בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - שיין מברר געווען די הלכה אזוי קלאר
הלכה, חידושי תורה, ספרי שו"ת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי קדושים, ט' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב מעיין געווען אין די תשובה וואס דו האסט געשריבן אויפ'ן כשרות פון די פילטער וואס די וואסער בלייבט אין מקוה; דו ווייזט אויף אז זוחלין איז נאר ווען עס גייט ארויס, און אפילו מען וועט זאגן אז זוחלין איז אויך אינעם פלאץ אליינס, איז אבער דא אנדערש, ווייל עס איז פונעם עלעקטערישן כח וכו'.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ווי שיין דו האסט מברר געווען די הלכה אזוי קלאר. אויב איך קען בעטן זאלסט מיר שיקן אלע דיינע חידושים; איך האב זייער הנאה צו זען ווי דו בויסט א תשובה פון אנהייב, פון די גמרא, ראשונים און אחרונים, ביז הלכה למעשה.


אגב, מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט איך זאל יעדן טאג לערנען לכל הפחות דריי תשובות פון ספרי שאלות ותשובות, ווייל דאס שארפט אויס די מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - כ'בין זיך מחי' מיט אייערע זכרונות פון מוהרא"ש
מוהרא"ש, חידושי תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הרב ר' ... שליט"א, יבנאל.


איך האב ערהאלטן די בריוו.


יעדעס מאל איך ליין פון אייך אייערע חידושים און אייערע זכרונות, שמועסן און ווערטער פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האב איך זייער הנאה, איך ווער זייער נתעורר לתשובה.


איך האב אייך זייער ליב; איך ווארט צו קומען קיין ארץ ישראל צו קענען זיך מחזק זיין אינאיינעם און זיך פרייען מיט די גרויסע אוצר וואס מיר האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - שרייבן חידושי תורה
חברים, הפצה, חידושי תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד דער טייערער מפיץ ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע שיינע חידושי תורה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; גיי יעדן טאג פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, מיט דעם וועסטו פאררעכטן אלע דיינע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה".


שרייב ווייטער דיינע חדושי תורה; דאס איז א גרויסע תיקון אויף אלע שלעכטע מחשבות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קה): "וואס מער מען איז מחדש חדושי תורה אלץ מער איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען".


חבר זיך מיט תלמידי היכל הקודש וואס לעבן מיט תמימות; רעד נישט מיט קיין לצים מטוב ועד רע – וועסטו קענען בלייבן ביים צדיק און ווייטער פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים.

#3 - מ'דארף רעדן צו מענטשן נאר פשוטע דיבורי אמונה
שבת קודש, בית המדרש, מוסר, חידושי תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרוס פון דיין איידעם ... נרו יאיר, ער לערנט זייער פלייסיג און פירט זיך מיט גרויס יראת שמים; איך זע זיין התנהגות ביים דאווענען און ביים לערנען, ממש צום באוואונדערן.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך – סיי פאר דיר אליינס און שטארק זיך צו שטארקן אנדערע; איך הער אזויפיל גרוסן, מענטשן זענען זיך מחי' מיט דיינע חיזוקים.


זאלסט נישט מכבד זיין צו רעדן ביי דיר אין שול מענטשן וואס האבן נישט קיין דיבורים, זייערע דיבורים זענען פון די תורות וואס זענען מקבל פון שדין יהודאין (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כח), וואס בויען בנינים וואס שטייט אין די לופט; מען קען נישט ארויסנעמען לימודים נישט פאר די וועלט און נישט פאר יענע וועלט, נאר שיינע דרשות וואס שטייט אין די לופט, אזוי ווי דער רבי איז דארט מסביר.


ביי שלש סעודות דארפסטו נישט מער פון זאגן: "ה' מֶלֶךְ, ה' מָלָךְ ה' יִמְלוֹךְ לְעוֹלָם וָעֶד"; ביי די וועלט זאגט מען דאס אין לשון הקודש וכו', אבער ביי אונז אין ברסלב זאגט מען עס אין אידיש: "דער אייבערשטער פירט די וועלט, דער אייבערשטער האט געפירט די וועלט און וועט דאס פירן ביז אייביג"; רעד פשוט'ע אמונה וועסטו מחי' זיין אידישע צעבראכענע הערצער, מען וועט קענען בויען מיט די ווערטער בנינים אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#2 - איך האב זייער הנאה צו זען דיינע חידושי תורה
תפילה והתבודדות, רפואה, חידושי תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע צוויי בריוו.


דו ביסט מיר ממש מחי' יעדעס מאל וואס דו שרייבסט מיר, איך האב זייער הנאה צו זען דיינע חידושי תורה. שרייב מיר נאך און הלואי זאלסטו מסדר זיין אלע דיינע חידושים פאר דיר און ווייטער מחדש זיין, וועט דאס זיין פאר דיר פאר א תיקון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קה): "טוֹב מְאֹד כְּשֶׁזּוֹכִין לְחַדֵּשׁ אֵיזֶה דָּבָר בַּתּוֹרָה, כִּי הוּא תִּקּוּן גָּדוֹל לְהִרְהוּרִים", מחדש זיין און טראכטן אין תורה איז א תיקון אויף אלע שלעכטע מחשבות.


בנוגע צי דיין ווייב קען גיין צו א גוי'אישע וכו', עס איז נישט קיין פראבלעם צו גיין צו א נישט איד, דער עיקר זאל זי אכטונג געבן עס זאל זיין נאר א פרוי.


שטארק זיך אין התבודדות; גיי יעדן טאג שפאצירן אליינס מיט'ן אייבערשטן און שמועס זיך אויס דיין הארץ, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, ווי דער יצר הרע מוטשעט און מוטשעט אן אויפהער און לאזט נישט אפ; אז דו וועסט גיין מיט דעם הנהגה, דו וועסט זיין אן עקשן צו גיין יעדן טאג אביסל התבודדות וועסטו ביים סוף מנצח זיין.


געב א גריס פאר אלע חברים; איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומען צו אייך אויף דעם שבת.


איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן אז עס זאל מקוים ווערן ביי אונז דעם שיחה פון רבי'ן (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס איז דא צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - מיט איין שמייכל קענסטו טוישן יענעמס גאנצע טאג
שמחה, פרנסה, רענט, חידושי תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו; שרייב מיר נאך, איך בין זיך ממש מחי' מיט יעדע בריוו וואס דו שרייבסט מיר. הגם איך קום נישט אן דיר צו ענטפערן ווייל איך בין זייער טרוד מיט די בחורים וכו' וכו', אבער איך ליין יעדע בריוו דיינע און איך בין זיך מחי' מיט דיינע חידושי תורה.


הלוואי זאלסטו אפשרייבן אלע דיינע חדושי תורה וואס דאס איז זייער א חשוב'ע זאך, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קה) אז טראכטן חדושי תורה איז א גרויסע תיקון פאר טראכטן שלעכטס.


העיקר מה שקורין "זיך דערהאלטן" – האט דער הייליגער רבי געזאגט; ווי אזוי מעסט מען אויבן אין הימל דאס גרויסקייט פון א איד? מען זעט ווי אזוי ער דערהאלט זיך און דינט ווייטער דעם אייבערשטן אפילו עס גייט דורך אויף אים שווערע ביטערע נסיונות.


אלס איינער וואס שטייט אין א געשעפט, אין א גראסערי – טראגסטו א גרויסע אחריות צו שענקען א שמייכל פאר יעדן איד וואס קומט אריין אינעם געשעפט; מיט איין שמייכל קענסטו טוישן יענעמס גאנצע טאג.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין די זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


שטארק זיך און דערהאלט זיך.


...