בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - מיין נישט אז א צווייטער פארט אויף אומאן אן מניעות
הכרת הטוב, מחלוקת, אומאן, ראש השנה, ישיבה, מניעות, ביקור חולים, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך אריינגעפארן אין שטאט צו א חתונה פון א תלמיד הישיבה, החתן ישראל מנחם נרו יאיר. צו דער חתונה האב איך זייער געוואלט גיין, ווייל דער חתן איז פון די ערשטע מנין תלמידים פון אונזער ישיבה, דער בחור האט יארן געמאכט און געטון אלעס פאר די ישיבה, ער האט מיר זייער געהאלפן. אויך פלעגט ער אכטונג געבן אויף מיר אין די צייט פון די מחלוקות, ווען איך האב געדארפט האבן שמירה ביים גיין אין גאס. ער האט מיטגעהאלטן די פראטעסטן וואס מען האט געמאכט אינדערפרי ביי מיין שטוב, ער האט דעמאלט גענומען מיינע קינדער אינדערפרי אין חדר, כדי מיין ווייב זאל נישט דארפן אראפגיין אין גאס און ווערן פארשעמט פון די הפגנות; ביי דער חתונה האב איך געוואלט זיין, אלס הכרת הטוב.


אויך בין איך געווען באזוכן מיינע טייערע עלטערן שיחיו, אויך בין איך געווען אין שפיטאל מבקר חולה זיין א אינגערמאן וואס מוטשעט זיך זייער נעבעך מיט די ביטערע מחלה השם ישמרינו. ווען מען גייט אין שפיטאל, דארט הויבט מען אן כאפן די חסד פונעם אייבערשטן אז מען איז געזונט, מען קען גיין, קומען, מען איז נישט באהאפטן צו מאשינען; מען דארף שוין גארנישט, מען וויל נאר זיין געזונט.


אומאן ראש השנה... עס הויבט אן קאכן, מען הויבט אן בענקען, מען קומט שוין נענטער און נענטער... בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו קענען די יאר זיין ביים קיבוץ הקדוש און זוכה זיין צו די תיקונים וואס דער הייליגער רבי איז מתקן יעדן איינעם.


אוודאי איז דא מניעות, יעדער איינער האט זיינע מניעות, מיין נישט אז א צווייטער פארט אויף אומאן אן מניעות; איינער האט מניעות פון עלטערן א צווייטער פון די ווייב, איינער פון געלט און א צוויטער פון זיך אליינס; אזוי גייט דאס, אזוי איז ווען מען טוט הייליגע זאכן - מען גייט אריבער שווערע ביטערע מניעות; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור אין שטעטל אין היכל ראזענבערג. קומענדיגע וואך ליל שישי וועט נישט זיין קיין שיעור, קומענדיגע ליל שישי איז שבעה עשר בתמוז א פאסט טאג, מען הויבט אן די דריי וואכן; זאלסטו קומען די וואך צום שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - לאז שוין אפ די מחלוקת, קנאה און שנאה, הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן
שמחה, תודה והודאה, שלום בית, מחלוקת, שבת קודש, קנאה, שלום, ביקור חולים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי אזוי מען איז מקבל שבת - אזוי וועט מען מקבל זיין די נשמה ווען מען וועט נפטר ווערן; אז מען איז מקבל שבת מיט שמחה, מיט ליבשאפט - וועט מען אויפנעמען די נשמה אויך מיט שמחה און ליבשאפט, סיי דער מאן און סיי די ווייב. און חס ושלום אז מען איז בעצבות און מרה שחורה - איז וויי און ביטער בזה ובבא. אזוי זאגט דער הייליגער זוהר (תיקוני זוהר, דף כג): "מָאן דִּמְקַבְּלִין אוּשְׁפִּיזִין", ווער עס נעמט אויף די געסט, "דְּאִינוּן נִשְׁמָתִין יְתֵרִין", דאס מיינט מען די נשמה יתירה, "דְּאִינוּן מַרְכִּיבִין עֲלַיְיהוּ בְּעֶרֶב שַׁבָּת", וואס קומט צום מענטש יעדן ערב שבת - "בְּאַנְפִּין צְהוּבִין", מיט א ליכטיגע פנים, "בְּחֶדְוָה", מיט פרייד, "בְּעִנּוּגָא", מיט א פארגעניגן - "בְּהַאי עָלְמָא", אויף די וועלט. "כַּד נִשְׁמָתָא וְרוּחָא וְנַפְשָׁא נָפִיק מִן גּוּפֵיהּ מֵהַאי עָלְמָא", ווען עס וועט קומען די צייט וואס זיין נשמה וועט ארויפגיין פון די וועלט - "הָכִי מְקַבְּלִין לוֹן בְּעָלְמָא דְאָתֵי", אזוי וועט מען איר מקבל זיין אויף יענע וועלט, "וְאִתְּמַר בְּהוֹן", אויף דעם שטייט אין פסוק (תהלים פד, ד) "גַּם צִפּוֹר מָצְאָה בַיִת וכו'".


על כן זאלסטו זיך אנגרייטן גענוג פרי, גיי אין מקוה אין צייט, זיי גרייט אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט אן די שבת ליכט. העלף ארויס אז עס זאל זיין רואיג אין שטוב, און עס זאל חס ושלום נישט זיין קיין כעס און קיין מחלוקות.


נעכטן נאכט נאכן שיעור בין איך געווען מבקר חולה זיין א אינגערמאן. ווען איך בין געזיצן דארט האב איך געטראכט נאר פון דיר, דו ביסט אזא רחמנות, דו הערסט נישט אויף קרעכצן, דו פירסט חשבונות מיט דעם און מיט יענעם; וואלסטו געזען וואס פאסירט מיט א מענטש, וואלסטו געזען וואס איך האב נעכטן געזען... א אינגערמאן געזונט און שטארק, יונגער פון דיר, וואס פירט א ביזנעס, ער איז מצליח מער פון דיר און פון איין טאג אויפ'ן צווייטן קען ער זיך נישט רירן, ער ליגט איינגעפאלן, א פחד דאס צו זען, די דאקטורים שרעקן אים אן מיט דאס ערגסטע, איך האב נאר געוואלט זיך אויפשטעלן און דיר אנרופן זאלסט אריבערקומען זען וואס גייט פאר. איך זאג דיר נאכאמאל: "איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, דו כאפסט נישט וואס דאס לעבן איז; לאז שוין אפ די מחלוקות, לאז שוין אפ די קנאה שנאה, הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און נעם אויף דעם גאסט - דעם שבת קודש - מיט שמחה".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן שבת.


 

#2 - חיזוק פאר קראנקע אידן אין שפיטעלער
תפילה והתבודדות, סקול, הפצה, רפואה, זיכוי הרבים, תהלים, ביקור חולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון אייך אז איר זאגט תהילים און אז איר האט יעצט געענדיגט די איין און פערציגסטע מאל ספר תהילים. איר פירט זיך אויף אזוי שיין און גוט, אזוי ווי איר האט זיך געפירט אין אונזער שולע אין אמעריקע. איר זענט א ביישפיל פון א בית פיגא תלמידה; אלע זעען וואס איז דאס בית פיגא.


וואויל איז אייך אז איר גייט אין שפיטעלער טיילן עסן פאר קראנקע מענטשן און איר רעדט מיט זיי דיבורי אמונה; דאס איז די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן, אז מען רעדט צו זיינע קינדער, מען וועקט זיי אויף, מען ברענגט זיי צוריק. די אלע זענען נעבעך נישט שולדיג, מען האט גענומען זייערע זיידעס און באבעס און אויסגע'שמד'ט. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט, זייט די וועלט שטייט - איז נישט געווען אזא מאסן שמד, אויס צו שמד'ן מיליאנען אידן, זיי זאלן נישט וויסן פון "שמע ישראל", זיי זאלן נישט וויסן פון "אנכי ה' אלוקיך"; איז דאך נישטא קיין גרעסערע מצוה פון צוריקברענגען אידישע קינדער צו די אמונה.


אויך זאלט איר זיך יעדן טאג מתבודד זיין, רעדט צום אייבערשטן אויף אייער שפראך; איך האף אז אייער שפראך איז נאך אידיש. זוכט אייך א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, גייט דארט און רעדט זיך אויס אייער הארץ, שמועסט מיט'ן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א נאנטער פריינט - וועט איר שפירן א זיסקייט אין לעבן, עס וועט אייך זיין גוט.


שרייבט מיר נאך וועט איר מיך מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - די הערליכע שבת התוועדות סיום סדר מועד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קדושה, אמונה, שלום בית, התחזקות, הפצה, רפואה, יבנאל, חסידות ברסלב, וויכוחים, סיום, שבת קודש, תשובה, משניות, אומאן, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, שבת התוועדות, ישיבה, מנוולים, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, דאווענען, בר מצוה, מנין, פורים, מלחמה, ברית, ביקור חולים, מוהל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד דו ביסט נישט געקומען צום שבת התוועדות – שבת סיום סדר מועד. עס איז געווען א הערליכע שבת, מן הסתם וועסטו נאך הערן שיינע זאכן פונעם שבת פון די חברים. איך וועל דיר שרייבן אביסל וואס מיר האבן גערעדט.


צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין ר' יונה שליט"א, נאך מנחה האב איך גערעדט אפאר ווערטער, מען האט געזינגען א שטייטע ניגון און מיר האבן גערעדט פון שבת זכור. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תצא, סימן ט) אויפ'ן פסוק (דברים כה, יח): "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ", עמלק האט גענומען זנבות, "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה" (עיין לקוטי הלכות שבת הלכה ה', אות ט), עמלק רעדט אונז איין מיר זאלן זיין צעבראכן, מען זאל נישט האלטן פון זיך; ער מאכט דאס גאר פאר א מצוה און אזוי הרג'עט ער דעם מענטש, ווייל מען טראכט: 'איך בין סיי ווי גארנישט, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין סיי ווי א גוי, וואס דארף איך גיין דאווענען? ווער דארף מיין לערנען? מיינע מצוות?' מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, יעדער איד דארף וויסן ביי זיך 'איך בין חשוב און טייער ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיר'; דאס מעקן מיר אויס די וואך שבת זכור, געענדיגט מיט די קטנות הדעת, 'איך בין א גארנישט, איך בין גארנישט ווערד'; געענדיגט מיט די סארט מחשבות, 'איך בין יא, איך בין ווערד!'


מיר האבן נישט לאנג גערעדט, גלייך נאכדעם איז מאטי ראזענפעלד צוגעגאנגען צו קבלת שבת, ער דאווענט זייער שיין.


נאכן דאווענען בין איך געגאנגען זינגען זמירות שבת מיט די קינדער. עס איז געווען זייער א גרויסע עולם האט מען געמאכט אז די קינדער זאלן עסן באזונדער כדי עס זאל זיין פלאץ, די געטרייע מלמדים האבן אריינגעלייגט א גאנץ שבת אזויפיל יראת שמים אין די קינדער, איך האב געזינגען זמירות מיט זיי. נאכדעם האבן מיר געגעסן אינאיינעם די סעודה, א גרופע בחורים און אינגעלייט האבן דורכאויס די גאנצע סעודה געזינגען זייער שיינע ניגונים.


פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה זענען מיר זיך צאמגעקומען זינגען זמירות אין שול, נאכדעם האבן מיר זיך מחזק געווען מיט'ן רבינ'ס התחזקות. מיר האבן גערעדט נאך א בחינה אויף וואס די הייליגע חכמים זאגן "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה", אז מען זאל נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר. דער רבי שרייבט א בריוו פאר זיין איידעם: "שרייב מיר וויפיל בלאט גמרא דו לערנסט און וויפיל בלאט פוסק, מאך נישט פון טפל עיקר פון פון עיקר טפל, אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; עמלק נעמט זאכן וואס זענען נישט וויכטיג, בבחינת זנב, וזורקן כלפי מעלה, און מאכט דאס וויכטיג – פון דעם רעדט מען, דאס פארלאנגט מען, אויף דעם איז מען מחנך; אנשטאט מען זאל מחנך זיין קינדער, בחורים און מיידלעך - מיט אמונה, רעדן טאג און נאכט פונעם אייבערשטן, פון לערנען די הייליגע תורה, פון וויכטיגע זאכן - דריידט ער אויס דעם קאפ אויף אראפ און די וויידל אויף ארויף.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, ביי מיר איז אמונה א גרויסע זאך, אמונה אזוי ווי פשוטי עם און פרויען וואס גלייבן בתמימות ובפשיטות; דאס איז ביים רבי'ן די גרעסטע זאך. ווי אזוי איז מען זוכה צו אמונה? דורך רעדן צום אייבערשטן, אז מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען רעדט צו אים כידבר איש אל רעהו: "רבונו של עולם, העלף מיר מיט וואס איך מוטשע זיך, העלף מיר, איך קען מער נישט"; דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף די אמונה, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן.


נאך די באטע איז געווען א שיינע שמועס מיט אנשי שלומינו, מען האט געשמועסט פון הפצה. קודם האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן נאר צו נעמען א מוהל מומחה. פאריגע וואך האט פאסירט אז א טאטע האט געוואלט אליינס מאכן די חיתוך און ער האט אריינגעשניטן רחמנא לצלן, די רעגירונג האט אים אוועק גענומען זיינע קינדער.


איך געדענק איך האב געפרעגט מוהרא"ש, דער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל, סימן א): "צָרִיךְ לַחֲזֹר אַחַר מוֹהֵל צַדִּיק וִירֵא שָׁמַיִם", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק, א ירא שמים, "כִּי כְּשֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב", ווייל אז דער מוהל איז נישט גוט, "יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא יִהְיֶה מוֹלִיד, חַס וְשָׁלוֹם", קען חס ושלום פאסירן אז דער קינד וועט נישט האבן קיין קינדער, "גַּם עַל יְדֵי שֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, עַל יְדֵי זֶה בָּא הַתִּינוֹק, חַס וְשָׁלוֹם, לִידֵי חֳלִי נוֹפֵל", אויך קען א נישט גוטער מוהל מאכן אז דער קינד זאל האבן די חולי נופל, סיזשערס רחמנא לצלן; האב איך געפרעגט מוהרא"ש ווער איז א מוהל א צדיק? און מוהרא"ש האט מיר געענטפערט: "וואס א גרעסערער מומחה – אים דארף מען נעמען". בשעת'ן דאס דערציילן רופט זיך אן א איד, איינער פון די געסט: "אבער וואס איז טאקע די פשט וואס דער רבי זאגט?" איך קוק אים אן, איך וויל פארשטיין וואס ער פארשטייט נישט, איך זאג אים איבער נאכאמאל דאס וואס מוהרא"ש זאגט מיר און יענער פרעגט נאכאמאל: "איך פארשטיי וואס מוהרא"ש זאגט, אבער וואס איז טאקע פשט אין רבינ'ס ווערטער?" איך זאג אים נאכאמאל, און יענער פרעגט נאכאמאל, דער עולם האט אנגעהויבן שמייכלען, יענער האט זיך פארשעמט, ער זאגט: "איך מיין צו פרעגן ערנסט, איך מאך נישט חוזק", האב איך אים געגעבן צו פארשטיין, עס שטייט אין די תורה, אויב איינער טוט אן עבירה, ער איז עובר אויף א לאו - (דברים כה, ג): "אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ", זאל מען אים געבן פערציג מלקות, זאגן די הייליגע חכמים (מכות כב:) מען געבט נישט פערציג מלקות נאר ניין און דרייסיג; דאס הייסט, מיר קענען נישט לערנען די תורה אן די פארשטאנד פון די הייליגע חכמים, מיר זעען עס שטייט פערציג און די חכמים זאגן עס איז ניין און דרייסיג, אזוי אויך, מיר זעען שטיין אין די תורה (דברים ו, ח): "וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ", מען זאל לייגן תפילין צווישן די אויגן, זאגן די חכמים (עירובין צה:) עס מיינט נישט צווישן די אויגן - נאר אויפ'ן קאפ; אזוי זאג איך אים, איך פארשטיי נישט לקוטי מוהר"ן און די אנדערע ספרים פון רבי'ן, נאר מיט מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש איז מיר מסביר – דאס פארשטיי איך. אז מוהרא"ש זאגט א מוהל צדיק וירא שמים מיינט א מוהל מומחה – פארשטיי איך אז דאס איז דער פשט; פארשטייט זיך מען נעמט א מוהל אן ערליכער איד, אבער נישט איינער וואס קען נישט די מלאכה.


מיר זענען אריין אין א שמועס מיט די מפיצים, יעדער האט דערציילט זיינע שיינע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים און קונטרסים. מיטוואך נאכט האט דער גבאי פונעם בית המדרש ..., א גאס אוועק פון ישיבה אפגעווארט יענקל, ער האט אים צוגענומען זיין הוט פאר'ן ברענגען גליונות דארט, יענקל מפיץ האט זיך מיט אים געאמפערט צוויי שעה. מיר האט זייער געבאדערט פארוואס ער האט זיך בכלל צוטון געמאכט פון אים; איך האב אסאך היטן דא אין ישיבה, במשך די יארן זאמלען זיך אן היטן, איך וועל אריבערשיקן בחורים צום גבאי מיט די היטן, אים פרעגן אויב ער וויל נאך היטן, ווייל די גליונות גייט מען ווייטער מפיץ זיין.


שבת אינדערפרי האב איך געלערנט זוהר פרשת פקודי, די היכלות, ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה וואס טוט זיך אין הימל; עס איז גאר אנדערש דאס לערנען דעם הייליגן זוהר מיט די הקדמות פון רבי'ן, מען שפירט אזא ליכטיגקייט, מען ווערט אזוי געשטארקט.


געווענליך לערנען מיר שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען א שיעור אין ספר פעולת הצדיק, אבער די וואך האב איך נישט פארגעלערנט, איך האב געדארפט געבן צו עסן פאר מיינע קינדער, העלפן מיין ווייב תחי'.


פסוקי דזמרא האט פארגעדאווענט ר' עזרא בוים, שחרית האב איך געדאווענט. עס איז געווען א שבת שבע ברכות ביי א טאכטער פון אהרן וועבערמאן מיט החתן אברהם צוויבל. אויך איז געווען א קידוש, ביי רפאל פורסט איז געבוירן געווארן א צווילינג, א אינגל מיט א מיידל, ער האט געמאכט די ברית מיט די קידוש דעם שבת. ויקרא שמה בישראל פיגא, נאכן רבינ'ס מאמע. מוסף האט געדאווענט מאטי היימליך. נאכן דאווענען איז געווען די ברית, דער מוהל וועם אנשי שלומינו נוצן שטענדיג, ר' אהרן הלוי ווייס – איז געקומען צו פארן אויף שבת, ויקרא שמו בישראל נחמן נתן. גלייך נאכן ברית איז געווען א קידוש.


מיר האבן גערעדט פונעם מעשה פון זבוב ועכביש (ספורי מעשיות, מעשה ז), די נסיעה פון הייליגן רבי'ן, דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. אויך פון שלום בית, אז מען זאל שיין רעדן צו די ווייב. מוהרא"ש האט מיר געזאגט איין יאר אין אומאן ראש השנה: "יעדעס מאל דו רעדסט זאלסטו רעדן פון דריי זאכן, תורה, תפילה, שלום בית און שידוכים", איך פרוביר צו פאלגן און רעדן פון די זאכן.


מען האט גערעדט פונעם נאמען פונעם רך הנימול "נחמן נתן", ער זאל זוכה זיין צו דאס ווארט וואס דער רבי האט געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק ב', סימן לב): "נחמן נתן לאכט פון די וועלט", ער זאל זיך גוט אויסלאכן בזה העולם; אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פשט אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כב.) אליהו הנביא האט געוויזן פאר רב ברוקא "הני תרי בדחני", דאס מיינט מען אן ערליכער איד וואס ער האט 'תרי בדחני' צוויי סארט לאכן; מענטשן לאכן פון אים, מען שפעט פון אים אבער ער פארלירט זיך נישט, ער גייט ווייטער אן מיט זיין עבודת השם, און ער לאכט פון די וועלט, ער לאכט זיך גוט אויס פון אלעמען, דאס איז די תרי בדחני, דער איז א בן עולם הבא (הובא בספר בעל שם טוב על התורה פרשת במדבר, אות ב); דאס האט דער רבי געזאגט: "נחמן נתן לאכט פון די וועלט".


עס זענען געווען אסאך געסט; סיי פרישע מקורבים, אויך פונעם חתנ'ס משפחה און נאך, אלע האבן אויסגעהערט, אלע האבן געזאגט אז זיי ווילן האבן מיט'ן רבי'ן, די דיבורים האט זיי אויפגעוועקט.


די שבת בייטאג סעודה איז געווען אינאיינעם מיט'ן סעודת ברית און שבע ברכות, ביי די סעודה האב איך נישט גערעדט.


ביי די סעודה איז צו מיר געקומען א אינגערמאן פרעגן וואס צו טון, זיין ווייב האט פריער גע'חלש'ט אין צימער און זי איז שוואך, איך האב אים געזאגט צו וועם ער זאל רעדן, איך האב גערופן דיין חבר מאטי היימליך, ער איז אן הצלה מאן, אז ער זאל גיין קוקן אויב אלעס איז פיין. איך האב ספעציעל אים גערופן ווייל ער זוכט נישט משוגע צו מאכן מענטשן, שטופן צו גיין אין שפיטאל. וויפיל מען איז מרוויח פון הצלה - ליידט מען פון זיי אזעלכע שוועריקייטן; רוב מאל מאכן זיי משוגע פאר גארנישט און פאר נישט, זיי זאגן גיי אין שפיטאל; מען וועט דיר צונעמען די גאנצע שבת. וכך הוה, זי איז געזונט און שטארק, נאר אביסל איבערגעשטרענגט וכו'.


נאך די סעודה בין איך גאגאנגען מבקר חולה זיין ר' משה ארי' נרו יאיר, ער איז געליגן מיט א רויז אין בעט. ער זאגט מיר: "נאך א מזל איך האב דעם דרך הלימוד, אזוי ווער איך נישט צעדרייט פון ליגן אין בעט", א צווייטער וואלט משוגע געווארן פון ליגן אזוי לאנג. מיר איז געווען אינטערעסאנט צו זען א ברסלב'ער חסיד ווי ער ליגט אין בעט מיט ספרים ארום זיך; א משניות, א תהלים וכו'.


נאכמיטאג בין איך געגאנגען זאגן תהלים מיט די קינדער. מיר האט געברענט צו האבן אפאר מינוט באזונדער מיט די קינדער, עס זענען געווען דארט נאר די מלמדים מיט די קינדער. איך האב אויסגענוצט די צייט צו רעדן צו זיי פון קדושת הברית, עס זענען געווען אסאך פרעמדע קינדער פון אנדערע מוסדות וואס מען רעדט נישט דארט פון קדושה.


געדענקסט אוודאי דיינע קינדער יארן, איך בין געווען דיין ערשטער מלמד ביי די דרייצן יאר וואס איך האב דיר אויסגעלערנט צו זיין הייליג. איך געדענק ווען דו ביסט געקומען וויינען צו מיר און מיר געזאגט, וואס זאל איך טון, איך האב בכלל נישט געוויסט אז מען טאר נישט אנרירן וכו', איך האב דיר דעמאלט אנטפלעקט די זאך פון התבודדות, איך האב דיר געזאגט זאלסט דאס זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין נישט שולדיג, איך בין א קינד פון דרייצן יאר, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס איז אן עבירה".


איך האב געווארט א גאנץ שבת צו קענען רעדן צו די קינדער פון קדושה, איך וויל נישט האבן בלוט אויף מיינע הענט. יעצט איז ארויסגעקומען א שרעקליכע מעשה, א בחור האט מטמא געווען איבער זיבעציג קינדער פאר צוויי גאנצע יאר. איך וויל נישט זאגן די נאמען פונעם מוסד וואו דאס האט פאסירט, א פחד, א שרעק! טייערע קינדער זענען געפייניגט געווארן מיט מעשה תועבה, קיינער האט נישט דערציילט, מען האט מורא געהאט וכו'. וואלטן די מלמדים גערעדט – וואלט דאס נישט געקענט פאסירן, עס וואלט גלייך ארויסגעקומען, קינדער אז מען זאגט זיי אן, מען מאכט זיי באקוועם צו קומען דערציילן – קומען זיי דערציילן.


איך האב פון קיינעם נישט מורא, נאר פונעם אייבערשטן. מענטשן האלטן מיך פאר: "היתכן, אזוי רעדסטו? אזא ברייטקייט?" געלויבט דעם אייבערשטן איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אברהם משה נרו יאיר האט מיר דערציילט, ווען די ישיבה האט זיך געעפנט האט מען אים אריינגעשלעפט צו מוהרא"ש; איינער פון די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן עפענען די ישיבה האט געהאט טענות אויף מיינע דיבורים, מען האט אים איבערגערעדט ער זאל גיין צוזאמען מיט זיי רעדן אויף מיר. אברהם משה נרו יאיר איז מיר זייער געטריי אלע יארן, פונעם ערשטן טאג איז ער געשטאנען מיט מיר, למעשה איז ער מיטגעגאנגען, יענער האט נאכגעזאגט שטיקלעך פון דרשות און געווארט אז מוהרא"ש זאל רעאגירן, מוהרא"ש רופט זיך אן: "זעסט נישט אז ער רעדט גוט? פון דעם וואס מען קריגט אויף אים, דאס איז א סימן אז ער רעדט גוט"; שפעטער ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "רעד מער, רעד נאך".


בשעת'ן רעדן צו די קינדער האב איך גלייך געזען אז עס זענען געווען קינדער וואס דארפן רחמי שמים, זיי האבן אנגעהויבן לאכן. איך האב געדריידט דעם שמועס אויף אן אופן עס זאל יא אין זיי אריינגיין.


נאך מנחה האבן מיר געהאט זייער אן התעוררות'דיגע שלש סעודות. מיר האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום באשעפער, אים בעטן: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", פון זיך טענה'ען מיט'ן אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) דוד המלך האט פארשטאנען אז אויבן אין הימל איז מער חשוב די געבעט פונעם ארעמאן ווי פון קעניגן און נביאים, האט ער זיך אויסגעטון די בגדי מלכות, ער האט זיך אנגעטון קליידער ווי אן ארעמאן און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים קב, א): "תְּפִלָּה לְעָנִי כִי יַעֲטֹף", וואס איז טייטש כי יעטוף? ער האלט צוריק, דער ארעמאן ווען ער רעדט צום אייבערשטן שטעלט ער אלעס אפ, דער אייבערשטער קערט זיך צום ארעמאן און לאזט אלעס אפ.


אלע פרעגן: "מיט וואס טוט זיך דער אייבערשטער באשעפטיגן?" און מען ענטפערט זיי: "דער אייבערשטער טוט זיך באשעפטיגן מיט זיינס א זאך, מיט די תפילות און טענות פון די צעבראכענע הערצער, תפילות פון ארעמעלייט", די בית דין של מעלה קומען אריין, זיי זאגן: "פארוואס דארף דער אייבערשטער זיי אויסהערן? מיר וועלן מאכן א משפט", אבער דער אייבערשטער זאגט זיי: "איך וויל אזוי, איך וויל זיין אליינס מיט זיי".


דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין ה, אות מג), מה דאך ווען אן ארעמאן בגשמיות קומט זיך אויס'טענה'ען צום באשעפער ווערט אזא רעש און א טומל אין הימל, איז דאך זיכער ווען א איד קומט צום באשעפער, ער וויינט: "רבונו של עולם, איך בין אן אמת'ער ארעמאן, איך בין אזוי ווייט פון דיר! רבונו של עולם, איך ליג אין א טיפע בלאטע, איך זינדיג, איך טו עבירות; העלף מיר באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אן ערליכער איד" - איז דאך זיכער אז עס ווערט א מורא'דיג טומל אויבן אין הימל, דער אייבערשטער אליינס נעמט די תפילות און איז אים מוחל.


דאס זעען מיר אין פרשת ויקרא (ב, א): "וְנֶפֶשׁ כִּי תַקְרִיב", זאגט רש"י, ביי אנדערע קרבנות געפונען מיר נישט עס זאל שטיין "'וְנֶפֶשׁ' כִּי תַקְרִיב", נאר דא ביים קרבן עני, ווייל דער אייבערשטער זאגט: "מַעֲלֶה אֲנִי עָלָיו כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ"; דאס איז אויך ביי אן ארעמאן בדעת, אן ארעמאן אין רוחניות; ער קומט צום באשעפער מיט זיינע קליינע עבודות, ער זאגט: "רבונו של עולם, איך האב ביטערע שווערע נסיונות, דאך וויל איך זיין גוט", דאס איז חשוב ביים אייבערשטן – כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ.


דער יצר הרע פארגינט אבער נישט, ער זאגט דעם מענטש: 'קיינער דארף דיך נישט, דו שטינקסט, דו מאכסט צער פאר'ן באשעפער, דיין דאווענען שטינקט, דיינע מצוות שטינקען' – דארף מען געדענקען 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, ער האט ליב אפילו עס שטינקט. די תורה זאגט (שם, יז): "וְשִׁסַּע אֹתוֹ בִכְנָפָיו, וְהִקְטִיר אֹתוֹ הַכֹּהֵן הַמִּזְבֵּחָה", מען זאל פארברענען דעם קרבן עני מיט די פעדערן; ווער עס האט שוין אמאל געשפירט די שרעקליכע גערוך פון פארברענטע פעדערן, פארברענטע האר – ווייסט אז דער גערוך איז נישט אויסצוהאלטן, ווי קען זיין מען זאל מקטיר זיין דעם קרבן עני, דעם עוף מיט די פעדערן? זאגן די הייליגע חכמים (ויקרא רבה ג, ה; הובא ברש"י): "כְּדֵי שֶׁיְהֵא הַמִּזְבֵּחַ שָׂבֵעַ וּמְהֻדָּר בְּקָרְבָּנוֹ שֶׁל עָנִי", אז דער מזבח זאל ווערן באשיינט און זאט פונעם קרבן עני; דא זעט מען אז אפילו א מענטש וואס איז א ריכטיגער עני, אן עני בדעת, קומט צום באשעפער מיט א קרבן, ער לייגט תפילין, ער דאווענט, ער לערנט, אפילו די מחשבות פייניגן אים, מען טראכט 'איך שטינק דאך, איך בין דאך אן עקלדיגער מענטש' – דארף מען געדענקען אז ביים אייבערשטן איז דאס נישט קיין שטינק, ביים אייבערשטן ביסטו שיין.


נאך מעריב האבן מיר געמאכט קידוש לבנה, נאכדעם האבן מיר געמאכט הבדלה. דער עולם איז דערנאך ארויס אין לעבעדיגע טענץ, מען האט אסאך געזינגען ניגונים פון אומאן ראש השנה, אלע האבן געמאכט פון די ניגונים תפילות צום אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן דעם קומענדיגן יאר ראש השנה שנת תשפ"ג אין אומאן. יעצט איז נישט שייך צו פארן, די גרעניצן זענען פארשלאסן, עס ברענט א מלחמה צווישן אוקריינא און רוסלאנד.


נאכדעם האב איך אויפגענומען מענטשן, דאס איז פון די עבודות קשות; אויסהערן פראבלעמען און קענען מדריך זיין מיט די עצות און שכל פון רבי'ן.


צו מלוה מלכה זענען געקומען אסאך געסט וואס זענען נישט געווען שבת. דער דיין ר' יונה שליט"א האט גערעדט, ער האט נאכגעזאגט פון דעם הייליגן צדיק רבי מענדעלע מרימנאוו זכותו יגן עלינו (הובא בספר ילקוט מנחם, הפטרת וירא), עס שטייט (מלכים-ב ד, כג): "מַדּוּעַ אַתְּ הֹלֶכֶת אֵלָיו הַיּוֹם", דער מאן פון שונמית האט איר געפרעגט, פארוואס גייסטו צום צדיק, צו אלישע הנביא? "לֹא חֹדֶשׁ וְלֹא שַׁבָּת", היינט איז נישט ראש חודש און נישט שבת, "וַתֹּאמֶר שָׁלוֹם", האט זי געענטפערט: "שָׁלוֹם", וואס האט זי געמיינט צו זאגן מיט דעם "שָׁלוֹם"? נאר די גרעסטע סכנה, די גרעסטע צרה איז ווען א מענטש מאכט שלום מיט זיין מצב, ער זוכט שוין נישט א וועג ארויס פון זיינע תאוות רעות; דאס האט זי געזאגט, דו פרעגסט מיר פארוואס איך פאר צו מיין רבי? וואס איז היינט די יום טוב? "שלום!" איך ציטער וואס גייט זיין מיט מיר.


נאכדעם האב איך איבערגע'חזר'ט די שמועס וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן יט) אז ווער עס ליגט אין טומאה און ער זוכט א וועג ארויסצוגיין - איז דאס נאר דורך לימוד התורה, אויב וועט א מענטש זיין שטארק צו לערנען יעדן טאג כך וכך משניות, כך וכך גמרא – וועט ער ארויסגיין פון די טומאה, פון די זוהמה. אנדערע עצות איז נישטא, א שאד צו גיין צו טערעפיסטן וואס קענען זיך אליינס נישט העלפן, ווי קענען זיי מיר העלפן?! נאר די עצה פונעם רבי'ן, לערנען שיעורים כסדרן – דאס העלפט.


מענטשן לאכן: 'קוק די ברסלב'ער, זיי מאכן א סיום אויף זאגן', מען שפעט פון ברסלב, 'מען נעמט ארויס אן האטעל פאר זאגן גמרא, פאר דאווענען גמרא...'; איך טענה נישט מיט קיינעם, אבער דיר זאג איך, פרעג יענעם: "וואס האסטו געטון די גאנצע ווינטער, האסט געעפנט א ספר?" (נישט דו זאלסט גיין פרעגן מענטשן, טענה זיך אויך נישט; דאס איז נאר א וועג פון ארויסברענגען די זאך, מען זאגט 'פרעג יענעם'), פרעג אים: "וואס טוסטו שבת? וואס טוסטו פרייטאג? ליינסט צייטונגען, פארברענסט דיינע טעג און יארן".


איך האב ארויפגערופן א אינגל וואס האט די וואך בר מצוה געהאט, די בר מצוה איז געווען אין ישיבה. ער האט זיך אויפגעשטעלט ביי די בר מצוה זאגן זיין פשעטל, אנשטאט זאגן צוויי ווערטער און מען גייט אריינזינגען, נעמט ער א גמרא און זאגט: "תנא דבי אליהו, כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא... הדרן עלך כלל ששה סדרי תלמוד בבלי..." ער האט געמאכט א סיום הש"ס! די משפחה זענען געווארן פארפרוירן, אזוינס האבן זיי נאכנישט געזען, א אינגל, א בר מצוה בחור זאל ענדיגן ש"ס!


קומען די לצים און פרעגן: "האסט טאקע מסיים געווען ש"ס? איך קען דיך פארהערן?" אזוינס האט יעדער ברסלב'ער חסיד, ווי נאר ער דערציילט א סיום פרעגט מען אים: "איך קען דיך פארהערן?" זאגט איינער זייער גוט: "מיר קענסטו נישט פארהערן, איך זאג; דו אבער לערנסט דאך געהעריג, איך קען דיך פארהערן?" בלייבט יענער שטיין מיט די צונג אינדרויסן.


עס איז א וואונדער, ווער עס וועט דיר זאגן "איך האב א שיעור", "איך גיי צו א שיעור", "איך האב א חברותא", קיינעם וועט מען נישט פרעגן: "איך קען דיך פארהערן?" פארוואס פרעגסטו נישט די וואס לערנען צי דו קענסט זיי פארהערן...


אויך האבן מיר גערעדט פון שלום בית, פון רחמנות האבן אויף די ווייב. אז זי רופט: "קום אהיים, העלף מיר, איך פאל פון מיינע כוחות" – זאל מען אהיימגיין, נישט זיך ארויסדרייען. אז די ווייב רופט און בעט: "נעם מיך דארט און דארט", זאל מען נישט זאגן: "איך בין דיין קאר סערוויס דרייווער?!" עס איז א פלא צו זען אינגעלייט וועלכע ווילן נישט אהיים גיין, זיי ווילן נישט ענטפערן דעם טעלעפאן ווען די ווייב רופט; וואלט א חבר געבעטן "טראג מיך", "נעם מיך דארטן", - וואלטן זיי געלאפן, געטראגן, געברענגט – פארוואס די אייגענע ווייב וויל מען נישט נעמען, טראגן און ברענגען...


די אמעריקאנע פאלק רופט דעם פרעזידענט'ס ווייב "די ערשטע פרוי פון די פאראייניגטע שטאטן", די פוירסט לעדי; א איד דארף דאס זאגן אויף זיין ווייב, "דו ביסט די ערשטע און די חשוב'סטע ביי מיר".


די סיום האט געמאכט יענקי לעזער, ער לערנט פאר דעם בלאט גמרא אין אידיש און אין ענגליש; צוויי שיעורים א טאג.


דער דיין האט געבענטשט, איך האב געזאגט די שבע ברכות, מען האט אויסגעטיילט אפאר הונדערט גמרות מנוקד, קליינע ווייכע גמרות, עס זאל זיין גרינג מיטצונעמען מיט זיך אין ארבעט, אונטערוועגנס. נאכדעם האט מען געטאנצן ביז פארטאגס.


איך בין אהיימגעפארן נעכטן נאכט, מיר זענען אנגעקומען פינף אזייגער, מען האט גערוקט דעם זייגער, מען האט פארלוירן א שעה.


היינט אינדערפרי איז נישט געווען קיין מנין אין ישיבה, איך האב געדאווענט אין ישיבה ביחידות. די הלכה איז, ווער עס האט א מנין קבוע און עס פאסירט אמאל אז עס נישטא קיין מנין – זאל מען בלייבן דאווענען אינעם בית המדרש וואו מען דאווענט.


ביי מנחה איז שוין געווען מנין, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא. איך האב געלערנט מיינע שיעורים און אהיים געגאנגען העלפן מיין ווייב תחי'.


איך בין זייער איבערגענומען פונעם שבת, עס איז געווען הערליך שיין, צענדליגער משפחות זענען פריש מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. די אינגעלייט און בחורים האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם. אויך די פרויען, די מיידלעך, די תלמידות האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם.


בנוגע וכו'; ער איז א קראנקער מענטש, איך דארף שטיין על המשמר נישט צו לאזן ביי אונז אין די קהילה קראנקע מענטשן. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דיין ארבעט איז, פון איין זייט זאלסטו מחזק זיין יעדן איינעם, און פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן צו פארטרייבן די דריי כיתות קנעכט וואס דער מלך האכזר האט אריינגעברענגט (עיין ספורי מעשיות, מעשה יג)"; איך דאנק דיר פאר'ן מיר איבערגעבן די אינפארמאציע.


דאס האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש. יארן צוריק איז געקומען צו מיר א איד פון יבנאל, דער איד איז געווען זייער א נאנטער מענטש צו מוהרא"ש, ער איז געווען א גרויסער פאנדרעיזער אין יבנאל. ער האט מיר געבעטן ער וויל אריינלייגן זיין זון אין ישיבה, איך האב געטראכט: 'זיכער איז דאס בהסכמת מוהרא"ש, ער האט דאס זיכער דורכגערעדט מיט מוהרא"ש, ער איז דאך א יוצא ונכנס, א משמש', דאך האב איך געפרעגט מוהרא"ש, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז דער איד וויל אריינלייגן זיין זון. מוהרא"ש ווערט ערנסט און זאגט מיר: "נעם אים נישט אריין אין ישיבה, ער איז א קראנקער בחור, ער לויפט נאך אינגלעך און בחורים; איך האב אים פארטריבן פון יבנאל, ער איז א מניוול; אויב דו וועסט אים ארייננעמען אין ישיבה – וועט ער קאליע מאכן אלע בחורים", מוהרא"ש זאגט מיר: "אז דו פארשטייסט בעסער – קענסטו טון אנדערש, אבער איך זאג דיר זאלסט זיך אכטונג געבן פון אים", מער האב איך נישט געדארפט, איך האב יענעם פארטריבן פון ישיבה.


ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מען האט נישט פארדעקט די שמוץ אונטערן קארפעט. אין אנדערע פלעצער, אז מען כאפט א מניוול, אויב דער טאטע איז מקורב למלכות – פארדעקט מען דאס, אסער אויב דער טאטע האט געלט – פארדעקט מען דאס, ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מעגסט זיין דער נאנטסטער מענטש, אז דיין זון איז א סכנה – קען ער נישט זיין צווישן ריינע קינדער, ריינע בחורים.


גלייב מיר, איך קען אסאך פארטראגן און אסאך דערהייבן, אבער דאס וואס דו האסט מיר דערציילט האט מיך אזוי צערודערט, איך בין נאכאלץ נישט ביי מיר פון די מעשה. איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון. איך האב אים פארטריבן, ער וויינט צו מיר פארוואס דער ראש ישיבה האט נישט קיין רחמנות, גיי זיי אים מסביר אז דאס איז רחמנות, איך האב רחמנות אויף קהילת היכל הקודש.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, גיי הפצה; אפילו דו זאלסט נישט לייגן קיין גליונות, בלויז ווען מען זעט דיר – איז דאס הפצה. מען זעט א אינגערמאן זיך אויפפירן אזוי דרך ארץ'דיג, אזוי איידל, אזוי ערליך, דאס מאכט אז מענטשן זאל קומען צום רבי'ן.


לאז מיר וויסן אויב איז שייך מיר צו מאכן דעם שאנק פאר פסח, מיין ווייב וועט זיך זייער פרייען.


נאכן ענדיגן שרייבן דעם בריוו, אפשרייבן דעם גאנצן שבת, קלער איך אז עס האט זיך געלוינט אז דו ביסט נישט געקומען אויף שבת, אזוי האב איך אפגעשריבן דעם שיינעם שבת, אזוי וועלן נאך מענטשן קענען ארויסנעמען אביסל חיזוק פון די שיינע התחזקות וואס מיר האבן גערעדט; איך צי צוריק... ענדערש וואלסטו יא געדארפט קומען, ווייל דאס אלעס וואס שטייט אינעם בריוו איז א ברעקל פונעם שבת, בבחינת יותר ממה שקריתי לפניכם - כתוב כאן.


בעט פאר מיר, איך גיי מארגן צום דאקטער; קען זיין איך וועל דארפן אריבערגיין עפעס, איך וויל נישט שרייבן. בעט פאר מיר, מארגן אינדערפרי איז מיין אפוינטמענט.


יואל בן ריצא רעכיל.