שאלה אין קורצן ענין
#2177 - ווי אזוי קען מען זיין אלץ רואיג און זיך נישט אויפרעגן?
תפילות אויף אידיש, שמחה, כעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אויף די נוסח פון די מצבה פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע שטייט דארט די ווערטער "לא כעס מעולם", ער האט זיך קיינמאל נישט אויפגערעגט.


איך וואונדער זיך ווי אזוי ער האט באוויזן אזא געוואלדיגע זאך? א צדיק וואס האט אנגעפירט אזא ברייטע אונטערנעמונג, ער האט יעדן טאג געהאט צו טון מיט אלע סארטן מענטשן און ארעמעלייט, זיי געגעבן צו עסן און טרונקען און צו שלאפן, זאל זיך קיינמאל נישט אויפרעגן?


קען א געווענליכער מענטש אויך אנקומען צו זיין אזוי רואיג אז גארנישט זאל אים וויי טון? און גארנישט זאל אים אויפרעגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא קיין עצה ווי אזוי מען קען אויסרייסן די שלעכטע מדה פון כעס, נאר דורך תפילה; בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן מען זאל געראטעוועט ווערן פון די שלעכטע מידה, נאר מיט תפילה קען מען דאס אויסרייסן פון זיך, און מיט תפילה קען יעדער איינער זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דא האסטו א קליינע תפילה געבויט אויף די תפילה פון לקוטי תפילות (אות רסא, רסב). זאג די תפילה יעדן טאג, און אפילו אפאר מאל א טאג, דאס וועט דיר העלפן זאלסט קענען צוקומען צו אויסרייסן די מדה פון כעס, צו זיין פרייליך און צו זיין ארום גענומען מיטן אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, ראטעווע מיך פון כעס און פון זיין אנגעצויגן. היט מיך מיט דיין גרויס רחמנות אז אפילו אויב חס ושלום איך וועל צוקומען צו עפעס א כעס, זאל איך נישט אריינפאלן אין אכזריות, איך זאל דאס שנעל און גרינג קענען איבערדרייען אויף רחמנות. העלף מיך איך זאל רחמנות האבן אויף אלע וועמען איך האב אויף זיי כעס, איך זאל חס ושלום קיינעם נישט טון קיין שום שלעכטס, עס זאל נישט זיין אין מיר 'לא יהיה בי אל זר, ולא אשתחוה לאל נכר', וואס די פסוק גייט ארויף אויף דער וואס איז בכעס, ווייל כעס איז אזוי ווי מען דינט עבודה זרה.


הייליגער באשעפער דו ווייסט ווי שווער עס איז מיר צו פטור ווערן פון די שלעכטע מדה פון כעס, און ווי שווער עס איז מיר אויסצורייסן די אנגעצויגנקייט און די נישט גוטע גוסטע וואס כאפט מיר אן, ווייל ווען עס הויבט אן ברענען אין מיר חס ושלום די כעס - פארליר איך זיך אזוי שטארק, איך ווער ממש ווי א מענטש אן שכל און איך קען זיך דעמאלט נישט קאנטראלירן, דעריבער בעט איך דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר; היט מיך, ראטעווע מיך און העלף מיר איך זאל קענען צעברעכן און אויסרייסן די שלעכטע מידה פון כעס. איך זאל זיין צו יעדן איינעם גוט, איך זאל האבן געדולד צו יעדן איינעם און קענען ליידן יעדן איינעם, פון יעצט ביז אייביג, אמן סלה".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2176 - ווי אזוי האט מען א לוסטיגע פורים, אן קיין לעבעדיגע גאסן?
תפילות אויף אידיש, שמחה, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען צוגעוואוינט אלע יארן צו זיין אין א גרויסע לעבעדיגע שטאט אום פורים, עס איז אלץ געווען פרייליך און לעבעדיג אויף די גאסן, אויסער דעם וואס איך בין געגאנגען צו מיינע עלטערן וואס דארט קומט זיך צוזאם די גאנצע משפחה און עס ווערט אויטאמאטיש מער פרייליך.


דאס יאר געפאלט פורים אום ערב שבת קודש, און אזוי ווי מיר האבן זיך אריבערגעצויגן אין קרית ברסלב אין שטעטל, לכבוד דעם זעט אויס אז מיר וועלן נישט קענען פארן אין ערגעץ, און עס ווערט שוין יעצט אומעטיג ביי אונז אין שטוב אז מיר גייען האבן דאס יאר א נעבעכדיגע פורים, עס וועט נישט זיין פרייליך, מען וועט דארפן זיצן אליינס אינדערהיים.


ווי אזוי קען מען מאכן א פרייליכע און לעבעדיגע פורים זיצנדיג אינדערהיים, אן צו זען לעבעדיג אין די גאסן, אן מיטצוהאלטן לוסטיג מיט די משפחה, און אזוי ווייטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, ט' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וואו צו זיין פורים וכו'; מענטשן האבן א טעות, מענטשן זוכן א פלאץ וואו צו זיין פרייליך, עס האט נישט מיט די פלאץ, זיין פרייליך איז נישט אין א פלאץ, זיין פרייליך איז אין הארץ, זיין פרייליך איז ווען מען נעמט אריין אין מח אז דער אייבערשטער איז דא, ער האט מיך ליב, און ער האט ליב מיינע מצוות, ער האט ליב צו הערן מיין קול ווי איך בעט אים; דאס איז אמת'ע שמחה, זיין פרייליך איז נישט דא אדער דארט, עס איז דורך שרייען יעדן טאג צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל זוכה זיין צו זיין פרייליך, נעם מיך ארויס פון מיין עצבות און מיין מרה שחורה".


ווער עס געדענקט פורים ביי מוהרא"ש, עס איז נישט געווען קיין גרויסער עולם אויסער די לעצטע פאר יאר ווען די ישיבה פלעגט קומען, עס איז געווען גאנצע צען מענטשן, אבער די שמחה איז געווען אזוי שטארק, די שמחה איז אין הארץ, מען טאנצט, מען פרייט זיך ווי מען געפינט זיך נאר, אז מען האט א רבי וואס שרייט: "שכל קוויך" אלע וואס האפן און ווארטן און ווילן זיין גוט  - "לא יבושו", וועלן נישט פארשעמט ווערן, "ולא יכלמו לנצח, כל החוסים בך", און אלע וואס ווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן - וועלן געהאלפן ווערן, מען האט מרדכי הצדיק וואס איז לוחם מיט המן הרשע.


ווער עס האט נאר געטראפן ברסלב'ע חסידים פורים, ווייסט אז דאס איז עפעס וואס מען זעט נישט, מען זעט שמחות און בכיות, מען לאכט און מען וויינט, מען טאנצט און מען וויינט ביידע אינאיינעם, מען הערט די שמחה אז מען האט א רבי און מען הערט וויינען אז מען וויל זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר.


פורים איז נישט די מוזיק אין די גאסן, עס איז נישט די צעלאזטע זאכן, מען מוטשעט זיך אין די גרויסע שטעט ווי אזוי מען קען דאס אפשטעלן, נישט דאס איז פורים, דאס איז עקשע"ן, פורים איז א הייליגע שמחה, מען טרינקט וויין און עס קומט ארויס די סוד אז עס איז נישטא קיין טבע, נישטא גארנישט נאר דער אייבערשטער.


בלייבט אין שטעטל און מאכט א סעודה אינאיינעם, שלעפט אייך נישט אריין אין שטאט, עס האט נישט קיין פשט אין אזא הייליגע צייט זיך צו שלעפן אויף די וועגן מיט א משפחה וכו', נעמט אייך צאם, מאכט א סעודה און טרינקט און טאנצט, און פועל'ט אלע ישועות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2175 - זאל מען דערציילן פריוואטע זאכן פאר א גוטער חבר?
תפילה והתבודדות, חברים, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך אז מען זאל נישט דערציילן קיין פריוואטע זאכן פאר מענטשן, ווי אזוי קען מען אבער פארשטיין וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטל קטן אז מען זאל זיך יא אלץ אויסרעדן פאר א גוטער חבר?


יישר כח באמת פאר די חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט, וואס העלפט מיר אסאך ברוך ה'.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זיך זייער אכטונג געבן נישט צו דערציילן קיין פריוואטע זאכן פאר מענטשן, און אפילו פאר חברים; מען קען קיינעם נישט געטרויען, מען מיינט מען האט א נאנטער מענטש און ביים סוף איז ער דער וואס באגראבט און פארשעמט.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט די ווערטער פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו. ווייל דאס וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן יג): "לְסַפֵּר בְּכָל פַּעַם לִפְנֵי הַמוֹרֶה לוֹ דֶרֶךְ הַשֵׁם, וַאֲפִילוּ לִפְנֵי חָבֵר נֶאֱמָן, כָּל הַמַחְשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד תּוֹרָתֵינוּ הַקְדוֹשָׁה וכו'", מען זאל דערציילן פאר א רבי אדער פאר א באגלייבטער חבר אלע שלעכטע מחשבות וואס איז קעגן די תורה און נעמען פון אים אן עצה וכו', דאס מיינט מען אז מען איז זוכה מען האט א מורה דרך וואס ברענגט דעם מענטש צום אייבערשטן, און אזוי אויך א חבר נאמן, דאס מיינט מען א תלמיד חכם, אן ערליכער איד - וואס וועט דיך מחזק זיין מיט די הייליגע תורה און דיר געבן עצות ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן, אבער דאס מיינט מען נישט וואס מענטשן רופן חברים.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז זייער א גרויסע זאך, עס איז גרעסער פון אלע עבודות, "דְּהַיְנוּ לִקְבֹּעַ לוֹ עַל כָּל פָּנִים שָׁעָה אוֹ יוֹתֵר, לְהִתְבּוֹדֵד לְבַדּוֹ בְּאֵיזֶה חֶדֶר אוֹ בַּשָּׂדֶה", א מענטש זאל זיך מאכן א צייט וואס ער לאזט אלעס אפ און ער גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ בִּטְעָנוֹת וַאֲמַתְלָאוֹת, בְּדִבְרֵי חֵן וְרִצּוּי וּפִיּוּס, לְבַקֵּשׁ וּלְהִתְחַנֵּן מִלְּפָנָיו יִתְבָּרַךְ, שֶׁיְּקָרְבוֹ אֵלָיו לַעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת", און זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, אים בעטן אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אים און אים מקרב זיין צו אים, און מען זאל רעדן צום אייבערשטן אויף מאמע לשון - אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, "כִּי בִּלְשׁוֹן הַקּדֶשׁ קָשֶׁה לוֹ לְפָרֵשׁ כָּל שִׂיחָתוֹ", ווייל אויף לשון הקודש איז שווער ארויס צו ברענגען אלעס וואס ליגט אויפן הארץ, "וְגַם אֵין הַלֵּב נִמְשָׁךְ אַחֲרֵי הַדִּבּוּרִים, מֵחֲמַת שֶׁאֵינוֹ מֻרְגָּל כָּל כָּךְ בְּהַלָּשׁוֹן, כִּי אֵין דַּרְכֵּנוּ לְדַבֵּר בִּלְשׁוֹן הַקֹּדֶשׁ", ווייל מיר רעדן נישט קיין לשון הקודש, דערפאר איז שווער זיך אויסצורעדן דאס הארץ, "אֲבָל בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז שֶׁמְּסַפְּרִים וּמְדַבְּרִים בּוֹ, קַל וְקָרוֹב יוֹתֵר לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", אבער אז מען רעדט אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן - דאן איז גרינגער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.


מען דארף זוכן א חבר וואס איז מחזק צו פאלגן דעם רבי'ן און מיט אים זיך שטארקן צו מאכן התבודדות, דעריבער ליבער ברודער, זוך אויף א שטילע פלאץ, גיי דארט יעדן טאג און גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין נשמה; זאג פארן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, ווי שטארק דו ווילסט זיין אפגעהיטן פון עבירות, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס וואס דו ביסט נכשל געווארן, וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2174 - מעג איך אויסהערן א משפיע אן בארד און פיאות?
מורה דרך, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אפאר וואכן צוריק ביי א שיעור אז מען זאל נישט אויסהערן א משפיע וואס האט נישט קיין בארד און פיאות.


וואס טו איך אבער אז איך קען א ספרד'ישער משפיע וואס ער רעדט זייער גוט, און איך האב חיזוק פון אים? ביי זיי גייט מען אזוי; וואס טו איך, איך מעג אדער נישט?


וואס דער ראש ישיבה וועט מיר זאגן, דאס וועל איך טון, אן קיין חכמות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינסטו צו זאגן אז ביי זיי גייט מען אזוי, אן בארד אן פיאות? ביי די ספרדים גייט מען אן בארד און פיאות? וואס רעדטסטו?! ביז אפאר יאר צוריק איז בכלל נישט געווען אזא זאך א ספרדי'שער איד זאל אנרירן בארד און פיאות, די טייערע ספרדי'שע אידן האבן קיינמאל נישט געוויסט פון זיך שניידן בארד און פיאות, דאס האט זיך אנגעהויבן ביי אשכנזים, ווען די פארשאלטענע השכלה האט דאס אריינגעברענגט, ביי די ספרדי'שע אידן האט מען גערופן די בארד און פיאות די סימנים פון א איד.


געב זיך אכטונג פון אויסהערן תורה השקפה וכו' פון איינעם וואס נעמט אראפ די בארד, בארד און פיאות איז דער עיקר אידישקייט. מוהרנ"ת שרייבט פייער, (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בֵּרַךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד, "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל חס ושלום לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", די ערשטע זאך וואס ער טוט - אז ער נעמט אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק נאך דארט מער באריכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2173 - איז מעדיטאציע און מיינדפולנעס מעטאדן אויסגעהאלטן?
רפואה, תפילה והתבודדות, אמונה, צדיקים, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין פראגע איז עפעס וואס איז זייער שטארק אקטועל היינטיגע צייטן, און איך שפיר אז די שאלה און תשובה קען צונוץ קומען פאר טויזנטער אידן איבער די וועלט. אנטשולדיגט פארן מאריך זיין אין די שאלה.


אין די היינטיגע פאריאגטע און פארפלאגטע וועלט, קען א מענטש ליידן פון געפערליכע סטרעס, און צומאל שפירט מען אז מען איז ממש אין א "נעפל" און אין א "וואלקן", מען האט ענקזייעטי און שלעכטע מחשבות אדער אה.סי.די. (OCD) און מען טרעפט נישט קיין וועג ווי אזוי עס אפצושטעלן.


איז פארהאן א געוויסע מעטאד, מען רופט עס "מעדיטאציע", וואס איז זייער א ברייטע און פארצווייגטע מעטאד, עס האט פארשידנארטיגע מהלכים, וואס איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א איז נישט מחויב עס אויסצופארשן און נאכגיין און געבן א הכשר אדער פסול דערויף.


איך רעד אבער פון די שטארק אויפגעכאפטע סארט מעדיטאציע, אדער מיט איר אנדערע נאמען "מיינדפולנעס", עס ארבעט אז מען זעצט זיך אראפ אויף א רואיגע ארט, מען מאכט צו די אויגן, מען הייבט אן טראכטן בלויז פון די אטעמען, מען אטעמט אריין און ארויס, און מען קוקט נאך די אטעם. נאך עטליכע סעקונדעס "באטראכט מען" [מיט די מח] די פיזישע 'דרוק' און 'סטרעס' אויף די 'מויל', 'צונג', און 'אקסלען', [עס קען גיין אויך אויף די דרוק פון די הענט און די פוס און די רוקן און צו שפירן ווי די פוס פלאכן זענען אויף די ערד].


בשעת'ן באטראכטן דעם קערפער הייבט מען אן נאכצולאזן די פיזישע דרוק און סטרעס אין די דאזיגע ערטער.


בשעת די מעדיטאציע-מיינדפולנעס איז מען אויך "מסיח דעת" פון אלע מחשבות וואס קומען צו פליען, מען קוקט עס אן ווי בלויזע באלונען און וואלקענעס, און מען ברענגט צוריק די מחשבה, די פאקוס, צום אטעם און קערפער.


די תוצאה פון די מעדיטאציע-מיינדפולנעס איז, אז נאכ'ן זיצן אזוי פאר עטליכע מינוט, שפירט מען ממש ווי מען "גראונדעט", מען קומט ממש "אראפ" פון די נעפל און מען טרעפט זיך צוריק אין די "הווה", און מען ווערט באמת א נייער מענטש. אן קיין וויץ.


דאס העלפט אויך דעם מענטש צו זיין בעסער קאנצענטרירט און רואיג אין די קומענדיגע שעות און טעג נאך די מעדיטאציע-מיינדפולנעס, און פארשטייט זיך אז מען איז מער פראדוקטיוו, און וואס מען טוט טוט מען מיט'ן גאנצן הארץ און מח.


האב איך יעצט עטליכע שאלות איבער דעם; אויב מעדיטאציע און מיינדפולנעס איז בכלל אויסגעהאלטן? און מיין שאלה איז, ווי דערמאנט,  ספעציעל איבער די אויבנדערמאנטע סארט מעדיטאציע. און נישט איבער די טעאריע פון מעדיטאציע אין אלגעמיין, וואס דאס איז א שמועס פאר זיך. אויב מען מעג הערן מעדיטאציע און מיינדפולנעס שיעורים פון מענטשן וואס זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות, אבער זיי גיבן די שיעורים אנליין, עס איז דא צו באקומען בחנם אין גרויסן, פארשטייט זיך אז זיי רעדן נישט קיין כפירה ומינות אדער שיטות און דאס גלייכן, נאר זיי זאגן א שיעור אין מעדיטאציע-מיינדפולנעס, בלויז "טראכט פון דיין אטעם, טראכט פון דיין צונג, טראכט פון דיין מויל, לאז נאך דיין סטרעס", און דאס גלייכן. אויב מען מעג עס בכלל הערן, ווייל זיי זענען דאך נישט קיין ערליכע אידן.


אצינד וויל איך בארירן מער א האקעלע זאך אין מעדיטאציע. אין די מעדיטאציע איז דא מעדיטאציע שיעורים וואס זענען ספעציעל געבויעט פאר 'שלעכטע מחשבות', וואס מוטשען און פייניגן די מח. און די שיעורים לערנען אויס וויאזוי צו "באהאנדלען" די שלעכטע מחשבות, אז קודם לאזט מען נאך די סטרעס און נאכדעם "האנדלט מען" מיט די מחשבות, מען זאגט פאר די מחשבות אז זיי זענען וועלקאם און מען האט זיי נישט פיינט, אבער מען גיבט צו פארשטיין פאר די מחשבות (פאר די OCD מחשבות), אז זיי מאכן נישט 'גוט' פארקן מענטש, נאר פארקערט. איז די שאלה אויב די סארט מעדיטאציע וואס 'שפילן' זיך מיט מחשבות זענען מער איינגעשטעלט און מסוכן פאר א איד ווי די געווענליכע מעדיטאציע וואס מאכט נאר "גראונדינג".


עס איז דא וואס זאגן אז מעדיטאציע איז א שכן אדער קרוב מיט התבודדות, איז עס ריכטיג אדער סתם א דמיון? א גרויסן יישר כח פאר'ן ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע וועג צו היילן די נפש פון אלע פיין - איז דורך די עצות פון די הייליגע צדיקים וואס נעמען זייערע עצות פון די הייליגע תורה, די עצות פון צדיק איז כולו זרע אמת (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז), איין שטיק אמת; דאס ברענגט אז דער מענטש זאל באקומען א שטארקע אמונה, און דורכדעם ווערן אויסגעלייזט פון זיינע פיין.


אלע ליידן און פיין איז פון חסרון אמונה, דער הייליגער רבי זאגט (שם), דער עיקר גלות איז פון חסרון אמונה; דאס וואס מען ליידט איז ווייל מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען רעדט זיך איין אז די וועלט ווערט געפירט דורך טבע, מקרה און מזל, מען פארגעסט אז עס איז דא א באשעפער וואס מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס, און ווען מען איז שטארק אין אמונה - ווערט מען אויסגעלייזט.


די בעסטע היילונג איז 'אמונה', דורך אריינעמען אין זיך די ריינע לויטערע אמונה, אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים, די גאנצע וועלט און אלעס וואס איז אין איר, דומם צומח חי מדבר, אלעס אלעס איז אייבערשטער, און אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פינקטליכע חשבון און מאכט אלעס מיט גערעכטיגקייט.


פאר אלע פיין און ווייטאג פונעם עבר און פונעם הווה וכו' - איז די רפואה 'אמונה'. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה - לעבט א גוט לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", און ער פארברענגט זיינע טעג מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים גוט, עס גייט אים אזוי ווי ער וויל - איז דאך גוט, "וַאֲפִילּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים חַס וְשָׁלוֹם, גַּם כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, ער האט שווערע טעג, ער האט ווייטאג און יסורים - איז אים ווייטער גוט, "כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ", ווייל ער פארלאזט זיך אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים העלפן, "כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ, בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס קומט פון אים - מוז זיין אז אלעס נאר לטובה. "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם", אבער ווער עס האט נישט קיין אמונה - "חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל", לעבט נישט, דאס לעבן איז אים נישט קיין לעבן. "כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת", ווייל ווי נאר עס גייט אויף אים אריבער עפעס שלעכטס - האט ער מער נישט קיין לעבן, "כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל", ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, "מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל", ווייל ער האט נישט קיין אמונה - "וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב", האט ער גארנישט, גארנישט, "מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווייל ער לעבט אנעם אייבערשטן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה, מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ", אבער מיט אמונה איז דער לעבן אזוי שיין און זיס.


דעריבער וויל איך דיר בעטן מיין ליבער ברודער, מיין געטרייער פריינד, נעם די עצות הצדיקים - וועסטו זוכה זיין צו א קלארע לויטערע אמונה, און דו וועסט מער נישט ליידן.


די ערשטע עצה און די וויכטיגסטע עצה איז - יעדן טאג זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסרעדן דאס הארץ אזוי ווי מען רעדט זיך אויס מיט א טאטע אדער א חבר, און אים דערציילן די יסורים וואס מען גייט אריבער, די נעפל אין וואס מען געפינט זיך, די טונקעלע וואלקענעס וואס מען זעט, און אזוי ווייטער, אלעס וואס מען שפירט, אלע מחשבות, געפילן וכו', אים אלעס דערציילן און אים בעטן מיט טרערן און מיט רחמנות עס זאל אוועק גיין, און אויך בעטן אויף א שטארקע אמונה, אויף א לויטערע ריינע אמונה, צו וויסן און גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, און אויך זאל מען שפירן א ליבשאפט, ווי דער אייבערשטער האט מיך ליב.


ברודער טייערער, דורך תפילה והתבודדות איז מען זוכה צו האבן א שטארקע אמונה; דורך בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, און אפילו יאר נאך יאר - מען זאל זוכה זיין צו האבן א שטארקע קלארע לויטערע אמונה, און נאר אזוי גייען אוועק אלע פיין און פלאג.


עס איז דא זייער אסאך עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי צו היילן די זעל פון פיין און פלאג, און אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קענען טון די עצות - ווערט מען אויסגעהיילט, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג): "און איך הייל זי"; דער רבי היילט אונזער גייסט, אונזער זעל - פון אלע פיין און פלאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2172 - מעג מען לערנען אין די פרייע צייט ביי די ארבעט?
לימוד התורה, פרנסה, גניבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים און חיזוק, דער ראש ישיבה שליט"א איז מיר ממש מחי' כסדר מיט די חיזוק און עצות.


איך ארבעט אליין אין אן אפיס, א גרויס חלק פון טאג זיץ איך ליידיג ווארטנדיג עס זאל אריינקומען נאך ארבעט, מיין שאלה איז צי איך מעג אין די פרייע צייט אויסנוצן פאר מיינע שיעורים? ווייל למעשה באקום איך באצאלט אויפ'ן שעה


א דאנק, כה לחי אין די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ב' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין בעל הבית צאלט דיר אויפן שעה - טארסטו גארנישט טון אין די שעות.


פרעג דיין בעל הבית וואס ער וויל דו זאלסט טון אין די ליידיגע שעות, אויב דו זאלסט עפעס אנדערש טון אדער אויב דו קענסט דעמאלט לערנען; ווייל אז מען איז פארדינגען אויף די שעה און אויפן טאג - טאר מען נישט טון זייטיגע אייגענע זאכן.


אז דיין בעל הבית זאגט דו קענסט לערנען - זאלסטו זיך מיטנעמען א זעקל ספרים. ברסלב'ע חסידים פלעגן זיך מיטנעמען צו די ארבעט א זעקל ספרים; א חומש'ל, א משניות, א גמרא, א תהילים, און ווען זיי האבן געהאט אן איבריגע מינוט - האבן זיי געלערנט און זיך מתבודד געווען, די גאנצע טאג זייערע איז געווען געפלאכטן און צוגעבינדן מיט לערנען און דאווענען.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2171 - איבערלאזן מיין מאמע, צו פארן אויף אומאן ראש השנה?
אומאן, כיבוד אב ואם, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז איך האב זוכה געווען צו זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן און טון וואס ער הייסט. איך האב אנגעהויבן ברוך ה' מעביר סדרה זיין יעדן טאג, לערנען שיעורים כסדרן, איך האב שוין געענדיגט ברוך ה' צוויי מאל משניות און איך גיי שוין באלד מסיים זיין א דריטן מאל, אויך אין ש"ס האלט איך שוין היבש טיף אריין, אין נ"ך, רמב"ם, און נאך, אלעס אין זכות פון די שיעורים וואס האבן מיר מקרב געווען צום נחל נובע מקור חכמה. אויך מיין שלום בית איז פיל בעסער און שענער. ש'כח אייבערשטער אויף די זיסע שיעורים און אויף די לעכטיגע וועג פון מוהרא"ש.


איך האב געוואלט פרעגן וועגן אומאן ראש השנה. איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אומאן, איך בין אפילו נישט ארויס פון ארץ ישראל, און מיין הארץ גלוסט דארט צו זיין. איך האב אבער א פראבלעם וואס איך וויל זיך שואל עצה זיין מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, מיין טאטע איז נפטר געווארן און האט געלאזט מיין מאמע, גאנץ אויף דער עלטער. איך פאר אלע יאר צו זיין מיט מיינע עלטערן (יעצט נאר מיט מיין מאמע) אויף ראש השנה. אן מיר וועט מיין מאמע דארפן זוכן וואו צו זיין, גיין צו א טאכטער, מיין שוועסטער, וואס וואוינט ווייט, ווען נעבן איר שטוב האט זי די שול וואס זי איז צוגעוואוינט צו דאווענען שוין אסאך אסאך יארן, איך בין זיכער אז אויב איך וועל נישט זיין ראש השנה ביי איר וועט זי האבן צער, נישט צוליב ברסלב נאר פראקטיש, אזוי ווי איך האב עס פארגעשטעלט. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ב' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט אז דו ביסט מכבד דיין מאמע. די מצוה פון מכבד זיין עלטערן איז אזוי הייליג און אזוי טייער, מיר געפינען אז דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליין.


בנוגע קומען אויף אומאן ווען דיין מאמע די אלמנה וועט בלייבן אליין וכו'; זע אויסצוארבעטן אז אנדערע פון די משפחה זאלן קומען אויף ראש השנה און דו קום קיין אומאן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר" קיינער טאר נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה.


גארנישט אויף די וועלט קען אפהאלטן צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה. דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה.


זיי מסדר אז דיין מאמע די אלמנה - זאל האבן מיט וועם צו זיין ראש השנה און דו קום קיין אומאן. ווייל דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ראש השנה קען איך יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2170 - ווי אזוי מאך איך אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר יא זאגן?
מורה דרך, צדיקים, דאווענען, ראש ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבן מיט'ן זאגן כסדר ווי אזוי א איד דארף זיך פירן צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט, איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן וועגן דאווענען אין צייט. אפשר קען איך עפעס איבערפרעגן? איך פרעג נישט לקנטר, איך דארף נאר וויסן וואס איך האב צו טון אין לעבן.


עס שטייט דארט, "מילא די בעלי מרה שחורה, אבער טייערע אברכים ווי דו", ס'זעט אויס ווי ביידע טוען די זעלבע און פאר איינעם זאגט דער ראש ישיבה שליט"א יא, און פאר איינעם נישט, ווי אזוי קען מען זיין פון די מענטשן ווען דער ראש ישיבה שליט"א זאגט יא?


מיין גאנצע קוק איז אז איך זאל נישט זיין פון די וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט שוין נישט וואס מ'האט צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע זאך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי איז גיין אין שול דאווענען, א איד מוז דאווענען אין צייט, די שפעטסטע צייט איז חצות, נאך חצות איז געענדיגט, מען קען נישט דאווענען נאך חצות. לכתחילה דארף מען דאווענען פאר סוף זמן תפילה, און אז מען איז אן אונס - קען מען דאווענען ביז חצות, בפרט ברסלב'ע חסידים דארפן די ערשטע זאך דאווענען ווייל דער רבי האט געזאגט דאווענען פרי (שיחות הר"ן, סימן לא).


בנוגע וכו'; פאר דער וואס וויל הערן זאגט מען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סה:): "כְּשֵׁם שֶׁמִּצְוָה עַל אָדָם לוֹמַר דָּבָר הַנִּשְׁמָע, כָּךְ מִצְוָה עַל אָדָם שֶׁלֹּא לוֹמַר דָּבָר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע", עס איז א מצוה צו זאגן פאר דער וואס וועט אנעמען, און אז מען ווייסט אז דער מענטש וועט נישט אנעמען - זאל מען נישט זאגן. אזוי אויך שטייט אין הייליגן זוהר (פרשת תצוה, רצח.): "זַכָּאָה מַאן דְמַּלִיל עַל אִדְּנִין דְשָׁמְּעִין" וואויל איז דעם מענטש וואס רעדט אויף אויערן וואס הערן; דארף מען אלץ זען מען זאל זיין גרייט צו הערן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2169 - פארוואס ווער איך איגנארירט?
התחזקות, שמחה, ראש ישיבה, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א א זאך וואס שטערט מיך שוין א לאנגע צייט.


ראש השנה אין אומאן ווען מען גייט אריבער דעם ראש ישיבה שליט"א אנוואונטשן א גוט יאר, האב איך באמערקט אז א מענטש פאר מיר און א מענטש נאך מיר האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן א שמייכל, אבער מיר האט דער ראש ישיבה שליט"א אוועקגעקוקט און מיר כמעט איגנארירט; די זעלבע איז ווען עס קומט דאנערשטאג נאכט נאכ'ן שיעור, איך קום עפעס פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, און פאר דעם מענטש פאר און נאך מיר געבט דער ראש ישיבה שליט"א פאר זיי עטליכע מינוט צייט, און פאר מיר געבט דער ראש ישיבה שליט"א קוים פינף סעקונדעס.


דער רבי זאגט אין ספר המדות אז ווען דער צדיק ווייזט פאר א מענטש אן "הארת פנים", א ליכטיגע פנים, איז עס א גוטע סימן, און פארקערט איז פארקערט.


אויך שטערט עס מיר פערזענליך, ווייל איך שפיר ווי מיין גאנצע רוחניות האלט זיך נאר אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה שליט"א איז דער איינציגסטער וואס באהעפט מיר צום אייבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך ווי דער ראש ישיבה שליט"א גלייכט מיר נישט, אדער האט עפעס קעגן מיר.


איך שעם זיך צו שרייבן מיין נאמען, איך וויל נישט מען זאל מיר אנקוקן ווי א קליין קינד, איך וויל נאר דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר זאגן ווי אזוי איך דארף דאס באטראכטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קלאפ זיך נישט אראפ פון קיינעם, און פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. דער רבי האט דערציילט די שרעקעדיגע חלום וואס ער האט געהאט (חיי מוהר"ן, סימן צא) ווי אלע האבן אים אפגעלאזט, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, ער האט געדארפט אנטלויפן צו א צווייטע לאנד, און אויך אין יענע פרעמדע לאנד האט דער רבי געזען ווי ער דארף זיך באהאלטן, ער האט זיך באהאלטן אין וואלד. אזוי זיצנדיג אין וואלד קומט צו אים אן עלטערער איד און הויבט אים אן געבן מוסר: "היתכן, דו שעמסט זיך נישט? אזוי פירסטו זיך אויף?! שעמסט זיך נישט פון דיינע זיידעס, רבי נחמן הורודענקער און פון דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו? שעמסט זיך נישט פון תורת משה רבינו און פון די הייליגע אבות אברהם יצחק יעקב?! וואס מיינסטו, דו וועסט דען קענען בלייבן דא אין וואלד איינער אליין? דיין געלט וועט זיך ענדיגן און דו ביסט שוין שוואך; דער עלטערער איד האט נישט אויפגעהערט צו באזידלען דעם רבי'ן, ער האט געזאגט פארן רבי'ן: "דו וועסט פון דא אויך מוזן אנטלויפן, און דארט וואו דו וועסט אנטלויפן וועסטו אויך נישט האבן קיין מנוחה, דו וועסט זיך דארט אויך מוזן באהאלטן פון די גרויסע עבירות וואס דו האסט געטון", רופט זיך דער רבי אן און זאגט אים: "מֵאַחַר שֶׁהוּא כֵּן, שֶׁאֲנִי מְגֹרָשׁ כָּזֶה, יִהְיֶה לִי עוֹלָם הַבָּא", אויב איז יא אזוי, אז איך לייד אזויפיל - וועל איך כאטשיג האבן יענע וועלט, רופט זיך אן די נשמה און זאגט, דו מיינסט דו וועסט האבן יענע וועלט? "אֲפִילּוּ בְּגֵּיהִנּוֹם לֹא יִהְיֶה לְךָ מָקוֹם לְהִטָּמֵן שָׁם כִּי עָשִׂיתָ חֵטְא כָּזֶה", אפילו אין גיהנום וועסטו זיך מוזן פארשטעקן פאר אזעלכע הארבע עבירות, זאגט אים דער רבי: "לֶךְ לְךָ", גיי דיר אוועק, גיי דיר אוועק, "הָיִיתִי סוֹבֵר שֶׁתְּנַחֲמוּ אוֹתִי", איך האב געמיינט דו וועסט מיך טרייסטן, "וּתְדַבְּרוּ עַל לִבִּי", איך האב געקלערט דו וועסט רעדן צו מיין הארץ, "עַכְשָׁו אַתֶּם עוֹשִׂים לִי יִסּוּרִים לְכוּ לָכֶם", יעצט אז דו מאכסט מיר יסורים - גיי אוועק.


מוהרא"ש זאגט, דער רבי דערציילט אונז די חלום, דער רבי לערנט אונז מיט דעם אז מיר זאלן נישט ווערן צעבראכן פון קיינעם אויף דער וועלט, אפילו פון נשמות, אפילו פון מלאכים און אויך נישט פון צדיקים. אז מען האט חלישות הדעת דארף מען טון וואס שטייט ביי דוד המלך (שמואל א ל, ו): "וַיִּתְחַזֵּק דָּוִד בַּה' אֱלֹקָיו", דוד המלך האט זיך געשטארקט מיטן אייבערשטן, ווען דוד המלך'ס אייגענע מענטשן האבן אים געוואלט הרג'ענען; וואו האט ער געקענט אנטלויפן? איז ער געלאפן צום אייבערשטן.


זע מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, און בעט דעם אייבערשטן אסאך אויף שמחה, וועלן אלע שמייכלען צו דיר און אלע וועלן רעדן מיט דיר, מענטשן האבן ליב א פרייליכע מענטש, און מען קען נישט סובל זיין די בעלי מרה שחורה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2168 - בארגן געלט צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה?
אומאן, חובות, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געטראפן א טרעוול אגענט וואס זאגט מיר אז אויב איך קויף יעצט א טיקעט פאר אומאן אויף די קומענדיגע ראש השנה תשפ"ו לפ"ק וועט עס מיר קאסטן ביליג, ער מאכט א טשארטער און אויב מען גייט קענען פארן קיין קיוב וועט עס אהינפארן; מיין שאלה איז אויב איך זאל בארגן געלט כדי איך זאל האבן די טיקעט פאר ביליגער?


איך וועל האבן בעזרת השם צו באצאלן במשך די קומענדיגע חדשים, דאס הייסט אויך בארגן געלט וואס מען טאר נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מעגסט בארגן געלט צו קענען פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, דער רבי האט קלאר געזאגט: "איך האב שוין געזארגט ענק זאלן האבן געלט פאר די וועגן צו קומען צו מיר און צו אהיים פארן"; טו אלעס אבי צו קומען אויף ראש השנה קיין אומאן.


אמת, דער רבי איז געווען זייער קעגן בארגן געלט, דער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן מו), ווער עס וויל זיין ערליך און לעבן מיט תשובה - זאל זיך זייער היטן פון חובות, אבער ווען מען רעדט פון קומען קיין אומאן צום רבינ'ס ציון, צו זוכה זיין צום תיקון, ווער רעדט נאך אויף ראש השנה וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, איז דאך זיכער אז מען מעג בארגן געלט און אלעס טון אבי צו קומען צום רבי'ן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2167 - מיטנעמען די שבת'דיגע קליידער קיין אומאן?
אומאן, שבת קודש, דרך ארץ, ראש ישיבה, בגדי שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך קיין אומאן מיט מיין ווייב אויף שבת.


איך האב געוואלט פרעגן אויב איז וויכטיג אז איך זאל מיטנעמען מיין שטריימל, וואס דאס איז מער בדרך כבוד, אזוי ווי מען וואלט געפארן צו א לעבעדיגער רבי, כאטש וואס עס וועט אונז אוועקנעמען וויכטיגע פלאץ און וואג אינעם רענצל? אדער איז נישט געפערליך אויב איך וועל דארט גיין שבת מיט אן ארטיגער הוטל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו גייסט צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, יעדע מאל מען קען גיין צום רבי'ן - איז דאס א טובה פארן מענטש, פאר זיין נפש, רוח ונשמה לנצח נצחים. אויף יענע וועלט וועלן מיר זען וואס דאס איז גיין צום רבינ'ס ציון, דער הייליגער רבי נתן האט פארשטאנען וואס דעם רבינ'ס ציון איז, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער איז גרייט נאכאמאל מגולגל ווערן, נאכאמאל אראפצוקומען בזה העולם אויב ווייסט ער אז ער וועט קענען נאכאמאל גיין צום הייליגן רבינ'ס ציון.


ווער רעדט נאך אז מען קען זיין א שבת אין אומאן ביים צדיק, איז דאס גאר א גרויסע זאך. ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַׁבָּתִים שֶׁשׁוֹבְתִים אֶצְלִי, הֵם גְדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַׁבָּת לְשַׁבָּת", זיין ביי מיר שבת איז מער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת.


זיכער זאלסטו גיין צום רבי'ן מיט שיינע קליידער, און אז דו גייסט דארט זיין שבת קודש זאלסטו גיין מיט דיין שטריימל, אזוי ווי דו וואלסט אריינגעגאנגען צום רבי'ן ביים לעבן. שווער און גרינג - איז אין מח, אז מען ווייסט אז אזוי גייט מען אנגעטון - איז דאס נישט שווער, עס איז דא נעבעך מענטשן וואס ביי זיי איז אויך שווער צו גיין מיט לאנגע הויזן און מיט א העמד, ווייל אין קאפ איז דאס ביי זיי אן איבריגע זאך.


א קליינע טובה, אויב דו קענסט מיך דערמאנען ביים ציון, בעטן פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל און מיין משפחה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2166 - זאל איך זיך אריינמישן אין די צניעות פון מיין ווייב'ס קליידער?
שלום בית, צניעות, כיבוד אב ואם, קליידער, תפילות אויף אידיש, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט מיט א גוטע וואויל איבערגעגעבענע פרוי, זי האט א גוט הארץ, זי שטעלט מיך צופרידן מיט אלעס וואס איך דארף, און איך האב איך ליב ברוך ה'.


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איך דארף זיך באגיין מיט די צניעות פון מיין ווייב? מיין ווייב איז מער מאדערן פון מיר, איך קוק עס נישט אן אלס א חסרון, פון איר זייט ווייל זי מער אן אפענע און מאדערענע שטוב, צום ביישפיל זי וויל האבן א סמארטפאון וכו'.


ווען עס קומט צו קליידער וויל איך פרעגן אויב איך דארף זיך בכלל אריינמישן אין וועלכע קליידער זי קויפט זיך; און אויב יא, ווען יא און ווען נישט?


די שאלה איז בכלליות ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין שטוב זאל זיך פירן פונקט ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז עס דארף זיין, און וועגן די קליידער וואס יא און וואס נישט איר צו זאגן.


איך בעט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר מדריך זיין אויף ריכטיגן וועג וועג, און איך וועל אי"ה אננעמען אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו פארשטייסט נישט צו צניעות, דו ווייסט נישט וואס איז איידל און וואס נישט - זאלסטו זיך מאכן א כלל און אלץ קוקן אויף די עלטערן; אז דיין ווייב קויפט זיך א קלייד און זי פרעגט דיר: "עס איז גוט? עס איז איידל?" און דו ווייסט נישט וואס צו ענטפערן, פרעג איר: "דיין מאמע גייט אזוי? דיין מאמע וואלט געזאגט עס איז גוט? אפשר ווילסטו פרעגן דיין מאמע?" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שיר השירים א, ח): "אִם לֹא תֵדְעִי לָךְ הַיָּפָה בַּנָּשִׁים", אויב דו ווייסט נישט וואס איז שיין פאר א פרוי, "צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן", זאלסטו גיין אין די וועגן פון די עלטערן.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט גיין אנגעטון ווייניגער איידל ווי איר מאמע, דו זאלסט איר געבן אסאך גוטע ווערטער אויף בלייבן אנגעטון איידל ווי איר מאמע, נישט גיין א סענטימעטער קורצער, שמאלער, מער אויפפאלנד - ווי די מאמע. אז זי וויל טוישן פון איר מאמע – קען זי מאכן נאר מער איידל, אבער נישט אויף אראפ.


בנוגע די סמארטפאון; זאלסטו איר געבן גוטע ווערטער און זאגן אז עס איז ענדערש צו פאלגן צדיקים וואס זאגן מען זאל נישט ארייננעמען אין שטוב קיין טעלעפאן, אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם - ווי איידער זיך באקוועם מאכן און נישט פאלגן די צדיקים, ווייל עס קען אמאל צעפאלן א גאנצע שטוב וועגן א טעלעפאן. די צדיקים זעען ווייטער, זיי זעען העכער, זיי ווייסן וואס וועט זיין אין צען יאר, אין צוואנציג יאר; עס לוינט צו פאלגן און בלייבן מיט א שיינע ערליכע שטוב.


גיי התבודדות יעדן טאג, שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זוכה זיין צו ערליכע דורות, הייליגע דורות, וואס וועלן גיין אין די וועג פון די תורה און אין די וועג פון צדיקים"; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף אן ערליכע שטוב און אויף ערליכע דורות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2165 - יעדער ווערט חתנים, פארוואס נאר איך נישט?
שידוכים, יבנאל, תפילות אויף אידיש, מוהרא"ש, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסער יישר כח אויף מיין לעבן, מיין גאנצע חיות אין אידישקייט איז נאר פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס גייט מיר נישט אריבער א טאג אן הערן כאטש צוויי שיעורים, און די עצתו אמונה און די ניגונים דאס איז מיין לעבן, און א באזונדערע יישר כח אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשיקט, און בפרט אויף די פריערדיגע בריוו, דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געגעבן חיזוק נישט מורא צו האבן, און אז מיין שידוך וועט אנקומען און איך זאל ווארטן מיט סבלנות.


לעצטנס בין איך אבער זייער נערוועז, איך זע ווי מיינע חברים ווערן חתנים, און ביי מיר רירט זיך גארנישט, איך דאווען אזוי פיל אויף דעם און איך האב שוין געזאגט דריי מאל תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, און אויך ביי די יארצייט בין איך געווען ביי מוהרא"ש ציון, און עס זעט נישט אויס אז עפעס רירט זיך. איך האב געוואלט בעטן אויב איך קען באקומען מער חיזוק אויף דעם, און הדרכה אויף ווייטער ווי אזוי זיך צו פירן.


יעדע פאר טעג גיי איך נאכאמאל איבער דעם קונטרס "מציאת הזיווג", און נאר בזכות דעם קונטרס און בזכות די התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א קען איך זיין רואיג, אבער איך דארף נאכאלץ חיזוק.


אויך האב איך געוואלט פרעגן אויב איך קען באקומען א תפלה פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אויך אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען שיקן א בריוו צו מיינע עלטערן אז זיי זאלן שוין אנהויבן זוכן א שידוך פאר מיר.


אויך וויל איך פרעגן אויב ווען איך באקום אן ענטפער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער עס איז נישט געענטפערט געווארן אלע מיינע שאלות וואס איך האב געפרעגט, אויב איך זאל נאכאמאל שיקן א בריוו און איבערפרעגן, אדער נישט?


נאכאמאל א גרויסער יישר כח אויף מיין שיינע לעבן, און אנטשולדיגט פאר די לאנגע בריוו, עס איז מיר אבער זייער וויכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט אלע כוחות, ווער נישט צעפאלן ווען דיינע חברים ווערן חתנים און דו ביסט נאכאלץ א בחור; יעדער האט זיין שידוך, יעדער האט זיין ענין. נאך איידער דו ביסט באשאפן געווארן האט מען שוין אויסגערופן אין הימל דיין שידוך, מען דארף ווארטן מיט סבלנות און בעטן מיט רחמנות מען זאל שוין טרעפן די שידוך.


כאפ זיך נאכאמאל אריבער קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. ווייל ווען א צדיק איז מבטיח - וועט אזוי זיין, מען דארף נאר האבן א שטארקע אמונה, אויסווארטן אויף די ישועה, און אז מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג" - דארף מען גלייבן און ווארטן מיט סבלנות.


זאג יעדן טאג קרבנות הנשיאים, און נאכן זאגן די קרבנות הנשיאים זאלסטו בעטן פאר א שידוך. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף; וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, 'קריאה לחנוכה'; און ווען מען ענדיגט זאגן די קרבנות הנשיאים בעט מען דעם אייבערשטן פאר א שידוך.


עס איז דא א הארץ רייסנדע תפילה פון מוהרא"ש פאר בחורים און מיידלעך זיך אויסצו'טענה'ן און בעטן דעם אייבערשטן פאר א שידוך, דא האסטו די תפילה, לייג דיר אוועק די תפילה אין טאש, און יעדן טאג זאלסטו זיך אויפזוכן א ליידיגע פלאץ און וויינען צום אייבערשטן די תפילה, און צולייגן אייגענע געבעטן, וועסטו זען אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך.


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2164 - זאל איך רופן מיין פריערדיגער בעל הבית צו דין תורה?
מחלוקת, פרנסה, סגולות, ברכת המזון, בית דין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך בין זיך ממש מחי'.


איך בין ארויס פון מיין ארבעט אנהויב זומער ווייל זיי האבן נישט באצאלט פאר אפאר חדשים, זיי זענען מיר שולדיג געבליבן שווערע צענדליגע טויזענטערס. ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן און צוגעשיקט א גוטע ארבעט פאסטן וואו מען צאלט יא, מיין פריערדיגער בעל הבית האלט אבער מיר נישט ביים באצאלן, זאל איך אים רופן צו דין תורה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעדע סכסוך וואס איז דא צווישן איין איד מיטן צווייטן - איז ריכטיג צו גיין צו א רב און זיך אויסקומען, אדער גיין צו א בית דין און פאלגן די בית דין.


אז דו ווילסט האבן פרנסה בשפע - זאלסטו נעמען די סגולה וואס מוהרא"ש זאגט, פון בענטשן ברכת המזון פון אינעווייניג, ווארט ביי ווארט בקול ובשמחה. מוהרא"ש זאגט, דאס בענטשן אין א בענטשער - איז מסוגל פאר עשירות, עס איז בדוק ומנוסה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2163 - לוינט זיך צו אנטלויפן פאר אפאר טעג?
התחזקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די הערליכע שיעור פון נעכטן, עס איז געווען מורא'דיג.


דער יצר הרע האט גוט געארבעט אויף מיר, און ערגעץ פאר די שיעור האב איך געטראכט, 'איך האב מער נישט קיין כח, איך גיי אנטלויפן פאר אפאר טעג', און נאכדעם קום איך אן צום שיעור און דער ראש ישיבה שליט"א הייבט אן אזוי זיס: "נישטא וואו צו אנטלויפן..." איך האב כמעט גע'חלש'ט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם רבי עצה'ט אונז מיר זאלן אנטלויפן צום אייבערשטן; נישטא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה - ווי צום אייבערשטן און צו די תורה. חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא תֵצֵא) "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחְזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי וָאֶתְחַנַּן) "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבִּיְסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס אָפְּמֶעקְן אַלֶע זַיינֶע עֲבֵירוֹת.


וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן... וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון א רבי וואס איז אונז מחזק און מעודד מיר זאלן אנטלויפן צום אייבערשטן, נאכאמאל קומען צו אים און רעדן צו אים, אים דערציילן ווי שווער עס איז אונז.


אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2162 - וואס טוט מען ווען די מאמע צעשניידט די קליינע קינדער?
כיבוד אב ואם, קינדער, סכנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב מיין מאמע לויפט נאך איינע פון די קליינע קינדער מיט א מעסער אים צו הרג'ענען חס ושלום, מעג איך איר אפהאלטן? אדער עס איז קעגן די הלכות פון כיבוד אב ואם? און אויב קען איך איר נאך אפהאלטן מיט א גוטע פראסק מעג מיך עס טון? און וואס איז מיט "לשונם חרב חדה", ווען איר צונג איז א שארפע שווערד?


איך בין דורכגעגאנגען די טראומע מיט א קראנקע מאמע וואס האט מיך גע'הרג'ט, נישט איינמאל מיט א מעסער (הלואי), נאר יעדן טאג מיך פון פריש גע'הרג'ט; און אז איך זע יעצט אז דאס חזר'ט זיך איבער ביי מיינע קליינע געשוויסטער, פארוואס מעג איך זיי נישט ראטעווען?


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך דערשרעקן, "שלאגן א מאמע?!", דאס איז אלעס גוט ווען עס איז נישט קיין סכנה, אבער אין די פאל ווען די מאמע לויפט ארום מיט א מעסער, און די קליינע שעפעלעך ציטערן, און איך ווייס עס איז דא איינער וואס נעמט זיך אן פאר זיי, מעג איך זיי ראטעווען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלאגן א מאמע טאר מען נישט, אבער אפשטעלן א מאמע פון שעדיגן די קינדער - דאס איז א חיוב.


ובכן גיי צו אן ערליכער רב און דערצייל אים אלעס וואס גייט פאר ביי ענק אין שטוב, טו אלעס וואס דו קענסט צו ראטעווען די קינדער אין שטוב.


אפשטעלן אליין איז נישט גענוג, דער רב וועט דיר זיכער זאגן מען זאל לייגן די קינדער ביי א קרוב משפחה וכדומה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2161 - וואס מיינט אז קנאבל איז מסוגל אויף ליבשאפט?
שלום בית, אמונה, ריינקייט, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער הייליגער רבי שרייבט אין ספר המידות אות אהבה, "הַשּׁוּם מְסֻגָּל לְאַהֲבָה", קנאבל איז מסוגל אויף ליבשאפט. וואס טוט מען מיט די קנאבל, עסן? אנקוקן? וואס דארף מען טון מיט דעם?


אויך אין אות אהבה חלק שני, זאגט דער רבי, "אַהֲבַת אִשָּׁה לְבַעְלָהּ נִכָּר בַּזְּבוּבִים וְיִתּוּשִׁים שֶׁבַּבָּיִת", וואס איז דער פשט, וואס זעט מען? און דער רבי לייגט צו: "גַּם עַל יְדֵי אַהֲבָתָם יְכוֹלִין לֵידַע כֹּחַ הַיֵּצֶר הָרָע אִם כְּבָר נֶחֱלָשׁ אִם לָאו", מיינט דאס דער יצר הרע ביי זיי אין שטוב אדער בכלליות?


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ביטע ענטפערן.


מיט פיל הכרת הטוב, תלמיד ישיבת היכל הקודש, ירושלים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות אהבה, סימן יא): "הַשּׁוּם מְסֻגָּל לְאַהֲבָה", קנאבל איז מסוגל אויף ליבשאפט; דו פרעגסט וואס מען דארף טון מיט די קנאבל? דאס מיינט מען עסן קנאבל, דאס איז א גמרא (בבא קמא פב.), אז עסן קנאבן איז מסוגל אויף ליבשאפט, און דערפאר האט עזרא הסופר מתקן געווען מען זאל עסן קנאבל פרייטאג צו נאכטס ווען עס איז א צייט פון ליבשאפט וכו'.


דאס וואס דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן ב): "אַהֲבַת אִשָּׁה לְבַעְלָהּ נִכָּר בַּזְּבוּבִים וְיִתּוּשִׁים שֶׁבַּבָּיִת", מען קען זען ביי די פליגן אין שטוב די ליבשאפט צווישן מאן און ווייב, "גַּם עַל יְדֵי אַהֲבָתָם יְכוֹלִין לֵידַע כֹּחַ הַיֵּצֶר הָרָע אִם כְּבָר נֶחֱלָשׁ אִם לָאו", אויך קען מען זען אויב זייער יצר הרע איז שוין אפגעשוואכט לויט די ליבשאפט צווישן זיי; די פרעגסט וואס איז פשט? וואס זעט מען? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י:), די פרוי שונמית האט געזאגט פאר איר מאן אויף אלישע הנביא (מלכים-ב ד, ט): "אִישׁ אֱלֹקִים קָדוֹשׁ הוּא", דער גאסט איז א געטליכער מאן, פרעגט די גמרא, פון ווי האט זי געוואוסט? זאגט די גמרא צוויי זאכן, איינס: "לא ראתה זבוב על שולחנו", זי האט געזען אז עס איז נישטא קיין פליג ביי זיין טיש, און א צווייטע זאך האט זי געזען: "סדין של פשתן הציעה על מטתו", זי האט געלייגט א ווייסע ליילעך אויף זיין בעט, "ולא ראתה קרי עליו", און זי האט געזען אז עס בלייבט ריין; זעט מען פון דעם אז ווען עס איז נישטא קיין פליגן - איז דאס א סימן פון קדושה, און אזוי אויך אז מען זעט נישט קיין קרי, איז א סימן פון קדושה; דאס זאגט דער רבי, אויב איז די שטוב פול מיט פליגן - איז א סימן אז די יצר הרע פון ניאוף איז שטארק אין דעם שטוב און מען דארף תשובה טון און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין אלע דינים און מען זאל האבן אמונה, ווייל פליגן זענען די קליפות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה חלק ב', סימן ט): "עַל יְדֵי מִעוּט אֱמוּנָה", דורך ווייניג אמונה – "נִתְרַבּוּ הַזְּבוּבִים בָּעוֹלָם", פארמערן זיך די פליגן אויף די וועלט, אויך דורך שלעכטע מחשבות פון ניאוף רחמנא לצלן פארמערן זיך די פליגן.


לערן אסאך דעם הייליגן ספר המידות און זיי זיך מתבודד צום אייבערשטן אויף יעדע סעיף, אז דו זאלסט זוכה זיין צו אלע הייליגע זאכן און צו דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2160 - האט דער רבי ווייטער שייכות מיט די וועלט נאך זיין הסתלקות?
חסידות ברסלב, הפצה, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט פון איינעם ביי א שיעור אז דער רבי זאגט אז אנדערע צדיקים נאך זייער פטירה האבן שוין נישט קיין שייכות צו די וועלט, אבער דער רבי לאזט יא איבער א שייכות צו די וועלט.


מיין שאלה אויב דאס איז אמת און צי עס האט א מקור? און אויך וואס איז פשט דערפון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן מו): "שֶׁהָיוּ כַּמָּה גְּדוֹלִים שֶׁכָּל אֶחָד עָשָׂה וְתִקֵּן מַה שֶּׁתִּקֵּן וְאַחַר כָּךְ נִפְסַק", עס זענען געווען אסאך צדיקים וואס ווען זיי האבן געלעבט האבן זיי געטון און מתקן געווען וואס זיי האבן מתקן געווען אבער נאכדעם האט זיך אלעס אפגעשטעלט, "אֲבָל אָנוּ צְרִיכִים לַעֲשׂוֹת דָּבָר שֶׁלּא יֻפְסַק לְעוֹלָם", אבער איך וויל מאכן אזא זאך וואס עס זאל זיך קיינמאל נישט אפשטעלן, "שֶׁאֵלּוּ אֲנָשִׁים יַעֲשׂוּ אֲנָשִׁים אֲחֵרִים", די תלמידים זאלן מאכן נאך תלמידים, "וְהֵם יַעֲשׂוּ עוֹד אֲנָשִׁים", און די זאלן מאכן נאך תלמידים, "וְכֵן לְעוֹלָם", און אזוי זאל עס בלייבן אויף אייביג; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שו): "מיין פייערל וועט שוין טליען און ברענען ביז משיח וועט קומען".


דער רבי האט זייער געוואלט מיר זאלן אלע עוסק זיין אין פארשפרייטן זיינע עצות אין די וועלט, רעדן צו מענטשן פון אמונה. רבי נתן זכרונו לברכה שרייבט (שם, סימן תקמג), דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, "וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פארשפרייט דעם רבינ'ס עצות, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, א סך הכל פון רבינ'ס ספרים, געשריבן אין א גרינגע שפראך, אויף לעובדה ולמעשה; דאס האט דאך דער רבי געוואלט, מיר זאלן מאכן תלמידים און די תלמידים זאלן ווייטער מאכן תלמידים, אזוי ביז מען וועט זוכה זיין צו די גאולה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2159 - ווי אזוי מען מעסט זיך אויב מען איז פרייליך?
סיפורי צדיקים, אידישע שטוב, שמחה, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין די הייליגע לעכטיגע בריוון אז מוהרא"ש זאגט אז א מענטש קען זיך מעסטן אויב ער איז ביי די קדושה אדער ביי די טומאה, אז אויב מען איז פרייליך איז מען ביי די קדושה. האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מען מעסט זיך אויב מען איז פרייליך?


יישר כח פאר'ן ראטעווען מיין לעבן, פאר'ן מיך איבערצייגן אז די עכטע סחורה איז לערנען און דאווענען און שלום בית.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פרעגט, מען זעט די תורה דערציילט, יוסף הצדיק איז געזיצן אין תפיסה און ער פרעגט די שר המשקים און די שר האופים (בראשית מ, ז): "מַדּוּעַ פְּנֵיכֶם רָעִים הַיּוֹם", פארוואס איז ענקער פנים אזוי שלעכט? ענק זענען אזוי צוגעלייגט; פרעגט מוהרא"ש, וואס זאל אנגיין יוסף אז צוויי גוים טמאים פון תפיסה זענען צוגעלייגט און דערביטערט? זאגט מוהרא"ש, יוסף הצדיק האט נישט געקענט ליידן קיין עצבות און מרה שחורה; ווייל ווער עס איז באמת פרייליך - קען נישט ליידן צו זען אנדערע מענטשן אין עצבות און אין מרה שחורה, שטייט אין פסוק (שם לט, ב): "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ", יוסף הצדיק איז געווען אן איש מצליח, זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה פו, ד) ער איז געווען: "גבר קפוז", ליסטיג און לעבעדיג.


דאס איז די סימן פון שמחה, אז מען מאכט א צווייטן פרייליך; אנגעהויבן אין שטוב, מען שמייכלט און מען געבט גוטע ווערטער פאר די ווייב און קינדער, און אויך אין שול און אין ארבעט און וואו אימער מען גייט געבט מען יעדן א שמייכל און א גוט ווארט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג), עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם, "וּלְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵק", און מחי' זיין א מענטש איז גארנישט קיין קלייניקייט, "כִּי הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כב.), אליהו הנביא האט באגעגנט רבי ברוקא אויפן גאס, האט ער אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם, און ווען זיי זעען ווי צוויי מענטשן קריגן זיך מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2158 - מעג מען מעביר סדרה זיין אדער לערנען חומש ביינאכט?
הלכה, דאווענען, סגולות, מעביר סדרה, סדר היום, חומש רש"י

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מעג מען מעביר סדרה זיין אדער לערנען חומש ביינאכט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חומש אליין - אן רש"י - לערנט מען נישט ביינאכט, דער הייליגער אריז"ל האט מקפיד געווען מען זאל נישט לערנען ביינאכט (שער המצוות, פרשת ואתחנן), אבער מיט רש"י הקדוש קען מען מעביר סדרה זיין אויך ביינאכט.


די בעסטע זאך איז - מעביר סדרה זיין גלייך נאך שחרית, איינגעטיילט לויט די וואך. מענטשן זוכן סגולות וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן, בשעת עס איז דא די גרעסטע און הייליגסטע סגולה פון מעביר סדרה זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רפה) אז יעדער מענטש איז מחויב צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה צוויי מאל חומש און איין מאל תרגום, און ווער עס איז מעביר סדרה - איז זוכה צו אריכות ימים ושנים; דאס איז די בעסטע סגולה צו א גוט לעבן, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


מען טאר זיך נישט נארן, מען דארף לעבן מיט ריאליטעט, אז מען ווארט אויף סוף וואך - פארפאסט מען די מצוה, און אזוי גייען אריבער די וואכן און די יארן אן מעביר סדרה זיין. מען קען זיך פארלאזן אויף די הלכה ווי דער שלחן ערוך פסק'נט (שם, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין, און די משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער; אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2157 - מעג מען גיין צו א בית החיים ביינאכט?
קברי צדיקים, בית החיים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איז א פראבלעם צו גיין צו א בית החיים ביינאכט, ווען מען וויל גיין צו א ציון פון א צדיק, אבער עס איז אין א בית החיים וואו עס ליגן אויך קברים פון אידן וואס זענען נישט געווען קיין שומרי תורה ומצוות רחמנא ליצלן? ווייל אפשר קען זיין אז עס דרייען זיך דארט שדים און רוחות.


איך וויל גיין נאר צום ציון פון דעם צדיק צו זאגן דארט תיקון חצות, מאכן התבודדות, און זאגן תהילים, נאכדעם וואס איך בין געגאנגען אין מקוה.


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן דעם פארגאנגענעם ראש השנה, טראץ אלע שווערע מניעות. איך האב אויך זוכה געווען צו זיין ביים ציון פון מוהרא"ש און דארט אויסגעזאגט גאנץ תהלים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א גרויסע זאך צו גיין צו קברי צדיקים, זיך אויסגיסן דארט דאס הארץ און מתפלל זיין פאר ישועות.


דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת שלח, דף קנח:), כלב האט געזען אז משה רבינו האט געגעבן א ברכה נאר פאר יהושע בן נון אז ער זאל געראטעוועט ווערן פון די עצה פון די מרגלים און אים האט מען נישט געגעבן די ברכה, "אִשְׁתְּמִיט מִנַּיְיהוּ", האט ער זיך אוועק געכאפט פון די מרגלים, "וְאָתֵי לְגַבֵּי קִבְרַיָּיא דַּאֲבָהָן", און געגאנגען קיין חברון צו קברי צדיקים, "וְצַלֵּי תַּמָּן צְלוֹתֵיהּ", ער האט דארט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל נישט פארכאפט ווערן מיט די עצת מרגלים צו קריגן אויף משה רבינו, דער זוהר פרעגט 'ווי אזוי קען זיין אז כלב איז געגאנגען קיין חברון מתפלל זיין ביי די מערת המכפלה איינער אליין, עס זענען דאך דארטן געווען די ריזן מענטשן, ווי אזוי האט ער נישט מורא געהאט פון זיי?!' זאגט דער זוהר הקדוש (שם): "אֲבָל מַאן דְּאִיהוּ בְּדוֹחֲקָא, לָא אִסְתָּכַּל מִדִי", ווער עס איז אין א צרה - קוקט נישט אויף גארנישט, "כַּךְ כָּלֵב, בְּגִין דְּהֲוָה בְּדוֹחֲקָא, לָא אִסְתָּכַּל מִדִי, וְאָתָא לְצַלָּאָה עַל קִבְרֵי אֲבָהָן, לְאִשְׁתְּזָבָא מְעֵיטָא דָּא", אזוי אויך ווען כלב האט געזען אז ער איז אין א גרויסע סכנה - איז ער געלאפן צו קברי צדיקים מתפלל זיין, ער האט נישט געקוקט אויף דעם אז דארט זענען דא די בני ענק; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון גיין אויף קברי צדיקים.


מען גייט נישט צו קיין בית עלמין ביינאכט, אבער אז מען וויל נאר אריבערגיין די קברים אויף אנצוקומען צום קבר פונעם צדיק - איז נישט קיין פראבלעם.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2156 - מעג מען גיין אין שויער נאך די מקוה?
רפואה, מקוה

תוכן השאלה‎

אילו פינו מלא כים אין אנחנו מספיקים להודות, איך קען נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חיזוק און עצות וואס איך באקום כסדר פון די שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געהערט אז עס איז דא אן ענין נישט צו גיין אין שויער נאך די מקוה, איז דאס ריכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכג): "מִקְוָה אֵינָהּ מַזֶקֶת כְּלָל", מקוה שאדט נישט פארן מענטש, "וְהַדָאקְטֶער שֶׁיֹּאמַר לוֹ שֶׁמִקְוָה מַזֶקֶת", און אז א דאקטער זאגט אז מקוה שאדט - "אֵינוֹ דָאקְטֶער כְּלָל", איז דער דאקטער נישט קיין דאקטער, אדרבה, מקוה איז זייער געזונט און וויכטיג פארן געזונט פונעם מענטש, ווייל דער מענטש האט פול מיט קליינע לעכערלעך אין זיין גוף וואס פון דארט קומט ארויס די שווייס פונעם מענטש, די לעכערלעך דארפן זיין אפן, און דורך די מקוה ווערט דאס געעפנט, אזוי ווערט דער מענטש געזונט.


וואויל איז דעם מענטש וואס גייט יעדן טאג אין מקוה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", דורך מקוה ווערן בטל אלע צרות און עס קומט די ישועה, און אזא איינער וואס זיין הויט איז אים סענסעטיוו, ער קען נישט נעמען די קלארין וואס מען לייגט אריין אין מקוה, אדער צוליב אנדערע סיבות - קען ער נעמען א שויער נאכן מקוה, עס איז נישט קיין סתירה צו די מקוה, אז מען טובל'ט זיך אין מקוה - האט רבי נתן זכרונו לברכה געזאגט - וועט מען האבן א תקוה, מען וועט אלעס פאררעכטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2155 - ווי אזוי פאררעכט מען די כעס און פארשעמען?
תפילות אויף אידיש, תשובה, בזיונות, כעס, בין אדם לחבירו, איבערבעטן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דרייוו א באס פאר א מוסד, און עס איז דא איין מאמע וואס ווארט נישט געהעריג אויפ'ן באס, איך דארף דארט פייפן יעדן טאג ביז זי קומט ארויס, און לעצטנס האט מיין געדולד געפלאצט און איך האב אפגעמאכט אז איך האב שוין גענוג געהאט, איך שטעל מיך אפ און איך געב א פייף און איך פאר ווייטער.


די לעצטע פאר טעג איז זי אפאר מאל נאכגעלאפן די באס און מיר אנגעשריגן פארוואס איך ווארט נישט, איך האב זיך אבער איינגעהאלטן און גארנישט געענטפערט. היינט האב איך זיך אפגעשטעלט אין פארנט פון די הויז און געפיפן, און האב געווארט און געציילט ביז צען און אנגעהויבן אוועקפארן. למעשה איז זי נאכגעלאפן די באס און איך האב געפילט ווי מיין בלוט גייט מיר ארויף אין קאפ, זי האט אנגעהויבן מיר פארהאלטן פארוואס איך ווארט נישט פאר איר, און איך האב אנגעהויבן מאכן אזעלכע קולות אויף איר אז זייט איך בין א באס דרייווער האב איך נאך נישט אזוי געשריגן אויף א מאמע, איך שעם זיך ממש פון מיך אליין, איך געדענק מיך נישט זיין אמאל אזוי אין כעס ווי איך בין היינט געווען, איך בין ממש נישט געווען זיך אליין, מיין גאנצער גוף האט זיך געווארפן פון אויפברויז.


מיין שאלה איז יעצט צעטיילט אין דריי. איינס, ווי אזוי קען זיין עס איז געשען, איך בין דאך שוין אזוי לאנג ביים רבי'ן, און עס קוקט מיר אויס ווי איך גיי נאר צוריקצואוועגס. צווייטנס, ווי אזוי קען איך מתקן זיין די עבירה פון כעס? און דריטנס, עס איז געווען דארט נאך א מאמע וואס האט געהערט ווי איך שריי, וויל איך וויסן אויב איך דארף איר איבערבעטן ווייל אפשר איז זי געווארן פארשעמט אז איך האב געשריגן אין פארנט פון א צווייטן, און אויב יא, ווי אזוי?


באמת שעם איך זיך פונעם ראש ישיבה שליט"א צו פרעגן די שאלה, איך טראכט אבער אז אפשר וועט דאס זיין א תיקון פאר מיר, אז איך פארשעם זיך מיט'ן עס דערציילן און פרעגן ווי אזוי צו פאררעכטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די פראגע? אודאי דארפסטו איבער בעטן, אז מען פארשעמט א צווייטן - מוז מען איבער בעטן.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך היטן פון כעס, בעט אים: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פון די שלעכטע מידה פון כעס. איך פארליר זיך ווען עפעס גייט נישט מיין וועג, איך פארליר מיין שכל, איך שריי און פארשעם ווער עס מאכט מיר נערוועז. הייליגער באשעפער וואס גייט פאר מיט מיר? פארוואס ווער איך אזוי נערוועז? ראטעווע מיך, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל זיך נישט פארלירן, איך זאל וויסן און געדענקען אז דו ביסט נעבן מיר, דו זעסט אלעס וואס איך טו. העלף מיר איך זאל נישט פון קיינעם נערוועז ווערן, העלף מיר טאטע איך זאל קענען פאררעכטן, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף די מידה מגונה פון כעס".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2154 - ווי אזוי האט דאס קינד אויפגעהערט בייסן די נעגל?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין מיין חדר איז דא א אינגל וואס בייסט די נעגל כסדר, איך האב אים געזאגט ער זאל בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם און אזוי וועט ער אויפהערן.


אויפ'ן וועג צום פארק גייט מען דורך א שול, און אסאך מאל ווען עס איז ליידיג גייט מען דארט אריין צו קושן דעם ארון הקודש, איינמאל הער איך ווי ער בעט דעם אייבערשטן, "אייבערשטער העלף איך זאל נישט בייסן די נעגל", און היינט כאפ איך זיך אז כמעט וואס ער בייסט שוין מער נישט די נעגל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לייגסט אריין אין די קינדער תפילה, זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן; יעדע זאך וואס מען דארף, יעדע זאך וואס מען וויל - איז דא נאר איין עצה, 'תפילה'; בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, אזוי ווי מען בעט פון א טאטע, אזוי ווי מען בעט פון א גוטע פריינד. אז מען לערנט דאס מיט קינדער, מען רעדט פון תפילה נאכאנאנד - גייט דאס אזוי שטארק אריין אין זייערע ביינער, זיי געדענקען דאס פארן גאנצן לעבן, און ווען זיי וועלן דארפן און וועלן עפעס אין לעבן - וועלן זיי וויסן אז דורך תפילה קען מען דאס באקומען.


זייער גוט טוסטו אז דו גייסט מיט זיי אריין אין א ליידיגע שול און דו לערנסט זיי אויס צו קישן די פרוכת, און אויך אז זיי זאלן בעטן ביי די פרוכת. מוהרא"ש האט דערציילט ווי זיין מלמד רבי יעקב קלמנוביץ זכרונו לברכה (מען האט אים גערופן בלשון חיבה ר' יעקב מלמד) - פלעגט אריינלייגן אין די קינדער אמונה, ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, די חדר איז געווען אין א שול, און ער האט געהייסן דעם קינד קישן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריינגעברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צו גיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.


מוהרא"ש האט געזאגט אז פון אלע זיינע מלמדים געדענקט ער נאר זכרונות פון דעם מלמד און פון נאך א מלמד וואס איז אויך געווען א ברסלב'ער חסיד, פון די אמונה און פון די תמימות ופשיטות וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין די קינדער. מוהרא"ש האט אויך פארציילט אז ער פלעגט אויסטיילן אין חדר יעדן טאג פאר אלע קינדער א פרוטה, און ער איז ארום געגאנגען מיט א פושקע צו אלע קינדער, און בשעת ער איז ארום געגאנגען מיט די פושקע האט ער געהאט א ספעציעלער ניגון וואס ער פלעגט זינגען: "הריני נותן צדקה לעניים וליתומים ולאלמנות, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר אז איך זאל מיין גאנצע לעבן געבן צדקה פאר ארעמעלייט, און אין דעם זכות זאל איך ניצול ווערן פון אלע צרות און פון אלע מחלות און איך זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט צוגעלייגט אז עס איז געווען א הערליכע מחזה צו זען ווי אזוי יעדעס קינד לייגט אריין א פרוטה אין די פושקע נאכן זאגן די תפילה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2153 - ווי אזוי מען מחזק דעם מאן אין א שווערע צייט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אמונה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שווערע קשיא, ווי אזוי געבט מען פאר א מאן חיזוק אין די צייט וואס ער גייט אריבער א שווערע תקופה?


ער שלאפט זייער אסאך און ער האט נישט כח אויפצושטיין פרי, און עס איז נישט ווייל ער גייט שלאפן שפעט, נאר פשוט ער קען טאקע נישט אויפשטיין פרי, און עס טוט אים זייער זייער שטארק וויי, ממש ביז צו די נשמה און ער איז זייער צעבראכן פון דעם. איז וואס קען איך טון אין אזא מצב? ווען איך זע אים אזוי, שפיר איך אויפצוגעבן.


איך ווייס נישט וואס אים צו זאגן, און ער ווארט צו הערן פון מיר, וואס טו איך? איך בין זייער פארלוירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


האלטס אייך שטארק, ווערט נישט צעפאלן, דער אייבערשטער געבט נישט א נסיון פאר א מענטש נאר אויב ער האט די כוחות דאס צו ביישטיין. אז איר גייט אריבער יעצט די שוועריקייט - איז זיכער אז איר האט די כוחות דאס בייצושטיין.


אמונה געבט כח; נעמט אריין אין זיך אז אלעס וואס פאסירט מיטן מענטש איז פונעם אייבערשטן, קיין שום זאך איז א פאסירונג, אלעס איז פונעם אייבערשטן, דומם, צומח, חי מדבר, אלעס איז ער, אלעס איז נאר פאר אונזער טובה, מיר פארשטייען נישט וואס פאסירט, עס קען אויסקוקן ווי שלעכטס אבער באמת איז גארנישט קיין שלעכטס, אלעס איז נאר גוטס.


נעמט אייך אפאר מינוט אין טאג, אין א ליידיגע שטילע ווינקל, וואו קיינער הערט נישט און קיינער זעט נישט, שטילערהייט זאלט איר זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל אייך געבן כח און שטארקקייט צו קענען מחזק זיין אייער מאן און ווייטער אנגיין מיט די שטוב ווירטשאפט.


טראכטס עס איז נאר אן אריבערגאנג, עס וועט אריבערגיין די שווערע צייט, עס וועט נאך ווערן בעסער, אייער מאן וועט זיין געזונט בגוף ונפש, און איר וועט האבן שיינע ליכטיגע טעג און אויפשטעלן שיינע דורות.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.