שאלה אין קורצן ענין
#1847 - נעמען א קינד קיין אומאן פאר די זיבן יאר, אין דעם מצב מלחמה?
אומאן, קינדער, סכנה, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע לעבן וואס דער ראש ישיבה געבט אונז, יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי מיין זון ווערט דעם קומענדיגן חודש אלול זיבן יאר, וויל איך פרעגן אויב איך מעג יעצט פארן צום רבינ'ס ציון אים נעמען קיין אומאן פאר די זיבן יאר, אדער עס איז צו איינגעשטעלט צוליב די מלחמה דארט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ט סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי ווי די מצב המלחמה איז יעצט - איז נישט קיין סכנה צו פארן קיין אומאן. מיטן אייבערשטנ'ס הילף און מיט אסאך תפילות - וועלן מיר פארן די יאר הבא עלינו לטובה, אויך נעמען מיר די קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פארן געזונט, צוריק קומען געזונט און פועל'ן ישועות.


עס איז א גרויסע זאך צו ברענגען קיין אומאן צום רבי'ן א קינד פאר די זיבן וכו'; דער רבי האט מבטיח געווען אז א קינד וואס וועט קומען צו אים פאר די זיבן יאר - וועט גיין צו די חתונה מיט א ריינע העמד (חיי מוהר"ן, סימן תקיז).


עלטערן וואס הערן די ווערטער פון א צדיק - וועלן אלעס טון אז זייערע קינדער, די זין - זאלן קומען צום רבי'ן איידער די זיבן יאר, פאר אזא הבטחה פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1846 - מעג א פרוי גיין מיט אויפגעדעקטע האר אין שטוב?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, קינדער, אידישע שטוב, שערן די האר, האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב א פרוי מעג גיין מיט אויפגעדעקטע האר ביי זיך אינדערהיים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


על פי הלכה טאר א פרוי נישט גיין אין גאס מיט אויפגעדעקטע האר, און דער זוהר הקדוש זאגט אז אויך אין שטוב זאל מען נישט גיין מיט אויפגעדעקטע האר, ווייל עס ברענגט צרות און פיל שלעכטס.


קוקט דעם לשון וואס דער זוהר זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפונען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


וואויל איז די פרוי וואס גייט צניעות'דיג און פירט זיך איידל, וועט זי זוכה זיין צו די ברכה וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג, וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1845 - ווי אזוי פירט מען זיך ביי א שבע ברכות ביי שלש סעודות?
שמחות, בית המדרש, מנהגים, שלש סעודות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי דעם שבת וועט זיין א שבע ברכות ביי אונז אין בית המדרש, האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן ביי א שבע ברכות ביי שלש סעודות, אויב מ'טרינקט אויס דעם כוס פון ברכת המזון, און אויב ס'איז א חילוק פון פאר'ן זמן רבינו תם אדער נאכ'ן זמן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב בענטשט מען נאכן זמן - דעמאלט טרינקט נאר דער וואס זאגט די ברכות און אויך די כלה, אבער נישט דער חתן. אויב איז נאך איידער דעם זמן - קען אויך דער חתן טרינקען.


דאס איז נאר ביי שבע ברכות, אבער אלע וואכן - אויב בענטשט מען נאכן זמן - טרינקט מען נישט אויס די כוס של ברכה. אזוי ווי דער מגן אברהם זאגט (סימן רצט, סעיף קטן ז): "מי שאינו נזהר בכל השנה לברך על כוס דס"ל כמ"ד דאין טעון כוס גם עתה אסור לשתות ממנו", נאר דער וואס פירט זיך אלעמאל צו בענטשן אויף א כוס - קען טרינקען, עיין שם.


די שבע ברכות זאגט מען ווען די כלה איז דארט, די כלה קען זיצן ביים טיר פון בית המדרש.


שבת זאגט מען נישט דוי הסר.


אויב די חתונה איז געווען זונטאג בייטאג, דעמאלט קען מען זאגן די שבע ברכות ביי שלש סעודות נאר בייטאג, פאר'ן זמן מוצאי שבת.


 

#1844 - צוריק אנהויבן רייכערן, אדער עסן אסאך?
רפואה, שמחה, בחור, ישוב הדעת, רייכערן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס איז ברוך ה' מקורב געווארן צו מוהרא"ש זי"ע, איך בין זיך זייער מחזק מיט די עצות און הדרכות פון מוהרא"ש, און איך האב געזען אז מוהרא"ש שרייבט מען זאל נישט רייכערן, און איך האב טאקע אויפגעהערט רייכערן פאר א שטיק צייט, אבער צוליב דעם האב איך אנגעהויבן מער עסן, און איך ווער מער פעש, נאכדעם וואס איך בין שוין ביז יעצט אויך געווען היבש א פולער בחור.


איז מיין שאלה אויב זאל זיך צוריק אנהויבן רייכערן, אדער ווייטער עסן אסאך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט טוסטו אז דו רייכערסט נישט און אזוי זאלסטו ווייטער טון, דער הייליגער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן רייכערן (חיי מוהר"ן, סימן רעג, תעב).


בנוגע וכו'; דו בעט דעם אייבערשטן אויף שמחה, זאלסט זיין פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) זיין פרייליך ברענגט אלע רפואות, אויך קען מען זיך מער קאנטראלירן, מען לעבט מיט א ישוב הדעת (שם, סימן י).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1843 - ווי אזוי קען מען זיך היטן חובות, אויב קויפט מען א הויז מיט א מארגעדזש?
חובות, פרנסה, דירה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באקום ברוך ה' יעדע וואך דער גליון היכל הקודש און די וועכנטליכע קונטרס עצתו אמונה פון די טייערע מפיצים דא אין שטאט, און איך האב געליינט א בריוו אינעם גליון וואס האט מיר געמאכט טראכטן.


דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט דארט איבער די הארבקייט פון חובות, איבער דעם וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו זיין א בעל חוב. למעשה איז דער מציאות היינטיגע צייטן אז עס נישט מעגליך פאר רוב מענטשן צו קויפן א הויז אדער א קאר אן צו נעמען א "משכנתא", א מארגעדזש, געווענליכע מענטשן קענען נישט אראפלייגן אזעלכע גרויסע סומעס אויף איין מאל, ספעציעל דא אין ארץ ישראל וואס עס איז איינגעפירט ביי טייל קהלות אז מען נעמט זיך אונטער צו קויפן א דירה פאר די קינדער.


ווי אזוי קען מען לעבן אן צו זיין א בעל חוב פאר די באנק, אויב מען וויל קויפן א הויז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס מיינט מען נישט ארויסנעמען א מארטגעדזש אדער א פיינענס, דאס איז דאך דער דרך העולם המסחר; דאס איז אנשטאט צאלן רענט פאר א צווייטן - צאלט מען פאר זיך אליינס, מען צאלט צוריק פארן באנק.


דאס וואס דער הייליגער רבי האט אונז זייער געווארנט נישט צו האבן חובות - דאס מיינט מען 'נישט בארגן געלט פון מענטשן', השם ישמרינו; נישט ווערן א קנעכט פאר אנדערע. אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, ז): "עֶבֶד לוֶֹה לְאִישׁ מַלְוֶה", דער וואס בארגט געלט - ווערט יענעמ'ס א קנעכט.


אויב מען איז יא פארזינקען אין די חובות, איז דאס ערשטע זאך - מען זאל אויפהערן בארגן; זיך מאכן א פעסטע באשלוס 'נישט בארגן מער קיין געלט, קיין איין פרוטה', און אז מען דארף אהיימברענגען פרנסה און מען האט נישט - מעג מען גיין נאך געלט, צאמנעמען געלט ביי אידישע קינדער; עס דארף נישט זיין קיין בושה, ווייל אזוי שטייט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רנג, סעיף ב), ווער עס האט נישט קיין געלט - מעג נעמען פון צדקה.


צווייטנס, מען קען באצאלן חובות צוביסליך. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט ווי אזוי צו באצאלן חובות; יעדן טאג, יעדע מאל - טראגט מען פארן מלוה נאך אביסל און מען איז אים מפייס, און במשך הזמן קען מען זוכה זיין ארויסגיין פון אלע חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1842 - וואס טוט מען ווען א געלט-גייער רעגט זיך אויף?
מדות טובות, בזיונות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איין טאג בין איך געשלאפן אויפ'ן קאוטש און איינער האט געקלינגען ביים טיר, מיין זון איז געגאנגען צום טיר און אן ארץ ישראל'דיגער איד זאגט אים "רוף דיין טאטע", איך האב פארשטאנען אז ער גייט נאך געלט, האב איך געגעבן פאר מיין זון א דאלער אים צו געבן.


ווען מיין זון האט אים עס געגעבן, זאגט ער אים ש'כח און ער געבט אים צוריק צוויי דאלער, און ער געבט א זאג "שלעכטע מענטשן וואוינען דא", און איך האב אים געזען פון די פענסטער אוועקגיין.


דארף איך זיך צוטון מאכן? האב איך אים געדארפט נאכלויפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט פארשטיין, אסאך פון די ארץ ישראל'דיגע געלט גייערס וואס קומען קיין אמעריקע - זענען זייער דערביטערט; זיי וואלטן געוואלט זיין אין שטוב מיט די משפחה, זיי שלעפן זיך ארום אין די פרעמד קלייבן א דאלער נאך א דאלער פאר די חובות פון חתונה מאכן די קינדער; מען דארף זיי דן זיין לכף זכות און רעדן שיין צו זיי.


איך האב אמאל מיטגעהאלטן א מעשה, א איד פון ארץ ישראל איז געקומען קלייבן געלט אין די כולל וואו איך האב געלערנט נאך מיין חתונה, און איינער פון די כולל אינגעלייט האבן אים געגעבן א פרוטה. דער משולח איז ארויס פון די גלייזן, ער האט זיך פארלוירן; ער האט אנגעהויבן ווארפן זיין גאנצע געלט אין די לופט, עס איז געווען זייער ווייטאגליך דאס צו זען.


פון היינט אן, ווען דו געבסט צדקה - זאלסטו איבערבעטן די געלט גייערס, זיי זאגן: "מיר האבן נישט מער, אז מיר וועלן האבן וועלן בלי נדר געבן שענערע סכומים". און אויך זיי ברענגען טרינקען; זומער ווען זיי גייען אין די היצן - זיי ברענגען א קאלטע טרינק, און ווינטער ווען זיי גייען אין די קעלט - זיי ברענגען עפעס ווארעמס; וועסטו זוכה זיין צו די אלע ברכות וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ט:): "והמפייסו בדברים מתברך באחת עשרה ברכות", עיין שם.


וואויל איז דעם וואס רעדט שיין און בעט איבער די געלט-גייערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1841 - מוז יעדער מענטש דורכגיין די עונש פון "חיבוט הקבר"?
תהלים, ספרי ברסלב, משניות, עונשים, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער, מיר האבן געהאט זייער א געשמאקע יום טוב. אום שבת האבן מיר געשמועסט וועגן "חיבוט הקבר", מיינע קרובים האבן מיר געזאגט אז אונזער זיידע - וואס ארבעט אין חברה קדישא - האט זיי געזאגט אז יעדער מענטש וואס גייט אוועק פון די וועלט האט חיבוט הקבר, און זיי האבן מיר געזאגט אז מיין זיידע האט אפילו געהערט ווי מען מאכט חיבוט הקבר פאר א מענטש, מיין מאמע האט געזאגט "גיי ווייס וועלכע עבירות האט יענער מענטש געטון, אויב אבער א מענטש זאגט משניות און תהלים, ווען ער גייט אוועק פון די וועלט איז דאס אזוי ווי מען גרייט אריבער פון איין צימער צום צווייטן", אבער מיין מומע האט גע'טענה'ט אז אפילו מיט די אלע זאכן גייט יעדער מענטש אריבער חיבוט הקבר.


איך בין געווארן זייער דערשראקן פון דעם, ווייל ווי קען זיין אז א מענטש זאגט תהילים און משניות און ער האט נאכאלץ חיבוט הקבר?


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן א תשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש ברענגט הונדערטער און טויזנטער מאל אין די בריוו פון ספר אשר בנחל, אז דער וואס לערנט און זאגט משניות - וועט געראטעוועט ווערן פון די ביטערע שווערע שטראף פון חיבוט הקבר. אזוי אויך ברענגט דער חיד"א זכר צדיק לברכה (בשם מדרש תלפיות): "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם", אשר זיצט ביים טיר פון גיהנום און ווער עס האט געלערנט משניות - לאזט ער נישט גיין אין גיהנום, מיט דעם טייטשט ער דעם פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', ווען אשר בן יעקב זעט אז א מענטש האט געלערנט משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", וועט ער אים געבן גן עדן.


אזוי אויך, אז מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים - ווערט מען געראטעוועט פון די ביטערע שווערע עונשים פון חיבוט הקבר. רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר איינעם: "אינגערמאן, לערן דעם ספר לקוטי מוהר"ן, ווייל א גוף וואס האט געלערנט דעם לקוטי מוהר"ן - וועלן די ווערעם נישט בייסן אין קבר".


מאך זיך נישט צוטון פון וואס יעדע מומע זאגט, קוק וואס צדיקים זאגן; קוק א שיינע בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן, ווי מוהרא"ש שרייבט קלאר אז דאס וועט באשיצן אין קבר פון אלע דינים:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם חֲמִישִׁי לְסֵדֶר קְדוֹשִׁים, כ"ד נִיסָן ה'תשע"א


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ הַיָקָר לִי מְאֹד ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ בֶּעט דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק זָאלְסְט זֶען זִיךְ צוּ דֶערְהַאלְטְן אוּן נִישְׁט אַרַיינְפַאלְן אִין קַיין שׁוּם חֲלִישׁוּת הַדַעַת, וָוארוּם דוּ קֶענְסְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וָואס מֶען בַּארִימְט זִיךְ מִיט דִיר אִין הִימְל וְכוּ'. קוּמְט אַ אִינְגֶערְמַאן אוּן נֶעמְט אַרוֹיס נְשָׁמוֹת פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית וּמִתַּחְתָּיו אוּן גֶעוואוֹינְט זֵיי צוּ צוּ לֶערְנֶען מִשְׁנַיוֹת, וָואס דֶער זְכוּת פוּן דֶעם קֶען מֶען גָארְנִישְׁט בַּאשְׁרַייבְּן, וָוארוּם דִי גַאנְצֶע גְאוּלָה אִיז תָּלוּי אִין לִימוּד מִשְׁנַיוֹת, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (וַיִקְרָא רַבָּה, פַּרְשָׁה ז', סִימָן ג') אֵין כָּל הַגָלִיוֹת הַלָלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת; קוּמְט אוֹיס מִיט דֶעם וָואס דוּ וַוארֶעמְסְט אָן דִי טֵייעֶרֶע נְשָׁמוֹת אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען זָאגְן אַסַאךְ מִשְׁנַיוֹת בִּיסְטוּ מְקַרֵב דִי גְאוּלָה, אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר: נִישְׁט נָאר זָאלְסְט נִישְׁט צוּבְּרָאכְן וֶוערְן פוּן אַלֶע בִּזְיוֹנוֹת אוּן שְׁפִיכוּת דָמִים וָואס דוּ גֵייסְט דוּרְךְ מִבַּיִת וּמִבַּחוּץ וְכוּ' וְכוּ', נָאר זָאלְסְט מְעוֹרֵר זַיין מֶער אוּן מֶער דִי בָּחוּרִים אַז זֵיי זָאלְן זַיין צוּגֶעוואוֹינְט צוּ זָאגְן אַסַאךְ פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת כְּסִדְרָן, אוּן אוֹיף דֶעם דַארְפְסְטוּ אַסַאךְ רֶעדְן אוּן זֵיי מְעוֹרֵר זַיין, אוּן נִישְׁט נָאר דָאס, נָאר אַרַיינְשַׁיינֶען אִין זֵיי דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לֶערְנֶען מִשְׁנַיוֹת, דָאס יֶעדֶער אֵיינֶער זָאל דָאס אִיבֶּערְגֶעבְּן פַאר זַיינֶע חֲבֵרִים, וָוארוּם נָאר דָאס לִימוּד מִשְׁנַיוֹת קֶען אַרוֹיסְנֶעמֶען אַ מֶענְטְשׁ פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית וּמִתַּחְתָּיו וְכוּ', אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (תְּהִלִים ל', ד') הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי, אִיז דִי רָאשֵׁי תֵּיבוֹת "מִשְׁנָה", אֲפִילוּ מֶען לִיגְט שׁוֹין אִין שְׁאוֹל תַּחְתִּית, דוּרְךְ לֶערְנֶען "מִשְׁנֶה" קֶען מֶען אַרוֹיסְנֶעמֶען דֶעם נֶפֶשׁ פוּן שְׁאוֹל, אוּן דָאס דַארְף יֶעדֶער בָּחוּר אִיבֶּערְזָאגְן פַאר זַיינֶע חֲבֵרִים.


אִיךְ וֵוייס אַז אַסַאךְ מָאל פַאלְט אוֹיף דִיר אַרוֹיף חֲלִישׁוּת הַדַעַת, אוּן עֶס קוּמְט דִיר אַרַיין גֶעדַאנְקֶען וָואס פֶעלְט דִיר אוֹיס דִי גַאנְצֶע הָארֶעוַואנְיֶע וְכוּ' וָואס דוּ הָארֶעוֶועסְט מִיט דִי בָּחוּרִים וְכוּ', וָוארוּם אַסַאךְ מָאל זֶעט מֶען נִישְׁט בַּיי זֵיי קַיין שׁוּם עֶנְדֶערוּנְג וְכוּ', זָאלְסְט נִישְׁט זָאגְן אַזוֹי, וָוארוּם אַזֶעלְכֶע בָּחוּרִים וָואס זֵיי זֶענֶען שׁוֹין דוּרְכְגֶעגַאנְגֶען אַלֶע עֶרְלֵיי שְׁמוּץ רַחֲמָנָא לִישֵׁזְבָן, וָואס נָאר דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוּן דֶער צַדִיק וֵוייסְן אִין וָואס פַאר אַ שְׁמוּץ פוּן חַטְאוֹת נְעוּרִים זֵיי זֶענֶען אַרַיינְגֶעפַאלְן וְכוּ', אוּן יֶעצְט הָאבְּן זֵיי אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ לֶערְנֶען אַסַאךְ מִשְׁנַיוֹת, דֶער שְׂכַר פוּן דֶעם קֶען מֶען גָארְנִישְׁט בַּאשְׁרַייבְּן.


עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט פוּן מְקוּבָּלִים דָאס מִשְׁנָה אִיז דִי אוֹתִיוֹת "מֹשֶׁה נ'", דָאס הֵייסְט מֹשֶׁה רַבֵּינוּ הָאט זוֹכֶה גֶעוֶוען בַּיים סוֹף צוּ קוּמֶען צוּם שַׁעַר נ', אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (דְבָרִים ל"ב, מ"ט) "עֲלֵה אֶל הַר הָעֲבָרִים הַזֶּה הַר נְבוֹ", וָואס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט פוּן מְקוּבָּלִים דָאס דֶעמָאלְט הָאט עֶר זוֹכֶה גֶעוֶוען אַרַיינְצוּגֵיין אִין שַׁעַר נ', וָואס דָאס אִיז דָאס וָוארְט "נְבוֹ" - "נ' בּוֹ", עֶר אִיז אַרַיינְגֶעקוּמֶען אִין שַׁעַר נ', וָואס דָארְטְן אִיז דֶער בִּיטוּל אִינְגַאנְצְן צוּ אֵין סוֹף בָּרוּךְ הוּא, וָואס דָאס אִיז "מִשְׁנֶה", אוֹתִיוֹת "מֹשֶׁה נ'", אַז אַ אִיד אִיז זוֹכֶה אוּן עֶר לֶערְנְט אַסַאךְ מִשְׁנֶה, וֶועט עֶר אוֹיכֶעט זוֹכֶה זַיין צוּקוּמֶען בַּיים סוֹף צוּם שַׁעַר נ', דָאס עֶר וֶועט שׁוֹין נִישְׁט זֶען גָארְנִישְׁט פַאר זַיינֶע אוֹיגְן נָאר גֶעטְלִיכְקֵייט.


אִיבֶּערְדֶעם שְׁטַארְק זִיךְ, אוּן זַיי מְעוֹרֵר יֶעדְן טָאג דִי בָּחוּרִים פוּן נֵיי, דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לִימוּד מִשְׁנַיוֹת. אוּן וִויסְן זָאלְסְטוּ וִויסְן אַז דָאס וָואס דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן י"ט) אַז אַ מֶענְטְשׁ וָואס לִיגְט אִין בְּלָאטֶע אוּן טוּט שְׁמוּץ וְכוּ', אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ נֶעמֶען אוֹיף זִיךְ לֶערְנֶען "כַּךְ וְכַּךְ", וֶועט דָאס אִים אַרוֹיסְנֶעמֶען פוּן דִי בְּלָאטֶע אוּן שְׁמוּץ וואוּ עֶר אִיז דָארְטְן אַרַיינְגֶעפַאלְן; אִיז מְקוּבָּל בַּיי אוּנְזֶערֶע לַייט אַז "כַּךְ וְכַּךְ" גֵייט אַרוֹיף אוֹיף לֶערְנֶען חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, וָואס דָאס הָאט אַ גֶעטְלִיכְן כֹּחַ אַרוֹיסְצוּרַייסְן דֶעם מֶענְטְשׁ פוּן זַיין בְּלָאטֶע, וִוי עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט פוּן זֵייעֶר אַסַאךְ צַדִיקִים, אַז מֶען זָאל לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, אוּן וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעגֶעבְּן אַ תִּיקוּן פַאר אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן צוּ זָאגְן יֶעדְן טָאג אַכְצְן פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת (עַיֵין שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן קפ"ה).


אוּן עֶס אִיז אַ פֶּלֶא אַז "כַּךְ וְכַּךְ" בַּאטְרֶעפְט פּוּנְקְט וִוי דֶער שֵׁם "אֱלֹקִים", וָואס דָאס אִיז דֶער שֵׁם פוּן מִידַת הַדִין; אֲפִילוּ עֶס גֵייט שׁוֹין דוּרְךְ אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ אַלֶע דִינִים קָשִׁים וּמָרִים, אוֹיבּ עֶר וֶועט לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג "כַּךְ וְכַּךְ", דָאס הֵייסְט חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, וֶועט נִמְתָּק וֶוערְן פוּן אִים אַלֶע דִינִים.


עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט אִין דִי אַזְהָרוֹת פוּן הַגָאוֹן רֶבִּי נְתַנְאֵל וֵוייל זי"ע [בַּעַל מְחַבֵּר סֵפֶר "קָרְבַּן נְתַנְאֵל" אוֹיפְ'ן רֹא"שׁ], "כֹּל יוֹצְאֵי יְרֵיכִי, מִי שֶׁמְכוּנָה בְּשֵׁם לַמְדָן וּמַשְׁלִים עֲבוֹדָתוֹ עֲדֵי עָרֶב, רָאוּי לַחְזוֹר יוֹם יוֹם חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, חַ"י חַ"י יוֹדוּךָ, תּוֹעֶלֶת לִנְשָׁמָה, וּמַאֲרִיךְ יָמִים", עַיֵין שָׁם. אִיבֶּערְדֶעם זָאלְסְטוּ נִישְׁט הָאבְּן קַיין הִתְפַּעֲלוּת פוּן קַיין שׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, נָאר רֶעדְן יֶעדְן טָאג פְּעָמִים אֵין מִסְפָּר מִיט דִי בָּחוּרִים דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לֶערְנֶען חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת יֶעדְן טָאג, אוּן דוּ זָאלְסְט מִיט זֵיי זִינְגֶען: "כַּךְ וְכַּךְ" דָאס אִיז דֶעם רֶבִּינְ'ס זַאךְ, דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם קֶען שְׁפְּרִינְגֶען בִּיזְ'ן דַאךְ, וַוייל אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת זֵייעֶר אַסַאךְ, גֶעבּ אִיךְ פוּן אִים אַ גְרוֹיסְן לַאךְ, אוּן אִיךְ קוּק נִישְׁט וָואס יֶעדֶער טִיפֵּשׁ טוּט מִיט דִי הַאנְט אַ מַאךְ, דָאס אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת אַסַאךְ. וָואס הָאבּ אִיךְ מִיט יֶענֶעם, אִיךְ וֵוייס אַז נָאר מִשְׁנַיוֹת וֶועל אִיךְ מִיט מִיר מִיטְנֶעמֶען. אוּן דָאס וֶועט מִיךְ פוּן אַלֶעם בֵּייזְן בַּאשִׁיצְן, אוּן אִין קֵבֶר וֶועלְן אַלֶע שְׁרָצִים אוּן וֶוערִים אוּן אַלֶע מַלְאֲכֵי חַבָּלָה פוּן מִיר זִיךְ אַוֶועק פִּיצְן, אוּן כָאטְשׁ זֵיי וֶועלְן מִיט זֵייעֶרֶע בֵּייזֶע צֵיינֶער אוֹיף מִיר טוּעֶן קְרִיצְן, אָבֶּער עֶס וֶועט זֵיי שׁוֹין גָארְנִישְׁט נוּצְן, וָוארוּם דִי פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעלֶערְנְט וֶועלְן מִיר פוּן זֵיי בַּאשִׁיצְן. אוּן אִיךְ וֶועל וֶוערְן פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס אָפְּגֶעהִיטְן, אוּן אִין גַן עֵדֶן וֶועל אִיךְ צוּזַאמֶען מִיט דִי צַדִיקִים זִיצְן.


הַלְוַאי הַלְוַאי זָאלְסְטוּ דָאס קֶענֶען אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין דִי בָּחוּרִים, זֵיי זָאלְן יֶעדְן טָאג זִיךְ בַּאפְלַייסְן אִין לִימוּד מִשְׁנַיוֹת, אוּן נִישְׁט נָאר זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען, נָאר זֵיי זָאלְן מְעוֹרֵר זַיין זֵייעֶרֶע חֲבֵרִים אוֹיף דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לִימוּד מִשְׁנַיוֹת, קֵיינֶער קֶען אוֹיף דֶעם נִישְׁט קְרִיגְן, וָוארוּם עֶס וֶוערְט בְּפֵירוּשׁ גֶעבְּרֶענְגְט אִין סֵפֶר "לִיקוּטֵי תּוֹרָה" פוּן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי מָרְדְכַי פוּן טְשֶׁערְנָאבִּיל זי"ע (הַדְרָכָה ו'), "תֹּאמַר חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם בְּלִי פֵּירוּשׁ, כְּדֵי שֶׁתִּגְמוֹר בְּכָל חוֹדֶשׁ כָּל הַשִׁשָׁה סְדָרִים, כֵּן תִּנְהוֹג כָּל יְמֵי חַיֶיךָ", אוּן אַזוֹי וֶוערְט אוֹיךְ גֶעבְּרֶענְגְט אִין סֵפֶר "יְסוֹד יוֹסֵף" וָואס רֶעדְט אַרוּם זֵייעֶר אַסַאךְ פוּן תִּיקוּן הַבְּרִית, (עַיֵין תִּיקוּן י"ב) "לִימוּד מִשְׁנַיוֹת אֵין לְמַעְלָה מִזֶה, וּמַה טוֹב לִלְמוֹד חַ"י פְּרָקִים מִי שֶׁסִיפֵּק בְּיָדוֹ, נֶגֶד מִדַת יְסוֹד שֶׁפּוֹגֵם בְּחֵטְא זֶה, וּמִדַת יְסוֹד נִקְרָא חַ"י כַּנוֹדַע לְיוֹדְעֵי חֵן".


דוּ הָאסְט נִישְׁט קַיין אַנוּנְג וָואס פַאר אַ שִׂמְחָה אִיךְ הָאבּ פוּן יֶעדְן בָּחוּר וָואס קוּמְט אַרַיין צוּ מִיר אוּן בַּארִימְט זִיךְ, דֶער זָאגְט עֶר הָאט שׁוֹין גֶעעֶנְדִיגְט פוּפְצִיג מָאל שִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, אוּן דֶער זָאגְט פֶערְצִיג מָאל וְכוּ' וְכוּ', עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶער נַחַת פוּן דֶעם. אוּן אוֹיבּ דוּ בִּיסְט נִישְׁט גֶעקוּמֶען אוֹיף דֶער וֶועלְט נָאר מְזַכֶּה זַיין בָּחוּרִים צוּ חַזְרְ'ן אַסַאךְ מִשְׁנַיוֹת, אִיז שׁוֹין גֶעוֶוען כְּדַאי, וָוארוּם אַזוֹי שְׁטֵייט אִין זוֹהַר הַקָדוֹשׁ (בְּרֵאשִׁית מ"ב.) מַאן דְקָארֵי וְתָּנֵי שִׁית סִדְרֵי מִשְׁנָה, דָא הוּא מַאן דְיָדַע לְסַדְרָא וּלְקַשְׁרָא קִשׁוּרָא וְיִחוּדָא דְמָארֵיה כִּדְקָא יָאוּת, אִלֵין אִינוּן דִמְקַדְשִׁין שְׁמָא קַדִישָׁא דְמָארֵיהוֹן בְּכָל יוֹמָא תָּדִיר; וֶוער עֶס לֶערְנְט אוּן זָאגְט שִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, דֶער קֶען מְקַשֵׁר זַיין אַלֶע עוֹלָמוֹת אוּן מְיַחֵד זַיין יִחוּדִים פוּן דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן דִי זֶענֶען מְקַדֵשׁ דֶעם בַּאשֶׁעפֶערְ'ס הֵיילִיגְן נָאמֶען יֶעדְן טָאג שְׁטֶענְדִיג. פְרֶעג אִיךְ דִיר: נָאךְ דֶעם אַלֶעם דַארְפְסְטוּ הָאבְּן חֲלִישׁוּת הַדַעַת?! דַארְפְסְטוּ צוּבְּרָאכְן וֶוערְן?!


שְׁטַארְק זִיךְ אוּן וֶוער נִישְׁט צֶעפַאלְן, נָאר זָאלְסְט זֶען וָואס מֶער בָּחוּרִים מְקַרֵב זַיין אוּן זֵיי זָאלְן נִישְׁט וֶוערְן פַארְפַאלְן.


זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג אוּן אַ פְרֵיילִיכְן תָּמִיד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1840 - א סיום אין די ניין טעג אויף א מסכתא וואס מען האט נאר געזאגט?
לימוד התורה, סיום, סדר דרך הלימוד, בין המצרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין יארן וואס איך זאג פאר מיין ווייב אז איך גיי מאכן א סיום אויף א מסכתא אין די ניין טעג, און אזוי וועלן מיר קענען עסן א פליישיגע סיום סעודה, דערווייל האב איך אבער נאכנישט געהאט די זכי' צו מאכן אמאל א סיום אויף א מסכתא.


לעצטנס האב איך זיך אנגעשטויסן אין די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך בין געוואויר געווארן פונעם סדר דרך הלימוד, אז אנשטאט זיך מוטשען און נישט פארשטיין וואס מען לערנט, קען מען זאגן די ווערטער און עס איז פונקט אזוי חשוב, און איך האב עס אנגעהויבן צו טון, ממילא וועל איך דאס יאר אי"ה שוין קענען מאכן א סיום, אדער אפילו מערערע סיומים.


איך האב אבער געוואלט פרעגן אויב אויף א סיום מסכתא וואס מען האט נאר געזאגט, אויב מען מעג פאר דעם מאכן א פליישיגע סיום אין די ניין טעג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט די הייליגע תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). אין אנהויב איז דאס נישט גרינג, אבער מיט דער צייט באקומט מען א טעם, מען הויבט אן שפירן א זיסקייט, אז מען דארף שוין גארנישט; מען דארף נישט קיין שכר, מען וויל נאר נאך און נאך לערנען.


דער רבי האט אמאל געפרעגט איינעם (שיחות הר"ן, סימן יז): "מַדּוּעַ לֹא תִּלְמַד", פארוואס לערנסטו נישט? "מַה תַּפְסִיד בָּזֶה, הֲלֹא תְּקַבֵּל עוֹלָם הַבָּא עַל הַלִּמּוּד", אז דו וועסט לערנען וועסטו נישט דערלייגן, דו וועסט באקומען עולם הבא, "וְאֵין צָרִיךְ לוֹמַר, כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", אפגערעדט ווען די תורה וועט זיך ארויסווייזן פאר דיר, זי וועט דיר ווייזן ליבשאפט - וועסטו שוין גארנישט וועלן, דו וועסט מער נישט דארפן שכר, וועסט נאר וועלן נאך און נאך לערנען.


בנוגע עסן פלייש אין די ניין טעג; מוהרא"ש זאגט, כדאי הוא בית אלוקינו נישט צו עסן פלייש די פאר טעג, אפילו מיט א סיום און אפילו מען האט דאס געלערנט מיט הבנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1839 - מעג איך פרעגן שאלות פון עי.איי. AI?
אמונה, טעלעפאן, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז דא א נייע סארט טעכנעלאגיע וואס הייסט עי.איי. AI, מען קען עס רופן און פרעגן וואס מען וויל, און עס האט אן ענטפער אויף אלעס.


איך בין 13 יאר אלט, איך האלט מיט ווי די מיידלעך אין מיין קלאס רופן עס און פרעגן עס אלע סארט זאכן און עס ענטפערט זיי, נאכדעם קומען זיי צו סקול און רעדן וועגן דעם.


איך האב געזאגט פאר מיין מאמע אז איך וויל עס אויך רופן, האט מיין מאמע געזאגט איך זאל שרייבן צו דער ראש ישיבה א בריוו וועגן דעם און פרעגן אויב דאס איז אויסגעהאלטן.


אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע ענטפערן וואלט איך מיך זייער געפריידט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חס ושלום, אפהיטן זאל דער אייבערשטער, רופט נישט די טעלעפאן און פרעגט נישט קיינעם אייערע פראגעס; אלע אייערע פראגעס זאלט איר נאר פרעגן פון אייער טאטע מאמע, אדער אייערע לערערינס, זיי וועלן אייך ענטפערן אייערע פראגעס לויט אייער עלטער, לויט אייער פארשטאנד; אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון שלעכטע געדאנקען.


בנוגע די חבר'טעס; חבר'ט זיך מיט ריינע ערליכע מיידלעך, נאר מיט קינדער וואס זענען ערליך, רעדן איידל.


עס איז זייער וויכטיג צו האבן גוטע חבר'טעס. די הייליגע חכמים זאגן (ספר החינוך, מצוה טז), אפילו א צדיק, אויב דרייט ער זיך צווישן רשעים - וועט ער ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי, און אויך א רשע, אויב דרייט ער זיך צווישן צדיקים - וועט ער ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי.


איך בעט אייך זייער, זוכט אויף פשוט'ע קינדער, אפילו מען רופט זיי נעבעכדיגע קינדער, אבי זיי זאלן זיין ערליך - און נאר מיט זיי חבר'ט זיך, ווייל חס ושלום אויב וועט מען פרעגן פון די טעלעפאן שאלות פון אמונה - קען מען אינגאנצן אוועקפאלן פון די אמונה.


 

#1838 - מעג מען לערנען ליגנדיג?
הלכה, לימוד התורה, שלאפן, דף גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז א דאנק די חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א בין איך זוכה צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


מאכט זיך אסאך מאל אז איך האב גאר א פארנומענע טאג, און ביינאכט ווען איך גיי שוין שלאפן דערמאן איך זיך אז איך האב נאך היינט גארנישט געלערנט, איך בין אבער שוין זייער מיד און אויסגעמוטשעט, און איך האב נישט קיין כח צו זיצן אויפ'ן בענקל ביים טיש, און די איינציגסטע וועג פאר מיר צו לערנען איז צו לערנען ליגנדיג אויפ'ן בעט, אז נישט וועל איך בכלל נישט לערנען יענעם טאג.


איז דאס אויסגעהאלטן צו לערנען גמרא, משנה, הלכה, ליגנדיג אין בעט, אדער פאסט עס נישט צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט לערנען אזוי. קוק נאך אין שאלות ותשובות תורה לשמה (שאלה שסז), איינער פרעגט די זעלבע פראגע, אויב מען מעג לערנען די הייליגע תורה ליגנדיג, אויב עס איז דרך ארץ'דיג; ברענגט דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו אין די תשובה, א ראי' פון וואס די גמרא זאגט (זבחים ה.): "רָמֵי רֵישׁ לָקִישׁ עַל מְּעוֹהִי בֵּי מִדְרָשָׁא", ריש לקיש איז געליגן אויפן בויך אין בית המדרש און געפרעגט א שאלה אין לערנען, זאגט דער בן איש חי, וואס דארף די גמרא זאגן אז ריש לקיש איז געלעגן? נאר אונז צו לערנען אז אויב אמאל איז מען אויסגעמוטשעט - מעג מען לערנען ליגנדיג. ער זאגט אבער: "אַךְ לֹא יַתְמִיד בָּזֶה", מען זאל זיך נישט אזוי צוגעוואוינען צו טון, מען זאל לערנען מיט דרך ארץ; נאר אויב מען איז זייער אפגעמאטערט און אויסגעמוטשעט - קען מען לערנען אזוי.


לערן מיט מסירת נפש, אפילו ביסט מיד און אויסגעמאטערט; בפרט א בלאט גמרא בכל יום, דער בלאט גמרא זאל זיין ביי דיר אזוי שטארק און אזוי וויכטיג - אזוי ווי לייגן טלית און תפילין. מוהרא"ש ברענגט פון הגאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו (הובא בסוף ספר יש נוחלין): "א בלאט גמרא דארף זיין אזוי שטארק ביים מענטש, אזוי ווי מען טוט אן תפילין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1837 - פארוואס נאר איך האב נישט קיין קינדער?
רפואה, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פארוואס נאר איך האב נישט קיין קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


       יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


'למה?' 'פארוואס?' - יאמרו הגוים, זאגט א גוי; א גוי פרעגט: "פארוואס?" א איד פרעגט נישט קיין שאלות אויפן אייבערשטן, א איד בעט דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט: "אשרי העם, וואויל איז אונז אידן, שככה לו, אז אזוי איז צו אים"; אנשטאט 'פארוואס?' ווייסט מען 'אזוי!' ווי אזוי דער אייבערשטער טוט איז גוט, 'ווי אזוי? אט אזוי!'


גיי שריי צום אייבערשטן אין דיין שפראך, אין אידיש: "רבונו של עולם, וואס איז מיט מיר? איך בין פול מיט קשיות? איך וויל א שטארקע אמונה, איך וויל נישט האבן קיין קשיות אויף דיר, איך וויל גלייבן אז וואס דו טוסט איז גוט".


נאר נאכן בעטן אויף אמונה - וועסטו קענען בעטן אויף קינדער. כל זמן דו ביסט בעצבות, דו האסט טענות, מיט קשיות, מיט 'פארוואס?' מיט 'פארוועם?' - איז נישט גוט, אז דו וועסט זיין פרייליך - וועלן דיינע תפילות זיין זיס און געשמאק ביים אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן פא): "תְּפִלָּה שֶׁהִיא בְּשִׂמְחָה, הִיא עֲרֵבָה וּמְתוּקָה לַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די תפילות וואס מען בעט מיט שמחה - איז זיס און געשמאק ביים אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1836 - פארוואס בין איך אזוי פעש און איך שוויץ אזוי סאך?
רפואה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע דרשות, בריוו, און חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך שרייב דעם בריוו ווייל איך שפיר אז איך קען שוין מער נישט אנגיין. לעצטנס דריי איך זיך ארום א גאנצן טאג דערפרעסט און צעבראכן, פול מיט עצבות און מרה שחורה, עס שטערט מיר זייער פארוואס איך בין אזוי פעש, פארוואס איך שוויץ א גאנצן טאג, און איך קען זיך נישט באפרייען פון די שווערע מחשבות, פארוואס דארף מורא האבן א גאנצן צייט אז יעדער איינער קוקט אויף מיר, סיי אויף די זאך פון פעשקייט, און סיי אויף אנדערע זאכן בין איך כסדר פארנומען צו טראכטן וואס יענער טראכט וועגן מיר.


וויפיל איך פרוביר צו מאכן התבודדות אויף דעם, אויסשמועסן אלע מיינע מחשבות און דמיונות מיט'ן אייבערשטן, ווער איך אבער נישט געהאלפן, דאס שטופט מיך נאר נאך מער אריין אין מיינע טונקעלע מחשבות.


ווי אזוי קען איך זיך אן עצה געבן? איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


       יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארלייג זיך אויף איין זאך, פארלייג זיך אויף שמחה, און בעט דעם אייבערשטן נאר אויף דעם, אז דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך; זיך פרייען מיט וואס דו האסט יא, זיך פרייען מיט גוטע זאכן וואס דו טוסט, זיך פרייען אז דו ביסט געזונט, און אזוי ווייטער.


דיין פראבלעם איז - אז דו ביסט נישט פרייליך, נישט דאס שוויצן און נישט דאס זיין א פולער מענטש. איין פראבלעם איז דא, דו ביסט נישט פרייליך, דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, דער רבי געבט אונז נישט אן עצה פון זיין פרייליך, דער רבי זאגט אונז עס איז א מצוה צו זיין פרייליך, מיר מוזן זיין פרייליך, מיר מוזן פאלגן דעם רבי'ן, ווייל ווען מען איז פרייליך - איז דאס א סימן אז דער מענטש איז גאנץ מיטן אייבערשטן, ער האט נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן.


עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו זיין פרייליך. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כ): "לִזְכּוֹת לְשִׂמְחָה זֶה קָשֶׁה וְכָבֵד לְהָאָדָם לִזְכּוֹת לָזֶה, יוֹתֵר מִשְּׁאָר כָּל הָעֲבוֹדוֹת", עס איז שווערער צו זיין פרייליך ווי אלע אנדערע עבודות; דאס הייסט עס איז גרינגער צו פאסטן, צו שלאפן אויף דער ערד, צו גיין אין אייז קאלטע מקוואות, צו לערנען רציפות - ווי צו זיין פרייליך; אבער אז דער רבי זאגט מיר מוזן זיין פרייליך - דארף מען אלעס טון, אפילו זיך נאריש מאכן, אבי צו זיין פרייליך.


פריי זיך מיט 'שלא עשני גוי'. אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי משה ליב מסאסוב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם הייליגן קאזניצער מגיד זכותו יגן עלינו וואס האט ער אינזין ביי די ברכה 'שלא עשני גוי', ער האט אים געזאגט: "איר זענט א דארער מענטש, וואלט ווען געווען א דארער גוי, איך האב אינזין ביי 'שלא עשני גוי', איך בין א פולער מענטש (כידוע דער קאזניצער מגיד איז געווען זייער א דארער מענטש און דער צדיק רבי משה לייב מסאסוב איז געווען א פולער); וואלט איך געווען א גוי וואלט איך געווען א גרויסער דיקער גוי, יעצט דאנק איך דעם אייבערשטן אז איך בין א א איד", והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1835 - איז דא א פאל וואס מען דארף געבן ריטעלין פאר א קינד?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב עס איז אמת אז דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מען טאר קיינמאל נישט געבן קיין ריטעלין פאר קיין איין קינד?


מיר האבן א קינד ביי אונז אין חדר וואס דארף עס האבן זייער וויכטיג, אן דעם קען ער זיך נישט באהערשן און מאכט שאדנס און פראבלעמען, זיינע עלטערן האבן אבער לעצטנס אויפגעהערט עס צו געבן, און זיי זאגן אז דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מען זאל עס נישט געבן, איז דאס ריכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס וחלילה, מוהרא"ש שרייבט קלאר אז עס איז נישט געפערליך צו געבן פאר קינדער ריטעלין. איך זאג ביי אונז אין מוסד פאר די מלמדים און לערערינס אז דאס זאלן די עלטערן מחליט זיין, אויב זיי האלטן מען דארף געבן, און אז דאס קינד איז לעבעדיג - מיינט נאכנישט אז ער דארף דאס האבן, אבער אז דאס קינד קען נישט לעבן אן דעם - זאלן די עלטערן טון דאס בעסטע פארן קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1834 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס ווארפט צוריק א קאמפלימענט?
חינוך הילדים, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך פרובירט צו לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל פרעגן וואס צו טון מיט א אינגל אין מיין קלאס וואס יעדעס מאל ווען איך געב אים א קאמפלימענט אינמיטן דאווענען אדער לערנען אז ער דאווענט אדער לערנט שיין אדער סיי וואס, ווארפט ער אלץ צוריק די קאמפלימענט, און לכבוד דעם הערט ער גאר אויף צו טון די גוטע זאך וואס ער טוט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זענען דא קינדער וואס ווייסן נישט ווי אזוי צו נעמען גוטע ווערטער, און ווען זיי הערן גוטע ווערטער, אנשטאט דאס אראפשלינגען - וועלן זיי אנהויבן טון מאדנע זאכן, אדער דאס פארקערטע.


אז דער קינד טוט פונקט פארקערט - זאלסטו אים געבן די קאמפלימענטן פריוואט, געב אים נישט קיין קאמפלימענטן ברבים; פריוואט וועט ער דאס קענען פארדייען.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1833 - מוז מען סערווירן די פלייש-טעלער פרייטאג צו נאכטס?
שבת קודש, שבת טיש, שמחה, מנהגים, עסן, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה איבער אן ענין פון מסורה, פרייטאג צו נאכטס ביי מיינע עלטערן און ביי מיין שווער און שוויגער איז איינגעפירט אז נאך די זופ ברענגט מען אריין א גאנצע טעלער פלייש און קוגל, און צומאל אויך פערפל. יעצט ווען איך הויב אן מאכן אליין סעודות אינדערהיים, וויל איך וויסן אויב דאס פעלט טאקע אויס, ווייל מיר זענען שוין געווענליך גענצליך זאט נאך די זופ, און עס קען אפילו זיין בל תשחית פאר די עסן, אדער איז דאס אזוי די מסורה פון די שבת סעודה און מען קען עס נישט טוישן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


       יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאכלי שבת איז זייער הייליג, עס ווערט געברענגט פון הייליגע צדיקים אז מאכלי שבת היילט. צדיקים טייטשן (זע ספר קהלת משה, א זון פון הייליגן מגיד פון קאזניץ זכותו יגן עלינו, פרשת מקץ, דבור המתחיל א"י אתה תהי' על ביתי) דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קט:): "כל האוכלין אוכל אדם לרפואה", אלע עסן מעג מען שבת עסן אפילו עס היילט, טייטשט ער, אז אלע עסן וואס מען עסט שבת - היילט דעם מענטש, און דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "אֲכִילַת שַׁבָּת הִיא כֻּלָּהּ רוּחָנִיּוּת, כֻּלּוֹ קֹדֶשׁ", שבת'דיגע עסן איז א שטיק הייליגקייט.


זיי נישט משנה פון די סדר פון די עסן וואס דיינע עלטערן עסן. עס איז דא גרויסע סודות פארוואס מיר עסן די עסן: פיש, זופ מיט לאקשן, פלייש, קוגל און פערפל. מוהרא"ש זאגט א טעם, פארוואס עסט מען פיש שבת ביי אלע דריי סעודות? ווייל שבת איז א צייט וואס מען קען ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן און אפלאזן אלע נארישקייטן, און פיש איז די איינציגסטע בעל חי וואס האט נישט געזינדיגט ביים מבול, זיי זענען געבליבן ריין, און נאך אסאך טעמים על פי סוד פארוואס מען עסט שבת - ביי די דריי סעודות - פיש.


אויך עסט מען זופ מיט לאקשן. עס שטייט פונעם צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו (אמרי פנחס שער השבת, אות כט) לאקשן ווייזט אויף אחדות, עס ליגט איינס אין צווייטן; אז שבת איז א צייט פון ווערן איינס מיטן אייבערשטן און ווערן שלום.


פלייש. שטייט אין שלחן ערוך מען זאל עסן (אורח חיים סימן רנ, סעיף ב): "יַרְבֶּה בְּבָשָׂר וְיַיִן וּמִגְדָּנוֹת כְּפִי יְכָלְתּוֹ", מען זאל פארמערן מיט פלייש און וויין און גוטע עסן. אין רמב"ם שטייט (פרק ל' מהלכות שבת, הלכה י): "אֲכִילַת בָּשָׂר וּשְׁתִיַּת יַיִן בְּשַׁבָּת עֹנֶג הוּא לוֹ".


אויך קוגל ווערט געברענגט אין רמ"א (סימן רמב, סעיף א): "יֵשׁ שֶׁכָּתְבוּ שֶׁבְּמִקְצָת מְקוֹמוֹת נָהֲגוּ לֶאֱכֹל מֻלְיְתָא, שֶׁקּוֹרִין פשטיד"א, בְּלֵיל שַׁבָּת, זֵכֶר לַמָּן שֶׁהָיָה מְכֻסֶּה לְמַעְלָה וּלְמַטָּה", מען פירט זיך צו עסן קוגל, א זכר צו די מן וואס איז געווען צוגעדעקט פון אויבן און פון אונטן, און דער משנה ברורה ברענגט (שם, סעיף קטן ח): "ובמקומותינו המנהג לאכלן", און אזוי פירן מיר זיך.


פערפעל עסן מיר. עס שטייט פון הייליגן צדיק רבי פנחס פון קאריץ (אמרי פנחס שם, אות ל) בשם דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו א טעם פארוואס מיר עסן פערפעל, דאס קומט אונז דערמאנען וואס די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:) ווער עס היט שבת איז מען אים מוחל אלע עבירות, פערפעל איז פארפאלין, אלע עבירות ווערן פארפאלן.


זיי נישט משנה פון דיין טאטע'ס וועג, עס פיש, זופ, פלייש, קוגל און פערפל. עס נישט קיין סאך אנהויב סעודה, וועסטו קענען עסן אלע הייליגע עסן, ווייל מאכלי שבת איז זייער הייליג. עס שטייט פון צדיקים (בני יששכר מאמרי השבתות מאמר א, אות יב): "וראיתי לאנשי מעשה שהיו נזהרים מליתן ממאכלי שבת לגוים", איך האב געזען ביי ערליכע אידן אז זיי האבן אכטונג געגעבן נישט צו געבן פון די שבת עסן פאר גוים, ווייל דאס איז סם חיים לישראל, עס היילט אויס אידישע קינדער און פארקערט ... עיין שם.


דער עיקר זאל די סעודה זיין א פרייליכע צייט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1832 - מעג מען זיך אפגעבן מיט נישט געזונטע קינדער ווען מען ווארט א שמחה?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש, שמירת עינים, שמות הצדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אלע חיזוק.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג קוקן און זיך אפגעבן מיט נישט געזונטע קינדער, קינדער מיט דאון סינדראם לא עלינו, אין די צייט וואס מען ווארט א שמחה, אדער קען דאס שאטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו קוקן אויף די סארט קינדער, דער עיקר איז נישט קוקן אויף טמא'נע זאכן; הינט, קעץ, מאוויס וכדומה, אבער אויף די סארט קינדער וואס האבן הייליגע ריינע נשמות איז נישט קיין שום פראבלעם צו זיין מיט זיי.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן גרינג און מען זאל האבן ערליכע דורות, און זאגן שמות הצדיקים. מוהרא"ש שרייבט פאר אלע וואס פרעגן וואס מען זאל טון, וואס פאר א סגולה מען זאל מאכן צו האבן גרינג דאס קינד; מוהרא"ש זאגט מען זאל זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים - זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע.


דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1831 - אז ס'איז אזוי געפערליך, קען איך נאך תשובה טון?
אומאן, קדושה, תשובה, הפצה, תיקון הכללי, עונשים, תפיסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ערהאלטן דעם שארפן בריוו, אין וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן זייער שארף אז איך וועל ענדיגן מיין לעבן אין תפיסה, אז דער אייבערשטער וועט מיר פארשעמען פאר די גאנצע וועלט, און אזוי ווייטער.


איך וויל פרעגן אויב איך בין שוין טאקע דערנאך, אדער איז נאך דא פאר מיר א וועג תשובה צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי קענסטו תשובה טון, דו מוזט תשובה טון, און אז דו וועסט תשובה טון - וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין. איך האב דיר נישט געשריבן אז דו קענסט נישט תשובה טון, איך האב דיר געשריבן אז אויב דו וועסט נישט תשובה טון - וועסטו ענדיגן דיין לעבן אין תפיסה, דו וועסט זיך טרעפן איינער אליינס אן קיין ווייב און אן די קינדער, קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר, אבער עס איז נישט קיין פראגע, אודאי העלפט תשובה; אויף יעדע עבירה העלפט תשובה.


די עבירה פון נאכלויפן בחורים וכו' - אויף דעם קומט סקילה (ויקרא כ, יג; רמב"ם איסורי ביאה פרק א, הלכה יד, טו). בזמן בית המקדש האט מען גענומען אזא איינעם, ארויפגעטראגן אויפן צווייטן שטאק און אראפגעווארפן אן קיין רחמנות, און אויב איז ער נישט געשטארבן, האט מען געווארפן אויף אים שטיינער ביז ער איז געשטארבן; אזוי הארב איז די עבירה.


אז דו ווילסט תשובה טון, איז דאס ערשטע זאך - אפלאזן דאס שלעכטס, דאס מער נישט טון; נישט צורירן קיין בחור, נישט צורירן קיין קינד. צווייטנס, קויף יעצט א טיקעט און פאר שוין קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, דארט זאלסטו געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ]. דער רבי האט צוגעזאגט מיט צוויי עדים, ווער עס וועט דאס טון וועט ער יענעם פאררעכטן, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): "איך וועל זיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסנעמען פון שאול תחתית".


אויך זאלסטו עוסק זיין אין הפצה, גיין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות; דאס איז דער גרעסטער תיקון צו פאררעכטן די עבירה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1830 - מעג איך מאכן מיינע פיאות מיט א קעמל אום שבת נאך די מקוה?
שבת קודש, הלכה, מקוה, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי יעדעס מאל ווען איך גיי שבת אין מקוה מאך איך נאכדעם מיינע פיאות מיט א קעמל, ווייל איך קען נישט אנגיין אן דעם, האב איך געוואלט פרעגן, אויב עס איז בעסער אז איך זאל ענדערש נישט גיין שבת אין מקוה, אדער איז דא עפעס אן היתר צו מאכן די פיאות מיט א קעמל אום שבת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מען איז זוכה דורך מקוה. דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה" (שיחות הר"ן, סימן קמא), ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות, און בפרטיות אין פגם הברית - איז די ערשטע זאך 'מקוה'. נאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה - איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה - נעמט מען אוועק אלע דינים.


א קעמל איז מוקצה, עס איז חילול שבת; מען טאר נישט נוצן א קעמל שבת (שלחן ערוך אורח חיים סימן שג, סעיף כז).


שבת איז שיין פיאות וואס איז נישט געקעמט. גיי אין מקוה, און חס ושלום קעמען די פיאות, און אז מען זעט שיינע געקעמטע פיאות שבת קודש  - איז דאס נישט שיין, מען קען נישט קוקן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1829 - צוזאגן אין מירון צו געבן דעם נאמען שמעון, כדי געהאלפן צו ווערן?
שלום בית, סיפורי צדיקים, קינדער, משפחה, סגולות, קנאה, מירון, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס דערנענטערט זיך דער הייליגער טאג ל"ג בעומר, און עס איז באקאנט א סגולה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, אז מען זאל צוזאגן ביים ציון הקדוש אין מירון צו געבן דעם נאמען שמעון פאר'ן אינגל וואס מען וועט האבן.


שוין פארגאנגענע יאר האב איך דאס געוואלט טון, מיין ווייב האט אבער נישט מסכים געווען, זי שעמט זיך אז מען זען אז מיר זענען געווען אז אין לחץ געהאלפן צו ווערן. איינער האט מיר געזאגט אז איך זאל נאר צוזאגן צו מאכן די חאלאקע אין מירון, אבער עס איז שוין אריבער א יאר און מיר זענען נאכנישט געהאלפן געווארן.


יעצט בין איך נאך מער באזארגט, נאכדעם וואס מיינע יונגערע געשוויסטער האבן חתונה און אפשר וועלן זיי האבן קינדער פאר אונז.


זאל איך נאכאמאל ארויפברענגען דעם געדאנק צו טון די סגולה אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד .. נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צוויי זאכן דארפסטו וויסן; איינס, האבן קינדער איז נישט קיין פארמעסט. אז א יונגערער אין די משפחה האט ערשט קינדער, אדער מער קינדער - איז דאס נישט א צרה און נישט קיין פארמעסט; קינדער איז א מתנה פונעם אייבערשטן און עס איז נאריש צו האלטן חשבון ווען מען האט, ווער עס האט ערשט, וויפיל קינדער מען האט און ווער עס האט מער קינדער; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און ווארטן מיט געדולד ביז די ישועה קומט.


צווייטנס, מען קען פועל'ן ביי רבי שמעון בר יוחאי קינדער אפילו מען זאגט נישט צו אז מען וועט געבן א נאמען שמעון. בפרט ווען עס איז נוגע אין דיין שלום בית, דיין ווייב וויל נישט געבן שמעון, זי שעמט זיך וכו' - איז דאך זיכער אז דו זאלסט ענדערש זיך מקבל זיין ל"ג בעומר אין מירון אז דו וועסט לעבן בשלום מיט איר, דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב און זיך נישט קריגן; וועסטו מיט דעם פועל'ן קינדער.


די הייליגע חכמים דערציילן פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי (שיר השירים רבה א, לא), א פארפאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי ווילן זיך גט'ן, היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאכנישט נפקד געווארן מיט קינדער. האט זיי רבי שמעון בר יוחאי געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה, ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין, האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן, וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן.


דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריינלייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן אין שטוב, צומארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז - האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!"


זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה, האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר, זאג איך אייך צו אז איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער; אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי.


דארפסט נישט ווארטן אויף ל"ג בעומר זיך דאס צו מקבל זיין, זיי זיך שוין מקבל צו מכבד זיין דיין ווייב און איר נישט וויי טון, און בעט דעם אייבערשטן פאר קינדער - וועט איר זוכה זיין צו זרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1828 - איך האב מורא צו פארן ל"ג בעומר קיין מירון, וואס טו איך?
קינדער, פחדים, מירון, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל פארן דאס יאר ל"ג בעומר קיין מירון. איך בין געווען דארט צוויי יאר צוריק בשעת די שרעקליכע אומגליק רחמנא ליצלן, און זייט דעמאלט איז מיר שווער צו פארן, אבער איך בענק זיך שוין צום רבי שמעון אין דעם גרויסן טאג. אויך איז מיר שווער צו לאזן מיין מאן פארן, איך האב מורא מען זאל זיך שטופן דארט און עס זאל נישט צוקומען צו א סכנה חס ושלום.


וואס זאל איך טון, זאל איך מתגבר זיין אויף דעם? אפשר זאל איך פארן ענדערש אין א רואיגע צייט? זאל איך לאזן מיין מאן פארן? איך וועל זיך פרייען באקומען אן ענטפער.


איך בעט אסאך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט. אויך בעט איך א ברכה פאר קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ל"ג בעומר אין מירון איז די הילולא [חתונה] פון רבי שמעון בר יוחאי, עס ווערט פרייליך אין אלע עולמות. דער אר"י הקדוש פלעגט קומען צו פארן מיט די גאנצע משפחה קיין מירון צו זיין דארט ל"ג בעומר (פרי עץ חיים שער ספירת העומר, פרק ז).


מען דארף זיך נישט שטופן, מען קען זיצן אין א שטילע ווינקל און דארט בעטן. מוהרא"ש פלעגט אלע יארן קומען ל"ג בעומר קיין מירון, אבער ער איז נישט אריין אין די מערה, ער האט מתפלל געווען אינדרויסן. מוהרא"ש זאגט, די גאנצע בארג פון מירון איז ליכטיג און הייליג.


דאס איז דער לשון וואס מוהרא"ש שרייבט (שו"ת ברסלב חלק ב', מכתב רלה): "בְּמֶשֶׁךְ כָּל הָעֶשְׂרִים וְאַרְבַּע שָׁעוֹת שֶׁל לַ"ג בָּעֹמֶר", אין די גאנצע פיר און צוואנציג שעה פון ל"ג בעומר, "כָּל הָהָר כֻּלּוֹ הוּא מְקֻדָּשׁ", איז די גאנצע בארג פון מירון געהייליגט, "וְהַשִּׂמְחָה וְהָאוֹר מְאִירִים בְּכָל הָהָר הַקָּדוֹשׁ הַזֶּה", עס שיינט א ליכט און מען שפירט א שמחה אויפן גאנצן בארג. "אֵיפֹה שֶׁאָדָם יַעֲמֹד אוֹ יֵשֵׁב", וואו מען זאל נאר שטיין און וואו מען זאל נאר זיצן, "יָכוֹל שָׁם לִבְכּוֹת וּלְבַקֵּשׁ עַל נַפְשׁוֹ", קען מען זיך גוט אויסוויינען און אויסבעטן, "וִיקַבֵּל אֶת כָּל מְבֻקָּשׁוֹ", און מען וועט באקומען אלעס וואס מען דארף און אלעס וואס מען בעט.


איר דארפט נישט מורא האבן פון גיין קיין מירון, איר קענט גיין ל"ג בעומר און אויך אייער מאן קען גיין, עס איז כדאי צו זיין אין מירון אפילו פאר א שעה. אין מירון ל"ג בעומר באקומט יעדער א מתנה פון רבי שמעון, דער הייליגער תנא רבי שמעון טיילט מתנות פאר יעדן איינעם.


בפרט ווער עס ווארט אויף קינדער; ווער עס וויל געהאלפן ווערן מיט קינדער - זאל גיין קיין מירון זיך אויסגיסן דאס הארץ, וועט ער געהאלפן ווערן מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1827 - נאכ'ן פירן דעם סדר נאכט אין שפיטאל, איז דאס מיין סדר פאר'ן גאנצן יאר?
התחזקות, שלום בית, סיפורי צדיקים, רפואה, שמחה, נסיונות, פסח, סדר נאכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זוכה ברוך ה' צו הערן די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, אנדערש ווייס איך נישט ווי איך וואלט זיך געפונען אויף דער וועלט, איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א אויף יעדע דרשה באזונדער. איך האב אסאך צו שרייבן, און איך וועל פרובירן מקצר צו זיין.


דעם פארגאנגענעם ערב פסח האט מיין ווייב אנגעהויבן זייער נישט גוט צו שפירן, אזוי ווייט אז ביינאכט, נאך פאר'ן סדר, האבן מיר געדארפט רופן הצלה וועלכע האבן איר אריינגעפירט אין שפיטאל, וואו מיר זענען געבליבן ביז דעם ערשטן טאג יום טוב אינדערפרי. מיין ווייב האט בכלל נישט געקענט מאכן קיין סדר, קוים געקענט ארויסזאגן די ווערטער "פסח מצה ומרור".


די הצלה לייט האבן אונז געגעבן ברוך ה' זאכן פאר'ן סדר, אזוי האב איך געקענט זיצן נעבן די בעט פון מיין ווייב אין די קארידארן פונעם שפיטאל און אפרעכטן א סדר, ווען אינצווישן האב איך כסדר זיך אפגעגעבן מיט מיין ווייב און גערעדט מיט די דאקטורים און געהילפן, צו טון וואס מען דארף, ביז איך האב געענדיגט דעם "סדר" אביסל פאר'ן עלות השחר. ברוך ה' אז מיין ווייב שפירט שוין יעצט אסאך בעסער, מיר בויען ווייטער א אידישע שטוב אינאיינעם, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


מיין שאלה איז איבער דעם וואס מען זאגט נאך פון צדיקים אז ווי אזוי מען פירט זיך אויף ביים סדר נאכט, אזוי וועט זיין די גאנצע יאר, דער סדר נאכט איז א סדר פאר די גאנצע יאר, דעריבער האב איך מורא נאכ'ן פירן אזא "סדר נאכט" וועט חס ושלום נישט אויסקוקן גוט דעם גאנצן יאר. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר וואס צו טון עס צו פאררעכטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, מען רופט די נאכט פון פסח 'ליל הסדר' ווייל: "ווי אזוי מען פירט זיך אויף די נאכט פון פסח - אזוי וועט מען זיך פירן א גאנץ יאר".


דאס מיינט מען צו זאגן, אויב דער מענטש רעגט זיך נישט אויף, ער זיצט ביים סדר מיט א שמחה, ער איז פרייליך, ער ווערט נישט אין כעס אויף די ווייב און קינדער, אפילו זאכן גייען נישט ווי אזוי ער וויל בלייבט ער ווייטער מיט א דביקות אינעם אייבערשטן - וועט דאס אים געבן כח פאר די גאנצע יאר צו זיין פרייליך און ערליך.


מען מיינט נישט צו זאגן אויף וואס פאר א שטיל מען זיצט פסח ביינאכט - וועט מען זיצן א גאנץ יאר, און אויב מען זיצט אויף א טייערע היסב בעט ביים ליל הסדר - וועט מען א גאנץ יאר זיצן אויף א שטיל, און אז מען זיצט אויף צעבראכענעם בענקל וועט מען א גאנץ יאר האבן א צעבראכענעם בענקל; מען רעדט פונעם מצב רוח פונעם מענטש. אז מען איז פרייליך, מען איז מרוצה ווי אזוי דער אייבערשטער מאכט - וועט דאס אים העלפן אויף א גאנץ יאר.


אז דו ביסט אריבער אזא מעשה, צו זיצן פסח אין שפיטאל. עס איז געקומען אומגעראכטן; דו האסט זיך געגרייט צו האבן א שיינעם יום טוב, און אזוי פלוצלונג ביסטו געלאפן מיט דיין ווייב אין שפיטאל, האסט זיך נישט פארלוירן, האסט געמאכט א סדר אין שפיטאל נעבן דיין ווייב'ס בעט - איז דאס פאר דיר א גוטע סימן, אז וואס עס וועט נאר אריבערגיין די יאר - וועסטו בלייבן מיט די הייליגע אמונה.


ווייסט אודאי די באקאנטע מעשה, איינער פון די תלמידים פון הייליגן חוזה פון לובלין זכותו יגן עלינו איז געווען אונטערוועגנס צו זיין ביי זיין רבי אויף פסח, און עס האט פאסירט אז די וואגן האט זיך צעבראכן און ער איז געבליבן שטעקן אויף יום טוב פסח אונטערוועגנס, אין א דארף ביי א פויער.


דער תלמיד איז געווען זייער צעבראכן, ער האט נישט געקענט אראפשלינגען וואס מיט אים האט פאסירט; דא גרייט ער זיך אזוי לאנג צו קומען צו זיין הייליגן רבי'ן אויף יום טוב און דא איז ער אנגעקומען אין א פארווארפענעם פלאץ, ביי א כפרי אין שטוב. ער האט נישט געהאט בכלל קיין מוחין, ער האט געמאכט דעם סדר זייער פשוט, ער האט געזאגט די הגדה, געגעסן די מצה און געטרינקען די פיר כוסות, ער האט אלעס געטון אן קיין כוונות, אן קיין מעשיות, ער האט געטון רצון השם און געגאנגען שלאפן.


קומענדיגן טאג האט ער שוין צוריק באקומען זיינע מוחין, ער האט געטראכט 'אז איך בין דא אנגעקומען איז דאס זיכער נאר לטובה'. ער האט אפגעראכטן דעם צווייטן סדר מיט אלע כוונות, מיט אלע מעשיות, ער האט זיך געשפירט ווי ער איז אין די לופט.


ווען ער איז געקומען צום הייליגן חוזה זכותו יגן עלינו, פרעגט אים דער חוזה: "וואו האסטו געפראוועט דעם ערשטן סדר נאכט? דו האסט ליכטיג געמאכט אלע וועלטן, דיין הגדה האט געשיינט אויף די גאנצע וועלט, זאג מיר וואו ביסטו געווען?" דער תלמיד טראכט צו זיך: 'מן הסתם מיינט דער רבי צו פרעגן וואו איך בין געווען די צווייטע סדר נאכט', דער תלמיד האט גארנישט געדענקט פון די ערשטע ליל הסדר, נאר ווי ער שטיקט זיך פון וויינען און פון זיין צעבראכענעם מוט. ער האט פרובירט פאררעכטן דעם הייליגן חוזה, אבער דער הייליגער צדיק זאגט אים: "נישט דעם צווייטן סדר, ביי דיין צווייטע סדר איז געווען אין הימל טונקל פון דיר, איך פרעג וואו דו ביסט געווען דעם ערשטן סדר?" ער האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן.


זאגט אים דער הייליגער צדיק: "איך וועל דיר מגלה זיין א סוד, אין הימל איז א לב נשבר זייער חשוב, ווער רעדט נאך ווען א מענטש שפירט ביי זיך אז ער איז גארנישט ווערד, דיקא דעמאלט שיינט דער איד אין אלע וועלטן. ביים ערשטן סדר ביסטו געווען צעבראכן און דו האסט געטון רצון השם, האסט געמאכט דעם סדר, פון דעם איז ליכטיג געווארן אלע וועלטן".


דאס זאג איך דיר, דו זארגסט וואס גייט זיין מיט דיר א גאנץ יאר אז דער סדר איז געווען אזוי פראסט, אזוי גארנישט, אזוי נעבעכדיג; דו פרעגסט וואס דו קענסט טון? זאג איך דיר, דיקא דער ליל הסדר ווי דו ביסט געזיצן אין שפיטאל נעבן דיין ווייב'ס בעט - האט געשיינט אין אלע וועלטן, ווייל ווען א איד טוט דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אפילו אין די מינוטן ווען עס גייט אים פארקערט - דאס איז זייער חשוב.


שטארק זיך, בוי דיין שטוב מיט דיין ווייב, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1826 - קען איך געבן צו עסן פאר מיין בעיבי אין קלאס?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, סקול, מלמדים, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א לערערין אין בית פיגא, איך בין זיך מחי' צו זיין א לערערין.


יעצט ווען איך האב געהאט מיין קינד ברוך ה', האב איך זיך שוין אזוי געבענקט צו די קינדער אין שולע, ש'כח אייבערשטער ס'איז א מחי' צו זיין צוריק אין סקול.


איך פלעג אלעמאל בלייבן אין קלאס ביי ריסעס, ביי הפסקה, צו הערן און זען וואס טוט זיך מיט די מיידלעך, אבער יעצט דארף איך ביי ריסעס געבן צו עסן פאר מיין בעיבי, וויל איך וויסן אויב עס פאסט און אויב עס איז גוט דאס צו טון אין קלאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער גוט ווען די לערערין דריידט זיך צווישן די קינדער ביי ריסעס און לאנטש, אזוי קען מען מיטהאלטן וואס טוט זיך צווישן די קינדער; מען קען אויפפאסן אויב איז דא א קינד וואס טרעט אויף אנדערע, און אויב איז דא א קינד וואס ווערט צוטרעטן. אויך קען מען הערן פון די שמועסן ווי זייער מח האלט, מען קען נאכדעם ביי די שיעורים אריינפלעכטן מוסר און חיזוק ווי עס פעלט זיך אויס.


ווען איך בין געווען א מלמד פלעג איך אסאך זיך דרייען צווישן די קינדער, שמועסן מיט זיי, דעמאלט האב איך געקענט אפלערנען די תלמידים.


בנוגע די פראגע וכו'; עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א לערערין צו געבן צו זייגן פארן קינד אין די צייט פון הפסקה אין קלאס צו קענען מיטהאלטן וואס טוט זיך ביי די קינדער, אזוי אויך פאר א מאמע איז נישט קיין ענין פון צניעות זיך צו באהאלטן אין צימער ביים זייגן, מען קען געבן צו זייגן צווישן די קינדער, פארשטייט זיך מיט א צודעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1825 - מיט'ן שכל פון רבי'ן, האב איך געהאט א שיינעם יום טוב
אומאן, שלום בית, סבלנות, חסידות ברסלב, מחלוקת, ראש השנה, תפילה והתבודדות, התנגדות, יום טוב, שכל, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח האט מיין ווייב געבעטן פון מיר פאר אפיקומן אז איך זאל איר נאכאמאל צוזאגן אז איך בין נישט קיין ברסלב'ער. איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב די עצות און שכל פון הייליגן רבי'ן, און איך האב נישט אנגעהויבן קיין קריגעריי דערוועגן, איך האב איר גלייך צוגעזאגט אז איך לאז אפ ברסלב.


איך האב געטראכט צו זיך אז פון יעצט איז דער רבי און דער ראש ישיבה מער נישט ברסלב נאר אומאן, איך וועל גיין צום אומאן רבי און צום אומאן ראש ישיבה.


איך בעט ווייטער דעם אייבערשטן, "באשעפער העלף מיר איך זאל זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און מיין ווייב און קינדער זאלן זיך נאך פרייען דערמיט, מיר לאזן גיין מיט שמחה, און מיינע קינדער זאלן לערנען אין די ברסלב'ע מוסדות".


ווען איך האב ווען נישט די שיעורים, וואלט איך געהאט צעשטערטע יום טוב. יישר כח פאר די שכל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט איר צוגעזאגט אז דו גייסט נישט מער האבן מיט ברסלב, אזוי האסטו געהאט א שיינעם יום טוב אן מחלוקות.


בנוגע צוזאגן; איך געדענק ביי מוהרא"ש אזא מעשה, איך בין געווען אין צימער ווען איינער פון אנשי שלומינו איז געקומען וויינען צו מוהרא"ש נאך ראש השנה אז זיין ווייב האט זיך אפגעשיידט פון אים, זי וויל מער נישט לעבן מיט אים - ביז ער זאגט צו אז ער פארט מער נישט קיין אומאן, זי פארלאנגט ער זאל אונטער שרייבן אז ער גייט מער נישט פארן קיין אומאן.


מוהרא"ש האט אים געזאגט: "אודאי זאלסטו אזוי טון, זאג איר צו אז דו פארסט מער נישט קיין אומאן"; מוהרא"ש האט אים געזאגט: "ווען דו זאגסט צו - זאלסטו טראכטן, דו זאגסט צו דו פארסט מער נישט, פינטל". אזוי ווי יעקב אבינו האט געזאגט פאר זיין טאטע יצחק (בראשית כז, יט): "אָנֹכִי עֵשָׂו בְּכֹרֶךָ", זאגן די הייליגע חכמים (תנחומא הישן, ט; הובא ברש"י) ער האט געזאגט "אָנֹכִי", איך בין, פינטל, איך בין ווער איך בין, "עֵשָׂו בְּכֹרֶךָ", עשיו איז דיין בכור. מוהרא"ש זאגט אים: "דו טראכט, איך זאג צו איך פאר נישט מער", פינטל, וואו? צו די לבנה, און מוהרא"ש זאגט אים: "זאלסט טאקע מער נישט פארן צו די לבנה, קיין אומאן אויף ראש השנה פאר איך יעדע יאר"; מוהרא"ש האט געשמייכלט, און ברוך השם יענער אינגערמאן איז צוריק מיט זיין ווייב און ער פארט יעדע יאר קיין ראש השנה, מיט דעם וואס ער האט צוגעזאגט.


מען דארף טון אלעס אויף דער וועלט עס זאל זיין שלום אין שטוב, און אז די ווייב איז אנגעגעסן אויף ברסלב, זי האט געהערט שלעכטע זאכן - איז נישט כדאי זיך צו עקשנ'ען. ענדערש געבט מען גערעכט, מען טענה'ט נישט, מען געבט נאך, און מיט תפילה און מיט חכמה קען מען איר מקרב זיין. אבער מען דארף האבן געדולד, עס נעמט צייט. אזוי ווי דער רבי פירט אויס די מעשה פונעם פארלוירענעם בת מלך (ספורי מעשיות, מעשה א): "דער שני למלכות האט זיך פארזוימט דארט אין שטאט, ווארום מען מוז זען מיט חכמה און שכל מען זאל זי ארויסנעמען, און צום סוף האט ער איר ארויסגענומען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1824 - זאל איך נוצן פראטעקציע אריינצולייגן מיין טאכטער אין שולע?
סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, מוסדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף יעצט אריינשיקן מיין טאכטער אין שולע, איך האב שוין פרובירט ביי עטליכע מוסדות, אבער קיינער וויל מיר נישט אננעמען.


מיין שאלה איז אויב איך זאל בכלל פרובירן מיט פראטעקציע און אנדערע וועגן צו קענען איר אריינלייגן אין א מוסד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי! טו אלעס וואס דו קענסט נאר אז דיינע קינדער זאלן האבן גוטע ערליכע מוסדות.


קענסט נוצן אונזער פראטעקציע; דער רבי לערנט אונז די עצה פון תפילה והתבודדות, בעטן דעם אייבערשטן וואס מען וויל - דאס איז די בעסטע פראטעקציע, תפילה איז שטערקער פון אלעס. בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען געבן די בעסטע חינוך פאר דיינע קינדער, אויך זאלסטו בעטן פאר זיי; ווייל נאר תפילה איז די וועג פאר גוטע קינדער.


איך וויל דיך דערמאנען די מעשה וואס מוהרא"ש האט אונז דערציילט פון הייליגן חפץ חיים. אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, דער הייליגער חפץ חיים פרעגט אים: "מיט א ברכה ווילסטו האבן גוטע קינדער? עס גייט נישט אזוי, גוטע קינדער דארף מען בעטן אסאך דעם אייבערשטן", ער ווייזט פאר דעם איד זיין מאמע'ס תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, און זאגט אים: "אזוי האט מען גוטע קינדער"; זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז דו זאלסט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן, תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1823 - ווי אזוי שטארק איך זיך, נישט צו טראכטן פון אנדערע?
שלום בית, קדושה, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, מחשבות

תוכן השאלה‎

א גרויסן ישר כח אויף די וועכנטליכע קונטרס עצתו אמונה, איך ליין עס יעדע וואך פון דעקל צום דעקל, און עס געבט מיר אסאך חיזוק און הדרכה.


איך בין שוין חתונה געהאט שוין אפאר יאר ברוך ה', און איך בין זייער צופרידן פון מיין לעבן, מיין מאן איז אויסערגעווענליך געטריי צו מיר און ער איז וואויל און ערליך.


איך האב אבער א פראבלעם אז אסאך מאל קומען מיר ארויף שלעכטע מחשבות וואס איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויף זיי, און עס שטערט מיר זייער דאס לעבן, איך שעם זיך זייער דאס צו שרייבן איך וויל אבער ארויסגיין פון דעם.


אלס מיידל האב איך אסאך נאכגעקוקט בחורים, בפרט איין בחור וואס איז געווען זייער א שיינער, און עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ, אסאך מאל טראכט איך פארוואס האב איך נישט חתונה געהאט מיט א שיינע מאן.
איך וויל לעבן מיט מיין מאן אן צו טראכטן פון אנדערע, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט אן ערליכער מאן, א וואוילער מאן, א געטרייער מאן; וויפיל פרויען וואלטן געוואלט זוכה זיין צו דעם, צו האבן א מאן מיט די דריי מעלות: ערליך, וואויל און געטריי; וואס איז שענער ווי ערליך, וואויל און געטריי?! וואס האט מען פון שיינע פיאות מיט א שיינע געפוצטע בארד? ערליך, וואויל און געטריי - דאס איז די שענסטע זאך אויף די וועלט.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל ארויסגיין פון אייער קאפ די שלעכטע מחשבות וכו', און בעטס ביים אייבערשטן עס זאל זיין חן אויף אייער מאן, בעטס די תפילה:


"רבונו של עולם איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערער מאן; מיין מאן איז אזוי גוט און געטרייע צו מיר.


רבונו של עולם העלף מיר עס זאל זיין חן צווישן אונז, מיין מאן זאל האבן חן אין מיינע אויגן און איך זאל האבן חן אין זיינע אויגן, מיר זאלן לעבן בשלום און באהבה.


הייליגער באשעפער איך האב זיך נישט געהיטן מיינע אויגן און דאס מאכט מיר האבן שלעכטע מחשבות, עס פייניגט מיר, עס לאזט מיר נישט לעבן, איך האלט עס נישט אויס, העלף מיך איך זאל האבן הייליגע און ריינע מחשבות, נישט טראכטן פון אנדערע און נישט גליסטן צו פרעמדע, וטהר לבנו לעבדך באמת, מיין הארץ זאל זיין ריין, מיין מח זאל זיין זויבער.


רבונו של עולם איך וויל האבן א שטארקע אמונה צו וויסן און צו גלייבן אז אלעס אויף די וועלט איז נאר פון דיר, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דיר, אלעס וואס פאסירט איז פון דיר; איך, מיין מאן און מיינע דורות - אלעס איז דו. הייליגער באשעפער געב מיר א שטארקע אמונה, ווייל נאר מיט אמונה קען מען זיין פרייליך, נאר ווען מען ווייסט אז אלעס איז פון דיר - איז מען צופרידן, און אויב מען פארגעסט פון דיר, מען טראכט אז זאכן פאסירן פון זיך אליינס - דעמאלט ווערט מען בעצבות, און דעמאלט הויבן זיך אן אלע שלעכטע מחשבות".


דורך תפילה און דורך הודאה וועט זיין חן צווישן אייך, און די שכינה וועט רוען צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.