בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - נישט האבן מיט חברים וואס נעמען דראגס
חברים, התחזקות, אומאן, לימוד התורה, נ נח, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג נישט צו האבן מיט חברים וואס נעמען דראג"ס, ווייל מען קען ווערן אריינגעשלעפט אין דעם; מען הויבט אן א טראפ און דאס ציט אזוי שטארק אז מען קען זיך נישט ארויסזען פון דעם, ביז מען שטארבט השם ישמרינו.


עס זעט דיר אפשר אויס אינטערעסאנט אז איך שרייב דיר בכלל פון אזעלכע זאכן, אבער איך הער פון בחורים און אינגעלייט, זיי דערציילן וואס עס טוט זיך אפ אין די קאנטריס, ווי מענטשן זענען נעבעך אזוי צעבראכן און פארלוירן און מען נעמט דראגס בלי בושה, מען זוכט וואו צו אנטלויפן, מען זוכט ווי מען קען זיך אוועק נעמען די ווייטאג וכו', ווען באמת איז נישטא וואו צו אנטלויפן ווען מען האט חס ושלום א צרה; ווען א מענטש גייט אריבער שוועריקייטן קען ער אנטלויפן נאר צום אייבערשטן, נישטא ערגעץ אנדערש וואו צו גיין, אך און וויי אז מען לויפט צו דראגס, עס ווערט נאר ערגער, ווייל איינמאל מען פאלט אריין אין דראגס - איז זייער ביטער, מען פארלירט דעם מח מחשבה, ביז מען ווערט אויסגעריסן פון די וועלט און פון יענע וועלט.


רעד צו דיינע קינדער זיי זאלן וויסן זיך צו היטן פון דעם. א איד זאגט מיר, יעצט ער האט פארלוירן זיין זון, ער איז נעבעך געשטארבן פון נעמען דראגס. עס האט זיך אנגעהויבן מיט איין מאל נעמען, נאר אויף טועם זיין, עס האט זיך אנגעהויבן בטעות, און נעבעך נעבעך אוועק פון דער וועלט אן גארנישט, אן איבערלאזן דורות.


איך בעט דיר זאלסט נישט גיין צו פארטיס וכדומה וואו מען נעמט דארט דראגס, שטערקערע מענטשן פון דיר זענען געפאלן און האבן זייער לעבן גענדיגט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כג.), די ערליכע אידן פון ירושלים – "לא היו נכנסין בסעודה אלא אם כן יודעין מי מיסב עמהן", זענען נישט געגאנגען צו קיין מסיבות נאר אז זיי האבן געוואוסט ווער עס וועט זיין דארט און מיט וועם זיי וועלן זיצן ביי איין טיש; זאלסטו אויך אזוי טון, נישט גיין צו גרילס, פארטיס וכו' - אן יראת שמים.


עס איז דא א דראג וואס נעמעט אוועק אלע ווייטאג; לערנען תורה. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (עירובין נד.), די תורה איז סם חיים, א דראג וואס געבט לעבן; אנשטאט נעמען בלעטער און גראזן - נעם די בלעטער גמרא, זאג בלעטער גמרא וועסטו ווערן עכט פרייליך, דו וועסט זיך ליב האבן, דו וועסט נישט דארפן זוכן אנדערע זאכן זיך פרייליך צו מאכן.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין צוויי און דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן. אז דיינע עלטערן ווילן נישט זאלסט פארן אויף אומאן - זאלסטו זיך נישט טענה'ן, חס ושלום זיך טענה'ן מיט עלטערן, עלטערן דארף מען מכבד זיין, עלטערן דארף מען האלטן טייער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב), "מען קריגט נישט אויף מיר, נאר מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש, און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש" - זאגט דער רבי, "אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויג נישט - קריג איך אויך"; דאס הייסט אזוי, מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מענטשן מיינען אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, און דערפאר, יעדע טאטע און מאמע וואלטן נישט געוואלט אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון משוגעים, און ליידער אין ברסלב אליין זענען דא מענטשן וואס זיי זענען גורם אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב. דער רבי זאגט אז עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ע); בפרט די נייע אנשיקעניש פון "נא נח" וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן, און מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב, און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט קענען מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק זאל אכטונג געבן נישט צו מאכן קיין שלעכטע נאמען פארן צדיק; נאכדעם מיינען מענטשן אז דאס איז ברסלב, און צוליב דעם איז דא אזויפיל מחלוקת אויף חסידי ברסלב; זאלסטו זיך חס ושלום נישט טענה'ן מיט דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - אז ער דארף גארנישט, קענסטו אים גארנישט צונעמען
אמונה, חסידות ברסלב, מוסר, סיפורי צדיקים, פירושים, נ נח

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת תרומה, ג' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך נאך ענק, איך טראכט פון ענק און איך בין מיט ענק. איך וויל אייך שרייבן שיינע זאכן וואס מיר זעען אין די פרשה, לויט די הקדמות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, תמצית דברי רבינו.


שטייט די וואך אין די פרשה (שמות כו, כח): "וְהַבְּרִיחַ הַתִּיכֹן בְּתוֹךְ הַקְּרָשִׁים מַבְרִחַ מִן הַקָּצֶה אֶל הַקָּצֶה". חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת צח:) אז דאס איז געווען בדרך נס, ווייל א האלץ איז נישט ווייך, עס איז הארט, און א הארטע זאך קען זיך נישט בייגן, דאך איז דאס געגאנגען פון איין זייט - פון צפון - צו מעריב, און צוריק צו דרום; דארפן מיר פארשטיין וואס וויל אונז די תורה ווייזן מיט די נס? וואס האט אויסגעפעלט די זאך? דער אייבערשטער מאכט דאך נישט קיין ניסים פאר אומזיסט, עס וואלט געקענט זיין באזונדערע שטאנגען פאר צפון, מעריב און דרום!


נאר דער הייליגער רבי האט דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסב) עס איז געווען אין די צייטן פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו - א רייכער מענטש, א יחסן, ער האט געשטאמט פון א חשוב'ער משפחה, ער איז געווען א מתנגד אויפ'ן הייליגן מגיד, און דער מגיד האט זייער געבעטן זיינע מענטשן זיי זאלן מקרב זיין דעם איד צו אים. ווען דער איד איז מקורב געווארן איז ער געווארן אן ארעמאן, האט דער מגיד געזאגט: "שֶׁאֵלּוּ שְׁנֵיהֶם אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ בְּמָקוֹם אֶחָד", תּוֹרָה וּגְדֻלָּה גייט נישט אינאיינעם, "הָרוֹצֶה לְהַחְכִּים יַדְרִים, לְהַעֲשִׁיר יַצְפִּין", ווייל ווער עס וויל ווערן קלוג - זאל זיך ציען קיין דרום, און ווער עס וויל זיין רייך זאל גיין קיין צפון - מען קען נישט זיין אויף איינמאל אין איין פלאץ, פירט דער רבי אויס, דאס איז ווען דער מענטש וויל עפעס, ווען דער מענטש איז עפעס, ער איז א מציאות; אזא איינער קען נאר זיין אדער דא אדער דארט, אבער ווען מען איז זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, מען איז גארנישט - דעמאלט קען מען יא האבן ביידע זאכן, סיי חכמה און סיי עשירות, אזוי ווי מיר זעען ביי די גרויסע צדיקים, משה רבינו און רבינו הקדוש - זיי האבן געהאט די גרעסטע מאס חכמה און די גרעסטע עשירות.


דאס קומט אונז די תורה ווייזן מיט דעם נס, אז צפון און דרום זענען טאקע צוויי זייטן, אבער אויב מען איז אין בית המקדש, אין משכן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט - קען אפילו א הארטע האלץ זיך דרייען פון רעכטס צו לינקס און פון לינקס צו רעכטס, עס איז איין זאך, מען קען זיין ביי צפון און ביי דרום אין איין צייט, מען קען האבן סיי דעם שלחן וואס ליגט אויף צפון זייט וואס איז מרמז אויף עשירות, און סיי די מנורה, חכמת התורה - וואס ליגט אויף דרום.


מוהרא"ש האט אונז געזאגט ביי די שיעורים שטענדיג, ווען א מענטש האט עפעס, ער שפירט ווי ער איז עפעס, ער דארף זאכן - דעמאלט קענסטו אים צונעמען, קענסט אים טשעפען, קענסט אים צעברעכן, אבער ווען א מענטש איז ביי זיך בטל צום אייבערשטן; ער איז גארנישט, ער וויל גארנישט, ער דארף גארנישט און האט גארנישט - נעם אים עפעס צו... קענסט אים גארנישט צונעמען, קענסט אים נישט מבטל זיין.


דאס האט מען זוכה געווען צו שפירן אין משכן און אין בית המקדש, מען האט געשפירט אזא ליכטיגקייט, אזא גילוי אלקות; מען האט שוין גארנישט געדארפט.


דאס איז חיזוק פאר שלום בית. מען קען לעבן מיט די ווייב נאר אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, נאר אזוי קען מען זיך בייגן און נישט פארנעמען א פלאץ. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא צט.): "מָקוֹם אָרוֹן אֵינוֹ מִן הַמִּדָּה", עס האט נישט געשטימט; שכל'דיג האט עס נישט קיין פשט, ווי אזוי מען קען זיך אויסקומען; "בְּנֵס הָיוּ עוֹמְדִין".


איך וויל בעטן אלע תלמידי היכל הקודש, אז דו גייסט אין א געשעפט און דו זעסט אז ער פארקויפט די קאפל וואס מאכט חוזק פון הייליגן רבי'ן, עס האט די אותיות פון הייליגן רבינ'ס נאמען - זאלסטו אים שיינערהייט זאגן אז דאס איז א געשפעט פון א צדיק. זאג אים אז דאס פארשעמט דעם צדיק און דאס פארשעמט אונז ברסלב'ער חסידים, מיר ליידן זייער פון דעם. אז ער וועט נישט פארשטיין וואס דו רעדסט - זאלסטו אים שיינערהייט פרעגן: "ווי אזוי וואלט זיך עס געשפירט ווען דו זעסט אין די געשעפטן א קאפל מיט דיין רבי'ס נאמען אין א חוזק וועג, אויסגעלייגט די אותיות?" בעט אים שיינערהייט ער זאל דאס נישט פארקויפן.


די גאנצע זאך פון "נ נח" - איז אויסגעזויגן פון די פינגער, מוהרא"ש האט שוין אזויפיל געשריבן און גערעדט פון די צרה. עס איז געווען א איד אין טברי' רבי ישראל בער אודעסער זכרונו לברכה, א ברסלב'ער חסיד, מען האט אים דארט זייער געפייניגט און גע'רודפ'ט. ווען מען ליינט וואס ער איז אריבער - כאפט א פחד; מען האט פארגאסן זיין בלוט, ביז ער איז ממש אריינגעפאלן אין אן עצבות ומרה שחורה. דארט אין טברי' האט געוואוינט א איד רבי יואל אשכנזי זכרונו לברכה, א פרייליכער איד, ער האט נישט געקענט צוזען ווי מען רודפ'ט דעם רבי ישראל בער; 'ווייל ער איז א ברסלב'ער דארף מען אים רודפ'ן? ווייל ער האלט אנדערש פון דיין חסידות - קומט אים דאס?!' האט ער געמאכט א שפיצל אים פרייליך צו מאכן, ער האט אריינגעלייגט אין זיין לקוטי מוהר"ן א צעטל אויפגעשריבן דערויף: 'פתקא מן השמים' מיט די ווערטער 'נ נח', און פון דעם איז געווארן די גאנצע משוגעת, ער האט אים געוואלט פרייליך מאכן, ער זאל מיינען אז ער האט באקומען א צעטל פון רבי'ן וכו' און נעבעך דער רבי ישראל בער האט געמיינט אז דער רבי האט אים אריינגעלייגט א צעטל וכו', און פון דעם ליידן מיר עד היום הזה.


וויי און ביטער איז אז מען איז מבזה א צדיק, די אלע זענען מרחק מענטשן פון ברסלב, זיי זענען גורם די אלע מחלוקות אויף ברסלב, (פארשטייט זיך דאס זאלט איר טון שיינערהייט, נישט מאכן קיין מחלוקות; בעטן שיינערהייט, נאר אזוי פועל'ט מען).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.

#1 - דער גרויסער עונש פון פארשעמען דעם הייליגן רבי'ן מיט די "נ נח" משוגעת
מוסדות, חסידות ברסלב, ירושלים, נ נח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו וואלסט געוויסט ווי שטארק איך פריי זיך יעדעס מאל דו שרייבסט מיר עפעס גרוסן פון שול - וואלסטו מיר זיכער מער געשריבן; איך בין זיך אזוי מחי' צו הערן שיינע גרוסן פון שול, און ווי דעם רבינ'ס זאך קומט צוביסלעך אריין אין ירושלים.


ליידער האט מען אלע יארן זייער פארשעמט דעם רבינ'ס נאמען, אנגעהויבן מיט די אויסגעטראכטע נארישע פארשעמטע דמיון פון "נ נח"; מוהרא"ש פלעגט דערציילן דעם סיפור ווי אזוי דער דמיון האט זיך אנגעהויבן. א פרייליכער איד אין טברי' רבי יואל אשכנזי זכרונו לברכה, ער האט נישט געקענט סובל זיין דאס וואס מען האט גע'רודפ'ט דעם ברסלב'ער חסיד ר' ישראל בער אודעסער זכרונו לברכה, מען האט אים זייער דערביטערט זיינע יארן, האט ער געשריבן די צעטעלע און דאס אריינגעשטעלט אין זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, און פון דעם איז געווארן דער גאנצער דמיון; א בושה און חרפה וואס מען מאכט פון הייליגן רבינ'ס נאמען.


לעצטנס איז געווען א נייע צרה, מען האט געמאכט א גרויסע דאלי, א גרויסע בער אויפגעשריבן די אותיות "נ נח", מען טאנצט מיט דעם ביי חתונות און ביי אנדערע צאמקומען, דאס איז א שרעקליכע בזיון אויפ'ן רבינ'ס נאמען. מוהרא"ש זאגט (שאלות ותשובות ברסלב, חלק מא, סימן ה' שנ): "אֲנִי בָּטוּחַ שֶׁמִּי שֶׁיַּחְזִיק בֻּבָּה כָּזוֹ הוּא יִנָּזֵק בְּלִי שׁוּם סָפֵק וּסְפֵק סְפֵיקָא", איך בין זיכער אן קיין שום ספק, ווער עס וועט האלטן דעם דאלי - וועט געשעדיגט ווערן, ווייל דער אייבערשטער איז זייער מקפיד אויב מען פארשעמט א צדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תולדות, סימן יב. אויפ'ן פסוק מלכים א יג, ד): "וַיְהִי כִשְׁמֹעַ הַמֶּלֶךְ אֶת דְּבַר אִישׁ הָאֱלֹקִים אֲשֶׁר קָרָא עַל הַמִּזְבֵּחַ בְּבֵית אֵל וַיִּשְׁלַח יָרָבְעָם אֶת יָדוֹ מֵעַל הַמִּזְבֵּחַ לֵאמֹר תִּפְשֻׂהוּ וַתִּיבַשׁ יָדוֹ אֲשֶׁר שָׁלַח עָלָיו וְלֹא יָכֹל לַהֲשִׁיבָהּ אֵלָיו" - כְּשֶׁהָיָה עוֹמֵד וּמַקְטִיר לָעַכּוּ"ם לֹא יָבְשָׁה יָדוֹ, וְכֵיוָן שֶׁפָּשַׁט אוֹתָהּ כְּנֶגֶד הַנָּבִיא יָבְשָׁה, ווילאנג ער איז געשטאנען אויפ'ן מזבח און מקטיר געווען קרבנות פאר עבודה זרה האט גארנישט פאסירט מיט זיין האנט, און גלייך ווי ער האט געוואלט טשעפען דעם צדיק, דעם נביא - איז זיין האנט געווארן פארלאזירט, "מִכָּאן אַתָּה לָמֵד שֶׁחַס הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל כְּבוֹד אוֹתוֹ צַדִּיק יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", פון דא זעען מיר אז דער אייבערשטער איז מער מקפיד אויף די כבוד פון צדיקים.


מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מען מיינט דאס איז א פלאץ פון מטורפים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. איך האב געהאט די זכי' צו משמש זיין מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכותו יגן עלינו. איך פלעג גיין מיט אים קיין מירון פאר דרייסיג יאר צוריק, מיר פלעגן ארויף גיין דעם בארג, דעמאלט פלעגן טאנצן אינדרויסן מענטשן מיט קאפלעך אויפגעשריבן "נ נח", פלעגט מיר מיין זיידע זאגן: "דאס זענען נישט קיין ברסלב'ער, די זענען בעלי תשובה וואס מען האט זיי אריינגערעדט דעם דמיון פון 'נ נח'; איך האב געקענט ברסלב'ער חסידים"; ער פלעגט מיר דערציילן פון ברסלב'ער חסידים עובדי השם, אויך האט ער מיר געוויזן אין די מערה ברסלב'ער חסידים, ווי זיי זענען געזיצן דארט גאנצע נעכט, געזאגט תיקון חצות מיט השתפכות הנפש; דעמאלט איז מיר אריין א רייץ צו ברסלב'ער חסידים, איך האב זיי אלץ נאכגעקוקט.


איך פריי זיך צו הערן גוטע גרוסן פונעם בית המדרש אין ירושלים, אויך יעצט האבן מיר שוין דעם חדר. זאג פאר ... נרו יאיר און פאר ... נרו יאיר אז איך האב אזוי געעפנט די מוסדות אין אמעריקע. איך בין געווען א חוזק אין היכל הקודש אליינס, אלע האבן געלאכט! פרעג נישט וואס איז געווען; היינט דאנקען מיר דעם אייבערשטן אז מיר האבן אזא חינוך פאר אונזערע קינדער, די אלע קינדער האבן שוין חתונה געהאט - אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיז) - מיט א ריין העמד וד"ל.