שאלה אין קורצן ענין
#2329 - פארוואס איז מיין מאן אזא שלימזל?
חובות, התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שמחה, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי נעמט מען די כוחות ווייטער אנצוגיין? ווי לאנג נאך וועט אונז דער אייבערשטער אויספרובירן? מיין מאן קלאפט זיך, אז ער איז געבוירן א שלימזל, ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין, און מיט רעכט, ער באקומט נאר ניין'ס פון יעדע פרנסה אין וואס ער געט זיך איין, די חובות וואקסן יעדן טאג, ווי אזוי קען מען לעבן אזוי טאג איין טאג אויס?


אפשר קען ראש ישיבה שליט"א מיר ענטפערן און מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעצט איז אייער עבודת השם צו מחזק זיין אייער מאן, אים זאגן: "עס וועט נאך זיין גוט, עס וועט פאסירן א נס, עס וועט קומען שפע"; יעצט דארפט איר זיך ארויסשטעלן אלס דער שטארקער, נישט וויינען און נישט אראפקלאפן.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד פשט אויף וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב; אז אויב די ווייב איז קלוג, זי ווייסט וואס צו טון אין די צייטן וואס עס איז ענג; שטארקן איר מאן, אים מוטיגן - וועט אריבער גיין די טעג און עס וועט קומען עשירות, און אז די פרוי איז אויך בקטנות הדעת, זי שלעפט נאך מער אראפ די מצב, זי וויינט מיט, זי קרעכצט מיט, זי קוקט מיט א נישט גוטע אויג - דעמאלט ווי קען זיין עשירות? דאס זאגט דער רבי: 'עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה', דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב.


זארגט נישט וועגן די חובות, איר זאלט שמייכלען צו אייער מאן און אים געבן גוטע ווערטער, און ווען אייער מאן איז נישט אין שטוב - זאלט איר זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן אין אייער שפראך מיט די וועג ווי אזוי איר רעדט צו א גוטע פריינד, אים בעטן ער זאל ענק געבן שפע, ענק זאלן האבן פרנסה; וועט איר זיכער זען א גרויסע נס.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2328 - נאכאמאל אויסזאגן תהלים ביי מוהרא"ש'ס ציון?
שידוכים, יבנאל, סיפורי צדיקים, מוהרא"ש, רבינו ז"ל, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די ווארעמע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשיקט, איך האב ממש נישט קיין ווערטער צו דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס, איך ווארט שוין זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל שוין קומען אויף א באזוך קיין ארץ ישראל.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א בריוו צו פארן קיין יבנאל און דארט אויסזאגן תהלים, האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל טאקע גיין נאכאמאל אהינגיין אויסצוזאגן תהלים, אפילו איך האב שוין אויסגעזאגט דריי אדער פיר מאל תהלים ביי מוהרא"ש'ס ציון.


אויסער דעם וואס עס איז יעצט זייער א קאלטע וועטער, עס רעגנט און עס איז זייער קאלט, און עס איז אן אפענע פלאץ דארט ביים ציון.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס, און בפרט פאר'ן מיר ענטפערן אויף מיינע פרטי'שע שאלות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


כאפ זיך אריבער קיין יבנאל, זאג אויס נאכאמאל תהלים לזכות מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מבטיח געווען, אזוי ווי ער שרייבט (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר - וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ", ביי מיין ציון וועט מען קענען פועל'ן וואונדערליכע ישועות. "וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם", ווער עס וועט קומען צו מיין ציון וועל איך זיין פאר אים א מליץ יושר אין הימל, "וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן א ישועה פאר דעם וואס איז געקומען צו מיין קבר דאווענען און לערנען; בפרט אין דעם ענין פון שידוכים האט מוהרא"ש צוגעזאגט מיט א שטארקע הבטחה בזה הלשון (שם, שם): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ, אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


ווען דו ענדיגסט תהלים זאלסטו זאגן פאר מוהרא"ש: "איך האב געטון וואס מוהרא"ש האט געזאגט, יעצט זאל מוהרא"ש טון וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען, איך ווארט אויף מיין שידוך"; אזוי ווי מוהרנ"ת האט געזאגט פאר משה חינקעס ער זאל טון. די מעשה גייט אזוי, משה חינקעס איז געווען דער וואס האט געברענגט דעם רבי'ן קיין ברסלב, ער איז געווען פון די ראשי קהילה אין ברסלב, ער איז געווען זייער נאנט מיטן רבי'ן. ער האט געהאט זייער אסאך געלט, אבער קינדער האט ער נישט געהאט, אמאל האט אים דער רבי געזאגט אז זיין שיתוף האט אים בא'גנב'עט מיט געלט, האט ער אים גורם געווען צוצונעמען זיינע קינדער.


(קוק אריין אין ספר חיי מוהר"ן סימן כט, ווי ער דארט רעדט פון איש עשיר, דאס מיינט ער דעם איד משה חינקעס. ער האט געבעטן דעם רבי'ן ער וויל א ברכה אויף קינדער, האט אים דער רבי געזאגט: "איך האב דאך געזאגט ראש השנה תורה פאר דיר", אבער משה חינקעס האט נישט פארשטאנען וואס דער רבי ענטפערט אים. שפעטער האט ער שוין יא פארשטאנען אז דאס איז געווען זיין שותף וואס האט אים זייער מקנא געווען און האט אים בא'גנב'עט, און מיט דעם האט ער אים צוגענומען זיין ווייב מיט זיינע קינדער; קוק נאך די תורה אין ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט, וואו דער רבי רעדט דארט פון די הארבקייט פון גנב'ענען, אז ווען מען גנב'עט יענעמ'ס געלט - גנב'עט מען יענעמ'ס ווייב און קינדער).


ווען דער רבי איז נפטר געווארן האט אים מוהרנ"ת געזאגט: "דער רבי האט מיר געזאגט, אז אויב משה חינקעס וועט זיך גט'ן און וועט נאכאמאל חתונה האבן, וועט ער האבן קינדער", מוהרנ"ת האט אים צוגערעדט ער זאל זיך גט'ן, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, אבער עס איז אים געווען שווער דאס צו הערן. שפעטער האט אים רבי נתן דאס נאכאמאל געזאגט, מוהרנ"ת האט דעמאלט געהאלטן נאכן דאווענען, ער איז נאך געווען אנגעטון מיט טלית און רבינו תם תפילין, און ער האט זיך אנגערופן צו אים: "משה, דער רבי האט מיר געזאגט אז אויב דו וועסט זיך גט'ן און חתונה האבן וועסטו האבן קינדער", און מוהרנ"ת האט אים געזאגט: "אזוי ווי איך שטיי יעצט אנגעטון מיט טלית און תפילין, אזוי איז ביי מיר זיכער דער רבי האט אזוי געזאגט"; דעמאלט האט ער אפגעמאכט אז ער גייט זיך גט'ן, און זיין ווייב האט מסכים געווען צו נעמען א גט בתנאי אז ער וועט איר געבן האלב פון זיין פארמעגן, און נאכן גט האט זי חתונה געהאט טאקע מיט יענעם שותף וואס האט בא'גנב'עט דעם משה חינקעס, דעמאלט האט מען געזען ממש ווי דעם רבינ'ס ווערטער ווערן אזוי קלאר מקוים, אז ווער עס גנב'עט יענעמ'ס געלט קען גורם זיין צוצונעמען יענעמ'ס ווייב מיט יענעמ'ס קינדער, און דער משה חינקעס האט אויך חתונה געהאט מיט א פרוי, א שוועסטער פון דער טאמאשפיל רב (וואס האט א גרויס חלק אין די מחלוקת אויף מוהרנ"ת).


עס איז אריבער אפאר יאר און משה חינקעס האט נאכאלץ נישט געהאט קיין קינדער, און עס האט אים זייער פארדראסן, און ווען ער פלעגט זען מוהרנ"ת האט ער אים געגעבן א שטעך און געזאגט: "נאך אלעמען האסטו מיר געהייסן זיך גט'ן און איך האב נאכאלץ נישט קיין קינדער!" אמאל האט אים מוהרנ"ת געזאגט: "איך האב דיר נישט געזאגט פון מיר, איך האב דיר געזאגט וואס דער רבי האט געזאגט, זאלסטו גיין צום ציון און זאגן פארן רבי'ן 'רבי איך האב געפאלגט, איך האב געטון וואס איר האט געזאגט דורך מוהרנ"ת, איך זאל זיך גט'ן, אזוי וועל איך האבן קינדער, איז וואו איז די הבטחה? וואו זענען מיינע קינדער?'"


משה חינקעס האט טאקע אזוי געטון, ער איז געפארן קיין אומאן און זיך דארט אויסגעגאסן זיין הארץ און געזאגט די ווערטער וואס מוהרנ"ת האט אים געזאגט צו זאגן, למעשה ווען ער איז ארויס פון ציון איז אים אריינגעקומען א פסוק אין מחשבה, דער פסוק "זִרְעוּ לָכֶם לִצְדָקָה" (הושע י, יב), ער האט געשפירט ווי דער רבי אליין קומט צו אים און זאגט אים: "די ווילסט קינדער? געב צדקה", ער האט אנגעהויבן געבן אסאך צדקה און ער האט געבוירן א טאכטער 'מרים רייצא' און שפעטער א זון.


דארט אין חיי מוהר"ן זאגט מוהרנ"ת: "ובענין העשיר הנ"ל יש הרבה לספר", פון דעם משה חינקעס איז דא אסאך צו דערציילן, "ואין כאן מקומו", דא איז נישט דער פלאץ פון דעם.


אזוי זאלסטו טון, גיי צום ציון אין יבנאל, זאג אויס תהלים, און זאג פאר מוהרא"ש: "איך האב געטון וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען, יעצט ווארט איך אויף מיין שידוך"; וועסטו זען נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#2327 - וועלכע סארט תכלת איז די עכטע?
סיפורי צדיקים, רפואה, שמחה, ציצית, תכלת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די מורא'דיגע הארציגע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשיקט. עס האט מיר ממש אנגעווארעמט די הארץ, און מיך זייער מחזק געווען.


ברוך ה' אז בזכות דער ראש ישיבה שליט"א האב איך אנגעטון תכלת אויף די ציצית שוין איבער א יאר צוריק. לעצטנס האט מיר איינער אבער מסביר געווען אז די תכלת וואס רוב מענטשן גייען פון ראדזין איז נישט די עכטע, ווייל מען זעט קלאר ווי עס גייט אראפ די קאליר, עס איז אבער דא א נייע סארט תכלת וואס אויף דעם איז דא אלע הוכחות אז עס איז די עכטע תכלת און עס איז דא רבנים וואס גייען אויך מיט די נייע סארט תכלת.


האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל ווייטער גיין מיט די תכלת ראדזין אדער צו טוישן צו די נייע?


א גרויסער יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אנשי שלומנו פירן זיך צו גיין מיט תכלת אויף די ציצית; דאס קומט פון ווען דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט זיך געטראפן מיט הרב הקדוש רבי גרשון חנוך העניך מראדזין זכותו יגן עלינו, וואס אין זיין צייט איז ארויסגעקומען די תכלת, אין שנת תרמ"ח.


רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה האט געזאגט, ווען דער רבי האט געזאגט אז פון אים ביז משיח וועט שוין נישט זיין קיין נייע זאכן האט דער רבי געקרעכצט און געזאגט דאס ווארט: "אה... תרחם"; האט רבי אברהם געזאגט אז די כוונה פון רבי'ן איז אז עס וועט טאקע נישט זיין קיין נייע זאכן ביז משיח וועט קומען, אויסער די איין זאך, עס וועט נתגלה ווערן די זאך פון תכלת אין יאר תרח"ם, דעמאלט וועט ארויסקומען די תכלת וואס שוין אזויפיל יארן איז דאס נישט געווען.


בנוגע וועלכע תכלת צו גיין; מוהרא"ש איז געגאנגען מיט די ראדזינער תכלת, אבער מוהרא"ש זאגט עס איז נישט משנה וועלכע תכלת מען גייט, אמאל איז געווען א חשש פון כלאים האט מען געדארפט אכטונג געבן עס זאל זיין טאקע די כשר'ע, אבער היינט גייט מען מיט טליתים פון וואל, איז נישט קיין שום פראבלעם צו גיין מיט פתיל תכלת, אדרבה, דורכדעם קומט מען צו קוקן אויף די ציצית און מען איז מקיים די מצוות עשה פון "וּרְאִיתֶם אֹתוֹ" (במדבר טו, לט), און דורכדעם ווערט מען אפגעהיטן פון ניאוף, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ז), ציצית איז מסוגל צו געראטעוועט ווערן פון ניאוף.


דער עיקר זאלטו זיך פרייען מיט דיין ציצית, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שם): "סְגֻלָּה לְחוֹלֶה לְהִסְתַּכֵּל עַל הַצִּיצִית", ציצית איז א רפואה פאר אלע קרענק, און מוהרא"ש איז דאס מסביר לויט דעם רבינ'ס ווערטער וואס דער רבי זאגט (שם חלק ב, סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך; קומט אויס, אז מען קוקט אויף די ציצית, מען זעט זיך אנגעטון מיט די הייליגע מצוה, און אפילו מען איז טאקע ווייט פון קדושה וטהרה, אבער 'ציצית גיי איך דאך יא'; מיט דעם ווערט מען פרייליך, און אזוי ווערט מען פטור פון אלע מחלות, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א פרייליכן חנוכה.

#2326 - וואו איז דער מקור פון די סגולה צו בענטשן אינעווייניג?
פרנסה, סגולות, ברכת המזון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט נאך ביי א שיעור פון מוהרא"ש זי"ע אז בענטשן ברכת המזון אינעווייניג איז א סגולה פאר עשירות, און דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעלייגט אז דאס האט א מקור אין זוהר הקדוש, האב איך געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה קען ביטע צוצייכענען דעם מקור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מוהרא"ש האט אונז שטענדיג מזהר געווען מיר זאלן בענטשן ברכת המזון מיט א בענטשער, נאר פון אינעווייניג נישט בעל פה, און אז דאס איז מסוגל פאר פרנסה און פאר עשירות. מוהרא"ש פלעגט אונז ווייזן א ביישפיל ווי אזוי עס קוקט אויס דאס בענטשן בעל פה, ווי מען קען אויסלאזן א גאנצע ברכה; למשל מען הייבט אן די צווייטע ברכה "נודה לך ה' אלוקינו" און מען פארט אריין אין די ברכה פון "רחם", מען זאגט "[נודה לך ה' אלוקינו -] על ישראל עמך ועל ירושלים עירך", אזוי האט מען אויסגעלאזט די גאנצע ברכה פון נודה לך און ועל הכל, מען האט נישט מזכיר געווען תורה, און נישט ברית, ווי די הלכה איז (שלחן ערוך אורח חיים סימן קפז, סעיף ג).


מוהרא"ש רעדט גאר אסאך אין זיינע ספרים פון בענטשן ברכת המזון מיט א סידור, ווי דאס איז מסוגל לעשירות. מוהרא"ש צייכנט אן אלס מקור דעם זוהר הקדוש (ויקהל ריח:): "מַאן דִּמְבָרֵךְ לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא מִגּוֹ שַׂבְעָא", ווער עס בענטשט דעם אייבערשטן נאכן זאט ווערן, "בָּעֵי לְכַוְּונָא לִבֵּיהּ, וּלְשַׁוָּואָה רְעוּתֵיהּ בְּחֶדְוָה", דארף בענטשן מיט כוונה און מיט שמחה, "וְלָא יִשְׁתְּכַּח עָצִיב" וכו', און נישט בענטשן מיט דערביטערטקייט, "וּכְמָּה דְּאִיהוּ מְבָרֵךְ בְּחֶדְוָה וּבָעֵינָא טָבָא. הָכִי יָהֲבִין לֵיהּ בְּחֶדְוָה וּבָעֵינָא טָבָא", און אויב ער וועט בענטשן מיט שמחה - וועט דער אייבערשטער אים געבן גרויס שפע, און דער חיד"א זאגט אין זיין ספר הגהות ניצוצי אורות, אז דא זעט מען אז עס איז מסוגל פאר עשירות צו בענטשן בשמחה, און נאך געפינען מיר אין זוהר (זוהר חדש רות, דף פו): "גדול כח ברכת המזון, שמוסיף ברכה על מעשה ידיו של אדם", דורך בענטשן ברכת המזון ברענגט מען פרנסה בשפע; עס שטייט נישט ארויסגעשריבן אז עס דארף זיין אין א בענטשער, אבער מוהרא"ש האט אזוי געלערנט פשט, ווייל אז מען בענטשט בעל פה על פי רוב פארפעלט מען ווערטער, און אמאל קען מען אריינפארן פון איין ברכה צו א צווייטע ברכה און מען לאזט אויס פונעם בענטשן, אבער אז מען בענטשט אין א בענטשער - דעמאלט זאגט מען ארויס יעדע ווארט און אזוי איז מען זוכה צו פרנסה.


אויך זאגט מוהרא"ש מען זאל זיך אנטון צום בענטשן די הוט און רעקל, און ער ברענגט אז דער חיד"א ברענגט (כסא דוד, דרוש כ) פון ספר חסידים (סימן מו), אמאל זענען געווען צוויי נאנטע חברים און איינער איז אוועק פון די וועלט יונגערהייט רחמנא לצלן און ער איז געקומען אין חלום צו זיין גוטער חבר, פרעגט אים דער חבר: "וואס טוט זיך מיט דיר אויבן אין הימל?" ענטפערט ער: "עס איז מיר זייער ביטער, מען שטראפט מיך אויף דעם וואס איך האב מזלזל געווען אין ברכת המזון, איך האב נישט געהעריג געבענטשט"; ער האט געבעטן זיין חבר זאל רעדן צו מענטשן פון דאס גרויסקייט פון ברכת המזון אז דאס זאל אים זיין פאר א תיקון.


וואויל איז דעם וואס בענטשט מיט שמחה, מיט א סידור, מיט דרך ארץ.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2325 - אנגרייטן דעם שבת שוין פון דאנערשטאג?
שבת קודש, סגולות, שבת ליכט, ערב שבת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין עצתו אמונה ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט: "ברען אפ די לעכט, ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט, טו עס שוין פרייטאג אינדערפרי"; וויל איך פרעגן, איך פיר זיך שוין אפאר יאר צו אפברענען די לעכט ליל שישי פאר איך קום צום שיעור, ווען איך ענדיג ארויפלייגן דעם שבת'דיגן טישטוך, איך מיין אז איך האב עס אמאל געהערט פון דער ראש ישיבה שליט"א, איך טו עס סיי ווינטער און סיי זומער, ווען עס איז נאך באמת טאג, וויל איך פרעגן אויב איך טו ריכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


עס איז א גרויסע זאך דער מאן זאל אפברענען די לעכט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "אמר רב הונא, הרגיל בנר הויין ליה בנים תלמידי חכמים", און דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק א', סימן נד), אז דאס מיינט מען סיי שבת לעכט און סיי חנוכה לעכט; אז דאס איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים.


די וועלט פרעגט, דאס איז דאך א זאך וואס יעדער טוט, דאס איז נישט עפעס א זייטיגע סגולה וואס נאר א טייל טוען, אין אלע אידישע שטיבער צינדט מען שבת לעכט און חנוכה לעכט, און מען זעט נישט אז אלע זאלן זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים?! נאר וואס דען, עס ווענדט זיך ווי אזוי מען טוט די מצוה; אז מען טוט די מצוה מיט ליבשאפט און שמחה, מען גרייט דאס אן מיט א חשיבות און מען בעט דעם אייבערשטן ביים אנגרייטן די לעכט אז מען זאל זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים - איז מען זוכה צו דעם.


קענסט לייגן די ווייסע טישטוך און אנגרייטן די לעכט דאנערשטאג נאכט לכבוד שבת, אלעס וואס מען דארף טון פרייטאג לכבוד שבת, זאגן שוין די פוסקים אז אויב עס איז גרינגער פארן מענטש, עס מאכט מער סדר - קען מען עס שוין טון דאנערשטאג און זאגן אז מען טוט דאס לכבוד שבת. קוק אין משנה ברורה סימן רנ (סעיף קטן ב): "ומסתברא דבימים הקצרים כל מה שיכול להקדים ההכנה ביום ה' עדיף", אין די ווינטער שבתים ווען ערב שבת איז זייער קורץ קען מען שוין אלעס טון דאנערשטאג, און ער זאגט: "וטוב שיאמר על כל דבר שקונה זהו לכבוד שבת כי הדבור הוא פועל הרבה בקדושה", מען זאל אויף אלעס זאגן אז מען טוט דאס לכבוד שבת, אזוי קומט אריין די קדושה אין די זאך.


עס איז זייער א גרויסע זאך דער מאן זאל אפברענען די לעכט לכבוד שבת, עס שטייט פון צדיקים אז דאס איז מתקן אויך די שווערע פגמים, די פגמי הברית.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2324 - ווי שאפט מען פרנסה?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך רעד זיך נישט אפ, איך רעד זיך נאר אויס, איך האב מער נישט קיין כח, איך דארף פרנסה, עס דריקט מיך אין דריקט מיך, עס איז שוין זייער א לאנגע צייט, עס זעט מיר אויס ווי דער אייבערשטער וויל עפעס פון מיר אין איך ווייס נישט וואס.


כאטש וואס באמת ווייס איך פונקטליך וואס איך דארף פאררעכטן, און איך פרוביר און פרוביר, איך ווייס עס הערט זיך אפשר אינטערעסאנט, אבער איך פרוביר אמת'דיג צו זיין אן ערליכער איד.


איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, מיום עמדי על דעתי קען איך זאגן אז איך פרוביר מיט אלע מיינע כוחות צו זיין גוט, מיט אזעלכע יגיעות, איך האב געשפירט מיליאנען מאל טעם מיתה, און ווידער פאל איך אראפ, נאר אז איך זאל אויך ווערן געשטראפט אז פרנסה האב איך אויך נישט. איך פיל ווי איך בין פארווארפן פון אלע וועלטן, סיי עולם הזה האב איך נישט און אויך נישט קיין עולם הבא.


יעדן טאג וויין איך א גוטע שעה, מיט הייסע הייסע טרערן, איך ווארף זיך אראפ אויף דער ערד, איך בעט זיך ביים אייבערשטן, עס זעט אבער אויס ווי די טויערן זענען פארשפארט.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א תפלה, איך זאג עס יעדן טאג, איך טו די ביסל הפצה וואס איך קען דערווייל טון, און פאר מיין ווייב קען איך נאכנישט זאגן דערוועגן, איך מיין אז זי גייט עס נאכנישט קענען אראפשלינגען.


וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אוי ווי גוט טוסטו אז דו וויינסט צום אייבערשטן און אז דו ווארפסט זיך אראפ אויף דער ערד ווי א קינד וואס וויינט און ווארפט זיך אראפ אויף דער ערד ווען ער וויל עפעס אויספירן; אזוי זאלסטו ווייטער טון, ווייל דאס איז די עצה, צו בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל. פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.) אז די שליסל פון פרנסה איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן; קיינער קען נישט צו נעמען פון א מענטש זיין פרנסה און קיינער קען נישט געבן פרנסה - נאר דער אייבערשטער אליינס וואס ער איז דער זן ומפרנס לכל.


מוהרא"ש דערציילט, אין ירושלים איז געווען א באוואוסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין שולן האלטן דרשות; איינמאל איז צו אים געקומען א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט וכו' וכו'", זאגט אים רבי בנציון זכרונו לברכה: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאך אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר", דער איד קוקט אן רבי בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים רבי בנציון: איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר".


שטארק זיך מיט תפילה, און אז עס קומט דיר אונטער א פרנסה זאלסטו טון אין דעם אפילו עס איז נישט לויט דיין כבוד וכו', און זיי שטארק אין אמונה צו גלייבן אז פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, און עס האט נישט צו טון צי מען איז געלונגען אדער אויב מען האט א גוטן קאפ.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2323 - ווי אזוי קען מען זיך אויסוויינען צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, וויינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך דאנקען דעם ראש ישיבה אויף אלע חיזוק וואס דער ראש ישיבה געבט מיר.


ש'כח אייבערשטער אז היינט האב איך געלערנט אביסל קיצור שלחן ערוך, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, יום תהילים, צען דפים גמרא, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גיי איך שפעטער לערנען דעם רבינ'ס ספרים, יעצט פלאן איך צו גיין הפצה.


איך האב א שאלה, ווי אזוי קען מען זיך אויסוויינען צום אייבערשטן?


יישר כח


תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אז דו קענסט נישט וויינען - זאלסטו מאכן א קול פון וויינען; דאס הייסט, ווען דו גייסט התבודדות, דו רעדסט צום אייבערשטן און דו ווילסט זיך אויסוויינען, אבער דו קענסט נישט וויינען - זאלסטו מאכן א קול פון וויינען, מאך א קול ווי איינער וואס וויינט. אזוי ווי דוד המלך זאגט אין תהלים (ו, ט): "כִּי שָׁמַע ה' קוֹל בִּכְיִי", דער אייבערשטער האט צוגעהערט די קול פון וויינען; זעט מען אז די קול פון וויינען איז אזוי ווי וויינען.


אויך איז דא פון רבי'ן סגלות ווי אזוי צו וויינען, צו קוקן אויפן הימל, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות בכי' חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִבְכּוֹת", ווער עס קען נישט וויינען - "יִסְתַּכֵּל עַל הָרָקִיע", זאל קוקן צום הימל, "כִּי הוּא גָּרַם בְּכִיָּה לַמַּיִם", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ה, ג): "לא פירשו המים התחתונים מן העליונים אלא בבכיה", דעמאלט ווען דער אייבערשטער האט געמאכט די הימל, האט דער אייבערשטער צעטיילט די וואסער, א טייל וואסער אויף אויבן, און א טייל וואסער אויף אינטן, און דעמאלט האבן די וואסער פון אונטן אנגעהויבן צו וויינען אז זיי ווילן זיין נעבן דעם קעניג, דעם אייבערשטן; זאגט דער רבי, דורכדעם וואס מען קוקט צום הימל, מען דערמאנט זיך פון וואו די נשמה קומט, מען איז געווען איין שטיק רוחני, און יעצט איז מען דא אזוי פארגרעבט, דאס אליינס, דאס קוקן אופן הימל - מאכט וויינען, מען דערמאנט זיך פונעם אייבערשטן.


נאך זאגט דער רבי (ספר המדות אות תשובה, סימן נט): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִבְכּוֹת", דער וואס קען נישט וויינען, "הַסְּגֻלָּה, שֶׁיֵּשֵׁב בְּמָקוֹם שֶׁשּׁוֹפְכִים שָׁם שְׁנֵי נְהָרוֹת בְּיַחַד", איז דא א סגולה ער זאל זיך אוועק זעצן ביי א פלאץ וואו עס גיסן זיך טייכן, דאס וועט אים העלפן זיך קענען אויסגיסן דאס הארץ, זיך אויסוויינען צום אייבערשטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2322 - זיצן א האלבע שעה ביי חנוכה ליכט?
חינוך הילדים, חנוכה, שמחה, משפחה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד די ראש ישיבה שליט"א,


עס קומט יעצט די חנוכה טעג, און איך דערמאן זיך אז יעדעס יאר ווען איך קום אהיים נאך א גאנצן טאג און איך בין אפגעמוטשעט און הונגעריג, איך זינג אפאר מינוט זמירות, און איך האב נישט קיין כח צו זיצן ביי די לעכט א האלבע שעה. ביי מיין טאטע אבער איז געווען ממש אן הלכה אז מען גייט נישט אוועק פון די לעכט פאר א האלבע שעה, מען זינגט און מען טאנצט ביז א האלבע שעה צום ווייניגסטנס, וויל איך פרעגן צי איך זאל זיך אנשטרענגען מיט אלעם צו זיצן א גאנצע האלבע שעה ביי די לעכט?


יישר כח פאר אלע חיזוק און הדרכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


יא, שטרענג זיך אן צו זיצן ביי די לעכט פאר א האלבע שעה, זינג און טאנץ מיט דיין משפחה אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז, און וואס ער טוט מיט אונז אין יעדן דור. אז דו ביסט זייער הונגעריג קענסטו ביי די לעכט עפעס טועם זיין, אויך מעג מען טועם זיין פארן צינדן די לעכט, נאר נישט קובע זיין א סעודה.


דער עיקר זאלסטו מאכן געשמאק די מצוות, דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה", ווער עס טוט די מצוות פרייליכערהייט, "זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", איז דאס א סימן אז דער מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער האט ליב דעם אייבערשטן, ער פרייט זיך מיטן אייבערשטן; דאס וועט אריינגיין אין דיינע קינדער, זיי זאלן בלייבן ערליכע אידן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2321 - זאל איך ווייטער בעטן אויף א שידוך?
שידוכים, יבנאל, תפילה והתבודדות, סגולות, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלע חיזוק און עצות וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט מיר טאג טעגליך, ברוך ה' איך האב מקיים געווען די סגולה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו צו זאגן פערציג טעג קרבנות הנשיאים מיט די תפילה, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט עס צו טון, האט מיר עס זייער געגעבן א חשק, ווייל עס האט מיר געגעבן א האפענונג אז אט אט גיי איך שוין טרעפן מיין שידוך, אבער פאר אפאר טעג צוריק איז שוין אריבער פערציג טעג, און זייט דעמאלט האב איך שוין פארלוירן די חשק עס צו זאגן, און אויך צו דאווענען אויף דעם, איך האב שוין אזוי פיל געדאווענט און געבעטן און געזאגט קרבנות הנשיאים, אז איך האב שוין נישט קיין כח מער ווייטער צו זיך דערמאנען פון דעם.


איך האב געוואלט פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט אפשר אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ערשט יעצט דארפסט זיך זייער שטארקן נישט אויפצוגעבן, נישט זיך נאכלאזן נאר ווייטער בעטן דעם אייבערשטן פאר דיין שידוך, און ווייטער טון די סגולות וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן, און ערשט יעצט - נאכן טון די סגולה פערציג טעג און נאכאלץ האסטו נישט דיין שידוך - ערשט יעצט זאלסטו אנהייבן פון פריש זאגן די קרבנות הנשיאים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון חלק ב', סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים"; און אז עס איז אריבער פערציג טעג און דיין שידוך איז נאכנישט אנגעקומען - איז דאס ביי דיר 'מי שקשה לו למצא זווגו', זאלסטו ווייטער זאגן די קרבנות הנשיאים.


אזוי אויך זאלסטו טון אלע אנדערע סגולות פון רבי'ן. זיי מקפיד אויף קידוש לבנה, דער רבי זאגט (שם, סימן ב): "קִדּוּשׁ לְבָנָה סְגֻלָּה שֶׁיִּמְצָא אָדָם אֶת זִוּוּגוֹ", זיי מקפיד צו מאכן קידוש לבנה יעדן חודש ווי פריער, און ווען דו ענדיגסט קידוש לבנה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך.


ליבער ברודער, ווער נישט צעפאלן און ווער נישט מיואש, מען דארף גלייבן אין די ווערטער פון צדיקים און אין זייערע סגולות, און אפילו מען זעט נישט ווי מען ווערט גלייך געהאלפן, דארף מען ווייטער האבן די זעלבע שטארקע אמונה, און אזוי אויך אין תפילה, אז מען בעט און מען בעט און מען בעט און מען ווערט נישט געענטפערט - דארף מען בלייבן שטארק, מען דארף ווייטער בעטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:): "אִם רוֹאֶה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און מען זעט אז מען ווערט נישט געהאלפן - זאל מען נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ וְקַוֵּה אֶל ה'"; מען טאר נישט אויפגעבן ווען מען בעט דעם אייבערשטן און מען זעט נאכנישט די ישועה, מען דארף ווארטן און ווייטער בעטן ביז מען ווערט געהאלפן.


כאפ זיך אריבער קיין יבנאל, גיי צום ציון פון מוהרא"ש, זאג דארט אויס תהלים לזכות פון מוהרא"ש, דאס איז א סגולה צו טרעפן א שידוך, מוהרא"ש זאגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יז): "אוּן אִיךְ בִּין מְגַלֶה דַעַת אַז וֶוען אִיךְ וֶועל אַוֶועק גֵיין פוּן דֶער וֶועלְט, יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ תְּהִלִים אוֹיף אֵיין מָאל אָן אַ הֶפְסֵק, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר זֵיי אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ פוּן הִימְל, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם צוּזָאג".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2320 - שמירן אויל אויף א בעבי?
חינוך הילדים, קינדער, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב שוין די קשיא אין קאפ א שטיק צייט, וואס מיינט דאס וואס דער רבי שרייבט אין ספר המדות "חַמִּין וְשֶׁמֶן מְבָרִין אֶת הַוָּלָד"? מיינט דאס טאקע אז מען זאל שמירן אויל אויף די בעבי? און ביז וויפיל יאר מיינט מען "אֶת הַוָּלָד"?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וויסן זאלט איר, וואס דער רבי זאגט דארף מען מקיים זיין בתמימות ופשיטות, און אז דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן מח): "חַמִּין וְשֶׁמֶן מְבָרִין אֶת הַוָּלָד", באדן א קינד אין ווארעם וואסער און אים אנשמירן מיט אויל מאכט געזונט דאס קינד - איז דאס אזוי; דער מקור פון דעם איז די גמרא אין מסכת חולין, (דף כד:) וואו די גמרא שמועסט פון געוויסע הלכות וואס איז אנדערש ביי יונגע ווי ביי אלטע, פרעגט די גמרא 'ווי לאנג איז מען יונג און ווען ווערט מען אויס יונג?' זאגט די גמרא: 'כל זמן מען קען שטיין אויף איין פוס און אנטון די שיך אויף די אנדערע פוס און עס צובינדן'; דער וואס קען דאס טון האט נאך די הלכות פון א יונגער מענטש, און די גמרא דערציילט אז דער הייליגער רבי חנינא האט ביי די אכציג יאר נאך געקענט שטיין אויף איין פוס און אנטון און צובינדן די שיך פון די אנדערע פוס, און ער האט געזאגט, דאס וואס איך האב נאך די כוחות ביי די אכציג יאר - דאס קומט פון די 'חמין ושמן שסכתני אמי בילדותי, הן עמדו לי בעת זקנותי', מיין מאמע האט מיך געבאדן מיט ווארעם וואסער און מיך אנגעשמירט מיט אויל, דאס געבט מיר כח ביז יעצט אויף דער עלטער.


אויך קען מען זאגן נאך א פשט אין די ווערטער פון רבי'ן, אז דאס מיינט מען ווארעמקייט און ליבשאפט וואס די מאמע לייגט אריין אינעם קינד, דאס העלפט אים אויפוואקסן מיט יראת שמים, דאס וועט אים העלפן אויף די עלטער צו קענען שטיין מיט איין פוס, דאס מיינט אפילו ווען מען גייט אריבער וואס מען גייט אריבער זאל מען זיך קענען דערהאלטן, דאס איז פשט וואס די גמרא זאגט, און אזוי טייטשט דער הייליגער מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו (דברי תורה מהדורה ט, סימן נג), די 'חמין ושמן שסכתני אמי בילדותי', דאס מיינט מען די ווארעמקייט צו א מצוה און א ווארעמקייט צו דינען דעם אייבערשטן, און אויל דאס מיינט מען די הייליגע תורה, עיין שם; ווייל די מאמעס וואס געבן זיך אפ מיט די קינדער, זיי לייגן אריין יראת שמים, זיי רעדן צו די קינדער פונעם אייבערשטן, פון מצוות, פון עבירות, פון יצר טוב, און פון זיך אכטונג געבן פונעם יצר הרע - דאס איז 'מברין את הולד'.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2319 - מעג מען אנטון טייץ פאר'ן וואשן נעגל וואסער?
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, צניעות, נעגל וואסער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר בית פיגא, איך האב זייער הנאה אין בית פיגא.


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך מעג אנטון טייץ פאר'ן וואשן נעגל וואסער; איך שלאף אויף א בעט פון צוויי שטאק און איך האב זיך פארגענומען נישט ארויסצוגיין פון בעט אן טייץ, איך וועל זיך פרייען פאר אן ענטפער.


נאך א זאך וויל איך בעטן, עס איז מיר גאר שווער צו זאגן תהלים, אמאל האב איך יעדן טאג געזאגט תהלים, אבער פלוצלונג האב איך אויפגעהערט זאגן; איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי מעגט איר אנטון די טייץ אין בעט איידער איר וואשט זיך נעגל וואסער, און אזוי איז גוט זיך צו פירן, ארומגיין נאר מיט צוגעדעקטע פיס.


באנייט זיך מיט זאגן תהלים, זאגט אביסל תהלים יעדן טאג, זאגט כאטשיג איין קאפיטל תהילים יעדן טאג. דער רבי האט אזוי שטארק געוואלט מיר זאלן זאגן תהלים, ווייל זאגן תהלים קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות התנשאות, סימן כז): "עַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים נִתְרוֹמֵם", דורך זאגן תהילים ווערט מען דערהויבן; מען ווערט נאנט צום אייבערשטן און מען איז זוכה צו א גוט לעבן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2318 - די מאמע זאגט פאר די קינדער אנדערש פונעם טאטן?
שלום בית, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה אין שלום בית, און איך וויל וויסן אויב איך טו ריכטיג. איך בין אויפגעוואקסן מיט געוויסע זאכן וואס מען איז געווען זייער שטרענג ביי דעם, און מיין מאן איז נישט אזוי מקפיד אויף דעם, און איך ווייס נישט אויב איך האנדל דאס אויפ'ן ריכטיגן וועג.


צום ביישפיל, איך ווייס אז א קינד גייט אייביג און אלעמאל מיט'ן קאפל אויפ'ן קאפ, און ווען מיין מאן באדט די קינדער איז ער נישט אזוי מקפיד אנצוטון גלייך דעם קאפל די ערשטע זאך, אויך ביים אנטון די קינדער נאכט קליידער קענען זיי זיך דעמאלט ארומדרייען אן א קאפל. איך האב פרובירט עס איבערצושמועסן איינמאל מיט מיין מאן שיינערהייט, עס האט אבער נישט געהאלפן, האב איך אנגעהויבן זאגן פאר די קינדער אליין אז מען מוז אלץ האבן דעם קאפל אויפ'ן קאפ, זיי זאגן מיר אבער אז טאטי זאגט אז מען דארף נישט.


איך האב באשלאסן אז איך גיי מער נישט רעדן וועגן דעם, איך טראכט אז כדי די קינדער זאלן קענען אויפוואקסן נארמאל און ערליך, מוז זיין שלום בית אינדערהיים, האב איך אויפגעהערט רעדן וועגן דעם.


איין טאג נאכ'ן באדן די קינדער, זע איך ווי די קינדער טאנצן ארום אן די וועש, איך האב פארשטאנען אז מיין מאן האלט נישט אז עס איז א פראבלעם, האב איך שוין גארנישט געוואלט זיי זאגן וועגן דעם, איך זע אז עס העלפט סיי ווי נישט, ווייל מיין מאן איז נישט מיט מיר אין איין מיינונג איבער דעם, און איך וויל נישט די קינדער זאלן ווערן צעמישט צווישן טאטי און מאמי, אז מאמי איז די פרומע.


איך האב נישט קיין טענות אויף מיין מאן, איך טו אויך זאכן וואס ער גלייכט נישט, איך וויל נאר וויסן וואס איז ריכטיג צו טון אין אזעלכע פעלער, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט און ערליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר זענט מחנך די קינדער און זיי זאגן אייך אז טאטי זאגט מען דארף נישט, טאטי לאזט - זאלט נישט אריינגיין אין ויכוחים מיט זיי, זאגט זיי ווייטער וואס איז ריכטיג, זאגט זיי: "דו ביסט א וואוילע זיסע קינד, און טו וואס מאמע זאגט דיר".


דאס איז קלאר אז מען טאר קיינמאל נישט זאגן פאר קינדער: "טאטע קען נישט קיין הלכות, טאטע איז אן עם הארץ, טאטע אינטערעסירט נישט די חינוך", (אפילו ווען עס איז באמת אזוי), דאס איז די ערגסטע זאך, נאר ווייטער זאגן וואס איז ריכטיג, און אז מען דארף פאלגן וואס א מאמע זאגט.


דאס איז די וועג ביי קינדער ווען מען איז זיי מחנך, זיי זוכן זיך תירוצים נישט צו דארפן טון וואס מען הייסט זיי, למשל ווען דער מנהל זאגט זיי עפעס צו טון, וועלן זיי זאגן 'דער מלמד לאזט יא', און ווען דער מלמד זאגט עפעס צו טון, זאגן זיי 'דער מנהל האט געזאגט מען מעג', און אז דער מנהל און דער מלמד זענען נישט שטארק מיט זיך און מיט וואס זיי זאגן, פאלן זיי פאר די קינדער; די זעלבע זאך איז אין שטוב, פאר די טאטע זאגט מען: "מאמי לאזט!" און פאר די מאמע זאגט מען: "טאטי לאזט!"


עלטערן דארפן וויסן, ווען קינדער ווילן עפעס פועל'ן, זיי ווילן גיין ערגעץ, גייען זיי פרעגן איינע פון די עלטערן, למשל די מאמע, און אז די מאמע זאגט: "פרעג טאטי" - וועלן זיי קומען פרעגן מיט א חכמה, זיי וועלן נישט קומען מיטן אמת, זיי וועלן זאגן: "מאמי זאגט אז זי לאזט, אבער זי וויל מען זאל אויך פרעגן טאטי", אבער דאס איז נישט אמת, ווייל די מאמע האט בסך בכל געזאגט "פרעג טאטי"; איז דער טאטע א שטארקער, א קלוגער זאגט ער זיין מיינונג וואס איז ריכטיג; איז ער מיד, אדער שוואך, זאגט ער: "אהה מאמי לאזט, איך לאז אויך"; לויפן זיי צוריק צום מאמען זאגן אז טאטע האט גאר געהייסן מען גייט גיין וכו'.


זייט ווייטער מחנך אייערע קינדער זיי זאלן זיין איידל, זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים, און ווען זיי זאגן אייך אבער טאטע אהער און טאטי אהין - קענט איר זיי געבן א שמייכל און ווייטער פארלאנגען וואס איז ריכטיג.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2317 - האט מען שוין אויפגעגעבן אויף מיר?
סיפורי צדיקים, אמונה, מורה דרך, ספיקות, בלבולים, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


ווי אזוי קען דאס זיין? דער יצר הרע מאכט מיר באמת טראכטן אז איך בין דער ערגסטער מענטש, אז דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר נישט דערליידן, אז דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר נישט ליב, און אז די אלע חיזוק בריוו וואס איך האב באקומען איז נאר געווען פאר דעמאלט ווען איך בין נאך געווען גוט, אבער יעצט האט שוין דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעגעבן אויף מיר.


איך וויל אזוי שטארק אויפהערן טראכטן די נארישע מחשבות, אוועקווארפן די אלע נארישע חכמות, ווי אזוי טוט מען דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז די וועג פונעם סמ"ך מ"ם, ער טוט צעברעכן דעם מענטש אז ער זאל טראכטן אויף זיך שלעכט און מיינען אז ער איז פארפיינטעט און פארהאסט ביים אייבערשטן, ער ברענגט כל מיני ראיות אז ער איז שוין פארפאלן און אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים חס ושלום און אז די צדיקים קענען אים נישט דערליידן.


נישט נאר ביי דיר איז דא די מחשבות, אלע גייען דאס אריבער, אויך ביים רבי'ן זענען די גרויסע תלמידים דאס אריבער, אויך מוהרנ"ת האט דערציילט, ווען זיין טאטע האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב און זיין ווייב האט אים אויסגעשפארט איז אים געווען דאס שווערסטע צו נעמען די נישט גוטע געפיל כאילו דער רבי אליינס איז אים מרחק, דאס איז אים געווען דאס שווערסטע, אויך האט דער רבי געהאט א תלמיד א גרויסער צדיק ר' יודל פון דאשוב, און ווען דער רבי יודל זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער אויך פארדרייט געווארן מיט די מחשבות אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן, נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריינגיין צום רבי'ן'.


דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו וואס רבי יודל גייט אריבער, זיינע נסיונות. גלייך ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווען צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר - ווערט פון שקר - קשר", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


לאז זיך נישט צעברעכן, און ווען די שלעכטע מחשבות קומען - איז די בעסטע וועג צו זאגן 'מיר איז נישט קיין חילוק אויב מען דארף מיך יא אדער נישט, איך דארף אבער יא דעם אייבערשטן, און איך דארף די צדיקים און איך וועל נישט אפלאזן די צדיקים וואס ברענגען אריין אין מיר די אמונה'; זיך נישט שלאגן מיט די נישט גוטע מחשבות, ווייל די וועג ווי אזוי דאס ארבעט איז, אז די סארט מחשבות ווערן נאר שטערקער און ערגער ווען מען טענה'ט מיט זיי, די ריכטיגע וועג ווי אזוי מען קען פטור ווערן פון זיי איז נישט זיך קריגן מיט זיי.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2316 - ווי אזוי קוקט מען גוט אויפ'ן לעבן?
שלום בית, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף אן עצה צו זיין פרייליך. דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א שיינע בריוו אז דאס לעבן ליגט נאר אין מיינע הענט, עס איז נישט די מאן און די קינדער, עס איז נישט די שכנים און אנדערע, עס איז נאר אז איך אליין דארף אנהויבן קוקן גוט אויפ'ן לעבן, און דעמאלט וועט מיר ווערן גוט אין לעבן; איך ווייס אבער נישט וואס צו טון צו ווערן פרייליך.


אסאך מאל שפיר איך זיך אזוי שטארק צעבראכן, איך פיל אז קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער, קיינעם אינטערעסירט נישט וואס איך לייד.


איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן, איך פרוביר אזוי שטארק אים צו דערציילן אלעס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, אבער איך שפיר נישט אלעמאל ווי מען הערט מיר אויס, חס ושלום, און דאס מאכט אז איך זאל זיך נישט קענען אלעס אויסרעדן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר שרייבן א תפלה צו קענען בעטן דעם אייבערשטן צו זיין פרייליך, צו קוקן גוט אויף מיין לעבן, צו קוקן גוט אויף מיין מאן, נישט צו מקנא זיין א צווייטן, נישט פרובירן זיך צוצוגלייכן צו א צווייטן?


יישר כח פאר'ן מיר פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, יישר כח פאר'ן מיר לאזן דערציילן אלעס וואס שטערט מיך, אן דארפן מורא האבן צו ווערן אוועקגעווארפן און אראפגעקוקט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דא האט איר א תפילה אויף שמחה, בעטס די תפילה יעדן טאג און אפילו אפאר מאל א טאג, ביז איר וועט זוכה זיין צו זיין פרייליך. מוהרא"ש זאגט, אנשטאט צו בעטן באזונדער אויף פראבלעמען - זאל מען בעטן דער עיקר אויף שמחה, וועלן ממילא אלע פראבלעמען אוועק פאלן.


אויך איז וויכטיג צו וויסן אז דאס גייט נישט אין איין טאג, מען דארף האבן סבלנות, בעטן און בעטן ביז מען איז זוכה צו פארטרייבן די עצבות ומרה שחורה.


דא האט איר די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, נעם אוועק פון מיר די דעפרעסיע און שווארצע וואלקענס, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2315 - לייגן תפילין דרבינו תם נאך די שקיעה?
דאווענען, סדר היום, ישוב הדעת, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען קען לייגן לכתחילה תפילין דרבינו תם נאך די שקיעה פון די גאונים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט לייגן רבינו תם תפילין אינאיינעם מיט רש"י; גלייך ביים אויסטון תפילין פון רש"י, גלייך אן קיין הפסק - זאלסטו אנטון תפילין פון רבינו תם; מאך נישט די צעדרייטע מעשיות וואס די עובדים, די פליטעס - מאכן.


גלייך נאך קדיש תתקבל זאלסטו אויסטון די תפילין פון רש"י און אנטון רבינו תם תפילין, ענדיג דאס דאווענען ביז נאך עלינו לשבח, און נאך עלינו זאלסטו זאגן די תיקון הכללי, און זאג די פיר פרשיות און לערן הלכה. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט (ספר קבלת פני השכינה): "ולכן נהגו אנשי שלומינו שתיכף ומיד אחר התפילה, קודם שחולצים את התפילין דרבינו תם - לומדים שיעור פשוט בשלחן ערוך מחבר רמ"א כסדרן בכל יום, מעט או הרבה, כפי מסת הפנאי, וכך מקיימים ומשלימים את רצון רבינו, הן שהקפיד להניח תפילין דרבינו תם בכל יום, והן שהקפיד שילמדו שלחן ערוך בכל יום", עיין שם.


די זאך פון לויפן אנטון תפילין ביי די שקיעה וואס מען זעט ביי די פליטעס - וועסטו נישט זען צווישן תלמידי היכל הקודש.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2314 - ווי אזוי היילט מען פחדים און פאניק אטאקעס?
רפואה, תפילות אויף אידיש, אמונה, ספרי ברסלב, שמחה, ניגונים, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין פול מיט שרעקעדיגע פחדים שוין א שטיק צייט, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א געוויסע שטארקע פחד וואס איך האב געהאט, און דערנאך באקום איך פאניק אטאקעס פון דעם.


איך ווייס אז עס קומט פון נישט האבן אמונה, דעריבער האב איך אנגעהויבן הערן ניגונים פון אמונה, איך האב אנגעהויבן ליינען "עצתו אמונה", אבער עס העלפט מיר נישט, לעצטנס האבן זיך די פחדים גאר שטארק צושפילט, יעדן טאג פון עפעס אנדערש. איך הויב זיך אן ווארפן פאר פחד, מיין הארץ הויבט אן קלאפן זייער שנעל, און דערנאך זייער שטייט, נישט אויפ'ן ריכטיגן ריטעם, און איך דארף ארבעטן גאר שווער אויף מיר זיך צו בארואיגן. די פחדים גייען נישט אוועק, זיי קומען צוריק יעדן טאג פאר אן אנדערע סיבה.


וואס קען איך טון? איך בין קיינמאל נישט געווען אזוי, ווי אזוי קען איך לעבן א רואיגע לעבן? ווי אזוי קען איך האבן א נארמאלע לעבן אן די שרעקליכע פחדים יעדן טאג? איך וויל פשוט זיין רואיג און פרייליך.


איך שפיר ווי איך ווער דערטראנקען אין פחדים, איך ווער אריינגעשלעפט אין אן ענדלאזער ים פון פחדים און איך זע נישט דעם ברעג ארויס, עס ווערט נאר ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, ווי אזוי קען איך זיך ארויסזען דערפון, ביטע העלפט מיר.


איך שרייב יעצט דעם בריוו אינמיטן די נאכט, איך קען נישט איינשלאפן פון פחד, און איך האף זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן א וועג ארויס פון די פחדים, צו קענען לעבן א רואיגע און געשמאקע פרייליכע לעבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד אז נאר יעצט ווען דו ווארפסט זיך פאר שרעק און דו קענסט קוים אטעמען, נאר יעצט צינדסטו אן ניגוני אמונה און האסט אנגעהויבן צוריק צו ליינען קונטרסים פון אמונה, א שאד אז דו טוסט דאס נישט אלע דיינע טעג; ווייל נאר אמונה היילט אויס די קרענק פון שרעק, פון ענקזייעטי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה), אז אמונה איז די היילונג פאר די שרעקליכע פיין.


קאנצעטריר דיך אויף די דריי זאכן וועסטו ווערן אויסגעהיילט:


1)    הער לעבעדיגע אידישע ניגונים, (גוי'אישע ניגונים מאכט ערגער, עס ציט אן די נערווען ה' ישמרינו), ניגונים פון אמונה, ניגונים פון האפענונג.


2)    ליין ספרים פון אמונה; היינט איז דא טויזנטער ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש געשטעלט און געבויט נאר אויף אמונה. מאך זיך א שיעור אין די ספר "אשר בנחל" אין אידיש, לערן יעדן טאג א בריוו, לערן אין א סדר, דאס וועט אויפבויען די אמונה, דאס וועט דיך היילן.


3)    יעדן טאג זאלסטו בעט א תפילה אויף אמונה, דאס האסטו א קליינע תפילה צו זאגן, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות:


"רבונו של עולם איך בין אזוי דערשראקן פון גארנישט און פון נישט, עס ציטערט מיר מיין גאנצע קערפער, יעדע מינוט פון א צווייטע שרעק, איך קען נישט אנגיין אזוי, עס כאפט מיר אן א פלוצלונגדיגע פחד, עס ווערט אזוי שטארק אז איך פארליר מיין אטעם, איך שפיר ווי די שלעכטע רוח האט מיך געכאפט, איך קען נישט ווייטער אזוי לעבן.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, אז איך זאל דיך שפירן יעדע רגע, איך זאל געדענקען אז דו ביסט דא, דו טוסט אלעס, איך זאל געדענקען אז איך בין אין דיינע הענט, אזוי ווי א קינד ליגט אין שויס פון די מאמע אן קיין שום זארג, און וואס די קינד דארף באקומט זי פון מאמע.


הייליגער באשעפער איך וויל זיין געזונט, איך וויל זיין רואיג, איך וויל זיין פרייליך, קענען אנגיין מיט מיין סדר היום, שלאפן ביינאכט און טון בייטאג אלע מיינע געברויכן, מאך מיך פרייליך, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות רבינו נחמן בן פיגא ותלמידיו הקדושים, אמן סלה".


א רפואה שלימה.

#2313 - פון וויפיל יאר נעמט מען א קינד אין מקוה?
חינוך הילדים, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן האט אנגעהויבן נעמען אונזער אינגל אין מקוה אום פרייטאג לכבוד שבת קודש, ער איז זיבן און א האלב יאר אלט, און די ערשטע וואך האט ער געהאט אסאך קשיות, צום ביישפיל פארוואס איז נישט דא קיין טירן אויף די שויערס, און נאך. ער איז שוין געווען פיר מאל פרייטאג אין מקורה, און ער האט שוין אויפגעהערט רעדן פון דעם, אבער איך וויל וויסן אויב ער איז נישט צו יונג צו גיין אין מקוה, איך מיין אז ביי צען יאר איז די ריכטיגע צייט אנצוהויבן גיין אין מקוה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז גוט צו נעמען קינדער אין מקוה, זיי מחנך זיין מיט מקוה, זיי זאלן זיך צוגעוואוינען זיך צו טובל'ן, און אויך זיי לערנען זיך צו פירן איידל.


מען דארף נאר זייער אכטונג געבן בשום אין אופן לאזן קינדער גיין אין מקוה אליין אן קיין השגחה, דאס איז סכנת נפשות; נישטא אזא זאך א טאטע זאל לאזן די קינדער גיין אליין.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2312 - קויפן א טעבלעט, נאר מיטצוהאלטן די וועטער?
קאמפיוטער, שמחה, טעבלעט, וועטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ליג זייער שטארק אין די וועטער, דאס איז מיין 'האבי' און הנאה, איך בין זייער מקושר צו דעם, צו פארשטיין און מיטהאלטן די וועטער.


איך פלעג האבן א לעפטאפ אינדערהיים מיט א פילטער נאר פאר די וועטער, באנק, און אימעיל, ביז איך בין מקורב געווארן און געהערט ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מען זאל נישט האבן קיין שום אינטערנעט אינדערהיים, האב איך דאס אויפגעהערט צו ניצן און אוועקגעלייגט.


למעשה האב איך נישט קיין מנוחה, עס שטערט מיר זייער אז איך קען נישט מיטהאלטן די וועטער, עס איז שווער מסביר צו זיין אויף טעקסט וואס וועטער איז, עס איז אסאך אסאך טיפער ווי צו אנרופן די וועטער האטליינס; האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל קויפן א טעבלעט און האלטן נאר אין די קאר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זוך דיר נישט קיין צרות, נעם נישט קיין טעבלעט פאר די זאכן, זע עס זאל נישט אריינקומען די רוח סערה ביי דיר אין קאפ. מען קען ווערן אומגליקליך דורך דעם קאמפיוטער, אזויפול אומשולדיגע אינגעלייט און בחורים זענען געפאלן פון האבן א טעבלעט נאר פאר דעם און נאר פאר יענץ.


זע צו זיין פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2311 - מעג א פרוי זיך שיין מאכן די פנים?
שלום בית, צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב האט וואונדן אויפ'ן פנים וואס מאכט איר אויסקוקן נישט גוט; מעג מען, אדער זאל מען, לייגן מעיקאפ אויפ'ן פנים זיך צו מאכן שיין דעם פנים עס זאל נישט אויסקוקן מיאוס? אדער אפשר נאר אום פרייטאג לכבוד שבת קודש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי מעג מען זיך שיין מאכן די פנים, נישט נאר מען מעג, עס איז א מצוה אויסצוזען גוט.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2310 - אויף וואס זאל מען זיך שטעלן ביי א שידוך?
שידוכים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר ענטפערן, איך האב ממש נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען.


איך האב געוואלט פרעגן, וואס דארף מען מברר זיין ביי שידוכים ?מיין מאמע האט מיר יעצט געזאגט אז מען האט אנגעטראגן פאר מיר א מיידל וואס קען קוים אידיש, און זי האט קלאר געזאגט פאר אלע שדכנים אז זי האט צווי תנאים וואס זי הערט אויס, איינס אז די מיידל זאל קענען אידיש, און צווייטנס וויל זי דוקא אז מען זאל גיין מיט א טיכל און נישט מיט א שייטל, און דעריבער האט זי מיר געזאגט אז עס זעט איר נישט אויס גוט די פארשלאג, ווייל דאס מייעל קען קוים אידיש, זי האט מיר אבער געפרעגט וואס איך האלט וועגן דעם, אויב איך טראכט אז עס קען יא ארבעטן.


איך האב איר געזאגט אז פארשטייט זיך אז איך וויל איינער וואס קען אידיש, אבער אויב אלעס ארום זעט אויס גוט, קען איך עס יא נעמען, איך האב אבער פארשטאנען פון איר אז זי ווארט אויף מער א קלארערע ענטפער; האב איך געוואלט פרעגן וואס איר צו זאגן איבער די שידוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג איר זי זאל נישט קוקן אויף גארנישט, אויף קיין שום תנאים, נאר אויף די איין תנאי 'א געזונטע מיידל וואס וויל אויפשטעלן א שטוב מיט די תורה'; אודאי איז א טיכל זייער א הייליגע זאך, און אודאי איז גוט מען זאל רעדן אין שטוב די הייליגע אידישע שפראך, אבער נאך מער הייליג איז חתונה האבן, און עס לוינט נישט צו זיין נאך איין טאג א פלג גוף און צוקומען צו פוגם זיין בברית חס ושלום.


רעד שיין צו דיין מאמע, זאג איר: "מאמע איך דארף חתונה האבן, מאמע איך קען מער נישט זיין אליין, מאמע איך בעט דיר קוק נישט אויף קיין שום זאך, נאר אויף א געזונטע מיידל וואס וויל בויען א שטוב אויף די תורה וועג".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2309 - דערציילן מיינע חששות אויפ'ן שידוך?

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע עלטערן האבן מיר געפרעגט איבער א שידוך וואס מען האט אנגעטראגן פאר מיין שוועסטער, איך האב זיי נישט געקענט, אבער הערנדיג אז זיי זענען קומען פון א פלאץ מיט אביסל אן אנדערע מענטאליטעיט פון אונז, האט מיר עס שטארק נישט געשמעקט. דאך האבן מיינע עלטערן געטון דעם שידוך; מיין שאלה איז אויב יעצט מעג איך זאגן פאר מיינע עלטערן אלע מיינע חששות וואס איך טראכט איבער דעם שידוך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען האלט שוין נאכן מאכן די שידוך זאלסטו חס ושלום נישט רעדן קיין איבריגע רייד, זאלסט נאר רעדן שיינע זאכן, נאר מרבה זיין שלום.


בכלל איז א גרויסע אחריות אפצורעדן א שידוך, עס שטייט פון צדיקים אז ווער עס העלפט מאכן שידוכים - טוט דעם ווילן פונעם אייבערשטן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ד), א מטרונה האט געפרעגט רבי יוסי בר חלפתא, ווי לאנג האט גענומען פארן אייבערשטן צו באשאפן די וועלט? האט ער געענפערט זעקס טעג, פרעגט זי אים: "מַה הוּא עוֹשֶׂה מֵאוֹתָהּ שָׁעָה וְעַד עַכְשָׁו", וואס טוט דער אייבערשטער פון דעמאלט ביז יעצט? האט ער איר געזאגט: "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹשֵׁב וּמְזַוֵּג זִוּוּגִים", דער אייבערשטער מאכט שידוכים, און ווער עס העלפט מאכן שידוכים טוט דעם ווילן פונעם אייבערשטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2308 - דארף איך מורא האבן צו רעדן צו קינדער פון קדושה?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, חדר, חיזוק פאר מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער מנהל אין אונזער תלמוד תורה האט געמאכט היינט אן אסיפה פאר די מלמדים, און אנשטאט צו מחזק זיין די מלמדים, האט ער ארויפגעלייגט אויפ'ן טיש די תקנות וואס ער וויל איינפירן אין תלמוד תורה, און איינע פון די תקנות איז אז מען טאר נישט רעדן פון קדושה אויף קיין שום וועג און פאל.


יעדער ציטערט אביסל, דארף איך אויך מורא האבן פון אים?


יישר כח אויף אלעס, די שיעורים זענען מיר מחזיר בתשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויי וויי אז מען לערנט נישט אויס די קינדער זאלן זיין הייליג, וויי וויי אז נאכאלץ, נאכן הערן יעדן טאג שוידערליכע מעשיות ווי מניוולים באצווינגען קינדער און יונגע בחורים מיט עבירות, און נאכאלץ קען זיין א מנהל וואס פירט א היימישע חדר וואס זאל זאגן: "ביי אונז רעדט מען נישט צו די קינדער פון קדושה".


אודאי זאלסטו רעדן צו די קינדער ווייטער פון קדושה, האב פון קיינעם נישט מורא, דו זאג די קינדער: "קיינער טאר דיך נישט נעמען אין א פארמאכטע צימער און דיר עפענען דיינע קליידער און דיך אנרירן ביי דיינע פריוואטע פלעצער, און אויב איינער וויל דיך אנרירן אדער ער צווינגט דיר דו זאלסט אים אנכאפן ביי די אות ברית קודש - זאלסטו אנטלויפן און דו זאלסט שרייען, און אויב קיינער וויל דיר נישט העלפן זאלסטו גיין צו די פאליציי"; נעם נישט די שטראף אויף דיר, אז א מלמד רעדט נישט צו די קינדער - ווערט ער אליינס בשטראפט השם ישמרינו. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח), אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב אמאל אנגעטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הונדערט תלמידים, נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו די שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזוכט דעם מלמד זיך צו קענען טרעפן מיט אים האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע זיינע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים, זענען אלע געשטארבן, ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט, "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן...?" האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן, זיי האבן פוגם געווען באות ברית קודש דעריבער זענען זיי אלע געשטארבן יונג".


לייג אריין שמחה אין די קינדער, זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין כיתה, אויך ערנסט, אבער אויך פרייליך; פון איין זייט ווייסן די קינדער אז מען רעדט נישט פון ווען דער רבי לערנט פאר, די קינדער ווייסן אז מען דארף פאלגן, און פון די אנדערע זייט איז פרייליך, די קינדער האבן ליב צו זיין אין חדר, עס איז א געשמאק צו זיין מיטן מלמד.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2307 - פארוואס איז מיין ווייב אזוי שלעכט צו מיר?
שלום בית, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב מער נישט קיין כח, מיין ווייב זאגט מיר א גאנצן צייט אז איך זע נישט אויס גוט, און עס איז אזא שאד אז זי האט נישט געזאגט ניין גלייך נאך די בעשוי, זי האט מיר עס שוין געזאגט אזויפיל מאל אז איך אליין הויב שוין אויך אן אזוי צו טראכטן.


מיר האבן ברוך ה' קינדערלעך, דעריבער ווייס איך אז עס גייט גארנישט פאסירן, איך וויל אבער אזוי שטארק אז עס זאל יא זיין גוט און געשמאק אינדערהיים. אינדרויסן פון הויז בין איך זייער א געלונגענער מענטש, יעדער האט מיר ליב, און נאר אינדערהיים שפיר איך זיך ווי א נאר און א לא יוצלח.


איך ווייס אז אלעס קומט צוליב מיינע עבירות, וואס קען איך אבער טון? איך האב ברוך ה' נישט קיין שום כלי וואס מען קען אויף דעם זען שלעכטע זאכן, אויפ'ן גאס דארף איך גיין און איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל היטן מיינע אויגן, און איך זאג משניות, און וואס טו איך יעצט ווייטער? איך בין גרייט צו טון אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן.


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן אז איך האב דעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז מיר מחי' און מחזק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווער נישט באליידיגט פון דיין ווייב, נעם עס נישט צום הארצן, אזוי ווי קליינע קינדער ווען זיי זענען נישט פרייליך און זיי גייען אריין אין א כעס קענען זיי זאגן נישט שיינע ווערטער פאר טאטע מאמע, צום ביישפיל: "ביסט נישט קיין גוטע טאטע", "ביסט אן עקלדיגע מאמע", און עלטערן ווייסן און פארשטייען אז די קינד האט זיי נאכאלץ ליב, און עלטערן וועלן קיינמאל נישט אפלאזן די קינד, אזוי אויך מאן און ווייב, ווען מען ווערט איבערגעשטרענגט און מען צערעדט זיך מיט נישט שיינע ווערטער איינער אויפן צווייטן, טאר מען דאס נישט נעמען פערזענליך, נאר געדענקען אז דאס איז א נסיון וואס מען פרובירט אויס דעם מענטש צו זען אויב ער וועט זיך פארלירן אדער נישט.


עס איז טאקע זייער נישט בא'טעמ'ט צו הערן די ווערטער פון די ווייב, אבער איך בעט דיר נעם עס נישט פערזענליך. קענסט איר זאגן אז עס טוט וויי דאס צו הערן, און "נאכאלץ האב איך דיך זייער ליב וכו' וכו'", און נאכאלץ זאלסטו איר אהיים ברענגען גוטע זאכן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.), רבי חייא האט געהאט א ווייב מיטן נאמען יהודית, זי פלעגט אים זייער אסאך טשעפען, זי פלעגט אים זאגן: "א שאד איך האב נישט געזאגט ביים בעשוי 'ניין'", זי פלעגט אים זאגן: "ביסט נישט שיין וכו' וכו'", מיט דעם אלעם, ווען ער האט געזען א גוטע זאך האט ער איר דאס אהיים געברענגט, און זיין תלמיד דער הייליגער רב, וואס איז אויך געווען א שוועסטער קינד (נעפיו) און געוואוסט וואס טוט זיך אין שטוב – האט אים געפרעגט: "פארוואס ברענגסטו איר די גוטע זאכן, זי טשעפעט דיך, זי טוט דיך וויי?" האט רבי חייא אים געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", מיר איז גענוג אז זי ציט אויף די קינדער, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ראטעוועט מיך פון עבירות; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


קלאפ זיך נישט, עס קען זיין אז דו דארפסט טאקע תשובה טון, אבער אויך זי דארף וויסן אז מען רעדט נישט אזוי צום מאן, דו בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט אין שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2306 - פארוואס האט מיר דער ראש ישיבה שליט"א פארשעמט?
שלום בית, מדות טובות, ראש ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט זייער שטארק אז מען טאר נישט וויי טון אדער פארשעמען קיין שום איד אין שול, און עס איז די ארבעט פון די גבאים אכטונג צו געבן אויף דעם.


די בריוו איז זייער שיין און אמת, און איך בעט איבער דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן פרעגן, אבער עס טוט מיר וויי צו זען ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט דאס, אין די צייט וואס פאר א האלב יאר צוריק בין איך געזעסן ביים ראש ישיבה שליט"א מיט מיין ווייב, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריגן אויף מיר קולי קולות אין פארנט פון מיין ווייב, און נאך מענטשן וואס האבן זיך דארט געדרייט.


איך פרעג נישט חס ושלום צו טשעפען, עס טוט מיר נאר באמת וויי, איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א פירט זיך מיט אמת און אויפריכטיגקייט, און איך פארשטיי נישט ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א קען שרייבן אזוי שארף קעגן וויי טון און פארשעמען, אין די צייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט דאס געטון צו מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, ביסט געזיצן ביי מיר אפאר שעה מיט דיין ווייב, אין אנהייב האב איך זיך זייער אכטונג געגעבן, איך האב פרובירט צו רעדן מיט שיינעם, אבער נאכן הערן ווי דו שינדסט איר הויט, די וועג ווי דו רעדסט צו איר, ווי דו דערנידערסט איר - האב איך דאס מער נישט געקענט נעמען און דיר געזאגט וואס איך האב דיר געהאט צו זאגן.


די וועג ווי אזוי דו האסט גערעדט צו דיין ווייב האב איך אין מיין לעבן נישט געהערט, איך האב שוין אסאך געזען, אבער די וועג ווען מען זיצט מיט א דריטן און מען וויל אויסארבעטן שלום, מען וויל מאכן פשרות, און דו שטעכסט, און רעדסט אזוי געמיין - דאס האב איך נישט געזען.


שפעטער ווען איך האב געזען אז דו האסט זיך באליידיגט, האב איך געטראכט א שאד די צייט, א שאד איך האב אוועקגעגעבן אזויפיל צייט, מיינע תלמידים האבן געווארט אויף מיר איך זאל מיט זיי גיין אויף א נסיעה צו מקומות הקדושים, די איין מאל א יאר וואס איך קום קיין ארץ ישראל און די בחורים פון ישיבה ווארטן צו זיין אביסל מיט מיר, האב איך דאס אוועק געגעבן, איך האב אלעס געלייגט אין דער זייט צו מאכן שלום, עס זאל זיין השראת השכינה ביי ענק.


הלואי זאלסטו יעצט אננעמען די ווערטער וואס איך האב דיר דעמאלט געזאגט, איינבייגן דעם קאפ פארן אייבערשטן, רעדן שיין צו די ווייב, ווייל נאר אז מען האט שלום בית, מען רעדט שיין, מען רעדט איידל, מען רעדט מיט דרך ארץ - איז דא השראת השכינה מיט אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2305 - לערנען זוהר הקדוש אפילו מען פארשטייט נישט?
לימוד התורה, זוהר הקדוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיינע שיעורים און דרשות, אין דעם זכות האב איך אנגעהויבן מעביר סדרה צו זיין היי יאר יעדן טאג, ווי אויך א שיעור אין גמרא, איך פיל זיך ווי א נייער מענטש.


איך האב געוואלט פרעגן צי איך זאל אויך לערנען זוהר הקדוש אפילו איך פארשטיי נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לערנסט יעדן טאג מקרא און גמרא און דו שרייבסט אז דו שפירסט זיך ווי א נייער מענטש; אז מען לערנט תורה באקומט די נפש און נשמה – עסן, און אזוי ווי אז מען פאסט, מען עסט נישט - ווערט מען דערשלאגן, מען פארלירט די מצב רוח, אדער אויך אז מען לערנט נישט - שפירט די נפש א לאך, א הונגער, א ליידיגקייט, און אויך די נשמה שפירט אזוי, און דאס מאכט דעם מענטש דערשלאגן און דערביטערט, און ווען מען הייבט אן לערנען די הייליגע תורה ווערט מען אנגעפילט מיט א לעבעדיגע גייסט. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ח) אז אין די תורה איז באהאלטן די רוח חיים פונעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (בראשית א, ב): "וְרוּחַ אֱלֹקִים מְרַחֶפֶת עַל פְּנֵי הַמָּיִם", און "אֵין מַיִם אֶלָּא תּוֹרָה" (בבא קמא פב.).


בנוגע זאגן זוהר; זיכער איז גוט צו מאכן א שיעור אין גורס זיין זוהר, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קח): "יָדוּעַ שֶׁלִּמּוּד הַזֹּהַר", לערנען זוהר, "מְסֻגָּל מְאֹד מְאֹד", איז זייער מסוגל פאר די נשמה. "וְדַע שֶׁעַל יְדֵי לִמּוּד הַזֹּהַר נַעֲשֶׂה חֵשֶׁק לְכָל מִינֵי לִמּוּדָם שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", דורך לערנען דעם הייליגן זוהר באקומט מען א שטארקע גליסטעניש צו לערנען אלע ספרים פון די הייליגע תורה. אויך האט דער הייליגער אריז"ל געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה ער זאל יעדן טאג לערנען פינף בלעטער תיקוני זוהר, דאס וועט אים מתקן זיין און מטהר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.