בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#10 - א גאר שווערע אבער הייליגע ארבעט, נישט אויפגעבן
חלישות הדעת, טענות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


עס טוט מיר וויי אז דו האסט חלישות הדעת וכו', דו טראכסט וואס פעלט דיר אויס די גאנצע זאך, אז מען האט טענות וכו', דו ווילסט אפלאזן וכו' וכו'; איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט פון אויפבויען מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש וואס פירט זיך ווי מיר האבן מקבל געווען פון אונזער גרויסן רבי'ן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט אונז אוועק געשטעלט א וועג לויטן הייליגן רבי'ן ווי אזוי צו מחנך זיין אונזערע קינדער.


וויסן זאלסטו אז דאס איז א הייליגע ארבעט און א שווערע ארבעט. עס איז זייער א שווערע ארבעט; מען טוט מיט קינדער, מען ארבעט ביטער שווער און מען איז משלם רעה תחת טובה, מען כאפט פסקים, מען האט טענות, מען ווערט באליידיגט. איך קען דיך מחזק זיין ווייל איך גיי דאס אריבער, איך האב דאס שוין איבער צוואנציג יאר, מען צערייסט זיך פאר אנדערע, מען געבט אלעס אוועק צו העלפן אנדערע, און ביים סוף שפייט מען צוריק אין פנים, מען בארעדט, מען האט טענות.


דאך וויל איך דיר זייער בעטן, לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט, האסט אנגעהויבן - דארפסטו ענדיגן. מוהרא"ש האט אונז געזאגט ווען מיר זענען געקומען דערציילן אז מיר גייען עפענען א ברסלב'ע חדר אין אמעריקע: "אז מען עפנט קען מען נישט גיין אויף צוריק", די ווערטער קלינגט אין די אויער, נישטא אזא זאך גיין אויף צוריק. דער רבי האט געזאגט פאר די פטירה (חיי מוהר"ן, סימן ריח): "גמרתי", איך האב געענדיגט, "ואגמור", און איך וועל ענדיגן; דאס איז ווערטער פאר אונז, נישט צוריק צו טרעטן, נישט אפצולאזן די הייליגע ארבעט.


וואס האסטו חלישות הדעת? איך הער צוריק אזעלכע שיינע גריסן אויף די תלמוד תורה און בית פיגא פון אלע שטעט, אנגעהויבן אין ירושלים און בני ברק - ביז טבריה, יעדן טאג באקום איך בריוו ווי עלטערן באדאנקען זיך, איז וואס ביסטו דערשראקן? ווער רעדט פון די ישיבה... א פאבריק פון אמונה, פון יראת שמים און מידות טובות. איך שעם זיך נישט אז די ישיבה זאל זיין אין שול, איך דארף נישט באהאלטן די ישיבה אז מען זאל נישט זען וואס טוט זיך און מאכן שיינע בילדער אין אויסגאבעס וכו', די ישיבה קען זיין אין שול, און בחורים מעגן טאנצן און שפרינגען וכו', דער עיקר זיי זאלן זיין מיט יראת שמים און שם שמים שגור על פיהם, דאס איז דא ברוך ה', יעדע ווארט ביי די בחורים איז 'שכוח אייבערשטער', 'איך וועל בעטן דעם אייבערשטן'.


אז עלטערן רופן דיר מיט טענות - זאלסטו אויסהערן און מיר איבערגעבן די טענות און די פרטים, און מיר וועלן מיט התבודדות טון וואס איז ריכטיג, אלעמאל זאלסטו אויסהערן די עלטערן. איך האב יעצט געהאט, אין שטעטל איז פראסטיג קאלט, און א טייל משפחות וואוינען נישט ביים גאס וואו די באס קען נעמען די קינדער גלייך פון שטוב, זיי דארפן ארויסשיקן די קינדער צום גאס, און די פרעסטן זענען אזוי שטארק, און די באס דרייווערס קומען נישט אלע צייטליך, די קינדער ווערן געביסן פון די פרעסט, און ווען א מאמע רופט אין אפיס וויינען, ענטפערט מען איר: "בעט דעם אייבערשטן", דאס איז א רציחה אזוי צו ענטפערן, "בעט דעם אייבערשטן"; דאס דארף מען זיך אליין זאגן, און ווען עלטערן קומען מיט א טענה דארף מען זיי אויסהערן און זיי געבן די געפיל אז מען האט מיטלייד, מען פארשטייט זיי, און זען וואס מען קען טון.


נאכאמאל בעט איך דיר, אחי היקר חזק ואמץ בכל כוחך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - וואוין אין א פלאץ וואו דו האסט מנין שבת און וואכן
שטעטל, דירה, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


אוואו ביסטו? איך בענק זיך אזוי צו דיר, שוין אזא לאנגע צייט וואס איך הער נישט פון דיר...


אפשר דאך קען מען צוריק אויפוועקן אונזער נאנטשאפט, טייערער ... נרו יאיר, נישט אלעס איז האבן אן אייגענע הויז, און נישט אלעס איז האבן געלט, דאווענען יעדן טאג מיט מנין די דריי תפילות, דאס איז אלעס.


א שאד דו האסט זיך אוועק געצויגן פון שטעטל צו א פלאץ אן מנין, הלוואי אז דו קומסט צוריק וואוינען נעבן מיר, און אויב דו האסט עפעס טענות אויף אונזער קהילה – זאלסטו זיך אריבערציען צו אן אנדערע קהילה, ווייל וואס וועט זיין מיט די קינדער...


איך זאג דיר דאס, נאר ווייל איך האב דיך ליב, און איך וויל נאר דיין טובה. ווען דו ביסט געווען א בחור, מען האט דיך געווארפן פון אלע ישיבות ווי מען ווארפט א באלי, האב איך דיך אריינגענומען, איך האב דיר געעפנט די טיר, איך האב דיך מקרב געווען און געזארגט פאר דיין שידוך, און געברענגט די טייערע פרוי, דיין ווייב תחי', וויל איך דיר בעטן נאר איין זאך, וואוין צווישן אידן, וואוין אין א גאס וואו דו האסט מנין שבת און וואכן, אויף דעם זאלסטו זיך מוסר נפש זיין.


הלוואי וואלט איך דיר געזען אמאל, וואלטן מיר געקענט רעדן פנים בפנים; אפשר האסטו עפעס ווייטאג אויף מיר, טענות אויף מיר; איך ווייס אז דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן רעדן וכו', אבער טייערער ..., איך וויל נאר איין זאך, דיין שטוב זאל זיין געבויט אויף די גרונד פון די תורה, אויף די פונדאמענט פון די תורה.


איך ווארט זאלסט מיר ענטפערן.

#8 - שיק נישט די קינדער אין א מוסד אויף וועמען דו האסט טענות
מוסדות, שטעטל, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהאט א מעשה, א משפחה האט געהאט טענות אויף אונזער מוסד, זיי האבן נישט אויפגעהערט מיט טענות, האב איך געבעטן די עלטערן און געזאגט: "הערט אויס וואס איז ריכטיג, ענדערש נעמט ארויס די קינדער און לייגט זיי אין א מוסד וואס ענק האלטן אז דארט געבט מען א גוטע חינוך, ווי איידער צו האלטן ביי אונז, און שפעטן טאג און נאכט פון די מוסד", ווייל קינדער ווערן צעמישט פון דעם, זיי פארמאכן זיך, יארן יארן וועט נעמען זיי זאלן קענען געהיילט ווערן.


קינדער קענען נישט נעמען קיין מחלוקת און ליצנות, אינעם קינד'ס מח איז דא דריי מענטשן; זיין טאטע, זיין מאמע און זיין רבי אדער טיטשער; דאס קינד דארף שפירן ווי אלע זענען בשלום, אלע ארבעטן אינאיינעם.


איך זאג דיר אויך, עס איז געזונט זאלסט זיך אוועק ציען פון שטעטל. האב נישט מורא, ביסט נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער, טו עס פאר דיינע קינדער, ווי איידער חוזק מאכן.


איך מיין עס מיט אן אמת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - אז מען האט ווייטאג, דארף דאס ווערן אויסגעשמועסט
מוסדות, שלום, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו האסט א טענה אויפן מנהל - איז ריכטיג זאלסט רעדן מיט אים און אים זאגן די טענה, און אז עס איז דיר שווער צו רעדן - זאלסטו דאס אראפשרייבן. וואלט דאס געווען א פרעמדער און דו האסט א טענה אז מען האט דיך אפגעזאגט פון מלמדות וואלסטו אויך געדארפט ענדיגן מיט שיינעם, זיכער ביים רבי'ן וואס מיר זיצן צוזאמען, מיר זענען ווי איין משפחה, ווי ברידער - דארפן מיר זיך דורכרעדן, און אז מען האט ווייטאג - דארף דאס ווערן אויסגעשמועסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - איך בין נישט אנגעווייטאגט אויף דיר און אויף קיינעם
תפילה והתבודדות, צדיקים, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו, ווי דו בעטסט מיך איבער.


איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך בין נישט אנגעווייטאגט אויף דיר און נישט אויף קיינעם.


שטארק זיך מיט לערנען און דאווענען, און גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים; דאס לעבן גייט אריבער אזוי שנעל, מיר גייען שוין צוריק צום אייבערשטן; מיר זאלן נישט פארשעמט ווערן אויבן מיט אונזערע מעשים.


אז מען גייט התבודדות, מען פאלגט דעם רבי'ן - גייט אוועק אלע שלעכטע זאכן, גאווה און כעס. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן י): "וְהָעֵצָה הַיְּעוּצָה", די עצה פון אלע עצות, "לְבַטֵּל הַגַּאֲוָה", פטור ווערן פון גאוה, "שֶׁהִיא הָעֲבוֹדָה זָרָה", וואס איז עבודה זרה, "הוּא עַל יְדֵי הִתְקָרְבוּת לַצַּדִּיקִים", איז נאר דורך פאלגן דעם צדיק. דער רבי ברענגט די ווערטער פון הייליגן זוהר: "בִּתְרוּעָה דְּאִיהוּ רוּחָא, אִתְעֲבִיר אֵל אַחֵר", דער רבי טייטשט אויס אז דאס מיינט מען זיך מקרב זיין צום צדיק, פאלגן דעם צדיק; דער צדיק ווערט אנגערופן 'רוח', אזוי ווי עס שטייט "אִישׁ אֲשֶׁר רוּחַ בּוֹ", דורך זיין נאנט צום צדיק, פאלגן די עצות - גייט אוועק די גאווה וואס איז עבודה זרה 'אל אחר'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - אז עלטערן האבן טענות, זאל מען רעדן צום מלמד און צום מנהל
מוסדות, מחלוקת, היכל הקודש, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט מיט אלע כוחות; טענות וועט סיי ווי זיין, פון דעם וועסטו זיך נישט קענען ארויסדרייען, איך האף צום אייבערשטן אז פיינטשאפט וועט נישט זיין ביי אונזערע ד' אמות.


מיר שטערט נאכמער ווען מען רעדט וכו'; ריכטיג איז מען זאל זיך אדורכרעדן איינער מיטן צווייטן, און אז עלטערן האבן טענות - איז ריכטיג מען זאל רעדן צום מלמד און צום מנהל.


קיינער איז נישט פארזיכערט צו בלייבן ביים צדיק. מוהרא"ש האט מיר געשריבן בתחילת התקרבותי איך זאל יעדן טאג מתפלל זיין צו בלייבן אין היכל הקודש; דאס איז די איינציגסטע עצה צו קענען בלייבן ביים צדיק, בעטן דעם אייבערשטן, מען זאל געדענקען וואס מען האט באקומען דורכן צדיק, נישט ווערן מבולבל און נישט האבן קיין חלישות הדעת פון גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווען עלטערן האבן טענות, זאלסטו זיי אויסהערן מיט א גוטע געפיל
מוסדות, היכל הקודש, הדרכות, אחדות, טענות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, די וועלט שטייט אויף דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט נאר אויף די תורה פון קינדער; נאך זאגן זיי (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד, 'אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת'", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער - איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין, אז פינקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט; ווייל ער פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.


איך וויל דיך זייער בעטן, ווען עלטערן קומען מיט טענות - זאלסטו זיי אויסהערן און געבן א גוטע געפיל, נישט ענטפערן מיט גאוה: 'קענסט ארויסנעמען דיינע קינדער', פארט זענען זיי די עלטערן פון די קינדער.


בכן בעט איך דיך זייער, ווען מען האלט דיך פאר אויף זאכן וואס ווערן געטון אין חדר - זאלסטו אויסהערן און געבן די הרגשה אז מען וועט טון אלעס וואס מען קען זיי זאלן זיין צופרידן, מען זאגט נישט: 'קענסט ארויסנעמען דיינע קינדער', דאס איז נישט די וועג; בפרט ווען מען רעדט פון אנשי שלומינו, וואס אלע ווילן די חינוך פון היכל הקודש, אלע ווילן די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט די עצות און שכל פון הייליגן רבי'ן; דארף מען זיך ליב האבן.


אפגערעדט ווען מען דארף טאקע פאררעכטן - דארף מען דאך זיכער אויסהערן און פאררעכטן; איך רעד אפילו ווען די עלטערן זענען נישט גערעכט - דארף מען אויך האבן גוטע מידות און וויסן ווי אזוי צו רעדן, נישט מיט גאווה און שחצנות ענטפערן, 'קענסט ארויסנעמען די קינדער'.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע רייד, ווייל עס פעלט א האר עס זאל צעפאלן ענקער חבורה וועגן נארישקייטן. דער סמ"ך מ"ם זיצט אויף די טרעפ אינדרויסן פון ענקער שול און ווארט אויף די רגע ווען וועט מען זיך שוין אנהויבן פיינט האבן, הי' לא תהיה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - טענות אויף די מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, היכל הקודש, טענות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויגש, עשרה בטבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד האברך ... נרו יאיר


איך הער צוריק אז דו האסט טענות אויף די מוסד אז מען לערנט נישט וכו' וכו'; איך וויל נישט אריינגיין בטוען ונטען מיט דיר אויב די מוסד איז יא גוט אדער נישט גוט, נאר איין זאך וויל איך דיר בעטן, אויב ביסט נישט צופרידן פון די מוסד - זאלסטו וואס שנעלער טוישן מוסדות, ווייל עס איז נישט געזונט פאר דיר און נישט פאר דיינע קינדער; איך מיין דאס מיטן גאנצן אמת, לייג דיינע קינדער אין א מוסד וואס דו ביסט צופרידן, ווייל קינדער שפירן אויב די עלטערן זענען נישט צופרידן און עס צעמישט זיי.


א שאד צו ווערן אנגעגעסן אויף היכל הקודש וועגן די מוסד, מען קען זיין א ברסלב'ער חסיד אן שיקן די קינדער אין אונזער חדר.


א גוט שבת.

#2 - אויב עלטערן זעען עפעס וואס טויג נישט, דארף מען דאס דערציילן
שטעטל, חדר, טענות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע אינגל, דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט און דו זאלסט אים מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים, געזונטערהייט, מיט דיין ווייב אינאיינעם.


א צווייטע מזל טוב פאר'ן זיך ארויסציען קיין קרית ברסלב, די גאנצע קהילה אין קרית ברסלב ווארט שוין אזוי לאנג צו האבן א מנהל, איש על העדה. עס איז דא אסאך צו מתקן זיין אין חדר, ערשטנס, די מלמדים און אלע איינגעשטעלטע זאלן זיין אין צייט, און צווייטנס, די מלמדים ווארטן אויף א שמייכל, א גוט ווארט. איך האף צום אייבערשטן דו וועסט מיר העלפן אין תלמוד תורה מחזק זיין די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך און זיי זאלן טון זייער ארבעט בנאמנות, מיר האבן זייער טייערע מלמדים, אבער די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די אלע וואס טוען מיט אנדערע - דארפן אסאך חיזוק.


זיי מודיע פאר אלע עלטערן זאלן קומען רעדן צו דיר, זיי זאלן מיטטיילן זאכן וואס שטערט זיי, זאכן וואס זיי זענען נישט צופרידן. עס זענען דא עלטערן וואס האבן א טעות, זיי מיינען אז אויב מען זעט א חסרון וכדומה - טאר מען נישט רעדן, ווייל אויב מען רעדט - ווערט מען א מתנגד; עס איז נישט וואר, אויב עלטערן זעען עפעס וואס טויג נישט - דארף מען דאס דערציילן; זאלסטו מודיע זיין די עלטערן זאלן קומען רעדן מיט דיר, זיי זאלן שפירן באקוועם צו רעדן מיט דיר, מען זאל קענען מאכן דאס בעסטע וואס איז שייך.


אז דו וועסט מיר העלפן אין חדר - וועל איך דיר נישט שולדיג בלייבן, בזה ובבא.


 

#1 - איך וועל טון וואס איז מעגליך אז דו זאלסט צוריק ווערן פרייליך
תפילות אויף אידיש, התבודדות, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שפיר אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, אויך זעט איך אויף דיר אז דו ביסט נישט פרייליך, איך זע דיין פנים האט נישט דעם שיין און ליכטיגקייט פון אמאל. איך בין גרייט צו הערן וואס שטערט דיר, און וואס זענען די טענות וואס דו האסט, און וואס איז מעגליך וועל איך טון אז דו זאלסט צוריק ווערן פרייליך.


ברודער, נעם די עצה פון רבי'ן, גיי אין א ווינקל און שמועס מיטן באשעפער. בעט אים:


"הייליגער באשעפער, מאך מיך פרייליך, מאך מיך גוט, נעם מיך ארויס פון מיין עצבות ומרה שחורה, העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין תרעומות אויף דיר".


"ובחנוני נא בזאת" - האט רבי נתן געזאגט, "אויב וועט א מענטש האבן פערציג טעג התבודדות אויף דיין זאך און נישט זען א ישועה".


איך בעט דיר ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך.