בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - נישט פארגעסן ליכט צינדען
שבת ליכט, יום טוב, ליכט צינדן, שיר השירים, נישט פארגעסן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


דיין ווייב האט געשריבן אז דעם יום טוב האט פאסירט צוויי מאל וואס זי האט נישט געצינדן ליכט; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אכטונג געבן דאס זאל מער נישט פאסירן ביי ענק, דאס איז א גרויסע אחריות, און דער מאן דארף זען אז דאס זאל נישט פאסירן, און ווען עס קומט שבת שחל ביום טוב, מען ווערט איבער געשטרענגט – דארף מען נאכמער אכטונג געבן מען זאל חס ושלום נישט פארשלאפן און מען זאל האבן לעכט און פייער וכו'.


לדעתי דארפן ענק מוסיף זיין נאך א לעכט פאר יעדע מאל וואס מען האט נישט געצינדן אלס א קנס, און נעמט זיך פאר אז דאס זאל מער קיינמאל נישט פאסירן, און ווען עס קומט יום טוב – דארף מען אנגרייטן פייער, א לעכט וואס ברענט צוויי טעג אז מען זאל האבן פייער דעם צווייטן טאג יום טוב.


זיי זיך מקבל אנצוגרייטן יעדן ערב שבת די שבת טיש, די ווייסע טישטוך מיט די לעכט, ברען אפ די לעכט, און ביים אנגרייטן די לעכט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר דיינע דורות, זיי זאלן אלע וואקסן ערליכע אידן.


אויך זאלסטו זאגן ערב שבת אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט ליכט – שיר השירים; זאג עס בקול ובניגון.

#3 - א קורצע קליינע קאפיטל ברענגט אויסטערלישע ניסים
שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, שיר השירים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט מיר געפרעגט וואס איר קענט זיך מקבל זיין אז אייער מאן נרו יאיר זאל זיין געזונט און שטארק.


זייט זיך מקבל צו זאגן יעדן טאג "מזמור לתודה... כי טוב ה' לעולם חסדו", ווייל דער אייבערשטער איז גוט, אויף אייביג איז זיין חסד; דאס דאנקען דעם אייבערשטן וועט ברענגען נאך ישועות און רפואות.


עס איז דא נאך סגולות, צו זאגן יעדן אינדערפרי שיר השירים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן פט): "על ידי שיר השירים נמתקים הדין", דורך זאגן שיר השירים וועט זיס אלע שלעכטס. אויך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן רמג): "כל הרפואות שבעולם", אלע רפואות פון די וועלט, "כולם כלולים בשיר השירים", אלעס ליגט אין שיר השירים; אז איר האט צייט – מה טוב ומה נעים, אבער א אידישע מאמע, א פארנומענע מאמע מיט פיצליך קינדער – קען ניצן די סגולה פון זאגן מזמור לתודה, א קורצע קליינע קאפיטל פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; דאס וועט ענק ברענגען אויסטערלישע און וואונדערליכע ניסים, ישועות ורפואות.


ווארפט ארויס פון שטוב די עצבות ומרה שחורה; אין א אידישע שטוב טאר נישט זיין די זאכן, אין א אידישע שטוב דארף זיין נאר שמחה, זינגען, טאנצן, פאטשן און זיך פרייען מיטן אייבערשטן.


איך בעט פאר ענק, ביידע פון ענק, איר און אייער מאן נרו יאיר זאלן זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש.



 

#2 - נישט חרטה האבן אויף גוטע זאכן וואס מען האט געטון
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה, עבודת השם, שערן די האר, שיר השירים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס, איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך ממש מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס התחזקות; איך פריי זיך צו הערן אז אייער לעבן האט זיך אייך אזוי פארגרינגערט, אלעס איז אזוי שיין און גוט, איר לעבט מיט'ן אייבערשטן.


בנוגע וואס איר שרייבט אז איר האט גענומען אסאך חיזוק פון רבי'ן זיך אפצושערן די האר; וואויל איז אייך, וואויל איז אייער חלק, איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב איר זענט ביים אייבערשטן. דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב.


זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן: "נאך א מסירת נפש טאר מען נישט חרטה האבן"; יעצט ווען איר האט געטון די מסירת נפש זאלט איר נישט טראכטן: 'וואס האב איך געטון? אפשר בין איך נישט קיין ערליכע פרוי, אפשר מאך איך נישט צופרידן מיין מאן'; טרייבט ארויס די מחשבות, יעצט זאלט איר זיך גרויסן און הייבן, זאגט: 'איך בין א גלייכע גוטע, נישט קיין קרומע פרומע'.


אז מען שערט זיך אפ איז מען נישט קרום פרום, אז מען איז פארנומען מיט א צווייטנ'ס רוחניות - דעמאלט איז מען א קרומע פרומע, אבער אז מען טוט זיך אן איידל - איז מען א גלייכע גוטע, אז מען שערט זיך אפ אזוי ווי די הייליגע צדיקים האבן אונז געזאגט - איז מען נישט קיין קרומע פרומע.


בנוגע וואס איר שרייבט אז זייט קאראנע פעלט ביי אייער מאן די כח וכו'; דער רבי האט גוטע סגולות. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תס): "מי שאין לו גבורת אנשים שיאמר שיר השירים משלי וקהלת", דורך זאגן שיר השירים, משלי און קהלת - באקומט מען כח; דאס איז א וואונדערליכע סגולה.


בכלל איז גוט צו וויסן וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמג): "כָּל הָרְפוּאוֹת שֶׁבָּעוֹלָם כֻּלָּם כְּלוּלִים בְּ'שִׁיר הַשִּׁירִים'", אלע רפואות פון די וועלט ליגן אין שיר השירים; וואויל איז דעם וואס פאלגט די עצות בתמימות ופשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1 - אז דו שפירסט נישט גוט, קענסטו זיך מער אויסבעטן ביים אייבערשטן
תפילה והתבודדות, סגולות, רפואה, שיר השירים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו שפירסט זיך שוין בעסער, איך בעט פאר דיר דו זאלסט האבן א רפואה שלימה בקרוב בתוך שאר חולי ישראל.


זיי נישט קיין בטלן; יעצט ווען דו ביסט אזוי נאנט צום אייבערשטן, נוץ אויס די צייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יב:): "שכינה למעלה מראשותיו של חולה", דער באשעפער רוט ביים קאפ פונעם חולה; יעצט ווען דו גייסט אריבער וכו', געפונט זיך דער אייבערשטער מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר; בעט אים, רעד צו אים, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט אים - וועסטו זען גרויסע ישועות.


אויב דו האסט כח זאלסטו זאגן יעדן טאג שיר השירים. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רמג): "כָּל הָרְפוּאוֹת שֶׁבָּעוֹלָם כֻּלָּם כְּלוּלִים בְּשִׁיר הַשִּׁירִים"; אז דו האסט נאר אביסל כח - קענסטו דאס איינטיילן און זאגן אביסל יעדן טאג.


איך ווארט און האף צו הערן די גוטע בשורה אז דו ביסט צוריק געזונט און שטארק - אזוי ווי אמאל.