בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - וואס טוט זיך פארדעם און נאכדעם?
חלישות הדעת, קאמפלעקס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די בילדער וכו'.


בנוגע די שיינע ווארעמע מסיבה ביי...; געדענקזשע וואס מוהרנ"ת האט געזאגט ווען ער איז אריבער שמחת תורה ביינאכט די ... קלויז, און געהערט די 'אתה הראת' פון די מתנגדים, און האט שיעור נישט געהאט חלישות הדעת וכו', 'אזעלכע מתנגדים און אזא קנאקעדיגע אתה הראת?!' האט ער זיך אנגערופן: "טאקע א שיינע 'אתה הראת', אבער וואס איז פארן 'אתה הראת' און וואס איז נאכן 'אתה הראת' - דאס ווייסט נאר דער אייבערשטער אליין", און איך זאג דיר אביסל אנדערש, וואס טוט זיך פאר די שיינע מסיבה וואס דו האסט מיר דערציילט וכו' - דאס ווייסטו, און איך, און יעדער - וואס טוט זיך פארדעם און נאכדעם; נישטא קיינער פון די גאנצע פלאץ וואס זאל מעביר סדרה זיין, קיינער עפנט נישט קיין משניות, און אזוי ווייטער, אפגערעדט פון זיך מתבודד זיין, פון זיצן אין א שטילע פלאץ און בענקען צום אייבערשטן און רעדן און שמועסן צום אייבערשטן, און אזוי ווייטער.


איך בין בצער אז דו האסט צער פון מיר, איך קען אבער גארנישט טון פאר דעם ווייל לדעתי איז דאס חכמות (קאמפלעקסן).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - קאמפלעקסן
תפילות אויף אידיש, קאמפלעקס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


בנוגע דיינע קאמפלעקסן וכו' וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, דער וואס פאלט אריין מיט די יצר הרע פון די שלעכטע מחשבות, פון לעבן מיט קאמפלעקסן – איז זייער געפערליך; נאר איין עצה איז דא, גיין יעדן טאג התבודדות, שרייען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און ראטעווען פון די שלעכטע מחשבות.


טייערער ליבער ברודער, הויב אן דיין טאג מיט א שפאציר מיטן אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, הייל מיך אויס, די קאפ דרייט זיך מיר, די קאפ שווינדלט מיר, יעדע זאך טראכט איך 'יא' 'ניין', די מח איז מיר צערודערט, הייל מיך אויס, געב מיר ישוב הדעת, העלף מיר איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל נאר דיר געפעלן, איך זאל נאר דיך דינען, נעם אוועק פון מיר די גאוה, ווייל דאס טראכטן פון מיר אזוי סאך דאס לאזט מיך נישט לעבן, העלף מיר איך זאל נאר טראכטן פון דיר, נאר דיך וועלן, נאר דיך דינען", וכו' וכו'.

#2 - מען דארף דיך האבן אין אפיס
מוסדות, הכרת הטוב, חלישות הדעת, אפיס, קאמפלעקס, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך זיך נישט נאריש, ווארף אוועק די קטנות הדעת; איך זע דער יצר הרע האט סוף כל סוף יא געטראפן א וועג דיר אוועקצונעמען פון די מוסדות, מיט די פאלשע שיטות דיינע 'וואס געב איך שוין צו?' 'וואס טו איך שוין?' אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (סוטה מח:) אויפ'ן פסוק (זכריה ד, י): 'כִּי מִי בַז לְיוֹם קְטַנּוֹת', "מי גרם לצדיקים שיתבזבז שולחנן לעתיד לבא", וואס האט גורם געווען די צדיקים אז זייער טיש זאל זיין צעשטערט אויף יענע וועלט? "קטנות שהיה בהן" די ווייניג אמונה וואס זיי האבן געהאט, אז זיי האבן נישט קיין אמונה אין זיך (עיין שיחות הר"ן, סימן קמ).


איך בעט דיר זייער, קום אין אפיס; מאך זיך נישט קיין נייע אפיס, דיין אפיס זאל בלייבן ביי די ישיבה אפיס, די חדר אפיס. דו ווייסט דאך סוף כל סוף אביסל ווי אזוי איך וויל זאכן זאלן זיך פירן, ווי אזוי מען זאל רעדן צו מענטשן, ווי אזוי זיך צו פירן מיט עלטערן וואס ווילן יא צאלן, וואס וויל נישט צאלן, אדער די וואס ווילן צאלן און האבן נישט וכו' וכו'.


היינט זאגט מיר דער אדמיניסטראטאר אז דו האסט זיך געמאכט א נייעם אפיס; איך וויל דיר נישט איינטיילן וואס צו טון, אין ברסלב זאגט מען נישט פאר א צווייטן וואס צו טון, אבער אלס חבר טוב זאג איך דיר, דיין פלאץ איז אין אפיס, "המתחיל במצוה אומרים לו גמור", ווער עס הויבט אן א מצוה – דארף ענדיגן.


בפרט ווען די איינגעשטעלטע פארמערן זיך; איך טייל יעצט אויס פינקט פופציג ענוועלאפס, חוץ די ארץ ישראל'דיגע סטעף; דארף איך דו זאלסט זיין אין די מוסד, אריינברענגען שכר לימוד און אנווארעמען אנשי שלומינו צו העלפן. איך האב יעצט ב"ה פיינע חובות, צוויי מעלאונעס; איך בין נייגעריג ווען ... וועט מתרגם זיין בלשון הקודש - ווי אזוי ער וועט דאס שרייבן, אפשר שני דלועין.


איך האף דו וועסט מיר ווייטער העלפן; גיי התבודדות, שמועס מיט'ן אייבערשטן און זיי מחזק אלע איינגעשטעלטע זאלן זיין פרייליך.


דו ווייסט דאך וואס גייט אריבער אויף איטליכן, בפרט די וואס ארבעטן אין מוסד; בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו'; מען דארף האבן א גוט ווארט, איינער וואס מען טראסט וכו'; ווי נישט ביסטו דאך מיט מיר אלע יארן.


בלייבזשע מיר געזונט.


 

#1 - אייערע עלטערן האבן נאר נחת פון אייך
שידוכים, מחשבות, נחת, קאמפלעקס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר מאכט קיינעם נישט קיין צער, קלאפט ארויס די מחשבות רעות.


אייערע עלטערן האבן נחת פון אייך, איך האב אייער נעכטן געהאט א שיינע שמועס מיט אייער טאטע, איך האב זייער הנאה געהאט צו רעדן מיט אים, ער האט נאר נחת פון אייך.


איר זענט א טייער קינד, איר וועט שוין באלד טרעפן אייער שידוך.