בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - אז מען דריידט זיך מיט גוטע חברים, ווערט מען אן ערליכער איד
חברים, סגולות, מלוה מלכה

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעם זיך גוטע חברים, ערליכע מענטשן. שלמה המלך זאגט (משלי יג, כ): "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם", אז מען גייט צום חכם ווערט מען א חכם, "וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ", און אז מען דריידט זיך מיט נארישע מענטשן - ווערט מען א נאר; זוך דיר אויף גוטע חברים, תלמידי היכל הקודש; ווייל אז מען דריידט זיך מיט גוטע חברים - ווערט מען אן ערליכער איד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט משלי, רמז תתקנ) א מענטש גייט אריין אין א געשעפט פון גוטע בשמים (פערפיום), אפילו ער קויפט נישט קיין בשמים - קלעבט זיך אן אין אים א גוטע גערוך, עס גייט אריין אין זיינע קליידער א גוטע שמעק.


וואש זיך יעדע מוצאי שבת צו סעודת מלוה מלכה מיט דיין ווייב. מוהרא"ש זאגט, סעודת מלוה מלכה איז מסוגל פאר א גרינגע לידה. אויך איז מלוה מלכה א סגולה מכניע צו זיין די סטרא אחרא.


א גוטע וואך.

#1 - סגולות געהאלפן צו ווערן מיט קינדער
קינדער, סגולות, סיפורי מעשיות, מלוה מלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברוקלין.


נעם זיך אונטער צו עסן - דו און דיין ווייב - יעדע וואך סעודת מלוה דמלכה; דאס איז א סגולה פאר קינדער.


ביי די סעודה זאלט איר לערנען צוזאמען א שיעור אין דעם רבינ'ס מעשיות - סיפורי מעשיות; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן כה): "איך זאג אנדערש פון די וועלט, די וועלט זאגט אז מען ווערט נישט טראגעדיג דורך מעשיות, אבער איך זאג אז די מעשיות איז א סגולה פאר קינדער"; זאלסטו זיך יעדע וואך אוועק זעצן מיט דיין ווייב תחי', מאך א סעודת מלוה מלכה, זינג זמירות און נאכדעם זאלט איר צוזאמען לערנען סיפורי מעשיות כסדרן - וועט איר זוכה זיין צו זרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.