בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - דורך שמירת עיניים האט מען שפע
סמארטפאון, פרנסה, שמירת עינים, סאשעל מידיא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


איך האב אזא תענוג און פרייד מיט די גוטע נייעס אז דו האסט פארמאכט דיין סאושל מידיע, סטעטוס וכו'.


יעצט ווען דו האסט מקיים געווען דעם (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, מיט א שׁין [יְשַׁבֵּרוּ] - האסט צעבראכן די גלוסט פון קוקן מיט די אויגן - וועט מקוים ווערן די סוף פונעם פסוק: "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", וועסט האבן שפע, פרנסה - אין צייט.


די ווארט האב איך געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, דורך שמירת עיניים האט מען שפע, פרנסה - בעתו.


זיי שטארק מיט דעם, עס גייט אריבער די יונגע יארן און דו וועסט האבן א שיינע ערליכע שטוב; ווייל עס איז אינו דומה א שטוב וואו דער טאטע האט א סמארטפאון און לעבט מיט דעם טאג און נאכט, ווי א טאטע וואס פאלגט די רבנים און האט נישט צוטון מיט די זאכן.

#2 - אזוי שיין ווען א אידישע פרוי פירט די הויז ווי עס דארף צו זיין
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן, טעקסט, סאשעל מידיא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


אייער מאן נרו יאיר איז זייער צופרידן פון אייך, ער זאגט אז עס איז אים אזוי גוט; איר מאכט די שטוב ווירטשאפט, איר קאכט נאכטמאל; ער איז אזוי פרייליך זייט איר האט אנגעהויבן פירן די שטוב אזוי ווי מען דארף.


איך וויל אייך מחזק זיין נישט צו האבן קיין טעלעפאן מיט סאושעל מידיע, איר קענט האבן א טעלעפאן צו רעדן. טעקסט מעסעדזש איז שוין אויך צופיל; טעקסט מעסעדזש קענט איר האבן זיך צו שרייבן מיט אייער מאן, אבער מער פון דעם - איז שוין אויך איבריג. ווערט רעדט נאך אז מען זיצט טאג און נאכט אויף דעם, מען שרייבט אין די נאכט אריין, מיט גרופ'ס - איז דאס נישט גוט.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער לעבן, פאר אייערע קינדער; ווייל ווי מער מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - ווערט מען נענטער צו אים, און מען קען שוין דא שפירן טעם גן עדן.

#1 - האסט מיר דערפרייט אז דו האסט פארמאכט דיין "סטעטוס"
תפילה והתבודדות, סמארטפאון, ישיבה, סאשעל מידיא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו ווייסט נישט ווי שטארק דו האסט מיר דערפרייט דעם שבת נאכמיטאג ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו האסט פארמאכט דיין סטעטו"ס, דו האסט געכאפט א גוטע קיצל פונעם בריוו פאריגע וואך (מכתב יומי - יום ג' פרשת במדבר, כה אייר) ווי איך פרעג דיר: 'אויב דו דארפסט טאקע האבן דיין טעלעפאן, וויל איך וויסן אויב דו דארפסט אויך טאקע קוקן סטעטו"ס, איך בין זייער נייגעריג צו הערן אויב דו דארפסט עס טאקע'; האסט מיר ממש מחי' געווען, איך האב באקומען פרישע כוחות.


וועסט זיך אודאי וואונדערן: 'וואס גייט גייט אן דעם ראש ישיבה וואס איך טו? וואס באדערט דעם ראש ישיבה אז איך קוק סטעטו"ס?' וואס זאל איך דיר זאגן, דו וועסט דאס סיי ווי נישט פארשטיין; איך האב געלערנט מיט דיר אין ישיבה אסאך יארן, איך האב אזויפיל אוועק געגעבן אז דו זאלסט זיין אן ערליכער איד. דו וועסט קיינמאל נישט וויסן וויפיל מסירות נפש ליגט אונטער די אלע יארן וואס דו לערנסט אין ישיבה; אלעס טו איך נאר ווייל איך וויל דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, דו זאלסט האבן א גוט לעבן. און ווען איך זע ווי אינגעלייט ווערן צוגעקלעבט צום טעלעפאן און ווי מען קילט זיך אפ פון יראת שמים איז דאס זייער שווער פאר מיר, אבער ווען איך הער אזא גוטע נייעס אז דו האסט פארמאכט דיין טעלעפאן פון נארישקייטן - געבט דאס מיר כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט די הייליגע ארבעט.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות; גיי שפאצירן אביסל יעדן טאג, שמועס זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן. דו וואוינסט אין שטעטל, אזא ריינע פלאץ, אזא געשמאקע פלאץ; נוץ אויס די פעלדער און וועלדער פאר תפילה והתבודדות, וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד און אויפציען ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.