בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - ווער עס טוט פאר אנדערע אידן, דער באקומט א ברכה אין זיין צייט
בחור, התחזקות, זיכוי הרבים, לימוד התורה, חסד, היטן די צייט, חבורות, תחנון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוסן פון די חבורה פון די בחורים אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


בנוגע אויב דו זאלסט לערנען מיט יונגערע בחורים בחברותא, מען בעט דיר מטעם הישיבה דו זאלסט דאס טון, נאר דו ביסט מסופק אויב דו זאלסט דאס אננעמען אדער נישט; וואס איז בכלל די פראגע? אודאי זאלסטו לערנען מיט יונגערע בחורים; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה, דו האסט גוטע כשרונות, דו האסט שטאף, דו האסט א געפיל צו אנדערע - זאלסטו דאס זיכער טון.


זארג נישט וועגן דיינע שיעורים כסדרן, דו וועסט נאר באקומען דורך דעם א ברכה אין דיין צייט; ווער עס טוט פאר אנדערע אידן - דער באקומט א ברכה אין זיין צייט. פרוביר דאס אויס, איבערצייג זיך, זאג פאר די ישיבה אז דו ביסט גרייט צו לערנען מיט יונגערע, שוואכערע וכדומה.


בלאז אריין אין זיי א חיות; דער עיקר וואס פעלט ביי בחורים איז אמונה אין זיך אליינס. "לְהוֹדִיעַ לִבְנֵי הָאָדָם גְּבוּרֹתָיו" (תהלים קמה, יב), טייטשן צדיקים, מען דארף מודיע זיין פאר מענטשן זייערע כוחות וואס ליגט באהאלטן אין זיי; עס וועט דיר גארנישט שאטן, דו וועסט האבן גענוג צייט פאר דיינע אייגענע שיעורים.


ביי שחרית זאגט מען ביי נפילת אפים "לדוד אליך ה" (קאפיטל כה), ביי מנחה זאגט מען רחום וחנון.


געב א גרוס פאר אלע חברים, איך בענק זיך שוין זייער צו ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - א נארמאלע פלאץ זיך אביסל צו דערווארעמען מיט פשוט'ע אמונה
הכנסת אורחים, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, מנהגים, דאווענען, תחנון, ירושלים, פאליטיק, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך מוז ענק זאגן, איך הער כסדר גרוסן פון געסט וואס קומען אין שול ביי אייך; זיי שרייבן אז מען נעמט זיי זייער שיין אויף, מען מאכט יעדן איינעם שפירן גוט, דאס מאכט מיר זייער פרייליך. ווייל מוהרא"ש זאגט, וואס איז דער סימן ווען מען קומט אויף א פלאץ, ווי אזוי ווייסט מען אויב דאס איז א גוטע פלאץ? אויב מען נעמט שיין אויף, מען פרעגט דיר וואס מען קען דיר העלפן - דאס איז א גוטע פלאץ.


אזוי ווי מיר זעען ביי די מעשה פון די פארלוירענע בת מלך (ספורי מעשיות, מעשה א), דער שני למלכות איז געקומען צו א פעסטונג, דארט איז געווען אלע עסן, אלע טרינקען און אלע שיינע זאכן, ער איז אריין אין די צימערן, דער רבי זאגט: "דער קעניג און קיינער פון זיי האט אים גארנישט געפרעגט", שפעטער האט דער קעניג'ס טאכטער געזאגט פאר'ן שני למלכות: "דא איז די פלאץ פון די נישט גוטע"; זאגט מוהרא"ש, אז מען קומט אין א פלאץ און קיינער פרעגט דיר גארנישט, קיינער זאגט דיר גארנישט - איז דאס א סימן פון א נישט גוטע פלאץ.


דא קענט איר זען א בריוו ווי א אינגערמאן פון חוץ לארץ וואס איז געווען אין ירושלים יום טוב סוכות שרייבט מיר:


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק אהיים נאכן זיין סוכות אין ארץ ישראל.
די באזוך יעצט אין ארץ ישראל איז גוט אריינגעקריצט אין אונזער הארץ, אזא געשמאקע באזוך האבן מיר קיינמאל נישט געהאט, אלעס צוליב די נייע היכל הקודש שול אין ירושלים.


די ערשטע מאל וואס וואס איך האב געהאט א שול וואו צו דאווענען און נישט געדארפט כאפן א שטיבלאך אדער שטיין אינדרויסן פון שול אין מאה שערים רעדן מיט מענטשן, א שול מיט זמנים וואס פאסט צו די הלכה און צוגעשטעלט צו די צייט ווען מענטשן שטייען אויף כדי אלע זאלן קענען מיט האלטן.


גלייך ווען איך בין אריינגעקומען, די ערשטע מאל, האבן מיר אלע אנגענומען אזוי ווי דער חשוב'סטער מענטש, כאטשיג כמעט קיינער האט מיך נישט געקענט; מען האט מיר ממש נישט געלאזט זיך שעמען אדער שפירן נישט איינגענעם.


אזא הכנסת אורחים, פון די ערשטע מינוט! עס איז פשוט געווען א גן עדן צו קומען ווייטער יעדע ליידיגע מינוט, און פארשטייט זיך נישט פארפעלן קיין איין תפילה.


עס איז פשוט נישט צום גלייבן אז עס געפונט זיך אזא שול אין ירושלים; יעדער איז גוט מיט אלעמען, אפילו יעדער קומט פון אן אנדערע חסידות, און יעדער איז געטריי און איבערגעגעבן פאר'ן שול.


ערב יום טוב האבן אלע אריינגעכאפט ריין צו מאכן די שול, אפילו עס איז דא איינער וואס דארף קומען ריין מאכן, פאר יעדע קידוש אדער סעודה כאפן אלע אריין ארויסצוהעלפן צוצוגרייטן.


יעדע תפילה שיקט דער משמש בקודש ר' ... צו א בעל תפילה און אלע גייען צו בשמחה, ממש נישט צו גלייבן; ביי די קידושים לערנט פאר הרב ... מיט אזא פשטות און חן.


איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז זי מוז אריינכאפן וואס מער צו קומען אין שול ביים דאווענען, און איך בין גרייט צו נעמען די בעבי, דער עיקר זי זאל שעפן חיות פון אזא שול, און זי פארשטייט זיך הערט טאקע נישט אויף צו נתפעל ווערן.


ממש אלע ספרים וואס מען דארף, אלעס איז צוגעשטעלט אזוי שיין.


ביי דעם רבינ'ס יארצייט איז געווען אזוי גוט צו זען ווי הרב ... געבט זיין סוכה און שטעלט צו א סעודה, און הרב .. ברענגט פיש; אלעס מיט א ברייטקייט, און אזוי ווייטער, יעדער העלפט ארויס.


יעדע מאל גרייט ר' ... מיט זיינע זין צו אלעס אזוי שיין, און אלע גליונות מיט קונטרסים ליגן מסודר גרייט אין שול. פאר'ן פארן האבן מיר געקענט קויפן ביים מרכז ההפצה פון ר' ... א שפע פון ספרים, סידיס און קמיעות, אלעס אזוי שיין מסודר מיט פרייזן.


אזוי אויך האבן מיינע קינדער געקויפט דארט קארטלעך און מפיץ געווען אין מאה שערים געגנט, אזוי אויך גליונות מיט עצתו אמונה.


וויפיל איך וועל שרייבן וועט דאס נישט זיין גענוג ארויס צו ברענגען מיין גוטע געפיל פון היכל הקודש אין ירושלים.


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער זיך ארויס צו געבן גענוג אויף די פלאץ.


אזעלכע בריוו באקום איך כמעט יעדן טאג; איך פריי זיך זייער אז עס איז דא א ליכטיגער ווינקל אין ירושלים אין די שענסטע פלאץ, אין מאה שערים; א פלאץ וואו מען קען זיך אביסל דערווארעמען מיט פשוט'ע אמונה, א נארמאלע פלאץ.


איך ווייס נישט אויב איר ווייסט, מוהרא"ש האט אלע יארן זייער שטארק געוואלט האבן א בית המדרש היכל הקודש דוקא אין ירושלים; עס איז געווען א שטיק צייט וואס עס איז געווען א בית המדרש, נאכדעם איז נישט געווען; יעצט איז נייע צייטן, יעצט הייבט אן דער רבי אריינקומען שטערקער און שטערקער אין די וועלט.


געדענקט, פארגעסט נישט וואס איז די זאך פון רבי'ן, פארוואס זענען מיר דא? פארוואס זענען מיר געקומען צום רבי'ן? אנטלויפט פון אלע פאליטיק, אנטלויפט פון אלע נארישקייטן; מיר זענען געקומען צום רבי'ן אז דער רבי זאל אונז רייניגן אונזער מח, מיר זאלן נאר דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן גארנישט וועלן, נאר זיין בטל ומבוטל צום אייבערשטן.


ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים, בפרט די נייע ספרים פון מוהרא"ש, וואס איז אזוי אראפגעברענגט לעובדא ולמעשה דעם רבינ'ס שכל פאר אונז פשוט'ע מענטשן, ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מיר זאלן וועלן נאר איין זאך, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן - דער ווערט א גרויסער צדיק.


מיר פירן זיך צו זאגן ביי נפילת אפים מזמור כה: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", און מען האט אינזין דערביי: 'רבונו של עולם איך בין גרייט פאר דיר צו טון מסירות נפש, איך געב דיר אוועק מיין זעל'; די וועלט האט מורא צו זאגן דעם קאפיטל, ווייל אויב מען איז נישט גרייט אויף דעם, מען פאלט אויפ'ן פנים און מען זאגט דאס נאר מיט די מויל, מען האלט נישט ביי דעם - איז עס א סכנה, דעריבער זאגט מען: "רַחוּם וְחַנּוּן חָטָאתִי לְפָנֶיךָ וגו', ה' אַל בְּאַפְּךָ תוֹכִיחֵנִי, וְאַל בַּחֲמָתְךָ תְיַסְּרֵנִי"; אבער מוהרא"ש זאגט (סידור עת רצון, נפילת אפים), ווער עס וויל דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין אלע עבירות מיום הולדו זאל זאגן קאפיטל כה. מען לייגט אראפ דעם קאפ נאר ביים ערשטן פסוק, און בשעת מען פאלט אויפ'ן פנים זאגט מען די ווערטער: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", מען זאגט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין גרייט צו שטארבן פאר דיר", און מען האט אינזין בשעת מען זאגט 'אֵלֶיךָ ה'' די פיר שמות ע"ב ס"ג מ"ה ב"ן, דעמאלט איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות.


מיר פירן זיך צו פאלן אויף די לינקע האנט. עס איז א גרויסע מחלוקת אויף וועלכע האנט מען דארף מאכן נפילת אפים; דער מחבר פסק'נט (אורח חיים סימן קלא, סעיף א) מען זאל פאלן אויף די לינקע האנט, זאגט דער רמ"א אז ביי שחרית ווען מען האט אן די תפילין זאלן מען פאלן אויף די רעכטע האנט צוליב די כבוד פון די תפילין און ביי מנחה זאל מען פאלן אויף די לינקע האנט; אבער דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תמח) אז אמאל איז ער געווען אונטערוועגנס, ער האט געדאווענט שחרית און געפאלן נפילת אפים אויף די רעכטע האנט, און דער הייליגער צדיק רבי סעדיה גאון איז געקומען צו אים און אים געזאגט אז מען דארף פאלן נפילת אפים אויך ביי שחרית אויף די לינקע האנט, פון דעמאלט האט דער רבי אזוי געטון און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו.


מען דארף נישט מורא האבן צו זאגן דעם מזמור, יעדער איד איז גרייט אויף מסירת נפש. בשעת דו זאגסט די ווערטער: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", זאלסטו זאגן: "הייליגער באשעפער איך געב זיך איבער צו דיר, איך בין גרייט אויף מסירות נפש" - וועסטו ווערן אינגאנצן ריין; בפרט ווער עס האט געזינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און וויל תשובה טון - זאל דאס טון, ער זאל זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך געב זיך איבער צו דיר".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך מוז מקצר זיין; עס איז ערב שבת, איך דארף שוין פארן מיט מיין משפחה צום שטעטל. איך גיי בדרך כלל יעדן שבת מברכים צו שטעטל, איך דארף שוין גיין; אויך וויל איך זייער זיין א שבת אין ירושלים אין בית המדרש.


א פרייליכן שבת.