בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קומענדיגע וואך פארן מיר צום רבי'ן, מען דארף תשובה טון, מען דארף זיך גרייטן, מען דארף זיך רייניגן פון אלע טומאות. יעצט איז די צייט אוועק צו ווארפן די סמ'פאון, קומען צום רבי'ן ריין. דו ווייסט נאך בעסער פון אלעמען ווי שלעכט די סמ'פאון איז, מען פארלירט די מח, מען ווערט פארשמירט מיט די ערגסטע טומאות השם ישמרינו. דער יצר הרע רוט נישט ווי לאנג ער רייסט אויס דעם מענטש סיי פון די וועלט און סיי פון יענע וועלט. רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "דער סמ"ך מ"ם וויל נישט צונעמען פונעם מענטש בלויז זיין רוחניות, ער וויל אים אויך צונעמען זיין גשמיות - זיין לעבן אויף די וועלט, ער וויל אים הרג'ענען אינגאנצן"; אז מען קוקט שמוץ רחמנא לצלן פארלירט מען דעם מח און אז מען האט נישט קיין מח האט מען גארנישט, פרעג איך דיר: "צו וואס דארפסטו דעם צרה?!"
איך ווייס אז עס איז זייער שווער אוועק צו ווארפן א סמארטפאון, ביסט צוגעקלעבט צו דעם מיט א שטארקע קלעב, מיט דעם אלעם האט א מענטש א כח צו זאגן: "געענדיגט, גענוג געווען מיט דעם", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר א איד וואס איז געקומען פרעגן ווי אזוי עס קען זיין אז א מענטש האט א בחירה; אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי איז שייך צו זאגן פארן מענטש: "דו האסט א בחירה"? עס איז דאך אומעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין דער ענין פון בחירה; אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט רבי נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא 'ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען מיך נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?' דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים".
מיר פארן מיט די קינדער צום רבי'ן. ברוך ה' אונזערע אינגלעך האבן א חדר וואו מען דארף זיך נישט שעמען מיט ברסלב, די קינדער וואקסן מיט א ליבשאפט צום רבי'ן, מיט א ליבשאפט צו פארן ראש השנה צום רבי'ן, און ברוך ה' די מיידלעך ווערן נתחנך מיט אמונת צדיקים, ווען זיי וועלן חתונה האבן וועלן זיי שיקן מיט שמחה זייערע מענער צום רבי'ן קיין אומאן. אזוינס איז נאכנישט געווען אין ברסלב, א גאנצע מוסד וואס אלע ווייבלעך תלמידות פון די מוסד זאלן אלע מעודד זיין זייערע מענער פארן צום רבי'ן, און אפילו אז דער מאן איז אין א מצב פון נישט האבן געלט צו פארן וועלן די ווייבער - די תלמידות פון בית פיגא - מוותר זיין אויף זייערע אייגענע באקוועמליכקייטן, אוועק געבן זייערע צירונג, זייערע קליידער - אבי דער מאן זאל פארן צום רבי'ן, אפגערעדט די בחורים; זיי פרעגלען זיך ביים רבי'ן, זיי האבן מגידי שיעורים וואס פילעווען מיט דעם רבינ'ס תורות, דעם רבינ'ס דיבורים, עס איז גרויסע ניסים די גאנצע מוסד, למעלה מדרך הטבע, ווייל אפאר יאר צוריק איז קוים געווען מנין פון אנשי שלומינו אין אמעריקע, און היינט איז דא אזויפיל שולן על שם רבינו.
איך דארף נאך נסים, מיר דארפן שפע צו קענען באצאלן די מלמדים, טיטשערס און איינגעשטעלטע, סיי דא אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל, מיינע אויגן קוקן צום אייבערשטן, איך האב נישט צו וועם צו גיין, איך גיי נאר צו אים, איך בעט אים, איך קרעכץ זיך אויס צו אים וכו' וכו', איך פארלאז זיך נישט אויף קיינעם נאר אויף אים.
שכר לימוד דארף מען באצאלן פאר אלעס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.