בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - נישט ווערן דערשראקן פון וואס די דאקטורים זאגן
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, קברי צדיקים, רפואה, דאקטורים, לחץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אוודאי זאל מען גיין צו די בעסערע שפיטאל, אפילו עס נעמט מער צייט צו פארן.


העיקר נישט ווערן דערשראקן און פארלוירן; די דאקטורים שרעקן אן, דאס איז זייער זאך. זיי פאסט נישט אויב עס וועט געבוירן ווערן א קינד מיט א פעלער אז זיי האבן דאס נישט פאראויס געוויסט, דעריבער זאגן זיי פאר יעדן איינעם אז עס קומט א נישט געזונט קינד השם ישמרינו. מען טאר נישט ווערן דערשראקן, מען דארף זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


געבט אכטונג, גייט נישט אריין אין קיין לחץ. ווייל ווען עלטערן זענען בלחץ שפירן דאס גלייך די קליינע קינדער, זיי שפירן 'עפעס גייט פאר אין שטוב', 'עפעס גייט פאר מיט טאטע מאמע', און זיי ווערן זייער דערשראקן און צעמישט; דארפט איר זיך שטארקן מיט אלע כוחות, מיט אמונה און בטחון, זיך איבערגעבן צום אייבערשטן.


איך האב זייער אסאך מתפלל געווען פאר ענק. איך קום יעצט פון פוילן פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, פון הייליגן שינאווא רב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו, פון הייליגן רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן רמ"א זכותו יגן עלינו, פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו, ועוד צדיקים זכותם יגן עלינו; איך האב ביי יעדע ציון געבעטן פאר אייך בפרטיות, איך ווארט צו הערן גוטע בשורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - נעמט די לעבן גרינג, נעמט נישט קיין פרעשור פון גארנישט
לחץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייערע בריוו.


נעמט נישט קיין פרעשור פון גארנישט, נישט פון אייער מאן און נישט פון די קינדער, אז אייער מאן הייבט נישט אויף די טעלעפאן - זאלט איר נישט ווערן אנגעצויגן, און אז ער קומט נישט אהיים צייטליך - זאלט איר נישט האבן פרעשור און אריינגיין אין א שלעכטע גיסטע; טראכטס גוט און נעמט די לעבן גרינג.


אזוי אויך מיט די ארבעט; נעמט נישט קיין פרעשור, ווערט נישט היסטעריש פון גארנישט, ארבעטס לויט אייערע כוחות; וויפיל כח איר האט - אזוי זאלט איר ארבעטן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פב) פארוואס גייט פאר'ן מענטש פארקערט ווי ער וויל? ווייל ער וויל עפעס; וואלט ער גארנישט געוואלט, וואלט מען געוואלט נאר טון רצון השם - וואלט אלעס געגאנגען כסדר; די עצה איז בדוק ומנוסה פאר אלע וואס קרעכצן אז עס גייט זיי נישט, די גאנצע לעבן איז איין שטיק דורכפאל, דאס איז ווייל זיי לעבן נישט מיט אמונה; וואלט מען זיך איינגעבויגן דעם קאפ צום אייבערשטן, וואלט אלעס געגאנגען כסדר.

#2 - נעמט נישט קיין דרוק אויף שידוכים
שידוכים, לחץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן זאגט מיר איר האט מורא אז איך גיי אייך באצוואונגען צו מאכן די שידוך מיט אייער טאכטער, אדער חס ושלום גיין אונטער אייער רוקן; וויסן זאלט איר אז היכל הקודש איז א פלאץ וואס מען זאגט נישט וואס צו טון און מען באצוואונגט נישט קיינעם, קוים קוים וואס מען ענטפערט ווען מען פרעגט.


דאס וואס איך מאך אמאל שידוכים אן עלטערן, דאס איז מיט דעת תורה; איידער איך טו דאס פרעג איך גרויסע רבנים און מיט זייער הסכמה מאך איך דאס, אויך נאר ווען די עלטערן ווילן נישט חתונה מאכן די קינדער, ווען זיי זענען נישט אינגאנצן געזונט וכו'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט האבן קיין דרוק אז איך וועל באצוואונגען אייער מאן און חס ושלום טראכטן אז איך וועל גיין אונטער אייער רוקן; איך האב נאר אנגעטראגן די שידוך און אויב איר ווילט ווארטן זאלט איר ווארטן רואיגערהייט.


איר זאלט האבן א פרייליכן יום טוב, א רואיגע יום טוב, א יום טוב אן קיין דרוק.

#1 - נישט אריין גיין אין א לחץ
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, תהלים, עבודת השם, תפלות אויף אידיש, לחץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג תהלים און יעצט האסטו מסיים געווען די ערשטע מאל 'ספר תהילים'; דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען מענטשן וואלטן געוויסט דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים וואלט מען שטענדיג עוסק געווען אין תהלים".


בנוגע אז יעדעס מאל ווען עס קומט אן עת רצון וואס מען קען דעמאלט פועל'ן ישועות גייסטו אריין אין א לחץ פון וועלן אויסנוצן די צייט וכו'; אויף דעם אליינס זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, אז דו זאלסט נישט האבן קיין פרעשור פון גארנישט, און דו זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטן בשמחה וטוב לבב.


געדענק וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסט): "מַה צְרִיכִין לְהִתְבַּלְבֵּל? אֵיךְ שֶׁעוֹשִׂין עוֹשִׂין וּבִלְבַד שֶּׁלֹּא לַעֲשׂוֹת רַע חַס וְשָׁלוֹם", מען דארף זיך נישט מבלבל זיין פון גארנישט, "ווי מען טוט, טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכץ חס ושלום"; און וואס רבי נתן האט געזאגט: "איך וויל דאווענען ותיקין, אבער נישט ווי א בייזער למדן"; דאס הייסט אפילו פון איין זייט איז דאווענען ותיקן זייער א גרויסע זאך אבער אויב דאס איז גורם לחץ און פרעשור, מען ווערט גערעגט אויף זיך וכו' איז דאס נישט וואס דער אייבערשטער וויל.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אריין צו גיין אין א לחץ פון עבודת השם, דערפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און רואיג; איך זאל זיך פרייען מיט וואס איך טו און מיט וואס איך האב. העלף מיר טאטע זיסער אז ווען עס קומט א שיינע צייט ווי למשל א יום טוב זאל איך נישט ווערן בלחץ פון וועלן אריין כאפן ווי מער; העלף מיר אייבערשטער איך זאל אויסנוצן די צייט אן קיין פרעשור", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וועסטו פטור ווען פון אלע פרעשור און לחץ.


אז דיין נאמען הייבט זיך אן מיט א גימ"ל און ענדיגט זיך מיט א למ"ד איז גוט צו זאגן ביים סוף פון שמונה עשרה – פאר יהיו לרצון אמרי פי וגו' - דעם פסוק (ישעיהו מז ד): "גֹּאֲלֵנוּ ה' צְבָאוֹת שְׁמוֹ קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל", דער אייבערשטער זאל אונז שוין אויסלייזן פון גלות.