שאלה אין קורצן ענין
#1972 - ווי אזוי האלט איך זיך שטארק, ווען מיין מאן דארף מיר נישט האבן?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, שמחה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט געזען די פריערדיגע בריוון וואס איך האב געשיקט, אבער מיר העלפט עס סיי ווי, אלץ נאכ'ן שרייבן און שיקן א בריוו ווערט מיר פיל גרינגער, איך רעד נישט צו קיינעם פון וואס איך גיי אריבער, נאר צום אייבערשטן, און איך שרייב בריוו צום ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל זיך דא אויסוויינען; איך האלט זיך שטארק און פרייליך פאר א שטיק צייט, אבער נאכדעם פאל איך פלוצלינג אראפ, איך ווער דעפרעסט און צעבראכן, און איך דארף זיך אליין אויפהייבן און אנגיין ווייטער ווי גארנישט וואלט געווען. ווען איך בין פרייליך איז יעדער פרייליך, איך דארף אבער די כוחות זיך אויפצוהויבן און אנגיין, איינער זאל מיר שטארקן, איינער זאל מיר זאגן אז איך טו גוט, אז איך בין גוט, אז איך זאל ווייטער גיין אין לעבן מיט א שטארקייט, אז דער אייבערשטער איז צופרידן פון מיר, אז איך זאל נאר קוקן אויף מיר און עס זאל מיר שטערן וואס מיין מאן טוט.


איך שפיר א שטארקע אחריות, איך פיל אז אלעס אינדערהיים ליגט אויף מיר, די רוחניות, די גשמיות, די שמחה, די שלום, די ליבשאפט. ווי אזוי איך בין, אזוי וועט מיין מאן זיין. אבער קודם מוז איך זיך אליין מחזק זיין, איך האב צופיל אויף מיין קאפ, און איך וויל מיינע קינדער זאלן האבן א צופרידענע מאמע, און עלטערן וואס לעבן מיט שעצונג און ליבשאפט. און אז קיינער געבט מיר נישט קיין חיזוק ווערטער, מוז איך זיך אליין עס געבן.


איך מאך זיך פרייליך און איך טו וואס איך דארף, עס האלט זיך אבער נאר ביז ווען עס פלאצט, ביז ווען איך קען מער נישט אויסהאלטן ווי אזוי מיין מאן פירט זיך אויף. איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל מיר נישט שטערן, אבער איך האלט עס נישט אויס. מיין מאן קוקט שמוציגע זאכן, ער באהאלט פון מיר זאכן. ער שטארקט זיך טאקע מיט'ן זאגן משניות. ער איז געטריי צו מיר, ער העלפט מיר, ער דאווענט און ער רעדט צום אייבערשטן, ש'כח אייבערשטער אז כאטש די חינוך פון די קינדער ווערט נישט געשטערט, אבער פון מאל צו מאל ציפט עס מיר זייער שטארק, עס צעמישט מיך, וואו האלט ער אין זיין לעבן? ער איז דא, אדער דארט? ער טראכט פון אנדערע, אדער דארף ער מיך? בין איך גענוג גוט פאר אים? איז ער צופרידן פון מיר?


עס טוט מיר זייער וויי די געפיל אז איך לעב מיט איינעם וואס האט מיך אויסגענארט פאר א לאנגע צייט, און נארט מיר נאכאלץ אויס, מיט'ן באהאלטן זאכן פון מיר. איך האב מיט אלע כוחות זיך צוריק געשטעלט אויף די פיס, צוריק אויפגעבויעט א ליבשאפט און טראסט, אים געגעבן מיין גאנצע לעבן, מיט רואיגקייט און שמחה און ליבשאפט, אבער איך באקום גארנישט צוריק פון דעם, ער האט נישט קיין געדולד צו מיר, יעדעס מאל איך רוף אים שפיר איך ווי איך שטער אים, אויב איך רוף אים פרעגן ווען ער קומט אהיים, שפיר איך אז איך לויף אים צופיל נאך. ווי אזוי קען איך כאטש פון מיין זייט שפירן אז איך האב א מאן? איך וויל זיין אלעמאל פרייליך און צופרידן, טון נאר וואס מ'דארף, און זאכן זאלן מיך אויפהערן שטערן.


ווי אזוי קען איך מצליח זיין צו לעבן רואיג מיט א שטאלצקייט, און נישט זיין פארנומען מיט וואס מיין מאן טוט? ער קומט אסאך מאל אהיים שפעט, און דעמאלט טראכט איך אלץ, 'וואס טוט ער יעצט?', 'וואו איז ער יעצט?', ווי אזוי קען איך לעבן מיט פארמאכטע אויגן? איך וויל עס זאל מיר נישט שטערן וואס ער טוט, ווי אזוי קען מען דאס אבער באווייזן? עס גייט מיר נישט.


יעדע שטיק צייט ווער איך זייער דעפרעסט און צעבראכן פון דעם, איך פארליר די כח צו קענען ווייטער אנגיין, איך מוז באקומען חיזוק זיך צו קענען האלטן ווייטער פרייליך און צופרידן.


יישר כח פאר די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א צייט צוריק, דערווייל בין איך זיך מחזק מיט דעם, אבער איך וויל האבן נאך חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן מיט שמחה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א אידישע פרוי וואס האדעוועט אויף די קינדער מיט מסירות נפש פארן אייבערשטנ'ס וועגן און האלט איר שטוב מיט ציין און נעגל; אויף די פרויען שטייט די וועלט, צוליב די פרויען האט דער איבערשטער ארויסגענומען כלל ישראל פון מצרים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) בזכות די ערליכע פרויען, די קלוגע פרויען - זענען מיר ארויס פון מצרים. די מענער זענען געווען פארשקלאפט און פארפלאגט פאר די מצריים - אזוי ווי היינט; מען האט געארבעט ביטער שווער, זיי זענען געווען אזוי אריינגעטון אין מאכן געלט, איינגעטינקען אין די גרעסטע טומאה, אין די מ"ט שערי טומאה רחמנא לצלן, די מענער זענען נישט אהיים געקומען צו די ווייבער; וואס האבן די קלוגע ערליכע פרויען געטון? זיי זענען געגאנגען צו זייערע מענער אויפן פעלד, דארט וואו זיי האבן געארבעט, זיי האבן געברענגט פאר זייערע מענער וואסער מיט קליינע פיש, זיי האבן זיי אפגעוואשן וכו', און אזוי איז ארויסגעקומען די גאנצע אידישע פאלק וואס זענען ארויס פון מצרים און מקבל געווען די הייליגע תורה ביים בארג סיני; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א אידישע פרוי וואס גייט צו איר מאן, זי קוקט נישט אויף דעם אז איר מאן איז אין די מ"ט שערי טומאה, זי טוט רצון השם, זי טוט איר חלק וואס דער אייבערשטער וויל פון איר.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אלע אייערע כוחות, איר זאלט נישט ארויסווייזן קיין שוואכקייט, איר זאלט שטילערהייט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן כח, און העלף אז מיין מאן זאל קענען עומד זיין אין די שווערע ביטערע נסיונות"; פאר אייער מאן זאלט איר ווייזן א שמייכל און רחמנות האבן אויף אים, און דער אייבערשטער וועט שיקן זיינע מלאכים אייך צו שטארקן און אייך נישט לאזן פאלן.


ווען משיח וועט קומען וועט מען זען דאס גרויסקייט פון די ערליכע קלוגע בראווע פרויען וואס האבן געבויעט זייערע שטיבער מיט מסירות נפש, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ילקוט רות, רמז ד): "אֵין הַדּוֹרוֹת נִגְּאָלִין אֶלָא בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת שֶׁבַּדּוֹר", משיח וועט קומען נאר בזכות די ערליכע פרויען פונעם דור; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (סוטה יא): "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת נִגְאַלוּ אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם, וּבִזְכוּתָן עֲתִידִין לְהִגָּאֵל", אין די זכות פון די פרויען זענען מיר אויסגעלייזט געווארן פון מצרים און בזכות זיי - וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון גלות; די פרויען וואס לייגן אלעס אין דער זייט ווען עס קומט צו טון דעם רצון ה', זיי העלפן זייערע מענער און ציען אויף די קינדער - אין זייער זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1971 - מעג א פרוי לערנען מסכת אבות?
חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, שמחה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מעג א פרוי לערנען מסכת אבות, צו באקומען די סגולות פון לערנען משניות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי איז פטור פון לערנען תורה, די גאנצע זאך פון לערנען משניות - איז נישט שייך ביי פרויען.


די בעסטע סגולה פאר פרויען איז זיין פרייליך, זיין אויפגעלייגט, שמייכלען צו יעדן און טון חסד מיט יעדן, בעיקר אין שטוב; זיין פרייליך און שמייכלען צום מאן און צו די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1970 - אלס משגיח אין א ישיבה, דארף איך רעדן צו די בחורים פון קדושה?
חינוך הילדים, קדושה, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען אויף די געוואלדיגע השקעה וואס איר לייגט אריין אין אזויפיל אידישע קינדער, און אויך אין מיר, וואס באקומען אזויפיל כח און חיזוק צו ווערן מער דערנענטערט צום אייבערשטן, צו געדענקען און טראכטן פונעם אייבערשטן און אים דאנקען אויף אלע גוטע זאכן וואס ער טוט פאר אונז.


דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א פאסטן אלס משגיח אין א ישיבה פאר יונגערע בחורים אין ארץ ישראל, און איך האב ברוך ה' אן השפעה אויף צענדליגע צענדליגע תלמידים, וואס שטייגן אין תורה און יראת שמים.


איך האב געוואלט פרעגן איידלערהייט און מיט דרך ארץ איבער דעם וואס איך הער אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון פארשידענע איידעלע נושאים אין אידישקייט אויף זייער א קלארע און אפענע וועג, אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א אמאל צוגעלייגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס מען זאל נישט רעדן אזוי, "זאל מען דען נישט אויסלערנען פאר די קינדער הלכות שבת, ווייל מען דארף מורא האבן אז איינער וועט לכבוד דעם גיין אנצינדען א לעקטער אום שבת?"


איך וואונדער זיך אויב איז טאקע דאס די ריכטיגע וועג, און אויב איך זאל אויך רעדן אזוי אדער ענליך צו דעם צו מיינע תלמידים. דער ראש ישיבה שליט"א זעט טאקע אז די תלמידים זענען מער אפגעהיטן? אז זיי זענען מער באשיצט? זיי קענען גרינגער ביישטיין זייערע נסיונות? ווייל אויב יא, דארף מען טאקע טוישן די צוגאנג צו דעם, און איך דארף טאקע אנהויבן מער רעדן און זיין מער אפן און קלאר ביים רעדן צו מיינע תלמידים איבער די זאכן.


איך ווארט זייער צו באקומען א קלארע ענטפער און הדרכה איבער דעם, און נאכאמאל וויל איך זיך באדאנקען אויף די געוואלדיגע שיעורים וואס זענען זייער מחזק און האבן געטוישט ביי מיר אסאך זאכן צום גוטן, און האבן מיר דערנענטער צום אייבערשטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, שובבי"ם, ה' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר רעדן צו די בחורים פון קדושת הברית, אז מען רעדט נישט צו זיי - פון ווי זאלן זיי וויסן ווי זיך צו פירן און ווי צו זיין הייליג...?


איך ווייס עס איז דא וואס האבן פארדרייטע שיטות, מען זאל נישט רעדן צו קינדער פון קדושה וטהרה, אבער די צדיקים, די מנהיגי ישראל וואס האבן אוועקגעשטעלט אידישקייט פאר די קומענדיגע דורות, דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו און נאך - זיי האבן אונז אוועקגעשטעלט קלארע אנווייזונגען, יא צו רעדן צו די קינדער פון נישט אנרירן די אות ברית קודש, און זיך היטן פון מענטשן וואס ווילן מטמא זיין.


אז איר וועט נישט רעדן צו די בחורים - וועלן זיי נכשל ווערן אין ביטערע עבירות פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און נאכדעם וועט דאס גיין ווייטער, זיי וועלן טון עבירות איינער מיטן צווייטן. אזוי ווי ליידער עס טוט זיך, און עס קען אייך חס ושלום שאטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח) אליהו הנביא איז געווען אמאל אין בבל און געטראפן א ראש ישיבה פון צוויי הונדערט תלמידים, נאך א יאר איז ער נאכאמאל געווען דארט און מער נישט געטראפן דעם מלמד, דער מלמד איז געשטארבן, זיין ווייב און קינדער זענען געשטארבן און אלע תלמידים, עס זענען איבערגעבליבן בלויז עטליכע יונגע תלמידים, האט אליהו הנביא געוויינט פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה מיט די תלמידים זענען געשטארבן, איז געקומען צו אים א מלאך פון הימל און געפרעגט: אליהו, פארוואס וויינסטו? האב ער געענטפערט: צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן...? וְאָמַר לִי: "לֹא יָפָה עָשִׂיתָ שֶׁאַתָּה בּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל וּמִתְאַנֵּחַ עֲלֵיהֶם", האט דער מלאך געזאגט: וויין נישט אליהו, אָמַרְתִּי לוֹ: "מִפְּנֵי מָה", וְאָמַר לִי: "שֶׁהֵן הָיוּ עוֹשִׂין דְּבָרִים מְכֹעָרִים וּדְבָרִים שֶׁאֵינָן רְאוּיִין, וּמְקוּלְקָלִין בְּעַצְמָם, וְהָיוּ מוֹצִיאִין שִׁכְבַת זֶרַע חִנָּם וְהֵן לֹא הָיוּ יוֹדְעִין בְּעַצְמָן שֶׁהַמִּיתָה מַשִּׂיגָתָן", זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן.


אויך זאלט איר אריינלייגן אין די בחורים די וועג פון לערנען פון הייליגן רבי'ן, דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך - וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


דער רבי זאגט דארט ווייטער: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1969 - ווי אזוי גיי איך צו מיין חתונה מיט אזויפיל נסיונות?
חתונה, קדושה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, נסיונות, התבודדות, עצבות, סדר דרך הלימוד, משניות, גמרא, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, איך גיי שוין באלד חתונה האבן, און איך וויל זייער שטארק אויפשטעלן א שיינע ערליכע ריינע אידישע שטוב, אבער איך ציטער זייער שטארק אז דאס וועט נישט געשען, ווייל איך בין ממש משוגע פון מיינע תאוות.


ווען איך זע א שיינער בחור ווער איך ממש משוגע, איך קען נישט אויפהערן קוקן, אפילו ווען איך בין אינדערהיים אויף שבת באקום איך נסיונות פון מיינע געשוויסטער, וואו איך גיי און וואו איך שטיי האב איך נאר נסיונות, איך שפיר אז איך בין פשוט א שייגעץ, פול מיט שלעכטע מחשבות און געדאנקען, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


איך וויין אסאך צום אייבערשטן, איך וויל אזוי שטארק זיך ארויסזען פון מיינע פראבלעמען און נסיונות, עס טוט מיר אזוי שטארק וויי, איך וויל אזוי שטארק אויפשטעלן א ריינע ערליכע שטוב, איך וויין בשעת איך שרייב די שורות, איך ווער פארברענט, וואס וועט זיין מיט מיר?


וועל איך שוין בלייבן מיט די נסיונות א גאנץ לעבן? ווי אזוי קען איך אריינברענגען אין מיר שמירת הברית, אין די צייט וואס איך בין אזוי וועט פון דעם? איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ארויסהעלפן און ווייזן א וועג.


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, בפרט ווען דער ראש ישיבה שליט"א רעדט צו חתנים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך דארף פון דיר דריי זאכן, דאס ערשטע זאך זאלסטו יעדן טאג לערנען אפאר פרקים משניות און גמרא. וועסט מן הסתם זיך נישט קענען קאנצעטרירן ביים לערנען צוליב וואס דיין מח מחשבה איז דיר אויסגעריסן פון אזויפיל מחשבות רעות, זאלסטו זיך נישט צוריקהאלטן פון לערנען, זאלסט לערנען אן פארשטיין, זאלסט זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; זאג א משנה און נאך א משנה און נאך א משנה אן פארשטיין, ביז דו וועסט ענדיגן א פרק, און זאלסט גיין ווייטער צו נאך א פרק, אזוי אויך גמרא; זאג גמרא הויך אויפן קול, א בלאט נאך א בלאט.


צווייטע זאך, זאלסט גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ, זאלסט דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו ביסט משוגע, ווי דער יצר הרע מאכט דיך משוגע, וויין צום אייבערשטן. דאס זאלסטו טון יעדן טאג, און אז דו שפירסט ווי די מויל איז דיר פארמאכט און פארקלאפט - זאלסטו פון דעם אליינס מאכן א תפילה און בעטן דעם באשעפער ער זאל דיר העלפן זאלסט קענען ארויסזאגן אפאר ווערטער צו אים.


דריטנס, זאלסט זיך מוסר נפש זיין אויף שמחה, א גאנצן טאג זאלסטו נאר טון זאכן וואס מאכן דיך פרייליך, זאלסט טראכטן פון דיינע גוטע זאכן וואס דו האסט און פון די גוטע זאכן וואס דו טוסט, ווייל שמחה איז די עצה אויף שמירת הברית. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט): "כִּי כְּשֶׁתִּזְכֶּה לְשִׂמְחָה אֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ יִשְׁמֹר לְךָ אֶת הַבְּרִית", אז דו וועסט זיין פרייליך וועט דער אייבערשטער דיך אפהיטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיִּהְיֶה בְּעֶזְרְךָ לִשְׁמֹר אֶת הַבְּרִית קֹדֶשׁ", ער וועט דיר העלפן זאלסט זיין אפגעהיטן פון פגם הברית, "כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת כַּיָּדוּעַ", ווייל דורך זיין דערביטערט פאלט מען אראפ אין פגם הברית, "כִּי פְּגַם הַבְּרִית בָּא עַל יְדֵי הַקְּלִפָּה הַיְדוּעָה שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית", די קליפה וואס ווארפט אראפ אין פגם הברית איר נאמען איז ל י ל י ת, "עַל שֵׁם שֶׁמְּיַלֶּלֶת תָּמִיד", זי וויינט שטענדיג, "שֶׁזֶּהוּ בְּחִינַת עַצְבוּת", פון דעם קומט זיין בעצבות, "וְעַל כֵּן עִקַּר שְׁמִירַת הַבְּרִית זוֹכִין עַל יְדֵי שִׂמְחָה", און אז מען איז פרייליך - איז מען אפגעהיטן פון די שלעכטע זאכן.


נאר די איין צייט אין טאג וואס דו גייסט זיך מתבודד זיין - דעמאלט זאלסטו זיך אויסקרעכצן און אויסגיסן דאס הארץ, אבער די איבריגע צייט פון טאג - זאלסטו זיין פרייליך. קוק נאך די ווערטער פון רבי'ן (שם חלק ב', סימן כד): "וְרָאוּי לִקְבֹּעַ לוֹ אֵיזֶה שָׁעָה בַּיּוֹם", עס אזי גוט מען זאל זיך באשטימען א צייט אין טאג, "לְשַׁבֵּר לִבּוֹ", זיך צו צעברעכן דאס הארץ, "וּלְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ", און זיך אויסשמועסן אלעס וואס איז אין הארץ מיטן אייבערשטן, "אֲבָל כָּל הַיּוֹם כֻּלּוֹ צָרִיךְ לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה", אבער די איבריגע טאג זאל מען זיין נאר פרייליך.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די דריי זאכן, זאגט דער רבי דיר צו אז דו וועסט ווערן אויסגעהיילט פון די עקלדיגע שמוציגע זאכן, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1968 - ווי אזוי לעבט מען א "גן עדן לעבן" אויף די וועלט?
קינדער, חסידות ברסלב, אמונה, היכל הקודש, הפצה, ניגונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט אלץ, איך הער שוין אויס די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און די אידישע ניגוני אמונה פאר מער פון צען יאר, בעיקר די אידישע ניגונים איז וואס האלט מיר ממש אן פאר די אלע יארן.


איך קען נישט צו זיך קומען פון די מעשה וואס איך האב היינט געהאט, איך האב געטראגן מיין צוויי יעריג אינגעלע אין פלעיגראופ, איך האב אבער נישט געקענט טרעפן פארקינג, און איך האב זיך ארומגעדרייט עטליכע מאל די גאס, מיין אינגל האט מיר געפרעגט פארוואס מען גייט נאכנישט אריין און איך האב געזאגט אז איך טרעף נישט קיין פארקינג, זאג ער מיר צוריק, "טאטי האסט פארגעסן? לאמיר בעטן דעם אייבערשטן!", און ער הויבט גלייך אן זאגן, "הייליגער באשעפער העלף מ'זאל טרעפן פארקינג", און גלייך דעמאלט איז ליידיג געווארן א פלאץ צו פארקן.


שפעטער אין טאג אינדערהיים איז אויך געווען עפעס ענליכס, און ער זאגט גלייך, "לאמיר נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן". מיין ווייב ליינט די גליונות און בריוו, און זי באקט עס אריין אין די קינדער, צו בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן.


איך האב נאר געוואלט לאזן וויסן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז בזכות די שיעורים, ניגונים, און בריוו, איז דא א משפחה וואס לעבט באמת אין גן עדן התחתון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב אזוי אז דיין לעבן איז 'גן עדן', דיין גאנצע משפחה לעבט אין 'גן עדן התחתון' - זאלסטו אריינשלעפן נאך מענטשן אין גן עדן, זאלסט פארשפרייטן די עצות פאר אנדערע; דאס איז די סימן אז מען לעבט א גוטע לעבן, אז מען העלפט אנדערע זאלן אויך האבן די לעבן.


דער הייליגער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, מעשה פון די זיבן בעטלערס), דעם צווייטן טאג איז געקומען דער טויבער בעטלער און דערציילט פאר די חתן כלה פון זיין חיים טובים, אז איינמאל האבן זיך מענטשן בארימט מיט זייער חיים טובים, האט דער טויבער בעטלער זיי געזאגט: "אויב איר לעבט א חיים טובים, פארוואס העלפט איר נישט די מדינה וואס האבן געהאט דעם שיינעם גארטן און דער גראדניק (גארדנער) איז פארלוירן און קיינער קוקט זיך נישט אום אויפן גארטן, און אויך איז געקומען דער מלך האכזר און חרוב געמאכט דעם שיינעם גארטן, איז אויב איר לעבט א חיים טובים העלפ'זשע די מדינה", און דער בעטלער האט זיי געזאגט: "אויב וועט איר זיי נישט העלפן וועלן ענקער חיים טובים אויך קאליע ווערן"; ווייל נאר די וואס זענען עוסק אין הפצה - די בלייבן ביים רבי'ן מיט א חיים טובים, און די אלע וואס בארימען זיך מיט זייער חיים טובים אבער זיי טוען נישט פאר אנדערע, אז זיי זאלן אויך האבן א חיים טובים - פארלירן זיי אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1967 - ווי אזוי בין איך מסביר פאר מיין טאטע אז ברסלב איז גוט פאר מיר?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, בזיונות, סדר דרך הלימוד, מנין, מוהרנ"ת ז"ל, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, איך הער יעדן טאג די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, מיט'ן סדר דרך הלימוד בין איך זוכה צו לערנען אסאך תורה יעדן טאג. יישר כח פאר אלע חיזוק.


איך האב אבער א פראבלעם אז מיין טאטע איז זייער ברוגז אז איך בין מקורב צו היכל הקודש און צו ברסלב. ווי אזוי קען איך אים מסביר זיין אז עס איז א גוטע פלאץ פאר מיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו מצער זיין דיין טאטע חס ושלום; טענה נישט מיט אים, מיט א טאטע מאמע טענה'ט מען נישט; דו זאלסט ווייטער לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט די הייליגע רבינ'ס עצות וסוף הכבוד לבוא.


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געהאט שרעקליכע רדיפות פון זיין טאטע, זיין טאטע האט אויפגעהעצט זיין ווייב זי זאל זיך חס ושלום גט'ן פון רבי נתן. רבי נתן האט געווארט מיט געדולד, ער האט געשוויגן, ער האט ווייטער מכבד געווען זיין טאטע. אלעס וואס זיין טאטע האט אים געזאגט האט ער געפאלגט, אויסער זאכן וואס האט מיטן הייליגן רבי'ן. ביז שפעטער פלעגט רבי נתנ'ס טאטע זיך אויפשטעלן פאר רבי נתן און אים רופן מיט א טיטל ר', וואס געווענליך א טאטע רופט נישט אן אייגן קינד ר'; ער האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב אזויפיל נחת פון דיר, דו ביסט מיך אזוי מכבד, דעריבער ריף איך דיך מיט א טיטל ר'".


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, גיי אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, דאס זאל זיין דיין גרעסטע שטאלץ, זיי פרייליך מיט יעדע מצוה און זיי זיך קובע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן אפילו אן פארשטיין, אויך זאלסטו גיין התבודדות יעדן טאג, גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס גייט איבער אויף דיר, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינד, אויך זאלסטו זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ צו יעדן איינעם און בעיקר צו דיינע עלטערן. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; אלע קוקן דיך נאך, אלע זוכן פשטים פארוואס דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב; זאלסטו זייער אכטונג געבן זיך נישט טענה'ען מיט קיינעם, אזוי וועלן דיינע עלטערן נישט האבן קיין צער פון דיר, אדרבה זיי וועלן בעטן אלע קינדער זאלן לערנען די הייליגע ספרים פון רבי'ן.


וועסט אליינס זען, במשך הזמן אז דו וועסט זיך נישט טענה'ען, דו וועסט סובל זיין די בזיונות, דו וועסט נישט גיין אין ויכוחים מיט זיי - וועלן אלע האבן נחת פון דיר. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען 'קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך', אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1966 - ווי אזוי איז מען מכבד עלטערן, וואס רייסן אראפ איינער דעם צווייטן?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


לעצטנס האב איך א שטיקל שייכות מיט איינעם פון א צעבראכענע שטוב ה' ירחם, די עלטערן זענען צוטיילט וכו', איך האב גערעדט מיט אים אז טראץ אלע שוועריקייט, מוז ער נאכאלץ שעצן זיינע עלטערן. פרעגט ער מיך, "ווי אזוי קען איך שעצן מיינע עלטערן, ווען מיין טאטע האט אלע יארן געטשעפעט און אוועקגעמאכט מיין מאמע, און די זעלבע פארקערט, די מאמע אויפ'ן טאטע. איך האב אלעמאל געהערט חסרונות אויף ביידע זייטן, קען איך זיי אנהויבן מעריך זיין און שעצן?", איך האב פרובירט אים צו ענטפערן אויף דעם, אבער עס גייט נאכנישט אריין אין זיינע אויערן, וואס דארף איך אים זאגן און וואס קען איך אים זאגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף מכבד זיין טאטע מאמע נישט ווייל די געפיל זאגט אזוי און עס איז געשמאק, נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן; נישט קיין חילוק אויב די עלטערן קריגן זיך אדער נישט, מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געזאגט, און אז מען איז מכבד די עלטערן - איז דא השראת השכינה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אָבִיו, וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך, און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד".


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קוקן אויף די עלטערן מיט די גרעסטע כבוד און הייליגקייט. מען האט נישט קיין השגה ווי הייליג עלטערן זענען, די הייליגע חכמים - זיי האבן געקוקט אויף זייערע עלטערן מיט די גרעסטע הייליגקייט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שם לא:) דער הייליגער רב יוסף איז געווען בלינד, ער האט נישט געזען ווען זיין מאמע קומט אריין, ער האט אבער זייער גוט געהערט, און ווען ער האט געהערט די קול פון די פוסטריט פון זיין מאמע פלעגט ער זאגן מיט שמחה: "איקום מקמי שכינה דאתיא", לאמיר זיך אויפשטעלן פאר די שכינה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1965 - איז א פראבלעם צו מאכן טערעפי פאר זעלבסט זיכערקייט?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, טערעפי, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים וואס האט געטוישט מיין לעבן און מיך געברענגט צו רעדן צום אייבערשטען, מיר געגעבן שלום בית, מיר געמאכט ענדיגן שוין האלב ש"ס, מעביר סדרה זיין, און נאך פילע גוטע זאכן.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א האלט נישט פון טערעפי, איך האב אבער געוואלט וויסן אויב טערעפי צו באקומען זעלבסט זיכערקייט איז אויך א פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף רבי נתן'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתן'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


די בעסטע טעראפי איז די עצות פון רבי'ן; די עצות פון רבי'ן היילט אויס יעדע ווייטאג און ברענגט דעם מענטש צו שלימות. די עצה פון התבודדות, פון גיין אין א שטילע פלאץ און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן - דאס איז א רפואה אין אלע בחינות, מען ווערט אויסגעהיילט בגוף ונפש, און אויך ווערט מען א גרויסער צדיק.


ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, אויך דאנקט ער דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אויף אלעס וואס ער דארף און ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס באדערט אים, און אויב מען איז אראפגעפאלן און געטון שלעכטע מעשים - דערציילט מען עס פארן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - דאס בויט אויף די זעלבסטזיכערקייט און מען לעבט שוין דא בזה העולם אין 'גן עדן'; אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען און קיינער קען אים גארנישט שלעכטס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1964 - לערנען ש"ס אויפ'ן סדר, אדער ענדערש דעם טעגליכן בלאט?
סיפורי צדיקים, סדר דרך הלימוד, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נאך אסאך יארן הערן איבער דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, איך בין אבער געווען פון די שפיצן אין ישיבה, מיט גאר שטארקע כשרונות, און דעריבער האב איך עס נישט געקענט אננעמען. ווען עס איז אבער געקומען נאך מיין חתונה, בין איך נישט אנגעקומען צו לערנען, און איך האב זיך געמוזט ברעכן און אנהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן מסכת סוכה.


מיין שאלה איז יעצט אויב איך זאל אנהויבן לערנען ש"ס אויפ'ן סדר פון אנהויב, אדער זיך צושטעלן צו וואו מען האלט יעצט אויפ'ן סדר פונעם טעגליכן דף גמרא, און לערנען יעדן טאג דעם טעגליכן בלאט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז גוט צו האבן כמה שיעורים אין ש"ס; א שיעור ש"ס כסדרן, נאכדעם איבערגיין איין מסכתא הונדערט און איין מאל, אויך א שיעור לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


נישטא קיין זיסערס, נישטא קיין געשמאקערס - ווי לערנען גמרא, אז מען לערנט גמרא ווערט מען נאנט צום אייבערשטן. מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט געלערנט גמרא, אינמיטן לערנען איז ער איינגעשלאפן. ער חלומ'ט זיך ווי ער זעט די הייליגע תנאים, געבט ער זיי א פרעג: "זאגט מיר, וואו איז דער גן עדן? איך וויל גיין צום גן עדן", ענטפערט אים א תנא: "דער גן עדן איז דא"; ווייל ווען מען לערנט תורה, מען לערנט די הייליגע גמרא - דאס איז די גרעסטע גן עדן.


דורך לערנען גמרא פאררעכט מען אלעס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, דאס הייסט ער נעמט זיך פאָר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה – זאגט דער אייבערשטער: "רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט".


לערן אפילו אן פארשטיין, זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא, אזוי האט דער רבי אונז געלערנט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר', שֶׁנֶּאֱמַר 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך, מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורכלערנען כל התורה כולה. עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1963 - ווי אזוי העלף איך מיין טאטע וואס ליגט אין א טיפע מרה שחורה?
התחזקות, כיבוד אב ואם, אמונה, ספרי ברסלב, הפצה, עצבות, פירושים, מרה שחורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע אור פון אמונה פשוטה וואס דער ראש ישיבה שליט"א פארשפרייט אויף די וועלט, בפרט צווישן היימישע חסידישע קרייזן.


איך שרייב דא וועגן מיין טאטע זאל זיין געזונט, א וואוילער איד אין די מיטעלע יארן, וואס איז אריינגעפאלן אין א טיפע מרה שחורה פון וואס ער קען זיך נישט ארויסזען. שוין געווען ביי דאקטורים, טעראפיסטן, שטארקע מעדעצינען, אבער גארנישט העלפט נישט. ער איז אזוי צובראכן און מיואש פון זיין מצב, אז ער האט שוין אינגאנצן אויפגעגעבן אויף זיך רחמנא ליצלן. איך פיל אז די איינציגסטע האפענונג איז אריינצושיינען אין אים דעם רבינ'ס אור און עצות אויף א שטארקע פארנעם, ביז ער וועט זיך בעזהשי"ת אינגאנצן ארויסזען פון זיין מצב. די שאלה איז וויאזוי הייבט מען אן?


אפשר קען איך אים ברענגען צום ראש ישיבה שליט"א פאר א קורצע שמועס? פשוט צוריק אריינצוברענגען אין אים א שטיקל חיות און אים מחזק זיין אנצוגיין ווייטער. מיר זענען אובד עצות און מיר קוקן ארויס אויף ישועת השם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען די מפיצים גייען אין שולן מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים, מיט די הערליכע גליונות - לאכט מען פון זיי, און אלע זאגן 'וואס פעלט אויס די זאכן? ווער דארף חיזוק? ווער איז צעבראכן? א נייע וועלט היינט געווארן, מען רעדט אזויפיל פון חיזוק...' מען לאכט אפ, ביז עס הויבט אן איבערגיין וואס גייט איבער... דעמאלט וויל מען חיזוק; וואלט מען זיך אנגעגרייט מיט דעם רבינ'ס לימודים - וואלט די לעבן אריבער שיין און זיס.


יוסף הצדיק זאגט (בראשית מא, לה-לו), מען דארף זיך אנגרייטן אין די פעטע יארן, דאס מיינט מען די יונגע יארן, ווייל באלד קומט די הונגער יארן און מען וועט שטארבן, דאס איז ביי יעדן איינעם; אין די יונגע יארן טראכט מען 'וואס דארף מען רעדן אזויפיל פון אמונה? וואס דארף מען רעדן פון חיזוק?' עס איז א בחינה פון די זיבן פעטע יארן, מען לאכט זיך אויס; ביז מען ווערט עלטער, אדער אפילו ווען מען איז יונג און עס הויבט אן איבערגיין אויפן מענטש וואס גייט איבער, דעמאלט זעט מען; דער וואס האט זיך אנגעגרייט מיט אסאך אמונה - דער קען אנגיין אין לעבן, און אז מען האט נישט געהערט אן א שיעור חיזוק אויף אמונה - איז גאר שרעקליך, מען פאלט אריין אין עצבות און מרה שחורה, ביז די לעבן איז א טויטע לעבן.


גיי שפאצירן מיט דיין טאטע, נעם אים ארויס פון שטוב; עס איז זייער וויכטיג ארויסצוגיין פון שטוב, ווייל פון זיצן אין שטוב טעג און וואכן איז זייער נישט גוט, מען קען אינגאנצן צוגרונד גיין. גיי מיט אים שפאצירן, רעד מיט אים על דא ועל הא, דערצייל אים פון דיין לעבן, דערצייל אים פון וואס דו לערנסט, פון דיין עבודת השם, דאס וועט אים פרייליך מאכן.


גרייט זיך אן יעצט אין דיינע פעטע יארן מיט אסאך חיזוק אויף אמונה, לערן די הייליגער ספרים פון רבי'ן, חזר דאס אן א שיעור מאל - וועסטו באקומען א קלארע לויטערע אמונה, ביז דו וועסט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, רעד צו אים, שמועס מיט אים, דאנק און לויב - אזוי וועסטו זיין שטענדיג פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1962 - וואס מעג מען לערנען ביינאכט?

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס מען מעג אלץ לערנען ביינאכט. איך געדענקט נישט פונקטליך וואו און וואס און ווען, אבער ערגעץ די לעצטע פאר יאר האב איך צוזאמגעהערט אז חומש טאר מען נישט לערנען ביינאכט, און משניות און גמרא זאל מען נישט לערנען פון ווען ס'ווערט טונקל ביז חצות. און אויך אז מען זאגט נישט תהילים ביינאכט, אויך האב איך ערגעץ געהערט אדער געזען אז מען זאגט נישט זוהר און תיקוני זוהר ביינאכט.


אפשר קען מיך דער ראש ישיבה שליט"א קלאר מאכן וואס מען לערנט נישט ביינאכט און וואס יא.


יישר כח פאר אלע הערליכע שיערים און בריוו.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


תורה שבעל פה איז נישט קיין פראבלעם צו לערנען סיי ווען, דאס הייסט משניות, גמרא און זוהר הקדוש - איז בכלל נישט קיין שאלה אויב מען מעג לערנען ביינאכט; אדרבה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין סה.): "לא איברי סיהרא אלא לגירסא", די נאכט איז נישט באשאפן געווארן נאר פאר דעם, מען זאל קענען לערנען תורה. נאך זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (חגיגה יב:): "כָּל הָעוֹסֵק בַּתּוֹרָה בַּלַּיְלָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹשֵׁךְ עָלָיו חוּט שֶׁל חֶסֶד בַּיּוֹם", ווער עס לערנט תורה ביינאכט - וועט האבן א גאנצן טאג חסדים פונעם אייבערשטן.


תורה שבכתב לערנט מען נאר בייטאג. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא כי תשא, סימן לו) ווען משה רבינו איז געווען אין הימל מקבל זיין די תורה, האט ער נישט געוואוסט ווען איז טאג און ווען איז נאכט, נאר ווען ער האט געלערנט תורה שבכתב האט ער געוואוסט אז עס איז טאג און ווען ער האט געלערנט תורה שבעל פה האט ער געוואוסט אז עס איז נאכט.


בנוגע זאגן תהלים ביינאכט; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פון פוסקים (אשל אברהם מהרב הקדוש מבוטשטאטש זכותו יגן עלינו, אורח חיים סימן רלח, סעיף ב) אז מען מעג זאגן תהלים ביינאכט, ווייל מען זאגט דאס דרך בקשה, איז דאס נישט אינעם כלל פון לערנען תורה שבכתב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#1961 - ווי אזוי רעד איך צו מיין בחור וועגן עניני קדושה?

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער מקורב צום רבי'ן, און פאר אלעס וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף אזויפיל חיזוק און גוטע עצות וואס איך באקום פון די דרשות, איך מיין אז איך קען זאגן אז מיין לעבן האט זיך ממש געביטן אינגאנצן פון ווען איך האב געטראפן די דרשות און חיזוק, ממש אזוי.


איך האב נאך קיינעם נישט דערציילט פון דעם, אויך נישט פאר מיין ווייב, אפשר וועט דאס נאך געשען, אבער איך באלאנג צו א קהלה וואו מען האט נישט אזוי ליב ברסלב, און איך קען זיך נישט ערלויבן דערווייל אויסצוזאגן דעם סוד.


לכאורה איז מיין ווייב די גרעסטע פארדינערקע פון מיין התקרבות, שוין אזויפיל מאל האב איך זיך אפגעהאלטן פון רעדן נישט שיין צו איר, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א'ס דרשות, די ווערטער זענען מיר שוין געשטאנען ביי די ליפן, און אט הער איך ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט מיר: "זיי מכבד דיין ווייב! פארשעם איר נישט! אלעס וואס דו ביסט איז אין איר זכות", און איך האלט צוריק די ווערטער.


ש'כח אייבערשטער אז איך האב געפונען דער מקור מים חיים פון ברסלב, איך קען נאך אסאך מאריך זיין, אבער איך וויל צוקומען צו מיין שאלה; מיין זון איז שוין 15 יאר אלט, און אין ישיבה וואו ער לערנט רעדט מען בכלל נישט פון עניני קדושה. איך זע אז ער הייבט אן האבן נסיונות, און איך ווייס נישט ווי אזוי און וואס צו רעדן מיט אים וועגן דעם ענין. איך וואלט זיך געפריידט אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווייזן דעם וועג וואס אים צו זאגן און ווי אזוי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף רעדן צו קינדער פון קדושה ווען זיי זענען נאך גאר קליין. עלטערן דארפן אויסלערנען די קינדער פון קליינערהייט נישט אנרירן, און זיך היטן די אויגן, נישט קוקן אויפן אות ברית קודש; נאר אז מען רעדט צו קינדער קענען זיי זיין אפגעהיטן.


דער הייליגער צדיק דער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט ביי אן אסיפת מלמדים אז מען דארף רעדן צו קינדער ווען זיי זענען נאך יונג פון שמירת הברית. עס זענען געווען ביי די אסיפה וואס האבן געזאגט "אפשר זאל מען נישט רעדן, אפשר קען ארויסקומען נישט גוטס אז מען רעדט?" האט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו געזאגט: "וואס פאר א שלעכטס קען ארויסקומען? אז די עלטערן אדער די מלמדים וועלן נישט רעדן פון קדושת הברית - וועט מען נישט וויסן פון וואס זיך צו היטן, מען מוז רעדן".


אויך זאלסטו העלפן דיינע קינדער זיין הייליג, זאלסט זיי אויסהערן שידוכים ווי פריער, נישט לאזן זיי ווארטן און ליידן, עלטערן מיט יראת שמים מאכן שידוכים ווען די קינדער זענען יונג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין עו:): "האוהב את אשתו כגופו", ווער עס האט ליב זיין ווייב אזוי ווי זיך אליין, "והמכבדה יותר מגופו", און ער איז איר מכבד נאך מער ווי ער איז זיך אליינס מכבד, "והמדריך בניו ובנותיו בדרך ישרה", און דער וואס לערנט אויס די קינדער צו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, "והמשיאן סמוך לפירקן", און ער מאכט חתונה די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, אויף אים זאגט דער פסוק (איוב ה, כד) "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶךָ וּפָקַדְתָּ נָוְךָ וְלֹא תֶחֱטָא".


בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך, ריין פון עבירות, ווייל נאר מיט תפילה זעט מען נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#1960 - וועלכע נאך סגולות קען איך טון געהאלפן צו ווערן מיט א שידוך?

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קען נישט צופיל מאריך זיין, אבער איך האב גרויסע נסיונות, איך ווארט אויף א שידוך, און עס קומט נישט אן דערווייל.


איך דאווען, איך זאג תהלים, איך גיי התבודדות, און איך זאג קרבנות הנשיאים; און איך וויל פרעגן אויב איז נאך סגולות אדער עצות וואס איך קען טון אז איך זאל שוין זוכה זיין צו באקומען מיין שידוך.


עס דערנענטערט זיך יעצט די פערציגסטע טאג וואס איך זאג שוין קרבנות הנשיאים מיט די תפלות אינעם קונטרס "מציאת הזיווג", און איך וויל פרעגן אויב איך וועל נאכנישט געהאלפן ווערן ביז דעמאלט, אויב איך זאל ווייטער ממשיך זיין עס צו זאגן יעדן טאג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ממשיך מיטן בעטן דעם אייבערשטן און מיט די סגולות וואס דער הייליגער רבי זאגט - צו טרעפן א שידוך. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף (די קריאה פון חנוכה); עס האט נישט דוקא מיט פערציג טעג, זיי ממשיך מיטן זאגן קרבנות הנשיאים ביז דו טרעפסט דיין שידוך, און נאכן דאס זאגן זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, איך האב געזאגט די קרבנות הנשיאים; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליין, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


אז דו קענסט זיך אריבערכאפן קיין יבנאל אויסזאגן תהילים ביים ציון פון מוהרא"ש - וועסטו זוכה זיין צו די הבטחה וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען, (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ, אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#1959 - ווי אזוי מאך איך אז דער יצר הרע זאל מיר שוין אפלאזן?
התחזקות, לימוד התורה, נסיונות, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז אין די לעצטע האלב יאר האב איך זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, אויפ'ן וועג פון מוהרא"ש זי"ע און מיט די שכל און גוטע עצות וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז כסדר.


איך האב שוין ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן צוויי מאל משניות, איך האב א שיעור אין גמרא, און איך האב געמיינט אז דער יצר הרע וועט מיר שוין אפלאזן, אבער פאקטיש ברענט ער מיר זייער זייער שטארק, און דאס מאכט מיר זייער טרויעריג און צעבראכן, וויפיל איך פרוביר זיך צו האלטן פרייליך, גייט עס מיר נישט, דער יצר הרע לאזט מיך נישט לעבן. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן עפעס א תפלה אויף דעם?


איך האלט מיט די צוזאמקומען פון תלמידי היכל הקודש ביי אונז אין שטאט, און איך בין זייער צופרידן דא אין בית המדרש היכל הקודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, לאז נישט אפ דיין עבודת השם, גיי אן ווייטער מיט לערנען משניות און גמרא, גיי אן ווייטער מיט התבודדות, שטארק זיך מיט אלע כוחות נישט אויפצוגעבן, קוק נישט אויף דעם וואס דער סמ"ך מ"ם ווארפט דיך אראפ, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס, אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד, רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווען דער סמ"ך מ"ם זעט ווי מען איז שוין ממש אין די קדושה - פארלייגט ער זיך זייער שטארק אויף דעם מענטש, אבער געדענק: "א פאטש פאר מיר, א פאטש פאר דיר, דער עיקר ווער געבט דעם לעצטן פאטש".


דו זאלסט ווייטער לערנען משניות און גמרא, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער אן פארשטיין, אזוי וועסטו הרג'נען דעם יצר הרע. ווייל אכצן פרקים משניות רייניגט די נשמה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1958 - ווי אזוי האלט איך אויס די יסורים וואס איך לייד פון מיין ווייב?
שלום בית, סיפורי צדיקים, אמונה, צרות, קשיות, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער זייער אסאך שיעורים פונעם ראש ישבה שליט"א אויף שלום בית, איך פרוביר צו טון וואס איך קען נאר, סיי צו העלפן אין שטוב, סיי צו געבן גוטע ווערטער און רעדן שיין, און אלע אנדערע זאכן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים, אבער איך זע אז עס איז דא נאך זייער אסאך זאכן וואס איז מיר נישט פארענטפערט, אין איך זע נישט אז זאכן זאלן זיך טוישן.


איך וויל פרובירן צו שרייבן באריכות מיט די פרטים, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיך פארשטיין און מיר זאגן וואס איך האב צו טון.


גלייך נאך מיין חתונה, נאך אינמיטן די שבע ברכות, האט מיין ווייב אנגעהויבן זאגן אז די שידוך האט מען איר אריינגענארט, מען האט איר נישט געזאגט קיין סאך פרטים פון די משפחה, און זי וויל אוועקגיין. איך האב פרובירט צו רעדן צו איר שיין וויפיל איך האב געקענט, אבער זי האט זיך געהאלטן ביי איר'ס.


למעשה האט מיין שוויגער פארגעשלאגן אז מיר זאלן אריינמופן צו זיי, און מען האט אזוי געטון, מיר האבן דארט געוואוינט פאר א האלב יאר, זי האט בכלל נישט געוואלט גיין צו מיינע עלטערן און כסדר געזאגט אז זיי זענען נעבעכדיגע מענטשן, יעדע חבר וואס איז געווען נאנט צו מיר סיי פון ישיבה אדער פון כולל האט זי געזאגט אז זי האט זיי פיינט, אן קיין שום סיבה, און זי פלעגט יעדן טאג קוקן אויף מיין טעלעפאן אויב איך האב גערעדט צו איינעם פון זיי, און אויב יא פלעגט זי שרייען, און דאס גייט נאך אן ביז היינט, און אזוי האט איך שוין אויפגעהערט צו רעדן צו איבער צוואנציג נאנטע חברים, ווייל איך האב איר נישט געוואלט אויפרעגן.


יעדע ארבעט וואס איך האב געוואלט טון פאר פרנסה האט זי נישט געלאזט מיך נעמען, יעדעס מאל פאר אן אנדערע אויסרייד, ביז איך האב נישט געהאט קיין ברירה און גענומען א דזשאב צו ברענגען פרנסה, האט זי יעדע וואך ביים אהיימברענגען דאס געלט פארפירט אז אויב איך ארבעט דארף איך מאכן מער געלט און עס איז איר נישט גענוג. נאך א שטיק צייט האב איך נישט געקענט נעמען די דרוק און געזוכט אן אנדערע דזשאב, און דארט האט זי ווייטער פארפירט, און אזוי גייט עס אן יעדע וואך, און אפילו איך האב שוין היינט צוויי זייטיגע ארבעט און איך פארדין מער ווי א געווענליכער אינגערמאן, איז זי נאכאלץ נישט צופרידן, און זי נעמט די גאנצע געלט און קויפט זיך וואס זי וויל, אבער אויב קויף איך עפעס פאר מיך שרייט זי אז איך עס איר אויף די גאנצע געלט.


איך גיי מאכן בר מצוה פאר מיין עלטסטע זון, און זי וויל דוקא נעמען א טייערע זאל, ממש ווי א חתונה, און צאלן פאר א פארטי-פלענער און רופן די גאנצע ארומיגע משפחה. אויב בעט איך איר שיינערהייט אז איך קען עס פשוט נישט באצאלן, שרייעט זי אויף מיר.


זי האט נישט קיין שום פראבלעם מיר צו פארשעמען אין פארנט פון איר גאנצע משפחה, און זי פילט זיך זייער גוט צו שרייען אויף מיר אין פארנט פון אנדערע.


זי לאזט מיר זיך נישט אפגעבן מיט די קינדער, אויב איך וויל זיי אנגרייטן נעגל וואסער שרייט זי אז עס גייט מאכן א חורבן ווייל עס גייט זיך אויסגיסן, און אויב איך וויל זיי דערציילן א מעשה זאגט זי אז מען קען נישט ווייל זיי דארפן שוין שלאפן, און אויב איך פרעג זיי אויס ווי אזוי עס איז געווען אין חדר זאגט זי אז איך דארף טראסטן די חדר און נישט מאכן משוגע.


ביי יעדע שמחה וואס איינער פון די משפחה מאכט, מוז זי שיקן שיינע און טייערע קעיקס, און איך דארף זיין פארנומען עס איינצוקויפן און באצאלן און עס שיקן צו יענעם. און אפילו ווען די הויז איז איבערגעדרייט וועט זי ענדערש זיין פארנומען מיט שיקן יענעם די מיניטשורס.


זי האלט אינאיין זאגן אז זי איז אויסגעמוטשעט און זי מוז פארן זיך אפרוען, אבער ווען איך צאל געלט פאר א וואקאציע איז זי קיינמאל נישט צופרידן און זי האלט זיך אינאיין אפרעדן א גאנצן צייט אז איך פארשטיי נישט צו וואקאציע און עס איז איר בכלל נישט ווערד געווען די גאנצע קומען.


יעדע זאך וואס איך טו, וועט זי אלץ זאגן אז איך בין א שלימזל און איך האב נישט גוט געטון, נישט קיין חילוק וואס איך טו איז עס איר קיינמאל נישט גוט, אין איך וואלט ווען געדארט טון פארקערט.


זי לאזט מיר נישט גיין צו קיין שום מסיבות אדער שמחות פון חברים אדער פון מיין משפחה, יעדעס מאל וועט זי טרעפן אן אנדערע סיבה פארוואס זי וועט מיך נישט לאזן גיין, איך פיל זיך ממש איינגעשפארט, אין די צייט וואס זי גייט יעדע צווייטע נאכט ארויס צו שמחות אדער פארטיס.


בכלל איז אלץ די אטמאספער אינדערהיים אנגעצויגן, און וואס איך טו צו מאכן פרייליך און געשמאק העלפט נישט, זי איז מיר א גאנצע צייט חושד אויף אלע סארט ערגסטע זאכן אן קיין שום סיבה, איך קען עס אפילו נישט שרייבן וויפיל זי איז מיך חושד טאג אין נאכט, אז איך שפיר אז איך האלט עס נישט אויס און איך קען נישט מער אנגיין.


שבת ביי די סעודה, אויב וויל איך זאגן א תורה אדער א מעשה, וועט זי אלץ חוזק מאכן פון מיר אז איך ווייס נישט וואס איך רעד און עס מאכט נישט קיין סענס.


זי וויל איך זאל איר טראגן שאפינג מיט אירע שוועסטערס וואס איך טו זייער גערן, אבער זי מאכט מיר שפירן ווי א גארבעדזש, ווייל זי גייט מיט זיי אבער איך דארף זיי א גאנצן צייט נאכגיין, און אויב איך בעט איר שיינערהייט אז איך וויל בלייבן אין די קאר, שרייעט זי אויף מיר אז איך בין איר נישט געטריי.


איך האב פרובירט אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים, אבער עס ארבעט נישט ביי מיר, אויב זאג איך איר שיינערהייט אז עפעס שטערט מיר, נעמט זי זיך שרייען, און אסאך מאל בלאזט זי פאר עטליכע טעג אין א צו, און זי האט מיך שוין אסאך מאל אויסגעשפארט פון די דירה.


יעדעס מאל וואס זי רעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט שוועסטערס אדער חבר'טעס, רעדט זי זיך אפ אויף מיר, מיט זאכן וואס איז בכלל נישט אמת, און זי מאכט זיך פאר א רחמנות אז איך פייניג איר און איך געב איר נישט קיין געלט און איך העלף איר גארנישט, און מען האלט מיך פאר זייער אסאך פארוואס איך פייניג איר, ווען באמת טו איך אלעס וואס איך קען איר צו העלפן.


ווען עס קומט א יום טוב איז מיין הויז ממש א גיהנום, יעדע זאך וואס מען דארף טון איז א גאנצע פרעשור, און אלעס איז נאר א גאנצן טאג טענות און שרייען.


זי זאגט א גאנצן צייט אז די דירה איז צו קליין און מען דארף נעמען א גרויסע דירה, איך האב איר שוין גענומען צו איבער דרייסיג דירות אבער קיין איינס וויל זי נישט פאר אן אנדערע סיבה.


יעדע ספר וואס איך לערן וועט זי טרעפן עפעס פארוואס מען טאר עס נישט לערנען, אויב וויל איך הערן סיי וועלכע שיעור פון סיי וועם, וועט זי זאגן אז יענעם טאר מען נישט הערן.


איך האב נאר געשריבן א קליינע חלק פון די יסורים וואס איך גיי דורך, איך האב שוין פרובירט אלעס וואס איך קען אבער איך זע נישט קיין עק צו די צרות, איך פיל ווי מיין לעבן איז שווארץ, איך קען עס מער נישט נעמען, איך שפיר אז עס טרעט מיר צו מיין געזונט, איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ארויסהעלפן, איך בין גרייט צו טון סיי וואס פעלט אויס צו טוישן די מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון האב נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, מיר ווייסן גארנישט, עס איז דא זאכן וואס מיר דארפן פאררעכטן פון יעצט און פון פריערדיגע גלגולים; קשיות און טענות טאר מען נישט האבן אויף די אמונה, מען דארף גלייבן אז דער אייבערשטער איז גוט און מאכט אלעס מיט א פינקטליכער חשבון.


שנית, ביסט נישט דער ערשטער וואס ליידט פון די ווייב; מיר געפינען ביי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה וואס האבן זייער געליטן פון די ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א ווייב וואס האט אים זייער וויי געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיך מצער?!" האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות און ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


שלישית, דו פון דיין זייט זאלסטו איר מכבד זיין, געב איר גוטע ווערטער, און אז זי שפעט און זי טוט דיך וויי זאלסטו נישט ענטפערן, מיט דעם וועסטו אפקומען אלע גיהנום, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין מא:) ווער עס האט א שלעכטע פרוי וועט נישט זען די פנים פון גיהנום, ווייל ער האט שוין אפגענומען די גיהנום דא אויף די וועלט. אזוי ווי דער הייליגער רבי רבי זושא זכותו יגן עלינו, וואס האט געהאט א שלעכטע פרוי; זי האט אים אויסגעזויגן זיין בלוט, זי האט אים נישט אויפגעהערט צו טשעפען, שרייען, אוועק מאכן און וואס נישט, טאג און נאכט האט זי געשפעט. איין טאג איז ער געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, ער האט געשפירט ווי ער קען מער נישט, ער האט געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים געבן אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט, ער קען מער נישט אזוי אנגיין איינער אליין.


ער איז איינגעשלאפן, און ער חלומ'ט זיך ווי זיין נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל אין די עולמות עליונים, מען פירט אים אריבער די ברענעדיגע גיהנום און ער זעט ווי די נשמות פון די רשעים פייניגן זיך, דארט הערט מען קולות, עס טוט זיך א געשריי. דער צדיק, דער הייליגער רבי זושא האט זיך זייער דערשראקן, ער האט דאס נישט געקענט צוקוקן, פלוצלונג קומט צו פליען א מלאך און זאגט אים: "זושא דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א שווערע ווייב און ארעמקייט, דאס איז שוין גענוג; פאר דיר איז אנגעגרייט א פלאץ אין גן עדן וואס (ישעיה סד, ג) 'עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹקִים זוּלָתְךָ'".


ווען רבי זושא האט זיך אויפגעוועקט האט ער אנגעהויבן טאנצן, ער טראכט צו זיך: 'זאל מיין ווייב מיר געבן וויפיל בזיונות עס גייט, זאל מיר אלעס גיין שווער - פארט וויל איך זיך נישט טוישן מיט די צער פון גיהנום'; די מעשה האב איך געהערט פון מוהרא"ש און עד היום לעב איך מיט די מעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1957 - קען מען איינטיילן די ח"י פרקים משניות אין לויף פונעם טאג?
קדושה, לימוד התורה, תשובה, משניות, שכל, שובבי"ם, תיקונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געראטעוועט דאס לעבן מיט די עצות, דרשות, און חיזוק; ווען איך האב זיך אנגעטראפן אין די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א בין איך געווען ממש אויפ'ן שוועל אריינצופאלן אין תהום פון טומאה, און איך בין געראטעוועט געווארן ממש די לעצטע מינוט, און אנגעהויבן אביסל זיך אויפצוהויבן.


איך האב געוואלט פרעגן וועלכע תיקונים איך דארף טון יעצט אין די טעג פון שובבי"ם, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן א וועג מתקן צו זיין.


אויך האב געוואלט פרעגן איבער'ן זאגן ח"י פרקים משניות, אויב דאס דארף זיין אויף איינמאל, אדער קען מען עס איינטיילן אין עטליכע מאל א טאג, יעדעס מאל אביסל, אויב דאס העלפט אויך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לערנען תורה איז די גרעסטע תיקון צו מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען, בפרט לערנען משניות; דאס לויטערט און רייניגקייט די נשמה. ווער רעדט נאך אז מען קען זאגן אכצן פרקים משניות; דאס נעמט אראפ יעדע פלעק, יעדע פגם - פון די נשמה.


עס דארף נישט זיין אין איין צי, מען קען צעטיילן די אכצן פרקים משניות; מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די בחורים אין ישיבה, אויב איז שווער צו זאגן אין איין צי קען מען דאס צעטיילן אויף זעקס, זעקס, זעקס; אינדערפרי זעקס, נאכמיטאג זעקס און ביינאכט זעקס. מוהרא"ש זאגט דאס איז מרומז אין רבינ'ס ווערטער אין די ערשטע תורה, דער רבי זאגט: "עִיקָר הַכְנָעָתוֹ שֶׁל יֵּצֶר הָרָע, הוּא עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דער עיקר עצה ווי אזוי מען קען פטור ווערן פונעם יצר הרע איז דורך לערנען תורה, "וְהַתּוֹרָה הִיא בְּחִינַת וָי"ו", די תורה איז אזוי ווי די אויסזען פונעם אות ו', ווייל די לוחות איז געווען ברייט זעקס טפחים און לאנג זעקס טפחים, "וְהַוָי"ו הוּא צוּרַת מַקֵּל", די אות ו' זעט אויס ווי א שטעקן, "כִּי הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה מַכְנִיעַ אֶת הַיֵּצֶר הָרָע שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֶת הָאָדָם מְשׁוּגָע מַמָּשׁ חַס וְשָׁלוֹם", די תורה איז צוגעגליכן צו א שטעקן, פונקט ווי א משוגע'נער פארשטייט נאר ווען מען שלאגט אים מיט א שטעקן, אזוי אויך דער מענטש וואס זינדיגט, וואס ער איז אויך א משוגע'נער, פארשטייט אויך נאר ווען מען שלאגט אים מיט די תורה, נאר די תורה וועט אים מאכן אויפהערן זינדיגן; דאס איז משניות וואס איז זעקס סדרים, דאס איז די אות ו', און אויך איז דאס די אכצן פרקים משניות וואס מען צעטיילט אין דריי מאל זעקס.


זאג יעדן טאג משניות און בלעטער גמרא, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון אלע בלאטעס, דאס וועט דיך אפוואשן פון אלע פלעקן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן, וועט די תורה אים ארויסשלעפן פון זיין בלאטע און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1956 - זאל איך נאכגעבן מיין ווייב און זיך אפשערן אויף א מאדערנע וועג?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן, מיין ווייב וויל זייער שטארק איך זאל זיך אפשערן אויף א מאדערנע וועג, מיט א גלייכע ליניע פון הונטערן קאפ, און דאס איז א זאך וואס איז נישט איינגעפירט ביי אונז.


איך שפיר אז איך האב עס נישט ליב, און זי האט מיר שוין אפאר מאל געבעטן, און איך פיל אז איך וועל זיך נישט פילן גוט מיט דעם, אבער מיין ווייב פאדערט עס זייער שטארק, און עס איז א שאלה פון שלום בית, וואס זאל איך טון? זאל איך איר דאס נאכגעבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן אויף שלום בית; מכבד זיין די ווייב, איר געבן גוטע ווערטער. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


שלום בית איז נישט אז ביידע זאלן טראכטן אייניג, שלום בית איז ווען צוויי פארקערטע מענטשן לעבן אינאיינעם בשלום. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן צוויי מלאכים, זאגט דער רבי: "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען וואס איז שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


אז דיין ווייב וויל זאלסט זיך שערן אויף א געוויסע סארט וועג, און דו ווילסט גיין א צווייטע וועג - זאלט איר דאס אדורכשמועסן מיט ליבשאפט.


עס איז ביי יעדן איינעם אנדערש, עס איז נישט א כלל וואס מען קען זאגן מען זאל טון אזוי און אזוי, אבער די כלל קען מען יא זאגן פאר אלעמען אייניג, 'מען דארף זייער אכטונג געבן נישט טשעפען, נישט שרייען'; ווייל דאס איז דער עיקר פון שלום בית, מען זאל נישט טשעפען די ווייב און איר געבן אסאך גוטע ווערטער.


בעט דעם אייבערשטער זאלסט וויסן ווי זיך צו פירן, בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום און ליבשאפט צווישן אייך, ווייל נאר מיט תפילה און התבודדות, נאר אז מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אין לעבן - קען מען לעבן א זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#1955 - איך בין טיף אין חובות, ווי אזוי קען איך זיך אויסלאכן?
חובות, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, אינשורענס, תיקון הכללי, מנין, צדקה, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו, "בנוגע דיין פרנסה וכו'; געלט האט קיינער נישט, עס איז א גרויסע שפיל, שפיל דו אויך דעם שפיל - כאילו דו האסט אסאך געלט; טראכט 'איך האב זייער אסאך געלט, איך האב עס יעצט אינוועסטירט', און לאך זיך גוט אויס. אלעס איז דמיון, נאר דער אייבערשטער איז אמת; יעדע מחשבה וואס מען טראכט, אויב איז עס נישט פון אמונה - איז עס דמיון".


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עס אביסל בעסער מסביר זיין, איך האב חברים וואס האבן וויפיל געלט זיי ווילן, זיי האבן אן אייגענע הויז, א שיינע קאר, און זיי קענען קויפן אלעס וואס זיי וויל און דארפן. איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער למעשה בין איך שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט, איך קען נישט גיין אין אסאך שולן דאווענען כדי נישט צו טרעפן די בעלי חובות, איך קען נישט איינקויפן אויף שבת ווייל קיין איין גראסערי וויל מיר מער נישט געבן אויף בארג, איך פאר ארום מיט א קאר אן אנשורענס ווייל איך האב נישט דאס געלט עס צו כאצאלן, איך האב אפילו נישט צו קויפן געז אנצופילן מיין קאר, איך מאך חתונה אין אפאר חדשים ארום, מיין ווייב בעט געלט און איך האב נישט וואס צו געבן, ווי אזוי לאכט מען זיך פאקטיש אויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו נישט נוצן דיין קאר ביז דו האסט אינשורענס; עס איז נישט קיין שפיל, מען טאר נישט פארן מיט א קאר אן קיין אינשורענס.


צווייטנס, אז דו ווילסט ארויסגיין פון דעם טיפן גרוב - זאלסטו די ערשטע זאך פון היינט און ווייטער מער נישט בארגן קיין איין פרוטה, און אז דו דארפסט אהיימברענגען געלט - זאלסטו גיין נאך געלט. דעם וועם דו ווילסט פרעגן: "קענסט מיר בארגן?" זאלסטו אנשטאט די ווארט 'בארגן' נוצן די ווארט 'העלפן'; פרעג: "קענסט מיר העלפן?" געענדיגט מיט בארגן, השמר והזהר, גראב נישט דעם גרוב טיפער; בארגן איז א קללה, אז מען האט חובות איז זייער זייער ביטער.


זאג יעדן טאג נאכן דאווענען די צען קאפיטלעך תהילים – די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], ווייל חובות קומט פון פגם הברית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה, שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון דעם איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער 'בעל חוב'. און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף די וועלט נישט צו זיין א בעל חוב - וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה - פגם הברית רחמנא לצלן.


אז דו ווילסט זיך ארויסזען פון דיינע חובות, זוך א שטילע ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך דערטרענק זיך אין שווערע חובות, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נישט גיין צווישן מענטשן, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, איך בין זיך אליינס שולדיג, איך בין דורכגעפאלן מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אוי וויי איז מיר, אוי וויי איז פאר מיין נשמה, איך האב אזויפיל געזינדיגט, איך האב נישט געהיטן מיינע אויגן, איך האב זיך צוגעברענגט צו עבירות.


אנא רחום, איך בעט דיר דערבארעמדיגער טאטע, דו ביסט דאך א רחום וחנון, דו ביסט דאך דער חנון המרבה לסלוח, אז מען טוט תשובה ביסטו מוחל אויף אלע עבירות, בעט איך דיר, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע, נעם אן מיין תשובה און העלף מיר ארויסקריכן פון מיינע חובות".


אויך זאלסטו יעדן טאג גיין אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, זיי זיך מוסר נפש אויף דעם. נאך תפילת שחרית זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, און ווען דו דאווענסט שחרית מיטן טלית, זאלסטו זיך איינוויקלען אונטער די טלית און שטילערהייט שעפשען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון מיינע חובות, איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, העלף מיר טאטע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1954 - ווי אלט דארף מען זיין צו קענען אנהויבן לערנען זוהר הקדוש?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד, זוהר הקדוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א זענען באמת א גרויסע חיזוק פאר מיר. יישר כח


איך האב געזען אז מוהרא"ש זי"ע שרייבט אז מען זאל לערנען יעדן טאג אביסל זוהר הקדוש. איך האב געוואלט פרעגן ווי אלט, און וויפיל חכמה דארף מען האבן, צו קענען אנהויבן לערנען זוהר הקדוש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג יעדן טאג אביסל זוהר, עס איז נישט קיין חילוק ווי אלט מען איז, מען קען שוין זאגן זוהר אלס קליין קינד. מוהרא"ש ברענגט פון דעם הייליגן צדיק פון קאמארנא זכותו יגן עלינו (נוצר חסד אבות, פרק ד): "לו עמי שומע לי", הלואי זאל מען מיך אויסהערן, "בדור הרע הזה", אין דעם היינטיגן דור, "שהמינות גובר", וואס עס איז דא אזויפיל שלעכטס - "היה למדים עם תינוק בן תשעה שנים ספר תיקוני זוהר להגות בה", וואלט מען געדארפט צוגעוואוינען קינדער פון די ניין יאר זיי זאלן עוסק זיין אין לערנען דעם הייליגן זוהר, "והיה אז יראת חטאו קודמת לחכמתו", וואלט דאס זיי געהאלפן זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון דעם יצר הרע; קוק נאך אינעם ספר.


אויך זאלסטו זאגן אסאך משניות און אסאך בלעטער גמרא, אפילו בלי הבנה כלל, ווייל די כח פון תורה איז זייער גרויס, עס ברענגט דעם מענטש זייער נאנט צום אייבערשטן; דורך תורה ווערט מען זייער א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1953 - וואס איז דער מקור פון נישט זאגן תחנון אום פרייטאג?
שבת קודש, הלכה, שמחה, מנהגים, דאווענען, תחנון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך השם איך האב שוין געענדיגט צוועלף מאל משניות, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט פרעגן, איך האב געדאווענט עטליכע פרייטאגס אין היכל הקודש, ווען מען זאגט נישט קיין תחנון, און מען האט אויך נישט געזאגט "תפלה לדוד", איך האב געוואוסט אז נאר ווען מען זאגט נישט תחנון על פי הלכה זאגט מען אויך נישט תפילה לדוד, האט דאס א מקור?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אסאך צדיקים איז אזוי געווען, זיי האבן נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת. דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, דער הייליגער צדיק רבי הערשלע זידיטשובער זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, אזוי אויך דער ייטב לב, דער קדושת יום טוב און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותם יגן עלינו האבן נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, אויך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זיך אזוי געפירט, נישט צו זאגן ערב שבת תחנון.


זיי זיך נישט מבלבל פון דעם, דער עיקר זאלסטו זיך גרייטן ערב שבת מיט א שטארקע הכנה, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת. דער הייליגער רבי פלעגט אלס קינד אסאך וויינען ערב שבת ער זאל זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת.


אויך זאלסטו בעטן אסאך אויף שמחה, ווייל שמחה ברענגט דעם מענטש צו די העכסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1952 - מעג מען אפכאפן בילדער פון חתן כלה פאר פרנסה?
חתונה, צניעות, פרנסה, בילדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך טו פאטאגראפיע פאר פרנסה, צו כאפן בילדער ביי שמחות וכדומה. איך האב געוואלט פרעגן אויב איז אויסגעהאלטן פאר מיר צו כאפן פריוואטע בילדער פון חתן כלה אין יחוד שטיבל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו אפכאפן בילדער פון חתן כלה, פארקערט, עס איז א גרויסע זאך פרייליך צו מאכן חתן און כלה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן צ): "מִי שֶׁמְּשַׂמֵּחַ חָתָן וְכַלָּה, יִזְכֶּה שֶׁתֵּלֶד אִשְׁתּוֹ זְכָרִים", ווער עס מאכט פרייליך א חתן און כלה - וועט זוכה זיין צו האבן קינדער אינגלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1951 - ווי אזוי רעדט מען זיך אויס צום אייבערשטן ביי די חנוכה ליכט?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חנוכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך געדענק פון אלע יארן ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אין די טעג ארום חנוכה איבער די גרויסקייט פון זיך אויסרעדן די גאנצע הארץ און זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן ווען מען זיצט ביי די חנוכה ליכט, און יעדעס יאר ווען עס קומט חנוכה האב איך נאכאמאל די חלישות הדעת, ווייל א גאנצן טאג ווען איך גיי אריבער א שוועריגקייט אדער איך דערמאן זיך אינמיטן טאג א זאך וואס איך דארף אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, טראכט איך גלייך אז באלד ביי די חנוכה ליכט גיי איך עס שיין אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט אינמיטן טאג האב איך דאך נאכנישט דעם יצר הרע פון שפעטער, אבער ווען עס קומט למעשה, מען זיצט שוין ביי די חנוכה ליכט, מען האט שוין געענדיגט זינגען די זמירות, עס איז נאך דא אפאר מינוט צוצוענדיגן די האלבע שעה, יעצט איז דאך די ריכטיגע צייט זיך צו עפענען דאס מויל און רעדן אביסל צום אייבערשטן, און פונקט דעמאלט ווערט מיין מויל פארשלאסן, מיין מח פארהאקט, די געפילן פארמאכט, און איך קען ממש נישט רעדן צום אייבערשטן, עס קומט ארויס א ווארט דא און א ווארט דארט, אבער גאר ווייט פון זיך אויסשמועסן געהעריג מיט'ן אייבערשטן.


יעצט קומט חנוכה האב איך זיך דערמאנט פון דעם, אבער באמת איז עס כסדר אזוי, די הארץ איז אנגעלייגט, און איך ווייס אז די איינציגסטע עצה פאר מיר איז זיך אויסצורעדן צום אייבערשטן, און איך טראכט אז באלד גיי איך טרעפן א רואיגע צייט און א רואיגע פלאץ און זיך אויסגיסן די גאנצע הארץ פאר'ן אייבערשטן, מארגן צופרי גיי איך אויפשטיין פארטאגס און זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און ווען עס קומט למעשה איז אזוי שווער זיך אויסצושמועסן מיט'ן אייבערשטן ווי מיט א גוטער חבר, עס קומט קוים ארויס אפאר אויסגעקראצטע ווערטער, און די הארץ בלייבט ווייטער אנגעלייגט.


עס מאכט זיך פון מאל צו מאל וואס די הארץ איז מיר אפן און איך קען זיך גוט אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, געווענליך פאסירט עס ווען דער גלעזל איז שוין ממש איבערגעפילט, איך שפיר ווי איך פלאץ שוין, און נאכדעם ווען איך האב זיך גוט אויסגערעדט און דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלעס מיט אלע פרטים, שפיר איך זיך אזוי גוט, די בעסטע געפיל וואס איך האב נאר אין לעבן, איך שפיר אז איך בין ביים אייבערשטן אין די הענט און ער געבט זיך אפ מיט מיר ווי אן אייגן קינד, ווי אזוי קען איך אבער מאכן אז דאס זאל פאסירן מער אפט, און אפילו ווען איך גיי נישט אריבער אזויפיל שוועריגקייטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, דאס אליין אז מען וויל רעדן צום אייבערשטן, מען זיצט ביי די חנוכה ליכט און מען וויל ארויסזאגן ווערטער צום אייבערשטן, אבער די מויל איז פארשטאפט - דאס אליין איז זייער זייער חשוב ביים אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה): "וַאֲפִלּוּ אִם לִפְעָמִים נִסְתַּתְּמִין דְּבָרָיו וְאֵינוֹ יָכוֹל לִפְתֹּחַ פִּיו לְדַבֵּר לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל", אפילו אויב מען האט נישט קיין ווערטער וואס ארויס צו רעדן ביי התבודדות, "אַף עַל פִּי כֵן זֶה בְּעַצְמוֹ טוֹב מְאֹד, דְּהַיְנוּ הַהֲכָנָה שֶׁהוּא מוּכָן וְעוֹמֵד לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ וְחָפֵץ וּמִשְׁתּוֹקֵק לְדַבֵּר", דארף מען וויסן אז דאס אליין, אז מען קומט צום אייבערשטן, מען וויל און מען ווארט צו קענען ארויסרעדן א ווארט, "אַךְ שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל", אבער עס גייט נישט, די מויל איז פארמאכט - "זֶה בְּעַצְמוֹ גַם כֵּן טוֹב מְאֹד", דאס אליין איז אויך זייער גוט.


דעריבער זאלסטו ווייטער גליסטן, בענקען און האפן אויף די הייליגע חנוכה טעג צו קענען זיך אויסשמעסן ביי די ליכט, און ווען דו צינדסט די מנורה זאלסטו ארויסזאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן; זאג: "טאטע איך וויל זיין גוט, טאטע זיי מיך מקרב צו דיר, ווען וועל איך שוין זוכה זיין לערנען און דאווענען, לעבן מיט דיר?" אפילו איין ווארט וואס מען זאגט ארויס צום אייבערשטן איז בוקע רקיעים, עס שפאלט הימלען, אויבן אין הימל איז א שמחה גדולה ווען א איד זאגט נאר דאס ווארט: "טאטע"; עס ווערט א חתונה, א זיווג, א יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה.


אויף די צווייטע פראגע, וואס דו קענסט טון צו רעדן מער אפט צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז נישט איבערגעפילט מיט ווייטאג; די עצה אויף דעם איז, פאלגן דעם רבי'ן; זיך מאכן א קביעות, רעדן אפאר מינוט יעדן טאג צום אייבערשטן באופן קבוע. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה): "וְיִזָּהֵר מְאֹד לְהַרְגִּיל עַצְמוֹ לְהַתְמִיד בָּזֶה מִדֵּי יוֹם בְּיוֹם שָׁעָה מְיֻחֶדֶת", אזוי ווי די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב איז באופן קבוע, נישט קיין חילוק אויב מען האט יעצט א געפיל, און אויב מען גייט יעצט אריבער שווערע צייטן, א איד גייט אין שול דאווענען די דריי תפילות; אזוי דארף מען טון מיט התבודדות.


מאך זיך א קביעות, יעדן טאג א געוויסע צייט - ווען דו גייסט אין א ווינקל, אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. בעט אים ער זאל דיך העלפן, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען מאכט התבודדות מיט א קביעות - דעמאלט איז מען זוכה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מען איז זוכה אנצוקומען צו די העכסטע מדריגה וואס איז נאר שייך.


אז דו האסט נישט קיין דיבורים וואס צו רעדן צום אייבערשטן - קענסטו פון דעם אליין מאכן א געשריי און א געוואלד. דער רבי זאגט (שם): "וְגַם יוּכַל לַעֲשׂוֹת לוֹ שִׂיחָה וּתְפִלָּה מִזֶּה בְּעַצְמוֹ", מען קען פון דעם אליין מאכן א שמועס מיטן אייבערשטן, און בעטן דעם אייבערשטן, "וְעַל זֶה בְּעַצְמוֹ יִצְעֹק וְיִתְחַנֵּן לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ שֶׁנִּתְרַחֵק כָּל כָּךְ, עַד שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל אֲפִלּוּ לְדַבֵּר", און מען קען אויף דעם אליין שרייען: רבונו של עולם, קוק ווי ווייט איך בין פון דיר, אז איך קען שוין נישט רעדן צו דיר, "וִיבַקֵּשׁ מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים שֶׁיַּחֲמֹל עָלָיו וְיִפְתַּח פִּיו, שֶׁיּוּכַל לְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ לְפָנָיו", און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און עפענען די מויל, ער זאל קענען רעדן און בעטן אלעס וואס ער דארף פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1950 - ווען זאל מען לאזן וויסן פאר'ן שדכן אז ס'איז דא א געזונט פראבלעם?
שידוכים, רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ברודער, אן עלטערער בחור וואס ווארט אויף א שידוך. איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי ער ליידט אויף צוקער, ווען איז די ריכטיגע צייט צו לאזן וויסן פאר די אנדערע זייט איבער דעם? און ווער זאל זיין דער וואס זאגט זיי עס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געזען פונעם גרויסן גאון וצדיק רבי חיים קנייבסקי זכר צדיק לברכה זייער א קלארע גאנג פאר א בחור און מיידל וואס האבן א געזונטהייט קאמפליקאציע, ווי צום ביישפיל מען ליידט אויף צוקער וכדומה; מען זאל נישט זאגן אין אנהויב ווען מען רעדט די שידוך - אז מען האט דאס, נאר ערשט זאל מען ארויסגיין, זיך באקענען איינער מיטן צווייטן, און פאר מען וויל שליסן די שידוך זאל מען זיך אוועק זעצן ביידע זייטן און אויסשמועסן די געזונט צושטאנד.


פון איין זייט טאר מען נישט מאכן א שידוך ווען עס איז דא א געזונטהייט קאמפליקאציע - אן דערציילן, און פון די אנדערע זייט, זאגן אין אנהויב פארן שדכן - וועט מען נישט אנטראגן די שידוך, אבער אז מען הויבט אן זיך באקענען און ערשט שפעטער דערציילן - אזוי האט דער גאון וחכם געראטן, און אזוי ענטפער איך אויך ווען מען פרעגט מיך.


דער עיקר איז תפילה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים. אויך זאל מען טון די סגולות פון רבי'ן, דער רבי זאגט (שם אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ", וועם עס איז שווער צו טרעפן זיין שידוך, "יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן די פרשה פון קרבנות הנשיאים, זאגן יעדן טאג די פרשה וואס מען ליינט חנוכה, די פרשה פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן"; עס זאגן מיט אמונה, בתמימות ובפשיטות, און נאכן זאגן זאל מען בעטן דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר א שידוך. עס איז מיר אזוי שווער צו זיין אליין, א פלג גוף. איך וויל זיין ערליך, איך וויל אויפשטעלן א אידישע שטוב, איך וויל חתונה האבן, זיין אפגעהיטן בקדושת הברית, זיין הייליג און ריין.


רבונו של עולם, איך האב געזאגט קרבנות הנשיאים, איך האב געטון די סגולה פון הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, העלף מיר איך זאל שוין יעצט טרעפן מיין שידוך, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1949 - עס פלאקערט אין מיר דער יצר הרע, וואס טו איך?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, נסיונות, עבירות, משניות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין יעצט אין א קיאסק, און דער יצר הרע ברענט אין מיר אז איך זאל זוכן שמוץ, איך זוך און זוך, און איך זע זיך נישט ארויס פון דעם.


ס'איז דא א פילטער, אבער מיין מח איז אזוי שוואך אז איך זוך שוין אויף קליידער, איך וויל זיין גוט, איז נאך דא פאר מיך א וועג ארויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג אסאך משניות, דאס וועט דיר רייניגן דיינע מחשבות, און געב זייער אכטונג אויף דיינע אויגן און דיין מחשבה. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות, אז מען היט נישט די אויגן קומט מען צו טראכטן פון שלעכטס ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט טמא, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע איז מצליח אראפ צו ווארפן דעם מענטש נאר אז מען היט נישט די אויגן; אז מען היט נישט די אויגן פאלט מען אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן, נאך זאגן די הייליגע חכמים (עיין במדבר רבה י, ב; תנחומא שלח, טו): "עֵינָא וְלִבָּא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַעֲבֵירָה", די אויגן און די הארץ זענען די סעילעסלייט (מעקלער) צו עבירות, "עַיִן רוֹאֶה", עס הייבט זיך אן אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, "וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", ביז מען פאלט אראפ, מען זינדיגט רחמנא לצלן; דערפאר דארף מען זייער שטארק אכטונג געבן אויף די אויגן, נישט צו קוקן קיין שום קוק וואס ברענגט צו טראכטן פון עבירות.


דו ווייסט אוודאי די מעשה וואס האט פאסירט אמאל ביים רבי'ן אין שטוב פאר פסח ווען מען האט איבערגעפארבט די דירה, און דעם רבינ'ס טאכטער די צדיקת אדל האט געהאלפן מסדר זיין די דירה און איבערדעקן די מעבל וכו' אז עס זאל נישט ווערן שמוציג. אויפן וואנט האט געהאנגען א טייערע זייגער, האט אדל גענומען א פרויען טיכל און איבערגעדעקט דערמיט דעם זייגער אז עס זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער די זייגער? דו ווייסט נישט אז עס זענען דא אזעלכע שוואכע מוחות, וואס ווען זיי זעען נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות?! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך".


איין עצה איז דא, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, עס פלאקערט אין מיר דער יצר הרע, עס פלאקערט אין מיר תאות ניאוף, ראטעווע מיך פון עבירות, היט מיך מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל האבן ריינע מחשבות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1948 - מעג מען נוצן חנוכה די צוגעגרייטע אויל מיט קנויטן, זיך גרינגער צו מאכן?
חנוכה, שמחה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך מעג קויפן פאר חנוכה די קליינע באטלעך אויל וואס קומט שוין גרייט מיט די קנויטן, זיך צו גרינגער מאכן, אדער עס איז דא אן ענין דוקא אליין אנצוגרייטן די אויל מיט די קנויטן?


יישר כח פאר מיין לעבן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט קויפן די געמאכטע קנויטן וכו'; דער עיקר זאלסטו זיך פארלייגן צו צינדן די הייליגע חנוכה ליכט מיט שמחה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה", ווען א מענטש טוט די מצוות מיט שמחה - "זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", איז א סימן אז זיין הארץ איז גאנץ מיטן אייבערשטן; עס ווייזט אז דער מענטש האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, ער האט ליב דעם אייבערשטן; דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף זיך פארלייגן ביים טון א מצוה, דאס צו טון מיט א פרייליכקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.