בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - חודש הגאולה, יעדער ווערט אויסגעלייזט פון זיינע פריוואטע גלות'ן
שמחה, ישועות, שלום בית, הפצה, היכל הקודש, סיפורי צדיקים, פסח, יום טוב, ארץ ישראל, חומרות, שבת החודש, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, שבת החודש, מברכים ניסן, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


די וואך איז שבת החודש, שבת מברכים ניסן, מען גייט אריין אין די חודש הגאולה; יעדער איד קען זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט פון זיינע פריוואטע גלות'ן וואס ער ליידט.


מען זאגט אין די יוצרות 'החודש אשר ישועות בו מקיפות', טייטשט מוהרא"ש, מען קען זיך אויסבארגן ישועות; וואס פאר א ישועות איז דאס בעסטע זיך אויס צו בארגן? שמחה, מען קען שוין זיין פרייליך מיטן חשבון אז באלד קומט גוטע טעג און דעמאלט וועט מען דאך זיין פרייליך, בארגט מען אויס שמחה פון שפעטער... אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארומגעגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען אן עני ואביון, אזוי ווייט אז עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט האבן מיר טאקע גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט, אויף צו זיין יעצט פרייליך".


מיינע טייערע ברידער פון ארץ ישראל תלמידי היכל הקודש, זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געווען דעם ווינטער אין ארץ ישראל. איך האב געהאט אין פלאן צו זיין, איך האב אבער נישט געהאט במשך דעם ווינטער מיין פאספארט, נאר יעצט האב איך דאס באקומען, און יעצט איז שווער איבער צו לאזן די שטוב צוליב די הכנות פון פסח, זייט נישט ברוגז, איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין אין ארץ ישראל בערך צוויי וואכן נאך פסח און זיך קענען אינאיינעם מחזק זיין; בעיקר וויל איך זיין מיט די תלמידי הישיבה, די טייערע בחורים, און אויך מיט די קינדער; ווייל דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע.


יעצט איז מען זייער פארנומען מיט הכנות פאר פסח, וויל איך ענק בעטן ענק זאלן אריינברענגען דעם יום טוב פסח מיט שמחה, אויף דעם זאל מען זיך פארלייגן מער פון אלעם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה) הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות און נישט זוכן די חומרות, און אפילו לגבי חומרות אום פסח - האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון, יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


איך בעט ענק נאכאמאל, געבט אכטונג אין די ערב יום טוב טעג צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב. די פרויען ארבעטן שווער ארויסצוטראגן די חמץ און אריינברענגען דעם פסח, זיי לייגן אריין אזויפיל כוחות אין די מצוה, דארף מען זיי מחזק זיין, און חס ושלום נישט וויי טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען דארף אכטונג געבן נישט וויי טון די ווייב, "שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל די נאטור ביי פרויען איז אז זיי זענען זייער געפיליש, זיי וויינען שנעלער; זאלט איר אכטונג געבן נישט וויי צו טון די ווייב.


מיינע ליבע ברידער, מען מוז רעדן מיט דרך ארץ, מען מוז רעדן ווייך און איידל, מען טאר נישט שרייען און שאפן; אז מען שרייט אויף די ווייב איז מען א שגץ; זייט נישט בייז וואס איך זאג אייך, מען קען גיין מיט א ירושלימ'ער קאפטן און א ווייסע קאפעלע; אז מען טשעפעט די ווייב - איז מען א באנדיט, אז מען טשעפעט די ווייב - קען מען נישט זיין אין היכל הקודש, מען מוז זיך פירן מיט דרך ארץ און יראת שמים.


גייט הפצה, יעצט בין הזמנים איז א גרויס רחמנות אויף בחורים און אינגעלייט, מען דארף גיין פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, די קונטרסים פון מוהרא"ש.


א פרייליכן שבת!

#1 - ווי נעמט מען דעם פסח אליינס?
תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, פסח, ארץ ישראל, חומרות, שבת החודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תזריע-החודש, כ"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכנישט צו זיך געקומען פון זיין מיט אייך אין ארץ ישראל, יעדע סעקונדע האט זיך געשפירט אזא זיסע געשמאקע טעם. איך האב אזוי ליב זיך צו טרעפן מיט די חברים אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, איך טראכט אסאך פון ענק.


די וואך שבת החודש, שבת ראש חודש, שבת דעם רבינ'ס יום הולדת - איז א גוטע צייט זיך צו באנייען, אנהויבן פון פריש זיין אן ערליכער איד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יא.): "בניסן נגאלו אבותינו ממצרים", חודש ניסן זענען אונזערע עלטערן ארויס פון מצרים, "ובניסן עתידין ליגאל", און אין חודש ניסן וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן; איז דאך יעצט א פאסיגע צייט אויסגעלייזט צו ווערן - יעדער איינער - פון זיין גלות.


ווי אזוי גייט מען ארויס פון גלות מצרים? דורך רעדן צום אייבערשטן, אלע צרות און פראבלעמען איז נאר ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן; ווען מען געדענקט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, עס איז גארנישט דא אויסער אים - גייען אוועק אלע פראבלעמען, מען ווערט אויסגעלייזט.


א איד איז געקומען פסח צו מוהרא"ש און געקרעכצט: "ווי אזוי איז מען זוכה צום פסח אליינס?" ווייל רבי נתן פלעגט זאגן, אויף פסח וועט זיין געלט, "אויף פסח וועט זיין", עסן אויף פסח וועט זיין, "אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליינס?" ווי נעמט מען דעם קדושת הפסח; דער איד האט אזוי געקרעכצט צו מוהרא"ש: "ווי איז מען זוכה צום פסח?" האט אים מוהרא"ש געזאגט שארף און קלאר: "דו ווילסט זוכה זיין צום פסח? עפן דיין מויל און הויב אן רעדן צום אייבערשטן, דו האסט א גרינגע וועג צו קומען צו אלע מדריגות".


א איד דערציילט, ער האט אמאל גערעדט מיט מוהרא"ש, ער האט געבעטן מוהרא"ש זאל אים געבן אן עצה ווי אזוי מען איז זוכה צו קדושה וטהרה, מוהרא"ש איז דעמאלט געשטאנען אינדרויסן פון שטוב און געהאלטן אינמיטן נעמען די פאסט, מוהרא"ש זאגט אים: "קוק איך וועל דיר ווייזן אין די פאסט ווי אזוי מען איז זוכה צו קדושה וטהרה", ער נעמט ארויס די פאסט, דארט איז געלעגן א הזמנה פאר א חתונה, מוהרא"ש עפנט עס אויף און ווייזט אים: "קוק וואס מען שרייבט דיר, 'קידושא רבה אחר התפילה' מען איז זוכה צו קדושה רבה נאכן דאווענען"; אז מען בעט דעם אייבערשטן, מען עפנט די מויל און מען שעפשעט א תפילה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין אפגעהיטן" - דאס ברענגט צו די גרעסטע קדושה.


מאכט זיך נישט נאריש מיט חומרות, ברענגט אריין דעם פסח מיט שמחה און דביקות אינעם אייבערשטן, דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין חומרות אפילו פסח. ברענגט אריין דעם פסח מיט שמחה, און בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שיינעם פסח, איר זאלט ניצול ווערן פון חמץ.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח די מעשה פון רבי דוד ממיקולייב זכר צדיק לברכה, א תלמיד פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר'ן הייליגן בעל שם טוב. ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפ'ן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביים גרעניץ, ר' דוד האט זייער געהאפט אז מען גייט נישט עפענען דעם טייערן פאס, אבער צו זיין גרויס ווייטאג האט דער גרעניץ וועכטער געעפנט די וויין און עס געמאכט יין נסך. למעשה איז ער צוריקגעקומען צום הייליגן בעל שם טוב מיט ליידיגע הענט און ער איז געווען זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.