בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#16 - אני מאמין מיט די טייטש
חיזוק פאר מיידלעך, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין, אויך שבת קודש זאלט איר זאגן די דרייצן אני מאמין; אזוי וועט איר האבן א שטארקע אמונה.


עס איז גוט איר זאלט זאגן די אני מאמין מיט די טייטש, אזוי וועט איר דאס פארשטיין, עס וועט ווערן איינגעקריצט אין אייער הארץ.


איך האף אז איר פירט זיך איידל, ווי עס פאסט פאר א "בית פיגא תלמידה"; רעדט נאר מיט גוטע חבר'טעס, רעדט נישט פון שידוכים, רעדט נישט פון חתונה האבן, רעדט נישט פון די זאכן, מאכט מיר א נחת רוח. איך האף צום אייבערשטן איר וועט טרעפן א גוטע ערליכע שידוך, אויפשטעלן א ליכטיגע שטוב וואו די שכינה וועט רוען.


אויך זאלט איר זיין דרך ארץ'דיג פאר אייערע טיטשערס, און פאר די מנהלת תחי'.


העלפט אייער מאמע תחי', איר האט זייער טייערע עלטערן.

#15 - זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין
חיזוק פאר מיידלעך, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע מצורע, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים און איר האט שוין געענדיגט תהילים פינף און דרייסיג מאל; דאס איז א גרויסע זאך, צו הערן א קינד זאל האבן שכל צו זאגן תהילים, און ענדיגן אזויפיל מאל - נאך פאר די בת מצוה, פאר די צוועלף יאר.


לכבוד אייער בת מצוה זאלט איר זיך פארנעמען צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין, דאס וועט אויפבויען אייער אמונה; דאס זאל זיין די קבלה פאר די יאר, און די קבלה זאלט איר אנהאלטן אייער גאנצע לעבן.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע אין שטוב מיט די קליינע קינדער, העלפן טאטע מאמע איז זייער זייער א הייליגע זאך. דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:), דער וואס איז מכבד טאטע מאמע - דער איז מיך מכבד, און דער וואס איז מכבד טאטע מאמע - דארט וויל איך וואוינען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - זיך נישט אראפקלאפן אז מ'איז מיד און נאכגעלאזט
קינדער, שלאפן, חיזוק פאר פרויען, אני מאמין

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט אין די חדשים וכו' - איז ביי אלעמען אזוי, מען איז מיד, מען האט ווייניגער כח.


קלאפט זיך נישט אראפ מיט דעם וואס איר זענט מיד און איר האט ווייניג כח, און די שטוב ווערט נאכגעלאזט. מען מעג שלאפן, און אז מען איז מיד נאכן שלאפן - קען מען נאכאמאל שלאפן. קלאפט זיך נישט אראפ מיט דעם, טראכטס פון די מתנה וואס איר באקומט פונעם אייבערשטן, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האלט שוין דא.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#13 - רופן אדער אריבערגיין יעדן טאג צו די מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך אז איר און אייער מאן לעבן אינאיינעם בשלום און מיט ליבשאפט און אלעס איז פיין, איך האב אסאך געבעטן פאר ענקער הצלחה און איך בעט נאכאלץ ענק זאלן זוכה זיין צו האבן אמת'ע שלום בית.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט רופן אייער מאמע תחי' יעדן טאג, און אפילו אריבערגיין יעדן טאג צו איר, איר קענט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע נחת רוח וואס מען מאכט פארן אייבערשטן ווען מען איז מכבד א מאמע, מען רעדט מיט א מאמע, מען גייט באזוכן א מאמע; די לעבן איז דאך אזוי זיס און אזוי איינגענעם אז מען טוט שעצן א מאמע.


דעריבער זאלט איר זיך קובע זיין יעדן טאג אריבערגיין צו אייער מאמע, און אז איר קומט נישט אן - זאלט איר כאטשיג רופן אויפן טעלעפאן און איר מאכן נחת, און אין דעם זכות וועט איר זען ניסים, איר וועט זוכה זיין צו א פולע שטוב מיט געזונטע ערליכע קינדער און אייניקלעך.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין; זאגט עס מיט טייטש, דאס וועט אייך געבן א שטארקע אמונה מיט אסאך כח.


דא האט איר די דרייצן אני מאמין מיט די טייטש:


1) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא בּוֹרֵא עֶר בַּאשַׁאפְט, וּמַנְהִיג אוּן פִירְט, לְכָל הַבְּרוּאִים אַלֶע בַּאשֶׁעפֶענִישְׁן. וְהוּא לְבַדּוֹ אוּן עֶר אַלֵיין, עָשָֹה הָאט גֶעטוּן, וְעוֹשֶֹה אוּן טוּט אַלֶעס אוֹיף דֶער וֶועלְט, וְיַעֲשֶֹה אוּן וֶועט וַוייטֶער אַלֶעס טוּן, לְכָל הַמַּעֲשִֹים אַלֶעס וָואס פַּאסִירְט.


2) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא יָחִיד עֶר אִיז אֵיינֶער, וְאֵין יְחִידוּת אוּן עֶס אִיז נִישְׁטָא נָאךְ אַ זַאךְ וָואס זָאל זַיין אֵיינְס, כָּמוֹהוּ, בְּשׁוּם פָּנִים אַזוֹי וִוי דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וָואס אִיז אֵיינְס. וְהוּא לְבַדּוֹ אוּן עֶר אַלֵיינְס, אֱלֹקֵינוּ אִיז אוּנְזֶער בַּאשֶׁעפֶער, הָיָה עֶר אִיז אֵייבִּיג גֶעוֶוען, הֹוֶה עֶר אִיז שְׁטֶענְדִיג דָא, וְיִהְיֶה אוּן וֶועט אֵייבִּיג זַיין.


3) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, אֵינוֹ גוּף אִיז נִישְׁט קַיין קֶערְפֶּער, וְלֹא יַשִֹּיגוּהוּ מַשִֹּיגֵי הַגּוּף אוּן עֶר הָאט נִישְׁט קַיין שׁוּם זַאךְ וָואס הָאט צוּטוּן מִיט אַ קֶערְפֶּער, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל אוּן מֶען קֶען אִים נִישְׁט צוּגְלַייכְן צוּ קַיין שׁוּם זַאךְ.


4) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא רִאשׁוֹן עֶר אִיז דֶער עֶרְשְׁטֶער, וְהוּא אַחֲרוֹן אוּן עֶר וֶועט זַיין דֶער לֶעצְטֶער.


5) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, לוֹ לְבַדּוֹ נָאר צוּ אִים אַלֵיין, רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל דַארְף מֶען בֶּעטְן, וְאֵין רָאוּי אוּן עֶס אִיז נִישְׁט וֶוערְד, לְהִתְפַּלֵּל צוּ בֶּעטְן, לְזוּלָתוֹ פוּן קֵיינֶעם אַנְדֶערְשׁ.


6) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁכָּל דִּבְרֵי נְבִיאִים אֱמֶת אַז אַלֶע וֶוערְטֶער פוּן דִי נְבִיאִים זֶענֶען אֱמֶת'דִיג.


7) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁנְּבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם אַז דִי נְבוּאָה פוּן מֹשֶׁה רַבֵּינוּ, הָיְתָה אֲמִתִּית אִיז אֱמֶת'דִיג, וְשֶׁהוּא הָיָה אָב לַנְּבִיאִים אוּן אַז מֹשֶׁה רַבֵּינוּ אִיז גֶעוֶוען דִי טַאטֶע פוּן אַלֶע נְבִיאִים, לַקּוֹדְמִים לְפָנָיו פַאר דִי וֶועלְכֶע זֶענֶען גֶעוֶוען פַאר אִים, וְלַבָּאִים אַחֲרָיו אוּן פַאר אַלֶע וָואס זֶענֶען גֶעקוּמֶען נָאךְ אִים.


8) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁכָּל הַתּוֹרָה אַז דִי גַאנְצֶע תּוֹרָה, הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ וָואס מִיר הָאבְּן הַיינְט, הִיא הַנְּתוּנָה הָאט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעגֶעבְּן, לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם פַאר מֹשֶׁה רַבֵּינוּ.


9) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה אַז דִי תּוֹרָה וָואס מִיר הָאבְּן, לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וֶועט נִישְׁט פַארְטוֹישְׁט וֶוערְן, וְלֹא תְהֵא אוּן עֶס וֶועט נִישְׁט זַיין, תוֹרָה אַחֶרֶת קַיין אַנְדֶערֶע תּוֹרָה, מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


10) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵֹה בְנֵי אָדָם וֵוייסְט אַלֶעס וָואס מִיר טוּעֶן אוּן וָואס אַנְדֶערֶע טוּעֶן, וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם אוּן אַלֶעס וָואס מִיר טְרַאכְטְן אוּן וָואס אַנְדֶערֶע טְרַאכְטְן, שֶׁנֶּאֱמַר אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (תְּהִלִים לג, טו): 'הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם' דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן אַלֶע הֶערְצֶער, 'הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵֹיהֶם' אוּן עֶר וֵוייסְט אַלֶעס וָואס מֶען טוּט.


11) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, גּוֹמֵל טוֹב בַּאצָאלְט שְׂכַר, לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו פַאר דִי וָואס טוּעֶן דִי מִצְוֹת, וּמַעֲנִישׁ אוּן עֶר בַּאשְׁטְרָאפְט, לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו דִי וָואס פָאלְגְן נִישְׁט זַיינֶע מִצְוֹת.


12) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ אַז מָשִׁיחַ וֶועט קוּמֶען, וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ אוּן אֲפִילוּ עֶס נֶעמְט שׁוֹין אַזַא לַאנְגֶע צַייט, עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם מִיט דֶעם וַוארְט אִיךְ יֶעדְן טָאג, שֶׁיָּבוֹא אַז עֶר זָאל קוּמֶען.


13) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁתִּהְיֶה תְּחִיַּת הַמֵּתִים אַז עֶס וֶועט זַיין תְּחִיַּת הַמֵּתִים, בְּעֵת שֶׁיַעֲלֶה רָצוֹן מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ וֶוען דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט דָאס טוּן, וְיִתְעַלֶּה זִכְרוֹ לָעַד וּלְנֵצַח נְצָחִים אוּן עֶס וֶועט דֶערְהוֹיבְּן וֶוערְן זַיין נָאמֶען פַאר אֵייבִּיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - לכבוד די געבורטסטאג, ליינען קריאת שמע שעל המטה
קריאת שמע, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, ה' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט ממשיך מיט אייערע גוטע קבלות פון זאגן יעדן טאג תהילים און ענדיגן יעדע וואך 'ספר תהילים', און אויך צו זאגן יעדן טאג די דרייצן 'אני מאמין.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו ליינען קריאת שמע שעל המטה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע שעל המיטה, "מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", גייען אוועק אלע מזיקים פון אים. נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פארן שלאפן גיין, "כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", איז אזוי ווי ער האלט א שארפע שווערד וואס האט צוויי שארפן, און מען דארף גארנישט מורא האבן.


דער הייליגער מוהרנ"ת זאגט, וואס איז די צוויי שארפן? דאס איז תודה והודאה און תפילה; ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען ביידע, סיי דאנקען און לויבן און סיי בעטן אויף ווייטער.

#11 - געוואלד, עס איז דא א רבי וואס קען יעדן העלפן
חיזוק פאר פרויען, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך שטיי און וואונדער זיך, נאכן אריבערגיין וואס איר זענט אריבער, זאלט איר האלטן אזוי שיין, אויפגעשטעלט א הערליכע משפחה... קיינער וועט נישט חלומ'ען וואס איר זענט אריבער פון אלס קליין מיידל ביז יעצט, און ווי שיין איר שטייט היינט מיט א הערליכע משפחה.


מען דארף ווען שרייען אין די גאסן: "געוואלד, עס איז דא א רבי, מיט אזעלכע עצות, וואס קען העלפן יעדן איינעם"; אבער דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן ווען ער האט געוואלט לויפן אין די גאסן שרייען: "געוואלד, עס איז דא א רבי!" האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן כג): "שטיי דו וועסט סיי ווי נישט פועל'ן".


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין, דאס וועט אייך געבן שטארקע כוחות אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#10 - די זכות פון די וואס נעמען אריין עלטערן אין שטוב
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אָ ווי איך בין מקנא די זכות פון די וואס נעמען אריין אין שטוב עלטערן אויף יום טוב, איך ווייס עס איז אייך נישט גרינג געווען צו זיצן מיט א שוויגער א גאנץ יום טוב סוכות; ערשטע טעג און צווייטע טעג מיט א חול המועד, אבער וויסן זאלט איר, מען טוט נישט אין לעבן וואס איז גרינג און געשמאק, מען טוט אין לעבן וואס איז ריכטיג, און אז דער אייבערשטער זאגט אונז (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", די גאנצע וועלט איז מיינס, "וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע - טוט מען די מצוה מיט די גרעסטע שמחה און אפילו עס איז שווער.


קיינמאל זאלט איר נישט זאגן פאר עלטערן עס איז אונז שווער אייך אריינצונעמען; ביי געשוויסטער אדער שכנים וכו' אז עס איז שווער וכו' - קען מען זיך ארויסדרייען, אבער ווען עס קומט אריינצונעמען עלטערן אין שטוב - איז נישטא אזא זאך ווי זיך ארויסדרייען.


אינדערפרי, נאכן זאגן מודה אני מיט ברכת השחר - זאלט איר זאגן די דרייצן אני מאמין, מיט תיקון הכללי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין
קבלה טובה, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - זיך נישט אנלייגן אויף יענעם
דרך ארץ, שכל, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


...


מען טאר נישט אריינגיין אין יענעמ'ס שטוב אן קלאפן אין טיר, און אז מען קומט קלאפן און יענער עפנט - מיינט נאכנישט אז מען קען אריינשפאצירן, אפשר איז יענעם יעצט נישט איינגענעם וכו'; אפילו א שוועסטער.


לייגט זיך נישט אן אויף אייער שוועסטער. אפילו עלטערן דארפן פארשטיין ווען און וויפיל צו גיין צו די קינדער, שלמה המלך זאגט (משלי כה, יז): "הֹקַר רַגְלְךָ מִבֵּית רֵעֶךָ" האלט צוריק דיינע פיס פון גיין צו דיין פריינד'ס שטוב, "פֶּן יִשְׂבָּעֲךָ" טאמער וועסטו גיין צופיל וועט ער זאט ווערן פון דיר, "וּשְׂנֵאֶךָ" און ער וועט דיך פיינט האבן.


מען קען גיין צו א שוועסטער אין שטוב, מען דארף אבער וויסן ווען און וויפיל.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין – וועט איר באקומען א שטארקע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - אנטון די קינדער איידל היימיש און חסידי'ש פון קליינווייז אן
חינוך הילדים, קליידער, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


טוט אן אייער קינד ווי אלע קינדער, טוט אים נישט אן אינטערעסאנט, ער זאל נישט זיין די קלאו"ן פון כיתה; ברענגט נישט אריין אין אונזער קהלה נייע צעדרייטע זאכן.


וויסן זאלט איר, מען קען נישט ביי די דרייצן יאר פארלאנגען פונעם בר מצוה בחור ער זאל זיך אנטון חסידי'ש וכו' - ווען די מאמע האט אים אנגעטון אלע יארן ווי א קלאו"ן; עס הויבט זיך אן ביי די דריי יאר, אז מען טוט אן די קינדער איידל, היימיש און חסידי'ש - וועלן זיי וויייטער גיין אנגעטון אזוי.


זאגט יעדן טאג די אני מאמינ'ס, זאגט עס מיט טייטש; "אני מאמין" איך גלייב, "באמונה שלימה" מיט מיין גאנצע הארץ וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - אין די קהילה דארף מען אויך מפיצים
הפצה, שטעטל, עבודת השם, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן דאנק פארן מקרב זיין און מחזק זיין די נייע משפחות וואס ציען זיך ארויס ביי אונז אין שטעטל, זיי מאכן שפירן גוט און היימיש. ווייל מיר האבן אסאך מפיצים וואס זענען מחזק און מקרב מענטשן פון אינדרויסן פון אונזער קהילה, אבער אין די קהילה דארף מען אויך מפיצים. עס זענען דא אין שטעטל משפחות וואס ווארטן אויף גוטע חבר'טעס, אויף אביסל ווארעמקייט און מקרב זיין וכו' וכו', דעריבער קומט אייך א יישר כח פארן טון מיט אונזערע משפחות.


אז מען האט אינזין דעם אייבערשטן, לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו – ווערט מען נישט אויסגעשעפט און אויסגעמוטשעט, וויפיל מען טוט – האט מען פרישע כחות צו טון נאך און נאך.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס.

#5 - די ערשטע אני מאמין איז די בעסטע ווייטאמין
אמונה, חיזוק פאר פרויען, וויינען, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, שובבי"ם, ט' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער נארמאל אז איר וויינט, נאכדעם וואס עס האט פאסירט וכו'; איר מעגט וויינען, עס איז געזונט צו וויינען, איר מעגט וויינען ווען אייער מאן זעט, דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט בקרוב געהאלפן ווערן.


חזר'ט די ערשטע אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין" איך גלייב, "בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה" מיט מיין גאנצע הארץ, "שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ" אז דער אייבערשטער, "הוּא בּוֹרֵא" ער באשאפט, "וּמַנְהִיג" און פירט, "לְכָל הַבְּרוּאִים" אלע באשעפענישן, "וְהוּא לְבַדּוֹ" און ער אליין, "עָשָׂה" האט געטון, "וְעוֹשֶׂה" און טוט אלעס אויף דער וועלט, "וְיַעֲשֶׂה" און וועט ווייטער אלעס טון, "לְכָל הַמַּעֲשִׂים" אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט.


די ערשטע אני מאמין איז די בעסטע ווייטעמין, די בעסטע מעדעצין; עס בארואיגט, עס שטארקט און עס געבט כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווען מען זאגט תהלים קומט ניסים
תהלים, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי שיין צו הערן אז א זיבן יעריג מיידל זאל האבן א געפיל אין זאגן תהלים, און איר האט זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ספר תהלים.


דער הייליגער רבי זאגט (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז) תהלים איז די אותיות "לי תהום", צו מיר וועט קומען וואונדער; ווען מען זאגט תהלים קומט ניסים.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט נאך פון צדיקים אז זיי האבן געזאגט כמה פעמים ביום די דרייצן אני מאמין'ס, ווייל דאס שטארקט זייער די אמונה.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זיך פארנעמען לכבוד די געבורטסטאג צו זאגן יעדן טאג "אני מאמין"
שמחה, תהלים, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים יעדן טאג, און פונעם באקומען דעם פאריגן בריוו פאראיאר – האט איר שוין געזאגט זעקס און צוואנציג מאל ספר תהילים; יעצט, די יאר, ווילט איר וויסן וואס זיך פארצונעמען לכבוד אייער געבורטסטאג.


די יאר זאלט איר זיך פארנעמען – לכבוד די געבורטסטאג – צו זאגן יעדן טאג די דרייצן "אני מאמין"; אין אנהויב וועט עס זיין א נייע זאך, אבער מיט די צייט וועט דאס ווערן א חלק פון אייער לעבן, איר וועט דאס קענען פון אויסנווייניג, עס וועט ווערן איינגעקריצט אין אייך.


הערט לעבעדיגע מוזיק, טאנצט און שפרינגט, ווייל שמחה איז די לייטער צו קומען צו די העכסטע פלאץ. דער הייליגער אריז"ל זכותו יגן עלינו האט מגלה געווען אז ער איז געקומען צו זיינע מדריגות דורך שמחה.

#2 - זאג מיט די קינדער יעדן טאג די דרייצן אני מאמין
לצנות, אני מאמין, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עלטערן זענען זייער צופרידן פון דיר, און אויך די קינדער; די קינדער זאגן מיר אז די יאר האבן זיי א גוטער מלמד, זיי פרייען זיך צו גיין אין חדר.


בראק אריין אין די הערצער פון די קינדער אמונה מיט יראת שמים, דאס וועסטו קענען טון נאר אז דו אליין וועסט האבן אמונה און יראת שמים; הער נישט קיין לצים, ווארף אוועק די טעיפס פון די לצים, הער זיך צו נאר צו שיעורים פון ערליכע אידן, לאז די קינדער בלייבן תמימות'דיג און פשוט.


זאג מיט די קינדער יעדן טאג די דרייצן אני מאמין. בעט פון די גבאים שבתי אדער אשר בער, זיי האבן פאריאר שיין געדרוקט די "אני מאמין" מיט א הערליכער פירוש פון ספר עצתו אמונה. בעט אים אויב מען קען געבן פאר די גאנצע כיתה, און זינג דאס מיט א ניגון, אזוי וועט דאס אריינגיין אין זייערע הערצער, און אז אנדערע מלמדים וועלן דאס אויך טון - וועלן די קינדער לעבן מיט דעם אלע יארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זינגען מיט די קינדער די "אני מאמין" מיט טייטש
חינוך הילדים, מוסדות, מחלוקת, אידיש, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טבריה


איך האב זייער הנאה צו באקומען פון דיר יעדן טאג א באריכט.


שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן פון קיין שום זאך. מוהרא"ש פלעגט מיר זאגן: "אז מען קריגט אויף דיר ווייס איך אז דו ביסט גוט, וואלט מען נישט געקריגט אויף דיר - וואלט איך חושש געווען אז עפעס איז נישט גוט מיט דיר".


דו גיי אן מיט א שטארקייט, לייג אריין אין די קינדער אמונה. דער מנהל האט מיר געשיקט א רעקארדירונג ווי דו זינגסט מיט די קינדער די "אני מאמין" מיט טייטש; דו זאגסט פאָר די לשון הקודש אין די קינדער ענטפערן אין אידיש, איך האב זיך זייער מחי' געווען; הלואי זאלן אלע מלמדים דאס טון.


איך שיק דיר די אני מאמין'ס מיט טייטש, איך האב עס געטייטשט לויט ווי די אידישע שפראך גייט אין אמעריקע; אז ביי ענק גייט אנדערש די שפראך - זאלסטו דאס זינגען מיט זיי לויט ווי מען רעדט ביי ענק.


איך פריי זיך אז דער קינד ... הויבט אן בעסער רעדן אידיש. איך בעט דיר זייער, האב סבלנות - וועסטו זען שיינע זאכן.


דא האסטו די אני מאמין:


1) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא בּוֹרֵא ער באשאפט, וּמַנְהִיג און פירט, לְכָל הַבְּרוּאִים אלע באשעפענישן. וְהוּא לְבַדּוֹ און ער אליין, עָשָֹה האט געטון, וְעוֹשֶֹה און טוט אלעס אויף דער וועלט, וְיַעֲשֶֹה און וועט ווייטער אלעס טון, לְכָל הַמַּעֲשִֹים אלעס וואס פאסירט.


2) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא יָחִיד ער איז איינער, וְאֵין יְחִידוּת און עס איז נישטא נאך א זאך וואס זאל זיין איינס, כָּמוֹהוּ, בְּשׁוּם פָּנִים אזוי ווי דער אייבערשטער וואס איז איינס. וְהוּא לְבַדּוֹ און ער אליינס, אֱלֹהֵינוּ איז אונזער באשעפער, הָיָה ער איז אייביג געווען, הֹוֶה ער איז שטענדיג דא, וְיִהְיֶה און וועט אייביג זיין.


3) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, אֵינוֹ גוּף איז נישט קיין קערפער, וְלֹא יַשִֹּיגוּהוּ מַשִֹּיגֵי הַגּוּף און ער האט נישט קיין שום זאך וואס האט צו טון מיט א קערפער, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל און מען קען אים נישט צוגלייכן צו קיין שום זאך.


4) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא רִאשׁוֹן ער איז דער ערשטער, וְהוּא אַחֲרוֹן און ער וועט זיין דער לעצטער.


5) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, לוֹ לְבַדּוֹ נאר צו אים אליין, רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל דארף מען בעטן, וְאֵין רָאוּי און עס איז נישט ווערד, לְהִתְפַּלֵּל צו בעטן, לְזוּלָתוֹ פון קיינעם אנדערש.


6) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁכָּל דִּבְרֵי נְבִיאִים אֱמֶת אז אלע ווערטער פון די נביאים זענען אמת'דיג.


7) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁנְּבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם אז די נבואה פון משה רבינו, הָיְתָה אֲמִתִּית איז אמת'דיג, וְשֶׁהוּא הָיָה אָב לַנְּבִיאִים און אז משה רבינו איז געווען די טאטע פון אלע נביאים, לַקּוֹדְמִים לְפָנָיו די וועלכע זענען געווען פאר אים, וְלַבָּאִים אַחֲרָיו און פאר אלע וואס זענען געקומען נאך אים.


8) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁכָּל הַתּוֹרָה אז די גאנצע תורה, הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ וואס מיר האבן היינט, הִיא הַנְּתוּנָה האט דער אייבערשטער געגעבן, לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם פאר משה רבינו.


9) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה אז די תורה וואס מיר האבן, לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וועט נישט פארטוישט ווערן, וְלֹא תְהֵא און עס וועט נישט זיין, תוֹרָה אַחֶרֶת קיין אנדערע תורה, מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ פונעם אייבערשטן.


10) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵֹה בְנֵי אָדָם ווייסט אלעס וואס מיר טוען און וואס אנדערע טוען, וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם און אלעס וואס מיר טראכטן און וואס אנדערע טראכטן, שֶׁנֶּאֱמַר אזוי ווי עס שטייט (תהלים לג, טו): 'הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם' דער אייבערשטער האט באשאפן אלע הערצער, 'הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵֹיהֶם' און ער ווייסט אלעס וואס מען טוט.


11) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, גּוֹמֵל טוֹב באצאלט שכר, לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו פאר די וואס טוען די מצוות, וּמַעֲנִישׁ און ער באשטראפט, לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו די וואס פאלגן נישט זיינע מצוות.


12) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ אז משיח וועט קומען, וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ און אפילו עס נעמט שוין אזא לאנגע צייט, עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם מיט דעם ווארט איך יעדן טאג, שֶׁיָּבוֹא אז ער זאל קומען.


13) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁתִּהְיֶה תְּחִיַּת הַמֵּתִים עס וועט זיין תחית המתים, בְּעֵת שֶׁיַעֲלֶה רָצוֹן מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ ווען דער אייבערשטער וועט דאס טון, וְיִתְעַלֶּה זִכְרוֹ לָעַד וּלְנֵצַח נְצָחִים און עס וועט דערהויבן ווערן זיין נאמען פאר אייביג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.