שאלה אין קורצן ענין
#7 - קשיות אויף די אמונה

תוכן השאלה‎

פון ישראל.
שלום וברכה כבוד ראש הישיבה.
צום ערשט וויל איך אייך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים, אזעלכע געשמאקע שיעורים וואס זענען ממש מחיה נפשות.
מיין שאלה איז וואס מען טוט ווען עס קומט אריין אין קאפ קשיות אויף די אמונה, וואס עס איז געווען פאר בריאת העולם.
איך ווארט אויף א תשובה.
ישר כוח גדול

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ה' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד ישראל ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א איד איז געקומען צום רבי'ן און זיך אויס גערעדט זיין הארץ פארן רבי'ן אז ער האט ספיקות און בלבולים אין אמונה, האט אים דער הייליגער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רכב): "ווען דער אייבערשטער האט באשאפן דער וועלט, האט ער געזען אז עס גייען זיין מענטשן וואס וועלן האבן קשיות און בלבולים, און נאר פאר זיי האט דער אייבערשטער באשאפן די מעשה בראשית עיי"ש; דאס האט זייער מחזק געווען דעם איד, און יעדעס מאל ווען ער האט אנגעפאנגען האבן יסורים אין אמונה האט ער זיך מיט דעם מחזק געווען.


זעט מען אז עס זענען דא נאך מענטשן וואס האבן קשיות און בלבולים אין אמונה, אבער וויסן זאלסטו אז דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לב): "דַע, כִּי יֵשׁ עֲבֵרוֹת שֶׁהֵם מַכְנִיסִים כְּפִירוֹת בְּאָדָם, וְיֵשׁ שֶׁבָּאִים עֲלֵיהֶם מַחֲשָׁבוֹת עַל הָאֱמוּנָה מֵחֲמַת שֶׁלֹּא נוֹלְדוּ בִּקְדֻשָּׁה כָּרָאוּי, וְיֵשׁ שֶׁהוֹסִיפוּ עַל זֶה מַעֲשֵׂיהֶם הָרָעִים שֶׁעָשׂוּ בְּעַצְמָם, כִּי יֵשׁ עֲבֵרוֹת שֶׁהֵם מַזִּיקִים וּפוֹגְמִים אֶת הָאֱמוּנָה הַקְדוֹשָׁה", עיי"ש, עס זענען דא עבירות וואס דאס מאכט א מענטש זאל האבן ספיקות און בלבולים אין אמונה; אבער דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אמונה באקומט מען דורכדעם וואס מען רעדט דיבורי אמונה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְ בְּפִי", אז ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, און אים פארציילן יעדע זאך, אלץ מער איז דער מענטש זוכה צו האבן אמונה.


נאך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מו) אז ווען א מענטש האט קשיות אויפן אייבערשטן, איז די עצה אז ער זאל שרייען און זיך בעטן ביים אייבערשטער, און דער רבי זאגט אז די ר"ת פון קשיא איז (תהלים כז, ז): "שְׁ'מַע ה' ק'וֹלִי אֶ'קְרָא", אויב מען האט קשיות, זאל מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, אז מען זאל נישט האבן קיין ספיקות און בלבולים, נאר לעבן מיט אמונה; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער לעבט מיט אמונה איז זיין לעבן א זיסע און געשמאקע לעבן, יעדע זאך וואס ער האט דאנקט ער דעם אייבערשטן, און יעדע זאך וואס ער האט נישט בעט ער דעם אייבערשטן; ער ווייסט ביי זיך אז קיינער קען אים גארנישט טון - קיינער קען אים נישט שלעכטס טון און קיינער קען אים נישט גוטס טון.


דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט זאגן אפאר מאל א טאג די דרייצן 'אני מאמין' אז עס זאל זיין איינגעבאקן אין זיין הארץ; הלואי ווען מיר קענען דאס נאכטון און יעדן טאג חזר'ן די אמונה אז אלעס איז דער אייבערשטער.


מוהרא"ש ז"ל פלעגט זיך פירן יעדן צופרי נאך ברכת התורה צו זאגן די 'אני מאמין' און אזוי פירן זיך אלע תלמידי היכל הקודש.


דאס האט מוהרא"ש מיט אונז געחזר'ט א גאנץ לעבן - טאג נאך טאג, וואך נאך וואך; יעדע שיעור, יעדע בריוו און יעדע קונטרס, אלעס דרייט זיך ארום די אמונה, אריין צו ברענגן אין זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, און דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, און דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס אלעס איז איין שטיק אלוקית, עס איז נאר פארשטעלט פון אונז.


 דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#6 - ווייזן קליפס פאר קינדער
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

פון ישראל. לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר אייך פאר אייערע שיעורים, זייט איך האב אנגעהויבן צו הערן די שיעורים בין איך געווארן אן נייער מענטש, איך באקום אזויפיל חיזוק פון די שיעורים. איך האב אנגעהויבן לערנען תורה יעדן טאג אויפ'ן סדר דרך הלימוד, און איך שפיר א סיפוק אין מיין לעבן. איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל ווייזן פאר מיינע קינדער די קליפס ווי די בחורים זינגען אין ישיבה וכדומה, אדער איז נישט כדאי צו ווייזן ווידיאס פאר קינדער? א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד ישראל ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו הערסט אויס די שיעורים פון ישיבה און דו האסט אנגעפאנגען צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן"; און דאס זעט מען בחוש, אז ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (שיחות הר"ן סימן עו), דארף ער שוין גארנישט, ווייל ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט, נעמט ער א משניות, אדער א גמרא, און ער איז גורס פרקים משניות און דפים גמרא.


בנוגע וואס דו פרעגסט מיר צי דו זאלסט ווייזן פאר דיינע קינדער קליפס ווי די בחורים זינגען; עס איז זיכער נישט כדאי, ווייל קינדער האבן א ריינע מח און ווען זיי הייבן אן קוקן קליפס און ווידיאוס וכו' וכו', נעמט עס אוועק פון זיי זייער ריינקייט וכו'; אמאל האט מען געוויזן ביי אונז אין מוסד פאר די קינדער וכו', און מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען אויף דעם, און ער האט מיר געשריבן א בריוו, אז מהיום והלאה זאל איך מער נישט ווייזן פאר קינדער קיין שום ווידיאוס און קליפס וכו' וכו'.


דאס וואס מען לייגט ארויף די ניגונים און דרשות אויף די כלים, דאס איז אן אנדערע זאך; נעבעך הונדערטער טויזענטער אידישע קינדער זיצן אויף די אינטערנעט טאג און נאכט, און דאס איז נאך א וועג ווי אזוי מען קען זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן, אבער יונגע קינדער איז נישט כדאי זיי צו ווייזן וכו'.


אדרבה, צינד זיי אן די סידי'ס; זאלן זיי דאס הערן א גאנצן טאג, און דאס וועט אריין לייגן אין זיי יראת שמים, ווייל יעדע ניגון איז נאכאמאל אמונה און נאכאמאל תשובה, מיר האבן שוין ברוך השם ארויס געגעבן צענדליגער סידיס פון תשובה און פון אמונה.


א גוטן טאג.

#5 - פרעמדע מחשבות אינמיטן זאגן תהלים
תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

פון שלום.
לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א
אין די לעצטע פאר וואכן האב איך אנגעהויבן אויסצוזאגן יעדן טאג גאנץ תהלים אז איך זאל האבן א ישועה מיט וואס איך דארף. אבער יעדעס מאל ווען איך זאג תהלים קומען מיר אריין אין קאפ מחשבות, אמאל פון סתם נארישקייטן און אמאל פון שלעכטע זאכן וואס איך האב געטון. איך וויל וויסן אויב ווערט די תהלים נתקבל ביים אייבערשטן אפילו ווען עס קומט מיר אריין די מחשבות. אפשר דארף נ נישט דער אייבערשטער אזא סארט תהלים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד שלום ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו זאגסט יעדן טאג תהילים, און אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט האבן א ישועה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צ"ח) ווער עס זאגט תהילים וועט האבן א ישועה.


אפילו ווען בשעת דו זאגסט תהילים קומט דיר אריין מחשבות וכו', קוק נישט אויף דעם, דו זאג תהילים און בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש אז ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן א ישועה.


 


א גוט שבת

#4 - הילף מיט א מאן וואס פאלט אין אידישקייט
שלום בית

תוכן השאלה‎

פון מרת לעפקאוויטש.
לכבוד הר"ר יואל ראטה שליט"א
איך האב זייער הנאה פון אייערע שיעורים, איך דאנק דעם אייבערשטן אז עס איז דא היינט אין אונזער דור א פלאץ וואו מען קען הערן עצות און חיזוק פאר'ן לעבן.
איך וויל אייך פרעגן וואס איך זאל טון מיט מיין מאן. איך האב חתונה געהאט פאר א פאר יאר צוריק מיט מיין טייערע מאן ני"ו, ער איז געווען זייער ערליך און וואויל ביז יעצט, אבער לעצטנס גייט עפעס פאר מיט אים, ער גייט נישט אין שול דאווענען, ער שפילט זיך א גאנצע צייט מיט זיין טעלעפאון. עס טוט מיר זייער וויי צו זען ווי מיין שטוב גייט צופאלן. ביטע העלפט מיר מיט אן עצה וואס איך זאל טון.
נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אייערע חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשע"ז לפ"ק


לכבוד מרת לעפקאוויטש תחי'


איך האב דערהאלטן אייער בריוו.


 איך האב הנאה ווי איר שרייבט מיר אז איר זענט זיך מחי' יעדעס מאל ווען עס איז דא א שיעור פאר די פרויען, און אז דאס געט אייך כח ווייטער אנצוגיין, איך האב הנאה צו הערן אז איר זענט זיך מחי' מיט די שיעורים.


בנוגע אייער מאן וכו' איך זאג אייך אז אלעס וועט אריבער גיין, עס ווענדט זיך אין אייך אליין, אויב איר וועט זיין ווארעם צו אים, אויב איר וועט אים געבן גוטע ווערטער, וועט ער זיך טוישן וכו', וויסן זאלט איר אז זייער אסאך מאל גיין יונגעלייט אריבער שווערע צייטן, עס פאסירט ביי זייער אסאך יונגעלייט, בפרט נאך די חתונה וכו', עס איז אבער נאר א דורכגאנג. אז איר וועט האבן סבלנות, איר וועט קוקן אויף אים מיט א גוט אויג, וועט ער אפלאזן זיינע נארישקייטן וכו' וכו'.


איך בעט אייך אז איר זאלט ווייטער רעדן שיין צו אים, איר דארפט פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פאזעטיוו און אים גארנישט זאגן. האלט אייך איין מיט אלע כוחות וועט איר זען ווי ער וועט זיך טוישן. איר דארפט טון וואס דער רבי האט אונז אויסגעלערענט, גייט צום אייבערשטן, וויינט אייך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף אייך און אויף אייער מאן און אויף אייערע קינדער, וועט איר זען אז מיט די צייט וועט דער אייבערשטער אים איבערדרייען.


וויינט אייך אויס צום אייבערשטן, דער רבי זאגט (ספר המידות תפילה נא): "תפילה שהיא בדמעות היא מתקבלת" - א תפילה וואס קומט מיט טרערן ווערט אנגענומען. נאך זאגט דער רבי (שם כ): "מי שמעביר על מידותיו תפילתו נשמעת" - ווער עס געבט נאך פאר א צווייטן ווערן אנגענומען זיינע תפילות.


חז"ל דערציילן (תענית כה): עס איז געווען א טריקעניש אין ארץ ישראל, עס האט נישט גערעגענט א גאנץ ווינטער, האט מען געמאכט א יום תפילה, דער הייליגער תנא רבי אליעזר איז צוגעגאנגען צום עמוד, ער האט געבעטן פיר און צוואנציג תפילות אז עס זאל רעגענען און עס האט נאך אלץ נישט גערעגענט, איז דער הייליגער תנא רבי עקיבא צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט "אבינו מלכינו אין לנו מלך אלא אתה, אבינו מלכינו רחם עלינו", און עס האט גלייך אנגעפאנגען צו גיין א גאס רעגן. האט דער עולם געזאגט אז רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר, ווייל זיינע תפילות זענען גלייך אנגענומען געווארן, איז ארויס א בת קול פון הימל און געזאגט: "נישט ווייל רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר זענען זיינע תפילות אנגענומען געווארן, נאר ווייל רבי עקיבא איז א וותרן, ער גיבט נאך, און ווער עס גיט נאך פאר א צווייטן הערט דער אייבערשטער אויס זיינע תפילות. זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון נאכגעבן פאר א צווייטן.


אין דעם זכות וואס איר וועט האבן סבלנות און נישט צעברעכן אייער שטוב, איר וועט אויסווארטן, וועט דער אייבערשטער אננעמען אייערע תפילות.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג:


רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר, איך דארף א ישועה, איך וויל אויפשטעלן אן ערליכע שטוב, קינדער וואס וועלן זיין צדיקים, קינדער וואס וועלן דיר דינען. רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין שטארק ביי מיר, איך זאל וויסן אז אלעס וואס פאסירט איז מיט א פונקטליכע חשבון, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין.


רבונו של עולם, העלף מיין מאן ער זאל זיין ערליך, ער זאל מצליח זיין און האבן א גרינגע פרנסה, העלף מיין מאן זאל אוועק ווארפן זיינע נארישקיייטן וכו' וכו'.


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, וועט איר זען אז דער אייבערשטער וועט אננעמען אייערע תפילות.


 


א געזונטע זומער.

#3 - איך קען נישט היטן מיינע אויגן
שמירת עינים

תוכן השאלה‎

פון אהרן.
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א.
איך בין א בחור וואס איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן א יאר צוריק. איך פרוביר צו זיין ערליך, איך דאווען און איך לערן יעדן טאג, אבער איך קען זיך נישט היטן די אויגן. איך זע אז לעצטנס איז מיר נאך פיל מער שווערער זיך צו אויגן, מער פון אמאל.
איך בעט אייך, האט רחמנות אויף מיר, און געבט מיר חיזוק אויף דעם אז איך זאל קענען היטן מיינע אויגן ווי עס דארף צו זיין.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד הבחור אהרן ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט מיר פארוואס עס קומט דיר אן היינט אסאך שווערער דיין שמירת עינים, מער ווי אמאל פאר דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן וכו', און דו זאגסט מיר אז דו האלסט עס נישט אויס וכו'; איך וועל דיר פארציילן א שיינע מעשה וואס דאס וועט דיר זיין א שטארקע חיזוק. חז"ל פארציילן (סוכה נב.) אז אביי האט אמאל געהערט ווי א מענטש שמועסט זיך אפ מיט א פרעמדע פרוי צו גיין צוזאמען שפאצירן צו א צווייטע שטאט, האט אביי געזאגט 'איך וועל גיין אונטער זיי, און אכטונג געבן אז זיי זאלן נישט טון קיין עבירה', ער איז זיי נאכגעגאנגען דריי פרסה, און ווען זיי זענען אנגעקומען אין שטאט האבן זיי געזאגט איינער צום צווייטן: "א שאד אז מיר דארפן זיך שוין צעטיילן נאך אזא געשמאקע שמועס", האט אביי געזאגט צו זיך: 'איך וואלט נישט געקענט ביישטיין אזא ניסיון', און אביי איז זייער צעבראכן געווארן, ער איז געבליבן שטיין ביים טיר פון שטאט, און נישט געוואלט אריין גיין - פון גרויס צעבראכנקייט, אז דא זעט ער צוויי פשוט'ע מענטשן גייען צוזאמען א לאנגע שטילע וועג, און זיי זענען שטארק ביי זיך נישט צו טון קיין עבירה, און ער ווייסט ביי זיך אז ער וואלט דאס נישט געקענט ביישטיין וכו'. איז געקומען צו גיין אליהו הנביא, און אים געזאגט: "שטארק דיר אביי, און זיי נישט צעבראכן, ווייל "כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו", ווי גרעסער א מענטש איז אלץ א גרעסערע יצר הרע האט ער".


דאס זאג איך דיר אויך טייערער אהרן ני"ו, שטארק דיר, און ווער נישט צעפאלן ווען דו זעסט אז דו האסט גרויסע נסיונות וכו'; דו טראכסט 'אמאל האב איך נישט געהאט די סארט שווערע נסיונות', דאס איז, ווייל אמאל ביסטו נישט געווען אזוי שיין און שטארק מיט דיין אידישקייט אזוי ווי היינט צו טאגס, דערפאר וויל דיר דער יצר הרע אראפ ווארפן; דו ביסט געווען יארן ביים יצר הרע אין טאש, פלוצלינג האסטו אויפגעשניטן א לאך אין זיך ארויס געכאפט פון דארט, וואס טראכסטו, אז דער יצר הרע וועט דיר אפלאזן? וואס מיינסטו, דער יצר הרע וועט דיר נישט וועלן צוריק כאפן צו זיך אין קעשענע?


אבער זארג נישט טייערער אהרן ני"ו, דער הייליגער רבי האט געשריגן מיט זיין גאנצע כח: "אין שום יאוש בעולם כלל", עס איז נישט דא קיין יאוש; און ר' ישראל קארדונער ז"ל פלעגט זאגן: "איינמאל דער רבי האט געשריגן 'קיין יאוש איז נישט פארהאנען', קען דער ס"מ טאנצן פון דער ערד ביזן הימל, און עס וועט אים גארנישט העלפן". שטארק דיר, דער אייבערשטער וועט דיר נישט פארלאזן, און דו וועסט טרעפן דיין שידוך בקרוב.


קוק צוריק וועסטו זען, אז די אלע וואס האבן געהאלפן די ישיבה האבן זייער שיין חתונה געהאט; דער רבי באצאלט סיי אויף דער וועלט סיי אויף יענע וועלט.


איך בעט פאר דיר יעדן טאג; דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט אי"ה אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב בקרוב, אמן.


זיי געזונט און שטארק, און זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.

#2 - עס איז שווער צו פארן קיין אומאן
אומאן

תוכן השאלה‎

פון אברהם.
לכבוד הר"ר יואל ראטה שליט"א
א גרויסן יישר כח פאר די אלע עצות און חיזוק וואס איך באקום פון אייך. איך האב א שאלה וואס שטערט מיר זייער, און דאס איז אויב איך זאל פארן דאס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה. איך וואלט געקענט פארן, אבער איך האב צוויי זאכן וואס שטערן מיר, איינס אז עס קאסט מיר אסאך געלט, און צווייטנס אז מיין ווייב דארף האבן וכו' אין די טעג ארום ראש השנה, און זי וועט דארפן מיין הילף אין יענע טעג.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום א' פרשת שלח, י"ז סיון, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד אברהם ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן פון דיר; שוין א לאנגע צייט וואס איך האב נישט געהערט פון דיר.


בנוגע וואס דו פרעגסט מיר צי דו זאלסט פארן אויף אומאן אויף ראש השנה, ווייל דאס יאר איז עס זייער שווער פאר דיר; קודם ווייל עס קאסט זייער פיל געלט, און צווייטענס ווייל דיין ווייב דארף האבן ראש השנה וכו'.


דאס וואס דו זאגסט אז עס איז דיר שווער וועגן געלט, מוז איך דיר זאגן אז איך פארשטיי דיר בכלל נישט; לאמיר דיר פרעגן, אויב עס ווארט דיר חס ושלום א שווערע משפט, און דו דארפסט זוכן א גרויסער לויער (עורך דין) זאל דיר ראטעווען פון דעם גרויסן משפט, וואלסטו געקוקט אויף געלט?! אודאי נישט! א מענטש וואלט אוועק געגעבן אלעס אויף דער וועלט אבי ער זאל לעבן, אזוי ווי עס שטייט (איוב ב, ד): "עוֹר בְּעַד עוֹר, וְכֹל אֲשֶׁר לָאִישׁ, יִתֵּן בְּעַד נַפְשׁוֹ", זאגט רש"י: "כֵּן דֶרֶ בְּנֵי אָדָם; כְּשֶׁרוֹאֶה הַחֶרֶב בָּאָה עַל רֹאשׁוֹ, מֵגִין בִּזְרוֹעוֹ לְפָנָיו, וְכָל שָׁכֵן כָּל אַשֶׁר לְאִישׁ בְּמָמוֹן - יִתֵּן", ווען א מענטש זעט אז מען וויל אים ח"ו שטעכן אין קאפ, לייגט מען די האנט - מען זאל ענדערש צושטעכן די האנט ווי דעם קאפ וכו', און זיכער אז מען וועט זיך ראטעווען מיט געלט ווי איידער מען זאל ח"ו געשעדיגט ווערן.


פרעג איך דיר, אז דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אויף מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן סימן ת"ג): "הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן אז מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".


דערפאר פארשטיי איך נישט וואס דו שרייבסט מיר, אז דאס יאר קענסטו נישט קומען ווייל עס קאסט אסאך געלט, חז"ל זאגן (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים, חוּץ מְהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב וְהוֹצָאַת בָּנָיו לְתַלְמוּד תּוֹרָה, שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", ראש השנה שרייבט מען אפ דעם בודשעט פונעם יאר, און ראש השנה שרייבט מען אפ אלעס וואס וועט פאסירן מיטן מענטש, און מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען: "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן, וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן - כַּמָּה יַעַבְרוּן וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בְקִצּוֹ וּמִי לֹא בְקִצּוֹ, מִי בָאֵשׁ, וּמִי בַמַּיִם, מִי בַחֶרֶב, וּמִי בָרָעָב, מִי בָרַעַשׁ, וּמִי בַמַּגֵּפָה"; נאכמער האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תסו), אז ווען דער חזן זאגט "מי, ומי, ומי" דארט איז מרומז אלעס וואס שטייט נישט אויסגערעכנט אינעם פיוט פון ונתנה תוקף. פרעג איך דיר, אז מיר האבן א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט געהייסן קומען צו אים, דארף מען מער פון דעם? א מענטש וואס האט שכל קוקט נישט אויף קיינעם, נאר ער פארט צום רבי'ן אויף ראש השנה.


וויסן זאלסטו אז די אלע טויזענטער אידן וואס קומען צום רבי'ן - קיינער קומט נישט גרינגערהייט, נאר יעדער איינער קומט מיט מסירות נפש; נאר וואס דען? אז דער רבי האט געהייסן קומען, קומט מען אן קיין קשיות. און דער רבי וועט דיר צוריק געבן די גאנצע קאסטן פון די נסיעה.


נאר דאס וואס דו זאגסט אז דיין ווייב דארף האבן פונקט ראש השנה, דאס איז שוין אן אנדערע מעשה; איך וואלט דיר געזאגט אז דו זאלסט דאס יאר בלייבן מיט איר, אזוי וועסטו נישט האבן קיין מחלוקת און דו וועסט קענען פארן אלע יארן; אויף דעם איז געזאגט געווארן (יומא פה.): "חַלֵל עָלָיו שַׁבָּת אַחַת כְּדֵי שֶׁיִּשְׁמוֹר שַׁבָּתוֹת הַרְבֵּה", ווייל אז דו וועסט פארן דאס יאר, וועט די גאנצע משפחה זיך נעמען אויף דיר, און דו וועסט עס נישט קענען אריבער טראגן; דיין ווייב אליין דארף דיר האבן דו זאלסט איר העלפן וכו'.


 ביז ראש השנה איז נאך דא אסאך צייט, זיי מתפלל אז דו זאלסט קענען פאלגן דעם רבי'ן; ווייל תפילה איז שטערקער פון אלעס, מיט תפילה וועסטו זען ניסים ונפלאות.

#1 - חיזוק אויף לערנען משניות און גמרא
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

פון מנשה. לכבוד דער טייערער ראש ישיבה שליט"א איך בין א אינגערמאן פון 33 יאר אלט, און איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה דעם פארגאנגענעם יו"ט שבועות. דאס איז געווען דער ערשטער מאל אין מיין לעבן וואס איך האב געענדיגט גאנץ משניות, עס האט מיר גענומען א גאנץ יאר עס צו ענדיגן, און איך האב גלייך נאכדעם אנגעהויבן נאכאמאל משניות, און איך האב אויך אנגעהויבן א שיעור אין ש"ס, און איך האלט שוין אינמיטן מסכת עירובין. איך הער אויס אייערע שיעורים, און איך האב נישט די ווערטער אייך צו דאנקען פאר אלע גוטע עצות און חיזוק וואס איך באקום פון די שיעורים, און איך וויל בעטן אויב איר קענט מיר שרייבן חיזוק אז איך זאל ווייטער אנגיין מיט'ן לערנען תורה יעדן טאג.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד מנשה ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען דאס ערשטע מאל אין דיין לעבן 'ששה סדרי משנה'; דער חיד"א ז"ל ברענגט בשם מדרש תלפיות: "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מֵנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם", אז ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל, קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריין שלעפן אין גיהנום, הייבט דער מענטש אן צו שרייען צו אלע צדיקים, ער שרייט: "אברהם אבינו ראטעווע מיר, יצחק אבינו ראטעווע מיר, יעקב אבינו ראטעווע מיר", אבער קיינער ענטפערט אים נישט; נאכדעם שרייט ער: "ראובן, שמעון, לוי", ביז ער קומט אן צו אשר בן יעקב. אשר פרעגט דעם מענטש צי ער האט געלערנט משניות, אויב ענטפערט ער 'יא', נעמט ער אים אריין אין גן עדן; דער חיד"א טייטש מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות פון 'משנה', "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", און ער וועט אים געבן גן עדן, זעט מען דאס גרויסקייט פון משניות.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, אז ער וויל זיין אן ערליכער איד און עס גייט אים נישט; האט אים דער רבי געזאגט: "אַתָּה עֲשֵׂה טוֹב, וַעֲסֹק בַּעֲבוֹדָתוֹ בֶּאֱמֶת, וּכְשֶׁתַּעֲסֹק וְתַתְמִיד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ אֲזַי הַטּוֹב יִשָּׁאֵר, וְהָרַע מִמֵּילָא יִתְבַּטֵּל" - דו טו גוטס, און דאס שלעכטס וועט פון זיך אליינס אוועק גיין (חיי מוהר"ן, סימן תמז).


ווי זיס און ווי געשמאק איז, ווען מען זיצט מיט א חומש, א משניות, א גמרא, און מען לערנט אויפן 'סדר דרך הלימוד' וואס מיר האבן באקומען פונעם הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו) און מען איז זיך מתבודד מיטן אייבערשטן; מען דארף נישט קיינעם, נאר דעם אייבערשטער אליין.


ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן האט ער זייער א זיס לעבן; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און טרינקט קאפיטליך תהילים, און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


 איך האב הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די שיעורים, און דו לעבסט מיט'ן אייבערשטן און מיט די תורה. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער, און מצליח זיין אין אלע דיינע ענינים.