שאלה אין קורצן ענין
#1678 - ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט מיינע קינדער שבת אין שול?
שבת קודש, חינוך הילדים, בית המדרש, סכנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם מיינע קינדער שבת אין שול, איך ווייס אבער נישט וואס צו טון ווען זיי לויפן ארום אין שול, דרייען אלעס איבער, און זיי הערן ניטאמאל וואס איך רעד.


די גבאים פון שול האבן מיר שוין געהייסן עטליכע מאל איך זאל אהיימטראגן די קינדער, וואס זאל איך טון?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נאר ברענגען קינדער אין שול אז מען האלט זיי מיט זיך.


עס איז א גרויסע אחריות פאר די עלטערן וואס ברענגען קינדער אין שול און לאזן זיי אויף הפקר; עס זענען דא עלטערן וואס מיינען אז א שול איז א פלאץ פאר בעבי סיטן, מען וויל העלפן די ווייב, מען נעמט ארויס די קינדער און מען ברענגט זיי אין שול אויף הפקר; א שול איז נישט קיין בעבי סיטינג, עס איז א חילול בית המדרש און עס שטערט די מתפללים.


מוהרא"ש זאגט מען זאל ברענגען קינדער אין שול, אפילו גאר קליינע קינדער - זיי מחנך זיין, זיי אויסצולערנען דאווענען, זיי מרגיל זיין ווי אזוי דאווענען זעט אויס; וואס איז קדושה, כתר, קריאת התורה, וכדומה; דאס קען נאר זיין אז מען האלט די קינדער נעבן זיך מיט דרך ארץ, אבער סתם ברענגען קינדער אין שול און זיי לאזן ארום ווילדעווען – דאס טאר מען נישט.


אז דיינע קינדער הערן נישט וואס דו רעדסט - זאלסטו פרובירן א שפראך וואס רעדט צו זיי; עס זענען דא קינדער ווען זיי זעען נאש - דאס רעדט צו זיי, מען ווייזט זיי א נאש און מען זאגט זיי "ווער עס זיצט שיין נעבן טאטי באקומט א גוטע נאש"; אדער מען שמועסט אפ אז מען גייט גיין צו א פארק - ווער עס האט כך וכך טיקעטס, און אזוי איז דא אסאך וועגן ווי אזוי מען קען זיי מרגיל זיין צו דאווענען און צו זיצן מיט דרך ארץ, מען זאגט זיי "ווער עס וועט פאלגן טאטע מאמע - וועט באקומען א בייק".


הכלל, סתם ברענגען קינדער אין שול און זיי לאזן אויף הפקר - איז א שרעקליכע עולה, סיי עס שטערט דאס דאווענען, און עס קען פאסירן מיט זיי אן אומגליק חס ושלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1677 - ווי אזוי שטארק איך זיך איבערצובעטן וועמען איך האב געטשעפעט?
מחלוקת, תשובה, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס בחור האב איך זייער שטארק געטשעפעט און וויי געטון עטליכע פון מיינע חברים און אויך דעם רב פון מיין קהלה, צוליב אן אינערליכע סכסוך אין די קהלה. היינט פארשטיי איך אז איך האב נישט גוט געטון, איך וואלט זיך בכלל נישט געדארפט אריינמישן אין די מחלוקת, און איך האב שטארק חרטה דערויף. אבער וויפיל איך פרוביר קען איך נישט פועל'ן ביי מיר צו גיין זיי איבערבעטן, איך פיל ווי די ערד גייט מיך איינשלינגען אויב איך וועל זיי איבערבעטן, איז דא עפעס א גרינגע עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי בעט איבער די אלע וועם דו האסט גע'רודפ'ט; ענדערש זאלסטו פארשעמט ווערן דא ווי איידער אויבן אין הימל.


וויי און ביטער פאר ווער עס נעמט א חלק אין רודפ'ן אנדערע אידן; ביי מחלוקות ליידן אלע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד): מחלוקת איז אזוי שרעקליך, אפילו קליינע קינדער ווערן אוועקגענומען פון די וועלט אלס א שטראף אויף מחלוקת, והא ראי', בית דין של מטה געבט נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר, אויך ביי בית דין של מעלה איז נישטא קיין עונש נאר פון צוואנציג יאר און העכער, און ביי קרח זענען אלע געשטראפט געווארן, אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט!


ווארט נישט קיין מינוט, גיי שוין בעט איבער וועם דו האסט וויי געטון; ענדערש ווערן פארשעמט דא ווי איידער דארפן אריבערגיין די עונשים קשים ומרים וואס מען באקומט אויף מחלוקות.


פון היינט און ווייטער, אז מען וויל דיר אריינדרייען אין א מחלוקת, זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו לשם שמים - זאלסטו אנטלויפן אזוי ווי מען אנטלויפט פאר'ן לעבן. מאך זיך דעם חשבון וואס די ווייב פון און בן פלת האט געמאכט, און בן פלת איז אהיים געקומען אנגעהעצט פון קרח און פון אלע צוויי הונדערט און פופציג רבנים, ער האט געשריגן אין שטוב: "משה רבינו איז נישט גערעכט!" ער האט געהאקט אויפ'ן טיש: "קורח איז דער עכטער מנהיג!" ער איז געווען פון די אנפירער. דערציילן די הייליגע חכמים (שם, כ) זיין ווייב האט אים געפרעגט, זאג מיר: מַה לָּךְ בַּהֲדֵי פְּלוּגְתֵּיהּ וואס האסטו פון די מחלוקת? וואס איז דיר א חילוק ווער עס איז גערעכט? אִי אַהֲרֹן כַּהֲנָא רַבָּא אַתְּ תַּלְמִידָא אויב משה איז גערעכט - איז אהרן דער כהן און דו ביסט דער תלמיד, אִי קֹרַח כַּהֲנָא רַבָּה אַתְּ תַּלְמִידָא און אויב קורח איז גערעכט - איז קורח דער כהן און דו ביסט ווייטער דער תלמיד! אזוי האט זי אים געראטעוועט.


דו זאלסט אלץ אנטלויפן פון מחלוקות.

#1676 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון א"ו ס"י ד"י (OCD) פראבלעמען?
תפילה והתבודדות, צרות, שמחה, עצבות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער א זאך וואס פייניגט מיך זייער שטארק. יעדע נאכט איידער איך גיי שלאפן האב איך א געפערליכע אנגעצויגנקייט, איך בין פארנומען איבערצוקוקן די גאנצע הויז אז אלעס איז אין ארדענונג, איבערקוקן די קינדער אז זיי שלאפן פארזיכערט, איבערקוקן די פענסטער צי זענען גוט פארמאכט, ספעציעל ביי די געז, דארט איז עס ממש געפערליך, איך קוק איינמאל און נאכאמאל אויב עס איז נישט אנגעצינדען.


איך האב זייער אסאך לחץ אז איך מוז גיין שלאפן פאר מיין ווייב, ווייל אזוי שפיר איך רואיגער אז זי וועט עס איבערקוקן נאכאמאל איידער זי גייט שלאפן. און אויב קום איך ארויס פון בעט אינמיטן די נאכט, גיי איך נישט אריין אין קאך, כדי איך זאל עס נישט דארפן איבערקוקן.


דער ראש ישיבה זאגט אייביג אז אויב מען נעמט אריין אין זיך אמונה גייען אוועק די אלע פראבלעמען, דא שפיר איך אבער אז עס איז מער ווי נאר חסרון אמונה, איך פיל ווי איך לייד אויף די נערווען. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען זיך נישט שלאגן מיט די סארט שלעכטע מחשבות; ווי מער מען שלאגט זיך מיט די סארט מחשבות - ווערן זיי נאר שטערקער.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב): כִּי זֶה טֶבַע וּסְגֻלַּת שֶׁל אֵלּוּ הַיְצָרִין הָרָעִים הַמְזֹהָמִים אזוי ארבעט די שלעכטע שמוציגע יצר הרע, כָּל מַה שֶּׁרוֹצִים לְהִתְגַּבֵּר עַל אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי, יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים שטארקן זיי זיך שטערקער אויפ'ן מענטש, כִּי הוּא כְּמוֹ שֶׁאָדָם בּוֹרֵחַ מִדָּבָר די מחשבות זענען אזוי ווי ווען מען לויפט אוועק פון איינעם, וּמִסְתַּכֵּל מִן הַצַּד כִּלְאַחַר יָד עַל זֶה הַדָּבָר שֶׁבָּרַח מִמֶּנּוּ און מען קוקט צוריק אויף יענע זאך פון וואס מען לויפט אוועק, וַאֲזַי הַדָּבָר הַזֶּה מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר דעמאלט ווערט יענע זאך שטערקער, כִּי לֹא הִסִּיחַ דַּעְתּוֹ מִזֶּה ווייל ווען יענער זעט ווי מען קוקט צוריק - זעט ער אז מען האט אים נישט אפגעלאזט, דאס מאכט אים ער זאל ווייטער נאכלויפן, רַק אַדְּרַבָּא, שֶׁמִּסְתַּכֵּל בְּכָל פַּעַם לְאַחֲרָיו עַל זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אדרבה, זיי ווערן נאר שטערקער ווען זיי זעען ווי מען קוקט צוריק אויף זיי; אזוי ארבעט די שלעכטע מחשבות, ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי - ווערן זיי שטערקער.


די אלע וואס ליידן נעבעך פון די יצר הרע וואס רופט זיך א"ו ס"י ד"י - אויף זיי איז א גרויס רחמנות, קיינער ווייסט נישט ווי שווער עס איז זיי, אויך אויף די וואס לעבן מיט אזא איינעם - איז ביטער שווער. דאס הייסט א פרוי וואס איז חתונה געהאט צו א מאן וואס פייניגט זיך מיט די מחשבות, אדער פארקערט, א מאן וואס זיין ווייב פייניגט זיך מיט דעם יצר הרע - זיי איז ביטער שווער דאס לעבן, ווייל די מחשבות זענען שטערקער פון יעדן איינעם, און וויבאלד מען ווייסט נישט די זאך וואס דער רבי זאגט, אז מען טאר זיך נישט קריגן מיט די מחשבות, ווייל עס ווערט נאר ערגער - פאסירט דאס אז מען פייניגט זיך און מען ליידט שרעקליכע יסורים, ווייל מען שטופט זיי אוועק און זיי קומען צוריק, און מען שטופט זיי נאכאמאל אוועק און זיי קומען צוריק, און ווען זיי קומען צוריק איז דאס אסאך שטערקער ווי פריער - השם ישמרינו.


די עצה פאר דעם יצר הרע איז 'זיך נישט וויסנדיג מאכן, נישט זוכן צו ענטפערן די מחשבות'. דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, ווען עס קומט דיר אריין אזא נעגאטיווע מחשבה - לאז עס לויפן, גיי נישט קוקן אויב אלעס איז גוט, נאר לאז עס לויפן, טראכט 'עס גייט מיר נישט אן'; ווייל ווי מער מען ענטפערט די מחשבה - קומען זיי צוריק שטערקער.


אויך זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; זיי פרייליך, הער לעבעדיגע ניגונים, פרייליכע ניגונים, טאנץ און זינג, טו אלעס וואס מאכט פרייליך. דער רבי זאגט דארט: גַּם עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאֹד וְנוֹתֵן כֹּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי זיין דערביטערט און דעפרעסט איז זייער מסוכן פאר די זאך, עס מאכט שטערקער די מחשבות, און פארקערט, שמחה, פרייליכקייט - נעמט אוועק די אלע מחשבות, עס צעברעכט דעם יצר הרע.


עס איז כדאי זאלסט אסאך לערנען די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב) און זאגן די תפילה פון דער הייליגער רבי נתן - וועסטו אויסגעהיילט ווערן פון די שלעכטע מחשבות.


ועל כולם זאלסטו זיך מתבודד זיין; רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט האבן א ריינע מח און א ריינע הארץ וואס טראכט נאר פונעם אייבערשטן.


התבודדות איז די רפואה פאר א"ו ס"י ד"י. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): יֵלֵךְ אֵצֶל חֲכַם הָאֱמֶת מען זאל גיין צו א צדיק, וְיוֹרֶה לוֹ דַּרְכֵי הַתְּשׁוּבָה דער צדיק וועט אים לערנען ווי אזוי ארויסצוקריכן פון דעם, דַּרְכֵי הַחָכְמָה, עֵצוֹת נְכוֹנוֹת, עַל כָּל דָּבָר ער וועט אים לערנען גוטע עצות אויף יעדע זאך, אָז יִכָּנַע לְבָבוֹ הֶעָרֵל, וְשָׁב וְרָפָא לוֹ אזוי וועט ער ווערן אויסגעהיילט; דער רבי איז דער חכם האמת וואס ער לערנט אונז די עצה פון התבודדות, די עצה פון זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן אויף גוטע מחשבות, אויף אמונה; התבודדות רייניגט אויס פון די יצר הרע.


וואויל איז דעם וואס נוצט די עצות פונעם חכם האמת, אָז יִכָּנַע לְבָבוֹ הֶעָרֵל, וְשָׁב וְרָפָא לוֹ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1675 - ווי אזוי קען מען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט שבת?
שלום בית, שבת קודש, תשובה, גט, זיכוי הרבים, קירוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן פאר מיין זיסע געשמאקע לעבן, איך ווייס אפילו נישט וויפיל איך בין שולדיג פאר'ן אייבערשטער אז איך האב אן ערליכער מאן וואס היט תורה און מצות.


די וואך שבת בין איך געווען ביי מיין שוועסטער, איך האב געזען וויפיל איך דארף לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אז מיין מאן היט שבת, איר מאן איז געווען א גאנץ שבת אויף זיין טעלעפאן, ער איז קוים אריינגעקומען אפאר מינוט דא און דארט פאר די סעודה, אבער ער איז נאכאלץ דער וואס האקט קעגן דעם ראש ישיבה, ער טענה'ט אז זאגן משניות הייסט נישט געלערנט, עס איז נעבעך א ביטער געלעכטער. ער גלייבט נישט אינעם אייבערשטן רחמנא ליצלן, אבער ער קען אלעס אפפרעגן מיט ראיות און פשטים.


איך ווייס נישט ווי אזוי מיין שוועסטער קען לעבן מיט א מאן וואס היט נישט קיין תורה; פון איין זייט וויל זי זיך נישט גט'ן, אבער פון די אנדערע זייט וויל זי נישט ווייטער לעבן אזוי.


ש'כח אייבערשטער אז איך היט שבת, אז מיין מאן היט שבת! ש'כח אייבערשטער אז איך האב אפילו נישט קיין תאוה צו נוצן מיין טעלעפאן שבת!


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דאס הארץ רייסנדע בריוו.


אוי עס רייסט דאס הארץ, אוי עס שטעכט אין הארץ - צו הערן ווי טייערע נשמות, אידישע קינדער פאלן אוועק.


אפשר זאלט איר רעדן צו אייער שוועסטער און איר מקרב זיין מיט איר מאן; איך בין זיכער אז ווי נאר זיי וועלן טועם זיין דעם רבי'ן, זיי וועלן הערן די זיסע חיזוק, די זיסע רייד פון רבי'ן וועט ער תשובה טון און די שטוב וועט בלייבן א גאנצע שטוב.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "די וועלט זאל מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיט'ן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1674 - זאל איך לאזן מיין בחור גיין אליין אין מקוה?
צניעות, חינוך הילדים, קדושה, תפילה והתבודדות, בחור, מקוה, סיפורי מעשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, איך האב זייער הנאה געהאט פון די בריוו איבער נעמען קינדער אין מקוה, ווי ווייט מען דארף אכטונג געבן אז עס זאל בקדושה וטהרה, עס זאל נישט קומען צו קיין פראבלעמען.


ביים סוף פונעם בריוו שרייבט דער ראש ישיבה, "אפילו בחורים טארן נישט זיין אליין אין מקוה, עס דארף זיין א מקוה איד וואס קוקט זיך אום עס זאל נישט פאסירן קיין שלעכטס", האב איך געוואלט פרעגן אזוי ווי מיין זון ווערט אי"ה בר מצוה אין א חודש ארום, וועל איך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ערקלערן ווי אזוי מען פירט דאס אויס אויף למעשה, זאל איך גיין מיט אים אינאיינעם אין מקוה יעדן אינדערפרי אכטונג צו געבן אויף אים? און וואס טוט מען אויב מיר שטייען נישט אויף אין די זעלבע צייט? זאל איך אים אנזאגן נישט צו גיין אליין אין מקוה ביז א געוויסע עלטער? זאל ער גיין נאר אין געוויסע שעות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בדרך כלל זענען יונגע בחורים אזוי ווי קינדער; אז מען האט בר מצוה, מען טוט זיך אן א הוט און רעקל - מיינט נאכנישט אז מען איז שוין דערוואקסן און מען איז גענוג פארשטענדליך זיך צו היטן פון שלעכטס. א בר מצוה בחור קען אויך נישט גיין אליינס אין מקוה, א בר מצוה בחור איז א קינד.


נאר אז מען גרייט אן די קינדער, מען לערנט זיי אויס זיך אכטונג געבן פון שלעכטס - דעמאלט קענען זיי גיין אליינס אין מקוה, אבער נאר אז מען גרייט זיי אן; זיי ווייסן פון וואס זיך צו היטן.


העיקר דאווען צום אייבערשטן אז דיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג; תפילה איז די שליסל פאר גוטע קינדער, תפילה איז דער סוד פון גוטע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע הייליגע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר הייליגע קינדער"; מיט תפילה איז מען זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1673 - זאל איך שניידן אליין די גראז?
חינוך הילדים, ספרי ברסלב, היטן די צייט, נ נח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד אין תלמוד תורה אין ברסלב ליבערטי, איך האב געוואלט קויפן א שיינע מתנה פאר מיינע תלמידים זיי עס צו געבן אויף סוף יאר, איך האב זיי געקויפט א קליינע ספר המדות, אבער יעצט זע איך אז ביים סוף איז אריינגעדרוקט איבער די נארישקייטן פון נ נח, איז דאס א פראבלעם צו געבן פאר די קינדער?


איך וויל וויסן אויב עס איז א פראבלעם צו שניידן אליין די גראז? אלס ביטול תורה און העלפן די ווייב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג וואס פאר א ספרים דו געבסט פאר די קינדער, געב אכטונג נישט צו פארשפרייטן די משוגעת פון נ נח; עס איז א דמיון, א באקאנטע מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן ווי אזוי מען האט אים אפגענארט וכו', מען האט אריינגעשטעלט א צעטל אין זיין ספר, 'פתקא מן השמים', און פון דעם איז געווארן די צעדרייטע זאך.


א שאד אוועק צו געבן דיין טייערע צייט פאר שניידן די גראז; ענדערש זאלסטו גיין הפצה אין די צייט, וועסטו סיי מזכה זיין את הרבים, און סיי דו וועסט האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1672 - ווען שערט מען אפ א קינד וואס ווערט דריי יאר אין בין המצרים?
הלכה, מנהגים, ראש ישיבה, אפשערן, בין המצרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, מיין זון ווערט דריי יאר אין די דריי וואכן, ווען שערט מען אים אפ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען מאכן פאות, אפשערן א קינד - אין די דריי וואכן. עס זענען דא וואס שטופן דאס אפ אויף נאך ט' באב, אדער מאכן פאות פאר די דריי וואכן, אבער מעיקר הדין קען מען מאכן אין די דריי וואכן; איך האב געמאכט פאות פאר מיין זון הערשל נרו יאיר אין די דריי וואכן, כ"ג תמוז.


פארגעס נישט פונעם עיקר, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו שטייסט דא, דו מאכט פאות פאר דיין זון, און בעט דעם אייבערשטן פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1671 - גיין צו די עלטערן אנגעטון ווי זיי ווילן
שלום בית, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, קליידער, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, ספעציעל די חיזוק פאר פרויען, וואס איז מיר זייער מחזק און העלפט מיר אסאך אין לעבן. איך ווארט יעדע וואך אויף דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה", עס איז ממש מחי' נפשות, איך טרעף דארט ענטפערס אויף פילע פון מיינע שאלות אין לעבן.


ווען מיר עסן שבת ביי מיינע עלטערן, טו איך זיך אן געהעריג, אבער איך טו זיך נישט אן די שייטל, ווייל מיין טאטע איז נישט מסכים אז עס זאל אריינקומען א שייטל ביי אים אין שטוב, זייט מען האט אנגעהויבן צו מאכן דא א גרויסע טומל קעגן שייטלעך, איז ער זייער שטארק קעגן דעם, און דעריבער גיי איך נישט אהין מיט'ן שייטל.


אבער איך האב געזען לעצטנס א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר א פרוי אז ווען מען גייט ארויס זאל מען זיך אנטון נארמאל ווי עס פאסט, ווייל דער מאן וויל זען זיין ווייב שיין אנגעטון. איז מיין שאלה אויב איך זאל יא אהינגיין אנגעטון מיט'ן שייטל און ערשט דארט זיך טוישן צו א סנוד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער טאטע וויל נישט איר זאלט קומען צו אים אין שטוב מיט א שייטל איז דאך קלאר וואס איר האט צו טון; מאכט אים א נחת רוח און גייט צו אים אין שטוב ווי אזוי ער וויל.


מען רעדט באופן כללי, ווען מען גייט ארויס פון שטוב איז גוט צו גיין אנגעטון; ווען מען איז שיין אנגעטון ווערט מען מכובד אין דעם מאן'ס אויגן.


ווען איר גייט צו אייערע עלטערן זאלט איר זיי מאכן א נחת רוח; עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי פרייליך מאכן עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1670 - זאלן מיר שיקן דוקא צו א מוסד וואו מען רעדט אויף אידיש?
חינוך הילדים, מוסדות, אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע שיעורים.


מיר וואוינען אין בני ברק, מיר ווילן זייער שטארק שיקן אונזער טאכטער צו א קינדערגארטן וואו מען רעדט אויף אידיש, אבער די קינדערגארטנס נעבן אונזער הויז איז נישט חסידיש און מען רעדט נישט אויף אידיש, אויב ווילן מיר שיקן צו א פלאץ וואו מען רעדט אידיש דארף מיר גיין א לענגערע וועג אהין, איז כדאי זיך אנצושטרענגען צו שיקן דוקא נאר דארט וואו מען רעדט אויף אידיש, אדער עס איז נישט אזוי וויכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז כדאי צו שיקן צו א מוסד וואו מען רעדט אידיש, אפילו עס איז נישט אזוי נאנט צום שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1669 - נאך פאלן פאר אזויפיל יארן, קען איך זיך נאך צוריק כאפן?
קדושה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, שמחה, תשובה, עבירות, עצבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' זוכה צו הערן אביסל שיעורים און חיזוק פון אייך, עס געבט מיר חשק און ווילן צו זיין אן ערליכער איד, די שיעורים ציען מיר צו תורה און עבודה, יראת שמים און חסידות, עס רעדט צו מיין הארץ און איז מעורר מיין נשמה.


איך וויל זיך אביסל אויסרעדן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, אזוי ווי איך מוטשע זיך שוין אזויפיל יארן מיט שווערע איבערלעבענישן, און איך קען זיך נישט בארואיגן, אפשר וועט דער ראש ישיבה מיר קענען עפעס העלפן.


היינט צו טאגס בין איך ברוך ה' א אינגערמאן, מיט א ווייב און עטליכע קינדער, און איך פרוביר צו לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן; איך מוז אבער צוריק מישן דעם בלעטל עטליכע יאר צו פארשטיין אין וועלכע גרוב איך בין אריינגעפאלן דורכאויס די יארן.


זייענדיג א קינד אין כתה ז' האט א אינגל פון מיין קלאס אנגעהויבן טשעפען מיט מיר, ער האט געטון מיט מיר עבירות רחמנא ליצלן, און דאס האט ווייטער אנגעהאלטן אריין אין כתה ח', און אזוי איז עס געגאנגען ווייטער, ער איז מיטגעקומען מיט מיר אין ישיבה קטנה, אבער דארט האט זיך עס נאך מער פארברייטערט צו א גאנצע נעץ פון בעלי עבירה רחמנא ליצלן, פילע וואס זענען געטשעפעט געווארן און דערנאך אנגעהויבן טשעפען אנדערע, עס איז געווען אסאך עבירות דארט ה' ישמרנו.


אין ישיבה גדולה האב איך זיך ערשט געכאפט ווי טיף אין דער ערד איך בין, איך האב זיך אנגעהויבן נעמען אין די הענט אריין ברוך ה', און פרובירט מיט אלע כוחות זיך צוריק צו האלטן פון די אלע עבירות און נארישקייטן, עס איז מיר געלונגען נאר פאר א ממש א קורצע צייט, אבער דעמאלט בין איך געכאפט געווארן דורך א געוויסע ארגאניזאציע וואס האט מיר געשיקט צו א פסיכיאטאר, וואס ער האט מיר ארויפגעלייגט אויף מעדעצין פאר א שטיק צייט.


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט, זוכה געווען צו גאר א וואוילע ערליכע פרוי מיט גוטע מידות, איך האב געמיינט אז דא וועט זיך ענדיגן מיינע פראבלעמען, עס האט זיך מיר געדאכט אז נאך די חתונה בין איך שוין פטור געווארן פון מיינע נסיונות, דער יצר הרע איז אבער נישט געגאנגען שלאפן, איך האלט שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה, און איך פאל נאך ווייטער כסדר דורך אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, אויף א שרעקליכן פארנעם.


נאך די חתונה האב איך טאקע פרובירט צו גיין פאר הילף אויף עטליכע פלעצער, עס האט מיר אבער נישט געהאלפן. איך בין ווידער געגאנגען צום דאקטער, וואס האט געזאגט אז אין מיין מצב וועט נאר העלפן מעדעצין, און איך האב טאקע גענומען מעדעצין פאר א שטיק צייט און עס האט געהאלפן אביסל, שפעטער האב איך ווידער אנגעהויבן נעמען מעדעצין, אבער ס'האט אויך נאר געהאלפן פאר ווי לאנג איך האב עס גענומען.


יעצט שטיי איך אין זייער א שווערע פלאץ ברוחניות, איך פאל דורך כמעט יעדן טאג, און מיין הארץ וויינט דערויף. איך פרוביר צו טון גוטע זאכן, לערנען א שיעור יעדן טאג, דאווענען שחרית מנחה מעריב, וואס איז געווענליך מיט א קאלטקייט אן קיין געפיל, איך גיי אין מקוה יעדן טאג, און איך פרוביר זיך צוריק צו האלטן פון שלעכטע כלים וואס מ'קען זען אויף זיי שלעכטע זאכן. עס מאכט זיך אבער צומאל אז איך טרעף זיך יא ביי א קאמפיוטער אדער אנדערע כלים אויף וואס איך זע שלעכטע זאכן, און אזוי שלעפ איך זיך מיט מיינע נסיונות און דורכפעלער איינמאל און נאכאמאל, איך קען נישט טרעפן קיין היילונג פאר מיין זעל וואס וויינט אין מיר מיט ביטערע טרערן אויף מיין וואקלדיגע רוחניות'דיגער מצב; אויסער די אנדערע פראבלעמען אין געזונט, שלום בית, און נאך, וואס איך שפיר אז זיי זענען א תוצאה פון דעם.


איך בעט דעם  ראש ישיבה שליט"א ברחמים ותחנונים ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר ווייזן א וועג ארויס פון דעם פארפלאנטערן געמויזעכטס אין וואס איך געפין זיך. ווי אזוי שטארקט מען זיך איבער'ן שווערן יצר הרע? ווי אזוי ווערט מען אן אמת'ער ערליכער איד? קען איך נאך האבן א פרייליכע, רואיגע, ערליכע לעבן?


דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אסאך כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער און זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער ביטער ווען מען איז פוגם בברית, אלעס ווערט חרוב, מען ווערט א פארוואגלטער מענטש. מען ווערט א נערוועזער, א בייזער און א שלעכטער. מען פארלירט די מח, מען פארלירט די געזונט; אלעס גייט צוגרינד פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


די עבירה איז אזוי שלעכט, אז די ספרים הקדושים זאגן, ווער עס פאלט אריין אין די עבירה - קען זיך פון דעם נישט ארויסזען, מען בלייבט פארקראכן, מען איז נישט זוכה צו תשובה. דער זוהר הקדוש זאגט (עיין זוהר הקדוש פרשת וישב, דף קפח ע"א; לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה) אויף די חטא איז געזאגט געווארן (משלי ב, יט): "כָּל בָּאֶיהָ", אלע וואס ווערן נכשל אין די עבירה, "לֹא יְשׁוּבוּן", קענען זיך מער נישט אומקערן, "וְלֹא יַשִּׂיגוּ", און זיי קענען נישט דערגרייכן, "אָרְחוֹת חַיִּים", די וועג צו לעבן; זיי קענען נישט תשובה טון.


עס איז נישטא א הארבערע עבירה ווי פוגם זיין בברית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה, חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אונז געשיקט דעם הייליגן רבי'ן, דער נחל נובע מקור חכמה, וואס זאגט אונז (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט", אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, "רַק הוּא לְבַד", נאר דער רבי אליינס, דער רבי זאגט עס העלפט יא תשובה, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה", עס העלפט יא תשובה אפילו אויף די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, "אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אויב מען האט אסאך געזינדיגט אין די חטא פון פגם הברית חס ושלום - קען מען אויך תשובה טון; דער עיקר תשובה איז זיך פארנעמען דאס מער נישט צו טון.


אז דו ווילסט פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען - זאלסטו זיך מתבודד זיין; דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון ביז אהער און אלעס וואס דו טוסט נאכאלץ. דערצייל אים, שמועס מיט אים כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס און מען שמועסט זיך אויס - מיט א גוטע פריינט. דאס זאלסטו טון אויף דיין שפראך וואס דו ביסט געוואוינט צו רעדן, דיין מאמע לשון; אזוי וועסטו זיך קענען בעסער ארויסברענגען. אזוי זאלסטו טון יעדן טאג מיט עקשנות, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


ווער עס פאלט נעבעך אריין אין די עבירה - העלפט אים גארנישט; טערעפי העלפט נישט, גארנישט העלפט, נאר דער רבי קען העלפן; מיט די עצות פון רבי'ן קען מען ארויסגיין פון דעם, מען קען צוריק ווערן א געזונטער מענטש, און אויך קען מען ווערן א גרויסער צדיק.


דעריבער זאלסטו אזוי טון, רעד זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס דו האסט געטון - במחשבה, דיבור ומעשה; זיי זיך מתוודה צום באשעפער, זאג אים אלעס ווי און ווען עס האט זיך אנגעהויבן.


דו האסט דאך א טענה; עס האט זיך אנגעהויבן אלס קינד, קיינער האט צו דיר נישט גערעדט, מען האט דיר נישט געלערנט וואס מען טאר נישט טון, און אזוי ביסטו אראפגעפאלן טיפער און טיפער אינעם טיפסטן אפגרונד רחמנא לצלן.


לפי מוהרא"ש ביסטו בכלל נישט קיין מזיד. מוהרא"ש זאגט, עס איז נישטא אזא זאך א איד זאל זינדיגן במזיד. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פט) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, ב): "עֲבֵירָה גוֹרֶרֶת עֲבֵירָה", איין עבירה שלעפט די צווייטע עבירה. "כְּשֶׁאָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש זינדיגט חס ושלום, "אֲזַי הָעֲבֵרָה גּוֹרֶרֶת אוֹתוֹ לַעֲבֹר עֲבֵירוֹת אֲחֵרוֹת וְכוּ'", שלעפט אים די עבירה צו זינדיגן אין נאך אן עבירה וכו'; קומט אויס אז אויב מען האט איינמאל געזינדיגט בשוגג, ווער רעדט נאך אז מען האט בכלל נישט געוויסט וואס מען טאר נישט טון, אזוי ווי דו שרייבסט באריכות דיין עבר וכו' וכו' - שלעפט דאס צו נאך עבירות, דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן דערפון; קענסטו דאס טענה'ען צום באשעפער, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן תשובה טון, און אננעמען דיין תשובה.


ביים אנהויב וועט דיר דאס בכלל נישט זיין קיין גרינגע זאך, ווייל ווען מען זינדיגט, בפרט ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - רייסט מען זיך אפ פון די אמונה, עס קומט אריין מחשבות פון אפיקורסות, מען שפירט נישט אלוקית, מען שפירט נישט אייבערשטער; דורכדעם ווערט שווער דאס רעדן צום אייבערשטן, ווייל מען מיינט אז קיינער הערט נישט אויס, אבער אז דו וועסט זיך עקשנ'ען, דו וועסט נישט אפלאזן, דו וועסט וויינען צו אים און שרייען צו אים: "ה' הושיעה, העלף מיך אייבערשטער!" און אפילו דו האסט נישט קיין געפילן, דו שפירסט נישט ווי א רחמנות, עס קומט דיר נישט צו וויינען - זאלסטו רעדן טריקענע תפילות אן קיין ענדע, וועסטו זען ווי דו וועסט פטור ווערן פונעם יצר הרע, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.


מאך זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים - וועסטו זען נאך אסאך עצות, דו וועסט האבן אסאך חיזוק נישט צו פאלן.


איך האב דיר נאר געשריבן אויפ'ן שפיץ גאפל די א' ב' ווי אזוי מען קען געהאלפן ווערן.


נאך איין וויכטיגע זאך; דו קענסט נישט ארומגיין א גאנצן טאג צעבראכן און דערקלאפט, ווייל צעבראכנקייט ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית, ווידער שמחה היט דעם מענטש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) ווען א מענטש איז פרייליך - היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון פגם הברית; זאלסטו זיך זייער היטן פון מרירות און דערביטערטקייט, נאר פרייליך; א גאנצן טאג זאלסטו זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1668 - רעדן מיט שדכנים, אדער בעטן א שידוך נאר פונעם אייבערשטן?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך זייער מחזק מיט די שיעורים, ובפרט מיט די טעגליכע "חיזוק יומי", אין אייער זכות האב איך צוריק אנגעהויבן לערנען תורה, איך זאג ברוך ה' אסאך משניות, איך בין מעביר סדרה יעדע וואך, אויך לערן איך ברסלב'ע ספרים, און צומאל אויך גמרא. איך בין זיך מתבודד יעדן טאג פאר א שעה צייט, געווענליך טו איך עס ביינאכט. איך גיי יעדן טאג אין מקוה, און איך זאג יעדן טאג דעם תיקון הכללי נאך שחרית. יישר כח פאר אלעס, ספעציעל פאר די אמונה און בטחון וואס איך באקום פון די שיעורים.


איך בין א בחור פון 17 יאר, פאר דריי יאר צוריק בין איך אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן, איך האב נישט געהיטן אויף שמירת עינים און קדושת הברית, קיינער האט מיר נישט אנגעווארנט אז מען טאר נישט טון די זאכן, איך בין אריינגעפאלן אין ביטערע זאכן, און איך לייד נאך ביז יעצט פון דעם.


איך וויל שוין חתונה האבן, איך וועל האבן א פרייליכע לעבן מיט קדושה און טהרה, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר און מיר שוין ברענגען מיין שידוך, ווייל עס איז מיר זייער שווער אנצוגיין מיט די ביטערע נסיונות, איך בין צעהאקט און צעבראכן פון מיינע שלעכטע תאוות, איך וויל שוין חתונה האבן און זיין אן ערליכער איד. איך בין געווען איין מאל ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל און דארט אויסגעזאגט תהלים.


מיינע חברים פארשטיין נישט פארוואס איך יאג זיך אזוי חתונה צו האבן, אין אונזער געגנט איז נישט איינגעפירט חתונה צו האבן אזוי יונג, אבער איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, זאל איך רעדן מיט שדכנים אדער נאר בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?


ווען איך גיי אויפ'ן גאס און עס קומען מיר אנטקעגן נסיונות אין שמירת עינים, בייג איך אראפ די אויגן, אבער עס ברענגט מיר נאכאלץ שלעכטע מחשבות, און אויך זעט עס אויס מאדנע אז פלוצלינג אינמיטן גיין הויב איך אן אראפצוקוקן. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן וואס איך קען טון צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד, אן אמת'ער צדיק, צו היטן אויף שמירת עינים, שמירת הברית און שמירת המחשבה, און זיין אלץ פרייליך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שידוך האט נישט מיט שדכנים און מיט קיינעם, נאר מיט'ן אייבערשטן; א שידוך האט מיט תפילה, בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג ער זאל דיר העלפן טרעפן דיין זיווג.


דארפסט נישט קיינעם רופן, דארפסט צו קיינעם נישט רעדן; תפילה איז די עצה פאר א שידוך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.


נעם די סגולה וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים"; פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה (עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, קריאה לחנוכה), און ווען דו ענדיגסט זאגן די "קרבנות הנשיאים" זאלסטו זאגן די הארץ רייסנדע תפילה וואס מוהרא"ש האט געמאכט פאר בחורים און מיידלעך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1667 - מיין מאמע איז זייער מצער מיין טאטע, ווי אזוי קען איך איר מכבד זיין?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיל אביסל שלעכט מיט מיינע פילע שאלות, וואס זאל איך אבער טון אז ס'איז מיר שווער.


איך דארף זייער וויכטיג חיזוק אויף מכבד צו זיין מיין מאמע. איך רעד דוקא פון מיין מאמע און נישט פון מיין טאטע, ווייל איך זע ווי מיין מאמע לייגט אוועק מיין טאטע, ער גייט צוגרונד פון איר, זי איז אים זייער נישט מכבד, שיין געזאגט, די קינדער איז זי מער מכבד פון מיין טאטע, ווייל די טערעפי האט איר אנגעזאגט אזוי.


מיין טאטע האט געהאט א שווערע יוגנט, און אנשטאט אז נאך די חתונה זאל אים בעסער ווערן, איז אים זייער שווער.


איך ווייס אז איך דארף נישט אלעס זען, אבער איך קען נישט ווערן בלינד. למשל ביי א שבת'דיגע סעודה, ווען מיין מאמע מאכט אוועק מיין טאטע, וואס זאל איך טון? איך ווער ממש פארפרוירן, איך קען מער נישט אריינברענגען זאכן צום טיש, און אזוי ווייטער.


דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער טארן זיך נישט אריינמישן און נעמען א צד ווען עלטערן קריגן זיך, קינדער דארפן מכבד זיין די עלטערן - זאל זיין וואס זאל נאר זיין.


איר מיט אייער חכמה זאלט מכבד זיין אייער טאטע; איר זאלט אים פרעגן זאכן ווי אזוי צו טון און וואס צו מאכן, ער זאל שפירן ווי א טאטע, ער זאל שפירן ווי מען מאכט אים נישט אוועק. אויך זאלט איר מכבד זיין אייער מאמע; איר זאלט בשום אין אופן נעמען א צד, איר זאלט זיי ביידע מכבד זיין.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון כיבוד אב ואם, רבי שמעון בר יוחאי זאגט (ירושלמי קידושין א, ז): "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", עס איז אזוי גרויס די מצוה פון מכבד זיין טאטע און מאמע, "שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער זאגט אונז, זייט מער מכבד טאטע מאמע ווי דעם אייבערשטן אליינס.


וואויל איז דעם וואס איז מכבד טאטע מאמע, וועט ער באקומען שכר אויף די וועלט און יענע וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא, כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'", דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1666 - זאל איך נאכאמאל איבערזינגען די זמירות שבת אינדערהיים?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מנהגים, ראש ישיבה, עבודת השם, זמירות שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט יעצט זומער, איך וועל אי"ה נאכאמאל האבן די זכי' צו זיין א מלמד אין לויף פונעם זומער, לערנען תורה ויראת שמים מיט מיינע טייערע תלמידים.


ביי אונז אין קעמפ איז אויסגעשטעלט אז פרייטאג צו נאכטס זינגען די מלמדים מיט די אינגלעך די זמירות ביז קידוש אין בית המדרש נאכ'ן דאווענען, אין די צייט מאכן די מדריכים די סעודה ביי זיך אינדערהיים, און דערנאך גייען די מלמדים אהיים צו זייער באנגעלאו מאכן זייער סעודה.


מיין שאלה איז צי איך דארף איבערזינגען די זמירות נאכאמאל אינדערהיים אלס חינוך, אדער פעלט עס נישט אויס ווייל איך האב שוין געזינגען אין שול, בפרט אז מיין גרויסער זון קומט דאך אויך אין שול און הערט מיר דארט זינגען, און מיין משפחה ווייסט אז איך זינג אין שול מיט די תלמידים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז אין ישיבה אין די זומער וואכן, ווען די בחורים עסן אינאיינעם די סעודות שבת, בלייב איך מיט זיי נאכן דאווענען זינגען זמירות: "שלום עליכם", "רבון כל העולמים" און "אשת חיל", ווייל עס זענען דא בחורים וואס קומען פון שטיבער וואס מען זעצט זיך גלייך עסן, מען זינגט נישט קיין זמירות וכו', וויל איך זיי ווייזן ווי אזוי א שבת סעודה דארף אויסזען; סעודות שבת הויבט מען אן מיט זמירות, מען זינגט לכבוד די מלאכים, מען באגריסט די מלאכים וואס באגלייטן דעם איד אהיים פון שול.


נאכן זינגען מאכט א בחור קידוש פאר די בחורים, און נאך קידוש גיי איך אהיים מאכן די סעודה מיט מיין משפחה. שפעטער נאך די סעודה קום איך צוריק צו די בחורים זינגען מיט זיי זמירות און שיינע ניגונים לכבוד שבת.


ווען איך קום אהיים זינג איך איבער די זמירות: "שלום עליכם", "רבון כל העולמים" און "אשת חיל", ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קד) אז זמירות שבת איז דער עיקר פון אידישקייט; וויל איך מיינע קינדער זאלן אויך זינגען זמירות, און ווייל עס איז גאר אנדערש די סעודה ווען מען הויבט עס אן מיט זמירות.


אויך לכבוד די מלאכים וואס באגלייטן אהיים פון שול. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "שני מלאכי השרת מלוין לו לאדם בערב שבת מבית הכנסת לביתו", צוויי מלאכים באגלייטן דעם איד פון שול אהיים פרייטאג צו נאכטס, "אחד טוב ואחד רע", א גוטער מלאך און א שלעכטער מלאך, ווען מען קומט אהיים און אלעס איז גוט, די שטוב איז צאמגענומען, עס איז דא א שיינע געדעקטע טיש מיט שבת ליכט, און די בעטן זענען שיין געמאכט - וואונטשט דער גוטער מלאך א ברכה: "יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך", עס זאל זיין די ווילן פונעם אייבערשטן אז דעם קומענדיגן שבת זאל אויך זיין אזוי שיין, און דער שלעכטער מלאך האט נישט קיין אנדערע ברירה, ער מוז צושטימען און אויך וואונטשן. און אויב חס ושלום די שטוב איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין וואונטשט דער שלעכטער מלאך אז די קומענדיגע וואך זאל אויך אזוי זיין, און דער גוטער מלאך דארף בעל כרחו זאגן אמן; ממילא פאסט אז ווען די מלאכים קומען אהיים זאל מען זיי באגריסן מיט שלום עליכם.


אזוי אויך די תפילה פון "רבון כל העולמים"; דאס איז דאך א מורא'דיגע תפילה, דאס וועקט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי נתן פלעגט גיסן טייכן טרערן ביי די תפילה, אזוי אויך אנשי שלומינו זאגן די תפילה מיט א שטארקע בענקשאפט צום אייבערשטן. מען קען שפירן דעמאלט זייער א גוטע טעם, ווייל די שטוב איז פול מיט מלאכים. אויסער די צוויי מלאכים - קומען מיט טויזנטער מלאכים וואס ווערן באשאפן דורכאויס די וואך פון אלע מצוות וואס א איד טוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא ויקהל, א): "עַל כָּל מִצְוָה שֶׁאָדָם עוֹשֶׂה", אויף יעדע מצוה וואס א איד טוט, "מוֹסְרִין לוֹ מַלְאָךְ", געבט מען אים א מלאך, "לְשָׁמְרוֹ" אים צו היטן; דעריבער איז זיכער בעסער נאכאמאל צו זינגען די זמירות און נאכאמאל זאגן די תפילה אין שטוב ביים שבת טיש, צוליב די אלע טעמים.


אזוי אויך שבת אינדערפרי מאך איך אלץ איבער קידוש אין שטוב, אפילו מיר מאכן קידוש אין שול, ווייל א סעודה הויבט זיך אן מיט קידוש. אזוי ווי די מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו. איינער האט ארויסגעלאזט א שמועה אז דער חתם סופר זכותו יגן עלינו מאכט נישט קיין קידוש שבת אינדערפרי, ווען באמת פלעגט ער מאכן קידוש, גיין אביסל לערנען און נאכדעם מאכן די סעודה. איינמאל איז געווען ביי אים א גאסט, יענער האט נישט געוויסט אז דער חתם סופר האט שוין קידוש געמאכט, ער איז געקומען צו די סעודה און געזען ווי דער היילגער חתם סופר גייט זיך וואשן אן מאכן קידוש, איז ער געגאנגען זאגן אז דער חתם סופר מאכט נישט קיין קידוש; פון דעמאלט האט ער אלץ איבערגעמאכט קידוש.


אזוי אויך וויל איך אז מיינע קינדער זאלן נישט זאגן אז זומער זינג איך נישט קיין שלום עליכם און שבת אינדערפרי מאכט מען נישט קיין קידוש; קינדער דארפן זען גאנצע שיינע סעודות.


וואויל איז דעם וואס מאכט שיינע סעודות; ער זינגט זמירות און דערציילט מעשיות פון צדיקים - וועט ער זוכה זיין צו אמונה, און די קינדער וועלן האבן אמונה.


סעודות שבת איז אמונה, אזוי ווי רבי שמעון בר יוחאי זאגט (זוהר יתרו, פח.): "וּבָעֵי לְאִתְעַנָּגָא בְּכֻלְהוּ סְעוּדְתֵי", מען דארף האבן פארגענוגן ביי אלע דריי סעודות שבת, "וּלְמֶחֱדֵי בְּכָל חַד וְחַד מִנַּיְהוּ", און מען דארף זיין פרייליך ביי אלע דריי סעודות, "מִשׁוּם דְּאִיהוּ מְהֵימְנוּתָא בְּכֻלְּהוּ שְׁלֵימָתָא", ווייל די סעודות שבת ברענגט אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1665 - דארף איך פארמינערן מיין צניעות, צופרידן צו שטעלן מיין מאן?
שלום בית, צניעות, חיזוק פאר פרויען, סגולות, שערן די האר, כלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און שיעורים.


מיין מאן ארבעט שווער פאר פרנסה א גאנצן טאג, און ווען ער קומט אהיים וויל ער איך זאל אים אפווארטן שיין אהערגעשטעלט, איך זאל גיין קורץ און אפן ביי די האלז און דאס גלייכן, פארשטייט זיך ווען די קינדער שלאפן שוין.


פאר מיר איז אבער זייער שווער זיך צו דרייען אזוי אין שטוב, עס איז קעגן מיין חינוך ווי אזוי איך בין אויפגעוואקסן, און איך שפיר אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן.


נאך א זאך, מיר ווארטן אויף א שמחה ברוך ה', און מיין מאן וויל איך זאל זיך נישט אפשערן די האר אינגאנצן, נאר לאזן אביסל מער באוואקסן. איך קום ברוך ה' פון א גוט שטוב און עס איז מיר גאר שווער אים דאס נאכצוגעבן, איך האב ליב צו גיין און זיך פירן נאר צניעות'דיג, אבער ער וויל אנדערש.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע ענטפערן ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


גיין אנגעטון שיין אהער געשטעלט, און גיין קורץ און אויסגעשניטן - דאס איז צוויי זאכן, דאס האט נישט קיין שייכות איינס צום צווייטן, דאס איז הימל און ערד; א אידישע פרוי דארף גיין אנגעטון שיין אהער געשטעלט פאר איר מאן, זי וועט באקומען א גרויסע שכר אויף דעם. פון די אנדערע זייט, קורץ, אויסגעשניטן וכו' - דאס מאכט נישט צופרידן און נישט פרייליך.


העלפט אייער מאן, מאכט אים גוט, לייגט צו קאפ און הארץ זיך אנצוטון אזוי ווי א אידישע פרוי דארף גיין. אז איר וועט זיך מאכן שיין פאר אים - וועט ער אייך אפלאזן, אז איר וועט זיין גרייט פאר אים - וועט אים זיין גרינגער צו זיין אפגעהיטן, ער וועט קענען זיין ערליך.


עס איז א מצוה צו לערנען מיט כלות דאס הייליגקייט פון זיין גרייט פאר'ן מאן, דאס גרויסקייט פון זיך שיין מאכן פאר'ן מאן. די הייליגע חכמים זאגן אונז (עירובין ק:): "כל אשה שתובעת בעלה לדבר מצוה, הווין לה בנים שאפילו בדורו של משה לא היו כמותן", א פרוי וואס איז גרייט פאר'ן מאן וועט זוכה זיין צו קינדער אזוי הייליג און אזוי קלוג, וואס איז נישט געווען אין די צייטן פון משה רבינו.


א פרוי מיט אביסל שכל קען האבן א חיים טובים, א זיס לעבן; זי ווארט אפ איר מאן מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט, זי איז גרייט פאר אים וכו', זי טוט זיך אן פאר אים שיין, דעמאלט וועט ער נישט דארפן די אנדערע זאכן.


בזכות וואס איר שערט זיך - וועט איר האבן ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1664 - ווי אזוי קען א אידישע מאמע פירן א שטוב ריכטיג?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, דרשות, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע וויכטיגע שיעורים, עס האט מיר ממש געראטעוועט מיין לעבן, אבער ווען איך הער די שיעורים ווי אזוי א אידישע מאמע דארף פירן א שטוב, עס האלטן ריין און מסודר, גייט עס מיר נישט, וויפל איך פרוביר צו האלטן סדר אין שטוב, האלט עס אן נאר פאר אפאר טעג, און דערנאך פלאצט עס, די גאנצע שטוב גייט אויף רעדער, און איך ווער זייער צובראכן פון דעם, איך הויב אן טראכטן אז פון מיר וועט שוין גארנישט ווערן און איך טויג צו גארנישט, וואס איך פרוביר נאר צו טון, האלט עס נישט אן מער ווי פאר עטליכע טעג.


פארשטייט זיך אז ווען די גאנצע שטוב איז אזוי איבערגעקערט, האב איך נישט קיין פינטל ישוב הדעת צו די קינדער, און איך שעם זיך פשוט פון מיין מאן, איך האב רחמנות אויף אים אז ער האט אזא אומבאפארעטע פרוי.


איך וועל זיך שטארק פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען געבן אן עצה, און א תפילה, אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:): "ארבעה צריכין חזוק", אויף פיר זאכן דארף מען כסדר חיזוק, "ואלו הן, תורה ומעשים טובים", מען דארף חיזוק צו לערנען תורה און צו טון גוטע זאכן, "תפלה ודרך ארץ", מען דארף חיזוק אויף תפילה און אויף דרך ארץ; דרך ארץ מיינט ארבעט וואס מען האט צו טון, צום ביישפיל, אן ארבעטער וואס ארבעט - דארף חיזוק צו גיין ארבעטן, א סוחר וואס קויפט און פארקויפט סחורה - דארף חיזוק צו קויפן און פארקויפן זיינע סחורה; אזוי אויך א אידישע פרוי, א אידישע מאמע - דארף חיזוק אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט.


מיינט נישט אז נאר איר דארפט חיזוק; דער הייליגער רבי - ער איז דאך געווען אזוי גרויס, מיר האבן נישט קיין השגה ווי גרויס דער רבי איז געווען - האט אויך געווארט אויף חיזוק. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "שָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר", איך האב געהערט פון אן אמת'ן צדיק וואס האט געזאגט (מיר האבן געהערט פון מוהרא"ש אז דאס איז דער רבי אליינס): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה", אויב וואלט ער געהאט איינעם, נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז, וואס זאל אים זאגן, "בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן, "אָחִי", ברודער, "חֲזַק", שטארק זיך, "וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט איך זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", ער האט אויך געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


עס איז זייער וויכטיג פאר יעדן איינעם אויסצוהערן שיעורים פון חיזוק, יעדער איינער דארף חיזוק; בפרט אידישע פרויען - זיי דארפן דאס מערסטע חיזוק, ווייל זיי זענען עוסק אין אויפבויען די וועלט. די וועלט שטייט אויף אידישע פרויען, זיי זענען פארנומען מיט די קינדער, עס ליגט אויף זיי די שווערע ארבעט פון ברענגען קינדער און זיי אויפהאדעווען, נישט אומזיסט האט דער רבי געזאגט פאר אנשי שלומינו מען זאל זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", די פרויען האבן דאך אזעלכע שווערע ווייטאג פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר, וְהַלֵּדָה, וְהַגִּדּוּל", זיי ליידן ביים ווארטן וכו', ביים געבוירן וכו' און ביים אויפציען, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז באקאנט פאר אלעמען זייער שווערע לעבן.


אויב עס איז אייך שווער די ארבעט - זאלט איר מאכן אביסל, מען דארף נישט מאכן אלעס אויף איין מאל, מען מאכט אביסל דא אביסל דארט, מען בעט דעם מאן זאל ארויסהעלפן, ביידע אינאיינעם איז גרינגער. שלמה המלך זאגט (קהלת ד, ט): "טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד", עס איז בעסער צוויי אינאיינעם ווי אליינס; איינער אליינס פאלט פון די כוחות, אינאיינעם מיט'ן מאן - וועט אייך זיין גרינגער.


בשעת איר מאכט די ארבעט - זאלט איר רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן. דאס רעדן צום אייבערשטן געבט כח, עס מאכט גרינג. אמונה געבט כח, אמונה מאכט תחיית המתים; אזוי ווי מען נעמט אריין אין זיך דעם אייבערשטן, אפילו מען האט נישט קיין איין טראפ כח, מען ליגט ווי א טויטער, מען קען זיך נישט רירן, ווי נאר מען הויבט אן טראכטן פונעם אייבערשטן - ווערט מען לעבעדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1663 - מסכת יבמות איז מיר צו שווער, זיך באגנוגענען מיט זאגן די ווערטער?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מען לערנט יעצט מסכת יבמות אויפ'ן סדר הש"ס, עס איז מיר אבער זייער שווער צו פארשטיין די גמרא, די פריערדיגע מסכתות האב איך פארשטאנען ברוך ה', אבער יעצט לערנט מען אזעלכע שווערע און פרעמדע נושאים, און עס איז מיר שווער צו פארשטיין.


מיין שאלה איז אויב איך זאל זיך באגנוגענען מיט'ן זאגן די ווערטער, און פארשטיין בערך האלבוועגס אביסל, אבער זאל איך זיך יא אנשטרענגען מיט אלע כוחות צו פארשטיין קלאר די גמרא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אונז געגעבן א דרך הלימוד; א זיסע וועג, א געשמאקע וועג - צו לערנען די הייליגע תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת, וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען בפשיטות ובזריזות און נישט מדקדק זיין צופיל, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט. "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט די פשטות הפשט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


יעצט ווען מען לערנט מסכת יבמות זאלסטו פרובירן צו לערנען און פארשטיין, און אז דו פארשטייסט נישט זאלסטו נישט אפשטעלן דאס לערנען, נאר ווייטער לערנען. ווייל דער רבי זאגט בפירוש (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר', שֶׁנֶּאֱמַר 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל - קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


א שאד אפצולאזן דאס לערנען ווייל מען פארשטייט נישט; מען קען דאך אזוי מצליח זיין דורך דעם רבינ'ס וועג, דורך לערנען אן פארשטיין. דער הייליגער רבי נתן זאגט (שם): "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו', "אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1662 - ווען נעמט מען ארויס קינדער פון חדר אן ביטול תורה?
חינוך הילדים, לימוד התורה, קברי צדיקים, ראש ישיבה, חדר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער ארויסנעמען מיינע קינדער פון חדר אדער ישיבה, צו גיין אויף רוחניות'דיגע פלעצער.


איך וואוין אין ארץ ישראל, און יעדע שטיק צייט פאר איך קיין צפון צו גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, אדער צומאל צו אנדערע פלעצער צו נעמען חיזוק, צום ביישפיל ווען דער ראש ישיבה שליט"א קומט קיין ארץ ישראל, און מיינע קינדער ווילן זייער שטארק מיטקומען מיט מיר, ספעציעל מיין 15 יעריגער בחור.


יעדעס מאל בין איך זייער מסופק וואס צו טון, איך ווייס אז זיי האבן ליב חדר און ישיבה, זיי לערנען פלייסיג, וואס איז דאך באמת גרעסער פון אלעס, "ותלמוד תורה כנגד כולם", איך פיל זייער שלעכט אז איך זאל זיי ארויסנעמען און שטערן פון לערנען, אבער פון די אנדערע זייט קען זיין דאס וועט זיי געבן חיזוק און פרישע כוחות צו קענען זיך נאך מער שטארקן אין לערנען.


איך בין אויפגעוואקסן מיט שטרענגע עלטערן וואס האבן מיר קיינמאל נישט געלאזט גיין אין ערגעץ אין די צייט וואס עס איז געווען א סדר הלימוד אין ישיבה, אפילו די מיידלעך האט מען קיינמאל נישט געלאזט פארפעלן א סדר אין שולע. איך ווייס אבער נישט וואס די ריכטיגע וועג איז אין דעם ענין, וואס בארעכטיגט דאס ארויסנעמען א קינד פון חדר אדער ישיבה, און וואס נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אויף קברי צדיקים מיט דיינע קינדער. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", ווען מען איז מתפלל ביי קברי צדיקים טוט דער אייבערשטער גוטס אפילו מען איז נישט ווערד.


גיין צו קברי צדיקים מיט דיינע קינדער מתפלל זיין איז נישט קיין ביטול תורה; פארקערט, עס וועט אריינגיין אין זיי א ליבשאפט צו לערנען. בזכות די צדיקים וועלן זיי ווערן ערליכע אידן, זיי וועלן אויסוואקסן צדיקים.


מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה - פלעגט מיר נעמען אלס קינד צו מקומות הקדושים. ער פלעגט גיין יעדן ערב ראש חודש קיין קרית יואל צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, איך פלעג אלץ מיטגיין מיט אים, אויך פלעג איך מיטגיין מיט אים קיין מירון צום הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, און דארט ארום פארן צו אלע הייליגע צדיקים אין צפת און אין טבריה.


אויך האב איך זוכה געווען צו פארן מיט אים קיין פוילן צום הייליגן רבי אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו און צו אלע צדיקים וואס ליגן אין פוילן. אויך קיין אוקריינא; ער האט מיר גענומען אלס יונגער בחור קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, און אויף מעזיבוז צום ציון פונעם הייליגן צדיק, אור שבעת הימים, דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און אזוי ווייטער.


מיין זיידע האט נישט מבטל געווען קיין איין מינוט פון לערנען תורה, דאך איז ער געפארן כסדר צו קברי צדיקים מתפלל זיין און פועל'ן ישועות.


קענסט אויסרעכענען צייטן וואס עס איז פאסיג פאר קינדער זיי זאלן נישט פעלן פון חדר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1661 - קענט איר מיר געבן א תיקון אויף פגם הברית?
אומאן, קדושה, תפילה והתבודדות, תשובה, הפצה, תיקון הכללי, רצונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן א תיקון אויף פגם הברית, אויף די עבירות אין וואס איך בין ליידער דורכגעפאלן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


אפגערעדט אז מען פארלירט אלעס אין לעבן (שלחן ערוך אורח חיים סימן רמ, סעיף יד): "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" – מען ווערט אפגעשוואכט און פארעלטערט, מען פארלירט די כוחות, אזוי אויך "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערן אפגעשוואכט, עס הויבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון מויל, "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פונעם קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפ'ן מענטש; זעט מען פון דעם וואס די עבירה ברענגט אויפ'ן מענטש בגשמיות, ווער רעדט נאך ברוחניות; מען פארמאכט אלע טירן, אלע ליכטיגקייטן פון דעם מענטש.


אז דו ווילסט פאררעכטן דעם פגם; די ערשטע זאך זאלסטו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל - טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פאות וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית".


צווייטנס, זאלסטו עוסק זיין אין הפצה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תיקון להוצאת זרע לבטלה, שישתדל להחזיר בני אדם בתשובה", א תיקון פאר פגם הברית, מען זאל צוריקברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


ועל כולם זאלסטו זיך צוגעוואוינען מיט די הייליגע עבודה פון התבודדות ותפילה; דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה, א וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן - התבודדות ותפילה. מען זאל זיך קובע זיין צו גיין אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסרעדן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן. אים דערציילן אלעס וואס גייט אריבער, אלעס וואס מען האט פוגם געווען, אלעס וואס מען טוט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה) די עבודה איז גאר א הויכע עבודה, דאס ברענגט א מענטש צו די גרעסטע מדריגות.


דעריבער זאלסטו אזוי טון, גיי אין א שטילע ליידיגע פלאץ און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, דערצייל דעם אייבערשטן ווי דו פאלסט און דו ביסט פוגם בברית, און בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס פאסירט ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן און זאגט: "איך וויל זיין גוט", "איך וויל זיין ערליך", "איך וויל זיין א צדיק"; ער וויינט צום אייבערשטן: "איך וויל נישט פוגם זיין, וואס זאל איך טון, דער יצר הרע איז זיך אלץ מתגבר אויף מיר און ווארפט מיר אראפ אין שמוץ"; עס ווערט א רעש אויבן אין הימל, דער אייבערשטער פארטרייבט אלע מקטריגים, מען מעקט אויס די עבירות, מען האט רחמנות אויף די נשמה און מען נעמט אן איר תשובה.


וואויל איז דעם מענטש וואס פירט זיך מיט די הייליגע עבודה, וועט ער אלעס פאררעכטן.

#1660 - מיט תפלה האב איך באוויזן זיך אפצושערן די האר
התחזקות, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שרייב דעם בריוו מיט טרערן אין די אויגן, מיט דאנק צום באשעפער און פאר זיין גוטער שליח, דער ראש ישיבה.


איך וויל מיטטיילן מיט'ן ראש ישיבה מיין גרויסע התרגשות אז איך האב זיך אפגעשוירן די האר, כאטש עס איז מיר געווען זייער שווער.


מיינע עלטערן האבן גערעדט צו מיר שוין פון פאר די חתונה איך זאל עס נישט טון, ביי זיי איז ממש א ליצנות די גאנצע זאך, זיי האבן מיר גענומען א שידוך וואס דער בחור האט אויך נישט געוואלט איך זאל זיך שערן, און זיי זיינע וואוילע און פרומע עלטערן, זיי זאגן אז אונזער מנהג איז צו לאזן די האר, אבער איך האב נישט אויפגעהערט צו בעטן דער באשעפער אז ער זאל מיר פירן אויף זיין וועג, און יעצט קען איך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז נאך א שטיק צייט נאך די חתונה האט מיין מאן מיך געפרעגט איידלערהייט אויב איך בין מסכים עס צו טון פאר'ן באשעפער.


איך האב זיך זייער געפרייט דאס צו הערן, ער איז זיכער ביי זיך אז איך בין זייער א וואוילע ווייב, ער מיינט אז מיט איין קליינע שמועס קען א פרוי טוהן אזא גרויסע טויש, אראפצונעמען די האר, ער פארשטייט נישט די ריזיגע נסיון וואס עס איז, ער ווייסט נישט אז דאס איז אן ארבעט שוין פון עטליכע יאר הערן דרשות און שיעורים און התחזקות און בעטן דעם אייבערשטן.


איך געדענק נאך מיין ערשטע תפילה אויף דעם, די וועג ווי אזוי איך האב עס געבעטן. פאר א מיידל וואס וואקסט אויף אין אזא שטוב וואו די גאנצע זאך איז אפגעפרעגט און אפגעלאכט, איך האב אפילו נישט געקענט טראכטן אז איך גיי עס אמאל קענען באווייזן, איך האב נאר געבעטן אויף דעם ווייל איך האב א שיעור ווי דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אפילו אויב מען וויל נאכנישט טראכטן פון א גוטע זאך, מען האלט נאכנישט דערביי, זאל מען זאלן כאטש דאווענען און אויף דעם, איך האב געפאלגט און געבעטן אבער בכלל נישט מיט'ן געדאנק אז איך וועל עס טאקע טון, אבער ווי עס זעט אויס איז תפילה שטערקער.


איך האב מקריב געווען א קרבן פאר'ן אייבערשטן, די שווערסטע זאך וואס איך האב נאר געקענט געבן פון זיך פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, און טאקע ממש "לשמה" אן קיין שום אינטערעסן, קיינער ווייסט נישט פון דעם.


איך וויל זייער שטארק באקומען חיזוק אויף דעם, איך זאל עס ווייטער אלעמאל טון מיט שמחה, אפילו אז עס איז שווער.


יישר כח פאר דעם, און פאר אלע גוטע זאכן וואס איך האב באקומען פון די שיעורים און דרשות, איך בעט דעם אייבערשטן אז די הייליגע ארבעט זאל ממשיך זיין, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און געזונט


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איר האט געגעבן א קרבן פאר'ן אייבערשטן, מיט דעם האט איר ארויסגעטראגן פון אייער שטוב די נישט גוטע; איר האט א חלק אין ברענגען משיח.


דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס".


מידה טובה מרובה, ווען מען איז גוט - קומט אסאך מער גוטס; אפגערעדט אז די אלע שלעכטע זאכן וואס דער זוהר רעכנט אויס - דאס אלעס קומט נישט, און נאך אסאך מער גוטס קומט צו די משפחה, בפרט צו די פרוי וואס שערט אפ אירע האר, זי וועט זוכה זיין צו ערליכע דורות און צו אלעס גוטס.


די זאך פון תפילה איז אזוי שטארק; ווען מען איז זיך מתבודד, מען בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך, אפילו עס זעט אויס אז די זאך וועט קיינמאל נישט געשען, אדער מען בעט אויף א געוויסע מידה, מען וויל זיך טוישן, מען וויל זיין בעסער און די מחשבות זאגן 'בעט נישט, ווייל עכט ווילסטו נישט זיין גוט, דו זאגסט עס נאר, אבער עכט ווילסטו נישט'; אויב מען שפרינגט איבער די מחשבות, מען בעט יא פאר דעם, מען בעט צו זיין א צדיק, אפילו מען וויל נאכנישט אזוי שטארק, אבער ביים סוף פועל'ט מען, מען איז זוכה צו די זאכן אויף וואס מען האט געבעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1659 - ווי אזוי שטארק איך זיך נאכאמאל חתונה צו האבן?
שידוכים, שלום בית, הדרכות, זיווג שני

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען ביי א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך האב געהאט אסאך חיזוק דארט.


איך האב זיך גע'גט בערך א יאר צוריק, איך האב אבער מורא צו זוכן א פרישע שידוך, ווייל איך ציטער אז איך וועל אפשר נאכאמאל אריינפאלן. איך וויל חתונה האבן, אבער איך האב נאך קאשמארן פונעם פריערדיגן שידוך. האט איר עפעס אן עצה און חיזוק פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט פארוואס דו האסט זיך גע'גט; ממה נפשך, אויב ביסטו נישט געלערנט, דו ווייסט נישט ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב - זאלסטו זיך גיין לערנען ביי ערליכע אידן ווי אזוי מען לעבט מיט א ווייב; לערן זיך צו מוותר זיין, לערן זיך צו שלינגען. מיט א רצון קען מען אלעס באקומען, אויב מען וויל אויסארבעטן די שלעכטע מידות קען מען דאס באווייזן; מיט התבודדות קען מען זיך אויסארבעטן און זיך אויסאיידלען.


ווארף אוועק דיין שכל, גיי נאך די שכל פון די הייליגע תורה וואס זאגט אז מען דארף חתונה האבן. די תורה זאגט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט צו זיין איינער אליין, נישט חתונה געהאט; מען דארף חתונה האבן, טון דעם רצון פונעם אייבערשטן. כל זמן מען איז אליין איז מען נישט פרייליך, מען איז נישט אפגעהיטן, גלייך ווען מען האט חתונה ווערט מען פרייליך און אפגעהיטן, די שכינה רוט נאר ווען מען איז חתונה געהאט, כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישטא קיין השראת השכינה.


הער נישט אויס די וואס זאגן דיר נישט חתונה האבן, האב וואס שנעלער חתונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1658 - וואס טו איך מיט מיין קליין קינד וואס פירט זיך נישט איידל
צניעות, חינוך הילדים, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך קודם באדאנקען פאר דעם יום טוב שבועות וואס איך האב געהאט דאס יאר, עס איז די ערשטע מאל ביי מיר וואס איך האב געהאט אמת'דיג א געפיל מקבל צו זיין די תורה פון פריש, איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך האב עפעס שייכות מיט די הייליגע תורה, אז איך קען אויך לערנען, איך האב געוואוסט גלייך ביים מאכן די גוטע קבלה, אז איך נַאר זיך אליין, איך וועל עס קיינמאל נישט קענען מקיים זיין, אבער דאס יאר, זייענדיג שוין מקורב צום הייליגן רבי'ן, איז עס געווען אן אמת'ער דערהויבענער שבועות, איך האב שוין זוכה געווען אזויפיל צו לערנען דורכ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, און איך האב זיך אויפגעפרישט יעצט צו לערנען נאך מער מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


יעצט צו מיין שאלה, מיין זון איז פינף יאר אלט, ער איז ברוך ה' זייער וואויל, מיר האבן אסאך נחת פון אים, מיר זענען אים מחנך מיט עצות פון הייליגן רבי'ן, אבער מיר האבן איין שטארקע פראבלעם מיט אים.


בערך א יאר צוריק האט מיין ווייב געזען ווי ער רירט זיך אן ווי מען טאר נישט, זי האט אים אנגעהויבן מסביר זיין אז מ'טאר דאס נישט טון, און שפעטער אויך געשריגן אויף אים, און אזוי האט זיך עס איבערגע'חזר'ט אסאך מאל. מיר האבן פרובירט מברר זיין וואס טוט זיך אין זיין חדר, און מיר האבן געהערט אז א צווייטע אינגל האט גערעדט צו אים וועגן דעם, מיר האבן גערעדט מיט'ן מלמד, און למעשה איז די זאך דורכגעגאנגען און מען האט פארגעסן דערפון. אבער יעצט האט מיר מיין ווייב געזאגט איין טאג איך זאל זען פארוואס ער פארזוימט זיך אזוי לאנג אינעם פריוואטן צימער, און ווען איך בין אריין האב איך געזען אז ער טוט עס שוין ווייטער. איך האב זיך איינגעהאלטן און גארנישט געטון, ווייל איך האב נישט געוואלט טון זאכן פון כעס, אבער איך בין זייער דערשראקן און פארלוירן, ווי אזוי האנדל איך דעם מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אויסלערנען קינדער זיי זאלן זיין געווארנט נישט אנצורירן דעם אות ברית קודש; ווי יונגער מען רעדט צו זיי, מען געוואוינט זיי צו צו זיין הייליג - וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


מען רעדט צו זיי איין מאל און נאכאמאל, און אמאל געבט מען א קליין פעטשל. שלמה המלך זאגט (משלי כב, טו): "אִוֶּלֶת, קְשׁוּרָה בְלֶב נָעַר", א קינד איז צוגעבינדן מיט נארישע זאכן, א קינד ווערט געבוירן מיט נארישקייטן, "שֵׁבֶט מוּסָר, יַרְחִיקֶנָּה מִמֶּנּוּ", די שטעקן מיט וואס מען שלאגט אים - וועט עס דערווייטערן פון אים; מען דארף אויסלערנען די קינדער פון יונגווייז אן צו זיין ערליך, הייליג און אפגעהיטן.


פארגעס נישט, קינדער דארף מען אסאך זאגן ביז זיי פאלגן, מען טאר נישט זיין פויל, מען קען נישט ערווארטן זיי זאלן פאלגן מיט איין מאל הייסן, מען דארף זאגן נאכאמאל און נאכאמאל, יעדע מאל מיט אן אנדערע וועג.


אויך דארף מען אסאך אויסלויבן א קינד; קינדער האבן נאכנישט קיין שטארקע דעת, זיי דארפן אסאך כבוד. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווי ווייניגער שכל מען האט - דארף מען מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל די וואס האבן ווייניג שכל - דארפן מער כבוד; דאס איז געזאגט געווארן פאר קינדער וואס זיי דארפן אסאך כבוד, דארף מען זיי אלץ לויבן און אויסרומען, און אויך זאגן ווי אזוי צו זיין הייליג.


האב נישט מורא צו זאגן אפן פאר דיינע קינדער: "דא טאר מען נישט אנרירן, דער אייבערשטער לאזט נישט"; זאג נישט מער און נישט ווייניגער, די ווערטער זאלסטו זאגן נאכאמאל און נאכאמאל: "מען טאר נישט אנרירן דא, דער אייבערשטער לאזט נישט".


וואויל זענען די עלטערן וואס לערנען אויס די קינדער צו זיין ערליך, וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1657 - איז דא א ממלא מקום וואס האט איבערגענומען מוהרא"ש זי"ע?
חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, מנהיגים, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס, איך שפיר די רחמנות פונעם ראש ישיבה אויף מיר, מיר צו העלפן גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן אין א בריוו זיך צו דערווייטערן פון לצים וואס רעדן אויפ'ן צדיק. דער ראש ישיבה האט געשריבן, "ווען די קליפות זעען ווי דער מענטש וויל תשובה טון - קומען זיי צו אים פארשטעלט ווי מענטשן, זיי מאכן אים חלישות הדעת, און ווען זיי זעען ווי דער מענטש ווערט מקורב צום צדיק - הויבן זיי אן רעדן ליצנות קעגן דעם צדיק; אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפגעפאלן און יעצט ווילסטו זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - דארפסטו זיין פעלזן פעסט נישט אויסצוהערן געשפעט אויף צדיקים", איך בין אבער אביסל צעמישט אין דעם ענין פון צדיק, אויב דער ראש ישיבה קען מיר דאס אויסקלארן.


מיר האבן זוכה געווען צו האבן דעם גרויסן צדיק מוהרא"ש זי"ע וואס האט אונז געפירט אויפ'ן ריכטיגן וועג, אונז געלערנט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און אונז מחי' געווען אויף יעדע טריט און שריט. ליידער האבן מיר פארלוירן דעם גרויסן צדיק, ער האט אונז איבערגעלאזט אליין, אבער ער האט אונז אויך איבערגעלאזט זיינע ספרים מיט וואס מיר קענען זיך מחזק זיין אויף ווייטער, און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן מצב.


מוהרא"ש זי"ע האט נישט געשטעלט א ממלא מקום וואס זאל אים איבערנעמען נאך זיין הסתלקות, ער האט קלאר געזאגט און געשריבן אז ער שטעלט נישט קיין ממלא מקום נאך זיך. למעשה זענען אבער יא דא עטליכע משפיעים אין היכל הקודש וואס שטעלן זיך ארויס ווייטער איבערצוגעבן מוהרא"ש'ס לימודים. ווי אזוי ארבעט דאס?


איך וויל נאר זיין ערליך און וואויל, איך וויל נאר טון וואס ס'איז ריכטיג, אבער איך בין זייער צעמישט אין דעם, פון איין זייט קען מען אפשר מקבל זיין פון די משפיעים אין היכל הקודש, אבער פון די אנדערע זייט הער איך שטארקע טענות קעגן זיי אז מוהרא"ש האט דאך קלאר געזאגט אז ער האט נישט געשטעלט קיין ממלא מקום.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, איך וויל נאר וויסן דעם אמת, און מיין גאנצע אידישקייט ווענדט זיך אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער זאגט בכלל די זאך פון פארטרעטן מוהרא"ש? איך האב נישט געהערט קיינעם פון תלמידי היכל הקודש זאלן זאגן אויף איינעם אז דער און דער פארטרעט מוהרא"ש, ווער זאגט בכלל אזא זאך? קיינער זאגט נישט אז איינער פארטרעט מוהרא"ש.


מען קען נישט פארטרעטן מוהרא"ש, נישט שייך צו פארטרעטן; עס איז אזוי ווי קינדער וואס פארלירן א טאטע אדער מאמע לא עלינו, איז דען שייך צו נעמען א צווייטן זאל זיין זייער טאטע אדער מאמע? א טאטע מאמע קען מען נישט פארטרעטן; אזוי אויך א רבי, א צדיק - קען מען נישט פארטרעטן.


אבער דאס פארשטייט יעדער איינער אז אויב מען וועט לאזן די קינדער, די יתומים, אויף הפקר - וועלן זיי זיין אין א סכנה, מען דארף זיך אומקוקן אויף די קינדער; וואס טוט מען? מען ברענגט זיי א כמו טאטע, איינער זאל זיך פארענען מיט זיי ביז זיי וועלן אויפוואקסן; וויל איך דיך פרעגן, וועט איינער קומען פארהאלטן די קינדער און זיי טשעפען: "דער מענטש אז דאך נישט דיין טאטע, פארוואס הערסטו אים צו?" "די פרוי איז נישט דיין מאמע, פארוואס הערסטו איר צו?" וואס וועסטו זאגן אויף יענעם?


יעצט וויל איך דיך פרעגן, אז מענטשן שפירן זיך ווי יתומים, זיי דארפן א כמו טאטע, א כמו מאמע, איינער זאל זיי מדריך זיין, איינער זאל זיי מחי' זיין, אריינבלאזן א חיות אין זייער נשמה; ווי קומט מען שפעטן און זאגן: "מוהרא"ש האט נישט געשטעלט א ממלא מקום!" ווער זאגט דא אז מיר נעמען א ממלא מקום? מוהרא"ש לאזט נישט נעמען אן ערליכער איד פאר א וועג ווייזער?! מען טאר נישט נעמען א מורה דרך זאל מחי' זיין און מחזק זיין?!


אינטערעסאנט, די איין שורה פון די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן: "אני לא מיניתי את אף אחד להיות מנהיג במקומי" - דאס איז דיר מבלבל, און וואס מוהרא"ש שרייבט אינעם גאנצן בריוו, פארדעם און נאכדעם - דאס זעסטו נישט? און דאס וואס מוהרא"ש שרייבט צענדליגער טויזנטער בריוו פאר אנשי שלומינו מען זאל זוכן צווישן אנשי שלומינו איינער וואס קען מחזק זיין, איינער וואס קען אריינשיינען א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו לערנען, איינער וואס וועט דיר עפענען דיין מויל זאלסט קענען רעדן צום אייבערשטן - דאס איז נישט שייך היינט? דאס איז נאר געווען שייך ווען מוהרא"ש האט געלעבט?!


מוהרא"ש האט טאקע נישט געשטעלט קיין ממלא מקום, אבער מוהרא"ש האט איבערגעלאזט ספרים וואס זאגן אונז און לערנען אונז ווי אזוי זיך צו פירן. לאמיר אריינקוקן אין די ספרים וואס לערנען אונז, מוהרא"ש זאגט אן א שיעור מאל מיר זאלן זוכן צווישן אנשי שלומינו ווער עס קען אונז ברענגען נאנט צום אייבערשטן, מיר זאלן זוכן און נישטערן ווער עס קען אונז אריינבלאזן א חיות, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן; זאלן זיך געפונען אין היכל הקודש מענטשן וואס זאלן פיינט האבן ערליכע אידן וואס זענען מחזק אידישע קינדער?


דאס איז דאך געווען די טענה אלע יארן אויף תלמידי היכל הקודש, מען האט געשריגן אויף אונז: "מיר דארפן נאר דעם רבי'ן, מיר דארפן נישט קיינעם זאל אונז זאגן, מיר נעמען דעם רבי'ן און רבי נתן"; מיט דעם האבן מיר נישט געקוקט אויף די מתנגדים, מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין פון מוהרא"ש דעם רבינ'ס לימודים; יעצט איז דא וואס זינגען דעם פארפוילטן ליד אין היכל הקודש?!


אז איינעם איז גענוג די ספרים פון רבי'ן דארף מען פארדעם פיינט האבן אנדערע וואס דארפן יא חיזוק און אז מען זאל זיי מדריך זיין וכו' וכו'?! פארוואס זאל מען חוזק מאכן פון תלמידי היכל הקודש וואס זענען מחזק אנדערע? פארוואס פיינט האבן ערליכע אידן? אז מען קען נישט ליידן ערליכע אידן איז א סימן מען איז ווייט פונעם אמת.


וואס ביסטו זיך מבלבל פון אנדערע, פארוואס זאלסטו זיך שטערן פון אנדערע? מוהרא"ש האט אונז געלערנט מען זאל זיך נישט לאזן נארן, מען זאל קוקן אויף זיך, מען זאל רחמנות האבן אויף זיך; אז מען דריידט זיך אין א פלאץ זאל מען קוקן אין די האנט: 'וואס באקום איך דא?' אז מען זעט מען ווערט נענטער צום אייבערשטן, מען לערנט שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מען איז זיך מתבודד און מען לעבט מיט תכלית - איז גוט, און אז נישט זאל מען זוכן א צווייטע פלאץ וואו מען איז מעורר אויף די זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1656 - ווי אזוי קען איך אנקומען צו לערנען אזוי סאך שיעורים?
סבלנות, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אייערע הערליכע דרשות. איך בין זיך ממש מחי' מיט'ן סדר דרך הלימוד, און איך קום אן זייער אסאך ברוך ה'.


ווען איך האב אבער געזען דעם בריוו וואס איר שרייבט פאר איינעם אז מוהרא"ש זי"ע האט אוועקגעשטעלט פופצן שיעורים צו לערנען איז מיר שווארץ געווארן. איך לערן יעדן טאג ברוך ה' חומש און משניות און גמרא מיט נאך עטליכע שיעורים, אבער איך זע נישט קיין שום וועג איך זאל אניאגן צו לערנען יעדן טאג אזוי סאך ווי איר שרייבט. איז דא א וועג ביי דעם אויך צו זיין פרייליך און צופרידן מיט די ביסל וואס מען האט? אדער ביי לימוד התורה דארף מען זיך איבעררייסן און קיינמאל נישט זיין צופרידן?


אגב האב איך באמערקט אז תהילים איז נישט פון די שיעורים, פארוואס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט: "ווען איך בין געקומען צום רבי'ן האב איך געהערט נייע ווערטער, וואס די ווערטער, די שכל - האט מיר געמאכט לערנען זייער פלייסיג; איך האב געהערט פון רבי'ן 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט; די ווערטער - דאס האט מיר געמאכט איך זאל לערנען זייער פלייסיג".


די הייליגע חכמים זאגן אונז (במדבר רבה יב, ט) אויפ'ן פסוק (משלי כז, יח): "נֹצֵר תְּאֵנָה יֹאכַל פִּרְיָהּ וְגוֹ'", דער וואס היט די פייגנבוים - דער עסט אירע פרוכט, "לָמָּה נִמְשְׁלָה תּוֹרָה כַּתְּאֵנָה", פארוואס איז די תורה צוגעגליכן צו א פייגן בוים? "שֶׁרֹב הָאִילָנוֹת: הַזַּיִת, הַגֶּפֶן, הַתְּמָרָה, נִלְקָטִים כְּאֶחָת", ווייל אנדערע ביימער, דער איילבירט בוים, דער טרויבן בוים און די טייטלבוים - ווערן אירע פרוכט געצייטיגט אין איין צייט, מען קען זיי אלע אראפנעמען אויף איין מאל, "וְהַתְּאֵנָה נִלְקֶטֶת מְעַט מְעָט", אנדערש איז די פייגנבוים, זי ווערט נישט געצייטיגט אין איין צייט. "וְכָךְ הַתּוֹרָה", אזוי איז די תורה, מען לערנט יעדן טאג אביסל, "הַיּוֹם לוֹמֵד מְעַט וּלְמָחָר הַרְבֵּה, לְפִי שֶׁאֵינָהּ מִתְלַמֶּדֶת לֹא בְּשָׁנָה וְלֹא בִּשְׁתַּיִם", היינט אביסל, מארגן אביסל - ביז מען איז זוכה אנצוקומען צו די גאנצע תורה, "עָלָיו נֶאֱמַר, נֹצֵר תְּאֵנָה", מען קען נישט ענדיגן די תורה אין א קורצע צייט.


דאס האט רבי נתן געזאגט: "איך האב געלערנט פון רבי'ן אז אביסל איז אויך גוט, איך האב געלערנט פון רבי'ן צו לערנען אביסעלע מיט אביסעלע, אזוי איז מיין גאנצע טאג אנגעפילט מיט תורה"; אזוי זאלסטו טון, לערן אביסעלע יעדן טאג - וועסטו אנקומען צו לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1655 - זאל איך קומען אין די ברסלב'ע ישיבה, צו באקומען מיין שידוך?
אומאן, שידוכים, שלום בית, סיפורי צדיקים, מוהרא"ש, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ענגלאנד און איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל קומען לערנען ביים ראש ישיבה שליט"א אין ישיבה תפארת התורה, ווייל איך האב געהערט אמאל פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען מען קומט לערנען אין רבינ'ס ישיבה, טרעפט מען דעם שידוך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה, און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן; אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיט'ן באשעפער.


מען קען נישט זאגן: 'גיי דא וועסטו האבן דיין שידוך', 'קום דא וועסטו האבן דיין שידוך'; פון מיר האסטו נישט געהערט אזוינס אז מען דארף קומען ביי אונזער ישיבה פאר א שידוך, פון מיר האסטו געהערט אז קומען אין ישיבה וועט נישט שאטן פאר די שידוך. זייער אסאך בחורים ווילן קומען לערנען ביים רבי'ן און די עלטערן האבן מורא עס וועט זיי שאטן פאר א שידוך, פאר זיי זאג איך זיי זאלן נישט מורא האבן צו קומען אין ישיבה, דאס וועט נאר שנעלער מאכן די שידוך, אבער נישט אז מען דארף קומען לערנען דא, און נאר אזוי וועט זיין א שידוך; אזוינס קען מען נישט זאגן.


די וואס האבן מורא צו גיין קיין אומאן וועגן א שידוך, אדער זיי האבן מורא זיך צו דרייען צווישן ברסלב'ער חסידים און אפגערעדט צו קומען לערנען אין ברסלב - די דארפן זיך נישט זארגן, ווייל פון טון גוטע זאכן, הייליגע זאכן - פארלירט מען גארנישט.


מוהרא"ש האט מיט יארן צוריק געזאגט: "עס וועט קומען א צייט וואס מיידלעך וועלן נאר וועלן בחורים וואס זענען מקורב צום רבי'ן"; געווען איז דאס די צווייטע יאר וואס מיר האבן געעפנט די ישיבה, שנת תש"ע, דעמאלט איז געווען גרויסע מלחמות קעגן די ישיבה, מען האט געזוכט ווי אזוי מען קען פארמאכן די ישיבה, מען האט געמאכט א שלעכטע נאמען אויף אונז; עס איז געקומען צו א מצב אז עס איז נישט געגאנגען קיין שידוכים, עס זענען געווען אין ישיבה אסאך בחורים, און עס האט זיך נישט גערוקט קיין שידוכים, מען האט אפגעזאגט אלעס צוליב די שלעכטע נאמען אויף די ישיבה.


מיר זענען געגאנגען צו מוהרא"ש פרעגן וואס צו טון, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "שרייב אפ די ווערטער וואס איך זאג דיר, עס וועט קומען א צייט אז מיידלעך וועלן נאר וועלן א שידוך טון מיט בחורים פון די ישיבה", דעמאלט ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט האבן מיר דאס נישט געקענט גלייבן, אזא זאך איז נישט אריין אין קאפ, מיר האבן דאס אפגעשריבן; יעצט זעען מיר אז די ווערטער זענען מקוים געווארן, עס איז דא אזויפיל וואס ווארטן צו באקומען א בחור א תלמיד היכל הקודש.


עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס מען וויל דוקא זיך משדך זיין מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד, ביים רבי'ן האט מען נישט געקענט זיין אויב מען האט זיך געקריגט אין שטוב, דער רבי האט נישט געוואלט זיצן ביים טיש מיט אזא איינעם וואס קריגט זיך אין שטוב מיט די ווייב. די גאנצע ענין פון שלום בית, פון רעדן שיין אין שטוב, מכבד זיין די ווייב - געפונט מען נאר אין רבינ'ס ספרים, דעריבער ווילן מענטשן זיך משדך זיין מיט א ברסלב'ער בחור, מען וויל זען נחת ביי די קינדער.


לערן, דאווען און פיר זיך מיט גוטע מידות - וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1654 - איז דא אן עצה גרינגער איינצושלאפן?
אמונה, סגולות, שלאפן, עקשנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך לעצטנס געפערליך מיט'ן שלאפן, עס איז מיר זייער שווער איינצושלאפן, און איך שלאף נישט קיין נעכט. אסאך מאל האב איך אזא לחץ אז איך מוז מארגן אויפשטיין פרי, אז דאס אליין מאכט אז איך זאל נישט קענען איינשלאפן.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם אריין אין דיר אמונה - וועסטו ארויסגיין פון אלע דיינע צרות. ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיך, מען לעבט מיט אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס וואס פאסירט איז ער - דעמאלט ווערט ליכטיג, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ", אלע טונקלקייטן גייען אוועק.


עס איז דא א סגולה פון רבי'ן צו קענען איינשלאפן, מען זאל טראכטן פון תחיית המתים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה חלק ב', סימן יז): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן, יַעֲלֶה עַל מַחֲשַׁבְתּוֹ אֱמוּנַת תְּחִיַּת הַמֵּתִים", ווער עס קען נישט איינשלאפן, זאל טראכטן פון תחיית המתים; אבער עס הערט זיך פון דיין פראגע אז דו אליינס מאכסט זיך דער פראבלעם, דו צווינגסט זיך צו שלאפן, דאס האלט אפ דעם שלאפן, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תלא): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִישֹׁן וְאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן", ווער עס וויל שלאפן און קען נישט איינשלאפן, "הָעֵצָה לָזֶה לְבַל לְהַכְרִיחַ עַצְמוֹ כָּל כָּךְ לִישֹׁן", - זאל זיך נישט צווינגען איינצושלאפן, "כִּי כָּל מַה שֶּׁמַּכְרִיחַ עַצְמוֹ יוֹתֵר לִישֹׁן, מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר מְנִיעוֹת הַשֵּׁנָה", ווייל ווי מער מען צווינגט זיך איינצושלאפן - אלץ שווערער וועט זיין דאס איינשלאפן. "וְעִנְיָן זֶה גַּם בְּכָל הַדְּבָרִים שֶׁבָּעוֹלָם לִבְלִי לְהַכְרִיחַ עַצְמוֹ בְּיוֹתֵר", אזוי גייט עס מיט יעדע זאך, מען זאל זיך נישט צעקוועטשן פון גארנישט, "כִּי כָּל מַה שֶּׁמַּכְרִיחִין עַצְמוֹ בְּיוֹתֵר לְאֵיזֶה דָּבָר, מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר הַהֶפֶךְ דַּיְקָא", ווייל ווי מער מען קוועטשט זיך עס זאל זיין אזוי און אזוי - ווערט נאר פארקערט, עיין שם.


דו קענסט נישט שלאפן פון לחץ, דו טראכסט א גאנצן צייט: 'ווען גיי איך שוין איינשלאפן?' דו פייניגסט זיך: 'פארוואס שלאף איך נאכאלץ נישט?!' 'אויב איך וועל נישט שלאפן - וועל איך נישט קענען אנגיין וכו' וכו''; דו פייניגסט זיך, דו שלאגסט זיך מיט מחשבות, דאס לאזט דיר נישט אנגיין מיט'ן לעבן.


פאלג דעם רבי'ן, הער אויף זיך דרוקן; אז דו קענסט נישט שלאפן - זאלסטו ליגן אין בעט מיט פארמאכטע אויגן. מען דארף נישט שלאפן, עס וועט גארנישט פאסירן אז דו וועסט נישט שלאפן; ליגן אין בעט - רוט אויך אויס. דער רבי זאגט, ליגן אין בעט מיט פארמאכטע אויגן איז אזוי ווי שלאפן, עס געבט כח, מען ווערט אויסגערוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.