בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - אריינברענגען דאס חתונה מאכן בחנם
חתונה פלאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מו"ה ... ני"ו


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין פלייש פאר די קומענדיגע צען חתונות אין ישיבה.


עס איז כדאי זאלסט קומען קוקן ווי די חתונות זעען אויס, אפשר וועסטו דאס קענען אריינברענגען ביי דיר אין די קהילה; מען זאל קענען חתונה האבן אין א שול בחינם אזוי ווי עס איז געווען אינדערהיים אין אלע דורות ביי אידישע קינדער, די חופה איז געווען אין הויף פונעם שול, און די חתונה איז געווען פשוט, מיט אמת'ע שמחה.


מיר האבן די וואך געהאט די הונדערטסטע חתונה, הונדערט חתונות מיינט אז צוויי הונדערט מחותנים האבן חתונה געמאכט בחינם; נישט נאר די בית המדרש איז אומזיסט נאר אלעס איז בחינם. דער שמש רופט אויס און גראמט אויס, די בחורים מאכן די עסן מיט די מוזיק, ביי די פרויען מאכן די מיידלעך פון סקול די עסן, די אויסטיילן, די אנגרייטן, אלעס, אויך די האר פאר די משפחה מיט די פנימ'ער וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט קענען דאס אריינברענגען אין ענקער קהילה, שפארן געלט פאר עמך אידן, און איינשפארן געזונט פראבלעמען פאר עלטערן, זיי זאלן קענען מאכן שמחות מיט שמחה.

#2 - אנשי שלומינו געבן צדקה נאכאמאל און נאכאמאל
צדקה, מוסדות, טערעפי, חתונה פלאן

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דארף דו זאלסט גיין צוזאמנעמען געלט פאר די מוסד; נישטא קיין געלט צו צאלן מלמדים, טיטשערס, איינגעשטעלטע; איך דארף דו זאלסט ארויסגיין צוזאמנעמען געלט פאר אונזער מוסד.


פאראיאר האסטו זייער געהאלפן און איך האף אז די יאר וועסטו מאכן נאך מער און נאך בעסער.


האב נישט מורא צו בעטן פון אנשי שלומינו נאכאמאל און נאכאמאל; אנשי שלומינו האבן נישט די זאך וואס אנדערע האבן, זיך אוועק לייגן געלט פאר חתונה מאכן, עס קאסט אונז גארנישט דאס לעבן, חתונה מאכן די קינדער איז ביליגער ווי זיי האלטן אין שטוב. אויך קאסט נישט פאר אנשי שלומינו וואס עס קאסט דאס לעבן פאר אנדערע; גיי פרעג וויפיל א טאטע צאלט פאר זיינע קינדער פאר הילף, צענדליגער טויזנטער דאלער פאר יעדן קינד, ביי אונז איז נישטא די גניבות, די קינדער וואקסן אויף נאטירליך, איז שייך ביי אונז צו געבן צדקה נאכאמאל און נאכאמאל.


איך בעט דיר העלף מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - די ברסלב'ער חתונה פלאן
הפצה, אידיש געלט, טעלעפאן, חתונה, חתונה פלאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנטריאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק טאג און נאכט אין די הייליגסטע זאך - דו ביסט מפיץ דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, די הייליגע ליכטיגע עצות - פאר אידישע קינדער; ביים אייבערשטן איז די חשוב'סטע זאך ווער עס טוט פאר זיינע קינדער.


מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל דעם לשון הזוהר (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט האבן אויפ'ן טעלעפאן טעקסט מעסידזש; דאס ווענדט זיך אינעם מענטש, יעדער מענטש איז אנדערש. אויב דאס נעמט אוועק די קאפ און מח - דעמאלט איז בעסער דאס נישט צו האבן, אויב עס מאכט נאר גרינגער - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


בנוגע די חתונה פלאן וכו'; גיי אוועק פון די דמיונות, א שאד צו ווערן אריינגעדרייט אין א פלאנטער. נעם די ברסלב'ער חתונה פלאן, מען דארף גארנישט אוועקלייגן קיין געלט, און ווען מען מאכט חתונה - קאסט עס גארנישט, אלעס איז בחינם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.