בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - ערב שבת דארף מען זיך היטן פון כעס
חינוך הילדים, הפצה, מעביר סדרה, ערב שבת, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קענען מיר צוריק טון פאר רבי נתן פארן ראטעווען אונזער לעבן? רבי נתן האט אונז צוואה געלאזט: "איך זאג אייך אן, אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, עס זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'".


די וואך דאווענט מען מנחה און קבלת שבת אביסל פריער, אז מען זאל קענען אויספאסטן ווען עס ווערט נאכט. זאלסטו זיך צוגרייטן, גיין אין מקוה אין צייט, און זיין ביים ליכט צינדן אין צייט, און זיך אכטונג געבן פון כעס. יעדע וואך ערב שבת דארף מען זיך היטן פון כעס, ספעציעל די וואך ווען מען פאסט איז מען מער אין א סכנה פון זיך בייזערן, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיין פרייליך און רואיג.


פאריגע וואך פרייטאג ווען איך בין אהיים געקומען פון מקוה און איך בין געווען אין די מצב רוח פון אלעס זאל קלאפן מיט די קינדער וכו', ווייסט וואס איך מיין, און מיין ווייב זאגט מיר זי האט יעצט געשיקט עסן פאר א משפחה וואס די מאמע איז אין שטוב אבער זי איז זייער קראנק, די דאקטוירים זאגן אז זי האט נאך געציילטע טעג צו לעבן; האב איך זיך געגעבן א כאפ אויף פון מיין מצב רוח אז אלעס דארף קלאפן וכו', און געזאגט: "שכוח אייבערשטער אז אין דעם שטוב איז די מאמע געזונט"; אוודאי האב איך געבעטן פאר די פרוי, אבער די מצב רוח האט זיך גלייך געטוישט; גארנישט האט שוין נישט געדארפט קלאפן, די ליפן האבן אנגעהויבן - אנשטאט זאגן יעדע רגע פאר א צווייטע קינד: "טו דאס", "טו יענץ" – האבן זיי אנגעהויבן זאגן: "שכוח אייבערשטער, שכוח אייבערשטער, שכוח אייבערשטער".


מאך א מצב אין שטוב פון די סיום ספר בראשית, און אז דיינע זין האבן געענדיגט חומש בראשית זאלסטו מיט זיי טאנצן. אלעס ווענדט זיך אין די מצב וואס מען מאכט, אז מען רימט אויס די קינדער מיט לערנען און דאווענען - וועלן זיי נאך מער לערנען און דאווענען, און אז די גאנצע שמועס דרייט זיך נאכאמאל וועגן די נייע הויז, און די נייע קאר, און יענעמ'ס הויז און יענעמ'ס קאר, און ווי קען מען מאכן נאך אפאר דאלער, און ווי קען מען אינוועסטירן אין א זיכערע סטאקס? וועלן די קינדער גיין אין די וועג, און האלטן די מסורה פון קויפן הייזער, קארס, סטאקס.


א פרייליכן שבת.

#4 - אום שבת, יום טוב, און ביי שמחות, ווערט צעשפילט די נערווען
חנוכה, מוסדות, ארץ ישראל, נערווען, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז די הייליגע טאג זאת חנוכה. עס שטייט פון צדיקים אז מען קען פועלן זאת חנוכה ישועות, זאלסטו זיך היטן פון קנאת המלאכים; היט זיך פון כעס און פון מחלוקת, ווייל יעדע מאל עס קומען די הייליגע טעג ווערט א פחד, די מלאכים זענען מקנא דעם מענטש און זיי זוכן אים אראפ צו ווארפן אין מחלוקת, אין כעס, פאר שטותים והבלים. וועסט גוט קוקן, יעדע שבת און יום טוב, און אויך ביי שמחות - ווערט דער מענטש צעשפילט מיט נערווען וכו' וכו', מען הויבט אן שרייען אויף די ווייב און קינדער, מען הויבט אן מיט פארשעמען השם ישמרינו; זאלסטו זיך אכטונג געבן נישט צו ווערן בכעס. היינט נאכט ביים צינדן די הייליגע מנורה זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, עס זאל דיר גארנישט אנגיין, עס זאל דיר גארנישט אינטערעסירן, נאר איין זאך - שמחה.


קומענדיגע וואך, פרייטאג פרשת ויחי, עשרה בטבת - געפאלט אויס די יארצייט פון אונזער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו. ליל שישי וועלן מיר מאכן די יארצייט סעודה אין מאנסי, אינאיינעם מיט א דינער פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל, מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש. איך לאדן דיך פערזענליך, איך וויל דו זאלסט קוקן אויף די מוסדות ווי דיינע אייגענע מוסדות, ווייל ביי מיר איז דאס אזוי חשוב און אזוי וויכטיג; מיר זאלן האבן ריינע ערליכע מוסדות על טהרת הקודש, געבויט אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#3 - ווען עס געפאלט עשרה בטבת אום ערב שבת
שבת קודש, גבאי, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די יאר געפאלט די פאסט טאג עשרה בטבת אום ערב שבת, רעכנט מען אויס צו דאווענען פריער אז מען זאל ענדיגן פריער כדי די מתפללים זאלן אנקומען אהיים און זינגען זמירות, און ביים זמן פון אויספאסטן גלייך קידוש מאכן.


מען דאווענט מנחה ערב שבת אזוי ווי אלע וואכן, מען ליינט די קריאה פון ויחל אזוי ווי דער רמ"א פסק'נט, אויך זאגט מען די הפטורה און עננו. אבער אבינו מלכנו און תחנון זאגט מען נישט (משנה ברורה סימן תק"נ, סעיף קטן יא).


עס איז כדאי צו מודיע זיין פאר די מתפללים אז מען וועט דאווענען פריער ווי געווענליך אז מען זאל קענען אויספאסטן ביים זמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - העלפן דרוקן די ספרים און אויך גיין פארשפרייטן די ספרים
הפצה, מוהרנ"ת ז"ל, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך פרייטאג, עשרה בטבת - געפאלט די יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק לברכה; די שיעור ליל שישי וועט אם ירצה ה' זיין אין מאנסי שול, אינאיינעם מיט א סעודה.


ווען מיר דערמאנען זיך פון רבי נתן דארפן מיר זיך מחדש זיין אין העלפן פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן פאר די וועלט. רבי נתן האט געזאגט, מען דארף זיין שטארק בגוף, בטרחא ובממון; יעדער איינער לויט זיין יכולת.


מוהרא"ש פלעגט אלע יארן אונז מחזק זיין ביי די יארצייט פון רבי נתן מיר זאלן עוסק זיין אין העלפן דרוקן די ספרים, און אויך אז יעדער זאל האבן א חלק אין גיין פארשפרייטן די ספרים; וויל איך דיך אויך דערמאנען יעצט ביי די יארצייט פון רבי נתן אז זאלסט העלפן דרוקן די ספרים און אויך גיין פארשפרייטן די ספרים. 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - די וועלט איז דער גיהנום אליינס
צרות, התחזקות, הפצה, עבודת השם, לימוד התורה, מנהגים, תעניתים, דאווענען, מוהרנ"ת ז"ל, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדער איינער מוטשעט זיך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) עס איז נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים, אויך די גרויסע עשירים זענען פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, "קְצַר יָמִים", דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג, "וּשְׂבַע רֹגֶז", און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו", דאס גאנצע לעבן, "כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


וואויל איז דעם מענטש וואס לערנט יעדן טאג און גייט אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, דאס וועט בלייבן; "נאר דאס איז יא און מען קען עס באקומען". היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה, ער פלעגט זאגן: "די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא און מען קען איר קריגן". די וועלט איז נישט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', "כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם", דא איז דער גיהנום אליינס, "כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", ווייל יעדער איז פול מיט יסורים.


היינט נאכט וועלן מיר זיך צאמקומען דאנקען דעם אייבערשטן אויף רבי נתן, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט רעדן פון רבי נתן אזוי גרויס און אזוי הויך. מוהרא"ש האט געזאגט: "דער חידוש איז רבי נתן"; דער רבי, דאס איז א זאך וואס מיר ווייסן נישט און פארשטייען נישט, למעלה מהשגתינו, רבי נתן איז דער חידוש, און נאר דורך אים ווייסן מיר פון רבי'ן און מיר האבן אונזער גוטע לעבן.


דער עיקר דארפן מיר צוהערן די לעצטע ווערטער וואס רבי נתן האט אונז געזאגט איידער זיין הסתלקות: "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט, (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, רבי נתן האט מרמז געווען אויף זיך אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר) און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי עס איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'".


מארגן פאסטן מיר, פרויען פאסטן נישט עשרה בטבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.