שאלה אין קורצן ענין
#776 - זאל איך זיך עקש'נען נישט צו באקומען טייערע צירונגען?
חתונה, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים, חיזוק און עצות, וואס העלפט מיר כסדר אין מיין לעבן. איך האב ברוך ה' זוכה געווען א כלה צו ווערן מיט א הערליכע שידוך אזוי ווי איך האב אלץ מתפלל געווען, און אויך איז ער ברוך ה' א תלמיד פון די הייליגע ישיבה, און איך דאנק דעם אייבערשטן דערפאר.


מיין שאלה איז אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך וועגן ביליגע מתנות, און ברוך ה' איך דארף טאקע נישט די גאלדענע צירונגען, וואס זאל איך אבער טון אז מיין מאמע וויל יא איך זאל האבן אזוי ווי אלע כלות? איז מיין שאלה צי איך זאל זיך עקשנ'ען אויף ביליג אדער בעסער לאזן אזוי און ביידע מחותנים זאלן דארפן באצאלן טייער.


אויך האב איך געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב עס איז מעגליך איך זאל האבן די זכיה דער ראש ישיבה שליט"א זאל קומען צו מיין חתונה.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח אויף אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב צו דיין שידוך! דו האסט זוכה געווען צו באקומען זייער א וואוילער חתן, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן מיט דיין חתן ... נרו יאיר א אידישע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


בנוגע אויסגעבן געלט פאר מתנות וכדומה; דו קענסט זאגן שיינערהייט פאר דיינע עלטערן אז דו וועסט זיין פרייליך ביז גאר אפילו מיט פשוט'ע מתנות אן אויסגעבן געלט, און אז זיי ווילן נאך אלץ קויפן טייערע זאכן ווייל "אזוי טוט יעדער", זאלסטו זיי דאנקען און שעצן, נישט חס ושלום אוועק מאכן.


איך וויל אויך זייער שטארק קומען צו אייער חתונה; איך בין אבער נישט תלוי אין מיר אליינס, ממילא קען איך נישט זאגן יעצט וואס וועט זיין, דער תם פלעגט זאגן (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "ביים אייבערשטן איז אלעס מעגליך".


דער עיקר זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים, וועט דער אייבערשטער טון מיט דיר נאך חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#775 - ווי אזוי קענען מיר אוועקשלעפן אונזער בחור פונעם סמארטפאון?
חינוך הילדים, קדושה, סמארטפאון, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א בחור וואס פאלט ליידער, ער האט זיך געשאפט א סמארטפאון צו קוקן שלעכטע זאכן, און בכלל איז זיין התנהגות זייער שוואך. א בעל מחנך האט מיר געגעבן אן עצה איך זאל פארן מיט אים אויף ווייטע אינטערעסאנטע פלעצער און אזוי אים מקרב זיין, ער זאל שפירן אז מיר ווילן פארברענגען מיט אים. מיר האבן טאקע אזוי געטון, מיר זענען געפארן מיט אים, און קודם האט אונז זייער געשטערט אז מיר פארן דאך ווייל מיר ווילן אים מקרב זיין און מיר האפן אז אזוי וועט ער האבן מער שמירת עינים, און דערווייל דארף מען זיך דרייען אין לופטפעלד און גוי'אישע האטעלן און אין נאך אזעלכע פלעצער וואס איז בכלל נישט געאייגנט פאר שמירת עינים. אבער נאך פיל מער האט אונז געשטערט אז זייענדיג שוין דארט, איז ער ווייטער אלעמאל געווען פארנומען צו קוקן אין זיין טעלעפאן, ס'האט אים בכלל נישט אינטערעסירט די אלע אינטערעסאנטע זאכן.


וואס איז די עצה, ווי אזוי קענען מיר מקרב זיין אונזער בחור? ווי אזוי קענען מיר אים צוריק ברענגען אויפ'ן גלייכן וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר דארפן וויינען און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז און אונז ראטעווען פון דעם חושך כפול ומכופל - די שרעקליכע צרה פון אינטערנעט. וויפיל מען זאל נאר רעדן וועגן דאס שעדליכקייט פון האבן אן אפענעם קאמפיוטער, סמארטפאון, אייפאד וכו' - איז נישט גענוג; דאס האט שוין ליידער חרוב געמאכט צענדליגער משפחות.


דאס איז א שרעקליכע צרה פאר אונזער דור; ווען מען האט אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער אן אייפאד, טעבלעט, סמארטפאון וכו', קען מען זען אלע שמוץ אויף דער וועלט; דאס נעמט אוועק די גאנצע יראת שמים פון א מענטש, דאס קילט אפ די אמונה פון א איד און ברענגט אריין אין אים כפירות און אפיקורסות און נאכדעם ווערט מען אינגאנצן אומגליקליך.


ווען מען קוקט שמוציגע מאוויס וכו' ווערט מען צוגעקלעבט צו דעם ביז עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון; אזוי ווי די וואס זענען צוגעבינדן (עדיקטעד) צו דראגס וכו' אדער צו אלקאהאל וכו' קענען זיך נישט אפרייסן דערפון, אזוי אויך דער וואס האט א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער אן אייפאד, סמארטפאון וכו' און קוקט שמוציגע מאוויס וכו', דער ווערט זייער צוגעקלעבט דערצו ביז עס איז שוין זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם, דער מח ווערט אינגאנצן אויסגעברענט פון די אלע עקלדיגע שמוציגע מאוויס, ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן, נאכדעם הייבט מען אן צו האבן קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן.


יעצט ווען אייער זון איז צוגעקלעבט צום טעלעפאון, עס אינטערעסירט אים שוין נישט קיין שום זאך השם ישמרינו, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן טאג איין טאג אויס ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אויף אלע אידישע קינדער, עס זאל אריין גיין אין זיי א ריינקייט זיי זאלן זוכה זיין תשובה צו טון.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס תפילה איז; דער רבי האט געהאט א תלמיד רבי נפתלי זכרונו לברכה, ער איז געווען פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פאר'ן תיקון הכללי, וואס דער רבי האט מבטיח געווען: "ווען איך וועל אוועקגיין פון דער וועלט און מען וועט קומען אויף מיין ציון געבן א פרוטה לצדקה לזכותי און זאגן דעם תיקון הכללי, אפילו דער מענטש זאל זיין זייער א גרויסער בעל עבירה, וועל איך אים מתקן זיין און אים א טובה טון; ביי די פיאות וועל איך אים ארויס ציען פון שאול תחתית".


דער רבי נפתלי האט געהאט א זון וואס איז ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, פלעגט רבי נפתלי גיין יעדן טאג צום ציון און מתפלל זיין אז דער זון זאל שטארבן, תפילה האט דאך א גרויסן כח און זיין זון איז טאקע געשטארבן. ווען רבי נתן זכרונו לברכה האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר זיין חבר רבי נפתלי: "נפתלי, איך פארשטיי דיר נישט, אז דו האסט א כח פון דאווענען, פארוואס האסטו געבעטן ער זאל שטארבן, וואלסט געדארפט בעטן ער זאל תשובה טון, וואלט ער זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן".


זאלסט יעדן טאג נאס מאכן דעם ספר תהילים מיט טרערן, וויינען צום אייבערשטן ער זאל צוריק קומען; דאס זאלסטו טון ווען ער איז נישט אינדערהיים, אבער בפניו פאר אים זאלסטו זיין פרייליך; זאלסט אים מקרב זיין און רעדן שיין צו אים, עס פעלט נישט אויס צו פארן אויף פלעצער וכו'. אין די צייט ווען אלע קינדער שלאפן אדער אינמיטן טאג וכדומה, דעמאלט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע שינוים לטובה ביי אים, ביז ער וועט אינגאנצן צוריק קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#774 - ווי אזוי טרעפט מען א שידוך ביי די פערציג יאר?
שידוכים, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין לעבן איז מיר ממש אינגאנצן צעריסן און צעפליקט. איר זענט נאך אזוי יונג און איר האט שוין זוכה געווען חתונה צו מאכן א זון, און איך בין שוין פערציג יאר אלט און איך האב נאכנישט חתונה געהאט.


ווען איך בין געווען יונג האב איך זיך זייער געקלויבט שידוכים, איך האב אפגעזאגט יעדע שידוך, קיין איין שידוך איז מיר נישט געפאלן. מיינע עלטערן האבן אזוי שטארק געוואלט אז איך זאל חתונה האבן, אבער איך האב זיך נישט געקענט אויסקלויבן א גוטן שידוך, און יעצט זענען שוין מיינע עלטערן נפטר געווארן, און מיין הארץ גיסט בלוט אז איך האב זיי אזוי שטארק מצער געווען, אז איך האב נישט חתונה געהאט ווען זיי האבן נאך געלעבט.


פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א געלונגענער מענטש, איך זע אויס פיל יונגער ווי איך בין באמת, אבער אינעווייניג איז מיין הארץ צעשניטן און צעריסן פון יסורים, איך בין זייער צעבראכן, און איך קען נישט אויפהערן צוריק טראכטן פון די טעותים וואס איך האב געמאכט אין לעבן.


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז זייענדיג אין אומאן האט מיר א מפיץ געגעבן צוויי קונטרסים פון מוהרא"ש, "ישועתך קרובה" און "תפסיקו לדאוג", און די קונטרסים זענען ממש מיין לעבן, אן דעם וואלט איך שוין זיכער געכאפט א הארץ אטאקע. ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דוקא די קונטרסים וואס איך האב אזויפיל חוזק געמאכט און גערעדט קעגן דעם, דוקא דאס זענען מיר יעצט אזוי שטארק מחזק אין לעבן, איך דארף זיכער גיין צו מוהרא"ש'ס ציון אים איבערצובעטן.


איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר זאגן וועלכע נאך קונטרסים פון מוהרא"ש קענען מיר מחזק זיין, איך דארף האבן חיזוק אנצוגיין און מצליח צו זיין אין לעבן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אזויפיל געשריבן פאר בחורים און מיידלעך אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון דעם פיינט וואס רופט זיך: "צייט", אזוי ווי עס גייט דער מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד", מען זאל אכטונג געבן אויף די צייט איר צי היטן ווייל עס גייט אריבער זייער שנעל, און אז מען וויל נישט אוועק לייגן די גאוה, נאר מען קלויבט זיך און מען קלויבט זיך, - ביז מען כאפט זיך איז מען שוין פארעלטערט וכו'.


ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפן דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען שידוכים וואס מען טראגט אים אן און ער מאכט אלעס אוועק זאגנדיג: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזאנס?!' אזוי דרייט מען זיך ארום וכו' זוכנדיג א שידוך וואס איז נאך נישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו' אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו רייטן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא פארשוין און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלינג דערזעט מען זיך פארעלטערט...


אז מען טראגט דיר אן א שידוך זאלסטו גלייך נעמען דעם שידוך און אויפשטעלן דורות, מקיים זיין דעם ווילן פונעם אייבערשטן וואס האט אונז געהייסן חתונה האבן און ברענגען קינדער. אז מען האט נישט חתונה איז דאס זייער א שרעקליכע זאך, דער מחבר הייבט אן די ערשטע סעיף אין חלק אבן העזר פון שלחן ערוך מיט די הלכה: "חַיָיב כָּל אָדָם לִישָּׂא אִשָּׁה כְּדֵי לִפְרוֹת וְלִרְבּוֹת", יעדער איד איז מחיוב חתונה צו האבן מיט א פרוי כדי צו האבן קינדער, "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ עוֹסֵק בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה כְּאִלּוּ שׁוֹפֵךְ דָּמִים וּמְמַעֵט אֶת הַדְּמוּת", און ווער עס האט נישט חתונה, ער איז נישט מקיים די מצוה פון פריה ורביה איז אזוי ווי ער וואלט ווען גע'הרג'ט מענטשן און פארגאסן זייער בלוט, "וְגוֹרֵם לַשְּׁכִינָה שֶׁתִּסְתַּלֵּק מִיִּשְׂרָאֵל", און ער ברענגט אז די שכינה זאל נישט זיין מיט די אידן; חוץ פון דעם וואס עס פעלט אים די אלע גוטע זאכן וואס מען איז זוכה ווען מען האט חתונה, אזוי ווי דער רמ"א זאגט דארט: "וְכָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא בְּרָכָה בְּלֹא תּוֹרָה כוּ', וְלֹא נִקְרָא אָדָם, וְכֵיוָן שֶׁנָּשָׂא אִשָּׁה עֲוֹנוֹתָיו מִפַּקְפְּקִים שֶׁנֶּאֱמַר (מִשְׁלֵי יח, כב) מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב וַיָּפֶק רָצוֹן מֵאֵת ה'".


אז דו האסט מבזה געווען א צדיק וואס האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן פאר'ן אייבערשטן און פאר אידישע קינדער, דו האסט חוזק געמאכט און גערעדט אנטקעגן אים, דארפסטו תשובה טון תשובת המשקל, נעמען די קונטרסים און ספרים און דאס פארשפרייטן פאר אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#773 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די ווייב?
שלום בית, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס איינער פרעגט אן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון אז זיין ווייב שרייט כסדר אויף די קינדער, און איך האב זיך ממש געשפירט אין די שאלה, אבער דער ענטפער האט מיר נערוועז געמאכט, דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט יענעם ער זאל געבן פאר זיין ווייב די קונטרסים אויף חינוך הילדים, איך בין אבער אין א מצב אז איך קען נישט געבן פאר מיין ווייב קיין ברסלב'ע ספרים, זי וועט קיינמאל נישט ליינען עפעס וואס זי איז נישט אויפגעוואקסן דערמיט, און נאכדערצו ווען דאס איז א זאך וואס פארלאנגט פון איר עפעס צו פאררעכטן.


איך שפיר אז איך קען נישט האבן קיין שלום בית, ווייל זי טוט אזויפיל וויי מיינע קינדער און אויך מיר. איך הער אז מ'דארף זיין א גוטע מאן צו די ווייב, איך שפיר אבער אז ביי מיר איז דאס נישט מעגליך, ווייל זי וויל נאר זיין מיין בעל הבית, זי וויל אלעמאל ווייסן וואס איך טו און מיט וועמען איך רעד, און דאס איז אויסער מיינע אייגענע נסיונות מיט וואס איך מוטשע זיך שוין פון אלס בחור.


איך בין א צעקלאפטער און טרויעריגער, און צו אלע צרות האב איך נאך חתונה געהאט מיט א צעריקטע ווייב וואס גייט מיר אויף די נערווען, איך שפיר אז דאס לעבן איז מיר נישט ווערד, איך האב נישט קיין כח און אינטערעסע צו טראגן די אחריות פון א שטוב ווי לאנג איך לעב מיט אזא סארט ווייב.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן אין מיין מצב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור אינעם ספר: "אוצר שלום בית", און אין די אידישע ספרים: "מכבד זיין די ווייב", "שלום אין שטוב", "ס'איז גוט"; אויך זאלסטו לערנען דעם ספר: "למה להתגרש" - (אין אידיש: "זיך גט'ן איז נישט די עצה"). דארט וועסטו זען ווי מוהרא"ש לערנט אונז ווי אזוי מען לעבט מיט א ווייב, דאס גרויסקייט פון העלפן די ווייב און דאס וויכטיגקייט פון קוקן מיט א גוט אויג אויף איר און רעדן צי איר שיין.


וויסן זאלסטו אז דיינע צרות זענען צוליב דיינע עבירות, ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש איז פוגם במחשבה – ער טראכט שלעכטע זאכן, ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע אייגענע קינדער; ווען א מענטש איז פוגם בדיבור - ער רעדט זאכן וואס מען טאר נישט, ליידט ער נאכדעם צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש איז פוגם במעשה - ער זינדיגט און טוט עבירות, ליידט ער נאכדעם פון מענטשן"; אנשטאט דו זאלסט ווארפן דעם שולד אויף איר און טראכטן אז זי איז די פראבלעם זאלסטו ענדערש תשובה טון, זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה, וועסטו זוכה זיין צו וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווען א מענטש גייט מיט'ן אייבערשטן וועלן זיינע פיינט ווערן פריינט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט מען די ווייב; ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, דעמאלט ווערט זיין ווייב זיין העלפער, זי וועט שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר.


קוק ווי אזוי די הייליגע חכמים האבן זיך געפירט אין שטוב מיט זייער ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען, האט רב געפרעגט פון רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?!" האט אים רב חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#772 - ווי אזוי רעדט מען צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, איך הער עס כסדר אויס און איך שעפ אסאך חיזוק און חיות דערפון.


איך וויל זייער שטארק זיין א ברסלב'ער חסיד, איך וויל זיין אן ערליכער איד באמת, רעדן צום אייבערשטער כסדר. ווען איך רעד אבער צום אייבערשטער ווער איך מבולבל און פארלוירן, איך שפיר נישט ווי איך רעד צו מיין חבר, עס האלט קוים אן פאר איין מינוט, און רוב ווערטער זענען: "רבונו של עולם איך וויל רעדן צו דיר", אפשר קען איך האבן א עצה ווי אזוי זיך צוצוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטער כדבר איש אל רעהו, צו שפירן אז איך רעד צו מיין טאטע.


נאך א זאך וואס באדערט מיר שוין פון אלס קינד, איך האב געמיינט אז איך וועל פטור ווערן דערפון אבער דערווייל איז עס נאר מיטגעוואקסען מיט מיר, יעדעס מאל איך גיי צום דאקטאר אדער דענטיסט ובפרט פאר מער ערנסטע זאכן, כאפט מיר אן אזא פחד און שרעק, וואס קען איך טון זיך צו מתגבר זיין?


א יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיינע תפילות זענען אויסנאם תפילות; בעט ווייטער די הערליכע ווערטער: "רבונו של עולם, איך וויל רעדן צו דיר", זאג דאס איבער טויזנטער מאל ביז דו וועסט זוכה זיין אנצוהייבן שפירן דעם אייבערשטן.


עס נעמט א שטיק צייט ווי לאנג דער מענטש הייבט אן שפירן ווי דער אייבערשטער הערט אים אויס, אזוי ווי ווען ער רעדט צו א חבר. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז קיינער קוקט נישט אויף אים און מען הערט נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט, "רַק אַדְּרַבָּא, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאך אלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעם האט ער זיך זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאוונט און געבעטן אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


זעט מען פון דעם אז מען דארף זיין זייער שטארק נישט אויפצוהערן בעטן און דאווענען, אפילו ווען עס ווערט פארמאכט די געפילן, מען שפירט גארנישט און מען זעט גארנישט; אדרבה, מען זעט נאר פארקערט, מען זעט ווי מען בעט און מען בעט און עס רירט זיך גארנישט, דארף מען זיין א גרויסער עקשן נישט אפצולאזן די עבודת השם יתברך. אבער ביים סוף ווער עס האלט אן די עצה פון התבודדות איז זוכה אז ער באקומט א לויטערע מח, ער הייבט אן לעבן מיט אמונה און אלע פחדים גייען אוועק פון אים, ער האט נישט מורא פון קיינעם נישט, נישט פון קיין דאקטער, דענטיסט, מלאכים און אפילו פונעם מלאך המוות, נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#771 - וואס טוט מען מיט א חוצפה'דיג קינד?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פילע שיעורים און בריוו וואס געבן מיר לעבן טאג טעגליך, איך ווייס אז איר לייגט אריין אזויפיל ארבעט צו מחזק זיין אידן, וויל איך כאטש געבן א גריס אז די דרשות טוען אויף אסאך, אין זכות פון די שיעורים האב איך ב"ה אנגעהויבן לערנען תורה יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, איך לערן ח"י פרקים משניות, די ספרים פון רבי'ן, און נאך שיעורים.


איך האב לעצטנס זוכה געווען צו זיין ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל, איך האב זיך באדאנקט פאר מוהרא"ש אז ער האט אונז געגעבן אזא ראש ישיבה וואס געבט מיר אזויפיל חיזוק אין עצות אין לעבן, און דארט ביים ציון האב איך זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג די "בית נצחי", בבלי ירושלמי און תוספתא.


אויסער דעם וואס מיין גאנצע משפחה האט זיך געטוישט אזויפיל צום גוטן, איך מיט מיין ווייב און די קינדער לעבן אלע מיט'ן אייבערשטן און אטעמען ממש מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יעצט צו מיין פראגע; איך הער כסדר ביי די שיעורים אז מ'טאר נישט שלאגן קיין קינדער, נאר מ'דארף רעדן שיין צו זיי. וואס טוט מען אבער ווען א קינד איז חוצפה'דיג צו די עלטערן, מ'הייסט אים עפעס און ער זאגט "ניין", מעג מען דעמאלט יא שלאגן? און אויב נישט, וואס איז יא די עצה צו טון? איך רעד פון קינדער אין עלטער פון 2 ביז 4 יאר.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלמה המלך זאגט (משלי כט, יז): "ייַסֵּר בִּנְךָ", זיי מחנך דיינע קינדער יונגערהייט "וִינִיחֶךָ", וועסטו שפעטער האבן מנוחה, "וְיִתֵּן מַעֲדַנִּים לְנַפְשֶׁךָ", און דו וועסט זען נחת פון זיי; אויך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; קליינע קינדער ביי די עלטער פון 2 ביז 4 דארף מען אויסלערנען אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט, א קינד דארף וויסן אז מען קען נישט זאגן 'ניין' ווען טאטע מאמע זאגן וואס צו טון, מען מעג און מען דארף געבן א פעטשעלע וכו' צו מחנך זיין די קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ.


אסאך עלטערן מאכן א גרויסע טעות מיט דעם וואס זיי זענען נישט מחנך די קינדער ווען זיי זענען יונג, נאכדעם ווען די קינדער וואקסן אויף איז שוין אביסל צו שפעט וכו'.


דאס וואס מוהרא"ש האט אלץ גערעדט און געשריבן אז מען זאל רעדן שיין צו קינדער וכו' - דאס איז ווען זיי ווערן עלטער, דעמאלט דארף מען זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט מיט זיי אז מען זאל נישט קאליע מאכן, אבער קליינע קינדער דארף מען גוט אויספארעמען זיי זאלן וויסן אז טאטע מאמע זענען נישט קיין חברים, טאטע מאמע דארף מען פאלגן.


ועל כולם דארף מען וויסן אז אויב מען וויל מצליח זיין מיט קינדער דארף מען אסאך דאווענען פאר זיי; מען דארף בעטן פאר יעדע קינד בפרטי פרטיות זיי זאלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים, דעמאלט וועט מען זען נחת פון זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#770 - האט מיין עבירה געברענגט די צרה?
צרות, תשובה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אמאל געטון א הארבע עבירה, און עטליכע שעה שפעטער איז מיין חבר'ס מאמע נפטר געווארן, האט דאס צו טון מיט מיר? און אויב יא, וואס קען איך טון דאס צו פאררעכטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעדע גוטע זאך וואס מען טוט ברענגט מען דורכדעם גוטס פאר זיך און פאר די גאנצע וועלט, ווידעראום אויב מען טוט אן עבירה חס ושלום ברענגט מען שלעכטס פאר זיך און פאר אנדערע, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "עָשָׂה מִצְוָה אַחַת", ווען א מענטש טוט א מצוה, "אַשְׁרָיו, שֶׁהִכְרִיעַ אֶת עַצְמוֹ וְאֶת כָּל הָעוֹלָם לְכַּף זְכוּת", וואויל איז אים אז ער ברענגט גוטס פאר זיך און פאר די גאנצע וועלט, "עָבַר עֲבֵירָה אַחַת", אבער ווען מען טוט אן עבירה, "אוֹי לוֹ", וויי איז אים, "שֶׁהִכְרִיעַ אֶת עַצְמוֹ וְאֶת כָּל הָעוֹלָם לְכַּף חוֹבָה", וואס ער ברענגט שלעכטס פאר זיך און פאר די גאנצע וועלט.


וויין זיך אויס צום אייבערשטן און טו תשובה, וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין און אויך פאר די גאנצע וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה, שֶׁבִּשְׁבִיל יָחִיד שֶׁעָשָׂה תְּשׁוּבָה מוֹחֲלִין לְכָל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ"; תשובה איז אזוי גרויס, אז ווען מען טוט תשובה איז דער אייבערשטער מוחל פאר אלעמען. מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק דער אייבערשטער פריידט זיך ווען מען טוט תשובה, ער שטייט און ווארט מען זאל זיך צוריק קערן צו אים. דער נביא זאגט (יחזקאל לג, יא): "אֱמֹר אֲלֵיהֶם, חַי אָנִי נְאֻם ה' אֱלֹקִים", איך שווער – זאגט דער אייבערשטער, "אִם אֶחְפֹּץ בְּמוֹת הָרָשָׁע", צי וויל איך דען אז דער רשע זאל שטארבן? "כִּי אִם בְּשׁוּב רָשָׁע מִדַּרְכּוֹ וְחָיָה", איך וויל און איך ווארט ער זאל תשובה טון און האבן א לעבן.


נעם די עצה פון רבי'ן; דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה פון התבודדות, ווער עס הייבט אן לעבן מיט די עצה דרייט זיך איבער ביי אים דאס גאנצע לעבן צום גוטן, מען הייבט אן שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'; פרוביר דאס אויס וועסטו זוכה זיין צו תשובה שלימה און מיר וועלן זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמְּקָרֶבֶת אֶת הַגְּאֻלָּה", אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו נט, כ): "וּבָא לְצִיּוֹן גּוֹאֵל וּלְשָׁבֵי פֶשַׁע בְּיַעֲקֹב", אין וואס פאר א זכות וועט זיין "וּבָא לְצִיּוֹן גּוֹאֵל"? ווען עס וועט זיין: "לְשָׁבֵי פֶשַׁע בְּיַעֲקֹב".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#769 - ווי אזוי שאפט מען חברים זיך צו שטארקן אינאיינעם?
הפצה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך זייער באדאנקען אויף די הערליכע שיעורים, זייט איך האב אנגעהויבן הערן די געוואלדיגע שיעורים האט זיך מיין לעבן ממש געטוישט, איך שפיר א נאנטקייט צום אייבערשטן און איך שפיר א זיסקייט אין לעבן, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען אנצוקומען צו די שיעורים.


איך וואוין אויף א פלאץ וואו ס'זענען דא אסאך ברסלב'ע אידן, אבער אסאך פון זיי זענען מתנגדים אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א און אויף מוהרא"ש זי"ע, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך ווייס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז מ'טאר נישט קוקן אויף אנדערע, נאר קוקן וואס איז גוט פאר מיר, למעשה אבער ווען איך הער א גוטע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א שפיר איך ווי איך וויל דאס אויסשמועסן מיט נאך איינעם, איך וויל עס מיטטיילן מיט אנדערע, און איך קען דאס נישט טון דא. איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן, דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, זאלסטו עוסק זיין אין הפצה - מקרב זיין נאך אידן צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי האט אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין הפצה, מיר זאלן צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. אזוי ווי רבי נתן שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַּמָּה פְּעָמִים הָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה עִמָּנוּ, וְהִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד לְקָרֵב נְפָשׁוֹת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לְהִשְׁתַּדֵּל לְדַבֵּר הַרְבֵּה עִם בְּנֵי אָדָם, כְּדֵי לְעוֹרְרָם וְלַהֲשִׁיבָם לְקָרְבָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער רבי האט זייער אסאך מאל גערעדט מיט אונז און אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", און זייער אסאך מאל האט דער רבי אונז פארשעמט און אונז אנגערופן: "עֵצִים יְבֵשִׁים" - טרוקענע ביימער, ווייל מיר געבוירן נישט קיין פרישע נפשות צום אייבערשטן. "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה.


מיר דארפן שטענדיג געדענקען וואס דער רבי געבט אונז; דער רבי געבט לעבן פאר'ן מענטש. דו שרייבסט אז דיין לעבן האט זיך אינגאנצן געטוישט דארפסטו האבן הכרת הטוב פארן רבי'ן, פאר מוהרא"ש און טראכטן: 'ווי אזוי קען איך מאכן נאך א איד זאל אנהויבן לעבן מיט די זיסע עצות?'


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יג) ווי דער טויבער בעטלער האט געזאגט פאר די עשירים וואס האבן זיך בארימט מיט זייער חיים טובים: "איך לעב א חיים טובים בעסער ווי אייך, והא ראי', אויב איר לעבט א חיים טובים העלפט די מדינה".


ווען דו וועסט עוסק זיין אין הפצה וועסטו צוביסלעך זען ווי אלע שעפן חיות פון ספרי מוהרא"ש, ביודעים ובלא יודעים; פון אינדרויסן איז דא אן העלמה און אן הסתרה, אלעס איז פארשטעלט און באהאלטן, עס זעט אויס ווי עס איז דא מתנגדים, מען שפעט פון די קונטרסים וכו', אבער שטילערהייט האבן אלע חיות פון די ספרים, די ספרים און קונטרסים זענען מחי' די גאנצע וועלט; הייב אן פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים וועסטו צוביסלעך זען אז עס איז דא מיט וועם צו רעדן און זיך מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#768 - קען מען אויך פועל'ן א זיווג שני אין יבנאל?
שידוכים, יבנאל, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך זייער מחיה מיט די שיעורים, איך האב שוין זוכה געווען צו ענדיגן עטליכע מסכתות, און איך גיי יעצט ענדיגן ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל ברוך ה', א גרויסן יישר כח פאר דעם און פאר אלעס.


איך האב געוואלט פרעגן איבער די סגולה פון מוהרא"ש פאר שידוכים, אז מ'זאל אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון, אויב דאס איז נאר פאר בחורים, אדער קען דאס אויך העלפן צו טרעפן א זיווג שני?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל קען מען פועל'ן אלע ישועות, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ", ביי מיין ציון וועט מען קענען פועל'ן וואונדערליכע ישועות. "וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם", ווער עס וועט קומען צו מיין ציון וועל איך זיין פאר אים א מליץ יושר אין הימל, "וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן א ישועה פאר דעם וואס איז געקומען צו מיין קבר דאווענען און לערנען.


בפרט אין דעם ענין פון שידוכים האט מוהרא"ש צוגעזאגט מיט א שטארקע הבטחה בזה הלשון (שם, שם): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות יעדן טאג ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דעריבער זאלסטו וואס שנעלער פארן קיין יבניאל און דארט אויסזאגן תהילים לזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#767 - ווי אזוי טרעפט מען דעם וועג ארויס פון בלאטע?
קדושה, עבירות, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א יונגער בחור און איך מוטשע זיך זייער מיט שווערע נסיונות. שוין פון די ניין יאר האבן איך זיך געשאפט א סמארטפאון מיט אינטערנעט און געקוקט די ערגסטע זאכן און געטון הארבע עבירות רחמנא ליצלן, דערנאך האב איך זיך געטראפן בחורים וואס האבן געטון מיט מיר עבירות, און אזוי איז מיין לעבן ממש צעגרונד געגאנגען, איך בין פארנומען מיט עבירות טאג טעגליך, און איך זוך דעם וועג ארויס.


ברוך ה' אז יעצט האב איך שוין נישט קיין סמארטפאון, אבער א לעפטאפ האב איך יא וואס לאזט מיר נוצן שוין פון אלס קליין קינד, ער ווייסט אבער נישט אז איך האב געטראפן א וועג ווי אזוי אנצוקומען צו אינטערנעט דערמיט, און ליידער נוץ איך דאס אויך נאר פאר עבירות.


איך וויין צום אייבערשטן אז איך זאל טרעפן א וועג ארויס, איך ווייס נישט וואס צו טון, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן און געבן א וועג צוריק צום אייבערשטן און צו א נארמאלע ערליכע לעבן.


יישר כח פאר די גליון מיט וואס איך בין זיך מחיה יעדע וואך.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א גרויס רחמנות אויף דיר, אזויפיל יאר וואס דו ליגסט נעבעך אין אזא בלאטע; פון איין זייט ביסטו אזוי יונג, דו האסט קוים אנגעהויבן דיין לעבן, און פון די אנדערע זייט ביסטו שוין אזוי איינגעזינקען אין עבירות, אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אים העלפט שוין נישט קיין תשובה.


אבער וויסן זאלסטו אז דער רבי קען דיר העלפן; דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף דעם אויבנדערמאנטן זוהר הקדוש, אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה (שיחות הר"ן, סימן עא): "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר - נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט אין די עבירה"; דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, אפילו איינער וואס איז קראנק און ליידט פון די עקלדיגע נסיונות קען אויך ארויס קריכן פון זיינע עקלדיגע געמיינע שמוץ אויב ער וועט פאלגן דעם רבי'ן.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דעריבער אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפגעפאלן אין עבירות, איז דא פאר דיר איין עצה: נעם א משניות און הייב אן לערנען משניות; לערן איין פרק נאכ'ן צווייטן, אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית האסטו פארלוירן דיין מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביז'ן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען ווערט אן ערליכער איד, מען הייבט אן לעבן א געזונטע לעבן, א לעבן מיט'ן אייבערשטן, מען לאזט אפ די מטומטמ'דיגע עבירה, מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


נאך א עצה האט דער רבי פאר דיר, דו זאלסט זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך; בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דערצייל אים די גאנצע מעשה פון די ניין יאר ווען דו האסט זיך געקויפט א סמארטפאון און געזען אלע שלעכטס פון די וועלט, וויין צו אים אז דו ווילסט ארויס קריכן פון דעם, דורכדעם וועסטו זוכה זיין במשך הימים פטור צו ווערן פון דיין עבר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#766 - ווי אזוי מאכט מען א געשמאקע אטמאספער אינדערהיים?
שלום בית, חינוך הילדים, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס האבן מיר ממש געגעבן דעם שכל אין לעבן ווי אזוי צו האנדלען מיט זיך אליין, מיט די ווייב און קינדער, און מיט אלעס אין לעבן.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר אז מ'דארף געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב און קינדער, מ'דארף זיין מקרב זיין און מאכן גוט פילן שטענדיג. איך בין נישט אויפגעוואקסן אזוי, און איך ווייס פשוט נישט ווי אזוי מ'טוט דאס, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסלערנען, געבן דוגמאות, ווי אזוי מ'געבט ליבשאפט פאר א מענטש, ווי אזוי איז מען מקרב די קינדער און די ווייב אז זיי זאלן זיך שפירן געשמאק צו זיין אינדערהיים.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת לא.) עס איז געקומען א גוי צום הייליגן תנא הלל הזקן אז ער וויל זיך מגייר זיין בתנאי אויב ער קען אים אויסלערנען די גאנצע תורה ווי לאנג ער שטייט אויף איין פוס, האט אים הלל הזקן געזאגט די פאר ווערטער: "דְּעַלָּךְ סָנֵי - לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד", וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון פאר דיר - זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר, "זוֹ הִיא כָּל הַתּוֹרָה כּוּלָהּ"; דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי מען געבט ליבשאפט אין שטוב פאר די ווייב און קינדער, זאלסטו שטענדיג טראכטן: 'דְּעַלָּךְ סָנֵי - לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד, וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון פאר דיר, זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר'; ווי אזוי וואלסטו געוואלט מען זאל רעדן צו דיר? מען זאל זיך פירן מיט דיר? אזוי זאלסטו רעדן צו זיי.


אז דו ווילסט אויפבויען דיין שלום בית, דו ווילסט זיין א גוטער מאן און א גוטער טאטע, זאלסטו בעיקר אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב. געב א קוק וואס דער תורה לערנט אונז, ווען דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו געבן די תורה פאר די אידן האט דער אייבערשטער אים געזאגט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל"; "בית יעקב" דאס מיינט מען די פרויען, און "בני ישראל" דאס מיינט מען די מענער; ביי די פרויען שטייט א לשון: "תֹאמַר", וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם (מכילתא דבחודש, סימן ב; שבת פז.): "בַּאֲמִירָה רַכָּה", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל רעדן צו זיי מיט א ווייכע שפראך, און פאר די מענער זאל ער זאגן: "'וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל' - עוֹנְשִׁים וְדִקְדוּקִין פָּרֵשׁ לִזְכָרִים, דְבָרִים הֲקָשִׁין כְּגִידִין"; זעט מען פון דעם אז מען דארף רעדן אין שטוב ווייכע דיבורים.


בעט דעם אייבערשטער די תפילה וואס דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט מתקן געווען (תפילה קודם התפילה), וואו ער בעט אין די תפילה: "'וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו א צווייטן, העלף מיר איך זאל רעדן צו מיין ווייב איידל און שיין", אויך זאלסטו נישט זיין קיין קארגער אויף גוטע ווערטער, גוטע ווערטער איז קיינמאל נישט גענוג, וויפיל מען געבט קען מען אלץ מוסיף זיין נאך גוטע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#765 - מעג מען לערנען תורה באקוועמערהייט?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה זאגט אז מ'קען לערנען תורה באקוועמערהייט, זיצנדיג אויף די סאפע מיט א גוטן טרינק, למעשה שטייט דאך אז מ'דארף לערנען תורה ברתת ובזיעה, ווי אזוי קען מען זאגן אז מ'קען לערנען אזוי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זבחים ה.): "רָמֵי רֵישׁ לָקִישׁ עַל מְּעוֹהִי בֵּי מִדְרָשָׁא", ריש לקיש איז געלעגן אין בית המדרש און געפרעגט וכו', זאגט רש"י: "שׁוֹכֵב עַל בִּטְנוֹ, פָּנָיו כְּלַפֵּי קַרְקַע", ער איז געלעגן אויפ'ן בויך מיט'ן פנים צו דער ערד; ברענגט דער בן איש חי זכר צדיק לברכה (שאלות ותשובות תורה לשמה, סימן שסז) וואו איינער פרעגט אים צי מען מעג לערנען תורה ליגעדיגערהייט, אויב דאס איז דרך ארץ'דיג, ברענגט ער א ראי' פון די גמרא, אז מען זעט דא ווי דער הייליגער ריש לקיש האט געלערנט תורה ליגעדיג; אויב איינער איז אפגעמאטערט מעג ער לערנען תורה ליגעדיג.


וואויל איז דעם וואס לערנט תורה בשכבך ובקומך, ווען ער האט אביסל צייט כאפט ער אריין נאך תורה און ער קוקט נישט אויף קיין שום שטערונגען, דער וועט זוכה זיין צו שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (משנה פאה א, א): "וְתַלְמוּד תּוֹרָה כְּנֶגֶד כּוּלָם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#764 - ווי אזוי האלט מען זיך פרייליך אין שווערע צייטן?
התחזקות, פרנסה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זייער שטארק באדאנקען פאר אלע שיעורים, ס'געבט מיר אסאך חיזוק אין לעבן.


איך ב"ה א דזשאב, אבער איך מוטשע זיך זייער שטארק, איך פרוביר זיך צו האלטן אלץ פרייליך, כאטש וואס איך האב ממש נישט די מינימום וואס האב א משפחה מיט פינף מענטשן דארף האבן צום לעבן.


ס'איז אבער דא טעג וואס איך ווער זייער שטארק צעבראכן און דעפרעסט. ווי אזוי קען איך זיך דערהאלטן און זיך שטארקן אין אזעלכע מצבים.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן פאר אלעס. איך האב יעצט געמאכט א סיום אויף מסכת מכות און מסכת מגילה גמרא רש"י, אלעס אין אייער זכות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פרובירסט מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך אפילו אין די שווערע צייטן וכו'; דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא"? ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, "וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון ביטער – זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר, וכו'?" ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן - דער וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטערע לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער, און אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לג, אות ג): "יֵשׁ שְׁנֵי מִינֵי יָמִים: 'יְמֵי טוֹב וִימֵי רַע'", יעדע מענטש האט גוטע טעג און שווערע טעג, וואס איז די עצה צו קענען אריבער גיין בשלום די שווערע טעג? זאגט דער רבי, שלמה המלך זאגט (קהלת ז, יד): "בְּיוֹם טוֹבָה, הֱיֵה בְטוֹב", אין א טאג וואס עס גייט דיר גוט, זאלסטו זיך באנוצן מיט די גוטס, "וּבְיוֹם רָעָה רְאֵה", אין די שלעכטע טעג זאלסטו קוקן, "הַיְנוּ שֶׁצָּרִיךְ לָאָדָם לְהִסְתַּכֵּל שָׁם הֵיטֵב הֵיטֵב, בְּוַדַּאי יִמְצָא שָׁם יְמֵי טוֹב", דאס הייסט, מען דארף גוט אריין קוקן אין די שלעכטס וועט מען זיכער טרעפן גוטס; אז מען קוקט גוט אריין אינעם שוועריקייט זעט מען אז דער אייבערשטער איז מלא רחמים און עס איז אלעס מיט גרויס חסדים.


וואויל איז דעם וואס נעמט אריין אין זיך די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, ער קוקט שטענדיג אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, וועט ער זיך קענען דערהאלטן אין די שווערסטע זמנים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#763 - וואס טו איך אז מיין ווייב איז נישט מסכים צו מיין באשלוס אויפצוהערן קוקן מאוויס?
שלום בית, מאוויס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א יישר כח פאר די שיעורים, ס'האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן, איך האב אנגעהויבן לערנען תורה, איך בין מעביר סדרה יעדע וואך, און נאך אסאך שיעורים, ווען איך האב איבריג צייט עפן איך א ספר.


איך פלעג קוקן מאוויס מיט מיין ווייב ביינאכט, און אזוי פלעגן מיר פארברענגען די צייט, זייט איך האב אויפהערט צו קוקן מאוויס, איז מיין ווייב ברוגז אז איך פארברענג נישט מיט איר צו קוקן מאוויס, וואס קען איך טון צו מאכן שטערקער דער קשר צווישן אונז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט אויפגעהערט קוקן מאוויס; יעצט אז דו וועסט היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו האבן שלום בית. יעצט וועט זיך אויפבויען א קשר צווישן דיר און דיין ווייב, ווייל מאוויס מאכט נישט קיין שום קשר צווישן מאן און ווייב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כו.): "קֶשֶׁר שֶׁל רְשָׁעִים אֵינָהּ קֶשֶׁר", עבירות ברענגט נישט קיין קשר.


פון די אנדערע זייט דארפסטו אכטונג געבן ווי אזוי צו רעדן מיט דיין ווייב אין דעם ענין, ווייל אז דו האסט יעצט מחליט געווען צו זיין ערליך קענסטו נישט ערווארטן אז זי זאל פונקט אין די מינוט ווען דו האסט אלעס אפגעלאזט אויך אלעס אפלאזן; מען קען נישט גיין מיט כח, מיט כח פארלירט מען אלעס, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי ארויס צו נעמען די בת מלך פון די נישט גוטע. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה א): "נאכדעם ווען דער שני למלכות האט שוין געטראפן די בת מלך, ער האט איר שוין געקענט צוריק ברענגען צום קעניג, האט ער זיך פארזוימט", אין דער רבי פירט אויס: "ווייל מען דארף זען מיט חכמה און שכל מען זאל איר ארויסנעמען".


זיי איר מסביר פארוואס דו האסט אויפגעהערט קוקן מאוויס, געב איר צו פארשטיין וואס א מאן גייט אריבער וכו', נסיונות וכו'; זאג איר: "איך וויל נישט עפענען מיינע אויגן צו די וועלט, איך וויל דיר ליב האבן; אז מיינע אויגן וועלן זיך עפענען צו די וועלט וועל איך פארלירן מיין געפיל צו דיר, איך וויל נישט טראכטן פון אנדערע וכו'". געב איר צו פארשטיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות הרהורים, סימן לט): "כְּשֶׁאִישׁ אוֹ אִשָּׁה חוֹשְׁבִים בִּשְׁעַת תַּשְׁמִישׁ בְּאֵיזֶה גּוֹי אוֹ בְּגוֹיָה", ווען מאן און ווייב זענען צוזאמען און טראכטן פון א גוי אדער גוי'טע, "וְהַמַּחֲשָׁבָה הִיא בְּאַהֲבָה לְאֵיזֶה גּוֹי אוֹ גּוֹיָה", און בשעת זיי טראכטן פון זיי האבן זיי ליב דעם גוי וכו', "אֲזַי הַוָּלָד הַנּוֹלָד מִזֶּה הַתַּשְׁמִישׁ נִשְׁתַּמֵּד", וועלן די קינדער וואס ווערן געבוירן זיך שמד'ן, זיי וועלן אפלאזן אידישקייט; דאס איז געזאגט געווארן אויף קוקן ביינאכט - מאן און ווייב צוזאמען - מאוויס וכו' וכו', מען זעט די שפילערס און מען האט א געפיל צו זיי וכו', נאכדעם פאלן די קינדער אוועק פון אידישקייט השם ישמרינו.


זיי איר מסביר פארוואס דו קוקסט נישט מער קיין מאוויס, ווייל יעדע מאווי האט אין זיך אלע עבירות; נישט דא קיין מאווי וואס זאל נישט האבן אין זיך די דריי הארבע עבירות ווואס מיר אידן דארפן זיך לאזן הרג'נען דערויף: "עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים". אז דו וועסט איר דאס שיינערהייט מסביר זיין וועט זי אויך אויפהערן קוקן מאוויס, און אויב עס וועט איר זיין שווער אין אנהייב דאס אפצולאזן, וועט זי דיר כאטש ארויפקוקן און זי וועט זיין צופרידן אז דו קוקסט נישט.


א שאד אז מען רעדט נישט צו די בחורים און מיידלעך ווען זיי זענען נאך יונג, פאר זיי פאלן אריין אין דעם, אז זיי זאלן זיך נישט צוגעוואוינען צו קוקן קיין שום גוי'שע מאוויס; דאס הרג'ט דאס לעבן פונעם מענטש און נעמט ארויס יעדע פינטעלע יראת שמים, עס נעמט אוועק די רוחניות און גשמיות פונעם מענטש; א רחמנות אויף אינגעלייט און ווייבלעך וואס הערן זיך צו צו חברים און חבר'טעס וואס געבן זיי די פאלשע הדרכה אז מען זאל קוקן צוזאמען ביינאכט מאוויס כאילו דאס וועט אויפבויען א קשר, נאכדעם קען מען נישט לעבן א נארמאלע לעבן; די קאפ, מח און הארץ איז נישט צווישן מאן און ווייב, עס איז ווייט ווייט רחמנא לצלן.


זיי שטארק ווייטער נישט צו קוקן מער קיין מאוויס, אבער אין די זעלבע צייט זאלסטו נישט ווערן א נאר און א שוטה חס ושלום אראפצוקוקן דיין ווייב כאילו זי איז א שיקסע מיט דעם וואס זי קוקט ווייטער; זאלסט איר פארשטיין און איר דן זיין לכף זכות, וועט זי מיט דער צייט זיין מיט דיר הונדערט פראצענט.


אז דו וועסט רעדן שיינערהייט מיט איר וועט דיין קשר ווערן א קשר של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#762 - מיין בחור קומט אהיים פון ישיבה, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט אים?
חינוך הילדים, בחור, נקודות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט בין הזמנים, און אונזער בחור קומט אהיים פון ישיבה פון אויסלאנד, ער איז א שווערער בחור וואס איז שווער זיך אויסצוקומען מיט אים, און יעדע בין הזמנים ווען ער קומט אהיים ליידן מיר אסאך פון אים. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אונז געבן הדרכה ווי אזוי אים אויפצונעמען און ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אים?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון אזמרה; זוך אויף אין אים גוטע זאכן, גוטע נקודות. דו צוזאמען מיט דיין ווייב זאלן זוכן אין אים גוטע זאכן און מאכן דערפון אן עסק, איר זאלט באמת זיין איבערצייגט אין די גוטס וואס ער האט וועט איר נישט ליידן פון אים און ער וועט נישט ליידן פון אייך, אבער כל זמן איר וועט קוקן אויף זיינע שווערע נאטורן, ער וועט שפירן אז טאטע און מאמע האלטן נישט פון אים, וועט איר ליידן פון אים און ער וועט ליידן פון אייך; איר דארפט רחמנות האבן אויף אים וועט ער זיך קענען טוישן צום גוטן.


(דאס איז פשט פארוואס מען זעט קינדער וואס זענען זייער וואויל אין שטוב און אין חדר זענען זיי נישט גוט, אדער פארקערט - אין חדר זענען זיי גוט אבער אין שטוב ליידט מען פון זיי, ווי קען זיין אז דער זעלבער קינד זאל זיין פארקערט? דאס איז ווייל אין שטוב האלט מען פון אים, וועט ער זיך צושטעלן און זוכן ווי ער קען זיין בעסער, בשעת וואס אין חדר קוקט דער מלמד אויף אים שלעכט וועט דער קינד זיך נישט צושטעלן, און אזוי אויך פארקערט).


פון ווען ער קומט אהיים זאלט איר אים אויפהייבן און אים געבן כבוד, וועט ער פרובירן צו זיין נאך בעסער. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווער עס האט ווייניג שכל דארף מען אים געבן מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל ווי ווייניגער שכל מען האט אלץ מער דארף מען כבוד; זאלט איר אים שטענדיג הייבן, וועט ער וועלן זיין נאך מער, ער וועט זיך פירן צו אייך מיט דרך ארץ.


איך זאג דיר נאכאמאל, מיט דעם וועג פון "אזמרה" וועסטו מצליח זיין; עס ארבעט וואונדערליך, עס איז אן עצה סיי פאר עלטערן מיט קינדער און סיי פאר מחנכים צו מצליח זיין מיט תלמידים, אזוי ווי דער רבי פירט אויס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפב) אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יא.): "בֶּאֱמֶת אָמְרוּ הַחַזָּן רוֹאֶה הֵיכָן תִּינוֹקוֹת קוֹרְאִין", ווער עס איז א חזן ער קען מאכן ניגונים; דער וואס קען ארויסנעמען דאס גוטס פון יעדן תלמיד דער קען מאכן די קינדער זאלן לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#761 - ווי אזוי גייט מען ווייטער נאכ'ן מסיים זיין ש"ס?
לימוד התורה, סיום הש"ס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און ספעציעל די שיעורים ביי די סיומים, און דאס האט מיר געגעבן די חיזוק און די שטופ צו לערנען אסאך גמרא, און יעצט האב איך ב"ה זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס.


איך זע אז דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל אז נאכ'ן מסיים זיין ש"ס זאל מען נעמען איין מסכתא און עס איבערגיין פערציג מאל, אדער הונדערט און איין מאל, האב איך געוואלט וויסן וואס איז דער ענין פון דעם, און אויב איז דאס אויסער אנהויבן נאכאמאל ש"ס אויפ'ן סדר, אדער זאל מען קודם אנהויבן נאכאמאל ש"ס, און אויסערדעם זיך מאכן א שיעור אין איין מסכתא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וילך, ג' תשרי, צום גדלי', שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס; דער רבי האט געזאגט: "דער וואס לערנט און איז מסיים גאנץ ש"ס, איז ממשיך אויף זיך א צלם אלקים"; און עס ווערט געברענגט אין כתבי האריז"ל אז ווער עס האט א צלם אלקים האבן די רוחות, שדים און מזיקים מורא פון אים וכו', זיי לויפן אלע אוועק פון אים און האבן נישט קיין שליטה אויף אים.


יעצט זאלסטו נעמען איין מסכתא און דאס איבער גיין הונדערט און איין מאל, ווייל חכמינו הקדושים זאגן (חגיגה ט:): "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", עס איז נישט גלייך דער וואס לערנט הונדערט מאל צו דער וואס לערנט הונדערט אין איין מאל, דער וואס לערנט איבער א פרק הונדערט און איין מאל איז זיין שכר אסאך מער פון דעם וואס האט נישט געלערנט הונדערט און איין מאל; ווען מען לערנט און מען חזר'ט איבער דאס לערנען הונדערט און איין מאל פארגעסט מען נישט וואס מען לערנט.


ווען דו וועסט ענדיגן איין מסכתא הונדערט און איין מאל, זאלסטו נעמען נאך א מסכתא און דאס איבער גיין הונדערט און איין מאל, און אזוי ווייטער ביז דו וועסט זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס הונדערט און איין מאל.


צדיקים האבן געזאגט אז דער נאמען פונעם ס"מ איז נוטריקון: "סִ'יוּם מַ'סֶכְתָּא אֵ'ין לַ'עֲשׂוֹת", ווייל דער ס"מ לאזט דעם מענטש אלעס טון, ביזן ענדיגן א מסכתא; ער האט זייער מורא פון א סיום מסכתא, ווער רעדט נאך פון ענדיגן א מסכתא הונדערט און איין מאל, אויף דעם פארלייגט ער זיך זייער שטארק. ווייל ווען מען איז זוכה צו לערנען גמרא און מאכן א סיום פארברענט מען אלע קליפות וכו', און ווער עס מאכט א סיום דער דארף שוין מער נישט מורא האבן פונעם ס"מ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#760 - ווען דארף מען לייגן שלאפן די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן ב"ה צוויי קינדערלעך, מיין ווייב וויל זיי לייגן שלאפן זיבן אזייגער פארנאכטס, און איך האלט אז זיי קענען נאך זיין אויף פאר נאך א שעה. למעשה ווען זי לייגט זיי שלאפן פרי שלאפן זיי נישט איין גלייך, זיי הויבן אן פארפירן, און מיין ווייב ווערט נערוועז און הויבט אן שרייען אויף זיי, און צום סוף שלאפן זיין איין יעדע נאכט מיט געוויינערייען און שרייערייען. וואס איז דער ריכטיגער וועג זיך צו פירן מיט זיי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קינדער דארפן האבן א שטרענגע סדר, בפרט גאר קליינע קינדער - זיי דארפן האבן א סדר צו גיין שלאפן פרי. פארשטייט זיך אז די קינדער פון זייער זייט ווילן נישט גיין שלאפן, ווייל דאס איז די נאטור ביי אלע קינדער, זיי ווילן שפרינגען, טאנצן וכו'; דארפן די עלטערן זיין זייער שטארק און שטרענג אז די קינדער זאלן גיין שלאפן פרי אין צייט. ווען די קינדער זעען ווי טאטע מאמע ווייסן וואס זיי ווילן, ביי זיי איז א ווארט א ווארט, הייבן זיי אן פאלגן אן קיין וויינען און אן קיין פארפירן.


מיש זיך נישט אריין אין די שטוב ווירטשאפט, לאז דיין ווייב פירן די שטוב; דו זאלסט איר נאר זען צו העלפן, זיי איר מחזק און מאך איר פרייליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן זאגן (קידושין לד:): "אִשָׁה - בַּעְלָהּ מְשַּׂמְחָהּ", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו מגדל זיין שיינע דורות.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן כב): אז מען מאכט פרייליך די ווייב, מען לעבט בשלום - איז מען זוכה צו קינדער; און פארקערט חס ושלום, אויב מען האט זיך פיינט זאגט דער רבי (שם, סימן נו) פארלירט מען לא עלינו די קינדער.


לייג שלאפן דיינע קינדער פרי וועסטו קענען גיין שלאפן מיט דיין ווייב פרי. שטיי אויף פארטאגס און זינג קאפיטלעך תהילים וועסטו זוכה זיין צו שיינע דורות, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת, שֶׁאוֹמְרִין קֹדֶם אוֹר הַיּוֹם, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים", אז מען זינגט צום אייבערשטן שירות ותשבחות פארטאגס איז דאס מסוגל פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#759 - א מחשבה נאך תפלה, איז א סימן פונעם אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, אמונה, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און איך האב ב"ה געפאלגט דעם ראש ישיבה און איך בין אדורכגעגאנגען כמעט כל התורה כולה, איך האב געמאכט הונדערטער סיומים אויף אסאך חלקי התורה, בפרט ששה סדרי משנה, נ"ך, ש"ס, תוספתא, תנא דבי אליהו, מדרש רבה, מדרש תנחומא, פרקי דרבי אליעזר, ספרי רבינו, תיקוני זוהר, א גרויס חלק ירושלמי און א גרויס חלק רמב"ם און זוהר, שלחן ערוך, ספרי חסידות, ספרי שו"ת ועוד, אויסערדעם בין איך מעביר סדרה יעדע וואך, און איך זאג תהילים יעדן טאג. איך קען נישט גענוג דאנקען דעם ראש ישיבה פאר די לימודים וואס באגלייטן מיך כסדר, אפילו יעצט ווען איך ארבעט יעדן טאג שווער פרוביר איך צו לערנען יעדן טאג די שיעורים קבועים, בפרט אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס וואס נאכ'ן שלאפן א שעה צוויי כאפ איך מיך צו צו די שיעורים ווי א הונגעריגער, און איך לערן שעות ביז מ'דארף שוין לויפן צו מנחה, ס'איז אזוי זיס צו זיצן און לערנען שעות נאכאנאנד אלע חלקי התורה, אז מ'וויל עס ממש נישט אפלאזן נאר מ'מוז שוין לויפן צו מנחה...


יעצט צו מיין שאלה, איך זוך א גוטן ארבייטער אין אפיס, און איין טאג בין איך געזעסן אין אפעס און געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר צושיקן איינעם וואס איז גוט פאר מיר, און פלוצלינג קומט איינער אריין אין אפיס און זאגט מיר אז ער זוכט די סארט ארבעט. קען איך עס אננעמען אלס א מעסעדזש פונעם אייבערשטן אז ער איז א גוטער ארבייטער פאר מיר?


איך האב געלערנט אין פעולת הצדיק אז דעם רבינ'ס זיידע, רבי נחמן הורידענקער ז"ל, איז אמאל געווען אין א גאסט הויז און זיך געוואשן צום עסן און פלוצלינג איז אים אריינגעקומען אין קאפ די ווערטער "אל תלחם לחם רע עין" און ער האט נישט געוואלט מאכן א המוציא, ביז נאכדעם איז אים אריינקומען די ווערטער "ואת העורבים צויתי לכלכלך" און דאן האט ער יא געגעסן. וויל איך וויסן צי דאס איז געזאגט געווארן פאר יעדן מענטש אז וואס ס'קומט אים אריין אין די מחשבה נאכ'ן מתפלל זיין, קען ער אננעמען אז אזוי וויל מען פון הימל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און אלע דיינע ספיקות זאלסטו אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו פרעגן יעדע זאך דעם אייבערשטן, העלפט אים דער אייבערשטער ער זאל וויסן וואס צו טון. אפילו מיר פשוט'ע מענטשן וואס מיר זענען נאך זייער ווייט וכו' און מיר דארפן תשובה טון אויף וואס מיר האבן פוגם געווען, אבער אויב מען בעט דעם אייבערשטן ער זאל ענטפערן און ווייזן א רמז וואס צו טון וכו' העלפט דער אייבערשטן און ער ווייזט אונז פונקטליך ווי אזוי זיך צו פירן.


דער הייליגע בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט, אז ווען א מענטש לעבט מיט אמונה און השגחה פרטיות, ער בעט דעם אייבערשטן זאל אים ענטפערן, פארט פלוצלינג דורך א פערד און וואגן און פון די רעש פון די רעדער הערט ער: "יא, יא, יא", אדער: "פָאר, פָאר, פָאר", אדער: "גיי, גיי, גיי, גיי", אזוי ווייסט ער וואס צו טון; זעט מען פון דעם אז אפילו מיר פשוט'ע מענטשן, אויב מיר לעבן מיט התבודדות קענען מיר ארויסנעמען רמזים פון יעדע זאך און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). ווער עס לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן - דער דארף שוין נישט קיין שום ראיות און הוכחות אויפ'ן דרך הלימוד, ווייל אז מען קוקט זיך אליינס אן זעט מען וואס מען איז זוכה ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען איז זוכה ביז א קורצע צייט צו שפאצירן אין די גאנצע תורה.


לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן ביז דו וועסט מסיים זיין כל התורה כולה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לָאָדָם, שֶׁיַּעֲבֹר וְיֵלֵךְ בְּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כֻּלָּם, כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", עס איז גוט פאר'ן מענטש דורך צו לערנען יעדע ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים, שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְדִינוֹת וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט און געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלעס נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, "כְּמוֹ שֶׁדֶּרֶךְ הַשָּׂרִים לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר: 'הָיִיתִי בְּוַרְשָׁא' וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס: "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, "כְּמוֹ כֵן רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְּהַיְנוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים כַּנַּ"ל", די זעלבע זאך דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט: "איך האב אלעס געלערנט, איך בין געווען איבעראל"; "וּלֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶּׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פאר'ן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#758 - איך הער נישט אויף טראכטן פון מיידלעך, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
קדושה, נסיונות, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פופצין יעריגער בחור און איך הער נישט אויף צו טראכטן א גאנצן טאג פון מיידלעך. איך בין מקנא מיינע שוועסטערס אז זיי זענען מיידלעך, ווייל אזוי קענען זיי אלעמאל קוקן און שמועסן מיט מיידלעך. איך טאר נישט קוקן אויף מיידלעך, איך זיץ אין ישיבה, אבער מיין קאפ איז נאר ביי מיידלעך, פון צופרי ביז ביינאכט טראכט איך נאר פון מיידלעך.


איך וויל זיין ערליך, אבער עס ברענט אין מיר א פייער פונעם יצר הרע, מיין גאנצער קאפ איז נאר פארנומען מיט איין קלער אז אפשר וועט מיר געלונגען צו רעדן מיט א מיידל.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א פארשטייט א בחור, און דערפאר שרייב איך דעם בריוו, און איך האף דער ראש ישיבה וועט האבן פאר מיר אן עצה, ווייל איך ווער ממש פארברענט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון התבודדות; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס מען גייט אריבער, ברוחניות ובגשמיות, דערציילן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה.


טייערער ברודער, פאלג דעם רבי'ן, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן; דערצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, וויין צו אים: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן א ריינע מחשבה און ריינע אויגן, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן? איך ווער פארברענט פונעם יצר הרע, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, מיינע מחשבות איז נאר ניאוף, און איך פאל אראפ אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דאס לעבן איז מיר נמאס.


רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח; העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע לאזט מיר נישט אפ, טאג און נאכט טראכט איך נאר פון עבירות, איך האלט נישט אויס די צער! פון איין זייט וויל איך אזוי שטארק זיין ערליך און פון די אנדערע זייט קאכט אין מיר א פייער, איך שפיר ווי איך קען נישט מער", אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס דערציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, דורכדעם וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער אין וואס דו ליגסט.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן דיין שידוך וועסטו האבן מנוחה; בעט דעם אייבערשטן עס זאל בטל ווערן די גזירה אז מען מאכט נישט חתונה בחורים און מיידלעך ביז זיי ווערן פארעלטערט. קיינער פארשטייט נישט די צער וואס בחורים גייען אריבער, אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט די צער פון א בחור"; מוהרא"ש האט געוויינט זיין גאנץ לעבן צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף בחורים און מיידלעך - זיי זאלן חתונה האבן ווי יונגער. אזוי קען מען ראטעווען אלע בחורים און מיידלעך פון ארויס גיין לתרבות רעה, ווייל ווילאנג מען איז א פלג גוף קען מען נישט זיין אפגעהיטן.


נעם די עצה וואס מוהרא"ש שרייבט פאר אלע צענדליגער טויזנטער בחורים וואס פרעגן און בעטן אן עצה ווי אזוי זיי קענען אפקילן זייער פייער פונעם יצר הרע, מוהרא"ש שרייבט זיי זאלן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, ווייל משניות ראטעוועט פון אלעם שלעכטס. פאלג וואס צדיקים זאגן, נעם א משניות און הייב אן לערנען משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן; אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט מען דעם מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביז'ן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; דורכדעם איז מען זוכה אז מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#757 - מעג מען געבן צדקה ביינאכט?
תפילה והתבודדות, שלאפן, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויב וועל איך פרובירן אראפצושרייבן מיינע טיפע געפילן און שבחים אויף די געוואלדיגע שיעורים, פול מיט חכמה, מדות טובות, און יראת שמים, וועל איך אנפילן גאנצע בלעטער און נאכאלץ נישט ענדיגן, וועל איך צוגיין גלייך צו מיין פראגע.


איך בין א מיידל און איך בין א לערערין פאר יונגע קינדער, און ווען איך האב אן איבריגע מינוט הער איך אויס די שיעורים, און דאס געבט מיר די חיזוק און די עצות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, די עלטערן און די הנהלה זענען זייער צופרידן פון מיין ארבעט און צוגאנג צו די קינדער, און זיי ווייסן נישט אז עס קומט נאר פון די שיעורים, איך גיי נישט אריין אין קלאס איידער איך הער אביסל אויף חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך הער אסאך מאל אויך די גמרא שיעורים, און איך מיש אויף צום סוף צו הערן וועגן חינוך, האב איך איין טאג געהערט אינמיטן מישן א גמרא שיעור אז ביינאכט זאל מען נישט געבן צדקה ווייל דעמאלט איז די צייט פון די שדים. איך האב א מנהג, זייט איך האב געהערט אז דער רבי האט אלס קינד צעטיילט די מטבעות אויף אסאך פרוטות צו געבן אסאך צדקה, צו לייגן יעדן טאג א פרוטה אין די פושקע איינמאל אינדערפרי מיט א תפלה אויפ'ן טאג מצליח צו זיין, און סוף טאג פאר'ן ליינען קריאת שמע שעל המטה לייג איך נאך א פרוטה, און איך דאנק דעם אייבערשטן פאר'ן טאג. זאל איך אויפהערן צו געבן צדקה ביינאכט?


אגב פיר איך זיך צו רעדן צום אייבערשטן יעדע נאכט פאר'ן ליינען קריאת שמע, און איך זע קלאר ווי דער אייבערשטער הערט צו מיינע תפלות און העלפט מיר זייער אסאך, יעצט טראכט איך אבער אז אפשר איז ביינאכט נישט די ריכטיגע צייט פאר דעם? אבער למעשה האב איך נישט קיין אנדערע צייט ווען דאס צו טון מיט א רואיגקייט.


דער אייבערשטער זאל געבן ווייטער אסאך כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע געבן צדקה ביינאכט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פאה ח, ח) אז רבי חנינא בר פפא פלעגט טיילן צדקה ביינאכט, איינמאל האט אים דער שר פון די שדים געטראפן און אים געפרעגט: "עס שטייט דאך אין די תורה (דברים יט, יד): 'לֹא תַסִּיג גְּבוּל רֵעֲךָ' ביינאכט איז א צייט וואס באלאנגט פאר די שדים, נאכט איז נישט א צייט פאר מענטשן, פארוואס קומסטו אריין אין מיין פלאץ?" האט אים רבי חנינא גענטפערט: "עס שטייט (משלי כא, יא): 'מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף', אז מען געבט צדקה נעמט מען אוועק שלעכטס", ווען דער שד האט דאס געהערט האט ער זיך איינגעבויגן און אנטלאפן. פון דא איז דער מקור אז מען געבט נישט צדקה ביינאכט, מיט דעם אלעם זעט מען בפירוש אינעם פסוק, "מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף", אז ווער עס געבט צדקה שטילערהייט נעמט אוועק אלע שלעכטס און אלע קליפות וואס ווילן שלעכטס טון דעם מענטש.


מוהרא"ש זאגט נאך בשם צדיקים, אז אפילו עס ווערט געברענגט אין די פוסקים מען זאל נישט געבן צדקה ביינאכט, זאגן צדיקים אז עס איז כדאי צו באקומען אלע עונשים ווי איידער צו פארשעמען אן ארימאן ווען ער בעט צדקה, מיט'ן אים זאגן: "ביינאכט געבט מען נישט צדקה"; מיר דארפן מקיים זיין וואס רבי חנינא האט געענטפערט פארן ש-ד (משלי כא, יא): "מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף", אז מען געבט צדקה נעמט מען אוועק שלעכטס און אלע קליפות וואס ווילן שלעכט טון דעם מענטש ווערן אויס, בטל ומבוטל.


זייטס ממשיך צו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת דין, סימן מג): "מִי שֶׁמְּקַשֵּׁר אֶת עַצְמוֹ בַּלַּיְלָה לְמִדַּת אֱמוּנָה, נִמְתָּק מֵעָלָיו הַדִּין", ווער עס נעמט אריין אין זיך ביינאכט די אמונה, נעמט ער אראפ פון זיך אלע דינים; זייט זיך מתבודד ביינאכט, שמועסטס מיטן אייבערשטן, דערציילטס אים אלעס פון אייער טאג וועט איר אראפנעמען פון זיך אלע דינים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.

#756 - ווי שטארק דארף מען זיך צושטעלן צום מאן?
שלום בית, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מיט מיין מאן קומען ביידע פון זייער פרומע שטיבער, מיין מאן לערנט אין כולל ברוך ה', אבער ווען ער קומט אהיים פארלאנגט ער פון מיר צו גיין אנגעטון אינדערהיים נישט צניעות'דיג, ער זאגט אז אינדערהיים מעג מען.


איך האב עס נישט געזען ביי מיין מאמע און באבע, און איך ווייס נישט אויב ס'איז אויסגעהאלטן, און אויך שעם איך זיך צו גיין אזוי אפילו אינדערהיים, אויב וועט איינע פון די שכנים באמערקן, און בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס ער פארלאנגט אזעלכע זאכן, וואס איז געשען מיט אים?


ביטע העלפט מיר ארויס, וואס זאל איך אים זאגן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז די היינטיגע דור איז זייער שטארק געפאלן, די פריצות אויפן גאס איז אויסערגעווענליך און די נסיונות זענען זייער גרויס; מען קען זייער שנעל און גרינג דורכפאלן אין עבירות השם ישמרינו. דעריבער דארף א פרוי זיין קלוג און זיך אהערשטעלן פאר'ן מאן, זי דארף זען צו זיין שטענדיג גרייט פאר איר מאן אים אפצוהיטן פון שלעכטס, ווייל ווען דער מאן זעט ווי זיין ווייב איז שטענדיג גרייט פאר אים וכו' וועט דאס אים אפהיטן פון שלעכטס.


וואויל איז פאר די פרויען וואס געבן אכטונג שטענדיג זיך צו האלטן שיין, ריין און צוזאמגענומען צו נושא חן זיין פאר זייערע מענער, דורכדעם וועלן זיי זוכה זיין צו באקומען זייער אסאך שכר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.) אז דער אייבערשטער געבט מער שכר פאר די פרויען ווי פאר די מענער, ווייל די פרויען ווארטן אפ די מענער ווען זיי קומען אהיים און ראטעווען זיי פון עבירות.


אז איר וועט אפווארטן אייער מאן ווען ער קומט אהיים פון כולל מיט א שמייכל אויפ'ן פנים, איר וועט זיין אנגעטון שיין, ריין און צוזאמגענומען, וועט ער זיין צופרידן; ווער רעדט נאך אז איר וועט זיין שטענדיג גרייט פאר אים וכו' וועט ער מער גארנישט פארלאנגען פון אייך.


מען קען זיך נישט פארשטעלן די שכר וואס מען איז זוכה ווען מען איז גרייט פאר'ן מאן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:) אז א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר איר מאן וכו' וועט זוכה זיין צו האבן אזעלכע קינדער צדיקים, וואס איז אפילו נישט געווען אין די צייטן פון משה רבינו; אפגערעדט אז זי וועט האבן א גוטע שלום בית, ווייל ווען איר מאן וועט שפירן אז זי איז גרייט פאר אים וועט ער אויך זיין גרייט שטענדיג פאר איר, צו טון איר ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.

#755 - ווי אזוי קענען דאווענען אשכנזים און ספרדים צוזאמען?
אחדות, תפילה והתבודדות, נוסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, איך מיט מיין ווייב זענען זיך זייער מחיה דערמיט.


איך וואוין אין א קליין שטעטל וואו ס'איז דא א ברסלב'ע שטיבל, און דארט דאווענען סיי אשכנזים און סיי ספרדים, מיר ווילן מאכן א מנין צו דאווענען צוזאמען אום יום כיפור, מיר האבן געהערט אז ביי מוהרא"ש פלעגן אויך דאווענען אשכנזים און ספרדים צוזאמען, מיר ווילן אבער וויסן פונקטליך ווי אזוי מ'האט אוועק געשטעלט דעם נוסח, אז מיר זאלן דאס אויך קענען טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג וויינען אויף מחלוקת, ער פלעגט זאגן: "דער גאנצער גלות איז אז עס איז דא פירודים צווישן אידישע קינדער, די אשכנזים ווילן נישט די ספרדים, און צווישן זיך איז מען אויך צעריסן און צעשלאגן וכו' וכו', אזוי אויך ביי די ספרדים, צווישן זיך האט מען זיך פיינט איינער דעם אנדערן". מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר זענען אלע אויף איין שיף, די אומות העולם מאכן לעכער אינעם שיף און ווילן אונז חס ושלום דערטרענקען, דארפן מיר זיך העלפן איינער דעם אנדערן".


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט באוויזן אין יבניאל אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן אפילו מען שטאמט נישט פונעם זעלבן אפשטאם, אויך ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ האט מוהרא"ש געמאכט אז סיי אשכנז'ישע אידן און סיי ספרד'ישע אידן פון אלע עדות זאלן קענען דאווענען אונטער איין דאך. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר מכבד געווען צו זיין בעל תפילה און מיר געבעטן איך זאל זינגען די ספרד'ישע פיוטים; עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי אלע שבטים זיצן צוזאמען, די ספרד'ישע אידן זיצן און הערן ווי מיר זאגן אונזערע שטיקלעך ביים דאווענען - 'ונתנה תוקף', 'לקל עורך דין', 'וכל מאמינים', וואס דאס איז זייער חשוב ביי אונז, און מיר פלעגן אויסהערן ווי די ספרד'ישע אידן זינגען זייערע שטיקלעך, ווי למשל: 'עת שערי רצון', 'בחצוצרות וקול שופר', וואס דאס איז ביי זיי אזוי ווי ביי אונז 'ונתנה תוקף'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו וואס ער וועט אונז ארויס נעמען פון גלות, דעמאלט וועט נישט זיין קיין מחלוקות און פירודים, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", די וואלף מיט'ן לעמעלע, די לעמפערט מיט'ן ציגעלע וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קוה מיט'ן בער וועלן צוזאמען פאשענען, דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות, "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", און קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און נישט שלעכטס טון פאר'ן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן, מען וועט לעבן מיט אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#754 - אפשר קענט איר געבן מער שיעורים פאר פרויען?
חיזוק פאר פרויען, אמונה, דרשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי און לעצטנס האב איך אנגעהויבן אויסהערן די שיעורים פאר פרויען, יעדן טאג האב איך געהערט איין שיעור, איך שפיר אז דער טאג גייט מיר גאר אנדערש נאכ'ן הערן דעם שיעור.


נאכ'ן ענדיגן הערן אלע שיעורים פאר פרויען, האב איך אנגעהויבן איבערצוהערן די שיעורים צום צווייטן מאל, דעריבער וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב ס'איז מעגליך אנצוהויבן מאכן שיעורים פאר פרויען מער אפט, איך קען נישט גענוג ארויסברענגען ווי די שיעורים העלפן מיר אין לעבן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז די ווערטער פון הייליגן רבי'ן געבן אייך כח און לעבן אנצוגיין מיט די ארבעט וואס ליגט אויף אידיש'ע פרויען.


שטארקטס אייך מיט אמונה פשוטה אינעם בורא כל עולמים; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניגקייט אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן וואס לעבן בתמימות ובפשיטות מיט אמונה אינעם אייבערשטן; ווען א מענטש האט אמונה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און קיין שום זאך פירט זיך נישט אליין, דער אייבערשטער איז: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל", איז אים אלעס פיין און אלעס גוט.


ווען א מענטש לעבט מיט אמונה נעמט ער אלעס אן גרינג, אפילו עס גייט אריבער אויף אים שווערע נסיונות נעמט ער דאס אן לייכט, ווייל ער ווייסט אז דער אייבערשטער שטייט אונטער די גאנצע זאך. און אז די אמונה איז שטארק הייבט מען אן בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, אנשטאט צו טראכטן פון אזא עצה אדער אזא עצה טראכט מען פון תפילה, מען ווענדט זיך נאר צום אייבערשטן.


וואס איז דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן אויף אייער מאמע לשון, אויף פראסט אידיש; דער הייליגער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען, מען האט אמאל געזאגט פאר'ן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען".


זייטס מתפלל פאר מיר, איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט די תלמידים ותלמידות, מיט די שיעורי התחזקות, וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.

#753 - איינער וואס האט מטמא געווען אנדערע, ווי אזוי קען ער תשובה טון?
קדושה, תשובה, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער שטארק הנאה פונעם ראש ישיבה שליט"א'ס שיעורים. לויט ווי איך הער אויף די שיעורים און איך ליין אין די בריוון, זע איך אז איינער וואס איז מטמא אנדערע איז גאר א געפערליכע זאך, וויל איך וויסן אויב איז דא עפעס א וועג תשובה צו טון אויף דעם?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער איז אן אב הרחמן, א טאטע פול מיט רחמנות; ער וויל און ווארט אויף זיינע קינדער זיי זאלן זיך צוריק קערן צו אים און תשובה טון. אפילו א מענטש האט געזינדיגט אין די עבירה פון משכב זכור וואס דער עונש אויף דעם איז סקילה (סנהדרין נד), מיט דעם אלעם, אויב מען טוט תשובה נעמט דער אייבערשטער אן די תשובה.


דער עיקר תשובה איז וידוי דברים - זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן, דערציילן פארן אייבערשטן וואס מען האט געטון, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און גלייבן באמונה שלימה אז דער זעלבער אייבערשטער וואס לאזט נישט טון די עבירות, דער זעלבער אייבערשטער זאגט אז אויב מען טוט תשובה נעם ער אן די תשובה.


אז דו ווילסט מתקן זיין וואס דו האסט געזינדיגט זאלסטו עוסק זיין אין הפצה, אפילו עס איז שווער וכו' און פול מיט בזיונות וכו'; ווייל דער אריז"ל זאגט אז ווען א מענטש זינדיגט אין די ביטערע עבירה פון משכב זכור רחמנא לצלן רחמנא לישזבן, דארף ער פאסטן - כמנין 'רגל' תעניתים - צוויי הונדערט דריי און דרייסיג טעג, דאס איז נאר אויף איין מאל זינדיגן, ווער רעדט נאך אויב מען האט געזינדיגט צען מאל, הונדערט מאל, טויזנט מאל, דארף מען דאס דאפלען כמנין די צאל עבירות, און אזוי אויך ווען מען זינדיגט אין פגם הברית הוצאת זרע לבטלה דארף מען פאסטן - פ"ד תעניתים - פיר און אכציג טעג, ווי איז דא אזויפיל טעג אין לעבן צו קענען פאסטן?! אויף דעם קומט דער הייליגער רבי און זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּיקוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן וואס ער האט אלץ פוגם געווען אין די עבירה פון פגם הברית, זאל עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; וועט ער נישט דארפן פאסטן און ער וועט זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס ער האט פוגם געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין תשובה צו טון און דיין תשובה זאל אנגענומען ווערן.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.


 

#752 - וואס איז וויכטיגער, נעמען געסט אדער מחנך זיין די קינדער?
חינוך הילדים, הכנסת אורחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אז מיין טאטע האט אלעמאל געהאט געסט ביי די שבת'דיגע סעודות, ער איז געווען זייער שטארק אין הכנסת אורחים, און איך פרוביר דאס אויך נאכצומאכן בעזר ה', און איך ווייס אז דאס איז זייער א שיינע זאך, אבער פון די אנדערע זייט זע איך אז ווען איך האב נישט קיין געסט דעמאלט זיץ איך נאר מיט מיינע קינדער, איך הער זיי אויס און איך זינג מיט זיי און איך פארברענג נאר מיט זיי, ווידער ווען ס'איז דא געסט ווערט די אויפמערקזאמקייט פארקירעוועט צו די געסט, און די קינדער לויפן ארויס שפילן.


וויל איך וויסן וואס איז ענדערש, די מצוה פון הכנסת אורחים, אדער ענדערש זיך מער אפצוגעבן מיט די קינדער?


יישר כח פאר אלע הערליכע שיעורים און חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכז.): "גְדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים מִקַּבָּלַת פְּנֵי הַשְּׁכִינָה"; די מצוה פון נעמען געסט איז גרעסער פון קבלת פני השכינה; ווייל מיט דעם איז מען גורם אז נאך א איד זאל זיך אומקערן צו מקבל זיין פני השכינה. ווען מען נעמט א גאסט און מען רעדט מיט אים דיבורי התחזקות וועט נאך א איד זוכה זיין צו קבלת פני השכינה.


הכנסת אורחים איז נישט קיין סתירה מיט חינוך הבנים; פארקערט, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", דורך די מצוה פון הכנסת אורחים איז מען זוכה צו קינדער; ווען קינדער זעען ווי דער טאטע נעמט אריין געסט און געבט זיך אפ מיט זיי, גייט אריין אין זיי א ווארעמקייט צו טון מצות און צו עוסק זיין אין גמילת חסדים, אזוי ארום ווען זיי וועלן גרויס ווערן וועלן זיי אויך עוסק זיין אין העלפן א צווייטן.


עס דארף נישט גיין אויף זייער חשבון; נעם דיינע קינדער (די קלענערע) נעבן דיר און די געסט זאלסטו זעצן נאך די קינדער. גיי איבער מיט זיי די סדרה וכו', דערצייל זיי א שיינע מעשה וכו' און זינג מיט זיי זמירות. דאס אז קינדער לויפן ארויס שפילן האט נישט צוטון מיט די זאך פון געסט, דאס איז די נאטור פון קינדער; זיי עסן אפ און לויפן שפילן, די ארבעט פון די עלטערן איז צו וויסן ווען זיי צוריק צו רופן און וויפיל זיי זאלן זיצן ביים טיש, יעדער איינער לויט זיין עלטער.


זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן; מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.