בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - באניי זיך, פריש זיך אויף, ווער פריש מקורב
גמרא, הלכה, ניין טעג

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מטות-מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ערב ראש חודש מוקדם וועלן מיר היינט זאגן יום כיפור קטן, בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט בכלליות און בפרטיות.


דעם שבת איז ראש חודש אב, עס הויבט זיך אן די הלכות פון די ניין טעג. שבת גייט נישט אן די הלכות, אבער פון מוצאי שבת הויבט זיך אן די הלכות, מען עסט נישט קיין פלייש, מען טרינקט נישט קיין וויין און נישט קיין גרעיפ-דזשוס. מען שווימט נישט, מען גייט נישט אין שוויץ, מען באדט זיך נישט לשם תענוג (מען רעדט נישט פון זיך אביסל ארומוואשן מען זאל זיין זויבער), אלץ טוט מען צו טרויערן אויפן חורבן בית המקדש.


איידער דו גייסט אין ארבעט זאלסטו לערנען גמרא, און אז דו האסט נישט קיין צייט - זאלסטו לערנען ביי הפסקה אדער נאכן ארבעט, ווייל אז מען לערנט גמרא איז מען זוכה צו זיין ארום גענומען מיט די הייליגע מלאכים וואס זענען די מרכבה פאר די שכינה, גמר"א איז די ראשי תיבות מִ'יכָאֵל, גַ'בְרִיאֵל, רְ'פָאֵל, א'וֹרִיאֵל; ווען מען לערנט גמרא ווערט מען א מרכבה פאר די שכינה, מען ווערט פרייליך, מען שפירט שוין די גן עדן אויף די וועלט.


היינט איז די יארצייט פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו, מוהרא"ש דערציילט אז דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל געלערנט גמרא, און אינמיטן לערנען האט ער איינגעדרימלט. ער חלומ'ט זיך ווי ער זעט די הייליגע תנאים, געבט ער זיי א פרעג: "זאגט מיר, וואו איז דער גן עדן? איך וויל גיין צום גן עדן", ענטפערט אים א תנא: "דער גן עדן איז דא"; ווייל ווען מען לערנט תורה, מען לערנט די הייליגע גמרא - איז דאס די גרעסטע גן עדן.


קום היינט נאכט צום שיעור, איך וויל זיך מחזק זיין מיט דיר מיט די עצות פון רבי'ן; באניי זיך, פריש זיך אויף, ווער פריש מקורב; דער רבי מיט זיינע עצות, זיינע התחזקות - וועט דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגה. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - די הלכות פון די ניין טעג
הלכה, מעביר סדרה, ניין טעג

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך הויבן מיר אן ספר דברים, משנה תורה. וויל איך דיר בעטן זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל פון די פרשת השבוע, חומש רש"י מיט תרגום איינגעטיילט לויט די וואך.


מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן צדיק רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן"; אז מען לערנט חומש רש"י איז מען צוגעבינדן צום אייבערשטן.


וויפיל האט מוהרא"ש גערעדט צו אונז פון לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום פון די פרשה, מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן אז דער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט אמאל געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דעם הייליגן סאטמער רבי זכותם יגן עלינו ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. רבי מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


היט די הלכות פון די ניין טעג, נישטא קיין פלייש די וואך; מיר פירן זיך אז אפילו מיט א סיום עסן מיר נישט קיין פלייש, מוהרא"ש זאגט מען זאל זען צו מאכן יעדן טאג סיומים, וואס מער לערנען און ענדיגן מסכתות, אבער פלייש זאל מען נישט עסן אין די ניין טעג, "כדאי הוא בית אלקינו - עס איז ווערד דער חורבן בית המקדש - אז מען זאל טרויערן און נישט עסן פלייש", נישטא קיין טרינקען וויין (א גאנץ יאר טרינקען מיר נישט קיין וויין, א ברסלב'ער חסיד טרינקט נישט, א ברסלב'ער חסיד טרינקט נאר אונגארישע וויין, דאס מיינט מען די יין המשומר לצדיקים, די תורות און התחזקות פון הייליגן רבי'ן).


די וואך טאר מען זיך נישט באדן לשם תענוג, דאס מיינט זיך באדן פאר הנאה, שווימען, זיצן אין א ווארעמע וואנע, גיין אין שוויץ; ווייל די טעג טרויערן מיר אויפן חורבן בית המקדש, (די אינגעלייט וואס ארבעטן אין די היצן, זיי שוויצן און עס גייט א גערוך פון זיי, און אזוי אויך בחורים וואס שפרינגען און טאנצן, זיי שוויצן און עס גייט א גערוך וכו' - אין אזא פאל מעג מען זיך אביסל ארום וואשן און אראפנעמען די גערוך און שווייס. אזוי אויך פרויען און מיידלעך מוזן זיך וואשן).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מענטשן האבן א טעות אז שבת חזון איז א מרה שחורה'דיג שבת
שבת קודש, הלכה, ניין טעג

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת דברים, שבת חזון, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


מענטשן האבן א טעות, מענטשן מיינען אז די וואך שבת חזון איז א מרה שחורה'דיג שבת; חס ושלום, די וואך איז זייער הייליג. מוהרא"ש זאגט נאך פון הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו, וואס האט געזאגט: "ווער עס האט הייליגע אויגן קען זען שבת חזון ווי דער בית המקדש השלישי בויעט זיך אויף".


אפילו מיר זענען ווייט פון די זאכן, מיר זענען קליינע מענטשעלעך, דארפן מיר וויסן אז מיט התקשרות לצדיק איז מען ביי די פלאץ וואו דער צדיק איז. אזוי ווי רבי נתן זאגט (הקדמת ליקוטי הלכות): "איך בין א ננס, א קליינטשיגער - וואס זיצט אויף אן עַנָק, א ריז"; איך בין ווער איך בין, אבער מיט התקשרות לצדיק זיץ איך אויף די העכסטע מדריגה. אז מיר פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, מיר לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה און מיר זענען זיך מתבודד - קענען מיר אויך זוכה זיין צו זען בנין בית המקדש השלישי.


היינט לכבוד שבת קען מען זיך באדן מיט הייס וואסער לכבוד שבת, אויך טוט מען זיך אן פרישע קליידער לכבוד שבת, און מיר מאכן נישט קיין שום טויש אין שבת קודש, קיין שום זכר לאבילות.


א גוט שבת.

#1 - מאכן א סיום, אבער נישט עסן קיין פלייש
סיום, מנהגים, ניין טעג

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מענטשן פרעגן וואס איז דער מנהג אין היכל הקודש אין די ניין טעג מיט מאכן א סיום און עסן פלייש; עס איז דא ביי חסידים וואס מען האט מקפיד געווען צו מאכן א סיום יעדן טאג און עסן פלייש, נאכדעם איז דא ביי די ליטווישע, ביי זיי מאכט מען נישט קיין סיומים און מען עסט נישט קיין פלייש, ביי אונז אין היכל הקודש נעמט מען אן ביידע, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך האב גענומען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע, די חסידים זאגן דער עיקר איז דאווענען, און די ליטווישע זאגן דער עיקר איז לערנען תורה, איך זאג דער עיקר איז ביידע.


אזוי אויך זאגט מוהרא"ש, ביי חסידים מאכט מען א סיום, און ביי די ליטווישע עסט מען נישט קיין פלייש, זאגט מוהרא"ש מיר זאלן יעדן טאג מאכן א סיום אבער כדאי הוא שריפת בית אלוקינו נישט צו עסן קיין פלייש.


ביי אונז בני אשכנז וואשט מען נישט קיין וועש ניין טעג, פון היינט נאכט ראש חודש ביז י' באב, חצות היום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.