בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#14 - די מחשבות וואס פייניגן, נאך די פטירה פון עלטערן
כיבוד אב ואם, אמונה, שולד געפילן, שכחה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


הרב ... שליט"א


איך וויל דיך מחזק זיין אויף וואס מיר האבן גערעדט ביי די שבעה פון דיין טאטן עליו השלום; נישט האבן קיין שולד געפילן וכו' וכו'.


איך בעט דיר זייער, זאלסט זיך נישט יעצט באשולדיגן און זיך אויפעסן מיט די מחשבות כאילו דו האסט גע'הרג'עט דיין טאטע חס ושלום, און אז דו האסט נישט גענוג געטון פאר אים וכו' וכו'; חס ושלום זיך אויפעסן און זיך באשולדיגן אז דו האסט אים גע'הרג'ט וכו', די סארט מחשבות גרעניצט זיך מיט כפירה.


באשולדיג זיך נישט מיטן עבר, מען קען נישט צוריק ברענגען דעם עבר, טו וואס דו קענסט יעצט טון פאר אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לא:): "מכבדו בחייו מכבדו במותו", מען דארף מכבד זיין עלטערן סיי ביים לעבן און סיי נאכן שטארבן, און די ראשונים זאגן (ספר יראים סימן רכא אות ה, בספר תועפת ראם; תניא רבתי, סימן ק; ועוד) אז דאס איז א מצוה מדאורייתא; זאלסט יעדן טאג געבן צדקה פאר די נשמה פון דיין טאטע, און לערן יעדן טאג משניות פאר זיין נשמה; אזוי וועסטו ארויפטראגן די נשמה פון דיין טאטע העכער און העכער.


על פי רוב ליידן מענטשן ווען עלטערן גייען אוועק פון דער וועלט, מען פייניגט זיך מיט די מחשבות, מען רייסט זיך די האר פון קאפ, מען באשולדיגט זיך מיטן עבר; דאס לאזט נישט לעבן. דער הייליגער רבי האט אונז געווארענט נישט צוריק צו קוקן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון און זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - באשולדיגט זיך נישט, עס האט נישט מיט אייך
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער, און דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר די פאר מאל וואס איר האט פארלוירן אינמיטן ווארטן; דער אייבערשטער איז גוט און טוט מיט אונז נאר גוטס. פארוואס עס האט פאסירט, פארוואס פונקט ביי מיר, פארוואס אהער און פארוואס אהין - דאס אלעס קענען מיר נישט פארשטיין, מיר גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט.


ווי מער איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן - וועט איר זען מער און מער ניסים.


באשולדיגט זיך נישט, עס האט נישט מיט אייך; עס האט נישט קיין זין זיך צו באשולדיגן כאילו איר האט נישט גענוג אכטונג געגעבן וכדומה.


נאכאמאל, די בעסטע סגולה, די שטערקסטע סגולה און די וואונדערליכסטע סגולה - איז תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#12 - שבתון'ס איז נישט קיין גוטע זאך
חברים, שידוכים, משפחה, שבת התוועדות, שולד געפילן, סדר היום, זיווג שני, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


זיי פעלזן פעסט צו בלייבן ערליך, גיי נישט צו די שבתים פון גרושים. בני, אל תלך בדרך אתם, דו וועסט פאלן פון דיין יראת שמים.


בכלל איז שבתון'ס נישט קיין גוטע זאך, קיין גוטס קומט נישט ארויס פון דעם. מיט אלע הסכמות, מיט אלע רעדנערס, בדחנים, טערעפיסטן - קומט נישט ארויס קיין גוטס פון דעם, הלוואי זאלן קומען רבנים און דאס מבטל זיין כעפרא דארעא.


בלייב שבתים ביי דיין טאטע אין שטוב, אדער גיי צו א ברודער, א שוואגער, א זיידע און בקרוב וועסטו טרעפן דיין שידוך.


ביינאכט גיי שלאפן, גיי נישט צו קיין פארטיס. האלט זיך שטארק, עס ווארט דיר גוטע טעג.


באשולדיג זיך נישט און באשולדיג נישט דעם אייבערשטן. דאס וואס דו האסט חתונה געהאט וכו' און זיך געדארפט גט'ן וכו' - איז נישט דיין שולד; פארוואס און פארווען - ווייסן מיר נישט, מיר גלייבן אז אלעס איז לטובה.


 

#11 - איר זאלט ווייטער מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע'ס נשמה
כיבוד אב ואם, צניעות, תהלים, נשמה, שולד געפילן, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


איך האב געהערט די שרעקליכע נייעס אז אייער מאמע איז ליידער נפטר געווארן אין אייער לעצטע טאג פון די שבע ברכות. זאלט איר אבער וויסן אז אייער מאמע האט געהאט פון אייך גרויס נחת, זי האט נישט אויפגעהערט צו דאנקען דעם אייבערשטן פון די נחת וואס איר האט איר געברענגט יעצט ביי די חתונה. זי איז געווען אזוי פרייליך ביי די חתונה, זי האט אלעמען אזוי שיין באדאנקט, זאלט איר נישט האבן חס ושלום קיין שולד געפיל.


איך בעט אייך זייער, טרייבט ארויס אלע שולד געפילן, יעצט זאלט איר זי מאכן ווייטער א נחת רוח פאר איר נשמה. זי זיצט יעצט אין גן עדן און קוקט אויף אייך, צו זען ווי שיין איר פירט זיך. זי שעפט נחת פון אייער צניעות, פון אייער ערליכקייט, זי האלט אלעס ווייטער מיט פון די משפחה. ביי ערליכע אידן איז נישטא די זאך פון שטארבן; די נשמה לעבט, די נשמה זעט, די נשמה קוועלט פון נחת ווי די קינדער פירן זיך בדרך התורה.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, וועט דאס זיין לעילוי נשמתה, און שטארקט זיך מיט אמונה פשוטה, אז וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט.

#10 - געבט זיך אכטונג פון די גיפטיגע ווארעם 'זיך באשולדיגן'
אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעמט די וויטאמין פאלי"ק עסי"ד, עס איז א גוטע וויטאמין, און באשולדיגט זיך נישט פאר'ן נישט נעמען ביז יעצט. אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן; מיר דארפן זיך פארמאכן די אויגן און מויל, נישט פרעגן קיין שאלות און נישט פארשטיין.


געבט זיך אכטונג פון די גיפטיגע ווארעם 'זיך באשולדיגן'; דאס קען פאר'סמ'ען דאס לעבן. ווען איר שפירט איר כאפט א ביס, איר הויבט אן טראכטן 'איך בין שולדיג' – זאלט איר גלייך זאגן: "אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס".

#9 - קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט די צער פון א בחור
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, התחזקות, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ווער פארשטייט די צער פון א בחור? קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט די צער וואס א בחור האט, קיינער קיינער. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט: "אין צער כצערו של בחור", נישטא אזא ווייטאג ווי די ווייטאג וואס א בחור גייט אריבער; ער וויל אזוי שטארק זיין ערליך, זיין ריין, און ער פאלט כסדר אראפ נאכאמאל אין פגם הברית, עס איז אים אזוי ביטער דאס לעבן.


איך בעט דיר מיין טייערער ברודער, געב נישט אויף; אפילו מען האט דיר שוין גערעדט אזויפיל שידוכים, ביסט שוין ארויס צענדליגער מאל, און יעדע מאל האסטו באקומען נאך א ניין, דאך זאלסטו זיך דערהאלטן מיט אמונה בה'. גלייב אינעם אייבערשטן, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן הייליגן באשעפער, און אויך זאלסטו זיך אליינס נישט באשולדיגן. ביסט א גוטער און א וואוילער, און אז אלע זאגן ניין אויף דיר, זאלסטו נאכאמאל דאנקען דעם אייבערשטן, און אים נאכאמאל בעטן: "הייליגער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן".

#8 - זיך נישט באשולדיגן, אלעס איז אנגעשריבן פון אויבן
קינדער, אמונה, רפואה, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך מיט אמונה; ווי מער מען נעמט אריין אמונה - איז מען מער פרייליך.


מען טאר זיך נישט באשולדיגן; אלעס וואס האט פאסירט מיט אייך און מיט די קינדער ביז אהער - אלעס איז אנגעשריבן, דאס האט נישט מיט אייך. איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך נישט באשולדיגן, נעמט אריין אמונה, חזר'ט די ווערטער: "אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס, נישטא גארנישט אויסער דער הייליגער באשעפער; דומם, צומח, חי און מדבר, אלעס איז ער".


ביז דערווייל זאלט איר ווייטער נעמען די מעדעצין, און דער אייבערשטער זאל אייך שיקן א רפואה שלימה.


איך בעט פאר אייך איר זאלט האבן א בן זכר.

#7 - שפיר נישט שולדיג אז דו האסט אפגעלאזט דעם שידוך
שידוכים, יבנאל, מוהרא"ש, לימוד התורה, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך א ברכה "ברוך שפטרני"; דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט פטור געווארן פון איר. האסט א נס אז דו האסט אפגעלאזט די שידוך; אז זי האט ארויסגעצויגן א שארפן מעסער און דיך געסטראשעט אז זי גייט זיך שעדיגן אויב דו טוסט נישט וואס זי וויל - ווייזט דאס אז זי איז נישט געזונט.


איך בעט דיר זייער, טרייב ארויס יעדע פינטל פון זיך שפירן שולדיג. יעצט גייסטו אריבערגיין א שווערע נסיון, דער יצר הרע גייט דיר נאכלויפן מיט מחשבות אז דו ביסט שולדיג, דו האסט וויי געטון א מיידל און דו וועסט באקומען אן עונש וכו' וכו'; בעט איך דיר זייער, טרייב אוועק די אלע געפילן, יעדע מאל עס קומט אריין אין דיר די שלעכטע מחשבות - זאלסטו נאכאמאל דאנקען דעם אייבערשטן: "ברוך שפטרני מענשו של זה".


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, אויך זאלסטו פארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען: יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועט קומען צו זיין ציון אויסזאגן תהילים לזכותו - וועט ער נישט רוען ביז ער וועט טרעפן א שידוך; זאלסטו אזוי טון, און אז דו האסט שוין אזוי געטון - זאלסטו גיין נאכאמאל און נאכאמאל; מען מעג מוטשען א צדיק, און מען דארף מוטשען א צדיק.


אויך זאלסטו יעדן טאג זאגן צוויי פרקים משניות און איין בלאט גמרא כסדרן - וועסטו בקרוב מיר קענען מבשר זיין פון דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - יעצט וועט דיין מאמע ארויפגיין ביז די העכסטע פלאץ אין גן עדן
כיבוד אב ואם, משניות, שולד געפילן, ניחום אבלים, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט האב איך געהערט די נייעס פון די פטירה פון דיין מאמע עליה השלום, איך וויל דיר מנחם זיין; המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט און צו ביאת משיח צדקינו.


יעצט וועט דיין מאמע ארויפגיין העכער און העכער ביז די העכסטע פלאץ אין גן עדן, אזוי זאגט מוהרא"ש; ווען א נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל און לאזט איבער אויף די וועלט א קינד וואס פאלגט דעם רבי'ן און ער איז צוגעבינדן צום רבי'ן - טוט זיך א רעש און א טומל, אלע נשמות זענען מקנא די נשמה, ווייל ווען מען לאזט איבער א קינד וואס איז זיך מתבודד, רעדט צום אייבערשטן און לערנט די הייליגע תורה - גייט די נשמה העכער און העכער, מען קען נישט משיג זיין וואס פאר א תענוג די נשמה האט אויבן אין הימל.


שטארק זיך, לערן יעדן טאג משניות; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין - וועסטו מאכן א נחת רוח פאר איר נשמה און אויך פאר דיין נשמה.


איך האף צום אייבערשטן דו וועסט זיך קענען צאמנעמען, ארויסטרייבן אלע שלעכטע מחשבות וכו'. זייער אסאך מאל ווען מען פארלירט א טאטע אדער א מאמע - ווערט מען צעטומלט, מען הויבט אן טראכטן שלעכטע מחשבות וכו', מען באשולדיגט זיך, מען טראכט 'איך האב נישט גענוג געטון', אדער מען טראכט 'וועגן מיר האט דאס פאסירט', דאס איז נישט קיין גוטע מחשבות, דאס איז נישט גוט פאר די נשמה, די שולד געפיל שטערט די רוה פון די נשמה.


גיי התבודדות יעדן טאג, רעד זיך אויס צום אייבערשטן; דערצייל אים אלעס, דערצייל אים דיינע מחשבות, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף די גאנצע משפחה און אויף אונז אלע.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#5 - מאכט א ליסטע אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, זעלבס זיכערקייט, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער אייבערשטער זאל אויסהיילן אייער מאמע תחי', זי זאל האבן א רפואה שלמה. עפעס שלעכט האט פאסירט מיט איר; זי איז אריינגעפאלן אין א מרה שחורה, דער אייבערשטער זאל איר שיקן א שנעלע רפואה בתוך שאר חולי ישראל.


אייך וויל איך בעטן זייער א שטארקע טובה, קלאפט ארויס די שולד געפילן פון אייך, עס האט גארנישט צו טון מיט אייך און נישט מיט קיינעם. איך ווייס אז דער יצר הרע האט געטראפן א גרינגע וועג אייך צו צעברעכן מיט'ן זיך באשולדיגן, איר טראכט אז דאס האט מיט אייך וכו' וכו'; בעט איך אייך ברחמים ובתחנונים, קלאפט עס ארויס פון אייך, איר זענט גארנישט שולדיג, קיינער איז דא נישט שולדיג. איר זאלט רעדן שיין צו איר, רופט איר יעדן טאג און רעדט צו איר שיין, און בעטס דעם אייבערשטן פאר איר און פאר אלע אידן.


זייט פרייליך, זוכט אויף גוטס אין אייער לעבן. אן עצה טובה, איר זאלט זיך אראפשרייבן גוטע זאכן וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, און יעדן טאג זאלט איר זיך מאכן צייט אויף דעם; נעמט ארויס דעם צעטל און דאנקט אים אויף דאס גוטס, צום ביישפיל:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר אז 1) איך בין א איד, איך בין דיין קינד, איך בין א חלק פון עם ישראל. 2) איך בין געזונט ברמ"ח איברים ושס"ה גידים. 3) איך ווייס פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט מיר אזעלכע שיינע עצות אין לעבן; מען זאל רעדן צו דיר, מען זאל זיך פרייען מיט די מצוות. 4) איך האב אזא שיינע משפחה; איך דאנק דיך פאר מיין מאן, פאר מיינע קינדער, פאר מיינע עלטערן, פאר מיין עסן, פאר מיינע קליידער, פאר מיין אטעמען"; אזוי זאלט איר אויסרעכענען די חסדים און טובות, וועט איר ווערן מער און מער פרייליך, מער און מער פאזעטיוו, מער און מער אריינגעשלעפט אין "גן עדן", נאכדעם זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס איר דארפט און זיך צו אים אויסרעדן און אויסוויינען אויף יעדע פינטל וואס באדערט אייך.


עס איז גאר אנדערש ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען בעט אים - ווען מען איז פרייליך און דאנקבאר, ווי ווען מען בעט פון עצבות און מרה שחורה.


באשולדיגט זיך נישט, עס האט גארנישט מיט אייך.

#4 - באשולדיגט נישט קיינעם, נאר דערהאלט זיך מיט אלע כוחות
צרות, אמונה, התחזקות, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר גייט יעצט אריבער וכו' וכו' - איז א פרואוו פונעם אייבערשטן צו זען ווי אזוי איר וועט זיך דערהאלטן, אויב איר וועט ווייטער בלייבן פרייליך, בלייבן מיט די אמונה, נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן און בלייבן מיט שלום בית.


איך בעט אייך, דערהאלט זיך מיט אלע כוחות; באשולדיגט זיך נישט, באשולדיגט נישט קיינעם, עס וועט אריבער גיין; נאך אביסל וועט איר צוריק קוקן אויף די טעג, איר וועט מער נישט האבן די אלע שוועריקייטן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3 - איידער דו הייבסט אן פארן, געב א פרוטה פאר צדקה
צדקה, דרייוון, סיפורי צדיקים, שולד געפילן, תפלת הדרך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן; קלאפ ארויס פון דיר די שולד געפילן, דו ביסט נישט שולדיג אין די מעשה, דאס איז פון הימל, דאס האט נישט מיט דיר.


איך וועל גיין אינאיינעם מיט דיר מנחם אבל זיין די משפחה, איך וועל נישט לאזן דו זאלסט אונטערגיין; דאס האט גארנישט מיט דיר, דאס איז פון הימל אנגעשריבן.


זיי זיך מקבל, יעדעס מאל דו גייסט אריין אין קאר אדער באס, איידער דו הייבסט אן פארן - צו לייגן א פרוטה לצדקה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", פאר מען גייט ארויס אויפ'ן וועג זאל מען געבן צדקה.


אויך זאלסטו זאגן תפלת הדרך; עס זענען דא וואס זענען מקיל ביי דעם, זיי זאגן דאס נאר ווען מען פארט א ווייטע נסיעה, מוהרא"ש האט אבער זייער מקפיד געווען מען זאל אלץ זאגן תפלת הדרך איינמאל א טאג מיט א ברכה, און יעדעס מאל מען פארט אין יענעם טאג, אפילו אין שטאט - זאל מען זאגן דעם יהי רצון און ענדיגן: "ברוך אתה שומע תפלה", אן די שם ומלכות.


צינד אן מעשיות פון צדיקים וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


 

#2 - וויפיל א פרוי דארף דאווענען
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


פרויען זענען פטור פון דאווענען די תפילות הקבועות, שחרית מנחה און מעריב; פרויען פירן זיך צו זאגן די ברכות אינדערפרי און בעטן אייגענע בקשות, מיט דעם זענען זיי מקיים די מצוה פון דאווענען.


א פרוי וואס האט צייט, זי האט שוין נישט קיין קליינע קינדער אין שטוב און זי וויל דאווענען די תפילות הקבועות - זאל זי דאווענען, ווייל די תפילות פון פרויען איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


בנוגע זיך באשולדיגן ווען מען פארגעסט וכו'; דאס איז נישט ריכטיג, זי דארף זיך פרייען יעדעס מאל זי קען אריין כאפן נאך א דאווענען צום אייבערשטן אבער נישט זיך באשולדיגן ווען מען פארפאסט.


שנה טובה.


 

#1 - א שאד ארומצוגיין אזוי לאנג מיט א שולד געפיל
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, שידוכים, התחזקות, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד אז דו גייסט ארום אזוי לאנג מיט א שולד געפיל, דו טראכסט אז דו ביסט די ערגסטע מענטש, דו שרייבסט אויף זיך זייער שלעכטע ווערטער; א שאד זיך צו פייניגן, דו ביסט זייער א וואויל מיידל, דו וועסט זייער שנעל טרעפן א גוטע שידוך און האבן א גוט לעבן.


בנוגע דאס וואס דו ווילסט שרייבן אינעם בריוו און דו שרייבסט טויזנט פינטלעך ווייל דו האסט מורא אז איך וועל דיר אוועק ווארפן, דו האסט מורא אז אויב דו וועסט ארויס שרייבן דיין געוואוינהייט וואס דו טוסט וועסטו פארלירן דיין לעצטע פלאץ אין די וועלט; איך פארשטיי אליינס דיינע נסיונות, איך פארשטיי אלע פינטלעך און וכו' וכו'. אמת, עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט, עס איז בעסער זאלסט עס נישט טון וכו', בעט דעם אייבערשטן זאלסט עס נישט טון, אבער אז דו טוסט עס יא זאלסטו נישט טראכטן אז דו ביסט שלעכט.


זיי פרייליך וועסטו טרעפן שנעל דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.