שאלה אין קורצן ענין
#2152 - וואס קען איך טון לטובת מיין זיידע'ס נשמה?
סיפורי צדיקים, הפצה, נשמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זיידע איז נפטר געווארן, ברוך דיין האמת. וואס קען איך טון לטובת זיין נשמה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ד' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גרעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיין זיידע - זאלסט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק פאר אידישע קינדער.


אויבן אין הימל איז די גרעסטע זאך דער וואס ברענגט צוריק נשמות ישראל צום אייבערשטן. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז רש"י הקדוש אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל'ע זלאטשובער אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליין וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליין רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער איז אזוי חשוב..."



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2151 - פארוואס האב איך פארלוירן מיין געפיל ביי התבודדות?
תפילה והתבודדות, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהאט געשריבן א בריוו אפאר וואכן צוריק אז איך גיי התבודדות יעדן טאג אין וואלנאט מאנטען. איך פלעג פילן אזוי גוט, איך האב געפילט ווי מיין אמונה איז אזוי שטארק אז עס גייט מיר גארנישט אן, איך האב נישט מורא פון קיינעם, און איך וויל נאר געפעלן פאר'ן אייבערשטן.


לעצטנס ווען איך גיי התבודדות איז מיר זייער שווער צו רעדן, איך פיל אזוי שווער, איך קען זיך נישט עפענען דאס מויל, איך האב לעצטנס צוריק אנגעהויבן מורא האבן פון די חיות, אסאך מאל בעט איך נאר פאר דעם אז עס זאל גארנישט געשען און איך זאל נישט מורא האבן. נישט אז עפעס איז געווען, נאר עס האט מיר סתם אנגעכאפט א פחד.


איך פרוביר נאכאלץ צו גיין יעדן טאג, ווייל איך ווייס אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, ווי אזוי קען איך אבער מאכן אז איך זאל בלייבן שטארק און מיין אמונה זאל נאר ווערן שטערקער?


אויך טראכט איך אז יעצט ווען איך בין דורך זייער א שווערע צייט מיט פרנסה האט מיר עס געשלעפט צו גיין התבודדות ווייל איך האב נישט ווער עס קען מיר העלפן, און נאר נאכ'ן גיין התבודדות האב איך געפילט גוט. ווי עס זעט אויס האב איך ברוך ה' געטראפן א גוטע פרנסה און איך האב מורא אז ווען איך גיי ווערן צוריק מסודר מיט א דזשאב און א נארמאלע געהאלט גייט עס מיר מאכן אז איך זאל נישט גיין התבודדות, אדער על כל פנים נישט אזוי לאנג, ווייל איך ווייס אז איך האב אן ארבעט.


איך ווייס אז עס איז נישט די ריכטיגע וועג פון טראכטן, ווי אזוי קען איך אבער זיך האלטן צו דעם אויך ווען עס גייט מיר גוט? און נישט ווארטן חס ושלום אז עפעס זאל געשען זיך צו דערמאנען?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, מיר זענען אזוי צופרידן ברוך ה', אונזער לעבן ווערט שענער און שענער יעדן טאג, עס איז מיר אזוי געשמאק צו זיין אינדערהיים.


 יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו שפירסט לעצטנס ביי התבודדות ווי דו האסט נישט די ברען און געפיל פון אמאל - דאס איז נאר דיך צו ברענגען אויף א העכערע פלאץ אין עבודת השם. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, "רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודת השם, און כדי צו קענען גיין העכער - דארף מען אראפגיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפגעפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר צו קענען גיין העכער און העכער.


גיי ווייטער זיך מתבודד זיין אין די פעלדער, אין די וועלדער, ווארט נישט אויף געפילן, דו טו וואס דער רבי האט אונז געלערנט, און אז דו שפירסט נישט קיין טעם, דו שפירסט דו האסט נישט קיין דיבורים - זאלסטו פון דעם אליין מאכן התבודדות, אבער זאלסט חס ושלום נישט אפלאן, אלע צדיקים זענען דאס אריבער, דער רבי אליין איז דאס אריבער. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט, און אז קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּה, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעם האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן, אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2150 - פארוואס בין איך אזא פארשלעפטע קרענק?
שמחה, עצבות, היטן די צייט, מסודר, פארשלעפט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט מער, איך קען זיך נישט ליידן, איך בין אזא פארשלעפטע קרענק, איך קען זיך צו גארנישט מסדר זיין. איך לייד פון דעם ברוחניות ובגשמיות. אין מח וויל איך טון אזויפיל גוטע זאכן, איך מאך אזויפיל גוטע פלענער און קבלות, און עס לאזט זיך יעדע מאל אויס מיט גארנישט, אזויפיל צייט גייט מיר אוועק מיט נארישקייטן.


איך וויל אזוי שטארק גיין יעדן טאג התבודדות, דורכרעדן מיין גאנצע טאג מיט'ן אייבערשטן, און געווענליך בלייב איך מיט'ן ארויסכאפן א ווארט דא און א ווארט דארט צום אייבערשטן.


איך וויל אזוי שטארק אויסנוצן די צייט אויף גוטע זאכן, לערנען און דאווענען און העלפן אינדערהיים, און למעשה כאפ איך ארויס א גוטע זאך דא און דארט, און ביי דעם בלייבט עס.


איך קום צו אלעס אן שפעט, און עס שטערט פאר מיין ווייב אזוי שטארק, אבער איך לייד פון דעם אסאך מער, מיך שטערט עס אסאך מער אז איך קום צו גארנישט אן.


איך פיל זיך ווי אזא ליידיגער מענטש, א בטלן בגשמיות וברוחניות, ווי אזוי קען איך זיך אריינשטעלן אין סדר? דאווענען מיט א זמן, לערנען מיט א זמן, זיך לייגן שלאפן פרי מיט א זמן, איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר עצה'ען ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צעברעך זיך נישט, עס איז גארנישט אז מען איז פארשלעפט, מען קען זיין אן ערליכער איד אפילו מען איז נישט אין צייט. זיי פרייליך אז דו כאפסט ארויס גוטע זאכן, זיי פרייליך אז דו כאפסט ארויס דא אפאר ווערטער צום אייבערשטן און דארט אפאר ווערטער צום אייבערשטן, אין הימל איז דאס זייער זייער חשוב.


אז דו ווילסט זיין מסודר און נישט זיין קיין בטלן - זאלסטו ארבעטן אויף שמחה, זיך פרייען אז דו ביסט א איד, זיך פרייען מיט די מצוות וואס דו ביסט זוכה צו טון. מיין נישט אז דאס איז א קלייניקייט, ברודער, אין דעם ליגט אלעס; שמחה איז די סוד פון הצלחה, זיין פרייליך מיט די גוטע זאכן וואס מען טוט. דער רבי האט אונז זייער אסאך געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), אז מען מוז זיך פרייען מיט די גוטע זאכן וואס מען האט. דער רבי זאגט (שם): "כי רוב בני אדם שרחוקים מהשם יתברך", מערסטנס פון די מענטשן וואס זענען ווייט פונעם אייבערשטן, "עקר ריחוקם הוא מחמת מרה שחורה ועצבות", איז דאס צוליב דערביטערניש און דיפרעסיע.


דעריבער בעט איך דיר זייער ליבער ברודער זאלסט אלעס טון אבי צו זיין פרייליך, ווייל מיט עצבות קען מען גארנישט פועל'ן, מען ווערט נאר מער און מער פארדרייט. מוהרא"ש זאגט, א מענטש קען זיך מעסטן אויב ער איז ביי די קדושה וכו' אדער ביי די טומאה וכו', אויב מען איז פרייילך - איז מען ביי די קדושה, ווייל עצבות איז טומאה און שמחה איז קדושה, מען קומט אן צו די העכסטע מדריגה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2149 - ווי אזוי מאך איך מיין נשמה זאל נישט אינגאנצן פארלוירן גיין?
קדושה, לימוד התורה, מאוויס, תשובה, עבירות, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים און פאר די "עצתו אמונה" וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט מיר, עס איז מיר זייער מחי'.


איך בין א בחור אין די יארן פון שידוכים, איך האב געוואלט בעטן חיזוק אויף שמירת עינים. אין די לעצטערע וואכן בין איך זייער געפאלן אין דעם, איך האב געטראפן א מאוויס סעריע און איך האב עס געקוקט, איך האב געמיינט אז עס נישט קיין שלעכטע זאכן, אבער אינצווישן איז געווען איין קליינע מאווי פון עטליכע מינוט מיט גאר עקלדיגע זאכן, איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב עס געקוקט אסאך מאל, און דאס האט מיר אינגאנצן צעבראכן דעם מח, פון דעמאלט האב איך נישט קיין מח, איך קען גארנישט טראכטן, מיין מח איז אינגאנצן פארברענט. דערנאך האב איך זיך ווידער נישט געקענט איינהאלטן אסאך מאל, און איך האב ווייטער געקוקט.


איך בעט ברחמים אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ראטעווען, איך בין זיך שוין אינגאנצן מייאש פון היטן די אויגן, איך קען זיך נישט עפענען דאס מאל צו רעדן צום אייבערשטן אפילו איין ווארט. האט רחמנות אויף מיין נשמה אז עס זאל נישט גיין לאיבוד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוי וויי, אוי געוואלד, קוקן מאוויס פון עבירות איז די טרעפ צום גיהנום, אז מען קוקט עבירות פארלירט מען אלעס, מען פארלירט די יראת שמים, מען פארלירט די אמונה, מען ווערט אומגליקליך, מען ווערט משוגע; דאס איז די קללה פון די תוכחה וואס די תורה זאגט (דברים כח, לד): "והיית משוגע ממראה עיניך אשר תראה", דו וועסט משוגע ווערן פון וואס דו וועסט זען מיט דיינע אויגן, רוב משוגעים ווערן משוגע פון תאוות ניאוף רחמנא לצלן.


וויי פאר דיר, וויי פאר דיין נשמה, דורך קוקן עבירות קומט מען צו די ביטערע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, מען ווערט דעפרעסט מען פארלירט אלעס, ביז מען האט קשיות אויפן אייבערשטן, עס דרייט זיך אין מח מחשבות פון כפירה, ביז מען טראכט מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן; אלעס קומט פון זיך נישט היטן די אויגן, פון קוקן מאוויס און קליפס פון עבירות.


אז דו ווילסט רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה, אויף דיין עתיד - זאלסטו אוועק ווארפן אלע כלים וואס מען קען אויף דעם קוקן עבירות, און מער נישט גיין אין פלעצער וואו מען קען אנקומען צו קוקן מאוויס. דאס איז די ערשטע און וויכטיגסטע תיקון, היטן די אויגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע קען נאר אראפ ווארפן דורך די אויגן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען משניות און גמרא. יעצט ווען דיין קאפ איז אין תפיסה, דיין מח מחשבה איז פארכאפט ביי די קליפות - זאלסטו זאגן די ווערטער פון תורה אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. משניות רייניגט די מחשבות, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טומאה, מוהרא"ש זאגט, די ראשי תיבות פון: הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי - איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויך זאלסטו לערנען גמרא. הויב אן ש"ס, לערן גמרא כסדרן, זאג א בלאט נאך א בלאט, און וויין זיך אויס אויף די גמרא צו די תנאים און די אמוראים זיי זאלן רחמנות האבן אויף דיר אז דו זאלסט נישט פארפאלן ווערן, דו זאלסט קענען אלעס פאררעכטן.


אז דו וועסט יעצט אוועק ווארפן אלע כלים וכו' וכו' און נעמען דעם רבינ'ס עצות וועסטו אלעס פאררעכטן, און אז דו וועסט ווייטער קוקן מאוויס פון עבירות - וועסטו משוגע ווערן רחמנא לצלן, נאכדעם קומט דראגס רחמנא לצלן, ביז מען פארלירט ביידע וועלטן.

#2148 - לערנען שיעורי תורה ביי קברי צדיקים?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם דארף איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ווייל די וואך האט מיר מיין ברודער געזאגט אז א צווייטער ברודער גנב'ט געלט פון מיין טאטנ'ס אקאונט און ער מאכט אים הארץ ווייטאג, און מען דארף יעצט אפהאבן מיט אים, און ווייל איך האב פארדעם געזען א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער גארנישט צו האבן צוטון מיט קיין מחלוקת, אפילו ווען עס זעט אויס לשם שמים, דעריבער האב איך זיך בכלל נישט וויסנדיג מאכן פון דעם.


יעצט צו מיין שאלה, איך האב געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון די גרויסקייט פון גיין צו א ציון פון צדיק, סיי צו מתפלל זיין און סיי צו לערנען די שיעורים, לכבוד דעם בין איך געגאנגען צוויי מאל צום ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין קרית יואל און איך האב דארט געלערנט מיינע שיעורים, איך ווייס נישט פארוואס אבער אינמיטן לערנען איז אריינגעקומען אין מיר א מורא'דיגע ווארעמקייט און איך האב זיך געקענט גוט אויסרעדן מיין גאנצע הארץ צום אויבערשטן, אבער למעשה בין איך מער נישט צוריקגעגאנגען ווייל עס איז מיר זייער אומבאקוועם ווען עס קומען און גייען מענטשן און עס איז זייער אויפפאלנד ווען א אינגערמאן זיצט מיט א הויפן ספרים און לערנט דארט, עס קוקט נישט אויס ווי א נארמאלע זאך, און אויך איז דא ווייניג פלאץ צו זיצן; וויל איך וויסן אויב איך קען זיצן אין מיין קאר נעבן דעם בית החיים און דארט לערנען מיינע שיעורים, אויב עס איז די זעלבע ווי ווען מען זיצט ביים ציון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א גרויסע זאך צו גיין צו קברי צדיקים מתפלל זיין. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", ביי קברי צדיקים ווערן אנגענומען די תפילות אפילו דער מענטש איז נישט ווערד מען זאל אויסהערן זיין געבעט; דערפאר איז א גרויסע זאך - סיי פאר מענער, סיי פאר פרויען - צו גיין צו קברי צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים זאל מען זען ישועות.


דיינע שיעורים זאלסטו לערנען אין שטוב אדער אין שול, און ביי קברי צדיקים זאלסטו זאגן תהילים און מתפלל זיין; מיש נישט קיין יוצרות, און טו נישט אינטערעסאנטע זאכן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2147 - וואס האט הרה"ק מסאטמאר זי"ע געהאלטן וועגן ברסלב?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך באדאנקען פאר די חיזוק און בריוון, דער ראש ישיבה שליט"א אליין ווייסט נישט וויפיל טויזענטער אידן ביודעים ובלא יודעים זענען זיך מחי' מיט די עמערס חיזוק יעדן טאג.


איך האב היינט באגעגנט א ספר און געזען א זאך וואס איך האב אין מיין לעבן נישט געהערט דערפון, אז דער ליעזשער רב ז"ל פון לאנדאן האט געפרעגט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וועגן די מחלוקת אויפ'ן הייליגן רבי'ן, און דער סאטמאר רבי זי"ע איז געווארן זייער צוקאכט, און ער רופט זיך אן פחד'יגע ווערטער, "אפילו צדיקים וקדושים וטהורים קען נאךאלץ זיין א געדאנק ווי זיי זענען נישט מזוכך אינגאנצן, און דאס קומט פונעם חטא עץ הדעת, מה שאין כן דער רבי ר' נחמן איז געווען מזוכך אינגאנצן, ממילא איז געווען ביי אים די בחינה פון ויקנאו בו אחיו וואס שטייט ביי יוסף הצדיק".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז באוויסט ביי סאטמערע חסידים אז דער רבי זכותו יגן עלינו האט געלערנט אלע ספרי ברסלב אין די יונגע יארן, און די גאנצע שיטה הקדושה איז געבויט אויפן הייליגן רבינ'ס ספרים; אויף אמונה פשוטה, און אויף זיך נישט אוועק רירן פון שלחן ערוך, אויף קדושה און טהרה, שמירת הברית, און אויף דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות וכו'.


דער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער ברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן, און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוויסט וואס עס גייט זיין.


אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...


דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#2146 - איז א פעלער אז מ'וויינט אסאך?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, עצבות, תודה והודאה, וויינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איז א פעלער אז מ'וויינט אסאך? איך זאג א גאנצן צייט פאר'ן אייבערשטן אז עס קומט מיר גארנישט, איך בעט נאר א מתנת חנם, איך בעט זייער שטארק וועגן פרנסה, חובות, און פארבעסערן וואס איך דארף פארבעסערן, און נישט זיין בייז, און נישט מקפיד זיין, און זיין פרייליך און רואיג צו יעדן, ובפרט אין שטוב, און אויך אז איך זאל געבן פאר נאך מענטשן די שיינע זאכן וואס איך האב באקומען.


עס איז דא טעג וואס איך וויין זייער אסאך ווען איך בין אליין, איז עפעס נישט ריכטיג מיט דעם? ווי אזוי ווייס איך אויב די וויינען האט א שייכות מיט עצבות? א גרויסן יישר כח פאר זיך אוועקגעבן צו דערמאנען מענטשן צוריק צו גיין צום אייבערשטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז די שענסטע זאך אז מען איז זיך מתבודד, מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, מען שמועסט מיט אים אזוי ווי מען שמועסט צו א גוטער פריינד און ווי א קינד שמועסט מיט זיין טאטע; דורך רעדן צום אייבערשטן קומט מען אן צו די העכסטע מדריגות.


ווי אזוי קענסטו וויסן אויב די וויינען קומט פון עצבות? אויב מען איז ברוגז, מען רעדט זיך אפ - דאס איז עצבות ומרה שחורה, אבער אויב דו קומסט צום אייבערשטן און בעטסט א מתנת חינם - דאס איז נישט קיין עצבות, וויינען איז נישט עצבות; דאס איז די העכסטע מדריגה, צו בעטן א מתנת חינם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי ואתחנן, כו), צדיקים קענען בעטן וואס עס קומט זיי, דאך בעטן זיי נאר א מתנת חינם; "רבונו של עולם, עס קומט מיר גארנישט, איך בעט דיר א מתנת חינם, געב מיר פרנסה, געב מיר הרוחה וכו'".


עצבות איז ווען מען איז ברוגז אויפן אייבערשטן. מען האט אמאל געפרעגט דעם רבי'ן וואס איז די חילוק פון א 'לב נשבר', א צעבראכענע הארץ - צו 'עצבות ומרה שחורה', דעפרעסט, דערביטערט; האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן מב), 'עצבות' איז ווען מען איז ברוגז אויפן אייבערשטן, עצבות איז זיך אפרעדן און האבן טענות, פארוואס דער אייבערשטער טוט נישט אזוי און אזוי, אבער 'לב נשבר' איז - זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, זיך בעטן ביים אייבערשטן, און מוהרא"ש דערציילט, אז דער רבי האט זיך דעמאלט אויסגעדרייט און אויפגעהויבן די הענט צום הימל, כבן המתחטא, און שוין אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, זיך בעטן ביי אים.


זע אבער זאלסט אויך אוועק געבן צייט פאר תודה והודאה, תפילה מוז גיין אינאיינעם מיט דאנקען און לויבן, נאר אזוי האט מען כח ווייטער צו בעטן; דאס דאנקען און לויבן געבט כח צו בעטן.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע עבודה, לאז זיך נישט שטערן פון די מחשבות און מאך פון די מחשבות אויך תפילה, דאס אליין קענסטו אויסשמועסן מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#2145 - ווי אזוי פרישט מען זיך אויף נאך די חתונה?
חתונה, התחדשות, שנה ראשונה, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף דעם גוטן לעבן וואס איך האב יעצט נאך די חתונה, אין זכות פון די שיעורים און בריוו וואס איך האב געהערט און געליינט אלס בחור.


איך האב אזויפיל מתפלל געווען א גאנצן צייט ווען איך וועל שוין קענען מקיים זיין די אלע חיזוק און עצות צו מכבד זיין די ווייב, און ברוך ה' אז איך האלט שוין דא, איך האב שוין ברוך ה' חתונה געהאט.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי מען ווערט מען יעצט מקורב פון פריש? וואו איז פארשווינדן געווארן מיין חיות און געשמאק אין א פרק משניות און אין א בלאט געמרא? איך וויין אסאך צום אייבערשטן אז איך זאל שוין זוכה זיין זיך צו קענען באנייען און זיך אויפפרישן צו לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, צו לערנען אסאך, צו מסיים זיין נאך אסאך מאל ששה סדרי משנה, ווי אזוי מאכט מען דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


עש"ק פרשת וארא, מברכים החודש, כ"ד טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען האט חתונה דארף מען פון פריש מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב): "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", ווען א מענטש ווערט מקורב צום צדיק, ווי נענטער ער קומט צום צדיק - אלץ מער ווערט ביי אים פארלאשן די חשק; און ווען מען האט חתונה דעמאלט ווערט מען דאך מער נענטער צום צדיק, דארף מען פון פריש מקורב ווערן.


מוהרא"ש זאגט, על פי רוב האבן בחורים א געפיל צום רבי'ן, ווייל זיי דארפן די חיזוק, און ווען מען האט חתונה - דארף מען פריש מקורב ווערן, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מקושר צום צדיק און פאלגן דעם צדיק.


ווארט נישט אויף א טעם און א געפיל, דאס וועט שוין נאכקומען. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן עו): "הַמַּתְחִיל לַעֲבֹד אֶת ה'", ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן, "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹמֵר לוֹ", זאגט אים דער אייבערשטער, "יוֹדֵעַ אֲנִי, שֶׁחֶפְצְךָ וּרְצוֹנְךָ לַעֲבֹד אוֹתִי", איך ווייס אז דיין ווילן איז מיך צו דינען, "אֲבָל מַה הוּא הַבְּטוּחוֹת, שֶׁמָּא לְמָחָר תַּעֲזֹב אוֹתִי", אבער ווי אזוי ווייס איך אויב דו וועסט מיך נישט אפלאזן, "אִם כֵּן אֵיךְ אֲקָרֵב אוֹתְךָ בִּשְׁבִיל הָרָצוֹן שֶׁרָצִיתָ, וְאֵיךְ אֲגַלֶּה לְךָ תֵּכֶף דְּבָרִים נִסְתָּרִים", איז ווי אזוי קען איך דיר אנטפלעקן די שיינקייט און זיסקייט פון די הייליגע תורה, "אֶלָּא כֵּן תַּעֲשֶׂה", זאלסטו אזוי טון, "בִּתְחִלָּה אֱהַב אוֹתִי כָּךְ וְתַעֲשֶׂה מִצְווֹתַי", הויב אן מיך דינען און טון מיינע מצוות, "אַף עַל פִּי שֶׁאֵין אַתָּה יוֹדֵעַ הַשֵּׂכֶל שֶׁל הַמִּצְוָה", אפילו אן פארשטיין, "וַעֲבֹד אוֹתִי פָּשׁוּט בְּלֹא חָכְמוֹת", דין מיך פשוט'ערהייט מיט תמימות, אן קיין חכמות, "וּכְּשֶׁתַּעֲבֹד אוֹתִי כַּמָּה זְמַנִּים", און אז דו וועסט מיך אזוי דינען, אפילו אן קיין טעם, אן קיין פארשטאנד, "אֲזַי אַאֲמִין לְךָ וַאֲגַּלֶּה לְךָ טַעַם וְשֵׂכֶל שֶׁל כָּל דָּבָר וְדָבָר", וועל איך דיר אנטפלעקן די טעמים פון די מצוות און דיר געבן צו שפירן א געפיל, "וַאֲקָרֵב אוֹתְךָ בְּכָל מִינֵי הִתְקָרְבוּת", און דיך מקרב זיין מיט אלע סארט התקרבות, "כִּי הַזְּמַן הָרַב שֶׁעָבַדְתָּ אוֹתִי מִקֹּדֶם הוּא בְּטוּחוֹת, שֶׁלֹּא תַּעֲזֹב אוֹתִי [הֵן אֱמֶת]", ווייל איך זע אז דו דינסט מיך מיט אן אמת.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2144 - איז דא עפעס העכערס ווי היכל הקודש?
תפילה והתבודדות, אמונה, היכל הקודש, עבודת השם, תמימות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין לעצטנס געווען ערגעץ, איך האב דארט געטראפן איינעם וואס הייסט א חשובער איד, און ער איז צוגעקומען צו מיר און מיר געזאגט אז ער האט אביסל באטראכט די מענטשן פון היכל הקודש, און ער זעט טאקע אז זיי לערנען און דאווענען, אבער למעשה 'איז דא עפעס העכערס פון דעם', וואס איז מיט אביסל העכערקייט? ער האט מיר אויך גע'מוסר'ט אז מען טאר נישט זאגן "ש'כח אייבערשטער", און אזוי ווייטער.


ער האט באוויזן מיר צו צעמישן פאר אביסל, אבער ברוך ה' אז אויפ'ן וועג אהיים האב איך געזאגט תיקון חצות און איך האב זיך גוט מתבודד געווען, און ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי האב איך געזאגט ש'כח אייבערשטער אז איך קען זאגן ש'כח אייבערשטער, וואס איז שייך העכער פון דעם? ארויסצוזאגן פאר'ן אייבערשטן אלע רצונות, אויסדערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ, צו לערנען יעדן טאג, אבער טאקע ממש יעדן טאג ארומשפאצירן אין אלע חלקים פון די הייליגע תורה, א מיליאן מאל 'אשרינו'.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, י"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאכסט מיך שמייכלען, דערמאנסט מיר ווען איך בין מקורב געווארן, ווי די זיסע צוקערדיגע מענטשן זענען מיר געקומען זאגן די לשונות 'עס איז דא העכערס וכו' וכו', 'היכל הקודש איז טאקע גוט, אבער עס איז דא אין ברסלב מער שפיציגע, מער עובד'ישע'; א נס אז איך בין שוין געווען איידער מיין התקרבות ביי חבורות פון עובדים, איך האב שוין פארזוכט די הויכע פליעדיגע דמיונות, אזוי אז ווען איך האב פארזוכט פון מוהרא"ש די פשוט'ע וועג, די פשוט'ע דיבורים - האט מען מיךְ נישט געקענט פארנארן.


וואס איז דא העכער פון טראכטן אמונה? וואס איז העכער פון רעדן צום אייבערשטן? שמועסן מיטן אייבערשטן? דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף זיך; נאך זיינע עבודות, נאך זיינע תעניתים און סיגופים: "וואלט איך געוואוסט וואס מען קען זוכה זיין דורך זיך פירן פשוט, דורך רעדן צום אייבערשטן - וואלט איך נישט געמאכט די עבודות".


רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ, הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק'", דער רבי איז צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות נאר דורך זיך פירן פשוט, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און גערעדט צום אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און ער האט געזאגט אסאך תהילים, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און נאר אזוי האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו, וואס ברענגט אונז צו די גרעסטע מדריגות פון דינען דעם אייבערשטן פשוט. דער רבי האט געזאגט (שם): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט, "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוטע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוט'ערהייט, און אסאך געשמועסט מיטן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2143 - פארוואס קען איך נישט איינשלאפן?
שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א גרויסע צרה, איך קען נישט שלאפן, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען ביטע מתפלל זיין פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף נישט שלאפן; אויב מען קען נישט שלאפן - גייט מען ארויס פון בעט און מען זאגט דעם יום תהילים, ח"י פרקים משניות, און אויב מען קען נאכאלץ נישט שלאפן - קען מען ענדיגן די מדרש אויף די פרשת השבוע מיטן זוהר, און אז עס ווערט שוין כמעט פארטאגס און מען קען נישט שלאפן - טוט מען זיך אן און מען גייט אין מקוה, מען גייט דאווענען.


פייניג זיך נישט אז דו קענסט נישט שלאפן, עס איז נישט קיין הלכה אז מען דארף שלאפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2142 - איך האלט ממש ביי גארנישט, וואס טוט מען?
חובות, שלום בית, קדושה, רפואה, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, נסיונות, התחדשות, משניות, תיקון הכללי, מנין, גמרא, שכחה, עבר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן וואס קען איך טון אז איך בין אין עולם התוהו, איך פאל אין ניאוף, אין קוקן שמוץ און אויך אויף יעדע פרוי אין גאס, און הוצאת זרע לבטלה רחמנא ליצלן, קוים וואס איך דאווען, קוים וואס איך זאג עפעס משניות, צוויי טעג הייב איך אן זאגן און אנדערע טעג גארנישט, איך ברענג נישט קיין פרנסה, איך צאל נישט קיין חובות, איך פאלג נישט דעם ראש ישיבה שליט"א.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו לערנען משניות און גמרא און מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און איין טאג טו איך עס יא און נאכדעם דריי חדשים נישט. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן רבינו תם'ס תפילין און איך האב גארנישט געטון וועגן דעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט איך זאל גיין הפצה, און קוים וואס איך גיי. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו קויפן א קאר די שענסטע און די בעסטע און איך האב נישט געקויפט.


בעצם האלט איך ביי גארנישט. אפשר בין איך נישט געזונט גייסטיש? נישט אפשר, נאר זיכער. זאל איך נעמען מעדעצין? ווייל איך זאג דאך נישט יעדן טאג משניות מיט גמרא וואס דאס זאל מיך אויסהיילן, איז דערווייל פארוואס זאל מיין ווייב ליידן פון א מאן וואס ברענגט נישט קיין פרנסה, און פאלט אריין אין דעפרעסיע יעדן צווייטן טאג? און אפשר זאל איך נעמען געלט פון די שטאט פאר איינער וואס ליידט אויף דעפרעסיע און נאך? זאל מיין ווייב האבן כאטש די פאר דאלער?


איך האף אז וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר יעצט ענטפערן, וועל איך יא מקיים זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלט דיין בריוו.


די יסוד היסודות אז מען וויל מצליח זיין אין לעבן איז - מען זאל נישט קייען אלטע שטרוי, איבער קייען אלטע מעשיות, נאר אנהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן כאילו מען איז יעצט געבוירן. רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות יורה דעה הלכות מילה הלכה ד, אות יח): "עיקר הכניסה לתשובה ולקדושת ישראל", דאס איז די שליסל צו תשובה און צו זיין א איד, "לחשוב בכל עת כאילו עתה נולד", טראכטן 'איך בין יעצט געבוירן', "ואפילו אם יעבור עליו מה", און אפילו עס זאל אריבער גיין אויפן מענטש וואס זאל נאר זיין, "יתחזק בכל פעם ויחשוב בלבו שעתה נולד", זאל ער זיך שטארקן און טראכטן 'איך בין יעצט ניי געבוירן, איך הויב אן יעצט פונדאסניי', "אז בודאי סוף כל סוף יזכה להתקרב לשם יתברך", וועט ער זיכער אנקומען צו תשובה און צום אייבערשטן, "ואז יתתקן הכל", און אלעס פאררעכטן.


דאס איז די זאך וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; הויב אן פון דאסניי, הויב אן פון יעצט, ביסט ניי געבוירן, ביסט א נייע באשעפעניש. ביי משיח שטייט (תהלים ב, ז): "אני היום ילדתיך", ביסט היינט געבוירן, און דאס איז וואס דער הייליגער רבי ברענגט אריין אין די וועלט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי".


פון יעצט זאלסטו פאלגן די זאכן:


פארלייג זיך אויף גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין מיט א סידור מיט גרויס שמחה, און אז דו קענסט זוכה זיין זיך צו טובל'ן אינדערפרי פארן דאווענען - איז נאך בעסער, ווייל ווען מען טובל'ט זיך דעם גוף דא – טובל'ט מען אויבן אין הימל די נשמה, מען ווערט ריין און הייליג, און נאכן דאווענען שחרית מיט די טלית ותפילין זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


פארלייג זיך אויף לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, זאל זיין וואס זאל זיין. לערן אפילו בלי הבנה, אן פארשטיין, לערן אפילו אן די רש"י'ס, נאר די ווערטער פון די גמרא. דאס וועט דיך באשיצן פון די קליפות ומשחיתים וואס ווילן דיר שלעכטס טון. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש), דער בארג האט געזאגט צום קעניג: "ווי לאנג דער בלאט איז אויף דיר מגין דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם; אויף מיר שטייען אויך אויף שלעכטע מענטשן וואס ווילן מיר שלעכטס טון, אבער זיי קענען מיר נישט שלעכטס טון ווייל דער בלאט באשיצט מיר"; דאס גייט ארויף אויפן דף גמרא, ווען מען לערנט די הייליגע גמרא - ווערט מען באשיצט, עס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


וועגן דיינע חובות און דיינע נסיונות וואס איז געבינדן איינס מיטן צווייטן, איז דא איין עצה, שרייען צום אייבערשטן. גיי אין א שטילע פלאץ און שריי (עס דארף נישט זיין בקול, שריי שטילערהייט):


"רבונו של עולם איך בין אזוי משוגע, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, און איך בין אין אזעלכע חובות, איך בין אין עולם התוהו, איך קען נישט גיין אין גאס, איך ווער משוגע פון יעדע פרוי וואס גייט אריבער. הייליגער באשעפער, איך בין אזוי צעבראכן, עכט וויל איך זיין גוט, עכט בין איך א איד מיט א אידישע נשמה, איך בין נאר אזוי פארקראכן, העלף מיר, איך זע נישט קיין וועג, זיי מיך מקרב צו דיר. לייג אריין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן און קענען ארויסגיין פון מיינע חובות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2141 - פארוואס שעם איך זיך צו באדאנקען מיין שווער און שוויגער?
סיפורי צדיקים, שווער און שוויגער, תפילה והתבודדות, צדיקים, בושה, דרך ארץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די ערשטע זאך וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף די שיינע שיעורים, ספעציעל די שיעורים פאר מלמדים און לערערינס, עס געבט מיר זייער שטארקע חיזוק צו אנגיין ווייטער.


איך וויל בעטן חיזוק וועגן מכבד זיין שווער און שוויגער. איך קען נישט זאגן ש'כח פאר מיין שווער און שוויגער, נישט אויף די עסן און נישט אויף גארנישט, אויך יעצט ווען איך בין געווען ביי זיי א חודש נאכ'ן געבוירן א קינד, איך האב טאקע געהאלפן מיט'ן איינקויפן זאכן און מיט'ן אראפטראגן די מיסט, און דאס גלייכן, אבער רעדן קען איך נישט, איך שעם זיך זייער, איך האב יעדן טאג געטראכט יעצט גיי איך זאגן ש'כח, און שוין גיי איך צעברעכן די בושה, ווען עס איז אבער געקומען למעשה האב איך נישט געקענט עפענען מיין מויל, אזוי אויך פארן אהיימגיין האב איך געזאגט שוין יעצט גיי איך זאגן ש'כח פאר אלעס, און איך האב נישט געקענט.


מיין שוויגער רעדט נישט מיט די איידעמער, און נאך מער אויב זי איז אין קאך אליין און איך גיי אריין אין קאך עפעס נעמען קען זי ארויס גיין, און אויך מיין שווער רעט כמעט נישט, און איך בין אויך א ביישן אין נאטור, און איך הייב אויך נישט אן צו רעדן מיט מענטשן וואס איך קען נישט, און דעריבער שעם איך זיך צו זאגן ש'כח וכו'.


ווען איך קום אריין ביי מיין שווער אין שטוב זאג איך גוט שבת, אבער מער פון דעם קען איך נישט.


עס שטערט מיר זייער און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז איך זאל קענען זאגן ש'כח נאך א שבת'דיגע סעודה וכדומה. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אביסל אוועק שטעלן אויפ'ן פלאץ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט דיין שוויגער דארפסטו נישט רעדן, עס איז גענוג ווען מען קומט אריין אין שטוב צו באגריסן און ווען מען גייט ארויס צו גריסן און זיך באדאנקען, אזוי אויך מיט דיין שווער. דאס איז די גרעסטע כיבוד, מען גריסט מיט דרך ארץ און מען באדאנקט זיך, עס פעלט נישט אויס מער.


ביים רבי'ן איז געווען אזא מעשה. דער הייליגער רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלב), עס איז געווען איינער פון אנשי שלומינו וואס פלעגט קומען אסאך צום רבי'ן, ער האט געהאט זאכן וואס ער האט געוואלט רעדן מיטן רבי'ן, אבער ער האט זיך נישט געקענט עפענען דאס מויל צו רעדן מיטן רבי'ן וואס ליגט אים אלץ אויפן הארץ, ביז איין מאל איז אים אויסגעקומען צו באדינען דעם רבי'ן, ער האט געטראכט 'יעצט וועל איך רעדן, איך וועל אלעס דערציילן דעם רבי'ן', אבער די מויל האט זיך אים נישט געעפנט. דער רבי איז דעמאלט געווען אויפן וועג אהיים פון זיך וואשן לכבוד שבת, דער רבי האט אים געבעטן ער זאל אים געבן די שיך אנצוטון, פלוצלונג רופט זיך דער רבי אן (פון זיך אליין): "געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, נאכדעם וועסטו קענען רעדן מיט מיר".


שטארק זיך אין התבודדות, אין רעדן מיטן אייבערשטן, שמועסן מיטן אייבערשטן, די עצה איז אן עצה פאר אלע פראבלעמען; וואס עס גייט אריבער, יעדע שווערע זאך - רעדט מען אויס צום אייבערשטן, מען בעט אים ער זאל רחמנות האבן, אזוי ווי אן ארעמאן בעט זיך מען זאל אים העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2140 - טון דעם שידוך, ווען זי איז צופיל אריינגעטון אין רוחניות?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב זיך געוואלט שואל עצה זיין איבער א שידוך. איך בין א בעל תשובה פון ארץ ישראל, איך בין דרייסיג יאר אלט, א גרוש אן קינדער. מען טראגט מיר אן א שידוך א דריי און דרייסיג יעריגע מיידל, א בעלת תשובה, זי האט גוטע מדות און יראת שמים, זי איז צניעות'דיג און איז מקושר צום הייליגן רבי'ן.


די מעשה איז אבער אז איך ווייס נישט אויב זי וועט קענען זיין א גוטע ווייב און מאמע, ווייל זי איז נישט מסודר, זי איז נישט מיט די צוויי פיס אויף דער ערד, זי איז זייער אריינגעלייגט אין רוחניות, לערנט אסאך דעם רבינ'ס ספרים, און רוב צייט גייט איר אוועק פאר עבודת ה', איך האב מורא אז זי וועט נישט קענען געהעריג זיך אפגעבן מיט די שטוב ארבעט נאך די חתונה.


מען זעט אויף איר אז זי איז נישט מסודר און מיושב, זי קענען נישט קורץ און שארף צו די זאך, יעדע זאך וואס זי וויל זאגן, ווערט א לאנגע גאנצע מעשה, זי רעדט און רעדט באריכות, און זי שפרינגט פון איין זאך צום אנדערן.


איך ווייס נישט אויב זי וועט קענען אוועקשטעלן גבולים פאר די קינדער, אין די צייט וואס עס איז איר שווער צו שטעלן גבולים פאר זיך אליין.


למעשה זעט אבער אויס ווי מיר קומען זיך אויס, וואס האלט דער ראש ישיבה שליט"א אז ס'איז ריכטיג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין צום שידוך; מידות טובות און יראת שמים דאס איז אויף וואס מען דארף קוקן, אישה יראת ה' היא תתהלל, א פרוי א בעלת תשובה וואס האט א געפיל אין דינען דעם אייבערשטן - איז נישטא עפעס בעסערס; וואלסטו געפרעגט אויב מען זאל מאכן א שידוך מיט א מיידל וואס זיצט אויפן טעלעפאן שעות אויף שעות, דאס איז א פראגע; ווער ווייסט אויב זי וועט וועלן ברענגען קינדער און זיי מגדל זיין מיט תורה ויראת שמים, אבער אז א מיידל ציט זיך צו עבודת השם - איז דאס נאר א מעלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט חתונה האבן וואס שנעלער און לעבן מיט אהבה אחווה שלום וריעות.

#2139 - פארוואס דארף מיין ווייב אזויפיל געלט פאר די קיאסק?
שלום בית, אידיש געלט, סיפורי צדיקים, קאמפיוטער, קיאסק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך השם איך האב גוט חתונה געהאט, מיין ווייב איז זייער פיין און געטריי ברוך השם, עס איז אבער דא איין זאך וואס שטערט מיר אביסל, אז מיין ווייב בעט מיר געלט פאר די קיאסק, אבער וויפיל געלט איך געב איר נאר איז קיינמאל נישט גענוג, ווייל זי זיצט דארט אפ ביז זי זעט אז זי האט נאר צוויי מינוט געבליבן, יעצט דארף זי נאך געלט, ווייל זי דארף נאר ענדיגן די ארדער, און אזוי גייט עס כסדר יעדעס מאל זי וויל עפעס קויפן, און איך טראכט ווי לאנג נעמט שוין צו איינקויפן עפעס א קלייניקייט?


איך וויל בעטן דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן מיט א קלארע וועג אין לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב פאר דיין ווייב געלט זי זאל האבן אויף איינצוקויפן פאר זיך וכו', דער הייליגער צדיק רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו זאגט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל, ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך - האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְאֹד", אויך ביי עסן, ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך, האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס מען קען, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון.


בנוגע זיצן אין קיאסק; דער פראבלעם איז נישט די געלט, אפילו מען האט געלט איז נישט כדאי מען זאל זיצן אויפן קאמפיוטער שעות. מוהרא"ש אין די בריוו רופט אן דעם קאמפיוטער מחשף, כישוף מאכער; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין סז:), וואס איז די נאמען כישוף? "שמכחישין פמליא של מעלה", זיי מאכן שוואך די כוחות פון די קדושה, און דאס איז די קאמפיוטער, און אפילו אין קיאסק, אז מען דארף ערלעדיגן זאכן פארן לעבן - טוט מען דאס איינס צוויי, אבער דאס זיצן שעות, איז א בחינה פון כישוף.


שמועס מיט דיין ווייב, ווייז איר דעם בריוו, זיי איר מחזק אז זיצן אין קיאסק איז ביטול הזמן, מען פארברענט טייערע צייט; אין די צייט קען מען אויפטון, מען קען טון די שטוב ארבעט, מאכן עסן, מאכן די וועש, און אז מען האט איבריגע צייט קען מען דאווענען און זאגן תהילים, און נישט עוסק זיין אין כישוף.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2138 - דארף מען א האזעלע צו בארואיגן פון שרעק?
תהלים, אמונה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז איך האב געענדיגט תהילים.


איך האב מורא פון אזעקות, די סירענעס וואס פייפן דא אין ארץ ישראל ווען עס קומט צו פליען א באמבע, זענען מיר געגאנגען צו א דאקטער, און דער דאקטער האט געזאגט אז איך זאל גיין צו א מאמע וואס האט א האזעלע.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא איין עצה אויף נישט מורא האבן; חזר'ן אמונה, חזר'ן 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט אלעס, דער אייבערשטער היט מיך, דער אייבערשטער היט אידישע קינדער'; ווי מער מען חזר'ט אמונה - איז מען מער רואיג, און די שרעק גייט אוועק.


א האזעלע (באני רעביט) וועט נישט העלפן, עס איז לאכעדיג אז די דאקטוירים ווייסן נישט ווי אזוי צו בארואיגן קינדער פון די פייפערייען וואס פייפט ווען עס קומט צו פליען א באמבע, זאגן זיי מען זאל גיין צו א האזעלע; שטותים והבלים, הויבט אן חזר'ן אמונה, הערט ניגונים פון אמונה, זינגט אמונה, זינגט "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער געפינט זיך אויף א יעדע ארט"; דאס וועט אייך בארואיגן, דאס וועט אייך געבן א שטארקקייט נישט צו מורא האבן פון קיין שום זאך אין די וועלט.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2137 - פארוואס שטערט מיר אז מיין ווייב לעקט די פינגער?
שלום בית, שמחה, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח הייליגער באשעפער, דער הייליגער רבי, רבי נתן, מוהרא"ש, און דער ראש ישיבה שליט"א, פאר מיין הערליכע לעבן, נחת, שלום בית, און נאך אזויפיל גוטע זאכן.


איך האב ברוך ה' זייער שטארק ליב מיין ווייב, איך האב איין זאך וואס טוט מיר זייער שטארק וויי, אז נאך אסאך בעטן שטערט מיר נאכאלץ אז מיין ווייב לעקט איר פינגער, אלעס ווערט נאס פון די נאסע פינגער, און יעצט מיט די איידימער אינדערהיים שטערט עס מיר נאך מער.


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר געבן אן עצה ווי אזוי ארויס צו ווארפן דעם שטן פון אונזער שטוב. איך האב צו שטארק ליב מיין ווייב, איך קען זיך נישט ערלויבן אז די שלום בית זאל חס ושלום ווערן צעשטערט. איך ווייס עס איז נאריש, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי ארויסצוקריכן פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ווענדט זיך וויפיל די ווייב איז ווערד; אויב איז זי טייער און באליבט - מאכן די זאכן נישט אויס, עס מאכט נישט קיין חילוק, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נה, ח): "אהבה מקלקלת את השורה", ליבשאפט שטופט אוועק אלעס; זאכן באדערן נישט.


די בעסטע עצה איז דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט; אז מען האט א ווייב, מען האט קינדער, מען מאכט חתונה קינדער, דער אייבערשטער מאכט אזויפיל גוטס. עס דארף דיר נישט באדערן די זאכן, דער רבי האט געזאגט: "אויב באדערן, באדערט מיר אסאך זאכן, באדערט מיר גארנישט"; מען דארף זוכן די מעלות פון זיך און פון יעדן איינעם.


דער עיקר זאלסטו זיין פרייליך, וועסטו האבן א גוטע שלום בית. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א): "מי ששמח תמיד, הוא מצליח", ווער עס איז שטענדיג פרייליך - איז מצליח; מען האט א גוטע שלום בית.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2136 - ווי אזוי פירט מען זיך זייענדיג ביי די שוויגער אינדערהיים?
שלום בית, שווער און שוויגער, קינדער, תפילות אויף אידיש, דרך ארץ, מדות טובות, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן וואס ווארט אויף א שמחה קיין עין הרע, מיר האלטן ביים ערשטן קינד מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומוצלחת, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גייט מיין ווייב קימפעטן ביי מיין שוויגער און מיר גייען זיך אריינציען צו מיין שוויגער אינדערהיים פאר א שיינע פאר וואכן; וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה קען מיר צוגרייטן ווי אזוי מען פירט זיך אויף ווען מען וואוינט ביי די שוויגער, בכלל ווי אזוי מ'דרייט זיך ארום אין די הויז, צי קען מען זיך דרייען מיט נאכט קליידער, און ווי אזוי מען רעדט מיט די שוויגער אז מען באגעגנט זיך אזויפיל מאל, און אזוי ווייטער.


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים אויף קול ברסלב, און ספעציעל פאר די שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט פאר אינגעלייט יעדן דאנערשטאג נאכט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא, מען גרייט זיך אויף א שמחה; וויפיל משפחות שטייען און ווארטן עס זאל זיי שוין ליכטיג ווערן, זיי זאלן זוכה זיין צו קינדער; וויפיל עלטערן וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז זייערע חתונה געהאטע קינדער זאלן שוין זוכה זיין צו קינדער, און אז מען איז זוכה, מען גייט האבן א קינד - דארף מען טאג און נאכט זאגן: "שכוח אייבערשטער, איך דאנק דיך אייבערשטער, ביסט אזוי גוט צו מיר אייבערשטער", און בעטן פאר אידישע קינדער, אלע זאלן זוכה זיין צו קינדער און צו נחת פון די קינדער.


אז דיין ווייב'ס עלטערן נעמען דיך אריין פאר אפאר וואכן - דארפסטו זיי זייער דאנקען. ווען דו קומסט אהיים צו זיי זאלסטו זיי גרוסן און זאגן שכוח, קיינמאל נישט אריינקומען אן קלאפן, און ווארטן מען זאל דיר עפענען; אפילו מען מאכט דיר שפירן היימיש וכו' - זאלסטו זיך פירן מיט דרך ארץ.


ווען דו גייסט ארויס פון שטוב זאלסטו זען צי דו קענסט עפעס העלפן, ווי למשל ארויס טראגן די מיסט וכדומה לזה. אזוי אויך, ווען מען געבט דיר עסן זאלסטו זיך באדאנקען אויף די עסן. דריי זיך נישט ארום מיט די נאכט קליידער, פיר זיך אויף אזוי ווי מען פירט זיך אין די פרעמד, און אפילו זיי וועלן דיר באקוועם מאכן און דיר זאגן זאלסט זיך פירן היימיש, זאלסטו זיי באדאנקען אבער זיך ווייטער פירן מיט דרך ארץ. א שוויגער גריסט מען, און אז מען פרעגט שאלות ענטפערט מען, מען פירט זיך מיט שכל און מיט יראת שמים.


קוק אוועק אויף דיינע באקוועמליכקייטן, און אז עס איז דיר באקוועמער צו זיין אין דיינע אייגענע ד' אמות - זאלסטו געדענקען אז א קימפעטארין דארף זיך אפרוען, בפרט ביי די ערשטע קינד דארף מען האבן די מאמע זיך אפצורוען, זאלסטו נישט זאגן און אויך נישט מרמז זיין אז עס איז דיר נישט אזוי באקוועם, זאלסט זיך פרייען אז דיין ווייב קען זיך אפרוען, און ווען עס וועט קומען די צייט וועסטו צוריק אהיים גיין.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2135 - וואס איז די ריכטיגע נוסח צו דאווענען מיט די קינדער?
חינוך הילדים, דאווענען, חדר, נוסח, חיזוק פאר מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער די נוסח התפלה מיט די קינדער, ווען איך דאווען מיט די קינדער אין חדר, ביי "לעולם יהא אדם", זאל מען זאגן "בסתר ובגלוי", אדער "בסתר כבגלוי"? און ביי "אהבת עולם" זאגט מען "עול הגוים ועול הגליות מעל צוארינו" אדער זאגט מען עס נישט? ביים בענטשן ברכת המזון, ביי "רחם נא", זאגט מען "שלא נבוש ולא נכשל", אדער זאגט מען נישט "נכשל"? ביי מנחה ביי קרבנות זאגט מען די "יהי רצון" צווישן די ערשטע און צוויי "וידבר", אדער נישט?


היינט האב איך געהערט צוויי שיעורי חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א, און עס האט מיר זייער מחזק געווען, איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע מתנות וואס איך האב זוכה געווען צו באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א. פארגאנגענע וואך אום זאת חנוכה בין איך געווען מיט די קינדער ביי קברי צדיקים און איך האב מתפלל געווען דארט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; אלע תורה ותפילה וואס די קינדער וועלן זייער גאנץ לעבן דאווענען און לערנען, און אויך זייערע דורות - וועט דער מלמד באקומען שכר לנצח נצחים.


בנוגע נוסח וכו'; דער רבי האט בפירוש געזאגט אז ער מישט זיך נישט אין נוסחאות, נאר יעדער איינער זאל דאווענען ווי אזוי מען האט מקובל פון די עלטערן. נאר איין ווארט האט דער רבי געזאגט מען זאל זאגן, "מלך יחיד חי העולמים", נישט "מלך יחיד 'קל' חי העולמים", ווייל אזוי ווי מען הויבט אן פסוקי דזמרה, ביי די ברכה פון ברוך שאמר, מיט די ווערטער 'חי העולמים', דארף מען אויך מסיים זיין פסוקי דזמרה מיט די ווערטער מלך יחיד חי העולמים; אנדערע זאכן האט דער רבי זיך נישט געמישט, נאר יעדער דאווענט לויט זיין נוסח.


דער עיקר זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צו לערנען און דאווענען און צו טון די מצוות, דאס קען מען נאר טון אז מען איז פרייליך, א מלמד מוז זיין זייער פרייליך, עס מוז זיך שפירן אין כיתה א פרייליכע לופט. אוודאי דארף זיין דרך ארץ; מען לערנט אויס די קינדער אז מען דארף זיך פירן מיט דרך ארץ, מען קען נישט רעדן, מען מוז פאלגן, אבער עס מוז זיין א פרייליכע לופט, א געשמאקע אטמאספער, נאר אזוי קען מען פועל'ן ביי די קינדער זיי זאלן בלייבן געטריי דעם אייבערשטן זייער גאנץ לעבן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2134 - לאזן פארן קיין אומאן, אויב מען וועט אים ווארפן פון ישיבה?
אומאן, מחלוקת, ראש השנה, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אונזער בחור ווערט באלד צוואנציג יאר, ער לערנט אין א ליטווישע ישיבה, און ער איז מקורב געווארן צו די ברסלב'ע דרך און צו מוהרא"ש, און ער וויל זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


די מעשה איז אבער אז אויב פארט ער קיין אומאן, וועט מען אים ארויסווארפן פון ישיבה. און אויך אונז, זיינע עלטערן, זענען נישט אזוי אינטערעסירט ער זאל פארן.


זאלן מיר אים לאזן פארן קיין אומאן, כאטש וואס מען וועט אים ארויסווארפן פון ישיבה וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זיכער גוט ענק זאלן מחזק זיין ענקער זון וואס האט געפונען חיות ביים הייליגן רבי'ן און וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה; זייט אים מחזק ער זאל ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט די עצות פון רבי'ן, און העלפט אים אנקומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה. ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה.


"וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, 'אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם'", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


מען דארף נישט מודיע זיין פאר די ישיבה וואו ער פארט, מען דארף זיך נישט רייצן מיט זיי, די בעסטע זאך איז אז מען רעדט נישט, און אז מען פרעגט נאך ראש השנה וואו מען איז געווען און פארוואס מען האט געפעלט, ענטפערט מען טרוקן אז מען האט נישט געקענט קומען וועגן א פריוואטע סיבה, און אז די איינגעשטעלטע קריכן אריין מער טיף מיט שאלות, קען מען ווארפן ווערטער ווי למשל עפעס וועגן א דאקטער וכו'; דאס איז אויך נישט קיין ליגנט, ווייל דער צדיק איז דער דאקטער ברוחניות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ל), דער צדיק איז דער דאקטער, ער היילט אויס די נפש, רוח, נשמה און אויך דעם גוף. מען קען דאס באהאלטן און נישט מאכן קיין מחלוקת.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2133 - ווי אזוי העלף איך מיינע געפאלענע ברידער?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, משפחה, תשובה, מוסר, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער שטארק באדאנקען פאר אלע שיינע שיעורים וואס זענען מיר זייער מחי'.


איך האב צוויי ברידער וואס זענען נעבעך אראפ פון אידישן וואג, איינער פון זיי האט מיר לעצטנס געשיקט א בילד פון אים אן א קאפל אין א פריצות'דיגע פלאץ רחמנא ליצלן, עס טוט מיר זייער וויי צו זען מיינע ברידער אין אזא מצב.


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון צו דעם, אויסער צו מתפלל זיין פאר זיי? איך קען רעדן מיט זיי, זיי פרייען זיך צו טרעפן מיט מיר, אבער וואס קען איך זיי זאגן? זאל איך רעדן צו זיי פון תכלית, פון גיהנום? וואס קען איך רעדן מיט זיי, אז זיי זאלן תשובה טון?


איך ווארט זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ענטפערן, אז איך זאל זיי קענען העלפן און ראטעווען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען איינער גייט אוועק פון די דרך התורה איז נישט קיין צייט צו זאגן מוסר, מוסר דארף מען זאגן ווען דער מענטש וועט אננעמען וואס מען זאגט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין יבמות סה:): "כְּשֵׁם שֶׁמִּצְוָה לּוֹמַר דָּבָר הַנִּשְׁמַע", אזוי ווי עס איז דא א מצוה פון זאגן מוסר, "כַּךְ מִצְוָה שֶׁלֹא לּוֹמַר דָּבָר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמַע", אזוי אויך איז דא די מצוה פון נישט זאגן ווען מען ווייסט אז מען וועט נישט בעסער מאכן, מען וועט נאר ערגער מאכן.


שמועס מיט זיי פון משפחה, דערצייל זיי פון דיינע קינדער, ווי זיס זיי זענען, און ווי זיי מאכן דיך פרייליך. לאדן זיי איין צו דיר אויף א שבת אדער יום טוב, זיי וועלן זען ווי שיין דו פירסט א שבת סעודה, אן קיין געשרייען, אן קיין נערווען; מיט דער צייט וועט דאס מאכן א גרויסע רושם און זיי וועלן צוביסליך צוריק קומען.


נאר תפילה איז די עצה, דאווענען בתמימות ופשיטות זיי זאלן תשובה טון. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי נפתלי זכרונו לברכה, א תלמיד פון רבי'ן, (דער רבי האט אים גענומען אלס אן עדות פאר די הבטחה וועגן די תיקון הכללי), האט געהאט א זון וואס איז נעבעך ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, ער האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן, פלעגט רבי נפתלי גיין יעדן טאג צום ציון און מתפלל געווען אז דער זון זאל שטארבן, תפילה העלפט און ער איז טאקע געשטארבן. ווען רבי נתן זכרונו לברכה האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר זיין חבר רבי נפתלי: "נפתלי, איך פארשטיי דיך נישט, אז דו האסט אזא כח פון דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן? וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן!" זאל ער אזוי טון, בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע זיינע קינדער, זיי זאלן אלע גיין בדרך התורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#2132 - געבן גוטע זאכן פאר קינדער אז זיי זאלן דאווענען?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן, איך הער אסאך די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און איך האב זייער הנאה פון די עצות און חיזוק.


מיין שאלה איז אויב מען דארף איבעררעדן קינדער פון בערך פינף יאר אלט אז אויב זיי וועלן דאווענען וועלן זיי באקומען זיסווארג און גוטע מתנות, און דעמאלט וועלן אלע קינדער דאווענען מיט התלהבות, אדער איז מער ריכטיג זיי צוצוגעוואוינען צו דאווענען נאר פאר'ן אייבערשטן אליין, אן די צוקערלעך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט זיך זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵים אֶלָא בִּשְׁבִיל הֶבֶל פִּיהֶם שֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא; מלמדים האלטן די וועלט, די מלמדים לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן.


אוודאי איז גוט צו געבן גוטע זאכן פאר די קינדער, זיי אויסלערנען דאווענען שיין, אזוי געוואוינט מען זיי צו זיי זאלן דאווענען, און שפעטער וועלן זיי דאווענען אן די גוטע זאכן, זיי וועלן פארשטיין אז דאווענען איז לעבן, תפילה לקל חיי. מיר געפינען אין חז"ל מעשיות פון די הייליגע תנאים און אמוראים ווי זיי האבן משחד געווען תלמידים. די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כד.), עס איז אמאל געווען א טרוקעניש, עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען צו גיין א גאָס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער, און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד. איך האב אין שטוב א פיש טאנק, און איך רעד אים צו, אז אויב ער וועט לערנען - וועל איך אים ווייזן די פישעלעך, ביז ער הויבט אן לערנען"; דאס איז געווען זיין כח, דעריבער האט מען אים אויסגעהערט זיינע תפילות.


אזוי אויך דערציילן חכמינו זכרונם לברכה (בבא מציעא פה.), רבינו הקדוש האט אזוי משחד געווען א זון פון רבי אלעזר בן רבי שמעון, און א זון פון רבי טרפון, ער האט זיי צוריק געברענגט צום אייבערשטן מיט צוזאגן שידוכים וכו', און שפעטער זענען זיי געווארן גרויסע צדיקים און געדינט דעם אייבערשטן שלא על מנת לקבל פרס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#2131 - אויסלאזן די דקדוק רש"י'ס?
סיפורי צדיקים, חומש רש"י, דקדוק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט זיך באדאנקען פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר, דער ראש ישיבה שליט"א געבט אוועק יעדן טאג א שעה מיר צו געבן א שיעור, און אפאר שעה, איך ווייס אפילו נישט וויפיל, מיר צו שרייבן בריוו. איך שפיר אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט נאר צו מיר, ווייל דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אלעמאל וואס איך דארף הערן, יישר כח.


היות איך האב אנגעהויבן פאלגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט, האב איך אויך אנגעהויבן מעביר סדרה זיין, און אויך צו לערנען חומש רש"י, וויל איך וויסן וואס איך זאל טון ווען איך קום אן צו די דקדוק רש"י'ס, זאל איך עס אויך זאגן אדער עס אויסלאזן? ווייל דער רבי האט דאך געזאגט אז היינט דארף מען נישט קיין דקדוק


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לערנען חומש רש"י איז מסוגל פאר יראת שמים, לערנען חומש רש"י ברענגט א שטארקע אמונה. עס איז ידוע ביי סאטמערע חסידים אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דעם סאטמער רבי זכותם יגן עלינו ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, אז זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. רבי מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י.


יעדע אות פון רש"י איז געשריבן מיט רוח הקודש, מוהרא"ש זאגט נאך פון פריערדיגע צדיקים (עיין ספר נחל קדומים פרשת וירא, אות ד), אויף יעדע טראפ טינט האט רש"י געציילט שבעה נקיים; איז ווען עס קומט צו די דקדוקי רש"י וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה), עס פעלט נישט אויס צו לערנען דקדוק - קענסטו גורס זיין די רש"י, ווייל אפילו זאגן די ווערטער פון רש"י איז מטהר ומזכך את הנפש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#2130 - אויספרעגן די תלמידים זייער פריוואטע עבר?
חינוך הילדים, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, ישיבה, ראש ישיבה, סדר דרך הלימוד, וידוי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער ברוך ה' אויס די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א און איך ליין די בריוו, און איך פרוביר צו לעבן מיט די אלע עצות און חיזוק, איך בין זיך מחי' מיט דעם און איך בין אויך מחי' מיין תלמידים, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


איך האב יעצט געהערט אן אלטע שיעור פון עטליכע יאר צוריק, און דער ראש ישיבה שליט"א רעדט דארט פון דעם אז מען פרעגט קיינמאל נישט אויס א בחור זיינע פריוואטע זאכן, מען רעדט נישט מיט א תלמיד פון זיין עבר. פון די אנדערע זייט איז אבער דא היינט אלע סארט שיטות און מהלכים אין חינוך, און עס זעט אויס אז עס ארבעט יא. אז אויב מען שמועסט אפ מיט א בחור אז אויב ער פאלט חס ושלום אראפ און ער איז פוגם רחמנא ליצלן, זאל ער עס דערציילן פאר זיין מורה דרך, און דאס העלפט אים זיך מתגבר זיין נישט צו זינדיגן, (פארשטייט זיך נאר אויב דער בחור איז מסכים צו דעם), און עס זעט למעשה אויס אז די וועג ארבעט.


מיין שאלה איז וואס צו טון אויף למעשה, איך פרוביר צו מדריך זיין די תלמידים ביי מיר אין ישיבה, סיי ברבים און סיי פריוואט, לויט די הדרכות פונעם ראש ישיבה שליט"א. איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס איז ריכטיג צו טון.


יישר כח פאר אלע חיזוק, איך דאנק אסאך דעם אייבערשטן וואס האט מיר מזכה געווען געוואויר צו ווערן פון די געוואלדיגע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ראש הישיבה, הרב ... שליט"א


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אשריכם ואשרי חלקכם אז איר זענט מחזק בחורים, היינטיגע טעג איז טון מיט בחורים ממש הצלת נפשות; מיט יעדע גוט ווארט און מיט יעדע שמייכל - קען מען אפראטעווען דורות, וואויל איז דער וואס איז מחזק בחורים און בלאזט אריין אין זיי חיזוק ויראת שמים.


עס איז נישט כדאי אויסצופרעגן די תלמידים זייער עבר, זייערע עבירות, מען האט גארנישט דערפון; זייט מחזק אייערע תלמידים מיט תורה ותפילה און שמחת המצוות. א שאד צו טאפן אין די פינסטערניש, מען האט גארנישט דערפון, מען דארף זיי אויסלערנען זיי זאלן דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס מען האט געטון און אלעס וואס מען האט פוגם געווען, און תשובה טון און זיך מקבל זיין צו זיין גוט.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר קלאר געזאגט, קיינמאל נישט אויסהערן די בחורים זייער עבר, מוהרא"ש האט מיר געזאגט הונדערטער מאל: "לייג אריין אין די בחורים סדר דרך הלימוד; זיי זאלן לערנען משניות, זיי זאלן לערנען גמרא אפילו אן קיין הבנה, דאס וועט זיי ריין מאכן און זיי ברענגען צו ווערן ערליכע אידן", און אזוי פירט זיך די ישיבה שוין קרוב צו צוואנציג יאר; מען קריכט נישט אריין אין קיינעמ'ס קישקעס, מען רעדט נאר אויף להבא, מען זאל זיך היטן פון שלעכטס.


רעדט צו אייער תלמידים פונעם רבינ'ס דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן סימן עו), פון לערנען תורה אפילו אן פארשטיין; בחורים גייען אריבער ביטערע שווערע נסיונות, זיי פאלן אין קדושה וכו', און נאר דורך תורה קענען זיי זיך דראפען און דערהאלטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#2129 - וואס מיינט אז די פופצן שיר המעלות נעמט אוועק שלאף?
שלאפן, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און פאר די עצתו אמונה, פאר די שיעורים אין ספר המידות, און פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז.


איך האב געוואלט פרעגן, דאס וואס דער רבי זאגט אין ספר המדות "חמשה עשר שיר המעלות שבתהילים, מסוגלים להעביר השנה", וואס איז די סגולה? עס צו זאגן פאר מען גייט שלאפן, אדער סתם עס זאגן אינמיטן טאג?


איך ווארט שוין דער ראש ישיבה שליט"א זאל קומען, איך זאל קענען זען און רעדן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.


דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן הצלחה אין אלע ענינים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות שנה חלק ב', סימן ג): "חֲמִשָּׁה עָשָׂר 'שִׁיר הַמַּעֲלוֹת' שֶׁבַּתְּהִלִּים מְסֻגָּלִים לְבַטֵּל הַשֵּׁנָה", די פופצן קאפיטלעך תהילים פון שיר המעלות איז מסוגל אוועק צו נעמען די מידקייט; אז מען זאגט די פופצן שיר המעלות, האט עס די סגולה אוועק צו נעמען די מידקייט. אזוי זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (בראשית רבה סח, יא): "כָּל עֶשְׂרִים שָׁנָה שֶׁעָמַד בְּבֵיתוֹ שֶׁל לָבָן לֹא שָׁכָב", יעקב אבינו ווען ער איז געווען ביי לבן - די גאנצע צוואנציג יאר - איז ער נישט געשלאפן, "וּמָה הָיָה אוֹמֵר", וואס האט ער געזאגט? "רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן לֵוִי אָמַר, חֲמֵשׁ עֶשְׂרֵה שִׁיר הַמַּעֲלוֹת שֶׁבְּסֵפֶר תְּהִלִּים", יעקב אבינו האט געזאגט די פופצן קאפיטלעך שיר המעלות; דאס איז מסוגל אוועק צו נעמען די מידקייט.


זאלסט זיך באפלייסן אין לערנען ספר המידות. דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי (איינע פון די צוויי עדים וואס דער רבי האט געשטעלט אויף תיקון הכללי, אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון, ער וועט זאגן די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסנעמען פון שאול תחתית"): דער רבי האט אים געוויזן דעם ספר המידות און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "מיין ליבער הארציגער חבר, דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#2128 - ווי אזוי רעכנט מען אויס די ווערטער אין סידור?
דאווענען, פירושים, כוונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן די סידור "עת רצון", די פירוש וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויפ'ן סידור, איך וויל פארשטיין וואס מוהרא"ש שרייבט דארט ביי ברכת התורה, "ואחר כך באמרך ברכת 'והערב נא'", נאכדעם, ווען דו זאגסט די ברכה פון והערב נא, "תכון שיש בברכה זו ל"ב תבות כנגד ל"ב שבילין שבחכמה העליונה" וכן התורה נדרשת בל"ב מידות", זאל מען אינזין האבן אז די ברכה האט צוויי און דרייסיג ווערטער און אויף וואס דאס איז מרמז, וויל איך פרעגן ווי אזוי רעכנט מען אויס אנצוקומען צו די מספר צוויי און דרייסיג, לויט די נוסח וואס איז אין די סידור עת רצון קומט אויס די חשבון צו פיר און דרייסיג ווערטער.


אויך ביי מזמור לתודה זאגט מוהרא"ש, "ויש במזמור זה מ"ג תיבות", אז די קאפיטל האט דריי און פערציג ווערטער, אבער ביים סוף פירט מוהרא"ש אויס, "וכן יש במזמור זה מ"א תיבות", אז די קאפיטל האט איין און פערציג ווערטער, וויל איך פרעגן ווי אזוי מען רעכנט דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די ווערטער ביי ברכות התורה, אז די ברכה האט ל"ב ווערטער וכו' - איז געבויט אויף א שטיקל פון ספר שלחן הטהור פון הייליגן קאמארנער זכותו יגן עלינו, וואס זאגט (סימן מז, סעיף ב'), אז מען נעמט ארויס די ווערטער 'וצאצאי צאצאינו', אזוי ווי דער מגן אברהם זאגט (תחילת סימן מז), און ער זאגט: "ויש בברכה זאת ל"ב תיבות כנגד ל"ב שבילים שבחכמה, שהתורה נדרשת בל"ב מידות".


קאפיטל מזמור לתודה האט דריי און פערציג ווערטער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), אז ווען מען זאגט די מזמור איז דאס א סגולה צו פארשניידן די קליפות וואס לאזן נישט געבוירן; די קליפה וואס מאכט קישוי לילד איז דריי און פערציג, זיי זאגן: "גם לי גם לך לא יהיה", ג"ם איז דריי און פערציג, און דערפאר זאגט מען דעם מזמור ביי פסוקי דזמרא, ווייל ביי פסוקי דזמרא איז אויך א בחינה פון געבוירן, די מוחין ווערן געבוירן.


דאס וואס מוהרא"ש פירט אויס אז די מזמור האט איין אין פערציג ווערטער - איז א שטיקל פון עמדין סידור, וואס זאגט אז מען רעכנט נישט די ערשטע צוויי ווערטער, "שהם רק הודעת הנושא", ווייל דאס זאגט נאר פון וואס דער קאפיטל רעדט זיך; קומט אויס אז עס איז נאר דא איין אין פערציג ווערטער, די מ"א ווערטער זענען אנטקעגן מ' חלות, וקרבן הזבח, עיין שם.


געדענק דער ציל אויף וואס מוהרא"ש האט געמאכט די סידור, נישט אויף צו דאווענען מיט כוונות וכו', נאר אויף מחזק זיין און מעורר זיין דאס גרויסקייט פון תפילה, און צו ווייזן וואס ליגט אלץ אין די ווערטער וכו' וכו'; אבער ביים דאווענען איז קלאר אז מען דארף אינזין האבן נאר די טייטשט פון די ווערטער. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכ), ווען מען דאווענט זאל מען אינזין האבן בלויז די טייטש, נישט מיט כוונות. אויך האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "נאך אלע מיינע כוונות און השגות וואס איך האב זוכה געווען צו וויסן און צו דערגרייכן - דאווען איך ווי א נאר, אזוי ווי א קינד אן קיין שום חכמות, איך דאווען מיט די פירוש המילות, מיט עברי טייטש".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.