בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - דאווענען, לערנען, און שלום בית
היטן די צייט, פשטות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם בתמימות ופשיטות, דאווענען און לערנען און מיט שלום בית. די דריי זאכן האט מיר מוהרא"ש צו רעדן מיט מענטשן; פון לערנען כל התורה כולה, פון תפילה און פון שלום בית. מוהרא"ש האט מיר געזאגט, דאס איז פשט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וְהָאֱמֶת מֵאִיר בְּרִבּוּעַ הַדִּבּוּר הַנַּ"ל עַל יְדֵי שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הַנַּ"ל שֶׁהֵם קֵל, אֱלֹקִים, ה', שֶׁהֵם בְּחִינַת תְּפִלָּה, וְתוֹרָה, וְשִׁדּוּכִים וְזִוּוּגִים", כל זמן מען רעדט פון די דריי זאכן איז דאס אמת'דיג גערעדט, אלעס אנדערש איז נישט קיין דיבורים.


טייערער ברודער, שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, לערנען און דאווענען און מכבד זיין די ווייב בתמימות ופשיטות בלי שום חכמות וחקירות כלל וכלל לא, ווייל דאס איז די גרעסטע חכמה, אוועק צו ווארפן אלע חכמות און דינען דעם אייבערשטן אן חכמות, נאר זיין פשוט בתכלית הפשטות.


גיי שלאפן צייטליך, שטיי אויף פרי, זיי זיך קובע צו לערנען אלע דיינע שיעורים קבועים – ח"י פרקים משניות, יום תהילים, חומש, גמרא – פארטאגס, אז ביים גיין אין אפיס זאלסטו שוין זיין גוט אנגעפילט מיט אסאך תורה, וועט די גאנצע טאג גיין גאר אנדערש.

#2 - עס איז נישט אזוי עובד'יש, מען זוכט עפעס העכערס
התחזקות, עבודת השם, פשטות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת בין איך געווען אין שטעטל, עס איז געווען הערליך שיין, מען האט זיך זייער מחזק געווען מיטן רבי'ן. ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די מרגלים, ווי קען זיין אז די גרויסע מענטשן וואס די תורה זאגט (במדבר יג, ג): "כֻּלָּם אֲנָשִׁים רָאשֵׁי בְנֵי יִשְׂרָאֵל הֵמָּה" - זאלן אזוי אראפפאלן און צוקומען צו ווערן רשעים, רעדן קעגן דעם אייבערשטן?! נאר מיט די הקדמה, מיטן רבינ'ס ווערטער - קען מען דאס פארשטיין. דער רבי האט דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז), ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל האבן אים די צדיקים תלמידי המגיד ממעזריטש געזאגט, זיי האבן זיך נישט געקענט אויסמאלן איידער זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל - אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליין פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז ווען זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל, דאן האבן זיי געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


מיר האבן גערעדט אז דאס קען זיין איז געווען די טעות פון די מרגלים, זיי האבן ערווארטעט צו זען עפעס, און ווען זיי האבן גארנישט געזען פון די חיצוניות האבן זיי חוזק געמאכט (במדבר ג, כז): "וְזֶה פִּרְיָהּ" דאס זענען די פרוכט? אזוי פשוט? און פון דעם זענען זיי אראפגעפאלן.


מיר האבן זיך מחזק געווען, ווען מען וויל זוכה זיין אריינצוגיין אין די קדושה, און דער רבי זאגט טו זאכן וואס זעט אויס פשוט, גיי דאווענען און לערן משניות, זאג גמרא, געב א פרוטה לצדקה; על פי רוב זענען מענטשן מזלזל אין דעם ווייל עס איז נישט אזוי עובד'יש, עס פאסט נישט צו זאגן אביסל תהלים בתמימות ופשיטות, מען זוכט עפעס העכערס, און דאס איז גורם מען זאל אראפפאלן רחמנא לצלן.


עס איז דא אסאך צו דערציילן ווי שיין עס איז געווען דעם שבת. איך בעט דיר זייער זאלסט דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, קום אין שול דאווענען די דריי תפילות, נעם א חומש הויב אן מעביר סדרה זיין פון היינט, פון אנהויב וואך - יעדן טאג אביסל, לערן משניות אפילו באמירה בעלמא, אזוי אויך גמרא, ועל כולם גיי זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, והעולה על הכל זיי פרייליך שלא עשני גוי - וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#1 - א פשוט'ער איד, דינען דעם אייבערשטן בשמחה
עבודת השם, פשטות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מאנסי


מענטשן מיינען אז מען דארף טון גרויסע עבודות, גרויסע זאכן, דער רבי לערנט אונז אנדערש, דער רבי לערנט אונז אז ביים אייבערשטן איז חשוב ווי פשוט'ער, דער רבי האט זייער ליב געהאט די פראסטע אידן וואס ווייסן נישט און פארשטייען נישט קיין סאך, נאר וואס טוען למעשה, די וואס זאגן תהילים, די וואס זאגן תחינות ובקשות.


עס איז געווען א איד אין ברסלב וואס פלעגט זאגן תהילים און אסאך תחינות און מעמדות, און דער רבי האט אים זייער מקנא געווען (עיין חיי מוהר"ן, סימן תק"כ).


בעט דעם אייבערשטן צו זיין א פשוט'ער איד, צו דינען דעם אייבערשטן בשמחה.