בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - עס איז א גרויסע סכנה צו פארן שנעל
דרך ארץ, שטעטל, סכנה, דאווענען, געזעץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, רחוב ירושלים קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אכטונג געבן ווען דו פארסט אריין מיט דיין קאר אויף די גאס ירושלים – נישט צו פארן שנעל; עס איז א גרויסע סכנה, עס איז פול מיט קינדער און מאמעס, עס איז א גרויסע סכנה צו פארן שנעל. אזוי אויך בעט איך דיר, אויב דו זעסט א צווייטער וואס פארט שנעל – זאלסטו יענעם בעטן צו אכטונג געבן, עס זאל נישט פאסירן קיין אומגליק חס ושלום.


איך ציטער עס זאל גארנישט שלעכטס פאסירן ביי ענקער גאס ווען אזויפיל קינדער שפילן זיך מיט בייקס, סקוטערס וכו' און קארס קומען אריין מיט א שנעלקייט, דער אייבערשטער זאל ענק היטן.


אויך זאלסטו קומען דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב – מיט מנין, מיט דרך ארץ. קום אנגעטון מיט א הוט און רעקל, אזוי ווי מען גייט צו א חשוב'ער מענטש, אזוי ווי מען גייט להבדיל צו א פאלעטישן שתדל'ען וכו'.

#10 - לאז נישט דיין זון דרייוון אן לייסענס
דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס איז מיט דיר, דו געבסט דיין קאר צו דרייוון אין שטעטל פאר דיין בחור וואס האט נישט קיין לייסענס? דאס איז דאך קעגן די געזעץ און עס איז דאך סכנת נפשות, און דו זאגסט נאך א ליגנט אז איך האב דיר געזאגט אז דו מעגסט דאס טון; דאס איז נישט אמת, עס איז א גרויסע סכנה און א חילול השם.


געב אכטונג אויף די לעבן פון דיין קינד און אויף אונזערע קינדער.

#9 - מאך נישט קיין פרנסה מיט'ן זאגן ליגנט פאר די רעגירונג
הפצה, פרנסה, ארץ ישראל, געזעץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט די זאכן בשום פנים ואופן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה ח, ט): "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ לֹא חִגֵּר, וְלֹא סוּמָא, וְלֹא פִסֵּחַ, וְעוֹשֶׂה עַצְמוֹ כְּאַחַד מֵהֶם, אֵינוֹ מֵת מִן הַזִּקְנָה עַד שֶׁיִּהְיֶה כְּאֶחָד מֵהֶם", ווער עס מאכט זיך ווי ער איז קראנק כדאי צו נעמען געלט וכו' - וועט טאקע ווערן קראנק, ווער רעדט נאך אז מען פארטשעפעט זיך מיט די רעגירונג, מען זאגט זיי ליגנט; זאלסטו דאס נישט טון.


ברסלב'ער חסידים האבן א גרינגע פרנסה; אז מען טוט די ווילן פון רבי'ן, מען איז עוסק אין אנטרינקען ביימער (עיין סיפורי מעשיות, מעשה ג; חיי מוהר"ן, סימן תקמג, ועוד), מען פארשפרייט די הייליגע ספרים פון רבי'ן - האט מען שיין פרנסה, ממש די ווערטער וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות צדיק, סימן לג): "בִּזְכוּת הַצַּדִּיק תַּלְמִידָיו מִתְפַּרְנְסִים", בזכות דעם צדיק האבן די תלמידים פרנסה.


געב נישט איין די ליגנט אז דו ביסט משוגע כדי דו זאלסט באקומען געלט פון די רעגירונג; אז דו ווילסט פרנסה - נעם א זעקל ספרים, קונטרסים, גליונות וכו' וכו' - און גיי מזכה זיין נשמות ישראל, וועסטו האבן גרויס שפע.


אפילו אין אמעריקע וואו די הפצה איז מצומצם, מען קען נאר גיין צווישן אידן - זענען די מפיצים די עשירים; א מפיץ מאכט אין איין שעה וואס א אינגערמאן ארבעט ביטער שווער א גאנצן טאג, אן קיין גוזמא; כל שכן אין ארץ ישראל וואס דו האסט מיליאנען אידן וואס מען האט זיי נעבעך אויסגע'שמד'ט, מיליאנען אידן וואס זענען נעבעך ווייט פון די תורה, קען מען זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#8 - מען טאר נישט פארן שנעל, און נישט האלטן דעם טעלעפאן ביים דרייוון
ריינקייט, שטעטל, שלום, דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל נאכאמאל בעטן אלע אנשי שלומינו זאלן זייער אכטונג געבן נישט צו פארן שנעלער ווי מען מעג, און אויך נישט האלטן דעם טעלעפאן ווען מען דרייווט. איך וויל בעטן בכלליות, און בפרטיות אין שטעטל, מען זאל האלטן די געזעץ, מען זאל נישט פארן שנעל און נישט האלטן דעם טעלעפאן ביים דרייוון, און אויב מען זעט איינעם פארן שנעל זאל מען יענעם פארהאלטן, ווייל אויב מען פאלגט נישט די געזעץ קען מען הרג'ענען מענטשן השם ישמרינו, די וועגן אין שטעטל זענען געדרייט און שמאל, מען דארף פארן זייער פארזיכטיג.


אויך בעט איך אלע איינוואוינער פון שטעטל צו האלטן זויבער ארום די שטוב און אכטונג געבן די מיסט זאל זיין גוט פארפאקט, עס זאל זיין זויבער און ריין.


בעט איבער יעדן איינעם פון אנשי שלומינו, ווייל נאר דורך שלום מאכט מען רוען די שכינה הקדושה, און אויב מען קריגט זיך, מען האט זיך פיינט - פארטרייבט מען די שכינה הקדושה פון די פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - הישמר והיזהר צו טון עפעס פאר'ן מוסד וואס איז נישט געזעצליך
מוסדות, גניבה, ראש ישיבה, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס איז מיר אינטערעסאנט אז דו באהאלסט זאכן פון מיר, דו דערציילסט מיר נישט אז מען האט אפגעהאלטן גרויס געלט צוליב דעם אינגערמאן ...


וויל איך דיר זאגן, הישמר והיזהר צו טון עפעס פאר'ן מוסד וואס איז נישט געזעצליך. לאז זיך אפ פון דעם קרו"ק, ברענג מיר נישט קיין געלט פון גניבות, איך דארף נישט די סארט געלט.


איך בין זייער דערשראקן פון די גאנצע מעשה און נאכמער - פון דעם וואס דו באהאלסט פון מיר זאכן, איך ווייס נישט וואס נאך דו באהאלסט פון מיר.


קענסט ארבעטן פאר מיר נאר אז דו באהאלסט גארנישט פון מיר, און דו וועסט מיך פרעגן יעדע זאך.

#6 - חס ושלום נישט זאגן קיין ליגנט פאר די רעגירונג
שטעטל, גניבה, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו גיין קעגן די געזעץ, און חס ושלום נישט זאגן קיין ליגנט פאר די רעגירונג; אך און וויי אז מען שפילט ארום און זיי נעמען אפיר, אויסער וואס מען קען באקומען א שטראף - קען מען גורם זיין א חילול השם.


די אלע איינוואוינער אין שטעטל וואס ווילן באקומען שטאטישע פראגראמען - דארפן זייער אכטונג געבן צו שרייבן דעם אמת וויפיל מען פארדינט, אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן.


דעריבער זאל זיך יעדע איינציגסטע משפחה בארעכענען וואס מען טוט, מען זאל זיך מעלדן צו האברך ... נרו יאיר, אדער צו האברך ... נרו יאיר; זיי ארבעטן מיט די שטאטישע באאמטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן פרנסה בריווח, נישט טון אומלעגאלע זאכן, יעדער זאל זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


 

#5 - מען דארף זייער אכטונג געבן צו פארן לויט די געזעץ
חסידות ברסלב, שטעטל, דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


ערשטנס קומט דיר א גרויסן דאנק פאר'ן העלפן בויען די שטעטל, יעדע פינטל וואס מען טוט פאר'ן שטעטל איז זייער חשוב.


געב אכטונג ווי אזוי דו פארסט; טראגן און ברענגען פרויען מיט קינדער איז א גרויסע אחריות, מען דארף זייער אכטונג געבן צו פארן לויט די געזעץ, נישט צו שנעל. דו טראגסט א גרויסע אחריות, דו פארסט מיט ווערטער אויפ'ן באס "ברסלב", אלע קוקן ווי אזוי דו פירסט זיך, אלעס גייט אויף מיין נאמען, זאלסטו זיין מער פארזיכטיג.


יעדעס מאל דו דרייווסט דעם שאטעל איז דאס הפצה. מענטשן זעען די באס, דעם ברסלב'ער קרוין - דערמאנט מען זיך פונעם אייבערשטן, אלע ווייסן אז ברסלב רעדן צום אייבערשטן. ברסלב מיינט תשובה, ברסלב איז שמחה; זאלסטו אכטונג געבן אויף דעם רבינ'ס נאמען.


זע צו וואטשן דעם באס עס זאל זיין ריין סיי פון אינעווייניג און סיי פון אינדרויסן.

#4 - עס איז יעצט טאקע זייער שווער, אבער עס וועט דיר שוין ליכטיג ווערן
בחור, התחזקות, לימוד התורה, ישוב הדעת, ישיבה, אשר בנחל, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות; עס איז יעצט טאקע זייער שווער, אבער אחר הרע יבוא הטוב, עס וועט דיר שוין ליכטיג ווערן.


בלייב שטארק, לערן דיינע שיעורים כסדרן; לערן יעדן טאג חומש רש"י, לערן ח"י פרקים משניות, א בלאט גמרא און אסאך אשר בנחל. אשר בנחל האט א כח אויפצוהייבן א מענטש פון יעדע פראבלעם, אפילו מען זאל דורכגיין שווערע ביטערע טעג, אויב לערנט מען אשר בנחל האט מען כח אלעס אריבערצוגיין.


בנוגע קומען אין ישיבה; יעצט איז נישט כדאי דו זאלסט קומען, איך וויל זיך נישט פארפלאנטערן מיט די רעגירונג. איך ווייס אז דיר גייט גארנישט אן, דו ביסט גרייט אויף מסירות נפש, דו ביסט א פלאם פייער, אבער איך דארף אכטונג געבן אויף מיר און אויף די ישיבה, איך קען נישט טון קיין ווילדע זאכן. סתם אזוי ווען בחורים קומען אין ישיבה נעם איך יעדן איינעם אריין, אפילו עס איז דא סטראשערייען, מען ווארנט מיר - איך האב נישט מורא פון קיינעם, אבער אז די רעגירונג זוכט דיר - דארף איך זייער אכטונג געבן.


פארבינד זיך מיט עסקנים; איך בין זיכער אז עס זענען דא עסקנים וואס וועלן דיר העלפן אלעס זאל זיין ליגאל, דעמאלט וועסטו קומען קיין אמעריקע.


זיי נישט ברוגז, איך זוך דיר נישט אוועק צו שטופן; איך האב דיר ליב און איך וויל דיר האבן אין ישיבה, עס איז פשוט א סכנה פאר מיר און פאר דיר אז דו זאלסט קומען.


רעד צו האברך ... נרו יאיר, ער איז א מענטש מיט ישוב הדעת, ער איז א מענטש מיט פארשטאנד; ער וועט דיר העלפן עס זאל זיין ליגאל, אזוי וועסטו קענען קומען אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - זע צו דרייוון לויט די געזעץ
קינדער, צדקה, מוסדות, דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו דרייוון לויט די געזעץ, נישטא קיין חכמות ביים דרייוון, בפרט ווען מען פירט קינדער – מוז מען זיין זייער פארזיכטיג.


געב צדקה פאר דו הייבסט אן פארן; בעט א תפלה, זאג תפילת הדרך; צופרי זאג דאס מיט די ברכה און נאכדעם זאג די תפילה אן די חתימה, אזוי זאגט מוהרא"ש.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן.


 


 


 

#2 - בעט רחמנות ביים שופט
קינדער, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד The Honorable Judge,


איך שרייב צו אייך בנוגע מיין חשוב'ער תלמיד ... נרו יאיר.


ער האט געלערנט ביי מיר אין ישיבה 'תפארת התורה' במשך פינף יאר; ער איז געווען זייער א וואוילער תלמיד און ער איז אלץ געווען דער וואס האט געטון חסד מיט אלע תלמידים, ער האט א ווייכע הארץ פול מיט געפיל פאר א צווייטן.


אויך יעצט נאך זיין חתונה קען איך אים פאר א גוטער מענטש; איך האב שוין געהאט במשך די צען יאר פון ווען די ישיבה שטייט אסאך תלמידים, הונדערטער תלמידים האבן זיך דורכגעדרייט דא, מיט דעם אלעם איז ער פון די אויסגעצייכנסטע פון זיי אלע מיט זיינע מידות און גוט-הארציגקייט.


איך האב געזען זוממער אין קעמפ ווי שיין ער מיט זיין ווייב פירן זיך מיט זייערע קינדער; ער איז א געטרייער מענטש סיי צו זיין ווייב און אויך צו זיינע קינדער. אויך איז זיין ווייב א געטרייע מאמע פאר די קינדער און געטריי פאר אים, זיי לעבן זייער א שיינע איידעלע לעבן.


דערפאר בעט איך דעם שופט ער זאל רחמנות האבן אויף זיי און זיי צוריק געבן די רעכט צו מחנך זיין זייערע קינדער; זיי זאלן קענען האבן די קינדער ביי זיך אינדערהיים.


דער אייבערשטער זאל געבן פארן שופט הצלחה און ברכה אין אלע אייערע מעשים.

#1 - נעם דיך פאר צו היטן די געזעצן ביים דרייוון
סגולות, דרייוון, רענט, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק דיר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


שטארק דיר אין אמונה און חזר זיך איין ווערטער פון אמונה; מוהרא"ש האט פארפאסט א ניגון אויף ווערטער פון אמונה: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם"; אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס.


יעצט ווען דו האסט אראפגעקלאפט א טאטע מיט א קינד און עס ווארט דיר א משפט פארן אוועקפארן וכו' זאלסטו זיך פארנעמען צו היטן אלע געזעצן; ווער עס האלט נישט איין די געזעצן ביים דרייוון קען זיין ממש א רוצח, ער קענען הרג'ענען מענטשן רחמנא לצלן.


אויב דו וועסט מקבל זיין אויף דיר צו היטן אלע געזעצן ביים דרייוון וועסטו ארויסגיין זכאי ביים משפט, אבער אז דו וועסט ווייטער פארן ווילד, נישט קוקן און ווארטן ביי א סטאפ-סיין, רעדן אויפן טעלעפאן און טעקסט'ן בשעת'ן דרייוון דעמאלט וועט זיין ביטער.


יעדע מאל דו זעצסט זיך אריין אין דיין קאר זאלסטו זאגן תפלת הדרך; איין מאל א טאג מיטן שם ומלכות און די אנדערע צייטן זאלסטו אויסלאזן: "בָּרוּךְ אַתָּה, שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה".


...