בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - האלטן ביי אונז אין שול די זמן רבינו תם
בית המדרש, הדרכות, גבאי, מוצאי שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, אלעד


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.


אויך הער איך זייער גוטע גריסן פון דיין גבאות ביי אונז אין שול אין אלעד, ווי מען פירט זיך מיט דרך ארץ.


איך וויל דו זאלסט האלטן ביי אונז אין שול די זמן רבינו תם, צוויי און זיבעציג מינוט נאכן שקיעה. מען קען דאווענען מעריב מוצאי שבת אפאר מינוט פריער, אבער נישט ענדיגן פריער מעריב כדאי עס זאל נישט ארויסקומען קיין חשש חילול שבת, און אויך פורים זאלן ענק ליינען די מגילה ביים רבינו תם זמן, און אויך זאלסטו ווייזן די בריוו פאר די גבאים פון אונזערע שולן היכל הקודש בארץ הקודש ירושלים, בני ברק, טבריה, צפת, יבנאל, בית שמש, ברכפלד; מען זאל נישט מזלזל זיין אין די זמן פון רבינו תם, אזוי ווי די הלכה איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זע צו לערנען יעדן מוצאי שבת קודש אביסל תנא דבי אליהו
תפילה והתבודדות, מוצאי שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו לערנען יעדן מוצאי שבת קודש אביסל תנא דבי אליהו.


מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען מוצאי שבת קודש תנא דבי אליהו; דער ספר איז פול מיט חיזוק ויראת שמים, מען זעט די ליבשאפט פון אליהו הנביא צו אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון טון מצות און לערנען תורה.


קוק אין פרק יג, זאגט אליהו הנביא: "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִֹיחוֹת וּתְפִלּוֹת הֵם מְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁהוּא נִכְנָס לְבֵית עוֹלָמוֹ"; מוהרא"ש האט גע'חזר'ט מיט אונז די ווערטער אן א שיעור מאל, מיר זאלן געדענקען וואס בלייבט איבער, נאר שיחות, תפילות והתבודדות; דאס וועלן מיר מיטנעמען, עפעס אנדערש נישט. בפרט סתם שיחות ילדים, פארברענען צייט מיט מענטשן, דאס איז נישט און עס בלייבט נישט, נאר שמועסן מיט'ן אייבערשטן - דאס איז יא און דאס בלייבט.


שטארק זיך בתפלה והתבודדות, שמועס אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, וועסטו זען גרויסע ניסים.


פון דיין ראש ישיבה.