מען לאזט אפ וואס מען האט געטון ביז אהער און מען האט חרטה - איז דער אייבערשטער מוחל, און אז עס וועט דיר אנהויבן ברענען צוריק די תאווה פון קוקן - זאלסטו גיין שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט נישט קוקן. נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפילה; גיי שריי צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, בעט אים ער זאל דיר העלפן זאלסט זיך קענען היטן דיינע אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1821 - וואס היט אפ א פרוי אויף יענע וועלט?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויב משניות היט אפ א מאן פון מייז און ווערעם אין קבר, דעמאלט וואס היט א פרוי? איך וואונדער זיך אלעמאל אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די גמרא פרעגט שוין די פראגע (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן"; אז פרויען זענען פטור פון לערנען תורה, עס איז נישט שייך ביי פרויען לערנען גמרא און משניות - איז וואס וועט זיי היטן אין קבר, און אויף וואס וועלן זיי באקומען שכר? דער ענטפער איז: "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא", מיט דעם וואס זיי ציען אויף די קינדער צו לערנען תורה, זיי שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה, "וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ דעם מאן ווען ער קומט אהיים פון לערנען, דאס וועט זיי היטן און אויף דעם וועלן זיי האבן שכר.


ווען א פרוי העלפט איר מאן זיין ערליך, זי העלפט אים ער זאל קענען גיין דאווענען דריי מאל א טאג און קענען האבן זיינע שיעורים, לערנען די הייליגע תורה - באקומט זי מער שכר פונעם מאן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אונז (ברכות, שם): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לַנָּשִׁים", דער אייבערשטער האט צוגעזאגט פאר די פרויען מער שכר, "יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", ווי מען האט צוגעזאגט פאר די מענער.


וואויל איז די פרוי וואס האט שכל און בויט אויף איר מאן, זי שטופט אים צו לערנען - וועט זי זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#1820 - וואס טו איך מיט א העלפער אין חדר וואס טוט געמיינע זאכן?
חינוך הילדים, קדושה, קינדער, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד תינוקות אין א געוויסע תלמוד תורה, און עס איז דא אן עוזר, א העלפער, וואס קומט אריין אין קלאס ביי הפסקה, און איך האב עטליכע מאל געזען ווען איך בין אריין אין קלאס אינמיטן הפסקה ווי ער זיצט מיט קינדער אויף נישט אן איידעלן אופן.


זאל איך אים מער נישט אריינלאזן אין מיין קלאס? אדער איז גענוג צו אריינצוגיין כסדר צו האלטן אן אויג, און אים ווארענען נישט צו טון וואס מען טאר נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד צו אים, זאג אים אז וואס ער טוט איז א סכנה, ווייל ער קען איין טאג אנקומען אין תפיסה.


הויב אן מיט גוטנס, און אז עס העלפט נישט רעדן - זאלסטו אים אוועק שיקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#1819 - בין איך מחויב צו טון אלעס אליין אינדערהיים?
שלום בית, סיפורי צדיקים, רפואה, סבלנות, תודה והודאה, קאמפלימענטס, קנאה, עונשים, יענער, א גוט אויג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך אביסל אויסרעדן איבער די שוועריקייטן וואס איך גיי אריבער אינדערהיים, אונזער שלום בית טויג נישט, עס איז נישטא קיין שטארקע ליבשאפט ביי אונז.


וואס קען איך טון אז איך שפיר זיך ווי דער משרת אינדערהיים, איך שפיר אסאך מאל ווי איך בין סיי דער טאטע און סיי די מאמע אין הויז, איך פארשטיי אז עס איז יעצט שווער פאר מיין ווייב צו טון אלעס, אבער איך שפיר ווי איך ווער צופיל אויסגענוצט, איך דארף אלעס מסדר זיין, צושטעלן עסן, רייניגן, און אזוי ווייטער, אלע זאכן וואס א געווענליכע פרוי וואלט ווען געדארפט צו טון אינדערהיים.


ווען די קינדער דארפן גיין צום דאקטער, דארף איך זיי נעמען, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג. איך בעט איר זי זאל כאטש מאכן דעם אפוינמענט ביים דאקטער, אבער זי פייפט מיר אן. איך קום אהיים און דאס קינד איז שמוציג ביז ארויף און איך דארף זויבערן און אפבאדן. ווען איך רוים אויף העלפט זי מיר אביסל, אין די צייט וואס עס וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט, וואס איך טו ווערט געטון, און וואס נישט נישט. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך דארף פשוט א נארמאלע הויז, וואו מען געבט זיך אפ נארמאל מיט די קינדער און מיט די הויז.


איך קום פון א נארמאלע צוזאמגענומע שטוב, אלס בחור האב איך געהאט גרויסע השגות, איך האב געהאט חלומות פון א שיינע באלעבאטישע שטוב, און למעשה איז גארנישט געווארן דערפון, אבער איך דארף כאטש א מינימאלע נארמאלע הויז, איך פיל ווי זי איז גארנישט גרייט צי טון פאר מיר. איך האב זייער ליב צי זען מיין ווייב אמאל שיין אנגעטוען ווי א אידישע פרוי דארף אויסקוקן, אבער איך האב דאס נאר ווען מען מוז גיין צו א שמחה, זי איז גאר נישט גרייט צו טון, איין טאג איז געווען א שיינע וועטער האב איך איר געפרעגט אויב זי וויל זיך אנטוען און ארויס גיין מיט מיר אביסל שפאצירן, אבער דאס אויך נישט.


איך טו פאר איר זייער אסאך, און פאר די הויז און די קינדער טו איך דאס רוב, ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבייט קומט עס זי זאל מיר מאכן עפעס א טרינקען אדער עסן, אבער עס איז פארקערט איך מאך איר א קאווע, שפעטער מאך איך איר עסן, איך פיל ווי עס איז נישט יושר, עס איז נישט אז אמאל איז געווען גוט און פשוט יעצט ווייל זי פילט נישט גוט קען זי נישט, ווי איך געדענק זייט די חתונה האב איך נאר געגעבן און גארנישט באקומען.


עס קומט נארמאל אז א פרוי זאל האבן א געשמאק אין אהערשטעלן א שיינע געשמאקע סעודה, האבן א טאלאנט אראפצולייגן א געשמאקע שיינע טעלער עסן צום טיש, זי איז אבער בכלל נישט אינטערעסירט אין דעם, אלעס איז א גאנצע טובה געטון. איך דארף זיך בעטן ביי איר, און איך שפיר ווי איך האב יעצט אויפגעשטעלט אן אלטע באבע וואס רירט זיך מיט די לעצטע כוחות, ווען זי בעט אבער עפעס פון מיר מוז איך עס גלייך טון אויפ'ן ארט מיט'ן גרעסטן חשק.


לאמיר זאגן חס ושלום אז איינעמ'ס ווייב איז נעבעך קראנק געווארן, זי קען גארנישט טון, און דער מאן איז איר געטריי, דעמאלט איז אנדערש, ווייל למעשה איז זי געווען געטריי פאר אים אלע יארן, און יעצט נעבעך איז זי קראנק. איך האב אבער גארנישט באקומען פון מיין ווייב. עס איז מיר זייער שווער, אסאך מאל טראכט איך אז עס איז מיר שוין געווען גרינגער אלס בחור, איך האב זיך געדרייט און געפרייט, יעצט ארבעט איך ביטער שווער אויפצושטעלן א משפחה.


איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער איך טראכט צוריק פון אלע מיינע חברים, איך האלט נישט אז זיי האבן אזוי שלעכט חתונה געהאט, איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר דאס.


איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט מקנא אנדערע. קלאפ ארויס פון קאפ אז ביי אנדערע איז בעסער, בעסער איז אין ערגעץ נישט, בעסער קען ווערן ביי דיר אין מח; אז דו וועסט אויפבויען דיין ווייב, אז דו וועסט האבן סבלנות - וועט דיר גוט ווערן, ביי דיר אין קאפ קען ווערן גוט.


א נארישקייט צו קוקן אויף אנדערע. דיינע חברים האבן גארנישט בעסער פון דיר, אז איינער וועט דיר זאגן ער האט יא שלום בית - איז דאס ווייל ער ארבעט אויף זיינע מידות און ער לעבט מיט אמונה, און אז דו וועסט חזר'ן די הייליגע אמונה, דו וועסט גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער; דו, דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין געלונגענקייט און איר נישט געלונגענקייט, אלעס איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט וועט דיר ווערן גוט, און ווי לאנג דו וועסט זיך עסן דיינע קישקעס אז דיינע חברים האבן שיינע ווייבער, דיינע חברים האבן שיינע שטובער - ביסטו א גרויס רחמנות.


וואס ווייסט א מענטש וואס איז גוט פאר אים? מען דארף גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, און אז דו האסט חתונה געהאט מיט איר - איז דאס דיין ווייב לויט דיין שורש נשמה און אויף דיר ליגט די ארבעט פון זוכן אין איר גוטס און איר פרייליך מאכן, דאס איז דיין מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אשה בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, דו ביסט נישט גערעכט; מיט אלעס ווי אזוי דו לייגסט אראפ דיין ווייב, מיט אלע אירע שוואכקייטן - ביסטו נישט גערעכט. ווייל מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן. דער מאן קען מאכן א גוטע שלום בית, דער מאן קען אויפבויען די ווייב און איר מאכן פאר די געלונגענסטע פרוי.


טייערער ברודער הער א מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן אונז, (שבת נג:): "מעשה באדם אחד שנשא אשה גידמת", עס איז געווען א מעשה, איינער האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "ולא הכיר בה עד יום מותה", און ער האט נישט געוויסט אז זי איז געלעמט ביז זי איז אוועק פון די וועלט, האט רבי חייא געזאגט, "כמה צנוע אדם זה שלא הכיר באשתו", עס מוז זיין אז דער מענטש איז געווען זייער איידל אז ער האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב איר גאנץ לעבן; עס איז אביסל שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין א מענטש זאל נישט זען און וויסן אז זיין ווייב איז א געלעמטע? און נאך איז שווער, וואס איז די מעלה פון נישט קוקן אויף די אייגענע ווייב? נאר קען זיין, פשט איז, אז זי האט יא געהאט הענט און ער האט געזען אירע הענט, אירע הענט האבן זיך געקענט ריקן, נאר זי האט נישט געמאכט און געטון, זי איז נישט געווען קיין באלעבאסטע, זי האט גארנישט געטון, און איר מאן האט דאס נישט געזען, ער האט געזען אירע מעלות. די גמרא רומט אויס דעם מענטש אז ער האט נישט געזען אירע חסרונות, ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב; דאס איז א גרויסקייט, דאס אז א צנוע, אז מען זעט נישט די חסרונות, מען שפירט נישט ווי מען האט א טויטע געלעמטע ווייב.


ברודער, די תורה פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) - איז דיין עצה. דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זוכט אויף גוטס, אפילו אין א רשע - ווערט יענער אויס רשע. דאס איז ביי יעדע זאך, אז מען זוכט אויף גוטס אין א צווייטן, אז מען זוכט גוטס אין די ווייב, מען קוקט נאר אויף די גוטס - וועט זי ווערן גוט. קוק אויף דיין ווייב ווי אויף א קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען קאכט, מען רוימט, מען מאכט און מען טוט, לערן איר אויס, בוי איר אויף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "ואינה כורתת ברית אלא למי שעשאה כלי", די ווייב ווערט איינס מיטן מאן וואס מאכט איר א כלי; א מאן וואס בויט אויף די ווייב, האט רחמנות אויף איר - וועט זי דיר ווערן געטריי, זי וועט דיר אלעס טון.


קלאפ דיין מויל, רעד נישט פון יענע מעשה, וואס ווייסטו וואס מענטשן ליידן אין לעבן מיט שווערע ביטערע מחלות? וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט דעם אלעם?! מוהרא"ש האט אונז דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל איינגעדרימלט און זיך גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש אויף דער וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#1818 - וואס טוט מען מיט די פורים געלט און חנוכה געלט פון די קינדער?
חינוך הילדים, קינדער, מורה דרך, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע קינדער האבן געלט וואס זיי האבן באקומען פון די זיידעס און באבעס, פורים געלט און חנוכה געלט, מיין צען יעריגע לייגט אוועק דאס געלט, מיין אכט יעריגע שפילט זיך דערמיט, טוישט עס אויף יעדע פאר טעג אויף קלענערע און דערנאך צוריק צו גרעסערע, און די פינף יעריגע וויל נאר קויפן זאכן און עס אויסגעבן אויף נארישקייטן.


מיין שאלה איז וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון, עס לאזן ביי זיי, אוועקנעמען פון זיי, אדער עס אוועקלייגן פאר זיי פאר שפעטערדיגע יארן?


איך האב שוין פרובירט עס צו נעמען פון זיי און אפשרייבן וויפיל זיי האבן ביי מיר, אבער יעדע פאר טעג בעטן זיי עס צוריק, אדער וויל ער עפעס קויפן דערמיט.


איך האב געזאגט פאר די קינדער אז איך גיי פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, און וואס ער וועט ענטפערן אזוי וועט מען טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס אליינס וואס דו האסט זיי געזאגט אז דו גייסט פרעגן און אזוי וועלן מיר טון - דאס איז זייער א שטארקע זאך פאר די חינוך פון די קינדער; דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן וואס עלטערן דארפן אויסלערנען און ווייזן פאר די קינדער - אז א איד פרעגט זיינע פראגעס; מען גייט צום דיין, צום רב, מען פרעגט. אזוי וועלן זיי טון, ווען זיי וועלן עלטער ווערן - וועלן זיי זיך זוכן א רב, א דיין, אן ערליכער איד - זאל זיי מדריך זיין.


לייג אוועק זייער חנוכה געלט און פורים געלט - ביז זיי וועלן עלטער ווערן, דעמאלט וועסטו זיי דאס געבן. עס איז נישט גוט קינדער זאלן האבן געלט און דאס אויסגעבן פאר נארישקייטן.


 דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#1817 - מעג מען צוגרייטן עסן צו פארקויפן אין חמץ פאר פסח?
הלכה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר ווארטן אויף א שמחה בשעה טובה ומצלחת נאך פסח אי"ה, האב איך געוואלט פרעגן וועגן פארקויפן חמץ; געווענליך גרייט איך צו פריער צו האבן מער עסן אוועקגעלייגט אין פריזער, און דאס מאכט מיר גרינגער שפעטער, אבער דאס מאל קען איך נישט וועגן פסח. וויל איך אבער וויסן אויב איך קען מאכן זאכן וואס זיך נישט ממש חמץ, אויף אוועקצולייגן און פארקויפן ביי מכירת חמץ, למשל רייז, קארן פלעקס, קראמבס פלייש, און דאס גלייכן. מעג מען דאס טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רייז, קארן פלעקס און באנדלעך - קענט איר אנגרייטן און פארקויפן, אבער חמץ - זאלט איר נישט אנגרייטן און פארקויפן, ווארפט ארויס אלע חמץ פון שטוב.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קענען אויסרוימען די חמץ פון מח, מען זאל נישט האבן קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה): "וְתַעֲשֶֹה מֵאוֹתִיּוֹת חָמֵץ מַצָּה, הַיְנוּ שֶׁלֹּא תַּחְמִיץ חָכְמָתְךָ", די קשיות - דאס איז חמץ, דאס דארפן מיר אויסרוימען, מיר זאלן נישט האבן קיין חמץ אין מח, נאר וויסן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אונז - איז פאר אונזער טובה, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#1816 - עטליכע שאלות אויף מנהגים אין בית המדרש אום יום טוב פסח
בית המדרש, מנהגים, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יום טוב פסח, האב איך געוואלט פרעגן עטליכע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק אום יום טוב פסח.


מעריב די ערשטע און צווייטע נאכט פסח, דארף מען ווארטן אויפ'ן זמן רבינו תם?


ספירת העומר, דארף מען ווארטן אויפ'ן זמן רבינו תם?


די צווייטע טאג פסח זאגט מען יוצרות ביי שחרית?


מנחה מוצאי יום טוב ראשון, וואס קומט אויס דאס יאר ערב שבת חול המועד, זאגט מען הודו?


און וואס איז וועגן זאגן כגוונא שבת חול המועד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בארא פארק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר פירן זיך צו זאגן "הודו" ביי תפילת מנחה ערב פסח, סיי די ערשטע טעג און סיי די צווייטע טעג. (ביי מנחה ערב שמיני עצרת זאגן מיר נישט הודו).


מען דארף נישט ווארטן צו דאווענען תפילת ערבית אויף זמן רבינו תם, און אזוי אויך דארף מען נישט ווארטן צו ציילן ספירה אויף זמן רבינו תם.


מיר זאגן די יוצרות דעם צווייטן טאג פסח ביי הויכע שמונה עשרה, אויסער דעם פיוט "שור אשר מאז", דאס לאזן מיר אויס, אויך דעם לאנגן פיוט פאר קדושה "בעשר מכות" - לאזן מיר אויס.


מיר זאגן נישט "הודו" ביי מנחה ערב שבת חול המועד, אזוי אויך ווען שבת געפאלט אסרו חג זאגט מען נישט "הודו" ביי מנחה.


מען זאגט נישט דעם שטיקל זוהר "כגוונא" - שבת חול המועד.


מיר פירן זיך צו דוכענען שבת חול המועד.


מיטל נאכט איז א צייט וואס מען יאגט זיך נישט און מען איז אויסגערוט, איז כדאי צו רעדן דבורי התחזקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#1815 - זאל איך העלפן מיינע עלטערן פסח'דיג מאכן, אפילו ס'איז מיר שווער?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, פסח, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק, וואס מאכט מיין לעבן זיס ווי האניג.


אלס בחור פלעג איך ארבעטן זייער שווער ביי מיינע עלטערן אינדערהיים פסח'דיג צו מאכן, זיי מאכן פסח'דיג יעדע פלאץ און יעדע שאפע אין הויז, אפילו פלעצער וואו עס איז נאך קיינמאל נישט אריינגעגאנגען דארט א ברעקל חמץ אין לויף פונעם גאנצן יאר, און איך בין געווען דער וואס האב געארבעט גאר שווער פאר פסח אלעס צו רוימען און וואשן, ווען איך בין אריין אינעם פסח האבן מיר די הענט און פיס זייער וויי געטון, יעדער האט זיך געשפירט ווי בני חורין אבער איך בין געווען צוהאקט און צוזעצט, כאטש וואס אויסערליך האב איך זיך געמאכט פרייליך, בין איך אבער אינעווייניג גארנישט געווען אזוי פרייליך.


יעצט האב איך ברוך ה' חתונה געהאט, איך האב יעצט נישט צופיל וואס צו טון און צוגרייטן אויף פסח, און מיינע עלטערן ווילן איך זאל ווייטער קומען דארט פסח'דיג מאכן ביי זיי און איך האב זייער נישט קיין חשק דערצו, וואס זאל איך טון?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן טאטע און מאמע, איז אודאי זאלסטו זיי העלפן; פריי זיך אז דו קענסט טון די מצוה פון כיבוד אב ואם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לא:) דער הייליגער רב יוסף איז געווען בלינד, ער האט נישט געזען ווען זיין מאמע קומט אריין, ער האט אבער זייער גוט געהערט, און ווען ער האט געהערט די קול פון די פיסטריט פון זיין מאמע פלעגט ער זאגן: "לאמיר זיך אויפשטעלן פאר די שכינה".


יעצט ווען דו האסט חתונה געהאט, דו האסט נאכנישט קיין קינדער, ביי דיר איז נישטא קיין סאך וואס צו טון אריינצוברענגען דעם יום טוב פסח - זאלסטו גיין צו דיינע עלטערן און זיי העלפן אריינברענגען דעם יום טוב פסח - מיט גרויס שמחה, אפילו עס קומט דיר אן שווער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1814 - זאל מען בארגן געלט צו קויפן א קלייד פאר די ווייב?
חובות, שלום בית, צדקה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פארגאנגענע יאר האט מיר נישט געפעלט קיין געלט ברוך ה', אבער יעצט בין איך אנגעקומען צו א מצב אז איך האב נישט קיין געלט, און כדי נישט אריינצופאלן אין חובות האבן איך אויפגעהערט צו נוצן מיין קרעדיט קארד, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז יעצט וועלן מיר נישט קענען קויפן זאכן וואס זענען נישט אזוי וויכטיג, ווען עס קומט אבער צו שטוב זאכן, ווי עסן און דאס גלייכן, לאז איך איר איינקויפן רואיגערהייט.


איך האב אנגעהויבן אביסל גיין נאך געלט יעדן טאג, און איך זאג א גאנצן צייט פאר מיין ווייב אז נאך אביסל וועט אונז גרינגער ווערן און מען וועט קענען אלעס איינקויפן.


יעצט דארף מיין ווייב האבן א נייע קלייד פאר א חתונה, איך האב איך איר געזאגט אז יעצט קענען מיר זיך דאס נישט ערלויבן און זי וועט מוזן בארגן פון איינעם א קלייד, און שפעטער וועט מען אפשר קויפן אויף פסח מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


מיין שאלה איז אויב אויף צו קויפן א קלייד פאר די ווייב דארף מען יא בארגן געלט, דארף מען אלעס טון אז זי זאל גלייך האבן די קלייד וואס זי דארף?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בארג געלט אז דיין ווייב זאל האבן א קלייד, און גיי נאך געלט; עס איז נישט קיין בזיון צו גיין נאך געלט, זיין שולדיג חובות - דאס איז די גרעסטע בזיון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1813 - די סגולה צו זאגן פרשת הנשיאים פאר א שידוך איז אויך פאר מיידלעך?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די סגולה פאר א שידוך צו זאגן פרשת הנשיאים, איז נאר פאר בחורים, אדער אויך פאר מיידלעך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם רבינ'ס תורות און סגולות איז פאר אלעמען, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1812 - ווי אזוי נעמט מען ארויס די פוילקייט פון די ווייב?
שלום בית, סבלנות, אמונה, אידישע שטוב, סדר היום, קאמפלימענטס, פוילקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זייער פיין חתונה געהאט, מיט א וואוילע און ערליכע ווייב, אבער זי איז זייער שטארק געשלאגן אין פוילקייט, אויף עפעס א נישט נארמאלן אופן. איך קום פון זייער א זויבערע און צוזאמגענומענע שטוב, און עס שטערט מיך זייער שטארק ווי ווייט פארקערט זי איז פון דעם.


שוין זייט מיין חתונה בין איך דער וואס רוימט אויף די הויז יעדע וואך, ווייל אויב נישט וועט עס נישט ווערן אויפגערוימט. איך וואש די געשיר ווייל אויב נישט וועט עס בלייבן שמוציג אין די קראן פאר עטליכע טעג. איך גרייט אן עסן אין שטוב, ווייל אויב נישט וועט עס קיינער נישט צוגרייטן. אויסער דאס וואשן וואש, טוט מיין ווייב כמעט גארנישט אינדערהיים.


איך האב שוין פרובירט אסאך מאל איר צו געבן גוטע ווערטער אויף וואס זי טוט יא, איך זאג איר א גאנצן צייט אז זי איז גוט און אז איך בין זייער צופרידן מיט איר, און אז עס שטערט מיר בכלל נישט ווי אזוי זי פירט זיך אויף, אבער באמת שטערט עס מיך יא זייער שטארק.


אויסער דעם וואס מיין ווייב האט ליב אריינצוציען די נאכט ביז אין די גאר שפעטע שעות און אויפשטיין ערשט איינסע אדער צוויי אזייגער נאכמיטאג, און עס שטערט מיך די פארדרייטע סדר היום.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן ווי פריער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס לעבן איז א שווערע זאך, עס איז בכלל נישט גרינג, מען קען זיך אבער גרינג מאכן אז מען נעמט אריין אין זיך אמונה, מען גלייבט אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן; די ווייב, די קינדער - אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, און אז מען האט אסאך סבלנות - קען מען זען שיינע זאכן.


מיט געדולד און ליבשאפט קענסטו איר אויפבויען אז זי זאל טון די שטוב ארבעט. עס לוינט זיך צו האבן סבלנות, צו קוקן גוט און איר אויפבויען. עס איז אפשר א לענגערע וועג, אבער עס איז פון די אנדערע זייט א גרינגערע וועג ווי צו נעמען די קורצע וועג און טראכטן פון זיך גט'ן, און נאכדעם דארפן אריבערגיין די לאנגע ביטערע וועג.


יעדער איינער מוטשעט זיך אין לעבן, נישטא איינער וואס ביי אים איז דאס לעבן גוט און גרינג, יעדער איינער מוטשעט זיך; נאר דער וואס אנטלויפט צום אייבערשטן און צו די תורה - דער לעבט א גוט לעבן.


דעריבער ליבער ברודער, זיי פרייליך, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט און זוך גוטס אין דיין ווייב. בוי איר אויף, שטארק איר, זאג איר אסאך גוטע ווערטער. פאר יעדע מאל וואס זי האט געהערט אלס קינד די שלעכטע ווערטער: "ביסט גארנישט ווערד", "פון דיר וועט גארנישט זיין", "טויגסט אויף גארנישט" - זאלסטו איר זאגן טויזנטער מאל: "ביסט יא", "פון דיר וועט נאך זיין שיינע זאכן", "ביסט אזוי גוט און אזוי וואויל" - אזוי וועט זי ווערן אויפגעבויט.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן זי זאל האבן חן אין דיינע אויגן און דו זאלסט נושא חן זיין ביי איר, עס זאל זיין שלום צווישן אייך; אזוי וועט די שכינה רוען צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1811 - וואס טוט מען אז די ערבות וואס איך האב גענומען עסט מיך אויף?
חובות, ערבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאך אלס בחור האב איך אמאל אונטערגעשריבן ערבות פאר איינעם, און זייט דעמאלט האב איך נישט קיין מנוחה פון דעם, איך דארף צאלן כסדר שווערע געלטער, און די ריבית וואקסט כסדר און מען קומט צונעמען זאכן פון מיר און איך הער נישט אויף צו צאלן און צאלן אויף די אלטע חובות און די ריבית פון זיי. מיין ווייב איז זייער ברוגז אויף מיר און איך האב נישט קיין געלט, וואס טוט מען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו נישט די זאכן מער, חתמ'ע נישט קיין ערבות פאר קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1810 - ווי אזוי קען איך ארויפקוקן מיין שווער?
שווער און שוויגער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שווער איז א חשובער איד, מיין מאן קוקט זייער ארויף אויף זיין טאטע און האלט שטארק פון אים, אבער איך אלס שנור איז מיר זייער שווער אים ארויפצוקוקן, איך זע נישט אלעס אבער פון דאס ביסל וואס איך האלט מיט זע איך טאקע אז ער האט אסאך מעלות אבער פון די אנדערע זייט זע איך אויך ווי ער ווערט נערוועז און אויפגערעגט, ווי ער העלפט ווייניג אינדערהיים, און דאס מאכט מיך שוועריקייטן אים צו קענען ארויפקוקן.


איך וויל נישט זיין חוצפה'דיג, אבער עס איז מיר באמת שווער ארויפצוקוקן מיין שווער, וואס קען איך טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס גייט אייך אן אייער שווער, איר דארפט אים נאר מכבד זיין און שוין.


אייער מאן - ער דארף האלטן פון זיין טאטע און אים ארויפקוקן, איר זאלט ארויפקוקן אייער מאן, איר דארפט נישט האלטן פון אייער שווער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1809 - וואס טו איך אז מיין ווייב הערט שיעורים פון חב"ד?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, לימוד התורה, ספרים, מוהרא"ש, אמת, חב"ד, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטע יאר בין איך געווארן מקורב צו ברסלב, און לעצטנס האט מיין ווייב אנגעהויבן גיין צו שיעורים פון חב"ד. איך האב אבער געזען פון איינע פון די משפיעים אז חב"ד איז שקר, וואס דארף איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס וחלילה צו זאגן אז חב"ד איז שקר, ווער עס זאגט אזוי - דער איז שקר, געב זיך אכטונג פון די וואס רעדן שקר.


דער הייליגער רבי איז געווען זייער באפריינדעט מיטן הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, אזויפיל סיפורים איז דא פון דאס ליבשאפט צווישן די צוויי צדיקים; ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און ער האט צוגעזאגט פאר'ן צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו אז ווען ער וועט צוריק אהיים פארן וועט ער גלייך גיין צום בעל התניא מאכן שלום צווישן זיי, און אזוי האט דער רבי געטון; גלייך ווען ער איז אנגעקומען צוריק, נאך איידער ער איז אהיים געגאנגען איז ער געפארן צום בעל התניא און ער איז דארט אויפגענומען געווארן מיט א גרויסע שמחה (עיין פעולת הצדיק, סימן רסד; שיח).


אויך איז דער בעל התניא זכותו יגן עלינו געקומען אויף א שבת צום רבי'ן (שבת פרשת יתרו, שנת תק"ע). ווען ער איז אנגעקומען נאנט צום שטאט ברסלב איז דער רבי ארויסגעפארן מיט אסאך תלמידים אים מקבל פנים זיין, און דער רבי האט אים זייער אויסגעלויבט וכו' (עיין פעולת הצדיק, סימן תתצב).


ווען עס איז געווארן די מחלוקת אויפ'ן רבי'ן האט דער בעל התניא זכותו יגן עלינו געזאגט: "איך בין נישט ווי די אלע וואס זענען מחזק רבי נחמן, נאר איך מיט אים זענען איינס, ווער עס טשעפעט רבי נחמן טשעפעט מיר וכו".


חס וחלילה צו זאגן אזעלכע ווערטער, נישט צו לערנען די הייליגע ספרים; דער רבי זאגט דאך קלאר אנדערש, דער רבי זאגט מען זאל לערנען אלע ספרים (שיחות הר"ן, סימן כח), מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געהאט ביי זיך אין צימער אלע ספרי חב"ד און זיי אלע געלערנט, ער פלעגט שטענדיג אויסרימען זייערע הייליגע ספרים.


דו זאלסט זיך שטארקן מיט'ן רבינ'ס ספרים און אז דיין ווייב האט חיות אין ספרי חב"ד זאלסטו איר מחזק זיין זי זאל ווייטער נעמען אירע חיזוק פון די הייליגע ספרים. אלע ספרים האבן איין ציל - ברענגען דעם מענטש צום אייבערשטן, אויפווייזן דעם מענטש ער זאל נישט זיין צעבראכן און מיואש, ער זאל נאכאמאל אנהויבן דינען דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט ווען ער האט געזען צום ערשטן מאל איינע פון די בענדער לקוטי הלכות, ער האט זיך אויסגעדרוקט: "אב אחד לכולנו", מיר האבן אלע איין טאטע; אזוי ווי צו זאגן אז אלע ספרים פון אלע צדיקים ברענגען אונז נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1808 - יעצט הויב איך אן כאפן וואס איך האב געהערט ביי אלע דרשות
התחזקות, שלום בית, חסידות ברסלב, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק זייער שטארק דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען אנצוקומען צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און הערן נאכאמאל און נאכאמאל די דרשות פון חיזוק און הדרכה, און ספעציעל איבער שלום בית, ווי אזוי זיך אויפצופירן אינדערהיים.


איך שעם זיך נישט מודה צו זיין אז איך האב אין אנהויב געמיינט אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט נאר זייער פשוטע זאכן, גרינגע זאכן, וואס יעדער מיט אביסל שכל פארשטייט עס אליין, און איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע פשוטע זאכן. יעצט אבער, ווען איך האב שוין חתונה געהאט ברוך ה', טרעף איך זיך פלוצלינג אסאך מאל אין פילע מצבים וואס דערמאנט מיר אין די דרשות און די געוואלדיגע שכל און הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס ליגט ממש אריינגעבאקן אין מיינע ביינער.


איך האב נישט ווי אזוי זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, איך קען נאר זאגן נאכאמאל און נאכאמאל, "יישר כח ראש ישיבה פאר מיין לעבן".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך ווייס נישט ווי אזוי מענטשן לעבן אן די עצות, שכל און חיזוק פון הייליגן רבי'ן; ווי געבט מען זיך אן עצה? ווי האט מען כח אנצוגיין? וואס טוט מען ווען מען פאלט?


מילא מיט זיך אליינס איז אויך שווער צו לעבן אן חיזוק, אבער מיט א ווייב? וואס טוט מען ווען די ווייב איז נישט אין א גוטע גוסטע? וואס טוט מען ווען די ווייב וויל נישט רעדן און ענטפערן וכדומה? ווי טוט מען זיך אהין?!


מיט'ן רבינ'ס עצות, מיט'ן רבינ'ס חיזוק - איז זייער גוט; מען האט א וועג ארויס פון יעדן פראבלעם, מען האט שכל ווען צו ענטפערן און ווי אזוי צו ענטפערן.


זיי מכבד דיין ווייב, רעד שיין און ווייך. ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות "שלום בית"; דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד) "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'. און רבי נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1807 - וואס טוט מען מיט חילוקי דעות צווישן עלטערן ווי אזוי מחנך צו זיין?
שלום בית, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אזוי, מיין זעקס יעריגע טאכטער איז זייער אן אומצופרידענע, ווי אויך פארגינט זי נישט ווען איר שוועסטער אדער שכן וכדומה באקומט עפעס, ווען דאס געשעט פרוביר איך צו זיין שטרענג און איר מסביר זיין אז מען קען נישט אלעס האבן וואס א צווייטער האט, און דאס גלייכן.


זי גייט צי א טערעפיסט אין שולע, מיין ווייב האלט איז זי דארף עס האבן וועגן אירע שווערע נאטורן, די טערעפיסט האט געזאגט אז מען טאר נישט זיין שטרענג מען דארף נאר ארויס ווייזן מיטלייד צו איר, כדי איר צו ווייזן אז מען פארשטייט איר.


אסאך מאל ווען איך ווער שטרענג מיט איר, איך שלאג נישט ברוך ה', געבט מיר מיין ווייב א וואונק אז איך זאל אויפהערן און נאר שאקלען מיט'ן קאפ און איר געבן גערעכט פאר אלע אירע טענות און פראבלעמען, איך וויל וויסן וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג ווי אזוי דאס צו האנדלען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווילסט וויסן דער סוד צו האבן גוטע קינדער? תפילה איז דער סוד פאר גוטע קינדער; אז דו ווילסט האבן גוטע קינדער זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר זיי.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג דערציילן די מעשה פונעם חפץ חיים. אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק אן אלטע תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


עס איז זייער וויכטיג אז דו און דיין ווייב זאלן זיין מיט איין דעה בנוגע די קינדער, דאס איז וויכטיגער פון אלעס; שלום בית איז זייער וויכטיג פאר די געזונט פון די קינדער, קינדער וואקסן אויף זיכער און געזונט ווען די עלטערן זענען איינשטימיג, ווען די עלטערן קריגן זיך נישט.


דעריבער איז זייער וויכטיג אז דו און דיין ווייב זאלן מחליט זיין ווי אזוי אומצוגיין מיט דעם קינד, ווי אזוי צו באהאנדלען די שווערע נאטורן. אידישע קינדער האבן א תורה, אונזער וועג איז נישט ווי די טערעפיסטן לערנען, די תורה וועג איז יא מחנך זיין די קינדער, זיי אויסלערנען דרך ארץ און טון וואס איז ריכטיג, און ווען קינדער פארפירן און ווילדעווען - דארף מען זיי אויסלערנען דרך ארץ.


אבער דאס קענסטו טון אז דיין ווייב איז מיט דיר, אז זי פארשטייט אויך אז דאס איז די אמת'ע וועג, זי וויל פירן א שטוב אזוי ווי אלע אידישע שטיבער; דער טאטע איז שטרענג, ער איז מחנך, און די מאמע קומט אריין מיט די גלעט און ווייכע ווערטער וכו'. אבער אז זי וויל גיין מיט די לינקע וועג פון גארנישט זאגן פאר די קינדער, זיי לאזן אויפוואקסן מיט די שלעכטע נאטורן - דעמאלט וועט דאס קינד זיין די כפרה הינדל צווישן דיר און דיין ווייב.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין שלום אין שטוב, זיך נישט קריגן מיט דיין ווייב; דעמאלט וועט שוין זיין נחת און אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1806 - דארף מען מאכן לייף אינשורענס?
מעביר סדרה, לייף אינשורענס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער "לייף אינשורענס", אויב דאס איז א זאך וואס מען דארף מאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לייף אינשורענס פעלט נישט אויס.


לערן יעדן טאג חומש מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די טאג פון די וואך; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, ביז די ענדע וואך זאלסטו האבן געלערנט שנים מקרא ואחד תרגום, דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר מַאֲרִיכִין לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1805 - וואס זענען די מנהגים פון שבת זכור?
התחזקות, בית המדרש, מנהגים, דאווענען, עבודת השם, פורים, שבת זכור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, אלס גבאי ביהמ"ד היכל הקודש, אויב ס'איז דא עפעס מנהגים אויף דעם שבת, שבת זכור, וואס די גבאים דארפן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, לדוגמא, לגבי זינגען אינטערעסאנטע ניגונים ביי לכה דודי וכדומה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל זיך נישט נאריש מאכן ביים דאווענען. אפילו שמחת תורה וואס עס איז דא מנהגים צו מאכן אינטערעסאנטע זאכן - האט מוהרא"ש געזאגט מען זאל נישט שטערן דאס דאווענען און נישט מאכן די זאכן.


שבת זכור איז דער מנהג צו זאגן יוצרות ביי הויכע שמונה עשרה, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין אויסצומעקן עמלק.


איידער מען גייט ליינען די פרשה פון עמלק איז כדאי אויסצורופן אז מען גייט יעצט מקיים זיין די מצוה פון מחיית עמלק, אזוי וועלן די עלטערן אריינרופן די קינדער, זיי האלטן נעבן זיך און זיי מחנך זיין מיט די מצוה.


אז עס קומט דיר אויס צו רעדן אין שול - זאלסטו רעדן די וואך בעיקר פון ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד און ווי טייער עס איז יעדע מצוה וואס מיר טוען, דאס איז מחיית עמלק. דאס איז די מלחמה וואס ער איז לוחם; ער וויל אונז צעברעכן, ער וויל אונז איינרעדן אז דער אייבערשטער דארף אונז נישט און ער איז ברוגז חס ושלום אויף אונז; דארפן מיר לוחם זיין און ארויסהאקן פון קאפ די טריפה'נע מחשבות, מיר זאלן וויסן אז מיר זענען זייער באליבט ביים אייבערשטן און יעדע מצוה איז זייער חשוב.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1804 - ווי אזוי קען איך געהעריג טרינקען וויין אום פורים?
פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין זייט מיין בר מצוה האב איך אלץ געוואלט קענען מקיים זיין דעם "חייב איניש לבסומי", צו טרינקען און ווערן שיכור אום יום טוב פורים, אבער למעשה איז מיר זייער שווער צו טרינקען אלקאהאל.


וואס קען איך טון אז דאס יאר זאל איך יא קענען טרינקען געהעריג און מקיים זיין די מצוה ווי עס דארף צו זען?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רמ"א פסק'נט (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב) מען זאל טרינקען מער פון וויפיל מען טרינקט א גאנץ יאר; קענסטו מקיים זיין די מצוה מיט איין כוס וויין. דער רמ"א זאגט: "וְאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם", דער עיקר זאל מען אינזין האבן צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אלע יארן פאר פורים מען זאל נישט טרינקען קיין סאך, מען זאל טרינקען אביסל, און טאנצן און שפרינגען, און זיך אסאך מתבודד זיין, ביז מען איז זוכה צו עַד דְּלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְּכַי, עס זאל נישט מאכן קיין חילוק שלעכט אדער גוט, מיר זאלן וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער; אלעס וואס פאסירט, אלעס וואס גייט אריבער, סיי ארור המן און סיי ברוך מרדכי - איז נאר דער אייבערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1803 - וואס טו איך אז מיין ווייב לאזט נישט האבן ברסלב'ע זאכן אינדערהיים?
שלום בית, חסידות ברסלב, מחלוקת, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב קונטרסים פון עצתו אמונה ביי מיר אין ספרים שאנק פריוואט פאר מיר צו לערנען, שוין לאנג וואס מיין ווייב זאגט מיר אז זי וויל עס נישט אינדערהיים, אנפאנג האב איך איר געזאגט, "איך טייל דיך נישט איין וואס דו זאלסט ליינען, און דאס איז פאר מיר, די מוזט עס נישט זען", אבער יעדע שטיק צייט פלעגט זי סטראשען אז זי גייט עס ארויסווארפן, האב איך איר געזאגט "ערלעדיגט, טו וואס דו ווילסט.


די וואך האט זי אנגעהויבן בלאזן וועגן דעם, איך האב פרובירט צו רעדן מיט איר און פרעגן, "אפשר זאגסטו מיר וואס דו זעסט אויף מיר שלעכט צוליב דעם וואס איך האב שייכות מיט'ן ראש ישיבה?", און איך זאג איר, "דו מוזט נישט האלטן פון ברסלב, אבער דו וואלסט זיך געדארפט פרייען אז דיין מאן איז אנגעקומען קיין ברסלב, פאקטיש זעען די קינדער א טאטע וואס גייט דאווענען דריי מאל א טאג, ער לערנט, ער גרייט אן נעגל וואסער", ביז די טענה'רייען זענען אריין אין די הויכע טענער, האב איך אויפגעהערט.


נעכטן האט זי געבלאזן און מיר געשיקט מעסידזשעס וועגן דעם, איך האב עס איגנארירט. זי האט מיר געקלינגען, איך האב אבער גערעדט פון אנדערע זאכן. היינט אינדערפרי שטייט זי אויף פאר איך גיי און זי נעמט צוזאם אלע קונטרסים און לייגט עס אריין אין א זעקל און געבט מיר עס, איך האב עס גענומען און זיך נישט געקריגט מיט איר, זי איז געווען פרייליך און זיך באדאנקט פאר מיר, און איך האב איר גארנישט געזאגט.


וואס טו איך? וואס איז די ריכטיגע מהלך פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין מחלוקות אין שטוב; אז דיין ווייב וויל נישט די ספרים אין שטוב - נעם עס ארויס, טו אלעס אין דער וועלט נישט צו צעברעכן דיין שטוב.


עסאיז דא גענוג וועגן ווי אזוי צו לערנען די הייליגע ספרים אן דעם וואס די ווייב זאל דארפן ווערן וויי געטון.


איך בעט דיר זייער, זיי זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן.


וואס קען מען טון אז דער רבי איז אזוי פארשעמט? וואס קען מען טון פאר דעם? דאס איז דער גלות, אז מען רעדט אויף צדיקים, מען איז מבזה צדיקים; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, וויינען און שרייען אז דער גלות זאל זיך שוין ענדיגן, די לשון הרע'ס, די ליצנות, דאס מבזה זיין צדיקים - זאל שוין קומען צו א סוף. דער רבי זאל שוין אריינגיין אין די וועלט, זאלן אלע אננעמען דעם רבינ'ס ווערטער און אנהויבן לעבן מיט אמונה, אלע זאלן דאווענען, זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1802 - מעג מען אום ראש חודש אויסלערנען פאר מיידלעך צו נייען?
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, סקול, מנהגים, ראש חודש, נייען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אונזער זיסע לעבן, יישר כח פאר די חדר, די קינדער גייען יעדן טאג זייער פרייליך און מען דערקענט אויף זיי די גוטע חינוך וואס זיי באקומען.


ש'כח אייבערשטער אז איך גיי אריבער יעדע וואך אין בית פיגא אויסלערנען די מיידלעך נייען, העקלען און שטריקן. זיי כאפן עס זייער שיין אויף, און זענען זייער פרייליך עס צו קענען, און זיי פירן זיך אויך אויף מיט גרויס דרך ארץ.


די קומענדיגע מאל וואס איך דארף גיין אין שולע קומט אויס מיטוואך ראש חדש אדר. וויל איך וויסן וואס איז דער מנהג ביי אונז, בנוגע נייען און העקלען אום ראש חודש, סיי פריוואט אינדערהיים און אויך לגבי אויסלערנען מיידלעך.


א גרויסן יישר כח אויף אלעס. דער אייבערשטער זאל ווייטער געבן כח פאר'ן ראש ישיבה אנצוגיין אין די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, ל"ט שובבי"ם, כ"ה שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פרויען נייען נישט ראש חודש, אויך העקלט מען נישט און אויך שטריקט מען נישט. ווייל ראש חודש איז א יום טוב פאר זיי; דאס איז א באלוינונג, ווייל די פרויען האבן נישט געוואלט געבן זייער גאלד צו מאכן דעם עגל.


עס איז גוט איר זאלט קומען אין שולע ראש חודש און דאס אויסלערנען די מיידלעך, אז ראש חודש נייט מען נישט; מאכט מיט זיי א סעודה און דערציילט זיי דעם טעם פארוואס ראש חודש נייט מען נישט. ראש חודש איז א יום טוב פאר פרויען און מיידלעך, ווייל זיי האבן נישט געוואלט מאכן דעם עגל, גיין קעגן דעם אייבערשטן און קעגן משה רבינו. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה כא, י): "הַנָּשִׁים גּוֹדְרוֹת מַה שֶּׁהָאֲנָשִׁים פּוֹרְצִים", די פרויען האלטן שטארק אידישקייט דארט ווי די מענער זענען שוואך, "שֶׁכֵּן אַתְּ מוֹצֵא שֶׁאָמַר לָהֶן אַהֲרֹן (שמות לב, ב): 'פָּרְקוּ נִזְמֵי הַזָּהָב אֲשֶׁר בְּאָזְנֵי נְשֵׁיכֶם', וְלֹא רָצוּ הַנָּשִׁים וּמִחוּ בְּבַעֲלֵיהֶן, שֶׁנֶּאֱמַר (שמות לב, ג): 'וַיִּתְפָּרְקוּ כָּל הָעָם אֶת נִזְמֵי הַזָּהָב וגו''", אזוי ווי מיר געפונען ביים חטא העגל, די פרויען האבן נישט געוואלט פאלגן די מענער, געבן די גאלד צו מאכן דעם עגל, גיין קעגן משה רבינו.


דעריבער זאגן די הייליגע חכמים (פרקי דרבי אליעזר, פרק מה): "נָתַן לָהֶן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שְֹכָרָן בָּעוֹלָם הַזֶּה", האט דער אייבערשטער זיי באצאלט אויף די וועלט שכר, "שֶׁהֵן מְשַׁמְּרוֹת רָאשֵׁי חֳדָשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", אז זיי האלטן ראש חודש ווי א יום טוב, מער ווי די מענער, "וְנָתַן לָהֶן שָׂכָר לָעוֹלָם הַבָּא, שֶׁהֵן עֲתִידוֹת לְהִתְחַדֵּשׁ כְּמוֹ רָאשֵׁי חֳדָשִׁים".


דאס דארף מען אריינבאקן אין די קינדער, אמונה און אמונת חכמים; נישט אוועקגיין פון די תורה וועג, נישט אוועקגיין פון אייבערשטער און זיין צוגעקלעבט צו צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1801 - מיינע מחשבות פייניגן מיך, בין איך משוגע?
ספיקות, שמחה, מחשבות, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב א פראבלעם, איך שפיר ווי עס טוט זיך א מלחמה אין מיין קאפ, יעדע נאכט האב איך איינער אין מיין קאפ וואס שרייט א גאנצן צייט, 'ביסט נישט גוט, ביסט שלעכט, ביסט די ערגסטע מענטש, ביסט די ערגסטע מאמע, ביסט די ערגסטע ווייב, פארוואס קענסטו זיך נישט צאמנעמען', א גאנצן טאג הער איך עס אין מיין מח און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שפיר ממש ווי ס'איז דא דארט צוויי מענטשן וואס טענה'ן זיך; איין קול זאגט, 'דו ביסט נישט נארמאל', און די אנדערע קול ענטפערט צוריק, 'ביסט יא נארמאל', פון איין זייט הער איך 'האסט געמאכט א טעות און דאס מיינט אז דו ביסט די ערגסטע מענטש', און פון די אינדער זייט זאגט מען מיר, 'ס'איז גארנישט, איך מעג מאכן א טעות, עס פאסירט גארנישט'.


'די וועש איז נאכנישט צוזאמגעלייגט, קיינמאל קענסטו זיך נישט צוזאמנעמען, נעבעך אויף דיין מאן אז זיין ווייב קען זיך נישט צוזאמנעמען' -  'ס'איז גארנישט, איך גיי עס שוין באלד צאמלייגן, דו ביסט יא א גוטע מענטש' - 'ניין, ביסט נישט גוט, פארוואס האסטו געדארפט דאס זאגן פאר דיין מאן, פארוואס האסטו געדארפט אזוי רעדן צו דיין מאמע, ביסט די ערגסטע, ביסט נישט גוט'. איך פרוביר זיך צוריק'טענה'ן אבער רוב מאל געוואונט די נישט גוטע קול, און איך הייב טאקע אן טראכטן אז איך בין די ערגסטע פון די וועלט.


עס קען אויסזען ווי איך בין משוגע, אבער איך הער דאס טאקע א גאנצן טאג, איך ווייס נישט ווער ס'רעדט עס אין מיך, איך פיל זיי צו זאגן "גייט זיך טענה'ן אינדרויסן און לאזט מיך אפ", אפשר לייד איך טאקע אויף עפעס א מחלה, אפשר בין איך טאקע נישט נארמאל, און ווער רעדט נאך אויב איך מאך טאקע עפעס א טעות, איך טו עפעס נישט ריכטיג, קען איך זיך נישט מוחל זיין און איך ווער אזוי דעפרעסט.


די עיקר געשעט עס ווען איך בין אליין אינדערהיים, ווען איך הער נישט עפעס אנדערש, און דעריבער פרוביר איך אייביג אנצוצינדן עפעס, א מעשה, א דרשה, אדער א שיעור, עס איז אבער נאכאלץ דא גענוג צייטן וואס עס פאסירט סיי ווי, אפילו ווען איך הער עפעס אדער ווען איך קען נישט אנצינדן עפעס. איך האב נישט אלעמאל געהאט די זאך, עס איז א נייע זאך פון לעצטנס.


אויך בין איך פול מיט פחדים, די עיקר האב איך עס ביינאכט, און נאכדעם קען איך נישט איינשלאפן, אמאל פלעג איך לעבן אזוי רואיג און פרייליך, איך ווייס נישט וואס איז געשען מיט מיך די לעצטע פאר וואכן.


איך בעט זייער אויב דער ראש ישיבה קען מיך העלפן, איך קען נישט אזוי ווייטער גיין, איך פיל ווי איך ווער משוגע, איך בעט דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל מיך קענען עפעס צוריקשרייבן מיך צו מחזק זיין און אויסהיילן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען עס קומען אריין די שלעכטע מחשבות זאלט איר זיך נישט טענה'ען מיט זיי, ווייל ווי מער מען טענה'ט מיט די מחשבות - ווערן זיי נאר שטערקער און שטערקער. די ריכטיגע עצה איז אנהויבן טראכטן פונעם אייבערשטן, טראכטס: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, אלעס איז נאר ער און ער איז אלעס'; אזוי וועלן אוועק גיין די שלעכטע מחשבות.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב): "כִּי זֶה טֶבַע וּסְגֻלַּת שֶׁל אֵלּוּ הַיְצָרִין הָרָעִים הַמְזֹהָמִים", אזוי ארבעט די שלעכטע שמוציגע יצר הרע, "כָּל מַה שֶּׁרוֹצִים לְהִתְגַּבֵּר עַל אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת", ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי, "יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים", שטארקן זיי זיך שטערקער אויפ'ן מענטש. "כִּי הוּא כְּמוֹ שֶׁאָדָם בּוֹרֵחַ מִדָּבָר", די מחשבות זענען אזוי ווי ווען מען לויפט אוועק פון איינעם, "וּמִסְתַּכֵּל מִן הַצַּד כִּלְאַחַר יָד עַל זֶה הַדָּבָר שֶׁבָּרַח מִמֶּנּוּ", און אז מען קוקט צוריק אויף די זאך פון וואס מען לויפט אוועק - "וַאֲזַי הַדָּבָר הַזֶּה מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר", דעמאלט ווערט יענע זאך שטערקער, "כִּי לֹא הִסִּיחַ דַּעְתּוֹ מִזֶּה", ווייל ווען זיי זעען ווי מען קוקט צוריק - דאס מאכט זיי זאלן ווייטער נאכלויפן, "רַק אַדְּרַבָּא, שֶׁמִּסְתַּכֵּל בְּכָל פַּעַם לְאַחֲרָיו עַל זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה", אדרבה, זיי ווערן נאר שטערקער ווען זיי זעען ווי מען קוקט צוריק אויף זיי; אזוי ארבעט די שלעכטע מחשבות, ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי - ווערן זיי שטערקער.


מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מחשבות. ווען עס קומט אריין די שלעכטע מחשבה וואס קלאפט אייך אראפ אז איר זענט נישט גוט - זאלט איר אנהויבן בעטן אויף שמחה און אויף אמונה, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, בעטס די תפילה:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז די פיס, אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די עצבות און מרה שחורה. העלף מיר איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר; איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


טוט אלעס וואס מאכט אייך פרייליך; הערט לעבעדיגע ניגונים, פרייליכע ניגונים. טאנצט און זינגט, טוט אלעס וואס מאכט פרייליך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, שם): "גַּם עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאֹד וְנוֹתֵן כֹּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי", זיין דערביטערט און דעפרעסט איז זייער מסוכן פאר די שלעכטע מחשבות; עס מאכט שטערקער די שלעכטע מחשבות, און פארקערט, שמחה, פרייליכקייט - נעמט אוועק די אלע מחשבות, עס צעברעכט דעם יצר הרע.


זייט שטארק מיט די צוויי עצות. איינס, יעדע מאל עס קומט אן די שלעכטע שווערע מחשבה - זאלט איר גלייך בעטן אויף אמונה און שמחה. צווייטנס, טון וואס מען קען נאר צו זיין פרייליך; וועט איר פטור ווערן פון די שלעכטע מחשבות, איר וועט זיין א פרייליכע ווייב און א געזונטע מאמע פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1800 - נאכ'ן עובר זיין אויף די הארבסטע עבירות, וואס איז מיין תיקון?
תשובה, עבירות, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט ארום זעקס יאר צוריק, שוין נאך מיין חתונה, בין איך געגאנגען צו מיין מורה דרך זיך דורכצורעדן איבער א שווערע נסיון וואס איך האב זיך געמוטשעט דערמיט, און זיין תירוץ איז געווען "ביסט משוגע?! דאס ווילסטו?!", און דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס איך האב זיך דורכגערעדט מיט אים, אבער קיין אנדערער מורה דרך האב איך נישט געהאט.


איך האב אין די לעצטע יארן געהאט מיינע בעסערע און שוואכערע צייטן, איך האב שטענדיג געוואלט זיין נענטער צום אייבערשטן, אבער אין מיינע שוואכערע צייטן בין איך געגאנגען אזוי נידעריג אז עס פאלט א פחד ווי אזוי א קינד פונעם אייבערשטן קען פאלן אזוי נידעריג, איך האב עובר געווען אויף די הארבסטע פון די הארבסטע עבירות רחמנא ליצלן, געגאנגען פון איין עבירה צו א אנדערע ממש וואו א משוגענער, און איך בין נאך געווען א חוטא ומחטיא רחמנא ליצלן, ווי מער איך האב פרובירט ארויסצוקריכן און זיך איינרעדן אז איך ווער בעסער, בין איך נאך טיפער געפאלן.


איך בין יעצט אין א מצב אז איך קען ממש נישט שלאפן ביינאכט פון די שולד געפילן און צער, איך פרוביר צו פאסטן כאטש ביז חצות, איך נעם אפילו נישט א ווארעמע שויער, איך האב זיך פארגענומען קבלות טובות, אבער איך בין באמת פארלוירן און צעבראכן, איך ווייס נישט וואס צו טון, ווי אזוי קען איך תשובה טון אויף מיינע עבירות? קען איך נאך האבן א תיקון? עס מוז זיין אז איך בין אדער באמת משוגע אז איך האב געקענט טון די אלע זאכן אדער האב איך א הויכע נשמה אז דער שטן לאזט מיך נישט אפ.


אין גוטע צייטן קען איך לעבן מיט'ן אייבערשטן און זיך אוועקגעבן בגוף בנפש ובממון ממש, באמת אלע דריי שלא על מנת לקבל שכר אדער אנערקענונג, פאר א צווייטן איד, און אין אנדערע צייטן קען איך דורכפאלן מיט די הארבסטע עבירות וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף, איך בין ממש די מיסט פון די מיסט פון כלל ישראל, אויב איך קען זיך נאך אפילו פאררופן אלס א חלק אין כלל ישראל, איך בין נישט באקאנט מיט די ברסלב'ע דרך און מיט רבי נחמן'ס ספרים, אבער איך ווייס אז מ'זאגט נאך פון אים אם אתה מאמין שאפשר לקלקל תאמין שאפשר לתקן, איך פרוביר זייער שטארק צו גלייבן אז איך קען נאך פאררעכטן, אבער ווי אזוי?


איך ווייס נישט צו וועם מען קען זיך ווענדן פאר א תשובה און תיקון אבער עס איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס פון מכתבים און תשובות פון תלמידים וואו מען קען פרעגן שווערע שאלות, נעם איך די העזה אייך צו פרעגן, איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך און וואויל, לעבן מיט'ן אייבערשטן און טון זיין רצון, אבער ווי אזוי? איז דא פאר מיר א תשובה? איז דא פאר מיר א תיקון? איך בין גרייט צו טון אלעס אין די וועלט צו האבן א תיקון און זיין שטענדיג נאנט צום אייבערשטן, קענט איר מיך העלפן? די איינציגסטע זאך וואס איך וויל איז אז דער אייבערשטער זאל מיר מוחל זיין אויף מיינע שרעקליכע עבירות, איך זאל האבן א תיקון, און איך זאל שטענדיג טון דעם רצון השם.


איך בעט זיך צו אייך מיט א צובראכן הארץ און מיט טרערן אין די אויגן, איך האב זיך נישט וואו צו ווענדן, העלפט מיר!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, ל"ז שובבי"ם, כ"ג שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס וחלילה צו זאגן אויף זיך אז דו ביסט די מיסט פון די מיסט פון כלל ישראל; אפילו א איד זינדיגט מיט די ערגסטע עבירות ווארט דער אייבערשטער אויף אים, ער זאל זיך צוריקקערן צו אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיט.): "יָדוֹ שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פְּרוּסָה תַּחַת כַּנְפֵי הַחַיּוֹת כְּדֵי לְקַבֵּל בַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה", דעם אייבערשטנ'ס האנט איז אויסגעשטרעקט צו אננעמען די תשובה פון די וואס טוען תשובה; זאל א מענטש האבן געטון וואס ער האט געטון, אויב טוט ער תשובה - איז דער אייבערשטער אים מוחל. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט: "מִיָּד שֶׁהֵם מִתְוַדִּים", גלייך ווען דער מענטש דערציילט מיר אלעס וואס ער האט געטון און ער האט חרטה, "אֲנִי מוֹחֵל לָהֶם", פארגעב איך זיינע זינד.


עס איז גוט דו זאלסט זיך קובע זיין צו לערנען א שיעור אין משניות בגירסא, אפילו אן פארשטיין; זאג פרקים משניות, דאס וועט אויסלייטערן דיין נשמה. ווייל עס ווערט געברענגט פון די גורי האריז"ל אז 'מִשְׁנָה' איז די זעלבע אותיות פון 'נְשָׁמָה', אפילו איינער וואס האט פארשמירט זיין נשמה, דורך לערנען משנה וועט ער אויסוואשן די נשמה. אזוי אויך שטייט אין ספר יסוד יוסף (סוף פרק מו): "כִּי לִימוּד הַמִּשְׁנָה, מְסוּגָל לְהָבִיא הַנְּשָׁמָה הַטְּהוֹרָה אֶל הָאָדָם", לערנען משניות מאכט א ריינע נשמה. און דער של"ה הקדוש זאגט (ספר של"ה מסכת שבועות פרק נר מצוה, אות יז): "עוֹשֶׂה סוּלָם לַנְּשָׁמָה", דורך לערנען משניות מאכט מען זיך א לייטער פאר די נשמה צו קענען אנקומען צו הויכע מדריגות. אויך שטייט אין ספר ראשית חכמה (שער הקדושה פרק ב, אות יג): "אֲגַב מְבֹאָר כִּי סְגֻלַּת גִּרְסַת הַמִּשְׁנָיוֹת לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע וּלְהַכְנִיעוֹ", זאגן משניות האט א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע און אים אונטערטעניגן.


וואס דו זאלסט נאר האבן אפגעטון אין לעבן - קענסטו מתקן זיין דורך לערנען תורה ובפרט מיט לערנען משניות. דער ראשית חכמה ברענגט (שער הקדושה פרק יז, אות צז) פון תיקונים: "שֶׁמִּי שֶׁפָּגַם בַּנְּשָׁמָה", ווער עס האט פוגם געווען זיין נשמה, "תִּקּוּנוֹ", קען ער דאס פאררעכטן, "עַל יְדֵי עֵסֶק הַתּוֹרָה", דורך לערנען תורה, "בְּשִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה", לערנען משניות.


דערפאר זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען משניות; זאג אסאך משניות - וועסטו אלעס פאררעכטן און דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק. עס איז דא נאך אסאך עצות, אבער אז מען נעמט צו סאך קען מען אראפפאלן פון אלעס; איז גוט אז דו זאלסט זיך קאנצעטרירן אויף לערנען משניות. ווען דו האסט צייט זאלסטו כאפן דעם משניות'ל און לערנען און זאגן, אזוי וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1799 - זאל איך בלייבן אין ישיבה, אדער גיין ארבעטן?
לימוד התורה, פרנסה, בחור, ישיבה, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 18 יאר, איך לערן אין א געווענליכע ישיבה, אבער איך האב בכלל נישט קיין הנאה דארט, איך שפיר ווי עס איז ממש א שאד די צייטן צו זיצן אין ישיבה. איך טו אלעס וואס די ישיבה פארלאנגט, איך שטעל זיך צו אינגאנצן, אבער איך האב נישט קיין געדולד צו די גאנצע זאך.


וואס זאל איך טון? זאל איך בלייבן אין ישיבה, אדער זאל איך זיך גיין זוכן אן ארבעט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, ל"ז שובבי"ם, כ"ג שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זאגסט עס איז א שאד צו זיצן אין ישיבה? זאג א שאד צו ארבעטן, וועסט נאך גענוג ארבעטן אין לעבן. נאך די חתונה ווען דו וועסט דארפן ברענגען פרנסה, דעמאלט וועסטו מקיים זיין דעם (בראשית ג, יט): "בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם"; יעצט, ווי לאנג דו ביסט נאך ביי דיין טאטע אין שטוב, דו דארפסט נישט זארגן פאר דירה געלט, דארפסט נישט זארגן פאר עסן וכדומה - זאלסטו לערנען תורה.


נוץ אויס די יארן וואס דו דארפסט נישט זארגן פאר פרנסה. נעם דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד, מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה; במקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה - אפילו אן פארשטיין און אן חזרה, נאר כסדרן דיקא. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת. וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען. "וְאָמַר", דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1798 - ווי אזוי רעד איך צו די קינדער איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע?
התחזקות, חינוך הילדים, קינדער, אמונה, טערעפי, פחדים, מלמדים, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכי' צו פירן א תלמוד תורה, און איך וויל פרעגן אן עצה איבער די לעצטיגע שרעקליכע טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין ירושלים, ווי דריי אידישע קרבנות זענען ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז, ה' ינקום דמם. די קינדער זענען זייער צעשוידערט פון די שרעקליכע מעשה, עס איז זייער שווער פאר זיי דאס צו פארנעמען, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מייעץ זיין ווי אזוי און וויפיל צו רעדן מיט אים דערוועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל מער נישט הערן קיין שלעכטע בשורות, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, ל"ז שובבי"ם, כ"ג שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מנהל אין א תלמוד תורה. זיין א מנהל אין א תלמוד תורה איז זייער חשוב, דער מנהל איז נוטל שכר כנגד כולם ווייל ער איז מחזק די מלמדים מיט די קינדער, ער זעט אלעס זאל זיך פירן ווי עס דארף צו זיין; אלעס וואס די מלמדים לערנען מיט אידישע קינדער, תורה ויראת שמים.


רעד צו די קינדער אסאך פון אמונה און פון גן עדן, אזוי וועלן זיי נישט ווערן דערשראקן. אז די קינדער פרעגן און אינטערעסירן זיך נאך א טראגעדיע: 'וואס איז געשען?' זיי פרעגן כל מיני קשיות: 'וואו איז דער קינד וואס איז געשטארבן?' 'וואס איז יעצט מיט אים?' די אלע סארט קשיות וואס קינדער פרעגן - זאלסטו נישט באהאלטן, נאר זאגן: "א איד האט צוויי וועלטן, די וועלט און יענע וועלט, און ווען מען גייט אוועק פון די וועלט - גייט מען אין גן עדן, און ווי גוט און ווי שיין איז פאר אידישע קינדער וואס האבן געהיטן די תורה - אויבן אין הימל, די נשמה גייט אין גן עדן און האט דארט אלע גוטע זאכן"; רעד מיט באק ציין, אזוי וועלן זיי ווערן רואיג.


נאר אמונה בארואיגט, די אלע אנדערע מעטאדן וואס קומען פון די אומות העולם - איז אלעס פאנטאזיעס און עס בארואיגט נישט. נעבעך פאר די וואס גייען צו מענטשן וואס פאררופן זיך העלפערס, אדער נעמען די קינדער צו טיפולים וכדומה, מען ווערט דארט מער צעדרייט. דער בשר ודם זאגט: "יעצט אטעם אריין און יעצט אטעם ארויס", "יעצט פרוביר צו טראכטן פון די שרעק", און "יעצט טראכט ווי די שרעק נעמט דיך אינגאנצן איבער", "יעצט שריי" וכדומה; די זאכן איז פאר אומות העולם, אידישע קינדער האבן אמונה, אידישע קינדער האבן נאך א וועלט, איז נישטא וואס צו זיין דערשראקן.


אזוי פלעגט דער הייליגער רבי טון ווען עס זענען געקומען צו אים מענטשן וואס זענען געווען זייער נישט געזונט, פלעגט דער רבי זיי זאגן זיי זאלן זיך נישט זארגן פון שטארבן (חיי מוהר"ן, סימן תמה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג מִן הַמִּיתָה?", וואס זארגט איר זיך פון שטארבן? "הֲלֹא שָׁם הוּא עוֹלָם נָאֶה בְּיוֹתֵר מִכָּאן", אויבן אין הימל איז פיל א שענערע וועלט ווי דא.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש, זיי מחזק די מלמדים. דער עיקר ארבעט פונעם מנהל דארף זיין געבן יעדן טאג א גוט ווארט פאר יעדן מלמד באזונדער, נישט נאר ווען עס איז דא עפעס צו קריטיקירן דעמאלט נעמט מען אפיר דעם מלמד, נאר יעדן טאג געבן א גוט ווארט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין"; מען דארף מחזק זיין די וואס געבן חיזוק; די מלמדים ארבעטן ביטער שווער, דארף מען זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.