שאלה אין קורצן ענין
#2283 - צו שארף געשריבן וועגן מלמדים?
חינוך הילדים, חיזוק פאר מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מען זאל אריינלייגן דעם פאלגנדן שטיקל פון א שיעור אינעם ספר ותחיין את הילדים חלק ב':


"אִיךְ גֶעדֶענְק וֶוען אִיךְ בִּין גֶעוֶוען אַ מְלַמֵד הָאבּ אִיךְ זִיךְ צוּרִיקְגֶעהַאלְטְן פוּן אַרַיינְגֵיין אִין 'מְלַמְדִים שְׁטִיבְּל', אִיךְ פְלֶעג בַּיי הַפְסָקָה בְּלַייבְּן זִיצְן אִין כִּתָּה, וַוייל דִי 'מְלַמְדִים שְׁטִיבְּל' אִיז גֶעוֶוען אַ 'מוֹשַׁב לֵצִים', מֶען אִיז דָארְט גֶעזִיצְן אוּן בַּארֶעדְט דִי קִינְדֶער, 'דֶער אִינְגְל אִיז אַ פֶערְד', 'דֶער אִינְגְל אִיז אַ בְּהֵמָה' אוּן 'דֶער אִינְגְל וָואס אִיז רוֹיט אוּן פֶעשׁ אִיז אַ פָּרָה אֲדוּמָה', אִיךְ פְלֶעג טְרַאכְטְן צוּ מִיר: 'וָואס? דָאס זֶענֶען מְלַמְדִים?! דִי מְלַמְדִים שִׁיקְן אַהֵיים יֶעדֶע וָואךְ דִיקֶע בִּיכֶער, אוּן מֶען לֶערְנְט אוֹיס דִי 'ל"ט מְלָאכוֹת' אוּן דִי 'שִׁבְעָה כּוֹכְבֵי לֶכֶת', כְּדֵי דִי עֶלְטֶערְן זָאלְן מֵיינֶען אַז מֶען גֶעבְּט דִי בֶּעסְטֶע חִינוּךְ, אוּן אַזוֹי קוקט מֶען אויף דִי קִינְדֶער?!


מיין ספק איז, אויב עס איז נישט צו אפן געשריבן, למעשה איז דאס ליידער ריין אמת, און אזוי הערט מען ליידער רעדן אין מלמדים שטוב, אבער למעשה איז דאס געזאגט אויף די מוסד וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט דעמאלט געארבעט, אפשר איז עס צו פערזענליך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


קענסט דאס דרוקן, דאס האט נישט מיט די מוסד פערזענליך, דאס איז אפאר מלמדים ליידער וואס האבן נישט געטארט זיין קיין מלמד, זיי זענען טאקע שוין לאנג נישט קיין מלמדים.


דרוק עס אינעם ספר, ווייל איך וויל מלמדים זאלן וויסן אז אין דעם ווענדט זיך אלעס, עס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט אויפן קינד; אז מען קוקט אויפן קינד שלעכט וועט די קינד נישט מצליח זיין, און אז מען קוקט אויפן קינד שיין, מען האט ליב דאס קינד, מען האט רחמנות אויפן קינד - וועט דאס קינד זייער מצליח זיין.


שלמה המלך זאגט (משלי כז, כא): "מַצְרֵף לַכֶּסֶף", עס איז דא א כלי אויסצולויטערן זילבער, "וְכוּר לַזָּהָב", און א כלי אויסצולויטערן גאלד, "וְאִישׁ לְפִי מַהֲלָלוֹ", און א מענטש ווערט געפרואווט לויט זיין לויב, וואס מענטשן זאגן אויף אים אזוי איז ער; דאס איז די טריק פון די תורה ווי אזוי מען איז מחנך קינדער, לויט ווי דו קוקסט אויף אים - אזוי ווערט ער, לויט וואס דו זאגסט אויף אים - אזוי וואקסט ער; אז עלטערן און מחנכים רימען טאג און נאכט: "ביסט אזא גוט קינד, אזא טייער קינד, אזא זיסקייט, אזא ליכטיגקייט" - וואקסט דאס קינד גוט, טייער, זיס און ליכטיג, און אז מען קוקט אויף אים נישט גוט, מען האלט אין הארץ אז דער קינד איז א פויער, א גארנישט, א פוילער וכו' - קען דאס קינד נישט וואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2282 - ברענגען צום שיעור קליינע קינדער וואס שטערן?
אחדות, קינדער, היכל הקודש, שלום, דרשות, פרויען צאמקום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט אנפרעגן בנוגע ברענגען גרעסערע בעיביס צו די פרויען צוזאמקום, ווען מען שפילט אויף א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס די קינדער שטערן פאר די ארומיגע.


איך פארשטיי אז פיצלעך קינדער ווילן פרויען מיטברענעגן, און על פי רוב שטערן זיי נישט, און אויב יא וועט די מאמע ארויסגיין מיט די בעיבי ווען דאס קינד וויינט. וואס איז אבער מיט ברענגען בעביס וואס זענען שוין אביסל עלטער, וואס שטערן פון הערן די שיעור, זיי לאכן, וויינען, און אזוי ווייטער.


רוב מאל האבן מאמעס די שכל אז ווען די בעיבי וויינט שטעלט מען זיך אויף און מען גייט אריין שטיל מאכן אין די צווייטע שטוב, וואס טוט מען אבער מיט די פרויען וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג, ווי אזוי גייט מען צו דערצו?


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מחזק זיין אז מען זאל נישט ברענגען בעיביס וואס שטערן? אדער אפשר בין איך נישט גערעכט? איך וואלט זייער געוואלט וויסן וואס איז ריכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ערשטנס דארפט איר זיך זייער שטארקן אז איר האט די זכי' צו מאכן די פרויען שיעורים, מחזק זיין אידישע פרויען, אידישע מאמעס, וואס דארפן אזויפיל חיזוק און זיי קוקן אזוי שטארק ארויס צו קענען ארויסגיין זיך טרעפן מיט ברסלב'ע שוועסטער און הערן זיסע חיזוק ווערטער, ווארעמע דיבורים, זיך אנצושעפן כח פאר די קינדער און פאר די מאן.


עס איז זייער א שווערע שאלה; איך וואלט נישט אוועק געשיקט א פרוי וואס שלעפט זיך ארויס פון שטוב נעמען חיזוק און זי האט נישט ווער עס זאל האלטן איר קליין קינד. וואס זאל א פרוי טון ווען זי דארף די שיעור פאר איר לעבן, און דאס ארויסגיין זיך טרעפן מיט גוטע ווארעמע ברסלב'ע חבר'טעס איז פאר איר לופט צו אטעמען, און איר מאן וויל נישט האלטן דאס קינד? וואס זאל זי טון? זאל מען איר יעצט ארויסטרייבן? איך וואלט נישט געוואלט האבן די פאסטן פון ארויסשיקן מענטשן פון גן עדן; א רחמנות אויף דער מלאך וואס שטייט ביים טיר פון גן עדן און לאזט נישט אריין נשמות...


פון די אנדערע זייט דארף מען טראכטן וואס צו טון מען זאל קענען אויסהערן די שיעור רואיג, עס זאל נישט זיין קיין קינדער וואס וויינען; איז אפשר קענט איר דאס איבערגעבן פאר אייער מאן, ער זאל פרעגן יענעמ'ס מאן אויב עס איז מעגליך אז ער זאל זיין אין שטוב מיט די קינדער, אז זיין ווייב זאל זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות, און אויב איז דאס נישט שייך - אפשר קען מען העלפן מיטן שיקן א קינד צו איר אין שטוב בעבי-סיטן, אדער קען מען טראכטן אנדערע עצות.


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן מיט אייער הייליגע ארבעט און געדענקט וואס איז דער עיקר און וואס איז די טפל, ווערט נישט צעמישט; ווען מען קומט אין היכל הקודש דארף מען בלייבן געדענקען וואס איז דער עיקר און וואס איז טפל, דער עיקר איז קוקן גוט אויף יעדן איינעם, דער עיקר איז זיך ליב האבן מיט יעדן איינעם, דער עיקר איז געדענקען אז מיר זענען נישט דא קיין בעלי בתים, מיר זענען געסט, מיר גייען שוין אט אט אהיים, און די וואס וועלן איבערנעמען וואס מיר טוען וועלן סיי ווי טון ווי זיי פארשטייען, קיינער וועט נישט טון ווי אזוי מיר האבן געוואלט און פארשטאנען וכו' וכו'. אזוי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נד): "כי צריכין לשמר מאד את הזכרון", מען דארף זייער אכטונג געבן צו געדענקען שטענדיג וואס איז דער עיקר, וואס בין איך געקומען אין היכל הקודש? "שלא יפול לשכחה", מען זאל נישט אריינפאלן אין שכחה, "ועקר הזכרון הוא לזכר תמיד בעלמא דאתי", און דער עיקר דארף מען געדענקען אז עס איז דא נאך א וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2281 - דארף מען זינגען אלע זמירות שבת?
שבת קודש, זמירות שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען געשריבן פונעם ראש ישיבה שליט"א אינעם קונטרס "אשית עצות בנפשי" אז אינגעלייט וואס האבן חתונה דארפן געדענקען וואס דער רבי זאגט אז זמירות שבת איז א יסוד היסודות אין אידישקייט, דער רבי זאגט נישט סתן ווערטער, וואס דער רבי זאגט איז דער אמת אויף אייביג.


איך האב ברוך ה' חתונה געהאט, אבער עס איז מיר זייער שווער צו זינגען זמירות ווען איך בין אליין אינדערהיים ביים שבת טיש, ביז יעצט בין איך געווען צוגעוואוינט צו זינגען צוזאמען מיט די גאנצע משפחה, אבער אליין איז מיר שווער; וויל איך וויסן אויב איך דארף טאקע זינגען אלע זמירות, אדער נאר וואס איז מיר גרינגער, און אזוי האבן אן עונג שבת?


אנטשולדיגט פאר'ן פרעגן אזויפיל שאלות לעצטנס, איך בוי פשוט יעצט מיין היים, און איך דארף האבן א באגלייטונג צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדע זאך. איך האב נישט גענוג ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן וואס האט מיר געגעבן דעם ראש ישיבה שליט"א מיר צו העלפן פירן מיין לעבן אויפ'ן ריכטיגן וועג, און איך בין זייער מכיר טובה דעם ראש ישיבה שליט"א אויף אלע עצות און חיזוק, ספעציעל פאר'ן ענטפערן מיינע פרטיות'דיגע שאלות.


איך וויל מער קלאר שטעלן מיין שאלה, איך האב נישט געטראכט בכלל נישט צו זינגען זמירות, נאר עס איז דא געוויסע זמירות וואס מיין טאטע שליט"א זינגט עס מיט טרויעריגע ניגונים, און איך קען נישט קיין פרייליכע טענער אויף די זמירות, איז די שאלה אויב די שטיקלעך קען איך פשוט זאגן, אן עס צו זינגען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביים הייליגן רבי'ן איז געווען אן עיקר דאס זינגען זמירות ביי די שבת סעודות און אזוי אויך ביי מלוה מלכה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קד), זינגען זמירות איז אן עיקר אין אידישקייט, זינג ניגונים וואס מאכן דיך פרייליך, און די אלע ניגונים וואס מאכן דיך בעצבות - זאלסטו נישט זינגען, ווייל שבת דארף מען זיין פרייליך און חס ושלום זיין בעצבות און מרה שחורה.


אמאל ווען רבי נתן איז געקומען צום רבי'ן און דער רבי האט אים געפרעגט: "ביסטו פרייליך שבת?" האט רבי נתן געזאגט: "צומאל בין איך פרום"; האט אים דער רבי געזאגט: "ניין, שבת דארף מען זיין נאר פרייליך", דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2280 - וואס זיך אונטערנעמען לכבוד די יום הולדת?
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, יום הולדת, אני מאמין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קומענדיגע וואך גייט זיין מיין זעכצנטע געבורטסטאג ברוך ה', איך האב געוואלט פרעגן וואס איז כדאי פאר מיר זיך צו אונטערנעמען לכבוד די יום הולדת? איך וועל זיך זייער פרייען צו באקומען אן ענטפער.


אגב וויל איך דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז איך דאנק דעם אייבערשטן אז עס הערשט א געוואלדיגע אחדות און ליבשאפט ביי אונז אין קלאס, ספעציעל זעט זיך עס אן יעצט, ווען מיר מאכן צוזאמען א דעי-קעמפ פאר די יונגערע קינדער; יעדער איינער וויל העלפן, יעדער וויל געבן די גוטע געפיל פאר'ן צווייטן, מען רעדט שיין און מען גרויסט זיך נישט אויף יענעם, עס איז דא א מחי'דיגע לופט אין שולע.


ש'כח אייבערשטער, ש'כח ראש ישיבה שליט"א, פאר'ן אריינבאקן אין אונז צו מתפלל זיין אויף גוטע מידות.


יישר כח


תלמידה בית פיגא, טבריה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא טבריה


איך פריי זיך צו הערן אז אין בית פיגא אין טברי' איז דא ליבשאפט צווישן די תלמידות, נאר דארט וואו עס איז דא ליבשאפט קען מען שפירן נשמת רבינו, דארט וואו מען האט זיך ליב שיינט די ליכטיגקייט פון די שכינה הקדושה. אז מען קוקט גוט זעט מען כל זמן עס איז דא צווישן א חבורה אנשי שלומינו ליבשאפט; א שול, א געגנט, א כולל, א כיתה אין א ישיבה - איז דארט דא א ליכטיגקייט, א זיסקייט.


נעם זיך פאר לכבוד דיין געבורטס טאג צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, דאס איז מסוגל צו שטארקן די אמונה. מוהרא"ש זאגט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן אפאר מאל א טאג די אני מאמין'ס מיט א גרויסע דביקות און ברען, דארפן מיר דאס זיכער זאגן כאטשיג איין מאל א טאג.


זאגט עס מיט די טייטש, אזוי וועט עס אריינגיין אין אייך, עס וועט ווערן איינגעקריצט טיף טיף אין די ביינער, איר וועט האבן א שטארקע אמונה.


די אני מאמין'ס טוט בארואיגן דעם מענטש; ווען מען זאגט די ווערטער: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה", איך גלייב מיט א שטארקע אמונה, "שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא", אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, "וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים", און דער אייבערשטער אליינס פירט דער וועלט, "וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", נאר ער האט אלעס געטון, ער אליין טוט אלעס און ער וועט טון אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2279 - וואס טוט מען אז מען איז צעפראסקעט און צעפלויגן?
תפילה והתבודדות, שמחה, סדר היום, ישוב הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אסאך ארבעט, און איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו האנדלען, איך פיל ווי עס טרעט מיך צו צו די נערווען. איך קען זיך נישט מסדר זיין און צוזאמנעמען, איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, יעדע זאך איז א גאנצע בארג, איך האב נישט קיין געדולד פאר גארנישט, און נאכדעם ליידן מיין טייערע ווייב און קינדער, איך דארף דער צדיק, דער דאקטער, זאל מיך אויסהיילן.


איך ווייס נישט וואס עס איז שוין ווייטער געשען מיט מיך, פון נעכטן ווען איך בין אויפגעשטאנען, איך בין פשוט צעפראסקעט און צעפלויגן, איך פיל ווי מיין מח פלאצט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין פראבלעם איז אז דו מאכסט נישט קיין התבודדות; וואלסטו געגאנגען אנהייב טאג א שפאציר (אדער אין א צימער, ווי אזוי עס ארבעט בעסער פאר דיר) - זיך אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן אלעס וואס ליגט אויף דיר צו טון, און אים דערציילט דיינע געפילן ווי דו שפירסט, ווי דו ווערסט צעקוועטשט - וואלט אלעס גרינגער געווארן; ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט ישוב הדעת, עס איז מסדר די מח.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י), ווען א מענטש איז נישט פרייליך פארלירט ער די ישוב הדעת, דער מח ווערט איבערגעשטרענגט, דאס מאכט אים שפירן ווי מען ווערט צעקוועטשט פון זאכן וואס דארפן ווערן געטון, און אז מען איז זיך מתבודד, מען הייבט אן דעם טאג מיט תודה והודאה, מען דאנקט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אידן און מיר זענען ביים צדיק, מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן - ווערט מען פרייליך און אז מען איז פרייליך האט מען ישוב הדעת, די מח קען פארנעמען גאר אסאך. אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", נאר אויב דער מענטש איז פרייליך קען זיין מח פארנעמען, ווייל שמחה מאכט פריי, מען לעבט אין א פרייע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2278 - וואס טוט מען ווען די שכנימ'ס קינדער שלאגן?
חינוך הילדים, קינדער, שכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א שכן וואס זייערע קליינע קינדער טוען וויי אנדערע קינדער, דער דריי יעריג אינגל נעמט אלץ איין קינד פאר א קרבן און טוט אים זייער וויי, ווי בייסן און שטארק שלאגן.


ביז אהער, ווען עס האט פאסירט ביי אנדערע שכנים, האב איך זיך נישט וואוסנדיג געמאכט, ווייל עס האט נישט מיט מיר. אויך די פיר יעריג מיידל קומט אסאך צו די קליינע קינדער און נעמט אוועק וואס זיי האבן און טשעפעט זיי.


לעצטנס האט דער קליינע אינגל אנגעהויבן וויי טון מיין קינד, אפאר טעג צוריק האט ער גענומען א צווייג און געשלאגן קינדער דערמיט. זיין מאמע איז דארט געווען און גארנישט געטון אדער געזאגט. איך בין איר דן לכף זכות אז אפשר האט מען איר אזוי געשלאגן אלס קינד אז זי וויל נישט שלאגן אירע קליינע קינדער. איך בין אריבערגעגאנגען, אוועקגענומען דעם שטעקן און אים שטרענג געזאגט אז מען טאר דאס נישט טון.


נעכטן האט ער זייער שטארק געביסן מיין קינד און זי האט אזוי געשריגן, און לעצטנס האב איך געלערנט אין עצתו אמונה אז מען זאל נישט שלאגן יענעמ'ס קינדער, האב איך געוואלט פרעגן וואס איך מעג יא טון פון מיין זייט אויב אזא מעשה פאסירט נאכאמאל, ווען יענעמ'ס קינדער טוען וויי מיינע קינדער און די מאמע טוט גארנישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


קיינמאל זאלט איר נישט שלאגן יענעמ'ס קינדער, און אויך די אייגענע קינדער האט דער רבי נישט געלאזט שלאגן; שלאגן האט נישט מיט חינוך, שלאגן האט מיט נערווען אדער מיט פארלוירנקייט, אפהיטן זאל דער אייבערשטער אז מען שלאגט קינדער. דער רבי האט געגעבן מוסר פאר מוהרנ"ת ווען ער האט דערציילט פארן רבי'ן אז ער האט געדארפט געבן א פאטש פאר זיין זון, פאר חוצפה, פארן נישט פאלגן א טאטע ווען ער האט אים געזאגט ער זאל קומען זיצן ביים טיש, האט אים דער רבי פארגעהאלטן: "א קינד שלאגט מען?!" און זיכער נישט יענעמ'ס קינדער, וואס קען זיין פשוט א סכנה; וואס וועט איר טון ווען יענעמ'ס עלטערן וועלן רופן די פאליציי? השם ישמרינו.


אז מען זעט ווי א קינד טוט וויי אנדערע - דארף מען דאס אפהאלטן, אז מען זעט א קינד שלאגט אנדערע מיט א שטעקן - נעמט מען אוועק די שטעקן און מען זאגט מיט א שמייכל פאר די קינדער: "אזעלכע וואוילע קינדער וואס קריגן זיך נישט דארפן באקומען א גוטע זאך", און מען געבט יעדן איינעם א קיכעלע, אדער א וועפער און דאס גלייכן, און שלום על ישראל, און אז מען זעט א קינד גייט איינעם בייסן וכו' - דארף מען דאס אפשטעלן און גלייך מאכן פרייליך, נישט אז יענעמ'ס עלטערן זאלן קומען צו לויפן מיט טענות וכו'.


זייער גוט טוט איר מיט דעם וואס איר זענט דן לכף זכות די מאמע; וואלטן מיר אלע געקוקט אויף אנדערע מיט גוטע אויגן - וואלטן מיר שוין לאנג אויסגעלייזט געווארן פון גלות. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר זיינ'ס א תלמיד, רבי נחמן טולטשינער: "ווען מיר וואלטן געפאלגט דעם רבי'ן און געקוקט גוט אויף יעדן איינעם, וואלטן מיר געקענט מחזיר בתשובה זיין די גאנצע וועלט, און געברענגט די גאולה".


בפרט די אלע וואס וואוינען אין א בנין מיט אסאך משפחות אין די גרויסע שטעט, און אויך די וואס גייען זומער אין די קאנטריס וואו מען וואוינט אינאיינעם אסאך משפחות, דארט דארף מען זייער אכטונג געבן צו קוקן גוט אויף די שכנים, און נאר אז מען קוקט גוט, מען איז דן לכף זכות - קען זיין שלום. ווייל די טבע פון א מאמע איז, אז זי אליין קען וויי טון אירע קינדער טאג טעגליך, אן דארפן איינעם אפגעבן דין וחשבון (אזוי מיינט מען), און ווען עס קומט א שכן און זאגט א ווארט פאר איר קינד - ווערט א וועלט מלחמה, מען רעדט מער נישט, מען איז זיך מער נישט משדך, ווען מען פרעגט זיך נאך אויף די שכנים פאר שידוכים - בארעדט מען יענעם; אלץ האט זיך אנגעהויבן פון אזא מעשה, מיין קינד האט געביסן און זי האט געזאגט איך קען נישט זיין קיין מאמע, און פלוני'ס קינד האט אויסגעגאסן אין חצר א קלעב, און די מאמע זאגט גארנישט, מען נעמט שוין צאם אלע פרויען, מען מאכט אן אסיפה, א גענעראל פארזאמלונג און די שכנים פסק'ענען אלע אז זי טאר נישט האבן קיין קינדער וכו' וכו', אזוי הייבט זיך אן אלע מחלוקת, דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון דעם.


דעריבער זאלט איר דן זיין די מאמע לכף זכות, מען ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי אנדערע, מען מיינט מען ווייסט, אידישע פרויען און אידישע מאמעס גייען אריבער אזעלכע ווייטאג וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט, אמאל איז דא א פרוי וואס זי קען גארנישט טון מיט אירע קינדער, זי גייט אריבער שטילערהייט א גיהנום מיט איר מאן, וואס קיינער אויף די וועלט ווייסט נישט, און איר מח קען מער נישט דערהייבן, מען מוז דן זיין לכף זכות.


מיר שטייען יעצט פאר די הייליגע טעג, מיר דארפן אלע רחמי שמים מען זאל אונז אפשרייבן א גוט יאר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "במדה שאדם מודד", ווי אזוי דער מענטש פירט זיך, "בה מודדין לו" פירט מען זיך מיט אים; אז מיר וועלן רחננות האבן אויף אנדערע - וועט מען רחמנות האבן אויף אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2277 - ווי אזוי קען איך אויסהיילן די שווער הארץ אויף מיין ווייב?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי קען איך ארויסנעמען די שווער הארץ וואס איך האב אויף מיין ווייב?


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן מיר זאלן זיך ליב האבן און לעבן בשלוה, אבער די אלטע ווייטאגן (און אויך די פרישע) לאזן נישט. איך בין אויסגעברענט פון פרובירן נאכאמאל און נאכאמאל.


איך פיל ווי מיר לעבן סתם געמאכט. מיר וואוינען אין איין הויז מיט קינדער, איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי מער מען חזר'ט אמונה - גייען ארויס ווייטאגן פון הארץ. אז מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס האט א חשבון פינקטליך ווי אזוי עס זאל זיין - גייען ארויס אלע ווייטאג, און ווער רעדט נאך אז מען ווערט מקורב צום צדיק אמת, דער הייליגער רבי - וואס עפנט אונז די אויגן און לערנט אונז ווי אזוי מיר זאלן אנקוקן א צווייטן, מיט רחמנות געפילן און דן זיין לכף זכות, בפרט ווען מען רעדט פון די ווייב; צו קוקן אויף איר מיט רחמנות געפילן, ווי זי ליידט אין לעבן פון די קינדער, און וואס זי גייט אריבער וכו' וכו' - דעמאלט גייען ארויס אלע ווייטאג.


אז דיין ווייב האט דיר אסאך וויי געטון און דו קענסט נישט ארויסנעמען די ווייטאג פון הארצן, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ביי התבודדות, זאג: "רבונו של עולם איך האב שוין מער נישט ליב מיין ווייב, עס איז אפגעקילט געווארן די ליבשאפט, איך בין געווארן זייער וויי געטון אלע יארן פון איר, איך קען איר נישט מוחל זיין, אנא ה' איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל איר קענען מוחל זיין, געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל וויסן אז אלעס וואס איך בין אריבער, אלע מיינע ווייטאג - האט נישט מיט איר, דאס האב איך געדארפט אריבער גיין, זי איז נאר ליידער געווען די שליח דאס אויסצופירן, און אז זי וואלט עס נישט געטון - וואלט עס א צווייטער געטון. אנא ה' העלף מיר איך זאל לעבן מיט א שטארקע אמונה, איך זאל וויסן אז אלעס אויף די וועלט ביסטו, און ווען עס גייט מיר גוט איז דאס דו, און ווען עס איז חלילה פארקערט - איז דאס ווייטער דו. הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קענען מוחל זיין מיין ווייב מיט מיין גאנצע הארץ, און בזכות וואס איך וועל איר מוחל זיין - זאלסטו מיר מוחל זיין אויף וואס איך האב געטון אזויפיל עבירות. הייליגער באשעפער, איך בין דאך אויך יענער באנדיט, איך האלט אין איין צוריק פאלן, וויפל איך זאג דיר צו אז איך גיי זיין אפגעהיטן, איך גיי מער נישט זינדיגן - פאל איך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, בעט איך דיר זייער, זיי מיר מוחל, העלף מיר איך זאל האבן אמת'ע שלום בית בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר און פאר די שכינה הקדושה, זיי האבן אלעס אוועק געגעבן נאר אז עס זאל זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2276 - איז א מצוה צו הרג'ענען א שפין?
שבת קודש, מנהגים, קליפות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך זייער שטארק באדאנקען פאר די חדר, יישר כח פאר אלעס.


איך וויל וויסן אויב עס האט א מקור אז אויב מ'הרג'ט א שפין האט מען זיבן מצות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי דערציילט אין די מעשה פון די פליג און די שפין (ספורי מעשיות, מעשה ז), אז דער קעניג האט געקוקט אינעם ספר האט ער געזען ווי עס קריכט א שפין אויף די שארף פון די בלעטער און אויפן ספר איז געווען א פליג און מן הסתם ווי קריכט א שפין? צום פליג, און מוהרא"ש געבט צו פארשטיין די מעשה אין ספר נהרי הפרסמון; דער שפין דאס איז מרמז אויף עמלק, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש משלי ל, יג) אויפן פסוק (משלי ל, כח): "'שְׂמָמִית בְּיָדַיִם תְּתַפֵּשׂ וְהִיא בְּהֵיכְלֵי מֶלֶךְ', זֶה עַמָלֵק", די פארשאלטענע פאלק וואס קריכט צום פליג, ער וויל פארכאפן די פליג, דאס זענען די אידישע קינדער וואס האבן נישט קיין כח צו זיין שטארק, צו זיי גייט עמלק און וויל זיי פארכאפן מיט די שפינען וועבאכטס, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלב), איינער האט געוואלט אייננעמען א פעסטונג און ווען ער איז אנגעקומען צום טויער האט ער געזען א שפינען וועבאכטס, וועט זיך א שטארקער צוריק קערן פון אריינגיין אין אייננעמען די פעסטונג? זיכער נישט, אבער א שוואכער וועט זיך צוריק קערן און אוועק גיין, זעט מען אז דער שפין איז די טומאה און וויל אראפ ווארפן נשמות ישראל.


דער הייליגער מנחת אליעזר זכותו יגן עלינו ברענגט (דברי תורה מהדורא ט', אות צט) אז דער שפין האט זיבן פיס אנטקעגן די זיבן פעלקער וואס איז אנטקעגן די זיבן קליפות, און דערפאר שטייט פון הייליגן אריז"ל (סידור רבי שבתי כוונת ערב שבת, דבור המתחיל יתקן הבית), מען זאל אויסרייניגן יעדן ערב שבת די שטוב פון אלע שפינען וועבאכטס, און אזוי האבן די צדיקים זיך געפירט, זיי האבן זיך אליין מטריח געווען אויסצורייניגן די שטוב פון די שפינען וועבאכטס, ווייל די קליפה איז אנטקעגן שבת וואס איז ז' מידות דקדושה, מלכות, ארץ הקודש, און דער שפין איז אנטקעגן שבת קודש.


נאך אן אינטערעסאנטע זאך ברענגט ער (דארט), אז אפילו נאכדעם וואס מען הרג'עט די שפין - שאקלען זיך די פיס; דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע באשעפענישן, דאס איז די כח פון די טומאה פון די קליפות. און מען דערציילט אז דער הייליגער מונקאטשער רב פלעגט זיך אליין אויפשטעלן אויף א בענקל און פארברענט די שפינען וועבאכטס ווייל זיי האבן פארברענט דעם בית המקדש, עיין שם (עיין דרכי חיים ושלום, אות תתרפ).



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2275 - וואס טו איך ווען מיינע עלטערן קריגן זיך?
שלום בית, כיבוד אב ואם, מחלוקת, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פרוביר נישט צו מוטשען דעם ראש ישיבה שליט"א סתם אזוי, אבער עס איז שוין עק וועלט, מיין טאטע און מאמע רעדן נישט איינער צום צווייטן שוין א לאנגע צייט, און צוביסלעך ווערט עס ערגער און ערגער, ביז מען הויבט שוין אן פארלאנגען א גט רחמנא ליצלן, איך ווייס נישט אויב עס גייט טאקע אנקומען אזוי ווייט, אבער דער מצב איז זייער שווער און אנגעצויגן אין שטוב, איך ווייס נישט וואס מיינע אנדערע ברידער טראכטן, אבער איך וויל נאר אנטלויפן.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עפעס העלפן, ווייל איך שפיר ווי איך קען מער נישט. מיין טאטע האט נישט צו וועמען צו רעדן, און דעריבער דערציילט ער מיר אלעס, און באמת דארף ער מיר גארנישט דערציילן, איך שפיר עס סיי ווי סיי אינדערהיים.


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, איך בין מתפלל יעדן טאג פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


די צער פון קינדער וואס זעען די עלטערן קריגן זיך איז אזוי שרעקליך, מען קען פון דעם בארירט ווערן, עס איז א שרעקליכע ווייטאג, עס איז נישט צום אויסהאלטן; עס טוט מיר זייער וויי צו הערן דיין ווייטאג און צו זען ווי דו ווערסט געפייניגט.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט אריינמישן און חס ושלום נישט נעמען קיין זייט אין די מחלוקת, דו זיי ביידע מכבד, און בזכות די מצוה פון מכבד זיין טאטע מאמע - וועסטו טרעפן דיין שידוך און לעבן מיט שלום און מיט ליבשאפט.


אויך זאלסטו דאווענען פאר זיי, בעט דעם אייבערשטן פאר זיי; עס זאל זיין ליבשאפט און שלום, ווייל תפילה איז אזוי שטארק, מען קען מיט תפילה אלעס איבערדרייען, מען קען מיט תפילה באקומען א שיינע זיסע שטוב מיט שלום און ליבשאפט.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2274 - וואו טרעפט מען א דאקטער פאר מיינע נסיונות?
שלום בית, קדושה, רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, נסיונות, שמירת עינים, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף וויכטיג א דאקטער, עס ברענט אין מיר א יצר הרע וואס וויל מיר אוועקנעמען מיין שיינע לעבן מיט מיין ווייב. וואו איך גיי ברענגט ער מיר אונטער שמוץ, און נישט אז איך זוך צו קוקן, עכט וויל איך היטן מיינע אויגן, קוקן נאר אויף מיין ווייב, אבער איך געב זיך נישט אן עצה, און נאכדעם גייט מיר אוועק דעם טעם פון לעבן, פון פארברענגען און שמועסן מיט מיין ווייב, און עס טוט מיר אזוי וויי.


איך האב געשניטן שטיקער פון זיך אלס בחור אז איך זאל זיך קענען דערהאלטן און ווארטן ביז מיין חתונה, און ש'כח אייבערשטער אז איך האב שוין חתונה געהאט, וואס איז יעצט? איז דאס מיין תכלית אויף דער וועלט, אראפצופאלן אין עבירות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי קען טאקע זיין אזא זאך, נאכדעם וואס דו האסט חתונה געהאט זאלסטו זוכן עבירות? ווי קען מען זיין אזוי געפאלן? דו דארפסט טאקע א גרויסער דאקטער זאל דיך היילן.


נעם דעם רבי'ן אלס א דאקטער. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ל), דער צדיק איז א דאקטער וואס היילט אויס דעם נפש; זאלסטו נעמען דעם רבי'נס מעדעצין. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מעדעצין 'התבודדות', מען זאל זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אויף מאמע לשון, די מעדעצין נעמט מען אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט דארט, זאלסטו אנהויבן נעמען די מעדעצין. פאלג דעם רבי'ן און זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, איך בין דאך אזא רחמנות, איך האב חתונה געהאט און נאכאלץ זוך איך עבירות, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, איך וויל האבן ריינע אויגן, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן? איך האב א ווייב, איך האב א גוטע לעבן און נאכאלץ זוך איך אין די מיסט און איך פאל אראפ אין עבירות, איך ווער ממש פארברענט פון די ברענעדיגע יצר הרע, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, איך קען נישט אליין"; אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן, זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים; וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער אין וואס דו ליגסט.


דער רבי האט נאך א מעדעצין, די מעדעצין פון תיקון הכללי. זאג יעדן טאג דעם "תיקון הכללי"; די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ]; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא) אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים, דארף שוין גארנישט זארגן; דאס העלפט אויף אלע עבירות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2273 - פארוואס טראכט איך שלעכטע זאכן פאר'ן שלאפן?
סיפורי צדיקים, קדושה, אשר בנחל, שמחה, דרשות, שלאפן, שמירת עינים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך האלט אין משניות מער ביים סוף, און איך מאך ברוך ה' התבודדות.


לעצטנס ווען איך גיי שלאפן קומט מיר ארויף אין קאפ נישט איידעלע בילדער און אויסגעלאסענע פרויען, און עס איז מיר שווער צו איינשלאפן, איך וויל פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה אויף דעם.


אויך וויל איך בעטן אביסל חיזוק אויף לערנען גמרא, ביי משניות רוק איך זיך ברוך ה', ווייל איך זאג עס צופרי אויפ'ן באס, אבער גמרא זאג איך נישט געווענליך, וויל איך בעטן אביסל חיזוק אויף דעם.


אזוי אויך לעצטנס פיל איך זיך זייער אראפגעשלעפט און צעבראכן, איך רעג זיך אויף מיינע געשוויסטער, אבער איך ווייס נישט פארוואס, עס קען זיין אז אלעס האט א שייכות, אבער איך פיל זיך זייער צעבראכן.


איך וויל דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אלע שיעורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז גוט זאלסט זיך לייגן שלאפן מיט א מעשה ביכל פון צדיקים, אדער מיט די בריוו פון התחזקות וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין ספר אשר בנחל און דאס גלייכן, אויך קענסטו הערן א שיעור התחזקות און אזוי איינשלאפן, וועסטו האבן א הייליגע שלאף; עס איז גאר אנדערש ווען מען שלאפט איין מיטן רבינ'ס התחזקות, מיט אמונה און שמחה.


ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו היטן דיינע אויגן, און ווען דו ביסט אונטערוועגנס זאלסטו אריינקוקן אין א ספר, נישט מפקיר זיין דיינע אויגן.


עס שטייט פון צדיקים, אויפן פסוק (בראשית לח, כא): "אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה", ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו קדושה? "הִוא בָעֵינַיִם עַל הַדָּרֶךְ", אז מען היט די אויגן אונטערוועגנס; ווייל אז מען היט די אויגן ווערט מען פרייליך, און מען איז זוכה צו ריינע מוחין, און מען איז פרייליך, מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם, און צו אלעס גוטס.


זיי פרייליך, טו אלעס אבי צו זיין פרייליך.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#2272 - ארויסזאגן די ווערטער וואס מען לערנט?
לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען מען לערנט די הייליגע ספרים "אשר בנחל", "עצתו אמונה", "פעולת הצדיק", קונטרסים פון מוהרא"ש, אדער אזעלכע סארט ספרים, איז דא אן ענין ארויסצוזאגן די ווערטער וואס מען לערנט, אדער איז גענוג צו ליינען מיט די אויגן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען לערנט און מען זאגט ארויס די ווערטער - גייט עס אריין שטערקער אינעם מענטש, מען געדענקט דאס לערנען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עירובין נד.), דער הייליגער תנא רבי אליעזר האט געהאט א תלמיד וואס פלעגט נישט ארויסזאגן די ווערטער ביים לערנען, און נאך אפאר יאר האט ער פארגעסן וואס ער האט געלערנט, און די גמרא זאגט דארט אז דאס ארויסזאגן די ווערטער ביים לערנען - איז מסוגל אויף צו געדענקען.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2271 - א פרישע קבלה לכבוד די געבורטסטאג?
כיבוד אב ואם, דאווענען, קבלה טובה, יום הולדת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך זאל זיך פארנעמען לכבוד מיין 24'סטע געבורטסטאג וואס גייט זיין ... מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


פאריגע יאר האט דער ראש ישיבה שליט"א מיר געזאגט איך זאל זיך מקבל זיין צו רופן מיינע עלטערן יעדן טאג, ש'כח אייבערשטער אז איך האב דאס מקיים געווען כמעט יעדן טאג, וויל איך יעצט פרעגן וואס איך זאל זיך מקבל זיין דאס יאר.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן אסאך כח און סייעתא דשמיא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט מקיים די מצוה פון כיבוד אב ואם, דו רופסט דיינע עלטערן יעדן טאג. ביים אייבערשטן איז זייער חשוב די מצוה פון כיבוד אב ואם, דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:): "בזמן שאדם מכבד את אביו ואת אמו, אמר הקדוש ברוך הוא, מעלה אני עליהם כאילו דרתי ביניהם וכבדוני", ווער עס איז מכבד טאטע מאמע איז אזוי ווי מען איז מיך מכבד; די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום" (בבא מציעא לב.), עס איז די זעלבע זאך ווי מכבד זיין דעם אייבערשטן.


לכבוד דיין פיר און צוואנציגסטע געבורטס טאג זאלסטו זיך מקבל זיין צו טון וואס דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אין צעטל קטן (סעיף יא): "בחזרת הש"ץ השמונה עשרה", ווען דער בעל תפילה גייט איבער די שמונה עשרה, "יעיין בסידור", זאל מען אריינקוקן אין סידור; זיי זיך מקבל ביי הויכע שמונה עשרה אריינצוקוקן אין סידור.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2270 - רעדן פון די צער?
תפילה והתבודדות, צרות, רעדן, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס דער רבי מיינט אין ספר המדות (אות עצבות, סימן ג): "כשהאדם בצער תדבר מזה הצער"?


יישרכח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות עצבות, סימן ג): "כשיש לך צער", ווען דו האסט ווייטאג, "תדבר מזה הצער", זאלסטו רעדן פון די ווייטאג; ווען א מענטש גייט אריבער ווייטאג געבט דער רבי אן עצה, אויב מען דערציילט דאס פאר א פריינד גייט ארויס די ווייטאג, אזוי ווי עס שטייט (משלי יב, כה): "דאגה בלב איש", א זארג אין הארץ פון א מענטש, "ישחנה", דרש'ענען די הייליגע חכמים (יומא עה.) דאס איז א לשון פון אויסשמועסן מיט אנדערע, אזוי גייט ארויס די ווייטאג.


מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן קען זיין פשט, "ידבר מזה הצער", זאלסטו רעדן פון די ווייטאג; ווען א מענטש גייט אריבער ווייטאג געבט דער רבי אן עצה, מען זאל זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, דערציילן דעם אייבערשטן וואס מען גייט אריבער און אזוי וועט ארויסגיין די ווייטאג, דאס זאגט די פסוק (משלי יב, כה): "דאגה בלב איש", א זארג אין הארץ פון א מענטש, "ישחנה", מלשון (בראשית כד, סג): "ויצא יצחק לשוח בשדה", זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, דאס נעמט ארויס אלע ווייטאג.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2269 - זיך פארנעמען צאלן א קנס אויב מען פאלט דורך?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קאמפיוטער, נסיונות, שמירת עינים, קבלה טובה, קנס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך שוין פארגענומען אז איך ריר מער נישט אן קיין קאמפיוטער, נישט צוצוקומען צו קיין שלעכטע זאכן, און צו מאכן שטערקער די קבלה האב איך גענומען אויף מיר א קנס פון פופציג יורא אויב איך וועל נוצן א קאמפיוטער, מיט דעם אלעם האלט מיינע קנסות שוין ביי הונדערט און פופציג יורא, דאס מיינט אז עס איז מיר זייער שווער זיך איינצוהאלטן און נישט אראפצופאלן.


איך דארף הילף פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך דארף חיזוק זיך צו האלטן שטארק, אפילו ווען דער יצר הרע ברענט אין מיר ווי א פייער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנשטאט זיך קנס'נען מיט געלט - זאלסטו גיין יעדן טאג אין א ווינקל, אין א פעלד אדער אין א שטילע שטוב וואו קיינער איז נישט דארט, און שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער נעם מיך ארויס פון בלאטע, הייליגער באשעפער איך קוק עבירות, איך קוק ניאוף, ראטעווע מיך".


מיט התבודדות, מיט שרייען צום אייבערשטן - וועסטו זיכער ארויסגיין פון דיין בלאטע. דער עיקר זאלסטו געדענקען וואס דער רבי לערנט אונז, אז אפילו מען פאלט אין בלאטע זאל מען נישט שטיין מיט ביידע פיס, נאר פרובירן טאנצן א פוס ארויס א פוס אריין, א פוס ארויס א פוס אריין, דער עיקר נישט שטיין בלייבן מיט ביידע פיס; ווי אזוי שלעפט מען א פוס ארויס? דורך שרייען: "באשעפער ראטעווע מיך, באשעפער קוק וואס איך קוק, באשעפער איך פארשמיר מיינע אויגן"; אזוי זאלסטו שרייען.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2268 - נישט פארשעמט ווערן אין אומאן?
אומאן, סיפורי צדיקים, רפואה, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב לעצטנס אנגעהויבן מקורב ווערן צו ברסלב, איך פרוביר צו טון די עצות און זיך מחזק זיין.


איך האב אסאך געהערט איבער די גרויסקייט פון פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, איך האב זייער שטארק חשק צו פארן קיין אומאן, און איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל זוכה זיין טאקע צו קענען זיין דאס יאר אין אומאן.


איך האב א פראבלעם מיט שלאפן צוזאמען מיט אנדערע מענטשן אין איין צימער, איך וועק זיך נישט אלץ אויף אינמיטן די נאכט ווען עס פעלט אויס, און דעריבער האב איך מורא אז איך וועל פארשעמט ווערן, אבער איך וויל נאכאלץ פארן קיין אומאן. אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אן עצה און חיזוק אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קום קיין אומאן, קוק נישט אויף דעם, ערשטנ'ס מען קען זיך אן עצה געבן, מען קען אנטון ביים שלאפן וכו' און נישט ווערן פארשעמט. קום צום רבי'ן און דאס זאלסטו אויך בעטן, ביים ציון קען מען פועל'ן אלצדינג. דער צדיק וועקט אויף פון שלאף, וועט דער רבי דיר העלפן מיט דעם אויך, אז דו וועסט זיך אויפוועקן פון שלאף.


ביים רבינ'ס ציון אין אומאן קען מען פועל'ן ישועות למעלה מדרך הטבע, מען קען זיך עקשנ'ען און פועל'ן ניסים ונפלאות. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה וואס ער האט געהערט פון א באגלייבטן איד, איינער פון אנשי שלומינו פון פריערדיגן דור; האט דער איד דערציילט אז ער איז געווען ביים ציון ערב ראש השנה צוזאמען מיט אנשי שלומינו, פלוצלונג איז אנגעקומען א איד, אויך איינער פון אנשי שלומינו, ער האט מיטגעברענגט מיט זיך זיין זון, דער קינד האט נעבעך נישט געקענט גיין, ער איז געווען פאראליזירט אויף זיינע פיס רחמנא לצלן, און דער טאטע האט אים געטראגן אויף זיינע אקסלען, דער איד איז געשטאנען אין א זייט און געווארט ווילאנג אלע וועלן אהיים גיין. עס איז געווארן נאכמיטאג ווען אלע זענען שוין געגאנגען צום קלויז דאווענען מנחה, האט דער איד צוזאמגענומען אלע שטויב פון ציון צו איין פלאץ, און ער האט אריינגעזעצט זיין קינד אין די שטויב, און ער איז דארט געזעצן און געוויינט אז זיין זון זאל האבן א רפואה שלימה, ער זאל קענען גיין מיט די אייגענע פיס. פלוצלונג שטעלט זיך אויף דער קינד אויף זיינע פיס געזונט און שטארק, און ער האט אנגעהויבן גיין כאחד האדם, ער איז געגאנגען צום קלויז דאווענען מנחה מיט זיין טאטע, און דאס איז געווען א מורא'דיגע וואונדער פאר אלע וואס האבן דאס צו געקוקט.


ווען מען האט אים געפרעגט פון וואו האט ער גענומען די עצה פון צוזאמנעמען די שטויב פון ציון און אריינזעצן זיין קינד אין דעם, האט ער געענטפערט מיט א פשטות: "פון סיפורי מעשיות, וואו דער רבי פארציילט אז דער חיגר האט געהערט ווי דער זון זאגט פאר די לבנה אז עס איז דא אן 'אבק', וואס אויב מען טוט אריין די פיס אין די שטויב ווערט מען אויסגעהיילט; איך האב זיך געמאכט א חשבון, וואו איז נאך דא אזא הייליגע שטויב ווי די שטויב פון רבינ'ס ציון, וואו אלע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, איז דאך זיכער אז די שטויב איז הייליג"; זעט מען פון דעם אז ביים ציון קען מען אלעס פועל'ן, אויב מען ניצט אויס די צייט ווי עס דארף צו זיין.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2267 - דארף מען גיין צו שדכנים?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, סגולות, שדכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך וואונטשן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים, און דער אייבערשטער זאל בענטשן דעם ראש ישיבה שליט"א מיט כוחות עצומות צו ווייטער מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים.


איך האב א וויכטיגע שאלה, איך בין א בחור העכער צוואנציג יאר אלט, איך מוטשע זיך אביסל מיט שידוכים, און וואו אימער איך האב געזען אז איינער פרעגט מוהרא"ש א שאלה בנוגע דעם, האב איך קיינמאל נישט געזען אז מוהרא"ש רעדט אז מען דארף גיין צו א שדכן, און בפרט אינעם ספר מציאת הזיווג שרייבט מוהרא"ש דארט זייער אסאך אז א שידוך איז נאר תלוי אין תפלה, און דעריבער האב איך זיך אריינגעלייגט זייער שטארק אין התבודדות און אסאך גערעדט מיט'ן אייבערשטן בנוגע דעם און זייער אסאך מפציר געווען.


מיין נאמען געפונט זיך שוין ביי עטליכע שדכנים, אן דעם וואס איך האב געדארפט צו שטארק משתדל זיין אין די חלק, אבער ביזדערווייל רוקט זיך גארנישט, ביזדערווייל בין איך קיינמאל נישט געגאנגען זיך טרעפן פערזענליך מיט שדכנים, טאקע צוליב וואס מוהרא"ש שרייבט אז עס איז נאר תלוי אינעם אייבערשטן.


מיין שאלה איז אזוי, לעצטנס האט מיר איינער געזאגט אז דאס איז נישט געווען די כוונה פון מוהרא"ש אז מען זאל נישט גיין צו שדכנים, סיידן אויב זיי נעמען געלט פון פאראויס וכו', אבער אוודאי זאל מען גיין צו א שדכן, נאר מען זאל וויסן אז עס איז נישט תלוי אין אים.


וואס דארף איך טון וועגן דעם? זאל איך יא גיין רעדן מיט א שדכן אדער נישט גיין? ווייל דאך הערט זיך זייער שטארק פון מוהרא"ש אז מען דארף צו קיינעם נישט גיין, מען קען פשוט זיצן אין שטוב און מתפלל זיין עד ישקיף וירא ה' מן השמים, וואס איז ריכטיג?


און אויב מען זאל יא גיין, א שדכנ'טע האט געבעטן פון מיין מאמע אז היות עס איז דא עפעס א כמו-שדכנ'טע צוזאמקום יעדע וואך, וואס מען טוישט נעמען וכו', וויל זי איך זאל איינמאל אריבערגיין רעדן מיט זיי, וואס האלט דער ראש ישיבה שליט"א וועגן דעם? באמת איך וויל נאר טון וואס דער אייבערשטער וויל.


איך וויל אויך מזכיר זיין מיין נאמען ... אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מתפלל זיין פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דארפסט נישט גיין צו קיינעם, ווייל א שידוך האט נישט מיט קיינעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפינען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים, אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן. ביי לבן און בתואל שטייט אז זיי האבן געזאגט פאר אליעזר מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל "מֵה' יָצָא הַדָּבָר" (בראשית כד, נ). ביי די עלטערן פון שמשון הגיבור שטייט "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא" (שופטים יד, ד), זיי האבן נישט געוואוסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן, אין שלמה המלך זאגט "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, "וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת" (משלי יט, יד), אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליין.


נעם די סגולה פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף - די קריאה וואס מען ליינט חנוכה. ווען דו ענדיגסט דאס זאגן זאלסטו זיך מתבודד זיין אויף דיין שפראך, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; נישטא עפעס אנדערש וואס מען קען טון צו טרעפן די שידוך אויסער תפילה, תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך.


זאג די קרבנות הנשיאים און בעט: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן און געזאגט קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג. עס איז מיר אזוי שווער צו זיין איינער אליין, עס איז מיר שווער צו זיין א בחור, א פלג גוף, איך וויל זיין ערליך, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליין, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2266 - פארן קיין אומאן אויף ראש השנה בעפאר שבת?
אומאן, שלום בית, שבת קודש, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב עס האט פשט אז איך זאל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה שוין מיטוואך, וואס דאס מיינט אז מיין ווייב דארפן בלייבן אליין מיט פיר קינדער פאר נאך דריי טעג?


מיין אנדערע אויסוואל איז צו פארן מוצאי שבת, אבער דעמאלט וועל איך נישט האבן קיין געהעריגע צוגעשטעלטע וועגן צו קענען פארן פון לופטפעלד קיין אומאן און צוריק, און עס מיר זייער שווער זיך אליין אן עצה צו געבן צו טרעפן א קאר אדער אן אנדערע וועג צו פארן און קומען, אויב אבער פאר איך מיטוואך איז דא גרינגערע וועגן מיט א באן אדער באס צוגעשטעלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו קענסט פארן פאר דעם לעצטן שבת - זאלסטו אזוי טון; עס איז נישט גרינג צו פארן נאך שבת און אנקומען די לעצטע מינוט און שלאפן א גאנץ ראש השנה פון טלטל הדרך, ענדערש פאר אפאר טעג פריער און זיין ראש השנה ביים רבי'ן מיט ישוב הדעת.


אויך איז א גרויסע זאך צו זיין א שבת אין אומאן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַׁבָּתִים שֶׁשׁוֹבְתִים אֶצְלִי, הֵם גְדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַׁבָּת לְשַׁבָּת", זיין ביי מיר שבת איז מער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2265 - אריינלייגן די ציצית אונטער'ן העמד?
ריינקייט, ציצית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אז מוהרא"ש שרייבט אסאך איבער אכטונג געבן צו גיין מיט זויבערע ציצית, די מעשה איז נאר אז אינדערהיים גיי איך אן א רעקל, און עס פאסירט אז די ציצית ווערט פארפלעקט און מען קען נישט רייניגן די ציצית. איך האב געקלערט צו קויפן יעדן חודש א נייע ציצית, אבער עס קאסט מיר צו סאך געלט.


מיין שאלה איז אויב איך זאל ענדערש קויפן נייע ציצית כסדר, אדער קען איך אריינלייגן די ציצית אונטער'ן העמד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי מיט די ציצית אויפן העמד. אזוי ווי עס שטייט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן ח, סעיף יא): "עיקר מצוַת טלית קטן ללובשו על בגדיו", די עיקר מצוה איז צו גיין מיט די ציצית אויף די קליידער, "כדי שתמיד יראהו ויזכור המצוות", מען זאל איר שטענדיג זען און געדענקען די מצוות פונעם אייבערשטן. דער מגן אברהם זאגט (סעיף קטן, יג): "ובכתבים, דטלית קטן דווקא תחת בגדיו", עיין שם, פון אריז"ל שטייט מען זאל גיין מיט די ציצית אונטער די קליידער; אבער ביי חסידים האט מען מקפיד געווען אז די ציצית זאל זיין אויפן העמד.


בלייב מיט די ציצית אויפן העמד און געב אכטונג עס זאל נישט ווערן שמוציג.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2264 - קויפן זכותים אין הפצה, ווען מען האט חובות?
חובות, הפצה, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהאט די זכי' צו קויפן דעם זכות פון "פרנס השנה" פון "ברסלב סענטער", און איך טראכט אז אפשר דאס האט מיר געברענגט און צוגעגעבן הצלחה פאר'ן יאר, אז עס איז מיר אריבער אזא שיינע יאר ברוך ה', איך ווייס באמת נישט אין וואס עס תולה צו זיין, קען זיין אומאן וכדומה. אויך וועגן קויפן מיין דירה, איך האב געטראכט עס איז בזכות אומאן אדער מיין הפצה, למעשה האט מיר דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט איין ליל שישי ביי א שיעור אז דאס איז בזכות וואס איך לערן "בית נצחי".


איך האב גרויס חשק נאכאמאל צו קויפן דעם זכות, אבער איך וויל פרעגן אויב איך מעג דאס טון, ווייל איך בין אריין אין אסאך חובות וועגן קויפן מיין דירה, און דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אזויפיל קעגן האבן חובות, און דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז ווי לאנג א מענטש האט חובות מעג ער זיך נישט קויפן טייערע קאווע און פרישטאג, וויל איך וויסן צי דאס איז אויך אין כלל, איך זאל גארנישט קויפן קיין זכותים ווי לאנג איך באצאל נישט צוריק וואס איך האב געבארגט פאר מיין דירה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן פאר די וועלט. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


היינט איז הפצה גרינגער פון אמאל, מען קען היינט מיט איין קוועטש אין קנעפל אנקומען צו הונדערטער און טויזנטער מענטשן, דורך די וועבסייט אדער דורך חיזוק יומי, און ווער עס וויל פאלגן דעם רבי'ן מוז האבן א חלק אין הפצה. ווייל רבי נתן זכרונו לברכה דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", דער רבי פלעגט אונז אסאך מאל אנשרייען, פארשעמען און אונז אנרופן: "איר זענט טרוקענע ביימער, ווייל איר זענט נישט מקרב נאך אידישע קינדער צום אייבערשטן".


זארג נישט אויף חובות, דער רבי זאגט: "ביי וועם איך נעם געב איך"; די אלע וואס געבן צדקה פאר הפצה, אויף צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן פאר די וועלט - די אלע באקומען צוריק און זעען א ברכה, ביי אנדערע זאכן דארט דארף מען שפארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות וואס דו געבסט צדקה צו פארשפרייטן דעם רבי'ן אין די וועלט זאלסטו האבן שפע, עס זאל דיר נישט פעלן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2263 - אויף וועלכע סדר זאל איך לערנען ש"ס?
לימוד התורה, סיום הש"ס, גמרא, סיפורי מעשיות, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נאכנישט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, אפשר האב איך געענדיגט עטליכע מסכתות דא און דארט, אבער נישט אין א סדר. מיין שאלה איז אויב איך זאל אנהויבן ש"ס פון אנהויב ברכות און גיין אין א רייע צוביסלעך בלאט נאך בלאט ביז איך בין זוכה צו ענדיגן ש"ס, אדער זאל איך ממשיך זיין צו לערנען דעם בלאט וואו מען האלט יעצט אין ש"ס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הייב אן ש"ס, גיי כסדרן גיי אויף דיין וועג, לויט דיינע כוחות, לויט דיינע פעיגקייטן. קוק נישט אויף קיינעם, מאך נישט נאך קיינעם; ווייל דער יצר הרע זוכט ווי ער קען מחליש דעת זיין און אראפווארפן דעם מענטש, ער וויל אים אוועק נעמען פון די גמרא און מיטן אנדרייען און רייץ פון מענטשן וואס לערנען אסאך און זיי מקנה זיין, פון דעם קען מען זייער צעבראכן ווערן און אלעס אפלאזן.


קוק נישט אויף קיינעם, דו גיי דיין וועג. נעם א גמרא און לערן פאר דיר כסדרן דווקא. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך. ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך, און ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז"; "וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז"; "וואס פאר א האניגדיג, וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; זיין ווייב האט יא געהאט חכמות וכו', האט זי זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמ'ס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צוזאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אז דו וועסט גיין אין א סדר און נישט קוקן אויף קיינעם, נאר לערנען א בלאט נאך א בלאט, וועט נישט נעמען לאנג און דו וועסט ענדיגן ש"ס.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2262 - צוזאמנעמען צדקה פאר אומאן, און זאגן א צווייטע צוועק?
אומאן, ראש השנה, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון, איך האב באשלאסן אז איך טו גארנישט אליין מיט מיין שכל, איך פרעג יעדע זאך פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון.


ש'כח אייבערשטער אז מיין טאטע האט מיר שוין געקויפט א טיקעט צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, איך וויל אבער אביסל העלפן מיין טאטע וואס האט געדארפט קויפן טיקעטס אויך פאר זיך און פאר מיינע אנדערע ברידער. איך האב געוואלט פרעגן צי איך מעג גיין נאך געלט און זאגן אז איך נעם צוזאם צדקה פאר אן אנדערע צוועק, צום ביישפיל פאר הכנסת כלה, אזוי וועלן מענטשן געבן צדקה.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט מיר כסדר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט צאמנעמען געלט פאר שפעזן צו פארן צום רבי'ן - זאלסטו זאגן דעם אמת; בעט מענטשן ווער עס וויל דיר העלפן אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה, וועסטו ביז א קורצע צייט האבן דיין גאנצע געלט.


מוהרא"ש זאגט בשם רבי לוי יצחק אז מען קען זאגן הכנסת כלה ווען מען נעמט צוזאם צדקה פאר שפעזן צו פארן קיין אומאן, עס איז נישט קיין ליגנט; דאס איז געווען אמאל ווען מענטשן האבן געמיינט אז ברסלב איז א פלאץ פאר משוגעים וכו', היינט צו טאגס נעמען אלע חיזוק פון רבי'ן, אלע חסידות'ן, אלע קהילות זענען זיך שטילערהייט מחי' מיט די חיזוק פון רבי'ן, אלע הערן זיך שטילערהייט צו צו די שיעורים, און אזויפיל אינגעלייט ווילן פארן קיין אומאן, זיי זענען נאך אין די קטנות פון זיין באהאלטן, און ווען זיי זעען איינעם קלייבן צדקה פאר אומאן געבן זיי גרויסע סכומים צו האבן א חלק אין די הייליגע נסיעה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2261 - מיר ווארטן א שמחה, זאל איך פארן קיין אומאן ראש השנה?
אומאן, שלום בית, שמחות, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער אינגערמאן, אלעס גייט מיר ברוך ה' זייער גוט און פיין, עס בלייבט מיר נאר איבער צו זאגן יעדן טאג ש'כח אייבערשטער פאר אלע זיינע חסדים.


מיר ווארטן ברוך ה' אויף א שמחה אום ראש השנה, איך אלס ברסלב'ער חסיד וואס איך פאר שוין צען יאר קיין אומאן, און איך ווייס די חשיבות פון אומאן ראש השנה, וואלט איך זייער געוואלט פארן דאס יאר אויך; מיין ווייב איז אבער נישט אויפגעוואקסן אין א ברסלב'ע שטוב, עס איז איר זייער שווער צו טראכטן אפילו אז איך זאל פארן קיין אומאן און איר איבערלאזן אליין אין אזא צייט. אמת טאקע אז זי האט א מאמע און משפחה וואס קענען גיין מיר איר, פונדעסטוועגן זאגט זי מיר אז זי דארף מיך האבן, און עס וועט איר זייער גאר שווער אויב איך פאר קיין אומאן.


איך האב געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ארויסהעלפן און קלארשטעלן מיינע בלבולים, איך ווייס באמת נישט וואס איז ריכטיג צו טון, איך ווייס נישט וואס איז חשובער, שלום בית אדער צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר פארשטיין, איך ווייס אז יעדעס יאר זענען דא ברסלב'ע אידן וואס האבן די שאלה, און איך ווייס באמת נישט וואס זיי טוען, אבער עס גייט מיר עכט אויך נישט אן, יעדער האט זיך זיין מעשה און מען קען נישט פארגלייכן איינער צום צווייטן. איך האב גערעדט מיט מיין טאטע און אים געפרעגט וואס ער וואלט געטון אין אזא פאל, האט ער מיר געזאגט אז ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט קיינמאל נישט געהאט אזא נסיון, אבער ער איז מיר מרמז אז עס איז נישטא קיין חשובערע זאך ווי צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, און ווען איך האב גערעדט מיט א נאנטער חבר וועגן דעם, האט ער מיר ממש אויסגעלאכט אז איך טראכט אפילו פון בלייבן אינדערהיים אויף ראש השנה.


איך ליין יעדע וואך די קונטרסים און גליונות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך בין זיך זייער מחזק מיט די דיבורים, און דא איז טאקע די פלאץ אויסצודרוקן מיין געוואלדיגע הכרת הטוב, אבער יעצט וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר אויסקלארן און זאגן וואס צו טון. יעדן טאג וועט איך מער פרייליך אז איך גיי שוין ווערן א טאטע, אבער יעדן טאג ווער איך אויך מער צעדרוקט, נישט וויסנדיג וואס וועט זיין מיט'ן רבינ'ס ראש השנה.


איך האף זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר פארשטיין, און מיר קענען ארויסהעלפן, איך ווארט זייער אויף אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די זעלבע שאלה איז דא אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק ה', מכתב תקסב), ווי איינער פרעגט אן מוהרא"ש: "שָׁלוֹם כְּבוֹד הָרַב. אִשְׁתִּי אֲמוּרָה לָלֶדֶת בְּדִיּוּק בִּימֵי רֹאשׁ הַשָּׁנָה, וַאֲנִי לֹא יוֹדֵעַ הַאִם לִנְסֹעַ לְאוּמַן אוֹ לֹא? קָשֶׁה לִי לְדַמְיֵּן שֶׁאֲנִי לֹא אֶהְיֶה אִתָּהּ בִּזְמַן הַלֵּידָה, וַאֲנִי מַמָּשׁ מְבֻלְבָּל. יֵשׁ לְצַיֵּן שֶׁהָיִיתִי בְּאוּמַן כְּבָר פַּעֲמַיִם, אֶשְׂמַח אִם תּוּכַל לְיַעֵץ לִי. בְּאַהֲבָה רַבָּה".


מוהרא"ש ענטפערט אים אז די פראגע האט ער יעדע יאר, אינגעלייט פרעגן אויב זיי זאלן איבערלאזן די ווייבער אין די צייט ווען זיי דארפן האבן א קינד, און מוהרא"ש זאגט: "וַאֲנִי מַמְלִיץ", איך ראט זיי, "שֶׁאִם הָאִשָּׁה צְרִיכָה לָלֶדֶת בְּדִיּוּק אָז", אז אויב די ווייב דארף דעמאלט האבן א קינד - "שֶׁיִּשָּׁאֲרוּ בַּבַּיִת עִם הָאִשָּׁה", זאלן זיי בלייבן אינדערהיים מיט די ווייב, ווייל ביים האבן א קינד דארף מען גייסטישע הילף וכו', און דאס איז אין די כלל פון פיקוח נפש.


מוהרא"ש זאגט דארט מען זאל דאווענען צום אייבערשטן זי זאל האבן די קינד אביסל פריער און דעמאלט וועט מען קענען פארן צום קיבוץ קיין אומאן, מוהרא"ש פירט אויס מיט א ברכה, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שלום בית אין שטוב, און מוהרא"ש בעט אים זע צו בארואיגן דיין ווייב, זאג איר, אויב דו וועסט נאכנישט האבן די קינד בלייב איך מיט דיר, און אויב עס וועט זיין א מזל טוב פריער און אלעס וועט זיין אין ארדענונג - וועסטו מיך נישט צוריק האלטן פון פארן, ווייל זיין ביים רבי'ן ראש השנה איז העכער פון אלעס. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה, לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה, נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


זיין ביים רבי'ן ראש השנה איז זייער גרויס, אבער מען דארף האבן שכל - זאגט מוהרא"ש, און אז די ווייב דארף האבן א קינד איז דאס פיקוח נפש און מען דארף בלייבן אין שטוב, און אויב מען דארף מאכן א ברית וכו' - טאר מען נשיט מאכן קיין ווילדע זאכן, איבערלאזן די ווייב און מאכן א שליח וכו', "כִּי מֵרִבּוּי אוֹר בָּא אַחַר כָּךְ שְׁבִירַת הַכֵּלִים וְכוּ', וּמִתְרַחֲקִים לְגַמְרֵי", ווייל אמאל ווערט שבירת הכלים און מען לאזט אלעס אפ נאכדעם, מען דארף געדענקען וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא וְכוּ'", דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", און נישט פאר מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - זיי האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה, און דאס גייט ארויף אויך אויף קומען קיין אומאן ראש השנה, אז די רגע וואס עס האט צוטון מיט פיקוח נפש - פארט מען נישט, און אז מען פארט נישט - טאר מען נישט זיין אין עצבות און מרה שחורה.


מוהרא"ש פירט אויס: "מַה יֵּשׁ לְךָ לִדְאֹג, יָכוֹל מְאֹד לִהְיוֹת שֶׁאִשְׁתְּךָ תֵּלֵד עוֹד לִפְנֵי רֹאשׁ הַשָּׁנָה, וְתוּכַל לִהְיוֹת בַּקִּבּוּץ הַקָּדוֹשׁ שֶׁלָּנוּ בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה בְּאוּמַן", וואס דארפסטו זיך זארגן? עס קען נאך זיין דיין ווייב וועט האבן פאר ראש השנה און דו וועסט קענען זיין אינעם הייליגן קיבוץ ראש השנה אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2260 - לוינט זיך אנצושטרענגען נאכאמאל צו קומען קיין אומאן?
אומאן, ראש השנה, אמונה, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך גלייב ברוך ה' אין די הבטחות פון הייליגן רבי'ן וועגן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער למעשה האב איך געהאט דאס יאר גאר גאר א שווערע יאר, איך האב ניטאמאל געהאט די מינימאלע זאכן צום לעבן, איך בין א היימלאזער, איך האב נישט געהאט ווי צו שלאפן רוב יאר, קיין איין פרנסה האט זיך מיר נישט אויסגעארבעט, און נאך פיל מער פראבלעמען.


סתם א יאר וואלט איך געפארן אלס חלק פון די געוואוינהייט און תשוקה, אבער דאס יאר קוקט אויס אז איך וועל דארפן בארגן אדער נעמען פון אוועקגעלייגטע געלט צו קענען פארן, דארף איך מער חיזוק.


הונדערטער מאל האב איך געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מען דארף קוקן וואס מען האט אין די האנט, איך גלייב אין אומאן, אבער עס קוקט מיר אויס אז פאר מיר איז עס נישט אזוי פשוט, אפשר איז עס מיינע עבירות און מיינע אויגן, אפשר איז דא אנדערע זאכן וואס האלט עס צוריק, ווי אזוי קען איך וויסן?


איך וואלט זיך זייער געפרייט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר אויפפרישן. אז איך שרייב וועגן, מיינט דאס אז בעצם וויל איך יא קומען אויף אומאן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דארפסטו זיך זייער פרייען אז דו האסט זוכה געווען זיין ביים רבי'ן אין אומאן, ווייל זייט בריאת העולם איז נישט געווען א צדיק וואס זאל צוזאגן מיט אזא שטארקע צוזאג און מיט צוויי עדות אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און געבן א פרוטה לצדקה לזכותו און זאגן די תיקון הכללי, "אֲפִילוּ אִם עָצְמוּ וְגָבְרוּ חֲטָאָיו וּפְשָׁעָיו" - וועט ער אים א טובה טון, און ביי די פיאות וועט ער אים ארויסשלעפן פון שאול תחתית, און אז דו האסט זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים - האסטו די הבטחה פון רבי'ן אז ער וועט דיך מתקן זיין.


יעצט צוריק צו דיין פראגע וואס דו פרעגסט אויב עס לוינט דיר זיך אנצושטרענגען נאכאמאל צו קומען קיין אומאן, נאכדעם וואס דו ביסט אריבער א שווערע יאר וכו' וכו'; אודאי און אודאי לוינט זיך נאכאמאל צו קומען קיין אומאן, ווייל אפילו פון יענע וועלט, פון עולם האמת - זאגט רבי נתן וואלט איך מסכים געווען נאכאמאל אריבערצוגיין די עונש פון מגולגל ווערן, אבי צו קענען נאכאמאל זיין ביים רבינ'ס ציון, זאגן די צען קאפיטלעך תהילים; הער ווערטער, מוהרנ"ת זאגט, ער איז גרייט נאכאמאל אראפצוקומען אויף די וועלט אויב וועט ער קענען נאכאמאל זיין אין אומאן, ווער רעדט נאך פון זיין אין אומאן אויף ראש השנה; איז זיכער מען זאל אלעס טון אבי צו קענען זיין אין אומאן. ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר, כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה".


וועם איז דען נישט שווער צו פארן קיין אומאן? יעדן איז שווער די נסיעה, אבער אז דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה, און נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן, אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים, כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ראש השנה קען איך יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין א גאנץ יאר; נאכן הערן אזעלכע לשונות פון רבי'ן איז ווערד איבער צו טאנצן אלע שוועריקייטן אבי צו זיין נאכאמאל אין אומאן אויף ראש השנה.


דאס וואס דו ביסט אריבער א שווערע יאר, דאס דארף דיך מער שטופן צו קומען דעם ראש השנה אין אומאן, ווייל דו זעסט דאך ווי שווער די יאר איז דיר אריבער, איז וואס ווארט אונז אפ דעם קומענדיגן יאר... דארף מען ערשט יעצט לויפן צום צדיק זאל זיין פאר אונז א מליץ יושר, מיר זאלן האבן א גוט געבענטשט יאר.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2259 - וואס זיך פארנעמען לכבוד מיין יום הולדת?
דאווענען, קבלה טובה, יום הולדת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


היינט איז מיין יום הולדת, איך ווער 23 יאר אלט, איך האב געוואלט פרעגן וועלכע גוטע זאך איך זאל זיך פארנעמען לכבוד מיין יום הולדת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם זיך פאר לכבוד דיין געבורטס טאג נישט צו רעדן ביי קדיש, ביי קריאת התורה און ביי הויכע שמונה עשרה. אין אנהויב וועט דיר דאס זיין שווער, אבער נאך א קורצע צייט וועסטו שפירן ביים דאווענען אין שול א זיסע טעם, און די תפילות וואס דו בעטסט וועלן נתקבל ווערן.



איך ווינטש דיר לאנגע געזונטע יארן מיט נחת פון דיינע קינדער.