בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - א געלונגענע פרוי, טרעפט א וועג צו שעצן דעם מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אמת, דמיונות, טעראפי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך וויל איין זאך קלאר מאכן, איר האט א מאן וואס איז נישט קיין שלעכטער, ער איז נישט קיין חיה, ער טשעפעט נישט; קען זיין ער איז נישט אזוי געלונגען ווי אייך, ער קען נישט שרייבן אזעלכע שיינע גראמען, און ער איז נישט אזוי שנעל און שארף ווי אייך, אבער א שלעכטער איז ער נישט, און איך ווייס נישט אויב איר וואלט געקענט טרעפן א צווייטער מאן וואס זאל זיין אזא גוטער און ערליכער.


איך וועל אייך נאר מחזק זיין איר זאלט בלייבן מיט אייער מאן, די שטוב זאל נישט צעפאלן, איך וועל אייך נאר מחזק זיין איר זאלט קוקן אויף זיינע מעלות, אז ער איז אן ערליכער איד און ער האט גוטע מידות, גאלדענע מידות, און אז איר זענט מער געלונגען פון אים זאלט איר ניצן די געלונגענקייט אויף אויסטרעפן א וועג ווי אזוי אים צו שעצן, און זיך מבטל זיין צום אייבערשטן.


די אלע מטפלים רעדן א זיסע שפראך, אבער עס איז איין שטיק דמיונות, עס זעט אויס אזוי זיס אבער עס איז ביטערער פון טויטליכע גיפט, זיי זאגן פאר פרויען דו דארפסט א 'מאן', דו האסט נישט קיין 'מאן', וואו איז ער פאר דיר ווען ער דארף זיין א 'מאן'? און כל זמן ער איז נישט א 'מאן' - דארף מען זיין צעטיילט וכו', און נאר נאכדעם וואס ער וועט גיין זיך העלפן וויסן ווי אזוי מען איז א 'מאן', ער ווייסט נישט וואס א 'מאן' דארף טון, און אנדערע פרויען האבן א 'מאן'; די אלע ווערטער זענען הוידל בוידל, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, דאס איז א פרנסה פאר די מטפלים, די שפראך העלפט נישט, די שפראך איז נישט אמת; וואס יא? ווער עס איז קלוג בייגט זיך איין די קאפ פארן אייבערשטן און לעבט א זיסע לעבן, מען גלייבט אז דער מאן און די ווייב, די קינדער, די משפחה - אלעס אלעס איז נאר א לבוש פון אייבערשטן, אלעס איז ער און מיר ווייסן גארנישט וואס מיר טוען דא און פארוואס מיר זענען דא און וואס איז עפעס די שייכות פון די קאפל און די קאפל, אלעס איז חשבונות פון אויבן - דער לעבט א חיים טובים, מען ברענגט קינדער און מען ציט זיי אויף צו זיין ערליכע אידן און מען האט אפאר יאר צו זען נחת און מען גייט צוריק אהיים צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אז מ'ווייסט דעם אמת ווער מ'איז, קען קיינער נישט אוועקנעמען די פרנסה
גאווה, פרנסה, אמת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער רבי האט אן עצה מען זאל נישט קענען שלעכטס טון דעם מענטש, מען זאל אים נישט קענען אוועק נעמען אדער אוועק שטופן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עט): "עַל יְדֵי זֶה שֶׁזּוֹכִין לִרְאוֹת שִׁפְלוּתוֹ בֶּאֱמֶת", אז מען איז זוכה צו וויסן ווער מען איז, מען ווייסט ווי נידריג מען איז, "עַל יְדֵי זֶה אֵין שׁוּם אָדָם יָכוֹל לְהוֹצִיאוֹ וְלִדְחוֹתוֹ מִמְּקוֹמוֹ", קען מען אים נישט אוועק שטופן פון זיין פלאץ, "דְּהַיְנוּ לְקַפֵּחַ פַּרְנָסָתוֹ, חַס וְשָׁלוֹם", מען קען נישט אוועק נעמען די פרנסה, "כִּי מֵאַחַר שֶׁהוּא עָנָו וְשָׁפָל בֶּאֱמֶת", אז מען איז ביי זיך גארנישט, - "הוּא בִּבְחִינַת אַיִן, וְאֵינוֹ תַּחַת הַמָּקוֹם כְּלָל, עַל כֵּן, בְּוַדַּאי אֵין יְכוֹלִין לִדְחוֹתוֹ מִמְּקוֹמוֹ".


דערפאר בעט איך דיר זייער, אנשטאט זאלסט מורא האבן טאג און נאכט אז מען גייט דיר צונעמען פרנסה, דו גייסט פארלירן א קאסטומער, גייסט פארלירן געלט, איינער גייט דיר אויסכאפן וכו' וכו', - זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן; טו תשובה, זיי זיך מתודה, וועסטו ווערן ביי זיך מער און מער בטל ומבוטל צום אייבערשטן, וועט מען דיר נישט קענען שלעכטס טון.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן א רבי וואס העלפט אונז, וואס דערנענטערט אונז צום אייבערשטן.

#1 - א גוט ווארט קען ראטעווען א מענטש
קאמפלימענטס, מדות טובות, אמת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


געבן גוטע ווערטער איז זייער א גרויסע מצוה; ווען מען געבט יענעם א גוט ווארט - געבט מען יענעם ממש לעבן. אמאל קען א גוט ווארט ראטעווען יענעם, עס זענען דא מענטשן וואס האבן שרעקליכע יסורים, קיינער ווייסט דאס נישט, זיי ווילן נאר אנטלויפן ה' ירחם, און מיט איין גוט ווארט ראטעוועט מען יענעם.


עס איז נישט קיין עסק צו געבן פאלשע גוטע ווערטער, עס האט נישט קיין טעם ווען מען געבט יענעם א קאמפלימענט און דאס איז נישט אמת; מען דארף געבן גוטע ווערטער וואס איז וואר. אז מען וועט גוט אריינקוקן, מען וועט זוכן א גוטע זאך אין יענעם - וועט מען שטענדיג האבן גוטע זאכן וואס זענען אמת מיט וואס יענעם צו מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.