בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קנאבל און צוקער ביי א פדיון הבן
מנהגים, פדיון הבן

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר ענקער אייניקל, דער אייבערשטער זאל ענק געבן געזונט און נחת ביי די קינדער און די אייניקלעך בזכות וואס ענק טוען אזויפיל פאר הפצה, ענק פארשפרייטן די עצות פון הייליגן רבי'ן; אזויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים וואס ענק זענען מתרגם מידי שבוע בשבוע.


אויף אייער פראגע ווי אזוי צו פראווען די סעודת פדיון הבן; מאכט א שיינע סעודה אין שטוב (אדער אין בית המדרש), רופט די עלטערן, די זיידעס און באבעס, און מאכט א פיינע סעודה. מאכט אייך נישט נאריש מיט אויסגעבן געלט פאר טייערע סעודות; ממה נפשך, אויב מען האט די פאר איבריגע דאלער - זאל מען דאס ענדערש געבן פאר די פארפאלק, זיי העלפן לעבן, און געבן פאר צדקה, און אז מען האט נישט די פאר איבריגע דאלער - איז דאך זיכער נישט ווערד צו בארגן זיך צו באווייזן פאר משפחה און שכנים וכו'.


סעודת פדיון הבן איז א גרויסע זאך, עס שטייט פון צדיקים אז עס איז א תיקון הברית.


עס איז א מנהג ישראל צו טיילן קנאבל און צוקער. מוהרא"ש זאגט א טעם, צו דערמאנען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא:): "מי שאכל שום וריחו נודף, יחזור ויאכל שום אחר, ויהא ריחו נודף", ווער עס האט געגעסן קנאבל און עס גייט א גערוך פון זיין מויל, איז זיין עצה צו עסן ווייטער קנאבל? אזוי אויך זאל מען נישט זאגן 'איך בין שוין איין מאל אראפגעפאלן, וועל איך זיך נאכלאזן און טון חס ושלום עבירות', נאר גלייבן וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו אויך גלייבן אז דו קענסט צוריק פאררעכטן, נאך האט דער הייליגער רבי אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "וואלט איך חס ושלום עובר געווען די גרעסטע עבירה, וואלט דאס מיר גארנישט אראפגעווארפן, איך וואלט תשובה געטון און געבליבן אן ערליכער איד אזוי ווי פארן טון די עבירה".


אזוי אויך טיילט מען צוקער, צו ווייזן אז מען זאל זוכן דאס זיסקייט אין לעבן, זוכן ווי גוט דער אייבערשטער איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.