בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, לעיקוואד
עס איז זייער א גרויסע זכות וואס דו טוסט מיטן ארויסשיקן חיזוק יומי, שיין געמאכט, מיט בילדער וכו'; דאס קומט אן צו אזויפיל בחורים און אינגעלייט וואס זינקען נעבעך אין בלאטע, זיי זענען צוגעקלעבט צו קוקן אינעם טעלעפאן, קאמפיוטער, קליפס, ווידיאוס, סטעטוס וכו', און פלוצלונג קומט אריין אפאר ריינע ווערטער, חיזוק פון רבי'ן, און דאס מאכט זיי הרהורי תשובה וכו'.
אבער איך וויל דיר בעטן, און אויך אלע אנדערע וואס זענען עוסק אין מאכן חיזוק יומי'ס וכו' פון מיינע שיעורים; דאס קען נישט גיין דורך יחידים, דאס מוז גיין דורך דעם מנהל אברהם משה און די קרן הדפסה. עס האט שוין פאסירט ווען יחידים האבן גענומען שטיקלעך פון די שיעורים און דאס מפרסם געווען, און עס איז ארויסגעקומען נישט ריכטיגע מעסעדזשעס, דעריבער וויל איך בעטן, אז סיי די אידישע חיזוק יומי, סיי די ענגלישע, סיי די לשון הקודש, און סיי די ספאנישע; אלעס דארף ווערן באשטעטיגט דורך אברהם משה און די קרן הדפסה.
איך האף אז דו מיט די אנדערע וואס מאכן דאס וועלן זיך קענען אויסקומען מיט זיי, אזוי וועלן מיר קענען אויפטון גרויסע זאכן.
נאך א נקודה; די קאפ, די מח מחשבה ביי הפצה קען נישט ליגן אין געלט, אויב מען טראכט פון געלט – קען מען פארלוירן ווערן. איך האב געזען נאנטע מענטשן ביי מוהרא"ש וואס האבן געהאלפן דרוקן און פארשפרייטן די ספרים, ווי נאר זייער קאפ האט געטראכט פון געלט, זענען זיי געווארן גרויסע מתנגדים, השם ישמרינו.