בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - מיטנעמען די שבת'דיגע קליידער קיין אומאן
הפצה, אומאן, ראש השנה, בגדי שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאק זיך איין די שענסטע קליידער, מאך זיך נישט נאריש מיט קטנות הדעת פון מיט נעמען ווי ווייניגער אויפן וועג כדי זיך גרינגער מאכן; אן א הוט, אן א שטריימל, אן בעקיטשעס; פארגעס נישט, מיר פארן צום רבי'ן, דארפן מיר קומען מיט די בגדי מלכות; עס איז ראש השנה, דארפן מיר זיך אנטון מיט די שענסטע קליידער.


ברענג זיך א ווייסע בעקיטשע, מיר פירן זיך צו גיין ראש השנה ווייס; א ווייסע בעקיטשע, א ווייסע קאפל, ברענג זיך מיט שיינע שבת'דיגע שיך, אלע שבת'דיגע וועש.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיטנעמען ספרים פאר די מפיצים, עס איז א גרויסע זכות צו העלפן די מפיצים, אויך איז דאס א סגולה אז די פעקלעך זאלן אנקומען. אז דו קענסט קומען מוצאי שבת א' סליחות נעמען א זעקל ספרים און דאס ברענגען אין אונזער בנין און דאס מיר איבערגעבן.


ביים רבינ'ס ציון קען מען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. מוהרא"ש זאגט נאך בשם רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה: "אז מען עקשנ'ט זיך ביים ציון, קען מען אלעס פועל'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - קום שבת אין שול מיט'ן שטריימל
חינוך הילדים, הפצה, שבת קודש, בית המדרש, בגדי שבת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


קום שבת אין שול מיט'ן שטריימל, אויך ביים אהיימגיין זאלסטו גיין אנגעטון מיט'ן שטריימל, און אויב עס איז דיר שווער צו גיין א לאנגע וועג - קענסטו דאווענען נעבן דיין שטוב. מיר האבן שוין היינט פינף בתי מדרשים אין שטעטל, ענדערש דאווען נעבן דיין שטוב און גיי אנגעטון מיט'ן שטריימל, ווי איידער זיך שלעפן די לאנגע וועג צו קומען הערן ספורי מעשיות און אויסטון די שבת'דיגע קליידער.


דורות רוקן זיך אוועק, אויב מען כאפט זיך אן, מען איז נישט משנה - וועלן די קינדער אויך בלייבן ערליך.


גיי הפצה, יעצט זומער זענען דא ארום די שטעטל צענדליגער טויזנטער משפחות וואס ווארטן איינער זאל זיי מדריך זיין, איינער זאל זיי אויפווייזן אז זיי קענען נאך תשובה טון און אז דער אייבערשטער האט ליב זייערע מצוות.