בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וירא, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אויף דיין פראגע, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ווער עס הערט ניגונים פון א נישט ערליכער זינגער - וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", אבער אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכער איד - וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם; דו ווילסט וויסן ווער איז א מנגן רשע וואס דער רבי זאגט מען זאל נישט הערן, און ווער איז א מנגן כשר וואס איז גוט צו הערן?
די זינגערס וואס זינגען לידער פון ניבול פה - פון דעם דארף מען זיך זייער היטן, דאס שאט פאר עבודת השם יתברך, דאס טאר מען נישט הערן.
עס איז היינט דא זייער אסאך ערליכע סידיס פון ערליכע זינגערס וואס מען קען זיך מחי' זיין, ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רעג): "טוֹב לְהָאָדָם לְהַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ, שֶׁיּוּכַל לְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ עִם אֵיזֶה נִגּוּן, כִּי נִגּוּן הוּא דָּבָר גָּדוֹל וְגָבוֹהַּ מְאֹד מְאֹד, וְיֵשׁ לוֹ כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר וּלְהַמְשִׁיךְ אֶת לֵב הָאָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", מיט א ניגון קען מען זיך עפענען דאס הארץ צום אייבערשטן; דערפאר איז גוט צו זינגען ניגונים וואס זענען מעורר דעם מענטש צום אייבערשטן.
בנוגע וכו'; אודאי זאלסטו מאכן א פטור, נישט צו האבן שפעטער פראבלעמען מיט זייער טמא'נע מיליטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.