בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - דערנענטערן צום אייבערשטן מיט'ן סייבער טראק
חינוך הילדים, קאר

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


נעכטן בין איך געווען אין שטעטל איך בין געווען אין מלמדים שטיבל, די מלמדים האבן מיר געפרעגט וואס איז ריכטיג ווען די קינדער זענען אזוי פארקאכט מיטן רעדן פון נייע סארט קארס; יעצט רעדן זיי פון די 'סייבער טראק', און אזוי ווי איינע פון די משפחות אין שטעטל האבן געקויפט די סארט פיק-אפ טראק, א 'סייבער טראק', און די קינדער רעדן פון דעם און מען חלומ'ט פון דעם, פרעגן זיי וואס איז די ריכטיגע צוגאנג וואס מלמדים זאלן טון?


איך האב זיי געזאגט אז איך זע נישט די פראבלעם פון דעם, וואס איז שלעכט אז איינער קויפט זיך אזא טראק צי אזא טראק, און אז די קינדער זענען פארקאכט פאר דעם, וואס איז שלעכט? דער עיקר זאלן זיי רעדן צו די קינדער פון רעדן צום אייבערשטן און פון גוטע מידות, זיי זאגן: "אז דו וועסט האבן א סייבער טראק זאלסטו זיך אפשטעלן געבן א היטש פאר א איד, און אז דו זיצט אין דיין סייבער טראק זאלסטו דארט זינגען צום אייבערשטן".


יעצט טראכט איך, אויב עס איז יא אזוי, אז די קינדער זענען אזוי צוקאכט פון דעם, אפשר קען מען מיט דעם זיי מאכן לערנען און דאווענען, אפשר זאלן ענק מאכן א פראגראם אז די אלע קינדער וואס פירן זיך מיט דרך ארץ גייען אריין אין א גורל צו קענען זיצן אינעם סייבער טראק, ארום פארן די שטעטל דערמיט. אדער פרעגן דעם אינגערמאן אויב מען קען אמאל קומען אין חדר מיט די סייבער טראק און ווייזן פאר די קינדער וואס דאווענען שיין אדער די קינדער וואס פאלגן - זיי זאלן קענען זיצן אינעווייניג; נעם די זאך אין וואס די קינדער זענען פארקאכט און מיט דעם ברענג זיי צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - קויף זיך א קאר
הכנסת אורחים, קאר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קויף זיך א קאר, דער רבי האלט געוואלט מען זאל האבן א קאר (דעמאלט איז דאס געווען א פערד און וואגן), אזוי קען מען ארויספארן זיך מתבודד זיין צווישן די וועלדער און פעלדער (חיי מוהר"ן, סימן ר"ל), איז דאך זיכער אז א קאר וואס איז גרינגער זיך צו פארענען ווי א פערד און וואגן איז וויכטיג.


אויך קען מען מאכן די מצוה פון הכנסת אורחים מיט א קאר, מען קען מחי' זיין א אידן מיטן געבן א היטש, אויך קען מען טון אסאך חסד, העלפן, טראגן וכדומה.


הויב אן דיין טאג מיט רעדן צום אייבערשטן, גיי א שפאציר אינדערפרי, שמועס מיטן אייבערשטן, דאנק און לויב אים פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר.

#4 - האלטן ריין די קאר
ריינקייט, פרנסה, קאר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זיך זייער פארעקלט ווען איך האב געכאפט א היטש מיט דיין קאר. איך קען נישט פארשטיין ווי קען זיין אן ערליכער איד זאל זיך אזוי פירן, אזוי שמוציג, אזוי פארשמירט, די קאר איז פול מיט באטלעך עסן, בעגס שמוץ, און דו ביסט דאך א תלמיד היכל הקודש; טאר דאס נישט זיין, מען דארף זיין ריין און צוזאמגענומען. אין א קאר עסט מען נישט, א קאר איז נישט קיין סטארידזש וואו מען האלט זאכן.


איך בין ממש פארשעמט אז די תלמידים פירן זיך אזוי, אפשר איז דאס פארשמירטע קאר א פלאץ פארן שר פון עניות, 'נבל', וואס האט ליב פארשמירטע פלעצער און ברענגט עניות (פסחים קיא:). אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון, סימן לא): "מְאִיסוּתָא דְבֵיתָא", א פארשמירטע שמוציגע הויז, "מֵבִיא לִידֵי עֲנִיּוּת", ברענגט ארעמקייט.


האלט ריין דיין קאר, האלטן ריין דיינע בגדים, ווארף אוועק אלע זעקלעך, דעקלעך און האלטערס, גיי אנגעטון ריין; וועסטו פארטרייבן די נישט גוטער רוח 'נבל', און דו וועסט האבן גרויס שפע.

#3 - הער שוין אויף צו זיין אזוי קארג
שלום בית, פרנסה, מדות טובות, קאר, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


וואס גייט דיר אן אז דיין ווייב האט געקויפט א קלייד פאר הונדערט דאלער? פארוואס דארפסטו איר אלץ פרעגן: "נישטא ביליגער?" פארוואס פארגונסטו איר נישט? וואלסט זיך געדארפט פרייען אז זי האט געטראפן א קלייד וואס זי האט ליב.


הער שוין אויף צו זיין קארג, אז דו ווילסט זיין קארג קענסטו דאס טון פאר דיר אליינס; קומענדיגע מאל דו וועסט ארויסנעמען א קאר, ווען דער דילער וועט דיר פארשלאגן נאך א פיטשעווקע פאר נאך אפאר דאלער יעדן חודש, זאלסטו זיך זאגן 'נישטא ביליגער?' 'פעלט דאס אויס?'


דיין ווייב זאלסטו אויסלויבן און אויסרומען, אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט; דאס ברענגט שפע, דאס ברענגט אלעס גוטס. פרוביר דאס אויס וועסטו זען ווי עס וועט דיר נתרחב ווערן די פרנסה; ווי מער דו וועסט איר פרייליך מאכן, דו וועסט רעדן שיין צו איר, זי וועט נישט מורא האבן פון דיר - וועט זיך עפענען די שפע פון פרנסה.


 

#2 - א מחי' צו גיין אביסל שפאצירן אינדערפרי זיך מתבודד זיין
תפילה והתבודדות, קאר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט ווען דו האסט נישט קיין קאר - גיי צופיס יעדן אינדערפרי צום מקוה און שול, אויפ'ן וועג זאלסטו זיך מתבודד זיין; עס איז א מחי' דער גאנצער טאג ווען מען גייט אביסל שפאצירן אינדערפרי זיך מתבודד זיין. רעד זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד.


אז דו וועסט זיך אזוי פירן - וועסטו שוין נישט וועלן אפלאזן די וועג, אפילו דו וועסט שוין האבן א קאר - וועסטו בלייבן מיט די שפאציר, דו וועסט נישט וועלן אפלאזן די שפאציר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - גיי מיט מוחין דגדלות וועסטו האבן גרויס שפע
פרנסה, קאר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קויף זיך א גרויסע קאר אז דו זאלסט האבן פלאץ פאר דיין גאנצע משפחה; עס קאסט טאקע מער געלט, אבער עס איז ביליגער ווי צו באצאלן פאר לויערס און פאר טיקעטס.


גיי מיט מוחין דגדלות וועסטו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.