בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - געבן א גוטע געפיל פאר אלעמען
כולל, שטעטל, דיינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרוס פון שטעטל, פסח בין איך געווען אין שטעטל; וואס זאל איך דיר זאגן, די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט כמה פעמים: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזערע בחורים פאר קיינעם", אזוי אויך זאג איך דיר: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אנשי שלומינו"; עס איז מיר געווען א תענוג צו זיין אינאיינעם דעם יום טוב, איך האב זיך זייער געבענקט צו דיר.


בנוגע כולל; איך וויל דו זאלסט צאמנעמען די כולל אינגעלייט און אפשמועסן מיט זיי די פלאן פאר דעם זומער זמן הבא עלינו לטובה, ווי אזוי מען זאל צאמנעמען גאנץ הלכות שבת, אלע זאלן זיין גרייט צו ענדיגן הלכות שבת און זיך פארהערן, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף איז דא א נדבן וואס וויל העלפן די כולל אינגעלייט וואס פארהערן זיך און קומען מיט א כתב פון רבנים אויף די בחינה, און פאר יעדע כתב געבט ער טויזנט דאלער, יעדער אינגערמאן וואס וועט זיך פארהערן ביי רבנים וועט באקומען די געלט.


אויך וויל איך דיר בעטן, אויסער דעם וואס דו ביסט דיין פאר די קהילה, דו שטייסט גרייט בייטאג און ביינאכט צו ענטפערן שאלות פאר אלעמען, זאלסטו אויך זיין ראש הכולל, זיין א הילף פאר די כולל אינגעלייט, זען אז אלע זאלן מצליח זיין, אלע זאלן האבן חברותות, אלע זאלן מצליח זיין צאמצונעמען די הלכות וואס מען לערנט די לעצטע דריי יאר, יעדע אינגערמאן זאל באקומען א גוטע געפיל אזוי ווי דו האסט אליין געזען די פאר יאר וואס דו האסט זוכה געווען צו לערנען אין קארלסבורג כולל, ווי ער האט געשעצט און געגעבן כבוד פאר יעדע צורבא מרבנן, אפילו פאר אינגעלייטלעך, ווי ער האט האט זיך אויפגעשטעלט פאר יעדן און געגעבן א גוטע געפיל פאר אלעמען, און דאס האט זיי געשטופט צו לערנען און מצליח צו זיין אין לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#3 - זיך נישט מאכן קיין אייגענע הלכות
שלום בית, תהלים, שבת קודש, הלכה, דיינים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, י"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט זוכה געווען צו א מאן וואס לערנט די הייליגע תורה, איר דארפט דאנקען יעדן טאג דעם אייבערשטן אז איר האט אזא מאן, און בזכות וואס איר העלפט אים דינען דעם אייבערשטן - וועט איר זוכה זיין צו עולם הבא.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אביסל חיזוק, זיך נישט מאכן קיין אייגענע הלכות וכו', ווייל עס קען ארויסקומען נישט גוטס. עס איז א קלארע הלכה (יורה דעה סימן קפו, סעיף א), א פרוי טאר זיך נישט בודק זיין סתם אזוי – "כְּדֵי שֶׁלֹּא יְהֵא לִבּוֹ נוֹקְפוֹ", עס קען צוברענגען צו נישט גוטס; אויך אויב מען שפירט א הרגשה און מען האט שוין א חזקה אז עס איז גארנישט - דארף מען זיך נישט בודק זיין; אזוי נעמען אן אלע פוסקים.


אויך איז כדאי צו עסן אין שטוב די סעודות שבת, דאס מאכט א שטארקע קשר צווישן מאן און ווייב. אויך איז דאס זייער וויכטיג פאר די הצלחה פון די קינדער, און פון צייט צו צייט גייט מען צו די עלטערן. אויך שנה ראשונה עסט מען ביי די עלטערן, און אזוי ווי איר זענט שוין אפאר יאר נאך די חתונה איז כדאי פאר די קשר צווישן ענק, און פאר די הצלחה פון די קינדער - צו מאכן די סעודות אין שטוב.


זאגט יעדן טאג תהילים און דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז ענקער שטוב איז געבויעט אויף תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#2 - אין אפאר יאר ארום וועלן זיין נאך דיינים, תלמידים פון אונזער כולל
כולל, צדקה, דיינים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיצן מיט דיר היינט ביי א סעודת ראש חודש מיט נאך אפאר חברים וואס האבן א געפיל צו העלפן די כולל.


מן הסתם האסטו אביסל געזען מיט דיינע אויגן במשך די זומער וואכן די התמדה פון די אינגעלייט, זיי לערנען זייער פלייסיג; זיי לערנען, זיי מוטשען זיך ביז זיי קומען ארויס קלאר אין די הלכה.


יעצט איז פונקט א יאר פון די הכתרה פונעם דיין שליט"א, און בעזר ה' אין אפאר יאר ארום וועט זיין נאך אן הכתרה פאר נאך דיינים, אינגעלייט תלמידים פון אונזער כולל. שרייב אראפ דעם דאטום, תשפ"ח, וועט זיין שיינע זאכן אין די קהילה, מיר וועלן אויפנעמען נאך דיינים.


וואויל איז דיר אז דו האסט א חלק אין העלפן די כולל אינגעלייט זיי זאלן קענען באקומען זייער געהאלט צייטליך.


איך האף אז דו האסט אויך הנאה געהאט פון די סעודת ראש חודש.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1 - יישר כח פאר'ן חשוב'ער דיין שליט"א
הכרת הטוב, שטעטל, בין אדם לחבירו, דיינים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ער דיין שליט"א


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין גרייט פאר יעדן איינעם צו ענטפערן שאלות מיט אזא איבערגעגעבנקייט, מאכסט יעדן איינעם שפירן גוט און חשוב; יעדער גייט אוועק מיט א גוטע געפיל; אשריך ואשרי חלקיך.


א גרויסן יישר כח פאר'ן לערנען מיט מיינע קינדער.