בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - גיי נישט צו קיין מסיבות נאר אז דו ווייסט אז אלע האבן יראת שמים
מסיבות, חבורות, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי נישט צו קיין מסיבות נאר אז דו ווייסט אז אלע האבן יראת שמים.


יעצט איז געווען דא אין אמעריקע א שרעקליכע חילול השם. זומער איז א צייט וואס מענטשן זוכן צו גיין זיך אויסלופטערן, מען גייט צו קומזיצן, פארטי'ס וכדומה, א טייל גייען אויף א שיף אויפ'ן וואסער. יעצט איז געווען א שרעקליכע מעשה, הונדערטער אידן האבן זיך צאמגענומען צו פארן אויף א שיף, מען האט גערופן זינגערס און שפילערס, מען האט געזאגט אז דאס גייט זיין פאר חסידי'שע אידן. אלעס פיין און וואויל, אינמיטן קומט ארויף אויפ'ן בימה א לץ, א מניוול, איינער וואס היט נישט קיין תורה און מצוות, יענער האט אנגעהויבן רעדט מניוולות און ליצנות אויף די תורה און אויפ'ן אייבערשטן, הונדערטער אידן זענען געבליבן הערן די דברי נעצה וכפירה, א טייל זענען ארויסגעלאפן פון זאל; דער חילול השם איז געווען איום ונורא.


גיי נישט צו די מסיבות און פארטי"ס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות מג:): "וְאַל יֵסֵב בַּחֲבוּרָה שֶׁל עַמֵּי הָאָרֶץ", מען זאל נישט זיצן ביי א מאלצייט מיט עמי הארצים, "דִילְמָא אָתֵי לְאַמְשׁוּכֵי בַתְרַיְיהוּ", ווייל מען וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; גיי נאר וואו עס איז דא ערליכע אידן, וואו דו וועסט קענען באקומען יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - סדר פונעם מעמד הכתרה
מוסדות, הכרת הטוב, מסיבות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר שטיין צו הילף מיט יעדע זאך אין די מוסד, דו העלפסט מיר זייער געטריי; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט שטענדיג בלייבן מיט'ן געפיל צום רבי'ן.


בנוגע די מעמד הכתרה; שטעל אריין אין סדר אז דער עולם זאל אריבערגיין וואונטשן מזל טוב פאר'ן דיין.


איך וויל דו זאלסט מכבד זיין ... נרו יאיר, חבר הנהלה, ער זאל פארליינען דעם קאנסוס. דו ווייסט דאך אז ער האט זיך אלע יארן שטארק אוועקגעגעבן פאר אלעס וואס מיר האבן אין די קהילה, אנגעפאנגען מיט הדפסה און יעצט ביים שטעטל; ער זאל פארליינען די הכתרה.


אויך וויל איך דו זאלסט געבן מתנות פאר צוויי אינגעלייט, איינס ...; ער האט מנדב געווען דעם נייעם בנין, איך וויל מען זאל אים באדאנקען ברבים. בכלל קומט אים דאס גרעסטע יישר כח, ער לייגט אריין זיין גאנצע לעבן אינעם שטעטל; עס וועט נאך קומען א צייט וואס מען וועט קענען דערציילן וואס ער האט אלץ געטון פאר די מוסד און פאר די שטעטל.


אויך זאלסטו באדאנקען ...; ער העלפט מיר מיט זיין גאנצע הארץ מיט אלע לעגאלע זאכן, סיי מיט די מוסד און סיי מיט מיר פריוואט. איך קען נישט רעדן און דערציילן וואס, ווען און ווי; גלייב מיר, ער איז מיר זייער געטריי.


ווי עס זעט אויס וועט דער דיין רבי ... שליט"א נישט קומען; גם זו לטובה, וד"ל.


זיי מודיע די עלטערן זיי זאלן ברענגען די קינדער מיט בגדי שבת, עס איז מיר וויכטיגער די קינדער ווי סיי ווער; אזוי וועלן די קינדער וויסן אז מיר האבן א דיין, און אז מען וויל עפעס וויסן האט מען וועם צו פרעגן.


מיין טאטע הרב מקארלסבורג שליט"א האט געשריבן א שיינע בריוו פאר די קהילה, ווי ער געבט סמיכה פאר'ן דיין און ער בעט די גאנצע קהלה מען זאל פאלגן דעם דיין מיט יעדע זאך; איך וויל מען זאל דאס אויפליינען ברבים.


נאך די הייליגע טעג וויל איך זיצן מיט דיר אויסשטעלן די נסיעה קיין אייראפע.


אויך וויל איך דו זאלסט אנגרייטן דעם קומענדיגן ווינטער א שיינע שבת התאחדות פאר אלע תלמידים.


בנוגע מאכן א שבת מיט אלע מלמדים; איך וועל דאס איבערטראכטן און דיר לאזן וויסן.


א גרויסן ישר כח פאר אלעס.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.