בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - לוינט זיך צו ווערן א זינגער אויף שמחות?
תודה והודאה, פרנסה, בארד און פאות, יראת שמים, זינגער

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האסט מיר געפרעגט, היות דער אייבערשטער האט דיר געבענטשט מיט א שיינעם קול, דו זינגסט שיין; אויב דו זאלסט ווערן א זינגער און דאס זאל זיין דיין פרנסה.


דאס איז א שווערע שאלה; פון איין זייט איז א גרויסע סכנה היינטיגע טעג צו זיין א זינגער, געב א קוק, רוב רובם פון די זינגערס - פארלירן זייער יראת שמים, זיי שניידן די בארד און פיאות און ווערן אראפגעשלעפט, זיי פארלירן זייער אידישע חן, פניהם משתנות ככרום, כיון שנצרך אדם לבריות, מען שטייט אויפן בימה, מען וויל געפעלן פאר יעדן איינעם, השם ירחם, מען פארלירט אלעס. פון די אנדערע זייט איז יא דא א מיעוט וואס האלטן זיך שטארק, זיי בלייבן מיט זייער צלם אלקים, זיי רירן נישט אן די בארד און פיאות.


מיין באבע עליה השלום פלעגט בעטן דעם אייבערשטן אז אירע זין זאלן נישט קענען זינגען, אזוי שטארק האט זי מורא געהאט זיי זאלן נישט פארלירן זייער יראת שמים.


לאז זיך אפ פון דעם, בלייב מיט דיין יראת שמים, קענסט זינגען ביי אונזערע מסיבות וכדומה, אבער גיין צו פריוואטע פארטיס - איז נישט כדאי.


שטיי אויף אינדערפרי זינג שירות ותשבחות צום אייבערשטן, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט און נאך אביסל האסטו קינדער, דאנק און לויב מיט די קאפיטלעך תהילים - וועסטו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - די ערליכע זאלן זיין די ארויפגעקוקטע
מוסדות, ישיבה, הדרכות, מוזיק, זינגער, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קדושים, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן פון איינע פון די עלטערן פון די בחורים אין ישיבה אז ער האט געזען אויף זיין בחור'ס טעלעפאן צווישן די ניגונים עקלדיגע ניגונים פון ניבול פה, זינגערס וואס זינגען אויף העברעאיש ניבול פה. ער האט געפרעגט זיין בחור היתכן, זאגט אים דער בחור אז אלע פעסטע בחורים אין ישיבה האבן דאס. ער האט געגעבן צו פארשטיין זיין זון אז דאס איז ניבול פה, זיין זון האט ניטאמאל געוויסט. ברוך ה' אז די בחורים זענען ערליך, זיי פארשטייען נישט קיין העברעאיש.


וואס באדערט מיר יא, ער דערציילט מיר אז זיין זון זאגט אים: "איך וויל נישט זיין פון די נעבעכס אין ישיבה, איך וויל זיין פון די פעסטע בחורים אין ישיבה"; דאס באדערט מיר, און דו אלס מנהל וויל איך דיר בעטן זאלסט מאכן די מצב רוח אין ישיבה זאל זיין אז ערליך איז וואויל, ערליך איז חשוב, נישט יראי חטא ימאסו, די ערליכע זענען די נעבעכדיגע, נאר פארקערט די ערליכע זענען צו וואס מיר שטרעבן צוצוקומען, און אויך ווער עס איז נאכנישט אזוי - איז אויך גוט.


איך נעם אריין אין ישיבה, אין בית פיגא און אין די קהילה - ווער עס וויל קומען, אבער דער ראש ישיבה זעט אז די ארויפגעקוקטע זענען די ערליכע. אזוי אויך אין בית פיגא - זאג איך אלץ פאר די מנהלת – "מיר קענען ארייננעמען קינדער וואס דארפן חיזוק, אבער די לופט דארף זיין אז איידל איז שיין, באשיידן איז חשוב וכו'"; איך האף דו וועסט מיר העלפן מיט דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - עטליכע הדרכות און שאלות אין צניעות
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צניעות, שלום בית, רפואה, משפחה, טעלעפאן, זינגער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב אייער מאמע זאגט מען זאל צוריק גיין צום דאקטער - איז נישט געפערליך צוריק צו גיין, ווייל פון פאלגן א מאמע - באקומט מען נאר ברכות פון אריכות ימים ושנים.


בנוגע וכו'; אין שטוב קענט איר זיך אויספוצן, בפרט נאך די חתונה, פאר'ן מאן - איז דאס א גרויסע מצוה.


בנוגע ארומנעמען, האלזן - א ברודער; עס שטייט קלאר אין רמב"ם (ספר המצוות, לא תעשה שנג; פרק כא מהלכות איסורי ביאה, הלכה ו) אז עס איז אן עקלדיגע זאך און מען זאל דאס נישט טון.


בנוגע זינגען; נוצט אייער טאלאנט צו זינגען פאר סקולס, זינגט ניגוני אמונה, ניגוני צניעות, וכדומה.


בנוגע שמועסן מיט בחורים, פעטערס; טוט דאס נישט.


בנוגע טעקסט און ווידיאו; אויב מען נוצט עס נאר מיט חבר'טעס וואס זענען איידל - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


בנוגע א שפיצל, שייטל; איר דארפט נישט רעדן פון דעם מיט אייער זיידע, האט נישט מורא, ער וועט קומען צו אייערע שמחות.


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן מיט תפילה און התבודדות; בעטס דעם אייבערשטן, שמועסט מיט אים; דער אייבערשטער האט אייך ליב און ווארט איר זאלט קומען צו אים, שמועסן מיט אים.


 

#1 - א זינגער מיט בארד און פיאות
בארד און פאות, זינגער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו מאכסט א קידוש השם; דו ביסט א זינגער, דו זינגסט מיט נאך זינגערס, אבער דו ביסט אנדערש, דו זינגסט מיט בארד און פאות. ליידער וועסטו זען אינגעלייט וואס פאררופן זיך "חסידי'ש" (איי, וואס חסידי'ש? ווען חסידי'ש? אן א בארד חסידי'ש?) - קראצן, פליקן און שניידן זיך די בארד, זיי וויל זיך אהערשטעלן ווי דער גוי טמא.


איך שרייב דיר די פאר שורות, איך וויל דיר שטארקן זאלסט בלייבן שטאלץ מיט דיין בארד און פאות, אנדערע זאכן אז דו ווילסט - קענסטו מאכן; אזא בריל, אזא שאל, אזא סוועטער וכו', אלע סארט וכו', אבער מיט די בארד און פאות זאלסטו זיין שטאלץ.