בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר צו פארשפרייטן די הייליגע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.
עוסק זיין אין "הפצה" איז העכער פון אלצדינג. היינטיגע צייטן איז גרינגער אין א געוויסע זין דער ענין פון הפצה, ווייל מען דארף זיך נישט ארומשלעפן אין די היץ און אין די קעלט, מען קען זיצן אין שטוב מיט א ווארעמע טרונק – ווינטער, און זומער מיט א קאלטע טרונק און פארשפרייטן חיזוק פאר די גאנצע וועלט - מיט דעם וואס דו טוסט מיט די "האט ליין" פון קול ברסלב, וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן – בעיקר בחורים, מיידלעך, יונגעלייט און יונגע ווייבלעך רופן אריין טאג טעגליך, און דאס געבט זיי לעבן, עצות, חיזוק און הדרכה ווי אזוי צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן.
אזוי אויך מיט די וועבסייט – וואס די ביסט דארט מפרסם די שאלות ותשובות בריוון און די חיזוק יומי דרשות, וכו', וכו', פאר טויזנטער מענטשן, און אויף אלע אנדערע וועגן.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער עוסק צו זיין אין די הייליגע ארבעט; מען טאר נישט אונטערברעכן פון שוועריקייטן, די שוועריקייטן וואס דער ס"מ ברעגנט אלץ מיט א פרישקייט כדי דער מענטש זאל אונטערברעכן און אויפגעבן.
גלייב מיר, אויף מיר גייט אויך איבער שווערע ביטערע נסיונות וכו', וכו', - וואס טו איך? איך דערמאן זיך פון מוהרא"ש, איך דערמאן זיך פון דעם עצה – התבודדות, איך וויין זיך אויס צום אייבערשטן. דאס איז וואס געבט מיר כח אנצוגיין אין מיין לעבן.
זאלסטו דאס אויך טון, דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער חבר – וועסטו האבן כח אין לעבן, און קיין שום זאך וועט דיר נישט קענען צעברעכן.
וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר האבן אזא גרויסע רבי מיט אזעלכע גרויסע תלמידים וואס געבן אונז פשוט לעבן.
אויב דו קענסט ענדיגן מגיה זיין "אשר בנחל חלק ב'" און ענדיגן די מפתחות; ווייל איך וויל דאס דרוקן. נדרי לה' אשלם, איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל דאס דרוקן און דרוקן און פארשפרייטן פאר אלעמען, ווייל איך בין מקורב געווארן דורך דעם ספר "אשר בנחל חלק כ"ז". איך האב געלערנט דעם ספר נאכאמאל און נאכאמאל, דאס האט מיר געטוישט מיין לעבן. דערפאר וועל איך דאס פארשפרייטן אז נאך מענטשן זאלן זוכה זיין צו א זיס לעבן.
חבריך וידידיך.
...